בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1446 - מ'קען נישט ענטפערן אלע שאלות אין צניעות
צניעות, חיזוק פאר פרויען, דרשות, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה אז דו האסט באקומען ענטפערס אויף דיינע פראגעס הערנדיג די שיעורים און ליינענדיג די בריוון.


דעם שיעור וואס דו האסט געהערט האב איך אינזין געהאט דערמיט דיר אויסצוקלארן; איך האב דערציילט ביי די שיעור וואס דיר באדערט און וואס עס איז די ריכטיגע וועג און צוגאנג דערצו. איך האב הנאה אז דו ביסט שוין קלאר, און נאך מער האב איך הנאה אז דו האסט פארשטאנען פון די בריוו ווי אזוי זיך צו פירן.


זיי נישט ברוגז אז איך האב דיר נישט געענטפערט ווען דו האסט מיר געפרעגט; דו דארפסט פארשטיין אז עס זענען דא שאלות וואס מען קען נישט ענטפערן, בפרט שאלות אין צניעות, ווי אזוי צו גיין אנגעטון; דאס איז א זאך וואס יעדער מענטש דארף באזונדער בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, מען זאל האבן א געפיל צו צניעות און מען זאל דאס ליב האבן, ווייל ליידער וואוינען מיר צווישן גוים און מיר זענען אזוי פארזינקען אין גלות אז מען לערנט זיך אפ פון זיי, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קו, לה): "וַיִּתְעָרְבוּ בַגּוֹיִם, וַיִּלְמְדוּ מַעֲשֵׂיהֶם"; מען ווייסט שוין נישט וואס מיינט שיין און וואס איז זיס, מען פארגעסט ווי אזוי א איד דארף גיין אנגעטון. אנשטאט צו קוקן אויף איידעלע קליידער, איידעלע אנטואכץ - גלוסט מען צו ברעכאכץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1445 - די שכל און שטארקייט וואס דער רבי געבט פאר א יונגער מענטש
כיבוד אב ואם, שידוכים, אמונה, ניגונים, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אזא שיינע בריוו האב איך שוין לאנג נישט באקומען; איך בין זייער איבערגענומען פון איין שטיקל אינעם בריוו וואו דו שרייבסט ווי פרייליך דו ביסט און אז דו טראכסט מער נישט וואס אנדערע טראכטן אויף דיר; עס גייט דיר מער נישט אן וואס אנדערע זאגן, ווייל דו דארפסט קיינעם נישט נאר דעם אייבערשטן און א שידוך - א מאן מיט וועם צו לעבן. און דו שרייבסט ווייטער אזא שטארקע זאך: "ווען איך טרעף זיך איינער אליין, זינג איך מיר די ניגון מי לי בשמים..."


איך ווייס נישט אויב מען קען הערן אזא שכל און אזא שטארקייט ביי עלטער עלטער עלטער באבעס, דא ביסטו א יונגע מיידל און דו האסט שוין מער שכל ווי עלטערע מענטשן; קוק צו וואס דער רבי ברענגט אונז צו, ער בויט אונז אויף, מיר זאלן זיין אזוי שטארק מיט די אמונה אז עס זאל אונז מער נישט אנגיין קיין שום זאך.


דער ניגון מי לי בשמים וואס מיר זינגען אין ישיבה, די ווערטער האט פארפאסט דער הייליגער צדיק - דער בעל התניא זכותו יגן עלינו. מען האט אים געהערט ווי ער זאגט דעם פסוק (תהלים עג, כה): "מִי לִי בַשָּׁמָיִם, וְעִמְּךָ - לֹא חָפַצְתִּי בָאָרֶץ", האט ער אזוי געזאגט: "מִי לִי בַשָּׁמָיִם" וועם האב איך אין הימל? - אלע זענען קעגן מיר, "וְעִמְּךָ", און אז איך האב דיר אייבערשטער, "לֹא חָפַצְתִּי בָאָרֶץ", דארף איך שוין נישט קיינעם; האט ער געזינגען מיט א בענקשאפט: "רבונו של עולם, איך דארף נישט דיין עולם הזה, איך דארף נישט דיין עולם הבא, איך דארף נישט קיינעם - נאר דיר הייליגער באשעפער אליין".


האסט מיר ממש מחי' געווען מיט דיין בריוו; זאג ווייטער תהילים, גיי ווייטער איידל אנגעטון און העלף דיין מאמע, דו האסט זייער חשוב'ע עלטערן; וועסטו בקרוב טרעפן א גוטע שידוך.


שרייב מיר נאך בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1444 - קוק נישט אויף יענעם, פרוביר נאר צו רעדן צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, סקול, התחזקות, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער עיקר וואס דו זאלסט נעמען פאר דיין לעבן פון אונזער סקול בית פיגא – איז די זאך פון רעדן צום אייבערשטן, ווייל ווער עס רעדט צום אייבערשטן דער איז א געהאלפענער.


אפילו דו קענסט נאך נישט טון אלעס וואס דו הערסט אין סקול, דו קענסט נאך נישט טוישן דיין לעבן - זאלסטו אבער נישט ווערן צעפאלן; קוק נישט אויף אנדערע מיידלעך און טראכט נישט פון אנדערע מיידלעך, דו זאלסט בלייבן שטארק מיט דעם אז דו האסט דעם אייבערשטן און וואס דו דארפסט בעסטו נאר פון אים.


דאס איז אלעס פון ברסלב; ברסלב באשטייט פון איין זאך: 'אויסלערנען יעדן איינעם צו לעבן מיט'ן אייבערשטן; טראכטן פונעם אייבערשטן און וואס מען דארף זאל מען בעטן פונעם אייבערשטן'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1443 - האב נישט מורא פון די שרעקעדיגע חלומות
פחדים, חיזוק פאר מיידלעך, מחשבות, חלומות, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האב נישט מורא פון די שרעקעדיגע חלומות; בייג זיך אראפ צום אייבערשטן, נעם אריין דעם אייבערשטן אין דיין לעבן - וועסטו מער נישט חלומ'ן די שרעקעדיגע חלומות פון שטארבן וכדומה.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות גאוה, סימן יט): "מַבְהִילִין אֶת הָאָדָם בַּחֲלוֹמוֹת", מען דערשרעקט א מענטש אין זיין חלום, "כְּדֵי לְהָסִיר מִמֶּנּוּ גַּאֲוָה שְׁקוּעָה, שֶׁהִוא מְכֻסָּה מִמֶּנּוּ, שֶׁאֵינוֹ מַכִּיר בָּהּ", כדי ער זאל זיך נישט גרויסן אויף א צווייטן; ווען מען האלט זיך גרויס, מען קוקט אראפ אויף אנדערע, דעמאלט דערשרעקט מען דעם מענטש כדי ער זאל זיך נישט גרויסן אויף אנדערע.


בנוגע טראכטן פון מיאוס'ע זאכן; שלאג זיך נישט מיט די מחשבות, דער עיקר זאלסטו אכטונג געבן נישט ארויסצורעדן פון מויל מיאוס'ע ווערטער; טראכטן איז איין זאך, אבער רעדן נבול פה איז א גרויסע עבירה.


זינג און טאנץ ניגונים פון שמחה וועסטו פטור ווערן פון דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1442 - א קאפיטל תהלים פרישט אויף דעם מענטש
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו זאגסט תהילים און דו האסט שוין מסיים געווען זעקס מאל דעם ספר תהילים.


דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א גוט קאפיטל תהילים איז אזוי ווי פאנטש"; ווען א מענטש איז אויסגעטריקנט און אפגעמאטערט נעמט ער א טרינק וואס פרישט אים אויף, אזוי איז א קאפיטל תהילים, עס פרישט אויף דעם מענטש און עס ברענגט אים גרויסע ישועות.


בעט דיין טאטע זאל דיר אהיים ברענגען יעדע וואך לכבוד שבת די וועכנטליכע קונטרס "עצתו אמונה", דאס זאלסטו ליינען שבת; די בריוו וועט דיר ווייזן ווי אזוי מוהרא"ש האט געוואלט מען זאל לעבן, עס וועט דיר מאכן רואיג און פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1441 - געלט פון קמיעות דארף גיין פאר קרן הדפסה
הדפסה, קמיע

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו מאכסט די ריפלעקטארס אין שטעטל אז עס זאל האבן אויף זיך די קמיע פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו - דארף די געלט גיין פאר קרן הדפסה.


די וועסטל ריפלעקטארס קענסטו האלטן פאר דיר, אויך קענסטו האלטן די גארטל ריפלעקטאר פאר דיר; אבער אז דו שרייבסט ארויף אויפ'ן גארטל די אותיות פון די קמיע איז דאס שייך פאר קרן הדפסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1440 - איר וועט נאך האבן א שיינע משפחה
פחדים, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


האטס נישט מורא און זייטס נישט באזארגט; איר וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האבן א שיינע משפחה, קינדער און אייניקלעך. איר האט ערשט יעצט חתונה געהאט, דארפט איר נישט זארגן; נאך אביסל וועט איר שוין האבן גוטע נייעס.


זאגטס אביסל תהלים יעדן טאג; פרובירטס צו זאגן דעם יום תהילים אז איר זאלט ענדיגן יעדע וואך דעם ספר תהילים.


זעטס צו רעדן מיט אייערע עלטערן יעדן טאג; היינט איז גרינג צו מקיים זיין כיבוד אב ואם, מען קען זיין אין איין זייט וועלט און די עלטערן אין די אנדערע זייט וועלט - און מען קען רעדן יעדן טאג אויפ'ן טעלעפאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1439 - דיין ווייב זאל שפירן אז דו דארפסט נאר איר
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


                               יום א' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט רעדן שיין צו דיין ווייב און איר געבן די געפיל אז זי איז דיין לעבן.


דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן אז דו האסט א וואוילע ווייב, זי איז מער ווי סתם א פרוי; זי איז דיר געטריי, זי איז איבערגעגעבן, זי וויל נאר דיר; זי וויל אויך שפירן פון דיר דאס זעלבע, אז דו האסט נאר איר.


אמת טאקע, דו העלפסט אין שטוב, דו ביסט געטריי צו איר, אבער זי שפירט זיך נישט זיכער מיט דיר, זי שפירט ווי דיין קאפ איז ערגעץ ווייט אוועק; אפילו ווען דו ביסט אין שטוב שפירט זי ווי דו ווילסט אלץ ארויסגיין, דו ווילסט ענדיגן העלפן כדי צו קענען אוועק גיין.


בעט איך דיר ליבער ... נרו יאיר, געב איר די הרגשה אז זי איז דיין לעבן, אז זי איז ביי דיר די ערשטע זאך און די לעצטע זאך.


דער הייליגער רבי האט אונז אזוי אנגעזאגט אז מיר זאל רעדן שיין אין שטוב און מכבד זיין די ווייב (שיחות הר"ן, סימן רסד); ווייל אז עס איז דא שלום אין שטוב איז די שכינה אין שטוב, און אז די שכינה איז אין שטוב איז דא א ברכה אין שטוב.


נאר דו וועסט מרויח זיין אז דיין ווייב וועט זיין רואיג; מען קען זען אויף די פנימ'ער פון אינגעלייט צי זייער שלום בית איז אין ארדענונג, די אלע וואס האבן ליכטיגע פנימ'ער, די אלע וואס זענען פרייליכע – די אלע האבן שלום בית, און די וואס גייען ארום מיט די נאז אראפ, על פי רוב איז דאס ווייל זיי פארשטייען זיך נישט אין שטוב מיט די ווייב.


נאכאמאל טייערער ... נרו יאיר, קוק אויף דיין ווייב ווי דו קוקסט אויף דיין לעבן, ווייל זי איז טאקע דיין לעבן; דורכדעם וועסטו זיין פרייליך און רואיג.


גיי אביסל התבודדות יעדן טאג, שמועס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן; דערצייל פאר'ן אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, דערצייל אים דיינע שוועריקייטן – וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


איך פריי זיך אז דו ברענגסט נישט אהיים דיין טעלעפאן.

#1438 - דער אייבערשטער האט פאר דיר אנגעגרייט א שידוך
שידוכים, שטעטל, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך ווייס אז עס איז דיר זייער שווער, דו האסט געמיינט אז דו וועסט שוין לאנג זיין חתונה געהאט; דערווייל גייט אריבער נאך א טאג, נאך א וואך און נאך א יאר און דו ביסט נאך נישט חתונה געהאט, דאך בעט איך דיר טייערער ליבער ..., שטארק זיך און ווער נישט מיואש, חס ושלום אויפצוגעבן; דער אייבערשטער האט פאר דיר אנגעגרייט א שידוך נאך פון פאר דו ביסט געבוירן, און אז דו וועסט זיין פרייליך, דו וועסט זיך דערהאלטן – וועסטו דאס באקומען און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


איך דאנק דיר פאר'ן העלפן מאכן די עירוב אין שטעטל; דאס וועט זיין א זכות פאר דיר אויף אייביג. גוטע זאכן בלייבן אויף אייביג; אפילו עס ווערט פארגעסן ביי מענטשן, אבער אויבן אין הימל געדענקט מען שטענדיג יעדע גוטע זאך און זיכער א גוטע זאך וואס מען מאכט פאר א רבים, מזכה זיין אידישע קינדער מיט שמירת שבת, צו האבן אן עירוב כדי נישט נכשל צו ווערן מיט טראגן; דאס וועט דיר בלייבן פאר אייביג.


זע צו לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא; אפילו דו פארשטייסט נישט די גמרא זאלסטו ווייטער לערנען דורך זאגן די ווערטער.

#1437 - עס זאל נישט אריבערגיין אפילו איין טאג אן הפצה
הפצה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא ב', י"ב סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


היינט איז מיין יום הולדת, מיין געבורטס-טאג, און דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א מתנה אינעם היינטיגן טאג אז איך האב זוכה געווען צו א שמחה, מיין ערשטע אייניקל'ס פדיון הבן ביי מיין זון שלמה נרו יאיר. דער אייבערשטער זאל דיר אויך שענקען די שיינע מתנות, דו זאלסט זען קינדער און אייניקלעך, ערליכע אידישע דורות.


איך וויל דיר מחזק זיין אז דו זאלסט עוסק זיין אין הפצה; עס זאל נישט אריבערגיין אפילו איין טאג וואס דו זאלסט נישט געבן א ספר, א קונטרס, א סידי וכו' – פאר א צווייטן. אפילו דו ביסט פארנומען מיט אזויפיל גוטע זאכן און אויך ביסטו טרוד אין דיין ביזנעס – דאך זאלסטו אריין שטופן יעדן טאג צו גיין אביסל הפצה; האלט שטענדיג מיט דיר ספרים, קונטרסים, גליונות, סידי'ס וכדומה, אז דו זאלסט שטענדיג האבן וואס צו געבן פאר אנדערע, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו קינדער און קינד'ס קינדער, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכ"ח): "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, וכו'.

#1436 - קריג זיך נישט מיט דיין ווייב, שיק נישט אויף ברסלב
חינוך הילדים, שלום בית, מוסדות, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


                               יום א' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


קריג זיך נישט מיט דיין ווייב; אז זי וויל נאכנישט שיקן די קינדער אין ברסלב, זי שעמט זיך פון משפחה און פריינט – זאלסטו זיך נישט קריגן מיט איר.


בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע דורות, יעדן טאג זאלסטו מאכן א צייט צו דאווענען פאר דיינע דורות; זוך אויף א שטילע פלאץ און דארט זאלסטו בעטן: "רבונו של עולם, העלף מיר אז מיינע קינדער און מיינע אייניקלעך ביז סוף כל הדורות זאלן זיין ערליכע אידן, העלף מיר אז איך און מיין ווייב זאלן זיך נישט שעמען מיט'ן הייליגן רבי'ן, מיר זאלן קיינמאל נישט פארגעסן וואס דער רבי האט פאר אונז געטון און וואס ער טוט מיט אונז, מיר זאלן לעבן א שיינע לעבן".


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1435 - שטארק דיך ארויסצוגעבן די "אשר בנחל"
הפצה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא ב', י' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פאר'ן העלפן חודש'ליך מיט די רענט פאר די מוסדות; בזכות די מצוה זאלסטו האבן גרויס שפע.


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט ווייטער אנגיין מיט'ן ארויסגעבן מוהרא"ש'ס מכתבים – "אשר בנחל"; מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט דרוקן די בריוו וועט זען גרויסע ישועות, איז דאך זיכער אז דו וועסט ענדיגן די מפתחות און הגהות, מען זאל דאס קענען דרוקן אן אן אפשטעל – וועסטו זוכה זיין צו גרויסע ישועות.


איך שטיי גרייט יעדן טאג צו דרוקן נאך חלקים; איך האב צוגעזאגט בשעת'ן זיך געזעגענען פון מוהרא"ש, ביים טראגן די מטה קיין ארץ ישראל - אז איך וועל דרוקן די אידישע בריוו אן אויפהער.


דערפאר בעט איך דיר זייער, שטארק זיך; פרוביר דאס אריינצושטופן, זע צו מאכן אביסל צייט יעדן טאג פאר די בריוון, כדי מען זאל דאס קענען דרוקן.


 

#1434 - וואס טו איך אויף דער וועלט? וואס וועל איך מיט נעמען מיט מיר?
הפצה, סיום, תכלית, חשבון הנפש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא ב', י"ב סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב זייער הנאה יעדעס מאל ווען דו קומסט ארויף אין ישיבה מיר דערציילן דיינע סיומים, ווי פלייסיג דו לערנסט; כי זה חלקי מכל עמלי, נאר דאס וועט פון מיר איבערבלייבן.


איך מאך זיך א חשבון, היינט איז מיין יום הולדת, מיין געבורטס-טאג; היינט בין איך אריין אין די ימי בינה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (אבות ה, כא): "בֶּן אַרְבָּעִים לַבִּינָה"; מאך איך זיך א חשבון: 'וואס טו איך? וואס וועל איך מיט נעמען מיט מיר? נאר דאס ביסל וואס איך פועל ביי מיינע תלמידים זיי זאלן לערנען און דאווענען'.


שטארק זיך און זיי ממשיך מיט'ן פארשפרייטן די זיסע עצות, די ליכטיגע עצות פונעם הייליגן רבי'ן – מער און שטערקער. זיי קיינמאל נישט צופרידן מיט וויפיל דו טוסט; ווען עס קומט צו הפצה דארף מען אלץ טון מער און מער.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.

#1433 - אין זכות פון אפשערן די האר זאלסטו זוכה זיין צו ערליכע ליכטיגע דורות
קינדער, חיזוק פאר פרויען, האר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא ב', י' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הצדיקת ... תחי'.


"בְּרוּכָה אַתְּ לַה' בִּתִּי (רות ג, י)", געבענטשט זאלסטו זיין פונעם אייבערשטן – מיין טאכטער, מיט דעם וואס דו האסט גענומען די קוראזש און זיך אפגעשוירן דיינע האר; כאטשיג וואס פון דיין גאנצע משפחה ביסטו איינער אליין, אלע גייען מיט די אייגענע האר; זאלסטו זיין געבענטשט מיט אלע ברכות פונעם אייבערשטן.


אין דעם זכות וואס דו האסט זיך אפגעשוירן זאלסטו זוכה זיין צו ערליכע קינדער, געזונטע קינדער, בא'חנ'טע קינדער, ערליכע ליכטיגע דורות.


שעם זיך נישט מיט וואס דו האסט געטון; זיי א העלד מיט דיינע גוטע מעשים, זיי שטאלץ מיט דעם - וועסטו ברענגען דערצו אז אנדערע ווייבלעך זאלן דיר נאכטון און אויך טון די הייליגע זאך פון זיך אפשערן.


א גריס פון דיין טייערער מאן נרו יאיר; איך האב אסאך נחת פון אים און פון דיר, איך האב ענק זייער ליב.

#1432 - מיט'ן געבן פאר די רענט, ביסטו יוצא אלע צדקות פונעם מוסד
צדקה, מוסדות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא ב', י' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פאר'ן העלפן חודש'ליך מיט די רענט פאר די מוסדות; מיט'ן געבן דיין מעשר, דיינע צדקות – פאר די רענט, ביסטו יוצא אלע צדקות פונעם מוסד, אנגעהויבן מיט די ישיבה, תלמוד תורה, מיידל סקול, כולל, הדפסה און אזוי ווייטער, אפילו די שטעטל – אלעס ווערט געטון אינעם בנין הישיבה; איך בין דיר זייער מכיר טובה אויף דעם.


איך בעט דיר נאכאמאל איבער אויף די מעשה וואס האט פאסירט; איך וועל אכטונג געבן עס זאל מער נישט פאסירן, איך האף אז דו ביסט מיר מוחל. איך וועל ווייטער געדענקען נאר די גוטס וואס דו האסט מיר געהאלפן אלע יארן און אלע טעג.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און זיי פרייליך, מאך פרייליך דיין ווייב און קינדער, טאנץ מיט זיי; געדענק די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר.

#1431 - הלואי זאל מען מאכן ווי מער גליונות צו ליינען
מאגאזינען, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא ב', י"א סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך הער זאגן פון אנדערע אז דו טראכסט פון מאכן א גליון יעדע וואך, וויל איך דיר וואונטשן הצלחה וברכה; יְהִי רָצוֹן שֶׁתִּשְׁרֶה שְׁכִינָה בְּמַעֲשֵׂה יְדֵיכֶם.


ביז דערווייל האלטן מיר ביי צוויי גליונות וועכנטליך, הלואי זאל זיין וואס מער צו ליינען; מיר האבן א נייע דור אינגעלייט און ווייבלעך, בחורים און מיידלעך וואס נעמען נישט אריין אין שטוב און ליינען נישט קיין שום מאגעזין, נישט קיין גוי'שע און אויך נישט קיין אידישע, אפילו די וואס קוקן אויס כלומר'יש קלוג און אינהאלטספול וכו'; ממילא דארפן מיר צושטעלן פאר זיי וואס צו ליינען.


איך שיק דיר אפגעשריבן די שיעור אין ספורי מעשיות פון יום טוב שבועות; האברך היקר ... נרו יאיר שרייבט אפ וועכנטליך די שיעורים, איז כדאי צו נעמען פון דעם אביסל פאר די גליון.


אז מען מאכט א גליון דארף עס זיין שיין, רייך, אן קיין גרייזן און אויך צייטליך.


איך בין דיר גרייט צו העלפן סיי מיט שרייבן, סיי מיט חומר און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1430 - די פושקע פון קרן הדפסה דארף גיין אויסדרוקליך פאר קרן הדפסה
הפצה, צדקה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא ב', י"א סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געלט וואס מען לייגט אינעם פושקע פון קרן הדפסה דארף גיין אויסדרוקליך פאר קרן הדפסה, מען קען נישט מאכן מיט די געלט אייגענע הפצה; אז דו ווילסט מנדב זיין א נייע קאמפיוטער פאר האברך ... נרו יאיר אז ער זאל קענען בעסער מסדר זיין די וועכנטליכע בריוו פון ספר עצתו אמונה איז דאס זייער א חשוב'ע זאך און א גרויסע זאך, אבער נישט פון געלט פון די קרן הדפסה פושקע.


אז דו ווילסט אליינס אנהייבן טון אין הפצה קענסטו זיך מאכן אן אייגענע פושקע און טון מיט דעם דיין אייגענע הפצה, אבער געלט פון די פושקע פון קרן הדפסה דארף גיין אויסדרוקליך פאר קרן הדפסה און געלט פון די פושקע פון מוסדות היכל הקודש דארף גיין אויסדרוקליך פאר די מוסד, די פושקע פון די מוסד זאלסטו מיר ברענגען און נישט פאר קיינעם אנדערש.


וואויל איז דעם וואס געבט צדקה, ער לייגט יעדן טאג אפאר פרוטות אין צדקה פושקע, וועט עס אים היטן פון שלעכטס; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט:): אויפ'ן פסוק (ישעיהו נט, יז): "וַיִּלְבַּשׁ צְדָקָה כַּשִּׁרְיָן", צדקה איז אזוי ווי א פאנצער, א פאנצער איז צאמגעשטעלט פון אסאך שטיקלעך אייזן, געמאכט אויף א וועג אז ווען מען שיסט אויפ'ן מענטש פיילן זאלן די פיילן נישט אריין גיין אינעם מענטש, אזוי אויך ווען מען געבט פרוטות פאר צדקה נעמען זיך צאם אלע פרוטות פונעם פושקע און עס ווערט א גרויסער פאנצער צו באשיצן דעם מענטש.


שרייב מיר נאך, איך האב הנאה פון יעדן בריוו דיינע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1429 - ליב האבן אידישקייט
תפילה והתבודדות, צניעות, שידוכים, עבודת השם, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע צוזאמקום פון די מיידלעך אין ירושלים.


שטארקט אייך מיט די עצה פון התבודדות ותפילה; איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, נישט דא קיין שטערקערע זאך פון דעם. תפילה טוישט די טבע, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵיב כָּךְ וְהַתְּפִלָּה מְשַׁנֶּה אֶת הַטֶּבַע", אפילו די טבע זאגט איין זאך, קומט תפילה און דריידט אלעס איבער; פרובירט דאס אויס וועט איר נישט דארפן קיין חיזוק פון קיינעם, איר וועט זיך אליינס איבערצייגן און זען גרויסע ניסים.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך פירן איידל און זיך אנטון איידל; איר אלע ווילט דאך חתונה האבן און איר אלע ווילט זוכה זיין צו קינדער, איר ווילט און איר וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אויפשטעלן שיינע שטובער; דעריבער נעמט די ברכה און הבטחה פון הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס געבט אכטונג אויף צניעות וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער; מען זעט מענטשן מוטשען זיך היינט מיט קינדער, מען זוכט עצות פאר גוטע קינדער, קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט השם ישמרינו, מען וויינט, מען שרייט און מען מאכט אסופות - וואס טוט מען מיט די קינדער? אז מען פירט זיך איידל זאגט דער רבי צו אז מען וועט האבן ערליכע קינדער; פרעג איך אייך, ווער פון אייך וויל נישט זוכה זיין צו די ברכה פון רבי'ן.


בעט דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן אידישקייט, איר זאלט זען דאס שיינקייט פון זיין א איד, איר זאלט ליב האבן די איידעלע וועג; עס איז אזוי גוט צו זיין א איד, מיינט נישט אז דער נישט איד און דער וואס פירט זיך נישט ווי א איד - דער האט א לעבן, דער האט הנאה; פארקערט, די וואס טוען זיך אן שיין, רייך און איידל - די האבן א לעבן. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (מדרש רות רבה ד, ט): פארוואס האט בועז געוואלט חתונה האבן מיט רות? ווייל ער האט געזען אויף איר אז זי איז אנדערש פון אלע מיידלעך; אלע מיידלעך וואס זענען געקומען צו אים אין פעלד קלויבן לקט שכחה און פאה פון די זאנגען האבן זיך אראפגעבויגן אויפצוהייבן פון די אראפגעפאלענע תבואה און ווען מען בייגט זיך אראפ הייבט זיך אויף די קלייד און דאס איז נישט צניעות'דיג, אבער רות האט זיך נישט אראפגעבויגן נאר זי האט זיך אראפגעזעצט אויף אן אופן אז איר קלייד זאל זיך נישט אויפהייבן. נאך זאגן חז"ל (שם) אז ער האט געזען ווי די מיידלעך לאכן ארום מיט די בחורים וואס האבן דארט געארבעט, אבער רות האט נישט גערעדט מיט פרעמדע מענער און נישט געלאכט פון זייערע ווערטלעך, דאס האט אים באאיינדרוקט אז די מיידל איז א גרויסע צדקת, און פון דעם פארפאלק איז ארויס געקומען דוד המלך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אלע זוכה זיין אויפצושטעלן שיינע אידישע שטובער.

#1428 - צוזאמנעמען די מיידלעך אין ארץ ישראל
חברים, חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, יבנאל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך וועל אם ירצה ה' אנגרייטן א שיעור פאר ענקער צוזאמקום.


זייטס מודיע פאר אלע מיידלעך פון ארץ ישראל איבער דעם צוזאמקום; איך שיק אייך א בריוו, איר זאלט דאס אויסטיילן פאר אלע מיידלעך.


בנוגע אייער פראגע וואס מען קען טון מיט די אלע מיידלעך וכו'; נעמט זיי קיין יבנאל, ווארעמט זיי אן זיי זאלן צוזאמען אויסזאגן תהילים ביים ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, דורכדעם וועלן זיי אלע טרעפן זייער שידוך.


מוהרא"ש האט מבטיח געווען: "יעדע בחור און יעדע מיידל וואס וועלן קומען קיין יבנאל און אויסזאגן תהילים ביי מיין ציון, זאג איך צי אז איך וועל נישט רוען ביז איך וועל זיי טרעפן זייער שידוך"; זאלט איר מיט זיי פארן קיין יבנאל און דארט אויסזאגן תהילים.


אזוי זאלט איר טון נישט איינמאל, נאר כסדר מאכן מיט זיי א נסיעה צו דעם הייליגן פלאץ; אויפ'ן וועג קענט איר זיך אפשטעלן אין א שיינע שטילע פלאץ און הנאה האבן פון די שיינע נאטור פונעם אייבערשטנ'ס וועלט, בתנאי אז עס זאל זיין בצניעות, איידל און נישט אין געגנווארט פון מענער.


שטארקטס זיך און שטארקטס אייערע חבר'טעס; ווען איר קומט זיך צאם זאלט איר טאנצן, ברענגטס אריין אין די מיידלעך שמחה, דורכדעם וועט אוועק פאלן אלע נסיונות. דער יצר הרע האט א שליטה נאר אויף דיפרעסטע מענטשן, ווידער פרייליכע מענטשן קען ער נישט בייקומען. דערפאר זעט מען אז אלע קינדער וואס זענען צעבראכן און צעפליקט די פאלן אוועק און לאזן אפ די אידישע וועג - סיי ביי מיידלעך און סיי ביי בחורים, און די קינדער וואס זענען פרייליך די האבן ליב די אידישע וועג. דעריבער האט דער רבי אונז באפוילן אז מיר מוזן זיין פרייליך, ווייל שמחה פארברענט אלע קליפות; ווען מען פריידט זיך מיט'ן אייבערשטן דארף מען שוין נישט קיין נארישקייטן.


איך שיק מיט אייך א בריוו איר זאלט דאס אויסטיילן ביים צוזאמקום.


הלואי זאלט איר מאכן מער אפט די צוזאמקום, זיך מחזק זיין מיט'ן רבינ'ס עצות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1427 - מ'דארף גיין מיט חכמה צווישן די טראפן
חברים, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, קדושה, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז אייערע חבר'טעס פירן זיך נישט אויף ווי אזוי אידישע איידעלע מיידלעך דארפן זיך פירן, זיי האבן סמארטפאונס אפן צו די אינטערנעט, זיי טוען זיך אן נישט איידל און האבן מיט בחורים ה' ישמרינו.


פון איין זייט איז נישט גוט אז איר זאלט בלייבן אין סקול און האבן שייכות מיט זיי, ווייל איר וועט ווערן נאכגעשלעפט השם ישמרינו און פון די אנדערע זייט איז שווער צו זיין אין שטוב אליין אן חבר'טעס.


דאס בעסטע פאר אייך איז אז איר זאלט זיך פירן מיט חכמה און גיין צווישן די טראפן, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי כד, ו): "בְתַחְבֻּלוֹת תַּעֲשֶׂה לְּךָ מִלְחָמָה", מיט חכמה זאלסטו זיך קריגן מיט'ן יצר הרע; גייטס אביסל אין סקול, אבער אין די צייטן וואס די מיידלעך זענען פארנומען מיט נארישקייטן זאלט איר בלייבן אין שטוב העלפן אייער מאמע - זיך אכטונג געבן נישט אריין צו פאלן אין די נעץ פונעם יצר הרע.


איך האף צום אייבערשטן אז אייער פראגע וועט נישט זיין פאר צו לאנג, איך האף אז איר וועט שנעל א כלה ווערן; איך האף צו זיין אייער שדכן.

#1426 - ארויסהעלפן מיט די פרויען פארטי
חיזוק פאר פרויען, מוסדות, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך וויל אייך בעטן אויב איר וועט קענען ארויסהעלפן היי יאר מיט די פרויען פארטי; צאמנעמען אלע עלטערן פון די מוסד און אלע וואס האבן הנאה פונעם מוסד אז זיי זאלן העלפן די מוסד, כדי מיר זאלן קענען באצאלן די איינגעשטעלטע.


די פריערדיגע יארן האבן מיר מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף געהאט גרויס הצלחה מיט די פרויען פארטי; אלע עלטערן און אלע וואס האבן שייכות מיט די מוסד האבן געהאט אן אינטערעסע אז עס זאל זיין דערין הצלחה, איך האף צום אייבערשטן אז היי יאר וועט עס אויך זיין מיט הצלחה.


ווען איר רעדט צו די פרויען געבט זיי צו פארשטיין אז די צדקה וואס מען נעמט צאם פון באקאנטע און משפחה, די גאנצע געלט גייט פאר זיך אליין; מען טוט א טובה נאר פאר זיך, אז די קינדער זאלן האבן מלמדים און טיטשערס וואס ווערן באצאלט, זיי זאלן קענען לערנען מיט די קינדער אן קיין דרוק.


נאך איין זאך בעט איך אייך, אויב איר באקומט א בזיון, איינער עפנט א מויל אויף אייך - זאלט איר דאס האלטן פאר זיך און נישט מאכן פון דעם א געראטשקע, נאר אויף דעם אופן קענט איר ארבעטן פאר אונזער מוסד; אז איר רופט אן איינע פון די עלטערן און ביי יענעם איז יעצט פונקט א שלעכטע מינוט און יענער קען זיך נישט איינהאלטן און הייבט אן שרייען וכו', זאלט איר דאס אראפשלינגען און דאס קיינעם נישט דערציילן; נאר אזוי קען מען מצליח זיין מיט'ן בויען דעם מוסד.


מיין מאמע תחי' זאגט שטענדיג: "אויב דו האסט עפעס גוטס צו זאגן אויף א צווייטן זאלסטו דאס זאגן, און אויב איז דאס עפעס שלעכטס זאלסטו דאס אראפשלינגען - אפילו עס האט א ביין".

#1425 - קינדער פון צעבראכענע שטובער זעען אויס ווילד, אבער זענען גאלדענע קינדער
חינוך הילדים, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ביידע סיבות זענען שוואכע סיבות אז איר זאלט צוליב זיי טוישן צו אן אנדערע מוסד; ערשטנס, רוב מוסדות מוטשען זיך מיט באצאלן און ווען מען באקומט שוין יא באצאלט איז נישט דא קיין דעקונג וכו', פאר דעם אליינס זאלט איר ענדערש בלייבן ארבעטן וואו איר ארבעט.


צווייטנס, דאס וואס איר שרייבט אז רוב קינדער דארט קומען פון צעבראכענע שטובער, רוב עלטערן זענען גע'גט ה' ירחם, די קינדער זענען זייער צעבראכן ממילא איז די ארבעט זייער שווער וכו', דאס מאכט אייך וועלן טוישן און גיין ארבעטן אין אן אנדערע סקול; עס דארף זיין פארקערט, דאס דארף אייך מאכן בלייבן ארבעטן מיט די קינדער, אויפהייבן די קינדער און מוטיגן די קינדער; ווער נאך ווי א ברסלב'ער חסיד קען אויפהייבן די סארט קינדער, זיי מחזק זיין און אריין שיינען אין זיי די אמונה זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער איז מיט זיי, זיי זאלן נישט אויפגעבן זייער לעבן.


קינדער וואס קומען פון צעבראכענע שטובער זעען אויס ווילד, זיי זעען אויס שלעכט, אבער באמת זענען זיי גאלדענע קינדער, הארציגע קינדער; מען זעט עס טאקע נישט אן אויף זיי, אבער איינער מיט אביסל הארץ קען גלייך טרעפן זייער נשמה, זייער הארץ. און ווען מען געבט זיי אביסל געפיל ווערן זיי זייער וואויל, זיי ווערן זייער צוגעקלעבט צו זייער טיטשער, וכדומה.


דאס דארף זיין די שטרעבן פון תלמידות היכל הקודש, ווי מער טון מיט קינדער וואס זענען פארלוירן און פארלאשן, ווי מער ליכטיג מאכן פאר אידישע קינדער.


אין דעם זכות וואס איר געבט זיך אפ מיט צעבראכענע קינדער וועט איר זוכה זיין צו ליכטיגע קינדער און אייניקלעך.

#1424 - קומען צייטליך אין חדר
חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד המלמדים ... נרם יאיר.


ביטע איבער געבן פאר די עלטערן אז מען קען נישט קומען אין חדר נאר אין צייט; עלטערן וואס האבן נישט קיין אחריות אויפצושטיין צייטליך אנגרייטן די קינדער צו ברענגען אין חדר - וועלן דארפן האלטן די קינדער פאר'ן גאנצן טאג. די מלמדים ווערן געשטערט און די קינדער ווערן געשטערט אז מען קומט אינמיטן סדר הלימוד.


איך בעט אייך אלע איר זאלט שטיין אויף דעם אז מען זאל האבן די אחריות אז די קינדער זאלן קומען צייטליך.

#1423 - אז דו ווילסט מאכן א לעבן, ביסטו געזונט און פריש
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, בחור, כעס, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור החשוב ... נרו יאיר.


דיין טאטע שרייבט מיר זייער שיינע זאכן אויף דיר, אז דו ביסט א קלוג קינד, א פרייליך קינד, נישט קיין פארשלאפענער; איך האב הנאה צו הערן אז דו פארשטייסט אן עסק, דו ביסט ווייט פון זיין א בטלן, דאס איז א סימן פון א געזונט קינד, אז מען האט ליב צו מאכן א לעבן.


יעדע זאך וואס דו דארפסט אין לעבן זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן, וואס מען בעט דעם אייבערשטן באקומט מען; אמאל באקומט מען דאס נאך איין מאל בעטן, אמאל נאך צוויי מאל און אמאל דארף מען אביסל ווארטן, אבער ביים סוף זעט מען גרויסע ניסים, מען באקומט וואס מען בעט.


איך ווייס מעשיות פון אינגעלייט וואס האבן נישט געהאט קיין געלט, זיי האבן זיך זייער געפלאגט; זיי פלעגן יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אויף זייער שפראך, אייגענע תפילות - אז דער אייבערשטער זאל זיי העלפן, ביז זיי זענען געווארן גרויסע עשירים, זיי האבן אלעס וואס זיי ווילן. אזוי אויך ווייס איך מעשיות פון ברסלב'ע חסידים וואס זיי האבן געוואלט האבן שיינע קארס, זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן און וואונדער איז געשען, זיי האבן שיינע באקוועמע קארס. אזוי זענען דא טויזנטער מעשיות פון אלע סארט בקשות ווי מען ווערט געהאלפן דורכ'ן בעטן דעם אייבערשטן.


זאלסט זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן ביי יעדע זאך; צום ביישפיל, ווען דו שפילסט א שפיל מיט דיינע חברים און דו ווילסט זייער שטארק אז דיין צד זאל געוואונען דעם שפיל, זאלסטו אינמיטן שפילן דעם שפיל בעטן א שטילע געבעט: "הייליגער באשעפער איך וויל געוואונען דעם שפיל, העלף מיר, העלף אונזער זייט מיר זאלן געוואונען", וועסטו זען עס וועט געשען וואונדער און דיין צד וועט געוואונען דעם שפיל. נאך א ביישפיל, אז דו ווילסט גיין אין א פלאץ שפילן און דו האסט נישט קיין וועג אהין צו גיין, אדער דיינע עלטערן ווילן נישט דו זאלסט גיין אהין, זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "אייבערשטער מאך א נס אז איך זאל האבן א וועג צו קענען גיין שפילן; העלף מיר אז מיינע עלטערן זאלן מיר לאזן גיין", וועסטו זען אז עס וועט געשען ניסים, דו וועסט האבן א וועג; דיינע עלטערן וועלן דיר העלפן, זיי וועלן מיט גיין מיט דיר.


אזוי אויך בעט דעם אייבערשטן אויף דיינע שוועריקייטן; דער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן כב) אז אין די יונגע יארן פלעגט ער זיך זייער שנעל אויפרעגן און ער פלעגט בעטן זייער אסאך דעם אייבערשטן אז ער זאל נישט האבן די מדה פון כעס, ער זאל זיך נישט אויפרעגן, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט אויסגעריסן זיינע שלעכטע נאטורן.


זיי מכבד דיין טאטע מאמע, אזוי ווי די תורה זאגט (שמות כ, יא): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ, לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ", ווער עס איז מכבד זיינע עלטערן וועט עסן פון די שכר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1422 - זיי מכבד סיי דיין טאטע און סיי דיין מאמע
כיבוד אב ואם, משפחה, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בלייב יום טוב שבועות מיט דיין טאטע אז ער זאל נישט זיין עלנד, איינער אליין.


דאס וואס דו שרייבסט אז דו האסט נישט קיין כח צו זיין מיט אים, ווייל ער דאווענט אין א פלאץ וואו מען ענדיגט דאווענען פינף אזייגער נאכמיטאג; דאס איז נישט פאר דיינע נערווען, דו האסט נישט קיין כח צו דעם וכו'; זאלסטו אין די צייט אהיים גיין קידוש מאכן און זיך אביסל אויסלופטערן, נאכדעם זאלסטו לערנען דיינע שיעורים כסדרן און ווען ער ענדיגט דאווענען זאלסטו אים באגלייטן פון שול אהיים און מאכן א שיינע סעודה מיט אים.


געדענק, נאך אביסל וועסטו חתונה האבן, דו וועסט האבן קינדער און דו וועסט אויך וועלן זיין מיט דיינע קינדער, און ווי אזוי דו וועסט אכטונג געבן אויף דיין טאטע אזוי וועלן דיינע קינדער דיר מכבד זיין.


זיי מכבד סיי דיין טאטע און סיי דיין מאמע, נעם נישט קיין חלק אין קריגערייען, דו זיי מיט ביידע; און אז דיינע שוועסטערס גייען שבועות צו דיין מאמע זאלסטו זיין מיט דיין טאטע, אים צו מאכן א שמחת יום טוב.


א פרייליכן יום טוב.