בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4946 - א גוטער ערליכער סופר אין ארץ ישראל צו שרייבן א ספר תורה
תפילה והתבודדות, סופרים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


אויב דו ווילסט מקיים זיין די מצוה פון כתיבת ספר תורה; איך האב א גוטער ערליכער סופר אין ארץ ישראל פון אנשי שלומינו, ר' דוד קליערס נרו יאיר, דא קענסטו זען זיין שריפט, און אויב עס געפעלט דיר - פארבינד זיך מיט אים; מאך מיט אים א קאנטראקט וויפיל עס וועט דיר קאסטן און ווי אזוי דו וועסט אים שיקן די געלט.


שטארק זיך מיט התבודדות, גיי יעדן טאג שפאצירן ארום דיין פעלד נעבן דיין שטוב און דאנק דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסד אז מיר ווייסן פון רבי'ן, אז מיר זענען אנגעקומען אין היכל הקודש, מיר ווייסן פון אזעלכע גוטע עצות.


דא שיק איך דיר זיין כתב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4945 - מוזיק אין די דריי וואכן
שמחה, בין המצרים, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, י"ד תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען טאר נישט הערן קיין מוזיק אין די דריי וואכן, נאר אויב איינער איז דעפרעסט און מען דארף אים היילן - דעמאלט זענען די פוסקים מתיר צו הערן בצנעה.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י) אז מען זוכט אויף גוטס אין זיך - דאס איז אן עצה פאר שמחה, מען זוכט אין זיך גוטע זאכן וואס מען האט זוכה געווען צו טון, און מען איז זיך מחי' מיט שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי - דאס מאכט פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4944 - די פרוי מיט איר חכמת נשים קען אריינברענגן די שכינה אין שטוב
שלום בית

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת חקת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער מעסעדזש.


א שאד אז איר וויינט און איר זענט פארווייטאגט פון וכו', עס ליגט אין אייער הענט וכו'; אייער מאן נרו יאיר איז א טייערער מאן, אבער ער האט די איין זאך, אז ער קען נישט אנהויבן וכו', ער האט א קאמפלעקס אז נאר ער וויל לעבן וכו' און איר זענט נישט אינטערעסירט; איז דאך ממש א שאד, ווען סיי איר און סיי ער ווארטן צו לעבן אינאיינעם, נאר איר ווארט אויף אים און ער טראכט אז עס איז נישט אינטערעסאנט פאר אייך; דארפט איר זיין דער וואס ברעכט די שטילקייט און ברעכט די אייז.


אמת, די פליכט ליגט אויפן מאן ער זאל פרייליך מאכן וכו', אבער ווען מען זעט ווי דער מאן איז אין זיין פארמאכטע וועלט, דארף די פרוי מיט איר חכמת נשים זיין סיי דער מאן און סיי די פרוי.


אנשטאט וויינען - טוט צו דער זאך, מאכט א פלאץ פאר די שכינה הקדושה; ווייל דארט וואו מאן און ווייב ליבן זיך - דארט רוט די שכינה.

#4943 - גיין אין מקוה ערב שבת גענוג פרי, נישט די לעצטע מינוט
מקוה, שבת קודש, הדרכות, ערב שבת

 בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"א תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א אינגערמאן ווי דו - וואלט ווען געדארפט גיין אין מקוה ערב שבת גענוג פרי, נישט די לעצטע מינוט; אז דו זאלסט נאך האבן גענוג צייט זיך אנטון בגדי שבת און אפווארטן אין שטוב דעם גרויסן גאסט, נישט לויפן ביים זמן אין מקוה ווי די פליטעס טוען.


מוהרא"ש זאגט, די עמי הארצים גייען אין מקוה נאכן זמן, וואס דעמאלט איז די צייט וואס די שדים זענען באשאפן געווארן; די פליטעס, די מענטשן וואס לעבן אן סדר און אן חשבון - די לויפן ביים זמן אין מקוה, און אסאך מאל קומט עס צו חילול שבת רחמנא לצלן.


טייערער ברודער גיי אין מקוה גענוג פרי, אז דו זאלסט נאך האבן צייט אהיים צו גיין, זיך אנטון שבת קליידער און זיין אין שטוב ווען דיין ווייב צינדט אן די שבת ליכט, און זינג שיר השירים.


אז דו ווילסט קומען מיט דיין קאר צום שול - קען דיין ווייב צינדן פריער ווי דער זמן הדלקת הנרות, אזוי וועסטו קענען זיין ביים ליכט צינדן אין שטוב און קומען מיט די קאר און נישט מחלל שבת זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4942 - די גרעסטע עבודה ביי אידישע מאמעס איז פירן א ווארעמע שטוב
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, סכנה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"א תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס האט פאסירט אז אייער קינד האט גענומען דעם ביגל-אייזן, דאס איינגעשטעקט און עס האט געפעלט א האר אז עס זאל ווערן א שריפה השם ישמרינו; זאלט איר פון היינט אכטונג געבן ווי די שטוב פירט זיך, עס זאל זיין אפגעהיטן פון סכנות. א ביגל-אייזן דארף מען לייגן אין א פלאץ וואו קינדער קענען עס נישט דערגרייכן, ווייל אויב חס ושלום א קינד נעמט דאס און שטעקט עס איין - קען זיין א גרויסע סכנה.


די גרעסטע עבודה ביי אידישע מאמעס איז פירן א ווארעמע שטוב, אנגרייטן עסן פאר די קינדער און אכטונג געבן די שטוב זאל זיין אפגעהיטן פון סכנות.


ווען איר וועט זיין א באבע, די קינדער וועלן שוין זיין חתונה געהאט - דעמאלט וועט איר קענען ענדיגן תהילים יעדן טאג און טון אלע מצוות, יעצט איז דא איין זאך: "די קינדער"; דאס איז אייער עבודות השם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4941 - התבודדות צווישן די גראז און ביימער, איז אויך פאר פרויען
שמחה, שלום בית, שטעטל, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת קרח, ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך בין פאריגע וואך געווען אין שטעטל, איך קום אריין אין שול זעקס אזייגער און איך זע אייער מאן זיצן און לערנען מיט התמדה, ער זיצט ביים וואנט אויסגעדרייט צום וואנט, ער זעט נישט קיינעם, ער זיצט מיטן הייליגן לקוטי מוהר"ן און לערנט מיט אזא זיסקייט; דאס האט מיר געגעבן אזא חיזוק, אזעלכע כוחות האב איך באקומען פון דעם, איך האב זיך זייער מחי' געווען.


איך שרייב עס אייך ווייל דאס איז אייער קרעדיט, איר האט שכל, איר שעצט אים, איר הייבט אים אויף, איר העלפט אים קענען לערנען; איר גייט שלאפן פרי, אזוי קען ער אויפשטיין פרי לערנען.


בנוגע וכו'; אדרבה, מאכט זיי פרייליך; אז עס איז נישטא א שמחה ביי זיי אין שטוב - זאלט איר זיי פרייליך מאכן, איר זאלט אריינבלאזן א שמחה אין שטוב.


התבודדות צווישן די גראז און ביימער - איז אויך פאר פרויען, בפרט אין שטעטל וואו מען וואוינט יעדער באזונדער - קען מען זיך ארויסזעצן הינטער די שטוב אין א שטילע איידעלע פלאץ, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן און אים בעטן אויף ווייטער.

#4940 - גיי מיט די בחורים מזמן לזמן צו קברי צדיקים מתפלל זיין
קברי צדיקים, ישיבה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מגיד שיעור ישיבה קטנה ירושלים


איך הער זאגן אז דער בחור ... גייט ביינאכט פארברענגען מיט ...; כלומר'יש גייען זיי צו קברי צדיקים. זאג אים ער זאל גיין שלאפן צייטליך און אויפשטיין צייטליך, קומען אין ישיבה לערנען בהתמדה.


דו גיי מיט די בחורים מזמן לזמן צו קברי צדיקים מתפלל זיין, און אויפן וועג קענסטו מיט זיי פארברענגען וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4939 - אויב עלטערן זעען עפעס וואס טויג נישט, דארף מען דאס דערציילן
שטעטל, חדר, טענות, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת קרח, ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש


מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע אינגל, דער אייבערשטער זאל העלפן די ברית זאל זיין אין צייט און דו זאלסט אים מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים, געזונטערהייט, מיט דיין ווייב אינאיינעם.


א צווייטע מזל טוב פאר'ן זיך ארויסציען קיין קרית ברסלב, די גאנצע קהילה אין קרית ברסלב ווארט שוין אזוי לאנג צו האבן א מנהל, איש על העדה. עס איז דא אסאך צו מתקן זיין אין חדר, ערשטנס, די מלמדים און אלע איינגעשטעלטע זאלן זיין אין צייט, און צווייטנס, די מלמדים ווארטן אויף א שמייכל, א גוט ווארט. איך האף צום אייבערשטן דו וועסט מיר העלפן אין תלמוד תורה מחזק זיין די מלמדים זיי זאלן זיין צייטליך און זיי זאלן טון זייער ארבעט בנאמנות, מיר האבן זייער טייערע מלמדים, אבער די הייליגע חכמים זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לִמְּחוּזָקִין", די אלע וואס טוען מיט אנדערע - דארפן אסאך חיזוק.


זיי מודיע פאר אלע עלטערן זאלן קומען רעדן צו דיר, זיי זאלן מיטטיילן זאכן וואס שטערט זיי, זאכן וואס זיי זענען נישט צופרידן. עס זענען דא עלטערן וואס האבן א טעות, זיי מיינען אז אויב מען זעט א חסרון וכדומה - טאר מען נישט רעדן, ווייל אויב מען רעדט - ווערט מען א מתנגד; עס איז נישט וואר, אויב עלטערן זעען עפעס וואס טויג נישט - דארף מען דאס דערציילן; זאלסטו מודיע זיין די עלטערן זאלן קומען רעדן מיט דיר, זיי זאלן שפירן באקוועם צו רעדן מיט דיר, מען זאל קענען מאכן דאס בעסטע וואס איז שייך.


אז דו וועסט מיר העלפן אין חדר - וועל איך דיר נישט שולדיג בלייבן, בזה ובבא.


 

#4938 - ביינאכט איז די צייט פון די נישט גוטע
כיבוד אב ואם, שלאפן, שידוכים, ישיבה, ראש ישיבה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת קרח, ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


קום אין ישיבה, א שאד יעדן טאג וואס דו קומסט נישט; איך האף צום אייבערשטן צו זיין דער גוטער שליח צו זיין דיין שדכן, און ווען דו וועסט חתונה האבן - וועסטו זיך אזוי בענקען צו די יארן וואס דו האסט געקענט זיצן אין ישיבה, לערנען און הערן שיעורים פון דער ראש ישיבה.


טייערער ... גיי שלאפן צייטליך. עס שטייט (בראשית א, ה): "וַיְהִי עֶרֶב וַיְהִי בֹקֶר", ווי אזוי דער נאכט איז - אזוי איז דער טאג; דריי זיך נישט ביינאכט אין גאס מיט בחורים וואס רייכערן און קוקן קליפס און ווידיאוס וכו', ביינאכט איז די צייט פון די נישט גוטע; גיי שלאפן און שטיי אויף אין צייט, קום אין ישיבה. איך ווארט אויף דיר, איך האב דיך ליב און איך האב ליב דיין טאטע, איך וויל נאר דאס גוטס ביי דיר.


זיי מכבד דיין טאטע שליט"א; דיין טאטע איז אן ערליכער איד, א צדיק, מן הסתם דו מיט דיינע געשוויסטער כאפן נישט וואס איר האט. געב אכט, זיי אים מכבד - וועסטו זוכה זיין צו אריכות ימים ושנים.

#4937 - פרעגן פונעם מנהל אלע פראגעס בנוגע די תלמוד תורה און אלעס ארום
מלמדים, חדר, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת קרח, ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


פון היינט אן זאלסטו פרעגן אלע פראגעס בנוגע די תלמוד תורה און אלעס ארום - פונעם מנהל ר' מרדכי נרו יאיר. ער האט אסאך קונה געווען פון מיר, ער ווייסט זייער גוט ווי אזוי מען דארף זיך פירן מיט די קינדער, און אזוי אויך, אז דו האסט טענות - זאלסטו מיט אים שמועסן.


איך האף צום אייבערשטן די מלמדים וועלן האבן שכל און פרעגן זייערע פראגעס און נעמען חיזוק פונעם מנהל ר' מרדכי, און אז מען וועט ארבעטן אינאיינעם - וועט מען האבן הצלחה.


גיי שלאפן פרי, א מלמד דארף גוט שלאפן. אויך זאלסטו עסן איידער דו גייסט צו די קינדער, און גיי א שפאציר יעדן טאג צווישן די גראז און רעד זיך אויס צום אייבערשטן דיין הארץ.


 

#4936 - שפעט נישט פון אנדערע
כיבוד אב ואם, שידוכים, משניות, לצנות

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת קרח, ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


לערן יעדן טאג אכצן פרקים משניות און אז דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זאגן די ווערטער, משניות האט א כח עס טוישט דעם מענטש, מִשְׁנָה איז די אותיות מְשַׁנֶּה; עס טוט ענדערן דעם מענטש צום גוטן.


אויך זאלסטו מכבד זיין דיינע עלטערן, רעד צו זיי מיט דרך ארץ און הכנעה; פיר זיך אויף ווי א תלמיד היכל הקודש. איך האף צו זיין דיין שדכן, איך בין געווען שדכן ביי דיינע געשוויסטער, וויל איך דיר אויך מאכן א גוטע שידוך, איך וויל דיר מאכן א שידוך מיט א "בית פיגא תלמידה", אבער דאס קען זיין נאר אז דו וועסט רעדן מיט דרך ארץ און הכנעה צו אלעמען, בפרט צו דיינע טייערע עלטערן.


חבר זיך נישט מיט לצים, חבר זיך מיט בחורים תמימים, נעם בחורים מיט יראת שמים, מיט זיי זאלסטו רעדן און פארברענגען. קענסט גיין מיט א שיינע העמד און מיט א שיינע הויזן וכו' וכו', מעגסט אויסקוקן גוט, אבער דיין מויל זאלן רעדן נאר מיט הכנעה, שפעט נישט פון אנדערע, שפעט נישט פון דיינע געשוויסטער.


ליבער ..., איך וויל נאר דיין גוטס, איך האב דיך זייער ליב, איך ווארט זאלסט קומען אין ישיבה הערן יראת שמים פון רבי'ן.


 

#4935 - מען נעמט זיך אויף די ביינער פון א פרישער מקורב
תפילה והתבודדות, התחזקות, חסידות ברסלב, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת קרח, ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואס קען מען טון? דער רבי איז אזוי פארשעמט, יעדער קען טון וואס מען וויל - ביז ברסלב; אויב מען ווערט געוואויר אז א אינגערמאן איז מקורב צום רבי'ן - ווערט א פייער, די גאנצע משפחה נעמט זיך אויף זיינע ביינער, מען טשעפעט, מען פארשעמט, מען רודפ'ט - ביז מען דערגייט אים די יארן; אלעס צוליבן חטא פון שעפן חיות, נעמען יראת שמים - פון הייליגן רבי'ן.


איך האב מיטלייד מיט דיר, אז מען רודפ'ט דיך און דיין משפחה פאר'ן זיך מקרב זיין צום רבי'ן.


איך בין מתפלל דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן די זכי' צו בלייבן צוגעבינדן צום רבי'ן; ווייטער לערנען דיינע שיעורים כסדרן, זיך מתבודד זיין, לעבן בשלום ובאהבה מיט דיין ווייב, לעבן מיט זכרון בעלמא דאתי; וויסן אז מיר זענען דא פאר נאך אביסל און באלד גייען מיר שוין צוריק צום אייבערשטן און דארט וועט גארנישט נוצן, דארט איז חשוב נאר פרקים משניות, פסוקים תהילים, מצוות און מעשים טובים.


אחי, חזק ואמץ ואחוז עצמך בכל כוחך.

#4934 - ווער נישט שוואך פון די וואס לאכן און שפעטן פון סדר דרך הלימוד
סדר דרך הלימוד, גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת בלק, ו' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זאג גמרא און משניות אפילו אן פארשטיין. צדיקים טייטשן וואס חכמינו הקדושים זאגן (שבת קו:): "גְּמָרָא גְמוֹר זְמוּרְתָּא תְּהֵא", 'גְּמָרָא גְמוֹר' לערן גמרא, 'זְמוּרְתָּא תְּהֵא' - דאס טוט פארשניידן אלע קליפות וואס נעמען ארום די נשמה הקדושה, א לשון פון 'לְזַמֵּר אֶת כָּל הֶעָרִיצִים וּלְהַכְרִית אֶת כָּל הַקּוֹצִים הַסּוֹבְבִים אֶת הַשּׁוֹשַׁנָּה הָעֶלְיוֹנָה', וואס פארכאפן נשמות ישראל, און דורך לערנען די הייליגע תורה ווערן זיי פארברענט.


זאג גמרא און משניות - וועסטו אנהויבן שפירן דעם אייבערשטן. לימוד גמרא פארברענט די קליפות, מען הויבט אן שפירן און זען דעם אייבערשטן. מוהרא"ש דערציילט, מען האט אמאל געהערט דעם הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו זאגן פרייטאג צו נאכטס שיר השירים און ער זינגט זיך דעם פסוק (שיר השירים ב, ט): "הִנֵּה זֶה עוֹמֵד אַחַר כָּתְלֵנוּ", און ער טייטשט: "'הִנֵּה זֶה עוֹמֵד', דער אייבערשטער איז דא, מיט מיר ביי מיר און נעבן מיר, און אז מיר זעען 'אַחַר' - אפעס אנדערש, מיר זעען נישט דעם אייבערשטן, דאס איז ווייל מיר האבן געזינדיגט און זיך געמאכט 'כָּתְלֵנוּ' - א וואנט"; ווייל דער אייבערשטער איז דאך איבעראל, און ער געפונט זיך מיטן מענטש, נאר אז מען זינדיגט - מאכט מען זיך א מסך המבדיל, מען זעט נישט אייבערשטער, מען זעט אנדערע זאכן, און דורך לערנען די הייליגע תורה לשמה ווערן זיי אויס און די פארהאנג גייט אוועק.


לאכן לאכט דער וואס לאכט ביים לעצט; ווער נישט שוואך פון די וואס לאכן און שפעטן פון סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), ווייל ווען עס וועט קומען דער לעצטער טאג דעמאלט וועט זיין (משלי לא, כה): "וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4933 - אז איינער נעמט א ספר, איז שוין אלעס כדאי
הפצה, מעביר סדרה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת בלק, ז' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


די אלע וואס זענען עוסק אין הפצה דארפן זייער אכטונג געבן נישט צו ווערן צעבראכן פון די אלע וואס נעמען נישט אדער שפעטן; מען דארף זיך זייער פרייען און זיך מחי' זיין אז מען האט די זכי' צו גיין הפצה.


אז דו האסט געקענט געבן אפילו נאר פאר איינעם א ספר, א קונטרס, א סידי, פון הייליגן רבינ'ס עצות - דארפסטו זיך מיט דעם זייער פרייען, אפילו דו גייסט אזוי סאך צייט און מען נעמט נישט, און מען זאגט 'קיינער דארף נישט די ספרים, גליונות וכו'' - זאל דיר דאס נישט אפשוואכן, ווייל אז איינער נעמט א ספר - איז שוין אלעס כדאי.


דער הייליגער רבי נתן וואס האט זיין גאנץ לעבן נאר עוסק געווען אין הפצה, ווען ער איז געווען אין מצרים האט ער געזאגט (ימי מוהרנ"ת חלק שני, אות קטו): "בִּשְׁבִיל זֶה לְבַד כְּדַאי כָּל הַיִּסּוּרִים וְטִלְטוּלִים שֶׁיֵּשׁ לִי, שֶׁאֲנִי עַכְשָׁו כְּמוֹ בְּגָלוּת מִצְרַיִם, שֶׁאֲנִי נָע וָנָד וּמְטֻלְטָל וּמְבֻלְבָּל בַּאֲלֶכְּסַנְדְּרִיָּא שֶׁל מִצְרַיִם", פאר דעם אליין איז מיר ווערד געווען אנצוקומען קיין מצרים, דורכגיין די שווערע ביטערע יסורים און די גאנצע שלעפ, "אֲשֶׁר מֵעוֹלָם לֹא עָלָה עַל דַּעְתִּי לִהְיוֹת כָּאן", איך האב נישט געטראכט אז איך וועל אין מיין לעבן אנקומען אין מצרים, "אֲבָל כְּשֶׁאֲנִי זוֹכֶה לְהַזְכִּיר בַּאֲלֶכְּסַנְדְּרִיָּא בַּשּׁוּק שֵׁם הַסֵּפֶר שֶׁל רַבֵּנוּ הַנּוֹרָא זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה", אבער אז איך האב זוכה געווען צו דערמאנען נאר דעם נאמען פונעם ספר לקוטי מוהר"ן פון הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו אין גאס אין אלעקסאנדריע - "בִּשְׁבִיל זֶה הַכֹּל כְּדַאי", פארדעם אליין אז שוין אלעס ווערד, "כְּפִי מַה שֶּׁאֲנִי מַאֲמִין וְיוֹדֵעַ קְצָת גְּדֻלַּת קְדֻשַּׁת נוֹרְאוֹת זֶה הַסֵּפֶר", לויט וויפיל איך ווייס ביי מיר דאס גרויסקייט פון די הייליגע ספרים.


דו גיי הפצה; שטענדיג זאלסטו האבן מיט דיר ספרים, קונטרסים, גליונות וכו' וכו', און אז דו וועסט קענען מזכה זיין אפילו נאר איין איד מיט א ספר פון רבי'ן, אדער א קונטרס פון מוהרא"ש - דארפסטו זיך מיט דעם זייער פרייען. רבי נתן זאגט (שם, סימן קכה; קכח): "בְּכָל הַדֶּרֶךְ שֶׁהָלַכְתִּי מִסְּטַנְבּוּל לַאֲלֶכְּסַנְדְּרִיָּא הָיָה לִי צַעַר כְּשֶׁזָּכַרְתִּי שֶׁאֲנִי מֻכְרָח עַתָּה לֵילֵךְ לְמִצְרַיִם", עס האט מיר זייער וויי געטון אז איך האב געדארפט אנקומען קיין מצרים; א פלאץ וואס די תורה זאגט (דברים יז, טז): "לֹא תֹסִפוּן לָשׁוּב בַּדֶּרֶךְ הַזֶּה עוֹד", מען זאל נישט צוריק גיין קיין מצרים; מיט דעם פריי איך זיך אז איך האב געקענט זיין ביי איינעם און אים מפיץ זיין די ספרים "לקוטי מוהר"ן" און "ספר המדות", זאגט רבי נתן: "וְזֶה יָקָר בְּעֵינַי מְאֹד שֶׁזָּכִיתִי לְהַשְׁאִיר סִפְרֵי רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה בִּמְדִינָה רְחוֹקָה כָּזֹאת", דאס איז ביי מיר זייער חשוב, אז איך האב געקענט מפיץ זיין אין אזא ווייטע מדינה.


די וואך גייט פאר די בני חוץ לארץ צוויי פרשיות, פרשת חקת און פרשת בלק; הויב אן שוין אנהויב וואך מיט די מצוה פון מעביר סדרה זיין, אז דו זאלסט חס ושלום נישט אריבערגיין די וואך אן טון די מצוה, ווייל א וואך וואס מען איז נישט מעביר סדרה - באקומט מען א שאדן; דאס איז קלאר און דאס קענסטו הערן פון מענטשן, ווי זיי קרעכצן אז פאריגע וואך האט ער נישט געענדיגט די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום און ער האט שוין א שאדן, און בכלל א טאג וואס מען לערנט אביסל חומש רש"י - איז אן אנדערער טאג, א יראת שמים טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4932 - גיי נישט ארויס ביינאכט מיט חברים, בלייב אין שטוב
חברים, שלום בית, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת קרח, ד' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טייערער ..., גיי נישט ארויס ביינאכט מיט חברים, בלייב אין שטוב; בוי דיין שטוב, בוי דיין לעבן. דיין ווייב האט דיך זייער ליב, זי ווארט אויף דיר, זי וויל פארברענגען מיט דיר, זי איז אזוי צעבראכן אז דו גייסט נאכט נאך נאכט מיט חברים; זי וויל יא ממשיך זיין מיט דיר און בלייבן מיט דיר און די קינד זאל האבן עלטערן.


טייערער ברודער, דיין שווער און שוויגער האבן אזוי ארויסגעקוקט און זיך געפרייט אז זיי האבן באקומען אן איידעם וואס האט שייכות מיט היכל הקודש, ווייז זיי וואס היכל הקודש איז און לאז מיר וויסן וואס דיין פלאן איז, זיי ווילן נישט די שטוב זאל צאמפאלן.


חברים לאכן צום מענטש, אבער בעת צרה וועט קיינער נישט קוקן אויף דיר, בעת צרה זעט מען זיך איינער אליין; לאז זיך אפ פון חברים וואס ברענגען נישט קיין יראת שמים.


א פרייליכן שבת.

#4931 - זעט צו העלפן אייער מאמע אין שטוב
כיבוד אב ואם, תהלים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז איר זאגט תהילים און איר רעדט צום אייבערשטן; וואס קען זיין שענער און בעסער פון זינגען תהילים און רעדן צום אייבערשטן...


זעט צו העלפן אייער מאמע אין שטוב, נישטא קיין גרעסערע מצוה ווי העלפן די מאמע; אז איר וועט העלפן אייער מאמע מיט שמחה - וועט איר מאכן א גרויסע נחת רוח פארן אייבערשטן.


געבט א גרוס פאר אייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4930 - נאר איין עצה איז דא, חתונה מאכן די קינדער וואס יונגער און וואס גיכער
קדושה, שידוכים, רחמנות

בעזרת ה' יתברך- יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


...


עס וועט גארנישט נוצן, נאר איין עצה איז דא: 'חתונה מאכן די קינדער וואס יונגער און וואס גיכער'; נאר דאס איז די עצה צו ראטעווען דעם דור. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין כט:) ווער עס האט חתונה שפעט - וועט ער זיך מוטשען מיט אומריינע געדאנקען זיין גאנץ לעבן.


וויי און ביטער פאר די עלטערן וואס פאר אביסל כבוד און פאר אנדערע נגיעות - האלטן זיי אפ די קינדער פון לעבן בקדושה ובטהרה, וויי און ביטער פאר זיי; וואס וועלן זיי ענטפערן פארן בית דין של מעלה ווען מען וועט זיי אויפווייזן קלאר וואס די קינדער זענען נעבעך אריבער טאג טעגליך השם ישמרינו...


מאך נישט קיין חשבונות, קוק נישט אויף קיינעם, טו וואס איז ריכטיג; מאך דיין קינד חתונה, לאז אים לעבן; דו ווילסט דען זיין אליין? קוק נישט אויף שכנים, משפחה; טו וואס איז ריכטיג, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4929 - פאר נאר מיט דיין טאטע קיין אומאן, וועסטו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס
שמחה, קדושה, אומאן, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ישיבה קטנה היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז ענדערש זאלסט פארן מיט דיין טאטע קיין אומאן, אזוי וועסטו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


ווען מען פארט אויף אומאן דארף מען רחמי שמים, סיי אויפן וועג - נישט צו קוקן קיין מאוויס אויפן פליגער, און סיי דארט אין אומאן איז זייער ביטער, מען מוז האבן שמירה; איז זיכער כדאי זאלסט פארן מיט דיין טאטע נרו יאיר, ער וועט היטן אויף דיר א גאנצע וועג אז דו זאלסט זיין אפהיטן דיינע אויגן.


טייערער ..., היט דיינע אויגן, קוק נישט אין קיין טעלעפאן, און ווען דו גייסט אין גאס קוק אראפ - וועסטו האבן א שמחה אין לעבן, ווייל אויב מען איז מפקיר די אויגן - איז זייער ביטער; מען פארלירט די שמחה, ביז דער לעבן איז נישט ווערד, מען גייט ארום טאג און נאכט צעבראכן; בייטאג ווארט מען אויף נאכט און ביינאכט ווארט מען 'ווען ווערט שוין טאג?' מען איז קיינמאל נישט צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4928 - בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד
קינדער, תפילות אויף אידיש, שמות הצדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מוהרא"ש זאגט פאר פרויען וואס ווארטן אז זיי זאלן זאגן אין די צייט "שמות הצדיקים" - נעמען פון צדיקים, און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים - קען מען טוישן די טבע, צום ביישפיל: אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק, דוד המלך, שלמה המלך, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען זאגן די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְגֶערְהֵייט אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, גֶעבּ מִיר אַ גֶעזוּנְט קִינְד, אַ לִיכְטִיג קִינְד, אַ הֵיילִיג קִינְד. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


בנוגע וכו'; מען קען ווייטער געבן צו זייגן אין די ערשטע חדשים וואס מען ווארט, עס איז נישט קיין סכנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4927 - ווערט נישט צעבראכן פון געשוויסטער און פון חבר'טעס
חיזוק פאר מיידלעך, אמונה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אייבערשטער האט אייך זייער ליב, ער ווארט איר זאלט רעדן צו אים; יעדע ווארט וואס איר רעדט צו אים נעמט א מלאך, ער טראגט עס אין הימל און מאכט דערפון א קרוין פארן אייבערשטן.


ווערט נישט צעבראכן פון געשוויסטער און פון חבר'טעס; דער אייבערשטער איז 'מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר', און ווארט איר זאלט רעדן צו אים, זינגען צו אים, אים דאנקען און לויבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4926 - זיין דרך ארץ'דיג און זיין שיין צו אנדערע
דרך ארץ, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


איך הער פון די מנהלת תחי' און פון אייערע לערערינס אז איר זענט אן אויסגעצייכנטע תלמידה, איר פירט זיך מיט דרך ארץ און מיט גוטע מידות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט ווייטער האבן די כח זיך צו שטארקן, זיין דרך ארץ'דיג און זיין שיין צו אנדערע, מיט גוטע מידות; וועט איר זוכה זיין צו אויפשטעלן א שיינע שטוב און האבן ערליכע דורות.


זאגט פאר אייערע חבר'טעס איך וויל אזוי שטארק הערן פון די מנהלת גוטע גריסן אויף זיי אויך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4925 - פון ווען איר זענט פארקנעכטעט צום סמארטפאון, גייט איר צוגרונד
קדושה, שלום בית, סמארטפאון, מאוויס

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער ווייטאגליכער בריוו.


איך האב זייער רחמנות אויף אייך און אויף אייער מאן און קינדער. איך געדענק אייך אלס תלמידה בית פיגא, ווי שיין אייער לעבן איז אייך געווען, און יעצט, פון ווען איר זענט פארקנעכטעט צום סמארטפאון, איר קוקט טאג און נאכט מאוויס - גייט איר צוגרינד; איר, אייער מאן און קינדער.


דאס הארץ רייסט מיר, וואס האט פאסירט מיט אייך און אייער מאן? איך האב זיך אזוי אוועק געגעבן פאר ענק, סיי פאר אייער מאן ווען ער האט געלערנט אין ישיבה, און סיי פאר אייך אין בית פיגא, און יעצט ווען ביידע פון ענק זענען פארקנעכטעטע פאר די טעלעפאן; איר ווערט נערוועז פון די קינדער, די הויז פליט, עס איז שמוציג און נאכגעלאזט, און אייער מאן מיט זיין טעלעפאן ווערט נערוועז פון אייך - דאס הארץ רייסט מיר.


מיינע תפילות צום אייבערשטן זענען: "למען לא ניגע לריק, ולא נלד לבהלה", די תלמידים און תלמידות פון אונזער מוסד זאלן בלייבן מיט יראת שמים און אויפשטעלן געזונטע ערליכע שטובער, מיין ארבעט זאל נישט זיין אומזיסט.


איך האף צום אייבערשטן ענק וועלן זיך איין טאג אויפוועקן און אנטלויפן פון תפיסה, אפלאזן די מאוויס, ארויסווארפן די עקלדיגע זאכן פון שטוב און לעבן אן ערליכע זיסע לעבן; איר וועט זיין א מאמע פאר די קינדער און א ווייב פאר אייער מאן, און אייער מאן וועט צוריק באקומען זיינע אויערן, ער וועט הערן ווען איר רעדט צו אים.


אין בין זיך נישט מייאש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4924 - קיינמאל מאכט מען נישט קיין אפעראציע ווען מען דארף נישט
שלום בית, נסים, דאקטורים, אפעראציע

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארוואס אפערירן? מען מאכט נישט קיין אפערעישן נאר אז מען מוז.


אויך ווען איין דאקטער זאגט מען מוז - מאכט מען נאך אויך נישט, נאר מען פרעגט נאך א דאקטער.


קיינמאל מאכט מען נישט קיין אפעראציע ווען מען דארף נישט. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז געווען זייער קעגן די אלע וואס פלעגן קומען פרעגן אויב מען זאל מאכן אפילו קליינע אפעראציעס וואס אלע מאכן, צום ביישפיל זיך קלענער מאכן די מאגן (סלי"וו) אדער זיך מאכן די אויגן וכו'; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט: "מען לייגט זיך קיינמאל נישט אונטערן מעסער, און אפילו ווען א דאקטער זאגט מען מוז - פרעגט מען נאך א דאקטער".


דער אייבערשטער זאל העלפן אייער קינד זאל זיין געזונט און שטארק.


דורך מוותר זיין אין שטוב, דורך לעבן מיט ליבשאפט - ברענגט מען אריין די שכינה אין שטוב און מען זעט ניסים למעלה מן הטבע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4923 - מעגסט גיין שפאצירן מיט דיין ווייב
אמונה, שלום בית, חשדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע גיין שפאצירן מיט די ווייב אין גאס, דו פרעגסט וואס טוט מען מיט דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות מג:): "לא יספר אדם עם אשה בשוק, ואפילו היא אשתו", מען זאל נישט שמועסן אין גאס אפילו מיט די אייגענע ווייב, צוליב חשד וכו'; עס ווערט געברענגט אין די פוסקים (יוסף אומץ דיני נדה וערוה, סימן ח): "בעיירות קטנות כהנהו דידן בארץ אשכנז שרוב העולם מכירין בהן, שרי", אין די פלעצער וואו מיר וואוינען און די מענטשן ווייסן אז דאס איז די ווייב - איז מותר; עיין שם.


גיי אביסל שפאצירן מיט דיין ווייב, עס איז געזונט אין אלע בחינות; סיי פארן געזונט בגוף, סיי פארן געזונט בנפש און פארן שלום בית, און אז זי קרעכצט 'וואס וועט זיין מיט דאס?' 'וואס וועט זיין מיט יענץ?' זאלסטו איר אויסהערן און איר בארואיגן. שמועסט פון אמונה, שמועסט פון די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אייך ביז אהער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4922 - די שול זאל נישט זיין נאכגעלאזט
תפילות אויף אידיש, שטעטל, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, כ"ט סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


געב איבער א גרויסן דאנק פאר דיין ווייב תחי'; זי העלפט זייער געטריי אונזערע מוסדות, דער אייבערשטער זאל ענק בענטשן מיט בני, חיי ומזוני רויחי.


איך בין געווען פאריגע וואך אין שטעטל, איך וואונדער זיך אויב נאר איך זע דעם פראבלעם אדער איז דאס א נאכגעלאזטקייט; עס איז דא א שווערע גערוך ווען מען קומט אריין אין שול, און איך וואונדער זיך, שוין אזויפיל מאל האב איך געבעטן דאס צו פאררעכטן און נאכאלץ שפירט מען א גערוך.


דו ביסט נישט קיין בטלן, אפשר דו וועסט מיר קענען העלפן פאררעכטן, אוועקנעמען דעם גערוך; און אז דאס וועט קאסטן געלט - וועל איך עס באצאלן.


אויך אויב דו קענסט אנשמירן די טירן מיט אויל; עס זאל נישט מאכן קיין גערודער.


וואויל איז דעם וואס איז משמש דעם רבי'ן, וועט ער זוכה זיין אויך אויף יענע וועלט צו זיין ביים רבי'ן.


ווען דו שפאצירסט אין שטעטל צווישן די גראז און ביימער - זאלסטו זאגן פארן אייבערשטן: "טאטע איך בענק זיך צו דיר, איך וויל נאר טראכטן פון דיר, איך וויל נאר זען דיך, איך וויל נאר דיך".