בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4473 - ארויסקלאפן פון קאפ די זאך פון זיך גט'ן
שלום בית, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נאכן רעדן מיט אייך און נאכן זיך אריינטון אין די גאנצע פרשה, וויל איך אייך זייער בעטן איר זאלט ארויסקלאפן פון אייער קאפ דער זאך פון 'זיך גט'ן'; עס איז א גרויסע אחריות צו גיין צעברעכן א שטוב מיט אזויפיל קינדער.


איך האב זיך אביסל אריינגעטון צו מברר זיין וואס איז די מעשה מיט אייער מאן נרו יאיר; איך פארשטיי אז מען דארף פארקוקן אויף די זאכן וכו', אבי עס זאל בלייבן די שטוב.


איר זענט מקורב געווארן צו היכל הקודש; ביי מוהרא"ש איז געווען צעברעכן א שטוב דאס ארגסטע זאך, מוהרא"ש פלעגט זיצן צען שעה מיט מאן און ווייב - אבי עס זאל זיין שלום בית, אבי נישט צו מאכן קיין גט.


איך האף איר וועט אננעמען די בריוו און פאלגן וואס שטייט דא - וועט איר נישט דערלייגן און איר וועט נאר פארדינען. מאכט שלום מיט אייער מאן און קלאפט ארויס די שלעכטע מחשבה פון 'זיך גט'ן', ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין צ:): "כָּל הַמְגָרֵשׁ אֶת אִשְׁתּוֹ, אֲפִילוּ מִזְבֵּחַ מוֹרִיד דְּמָעוֹת", ווען מאן און ווייב גט'ן זיך וויינט דער מזבח, פארוואס וויינט דוקא דער מזבח? זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה: "דער מזבח וויינט, ווי צו זאגן: 'מען איז שוין מקריב אויף מיר גענוג קרבנות, פארוואס פעלט אויס מען זאל ברענגען נאך קרבנות', ווייל ווען עלטערן גט'ן זיך ווערן די קינדער קרבנות, די קינדער ווערן גע'שחט'ן השם ישמרינו".


איך האף צו זיין אין ארץ ישראל בקרוב, וועל איך רעדן מיט אייער מאן פנים בפנים.


איך ווארט צו הערן אויב איר האט באקומען דעם בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4472 - מען דארף טון, און וויפיל מען קומט אן איז גוט
לערערין, חינוך הילדים, עבודת השם, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די הייליגע חכמים זאגן (אבות ב, טז): "לֹא עָלֶיךָ הַמְּלָאכָה לִגְמוֹר, וְלֹא אַתָּה בֶּן חוֹרִין לְהִבָּטֵל מִמֶּנָּה", עס איז זייער וויכטיג צו וויסן די ביידע זאכן, פון איין זייט 'די ארבעט ליגט נישט אויף דיר צו ענדיגן', און פון די אנדערע זייט 'ביסטו נישט פריי פון נישט טון'; מען דארף טון, און וויפיל מען קומט אן - איז גוט.


לערנט מיט די קינדער הלכות וויפיל איר קענט אנקומען, און אז איר ענדיגט נישט - איז גארנישט, זיי וועלן שוין לערנען ווייטער די קומענדיגע יארן.


שטארקט אייך מיט אייער הייליגע ארבעט פון לערנען מיט אידישע טעכטער הלכות שבת, בזכות לערנען מיט אידישע קינדער זאלט איר האבן נחת ביי אייערע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4471 - א מלמד דארף האבן א געפיל צו מלמדות
שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל נישט זיין ברוגז אז דו לאזט אפ די מלמדות, איך וועל נישט האבן קיין שום שווערע הארץ; אויב איז דיר די מלמדות אן אפקומעניש - איז ענדערש אפלאזן. ווייל א מלמד וואס האט נישט די געפיל צו מלמדות - איז א שאד זיין צייט און א שאד די צייט פון די קינדער; נאר מיט א געפיל איז דא הצלחה, אן געפיל קען מען קאליע מאכן, שרייען און געבן שארפע בייסיגע מוסר וכו' וכו'.


דאס וואס דו שרייבסט אז האסט דאס דורכגעשמועסט מיט ...; וואס ווייסט ער פון מלמדות צו זאגן? שמועס עס דורך מיטן מנהל ר' יצחק.


שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות; זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, זיי ממשיך מיט התבודדות און בעיקר מיט שמחה. דער רבי זאגט (ספר המידות אות שמחה חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז פרייליך - האט הצלחה; דורך שמחה קען מען אנקומען צו די העכסטע דרגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4470 - חסד הויבט זיך אן ביי די ווייב און קינדער
שלום בית, חסד, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב אכטונג אויף דיין ווייב, העלף איר, האב רחמנות אויף איר. ביסט פארנומען צו טון חסד מיט יעדן איינעם, חסד הויבט זיך אן ביי די ווייב און קינדער; עס טאר נישט גיין אויף איר חשבון.


איך בעט דיר לאז אפ אלעס, גיי אהיים העלף אין שטוב; דאס איז עבודת השם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4469 - איך וויל דיר שיקן מיינע טרייסט ווערטער
משניות, נשמה, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב יעצט געהערט די ביטערע נייעס פון דיין טאטנ'ס פטירה, איך וויל דיר שיקן מיינע טרייסט ווערטער פון דערווייטנס אבער אין הארץ זענען מיר זייער נאנט. המקום ינחם אתכם מתוך שאר אבלי ציון וירושלים, מיר זאלן נישט וויסן פון קיין צער און ווייטאג.


זיי שטארק מיט לערנען יעדן טאג משניות פאר דיין טאטעס נשמה. דאס איז די גרעסטע זאך וואס א קינד קען טון פאר זיין טאטעס נשמה, מזכה זיין מיט לימוד משניות.

#4468 - מען דארף גיין צו די מאנ'ס עלטערן, אפילו עס איז נישט באקוועם
שמחה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שווער און שוויגער, אידישע שטוב, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר דארפט יא גיין צו אייער מאן'ס עלטערן; עס איז נישט גערעכט נישט צו גיין. אז אייך איז נישט באקוועם - איז דאס נישט גערעכט, אייער מאן וויל יא גיין, ער בענקט זיך צו זיינע עלטערן - דארפט איר גיין פון צייט צו צייט.


ווי אזוי וועט איר שפירן ווען אייער זון וועט נישט אריינטרעטן ביי אייך ווען זיין ווייב, אייער שניר - וועט אים נישט לאזן קומען צו אייך מיט אירע קאמפלעקסן?


בנוגע וכו'; מיט שמחה קען מען ציען דעם מאן'ס הארץ און מיט וויינען און זיין טרויעריג - קומט מען אין ערגעץ נישט אן. א מאן האט נישט קיין כח פאר די ווייב'ס מרה שחורה און עצבות, ער אליינס האט שוין גענוג זיינע אייגענע נסיונות, איר דארפט אים נאר פרייליך מאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4467 - שלום אין שטוב וועט ברענגען אלע ישועות און אלע רפואות
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפלין

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייער מאן וויל נישט קויפן די טייערע תפילין פאר ענקער זון - זאלט איר זיך נישט מיט אים צעקריגן. איר קענט רעדן מיט אים שיינערהייט, מיט ליבשאפט און מיט א שמייכל, אבער חס ושלום זיך קריגן.


געבט אכטונג נישט צו מאכן פון עיקר - טפל און פון טפל - עיקר; דער עיקר איז עס זאל זיין שלום אין שטוב צווישן אייך און אייער מאן, דאס וועט ברענגען אלע ישועות און אלע רפואות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4466 - זיץ נישט צופיל מיט אידן וואס היטן נישט קיין תורה ומצוות
חברים, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א מענטש ווערט גרינג איבערגערעדט דורך די מענטשן ארום זיך; אז דו וועסט דארפן זיצן טאג און נאכט מיט אידישע קינדער וואס היטן נישט קיין תורה ומצוות - וועסטו זיין אין א סכנה פון ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי, השם ישמרינו.


דערפאר, אויב איז די ארבעט צו זיצן טאג און נאכט מיט אים - איז נישט כדאי, אבער אויב איז די ארבעט נאר פון צייט צו צייט זיצן מיט זיי - איז יא כדאי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4465 - אז זי איז א פשוט'ע און א תמימות'דיגע, איז דאס נאר א מעלה
שידוכים, תמימות, חכמות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, ל"ב שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווי לאנג וועסטו בלייבן אליינס און ווארטן עס זאל דיר קומען א ווייב וואס דו דמיונ'סט זיך אויס? אז זי איז א פשוט'ע און א תמימות'דיגע - איז דאס נאר א מעלה, און אז דו ביסט א חכם און א פארשטייער - איז דאס בכלל נישט קיין מעלה, עס געבט גארנישט צו צום לעבן; איז וואס איז די שאלה בכלל? לויף צום שידוך.


קוק זיך אן ווי אלט דו ביסט, דער לעבן גייט אריבער אזוי שנעל. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן סא) דער גאנצער לעבן איז ווי א פערטל שעה; גיי צום שידוך בשמחה רבה.


נאכאמאל, תמימות און פשיטות איז נאר א מעלה, און חכמות איז בכלל נישט קיין מעלה נאר "יוסיף מכאוב" (קהלת א, יח).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4464 - דארף א פרוי גיין ארבעטן?
חיזוק פאר פרויען, פרנסה, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, ל"ג שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף דיין פראגע אויב א פרוי דארף ארבעטן וכו'; דארפן דארף מען נאר איין זאך, מען וועט איין טאג דארפן צוריק גיין צום אייבערשטן; דארף מען זיך אנגרייטן מיט תורה תפילה און גוטע מעשים.


מען קען נישט זאגן א פרוי דארף ארבעטן, אבער עס איז זיכער גוט פאר א יונגע פרוי וואס האט נאכנישט קיין קינדער צו ארבעטן, נישט גיין ליידיג, און פון ווען מען האט קינדער - ווענדט זיך שוין לויט אירע כוחות און לויט דער מצב וכו'.


ביז דערווייל זאל דיין ווייב בלייבן ארבעטן.

#4463 - לייג תפילין איידער דו גייסט אין ארבעט
פרנסה, בית המדרש, דאווענען, תפלין

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, ל"ג שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין אזוי פרייליך צו הערן אז דו שטארקסט זיך און דו לייגסט תפילין יעדן טאג; וויל איך דיר יעצט בעטן, פון היינט און ווייטער זאלסטו לייגן תפילין איידער דו גייסט אין ארבעט. גיי אין שול, לייג טלית ותפילין און דאווען שחרית; דאס וועט דיר ברענגען פרנסה בשפע, דו וועסט זיין באשיצט פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4462 - די יונגע יארן איז די שענסטע צייט פון לעבן
תפילה והתבודדות, לימוד התורה, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, ל"ח שובבי"ם, כ"ד שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך פריי זיך זייער אז דו קומסט יעדן טאג צום שיעור גמרא. דער מגיד שיעור זאגט מיר אז דו לערנסט גוט און דו פירסט זיך מיט יראת שמים און גוטע מידות.


נוץ אויס דיינע יונגע יארן מיט לערנען תורה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא", די יונגע יארן איז די שענסטע צייט פון לעבן, עס איז "כְּלִילָא דְוַרְדָא".


אויך זאלסטו זיך טרעפן יעדן טאג א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, אויף אידיש. דערצייל דעם אייבערשטן און שמועס מיט אים. בעט אים דו זאלסט זיין אן ערליכער איד, דו זאלסט נישט פאלגן דעם יצר הרע נאר פאלגן דעם יצר טוב.


געב א גרוס דיין טאטע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4461 - א מלמד דארף קענען האלטן א כיתה אן שרייען און ארויסשיקן
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, ל"ח שובבי"ם, כ"ד שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מלמד אין שטעטל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר די גוטע גרוסן פון חדר; זאלסט זיין געבענטשט מיט אלע ברכות פארן זיך אזוי אוועקגעבן פאר די חדר.


בנוגע א מנהל; איך האף דו וועסט קענען אנציען נאך אפאר וואכן אן א מנהל, ווייל מיטן אייבערשטנ'ס הילף הייסט עס יעצט אז ר' מרדכי נרו יאיר ציט זיך צום שטעטל אויף יום טוב שבועות. ער וועט ענק העלפן מיט אלעס, ער וועט צוגעבן צום חדר אלעס זאל זיין ווי עס דארף צו זיין. יעצט איז דא נאך זעקס וואכן ביז יום טוב פסח און נאך פינף וואכן צווישן פסח און שבועות; איך האף צום אייבערשטן איר זאלט זיך קענען געבן אן עצה.


בנוגע דער מלמד ... נרו יאיר; איך האף אז ער זאל זיך אויסלערנען ווי צו האלטן א כיתה, אויב וועט ער עס אויפכאפן, ווי מען שטעלט אוועק א גוטע דרך ארץ איז גוט, אז נישט - וועל איך דארפן אריינברענגען א נייעם מלמד. הלואי זאל ער דאס אויפכאפן, ווייל ער האט אלע מעלות פון זיין א מלמד; א גוטע ווייכע הארץ, א ירא שמים און אן ערנסטער, נאר די איין זאך; ער דארף וויסן צו זיין שטארק ביי זיך אז קינדער דארפן פאלגן א רבי, און אן שרייען, אן ארויסשיקן פון כיתה - דארף מען דאס קענען באווייזן.


שטארק זיך און שטארק די אנדערע מלמדים, און זע עס זאל זיין א פאזעטיווע לופט צווישן די מלמדים, א פרייליכע אטמאספער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4460 - מען צעברעכט נישט קיין שטוב, זאל זיין וואס זאל זיין
שלום בית, חסידות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, ל"ח שובבי"ם, כ"ד שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בראכפעלד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פארשטיי נישט, וואס איז די מעשה? זיין ווייב איז אוועק פון אים, אים איבערגעלאזט מיט אלע קינדער - פארוואס? ווייל ער וויל נישט זיין א ... חסיד?! זאל ער צוריקגיין צו די חסידות, אבי זי זאל צוריקקומען; געוואלד און געשריגן, מען צעברעכט נישט קיין שטוב, זאל זיין וואס זאל זיין.


אויב די מעשה איז אזוי ווי איך פארשטיי - זאלסטו אים מחזק זיין ער זאל יא צוריק גיין צו זיין אלטע חסידות אז זיין ווייב זאל צוריקקומען; געוואלד און געשריגן, די קינדער וועלן דאך אלע ליידן! מען טאר דאס נישט טון.


זיי אים מחזק, לערן אים דעם רבינ'ס לימוד אז שלום בית איז נישט קיין קינדער שפיל, און אז די ווייב דארף מען מכבד זיין, די ווייב דארף מען העלפן; זע צו ראטעווען זיין שטוב.


געב א גרוס פאר דעם גבאי שלמה חיים נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4459 - וויפיל דארף א מאמע דאווענען?
צניעות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, ל"ט שובבי"ם, כ"ה שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי', לעיקוואד


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר לעבט א גוטע לעבן מיט די עצות פון רבי'ן און אז איר האט א גוטע שלום בית. מיטן רבינ'ס עצות איז דאס לעבן איין שטיק זיסקייט און איין שטיק גן עדן; ווי נאר מען נעמט אריין אמונה אין זיך ווערט ליכטיג, אלעס איז גוט.


בנוגע דאווענען און זאגן תהלים וכו'; מאמעס וואס זענען פארנומען מיט די קינדער - זענען יוצא דאס דאווענען מיט ברכת השחר, ברכת התורה און קריאת שמע, און ווען מען האט צייט אינמיטן טאג זאגט מען תהילים, אזוי אויך דארף מען מקפיד זיין אויף קריאת שמע שעל המטה.


בנוגע וכו'; עס ווענדט זיך וואו, אין שלאף שטוב איז איין זאך און אין שטוב איז אן אנדערע זאך, אין שטוב דארף מען גיין אנגעטון איידל. דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", אז א פרוי געבט אכטונג אויף צניעות, וועט זי זוכה זיין צו גוטע קינדער.


זייט מחזק אייער מאן ער זאל גיין הפצה נישט אויף אייער צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4458 - בזכות זיך אפשערן די האר, זאלן איר זוכה זיין צו אלע ברכות
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, ל"ט שובבי"ם, כ"ה שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט מיך ממש מחי' געווען מיט די בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן בזכות די הייליגע זאך וואס דיין ווייב האט געטון, זי האט זיך אפגעשוירן אירע האר - זאלן ענק זוכה זיין צו קינדער צדיקים און צו אלע ברכות און הבטחות וואס דער הייליגער זוהר זאגט.


דא האסטו א בריוו פאר דיין ווייב:


מרת ... תחי', ירושלים


די הייליגע צדיקים פון די פריערדיגע דורות פלעגן צוזאגן גרויסע ישועות פאר די פרויען וואס האבן זיך אונטערגענומען די גרויסע זאך פון זיך אפשערן די האר; וואונטש איך אייך: "דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן מיט אלע גוטע ברכות בזכות וואס איר האט זיך אפגעשוירן די האר; איר וועט זוכה זיין צו ערליכע דורות, קינדער צדיקים".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4457 - טו אלעס אין דער וועלט צוריק צו גיין צו דיין ווייב
שלום בית, חסידות ברסלב, מורה דרך, חסידות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, ל"ט שובבי"ם, כ"ה שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער, טו אלעס אין דער וועלט צוריק צו גיין צו דיין ווייב. עס איז בכלל נישט אינטערעסאנט ווער עס איז גערעכט, דו וועסט גארנישט האבן פון זיין גערעכט. וויי און ביטער איז דער מענטש וואס שטייט אויף זיינע רעכטן, דא רעדט מען פון האלטן די שטוב זאל נישט צעפאלן.


אז דיין ווייב וויל דו זאלסט געהערן צו די חסידות פון וואו ענק ביידע קומען - זאלסטו זיך נישט קריגן מיט איר, אפילו עס האט נישט קיין פשט א פרוי זאל אריינרעדן אין די זאך, וואס האט די פרוי זיך צו מישן וואו דער מאן זאל געהערן? דאך, למען השלום, למען הילדים - זאלסטו זיך נישט קריגן.


אז זי פארלאנגט דו זאלסט גיין צו טיפולים - גיי, אפילו טיפולים איז א דמיון; ווייל ווי קען דער מטפל העלפן א צווייטן - ווען ער קען זיך אליינס נישט העלפן... דאך זאלסטו גיין, אבי עס זאל ווערן שלום.


ביסט א פרישער מקורב ביים רבי'ן, דארפסטו וויסן אז מען קען נישט זיין אין ברסלב אן א ווייב, נישטא אזא זאך קומען צום רבי'ן אליינס אן א ווייב; זאלסטו אלעס טון צוריק צו שטעלן דיין שטוב.


רעד מיטן גבאי פון ענקער בית המדרש, ער וועט דיך מחזק זיין און מדריך זיין ווי אזוי זיך צו פירן, אבי עס זאל זיין שלום.


זאל שוין זיין די גאולה און משיח צדקינו וועט מאכן שלום אויף די וועלט.

#4456 - א גרויסע חסד אז מען קען באקומען פיינע ווארעמע געשמאקע מאלצייטן
שטעטל, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ל' שובבי"ם, ט"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן עפענען אין שטעטל א געשעפט וואס פארקויפט פיינע ווארעמע געשמאקע מאלצייטן. אזויפיל מאל מאכט זיך ביי משפחות וואס קומען נישט אן צו קאכן ווארעמע נאכטמאל, און אזוי אויך סעודת שבת און מען איז זיך ממש מחי' מיט דיינע עסן, דאס איז זייער א גרויסע מצוה; מחי' צו זיין הונגעריגע מענטשן מיט עסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט קענען דיין גאנצע לעבן מחי' זיין אידישע קינדער, דו מיט דיין ווייב, און האבן ערליכע דורות.


איך שטאלציר מיט די חסד וואס טוט זיך אין שטעטל.


 

#4455 - הייליגער באשעפער, נעם ארויס די רוח רעה פון מיין מח
פחדים, תפילות אויף אידיש, סגולות, מחשבות, נערווען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


זאגט יעדן טאג קאפיטל כט פון ספר תהילים. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות קליפה, סימן ו): "הַשִּׁבְעָה קוֹלוֹת שֶׁאָמַר דָּוִד עַל הַמַּיִם, בְּדִבּוּרָן מַכְנִיעִין הָרוּחַ רָעָה", די זיבן קולות וואס דוד המלך האט געזאגט - נעמט אוועק אלע פחדים און די רוח רעה וואס בוזשעוועט אין מח.


דער עיקר זאלט איר בעטן אויף איין זאך, בעטס אויף שמחה. זאגט די קאפיטל און בעטס די תפילה:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך. נעם ארויס די רוח רעה וואס בוזשעוועט אין מיין מח. נעם אוועק אלע פחדים, נעם אוועק די עצבות און מרה שחורה.


רבונו של עולם, איך האלט דאס נישט אויס, איך קען נישט אזוי ווייטער לעבן, איך האב נישט קיין מנוחה, איך לעב מיט אזעלכע שרעק. איך שלאף נישט, איך עס נישט, איך קען גארנישט טון פון די פילע שרעק וואס פייניגט מיר.


העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל האבן א שטארקע אמונה, איך זאל דיך שפירן און נישט פארגעסן פון דיר קיין איין רגע, בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, בזכות רבינו נחמן בן פיגא, בזכות רבינו אליעזר שלמה בן מלכה, אמן".


 

#4454 - תיקון הכללי איז פאר יעדן איינעם
תפילה והתבודדות, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


... תחי'


אייער טאטע האט מיר געגעבן אייער בריוו.


זייער גוט אז איר זאגט תיקון הכללי. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט אז דער תיקון הכללי איז סיי פאר אינגלעך און סיי פאר מיידלעך, סיי פאר יונג און סיי פאר אלט. ווען מען זאגט די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי וואס דער הייליגער רבי האט מגלה געווען [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] - איז דאס אזוי ווי מען זאגט גאנץ תהלים, און דאס נעמט אראפ אלע עבירות, מען ווערט אינגאנצן ריין פאר'ן אייבערשטן.


געוואוינט זיך צו זיך אויסצושמועסן דאס הארץ, רעדן צום אייבערשטן - אויף אייער מאמע לשון, אויף אידיש. בעטס דעם אייבערשטן אלעס וואס איר דארפט.


שרייבט מיר נאך בריוון.


פון אייער ראש ישיבה.

#4453 - יעצט נאך די חתונה דארף מען טאפלט דאנקען דעם אייבערשטן
צניעות, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


מרת ... תחי', תלמידה בית פיגא


מזל טוב צו אייער חתונה. דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, ליכטיגע דורות, לשם ולתורתו.


יעצט נאך די חתונה - האט די ספר תהילים א שטערקערע באדייט, יעצט דארף מען דאנקען דעם אייבערשטן טאפלט פון אלס מיידל. אלס מיידל האט איר געזאגט "שכוח אייבערשטער" איין מאל פאר אלעס, פאר אייך אליינס, אבער יעצט איז יעדע זאך צוויי מאל "שכוח אייבערשטער", פאר אייך און פאר אייער מאן. און באלד ווען עס וועט זיין קינדער - איז שוין דריי מאל "שכוח אייבערשטער" אויף יעדע זאך, נאכדעם פיר מאל, פינף מאל און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות וואס איר זענט אנגעטון אזוי איידל, שיין און באשיידן - זאלט איר זוכה זיין צו בנים צדיקים.


פון אייער ראש ישיבה.

#4452 - געוואוין זיך צו נישט צו טון קיין שום זאך אן פרעגן
כיבוד אב ואם, בחור, לימוד התורה, יונגע יארן, מורה דרך, הלכה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, כ"ב שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, גיי יעדן טאג צום שיעור הלכה. דער הייליגער רבי האט געוואלט מען זאל לערנען יעדן טאג הלכה (שיחות הר"ן, סימן כט).


זיי קלוג, נוץ אויס דיינע יונגע יארן מיט לערנען. איך באצווינג טאקע נישט אלע בחורים צו גיין צום שיעור הלכה וואס מיין זון הרב אלחנן חיים שליט"א לערנט פאָר, אבער דו זיי קלוג און גיי צום שיעור, א שאד צו פארברענגען אזויפיל צייט און גארנישט טון.


אז דו וועסט לערנען פלייסיג - וועסטו מאכן א נחת פאר דיינע עלטערן. דו האסט דאך אזעלכע טייערע עלטערן, וועסטו האבן א גרויסע מצוה און דו וועסט טרעפן אן ערליכער שידוך.


איך האף דו וועסט מיך פאלגן, איך וויל דאך נאר דיין גוטס. אזוי אויך טו נישט קיין שום זאך אן פרעגן. געוואוין זיך צו, פרעג יעדע זאך אין דיין לעבן, ווייל ווער עס גייט נאך דעם אייגענעם שכל - קען זיך זייער פארפלאנטערן אין לעבן, און נאר דער וואס גייט אין די וועג פון צדיקים - איז אים גוט.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיך.

#4451 - איך דאנק אלע אינגעלייט וואס העלפן דעקן די הוצאות בית המדרש
צדקה, חסידות ברסלב, שטעטל, התחדשות, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, ל"ו שובבי"ם, כ"ב שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו


איך בענק זיך זייער צו ענק, איך האף דעם שבת שקלים צו קומען אין שטעטל. אויך וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיין אין שטעטל די קומענדיגע ימים טובים פסח און שבועות.


איך דאנק אלע אינגעלייט וואס העלפן דעקן די הוצאות בית המדרש, די געטרייע גבאים אברהם הערש און אברהם יושע דערציילן מיר ווער עס העלפט אויסהאלטן דעם בית המדרש. אויפהאלטן א בית המדרש קאסט געלט; לעקטער קאסט, געז קאסט, גארבעדזש קאסט, רייניגן; דער גוי וואס רייניגט, ער ווייסט נישט פון דאס גרויסקייט פון משמש זיין דעם רבי'ן, ער בעט געלט, קאפי און מילך קאסט, אזוי אויך די פעיפער גודס; די אלע זאכן קאסטן.


מען דארף קוקן אויפן שול ווי די אייגענע הויז. מען קומט אינדערפרי דאווענען, מען איז זיך מחי' מיט א געשמאקע ריינע שול - דארף מען אנטייל נעמען און געבן צדקה פארן שול.


איך האב נאר אויסגערעכנט אפאר זאכן, עס איז נאך דא אסאך הוצאות, מען דארף פאררעכטן כסדר זאכן וואס צעברעכן זיך, אפגערעדט די שטייער וואס די שטאט בעט, דאס איז זייער אסאך געלט.


שטארקט אייך מיט די עצות פון רבי'ן. מען דארף זיך כסדר באנייען ביים רבי'ן, נישט זיין אלט. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן עד): "הַמְקֹרָבִים שֶׁיֵּשׁ לַצַּדִּיק בְּחַיָּיו, הֵם יִהְיוּ מְקֹרָבִים בְּמוֹתָם"; ווער עס איז מקורב צום צדיק אויף די וועלט וועט זיין מקורב צום צדיק אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4450 - מאן און ווייב דארפן זיך דורכרעדן און ארויסגעבן וואס טוט וויי
שלום בית, שווער און שוויגער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, ל"ו שובבי"ם, כ"ב שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס מעג אייך באדערן און עס איז נארמאל אז עס באדערט פאר די ווייב ווען מען גייט שבת צו די מאן'ס עלטערן און דער מאן רעדט א גאנץ שבת נאר מיט זיין טאטע מאמע און געשוויסטער, און זי איז פון דער זייט אן קיין מאן וכו'.


עס איז א זאך וואס איר דארפט אויסשמועסן מיט אים. זאגט אייער מאן אז עס איז אייך שווער צו גיין צו זיינע עלטערן אויף אזא וועג, ווייל פון ווען מען קומט אן צו זיינע עלטערן רעדט ער נישט מיט אייך, ער רעדט נאר מיט זיינע עלטערן.


מן הסתם כאפט ער נישט וואס ער טוט; ער פריידט זיך זייער, ווייל ער ווארט א לאנגע צייט צו טרעפן זיינע עלטערן און געשוויסטער, און ווען ער טרעפט זיי - כאפט ער נישט אז איר זיצט פון דער זייט.


רעדן איז זייער געזונט; מאן און ווייב דארפן רעדן, זיך דורכרעדן און זיך ארויסגעבן וואס טוט וויי, און אויסארבעטן א וועג עס זאל זיין גוט פאר ביידע.


פארגעסט נישט צו דאנקען דעם אייבערשטן פאר דעם טייערן מאן וואס איר האט; א מאן א ירא שמים, א מאן וואס טשעפעט נישט און טוט נישט וויי, א מאן וואס לערנט און דאווענט, מיט אלע זיינע מעלות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4449 - א מלמד דארף האבן א שטארקע אחריות צו זיין צייטליך
מלמדים, מוסדות, שטעטל, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, ל"ו שובבי"ם, כ"ב שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש


איך האב הנאה אז דו שרייבט מיר וואס טוט זיך אין חדר אין שטעטל.


איך וויל דיר בעטן זאלסט קומען צייטליך, און אפאר מינוט פריער. זיין א מלמד איז א גרויסע אחריות, און אז מען נעמט אראפ אפילו איין מינוט פון די צייט וואס מען דארף געבן פאר די קינדער - קען מען דאס נישט באצאלן.


דיין ברודער ר' ישראל יוסף נרו יאיר זאגט מיר, עס איז אים זייער שווער אינדערפרי אליינס ווען די מלמדים קומען נישט אין צייט. איך בעט דיר זייער, שטיי אים צו די האנט, ער זאל נישט פאלן פון די כוחות. איך האף בקרוב וועט איר האבן א גוטע מנהל, ר' מרדכי, וואס וועט ענק קענען מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.