בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3917 - אפילו א קליינע זאך מאכט אין הימל א גרויסע רעש
תהלים, סיפורי צדיקים, קבלה טובה, מוהרנ"ת ז"ל, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


נעמט זיך פאר א גוטע זאך לכבוד אייער יום הולדת, עס דארף נישט זיין א גרויסע זאך. רבי נתן האט געפרעגט דעם רבי'ן נאך זיין מאמע'ס פטירה וואס ער זאל טון לטובת איר נשמה, האט אים דער רבי געזאגט: "פון היינט און ווייטער זאג די ברכה פון אשר יצר מיט כוונה לטובת איר נשמה"; אפילו א קליינע זאך מאכט אין הימל א גרויסע רעש.


זאגט יעדן טאג תהילים, מה טוב ומה נעים אויב איר קענט זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים; זונטאג יום ראשון, מאנטאג יום שני און אזוי ווייטער, און אז איר קענט זאגן נאר אביסל - זאגט אביסל.


א גוט געבענטשט יאר.


 

#3916 - געב אכטונג דיין ווייב זאל נישט באקומען קיין לחץ פון דיר
שלום בית, חסידות ברסלב, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב שרייבט מיר אז דו ווערסט ברוגז ווען דו קומסט אהיים און די שטוב איז נישט צאמגענומען, זי בעט איך זאל דיר מחזק זיין אז דו זאלסט נישט ווערן ברוגז אויף איר; זי ווארט יעצט וכו', עס איז איר נישט גרינג מיט די קינדער און מיט די ווארטן.


טייערער ברודער, דער רבי האט אונז געזאגט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, מיר זאלן אכטונג געבן אויף איר (שיחות הר"ן, סימן רסד). מוהרא"ש פלעגט אזויפיל רעדן פון שלום בית, פון העלפן אין שטוב; אז דאס איז עבודת השם. בעט איך דיר, זע צו העלפן אין שטוב, זע צוצולייגן א האנט, בפרט אין די טעג וכו'.


ווארף נישט קיין פחד אין שטוב, לייג נישט קיין אימה יתירה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ו:): "כָּל הַמֵּטִיל אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", ווער עס ווארפט א פחד אויף זיין ווייב און קינדער, "סוֹף הוּא בָּא לִידֵי שָׁלֹשׁ עֲבֵירוֹת, גִלוּי עֲרָיוֹת, שְׁפִיכוּת דָּמִים, וְחִלּוּל שַׁבָּת", וועט נאכדעם צוקומען צו די דריי הארבע עבירות פון גלוי עריות, שפיכות דמים און חילול שבת; געב אכטונג דיין ווייב זאל נישט באקומען קיין לחץ פון דיר, זי זאל נישט לעבן אונטער דרוק אז אט קומסטו שוין אהיים און די שטוב איז נישט גרייט. א ברסלב'ער חסיד דארף מכבד זיין די ווייב, אז די ווייב זאל שוין ציילן די מינוטן 'ווען קומט שוין מיין מאן אהיים און ער וועט מיר העלפן, איך וועל זיך קענען אפרוען'.


אפילו דו ביסט עוסק אין די העכסטע זאך, דו ביסט מפיץ די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש - דארף דאס אויך זיין מיט א צמצום; עס קען נישט גיין אויפ'ן חשבון פון די ווייב און קינדער.


מיר גרייטן זיך שוין יעצט צו קומען צום רבי'ן, מיר פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן; אז מען קומט צום רבי'ן דארף מען פאלגן דעם רבי'ן. דו ווייסט אודאי דעם סיפור, רבי נתן איז אמאל געגאנגען צום רבינ'ס ציון אינאיינעם מיט זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער, אויפ'ן וועג צום ציון האט זיך צעריסן די רעקל פון רבי נחמן טולטשינער, האט אים רבי נתן געזאגט: "גיי פאררעכט דיר דיין רעקל, ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קכז) מען זאל אכטונג געבן אז די בגדים זאלן נישט זיין צעריסן", אבער רבי נחמן טולטשינער האט זייער שטארק געוואלט זיין אינאיינעם מיט רבי נתן ביים ציון איז ער מיטגעגאנגען מיט רבי נתן, ער האט געטראכט ער וועט שפעטער פארנייען זיין רעקל, האט אים רבי נתן געזאגט: "פארוואס קומסטו צו א רבי, אז דו פאלגסט נישט דעם רבי'ן?"


איך ווייס אז דו ביסט א גוטער מאן, איך בין דיר נישט חושד אז דו ביסט א גבר אלים; דיין ווייב תחי' שרייבט זייער שיין אויף דיר, דעריבער שרייב איך דיר, איך ווייס אז דו וועסט אננעמען וואס איך זאג דיר. לייג נישט קיין דרוק אויף איר, דיין ווייב טאר נישט האבן א פרעשור אז דו קומסט שוין באלד אהיים און דו וועסט נישט זיין צופרידן מיט די שטוב, זי דארף ארויסקוקן דו זאלסט אהיים קומען איר העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3915 - אפילו מען האט געכאפט א קלאפ, דארף מען נאכאלץ זיין פרייליך
קינדער, התחזקות, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, די גאנצע וועלט ווארט אויף דיר; מען ווארט אויף די נייע ספרים עצתו אמונה, איש אמונות. מענטשן זענען היינטיגע טעג אזוי צעבראכן, עס גייט אריבער אויף זיי אזויפיל צרות ויסורים און נאר די חיזוק פון הייליגן רבי'ן - דאס איז זיי מחזק; עס געבט זיי כח צו בלייבן שטארק מיט די הייליגע אמונה.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה:


א שיינע חתונה, לעבעדיגע מוזיק, דער גאנצער עולם טאנצט אזוי לעבעדיג; אויך דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו איז דארט, די מוזיק שפילט שיין, איינער פייפט מיט א פייפער, איינער שפילט אויפ'ן פידל אויך איז דא א טראמפייטער מיט א פויקער. דער קאנדאקטער מאכט מיט די הענט ארויף און אראפ אלע זאלן שפילן אינאיינעם, דער עולם איז זייער פרייליך, עס איז גאר א לעבעדיגע חתונה.


עפעס אינטערעסאנט האט פאסירט, דער פויקער איז געווען זייער מיד און אינמיטן פויקן איז ער איינגעשלאפן; אלע קוקן ווי די מוזיק שפילט און ווי דער פויקער שלאפט, דער קאנדאקטער באמערקט ווי דער פויקער שלאפט.


פלוצלונג: "פאטש!!!" "פאטש!!!" דער קאנדאקטער האט געגעבן א פאטש פאר'ן פויקער, דער פויקער האט זיך געגעבן א כאפ אויף און גלייך אנגעהויבן צוריק צו פויקן, ער קלאפט און פויקט כאילו לא היה.


דער הייליגער רבי זעט די מעשה און רופט זיך אן: "א פאטש געכאפט און פרייליך געקלאפט", דער רבי זאגט פאר די תלמידים: "פון יעדע זאך וואס מען זעט דארף מען ארויסנעמען חיזוק פאר עבודת השם, מיר לערנען זיך פונעם פויקער אז אפילו מען האט געכאפט א קלאפ - דארף מען נאכאלץ זיין פרייליך; אפילו עס גייען אריבער שווערע טעג דארף מען ווייטער פאטשן און קלאפן, טאנצן און שפרינגען".


קינדער לאמיר זינגען: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז זיכער גוט, אפילו ווען עס זעט אויס שלעכט - ווייס איך אז ער איז גערעכט".


מאך א בילד ווי אזוי מען שפילט מוזיק; א פייפער מיט א פידל, א טרומפייטער מיט א פויקער, דער קאנדאקטער געבט א פאטש און מען טאנצט אין דער זייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3914 - עס איז אזוי וויכטיג אויסצוהערן די ווייב
חברים, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וויליאמסבורג


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט מיר אזוי מחי' געווען מיט דיין בריוו אז דו האסט זיך נאכאמאל מקבל געווען נישט צו גיין ביינאכט צו פארטיס וואו מען הוליעט און טרינקט; ענדערש בלייבסטו אין שטוב מיט דיין אשת חיל.


טייערער ברודער, הארציגער חבר; מיר פארן דאך שוין כמעט צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה. דיין ווייב תחי' איז דיר געטריי, זי לאזט דיר פארן, זי שיקט דיך קיין אומאן מיט שמחה, פארוואס זאלסטו איר זיין א כפוי טובה? זי וויל זיין מיט דיר, זי וויל דו זאלסט אהיים קומען רעדן מיט איר, שמועסן מיט איר און בעיקר איר אויסהערן; לאז אפ די שיכורים, די ליידיגע מענטשן, גיי נישט צו קיין פארטיס, אפילו מען פאררופט עס מיט'ן נאמען "סיום", ענדערש גיי אהיים און פארטי מיט דיין ווייב; פארברענג מיט איר, הער איר אויס, הער אויס אירע מעשה'לעך, עס איז אזוי וויכטיג אויסצוהערן א ווייב, דאס מאכט איר גוט אויפ'ן הארץ.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף גיי איך קומענדיגע וואך זונטאג צוריק אין שטאט פאר צוויי שבתים - כי תצא און כי תבוא, און דינסטאג נצבים פארן מיר קיין אומאן.


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#3913 - ווי קענסטו שרייבן מיט חוצפה אז צום גדלי' וועט מען עסן פרישטאג?
ראש השנה, תעניתים, שרייבן, וועבסייט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


וואויל איז דיר אז דו העלפסט פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן, דו העלפסט מיט די וועבסייט, דו שרייבסט די נייעס.


אבער פון די אנדערע זייט בין איך זייער דערציטערט געווארן צו ליינען די נייעס אז צום גדלי' וועט זיין צוגעשטעלט א נארהאפטיגע פרישטאג און אויפ'ן באן וועט זיין צוגעשטעלט עסן; דאס איז א חוצפה און א פריקת עול.


אלע יארן פארן מיר צוריק קיין אמעריקע אום צום גדלי', קומט אויס אז מען דארף פאסטן מער ווי א טאג, זענען דא פוסקים וואס זאגן אז מען קען שוין אויספאסטן ווען עס ווערט נאכט אין אומאן (הרב וואזנער זכרונו לברכה), אבער אין א פאל ווי היי יאר, וואס מען פארט צוריק א טאג נאך צום גדלי' - איז דאס א געהעריגע פאסט טאג; איז ווי קענסטו שרייבן מיט חוצפה אז צום גדלי' וועט מען עסן א נארהאפטיגע פרישטאג?!


אויב אזא זאך שטייט אויף אונזער וועבסייט פארמאך איך היינט דעם וועבסייט. איך קום נישט אן צו ליינען אלעס וואס די שרייבערס אין די קהילה שרייבן, די נייעס האב איך געליינט און אזוינס טאר מען נישט שרייבן; זע שוין צו פאררעכטן די נייעס און געב אכטונג אזוינס זאל נישט פאסירן נאכאמאל.

#3912 - איך וויל נישט בשום אין אופן נעמען געלט פון טייטל-1 פאר די מוסדות
מוסדות, געלט, טהרת הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


ערשטנס א גרויסן יישר כח פאר'ן אראפנעמען פון מיר די גרויסע יאך פון די מוסדות, דו העלפסט מיר זייער געטריי אז די מוסד זאל זיך פירן גוט, און מען זאל צאלן די איינגעשטעלטע אין צייט.


בנוגע נעמען פון די שטאט געלט פאר טייטל-1; איך וויל נישט בשום אין אופן נעמען געלט פון טייטל-1, איך וויל נישט די שטאט זאל זיך מישן אין אונזער הייליגע חינוך. טייטל-3 קענסטו נעמען, אבער טייטל-1 וויל איך נישט נעמען. מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה האט גע'פסק'נט אז דאס איז אסור, און אויך מיין עלטער פעטער, מאנטיווידעא רב זכרונו לברכה האט גע'פסק'נט אז דאס איז אסור צו נעמען.


אונזערע מוסדות וויל איך עס זאל זיין אויסדרוקליך על טהרת הקודש; נישט נאר געשריבן אויף זיי צעטלעך: "מוסדות על טהרת הקודש". אויך ביי אונזערע מוסדות אין ארץ ישראל וויל איך נישט נעמען קיין איין פרוטה פון די רשעים, פון די ערב רב.


זארג נישט, דער אייבערשטער וועט העלפן מיר וועלן קענען צאלן ווייטער די איינגעשטעלטע. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר שטענדיג געמוטיגט - ווען איך פלעג קומען פרעגן וואס וועט דא זיין? מיר האבן נישט קיין איין פרוטה - מיט די ווערטער: "באלד וועט זיין גרויס שפע".


א כתיבה וחתימה טובה.

#3911 - אין אפאר יאר ארום וועלן זיין נאך דיינים, תלמידים פון אונזער כולל
כולל, צדקה, דיינים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיצן מיט דיר היינט ביי א סעודת ראש חודש מיט נאך אפאר חברים וואס האבן א געפיל צו העלפן די כולל.


מן הסתם האסטו אביסל געזען מיט דיינע אויגן במשך די זומער וואכן די התמדה פון די אינגעלייט, זיי לערנען זייער פלייסיג; זיי לערנען, זיי מוטשען זיך ביז זיי קומען ארויס קלאר אין די הלכה.


יעצט איז פונקט א יאר פון די הכתרה פונעם דיין שליט"א, און בעזר ה' אין אפאר יאר ארום וועט זיין נאך אן הכתרה פאר נאך דיינים, אינגעלייט תלמידים פון אונזער כולל. שרייב אראפ דעם דאטום, תשפ"ח, וועט זיין שיינע זאכן אין די קהילה, מיר וועלן אויפנעמען נאך דיינים.


וואויל איז דיר אז דו האסט א חלק אין העלפן די כולל אינגעלייט זיי זאלן קענען באקומען זייער געהאלט צייטליך.


איך האף אז דו האסט אויך הנאה געהאט פון די סעודת ראש חודש.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3910 - ווער נישט דערשראקן פון דאקטורים, דאנק און בעט וועט אלעס זיין גוט
קינדער, תפילה והתבודדות, שמחה, תודה והודאה, סגולות, רפואה, שמות הצדיקים, וויינען, דאקטורים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי נישט דערשראקן פון וואס די דאקטורים זאגן פאראויס, אז עס פעלט א שטיק מח פונעם קינד, זיי דערשרעקן דיר אז דאס קינד וועט זיין געלעמט חס ושלום; זיי מחזק דיין ווייב און זי זאל דיך צוריק מחזק זיין, נעם די סגולה פון בעטן דעם אייבערשטן און אים דאנקען פאר אלע חסדים.


ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן - עפענען זיך אויף ריזיגע טויערן אין הימל און עס גיסט אראפ ניסים ונפלאות; בדוק ומנוסה, מענטשן דערציילן אותות ומופתים, זאכן שלא כדרך הטבע פון די סגולה פון תודה והודאה.


דאס וואס דו זאגסט אז דיין ווייב וויינט וכו'; מען מעג וויינען, מען דארף וויינען; עס איז נישט נישט קיין חסרון אין אמונה ובטחון אז מען וויינט, מען דארף אבער אין די זעלבע צייט זיין פרייליך, מען דארף וויינען מיט שמחה און תקוה, נאר נישט זיין בעצבות ובמרה שחורה. דער הייליגער רבי האט זייער אסאך געוויינט, אבער עס איז געווען מיט שמחה, מיט האפענונג. אז מען פריידט זיך מיט אמונה, מען פריידט זיך מיט'ן אייבערשטן - זענען די טרערן זיסע טרערן, נישט זאלציג און ביטער.


ווער נישט דערשראקן פון דאקטורים, דער רבי זאגט שוין מיט איבער צוויי הונדערט יאר צוריק ווער און וואס דאקטורים זענען, זיי ארבעטן האנט ביי האנט מיט'ן מלאך המות.


מוהרא"ש זאגט בשם צדיקים, די תורה זאגט (שמות כא, יט): "וְרַפֹּא יְרַפֵּא", זאגן די הייליגע חכמים (ברכות ס.): "מכאן שניתנה רשות לרופא לרפאות", אז מען האט געגעבן רשות פאר דאקטורים נאר צו היילן, נישט צו דערשרעקן.


אז דו און דיין ווייב וועלן יעדן טאג דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלעס גוטס, און אויך בעטן פאר'ן קינד זאל געבוירן ווערן געזונט ברמ"ח איברים ושס"ה גידים, און זאגן שמות הצדיקים - וועט דער אייבערשטער מאכן גרויסע ניסים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3909 - אשריך שזכית צו העלפן קויפן דעם נייעם בנין פאר'ן בית הדפוס
צדקה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, סטעטן איילענד


אשריך שזכית צו נעמען אנטייל אינעם קויפן דעם נייעם בנין פאר'ן בית הדפוס אין קרית ברסלב ליבערטי, צו דרוקן די הייליגע ספרים, קונטרסים, גליונות; התחזקות און שכל פון הייליגן רבי'ן ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


מיט'ן נעמען אנטייל אין "אבני היסוד" האסטו זיך געמאכט א גוטע אינוועסטמענט פאר די וועלט און פאר יענע וועלט, און גוטע זכותים פאר'ן יום הדין.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3908 - לאז נישט אפ די הייליגע ארבעט פון צאמנעמען צדקה פאר'ן בית הדפוס
צדקה, הדפסה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן ארבעטן צאמצונעמען צדקה פאר'ן בית הדפוס, מען זאל קענען דרוקן אן אויפהער די הייליגע ספרים, קונטרסים און גליונות, מחזק זיין אידישע קינדער.


ביי מוהרא"ש איז געווען הדפסה והפצה דאס שווארץ אפל פון זיין אויג. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנץ לעבן צו דרוקן און פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים פאר די גאנצע וועלט.


מוהרא"ש האט נחת אויבן אין הימל צו זען ווי מיר האלטן אן די הייליגע ארבעט, זיין הייליגע הנהגה; מיר דרוקן און פארשפרייטן די ספרים אן אפשטעל.


שטארק זיך ביתר שאת וביתר עוז, לאז נישט אפ די הייליגע ארבעט פון צאמנעמען צדקה פאר'ן בית הדפוס דיין גאנץ לעבן.


א גרויסן יישר כח פאר'ן אנטייל נעמען אינעם קויפן דעם נייעם בנין.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3907 - א מתנה פאר'ן אנטייל נעמען אינעם נייעם בנין פאר'ן בית הדפוס
צדקה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך געב דיר א מתנה דעם ספר לקוטי מוהר"ן פאר אן אות אז דו האסט אנטייל גענומען אינעם קויפן דעם נייעם בנין פאר'ן בית הדפוס אין קרית ברסלב ליבערטי, וואו מיר דרוקן וועכנטליך טויזנטער ספרים, קונטרסים און גליונות.


אויך געפונען זיך דארט די אפיסעס פאר אלע אקטיוויטעטן פון הדפסה והפצה אן-ליין, ווי צענדליגער טויזנטער ווערן מחוזק מיט'ן רבינ'ס עצות.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3906 - די ספרים, קונטרסים און גליונות וועלן אראפוועגן דעם וואגשאל לטובה
צדקה, הדפסה, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


די מתנה איז פאר'ן העלפן קויפן דעם נייעם בנין פאר'ן בית הדפוס אין קרית ברסלב ליבערטי, וואו מען דרוקט שוין וועכנטליך טויזנטער ספרים, קונטרסים און גליונות, ועוד ועוד - לחזק עם ישראל.


דאס אז דו האסט א געפיל פאר הדפסה והפצה - איז מיר זייער חשוב, איך קוועל פון נחת ווען איך הער אז די תלמידי הישיבה האבן א שטארקע געפיל צום רבי'ן, צו דרוקן די ספרים און דאס פארשפרייטן אין די וועלט.


דאס וועט דיר צוניץ קומען ביים יום הדין, ווען מען משפט דעם מענטש וואס זיין יאר וועט זיין מיט אים און זיינע קינדער; אלע ספרים, קונטרסים און גליונות וועט מען אפיר נעמען און עס וועט אראפוועגן דעם וואגשאל לטובה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3905 - מיט'ן העלפן דרוקן די ספרים איז מען מציל די גאנצע וועלט
צדקה, הדפסה, הצלה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זען נחת ביי דיינע קינדער און דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן - אין די זכות וואס דו האסט געהאלפן קויפן דעם נייעם בנין פאר'ן "בית הדפוס" צו דרוקן די ספרים פון רבי'ן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין לז.): "כל המציל נפש אחת מישראל, כאילו קיים עולם מלא", איז דאך זיכער, אז "המציל כל העולם כולו" - איז דאך נישטא קיין ווערטער ארויסצוברענגען זיינע זכותים; מיט'ן העלפן דרוקן די ספרים איז מען מציל די וועלט, מען ברענגט די גאולה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3904 - אז מען אינוועסטירט אין הייליגע זאכן, איז דאס א זיכערע פארדינסט
צדקה, מוסדות, הדפסה, אינוועסטמענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


אין דעם זכות פון העלפן קויפן דעם נייעם בנין פאר'ן בית הדפוס אין קרית ברסלב ליבערטי, וואו מען דרוקט טויזנטער ספרים, קונטרסים און גליונות, ועוד ועוד, זאלסטו האבן א גוט געבענטשט יאר, זאלסט האבן נחת פון דיינע קינדער און גרויס שפע.


מענטשן אינוועסטירן דא און דארט פאר א ספק ספיקא צי מען וועט מרוויח זיין, און אפילו מען איז מרוויח - איז דאס אלעס פאר צייטווייליג, אבער אז מען אינוועסטירט אין בויען מוסדות התורה, בויען א בנין צו דרוקן ספרים פון אמונה, ספרים וואס ברענגען צוריק צום אייבערשטן - דאס איז א וודאי ריווח בזה ובבא.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3903 - מוהרא"ש וועט זיך זיכער מיען פאר אלע וואס העלפן די הדפסה
צדקה, הדפסה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


די קליינע מתנה וואס איך שענק דיר איז פאר'ן זיין קלוג און נעמען א חלק אין אוועק שטעלן א בנין לדורות וואו מיר דרוקן די ספרים, קונטרסים און גליונות צו מחזק זיין אידישע קינדער.


דו מאכסט א נחת רוח פאר'ן רבי'ן, פאר רבי נתן און פאר מוהרא"ש. איך געדענק ווען מוהרא"ש איז געקומען אינעם קליינעם בית הדפוס אין ישיבה אין וויליאמסבורג; די שמייכל, די הנאה, די נחת רוח וואס מוהרא"ש האט געהאט פון דעם - ליגט מיר נאכאלץ אין די ביינער.


יעצט ווען די הדפסה האט זיך אזוי פארברייטערט - האט מוהרא"ש זיכער אזא נחת רוח, און ער וועט זיך זיכער מיען פאר אלע וואס העלפן און האבן א חלק אין דעם, וואס דאס איז מקרב די גאולה שלימה, במהרה בימינו, אמן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3902 - די אלע וואס זענען עוסק אין הדפסה והפצה, זענען מקרב די גאולה
הפצה, הדפסה, משיח

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן קויפן דעם נייעם בנין פאר'ן בית הדפוס וואו מען דרוקט וועכנטליך צענדליגער טויזנטער ספרים, קונטרסים און גליונות. אויך מאכט מען דארט די סידיס, יו עס ביס וכו' וכו', ווען מען האט געפרעגט רבי נתן ער זאל אנטפלעקן אביסל פון די סודות פון מגילת סתרים וואס דער רבי האט מגלה געווען, וואס עס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, האט ער נישט געוואלט, אבער ער האט איין זאך יא מגלה געווען, ער האט געזאגט: "ווען מען וועט זען ווי דעם רבינ'ס ספרים גייען אריין אין די וועלט - קען מען זיך גרייטן אויף משיח".


די אלע וואס זענען עוסק אין הדפסה והפצה - זענען מקרב די גאולה; עס גייט נעבעך אריבער אזויפיל אויף אידישע קינדער, מען רעדט פון היימישע ערליכע משפחות, זענען נעבעך אזוי אויסגעלאשן, צעבראכן, מיואש, און נאר די ספרים פון רבי'ן ברענגט זיי צוריק די חיות, עס ברענגט זיי צוריק צום אייבערשטן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3901 - נאר דורך דרוקן די ספרים, וועט זיך ווייטער ציען דעם רבינ'ס זאך
צדקה, חסידות ברסלב, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, דזשערסי סיטי


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו העלפסט דעם בית הדפוס צו קענען דרוקן און פארשפרייטן די ספרים פון הייליגן רבי'ן.


דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "איך האב זיך אסאך מתבונן געווען וואס מען קען טון אז עס זאל זיך ווייטער ציען דעם רבינ'ס זאך, ביז איך האב געזען אז נאר דורך דרוקן די ספרים און דאס פארשפרייטן".


דער אייבערשטער זאל דיר באגליקן מיט אלעס גוטס, און דו זאלסט ווייטער האבן די מעגליכקייט צו העלפן דעם רבי'ן, מיר זאלן האבן די זכי' צו משמש זיין דעם רבי'ן א גאנץ לעבן.


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#3900 - שטר הלוואה, 150,000$ דאלער צו ענדיגן אונזער בנין אין אומאן
אומאן, חובות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ראה, ער"ח אלול, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך שרייב דיר דא און איך חתמ'ע זיך אונטער אז איך האב געבארגט פון דיר סך פון הונדערט פופציג טויזנט דאלער צו קענען ענדיגן אונזער בנין אין אומאן.


זמן הפרעון איז אין א יאר ארום, חודש אלול תשפ"ג לפ"ק.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן גרויס שפע בזכות וואס דו פארבארגסט דיין געלט צו קענען אויפבויען די הייליגע מוסדות היכל הקודש.


ועזבה"ח


...

#3899 - א חלק אינעם "אבני היסוד" צו קענען קויפן דעם בנין בית הדפוס
צדקה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת ראה, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


אשריך ואשרי חלקיך אז דו האסט א חלק אינעם נייעם בנין בית הדפוס אין שטעטל, דו האסט גענומען א חלק אינעם "אבני היסוד" צו קענען קויפן דעם בנין.


דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "איך האב זיך מתבונן געווען אז די איינציגסטע וועג צו קענען ממשיך זיין דעם רבינ'ס זאך פאר די קומענדיגע דורות - איז נאר דורך הדפסה והפצה"; דאס איז די וועג עס זאל ווייטער איבערגיין דעם רבינ'ס וועג לדורות הבאים.


אין דעם זכות זאלסטו געבענטשט ווערן מיט אלעס גוטס.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3898 - די זכות אין קויפן דעם נייעם בנין בית הדפוס אין ליבערטי
הפצה, צדקה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת ראה, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו האסט גענומען א חלק אין קויפן דעם נייעם בנין בית הדפוס אין ליבערטי, וואו מען דרוקט טעגליך הונדערטער און טויזנטער ספרים, קונטרסים און גליונות צו מחזק זיין אידישע קינדער און זיי מקרב זיין לאביהם שבשמים.


אין דעם זכות זאלסטו זען נחת ביי דיינע קינדער און אייניקלעך און זוכה זיין צו בלייבן מקושר צום רבי'ן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3897 - בעיקר דארף מען בעטן אלעס זאל זיין בנקל ובנחת געזונטערהייט
קינדער, תפילה והתבודדות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך, און בעטס יעדן טאג אז איר זאלט אריבערגיין אלעס בנקל ובנחת.


אויף אייער פראגע אויב איר מעגט בעטן עס זאל זיין א אינגל; מען קען אלעס בעטן, מען דארף אבער בעיקר בעטן אלעס זאל זיין בנקל ובנחת, איר זאלט זיין געזונט, דאס קינד זאל זיין געזונט, מען דארף בעטן אויף ליכטיגע דורות - דאס איז דער עיקר, און וואס דער אייבערשטער געבט - איז דאס בעסטע און עס קען נישט זיין בעסער.


בנוגע אז אייער מאן ווערט אנגעצויגן ווען ער קומט אהיים און די שטוב איז נישט מסודר, ער קען ווערן אין א נישט גוטע גוסטע; איך וועל אים שרייבן ער זאל מער זיין אין שטוב אין די טעג און מער העלפן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3896 - מיר נעמען אלע מיט די קינדער קיין אומאן
קינדער, אומאן, ראש השנה, סכנה, קיבוץ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע אויב מען זאל מיט שיקן היי יאר די קינדער קיין אומאן; איך קען אייך זאגן וואס מיר טוען, מיר נעמען אלע מיט די קינדער. ווייל ממה נפשך, אויב איז די נסיעה א סכנה - קענען מיר אויך נישט פארן, און אז עס איז נישט קיין סכנה, נאר עס איז א שווערע נסיעה, א שווערע טלטול הדרך - דארפן דאך די קינדער באקומען א חינוך ווי אזוי מען פארט צו א רבי, ווי אזוי מען שלעפט זיך צו א צדיק אויף ראש השנה.


עס איז נישט שייך צו זאגן פאר יענעם וואס צו טון; מאכט התבודדות, בעטס דעם אייבערשטן צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן. איך שרייב אייך וואס מיר טוען, מיר נעמען די קינדער היי יאר אויך - מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


בנוגע וואס איז ענדערש די יאר, פארן מיט א חבורה וואס מען דארף ארויספארן א טאג פריער, אדער ענדערש פארן אליינס שפעטער; די יאר ווען די נסיעה איז נישט קיין גרינגע - איז ענדערש פארן א טאג פריער מיט א חבורה; מיר טוען אויך אזוי, מיר פארן ארויס א טאג פריער פון אלע יארן מיט א חבורה אינאיינעם.


בנוגע אויב מען וועט פארמאכן די גרעניץ, אויב אייער מאן זאל קומען קיין אמעריקע מיטהאלטן אונזער קיבוץ; עס פעלט נישט אויס, ענדערש זאל ער בלייבן אין ארץ ישראל און דאווענען מיט א מנין אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש וואס זענען מקושר צום רבי'ן דורך פאלגן די עצות, וואס לערנען סדר דרך הלימוד, זענען עוסק אין הפצה און זענען זיך מתבודד, עס פעלט נישט אויס קומען קיין אמעריקע. מוהרא"ש פלעגט אלע יארן זאגן: "דער קיבוץ איז אין אומאן, און אז מען קען נישט פארן קיין אומאן - איז דאס נישט מצומצם אין קיין שום מקום, נאר איבעראל וואו עס איז דא א מנין אנשי שלומינו - דארט איז דער רבי".


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3895 - איך האף צום אייבערשטן אז דו קומסט קיין אומאן מיט דיינע קינדער
אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך ווארט און איך האף צום אייבערשטן אז דו קומסט קיין אומאן די יאר צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה מיט דיינע קינדער, איך בענק זיך זייער נאך דיר און איך בענק זיך צו דיינע קינדער; לאז מיר וויסן דיינע פלענער אויב דו קענסט קומען, און אויב כאטשיג דיינע קינדער וועלן קומען.


זיי ממשיך מיט דיין עבודות הקודש; דו האסט נישט קיין אנונג דיינע זכותים, וויפיל אידישע קינדער ווערן מחוזק דורך דיר און דיין ווייב.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3894 - חזר'ט אמונה, דער אייבערשטער איז נאר גוט
תודה והודאה, אמונה, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר מבשר זיין די גוטע נייעס פון אייער זון האברך ..., דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל האבן א גאנצע רפואה שנעל און גיך.


שטארקט אייך מיט אמונה ובטחון, חזר'ט אמונה, דער אייבערשטער איז נאר גוט, דער אייבערשטער מאכט נאר גוט. דער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו זאגט: "ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן מאכט דער אייבערשטער גרויסע ניסים מיט אים, עס גייען אוועק אלע דינים".


א גרויסן יישר כח פאר'ן שיקן געלט פאר הוצאות פון מיין שטוב, אין דעם זכות זאלט איר האבן שפע, ברכה והצלחה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3893 - מען נעמט אוועק מיין עסן און שלאפן, אבער איך פאר צום רבי'ן
קדושה, משפחה, תשובה, אומאן, ראש השנה, מנוולים, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו קומען אויף אומאן! וואס איז דיין פראגע? דו דארפסט דאך פאררעכטן וואס דו האסט פוגם געווען! אמת, דו האסט א טענה אז דער רוצח, דער מניוול, דיין שוואגער - האט דיך אפאר יאר מאנס געווען אן דעם וואס דו זאלסט וויסן אז דאס איז פון די הארבסטע עבירות, בזמן שבית המקדש הי' קיים האט מען געגעבן אויף די עבירה סקילה, איינע פון די ד' מיתות בית דין; ביז דו האסט אנגעהויבן הערן די שיעורים - האסטו זיך געכאפט אז דו ביסט א צעשניטענער קרבן, און ווען איך האב דיר געהייסן דערציילן פאר דיין טאטע אז מען זאל ארויסווארפן דעם רוצח פון שטוב - האט מען דיר געלאכט אין פנים, מען האט דיר נישט געוואלט ראטעווען, ביז איך האב דיר געהייסן גיין צו די פאליציי.


אמת, דו האסט א טענה צום באשעפער, קיינער האט דיר נישט געזאגט אז דאס איז אן עבירה וכו' וכו' - אבער א תיקון דארפסטו האבן, דו דארפסט דעם רבי'ן.


דו אליינס שרייסט אז דער יצר הרע איז נישט אוועק פון דיר, עס איז דיר אזוי שווער צו זיין אפגעהיטן פון פוגם זיין בברית, דו האלסט אין איין אראפפאלן אין די עבירה; אודאי זאלסטו קומען קיין אומאן! און אז מען סטראשעט דיר אז דו וועסט נישט האבן וואו צו שלאפן - זאלסטו נישט קוקן אויף דעם, ווער דארף שלאפן? ווער דארף עסן? דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תד) מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט מתקן זיין; "יא עסן נישט עסן, יא שלאפן נישט שלאפן - אבי זיין ביי מיר"; דאס מיינט מען אפילו מען סטראשעט מען וועט נישט אריינלאזן אין שטוב, נישט עסן און נישט שלאפן - דאך פאר איך צום רבי'ן.


ווער האט אזוינס צוגעזאגט? טרעף מיר נאך א צדיק וואס זאגט: "קום צו מיין ציון און איך וועל דיך פאררעכטן", טרעף א צדיק וואס קען דערהייבן דעם מענטש וואס האט נעבעך פוגם געווען בברית, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה): "אפילו דו ביסט פוגם בברית, קום צו מיין ציון און זאג די צען קאפיטלעך תהילים [טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], און געב א פרוטה לצדקה, זאג איך צו איך וועל דיר א טובה טון, איך וועל דיר מתקן זיין, איך וועל דיך ארויסציען פון שאול תחתית"; אודאי זאלסטו קומען!


איך הער טאג און נאכט מעשיות פון בחורים ווי זיי פאלן קרבנות השם ישמרינו, אבער דיין מעשה איז מיר אזא וואונדער, ווי קען זיין אזא זאך?! א קינד קומט דערציילן: "איינער באצווינגט מיר פאר אפאר יאר טאג נאך טאג" - און מען זאל זיך נישט אננעמען פאר'ן קינד? ווי קען זיין אזא זאך?! די מעשה האסטו מיר דערציילט פאריאר און עס גייט מיר נאכאלץ נישט אריין אין קאפ, ווי קען זיין אזא זאך? ווי קען זיין אז נאכדעם וואס דו ביסט געלאפן צו די פאליציי און מען האט יענעם איינגעשפארט זאל מען נישט וועלן רעדן מיט דיר, שומו שמים, א קינד וויינט: "מען באצווינגט מיך! א רוצח ניצט מיך אויס!" און אז מען גייט צו די פאליציי ווארפט מען ארויס פון שטוב?!


למעשה האסטו געזען אז מען האט דיר ארויסגעווארפן פאר אפאר טעג און נאכדעם האט מען דיר צוריקגענומען, אלעס האט זיך געענדיגט גוט, ביסט צוריק אין שטוב און דער מניוול האט מער נישט מיט דיר, אזוי וועט יעצט אויך זיין, וועסט קומען קיין אומאן, מען וועט דיר ארויסווארפן פאר צוויי טעג און אלעס וועט קומען לשלום.


דער סמ"ך מ"ם קען נאר דערשרעקן, ער קען מחליש דעת זיין און מבלבל זיין, מער פון דעם קען ער נישט טון. טענה נישט מיט קיינעם, דערצייל נישט קיינעם וואס דו ביסט אריבער, דערצייל עס נאר דעם אייבערשטן און אין אומאן ביים רבינ'ס ציון זאלסטו אלעס דערציילן - וועט דיר דער רבי מתקן זיין אינגאנצן, וועסט ווערן א ניי געבוירענער מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.