בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3402 - ביסט אזוי געטריי בודק צו זיין וועכנטליך דעם עירוב
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך שענק דיר א מצה פונעם עירוב וואס דו ביסט בודק יעדע וואך אלס א צייכן פון אנערקענונג; זאלסט וויסן איך ווייס און איך אנערקען וואס דו ביסט אזוי געטריי מיט דיין גאנצע הארץ צו בודק זיין וועכנטליך דעם עירוב.


  דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זען אסאך נחת פון דיינע דורות; דו מיט דיין ווייב.


א כשר'ן פרייליכ'ן פסח.


דיין ראש ישיבה.

#3401 - יישר כח פאר'ן בודק זיין דעם עירוב יעדע וואך מיט מסירות נפש
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך געב דיר א מצה פונעם עירובי חצירות פון קרית ברסלב פונעם פארגאנגענעם יאר תשפ"א.


לאות ולזכרון ולהכרת הטוב אויף וואס דו ביסט זיך אזוי מוסר נפש מידי שבוע בשבוע צו בודק זיין דעם עירוב; ווינטער, זומער, אין די היצן, אין די קעלט, אין שניי, אין רעגן און אין די פארנומענסטע צייטן.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


דיין ראש ישיבה.

#3400 - די ברסלב'ער בודקים פונעם עירוב זענען נישט צו געפונען
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דא געב איך דיר א מצה פונעם עירובי חצירות, פון די עירוב וואס דו ביסט בודק יעדע וואך מיט אזא מסירות נפש.


דער רב, דער בעל מכשיר זאגט: "די ברסלב'ער בודקים זענען נישט צו געפונען!" ער מאכט עירובין איבעראל, ער איז נבהל ונשתומם פון אונזערע בודקים.


יישר כח פאר'ן העלפן בויען די הייליגע שטאט ברסלב.


דיין ראש ישיבה.

#3399 - איך אנערקען וואס דו טוסט פאר אונזער הייליגע ברסלב'ע שטעטעלע
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דא האסטו א מצה פונעם עירובי חצירות פונעם עירוב אין שטעטל משנת תשפ"א.


דאס איז א קלייניקייט צו ווייזן אז איך אנערקען וואס דו טוסט פאר אונזער הייליגע ברסלב'ע שטעטעלע; דו ביסט בודק דעם עירוב אין די פארנומענסטע צייטן, ווען יעדער איז פארנומען אנצוגרייטן דעם שבת – פארסטו ארום א לאנגע צייט קוקן אויב די עירוב איז כשר.


דער אייבערשטער זאל דיך בענטשן מיט אלע ברכות.


דיין ראש ישיבה.

#3398 - הכרת הטוב פאר'ן העלפן פאררעכטן דעם עירוב
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך געב דיר א מתנה א מצה פון די עירובי חצירות פונעם פארגאנגענעם יאר תשפ"א פון די עירוב אין קרית ברסלב; אן אנדענק, א צייכן פון הכרת הטוב - פאר'ן זיין גרייט צו העלפן פאררעכטן ווען מען דארף פאררעכטן די עירוב - מיט אזא איבערגעגעבנקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו און דיין ווייב זאלן זיין געזונט און שטארק, איר זאלט זוכה זיין צו א פרייליכע כשר'ע יום טוב פסח.


דיין ראש ישיבה.

#3397 - אן אנדענק וואס דו העלפסט וועכנטליך בודק זיין דעם עירוב
שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך געב דיר א מתנה א מצה פונעם עירובי חצירות פון פארגאנגענעם יאר שנת ה'תשפ"א פון די עירוב אין קרית ברסלב, פאר אן אנדענק וואס דו העלפסט מיט אזא מסירות נפש וועכנטליך בודק זיין דעם עירוב.


א פרייליכן כשר'ן פסח.

#3396 - מיר באדאנקען זיך פאר די עירוב אין קרית ברסלב, ליבערטי
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד הרב ... שליט"א


מיר באדאנקען זיך פאר'ן רב שליט"א פאר די עירוב אין קרית ברסלב, ליבערטי.


איך וואונטש פאר'ן רב בשם אונזער גאנצע קהילה א כשר'ן פרייליכ'ן יום טוב און הצלחה בכל ענינים.

#3395 - דו געבסט זיך אוועק פאר אונזער הייליגע שטאט, פאר'ן עירוב
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך געב דיר א מצה פונעם עירוב פון אונזער שטעטל קרית ברסלב אלס אן אנערקענונג; איך ווייס וואס דו טוסט, ווי דו געבסט זיך אוועק פאר אונזער הייליגע שטאט, מיר זאלן האבן אן עירוב.


יעדעס מאל די עירוב צערייסט זיך אדער עס פעלט א לחי – קומסטו העלפן מיט דיין גאנצע הארץ.


די מצוה וועט דיר באגלייטן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דיין ראש ישיבה.

#3394 - אות זכרון פאר'ן מנדב זיין דעם עירוב טראק
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ו' פרשת אחרי א', י"ד ניסן, ערב פסח, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך געב דיר א מצה פונעם עירובי חצירות פון אונזער עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי משנת תשפ"א, אן אות וזכרון פאר'ן מנדב זיין דעם עירוב טראק.


מיט די טראק האבן מיר די מעגליכקייט צו פאררעכטן דעם עירוב עס זאל זיין כשר – מדי שבוע בשבוע.


א כשר'ן פרייליכן פסח.


דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.

#3393 - וואקסינירן די קינדער מיט אמונה, מיט קדושה און מיט יראת שמים
חינוך הילדים, מוסדות, וואקסינען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי א', י"א ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ברסלב


אינעם זכות וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער זאלט איר זוכה זיין צום פסח.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח און הצלחה, און נחת ביי די קינדער און תלמידות, מיר זאלן קענען ווייטער ממשיך זיין צו וואקסענירן די קינדער מיט אמונה, מיט קדושה און מיט יראת שמים.


א פרייליכן כשר'ן פסח

#3392 - איך דארף א גרויסע הלואה צו קויפן א קעמפ און קאנטרי
צדקה, מוסדות, קעמפ

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי א', י"א ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


קודם, א גרויסן יישר כח פאר'ן צוזאמשטעלן געלט פאר די משפחות פון אנשי שלומינו וואס נויטיגן זיך יעצט דערין פאר'ן יום טוב פסח.


א קליינע בקשה, אפשר קענסטו מיר שאפן הלוואות פון א מיליאן זיבן הונדערט טויזנט דאלער; איך וויל קויפן א קעמפ פאר די אינגלעך און אויך א שטיקל קאנטרי פאר אנשי שלומינו. אפשר פרעגסטו א צען פופצן אינגעלייט וואס קענען בארגן, יעדער איינער הונדערט טויזנט דאלער, אדער צוויי הונדערט טויזנט, און אזוי צוזאמשטעלן 1.7 מיליאן דאלער.


איך קען מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף דאס באצאלן ביז צוויי יאר.


לאז מיר וויסן.


א פרייליכן יום טוב.


 

#3391 - די בעסטע נחת איז ווען די קינדער לערנען מיט תינוקות של בית רבן
חינוך הילדים, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וואס נאך דארף א אידישע מאמע ווען זי זעט אירע קינדער מקטן ועד גדול זענען עוסק אין די הייליגסטע זאך – אין לערנען מיט תינוקות של בית רבן?


אייערע זין זענען מלמדים און די טעכטער זענען טיטשערס; וואס נאך דארף מען? וואס נאך מער פון דעם איז דא? דאס איז די גרעסטע, העכסטע, רייכסטע און שענסטע פארמעגן.


בלייבט נאר איבער צו וואונטשן איר זאלט נאר זען נחת ביי אלע קינדער און אייניקלעך, איר זאלט האבן כח און הצלחה אין אלע אייערע וועגן.


א כשר'ן פרייליכן פסח.

#3390 - יישר כח פאר דיין געטרייע ארבעט
כיבוד אב ואם, לערערין, סקול, חינוך הילדים, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע טאכטער ... תחי'


יישר כח ... תחי' פאר דיין געטרייע ארבעט מיט די קינדער אין בית פיגא, אלע זענען זייער צופרידן.


אויך א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן מאמי תחי'; דו האסט נישט קיין אנונג ווי דו ביסט מחי' מאמי ווען דו קומסט אריבער העלפן.


דיין מאן נרו יאיר מאכט מיר אזויפיל נחת, ער לערנט און דאווענט מיט א שטארקע התמדה.


 

#3389 - די ישועה קומט בקרוב, און מען פארגעסט פון די שווערע טעג
קינדער, תודה והודאה, צרות, ישועות, נסיונות, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר וועט האבן קינדער, זייט נישט באזארגט, זייט נישט פאר'דאגה'ט.


דער הייליגער רבי זאגט (ספורי מעשיות מעשה יא, מבן מלך ובן השפחה שנתחלפו) ווען עס ווערט טאג הערט מען אזא געלעכטער, דער נאכט פארלירט זיין נאמען, מען געדענקט מער נישט אז עס איז געווען אמאל נאכט; דאס גייט ארויף בכלליות אויף די גאולה העתידה, עס וועט פארגעסן ווערן די גלות טעג וואס איז צוגעגליכן צו נאכט, און אויך בפרטיות ביי יעדן איינעם.


ווען עס איז נאכט, מען ווארט אויף א שידוך, נאכדעם ווען עס ווערט טאג, מען האט חתונה – געדענקט מען נישט אז מען האט אמאל געווארט אויף א שידוך. נאכדעם ווען מען ווארט אויף קינדער, עס איז ממש נאכט; מען וויינט, מען ווארט, מען מיינט שוין אז מען ווארט שוין, דערווייל ווערט מען אנטוישט, חודש נאך חודש, עס איז ממש נאכט; פלוצלונג ווערט טאג, און מען פארגעסט אז עס איז בכלל געווען נאכט.


בעט איך אייך זארגט נישט, איר וועט האבן קינדער. איין זאך זאלט איר טון, איין קבלה טובה, נעמט זיך פאר צו דאנקען דעם אייבערשטן יעדן טאג. רעכנט אויס פאר'ן אייבערשטן גוטע זאכן פון אייער לעבן און דאנקט אים; דאס עפנט אויף די טירן אין הימל פאר ישועות.

#3388 - אין זכות פון טון אין חינוך הבנות, וועט מען זען אסאך נחת
סקול, חינוך הילדים, הכרת הטוב, משמש דעם רבי'ן, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר'ן העלפן אויפבויען בית פיגא אין קרית יואל.


די מנהלת תחי' דערציילט מיר אז איר זענט דארט מיט די גאנצע הארץ, מיט מסירת נפש. די אנדערע ווייבלעך זענען מיר אנטלאפן וכו', נאר איר זענט געבליבן.


נאך פסח וועלן מיר האבן נאך א טיטשער, א תלמידה; הכלה ... תחי'. זי איז א גוטע טיטשער, איך האף זי וועט מצליח זיין, און נישט אוועקלויפן.


בזכות וואס מען טוט פאר'ן רבי'ן, בפרט בחינוך הבנות – דאס איז זייער חשוב; מען זעט נחת ביי די קינדער און אייניקלעך.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב פסח.

#3387 - איך פריי זיך אז ביי אונזער קהילה איז צניעות אן ארויפגעקוקטע זאך
חברים, צניעות, סקול, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, היכל הקודש, סיפורי צדיקים, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב געליינט פון דעם הייליגן סאטמערער רבי זכותו יגן עלינו, ער האט זייער שטארק געוואלט אריינברענגען עפעס א חשוב'ע לבוש צווישן זיינע תלמידות, א העכערע שטאפל אין צניעות. ער האט געבעטן איינעם: "ברענג מיר א ליסטע פון צען ווייבלעך וואס וועלן זיך אנטון דעם לבוש" וכו', אויף צומארגנס האט יענער געהאט צען נעמען. ער קומט אריין צום רבי'ן, דער רבי פרעגט אים: "אזוי שנעל, אין איין טאג האסטו געפונען צען משפחות וואס זענען מסכים זיך אנצוטון דעם לבוש?" דער רבי קוקט די נעמען, דער רבי שמייכלט און זאגט: "איך דארף צען יונגע ווייבלעך, נישט צען עלטערע פרויען", דער רבי געבט אים צו פארשטיין: "אז מען וויל דורכברעכן, אריינברענגען א לבוש – קען דאס נאר גיין מיט יונגע, זיי מוחל ברענג מיר צען משפחות יונגע ווייבלעך"; דאס האט יענער נישט געקענט אין איין טאג.


ביז יעצט האב איך פארשטאנען אז א צדיק, א מנהיג ישראל זאגט אזוי – איז דאס אזוי, יעצט זע איך דאס מיט די אויגן. פון ווען איר מיט נאך אפאר בית פיגא תלמידות האבן זיך אנגעטון שפיצלעך – איז געווארן ממש א רודעריי, נאך און נאך ווייבלעך ווילן זיך אנטון דעם לבוש, עס שלאגט ווארצלען, עס איז עושה פירות.


איך פריי זיך זייער אז ביי אונזער קהילה ביי די ווייבער – איז צניעות א שיינע זאך, אן ארויפגעקוקטע זאך. עס איז נישט בכפי', נישט געצווינגען; מען וויל גיין אזוי, מען האט דאס ליב.


געבט איבער פאר אלע בית פיגא תלמידות זיי זאלן אכטונג געבן נישט צו גיין אנגעטון צעפלויגן, שלעפעריש און שלאבעריש, נאר שיין, איידל און צוזאמגענומען, זיי זאלן גיין אנגעטון רייך; אזוי וועלן אלע יונגע מיידלעך, די פרישע דור – דאס וועלן נאכמאכן, זיי וועלן אויך וועלן אויסקוקן גוט.

#3386 - תלמידות בית פיגא רעדן אנדערע סארט שמועסן
חברים, לערערין, חיזוק פאר פרויען, מוסדות, שבת קודש, רעדן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן אין סקול אזוי געטריי. אונזער הצלחה אין סקול איז נאר ווייל מיר האבן אזעלכע געטרייע טיטשערס, ווארעמע טיטשערס; טיטשערס וואס קומען נישט ארבעטן פאר זייער געהאלט, זיי קומען ארבעטן פאר'ן רבי'ן, פאר די קינדער; אויפצובויען קינדער, אויפצובויען נאך אידישע ערליכע דורות – דאס איז אונזער הצלחה.


זייער גוט טוט איר אז איר מאכט שלש סעודות ביי אייך אין שטוב, איר נעמט אייערע חבר'טעס, יונגע ווייבלעך; מען שמועסט פון רבינ'ס עצות, דעם רבינ'ס חיזוק, דעם רבינ'ס ווייטאמינען.


אז איר וועט צולייגן קאפ וועט איר זען, וואו פרויען קומען זיך צאם – וואס רעדט מען? וואס שמועסט מען? אדער פון א נייע ווייטאמין, א נייע דייעט אדער א נייע האטליין; תלמידות בית פיגא רעדן פון אנדערע סארט ווייטאמינען, אנדערע שמועסן – פון תפילה מעשיות, הפצה מעשיות, ותרנות מעשיות, פון זיך שטארקן מעשיות – און אזוי ווייטער.


תלמידות בית פיגא דארפן וויסן אז זיי פארטרעטן ברסלב, ווען מען קוקט אויף זיי – קוקט מען אויף ברסלב; לויט ווי זיי פירן זיך – ווייסן מענטשן וואס ברסלב איז. דארף מען אלץ זיך פירן ווי עס דארף צו זיין.

#3385 - צינדט אן אין שטוב ניגוני אמונה, ניגונים פון היכל הקודש
תפילה והתבודדות, אמונה, ניגונים, מוסדות, משיח, אידישע שטוב, מוזיק

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי א', י"א ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


שטארקט זיך באמונה פשוטה, צינדט אן אין שטוב נגוני אמונה, ניגונים פון היכל הקודש, ניגונים וואס משיח וועט זינגען: "ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, אין שום מציאות מבלעדיך יתברך כלל, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם"; דער ניגון וועט משיח זינגען פאר די גאנצע וועלט, אריינברענגען אין די וועלט אז אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא גארנישט אויסער אים. דער הייליגער רבי זאגט: "משיח וועט אייננעמען די וועלט אן קיין איין שאס פולווער"; ער וועט אייננעמען די וועלט מיט תפילה, מיט אמונה.


איך בין היינט אריבער מיט די מנהלת תחי' די פלענער פאר זומער און פאר'ן קומענדיגן זמן, מיר ווילן זייער איר זאלט ווייטער בלייבן אין סקול לערנען מיט די קינדער די עצות פון משיח, די עצות וואס משיח וועט אויסלערנען.


א כשר'ע און פרייליכע יום טוב.

#3384 - ווען צינדט מען ליכט אום יום טוב
מוסדות, יום טוב, ליכט צינדן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי א', י"א ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ברסלב


איך בין היינט אריבער מיט די מנהלת תחי' די פלענער פאר דעם קומענדיגן יאר הבא עלינו לטובה, מיר ווילן זייער איר זאלט צוריקקומען דעם קומענדיגן יאר ווייטער לערנען מיט אונזערע קינדער; איך בעט דעם אייבערשטן איר זאלט האבן כח און הצלחה אין די ארבעט.


בנוגע צינדן לעכט יום טוב; ביי מיר אין שטוב פיר איך זיך, מיין ווייב תחי' צינדט די ליכט יום טוב ביי די סעודה, גלייך פאר קידוש.


א כשר'ע און פרייליכע יום טוב.

#3383 - א הערליכע קלאס; דרך ארץ און דיסציפלין, און אויך שמחה
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי א', י"א ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב זייער הנאה ווי אזוי איר פירט די קלאס, עס הערשט אזא דרך ארץ, אזא דיסציפלין, און אין די זעלבע צייט – אויך א שמחה; די קינדער זענען אזוי פרייליך.


איך האב היינט גערעדט מיט די מנהלת תחי', מיר זענען אריבער די פלענער פאר'ן קומענדיגן יאר, מיר ווילן זייער שטארק איר זאלט בלייבן זיין א טיטשער.


אייער מאן נרו יאיר איז זייער טייער, זייער וואויל; יעדעס מאל ווען איך טרעף אים פריי איך זיך זייער.


א פרייליכן כשר'ן פסח.

#3382 - מאכט א שיינע סדר נאכט ביי אייך אין שטוב
מוהרא"ש, ראש ישיבה, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי א', י"א ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


איר דארפט פארשטיין, אזוי ווי איר ווילט זיין ביי מיין סדר – ווילן נאך אנשי שלומינו זיין, איז דאך נישט שייך צו קומען, ווייל אסאך ווילן קומען; אזוי ווי איר מוטשעט מיר, אין די זעלבע צייט מוטשען מיר נאך משפחות.


בעט איך אייך זייער, איר זאלט נישט זיין בייז אויף מיר אז איך זאג אייך אפ, איר זענט ביי מיר זייער חשוב און טייער, פארשטייט אליינס אז דאס איז נישט שייך, (בפרט אז איר זענט שוין געווען איין יאר).


מאכט א שיינע סדר נאכט אין שטוב. פרובירט צו טראכטן ביי יעדע זאך 'וואס וואלט דער ראש ישיבה געטון אין אזא פאל?' דערמאנט אייך פון די דרשות, בריוו און שיחות – וועט איר זיין ביי מיין סדר, ביי אייך אין שטוב וועט זיין מיין סדר.


איך בין נישט געווען ביי מוהרא"ש ביים סדר, דאך שפיר איך יעדע יאר ביים סדר, און ביי יעדע סעודת שבת – ווי איך זיץ ביי מוהרא"ש, איך שפיר ווי מוהרא"ש איז מיט מיר.

#3381 - דער צווייטער בית המדרש היכל הקודש אין לעיקוואד
בית המדרש, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי א', י"ג ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד די צוויי חשוב'ע גבאים ... און ... נרם יאיר, לעיקוואד


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס אז מען עפנט יעצט דעם צווייטן בית המדרש היכל הקודש אין לעיקוואד.


איך ווארט צו זען ווי עס וועט נישט נעמען לאנג און איר וועט אייננעמען לעיקוואד; אלע וועלן וויסן פון די עצות פון הייליגן רבי'ן.


א פרייליכן יום טוב.

#3380 - עס איז א תענוג און נחת צו הערן ווי די כולל אינגעלייט לערנען
כולל, צדקה, שטעטל, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי א', י"ג ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב


איך האב יעצט ערהאלטן פון משה ארי' נרו יאיר מנהל הכולל - אז דו האסט געגעבן פינף טויזנט דאלער פאר די כולל. איך בענטש דיר, בזכות די מצוה פון החזקת לומדי תורה - זאלסטו זען גרויסע ניסים, דו און דיין ווייב זאלן זיין געזונט און האבן נחת פון די קינדער.


די וואס וואוינען אין שטעטל - זיי זעען פון דער נאנט די התמדה פון אונזערע כולל אינגעלייט, ובראשם דער ראש הכולל, דער דיין שליט"א, ווי פלייסיג זיי לערנען. עס איז א תענוג און נחת אריינצוקומען אינמיטן טאג אין בית המדרש און זיך אונטער הערן ווי די כולל אינגעלייט לערנען. אזויפיל אינגעלייט זאגן מיר זיי קומען אמאל אריין אינמיטן טאג זיך אפרוען, זיי הערן די זיסע קול תורה, זיי ווילן נישט צוריקגיין ארבעטן, זיי ווילן אויך לערנען.


זאלסט האבן א פרייליכע יום טוב.

#3379 - וועלכע יוצרות זאגט מען אום יום טוב
מנהגים, פסח, יום טוב, יוצרות, מצה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי א', י"ג ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר זאגן נישט די יוצרות פון פאר שמונה עשרה. מיר זאגן די יוצרות פון חזרת הש"ץ; אויך נישט אלע, די לעצטע שטיקל פאר קדושה, די לאנגע פיוט - דאס זאגן מיר נישט.


צו תפילת טל טוט דער שליח ציבור אן א ווייסע קיטל, מען זאגט נאר די ערשטע צוויי שטיקלעך פיוט "בדעתו" און דער פיוט "תהומות", און מען לאזט אויס אלעס ביז די איין שטיקל פאר מכלכל חיים בחסד, דער פיוט "טל תן לרצות ארצך" - דאס זינגען מיר מיט א ווארעמע הארציגע ניגון.


בנוגע מאשין מצות; מיר זענען זייער מקפיד אויף דעם דאס נישט צו עסן.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.


 

#3378 - ווערט נישט דערשראקן, איר וועט האבן א רפואה שלימה
תודה והודאה, התחזקות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי א', ט' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


פארלירט זיך נישט, איר וועט זיין געזונט און שטארק; ווערט נישט דערשראקן, איר וועט האבן א רפואה שלימה.


נעמט זיך פאר מער צו דאנקען דעם אייבערשטן; ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן עפענען זיך אויף מער און מער פענסטערס אין הימל פאר ישועות.