בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2592 - איך האב קיינעם נישט געזאגט מען זאל גיין נעמען די וואקסין
מחלוקת, אומאן, וואקסינען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען פארדריידט מיינע ווערטער; איך האב קיינעם נישט געזאגט מען זאל גיין נעמען די וואקסין, וואס יא? איך זאג פאר דער וואס פרעגט אויב עס איז א פראבלעם צו נעמען - אז דאס איז נישט קיין פראבלעם, מען קען דאס נעמען.


קריג זיך נישט וועגן די וואקסין, כל זמן עס איז דאך דא נאך וועגן אנצוקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2591 - ווי אזוי צו העלפן מיט די תלמוד תורה
מוסדות, ריינקייט, אידיש געלט, סכנה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ראה – מברכים אלול, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פאר דיין איבערגעגעבענע ארבעט פאר די מוסד, האסט אהערגעשטעלט די מיידל קעמפ אזוי געשמאק; מרת ..., די מנהלת תחי' – זאגט מיר אז די יאר זומער איז די שענסטע זומער, אלעס איז אזוי שיין צוגעשטעלט; די יישר כח קומט דיר פאר'ן זיין אזוי געטריי.


בנוגע העלפן מענידזשן די תלמוד תורה, דו זאגסט מיר אז דו ווילסט העלפן, דו ווילסט טון פאר'ן רבי'ן; בעט איך דיר זאלסט טון די דריי זאכן:


1) ערשטנס, געב אכטונג די קינדער זאלן זיין אפגעהיטן פון סכנה, דער בנין זאל זיין אפגעהיטן פון סכנה.


2) צווייטנס, געב אכטונג אויף ריינקייט, דער בנין זאל זיין ריין, אזוי אויך די באסעס.


3) און די דריטע זאך, געב אכטונג אויפ'ן רבינ'ס געלט; עס זאל דיר אנגיין יעדע פרוטה פון רבי'ן.


אז דו וועסט אראפנעמען פון מיר די דריי זאכן, דו וועסט צושטעלן פאר די קינדער זיי זאלן זיין זיכער; סיי ביים קומען און סיי ביים זיין אין חדר און אין סקול און סיי ביים אהיימגיין, און עס וועט זיין ריין אין חדר און אין סקול, און דו וועסט אכטונג געבן אויפ'ן רבינ'ס געלט – וועסטו האבן א חלק אין די אלע הייליגע זאכן וואס קומט ארויס פון דעם פלאץ.

#2590 - רעדן מיט געפיל צו די קינדער
לערערין, חינוך הילדים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ראה – מברכים אלול, ערב ראש חודש אלול, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מזל טוב פאר אייער געבוירענע אינגל, אייער בכור ... נרו יאיר; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו זען אסאך נחת אינאיינעם מיט אייער מאן נרו יאיר און זוכה זיין אים צו מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים.


יעצט ווען איר זענט נישט אין קעמפ שרייען די מיידלעך אז זיי ווילן איר זאלט צוריק קומען, אזוי גייט עס; ווען מען ברענגט א צווייטן דעמאלט בענקט מען זיך, זיי זאגן אז איר לייגט שלאפן מיט הארץ, מיט שכל; איר שרייט נישט.


די וואך האט מען געזוכט איינער זאל אייך איבערנעמען, יענער איז געקומען און געקוויטשעט אויף די מיידלעך, יענער האט זעט אויס פארגעסן וואס מיידלעך זענען, יענער האט פארגעסן אז זי איז אויך געווען א מיידל; עס איז נישט עק וועלט ווען מיידלעך רעדן ביינאכט און אז עס נעמט אפאר מינוט שטייטער, זיי זאגן אז זיי ווילן איר זאלט צוריק קומען לייגן שלאפן; איר לייגט שלאפן מיט רחמנות, איר רעדט שיין צו זיי.


רוט זיך אפ, קומט צוריק צו די כוחות; איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף איר וועט צוריק קומען אין סקול אריינלייגן אין די קינדער ליבשאפט צום אייבערשטן, ליבשאפט צו די תורה.


 

#2589 - זייער אכטונג געבן קינדער זאלן נישט ווערן צוטרעטן
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ראה – מברכים אלול, ערב ראש חודש אלול, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין זייער דערשראקן און דערציטערט אז ביי אונז אין תלמוד תורה זאל זיין אזוינס אז א קינד זאל נישט וועלן גיין אין חדר.


מרת ... תחי', די מאמע פון הילד הנחמד ... נרו יאיר זאגט אז איר קינד וויל נישט גיין אין חדר ווייל מען טשעפעט אים, ער האט שוין דערציילט פאר'ן מלמד און דער מלמד זאגט "יא יא, איך גיי טון", און גארנישט, כאילו לא הי'. די מאמע זאגט מיר אז זי האט שוין גערופן דעם מלמד, דער מלמד זאגט "יא יא, זיכער, איך גיי שוין טון" און מפטירין כדאתמול; יעצט קומט זי וויינען צו מיר וואס זי קען טון.


בעט איך דיר און איך בעט דיר זאלסט ווייזן דעם בריוו פאר אלע מלמדים ביי אונז אין תלמוד תורה, עס ליגט אן אחריות אויפ'ן מלמד אכטונג צו געבן מען זאל נישט צוטרעטן די קינדער, מען טאר נישט לאזן עס זאל אזוינס פאסירן, מען קען נישט זאגן "יא יא, איך וועל טון", און נישט טון, אויב דו קענסט נישט טון, דו האסט נישט קיין עצה, דארפסטו זיך ווענדן צום מנהל, און אז דער מנהל זינגט אויך דעם ניגון "יא יא, זיכער, איך גיי שוין טון", און למעשה איז גארנישט געטון געווארן, זאלסטו קומען צו מיר, איך וועל מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף דיר פרובירן צו העלפן.


איך וויל נישט עס זאל זיין אזא זאך ביי אונז אין תלמוד תורה אז קינדער זאלן ווערן צוטראטן, איך האב נישט געעפנט די תלמוד תורה אז מיר זאלן האבן א מוסד מיט'ן נאמען 'ברסלב', איך האב געעפנט די תלמוד תורה מיט מסירת נפש אז עס זאל זיין 'ברסלב' נישט פאר די נאמען, נאר טאקע אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט עס זאל זיין.

#2588 - די בעסטע עצה איז זיך אויסצושמועסן אפן איינער מיט'ן צווייטן
חסידות ברסלב, מחלוקת, שבת קודש, שלום, רעדן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ראה – מברכים אלול, ערב ראש חודש אלול, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב אסאך אריינגעטראכט אין וואס איר האט מיר דערציילט; די ריכטיגע וועג איז איר זאלט איר לאזן וויסן אז איר ווערט געטשעפעט פון די וועג ווי אזוי זי רעדט מיט אייך, ווייל עס קען זיין אז זי ווייסט ניטאמאל אז זי טשעפעט אייך, זי ווייסט נישט אז זי שטערט אייך; נישט נאר זי ווייסט נישט, נאר אין איר וויסטן חלום פאלט איר נישט איין אז איר ווערט געטשעפעט און געקלאפט. זי איז נישט קיין שלעכטע פרוי, זי איז א וואוילע פרוי; קען זיין די וועג ווי אזוי זי רעדט איז נישט גוט.


איך ווייס אז עס וועט אייך זיין זייער שווער דאס צו זאגן, אפשר וועט אייך זיין גרינגער איר צו שרייבן א שיינע בריוו. שרייבט איר ווי אזוי איר שפירט ווען זי רעדט אזוי צו אייך, ווייל עס איז א שאד צו לעבן מיט פיינטשאפט; א שאד ווען מיר זענען דא ביים רבי'ן, מיר זענען ווי איין גרויסע משפחה – זאל מען זיין צוקריגט, ווען מען קען דאס אויסגראדן.


איך האב דאס געהאט מיט יארן צוריק, מיין נאנטער חבר מיט וועם איך האב אינאיינעם געעפנט די מוסד – מיט אים האט דאס פאסירט. עס איז געווען א זאך וואס האט מיר זייער געשטערט, די וועג ווי אזוי ער האט גערעדט צו מיר, איך האב געשפירט אז אט אט גיי איך זיך צוקריגן מיט אים, עס איז אריין אין מיר א פיינטשאפט. וואס האב איך געטון? איך האב גענומען דעם רבינ'ס עצה, איך האב מיך מתבודד געווען, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן 'וואס טו איך רבונו של עולם? מיין נאנטער חבר, מיין נאנטער פריינט מיט וועם איך האב אויפגעשטעלט די ישיבה, די חדר און אזוי ווייטער – מאכט מיר נערוועז, ביז איך קען מער נישט', אזוי האב איך געבעטן און געבעטן ביז עס איז מיר אריין א מחשבה 'אפשר ווייסט ער נישט, אפשר כאפט ער נישט?' איך האב גערעדט מיט אים און אלעס איז מסודר געווארן, מיר זענען געווארן נאך נענטער.


אזוי איז ביי אסאך משפחות, מאן און ווייב האבן חתונה, איינער קומט פון א משפחה וואס מען רעדט מער שארף, מער שטעכעדיג, און ביים צווייטן רעדט מען ווייך, פוטער'דיג; קען פאסירן דאס אז מען זאל ווערן פארווייטאגט און געטשעפעט אן דעם וואס דער אנדערער זאל דאס וויסן.


איך ראט אייך איר זאלט איר שרייבן א שיינע בריוו, זאגט איר 'איך וויל זיין נאנט מיט דיר אזוי ווי אין אנהייב', שרייבט איר אייער געפיל, ווי אזוי איר שפירט בשעת זי רעדט וכו' וכו'; - וועט זיך אלעס אויסגראדן.


דאס איז נאך א נסיון, נאך א פראוואקאציע פונעם סמ"ך מ"ם צו מאכן חלישות הדעת צוויישן אנשי שלומינו; עס וועט אים אבער גארנישט נוצן, ווייל דער רבי האט געזאגט (חיי מוהרן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די ליבשאפט וואס איז דא צווישן אונז.


איך שרייב אייך דעם בריוו אינמיטן די הכנות צו שבת, עס איז א פארנומענע טאג; דאך האב איך אראפגענומען צייט צו שרייבן כדי עס זאל אייך זיין גוט, איר זאלט זיך נישט פייניגן פון דעם, און אייך געבן אן עצה ארויסצוגיין פון דעם.


ערב שבת איז א צייט פון תשובה, ביי די הייליגע צדיקים פלעגט ערב שבת זיין א מורא'דיגע התעוררות לתשובה. מען דערציילט אז ביים הייליגן רבי'ן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו פלעגט זיין יעדע ערב שבת אזא התעוררות לתשובה, אלע פרויען וואס האבן געארבעט דארט אין שטוב, די משרתות – פלעגן זיך איבערבעטן יעדן ערב שבת פון די גרויסע קדושה, עס האט זיך געשפירט אזוי ווי יום הקדוש.


א פרייליכן שבת.


 

#2587 - יישר כח פאר'ן איבערמאכן מיין דירה
שידוכים, הכרת הטוב, סיום

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ראה – מברכים אלול, ערב ראש חודש אלול, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן איבערמאכן מיין דירה אין וויליאמסבורג, פאר'ן איבערפעינטן און איבערסקרעיפן. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף קומען מיר צוריק אין שטאט זונטאג לסדר כי תבוא לאומאן, איך האף די דירה וועט זיין גרייט. לאז מיר וויסן וויפיל עס קאסט, איך וועל דיר באצאלן ביזן לעצטן פרוטה.


איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי, איך בעט פאר דיר יעדן איינציגסטן טאג דו זאלסט טרעפן דיין שידוך און דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


שרייב מיר ווייטער דיינע סיומים; איך האב אזוי הנאה צו זען אז דו האסט מסיים געווען די פינף און פופציגסטע מאל מסכת חגיגה און דו האסט יעצט מסיים געווען די צוויי הונדערט זיבן און צוואנציגסטע מאל משניות.

#2586 - יישר כח פאר'ן אהערשטעלן אזוי שיין די לוח ברסלב
תודה והודאה, שלום בית, הדפסה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ראה – מברכים אלול, ערב ראש חודש אלול, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער .... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן אהערשטעלן אזוי שיין די "לוח לשנת תשפ"ב"; האסט אריינגעלייגט שווערע כוחות עס זאל זיין שיין אן קיין גרייזן, מיט דעם האסטו א זכות פון טון פאר הפצה, צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן אויף דער וועלט.


דער שטעטל איז אזוי גרויס אז מען קען זיין דא א גאנץ זומער און זיך כמעט נישט זען, איך זע דיר ביי די שיעורים אבער נאכדעם ווער איך פארנומען און איך פארגעס צוצוגיין צו דיר; איך האף אז דו ביסט צופרידן, איך האף אז אלעס איז ביי דיר אין בעסטן ארדענונג.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די מתנה וואס דו האסט באקומען, אן אשת חיל; א געטרייע ווייב. ברסלב'ער חסידים דאנקען יעדן טאג דעם אייבערשטן מיט א פרישקייט אויף דעם אז מען איז חתונה געהאט.


לאז מיר וויסן אויב דו ווילסט די יאר נאכאמאל העלפן מיט די זיצן אין אומאן.


 

#2585 - זאג כאטש אביסל תהלים
תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, ערב ראש חודש אלול מוקדם, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה "בית פיגא" ברסלב


דאס איז א מתנה פאר די חשוב'ע תלמידה ... תחי'.


זעט צו זאגן יעדן טאג אביסל תהלים; אויב איר קענט זאגן דעם "יום תהלים" יעדן טאג – איז זייער גוט, און אויב איז נישטא די צייט - זאלט איר זאגן כאטשיג אביסל.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח) אז תהלים איז א משענת, אן אונטערלאנער, אזוי ווי א שטעקן פאר עלטערע מענטשן צו קענען גיין; תהלים ברענגט צו תשובה, תהלים ברענגט אלע ישועות.


פון דער ראש ישיבה.

#2584 - נישטא די ווערטער דיר צו דאנקען פאר אלעס וואס טוסט פאר די מוסדות
מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען פאר אלעס וואס דו געבסט זיך אוועק פאר אונזערע מוסדות "היכל הקודש", ובפרט פאר'ן העלפן אויפבויען די שטעטל "קרית ברסלב".


באזונדער דאנק איך דיר פאר'ן מנדב זיין דעם נייעם בנין פאר'ן תלמוד תורה; אונזערע קינדער זאלן האבן א פלאץ וואו צו לערנען און דאווענען און אויפוואקסן ערליכע אידן.


טייערער ... נרו יאיר, די זכותים וועט דיר באגלייטן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


פון דיין ראש ישיבה.

#2583 - מ'דארף האבן מער זכותים אלעס זאל אריבערגיין בשלום
קינדער, חיזוק פאר פרויען, רפואה, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף דיין פראגע אויב א פרוי דארף זיך אפשערן אין די חדשים וכו'; וואס זאל זיין אנדערש די חדשים וואס מען ווארט ווי די אנדערע צייטן? אויב עפעס דארף מען אין די חדשים זוכן מער זכותים, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לב.) אין די צייט פון געבוירן דעמאלט נעמט מען אפיר אלע מעשים, דעמאלט דארף מען האבן גרויסע זכותים אז אלעס זאל אריבער גיין בשלום.


וואס דארפסטו מער פון די ווערטער וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי, 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2582 - מגיה זיין די עצתו אמונה פאר קינדער
הפצה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט מגיה זיין די עצתו אמונה פאר קינדער; האברך ... נרו יאיר וויל צאמנעמען די מעשיות און ארויסגעבן א ביכל פאר די קינדער.


אין זכות פון העלפן אריינברענגען אמונה פשוטה און יראת שמים אין קינדער זאלסטו זוכה זיין צו נחת דקדושה ביי דיינע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#2581 - ער איז א וואוילער און אן ערליכער
שידוכים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע דעם שידוך פון ... נרו יאיר; ער איז א גאלדענער מענטש, ער האט גאלדענע מידות. אויך איז ער זייער א ווארעמער, א הארציגער, ממש פוטער, ממש נישטא אזעלכע ווייכע גוטע מענטשן; ער איז ביי מיר זייער טייער, איך האב אים זייער ליב.


ער איז זייער אן ערליכער, א ירא שמים, ער וויל אויפשטעלן א ווארעמע שטוב; ער וויל א חסידי'שע שטוב, גייט ארויס רעדן מיט אים וועט איר זיך אלעס אליינס איבערצייגן, ווי טייער ער איז.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2580 - ווער דארף די בריוו? וואס שטייט דען אין די בריוו?
הפצה, זיכוי הרבים, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אנטשולדיגט אז איך האב נישט געשריבן גענוג בריוו און דו האסט נישט געקענט מאכן א קונטרס פאר די וואך.


עס איז מיר אריין שלעכטע מחשבות אין קאפ איך זאל מער נישט שרייבן; איך האב געטראכט: 'ווער דארף די בריוו? וואס שטייט דען אין די בריוו?' אזעלכע נישט גוטע מחשבות, און וויפיל איך האב עס געוואלט אוועק שטופן איז מיר נישט געגאנגען דאס שרייבן; איך האב געבעטן דעם אייבערשטן איינמאל און נאכאמאל, דערווייל איז די וואך אריבער און עס איז נישט געווען גענוג בריוו.


ביז א אינגערמאן האט מיר געשיקט א בריוו וואס ער האט מיר דערמיט אזוי געעפנט מיין הארץ, איך האב ממש געוויינט; ער שרייבט מיר אז ער וויל אזוי שטארק זיין גוט און ערליך, אבער ער קען נישט. דער בריוו האט מיר געגעבן א וועק אויף, איך האב געטראכט: 'אוי וויי, אינגעלייט און בחורים גייען אריבער אזעלכע שווערע ביטערע נסיונות, זיי בעטן חיזוק און איך זיץ מיט פארלייגטע הענט?' איך שיק דיר די שאלה פון דעם אינגערמאן און די תשובה.


איך שרייב דיר דאס אלץ כדי דו זאלסט זיך שטארקן ווייטער ארויסצוגעבן די בריוו; סיי די וועכנטליכע און סיי די ספרים. מען מוז ראטעווען נאך און נאך מענטשן, זיי געבן חיזוק, זיי מוטיגן צו בלייבן ביי די אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2579 - דיינע שאלות זענען קלאר געשריבן אין שלחן ערוך
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די ענטפער אויף ביידע שאלות שטייט קלאר אין שלחן ערוך יורה דעה סימן רמ, סעיף כה:


"תַּלְמִיד שֶׁרוֹצֶה לָלֶכֶת לְמָקוֹם אַחֵר, שֶׁהוּא בּוֹטֵחַ שֶׁיִּרְאֶה סִימַן בְּרָכָה בְּתַלְמוּדוֹ לִפְנֵי הָרַב שֶׁשָּׁם, וְאָבִיו מוֹחֶה בּוֹ לְפִי שֶׁדּוֹאֵג שֶׁבְּאוֹתָהּ הָעִיר הָעוֹבְדֵי כּוֹכָבִים מַעֲלִילִים, אֵינוֹ צָרִיךְ לִשְׁמֹעַ לְאָבִיו בָּזֶה.


הגה, וְכֵן אִם הָאָב מוֹחֶה בַּבֵּן לִשָּׂא אֵיזוֹ אִשָּׁה שֶׁיַּחְפֹּץ בָּהּ הַבֵּן, אֵין צָרִיךְ לִשְׁמֹעַ אֶל הָאָב (מהרי"ק שֹׁרֶשׁ קסו)".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2578 - א קלוגע פרוי קען ארויפברענגען איר מאן צו זייער שיינע מדריגות
תפילה והתבודדות, חברים, תודה והודאה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט אייך, איר האט אזויפיל גוטס; איר האט א טייערער מאן מיט ליכטיגע קינדער, די גאנצע משפחה איז געזונט, אלע זענען וואויל און ערליך.


ווען מען לעבט מיט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן איז דער לעבן א 'גן עדן' לעבן, דאס לעבן ווערט יעדע מינוט בעסער און זיסער; דאס מאכט מען זאל ווערן נאנט צום אייבערשטן, מען הייבט אן שפירן א זיסקייט וואס מען האט נאך קיינמאל נישט געשפירט פון פארדעם.


בנוגע אייער מאן נרו יאיר; ער איז א טייערער אינגערמאן, ער וויל זיין גוט, ער זוכט עצות צו ווערן בעסער, ער פרעגט מיר כסדר ווי אזוי ער קען האבן דאס בעסטע שלום בית, ער וויל זיין א גוטער מאן. איר קענט אים ברענגען נענטער אז איר וועט אים אנטקעגן קומען; איר וועט אים נאר אויפהייבן, אויסרומען, געבן אסאך גוטע ווערטער; דורכדעם וועט ער ווערן א נייער מענטש, ער וועט נאר זיין אין שטוב, ער וועט אייך נישט אפלאזן.


בנוגע ברסלב וכו'; נעמט נישט קיין נייע חבר'טעס, בלייבט מיט אייערע חבר'טעס, בלייבט אויף אייער וועג. ברסלב איז נישט א פלאץ, א סביבה; ברסלב איז א שכל, ברסלב איז התחזקות; מען דארף זיך נישט טוישן צו זיין ברסלב. אז אייער מאן האט אנגעהויבן לעבן זייט ער האט זיך דערוויסט פון רבי'ן, דארף מען נישט אפהאקן מיט די משפחה, מיט די חבר'טעס.


איך בעט אייך זייער איר זאלט אים מחזק זיין, ער זאל שפירן ווי איר שעצט אים, ער זאל שפירן אז איר קוקט ארויף אויף אים; ווייל וויאזוי איר וועט קוקן אויף אים – אזוי וועט ער זיין. א קלוגע פרוי קען ארויפברענגען איר מאן צו זייער שיינע מדריגות, ווייל ווען דער מאן שפירט חשוב, ער שפירט 'מיין ווייב האלט פון מיר, מיין ווייב קוקט ארויף אויף מיר' – טראגט דאס אים אויף גוטע פלעצער.


שטארקט אייך, גייט אן מיט אייער שטוב ארבעט; מחנך זיין די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, פרובירט מיט אלע אייערע כחות צו זיין פרייליך און פרייליך מאכן די גאנצע שטוב.


והעיקר בעטס דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס איר דארפט; שמועסט מיט אים, דערציילט אים אלעס וואס ליגט אייך אויפ'ן הארץ, דאס איז די עצה פאר אלע פראבלעמען, דער רבי רופט דאס "התבודדות"; דאס היילט אלעס.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח צו זיין א געטרייע ווייב און מאמע.

#2577 - לייג זיך אראפ פרייטאג, צו קענען מקבל שבת זיין אויסגערוטערהייט
שבת קודש, פרנסה, מוהרא"ש, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת עקב, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין סיום הש"ס, עס איז געווען זייער א שיינע סיום; דיין טאטע און זיידע האבן אויסגעזען זייער צופרידן, זיי האבן אויסגעזען ווי זיי האבן זייער הנאה געהאט צו זען ווי דו ביסט מסיים ש"ס.


יעצט זאלסטו אנהייבן מסכת תענית; לערן דאס און חזר דאס מאה פעמים ואחד. איידער דו הייבסט אן לערנען זאלסטו זאגן: "הריני לומד לזכות מוהרא"ש זכותו יגן עלינו", אזוי ווי מוהרא"ש האט געבעטן אינעם בריוו וואס ער האט געשריבן איידער זיין הסתלקות, מען זאל לערנען לזכותו.


בארעכן זיך אויב עס לוינט זיך דיר צו ארבעטן א גאנץ ליל שישי און א גאנץ פרייטאג פאר די פאר דאלער און נאכדעם שלאפן א גאנץ שבת; שבת איז די שענסטע טאג פון די וואך, שבת איז די שענסטע מתנה וואס מיר האבן באקומען פונעם אייבערשטן, א שאד אוועק צו געבן דעם שבת פאר די פאר דאלער, אדער זאלסטו זיך מאכן צייט פרייטאג נאכמיטאג זיך אראפלייגן כדי זאלסט קענען מקבל זיין שבת מיט פרייד, אויסגערוטערהייט.


דער הייליגער מנחת אלעזר ברענגט (דברי תורה מהדורא תשיעאה, אות יג) בשם דער מעזריטשער מגיד זכותו יגן עלינו, ער וואונדערט זיך פארוואס שטייט נישט אין די עשרת הדברות מען זאל שלאפן פרייטאג, ווייל עס איז אנדערש דער גאנצער שבת ווען מען איז אויסגערוט.


 

#2576 - איך ווייס ס'איז דיר זייער ענג, אבער דערהאלט זיך מיט אלע כוחות
תפילות אויף אידיש, שידוכים, התחדשות, פרישע כוחות

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת עקב, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות צו בלייבן מיט דיין עבודות השם. איך ווייס אז עס איז דיר זייער ענג, דו ביסט צעבראכן אויף פיץ פיצלעך; שוין אזויפיל יארן ווארטסטו אויף דיין שידוך, דו זעסט נישט קיין שום שטראל פון ליכטיגקייט, מען טראגט דיר גארנישט אן, אלע דיינע חברים האבן שוין שטובער מיט קינדער, דו ביסט אזוי צעבראכן.


דאך בעט איך דיר טייערער ברודער, דראפע זיך מיט אלע דיינע כוחות; דערהאלט זיך, לאז זיך נישט נאך, בלייב פריש. טו זיך אן שיינע זויבערע קליידער, מאך זיך שיין דיין בארד און פיאות, לאז זיך נישט נאך. והעיקר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, בעט אים די ווערטער:


"הייליגער באשעפער, רחמנות'דיגער טאטע, דערבארעמדיגער פאטער, געב מיר מיין שידוך; געב מיר מיין פאר, געב מיר מיין באשערטע, איך וויל חתונה האבן, איך וויל נישט זיין אליינס, איך קען נישט זיין אליינס, איך קען זיך מער נישט דערהאלטן, איך האלט אין איין פאלן, איך האלט אין איין פוגם זיין, איך פאל אראפ אין גראבע ביטערע עבירות.


טאטע זיסער, איך וויל זיין גוט, איך וויל נישט טון קיין עבירות; העלף מיר, שטארק מיר, ברענג מיר מיין שידוך ווייל איך קען נישט מער".


אזוי זאלסטו בעטן יעדן טאג און לייג צו דיינע אייגענע תפילות; די תפילות וועלן ארויפגיין צום אייבערשטן, שפאלטן אלע הימלען און דיר ברענגען דיין ישועה.


 

#2575 - נישט יעדע זאך וואס מען טראכט, דארף מען רעדן דערפון
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, חיזוק פאר פרויען, רעדן

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת עקב, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך וויל אייך בעטן איר זאלט נישט רעדן צו די מיידלעך פון בית פיגא פון זאכן וואס איז נאכנישט נוגע פאר זיי, רעדט נישט צו זיי פון האבן קינדער וכו' וכו'.


בכלל דארף מען וויסן, נישט יעדע זאך וואס מען טראכט דארף מען רעדן דערפון, אפילו צווישן די ווייבלעך, ובפרט מיט מיידלעך.


נוצט אייער דיבור אויף גוטע זאכן. מוהרא"ש זאגט, פרויען האבן באקומען א מתנה, זיי רעדן אסאך; די הייליגע חכמים זאגן (קידושין מט:): "עֲשָׂרָה קַבִּין שִׂיחָה יָרְדוּ לָעוֹלָם", צען קב (מאס) רעדן איז אראפגעקומען אויף די וועלט, "תִּשְׁעָה נָטְלוּ נָשִׁים, וְאֶחָד נָטְלוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלוֹ", איינס האט די וועלט גענומען און ניין איז געגאנגען פאר די פרויען; זאגט מוהרא"ש, אויב פרויען האבן די מתנה פון רעדן אסאך, קענען זיי דאס נוצן אויף גוטע זאכן, אויף מחזק זיין אנדערע און אויף רעדן צום אייבערשטן.


בפרט יעצט אין די חדשים וואס איר ווארט - דארפט איר אויסנוצן אייערע דיבורים אויף גוטע זאכן, אויף בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט האבן גרינג, אלעס זאל זיין בנקל ובנחת.


 

#2574 - וואס מען גרייט זיך אן, דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט
לימוד התורה, תכלית

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת עקב, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט לערנען דיינע שיעורים כסדרן יעדן טאג, לערן יעדן טאג אביסל חומש רש"י, שנים מקרא ואחד תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער.


אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג אביסל משניות, לערן צוויי דריי פרקים משניות יעדן טאג; משניות וואשט אפ די נשמה, משנה איז די אותיות נשמה.


אויך לערן אביסל גמרא; אפילו דו פארשטייסט נישט – זאלסטו זאגן די הייליגע ווערטער, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד", דער עיקר איז דאס זאגן די ווערטער פון די תורה.


טייערער ברודער, נאר דאס וועלן מיר מיטנעמען אויף אייביג; ווילאנג מען לעבט קען מען זיך אנגרייטן מיט צו נעמען תורה, תפלה און מעשים טובים; וואס מען גרייט זיך אן – דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט.


 

#2573 - בעטס דעם אייבערשטן אלעס זאל זיין גרינג און געזונט
קינדער, תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, סיום, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זיכער כדאי אייער מאן זאל שוין מאכן א טיקעט, די יאר קען מען פארן מוצאי שבת, דעמאלט וועט איר שוין האלטן נאכן האבן.


איך מוז אייך זאגן, עס איז זייער שיין צו הערן כסדר פון אייער מאן זיינע סיומים, ווען איך רעד מיט אים – האט ער שטענדיג א סיום.


בנוגע אויף וואס צו בעטן וכו'; בעטס דעם אייבערשטן די תפלה:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל האבן א געזונט קינד; אלעס זאל אריבערגיין גרינג, איך זאל זיין געזונט, איך זאל זיין א געזונטע מאמע פאר מיינע קינדער.


הייליגער באשעפער, געב מיר קינדער צדיקים; קינדער וואס וועלן טון דיין ווילן, קינדער וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה.


העלף מיר בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר; בזכות אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק, דוד המלך, בזכות דער הייליגער תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי און זיינע הייליגע תלמידים, בזכות דער הייליגער רבי יצחק לוריא אשכנזי זכותו יגן עלינו, בזכות רבי ישראל בעל שם טוב זכותו יגן עלינו און בזכות רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו, יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך, ה' צורי וגואלי".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2572 - פאלגן דעם רבי'ן א גאנץ יאר, נישט נאר ראש השנה אין אומאן
שמחה, חסידות ברסלב, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ראה – מברכים אלול, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערער חברים, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים, ה' עליהם יחיו


איך שיק אייך א שאלה און תשובה וואס איר אלע וועט הנאה האבן און באקומען חיזוק דערפון.


לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א:


איך האב געוואלט בעטן אביסל חיזוק וועגן אומאן, עס הייבט זיך יעצט אן די אלע פראבלעמען וועגן פארן אין אומן, און איך קען נישט פארנעמען די בלבולים אין קאפ: 'יא קענען פארן, נישט קענען פארן', איך וועל עס נישט קענען אויסהאלטן אויב וועט מען נישט קענען פארן, איך האב געפילט די גאנצע יאר ווי עס פאלט אראפ שטיקער ברסלב פון מיר, איך ווייס נישט וואס גייט זיין מיט מיר אויב גיי איך נישט פארן, עס שפירט אזוי ווי איך בין נישט געווען אין מקוה פאר א לאנגע צייט.


איך בעט אז דער ראש ישיבה זאל מיר צוריק שיקן א בריוו; די חיזוק איז נישט נאר פאר מיר נאר פאר נאך אסאך אידן וואס ווילן זיין די יאר אין אומאן ראש השנה...


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר געבן אזא שיינע לעבן.


פון אייער תלמיד .... וואס בענקט זיך זייער.


דאס איז די תשובה:


מיר אלע האפן, בענקען און ווארטן צו קענען זיין ביים רבי'ן ראש השנה, מיר בעטן אלע דעם אייבערשטן א גאנץ יאר יעדן טאג מיר זאלן קענען זיין ביים רבי'ן ראש השנה, זוכה זיין צו אלע תיקונים; מיר גלייבן אז מיר וועלן זיין די יאר אין אומאן.


דאס וואס האט פאסירט פאריאר, ראש השנה שנת תשפ"א, אז מען האט נישט געקענט אנקומען צום רבי'ן, די גרעניצן זענען געווען פארשפארט, איז געווען זייער שווער פאר אונז אלע. אנשי שלומינו האבן געטון זייער ווילדע זאכן, באמת ווילדע זאכן, מען האט פרובירט אנצוקומען קיין אומאן דורך יעדע וועג וואס איז נאר שייך, רובא דרובא זענען למעשה נישט אנגעקומען קיין אומאן, א קליינע צאל מענטשן האבן יא געקענט זיין דארט, מענטשן זענען געווען זייער צעבראכן אז מען איז נישט געווען אין אומאן, אבער די וואס לערנען דעם רבינ'ס ספרים, די וואס לעבן מיט'ן רבי'ן, די זענען נישט געווען געפאלן ביי זיך, די זענען געווען פרייליך און דערהויבן אז מען האט געטון אלעס וואס מיר קענען טון, מען איז בכלל נישט געווען דערקלאפט; דעמאלט האט זיך דערקענט ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים, ווער עס לעבט מיט'ן רבי'ן; די וואס לעבן מיטן רבי'ן, די וואס נעמען דעם רבי'ן לעובדא ולמעשה - די זענען געווען אזוי פרייליך און אזוי שטארק ביי זיך, מען האט געשפירט ווי מען איז ביים רבי'ן אין אומאן, מען האט געשפירט אזא דערהויבנקייט ראש השנה.


איך בעט דיר זייער, הייב אן לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, מאך זיך א שיעור קבוע אין הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן א גרויסער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר. "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו, רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן"; ווען מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים באקומט מען אזא ישוב הדעת, מען הייבט אן שפירן דעם אייבערשטן, מען הייבט אן זיין צופרידן, מען קען נישט מסביר זיין וואס מען שפירט, מען קען נישט מסביר זיין פאר איינעם וואס האט נישט טועם געווען פון רבי'ן וואס מען שפירט.


דוד המלך זאגט (תהילים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", פרעגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן א): "וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי' איך ווייס? עס דארף שטיין: 'כִּי גָּדוֹל ה'' דער אייבערשטער איז גרויס, וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי' איך ווייס? זאגט דער רבי: "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן, דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, "אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא", איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס און ער פירט דער וועלט און ער הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים, דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפ'ן פסוק (משלי לא, כג): נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ – "כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ", יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ.


מאך זיך שיעורים אין שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, ספר המידות, סיפורי מעשיות; מאך זיך שיעורים אין די ליכטיגע ספרים אשר בנחל און די קונטרסים וואס מוהרא"ש האט ארויסגענומען תמציות פון רבינ'ס ווערטער און רבי נתן'ס ווערטער, עס וועט זיך דיר עפענען א נייע וועלט, דו וועסט שפירן אז דער אייבערשטער איז מיט דיר, דו וועסט מער נישט שפירן ווי עס פאלט שטיקער פון דיר, דו וועסט נישט שפירן צעהאקט און צעבראכן.


מוהרא"ש זאגט, אויבן אין הימל לאכט מען פון דעם וואס איז צעבראכן און לערנט נישט אשר בנחל; ווער עס לערנט אשר בנחל - דער דארף שוין קיינעם, ער וויל שוין גארנישט, ער וויל פארן קיין אומאן נאר ווייל דער רבי האט געהייסן, אז מען קען פארן - פארט ער מיט שמחה, און אז מען קען נישט פארן - איז ער ווייטער זייער פרייליך; נישטא ביי אים זיין אויסער זיך אז דאס גייט נישט און יענץ גייט נישט.


מיר זענען געווען פאריאר אינאיינעם תלמידי הישיבה אין קרית ברסלב ליבערטי; וואס זאל איך דיר זאגן, עס האט זיך נישט אנגעזען ביי קיינעם קיין שום עצבות און מרה שחורה, יעדער איז געווען אזוי פרייליך, יעדער איינער האט געשפירט ביי זיך ווי דער רבי איז מיט אים, ווייל אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים און מען טוט וואס דער רבי זאגט - איז נישטא קיין פארלוירנקייט.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "הייליגער באשעפער, איך וויל זיין אין אומאן ראש השנה, איך מיט מיינע קינדער מיט אלע אידן"; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין ביים רבי'ן, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה, לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענט תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה; מיט תפילה וועט מען עס פועל'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט אלע דיינע וועגן.


איך האף איר וועט אלע ארויסנעמען חיזוק פון דעם בריוו; ווערט נישט פארלוירן, אז מען האט נישט קיין שייכות מיט'ן רבי'ן א גאנץ יאר, די איינציגסטע שייכות וואס מען האט איז זיין אין אומאן ראש השנה, דעמאלט שפירט מען ווי עס פאלט שטיקער וכו' וכו', אבער אז מען האט שייכות א גאנץ יאר מיט'ן רבי'ן, מען לעבט מיט'ן רבי'ן - ווערט מען נישט פארלוירן פון קיין שום זאך אויף די וועלט.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2571 - גיי מיט מוחין דגדלות וועסטו האבן גרויס שפע
פרנסה, קאר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קויף זיך א גרויסע קאר אז דו זאלסט האבן פלאץ פאר דיין גאנצע משפחה; עס קאסט טאקע מער געלט, אבער עס איז ביליגער ווי צו באצאלן פאר לויערס און פאר טיקעטס.


גיי מיט מוחין דגדלות וועסטו האבן גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2570 - יישר כח פאר'ן דערציילן די גוטע נייעס
מדות טובות, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר'ן דערציילן די גוטע נייעס; רוב מענטשן ווענדן זיך נאר מיט די פראבלעם, זייער ווייניג מענטשן קומען דערציילן ווי דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2569 - נעמט אייך פאר צו דאנקען דעם אייבערשטן
תודה והודאה, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב הנאה צו הערן די שיינע גרוסן פון ענק; מיין גרעסטע פארגענוגן איז צו הערן אז עס איז דא שלום בית צווישן אייך.


בנוגע וואס איר זאלט זיך פארנעמען איר זאלט שפירן בעסער; נעמט אייך פאר צו דאנקען דעם אייבערשטן, הייבט אן לויבן דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך; דאס וועט ברענגען אלע ישועות און רפואות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2568 - דער בנין אין אומאן איז שוין פול פאר דאס יאר
אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז שוין אביסל שפעט, דער בנין איז שוין פול; א שאד אז אנשי שלומינו דערמאנען זיך אזוי שפעט. יעדעס יאר האבן מיר די זעלבע זאך, מען בעט זיך ביי אלע בחורים זאלן זיך איינשרייבן צו נעמען א בעט, מען בעט זיך ביי אנשי שלומינו זאלן באצאלן צו האבן א פלאץ אין אונזער בנין אין אומאן, ביז מען הייבט אן פארדינגען פאר פרישע מקורבים און עס בלייבט נישט איבער קיין פלאץ.


וועסט קענען קומען דאווענען; דער בית המדרש איז אפן פאר אלעמען, ווער עס וויל קען קויפן א זיץ און ווער עס וויל נישט קויפן קען אויך קומען דאווענען מיט אונז, אבער צו שלאפן און עסן איז שוין נישטא קיין פלאץ היי יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זיין אין אומאן אויף ראש השנה, קענען פועל'ן ישועות און רפואות פאר זיך און פאר אלע אידן, און זוכה זיין צו מקבל זיין די אלע תיקונים וואס מען איז זוכה ביים ציון פון רבי'ן.