בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4436 - זיך נישט אריינמישן אין די חינוך פון די קינדער
חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, י"ט שובבי"ם, ד' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


מיר זענען זייער צופרידן פון דיין איבערגעגעבענע ארבעט פאר די מוסד, איך האב ממש נישט קיין ווערטער דיך צו דאנקען, ווי דו טראגסט דעם גאנצן עול פון טרענספארטעישן, פון רוימען דעם בנין און מאכן זיכער אז אלעס קלאפט.


איך וויל דיר אבער בעטן און אויך ווארענען, מיש זיך נישט אריין אין חינוך; איך האב דיך נישט אויפגענומען פאר חינוך. אז קינדער צעברעכן עפעס - האט דאס נישט מיט דיר, דו קענסט נישט קומען שרייען אויף א קינד און פארשעמען פאר אלע קינדער אז דאס קינד האט עפעס צעבראכן; דו קענסט רעדן צום מנהל אדער מנהלת, אדער צו מיר, און אז דו זעסט אז מען רעדט צו טויבע אויערן - דארף דיר דאס נישט אנגיין.


דו טו דיין דזשאב בשלמות; זע עס זאל זיין ריין, זע מיר זאלן נישט דערלייגן געלט און פאררעכט וואס מען דארף פאררעכטן; מיש זיך נישט און זיי נישט מחנך די קינדער.


אזוי אויך זאלסטו אכטונג געבן ווי אזוי דו רעדסט צו די מלמדים און טיטשערס אין פארנט פון די קינדער. אז דו שרייסט אויף א מלמד אדער טיטשער און קינדער זעען דאס - וועלן די קינדער זיין מחוצפים, זיי וועלן נישט האבן מער דרך ארץ.


שטארק זיך מיט דיין ארבעט, און אז קינדער מאכן שמוציג און צעברעכן וכו' - קענסטו רעדן צו די מנהלת תחי' אדער מנהל נרו יאיר, אבער דו זאלסט נישט שרייען אויף די קינדער.


איך בעט דיר זייער, נעם אן מיינע ווערטער; באליידיג זיך נישט, טו דיין ארבעט בשלימות.


אויך זאלסטו זיך נישט צו סאך דרייען ביי די קינדער, אזוי וועסטו נישט ווערן אנגעצויגן ווען א קינד גיסט וואסער אדער שפריצט וואסער. די מלמדים זענען געלערנט ווי אזוי צו רעדן צו די קינדער און ווי אזוי אפצושטעלן דאס גיסן וואסער. און נישט שרייען, שלאגן און דערשרעקן; איך האב נישט געעפנט די מוסדות פאר שרייען, שלאגן, דערשרעקן און פארשעמען.

#4435 - דער צדיק העלפט דעם מענטש טרעפן וואס ער האט פארלוירן
צדיקים, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, י"ח שובבי"ם, ג' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן די פראגע.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפח): "דַּע, שֶׁצָּרִיךְ לִנְסֹעַ לְהַצַּדִּיק לַחֲזֹר עַל אֲבֵדָתוֹ", וויסן זאלסטו, מען דארף פארן צום צדיק אויפצוזוכן און צוריק באקומען אלעס וואס מען האט פארלוירן, "כִּי קֹדֶם שֶׁיּוֹצֵא הָאָדָם לַאֲוִיר הָעוֹלָם", ווייל איידער מען ווערט געבוירן, "מְלַמְּדִין", לערנט מען מיט'ן מענטש, "וּמַרְאִין לוֹ כָּל מַה שֶּׁצָּרִיךְ לַעֲשׂוֹת וְלַעֲבֹד וּלְהַשִּׂיג בְּזֶה הָעוֹלָם", און מען ווייזט אים אלעס וואס ער האט צו טון דא אויף די וועלט, "וְכֵיוָן שֶׁיָּצָא לַאֲוִיר הָעוֹלָם מִיָּד נִשְׁכַּח מֵאִתּוֹ", און ווען מען ווערט געבוירן - קומט דער מלאך, ער געבט א פליק דעם קינד און מען פארגעסט אלעס. דעמאלט פארלירט מען אלעס, מען פארגעסט אלעס, און ווען מען ווערט עלטער הויבט זיך אן די עבודה פון זוכן און טרעפן אלעס וואס מען האט פארלוירן. אבער וויבאלד דער מענטש ווייסט דאך נישט וואס ער האט פארלוירן און וואס עס פעלט אים, דארף מען פארן צום צדיק, ער זאל ווייזן דעם מענטש וואס ער האט פארלוירן, און דער צדיק העלפט דעם מענטש טרעפן אלע זיינע אבידות, עיין שם.


מענטשן גייען און קומען, טוען און מאכן, מען ווייסט נישט 'פארוואס בין איך באשאפן געווארן? וואס איז מיין ציל אין לעבן?' אבער ווער עס ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן און הויבט אן פאלגן די עצות בתמימות ופשיטות, ער איז זיך מתבודד צום אייבערשטן, ער שמועסט מיט'ן אייבערשטן, מיט די צייט עפנט זיך אויף די אויגן, מען הויבט אן שפירן א טעם אין לעבן, מען פארשטייט שוין 'מה חובתי בעולם, וואס טו איך אויף די וועלט? מיין פליכט איז איך זאל אנערקענען און טרעפן דעם אייבערשטן אין יעדע זאך, און שטענדיג טראכטן פונעם אייבערשטן'. די מענער לערנען כל התורה כולה און די ווייבער העלפן די מענער זיי זאלן קענען לערנען, מען פילט זיך אן מיט הייליגקייט ביז מען באקומט צוריק אלעס וואס די נשמה האט געלערנט און פארשטאנען איידער זי איז אראפגעקומען אויף די וועלט.


דער רבי זאגט ווייטער: "אַךְ הַצַּדִּיק אֵינוֹ מֵשִׁיב לוֹ הָאֲבֵדָה עַד שֶׁיִּדְרְשֶׁנּוּ אִם אֵינוֹ רַמַּאי וְשַׁקְרָן", דער צדיק געבט נישט גלייך צוריק דעם מענטש אלעס, נאר נאכן אים אויספארשן אויב ער איז נישט קיין ליגנער, אזוי ווי די הלכה איז; מען גייט קודם אריבער שווערע נסיונות, און אויב מען דערהאלט זיך - איז מען זוכה צו שיינע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן נישט אפלאזן דעם רבי'ן, מיר זאלן פאלגן דעם רבי'ן ביז מיר וועלן זוכה זיין משיג צו זיין אלעס וואס די נשמה האט משיג געווען איידער זי איז אראפ אויף די וועלט, דורך ריבוי התבודדות ותפילה.

#4434 - אריינלייגן ווארעמקייט אין די קינדער
חינוך הילדים, מוסדות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, ל"א שובבי"ם, י"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד בקרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לייג אריין אין די קינדער זיי זאלן דאווענען אויפ'ן קול און זיך שאקלען ביים דאווענען, זיי זאלן נישט שמועסן מיט חברים ביים דאווענען.


איך וויל זאלסט אריינלייגן ווארעמקייט אין די קינדער, זיי זאלן זיין ווארעם צו די מצוות, נישט קאלט און טון די מצוות מיט א קאלטקייט. זיי זאלן דאווענען מיט א ברען, אזוי ווי דער רבי האט געוואלט. ווען דער רבי איז געקומען אין ברסלב וואוינען, האט ער געזאגט: "איך וויל צוריק מחדש זיין די וועג ווי אזוי די אמאליגע חסידים האבן געדאווענט, מיט א פייער און א פלאקער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4433 - דער עיקר זאלסטו זען דיין ווייב זאל זיין מיט דיר
שלום בית, חסידות ברסלב, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, ל"א שובבי"ם, י"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דערציילן פאר דיינע באקאנטע אז דו שעפסט חיות פון רבי'ן און פון מוהרא"ש; ענדערש גיי שטייטליך, ענדערש נאכנישט דערציילן, עס וועט שוין אזוי געשען מיט דער צייט.


דער עיקר זאלסטו זען דיין ווייב זאל זיין מיט דיר, זי זאל נישט זיין קיין מתנגד אויפ'ן רבי'ן; אויב קענסטו פועל'ן דיין ווייב זאל זיין מיט דיר - וועסטו צוקומען צו שיינע זאכן. אז מען האט די ווייב מיט זיך און ביידע לעבן מיט'ן רבי'ן - קען מען זיך נישט פארשטעלן צו וואס מען איז זוכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4432 - מען דארף לעבן אזוי ווי די תורה הייסט
קדושה, שלום בית, הדרכות, הלכה, חמרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, ל"א שובבי"ם, י"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, לעיקוואד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז מיר א גרויסע וואונדער אז נאכן הערן אזויפיל שיעורים - זאלסטו נאכאלץ נישט האבן פארשטאנען פון צווישן די שורות ווי אזוי צו לעבן א חתונה געהאטע לעבן אן קיין פרישות.


די אלע זאכן וואס דו פרעגסט - קענסטו טון וכו' וכו'. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג נאכזאגן וואס רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה פלעגט זאגן ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות של בינו לבינה וכו', ער פלעגט זאגן: "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת"; דאס הייסט מען זאל זיך אכטונג געבן אין הלכות טהרה, מען זאל חזר'ן הלכות נדה צו וויסן נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער ווען מען מעג - מעג מען אלעס וכו' און מען זאל זיך נישט מבלבל זיין פון קיין שום זאך אויף די וועלט.


א מניוול איז מען - אז מען טוט עבירות, אז מען לעבט אזוי ווי די תורה זאגט, מען לעבט מיט א ווייב מיט ליבשאפט - איז מען נישט קיין מניוול.


איך שרייב דיר דאס ווייל דו הויבסט אן דיין שאלה: "איך וויל בעטן דער ראש ישיבה זאל מיך נישט אנקוקן שלעכט"; די אלע זאכן וואס דו פרעגסט - דאס איז אלעס מותר, אזוי וועסטו קענען זיין הייליג און ערליך, נישט פוגם זיין און נישט טראכטן שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4431 - אין קורצן וואס מוהרא"ש האט אונז אלץ געלערנט
תפילה והתבודדות, שלום בית, שלום, היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, לימוד התורה, ראש ישיבה, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, ל"א שובבי"ם, י"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז דער יארצייט פון אונזער רבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, איך וועל דיר שרייבן בקיצור וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן.


ערשטנס האט מוהרא"ש אונז געלערנט, אזוי ווי עס איז דא אן איסור פון פיינט האבן א צווייטן איד, אזוי איז דא אן איסור פיינט צו האבן זיך אליינס. און אזוי ווי מען דארף ליב האבן יעדן איד, אזוי דארף מען ליב האבן זיך אליינס.


דערפאר בעט איך דיר, היינט אינעם יארצייט זאלסטו פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט. קלאפ זיך נישט אראפ און טרייב ארויס די מחשבות וואס קלאפן דיך אראפ, אז דו ביסט נישט גוט; ווייל דו ביסט יא גוט, דער אייבערשטער האט דיך ליב, דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד און ער ווארט מען זאל רעדן צו אים און צוריקקומען צו אים.


שנית, מוהרא"ש האט אונז געלערנט דעם רבינ'ס וועג פון לערנען (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט דאס לערנען זאל מען לערנען אן פארשטיין; דעריבער אין אזא גרויסן טאג זאלסטו זיך מקבל זיין אנהויבן לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, נעם א משניות און זאג פרקים משניות אפילו אן פארשטיין, אזוי אויך גמרא; זאג די הייליגע ווערטער פון די גמרא. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה; דערפאר האט דער סמ"ך מ"ם זייער מורא פון א דף גמרא; אלעס וועט ער לאזן דעם מענטש טון - אבי נישט עפענען א גמרא.


אזוי אויך זאלסטו זיך מאכן שיעורים אין הלכה, מדרש, זוהר און אין רבינ'ס ספרים. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן: "מעט גם כן טוב", אביסל איז אויך גוט; ווייל ווען מען וויל טון אסאך און מען קען נישט - טוט מען גארנישט, אבער אז מען ווייסט אז אביסל איז אויך גוט און חשוב - דעמאלט קען מען אנקומען זייער אסאך.


אויך האט מוהרא"ש אונז געלערנט דעם רבינ'ס גן עדן לעבן, צו רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, אז דאס איז די גרעסטע עבודה; גרעסער פון פאסטן און סיגופים. דער רבי האט בפירוש געזאגט אז ווען ער וואלט ווען געוויסט אין זיינע יונגע יארן צו וואס מען קען צוקומען אז מען רעדט צום אייבערשטן - וואלט ער זיך נישט אזוי געמוטשעט מיט שווערע עבודות, ער וואלט נאר עוסק געווען אין התבודדות; דערפאר זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף דיין שפראך וואס דו ביסט צוגעוואוינט צו רעדן, זאלסט אלעס דערציילן דעם אייבערשטן, אלעס וואס דו האסט אפגעטון אין דיינע יונגע יארן און אים בעטן ער זאל דאס אלעס אפמעקן - וועט אלעס ווערן אפגעמעקט.


וואס נאך האט מוהרא"ש אונז געלערנט, שלום בית; מיט א ווייב טענה'עט מען נישט, און מען דארף זייער מכבד זיין און רעדן שיין צו די ווייב. מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן פון שלום בית און פלעגט איבער'חזר'ן ביי יעדע שיעור וואס דער רבי האט אונז אנגעזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "לְכַבֵּד וּלְיַקֵּר אֶת אִשְׁתּוֹ", מיר זאלן האלטן חשוב און רעדן שיין צו די ווייב, "כִּי אָמַר: הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם בְּכַמָּה אֳפָנִים הַקָּשִׁים וּכְבֵדִים מְאֹד מְאֹד" וכו' וכו', דער רבי האט געזאגט אז די ווייבער ליידן אסאך צער, און זיי האבן גרויסע יסורים פון די קינדער וכו' וכו'.


איך בין זייער פארנומען, איך דארף מקצר זיין. איין זאך זאג איך דיר, אז דו וועסט טון וואס שטייט אינעם בריוו - וועסטו האבן עפעס געטון אינעם יארצייט, און אז נישט - וועט דער טאג אריבערגיין מיט גארנישט. די גרויסע טעג איז גוט ארויס צו נעמען עפעס פונעם טאג, אבער אז מען גייט ווייטער, אָן זיך לערנען פונעם צדיק - בלייבט מען מיט גארנישט.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט זיין די ליל שישי שיעור די וואך אינעם בארא פארק'ער שול, איך האף דו וועסט מיטהאלטן די שיעור. די וואך איז דא אסאך וואס צו רעדן אויף למעשה ווי אזוי זיך צו פירן אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4430 - נישט דערשרעקן קינדער, בפרט יונגערע קינדער
לערערין, סקול, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, י"ח שובבי"ם, ג' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד אונזער חשוב'ע מנהלת מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא קרית ברסלב, ליבערטי


איך בעט אייך זייער, זייט מחזק די לערערינס; זיי זאלן אריינברענגען דרך ארץ צווישן די תלמידות, אבער נישט דערשרעקן קינדער, בפרט יונגערע קינדער.


איך וויל נישט אין אונזער מוסד זאל מען נעמען א קינד און איינשפארן אין א טונקעלע שטוב, אין בוילער רום און דערשרעקן. עס איז דא גענוג וועגן ווי אזוי אויסצולערנען קינדער דרך ארץ, אויף א וועג אן דערשרעקן; ווייל קליינע קינדער אז מען דערשרעקט זיי - קענען זיי חס ושלום פארלירן דעם דיבור, אדער בלייבן דערשראקן פאר א גאנץ לעבן.


נעמט צוזאם די לערערינס איינמאל א וואך זיי מחזק זיין, און פרעגט זיי אויס, זיי זאלן אלעס מיטטיילן מיט אייך, אזוי וועט נישט ארויסקומען קיין מכשולות.

#4429 - מען קען נישט אויספאפן קינדער, זיי טוען וואס די עלטערן האבן ליב
קינדער, צניעות, שמחה, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, סגולות, תהלים, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע, וואס קען מען טון זוכה זיין צו קינדער צדיקים? דער רבי זאגט דורך צניעות באקומט מען גוטע קינדער (ספר המדות אות בנים, סימן ט).


אויך דארף מען דאס ליב האבן; מען קען נישט גיין אנגעטון איידל און ליב האבן פריצות, מען קען נישט אויספאפן די קינדער, די קינדער טוען וואס די עלטערן האבן ליב; אז די עלטערן האבן ליב אידישקייט, זיי האבן ליב איידל, זיי האבן ליב באשיידן, עס איז דא א שמחה ביים טון די מצוות - וועלן די קינדער ליב האבן איידלקייט און טון מצוות.


זאגט יעדן טאג תהילים. מה טוב ומה נעים אויב איר קענט זאגן דעם יום תהילים, און אז נישט - זאגט וויפיל איר קענט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4428 - זיך קיינמאל אריינמישן אין יענעמ'ס געשעפטן
כיבוד אב ואם, תודה והודאה, משפחה, מוסר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נעמט דעם כלל אין לעבן: זיך קיינמאל אריינמישן אין יענעמ'ס געשעפטן, נישט ביי ברידערס און נישט ביי שוועסטערס; אז אייער ברודער גרייט זיך צו מאכן א שידוך מיט א נישט געזונטע - האט דאס נישט מיט אייך, שטייט פון דער זייט, מישט זיך נישט אריין, ווייל מען וועט נאר האבן טענות אויף אייך און עס וועט ווערן א ריס אין די פאמיליע.


סיידן אויב מען פרעגט אייך אייער מיינונג, דעמאלט קענט איר זאגן אייער מיינונג, אבער ווי לאנג מען פרעגט אייך נישט - זאלט איר שטיין פון דער זייט.


אז אייערע עלטערן האבן צער - זאלט איר זיי אויסהערן און חס ושלום נישט מישן קיין קאשע. העצט נישט די עלטערן אויף די ברידער, הערט אויס אייער מאמע און זייט איר מחזק מיט אמונה, זייט אייך מחזק מיט תפילה, בעטן דעם אייבערשטן אלעס זאל זיין גוט פאר יעדן איינעם.


פארגעסט נישט צו דאנקען דעם אייבערשטן טאג און נאכט פאר אייער משפחה. דער קאפ ווערט פארדריידט מיט דאס און יענץ, און מען פארגעסט צו זאגן "שכוח אייבערשטער" פאר וואס מען האט; טאג און נאכט זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן פאר וואס איר האט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4427 - איר קענט האבן הצלחה נאר אויב ענק וועלן זיין באחדות
בית המדרש, היכל הקודש, גבאי, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, ל"ב שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש לאנדאן, ה' עליהם יחיו


איך וויל שטעלן צוויי גבאים וואס זיי וועלן אוועקשטעלן די זמנים און די סדר ווי אזוי אלעס זאל זיך פירן אין שול, ר' שמואל אליעזר פערל און שמחה בלאק.


איך בעט ענק אלע מען זאל זיך פירן מיט דרך ארץ, און אויב מען האט עפעס א טענה זאל מען זיך מעלדן צו די גבאים, אדער קען מען מיר שרייבן.


איין זאך קען איך ענק זאגן, איר קענט האבן הצלחה נאר אויב ענק וועלן זיין באחדות. איך בין שוין אין היכל הקודש כמעט צוואנציג יאר, איך האב אסאך געזען; נאר די וואס האבן פיינט מחלוקות - די האלטן זיך שטארק ביים רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4426 - ווען די קינדער אין קלאס טשעפען פאר'ן זאגן משניות
קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, סיום, משניות, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, י"ח שובבי"ם, ג' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין סיום ששה סדרי משנה, עס איז אזוי שיין צו הערן ווי א קינד נוצט אויס די יונגע יארן און לערנט משניות אויפ'ן סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); אפילו מען פארשטייט נישט דאס לערנען זאל מען זאגן די ווערטער, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין דאס לערנען.


יעצט זאלסטו נאכאמאל אנהויבן משניות און נאכאמאל אריבערגיין ששה סדרי משנה, אזוי זאלסטו טון דיין גאנצע לעבן. ווייל דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "וואויל איז דעם מענטש וואס עסט יעדן טאג משניות"; איז גוט זיך אריינצושטעקן די קאפ, זיין פון די וואס עס איז וואויל פאר זיי.


אויף דיין פראגע, וואס דו זאלסט טון אז קינדער פון דיין קלאס טשעפענען דיך אז דו זאגסט משניות; לעת עתה, אז דו לערנסט נאכנישט אין ברסלב - זאלסטו ענדערש זאגן משניות אין שטוב, אדער אין בית המדרש, אבער נישט אין חדר. די קינדער פון חדר ווייסן נישט פון רבינ'ס וועג פון לערנען אן פארשטיין, וועלן זיי חוזק מאכן, נו וואס פעלט דיר אויס מען זאל לאכן פון דיר? ענדערש זאלסטו אין חדר זיך פירן אזוי ווי אלע קינדער און אין דיינע זייטיגע צייטן - זאלסטו לערנען מיט גרויס התמדה.


אויך זאלסטו זיך צוגעוואוינען זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן. דער הייליגער רבי, ווען ער איז געווען א קינד, האט ער אלץ געזוכט א ליידיגע פלאץ און דארט האט ער גערעדט, געשמועסט און געדאנקט דעם אייבערשטן, און ער האט געזאגט: "ווער עס וועט דאס טון - ווערן ווערן א גרויסער צדיק".


 

#4425 - אז דו ווילסט אריינשיקן דיינע קינדער, דארפסטו רעדן מיטן מנהל
מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ל' שובבי"ם, ט"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט אריינשיקן דיינע קינדער אין אונזער מוסד היכל הקודש אין טברי' - דארפסטו רעדן מיטן מנהל ר' יצחק פאפנהיים נרו יאיר.


דער מנהל איז אחראי סיי אויפ'ן חדר אין ירושלים, אויף בית פיגא אין ירושלים און אויך אויפ'ן חדר אין טברי'; נישט גיין צום מלמד פרעגן אויב דו קענסט אריינשיקן דיינע קינדער.


אין טברי' האבן מיר נישט קיין ישיבה, אויך האבן מיר נאכנישט קיין בית פיגא דארט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4424 - נאכגעבן פון די אייגענע באקוועמליכקייטן פאר'ן מאן
שלום בית, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, ל"א שובבי"ם, י"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן וועט זיך זייער פרייען אז איר וועט מיטהאלטן מיט זיין משפחה; איך מיין איר זאלט מיטגיין מיט זיין משפחה, ווייל דאס וועט מאכן אייער מאן זייער פרייליך.


ווען מען געבט נאך פון די אייגענע באקוועמליכקייטן פאר'ן מאן - ווערט דער מאן זייער פרייליך און די שלום בית ווערט זייער שטארק.


זאגט אביסל תהילים יעדן טאג און דאנקט דעם אייבערשטן פאר אלעס וואס ער טוט מיט אייך, פאר אלע חסדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4423 - זאלסט זייער מקפיד זיין צו גיין אין מקוה ווי פריער
מקוה, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ל' שובבי"ם, ט"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, טברי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מקפיד אויף טבילת עזרא. אפילו עס איז טאקע נישט קיין חיוב, און מצד הלכה איז בטלה טבילת עזרא - דאך זאלסטו זייער מקפיד זיין צו גיין אין מקוה ווי פריער.


שטארק זיך אין הפצה, חלישת הדעת ביי הפצה האט מען נאר אויב מען טראכט פון געלט. ווי נאר מען פארגעסט פון תכלית הויבן זיך אן אלע פראבלעמען; מען ווערט פארשעמט, מען האט חלישות הדעת און בלבולים, די מפיצים וואס זייער גאנצער ציל איז ארויסנעמען די בת מלך פון די נישט גוטע, אויפזוכן נשמות ישראל, זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן - די האבן נישט קיין שום חלישות הדעת, די גייען אן מיט א שטארקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4422 - נישט דאווענען שבת אן מנין
חינוך הילדים, שבת קודש, בית המדרש, מנין

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי היכל הקודש בלומינגראוו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט געהאט די לעצטע דריי שבתים מנין ביי אלע דריי תפילות.


איך האף דו האסט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט, דו זאלסט נישט דאווענען שבת אן מנין; מילא אז עס פאסירט עס קומט נישט אן קיין מנין - איז איין זאך, אבער דאווענען וואך נאך וואך אן קיין מנין, וואס וועט זיין מיט דיר און וואס וועט זיין מיט דיינע קינדער...


זאלסט נישט מאכן קיין ווילדע זאכן; אז מען ווייסט פון פאראויס אז עס איז נישטא קיין מנין - זאלסטו גיין דאווענען, הערן קריאת התורה, הערן קדושה, כתר וכו' וכו'.


שטארק זיך!

#4421 - משניות לייטערט אויס די נשמה, מען ווערט א גרויסער צדיק
שידוכים, עבודת השם, משניות

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת וארא, ט"ו שובבי"ם, ערב ראש חודש שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב פאר'ן מסיים זיין ששה סדרי משנה די צוואנציגסטע מאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מצליח זיין און טרעפן א גוטע שידוך.


זיי ממשיך צו לערנען משניות; משניות לייטערט אויס די נשמה, מען ווערט א גרויסער צדיק.

#4420 - לערנען און לערנען אן אויפהער; דאס וועט דיך היטן פון אלעם שלעכטס
שמחה, לימוד התורה, חתן

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת וארא, ט"ו שובבי"ם, ערב ראש חודש שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


זע צו לערנען די הייליגע תורה, נאר אז מען לערנט תורה האט מען הצלחה אין לעבן.


קיין שום זאך מאכט נישט פרייליך, נאר אז מען לערנט תורה; אזוי ווי עס שטייט (תהלים יט, ט): "פִּקּוּדֵי ה' יְשָׁרִים מְשַׂמְּחֵי לֵב", תורה דערפריידט דאס הארץ.


יעצט ביסטו שוין א חתן און דו גרייטסט זיך אויפצושטעלן א אידישע שטוב, זאלסטו לערנען און לערנען אן אויפהער; דאס וועט דיך היטן פון אלעם שלעכטס.


פון דיין ראש ישיבה.

#4419 - זיי שטארק בלימוד התורה, קוק נישט אויף די בלבולים
סדר דרך הלימוד, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער הארציגער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער דיך צו זען לערנען מיט התמדה, דו לערנסט יעדן טאג גאנץ מסכת תענית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט טרעפן בקרוב דיין שידוך, דיין זיווג, און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


זיי שטארק בלימוד התורה, קוק נישט אויף די בלבולים וכו' וכו'; נאר לערן ווייטער אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), וואס האט אונז געלערנט צו לערנען אפילו בלי הבנה כלל.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיך זייער.

#4418 - לערן דעם בלאט גמרא יעדן טאג, וועסטו מיר מאכן נחת
ראש ישיבה, נחת, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ט"ז שובבי"ם, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר מיין ליבער זון, לערן דעם בלאט גמרא יעדן טאג - וועסטו מיר מאכן נחת; פאר מיר און פאר מאמי תחי'.

#4417 - די שאטעל זאל זיין באקוועם פאר אלע משפחות אין שטעטל
שלום בית, שטעטל, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


היינט נאכט וועט זיין די פרויען צאמקום, איך בעט דיר און איך בעט דיר, זע דיין ווייב זאל קענען ארויסגיין פון שטוב מיט האלטן, און אויך אויב זי איז נישט אין די מָאד ארויסצוגיין - זאלסטו איר מחזק זיין זי זאל יא ארויסגיין און אז זי וועט הנאה האבן.


איך פרוביר צו מאכן די שאטעל עס זאל זיין באקוועם פאר אלע משפחות, אם ירצה ה' היינט נאכט ביי די פרויען צאמקום וועט מען אויסשמועסן ווי אזוי די שאטל וועט ארבעטן ארום די שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4416 - הערליך שיינע חתונה אין ישיבה, א גרויסע הפצה
אמונה, הפצה, פרנסה, אידיש געלט, ישיבה, חתונה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן איז געווען נאך א חתונה אין ישיבה, עס איז געווען הערליך שיין, עס איז געווען א גרויסע הפצה. ביי חתונות קומען משפחה וואס וואלטן קיינמאל נישט ארויפגעקומען אין ברסלב, און אלע לשון הרע'ס צעפאלט; אלע דמיונות וואס מען דמיונ'ט אויף ברסלב, אלעס צעפאלט, מען ווערט געכאפט אין שאק, מען זעט א ריינע הייליגע פלאץ.


איך געדענק ביי די חתונה פון מיין זון הרב שלמה נרו יאיר, מיין זיידע קארלסבורג'ער רב זכרונו לברכה האט זיך באטייליגט און ער איז געווען אזוי פרייליך, ער האט מיך צוגערופן אינמיטן טאנצן זאגן: "מען שפירט דא א ריח טהרה", ער האט דאס איבערגעזאגט אפאר מאל.


איך בעט דיך זייער, רעד זיך נישט איין פאר איין רגע אז דיין פרנסה איז געוואנדן אין פלוני אלמוני; דיין פרנסה ליגט נאר אינעם אייבערשטנ'ס הענט. דעריבער איז א שאד צו זיין דערשראקן און פארלוירן, פארלאז זיך אויפן אייבערשטן, און מיט שמחה וועסטו האבן גרויס שפע.


מארגן נאכט וועט זיין א סעודה אין ישיבה לכבוד די יארצייט פון אונזער רבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. די סעודה וועט זיין פינקטליך אכט אזייגער, איך וועל אם ירצה ה' רעדן פינקטליך ניין אזייגער, ווייל מיין שוואגער מאכט חתונה, וועל איך מוזן אוועק גיין צען אזייגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4415 - גייט נאך די איידעלע אין די משפחה, גייט נאך די באשיידענע
צניעות, חיזוק פאר פרויען, משפחה, נחת, נשמה

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


מרת ... תחי'


איך וויל אייך נאכאמאל מחזק זיין, אייער מאמע האט פון אייך נאר נחת; זי קוקט פון הימל און זעט ווי שיין איר פירט זיך, זי פריידט זיך מיט אייער צניעות.


פירט זיך ווייטער איידל, רעדט נישט מיט קיין שום פרעמדע מאנספערזאן און זיכער נישט מיט שוואגערס; גייט נאך די איידעלע אין די משפחה, גייט נאך די באשיידענע - וועט איר מאכן א נחת רוח פאר אייער מאמע עליה השלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4414 - מיט די דריי פונקטן פון הייליגן רבי'ן, וועסטו פועל'ן ביי דיין ווייב
שלום בית, שערן די האר, סבלנות, מוסר, פירושים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, כ"ד שובבי"ם, י' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען וויל פועל'ן ביי די ווייב זי זאל זיך אפשערן וכדומה דארף מען רעדן פון דאס שיינקייט פון די זאך, נישט פון די שוועריקייט וואס דאס ברענגט און פון גיהנום וכדומה; אז מען רעדט פון עונשים און פון גיהנום טוט מען נישט אויף, ענדערש זאלסטו רעדן פון דאס שיינקייט פון גיין אין די וועג פון די תורה, וועלן די ווערטער אריינגיין אין איר הארץ.


רעד צו איר אז שיין איז וואס דער אייבערשטער זאגט, שיין איז וואס צדיקים זאגן, א צוגעדעקטע קאפ פאר א חתונה געהאטע פרוי איז שיין, אז נישט וואלט דער אייבערשטער דאס נישט געזאגט אונז צו טון, ווייל די תורה איז שיין און זיס; נאר וואס דען, מיר זענען אין א טיפער גלות, דער גלות איז אז מיר קוקן אן די תורה ווי א שווערע לאסט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה א, א) דער וואס זאגט: "יש תורה, ואיני סופנה", עס איז אמת די תורה, אבער עס איז מיר צו שווער צו היטן די תורה, עס איז מיר א לאסט - איז זייער הארב זיין שטראף; דאס איז דער גלות, אז מיר מיינען, ווי אזוי עס גייט ביי די אומות העולם - דאס איז שיין; איז דאס דען שיין? קען דען זיין אז פריצות איז שיין? קען דען זיין אז קורצע קליידער, געפאסטע קליידער, אויסגעשניטענע קליידער זאלן זיין שיין? עס איז דאך קעגן די תורה, קען דאס נישט זיין שיין! אלא מאי, אז מען שפירט ווי עס ציט צו דעם, מוז זיין אז מיר זענען אביסל אוועק פון די ריכטיגע וועג, ווייל שיין איז זיכער נאר וואס די תורה זאגט אז עס איז שיין.


די הייליגע חכמים פרעגן (נזיר ב:) ווי קען מען זאגן ווען א מענטש זאגט "אהא נאה", איך וויל זיין שיין "הרי זה נזיר", אז ער ווערט א נזיר? אויב צו זיין א נזיר איז נישט קיין לכתחילה, עס איז אן עבירה - קען דאס נישט זיין שיין! קען דאך נישט זיין אז ווען א מענטש זאגט 'איך וויל זיין שיין' אז ער זאל ווערן א נזיר! אזוי אויך מיט אלע זאכן וואס זענען נישט גוט, קען נישט זיין שיין; שיין איז נאר די תורה.


רעד צו איר ווייכע ווערטער און זיי גרייט אז עס קען נעמען א לאנגע צייט, און אויך זאלסטו נישט ווערן בייז אז זי הערט דיך נישט אויס, וועסטו מיט דער צייט פועל'ן.


איך האלט מיט זייער אסאך מעשיות פון אנשי שלומינו וואס זייער שטוב האט אויסגעקוקט ווי עס גייט חרוב ווערן ווען די ווייב האט באקומען נישט די בעסטע חבר'טעס, און זיי, מיט די הקדמות פון רבי'ן, די דריי פונקטן: ערשטנס, רעדן שיין. צווייטנס, זיין גרייט אז עס וועט נעמען א לאנגע צייט. דריטנס, נישט אפקילן די ליבשאפט אויב זי וויל נישט אויסהערן, נאר איר ווייטער ליב האבן מיטן גאנצן הארץ - האבן זיי געראטעוועט זייער שטוב.


נעכטן שרייבט מיר א אינגערמאן אז זיין ווייב איז אהיימגעקומען פון די פרויען צאמקום און זי זאגט אז זי וויל מער נישט שמירן די נעגל, זי האט געהערט ווי מען רעדט אזוי שיין פון דאס נישט טון. וואס האט מען גערעדט? מען האט גערעדט פון נישט זאגן מוסר. איך האב דערציילט ביים שיעור (די שיעורים געב איך נישט פערזענליך, איך זאג דאס אריין פון פאראויס און מען הערט דאס ביי די פרויען צאמקום) וויפיל משפחות פון אנשי שלומינו האבן זיך אפגעשוירן און אויפגעהערט שמירן די נעגל - נישט דורך מוסר, נישט דורך זיי זאגן: "ביסט א שיקסע!" "ביסט א פריצה!" נאר דורך רעדן שיין און האבן אסאך סבלנות, און ווייטער זוכן דאס גוטס, ממש מיט די עצה פון אזמרה פון הייליגן רבי'ן (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רפב).


ברודער, פארשטיי גוט ווי אזוי מען קען דורך לעבן בזה העולם און האבן א גוטע זיסע לעבן, אן קיין שום קריגערייען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4413 - געלויבט דער אייבערשטער אז מיר האבן מוסדות פאר די קינדער
תודה והודאה, חינוך הילדים, מוסדות, היכל הקודש, מוהרא"ש, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די גרעסטע נס וואס מיר האבן איז, אז מיר האבן מוסדות פאר אונזערע קינדער וואס מען לערנט מיט זיי אויף די וועג וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד אז אונזערע קינדער זיצן מיט מלמדים יראי שמים, וואס לעבן מיט'ן רבי'ן, מלמדים וואס גייען אין מקוה, מלמדים וואס זענען זיך מתבודד, מלמדים וואס לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מלמדים וואס געבן אכטונג אויף יעדן קינד.


אזוי אויך אין בית פיגא; לערערינס וואס האבן ליב יעדן קינד און לייגן אריין א ליבשאפט אין די קינדער צו גיין מיט די תורה וועג.


יארן צוריק איז דאס נישט געווען; ווען איך בין מקורב געווארן צו מוהרא"ש האבן מיר געוויסט אז דאס איז א זאך וואס גייט נישט איבער פאר די קינדער, דאס איז א סוד פאר אונז אליין, מען האט אונז קלאר געזאגט אז מען דארף געהערן צו די גרויסע קהילות צוליב די קינדער, און שטילערהייט קענען מיר נעמען חיזוק פון מוהרא"ש, און חסדי השם אז מיר האבן א פלאץ פאר אונזערע קינדער, זיי זאלן אויפוואקסן מיט'ן רבי'ן, אויפוואקסן מיט תמימות ופשיטות, אויפוואקסן מיט מעשיות פון תפילה; אז דאס זאל זיין זייער לעבן.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#4412 - קום אין שול מיט כבוד, קום אין באשעפער'ס שטוב מיט דרך ארץ
חנוכה, דרך ארץ, בית המדרש, מוסר, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי מכבד דעם בית המדרש, קום צום דאווענען אנגעטון מיט א הוט און רעקל. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות תפילה, סימן כה): "מִצְוָה לִהְיוֹת לוֹ בְּגָדִים מְכֻבָּדִים בִּשְׁעַת הַתְּפִלָּה", עס איז א מצוה צו גיין אנגעטון מיט שיינע קליידער ביים דאווענען, אזוי ווי עס פאסט צו שטיין פארן אייבערשטן.


רבי חיים וויטאל זכותו יגן עלינו שרייבט, ער האט באטראכט זיין רבי דער אריז"ל ווי ער קומט אין שול; ווען ער איז אנגעקומען צום טיר פון שול האט ער געגעבן א ציטער פון פחד, אז ער גייט יעצט אריין אינעם שטוב פונעם איבערשטן; קום אין שול צו די תפילות מיט א דרך ארץ מיט א כבוד.


איך שרייב די בריוו פאר דיר, נישט דו זאלסט גיין זאגן פאר אנדערע ווי אזוי צו קומען אין שול. נישט יעדן קען מען זאגן ווי אזוי זיך צו פירן, נישט יעדן איז שוין די צייט, אמאל דארף מען ווארטן ביז יענער באקומט מוחין וכו', אבער דיר זאג איך: "קום אין שול מיט כבוד, קום אין באשעפער'ס שטוב מיט דרך ארץ".


דער שול איז נישט קיין אפיס, דער שול איז דעם אייבערשטנ'ס שטוב; א בית המקדש מעט ווי מען קומט מתפלל זיין פאר זיך, פאר די משפחה און פאר אלע אידן.


שבת וועל איך זיין אם ירצה ה' אין שטעטל מיט די ישיבה; שבת חנוכה איז א צייט וואס מען קומט זיך צוזאמען אנשי שלומינו.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.