בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - די קינדער זאלן גיין מיט חסידישע קליידער
חינוך הילדים, קליידער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


א גרוס פון אייערע ליכטיגע קינדער, אלע זענען וואויל; זיי צייכענען זיך אויס מיט גוטע מידות. עס מוז זיין אז איר דאווענט אסאך, איר בעט אסאך דעם אייבערשטן פאר ערליכע דורות און אין דעם זכות האט איר אזא שיינע גארטן.


אויב איך מעג באמערקן א קלייניקייט, אז אייער קינד זאל קומען מיט חסידישע קליידער; זיינע שיך זאלן זיין חסידיש, נישט מיט אינטערעסאנטע קאלירן.


סתם א משפחה וואלט איך נישט געזאגט; אבער אייער משפחה איז א משפחה וואס אלע קוקן, מען וויל זען ווי אזוי תלמידי היכל הקודש גייען אנגעטון, דארפט איר זיין מער פארזיכטיג.


שטארקט אייך; וואס איר דארפט און ווילט זאלט איר בעטן נאר פונעם אייבערשטן וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - אויסלערנען די מיידלעך נישט צו קויפן טייערע קליידער
חיזוק פאר מיידלעך, אידיש געלט, קליידער

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר'ן העלפן אזוי געטריי א גאנץ יאר אין סקול און אויך יעצט זומער אין קעמפ; דאס אז מיר האבן די זכיה צו העלפן דעם רבי'ן, העלפן די מוסד וואס פארשפרייט דעם רבינ'ס עצות - איז די גרעסטע זכות פאר אונז און פאר אונזערע דורות.


איך טראכט עס וואלט געווען א גוטע פלאן צו נעמען די מיידלעך צום באזאר אין שטעטל זיי זאלן קענען קויפן קליידער, איך וויל זיי אויסלערנען וואס דאס לעבן איז. מען קען גיין אנגעטון מיט שיינע קליידער פאר בחנם; מען קען באקומען אינעם ברסלב'ן באזאר שיינע טייערע קליידער פאר א דאלער, צוויי דאלער אדער דריי דאלער. זאלן זיי זען אז עס איז נאריש אויסצוגעבן געלט ווען מען קען דאס קריגן ממש פאר בחנם.


א גריס פון דיין מאן נרו יאיר, ער איז ליכטיג און טייער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - מיט'ן סדר אוצר היומי קען מען גרינג אנקומען צו לערנען כל התורה כולה
לימוד התורה, קליידער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וויל אז דו זאלסט זיך פארבינדן מיט ..., באשטעל פון אים אפאר סעטס פונעם אוצר היומי.


איך זע אז רוב אנשי שלומינו האבן נאך נישט געלערנט די פופצן שיעורים וואס מוהרא"ש האט אוועק געשטעלט צו לערנען פאר תלמידי היכל הקודש; עס גייט אריבער די טעג, עס גייט אריבער די יארן - און נאך אביסל גייען מיר שוין צוריק צום אייבערשטן; ווי גרויס וועט זיין די בושה ווען מען וועט אונז פרעגן וואס מיר האבן געטון די אלע יארן.


איך גיי מאכן אן התעוררות ביי אנשי שלומינו מען זאל אנהייבן לערנען דעם סדר אוצר היומי, אזוי האט מען א גרינגע וועג צו לערנען און אנקומען צו לערנען כל התורה כולה.


שטארק זיך און זיי נישט צעפאלן; איך ווייס אז איך ווייס נישט ווי שטארק צעבראכן דו ביסט, ווער אויף די וועלט קען דען פארשטיין די צער פון בחורים, דאך בעט איך דיר טייערער ... זאלסט זיך האלטן שטארק, נאך אביסל ווען עס וועט ווערן טאג וועט מען שוין נישט געדענקען פונעם נאכט.


זיי מקפיד צו גיין אנגעטון שיין און ריין, נישט מאדערן; חסידיש, שיין און ריין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.