בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
מרת ... תחי', קרית ברסלב
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
יעצט אז איר האלט שוין דא, אז די קומענדיגע חודש וועט זיין אייער פופציגסטע געבורטסטאג, איר פרעגט וואס איז כדאי, וואס איז גוט - ווען מען קומט אין די פופציגסטע יאר זיך מקבל צו זיין - אלס א דאנק און לויב פארן אייבערשטן אז ער האט אייך געברענגט ביז אהער און אייך געגעבן אזא שיינע גליקליכע לעבן.
די הייליגע חכמים זאגן (אבות ה, כא): "בן חמשים לעצה", ווען מען קומט אן אין לעבן צו די פופציג יאר - קען מען געבן עצות פאר אנדערע; ווייל מען האט שוין אסאך געזען אין לעבן, מען איז שוין אסאך אריבער אין לעבן, קען מען געבן גוטע עצות פאר אנדערע; דעריבער זאלט איר זיך זייער שטארקן אין די זאך פון אויסהערן און אויסרעדן און מחזק זיין אנדערע פרויען, ווער רעדט נאך פון יונגע ווייבלעך וואס זענען נאך אומבאפארעט, זיי קענען זיך נישט קיין עצה געבן מיט די קליינע פיצקעלעך קינדערלעך; זאלט איר זיי געבן א גוטע עצה, זיי מחזק זיין, זיי זאגן אז עס לוינט זיך, און אז עס ווערט גרינגער, און אז נאר קינדער בלייבט פונעם מענטש; עס גייט אריבער די יארן, מען ווערט עלטער, וואס בלייבט? נאר דורות, און אז אין אנהייב איז טאקע שווער, אבער עס לוינט זיך.
אויך זאלט איר אויסהערן ווייבלעך וואס קרעכצן אז די מענער קומען נישט אהיים און די מענער העלפן נישט וכו'; זאלט איר זיי געבן גוטע עצות אז זיי זאלן נישט ערווארטן און נישט זיך רעכענען אויפן מאן, אזוי וועלן זיי נישט אונטערברעכן, זייט מחזק די ווייבלעך אז אין מצרים איז אזוי געווען, די מענער זענען נישט אהיים געקומען, דאך האבן די הייליגע פרויען ווייטער געבויט כלל ישראל, און אויך יעצט אין גלות, די פרויען וואס די מענער קומען נישט אהיים און העלפן נישט, אז די פרויען ברעכן נישט אונטער, זיי פירן ווייטער די שטוב מיט שמחה - וועט משיח קומען נאר אין זייער זכות.
נאך א זאך זאלט איר זיך פארנעמען, "בן חמשים לעצה", 'חמשים' איז די אותיות 'שמחים', פרייליך מאכן אנדערע; אז מען קומט אן אין די פלאץ אין לעבן, ביי די פופציג יאר - איז די עצה 'בן חמשים'; שמייכלען, זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט, און אויפזוכן דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט, און נאר זיין פרייליך, זיך נישט לאזן אראפשלעפן פון די שוועריקייטן אין לעבן וואס שלעפט אראפ דעם מענטש אין דאגות און אין מרה שחורה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כד), אז יעדער איינער האט זיך זיינע שוועריקייטן אין לעבן וואס מאכט אים דערביטערט און צוגעלייגט, און מען דארף פרובירן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.