בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4361 - די סעודות שבת וועלן דיר מתקן זיין אלע פגמים
שבת קודש, סיפורי צדיקים, תעניתים, שובבי"ם, שבת טיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וארא, מברכים החודש, י"ג שובבי"ם, כ"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר גייען יעצט אריין אינעם צווייטן שבת פון שובבי"ם. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן ביי די ליל שישי שיעורים פון שובבי"ם וואס די הייליגע חכמים זאגן (תנחומא בראשית, ג): "כְּבוֹד שַׁבָּת עָדִיף מֵאֶלֶף תַּעֲנִיּוֹת", זיך פרייען שבת און האבן פארגענוגן שבת - איז מער פון פאסטן טויזנט טעג; דעריבער בעט איך איך דיר, זע צו מאכן שיינע סעודות, זינג זמירות און דערצייל שיינע מעשיות פאר דיין ווייב און קינדער, די סעודות שבת וועלן דיר מתקן זיין אלע פגמים.


זינג זמירות ביי די סעודה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קד) זינגען זמירות איז אן עיקר אין אידישקייט; ווי לאנג נעמט צו זינגן די ביסל זמירות? הויב אן די סעודה פרייטאג צו נאכטס מיט "שלום עליכם"; עס נעמט נישט לאנג, עס נעמט אינגאנצן אפאר מינוט.


ווער עס איז מכבד שבת - ווערט רייך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט.) ווען א מענטש איז מכבד דעם שבת - ווערט ער געבענטש מיט עשירות, אזוי ווי רבי חייא בר אבא האט דערציילט: אמאל בין איך געווען אין די שטאט לודקיא און איך בין דארט איינגעשטאנען ביי איינעם, האב איך געזען אז מען האט אים אריינגעברענגט א גאלדענעם טיש, דער טיש איז געווען געמאכט פון אזויפיל גאלד אז זעכצן מענטשן האבן דאס געדארפט אויפהייבן; אינעם טיש זענען געווען זעכצן זילבערנע קייטלעך צוגעבינדן צו זיי טעלערס און גלעזער, אויפ'ן טיש זענען געווען אלע געשמאקע עסן און טרינקען, און שמעקעדיגע בשמים.


ווען מען האט אריינגעברענגט דעם טיש האט מען געזינגען דעם קאפיטל תהילים (תהלים כד, א): "לַה' הָאָרֶץ וּמְלֹאָהּ וגו'", אלעס אויף די וועלט איז דעם אייבערשטנ'ס, נאכן עסן האבן זיי געזינגען דעם קאפיטל תהילים (תהלים קטו, טז): "הַשָּׁמַיִם שָׁמַיִם לַה' וְהָאָרֶץ נָתַן לִבְנֵי אָדָם".


האב איך זיך זייער געוואונדערט - פארציילט רבי חייא בר אבא - "איך האב אים געפרעגט דעם מענטש וואס פאר א גוטע זאך האסטו געטון אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן אזא רייכטום?" האט ער מיר געזאגט: "איך בין א קצב (בוטשער) און ווען איך זע א שיינע בהמה לייג איך דאס אוועק פאר מיר פאר שבת", האט אים רבי חייא געזאגט: "אַשְׁרֶיךָ שֶׁזָּכִיתָ", וואויל איז דיר אז דו האסט זוכה געווען צו דעם, "וּבָרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁזִּכֵּךְ לְכָךְ", און געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט דיר מזכה געווען מיט דעם.


א פרייליכן שבת.

#4360 - דו קענסט תשובה טון, ביסט נאכנישט דערנאך
התחזקות, תשובה, סיפורי צדיקים, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ט"ז שובבי"ם, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו קענסט תשובה טון, ביסט נאך נישט דערנאך, דער אייבערשטער ווארט דו זאלסט זיך צוריקקערן צו אים, אפילו דו האסט רחמנא לצלן פוגם געווען באות ברית קודש - קענסטו נאכאלץ פאררעכטן, קענסט תשובה טון. גיי אין מקוה און זאג די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], און בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר מוחל זיין. זיי זיך מתוודה, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס דו האסט געטון און בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר.


דער הייליגער צדיק רבי ישראל סאלאנטער זכותו יגן עלינו איז אמאל שפעט ביינאכט אריין צום שוסטער, ער האט זיך אנטשולדיגט אז ער קומט אזוי שפעט ביינאכט אין אזא שפעטע שעה, אבער זיין שיך האט זיך ממש יעצט צעריסן און ער וויל וויסן צי ער קען דאס נאך פאררעכטן. האט זיך דער שוסטער אנגערופן: "ווי לאנג די ליכט ברענט, קען איך פאררעכטן די שיך"; רבי ישראל סאלאנטער זכותו יגן עלינו איז זייער נתעורר געווארן פון די ווערטער, ער האט געטראכט צו זיך 'דאס מיינט מען מיר', ער האט דאס גענומען ווי א בת קול פון הימל וואס זאגט: 'ווי לאנג די ליכט ברענט, ווי לאנג איך לעב, מיין נשמה איז אין מיר, (די נשמה ווערט אנגערופן א ליכט אזוי ווי עס שטייט [משלי כ, כז]: 'נֵר ה' נִשְׁמַת אָדָם'), קען איך נאך אלעס פאררעכטן'.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף אנגרייטן א שיעור פאר די פרויען צאמקום. זע דיין ווייב זאל קענען ארויסגיין פון שטוב שעפן אביסל פרישע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4359 - צושיקן צום עמוד די וואס דאווענען שיין מיט טעם און קול
התחזקות, בית המדרש, דאווענען, בעל תפלה, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, ט' שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ספרינג וואלי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז עס איז שוין דא א מנין פרייטאג צו נאכטס, און אויך ביי שלש סעודות; איז שוין כדאי צו מאכן שבת אינדערפרי א מנין.


בנוגע וועם צוצושיקן צום עמוד, זיין בעל תפילה; קענסט צושיקן געסט צו זיין בעל תפילה, עס איז נישט קיין פראבלעם, דער עיקר זאלסטו צושיקן די וואס דאווענען שיין, נישט סתם אבי אפזאגן דאס דאווענען שטילערהייט אן קיין טעם און אן קיין קול.


העיקר זאלסטו מחזק זיין יעדער איינער וואס קומט אריין אין שול.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4358 - אלע קאמפיוטערס אינעם בית הדפוס זאלן זיין געפילטערט
הדפסה, קאמפיוטער, פילטער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ט"ז שובבי"ם, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין פראגע.


אודאי דארפסטו זיכער מאכן אז ער האט א פילטער; ווער עס קומט אריין אינעם בנין פון הדפסה ארבעטן מיט א קאמפיוטער - איז אונטער דיין אחריות.


איך בעט דיר זייער, געב אכטונג אז אלע וואס ארבעטן אינעם בית הדפוס מיט קאמפיוטערס זאל דאס זיין געפילטערט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4357 - מען הויבט שוין אן זיך צו גרייטן אויפ'ן רבינ'ס ראש השנה
אומאן, ראש השנה, לימוד התורה, פסח, ירושלמי

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת בא, י"ז שובבי"ם, ב' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש, ה' עליהם יחיו


היות מען הויבט שוין אן זיך צו גרייטן אויפ'ן רבינ'ס ראש השנה, קען מען זיך שוין איינשרייבן ביי די גבאים אוועק צו לייגן א בעט פאר זיך און פאר די קינדער. די יאר גיי איך ארויף מיט די פרייז, ווייל אלעס איז ארויף; די פריייז פון עסן, טרינקען, ארבעטערס, געז וכדומה - איז ארויף זייער הויעך, מיר וועלן נאכאלץ בעטן ביליגער ווי מען בעט ערגעץ אנדערש.


אויך איז דא גוטע נייעס, מען האט שוין אנגעהויבן באקן מצות אין אונזער מצה בעקעריי, איז גוט ווער עס וויל קויפן מצות זאל שוין זיך איינשרייבן וויפיל פונט מצות מען וועט קויפן.


נאך א גוטע נייעס, מען האט יעצט אנגעהויבן א פרישע מסכתא אין ירושלמי, מסכת פאה. עס איז א גוטע צייט זיך מיט צו כאפן, אנהויבן לערנען יעדן טאג א בלאט בבלי און ירושלמי, אפילו אן פארשטיין נאר בגירסא. אויך מארגן זענען מיר מסיים מסכת נדרים בבלי און מיר הויבן אן מסכת נזיר, עס איז א גוטע געלעגנהייט אנצוהויבן לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4356 - איך פריי זיך צו הערן אז תלמידי הישיבה האבן א געפיל מיר צו העלפן
מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מען האט מיר איבערגעגעבן פון אפיס אז מיר זענען געווארן עפראוו"ד פון די רעגירונג צו באקומען געלט צו איבערמאכן אין חדר און אין סקול אלע טירן און פענסטערס, קאמערעס וכו', אבער די געלט געבן זיי נאר נאכדעם וואס די מוסד לייגט דאס אויס, דאס הייסט נאכן אריינלייגן די פענסטערס, טירן, קאמערעס וכו', און געלויבט דעם אייבערשטן, נישטא קיין פרוטה אין די קאסע.


זאגן זיי מיר אז דו ביסט וויליג אויסצולייגן די געלט. וויל איך דיר שרייבן מיינע געפילן, איך בין דיר זייער מכיר טובה דערפאר, איך פריי זיך יעדע מאל איך הער אז תלמידי הישיבה האבן א געפיל מיר צו העלפן.


איך וואונטש דיר זאלסט האבן נחת ביי דיינע קינדער, און גרויס שפע.


 

#4355 - האב נישט מורא צו פארלאנגען פון די קינדער א שטרענגע דיסציפלין
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, דרך ארץ, רייכערן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בין זייער צופרידן פון דיר, און פון דיין ארבעט אלס מלמד.


איך וויל דיך מחזק זיין, זאלסט נישט ווערן צעפאלן. איך ווייס גוט אז די ארבעט איז ביטער שווער, דאך צאלט זיך עס אויס. ווייל אז דו וועסט גוט אריינקלערן וואס טוט זיך אין די וועלט, יעדער מוטשעט זיך, יעדער פלאגט זיך, יעדער שרייט 'עס איז ביטער שווער'; עס איז גארנישט שווערער פאר'ן מלמד, אדרבה, דער מלמד פארברענגט די טעג און יארן מיט תורה ותפילה, מיט פלאנצן אמונה וקדושה. אויבן בויט זיך אים פאלאצן, היכלות דקדושה, זיין פלאג און מי גייט נישט לאיבוד.


זע עס זאל זיין א שטארקע דרך ארץ, האב נישט מורא צו פארלאנגען פון די קינדער א שטרענגע דיסציפלין; נאר אזוי וועסטו קענען מצליח זיין.


רייכער נישט, וואס פעלט דיר אויס דעם צוגארעטל? על הראשונים אנו מצטערין, די וואס קומען צום רבי'ן מיט זייער אלטע געוואוינהייט – איז איין זאך, אבער וואס דארפסטו יעצט אנהויבן די זאך...


 

#4354 - ווען מען קען זיך מער נישט איינהאלטן, זאל מען זיך ווייטער איינהאלטן
תפילה והתבודדות, שלום בית, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו פול מיט ווייטאג.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ברענגט א טייטש פון צדיקים אויפ'ן פסוק (בראשית מה, א): "וְלֹא יָכֹל יוֹסֵף לְהִתְאַפֵּק לְכֹל הַנִּצָּבִים עָלָיו", ווען א מענטש שפירט ער קען מער נישט, עס האלט שוין ביי "וְלֹא יָכֹל", מען שפירט ווי מען קען מער נישט אויסהאלטן, וואס זאל מען טון? "יוֹסֵף לְהִתְאַפֵּק", מען זאל פארמערן זיך איינצוהאלטן, דאס איז די עצה "לְכֹל הַנִּצָּבִים עָלָיו", אויף אלעס וואס שטייט אויף אים.


דעריבער ליבער ברודער, אז דיין ווייב שרייט אויף דיר, זי זידלט דיר – זאלסטו חס ושלום נישט ענטפערן, נעם עס אן מיט ליבשאפט. און אז זי שיידט זיך אפ פון דיר וכו', זי וויל נישט לעבן מיט דיר וכו', זאלסטו גיין אין פעלד וויינען צום אייבערשטן. האסט דאך א גוטע וועלדל הינטער דיין שטוב; גיי התבודדות, שריי צום אייבערשטן, וועסטו זען גרויסע ניסים.


ברודער, אז דו וועסט נישט צוריק שרייען, דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט רעדן צו איר שיין – וועט זי אויך רעדן שיין צו דיר.


 

#4353 - נאר דרך ארץ האט ביי אונז א פלאץ
חיזוק פאר מיידלעך, מוסדות, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ליבערטי


איך פריי זיך זייער אז איר פירט זיך מיט דרך ארץ. ווען איך רעד מיט אייערע לערערינס און די מנהלת – קומט אלץ ארויף אייער נאמען, אז איר זענט זייער איידל און דרך ארץ'דיג. דער אייבערשטער וועט אייך העלפן מיט א גוטע שידוך און מיט ערליכע געבענטשטע קינדער בזכות אייער הערליכע אויפפירונג.


געבט איבער פאר אלע תלמידות אז נאר דרך ארץ האט ביי אונז א פלאץ, נאר די וואס פירן זיך מיט איידלקייט און הכנעה זענען תלמידות בית פיגא.


 

#4352 - אפשר קענסטו מיר העלפן באצאלן די מלמדים?
צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


מיט יארן צוריק פלעגסטו מיר העלפן, מיר פלעגן גיין ביינאכט צו גוטע אידן וואס האבן א געפיל פאר אונזערע מוסדות, און זיי ווילן העלפן מיט צדקה.


יעצט בין איך זייער איבערגעשטרענגט, וויל איך דיר פרעגן, אפשר ווילסטו קומען מיט מיר קלאפן אויף די טיר פון גוטע מענטשן וואס האבן א געפיל פאר היכל הקודש? עס איז מיר נישט גרינג, אבער ההכרח לא יגונה, יא גרינג נישט גרינג – איך מוז צאלן די מלמדים, איך קען נישט זיצן מיט פארלייגטע הענט. אדער האסטו עפעס אנדערע געדאנקען ווי אזוי מיר קענען אנפילן די לאך אין די מוסד.


דער אייבערשטער וואס האט מיר געהאלפן ביז אהער – וועט מיר ווייטער העלפן.


 

#4351 - דיין טעקסט מעסידזש האט מיך זייער אויפגעלעבט
מוסדות, סיום, משניות, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


היינט בין איך געווען זייער צעבראכן, וואס טו איך דא... איך בין אריין אין א פלאמפ מיט די מוסדות, נישטא קיין געלט מער צו באצאלן די איינגעשטעלטע, און בארגן איז נישט קיין עסק; איך האב שוין אזוי אויך חובות איבערן קאפ.


פלוצלונג שיקסטו מיר א טעקסט מעסידזש אז דו האסט מסיים געווען משניות די הונדערט פיר און זעכציגסטע מאל, דאס האט מיך זייער אויפגעלעבט, יעצט ווייס איך שוין וואס איך טו דא, יעצט איז מיר קלאר צו גיין ווייטער מיט די הייליגע מוסדות. דער אייבערשטער וועט מיך נישט פארלאזן, ער וועט מיר ווייטער מאכן ניסים.


 

#4350 - א מענטש איז נישט קיין מאשין, אנצושטעלן צו טון יעדן טאג די זעלבע
חברים, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, עבודת השם, קבלה טובה, תעניתים, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער א גוטע געדאנק זיך פארצונעמען לכבוד אייער יום הולדת צו זאגן דעם "יום תהילים" יעדן טאג.


איר דארפט נישט טראכטן וואס וועט זיין אויב איר וועט פארגעסן וכדומה, נעמט זיך אויס צו טון די גוטע קבלה בלי נדר, און אז איר פארגעסט איין טאג, אדער איר זענט פארנומען און איר קומט נישט אן – איז גארנישט.


א מענטש איז נישט קיין מאשין, א מאשין קען מען אנשטעלן צו טון יעדן טאג דאס זעלבע, א מענטש פרובירט צו טון דאס בעסטע, און אז מען קען נישט, מען קומט נישט אן, און די טאג איז אריבער אן די גוטע קבלה – וועט מען פונדאסניי פרובירן.


אייער טאטע האט מיך געפרעגט אויב מיידלעך פאסטן עשרה בטבת; ביי אונז פאסטן די מיידלעך יום הכיפורים און תשעה באב, די אנדערע תעניתים פאסט מען נישט.


אויך וויל איך אייך בעטן, זוכט אויף צווישן די מיידלעך אין אייער קלאס מיידלעך וואס האבן נישט קיין חבר'טעס און חבר'ט זיך מיט זיי, ווייל אז מען געבט אכטונג אויף די צעבראכענע הערצער, מען דערפריידט זיי, דעמאלט צאלט דער אייבערשטער צוריק דעם מענטש מיט אסאך גוטס.


 

#4349 - רעדט נישט מיט קיינעם פון אייער עבר
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, רעדן, פרויען צאמקום, עבר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, י' שובבי"ם, כ"ד טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך וויל אייך זייער בעטן, רעדט נישט מיט קיינעם פון אייער עבר, מאכט זיך נישט צו-נאַר פאר אנדערע. וואס דארפט איר דערציילן וואס איז אריבער אויף אייך איידער אייער התקרבות; אז איר האט געהאט א שלעכטע חבר וכו' וכו', איר מאכט זיך צו-נאַר פאר יעדן, און אויך ווערט אייער מאן צו-נאַר.


איך בעט אייך זייער, טוט מיר די טובה, רעדט נישט די זאכן, רעדט נאר שיינע זאכן; רעדט פון אייערע קינדער. ביי די פרויען צאמקום זאלט איר רעדן נאר פון שיינע זאכן; פרויען ווערן דערשראקן, און נאכדעם וועט אייך עס שאטן.


איך האף איר וועט אננעמען מיינע ווערטער.

#4348 - פלאקער אויף די הערצער פון די קינדער אין חדר מיט סיפורי צדיקים
חינוך הילדים, מלמדים, סדר דרך הלימוד, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, י"א שובבי"ם, כ"ה טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אשריך ואשרי חלקך אז דו ברענגסט אריין אין דיינע תלמידים א ליבשאפט צו לערנען די הייליגע תורה, דו געוואוינסט זיי צו צו גורס זיין משניות פון יונגווייז אן.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט. יעדער איינער מוטשעט זיך, "אָדָם לְעָמָל יוּלָד" (איוב ה, ז), נאר וואס דען? וואויל איז דעם וואס זיין פלאג און מי איז אין לערנען תורה מיט אידישע קינדער. וועסט אוועק גיין פון די וועלט וועט בלייבן פון דיין מי און פלאג א זכר, א שארית לנצח, אנדערש ווען מען פלאגט זיך מיט הבלי עולם הזה, דאן בלייבט גארנישט איבער פון די מי און פלאג.


פלאקער אויף די הערצער פון די קינדער אין חדר מיט סיפורי צדיקים. ודעת לנבון, מען דארף נישט אלץ דערציילן פרישע מעשיות, מען קען איבערדערציילן די זעלבע מעשיות. פארשטייט זיך, נאר אז דער מלמד קען איבער דערציילן די מעשיות מיט א פרישקייט, ווייל מעשיות פון צדיקים פלאקערט אויף די הערצער פון די קינדער צום אייבערשטן (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4347 - בזכות רייניגן דעם בית המדרש זאל איך קענען רייניגן נשמות ישראל
תפילות אויף אידיש, ריינקייט, בית המדרש, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ט"ז שובבי"ם, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך הער גרוסן פון די גבאים אז דו ביסט זייער איבערגעגעבן פאר'ן שול און פאר די חדר; דו רייניגסט דעם שול, דו זארגסט פאר יעדע פרט אין שול.


מוהרא"ש האט דערציילט ווען ער פלעגט וואשן די ברסלב'ע שטיבל אין בארא פארק, דער בית המדרש וואס געפונט זיך אויף די זעכצנ'טע גאס, פלעגט ער זיך מתבודד זיין בשעת'ן רייניגן, ער האט געוויינט צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר בזכות וואס איך רייניג דעם בית המדרש זאל איך קענען רייניגן נשמות ישראל".


ווען דו רייניגסט דעם בית המדרש זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, מאך מיך ריין, זיי מיך מקרב צו דיר, איך וויל ריינע אויגן, א ריינע מח מחשבה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4346 - מען דארף נישט מאכן קיין עסק פון די קינדערישקייטן
קינדער, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, י"ז שובבי"ם, ב' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רעד צום מנהל פון דיין זון און בעט אים ברחמים ער זאל זיך נישט וויסנדיג מאכן פון די פרט פון די קאפל פון דיין זון. דערצייל אים, אז דו אלס קינד האסטו אויך געהאט די זאך פון וועלן האלטן די קאפל האלבוועגס שיף. ווייל אז ער וועט רודפ'ן דיין קינד וועט דיין קינד באקומען א פיינטשאפט בכלל צו גיין מיט א קאפל.


עס איז דא ביי טייל קינדער און יונגע בחורים א רייץ אויסצוקוקן בעסער, מעשה נערות; מען דארף נישט מאכן קיין עסק פון דעם, מען דארף דער עיקר אויסלויבן דאס גוטס און נישט זיך פארלייגן אויף די אנדערע זאכן.


דער עיקר דארף מען אריינלייגן אין די קינדער א חיות און א פרייליכקייט אין די מצוות וואס מען טוט, אזוי וועלן זיי דאס קיינמאל נישט אפלאזן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4345 - אויב מען מאכט נישט קיין ברכות, קומט פחדים
פחדים, קינדער, אמונה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, ברכות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, י"ז שובבי"ם, ב' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז א קינד דערשטיקט זיך איינמאל ביים זייגן - מיינט נישט אז ער גייט זיך נאכאמאל דערשטיקן, מען קען נישט לעבן אין שרעק און טראכטן 'אפשר יעצט גייט זיך דער קינד חס ושלום דערשטיקן', און אז איר זענט געגאנגען פרעגן דעם דאקטער און ער זאגט אויך אז עס איז גארנישט - איז דאס טאקע גארנישט.


נעמט אייך פאר צו מאכן פאר ברכות און נאך ברכות, ווייל אויב מען מאכט נישט קיין ברכות - קומט פחדים. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות פחד, סימן יד): "מִי שֶׁאֵינוֹ נִזְהָר בְּבִרְכַּת הַנֶּהֱנִין תְּחִלָּה וָסוֹף, פְּחָדִים בָּאִים עָלָיו", ווער עס איז נישט געווארנט צו מאכן פאר ברכות און נאך ברכות - קומט צו אים שרעק.


געבט זיך איבער צום אייבערשטן - וועט דער לעבן זיין א געשמאק; נאר דער וואס לעבט מיט אמונה - דער האט הנאה פון די לעבן, ווייל אן אמונה איז דער לעבן איין שטיק שרעק, איין שטיק אפקומעניש.


וואויל איז דעם וואס לעבט מיט אמונה, איז אים שטענדיג גוט.

#4344 - לאז אפ די סברות אז דו ביסט שוין דערנאך, דו קענסט יא תשובה טון
קינדער, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, התחזקות, תשובה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, י"ז שובבי"ם, ב' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גלייב דעם רבי'ן, גלייב אז דו קענסט יא תשובה טון; לאז אפ דיינע אויבער'חכמ'ישקייט, לאז אפ דיינע סברות אז דו ביסט שוין דערנאך. דער רבי זאגט דאך (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס, "תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", גלייב אויך אז דו קענסט פאררעכטן; דער אייבערשטער נעמט אן דיין תשובה, ער ווארט דו זאלסט זיך צוריקקערן צו אים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי) דער אייבערשטער זאגט: "מִיַּד שֶּׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם, מִיַּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", ווען א מענטש איז זיך מתוודה אויף זיינע עבירות - בין איך אים גלייך מוחל, און איך פיר זיך מיט אים מיט רחמנות.


בעט דעם אייבערשטן דיינע קינדער און אייניקלעך זאלן זיין ערליכע אידן, תפילות פון עלטערן - דאס מאכט די קינדער זאלן זיין ערליך. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנא דבי אליהו רבה, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר, וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", עס איז געווען א כהן זייער אן ערליכער איד וואס האט געהאט צען קינדער - זעקס זון און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמִתְחַנֵּן וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים וּמְלַחֵךְ בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט זיך יעדן טאג אראפווארפן אויף דער ערד וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; "אָמְרוּ לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית, עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם. לֹא נִכְנַס אֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ, עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּךְ נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר, און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים גדולים אין בית המקדש, און דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אינעם בית המקדש; זעט מען פון דעם אז תפילה איז די עצה זוכה זיין צו ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4343 - איך וויל בויען די קהילה אין ליבערטי אויפ'ן וועג פון מוהרא"ש
קינדער, חברים, חינוך הילדים, שלום בית, שטעטל, אידישע שטוב, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


מאך נישט קיין שוויץ ביי דיר אין שטוב, וואס פעלט דיר אויס עס זאל ווערן א פלאץ וואו עס וועלן קומען אלע סארט מענטשן וכו'? דארפסט דאך אכטונג געבן אויף דיינע קינדער.


מיש נישט קיין יוצרות, האסט געקויפט א הויז אין שטעטל – זאלסטו געדענקען די סיבה; פארוואס? פארוואס ביסטו געקומען אין שטעטל? צו האבן א גוטע חינוך פאר די קינדער; זאלסטו האלטן דיין שטוב פריוואט און נאר ברענגען מענטשן מיט יראת שמים.


טייערער ליבער ברודער, אינוועסטיר אין דיין שטוב; פארברענג מיט דיין ווייב, געב איר גוטע ווערטער. זוך נישט צו לויפן צו חברים, וואס האט מען פון חברים? ווען א מענטש איז אין א צרה – אנטלויפן אלע חברים, נאר די ווייב און קינדער – אויב האט מען זיך שיין אויפגעפירט אין די יונגע יארן – זיי בלייבן מיט'ן מענטש, זיי העלפן אים.


בנוגע מאכן ביי דיר וכו'; ביז דערווייל מאך גארנישט, איך וויל דאס אויסשמועסן מיט די חברי הנהלה. זיי מיר מוחל וואס איך זאג דיר, ווען דו ביסט מיר געקומען פרעגן אויב דו קענסט דאס טון – האב איך פון אויסגעמוטשעטקייט געזאגט יא, שפעטער טראכט איך 'וואס האב איך געזאגט יא? איך האב דאך געשטעלט אן הנהלה, דארף מען פרעגן די הנהלה'.


געב איבער פאר אלע וואס קומען דא וואוינען אין ליבערטי, טוט מיר א טובה; איך זוך נישט קיינעם איינצוטיילן וואס צו טון, איך מעג אבער בויען א קהילה פאר די וואס ווילן זיך פירן אויף די וועג וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש; איז פארוואס לויפט מען מיך נאך? וואס קומט מען קיין ליבערטי ווען מען וויל מיך אויסשפילן?! פון סיטי ביז סאליווען קאונטי איז דא אזויפיל שיינע פלעצער וואו צו וואוינען, וואס לויפט מען מיך נאך?!


איך האף מען וועט אלעס אויסשמועסן מיט די הנהלה.

#4342 - איך האף ענק וועלן מיר ווייטער העלפן
תפילה והתבודדות, מוסדות, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פאר אם ירצה ה' היינט נאכט קיין ארץ ישראל; איך מוז שוין פארן, איך קען מער נישט אפשטופן, אנשי שלומינו אין ארץ ישראל ווארטן שוין בכליון עיניים. איך האף צו זיין אין יבנאל ביים ציון פון מוהרא"ש און ביי רבי שמעון בר יוחאי; איך וועל מתפלל זיין פאר דיר און דיין משפחה.


איך האב גערעדט צו האברך ... נרו יאיר, איך האף ער האט דיר איבערגעגעבן וואס איך האב גערעדט מיט אים, איך האף ענק וועלן מיר ווייטער העלפן און נישט זיין צופרידן מיט וויפיל מען טוט, נאר העלפן מער און מער.


איך בעט דיר זייער, נעם זיך צאם, זיי זיך מסדר. נעם אפאר מינוט און שמועס זיך אויס מיט'ן אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א חבר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות ט, א): "כאדם המשיח באוזן חבירו", ווען מען רעדט צום אייבערשטן רעדט מען אזוי ווי איינער בייגט זיך צו זיין חבר'ס אויער און זאגט אים עפעס שטילערהייט, "והוא שומע", און דער אייבערשטער הערט.


דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.

#4341 - איך האף צו פועל'ן יעצט פאר דיר א שידוך
שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פאר אם ירצה ה' היינט נאכט קיין ארץ ישראל אויף א קורצע נסיעה, איך האף צום אייבערשטן צו זיין צוריק מאנטאג פארטאגס. איך גיי צו מוהרא"ש און צו רבי שמעון בר יוחאי, און נאך קברי צדיקים. איך גיי נאכאמאל וויינען פאר דיר פאר א שידוך, איך וויין פאר דיר יעדן טאג, אויך ביי יעדע פתיחת הארון הקודש בעט איך דו זאלסט שוין טרעפן דיין שידוך.


יעדן טאג רעד איך מיט מיין ווייב וואס מען קען טון פאר דיר פאר א שידוך, אויך געבט מיר מיין מאמע תחי' איינמאל א וואך א פסק אז איך טו נישט גענוג פאר דיר און פאר נאך. מיין מאמע קען דיין מאמע, זי בעט אויך פאר דיר; איך האף צו פועל'ן יעצט פאר דיר א שידוך.


ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך.

#4340 - מיר ווילן און שטרעבן צו האבן ערליכע קינדער
קינדער, שידוכים, עבודת השם, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער זון ... נרו יאיר


איך בין זייער פרייליך צו זען ווי פלייסיג דו לערנסט, דיין יראת שמים, און בעיקר דיין כיבוד אב ואם. יעצט זאגט מיר מאמי תחי' אז דיין מגיד שיעור הרב אלחנן חיים שליט"א זאגט איר ווי פלייסיג דו לערנסט; סיי די גמרא שיעור און סיי די הלכה שיעור, און אויך ביינאכט גייסטו לערנען די גמרא שיעור מיט די אברכים.


דאס איז אונזער ווילן, דאס איז אונזער רייכטום; מיר ווילן נישט קיין שיינע הויז, מיר וויל נישט קיין פארמעגן, מיר ווילן און שטרעבן צו האבן ערליכע קינדער, ערליכע דורות לה' ולתורתו.


פיר זיך ווייטער אויף די גוטע וועג און דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט טרעפן א גוטע שידוך.

#4339 - מאך זיך א שיעור אין די וועכנטליכע קונטרס "עצתו אמונה"
חסידות ברסלב, התחדשות, בריוו, עצתו אמונה, יענער, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


מאך זיך א שיעור אין די וועכנטליכע קונטרס "עצתו אמונה", עס איז דא דערין אזויפיל חיזוק און עצות ווי אזוי צו לעבן; א לעבן מיט שלום בית, א לעבן מיט א גוטע געזונטע חינוך, א לעבן מיט יראת שמים, אויך איז דא אסאך התחזקות. אלעס איז גענומען פון ספר הקדוש "אשר בנחל" פון אונזער רבי ומנהיג מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וואס האט גענומען דעם רבינ'ס תורות און דאס אראפגעברענגט פאר אונז פשוט'ע מענטשן.


איך רעד צו אינגעלייט מקורבים, אנשי שלומינו, און איך הער אז זיי קומען נישט אן צו לערנען די בריוו; אזא שאד, מען איז שוין מקורב און מען האלט זיך נישט פריש.


פארשטייט זיך אז מען קען ליינען די בריוו אויף צוויי וועגן, אדער צו ווערן א צדיק, אדער (דניאל יב, ב): "לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם" (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קעא). די וואס ליינען די בריוו צו אויסגעפונען וואס טוט זיך ביי דעם, וואס טוט זיך ביי יענעם – די נעבעך איז ענדערש זיי זאלן דאס נישט ליינען, ענדערש זאלן זיי תשובה טון, אבער מען רעדט דאך פון דער וואס וויל זיין אן ערליכער איד, ער וויל חיזוק און התחדשות; איז זייער וויכטיג צו לערנען די בריוו, און אויך אשר בנחל.


אשרינו און פארט אשרינו.

#4338 - טרייב ארויס די שלעכטע מחשבות, דו וועסט אויפשטעלן א שיינע שטוב
שידוכים, התחזקות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


ווען עס קומען אריין מחשבות אז דו גייסט נישט חתונה האבן, דו גייסט נישט טרעפן קיין שידוך – זאלסטו דאס ארויסטרייבן, שריי: "צֵא טָמֵא! גיי ארויס טמא'נע מחשבה!" ווייל די מחשבות זענען פון די סטרא אחרא; דו האסט א שידוך, דו וועסט חתונה האבן, דו וועסט אויפשטעלן א שיינע שטוב, דארפסט זיך נאר דערהאלטן און אויסווארטן.


איך בעט דיר מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, גיי אן מיט דינען דעם אייבערשטן, זיי נישט מוותר אויף די וויכטיגע זאכן, גיס אפ נעגל וואסער ביים בעט, גיי אין מקוה, טובל זיך א טבילה פאר'ן רבי'ן - רבינו נחמן בן פיגא ותלמידיו הקדושים, דריי תפילות מיט מנין, און לערנען יעדן טאג אביסל מקרא, משנה, גמרא והלכה, און זיי זיך מתבודד. זיי נישט מוותר אויף די נקודות.


נאכאמאל, א שידוך האט נישט מיט א נאמען, געלט, כבוד וכו' וכו'; א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן.

#4337 - א שיינע גרוס פונעם בעל הבית וואו דו ארבעסט
רעדן, פרנסה, לימוד התורה, היטן די צייט, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך האב באקומען א גרוס פון דער בעל הבית וואו דו ארבעסט, ער שרייבט מיר אז ער קען זיך נישט איבערקומען פון דיין איידלקייט און דיין התמדת התורה, דו קומסט אין ארבעט מיט א זעקל ספרים, און יעדע איבריגע מינוט ביסטו שוין מיט דיינע ספרים.


אויך דיין איידלקייט; ער שרייבט אז דער גוי וואס ארבעט דארט זאגט אים אז דו ביסט אנדערש פון אנדערע, דו רעדסט נאר איידל, דו רעדסט נישט ניבול פה, און ווען איינער דערווייגט זיך צו רעדן ניבול פה – ביסטו זייער שטרענג, דו לאזט דאס נישט.


שטארק זיך, זיי ממשיך מיט לערנען און דאווענען און יראת שמים, כי זה כל האדם.


איך קוק זייער ארויס אויף דיר, וכו' וכו'.