בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3446 - קרן הדפסה איז דיינ'ס פינקט ווי מיינ'ס
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


געלויבט דעם אייבערשטן די קרן הדפסה ציט זיך אריבער אינעם נייעם בנין דעם קומענדיגן וואך.


עס איז אזוי אינטערעסאנט צו זען, מען האט אנגעהויבן דרוקן אין ישיבה פאר אפאר יאר צוריק. מען האט אנגעהויבן מיט א קליינעם מאשין דרוקן די קונטרסים פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, צוביסליך האט מען זיך פארברייטערט ביז מיר גייען זיך שוין אריינציען אינעם נייעם בנין וואס מען האט געקויפט ספעציעל פאר קרן הדפסה, צו דרוקן און פארשפרייטן די עצות פון הייליגן רבי'ן, די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן אלע יארן.


איך וויל דיר זייער בעטן, מיר דארפן האבן הילף, מיר קענען נוצן דיין הילף ביים זיך אריבערציען; בעט איך דיר זאלסט זיך מעלדן צו האברך היקר לי יצחק אייזיק ראטה, ער וועט דיר זאגן ווען צו קומען, און איינטיילן די ארבעט פאר ווער עס וויל העלפן.


פארשטיי גוט, קרן הדפסה איז דיינ'ס פינקט ווי מיינ'ס; אז דו ציסט זיך אריבער א דירה דארף איך דיר נישט שלעפן דיינע פעקלעך, אזוי איז יעצט, קרן הדפסה איז דיינס, עס איז נכסים פון היכל הקודש, יעדער איינער דארף צולייגן א האנט; מען קען נישט יוצא זיין מיט די פאר אינגעלייט וואס ארבעטן יומם ולילה מיט דאס גרעסטע מאס געטריישאפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3445 - טוט וואס איז באקוועם פאר אייך
חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קדושים, ג' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


בנוגע וכו'; קודם כל מיר האבן ספעציעל אויפגענומען דריי פרויען, עס זאל זיין פאר יעדן איינעם באקוועם. דאס הייסט אויב איינער שעמט זיך פון די פרוי זאל מען קענען גיין מיט א צווייטן, און אז איר זענט נישט באקוועם מיט קיינעם פון זיי, איר זענט נישט באקוועם מיט נאנטע מענטשן, איר ווילט נישט די מענטשן וועם איר קענט וכו' - קענט איר גיין אין א פלאץ וואו עס איז אייך באקוועם.


צעקלאפט אייך נישט, טוט וואס איז באקוועם פאר אייך; עס איז א נארמאלע זאך זיך צו שעמען צו גיין מיט א מענטש וועמען מען איז נאנט, אויך איז א נארמאלע זאך זיך נישט צו שעמען פון א נאנטע מענטש, ביידע וועגן זענען נארמאל; די פרויען וואס שעמען זיך נישט פון באקאנטע זענען נארמאל, אויך די וואס שעמען זיך פון באקאנטע זענען אויך נארמאל; טוט וואס איז באקוועם פאר אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3444 - עס איז נישט קיין כבוד בית המדרש צו רייכערן אין שול
בית המדרש, רייכערן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קדושים, ג' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט אכטונג געבן אויף כבוד בית המדרש. עס איז נישט קיין כבוד בית המדרש צו רייכערן אין שול, איך רעד פון די לעקטעריק ציגארעטל; מען קען נישט רייכערן אין שול אפילו די לעקטעריק ציגארעטל, עס איז נישט קיין כבוד בית המדרש.


איך פלאג זיך מיט די בחורים; וויפיל איך זאג און איך בעט - אלץ זענען זיי מיט דעם אין שול, עס איז א בזיון בית המדרש.


אז דו זעסט אינגעלייט זיצן און רייכערן - זאלסטו זיי זאגן אז מען קען נישט רייכערן אין שול, אפגערעדט ציגארעטלעך, נאר אפילו די לעקטעריק ציגארעטל.


זע מען זאל נוצן דעם בית המדרש נאר פאר תורה ותפילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3443 - בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד
קינדער, תפילות אויף אידיש, הפצה, רפואה, צדיקים, זכותים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קדושים, א' דראש חודש אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מוהרא"ש זאגט פאר פרויען וואס ווארטן אז מען זאל זאגן אין די חדשים "שמות הצדיקים" - נעמען פון צדיקים, און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; זאלט איר זאגן די נעמען פון צדיקים וואס איר געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק, דוד המלך, שלמה המלך, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאלט איר זאגן די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכָה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיךְ נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכָה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


זייט מזכיר אלע זכותים פון אייך און אייער מאן נרו יאיר ווי איר זענט אזוי געטריי, איר זענט מפיץ דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער פאר אזויפיל מענטשן; בזכות הפצה זאלט איר האבן גרינג, עס זאל זיין גרויסע נסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זיין געזונט און שטארק, אלעס זאל אריבערגיין בנקל ובנחת.

#3442 - הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל מצליח זיין
תפילה והתבודדות, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לייג די מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה:


"עפן שוין אויף די פעסער, אז נישט וועלן מיר דאס אליינס עפענען!" האבן געשריגן די וועכטער, רבי דוד ווייסט נישט וואס צו טון, ער האט אין די פעסער וויין פאר זיין רבי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. ער האט זיך אזוי געפלאגט צו מאכן די וויין מיט אלע חומרות, מיט אלע הידורים; לאנגע חדשים וואס ער איז ווייט אוועק פון שטוב צו קענען מאכן כשר'ע וויין פאר זיין הייליגע רבי דער הייליגער בעל שם טוב.


'וואס טוט מען?' טראכט רבי דוד פון מיקולייב, 'איך האב זייער מורא אז די וועכטער וועלן דאס מנסך זיין'; קינדער איר ווייסט אז אויב א גוי רירט אן וויין - ווערט דאס יין נסך, עס ווערט אסור צו טרינקן, מען דארף דאס אויסגיסן; 'וואס טו איך דא?' רבי דוד טראכט וואס צו טון, די וועכטער שרייען אויף אים: "עפן שוין די פעסער אז נישט וועלן מיר דאס אליינס עפענען!" די וועכטער לויפן ארויף אויפ'ן וואגן, זיי עפענען די פעסער און לייגן אריין זייערע הענט, זיי האבן מנסך געווען די וויין!


רבי דוד קומט אן קיין מעזעבוז, ער קומט אריין אין שטוב פון הייליגן בעל שם טוב און פלאצט אויס אין א געוויין: "רבי, וואס איז דאס? פארוואס האט דאס פאסירט? איך האב זיך אזוי לאנג געמוטשעט צו מאכן וויין פאר'ן רבי'ן און יעצט דארף איך דאס אלעס אוועקגיסן!" רבי דוד וויינט, ער קען זיך נישט בארואיגן.


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו זאגט אים: "האסט טאקע געמאכט די וויין מיט אלע חומרות, מיט אלע דקדוקים, מיט אלע כוונות, אבער איין זאך האסטו נישט געטון, איין זאך האסטו פארגעסן, האסט פארגעסן צו בעטן דעם אייבערשטן, איידער דו האסט זיך ארויסגעלאזט אויף די נסועה צו מאכן די וויין וואלסטו געדארפט בעטן דעם אייבערשטן 'הייליגער באשעפער, העלף מיר, איך פאר יעצט מאכן וויין פאר מיין רבי, העלף מיר איך זאל מצליח זיין, העלף די וויין זאל אויסקומען גוט, מיין רבי זאל הנאה האבן פון דעם'".


די מעשה פלעגט מוהרא"ש דערציילן יעדעס יאר פסח פאר אנשי שלומינו ארינצוברענגען אין אונז מיר זאלן געדענקען שטענדיג צו בעטן דעם אייבערשטן, ווייל אן תפילה איז מען נישט מצליח; אפילו מען פלאגט זיך, מען טוט אלעס אזוי ווי מען דארף, אויב פארגעסט מען צו בעטן דעם אייבערשטן וועט מען נישט מצליח זיין.


מאך א בילד ווי א איד וויינט נעבן א וואגן, אויפ'ן וואגן ליגט צוויי גרויסע פעסער, און א וועכטער, א גוי מיט גרויסע שנויצן טרינקט מיט א גלעזל רויטע וויין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3441 - ווער אין היכל הקודש איז באמת היכל הקודש?
סקול, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, צדיקים, מדות טובות, היכל הקודש, בין אדם לחבירו, עצתו אמונה, ראש ישיבה, זעלבס זיכערקייט, תלמיד

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי ב', כ"ז ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער הודעה.


עס איז אינטערעסאנט צו הערן וואס איר שרייבט וועגן מרת ..., איר שפירט געקלאפט נאכן רעדן מיט איר. לויט וויפיל איך ווייס זוכט זי נישט יענעם אראפצוקלאפן, זי זוכט נאר צו העלפן אנדערע. זי איז זייער קליין ביי זיך; וואלט זי געהאט אפילו א ספק אז מענטשן שפירן זיך צווייט-קלאסיג נאכן רעדן מיט איר - וואלט זי אלעס געטון דאס זאל נישט פאסירן.


די צווייטע חלק וואס איר שרייבט - דאס איז וואר; דאס איז זייער וויכטיג און הלוואי זאלן דאס אלע וויסן. אלע זאלן טראכטן און וויסן אז היכל הקודש איז נישט א מענטש, מען קען נישט קוקן אויף איינעם און טראכטן 'דער איז היכל הקודש' און וועלן זיין אזוי ווי יענעם. היכל הקודש איז שכל פון צדיק, עצות פון צדיק, חיזוק פון צדיק.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן נט) דער צדיק בויט אן היכל הקודש מיט'ן מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן. עס שטייט אין פסוק (ישעיה ד, ג): "וְהַנּוֹתָר בִּירוּשָׁלַיִם קָדוֹשׁ יֵאָמֶר לוֹ", די אלע וואס דערהאלטן זיך ביים צדיק, אויף זיי זאגט דער פסוק קָדוֹשׁ יֵאָמֶר לוֹ, "אַף עַל פִּי שֶׁיֵּשׁ כַּמָּה וְכַמָּה שֶׁנָּפְלוּ מִקְּדֻשָּׁתָם", אפילו עס זענען טאקע דא זייער אסאך וואס פאלן אוועק, זיי דערהאלטן זיך נישט, "אַף עַל פִּי כֵן, מֵאֵלּוּ שֶׁנִּשְׁאֲרוּ בְּיִרְאָה שָׁלֵם", מיט דעם, די אלע וואס האלטן זיך, "עַל יְדֵי זֶה, קָדוֹשׁ יֵאָמֵר לוֹ".


איך געדענק ביי מיר איז געווען די זעלבע מעשה. אנהויב ביי מיין התקרבות, איך האב נאכנישט געהאט די שכל פון קוקן אויף זיך, האב איך געמיינט אז דער איז היכל הקודש, יענער איז היכל הקודש, איך האב געהאט אסאך חלישות הדעת. אבער נאכן הערן פיל דרשות, שיעורים און ליינען די בריוו פון מוהרא"ש וואס איז דאס היכל הקודש - האב איך זיך צוביסליך אנגעהויבן אויסגראדן מיין קאפ, נישט צו ווערן איבערגענומען פון אנדערע.


זייער גוט אז איר לאזט זיך נישט צעברעכן פון קיינעם, איר שרייבט זייער אמת'דיג, איר שרייבט אז די מענטשן וואס האבן א כח אין היכל הקודש, די טוערס, די מאכערס - דארפן זיין זייער געווארענט זייער אכטונג צו געבן אויף אנדערע; איך געב זייער אכטונג אז די אלע וואס ארבעטן פאר די מוסד זאלן זיין צוגעלאזענע מענטשן, זיי זאלן נישט טרעטן אויף אנדערע, און איך בעט פון אלע אנשי שלומינו, סיי די מענער און סיי די ווייבער - זיי זאלן מיר זאגן אויב זיי ווערן בא'עולה'ט, אויך אויב מען ווערט פון מיר בא'עולה'ט זאל מען מיר זאגן. איך בעט יעדן טאג דעם באשעפער: "יהי רצון מלפניך ה' אלקינו, עס זאל נישט ארויסקומען פון מיר קיין שלעכטס, קיינער זאל נישט ווערן וויי געטון פון מיר, קיינער זאל נישט האבן חלישות הדעת פון מיר", און מיט דעם זענען דא מענטשן וואס שרייבן מיר כסדר אז עס באדערט זיי זאכן.


צום ביישפיל, איר האט מיר געשריבן אזויפיל מאל אז אייער עונג שבת איז צו ליינען די קונטרסים פון עצתו אמונה, איש אמונות; איר פלעגט ליינען אלע סארט מאגעזינען, היינט צו טאגס קענט איר נישט קוקן אין די זאכן, איר ווארט א גאנצע וואך פאר די עצתו אמונה. אזויפיל מענטשן שרייבן מיר אז דאס איז זייער לעבן, מיט דעם שרייבט מיר א פרוי, א טייערע פרוי פון שטעטל, אז זי ווערט אזוי צעבראכן פון די בריוו. איר מאן זאגט איר: "ליין עס נישט", איך האב איר אויך געשריבן זי זאל עס נישט ליינען; פרעג איך אייך, זאל איך מער נישט שרייבן? איך זוך צו צעברעכן מענטשן? איך האב נישט וואס צו טון?!


דאס איז די גרויסקייט פונעם אייבערשטן, ער האט באשאפן א וועלט, אזויפיל מענטשן, יעדער טראכט אנדערש, יעדער רעדט אנדערש און אז מען ווייסט דאס איז נישט אזוי שווער צו לעבן מיט אנדערע.


דאס וואס איר שרייבט אז מענטשן שפירן זיך געטשעפעט פון די יונגע ווייבלעך, די "בית פיגא תלמידות", ווי זיי ברענגען א געפיל ביי אנדערע אנשי שלומינו אז זיי זענען נישט קיין תלמידות; זיי פאלגן דעם ראש ישיבה, נאר זיי, אנדערע נישט - וואס זאל איך זאגן, מיין ווייב תחי' זאגט מיר די זעלבע זאך, זי זאגט מיר: "פארוואס בין איך אנדערש? פארוואס האב איך נישט באקומען די זיסע בית פיגא יארן?" מיר קוקן אויף אונזערע טעכטער, מיר שעפן אזויפיל נחת, מען זעט אויף זיי וויפיל כוחות מען לייגט אריין אין זיי, מען שטאפט זיי אן מיט אמת, מען פילט זיי אן מיט קדושה וטהרה, מען פארברענט נישט קיין צייט; עס באדערט פארוואס מיר האבן אפגעפיסטעוועט די יארן, די שענסטע יארן מיט נארישע לימודים, מיט חבר'טעס, די קאפ איז געווען אזוי ווייט פון אמת, אבער אז מיר קוקן אויף די קינדער - דאס איז דער נצחון, אז די קינדער פירן זיך ערליך און אזוי זויבער.


איך האב אביסל פארלענגערט דעם בריוו, איך האף איר וועט זיין שטארק נישט צו ווערן צעפאלן פון קיינעם, זיך פון קיינעם נישט לאזן צעברעכן.

#3440 - אויבן וועסטו זיך נישט קענען באהאלטן
מקוה, הכרת הטוב, שכר

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי ב', כ"ז ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


ברוך אתה [...] שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה! מיר האבן שוין געעפנט די מקוה טהרה, בהשגחת דער דיין שליט"א.


דו ווילסט עס זאל זיין באהאלטן, מען זאל נישט וויסן אז דו האסט עס מנדב געווען; דא קענסטו זיך באהאלטן, אויבן וועסטו זיך נישט קענען באהאלטן, אויבן אין הימל באקומסטו א שיינע היכל, אלע זכותים פון טהרה פון אידישע קינדער וואס נוצן די מקוה - גייט פאר דיין זכות.


דער אייבערשטער זאל דיך בענטשן מיט ישועות.


זע צו לערנען דיינע שיעורים כסדרן בכל יום ויום; מקרא, משנה, גמרא און הלכה; דאס איז אמת'ע עשירות, דאס נעמט מען מיט בזה ובבא.


 

#3439 - אנטון די קינדער איידל
קינדער, צניעות, חינוך הילדים, קליידער

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי ב', כ"ז ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


עס איז נישט קיין תירוץ אנצוטון די קינדער נישט אויסגעהאלטן און זאגן: "מיר קויפן נישט די סארט קליידער, מיר באקומען דאס פון שכנים"; וואלט אייער שכן אדער חבר'טע אייך אנגערופן זאגן: "מיר האבן אן אלטע סמארטפאון, מיר ווילן דאס אייך אוועק געבן, מיר קויפן זיך די נייערע" – וואלט איר דאס גענומען? זיכער נישט! בחנם איז נישט קיין תירוץ, אזוי אויך ביי קליידער פון אנדערע.


איך שרייב אייך נאר ווייל איר האלט אין איין שרייבן און בעטן איך זאל אייך זאגן ווי אזוי זיך צו פירן. איך זע אייער זון גייט מיט אזא שמאלע הויזן, דאס איז נישט אויסגעהאלטן, אויך איז א גרויסע סכנה אנצוטון די קינדער אזוי, וד"ל.


איך האף איר וועט אננעמען דעם בריוו נישט פאר א שטעך, נאר זיך פרייען אז מען לערנט אין היכל הקודש ווי אזוי צו היטן די קינדער און זיי אויפברענגען צו זיין גרויסע צדיקים.

#3438 - פונעם בית המדרש וועט ארויסגיין א ליכט פאר גאנץ בארא פארק
דרשות, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי ב', כ"ז ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בארא פארק


איך ווארט צו הערן ווי איר האלט מיט'ן בית המדרש אין בארא פארק, אויב איר האט שוין פארמאכט, שוין געשריבן קאנטראקט אויפ'ם נייעם שול.


איך וויל דיר בעטן אויב איך קען קומען רעדן צו די חברים אין בארא פארק, איך וויל זייער קומען רעדן דארט דעם רבינ'ס ווערטער; אויב איז דא פלאץ - אפשר גאר מאכן פון צייט צו צייט דעם ליל שישי שיעור אין בארא פארק.


איך וויל זייער מחזק זיין דעם בית המדרש, עס זאל זיין א שיין ווינקל, א ליכטיג ווינקל - וואו עס וועט ארויסגיין א ליכט פאר גאנץ בארא פארק. אזוי ווי דו ווייסט דאך וואס טוט זיך היינט, מענטשן זענען אזוי דורשטיג פאר אפאר אמת'ע ווערטער; אביסל חיזוק צו קענען אנגיין מיט'ן טאג טעגליכן געיעג.


 

#3437 - ביי אונז מאכט מען נישט א וואך נאכט פאר פרויען
שטעטל, מנהגים, ראש ישיבה, שמחות, ברית, וואך נאכט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי ב', כ"ז ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין שמחה! איך פריי זיך זייער צו הערן אז דער מוהל זאגט מען קען שוין מאכן דעם ברית אינעם זעלבן טאג פונעם פדיון הבן.


זיי נישט בייז, איך בין אזוי טרוד, איך האב געדארפט מאכן א באשלוס מער נישט גיין צו שמחות; וואלט איך געגאנגען צו שמחות - וואלט איך געדארפט פארן בייטאג און ביינאכט... דא האב איך די ישיבה, איך דארף פארלענען שיעורים פאר די בחורים, און פארשטייט זיך - זיך פארקוקן. אויך בין איך טרוד מיט די מוסדות, יומם ולילה לא ישבותו. לעת עתה קען איך מיטהאלטן נאר שמחות אין ישיבה אדער אין שטעטל, איך פרוביר צו זיין אין שטעטל יעדע וואך, קען איך אויסרעכענען צו זיין ביי די שמחה.


איך וואונטש דיר מזל טוב, מזל טוב! דער אייבערשטער זאל העלפן כשם שנכנס לברית, כשם שנכנס לפדיון הבן - כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים.


א וואך נאכט פאר פרויען איז פון די נייע זאכן, ביי אונז מאכט מען נישט.

#3436 - א סופר וואס גייט אין מקוה און זאגט תיקון הכללי
חסידות ברסלב, סופרים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי ב', כ"ז ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן, בפרט מיט דיין נייע פאך וואס דו לערנסט זיך צו שרייבן ספרי תורה, תפילין און מזוזות. פרעג אלע סופרים, אין אנהויב איז טאקע שווער, אבער אז דו וועסט דאס דורכברעכן - וועסטו זייער מצליח זיין. געלויבט דעם אייבערשטן די קהילה וואקסט אזוי שנעל כן ירבו, אנשי שלומינו ווילן דיקא מזוזות, תפילין וכדומה - פון א סופר וואס פארט צום רבי'ן, פון א סופר וואס גייט אין מקוה און זאגט תיקון הכללי, פון א סופר וואס איז זיך מתבודד און זאגט לקוטי תפילות.


דעריבער וויל איך דיר זייער בעטן, שטארק זיך מיט די ארבעט, ענדיג לערנען די הלכות און נעם ארויס א קבלה צו שרייבן - וועסטו זייער מצליח זיין.


גיי אביסל שפאצירן, רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן; בעט אים יעדע זאך - וועסטו זען גרויסע ישועות.

#3435 - מלמדים זאלן זיך צוזאמנעמען איינמאל א וואך, זען וואס בעסער צו מאכן
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי ב', כ"ז ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


איך בעט דיר זייער זאלסט צאמנעמען אלע מלמדים און איינגעשטעלטע פון די מוסד, איינמאל א וואך זאלט איר זיצן אינאיינעם, רעדן אינאיינעם, זען וואס מען קען בעסער מאכן, זען וואס נאך מען קען טון מיט די קינדער (אויב ווילט איר מאכן נייע זאכן זאל מען פרעגן), ותשועה ברב יועץ, עס וועט ארויסקומען אסאך גוטס פון דעם, ווייל יעדער האט א נקודה וואס א צווייטער האט נישט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לד, אות ד).


מלמדים וועלן רעדן, מען וועט דערציילן ווי אזוי מען געבט זיך אן עצה און ווי אזוי מען געבט זיך נישט קיין עצה; דער וועט דערציילן פון זיין בריוו וואס ער האט באקומען, א צווייטער וועט ווייזן זיין בריוו, זיין פסק; אזוי וועט מען מצליח זיין מיט די קינדער. איך וועל נישט רוען ביז איך וועל זען אן אוועקגעשטעלטע אפעראציע פון חינוך הבנים והבנות לויט די וועג פון מוהרא"ש.


ביז דערווייל וואקלט זיך נאך אלעס, מלמדים און טיטשערס פארן אוועק, מען נעמט נישט ערנסט די ארבעט, מען קומט און מען גייט, מען איז נישט מחשיב די ארבעט. אויך איז מען ביי זיך געפאלן ווייל מען האט נישט געענדיגט די אייגענע שיעורים, מען האט נישט געענדיגט מדרש, ווען די הייליגע חכמים זאגן (סוכה כה:): "העוסק במצוה פטור מן המצוה". אמאל ווען איך האב געארבעט אין די וויענע מוסד, איך האב גערעדט מיט'ן וויענער רב שליט"א, האב איך אים געפרעגט: "וואס מיינט העוסק במצוה פטור מן התפלה, מן המצוות?" איך געדענק נישט וואס איז געווען דער שמועס, ווי די שאלה איז אריינגעקומען, זאגט ער מיר: "דו ביסט פטור פון דאווענען, דו ביסט עוסק מיט בחורים, ביסט א מנהל"; דאס זאג איך פאר אלע מלמדים, זייט נישט נאריש, טראכטס נישט די שלעכטע מחשבות 'איך בין גארנישט ווערד ווייל איך קום נישט אן צו לערנען מיינע שיעורים'; דו ביסט דאך א מלמד, דאס איז דיינע שיעורים, די תורה וואס דו לערנסט מיט די קינדער.


א מלמד קרעכצט מיר, ער וויל אויפגעבן מלמדות ווייל ער קומט נישט אן צו גיין הפצה; איך קוק אים אן ווי א חסר דעה: 'דו ווילסט גיין הפצה... ווי איז דא א גרעסערע מפיץ ווי זיצן מיט קינדער און רעדן מיט זיי פונעם אייבערשטן...?' א מלמד וואס לייגט אריין קאפ און מח, הארץ און קישקעס אויסצולערנען די קינדער תורה, תפילה און יראת שמים – דאס איז דאך הפצה!


איך בעט דיר זייער זאלסט ווייזן דעם בריוו פאר אלע מלמדים אין שטעטל. אויך געב דאס פאר די מנהלת תחי', זי זאל אויך צאמנעמען אלע טיטשערס, די גאנצע סטעף, זיצן איינמאל א וואך אינאיינעם, מען זאל איבערגיין וואס מען קען בעסער מאכן. די מלמדים זאלן זיצן באזונדער און די טיטשערס באזונדער – אזוי וועט ארויסקומען שיינע זאכן.


אויך דארף מען זייער אנזאגן די יונגע מלמדים און די יונגע טיטשערס אז מען קען נישט רעדן מיט קיינעם פון די מעשיות פון חדר, אזוי אויך פון די מיידלעך.


א פרוי שרייבט מיר זי וויל נישט קומען צו די פרויען צאמקום ווייל יונגע טיטשערס קומען רעדן צו איר: "דיין טאכטער בייסט", "מיט דיין טאכטער איז געווען די מעשה פון די דרשה", "דיין קינד האט געשלאגן"; פון וואו זאלן פרויען מיט האלטן מעשיות פון סקול? נאר אז מען רעדט צווישן זיך.


דארף מען זיי מחזק זיין און אויך די מלמדים, יעדע מעשה וואס פאסירט אין די פיר ווענט פון תלמוד תורה און בית פיגא – איז פריוואט, דאס קען מען נישט רעדן און דערציילן. און ווען מען קומט אהיים און מען שמועסט מיט די ווייב, אדער א טיטשער קומט אהיים און שמועסט מיט'ן מאן – טאר מען זיך נישט אונטערהאלטן אויף די קינדער; וואלסט דאך נישט געוואלט אז דיין קינד'ס מלמד'ס ווייב'ס שוויגער שוועסטער זאל וויסן אז דיין קינד האט היינט איינגעמאכט, אויך וואלסטו נישט געוואלט אז דיין טאכטער'ס טיטשער'ס מאן'ס ברודער שוועגערין זאל וויסן אז דיין טאכטער איז אן עקשן אזוינס און אזעלעכס.


איך האף דו וועסט מיר העלפן, איר וועט זיצן אינאיינעם זען וואס מען קען טון אז יעדע איינציגסטע קינד זאל אויסוואקסן מיט די גרעסטע מאס הצלחה.

#3434 - יישר כח פאר'ן מנדב זיין די וועג צום מקוה טהרה
מקוה, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי ב', כ"ז ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן מנדב זיין די וועג צום מקוה טהרה אין שטעטל, האסט עס געמאכט זייער שיין; מען זעט עס ליגט אין דעם א געפיל, נישט סתם אויסגעגאסן ליים (צעמענט), האסט עס געמאכט שיין רינדיג.


דער אייבערשטער זאל דיר באגליקן מיט גרויס שפע און נחת פון דיינע קינדער אינאיינעם מיט דיין ווייב תחי'.


געב א שכוח פאר דיין ווייב פאר'ן קומען אין סקול ארויסהעלפן ווען מיר זענען געבליבן שטעקן אן טיטשערס.


 

#3433 - איך וועל זיך פרייען אז דו וועסט קומען לערנען אין כולל
כולל, לימוד התורה, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי ב', כ"ו ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


איך האב זייער הנאה געהאט דיר צו טרעפן דעם פארגאנגענעם יום טוב פסח אין שטעטל, איך האב הנאה געהאט צו זען דיינע קינדער; פאר מיר איז זייער חשוב צו האבן אזא משפחה ווי דיר אין שטעטל.


איך וויל דיך פרעגן, ווי איך פארשטיי האסטו א שטארקע געפיל צו לערנען, איך הער אז דו האסט שיעורים מיט חברותות אין הלכה; אפשר ווילסטו קומען לערנען ביי אונז אין כולל? פאר מיר וועט דאס זיין זייער א פרייליכע זאך.


מיר גייען דעם זמן לערנען הלכות שבת, דער דיין שליט"א איז דער ראש הכולל, ער העלפט די אינגעלייט פארשטיין און מצליח זיין.


לאז מיר וויסן אויב יא, אזוי וועל איך דיר קענען צושטעלן חברותות.


יעצט צאלן מיר צוויי הונדערט פופציג א וואך, א חודש טויזנט דאלער, און אויב מען קומט נישט צייטליך פארלירט מען דאס לערנען; די געלט רעכנט מען נישט אראפ.


 

#3432 - מען טאר גארנישט טון אויפ'ן חשבון פון די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי ב', כ"ו ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר זייער בעטן, מהיום והלאה זאלסטו מיר מער נישט העלפן מיט קיין שום זאך אין די צייט וואס דו דארפסט זיין מיט די קינדער; דו ביסט מיר טאקע זייער געטריי אבער דאס קען נישט זיין אויף די חשבון פון די קינדער.


ווי געלונגען דו ביסט - קענסטו נישט טון צוויי זאכן אויף איין מאל, אפילו א מלאך קען נישט טון צוויי זאכן אויף איין מאל.


איך וועל אלעס מבטל זיין; די שיעור גמרא, די שיעור פאר פרויען, די חתונות, אלעס אלעס - אויב קען דאס נאר גיין אויפ'ן חשבון פון חדר.


איך וועל זיך פרובירן אן עצה געבן, אבער דו זאלסט אלעס אפלאזן; לאז אלעס פליען כל זמן דו ביסט מלמד.


איך זאג קלאר, איך בין נישט אזוי צופרידן פון אונזער חדר; עס איז אמאל געווען בעסער.

#3431 - עס מוז זיין דרך ארץ ביי דיר אין קלאס
חינוך הילדים, מוסדות, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי ב', כ"ו ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


וואס גייט פאר אין חדר - ביי דיר אין כתה?! איך הער זאגן דו דארפסט ארויסשיקן יעדן טאג קינדער צום אפיס, וואס איז מיט דיר? וואס גייט פאר? א מלמד וואס דארף ארויסשיקן יעדן טאג קינדער - דארף מען אפשר מאכן פארקערט, אפשר אים אהיים שיקן אנשטאט אהיים שיקן אלע קינדער...


דו האסט יונגע קינדער, פארוואס זאל נישט זיין ביי דיר דרך ארץ?! פארוואס זאלסטו נישט אריינלייגן אין זיי יראת שמים, מורא האבן פון אייבערשטן, מורא האבן פון א רבי!


איך האב געוויסט אז מוסדות איז שטענדיגע ארבעט, אבער איך האב געמיינט אז איך וועל שוין האלטן ערגעץ ווייטער, יעצט אז דו שיקסט יעדן טאג ארויס קינדער - איז עפעס געשען מיט דיר.


איך בין נישט מסכים זאלסט בלייבן מלמד אויב די קינדער זענען נישט דרך ארץ'דיג, דרך ארץ איז הדבר הראשון, קדמה לתורה; אדער הויבסטו אן לערנען מיט זיי דרך ארץ, אז נישט זוך דיר א צווייטע פרנסה.


 

#3430 - נישט ווערן אריינגעמישט אין קיין שום זאך קעגן די עלטערן
כיבוד אב ואם, שלום בית, ראש ישיבה, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי ב', כ"ז ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך בעט אייך זייער, געבט אכטונג נישט צו ווערן אריינגעמישט אין קיין שום זאך וואס איז קעגן אייערע עלטערן; לאזט די אלע מצוות פאר אנדערע, איר האט טייערע עלטערן, געבט אכטונג זיי נאר מכבד זיין.


אויך זאלט איר נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אז איר האט א מאן אן ערליכער, א גוטער; זאלט איר זיין געטריי פאר אים און אים אויפבויען. לאזט אפ אלע עסקנות, לאזט עס פאר עלטערע, בפרט ווען עס קען פוגע זיין אין אייער מצוה פון כיבוד אב ואם.


וואלט איך ווען געקענט שרייבן ווי אזוי מען האט צו מיר גערעדט, וואס פאר א לשונות פון זלזול, און ווי אזוי איך האב אפגעשוויגן... מען האט גערעדט צו מיר קעגן מוהרא"ש, נישט סתם גערופן ביים נאמען, נאר מיט די גרעסטע מאס זלזול; איך האב געשוויגן, ווייל די תורה זאגט מען טאר נישט ענטפערן פאר עלטערן.


 

#3429 - עס זאל זיין לכל הפחות צוויי גבאים אין בית המדרש
בית המדרש, היכל הקודש, דאווענען, בעל תפלה, גבאי, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי ב', כ"ז ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בלאמינגראוו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקיך שזכית לשמש את רבינו, וואויל איז דיר אז דו ביסט משמש דעם הייליגן רבי'ן, דו ביסט א גבאי אין בית המדרש היכל הקודש.


זע צו האבן מיט דיר נאך א גבאי, אזוי אז אויב דו וועסט אוועקגיין פאר א שבת אדער א יום טוב - וועט ווייטער זיין סדר אין בית המדרש. בכלל איז זייער וויכטיג עס זאל זיין לכל הפחות צוויי גבאים, אזוי איז גרינגער פאר די מתפללים זיך דורך צו קומען.


בנוגע וואס איז געווען יום טוב ווען דו ביסט אוועקגעפארן, עס איז געווען הפקר, א בחור האט געדאווענט פאר'ן עמוד, אפגעכיפערט וכו' - דאס טאר נישט פאסירן; די גבאים דארפן צושטעלן בעלי תפילות וואס ווייסן ווי אזוי צו דאווענען, בפרט יום טוב דארף מען צושיקן שיינע בעלי תפילות וואס זענען מכבד את השם מגרונם.


דאס וואס דו האסט מורא אז די שכנים וואס דאווענען אין שול רעדן קעגן ברסלב; האב נישט מורא, אזוי איז מיט מענטשן, פאר מען ווערט מקורב צום צדיק רעדט מען על דא ועל הא, מען ווייסט נישט וואס מען רעדט, איין טאג רעדט מען אזוי, קומענדיגע טאג רעדט מען פארקערט; דו זיי יעדן מקרב.


געב אכטונג מען זאל נישט שמועסן ביים דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3428 - נישט איבערשטרענגען אין הפצה אויפ'ן חשבון פון שטוב
הפצה, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי ב', כ"ז ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בין מתפלל פאר אייך אלעס זאל זיין בנקל ובנחת.


מען קען שיקן די קינד צו די עלטערן.


אייער שוועסטער זאל זיך נישט איבערשטרענגען אין הפצה אויפ'ן חשבון פון שטוב; קודם קומען די קינדער און די מאן, נאכדעם קען מען טון הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3427 - נישטא וועם צו מקנא זיין, נאר אן ערליכער איד
קנאה, פירושים, משלי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


"אַל יְקַנֵּא לִבְּךָ בַּחַטָּאִים", דיין הארץ זאל נישט גליסטן צו זינדיגע מענטשן, "כִּי אִם בְּיִרְאַת ה' כָּל הַיּוֹם" (משלי כג, יז), נאר צו ערליכע אידן וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן, אין זיי זאלסטו גליסטן א גאנצן טאג.


אזוי האט דער הייליגער רבי נתן געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה: "נישטא וועם צו מקנא זיין, נאר אן ערליכער איד, אים איז גוט מקנא צו זיין"; אפילו די רייכע מענטשן וואס האבן פאלאצן, געלט, שיינע כלים, דיימאנטן און וואס נישט - זענען פול מיט ווייטאג; עס קען זיך דאכטן פון אינדרויסן אז זיי האבן גליק, אבער באמת זענען זיי פול מיט צער און ווייטאג.


 דעריבער בעט איך דיר: "אַל יְקַנֵּא לִבְּךָ בַּחַטָּאִים", גליסט נישט צו די אלע זאכן; רבי נתן האט געזאגט: "די וועלט איז נישט און מען קען עס נישט האבן", עס איז גארנישט דא און מען קען נישט האבן פון עולם הזה, "כִּי אִם בְּיִרְאַת ה' כָּל הַיּוֹם", גליסט צו ערליכע אידן, "תורה ותפלה איז יא און מען קען זיי האבן"; והבן למעשה.

#3426 - לייג נישט ארויף א פחד אין שטוב
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


איין זאך האב איך דיר פארגעסן צו זאגן. ווען דו ביסט געווען דא מיט דיין ווייב האט זי געבעטן דו זאלסט ארויסגיין פאר אפאר מינוט, זי האט זיך געשעמט צו רעדן פארענט פון דיר.


זי האט זייער געוויינט; זי האט א פחד אין שטוב וכו', זי קען נישט לעבן אונטער א פחד וכו'; זי ווייסט אז עס איז נישט איידל דאס צו טון, אבער וואס זאל זי טון ווען עס פאסירט... חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קמ:) "אָמַר לְהוּ רַב חַסְדָּא לִבְנָתֵיהּ", רב חסדא האט אויסגעלערנט זיינע טעכטער שיינע מדות ווי אזוי צו לעבן, איינע פון די זאכן: "לָא תֵיכְלוּן תַּמְרֵי בְּלֵילְיָא", איר זאלט נישט עסן טייטלען ביינאכט, "וְלָא תִשְׁתּוּן שִׁיכְרָא בְּלֵילְיָא", איר זאלט נישט טרינקען ביר ביינאכט - ווייל דאס ברענגט שלשול, עס מאכט לופט וכו', כדי דער מאן זאל זיך נישט פארמיאוס'ן; זי ווייסט אז עס איז נישט גוט, אבער זי קען נישט לעבן אזוי, זיך איינהאלטן; עס איז נישט געזונט.


בעט איך דיר טייערער ליבער ..., געב אכטונג אויף די מתנה וואס דער אייבערשטער האט דיר געשאנקען, זע זי זאל זיין רואיג אין שטוב, זי זאל נישט האבן א פחד און מורא. מען קען אלעס באקומען, מען קען אלעס טוישן - מיט תפילה.


אין קורצן; זי וויל לעבן נאטירליך, נישט ציטערן פון ווערן אראפגעקוקט, זי וויל שפירן אין שטוב אזוי ווי זי שפירט מיט אירע עלטערן און געשוויסטער; איך האף דו פארשטייסט וואס איר באדערט.


 

#3425 - גיי ארויף איין מאל א טאג צום ציון פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע
שלום בית, קברי צדיקים, תכלית, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דיין שווער נרו יאיר האט מיר געשיקט געלט אויף פסח מיט א בריוו, איך האב מער הנאה געהאט פונעם בריוו; ער שרייבט דארט ווי שיין דו פירסט זיך, דו און דיין ווייב תחי' זענען איידל, איר פירט זיך מיט דרך ארץ. ער שרייבט איר מאכט אים געזונט, דו און דיין ווייב רעדן אזוי שיין, ער האט נאר נחת פון ענק.


איך בין אזוי פרייליך דאס צו הערן; די גוטע גרוסן אויף תלמידים געבן כח ווייטער צו ארבעטן מיט פרישע תלמידים.


דו וואוינסט דאך סמוך ונראה צום ציון פון הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו; זיי נישט קיין בטלן, גיי ארויף איין מאל א טאג, זאג א קאפיטל תהלים, זיי זיך מתבודד און קוק ארויס פון פענסטער; קוק וואס מען נעמט מיט זיך מיט, נאר די פרקים משניות, דפים גמרא, תורה, תפילה און מעשים טובים.

#3424 - קיין איין קינד טאר נישט ארויספאלן פון חדר
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


וואס קען מען טון אז קיינער זאל נישט ארויספאלן פון חדר? עס גייט מיר אין לעבן אז אלע אינגלעך זאלן ליב האבן צו קומען אין חדר, פארוואס זאל דער בחור ... נרו יאיר נישט קומען אין חדר פאר לאנגע חדשים? ער איז דאך א טייער קינד, ער איז דאך אזא הארציגע נשמה, פארוואס זאל ער נישט וועלן קומען?!


וואס קען מען טון אז אונזערע קינדער זאלן אלע באקומען א חיות אין חדר?


די עלטערן זענען אזעלכע טייערע עלטערן, זיי זענען געקומען דא וואוינען נאר צוליב די קינדער; מיר מוזן אלעס טון אז די קינדער זאלן וועלן קומען אין חדר, זיין א חלק פון די מוסד.


גיי אינדערפרי שפאצירן, שריי צום אייבערשטן ער זאל דיר געבן א וועג מיט יעדן קינד, טרעפן זיין הארץ.

#3423 - גיי שלאפן צייטליך, וועסטו קענען זיין אין כולל אין צייט
כולל, שלאפן, היטן די צייט, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין באליבטער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


דער דיין שליט"א, דער ראש הכולל – זאגט מיר, דו לערנסט זייער פלייסיג, אבער ער זאגט עס שטערט זייער אז דו האלסט נישט קיין זמנים, מען קען נישט זיין אין כולל אזוי, ער זאגט מיר ער האט זיך קובע מקום געווען אויסגעדרייט זיין פנים צום וואנט צוליב דיר, ער קען נישט זען ווי דו קומסט טאג איין טאג אויס עלף אזייגער אדער צוועלף.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט אויסדרייען דיין סדר היום. תיכף נאך מעריב זאלסטו אהיים גיין, בלייב נישט שמועסן אין שול, בלייב נישט טון פאר הדפסה, גארנישט, גיי אהיים, האסט א ווייב וואס ווארט דיר.


יעצט זומער ווען מען דאווענט מעריב שפעט דארפסטו זיין אין שטוב שפעטסטנס צען אזייגער, אזוי וועסטו קענען אויפשטיין פארטאגס לערנען דיינע שיעורים כסדרן און דאווענען, עסן פת שחרית און זיין גרייט און צייט אין כולל.


איך וועל שרייבן פאר דיין ווייב זי זאל דיר העלפן אויפשטיין צייטליך.

#3422 - דו פירסט זייער שיין דעם בית המדרש
שטעטל, בית המדרש, דאווענען, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין פסח אין שטעטל, באזונדער האב איך הנאה געהאט צו זען ווי שיין דו פירסט דעם בית המדרש, מיט אזא אחריות; דבר גדול ודבר קטן – דו זארגסט פאר אלעס און דו טוסט דאס געשמאק.


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט שטיין אויף די נקודה עס זאל זיין כסדר מניינים ביי אלע דריי תפילות. שחרית ביז חצות, נאך חצות טאר מען שוין נישט דאווענען, אזוי אויך מנחה מעריב.


אויך זאלסטו איבערגעבן פאר די משפחה וואס זארגט פאר די וועכנטליכע פרויען צאמקום, דאס קען מען מער נישט מאכן אין שול. די שטעטל צואוואקסט זיך, עס איז שוין דא הונדערט משפחות, איז נישט שייך צו פארמאכן דעם בית המדרש יעדע דינסטאג נאכט ניין אזייגער, מען דארף דאך דאווענען מעריב, אויך האבן אינגעלייט חברותות, זאג זיי זיי זאלן זוכן אן אנדערע פלאץ, ווייל דער שול וועט מען מער נישט אפשפארן.


אזוי אויך, אז מען וויל מאכן שמחות, א בר מצוה וכדומה – קען מען נישט אפשפארן דעם בית המדרש; עס איז אנדערש פון ישיבה, ישיבה איז נאר געאייגנט פאר די בחורים, אנדערש איז א צענטעראלע שול פאר א שטאט.