בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4218 - קינדער דארפן האבן די מאמע ווען זיי שפירן נישט גוט
קינדער, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייערע קינדער שפירן זיך נישט גוט - זאלט איר נעמען א צווייטער זאל אייך איבערנעמען ביי אייער ארבעט, און איר זאלט בלייבן אין שטוב מיט די קינדער.


עס איז וויכטיג פאר קינדער צו האבן די מאמע אין די טעג וואס זיי שפירן זיך נישט גוט. די ארבעט וועט זיך אן עצה געבן אן אייך, געזונט פון קינדער קומט פאר ארבעט.


דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן איז א רפואה פאר אלע פראבלעמען; ווי מער מען דאנקט און מען לויבט, מען זינגט און מען טאנצט צום אייבערשטן - קומט גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4217 - דער רבי וועט אונז מתקן זיין מיט די גרעסטע תיקונים
חסידות ברסלב, בית המדרש, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע גרוסן אויף אונזער בית המדרש היכל הקודש אין בראכפעלד, איך וועל איבערגעבן פאר די גבאים וואס ארבעטן אריין מיט מסירת נפש לטובת דעם בית המדרש - די שיינע גרוס וואס דו שרייבסט מיר.


שטארק זיך ברודער, מיר האבן א רבי וואס גייט פאר אונז, מיר האבן נישט וואס צו זארגן. דער רבי האט אונז געזאגט גלייך פארן הסתלקות (חיי מוהר"ן, סימן רכה): "מַה לָּכֶם לִדְאֹג", וואס האט איר צו זארגן, "מֵאַחַר שֶׁאֲנִי הוֹלֵךְ לִפְנֵיכֶם", אז איך גיי פאר אייך; דער רבי וועט אונז מתקן זיין מיט די גרעסטע תיקונים, מיר דארפן נאר ברענגען שטיינער און וואפנע, און דער רבי בויט פון דעם בנינים נוראים. (עיין חיי מוהר"ן, סימן רצג).


איך בין זיך זייער מחי' מיט דיינע בריוו; שרייב נאך, האלט זיך נישט צוריק פון שרייבן בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4216 - מיר קענען נאר אדווערטייזן עסן מיט א הכשר
כשרות, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דער גבאי אברהם הערש נרו יאיר האט דיר געזאגט אז אויב דו ווילסט פארקויפן די זאכן און דו ווילסט דאס אדווערטייזן אין אונזער צייטונג - דארף עס האבן א הכשר, דאס קומט פון מיר; איך האב דאס געזאגט פארן גבאי, אז ער זאל מער נישט אריינשטעלן אינעם צייטונג זאכן אן קיין הכשר.


איך האב נישט קיין שום פריוואטע חשבונות מיט דיר, איך האב מיט קיינעם נישט קיין חשבונות, איך האב דיר זייער ליב, ביסט ביי מיר זייער חשוב. אבער דאס דארפסטו פארשטיין, מיר קענען נאר אדווערטייזן עסן מיט א הכשר, איך זוך נישט צו שטופן אונזער הכשר, אז דו האסט א הכשר - קענסטו ווייטער אדווערטייזן אינעם בלעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4215 - ווי אזוי ווייסט מען ווען דער אייבערשטער איז מוחל אויף די עבירות?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מוסדות, תשובה, וידוי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש טברי'


איך פריי זיך זייער צו הערן פונעם מנהל אז דו לערנסט פלייסיג און דו פירסט זיך מיט דרך ארץ; יעצט איז די חדר נאך קליין, אבער נאך אביסל וועט זיין אסאך קינדער אין די חדר היכל הקודש אין שטאט טברי'.


אויף דיין פראגע 'ווי אזוי ווייסט מען ווען דער אייבערשטער איז מוחל אויף די עבירות?' וויסן זאלסטו, גלייך ווען מען טוט תשובה, מען איז זיך מתוודה, מען זאגט: "הייליגער באשעפער, איך האב געטון די און די עבירה, איך האב חרטה, זיי מיר מוחל" - איז דער אייבערשטער גלייך מוחל.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי): "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דער אייבערשטער זאגט, "מִיָּד שֶׁהֵם מִתְוַדִּים", גלייך ווען א איד איז זיך מתוודה, ער דערציילט דעם אייבערשטן וואס ער האט געטון - "אֲנִי מוֹחֵל לָהֶם", בין איך אים גלייך מוחל.


דערפאר זאלסטו זיך צוגעוואוינען, איידער דו גייסט שלאפן זאלסטו תשובה טון. זיי זיך מתוודה, זאג דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך האב חרטה אויף אלע שלעכטע זאכן וואס איך האב געטראכט, גערעדט און געטון, איך נעם זיך פאר מער נישט צו טראכטן, רעדן און טון די שלעכטע זאכן". און אויב דו געדענקסט עפעס א נישט גוטע זאך - זאלסטו דאס דערציילן דעם אייבערשטן, שמועס אויס פינקטליך וואס דו האסט געטון, שעם זיך נישט צו דערציילן דעם אייבערשטן אין דיין שפראך; אזוי וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4214 - לערנען ספר המדות מיט די קינדער
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מוסדות, פרנסה, מוהרא"ש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, ספרי ברסלב, פירושים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש טברי'


דער מלמד האט מיר געשריבן אז ביים לערנען ספר המידות, האסטו געפרעגט וואס איז דער פשט וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות אכילה חלק ב, סימן יד): "אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה", עסן און טרינקען, "בָּא עַל יְדֵי חֹק וּמִשְׁפָּט", קומט דורך חק ומשפט.


ערשטנס וויל איך דיר זאגן, איך פריי זיך זייער אז דו לערנסט ספר המידות. דער הייליגער רבי האט געזאגט אז דער ספר המידות האט אים געמאכט פאר א איד; דעריבער האט מוהרא"ש איינגעפירט מען זאל לערנען מיט די קינדער - סיי מיט די אינגלעך און סיי אין סקול מיט די מיידלעך - ספר המידות, אזוי וועלן אלע קינדער אויסוואקסן גרויסע צדיקים. און ביי יעדע אות וואס מען לערנט זאל מען בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו קומען צו די גוטע זאך און אויסרייסן די שלעכטע זאכן.


פשט איז, דער אייבערשטער געבט דעם מענטש שפע; דער מענטש באקומט עסן און טרינקען בזכות וואס ער היט די הייליגע תורה און בזכות וואס ער גלייבט אינעם אייבערשטן אז אלעס וואס ער טוט איז גערעכט. די הייליגע חכמים זאגן (שמות רבה כה, ז) אויפן פסוק (שמות טז, ד): "'הִנְנִי מַמְטִיר לָכֶם לֶחֶם מִן הַשָּׁמָיִם', אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא" דער אייבערשטער זאגט אונז: "מִי גָּרַם לָכֶם לֶאֱכֹל מִן הַמָּן וְלִשְׁתּוֹת מֵהַבְּאֵר", אין וואס פאר א זכות האט איר זוכה געווען צו באקומען די מן און די באר? "מִפְּנֵי שֶׁקִּבַּלְתֶּם אֶת הַחֻקִּים וְאֶת הַמִּשְׁפָּטִים", ווייל איר האט מקבל געווען די הייליגע תורה; אז מען לערנט תורה - איז מען זוכה צו האבן שפע.


ניץ אויס דיינע קינדער יארן; גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיין א צדיק. און ווען דער מלמד אין חדר דערציילט מעשיות פון צדיקים - זאלסטו גיין אין א ווינקעלע און וויינען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך וויל אויך זיין א צדיק, הייליגער באשעפער ווי אזוי ווערט מען א צדיק?" ביז דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4213 - בעטן דעם אייבערשטן אז צניעות זאל נישט זיין אן אפקומעניש
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צניעות, חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, נעגל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן איידלקייט, בעטס דעם אייבערשטן צניעות זאל אייך נישט זיין אן אפקומעניש. מיט תפילה קען מען פועל'ן אלעס, מיט תפילה קען מען אויסדרייען דעם מח מען זאל וועלן און ליב האבן יעדע זאך פון די תורה.


איך קען פערזענליך משפחות פון אנשי שלומינו וואס האבן געהאט די זאך אין אנהויב, עס איז זיי געווען שווער מיט די האר, זיי האבן נישט געוואלט אפשניידן די האר, און אויך מיט די נעגל, זיי האבן נאר געוואלט שמירן די נעגל און אזוי ווייטער, און מיט אסאך תפילה והתבודדות, זיי האבן יעדן טאג געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל ליב האבן צו זיין איידל, איך זאל מיך וועלן אפשערן די האר, איך זאל נישט וועלן מער שמירן די נעגל, איך זאל ליב האבן די איידעלע וועג, איך זאל נאר ליב האבן וואס די צדיקים זאגן"; אזוי האבן זיי געבעטן טעג און וואכן און אפילו יארן, און היינט זענען זיי זייער איידל און פירן שיינע ערליכע שטובער.


מיט תפילה וועט איר אנקומען צו די שענסטע פלעצער.

#4212 - פארוואס קומט אן אזוי שווער יעדעס מאל צו גיין הפצה?
הפצה, זיכוי הרבים, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה אז דו שרייבסט מיר יעדן טאג אלע פרטים פון דיין גיין הפצה פונעם טאג; וויפיל צייט און וואו דו ביסט געגאנגען, און וועלכע ספרים דו האסט פארשפרייט.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט מקרב נשמות ישראל לאביהם שבשמים; נישטא קיין גרעסערע זאך ווי דאס פארשפרייטן די חיזוק פון הייליגן רבי'ן, פון מוהרא"ש - פאר נשמות ישראל; זיי צוריק ברענגען צו די אמונה און צו די תורה.


ווייסט פארוואס עס קומט אן אזוי שווער יעדעס מאל צו גיין הפצה? ווייל הפצה איז אזוי הייליג, אז דער סמ"ך מ"ם לייגט זיך אין די לענג און אין די ברייט מען זאל ווערן פויל און מיד נישט צו גיין הפצה. קוק ווערטער פון הייליגן זוהר (תרומה, קכח:): "תָּא חֲזֵי" קום און זע, "כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא" יעדער איינער וואס כאפט אן די האנט פון א זינדיגער מענטש, "וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא" און ער מאכט אז דער זינדיגער מענטש זאל אפלאזן די שלעכטע וועג - "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא" איז זוכה צו דריי גרויסע זאכן וואס אנדערע זענען נישט זוכה; "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא", ערשטנס, ער נעמט אוועק פון די וועלט די טומאה, "וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ", צווייטנס, ער מאכט גרויס דעם אייבערשטן אויף די וועלט, "וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דריטנס, ער מאכט די וועלט זאל האבן א קיום, סיי אויבן און סיי די וועלט דא. "וְעַל הַאי בַּר נָשׁ כְּתִיב" און אויף דעם מענטש וואס ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן שטייט (מלאכי ב, ה): "בְּרִיתִי הָיְתָה אִתּוֹ הַחַיִּים וְהַשָּׁלוֹם" מיין בונד איז מיט אים, ער וועט האבן לעבן און שלום.


"וְזָכֵי לְמֵחֲמֵי בְּנִין לִבְנוֹי" דער מענטש איז זוכה צו קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא" ער איז זוכה צו האבן א גוט לעבן אויף די וועלט, "וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי" און ער איז זוכה צו האבן עולם הבא. "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי" קיינער קען אים נישט שלעכטס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי" זיין נשמה וועט קענען אנקומען אין אלע דרייצן היכלות אין גן עדן, "וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ" און קיינער וועט אים נישט קענען צוריק האלטן פון דעם, "וְעַל דָּא כְּתִיב" אויף דעם מענטש זאגט דער פסוק (תהלים קיב): "גִּבּוֹר בָּאָרֶץ יִהְיֶה זַרְעוֹ, דּוֹר יְשָׁרִים יְבוֹרָךְ" ער וועט זוכה זיין צו קינדער און אייניקלעך. "הוֹן וָעֹשֶׁר בְּבֵיתוֹ" אויף די וועלט וועט ער האבן עשירות, "וְצִדְקָתוֹ עוֹמֶדֶת לָעַד" און אויף יענע וועלט וועט ער האבן עולם הבא. "זָרַח בַּחֹשֶׁךְ אוֹר לַיְשָׁרִים" וְגוֹ' ער וועט שיינען אין לייכטן, און די אלע שווארצע טונקעלע מלאכים וועלן אים גארנישט קענען טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4211 - מאך א חבורה פון בחורים מפיצים, גיי שטורעמען די גאסן
חברים, בחור, שידוכים, הפצה, יבנאל, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט סעלפיש, לאז נאך בחורים האבן א זכות אין הפצה. נעם נאך בחורים מיט דיר, מאך א חבורה פון בחורים מפיצים; גיי שטורעמען די גאסן, ביי די הייזער, און אזוי ווייטער. איינמאל א וואך פאר ארויס מיט אלע בחורים מפיצים קיין יבנאל צו מוהרא"ש'ס ציון אויסזאגן תהילים, און דערציילט פאר מוהרא"ש וויפיל ספרים און קונטרסים איר האט פארשפרייט דורכאויס די וואך - וועט איר אלע בקרוב ווערן חתנים און אויפשטעלן שיינע שטובער.


איך מאך א מלוה מלכה יעדע וואך פאר די בחורים וואס גייען הפצה, אויך אינמיטן די וואך מאכן מיר פון צייט צו צייט אן הפצה פארברענג. איך האב דאס גענומען פון מוהרא"ש; ווען איך בין געווען אין יבנאל ביי מוהרא"ש אין די דירה, האט מיר מוהרא"ש דערציילט ווי אזוי ער האט געמאכט בחורים זאלן וועלן גיין הפצה. ער האט גענומען אמעריקאנער בחורים און זיי צוגעזאגט אייסעס, יעדע זונטאג האט מוהרא"ש פארברענגט מיט זיי, מען האט געגעסן אייזקרים און זיך מחזק געווען עוסק צו זיין אין הפצה. ווען איך וועל זיין אין ארץ ישראל וועל איך זיצן מיט דיר און מיט די אנדערע בחורים וואס זענען עוסק אין הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4210 - אנשטאט זיך טענה'ן, זאג 'יישר כח פאר'ן זאגן'
דרך ארץ, חסידות ברסלב, וויכוחים, משפחה, היכל הקודש, הלכה, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו פירסט זיך מיט דרך ארץ, דו טענה'סט נישט מיט קיינעם. עס נעמט א שטיק צייט פון ווען מען ווערט מקורב ביז מען כאפט די שכל פון מוהרא"ש פון נישט אריינגיין אין ויכוחים מיט קיינעם, זיך נישט טענה'ן מיט מענטשן, און זיכער נישט מיט טאטע, מאמע און זיידעס. אז דיין זיידע האט דיר געגעבן א גאנצע דרשה אז מען טאר נישט זאגן "שכוח אייבערשטער" נאר "איך דאנק דיר אייבערשטער" - האסטו זיך נישט צוריק גע'טענה'ט, נאר אים געזאגט: "שכוח פארן זאגן".


בנוגע ליינען קריאת שמע גייענדיג אין גאס; אז מען ליינט קריאת שמע אין גאס גייענדיג - דארף מען זיך אפשטעלן ביי שמע ישראל. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא לך לך, א): "אָסוּר לְקַבֵּל עָלָיו עֹל מַלְכוּת שָׁמַיִם כְּשֶׁהוּא מְהַלֵּךְ", מען טאר נישט זאגן די ערשטע פסוק פון קריאת שמע גייענדיג, "אֶלָּא יַעֲמֹד בְּמָקוֹם אֶחָד", מען מוז זיך אפשטעלן, "וִיכַוֵּן לִבּוֹ לַשָּׁמַיִם" און אינזין האבן דעם אייבערשטן, "בְּאֵימָה וּבְיִרְאָה בְּרֶתֶת וּבְזִיעַ בְּיִחוּד הַשֵּׁם", מען דארף ליינען קריאת שמע מיט א ציטער און א פארכט, "וְיִקְרָא 'שְׁמַע יִשְׂרָאֵל ה' אֱלֹהֵינוּ ה' אֶחָד' (דברים ו, ד), כָּל אֶחָד וְאֶחָד בְּכַוָּנַת הַלֵּב, וְאַחַר כָּךְ, 'בָּרוּךְ שֵׁם כְּבוֹד מַלְכוּתוֹ לְעוֹלָם וָעֶד'", נאכדעם קען מען ווייטער גיין. עס איז דא קלארע גמרות ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה דערציילן אז זיי האבן געליינט קריאת שמע גייענדיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4209 - דראפע זיך און דערהאלט זיך
התחזקות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בענק זיך נאך דיר.


איך פריי זיך צו הערן אז דו ביסט ווייטער שטארק מיט דיין עבודות השם; דו לעבסט מיט אמונה, דו ביסט זיך מתבודד, דו גייסט אן מיט דיינע שיעורים כסדרן.


דראפע זיך און דערהאלט זיך; דער אייבערשטער זאל דיר שוין שיקן דיין ישועה.

#4208 - צוגעוואוינען די קינדער צו מעביר סדרה זיין יעדן טאג
חינוך הילדים, מוסדות, סיפורי צדיקים, חדר, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי אונז אין אמעריקע אין אונזער תלמוד תורה זענען דא מלמדים וואס געבן צייט יעדן טאג פאר די קינדער צו מעביר סדרה זיין; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי - און אזוי ווייטער. עס איז א גוטע זאך אז מען געוואוינט איין די קינדער זיי זאלן איבערגיין די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום לויט די טעג פון די וואך, אזוי וועלן זיי דאס טון זייער גאנץ לעבן.


א מלמד מוז דערציילן יעדן טאג מעשיות פון צדיקים פאר די קינדער, דאס ברענגט אריין אין די קינדער א שטארקע רייץ; זיי הויבן אן בענקען און גליסטן צו ווערן א צדיק.


רעד צו די קינדער פון צדיקים, דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים. דער רבי האט דערציילט אז ווען ער איז געווען א קליין קינד האט ער געהערט אסאך מעשיות פון צדיקים, דאס איז אים אריין אין הארץ און ער האט אנגעהויבן בענקען און וועלן זיין א צדיק; ווייל ווען א קינד הערט א סיפור פון א צדיק הויבט ער אן בענקען: 'איך וויל אויך זיין א צדיק'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4207 - מאך די מצוה פון הכנסת אורחים מיט חכמה און מיט שכל
הפצה, זיכוי הרבים, הכנסת אורחים, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט ליב די קבלה שפראך, וועל איך דיר שרייבן אויף דעם שפראך.


די מידה פון תפארת איז די מיטל וועג, די מידה שטייט אינמיטן פון די ערשטע צוויי מידות - חסד און גבורה. 'חסד' אליינס, איז דיין פראגע אויב דו זאלסט געבן דעם גאסט א שליסל פון דיין פריוואטע דירה, ער זאל קומען און גיין, זיך דרייען פיר און צוואנציג שעה אונטער די פיס; דאס איז נישט גוט. ווידער די מידה פון 'גבורה' אליינס, אין דיין פאל - נישט ארייננעמען בכלל קיין געסט, איז אויך נישט גוט; מען מוז טון די מצוה פון הכנסת אורחים, בפרט א שוואגער, דיין ווייב'ס א ברודער, אן עלטערער בחור וכו', דארף מען ארייננעמען; איז וואס איז יא דער וועג? די מידה פון תפארת איז דער וועג; מען מישט חסד מיט גבורה, דאס איז שלימות, אביסל פון דעם און אביסל פון דעם, מען טוט חסד מיט א צמצום.


זאג אים ער קען קומען צו אייך אביסל שמועסן ביינאכט, און אויך מיט א צמצום; נאך א שטיק צייט זאלסטו זאגן: "א גוטע נאכט", און אים זאגן: "מיר גייען שוין שלאפן"; נישטא אזא זאך קומען א גאנצן טאג זיצן אויף דיין ווייב'ס קאפ. זאג אים קלאר אז ער קען קומען אין די און די צייט, צום ביישפיל פארנאכטס. מאך די מצוה פון הכנסת אורחים מיט חכמה און מיט שכל.


גיי הפצה, גיי פארשפרייט פאר נאך אינגעלייט די שכל, חיזוק און עצות פון רבי'ן. שטעל זיך פאר דו ביסט נאכנישט מקורב, דו ביסט נאך א צעמישטער, דו ביסט נאך א פארלוירענער, וואלסטו דאך געוואלט איינער זאל דיר קומען אונטערשטופן א ספר, א קונטרס, א נומער וואו צו הערן די שיינע שיעורים; פארוואס זאלסטו דאס נישט טון מיט אנדערע אינגעלייט און בחורים?


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4206 - זיך פירן מיט צניעות אין אפיס, איידל און באשיידן
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, אפיס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבט זיך זייער אכטונג אין אפיס וואו איר ארבעט זיך צו פירן איידל און באשיידן. ווען איר דארפט רעדן צום בעל הבית, זאלט איר רעדן בלשון רבים: "איר האט געזאגט", "ענק ווילן מאכן אנדערש", "ענק ווילן זען וואס מען האט געמאכט?" נישט "דו". אויך זאלט איר נישט קוקן אין די אויגן אריין, נאר קוקן זייטיג וכו'.


האלטס זיך ריין, האלטס זיך איידל - וועט איר האבן קינדער צדיקים. דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל - וועט האבן ערליכע קינדער.


אייער שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, בעטס דעם אייבערשטן פאר א ערליכע שידוך, אן ערליכער מאן, א ערליכע לעבן, א פרייליכע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4205 - וויפיל צייט גייט דיר אוועק א טאג פון קוקן נאר דאס און נאר יענץ?
חינוך הילדים, חנוכה, וויכוחים, סמארטפאון, טעלעפאן, לימוד התורה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס האסטו פון טענה'ען מיט דעם און מיט יענעם? א שאד די צייט; אין די צייט קענסטו אריינכאפן א פרק משניות, א בלאט גמרא, אפאר קאפיטלעך תהילים. א שאד צו טענה'ען, א שאד ויכוחים; יענער וועט נישט טוישן זיין מיינונג פאר דיר, איז פארוואס זאלסטו פארברענען דיינע טעג מיט קוקן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט?


וויפיל צייט גייט דיר אוועק א טאג פון קוקן נאר סטעטוס און נאר דאס און נאר יענץ? וויפיל צייט פארלירסטו אין א טאג, אין א וואך... דו ביסט שוין נישט קיין קינד, דו ביסט שוין דערוואקסן, לאז אפ די קינדערישע נארישע זאכן. נעם א זעקל ספרים, נעם עס מיט דיר, "חֲטוֹף וְאֱכוֹל", כאפ אריין נאך תורה, "חֲטוֹף וְאִישְׁתֵּי" כאפ אריין נאך תפילה, "דְּעָלְמָא דְּאָזְלִינָן מִינֵיהּ כְּהִלּוּלָא דָּמִי" (עירובין נד.), ווייל די וועלט איז אזוי ווי א חתונה, ווער עס כאפט אריין עסן און טרינקען ביי די חתונה - דער איז זאט, און ווער עס עסט נישט - דער בלייבט הונגעריג; אזוי איז די וועלט, וואס מען כאפט אריין - דאס האט מען; אז מען לערנט יעדן טאג חומש רש"י, משנה, גמרא, וכו' - דאס בלייבט, דאס נעמט מען מיט.


קומענדיגע וואך זונטאג נאכט איז שוין חנוכה; גרייט זיך אן א מנורה פאר דיר און פאר דיינע קינדער און מאך שוין פלענער מיט דיין ארבעט זיי זאלן דיר לאזן אהיים קומען צינדן די מנורה מיט דיינע קינדער. מען מוז זיין צייטליך אין שטוב, חנוכה איז א צייט וואס דער טאטע פלאנצט קדושה מיט אמונה אין זיינע קינדער. קליינע קינדער אז מען האלט זיי אויף שפעט - ווערן זיי מיד און זיי האלטן נישט מיט. אז מען איז צייטליך אין שטוב, זעקס אזייגער - דעמאלט קען מען האבן א שיינע צייט מיט די קינדער; זינגען, טאנצן און זיי דערציילן פון די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4204 - הקדמה צום ספר "שפתי תפתח"
ספרי ברסלב, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך האף דו שפירסט זיך שוין בעסער; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א רפואה שלימה, און האבן כח ווייטער עוסק זיין אין פארשפרייטן די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך שיק דיר די הקדמה פארן ספר שפתי תפתח און איך האף דיר שוין צו שיקן די איבעריגע חלק פון די צווייטע תורה.


הקדמה:


דוד המלך בעט דעם אייבערשטן (תהלים נא, יז): "ה' שְׂפָתַי תִּפְתָּח" הייליגער באשעפער, עפן מיר מיין מויל, "וּפִי יַגִּיד תְּהִלָּתֶךָ" איך זאל דיך קענען דאנקען און לויבן. ווייל צוליב דעם האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט, מיר זאלן וויסן און אנערקענען אז ער האט אלעס באשאפן, ער פירט אלעס און אים דאנקען און לויבן. דאס איז וואס דער הייליגער רבי געבט אונז; ער לייגט אריין אין אונז א קלארע, לויטערע, ריינע אמונה, מען הויבט אן שפירן 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר', און ווען מען איז זוכה דאס צו שפירן - עפנט זיך די מויל און מען הויבט אן רעדן צום אייבערשטן.


דער פירוש "שפתי תפתח" איז א גרינגע לייכטע פירוש אויפ'ן הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן. דער פירוש איז געבויט אויף די הייליגע ספרים פונעם גרויסן צדיק מוהרא"ש זכותו יגן עלינו: שפת הנחל, דרשות מוהרא"ש און ספר אשר בנחל; איבערגעטייטשט און געגעבן צו פארשטיין אויף א גרינגע וועג פאר די בני הנעורים, אז די היינטיגע מוחות זאלן אויך האבן א טעם און א געפיל אינעם הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן. זיי זאלן אויך קענען זוכה זיין צו וואס דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט) מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה דורכ'ן לערנען זיין ספר לקוטי מוהר"ן, און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת - וועט זיך אים אויפשטאפן אלע פארשטאפטע אדערן.


איך האב א נאמען געגעבן דעם ספר "שפתי תפתח", ווייל דער הייליגער ספר לקוטי מוהר"ן עפנט אויף די מויל צו רעדן צום אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תרומות א, ג): "סְתָם חֶרֶשׁ - שֶׁאֵינוֹ שׁוֹמֵעַ וְאֵינוֹ מְדַבֵּר", טייטשט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ס) פארוואס רעדט א מענטש נישט צום אייבערשטן? ווייל ער איז 'אינו שומע' בקול צדיקים, אז מען הערט נישט די ווערטער פון צדיקים - איז מען אן 'אינו מדבר', רעדט מען נישט צום באשעפער. אבער אז מען הערט זיך צו צום קול פון צדיק, מען לערנט דעם רבינ'ס ספר לקוטי מוהר"ן - ווערט "שפתי תפתח", די ליפן עפענען זיך, מען הויבט אן רעדן צום אייבערשטן.


אויך אין די ווארט 'שפתי' איז דא די ווארט 'שפת' ווייל דאס איז געבויט אויפן הייליגן ספר "שפת הנחל" און אינעם אות יו"ד איז מרומז מיין נאמען.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף מיר, איך זאל קענען תשובה טון און פאררעכטן אלעס וואס איך דארף מתקן זיין; מיין נפש, רוח ונשמה. איך זאל זיך נישט דארפן שעמען פון די הייליגע צדיקים, און מיר זאלן אלע שוין זוכה זיין צו די גאולה, ווען עס וועט זיין וּ'מֶלֶךְ אֶ'חָד יִ'הְיֶה לְ'כֻלָּם (יחזקאל לז, כב).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4203 - די אלע וואס גייען הפצה זענען זייער באליבט ביים אייבערשטן
קדושה, הפצה, וויכוחים, תשובה, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו פארשפרייסט די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר'ן דור; חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן ווי אזוי מען קען לעבן מיט'ן אייבערשטן, ווי אזוי מען קען האבן א זיסע לעבן.


די אלע וואס גייען הפצה זענען זייער באליבט ביים אייבערשטן. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט: ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדרוביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווען איז אים רש"י הקדוש אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכל זלאטשובער, אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדרוביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע רבי יצחק געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדרוביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


גיי נישט אריין מיט קיינעם אין קיין ויכוחים; דו טו דיינס, גיי הפצה; געב א ספר, א קונטרס וכדומה - און בעט צדקה.


רבי נתן האט געזאגט אפאר טעג פאר ער איז נסתלק געווארן: "אייער עובדא זאל זיין יפצו מעינותיך חוצה".


דאס וועט דיך מתקן זיין, דו וועסט פאררעכטן אלע פגמים. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", אז מען ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן איז מען מתקן אלע פגמים פון פגם הברית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4202 - מען דארף זיך כסדר רייניגן, עס זאל זיך נישט אנזאמלעך שמוץ
תפילה והתבודדות, תשובה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי זיך מתבודד אויף אלע דיינע מידות און תאוות; אזוי ווי מען דארף רייניגן יעדן טאג די שטוב, אז נישט קען מען נאכדעם נישט אריינגיין, עס זאמלט זיך אן שמוץ וכו' וכו' - אזוי דארף מען זיך אויסרייניגן אלע אברים, אלע מידות, אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, אים בעטן אויף יעדע פרט ופרט.


מאך א מינוט התבודדות; אין איין מינוט קען מען זיך אויך גוט אויסשמועסן. גיי אין א זייט פאר איין מינוט און רעד צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4201 - פארגעס נישט דיין זעקל ספרים, נעם עס מיט דיר וואו דו גייסט
מוסדות, שטעטל, אידיש געלט, לימוד התורה, חובות, חתונה, ראש ישיבה, שמחות, וועג

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, טראג מיט זיך א זעקל ספרים צדה לדרך; א חומש'ל מיט א משניות'ל, א תהילימ'ל מיט א גמרא; עס איז דא אזויפיל צייט אין טאג.


היינט בין איך געפארן קיין שטעטל אהין און צוריק, מיר האבן געהאט א מעמד קביעת מזוזה אינעם נייעם בנין התלמוד תורה מיט די אינגעלייט וואס האבן געהאלפן קויפן דעם בנין, עס זענען געווען א צוויי מנינים אינגעלייט. אויפ'ן וועג האב איך זיך איינגעפאקט אפאר ספרים, האב איך געקענט לערנען מיינע שיעורים כסדרן; ח"י פרקים מיט א יום תהילים. אזוי זאלסטו אויך טון, נעם זיך מיט דיין זעקל ספרים - וועסטו אנקומען צו לערנען דיינע שיעורים כסדרן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ד): "וְאַל תֹּאמַר לִכְשֶׁאֶפָּנֶה אֶשְׁנֶה, שֶׁמָּא לֹא תִפָּנֶה", זאג נישט ווען איך וועל האבן צייט דעמאלט וועל איך לערנען, קען זיין דו וועסט נישט אנקומען צו האבן צייט; נאר אז מען גנב'עט אראפ צייט, מען כאפט אריין דא אביסל לערנען און דארט אביסל לערנען - אזוי קען מען לערנען.


היינט נאכט איז דא א חתונה אין ישיבה, דער חתן א תלמיד הישיבה און די כלה א תלמידה, ביידע זענען צופרידן חתונה צו האבן אין בית המדרש. עס איז גוט דו זאלסט קומען קוקן מיט דיינע אויגן די חתונות אין ישיבה - וועסטו זען און זיך איבערצייגן אז עס פעלט גארנישט פאר די חתונות; די חתונות זענען מלא טעם, א אידישע טעם, א אידישע שמחה. ווען מען הערט עס פון שמועסן קען זיך דאכטן אז עס איז א נעבעכדיגע זאך, אבער ווען מען זעט עס מיט די אויגן - זעט מען אז מאכן טייערע שמחות איז א נעבעכדיגע זאך. א שאד אויסגעבן געלט פאר די פאר שעה, און ווער רעדט נאך אז עס איז נישטא קיין געלט, מען מאכט חובות פאר אפאר שעה, איז עס ממש א נעבעכדיגע זאך.


עלטערן פאלן פון די כחות, עלטערן ווערן קראנק פון חובות, און אפילו די וואס האבן יא געלט - קענען דאס נוצן צו העלפן די קינדער מיט א הויז, וכדומה.


פארגעס נישט דיין זעקל ספרים, נעם עס מיט דיר וואו דו גייסט - וועסטו קענען אנקומען מיט דיינע שיעורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4200 - לערנען די הלכות פאר א יום טוב
חנוכה, שלום בית, מדות טובות, חלישות הדעת, הלכה, יום טוב, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר נאכאמאל בעטן, געב אכטונג; פיר זיך אין שטוב מיט סבלנות, מיט רואיגקייט. כעס זיך נישט אין שטוב אויף דיין ווייב, מיט א ווייב דארף מען זיך פירן זייער איידל, מען דארף רעדן שיין.


נאך א זאך, עס איז א גרויסע מצוה צו רעדן און מחזק זיין אנשי שלומינו. עס דרייען זיך ארום וואס האבן חלישות הדעת און בלבולים וכו' וכו', און מיט אפאר ווערטער קען מען יענעם ממש מחי' זיין, און דאס שטארקט דעם מענטש זעלבסט; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפד) אן עצה צו ווערן שטארק - אז מען שטארקט א צווייטן.


דעם קומענדיגן זונטאג נאכט צינדן מיר שוין אן די הייליגע חנוכה לעכט. עס איז כדאי זאלסט דורכלערנען הלכות חנוכה, כאטשיג מחבר רמ"א, די פאר סמנים (תר"ע - תרפ"ה) - זאלסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


אזוי זאלסטו טון פאר יעדן יום טוב; דער רבי האט געוואלט מיר זאלן זיין צוגעבינדן צו הלכה (עיין שיחות הר"ן, סימן כט; קפה).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4199 - זאג מיר צו אז דו גייסט מער נישט טשעפען דיין ווייב
שמחה, שלום בית, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס איז מיט דיר? פארוואס ביסטו אין אזא עצבות און מרה שחורה? מיר האבן דאך א רבי וואס זאגט אונז און הייסט אונז מיר זאלן זיין פרייליך; פרייליך אז מען איז א איד, פרייליך מיט די גוטע זאכן.


אז דו וועסט זיין פרייליך - וועט דיר זיין גוט, ווייל אז מען איז פרייליך - וועסטו זיכער פרייליך מאכן אלע ארום דיר; אנגעהויבן ביי דיין ווייב און קינדער, און אזוי ווייטער; וועט אלעס ווערן מסודר.


טשעפע נישט דיין ווייב. איך בעט דיר, הער שוין אויף, גיי שוין און בעט איר איבער. מען טאר נישט טשעפען קיינעם און זיכער נישט די ווייב; אז מען טשעפעט די ווייב - באקומט מען א שטראף, מען דארף נאכדעם ליידן.


איך בעט דיר נאר איין זאך, אז דו וועסט מיר דאס געבן - וועט דיר גוט זיין. זאג מיר צו אז דו גייסט מער נישט טשעפען דיין ווייב; מען קען נישט זיין דא אין היכל הקודש אז מען טשעפעט די ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4198 - אלע וואס זאגן משניות מיט א שטארקייט, זענען גרויסע ערליכע אידן
שכר לימוד, קדושה, מוסדות, וויכוחים, עבודת השם, תשובה, משניות, מאוויס, לצנות, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


משניות צעברעכט תאוות ניאוף. אז דו וועסט זאגן משניות טאג נאך טאג, דו וועסט דאס טון מיט אן עקשנות; דו וועסט נישט קוקן אויף דעם וואס דו האלסט אין איין אראפפאלן אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה - רחמנא לצלן, דו וועסט זיין שטארק מיט לימוד התורה הקדושה - וועסטו ארויסגיין פון דיין פלאנטער, דו וועסט ווערן אן ערליכער איד.


הויב אן זאגן משניות אין א רייע דוקא, זאג א פרק נאך א פרק; דאס וועט דיך מאכן פאר א גרויסער צדיק, קוק נישט אויף דעם אז דו פארשטייסט נישט דאס לערנען. דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען א וועג צו לערנען, עיין שיחות הר"ן (סימן עו) וואו דער רבי זאגט: "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד", מען דארף נישט ביים לערנען, "רַק הָאֲמִירָה לְבַד", נאר זאגן די ווערטער. "לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", זאגן די ווערטער אין א רייע, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף" און אויב מען וועט נישט פארשטיין - "יָבִין אַחַר כָּךְ", וועט מען שפעטער, מיט די צייט - פארשטיין, עיין שם.


טענה נישט מיט קיין לצים, טענה נישט מיט קיין מחוצפים; בעיקר געב זיך אכטונג פון די צבועים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כב:): "הִזָּהֲרוּ מִן הַצְּבוּעִים" געבט זיך אכטונג פון די וואס זעען אויס ווי פנחס און טוען מעשה זמרי; די אלע וואס שפעטן פון לערנען, און שפעטן פון צדיקים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן אויף די וועלט - די אלע זענען בעלי עבירה, גרויסע נואפים. אפילו פון אינדרויסן שטעלן זיי א פנים ווי פנחס - זענען זיי עושה מעשה זמרי.


איך זאג דיר איך האב דאס געזען ביי צענדליגער בחורים און צענדליגער אינגעלייט; די אלע וואס האבן געזאגט משניות מיט א שטארקייט - זענען היינט גרויסע ערליכע אידן. אפילו די וואס זענען געלעגן אין עקלדיגע מעשים רחמנא לצלן וואס מען קען אפילו נישט אראפשרייבן, אלע זענען זיי ארויסגעקראכן פון דעם דורך פאלגן דעם רבי'ן, נאכגיין מוהרא"ש מיט תמימות ופשיטות; הלואי זאלסטו שוין אויך אנהייבן פאלגן דעם רבי'ן.


צאל שכר לימוד, איך קען נישט אנגיין מער נאר אז אלע עלטערן הויבן אן צאלן שכר לימוד. איך ווייס אז דו פלאגסט זיך, דו האסט נישט, אבער פאר עפעס האסטו יא; לעקטער צאלסטו, און נאך זאכן צאלסטו, בעט איך דיר לייג שכר לימוד די ערשטע אויף די ליסטע.


אפהיטן זאל דער אייבערשטער אז איך וועל צאמברעכן און נישט קענען מער אנגיין מיט די מוסד, וואס וועסטו דעמאלט טון?

#4197 - רעד צו די קינדער און צו די בחורים פון זיין הייליג
קדושה, חינוך הילדים, מלמדים, מנוולים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זייער גוט, אזוי זאלסטו רעדן. רעד צו די קינדער און צו די בחורים פון זיין הייליג; פון נישט אנרירן דעם אות ברית קודש, און נישט קוקן אויפן אות הברית.


ליידער, אין אנדערע מקומות, רעדט מען נישט פון קדושה; מען רעדט צו קינדער און בחורים פון תאוות אכילה וכדומה, מען מאכט משוגע בחורים, מען רעדט מען זאל נישט עסן קיין אייזקרים; מען זאל חס ושלום נישט אנקומען צו עסן אייזקרים, תאוות עולם הזה. אנשטאט דעם דארף מען רעדן פון זיין ערליך און הייליג, נישט פוגם זיין בברית.


רעד צו קינדער פון זיך אכטונג געבן פון מניוולים, משחיתים, קראנקע מענטשן.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4196 - געב דיין צדקה פאר'ן בית המדרש היכל הקודש אין דיין שטאט
צדקה, בית המדרש, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים תלמידי היכל הקודש לאנדאן, ה' עליהם יחיו


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר גרייטן זיך צו עפענען א "בית המדרש היכל הקודש" לאנדאן.


וויל איך אייך בעטן, געבט אייער צדקה, מעשר וחומש - פארן בית המדרש היכל הקודש אין לאנדאן. געבן צדקה פארן "בית המדרש היכל הקודש" - איז עולה על הכל. דאס מיין איך נישט נאר לאנדאן, נאר וואו מען דאווענט - דארף מען געבן די צדקה פארן בית המדרש וואו מען דאווענט.


איך באקום צדקה פון א טייל פון אייך, וויל איך אייך בעטן, ענדערש שיקט מיר נישט אייער געלט, געבט די געלט ביי אייך אין בית המדרש - וועט איר האבן גרויסע זכותים.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל ענק נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4195 - עס איז דא א וועג ארויס פון שלעכטע געוואוינהייטן
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, שמחה, וויכוחים, דרשות, תשובה, ספרי ברסלב, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו ווילסט ארויסגיין פון דיין ביטערע מצב, דיין שרעקליכע פלאנטער וואו דו ביסט אריינגעפאלן, אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן - זאלסטו אנהויבן לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים. מאך זיך א שיעור אין ספר לקוטי מוהר"ן, אין די שיחות און אין ספר המידות; דארט וועסטו געפונען עצות און חיזוק ווי אזוי אפצולאזן די שלעכטע מעשים, און עס וועט אריינבלאזן אין דיר א גרויסע האפענונג.


עס וועט ווערן גלייך א רעש, דיינע עלטערן וועלן אנהויבן פארפירן 'היתכן דו לערנסט די ברסלב'ער ספרים'; זאלסטו חס ושלום נישט ענטפערן, חס ושלום טענה'ן מיט זיי. דיינע עלטערן ווייסן נישט וואס עס גייט אויף דיר אריבער; וואלטן זיי געוויסט אז דו זינדיגסט אין די עבירה, דו ביסט פגום פון קאפ ביז פיס - וואלטן זיי דיך גענומען אויף די אקסל און דיך געברענגט צום הייליגן רבי'ן. דיינע עלטערן ווילן נאר דאס גוטס פון דיר, זיי ווייסן נישט וואס דו גייסט אריבער; קיין איין טאטע מאמע ווייסן נישט וואס זייערע קינדער ליידן, און ווי זיי פאלן אין קדושה.


אז דיין טאטע לאזט דיך נישט לערנען לקוטי מוהר"ן - זאלסטו זאגן מיט גרויס דרך ארץ: "טאטע, מיין גאנצע חיות, מיין גאנצע לעבן - איז דער ספר לקוטי מוהר"ן; אלעס וואס איך טו, און דאס וואס איך בין אייך מכבד - דאס אלעס קומט פון דעם ספר; מיין לערנען, מיין דאווענען - אלעס איז דער ספר"; אזוי וועלן זיי דיך אפלאזן, אבער דו זאלסט זיי נאר מכבד זיין און שעצן.


נאך א וויכטיגע זאך זאלסטו טון ארויסצוגיין פון די געפערליכע רגילות דיינע. גיי אין א ליידיגע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט; עס קען זיין אין דיין צימער, עס קען זיין אין א בית המדרש, אין אן אפיס וכו' - און רעדט זיך אויס צום אייבערשטן אויף דיין שפראך, אויף פראסט אידיש; דערצייל דעם אייבערשטן וואס גייט אריבער, ווי דו פאלסט אין ניאוף, ווי דו פאלסט אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וויין צו אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, שעם זיך נישט, דערצייל אים יעדע זאך.


והעיקר זאלסטו זיך זייער שטארקן צו זיין פרייליך; אפילו דו האסט גארנישט, דו זעסט זיך אזוי אפגעפאטשט - זאלסטו זיך פרייען מיט דעם וואס דו ביסט א אידיש קינד, דו ביסט גע'מל'ט, דו גלייבסט אינעם אייבערשטן, און נאך אסאך גוטע זאכן וואס דו האסט אין זיך.


דעם שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך גיי מיט די בחורים וואס נעמען צאם געלט פאר די ישיבה; איך גיי מיט זיי אוועק פאר א שבת.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט מארגן זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור אין ישיבה; קום צום שיעור זיך אויפפרישן און זיך אנגרייטן אויף די הייליגע יום טוב חנוכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4194 - נישטא א געוויסע פלאץ וואו מען דארף זיין שבת חנוכה
חנוכה, הפצה, חסידות ברסלב, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישטא א געוויסע פלאץ וואו מען דארף זיין שבת חנוכה; בחיים חיותו פון הייליגן רבי'ן איז מען געקומען דריי מאל צום רבי'ן: ראש השנה, שבת חנוכה און יום טוב שבועות. דאס איז געווען ווען די רבי האט געלעבט, היינט נאכן הסתלקות פון רבי'ן, גייט אן נאר די זאך פון קומען קיין אומאן ראש השנה, אבער שבת חנוכה און יום טוב שבועות - דארף מען נישט פארן קיין אומאן.


גיי הפצה, ברענג אריין דעם הייליגן רבינ'ס עצות, חיזוק און שכל אין יעדן איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.