בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3471 - ווי אזוי צו זיין פרייליך
תפילה והתבודדות, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, ל"ג בעומר, ספירה

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת אמור, ט' אייר, כ"ד לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך אז איר זענט צופרידן פון אונזער סקול בית פיגא, אויך זאגן די טיטשערס אז איר זענט א דרך ארץ'דיגע מיידל.


אויף אייער פראגע וועגן באנייען קליידער אין די ספירה טעג וכו'; ווארטס ביז ל"ג בעומר.


אויף אייער פראגע וועגן א ווייסע טַאפּ; אויב עס איז צניעות'דיג קענט איר גיין א ווייסע טַאפּ.


אויף אייער פראגע ווי אזוי צו זיין פרייליך; רעדט צום אייבערשטן, דערציילט אים אייערע מחשבות דיבורים און מעשים – דאס מאכט פרייליך.

#3470 - האלטן ריין אינדרויסן, די בערן זאלן נישט קומען
ריינקייט, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


מען דארף טראכטן וואס מען קען טון, דער זומער איז נאכנישט דא אבער די בערן זענען שוין דא; וואס וועט זיין זומער? אפשר האסטו אן עצה וואס מען קען דא טון?


די בערן קומען צו מיסט; די בערן זענען נישט קיין סכנה, זיי קומען צו מיסט; מיר דארפן טראכטן עפעס אן עצה וואס מען קען טון.


דאס איז זיכער אז מען דארף אכטונג געבן צו האלטן ריין אינדרויסן פון שטוב, מען דארף אויסלערנען די קינדער זאלן זיך צאמנעמען און נאכרוימען נאכן ענדיגן שפילן, און פרובירן פארמאכן די מיסט קאנעס.


רעד מיט דיינע שכנים, מיט די חברים - וואס מען קען טון פטור צו ווערן פון די אומגעוואונטשענע געסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3469 - נישט האבן צו טון מיט איינעם וואס רעדט קעגן צדיקי אמת
חברים, צדיקים, בית המדרש, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז בכלל די פראגע? אז דער אינגערמאן האט גערעדט מיט דיר קעגן צדיקי אמת ווילסטו מיט אים עפענען א שול?! דו שרייבסט אז נאכן רעדן מיט אים ביסטו געווארן גוט צעמישט, דו האסט אנגעהויבן טראכטן מחשבות קעגן מוהרא"ש, ביז דו האסט געמאכט התבודדות - האסטו זיך דערמאנט ווער דו ביסט און וואס דו האסט געטון - ביסטו צוריקגעקומען צו זיך; יעצט ווילסטו גיין מיט אים זיצן ביי איין טיש? וואלסט געזיצן מיט א רוצח ביי איין טיש?!


איך רעד מיט יעדן איינעם, אויסער מיט די וועם איך בין נאר חושש אז זיי ווילן מיר אנרעדן קעגן צדיקי אמת.


נקוט האי כללא בידך: 'ווער עס רעדט אויף מוהרא"ש - איז א נואף', אנדערש וואלט ער נישט גערעדט; איי עס שטימט נישט, עס זעט נישט אויס, ער גייט מיט א קאפטן, מיט א ווייסע קאפעלע... איז דער תירוץ אז מען קען גיין מיט א געלע קאפטן, מיט א ווייסע קאפעלע און זיין א גרויסער נואף.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3468 - שווייגן איז די בעסטע ענטפער
תפילה והתבודדות, וויכוחים, רעדן, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין פראגע.


דער רבי האט אונז געלערנט וואס צו ענטפערן ווען מען פרעגט שאלות וכו', און ווען מען האלט פאר וכו'; בפרט ווען מען רעדט קעגן רבי'ן.


דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות מעשה יג - די זיבן בעטלערס, דעם פינפטן טאג) אמאל איז געווען א שמועס, מענטשן האבן זיך בארומט מיט די זאך פון מיעוט מחזיק את המרובה, א קליינע מקום וואס האלט אין זיך אסאך, "אֵיינֶער הָאט גִיזָאגְט אַז זַיין שְׁוַוייגִין אִיז מִיעוּט מַחְזִיק אֶת הַמְרוּבָּה. וַוייל עֶר הָאט אוֹיף זִיךְ זֵייעֶר אַסַאךְ מְקַטְרִיגִים אוּן בַּעֲלֵי לָשׁוֹן הָרָע וָואס רֵיידִין אוֹיף אִים, מֶען קְרִיגְט אוֹיף אִים אוּן מֶען רֶעט אוֹיף אִים זֵייעֶר אַסַאךְ, אוּן עֶר שְׁוַוייגְט, דָאס אִיז זַיין תִּירוּץ אוֹיף אַלֶע קַשְׁיוֹת אוּן אוֹיף אַלֶעס וָואס מֶען רֶעט אוֹיף אִים. מִיט זַיין שְׁוַוייג פַארְעֶנְטְפֶערְט עֶר אַלְץ. נִמְצָא אִיז זַיין שְׁוַוייגִין אַ מִיעוּט מַחְזִיק אֶת הַמְרוּבָּה".


מוהרא"ש זאגט: "השתיקה תשובת הכסיל", שווייגן איז דער ענטפער פאר'ן נאר; טענה נישט מיט קיינעם, פארענטפער זיך נישט פאר קיינעם. אז מען וועט דיר פארדרייען דעם קאפ 'ברסלב איז געמאכט פאר שוואכערע סארט מענטשן, דו ביסט דאך א גאלדענער איד' - זאלסטו נישט ענטפערן, שפעטער גיי אין א זייט און וויין צום אייבערשטן, אזוי ווי דער שני למלכות האט געטון ווען אלע האבן אים אפגערעדט, מען האט אים מדחה געווען; ער האט געוויינט צום אייבערשטן, ער האט געזאגט (שם, מעשה א): "אִיךְ וֵוייס עֶס אִיז בְּוַודְאַי יָא דָא".


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן.


איך האף זיך צו זען מיט דיר קומענדיגע וואך אין ארץ ישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3467 - העלפן יענעם געבן גוטע ווערטער
קאמפלימענטס, שלום בית, רעדן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אסאך האבן די זאך אז זיי ווייסן נישט ווי אזוי צו געבן א קאמפלימענט; דאס קלאפט אויס צווישן מאן און ווייב, מען ווארט אויף א גוט ווארט און ווען מען באקומט עס נישט ווערט מען אנגעגעסן אויפ'ן צווייטן.


די ריכטיגע וועג איז יענעם העלפן געבן א גוט ווארט. צום ביישפיל, אין אייער פאל וואס איר שרייבט אז עס שטערט אייך אז אייער מאן זאגט אייך קיינמאל נישט אויף אייערע קליידער א גוט ווארט, ווען איר קויפט זיך א נייע קלייד זאגט ער גארנישט, און ווען איר טוט זיך אן שיין פאר אים זאגט ער אויך גארנישט, עס שטערט אייך וכו'; די ריכטיגע וועג איז, אים העלפן געבן גוטע ווערטער; פרעגט אים: "דער קלייד איז שיין?" "די שיך צייגט גוט אויף מיר?" אפשר אין אנהויב וועט ער נישט וויסן וואס צו ענטפערן; דאס איז נישט ווייל ער ווייסט נישט די זאכן, ער ווייסט זייער גוט די זאכן, ער ווארט איר זאלט זיך שיין אנטון און צייגן גוט וכו'; ער ווייסט נאר נישט ווי אזוי מען רעדט פון די זאכן, ער ווייסט נישט ווי אזוי זיך ארויסצוברענגען.


אזוי איז מיט גוטע ווערטער; פון ווארטן אויף גוטע ווערטער קומט מען אין ערגעץ נישט אן, מען דארף זיין דער וואס הויבט אן געבן גוטע ווערטער, און העלפן יענעם געבן גוטע ווערטער, נישט זיך אויפעסן אז מען האט נישט באקומען א גוט ווארט. צום ביישפיל, נאכן עסן אז אייער מאן זאגט נישט "שכוח פאר די עסן, עס איז זייער גוט געווען" - זאלט איר אים פרעגן: "די עסן איז גוט געווען? האסט הנאה געהאט?" און ער וועט ענטפערן "יא"; צוביסליך וועט ער שוין אליינס זאגן: "שכוח פאר די עסן, עס איז זייער גוט געווען".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3466 - קענסט הערן שיעורים בשעת דו לערנסט סדר דרך הלימוד
לימוד התורה, דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


כאפ ארויס אביסל צייט און לערן דיינע שיעורים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא.) ווען א מענטש קומט ארויף אויף יענע וועלט פרעגט מען אים: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה", בפשטות מיינט מען אים צו פרעגן צי ער האט געהאט א קביעות'דיגע שיעור יעדן טאג צו לערנען תורה. אבער דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפד) אז 'קֶבַע' איז א לשון פון 'גְּזֵלָה', אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ"; דאס איז פשט פון די שאלה, מען פרעגט דעם מענטש: 'קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה' האסט אראפגע'גנב'עט צייט צו לערנען? האסט ארויסגעכאפט פון דיין פארנומענעם טאג אפאר מינוט פאר תורה?


קענסט הערן שיעורים בשעת דו לערנסט סדר דרך הלימוד, אויך קענסטו הערן מוזיק בשעת'ן לערנען.


וואויל איז דעם מענטש וואס כאפט ארויס צייט צו לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3465 - זע צו מסיים זיין ספר תקוני זוהר אויפ'ן הייליגן טאג ל"ג בעומר
תיקוני זוהר, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, צפת


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זע צו מסיים זיין ספר תקוני זוהר אויפ'ן הייליגן טאג ל"ג בעומר. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רפה): "עַל סֵפֶר הַתִּקּוּנִים לְבַד לֹא יַסְפִּיקוּ אֲלָפִים סְפָרִים לְבָאֵר עֹצֶם רִבּוּי הַסּוֹדוֹת שֶׁיֵּשׁ שָׁם", טויזנט ספרים איז נישט גענוג פארשטיין צו געבן די סודות וואס איז דא אין ספר תיקונים; עיין שם.


איך וועל אם ירצה ה' זיין ל"ג בעומר אין מירון, אויך שבת נאך ל"ג בעומר; איך וועל זיין ביי מיין טאטע שליט"א.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3464 - ווי אזוי בויט מען אויף די ווייב?
קאמפלימענטס, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, ח' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דו זאלסט נאר אויפהייבן דיין ווייב, אזוי וועט זי ווערן איינס מיט דיר, זי וועט ווערן צוגעצויגן צו דיר.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "אֵין הָאִשָׁה כּוֹרֶתֶת בְּרִית, אֶלָּא לְמִי שֶׁעֲשָׂאָהּ כְּלִי", א פרוי ווערט איינס מיט איר מאן וואס מאכט איר פאר א כלי; זאגט מוהרא"ש, ווען דער מאן בויט אויף זיין ווייב, ער מאכט איר פאר א 'יש', א 'כלי' - דעמאלט ווערט זי איינס מיט אים.


ווי אזוי בויט מען אויף די ווייב? דורך געבן גוטע ווערטער: "ביסט גוט", "ביסט טייער", "ביסט אזוי וואויל", "ביי מיר ביסטו אזוי חשוב", וכדומה; דאס בויט און הייבט אויף.


וואויל איז דעם ערליכן איד וואס געבט שטארק אכטונג אויף זיין ווייב, ער טשעפעט איר נישט, ער טוט נישט וויי - דער לעבט שוין בזה העולם א חיים טובים, א גן עדן לעבן.

#3463 - מיר דארפן הילף זיך אריבער ציען צום נייעם בנין פונעם בית הדפוס
שלום בית, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט' אייר, כ"ד לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


אויב דו קענסט העלפן ביים בית הדפוס, מיר דארפן הילף זיך אריבער ציען צום נייעם בנין - ביטע זיך מעלדן צו האברך יצחק אייזיק ראטה.


איך בעט דיר זייער זאלסט פרובירן בלייבן אין שטוב מיט די קינדער היינט נאכט אז דיין ווייב זאל קענען קומען צום פרויען צאמקום; עס איז איר אזוי וויכטיג צו באקומען אביסל פרישע חיות, עס איז איר אזוי וויכטיג צו באקומען פרישע בעטערי; דריי זיך נישט ארויס, זע צו זיין צייטליך אין שטוב אז זי זאל קענען ארויסגיין.


  דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#3462 - איך בין געווען נעכטן אין שטעטל, און איך האב זיך זייער מחי' געווען
מוסדות, שטעטל, ראש ישיבה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, ח' אייר, כ"ג לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דאס ביסל וואס איך בין געווען נעכטן נאכט און היינט פארמיטאג אין שטעטל - האב איך זיך זייער מחי' געווען; אנגעהויבן נעכטן ביי די גמרא שיעור, איך האב אזוי הנאה געהאט צו זען רוב שטעטל קומען לערנען די בלאט גמרא.


נאכדעם בין איך געגאנגען צום וואך נאכט פון דער מלמד ישראל יוסף נרו יאיר, עס איז געווען אזוי שיין צו זיצן אינאיינעם מיט אנשי שלומינו; עס איז גאר אנדערש שמועסן מיט אנשי שלומינו ווי סתם שמועסן.


היינט אינדערפרי איז געווען אזוי שיין צו זען פאר'ן דאווענען אינגעלייט זיצן און לערנען, איינער לערנט תיקונים, א צווייטער משניות און דער מיט א בית נצחי.


דאס דאווענען איז געווען שיין, ביים ברית האב איך געבעטן פאר דיר.


שפעטער בין איך געווען אין חדר און אין בית פיגא, דארט איז דאך ממש א גן עדן; די קינדער וואקסן אויף אזוי ריין, אזוי לויטער. איך האב געגעבן שיעורים פאר די קינדער און פאר די מלמדים און מחנכות, קענסט הערן די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכדעם בין איך געגאנגען אויף א שפאציר מיט די קינדער, עס איז געווען זייער געשמאק.


איך האב זיך אהיים געיאגט צו אנקומען אין ישיבה געבן א שיעור, יעצט מוז איך אהיים לויפן, מיין ווייב ווארט אויף מיין הילף.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#3461 - אז ער קען זיך אליין נישט העלפן, ווי אזוי קען ער העלפן יענעם
מנהיגים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווי אזוי קען זיין אז איינער וואס קען זיך אליינס נישט העלפן זאל קענען העלפן א צווייטן?


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סא): "וְיֵשׁ מַנְהִיגִים שֶׁנִּקְרָאִים בְּשֵׁם רַבִּי, וְלֹא דַּי שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים אֲפִילּוּ לְהַנְהִיג אֶת עַצְמָן, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים לְהַנְהִיג אֶת אֲחֵרִים", די אלע וואס פאררופן זיך אז זיי קענען העלפן דעם און יענעם - איז א געלעכטער, ווייל זיי קענען זיך אליינס נישט העלפן, איז וויאזוי קענען זיי יענעם העלפן...


בלייב שטארק, גיי נישט צוריק צו די אלטע נארישקייטן - וועסטו טרעפן דיין שידוך שנעל און גיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#3460 - כל זמן עס ארבעט, צעברעכט מען נישט
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, לאנדאן


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע ארויסנעמען דיין זון פון די סדר התלמוד תורה, ער זאל לערנען פריוואט מיט איינעם פון אנשי שלומינו; נעם דעם כלל פאר דיר, כל זמן עס ארבעט - צעברעכט מען נישט; אז דיין זון איז מסודר אין חדר - לאז אים בלייבן, אז ער איז נישט מסודר - דעמאלט פרוביר צו מאכן בעסער.


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות, בעט דעם אייבערשטן פאר דיינע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן; תפילה איז די טריק פאר גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#3459 - די בעסטע פלאץ ארויסצוגיין זיך אויפפרישן, איז ביי א ציון פון א צדיק
שלום בית, קברי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קדושים, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


אז דו וואוינסט אין מאנסי סמוך ונראה צום ציון פון הרב הקדוש מריבניץ זכותו יגן עלינו – פארוואס זאלסטו זיך נישט אריבערכאפן יעדע נאכט מתפלל זיין ביים ציון, דער רבי זאגט ביי קברי צדיקים קען מען פועל'ן גרויסע ישועות.


איך זאג פאר יונגע קאפלס וואס זוכן וואו ארויס צו גיין ביינאכט, זוכן וואו צו גיין זיך אויפפרישן – גייט צו א ציון פון א צדיק, דאס איז די בעסטע אוטינ"ג, מען פרישט זיך אויף, אויך פועל'ט מען ישועות.


פאלג מיך, גיי מיט דיין ווייב צום ציון הקדוש, בעט דארט פאר דיר, פאר דיינע דורות און פאר אידישע קינדער. זאג אביסל תהלים, ביינאכט קענסטו דארט זאגן תיקון חצות – וועסטו זען גרויסע ניסים.


נא להזכיריני, יואל בין רייצא רעכיל.

#3458 - חובות איז א שרעקליכע סכנה פאר'ן מענטש
הפצה, צדקה, פרנסה, סכנה, חובות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קדושים, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


געב אכטונג נישט אריינצופאלן נאכאמאל אין די גרוב פון חובות. חובות איז א שרעקליכע סכנה פאר'ן מענטש, סיי ביים לעבן און נאכן שטארבן, מען דארף נאכאמאל מגולגל ווערן רחמנא לצלן.


דיין זון ... נרו יאיר זאגט מיר ער ווייסט נישט וואס צו טון, ער וויל דיר נישט וויי טון, ער וויל נישט מזלזל זיין אין דיר, אבער ער איז געווען ביי מיר און געוויינט מיט טרערן איך זאל דיך ראטעווען פון די אפגרונד פון חובות.


גיי נאך געלט, גיי הפצה, צאל אפ דיינע חובות און געענדיגט מיט חובות, געענדיגט מיט קרעדיט קארדס. האסט מזומן – קענסטו געבן צדקה, אבער חס וחלילה בארגן געלט אדער נוצן קרעדיט קארדס פאר צדקה, זיך גראבן א גרוב פון חובות, אויף דעם איז געזאגט געווארן "מצוה הבאה בעבירה".

#3457 - העלף אויפבויען דעם נייעם בית המדרש אין בארא פארק
בית המדרש, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת קדושים, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, בארא פארק


אזוי ווי מיר ציען זיך אריין דעם שבת קודש אינעם נייעם בית המדרש אין בארא פארק, וויל איך דיר בעטן דו זאלסט מיר העלפן בויען דעם שול, מיטן נישט רעדן ביים דאווענען, מיר קענען זייער מצליח זיין מיט'ן שול נאר אז מען וועט נישט שמועסן ביים דאווענען.


בעט ביי די גבאים אויב דו קענסט קויפן א פלאץ ביי מזרח זייט ביים וואנט, דארט וועט דיר זיין גרינגער צו דאווענען, נישט צו שמועסן. דארט ביים וואנט זעט מען נישט קיין חברים, מען זעט נישט ווער עס קומט אריין, דארט וועסטו נישט דארפן קיינעם אויפנעמען; איך בעט דיר זייער דו זאלסט מיר העלפן בויען דעם בית המדרש און נישט העלפן חרוב מאכן.


נאכן דאווענען קענסטו יעדן אויפנעמען און דערציילן דיינע מעשיות, אבער בשעת התפלה זאלסטו זיין שטום און טויב.

#3456 - עלטערן דארפן אויסלערנען די קינדער צו טון וואס מען דארף
חינוך הילדים, נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת קדושים, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב.


וואס איז בכלל די פראגע, וואס איז אז ער וויל זיך נישט אפגיסן נעגל וואסער? מען טוט נישט וואס מען וויל, מען טוט וואס מען דארף טון. ענקער ארבעט איז אים אויסלערנען צו טון וואס מען דארף, יעצט איז די צייט, ביי די פינף יאר – דעמאלט איז די צייט אויסצולערנען די קינדער צו טון וואס איז ריכטיג.


ווען מיינע קינדער זאגן מיר "איך וויל נישט", "איך האב נישט ליב", וכדומה, לערן איך זיי מען טוט נישט נאר זאכן וואס מען וויל און וואס מען האט ליב, מען טוט וואס איז ריכטיג.


גיס אים אפ נעגל וואסער; מאך עס אינטערעסאנט. לויב אים און הייב אים אויף, און מאך אים פאלגן.

#3455 - פון די וויכטיגע זאכן פאר די הצלחה פון א שול, איז צו האלטן זמנים
בית המדרש, דאווענען, היטן די צייט, גבאי

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת קדושים, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש אשר בנחל, ברסלב ליבערטי


דו שרייבסט מיר אז דו האסט זייער הנאה פון די בריוו געשריבן פאר גבאים, וועל איך דיר שרייבן נאך.


איינע פון די וויכטיגע זאכן פאר די הצלחה פון א שול – איז זמנים, מען דארף זיך שטעלן דאווענען ווען מען איז קובע א צייט. בדרך כלל קומען נישט מענטשן צייטליך, דארף זיין א גבאי אין צייט, אדער דער גבאי דארף ממנה זיין א בעל תפילה וואס זאל אנהויבן צייטליך. דער בעל תפילה דאווענט געשמאק, נישט כיפערדיג, נישט ציענדיג – דעמאלט קען מען זייער מצליח זיין.


אויך דארף מען זיין שטיל ביים דאווענען, מען טאר נישט שמועסן ביים דאווענען; נאר אזוי קען זיין הצלחה.


איך וועל דיר נאך שרייבן בעזר השם.

#3454 - שעצן און לויבן דעם מאן וואס פירט זיך ערליך
שלאפן, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילה

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת קדושים, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר זענט דאך אזוי גליקליך אז איר האט א מאן וואס לערנט און דאווענט, א מאן וואס פירט זיך מיט יראת שמים; דאס איז דאך די זאך וואס יעדער חלומ'ט צו באקומען. איר דארפט אים נאר שעצן און לויבן, אים העלפן נאך מער לערנען, אים העלפן אויפשטיין פארטאגס; וויאזוי קען א פרוי העלפן דעם מאן אויפשטיין פארטאגס? אז מען לייגט זיך פרי, אז מען לייגט זיך פרי קען מען אויפשטיין פרי.


דאנקט דעם אייבערשטן אז אייער מאן דאווענט און לערנט; וויפיל וואלטן געוואלט אז זייער שטוב זאל זיין אזוי... די וואך איז צו מיר געקומען א פרוי, זי האט זייער געוויינט, איך האב איר נישט געקענט בארואיגן. איר מאן שלאפט ביזן טאג אריין, ווען זי קומט אהיים פון די ארבעט דריידט ער זיך נאך ארום צעבראכן, ער כאפט זיין טלית ותפילין מינוטן פאר עס ווערט נאכט; די פרוי האט אזוי געוויינט, איך האב איר פרובירט צו בארואיגן, אז איר מאן איז נישט שלעכט, ער איז נאר זייער צעבראכן, מען האט אים אזוי צעבראכן אין זיינע יונגע יארן, פון דעם קען ער זיך נישט צאמנעמען צו גיין דאווענען, אנהויבן דעם טאג. איך האב איר מדריך געווען ווי אזוי זיך צו פירן, און איר צוגעזאגט אז אויב זי וועט אים אויפבויען, קוקן גוט אויף אים – וועט זיך אלעס טוישן.


איך שרייב אייך דאס אלעס איר זאלט טאנצן פאר שמחה אז אייער מאן לערנט, ער דאווענט, ער פירט זיך ערליך און האט נישט קיין כלים וכדומה. און איר זאלט בעטן אז אייער מאן און קינדער זאלן אלע זיין ערליכע אידן, צדיקים.

#3453 - נישט זיך נאכלאזן, נישט בלייבן ליגן, נאר זיך אויפהייבן
התחזקות, חסידות ברסלב, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קדושים, ד' אייר, י"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך, ברסלב'ער חסידות איז די איינע ווארט: "זיך שטארקן", נישט זיך נאכלאזן, נישט בלייבן ליגן, נאר זיך אויפהייבן.


מוהרא"ש דערציילט אונז, ער האט געהערט פון אן עלטערער ברסלב'ער איד זיין סיפור התקרבות. ער איז געווען אין פוילן און געזוכט א מנין מנחה פאר די שקיעה, מען האט אים געזאגט אז די ברסלב'ע דאווענען מנחה פאר די שקיעה, איז ער געגאנגען אין די ברסלב'ע שטיבל. הערט ער דארט ווי איינער זאגט פאר'ן צווייטן: "ברודער, ביסט געפאלן? הייב זיך אויף! דער רבי האט אונז געלערנט אז מען פאלט הייבט מען זיך אויף, כי נפלתי קמתי"; די ווערטער האט יענער איבערגעזאגט איינמאל און נאכאמאל, דאס האט פאר דעם איד זייער געפאלן, ער האט מחליט געווען צו ווערן א ברסלב'ער חסיד; איך דארף א רבי זאל מיר דאס זאגן: "ביסט געפאלן? הייב זיך אויף!"


ברודער, מיר דארפן זיך זייער פרייען אז מיר זענען מקורב צו אזא רבי.

#3452 - א שווער און שוויגער דארף מען מכבד זיין
כיבוד אב ואם, שווער און שוויגער, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קדושים, ד' אייר, י"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך באקום צוריק פון דיר זייער שיינע גרוסן; דיין שווער און שוויגער הערן מיר נישט אויף צו דאנקען, זיי האבן אזויפיל נחת פון ענק.


ווען דו טרעפסט דיין שווער און שוויגער זאלסטו זיי מכבד זיין, א שווער און שוויגער דארף מען מכבד זיין אזוי ווי טאטע און מאמע. ווען דיין שווער רעדט – זאלסטו זיין שטיל, ווען זיי געבן דיר עסן – זאלסטו זיך באדאנקען פאר זיי; דאס וועט מאכן ענקער קשר שטערקער און שטערקער, דיין ווייב וועט ווערן נענטער צו דיר ווען זי וועט זען ווי דו ביסט מכבד אירע עלטערן.


איך וויל דו זאלסט מיר שרייבן יעדע וואך א בריוו וויפיל דו לערנסט; וויפיל פרקים משניות, וויפיל בלעטער גמרא און וויפיל פון רבינ'ס ספרים – וועסטו מיך זייער דערפרייען.

#3451 - דיינע זינד זאלן דיר נישט איינרעדן אז דו ביסט שוין דערנאך
התחזקות, תשובה, עבירות, פירושים, משלי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קדושים, ד' אייר, י"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


"בְּנִי, אִם יְפַתּוּךָ חַטָּאִים", מיין זון, אויב זינדיגע מענטשן וועלן דיך איבעררעדן צו טון שלעכטס, "אַל תֹּבֵא", זאלסטו זיי נישט נאכגיין (משלי א, י).


רש"י טייטשט "חַטָּאִים, חוטאים" – זינדיגע מענטשן, מיט'ן רבינ'ס הקדמות קען מען זאגן פשט "חַטָּאִים" – דאס זענען די עבירות אליינס; שלמה המלך זאגט "אִם יְפַתּוּךָ חַטָּאִים", אויב וועלן דיינע עבירות דיך איינרעדן אז דו ביסט שוין פארפאלן, "אַל תֹּבֵא", זאלסטו זיי נישט נאכגיין, ווייל עס איז קיינמאל נישט צו שפעט, מען קען שטענדיג תשובה טון, אפילו דער מענטש איז נעבעך אראפגעפאלן אין שאול תחתית, ער האט געטון אסאך זינד – קען ער נאכאלץ תשובה טון.


אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג): "אָט וִוי אִיר זֶעט מִיר, אִיךְ זָאל חַס וְשָׁלוֹם עוֹבֵר זַיין דִי גְרֶעסְטֶע עֲבֵרָה, וָואלְט דָאס מִיר גָארְנִישְׁט אַרָאפּ גֶעוָוארְפְן, אִיךְ וָואלְט נָאךְ דֶעם גֶעוֶוען אַזוֹי אֵיין עֶרְלִיכֶער יוּד וִוי פְרִיעֶר, דֶער נָאךְ וָואלְט אִיךְ תְּשׁוּבָה גִיטָאן"; דאס בעט אונז די הייליגע תורה, "בְּנִי", מיין קינד, "אִם יְפַתּוּךָ חַטָּאִים", אז דיינע זינד וועלן דיר איינרעדן 'דו ביסט שוין סיי ווי דערנאך', אזוי ווי אחר האט זיך טועה געווען און געזאגט (חגיגה טו.): "הואיל ואיטריד ההוא גברא מההוא עלמא", וויבאלד איז בין שוין סיי ווי דערנאך, "ליפוק ליתהני בהאי עלמא", לאז מיך נאכגיין די גליסטענישן פון מיין הארץ און טון עבירות, "אַל תֹּבֵא", זאלסט נישט אזוי זאגן, דו קענסט אלץ תשובה טון, צוריקקומען צום אייבערשטן און ווערן א גרויסער צדיק, והבן למעשה.

#3450 - אנטלויף פון דעם וואס וויל דיר צורעדן זיך צו גט'ן
מורה דרך, התנגדות, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קדושים, ד' אייר, י"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אז דיין רב רעדט דיר צו דו זאלסט זיך גט'ן פון דיין ווייב תחי' – זאלסטו מער נישט גיין צו אים; ווער עס זאגט מען זאל זיך גט'ן – פון אזא איינעם דארף מען אנטלויפן.


זיי נישט דערשראקן פון די מניעות, אזוי גייט עס ביי אלע פרישע מקורבים, מען גייט אריבער שווערע טעג, מענטשן רעדן קעגן ברסלב; אלע גייען דאס אריבער.


וואויל איז דעם וואס מאכט זיך א חשבון, ער עפנט זיינע היינט און קוקט 'וואס האב איך אין די האנט?' אין היכל הקודש איז דער חשבון זייער פשוט, אין א קורצע צייט זעט מען זיך לערנען מקרא, משנה, גמרא, מדרשים ועוד, מען זעט זיך אינגאנצן אנדערש, דער שלום בית איז זיס, אלס ווערט זיס; האט מען נישט קיין בלבולים פון קיינעם.


 

#3449 - אז מען רעדט נישט ביים דאווענען, איז מען זייער מצליח
הכרת הטוב, שבת קודש, פרנסה, טעלעפאן, בית המדרש, משמש דעם רבי'ן, דאווענען, שבת טיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קדושים, ד' אייר, י"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר'ן מיר העלפן קויפן די נייע ברסלב'ער קאנטרי אין ליבערטי. יעדע זאך וואס מען טוט פאר'ן רבי'ן איז אונזער תיקון, דאס וועלן מיר מיטנעמען לנצח.


אז מען דאווענט שחרית, מנחה און מעריב מיט מנין; מען פירט זיך אין שול מיט כבוד צום אייבערשטן, מען רעדט נישט ביים דאווענען – איז מען זייער מצליח. אינגעלייט זעען גרויס הצלחה דורך זיך מקבל זיין צו דאווענען מיט מנין, נישט רעדן ביים דאווענען און פארמאכן דעם טעלעפאן.


נאך א זאך וואס ברענגט שפע – זיין פרייליך שבת, מאכן פרייליכע סעודות, זינגען און טאנצן מיט די קינדער.


 


 

#3448 - תהלים געבט כח אנצוגיין אין לעבן
התחזקות, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קדושים, א' דראש חודש אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


זאגט תהילים יעדן טאג – וועט איר זען גרויסע ישועות. דער הייליגער רבי זאגט תהלים עפנט אלע הימלען, תהלים עפנט אלע טירן, תהלים געבט כח אנצוגיין אין לעבן.


געבט נישט אויף, דער רבי זאגט: "יש עניין שיתהפך הכל לטובה"; דער אייבערשטער העלפן די וואס פארלאזן זיך אויף אים.

#3447 - די סגולה פון זאגן מזמור לתודה
קינדער, התחזקות, סגולות, רפואה, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דער דאקטער זאגט מען מוז מאכן זרוז - דעמאלט דארף מען פאלגן און מאכן, אבער אז זיי שלאגן פאר, זיי האלטן עס איז בעסער - דעמאלט דארפן מען אויסווארטן.


פארליר זיך נישט, שטארק זיך און שטארק דיין ווייב - וועט זיין גרויסע ניסים.


דו ווייסט דאך אודאי די סגולה פון זאגן מזמור לתודה (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ב).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.