בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3427 - נישטא וועם צו מקנא זיין, נאר אן ערליכער איד
קנאה, פירושים, משלי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


"אַל יְקַנֵּא לִבְּךָ בַּחַטָּאִים", דיין הארץ זאל נישט גליסטן צו זינדיגע מענטשן, "כִּי אִם בְּיִרְאַת ה' כָּל הַיּוֹם" (משלי כג, יז), נאר צו ערליכע אידן וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן, אין זיי זאלסטו גליסטן א גאנצן טאג.


אזוי האט דער הייליגער רבי נתן געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה: "נישטא וועם צו מקנא זיין, נאר אן ערליכער איד, אים איז גוט מקנא צו זיין"; אפילו די רייכע מענטשן וואס האבן פאלאצן, געלט, שיינע כלים, דיימאנטן און וואס נישט - זענען פול מיט ווייטאג; עס קען זיך דאכטן פון אינדרויסן אז זיי האבן גליק, אבער באמת זענען זיי פול מיט צער און ווייטאג.


 דעריבער בעט איך דיר: "אַל יְקַנֵּא לִבְּךָ בַּחַטָּאִים", גליסט נישט צו די אלע זאכן; רבי נתן האט געזאגט: "די וועלט איז נישט און מען קען עס נישט האבן", עס איז גארנישט דא און מען קען נישט האבן פון עולם הזה, "כִּי אִם בְּיִרְאַת ה' כָּל הַיּוֹם", גליסט צו ערליכע אידן, "תורה ותפלה איז יא און מען קען זיי האבן"; והבן למעשה.

#3426 - לייג נישט ארויף א פחד אין שטוב
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


איין זאך האב איך דיר פארגעסן צו זאגן. ווען דו ביסט געווען דא מיט דיין ווייב האט זי געבעטן דו זאלסט ארויסגיין פאר אפאר מינוט, זי האט זיך געשעמט צו רעדן פארענט פון דיר.


זי האט זייער געוויינט; זי האט א פחד אין שטוב וכו', זי קען נישט לעבן אונטער א פחד וכו'; זי ווייסט אז עס איז נישט איידל דאס צו טון, אבער וואס זאל זי טון ווען עס פאסירט... חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קמ:) "אָמַר לְהוּ רַב חַסְדָּא לִבְנָתֵיהּ", רב חסדא האט אויסגעלערנט זיינע טעכטער שיינע מדות ווי אזוי צו לעבן, איינע פון די זאכן: "לָא תֵיכְלוּן תַּמְרֵי בְּלֵילְיָא", איר זאלט נישט עסן טייטלען ביינאכט, "וְלָא תִשְׁתּוּן שִׁיכְרָא בְּלֵילְיָא", איר זאלט נישט טרינקען ביר ביינאכט - ווייל דאס ברענגט שלשול, עס מאכט לופט וכו', כדי דער מאן זאל זיך נישט פארמיאוס'ן; זי ווייסט אז עס איז נישט גוט, אבער זי קען נישט לעבן אזוי, זיך איינהאלטן; עס איז נישט געזונט.


בעט איך דיר טייערער ליבער ..., געב אכטונג אויף די מתנה וואס דער אייבערשטער האט דיר געשאנקען, זע זי זאל זיין רואיג אין שטוב, זי זאל נישט האבן א פחד און מורא. מען קען אלעס באקומען, מען קען אלעס טוישן - מיט תפילה.


אין קורצן; זי וויל לעבן נאטירליך, נישט ציטערן פון ווערן אראפגעקוקט, זי וויל שפירן אין שטוב אזוי ווי זי שפירט מיט אירע עלטערן און געשוויסטער; איך האף דו פארשטייסט וואס איר באדערט.


 

#3425 - גיי ארויף איין מאל א טאג צום ציון פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע
שלום בית, קברי צדיקים, תכלית, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דיין שווער נרו יאיר האט מיר געשיקט געלט אויף פסח מיט א בריוו, איך האב מער הנאה געהאט פונעם בריוו; ער שרייבט דארט ווי שיין דו פירסט זיך, דו און דיין ווייב תחי' זענען איידל, איר פירט זיך מיט דרך ארץ. ער שרייבט איר מאכט אים געזונט, דו און דיין ווייב רעדן אזוי שיין, ער האט נאר נחת פון ענק.


איך בין אזוי פרייליך דאס צו הערן; די גוטע גרוסן אויף תלמידים געבן כח ווייטער צו ארבעטן מיט פרישע תלמידים.


דו וואוינסט דאך סמוך ונראה צום ציון פון הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו; זיי נישט קיין בטלן, גיי ארויף איין מאל א טאג, זאג א קאפיטל תהלים, זיי זיך מתבודד און קוק ארויס פון פענסטער; קוק וואס מען נעמט מיט זיך מיט, נאר די פרקים משניות, דפים גמרא, תורה, תפילה און מעשים טובים.

#3424 - קיין איין קינד טאר נישט ארויספאלן פון חדר
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


וואס קען מען טון אז קיינער זאל נישט ארויספאלן פון חדר? עס גייט מיר אין לעבן אז אלע אינגלעך זאלן ליב האבן צו קומען אין חדר, פארוואס זאל דער בחור ... נרו יאיר נישט קומען אין חדר פאר לאנגע חדשים? ער איז דאך א טייער קינד, ער איז דאך אזא הארציגע נשמה, פארוואס זאל ער נישט וועלן קומען?!


וואס קען מען טון אז אונזערע קינדער זאלן אלע באקומען א חיות אין חדר?


די עלטערן זענען אזעלכע טייערע עלטערן, זיי זענען געקומען דא וואוינען נאר צוליב די קינדער; מיר מוזן אלעס טון אז די קינדער זאלן וועלן קומען אין חדר, זיין א חלק פון די מוסד.


גיי אינדערפרי שפאצירן, שריי צום אייבערשטן ער זאל דיר געבן א וועג מיט יעדן קינד, טרעפן זיין הארץ.

#3423 - גיי שלאפן צייטליך, וועסטו קענען זיין אין כולל אין צייט
כולל, שלאפן, היטן די צייט, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין באליבטער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


דער דיין שליט"א, דער ראש הכולל – זאגט מיר, דו לערנסט זייער פלייסיג, אבער ער זאגט עס שטערט זייער אז דו האלסט נישט קיין זמנים, מען קען נישט זיין אין כולל אזוי, ער זאגט מיר ער האט זיך קובע מקום געווען אויסגעדרייט זיין פנים צום וואנט צוליב דיר, ער קען נישט זען ווי דו קומסט טאג איין טאג אויס עלף אזייגער אדער צוועלף.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט אויסדרייען דיין סדר היום. תיכף נאך מעריב זאלסטו אהיים גיין, בלייב נישט שמועסן אין שול, בלייב נישט טון פאר הדפסה, גארנישט, גיי אהיים, האסט א ווייב וואס ווארט דיר.


יעצט זומער ווען מען דאווענט מעריב שפעט דארפסטו זיין אין שטוב שפעטסטנס צען אזייגער, אזוי וועסטו קענען אויפשטיין פארטאגס לערנען דיינע שיעורים כסדרן און דאווענען, עסן פת שחרית און זיין גרייט און צייט אין כולל.


איך וועל שרייבן פאר דיין ווייב זי זאל דיר העלפן אויפשטיין צייטליך.

#3422 - דו פירסט זייער שיין דעם בית המדרש
שטעטל, בית המדרש, דאווענען, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין פסח אין שטעטל, באזונדער האב איך הנאה געהאט צו זען ווי שיין דו פירסט דעם בית המדרש, מיט אזא אחריות; דבר גדול ודבר קטן – דו זארגסט פאר אלעס און דו טוסט דאס געשמאק.


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט שטיין אויף די נקודה עס זאל זיין כסדר מניינים ביי אלע דריי תפילות. שחרית ביז חצות, נאך חצות טאר מען שוין נישט דאווענען, אזוי אויך מנחה מעריב.


אויך זאלסטו איבערגעבן פאר די משפחה וואס זארגט פאר די וועכנטליכע פרויען צאמקום, דאס קען מען מער נישט מאכן אין שול. די שטעטל צואוואקסט זיך, עס איז שוין דא הונדערט משפחות, איז נישט שייך צו פארמאכן דעם בית המדרש יעדע דינסטאג נאכט ניין אזייגער, מען דארף דאך דאווענען מעריב, אויך האבן אינגעלייט חברותות, זאג זיי זיי זאלן זוכן אן אנדערע פלאץ, ווייל דער שול וועט מען מער נישט אפשפארן.


אזוי אויך, אז מען וויל מאכן שמחות, א בר מצוה וכדומה – קען מען נישט אפשפארן דעם בית המדרש; עס איז אנדערש פון ישיבה, ישיבה איז נאר געאייגנט פאר די בחורים, אנדערש איז א צענטעראלע שול פאר א שטאט.

#3421 - איך וועל אם ירצה ה' ענטפערן אלעס וואס איז נוגע פאר אייך
כיבוד אב ואם, סקול, בריוו, חתונה, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי ב', כ"ד ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


הכלה ... תחי', תלמידה בית פיגא


אויף אייער פראגע ווען צו קובע זיין די חתונה; דאס האט מיט אייערע חשוב'ע עלטערן און מיט די חתן'ס עלטערן, דאס האט נישט מיט אייך.


דאנקט דעם אייבערשטן אויף אייערע חשוב'ע עלטערן און אויך פאר אייער חתן מיט זיינע חשוב'ע עלטערן. איר קענט מיר פרעגן פראגעס וואס האט מיט אייך; אם ירצה ה', יארן ארום ווען אייערע קינדער וועלן האלטן ביים חתונה האבן, דעמאלט וועט איר מיר פרעגן ווען עס איז גוט צו קובע זיין דעם יום החתונה.


בנוגע ארבעטן אין בית פיגא; דאס ווייסט איר אוודאי, אז וואס די מנהלת תחי' טוט – איז געווארן דורכגערעדט מיט מיר, אז זי בעט אייך צו קומען ארבעטן פאר בית פיגא – איז דאס אזוי ווי איך בעט אייך דאס, עס פעלט נישט אויס צו איבערפרעגן פריוואט אדער ווארטן אויף אויפמערקזאמקייט; תלמידות בית פיגא דארפן זיין אזוי געטריי פאר בית פיגא, העלפן בית פיגא - אפילו אן באקומען א באזונדערע פארציע אטענשן.


פרעגט מיר אלע אייערע פראגעס, איך וועל אם ירצה ה' ענטפערן אלעס וואס איז נוגע פאר אייך.

#3420 - יעדער לייגט צו א האנט, איז די שטעטל אזוי שיין מצליח
שטעטל, משמש דעם רבי'ן, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי ב', כ"ד ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ברסלב ליבערטי


איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקען אויף וואס איר האט זיך אזוי אוועקגעגעבן די גאנצע צייט פון פורים ביז פסח פאר די מצה בעקעריי; אלע וואס האבן נאר טועם געווען די ברסלב'ע מצות זענען זייער נתפעל געווארן, עס האט זייער א גוטע טעם.


אלע וואונדערן זיך ווי אזוי די שטעטל איז אזוי מצליח; מיר האלטן נאכנישט קיין דריי יאר און עס איז דא אלעס וואס א אידישע שטעטל דארף האבן. א דיין, א כולל וואו עס לערנען תלמידי חכמים, אן עירוב, פיר שולן, אלע שולן האבן א מקוה, צוויי מקוה טהרה'ס, א חדר, א מיידל סקול, א בית התבשיל, עזר ליולדות, גראסערי, באזאר, בית הדפוס און יעצט א מצה בעקעריי; אלעס איז צו פארדאנקען אנשי שלומינו און נשות אנשי שלומינו וואס זענען אזוי געטריי, יעדער וויל נאר העלפן אריינברענגען דעם אייבערשטן אין די וועלט.


נאכאמאל, א יישר כח.

#3419 - נאכ'ן ארויסווארפן די מאוויס, וועט איר האבן א גוטע שלום בית
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מאוויס, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן נרו יאיר האט מיר דערציילט דעם חול המועד די גוטע נייעס אז איר האט ארויסגעווארפן אלע מאוויס, איר האט אויסגערוימט די חמץ; מאוויס איז חמץ, עס מאכט ביטער דאס לעבן, עס מאכט זויער.


איך בין געווארן אזוי פרייליך דאס צו הערן, איך בין אזוי פרייליך פאר אייער מאן נרו יאיר. ער וויל אזוי שטארק זיין פאר אייך די מאווי; אנשטאט קוקן אויף גוים און גוי'טעס, אנשטאט זוכן מיסט - קענט איר קוקן אויף אייער מאן, לעבן מיט אים.


איך האף צום אייבערשטן איר וועט האלטן אייער שטוב ריין, איר וועט מאכן אייער שטוב א פלאץ פאר די שכינה הקדושה צו וואוינען - וועט איר האבן ערליכע דורות.

#3418 - ביי רוחניות טאר מען נישט זיין זאט
הפצה, הכרת הטוב, עבודת השם, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר די שענק וואס דו האסט מיר געקויפט פאר די פסח כלים, עס איז אונז געווען גרינגער די ווירטשאפט יום טוב מיט די שענק.


שטארק זיך מיט הפצה, זיי נישט צופרידן מיט די פאר שול'ן וואס דו לייגסט דארט אויס גליונות מידי שבוע בשבוע, זאלסט אלץ צולייגן נאך אביסל, לייג צו נאך א שול וכדומה, ווייל דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, א): "אֵיזֶהוּ עָשִׁיר", ווער איז רייך? "הַשָׂמֵחַ בְּחֵלֶקוֹ", דער וואס איז פרייליך און צופרידן מיט וואס ער האט; דאס איז בגשמיות, דער וואס איז צופרידן מיט זיין הויז, מיט זיין קאר, מיט זיין פארמעגן - דער איז רייך, אבער ביי רוחניות טאר מען נישט זיין זאט, מען דארף אלץ בענקען און גלוסטן אויף נאך.


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים - וועסטו קיינמאל נישט פאלן.

#3417 - בלייבט מיט די גוטע קבלה צו האלטן די שטוב ריין און זויבער
חינוך הילדים, קאמפיוטער, טעלעפאן, אידישע שטוב, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ברסלב ליבערטי


אז איר האט צוגעזאגט דעם אייבערשטן אין שפיטאל ביים געבוירן וכו' אז איר גייט נישט אריינברענגען אין שטוב קיין טעבלעט, אייפאד וכו' - קענט איר נישט יעצט מיר קומען בעטן איך זאל אייך זאגן איר קענט דאס יא אריינברענגען אין שטוב.


אזוי איז ביי מענטשן, ווען מען איז ענג, מען איז אין א סכנה - זאגט מען צי, מען איז זיך מקבל קבלות טובות, אבער ווען דער אייבערשטער העלפט פארגעסט מען און מען האט צוריק די נסיון.


בלייבט מיט די גוטע קבלה נישט אריינצונעמען אין שטוב די אלע כלים, האלטס די שטוב ריין און זויבער. פארוואס זאלט איר שווער מאכן פאר אייערע קינדער? עס קומט יעצט נסיונות וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען, אונזערע קינדער גייען זיך דארפן דראפען מיט אויסטערלישע נסיונות; דארפן מיר זיי העלפן גרינגער מאכן און נישט שווערער מאכן.


זאגט אביסל תהלים יעדן טאג.

#3416 - מיט חכמה דארף מען מאכן יעדעס קינד א חלק פון קלאס
חינוך הילדים, מלמדים, פרנסה, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


וואויל איז דיר אז דיין פלאג און מי איז אין אייביגע זאכן, דו לייגסט אריין דיין מי און פלאג אין מלמדות; דו זיצט פון אינדערפרי ביז נאכמיטאג מיט קינדער, מיט אזא סבלנות.


געדענק, יעדער איינער מוטשעט זיך, "אָדָם לְעָמָל יוּלָד" (איוב ה, ז), "אַשְׁרֵי מִי שֶׁעֲמָלוֹ בַּתּוֹרָה" (ברכות יז.), וואויל איז דעם וואס מוטשעט זיך אריינצוברענגען תורה ויראת שמים אין אידישע קינדער.


עס איז היינט געקומען צו מיר משפחת ... שיחיו. זיי זענען זייער צופרידן פון אונזערע מוסדות, זיי האבן א שטיקל פראבלעם מיט זייער קינד וואס לערנט ביי דיר, ער איז זייער א פארמאכטער קינד, זיי ווילן זייער מען זאל פרובירן אים עפענען, ער זאל זיין א חלק פון די כתה. צום ביישפיל, מען שיקט אהיים מעשיות פון תפלה, זיין נאמען איז אלץ ליידיג; דער מלמד דארף פרובירן מיט חכמה אים מאכן זאגן א מעשה, אפשר שעמט ער זיך צו זאגן ברבים, קען מען אים פרעגן פריוואט. דאס איז נאר א משל, פארשטיי וואס און ווי אזוי אים צו עפענען.

#3415 - הייליגער באשעפער העלף איך זאל זיך ליב האבן און גלייבן אין מיר
תפילות אויף אידיש, רעדן, מדות טובות, בין אדם לחבירו, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ...


דו ביסט אזא גוטער מענטש, ביסט אזא וואוילער אינגערמאן, דעריבער זוכט דער יצר הרע דיך אראפצואווארפן, ער רעדט דיך איין אלע שלעכטע זאכן, דו טראכסט נאר שלעכטס אויף דיר, נאכדעם פאסירט אז דו רעדסט צו אנדערע מיט האס, ווייל דו מיינסט אז יעדער מיינט דיין שלעכטס, אלע ווילן דיך אונטערברענגען.


קיינער וויל דיך נישט אונטערברענגען, קיינער זוכט נישט דיין שלעכטס; עס איז דער יצר הרע וואס רעדט דיר איין אז דו ביסט נישט גוט.


בעט דעם אייבערשטן די ווערטער יעדן טאג: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל האלטן פון מיר. איך קען נישט לעבן, מען האט מיר אזוי דערנידערט אין מיינע יונגע יארן, מען האט מיר געמאכט שפירן ווי דער ערגסטער מענטש, ערגער פון דער ערגסטער מענטש; בעט איך דיר הייליגער באשעפער, הייל מיך אויס, מאך מיך געזונט, איך זאל טראכטן גוטס אויף מיר, איך זאל זיך ליב האבן, איך זאל גלייבן אין מיר"; אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג, ביז דו וועסט זיך ליב האבן.

#3414 - דו מוזסט טוישן די וועג ווי אזוי דו רעדסט
כיבוד אב ואם, שלום בית, רעדן, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דו ווייסט אז ביים רבי'ן איז געווען שלום בית א וויכטיגע יסוד, מען האט נישט געהאט קיין פלאץ ביים רבי'ן אויב מען האט נישט געהאט קיין שלום בית, דעריבער שרייב איך דיר אז איך הער דו רעדסט נישט שיין אין שטוב, דו טוסט וויי אין שטוב; עס טוט מיר וויי, איך האב זיך זייער געפארעט פאר דיר פאר דיין שידוך, און אז דו רעדסט נישט שיין, דו פליקסט דיין ווייב, דו שטעכסט איר - זע איך נישט קיין עתיד פאר דיר.


אז עס איז דיר ביטער האסטו איין ברירה, גיין צווישן די פעלדער און שרייען צום אייבערשטן, נאר דאס איז די עצה. אז דו ווילסט בלייבן וואוינען אין שטעטל און בלייבן ארבעטן פאר מיר - דארפסטו טוישן די וועג ווי אזוי דו רעדסט אין שטוב, אז נישט וועסטו נישט האבן קיין פלאץ דא.


אויך מיט דיינע עלטערן און מיט אירע עלטערן דארפסטו רעדן מיט דרך ארץ, איך ציטער ווי אזוי דיינע קינדער וועלן רעדן מיט דיר.

#3413 - איך האב הנאה צו הערן אז דו פירסט זיך שיין אין שטוב
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין ווייב האט מיר געלאזט א מעסעדזש ווי שיין דו פירסט זיך צו איר, דו טוסט איר נישט וויי, דו שטעכסט איר נישט ביים רעדן; איך האב זייער הנאה צו הערן אזעלכע שיינע זאכן אויף דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3412 - קען מען מאכן זונטאג א כמו-סקול און בעטן געלט דערפאר?
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שלום, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


צו די טייערע בית פיגא תלמידות ... שתחיו


איך האב ערהאלטן ענקער בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז ענק שפילן באחדות און ענק העלפן ענקערע מאמעס, די צוויי מצוות זענען פון די העכסטע מצוות; שלום איז די העכסטע זאך ביי אידישע קינדער און כיבוד אב ואם איז די הארבסטע מצוה.


בנוגע ענקער פראגע, אויב איר קענט מאכן זונטאג א כמו סקול און בעטן געלט; דאס זאלט איר פרעגן ענקערע מאמעס, איך מיש זיך נישט אריין אין דעם, איך וועל לאזן ענקערע מאמעס זאלן ענטפערן אויף דעם.


איך וויל ענק בעטן איר זאלט זיך קיינמאל נישט קריגן מיט אנדערע; אידישע קינדער זענען איין גרויסע געשטאלט, די רעכטע הענט וועט קיינמאל נישט וויי טון די לינקע הענט אדער א צווייטע חלק פונעם קערפער, אזוי טארן זיך אידישע קינדער נישט קריגן.


איך בעט אייך און איך בעט אלע תלמידות בית פיגא, איך ארבעט אזוי שווער פאר ענק פאר די סקול; געבט מיר צוריק די טובה, קריגט זיך נישט מיט אנדערע; אויב איז דא א מיידל א פירער וואס טשעפעט קינדער - זאלט איר אהיים גיין און נישט שפילן און חס ושלום וויי טון א אידיש קינד.


אויך זאלט איר נישט זוכן ארויס צו לויפן פון שטוב; אויב די מאמע דארף אייער הילף זאלט איר בלייבן העלפן אייער מאמע.


גייט אביסל שפאצירן מיט'ן באשעפער, רעדט צום אייבערשטן, בעטס דעם אייבערשטן אלעס וואס איר דארפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3411 - ברוחניות טאר מען נישט זיין צופרידן, אלץ וועלן מער און מער
הדפסה, עבודת השם, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


טייערער ..., ליבערטי


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט עוסק אין אזא הייליגע ארבעט, דו געבסט ארויס די הערליכע קונטרסים עצתו אמונה יעדע וואך, אזויפיל מענטשן זענען זיך ממש מחי' מיט דעם; זיי ווערן נענטער צום אייבערשטן.


אויך די עצתו אמונה פאר קינדער איז אזוי שיין. זייער אסאך משפחות זאגן מיר אז די קינדער ווארטן יעדן שבת אויף די מעשה, מען לעבט מיט די מעשה א גאנצע וואך, אויך אין חדר און אין בית פיגא דערציילט מען דאס פאר די קינדער. איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און שטארק די אנדערע אינגעלייט וואס זיי העלפן דיר, זיי ארבעטן מיט דיר.


מי יתן עס זאל שוין זיין דער מכון עצתו אמונה, עס איז דא אזויפיל ארבעט. איך האף דו ביסט נישט צופרידן מיט דיין ארבעט וואס דו טוסט, דו ווילסט טון מער און מער. ווייל צדיקים זאגן, דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה (אבות ד, א): "אֵיזֶהוּ עָשִׁיר, הַשָּׂמֵחַ בְּחֶלְקוֹ", דאס איז נאר געזאגט געווארן בגשמיות, דער וואס איז צופרידן מיט זיין קאר, מיט זיין הויז, מיט זיין פרנסה - דער איז אן עושר, אבער ווען עס קומט ברוחניות - טאר מען נישט זיין צופרידן, מען דארף אלץ וועלן מער און מער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3410 - מען וועט נאר געדענקען די ווארעמקייט פאר די קינדער
חינוך הילדים, מוסדות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


ווען מען טוט פאר'ן רבי'ן טוט מען פאר זיך, ווען מען איז משמש דעם רבי'ן איז מען זיך מתקן. אויף די וועלט זעט מען נישט דאס גרויסקייט פון טון פאר'ן רבי'ן, מען זעט נאר דאס חשיבות פון טון פאר זיך; ווער עס האט א שיינע הויז, א שיינע קאר, א ביזנעס – דער איז חשוב, אויבן איז עפעס אן אנדערע מעשה, אויבן איז דא אנדערע געשעפטן, אויבן קוקט מען ווער עס האט געטון פאר אנדערע, ווער עס האט געטון פאר אידישע קינדער.


מיין מאמע תחי' זאגט מיר כסדר: "זאג פאר דיינע טיטשערס, פאר די מחנכות, 'אין הונדערט יאר ארום ווען מען נישט וויסן און געדענקען וואס פאר א קלייד דו האסט אנגעטון, וואס פאר א שיך האסט געטראגן, קיינער וועט נישט וויסן און געדענקען וואס פאר א קערידזש האסט געהאט, וואס פאר א קאר האסט געדרייווט, אבער איין זאך וועט מען יא געדענקען, דאס וואס דו האסט געטון פאר די קינדער, די ווארעמקייט און ליבשאפט וואס דו האסט געגעבן פאר די קינדער'".


איך האף צום באשעפער אז איר וועט ווייטער טון מיט אונזערע קינדער.


א כשר'ן פרייליכן פסח.

#3409 - אכטונג געבן פון אן עין הרע
קינדער, תפילה והתבודדות, רפואה, עין הרע

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען פרעגט נישט וואס עס וועט זיין וכו' - צוליב עין הרע, און אזוי אויך איז נישט כדאי איינצוקויפן צוליב עין הרע.


אז דיין ווייב וויל וויסן וכו' - זאל זי דאס נישט מיטטיילן מיט אנדערע, זי קען זיך ארויסדרייען און זאגן מיר רעדן נישט צוליב עין הרע. (ווען די משפחה וועט הערן אז מען וויל נישט רעדן אלס עין הרע - וועלן זיי דאס פארשטיין, זיי וועלן דאס אפילו ארויפקוקן).


אזוי אויך, אז זי וויל יא איינקויפן יעצט - זאל זי דאס מאכן שטיל און איידל.


דער עיקר זאלט איר בעטן אסאך דעם אייבערשטן אז אלעס זאל זיין בנקל ובנחת, אזוי אויך זאלט איר בעטן אז איר זאלט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, קינדער צדיקים.

#3408 - געעפנט די מקוה
מקוה, ישועות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו


איך וויל לאזן וויסן פאר אלע אנשי שלומינו אז די מקוה טהרה איז שוין אפן פאר א גאנצע וואך.


די מקוה טהרה שטייט בהשגחת אונזער דיין שליט"א, די מקוה איז געבויט געווארן דורך די חשוב'ע כולל אינגעלייט אינאיינעם מיט אונזער דיין שליט"א, גרויסע רבנים האבן באוואונדערט די כשרות המקוה.


היות די שטעטל איז אויסגעשפרייט האבן מיר נאך א מקוה פאר שבת ויום טוב אין די ... געגנט.


ביידע מקוואות זענען זייער הייליג און עס האט די סגולות פון געהאלפן ווערן מיט אלע ישועות; דאס איז געבויט געווארן מיט גרויס קדושה.


דא איז די פלאץ זיך צו באדאנקען פאר משפחת ... און משפחת ... פאר'ן אוועקגעבן א חלק פון זייער דירה פאר טהרתן של ישראל; דער אייבערשטער זאל זיי בענטשן מיט אלע ברכות.

#3407 - רייניגן דעם בית המדרש היכל הקודש
תפילות אויף אידיש, ריינקייט, בית המדרש, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, מוהרא"ש, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר זייער פאר'ן העלפן רייניגן אונזער שול היכל הקודש ירושלים.


וויסן זאלסטו, יעדע זאך וואס מיר טוען פאר'ן רבי'ן - איז פאר אונז א תיקון. העלפן דעם רבינ'ס שול, רייניגן דעם רבינ'ס הויז, משמש זיין א צדיק - איז זייער א גרויסע זאך. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (עירובין נד.): "תַּלְמִיד אֶחָד הָיָה לוֹ לְרֶבִּי אֱלִיעֶזֶר שֶׁנִּתְחַיֵּב שְׂרֵפָה לַמָּקוֹם", דער הייליגער תנא רבי אליעזר האט געהאט א תלמיד וואס האט געטון אן עבירה און עס איז ארויס אויף אים א גזירה אז ער גייט פארברענט ווערן השם ישמרינו, "אָמְרוּ, הַנִּיחוּ לוֹ", האט מען געזאגט אין הימל מען זאל אים גארנישט טון, "אָדָם גָדוֹל שִׁמֵּשׁ", בזכות וואס ער באדינט זיין הייליגער רבי; זעט מען דאס גרויסקייט פון משמש זיין א צדיק, מען ווערט ניצול פון שווערע שטראפן.


איך געדענק מיינע ערשטע יארן ווען איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן, עס האט געברענט אין מיר אזא פייער... איך פלעג גיין שטילערהייט אין שול איך האב גערוימט און געוואשן, איך האב געטון וואס איך האב נאר געקענט אן דעם וואס איינער זאל מיר אפילו בעטן; עס האט אזוי געברענט אין מיר, איך האב געקויפט זאכן פאר'ן שול, איך האב געהאט אזא געפיל; אזוי ווי איינער ציט זיך אריין אין א נייע דירה, ער קויפט, ער מאכט און טוט - אזוי פלעג איך טון אין רבינ'ס שול.


מוהרא"ש דערציילט, ער פלעגט וואשן דעם בית המדרש אין בארא פארק, דער ברסלב'ער בית המדרש אויף די זעכצנסטע גאס; ער פלעגט זיך דערביי מתבודד זיין, ער האט געבעטן דעם אייבערשטן: "אזוי ווי איך וואש דעם בית המדרש, בעט איך דיר, וואש מיך אפ, רייניג מיך אויך" - האט ער געבעטן, "אזוי ווי איך וואש אפ דעם בית המדרש זאל איך קענען אפוואשן אידישע קינדער, אידישע הערצער".


וואויל איז דעם וואס איז משמש דעם הייליגן רבי'ן.

#3406 - האלט זיך נישט צוריק פון מיר שרייבן בריוו
בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי א', י"ג ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייב מיר ווייטער יעדע זאך; די בריוו פאר יענעם מיינט נישט צו זאגן מען זאל נישט שרייבן בריוו, יענער שיקט מיר סתם נייעס וכדומה, שטותים והבלים; איינער וואס וויל שרייבן פון זיין לעבן, שאלות, אדער דערציילן זיינע איבערגייעכטס - נישט דאס מיין איך; אדרבה ואדרבה, שרייב מיר ווייטער, איך ליין יעדעס ווארט וואס דו שרייבסט, איך בעט פאר דיר, און איך ענטפער יעדע שאלה, אמאל ענטפער איך אין א בריוו דירעקט פאר'ן מענטש, אמאל קען מען טרעפן די תשובה אין א בריוו געשריבן פאר א צווייטן, אמאל אין א שיעור און אמאל אין א שמועס.


האלט זיך נישט צוריק פון שרייבן.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.

#3405 - געב דעם נאמען וואס דיין טאטע וויל
כיבוד אב ואם, תודה והודאה, שלום בית, נאמען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי א', י"א ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב דעם נאמען וואס דיין טאטע שליט"א וויל, אזוי וועלן אלע זיין צופרידן; סיי דיין טאטע שליט"א און סיי דיין ווייב תחי'.


דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק, א גדול בתורה; דו און דיין ווייב זאלן זען אסאך נחת פון אים און פון אלע קינדער.


איין זאך פארשטיי איך נישט, ווען דו ענדיגסט דעם בריוו שרייבסטו זיך אונטער: "א הארץ וואס וויינט" - מיט דיין נאמען; איך וויל פארשטיין, פארוואס 'א הארץ וואס וויינט'? וויינט פון וואס? שרייב זיך אונטער: "א הארץ וואס איז פול מיט דאנק און לויב צום אייבערשטן", דו ביסט געבענטשט געווארן מיט נאך א ליכטיג קינד, "א הארץ וואס דאנקט דעם אייבערשטן פאר די מתנה פון א געזונטע קינד"; שוין גענוג געוויינט, יעצט הויב אן דאנקען דעם אייבערשטן.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.

#3404 - איך בין זייער מכיר טובה פאר אלעס וואס דו טוסט פאר'ן שטעטל
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי' ברסלב, ליבערטי


איך שענק דיר א מצה פונעם עירובי חצירות פונעם עירוב פון אונזער שטעטל קרית ברסלב ליבערטי לאות ולזכרון פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונזער שטעטל.


איך בין דיר זייער מכיר טובה, איך וועל דיר נישט שולדיג בלייבן; איך וועל דיר באצאלן דא און אויך דארט וכו'.


א כשר'ן פרייליכן פסח

#3403 - לאות ולזכרון פאר'ן מאכן דעם עירוב
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער הארציגער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דא האסטו א מצה פונעם עירובי חצירות משנת תשפ"א לאות ולזכרון פאר'ן מאכן דעם עירוב און פאר'ן זיין גרייט מיט וואס מען דארף אין אונזער שטעטל.


דער אייבערשטער זאל דיך בענטשן מיט ליכטיגע קינדער און ליכטיגע אייניקלעך, דו און דיין ווייב תחי' זאלן קענען ווייטער טון פאר אידישע קינדער.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך זייער ליב.