בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#30 - בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, נישט אז ס'מוז זיין ווי איך וויל
תפילה והתבודדות, חסידות ברסלב, הפצה, אחדות, רייכערן, התנגדות, עקשנות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויצא, י"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים, שיחיו.


די וואך זעען מיר אין די פרשה זייער אסאך חיזוק אויף תפילה; יעדע זאך פון די הייליגע אבות און פון די הייליגע אמהות איז געווען נאר תפילה.


לאה האט חתונה געהאט מיט יעקב נאר ווייל זי האט אסאך געוויינט און געבעטן דעם אייבערשטן; כאטשיג איר שידוך איז געווען אנגעגרייט אז זי זאל חתונה האבן מיט עשיו, אלע האבן געזאגט אז לאה וועט חתונה האבן מיט עשיו און רחל מיט יעקב, דאך האט זי נישט אויפגעגעבן; זי האט געבעטן און געבעטן ביז זי האט באקומען יעקב אבינו.


דאס איז שטארקע חיזוק פאר אונז; "מַעֲשֶׂה אָבוֹת - סִימָן לְבָּנִים (עיין תנחומא לך לך, ט)", מיר דארפן נאכגיין אונזערע עלטערן. יעדע זאך וואס מיר דארפן, יעדע זאך וואס מיר ווילן, יעדע זאך וואס קוועטשט און טוט וויי - זאלן מיר נאר בעטן דעם אייבערשטן.


ווען מען בעט דעם אייבערשטן דארף מען וויסן ווי אזוי צו בעטן דעם אייבערשטן, מען קען נישט נעמען מיט געוואלד. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצו): "אָסוּר לָאָדָם לַעֲמֹד עַצְמוֹ עַל שׁוּם דָּבָר, הַיְנוּ שֶׁאָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ בִּתְפִילָּתוֹ - שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲשֶׂה לוֹ דַּוְקָא אֶת בַּקָּשָׁתוֹ וכו'", א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז מיט אים טון ווי אזוי ער וויל, "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ - יִתֵּן, וְאִם לָאו לָאו", נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן; אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן איז גוט, און אז ער וועט אים נישט נאכגעבן - איז נישט.


מיט דעם טייטשט דער רבי וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "אַל תַּעַשׂ תְּפִלָּתְךָ קֶבַע", קבע איז א לשון פון גזילה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "'וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ' - הַיְנוּ שֶׁכָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ, הֵן פַּרְנָסָה אוֹ בָּנִים אוֹ שְׁאָר צְרָכִים, אָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ וְלַעֲמֹד עַצְמוֹ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁדַּוְקָא יַעֲשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת תְּפִילָּתוֹ", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף פרנסה, אויף קינדער אדער אנדערע געבעטן, טאר מען זיך נישט איינ'עקשנ'ען אז עס מוז זיין אזוי ווי ער וויל, "כִּי זֶה הוּא תְּפִילַּת קֶבַע, שֶׁלּוֹקֵחַ הַדָּבָר בְּחָזְקָה בִּגְזֵלָה, רַק יִתְפַּלֵּל רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים כַּנַּ"ל".


מיט דעם קען מען שוין פארשטיין פארוואס יעקב אבינו האט זיך אויפגערעגט אויף רחל; לכאורה רחל האט דאך געטון וואס א איד דארף טון, רחל האט געבעטן יעקב'ן (בראשית ל, א): "הָבָה לִּי בָנִים", געב מיר קינדער; דאס דארף דאך א איד טון, גיין צו א צדיק בעטן א ברכה פאר קינדער. רש"י זאגט, אז רחל האט גע'טענה'עט צו יעקב: דיין טאטע יצחק האט געדאווענט און געבעטן דעם אייבערשטן פאר רבקה, פארוואס בעטסטו נישט פאר מיר? שטעלט זיך א שטארקע פראגע, פארוואס האט זיך יעקב אויפגערעגט (שם, ב): "וַיִּחַר אַף יַעֲקֹב בְּרָחֵל", זי האט דאך געטון וואס מען דארף טון, די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא קטז.): "כָּל שֶׁיֵּשׁ לוֹ חוֹלֶה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", ווער עס האט א צרה אין שטוב, "יֵלֵךְ אֵצֶל חָכָם וִיבַקֵּשׁ עָלָיו רַחֲמִים", זאל גיין צו אן ערליכער איד ער זאל בעטן פאר אים!


מוהרא"ש זאגט, יעקב אבינו האט וויי געטון ווען רחל האט געזאגט: "וְאִם אַיִן - מֵתָה אָנֹכִי", אויב האב איך נישט קיין קינדער בין איך א טויטע; אזוי רעדט נישט א איד! די ערשטע בקשה האט זי זייער שיין געזאגט "הבא לי בנים", בעט פאר מיר איך זאל האבן קינדער, אזוי דארף מען טון; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן און מען דארף בעטן דעם צדיק זאל מתפלל זיין, אבער "וְאִם אַיִן - מֵתָה אָנֹכִי" - אויב נישט בין איך א טויטע?! אויב נישט איז עק וועלט?! א איד דארף וויסן "אויב נישט" - וועל איך ווייטער לעבן, "אויב נישט" - וועל איך ווייטער זיין פרייליך; ווען מען בעט דעם אייבערשטן קען מען נישט נעמען מיט געוואלד.


שטארקט אייך מיט תפילה והתבודדות; גייט יעדן טאג אביסל אויסגיסן דאס הארץ פאר'ן אייבערשטן, בעטס אים ברחמים ובתחנונים ער זאל רחמנות האבן, בעטס אים וואס איר דארפט, און אויב מען זעט נישט די ישועה זאל מען ווייטער אנגיין אין לעבן, זיך שטארקן און זיין פרייליך.


איר ווייסט מן הסתם וואס גייט פאר ביי ענק אין ירושלים, אפאר מנהלות האבן זיך צאמגענומען וואס מען קען טון מיט די קינדער אז זיי קומען אן קיין ברסלב, זיי ווייסן נישט וואס צו טון; זיי טראכטן אז אויב מען וועט ארויסקומען, מען וועט זאגן פאר די קינדער מען זאל נישט הערן און ליינען פון ברסלב - מיט דעם וועלן די קינדער שוין נישט וועלן דעם רבי'ן, זיי כאפן נישט אז דאס וועט זיין די גרעסטע הפצה! מיר מוטשען זיך ווי אזוי מיר קענען אנקומען צו אלעמען, יעדער זאל וויסן פון דעם הייליגן רבינ'ס עצות, יעדער זאל וויסן אז עס איז דא א רבי וואס האט חיזוק פאר יעדן איינעם אין יעדע מצב; אז זיי וועלן האלטן דרשות פאר די תלמידים און תלמידות אז מען טאר נישט הערן און ליינען פון ברסלב - וועלן אלע תלמידים און תלמידות דאס אפיר זוכן און אלע וועלן זיך דערוואוסן פון רבי'ן.


א רחמנות אויף די קינדער - בחורים און מיידלעך; מען פארקויפט זיי גארנישט אין לעבן, אלע זענען הונגעריג, אלע זענען דארשטיג נאך אביסל אמת'ע לעבן. אנשטאט האלטן דרשות מען זאל נישט קוקן אין די ברסלב'ע ספרים - געב עפעס, זאג וואס יא, געב אריין א חיות אין זיי, לערן מיט זיי אמונה, זיי זאלן שפירן דעם אייבערשטן.


דער עיקר זאלט איר זיך נישט שרעקן, איר זאלט ווייטער ממשיך זיין מיט הפצה און אז איר וועט זיך האלטן אינאיינעם וועט קיינער ענק נישט קענען צעברעכן; איין וועג איז דא חס ושלום ווי אזוי עס זאל צעפאלן אייער חבורה, אויב עס וועט זיין צווישן אייך מחלוקת, מען וועט זיך נישט קענען ליידן; דעמאלט וועט נישט בלייבן פון אייך גארנישט, כל זמן איר וועט זיך ליב האבן, איר וועט זיך דורכקומען - וועט קיינער אייך נישט קענען צעברעכן.


אז איינער האט עפעס וואס צו זאגן וואס מען דארף פאררעכטן קען מען מיר שרייבן.


איך בעט די בחורים און אינגעלייט זאלן נישט רייכערן אין די ד' אמות פון שול; גייט אין יבנאל און קוקט וואס עס הענגט אין אלע זייטן, אויפ'ן שול, אויפ'ן כולל: "נא לא לעשן, בפרט בד' אמות של רבינו". ביי אונז איז מען מקפיד אויף דעם; די בחורים וואס רייכערן בעט איך כסדר זיי זאלן אריבערגיין די גאס, נישט שטיין פאר'ן בית המדרש רייכערן. בעט איך אייך איר זאלט אכטונג געבן נישט צו רייכערן אין די ד' אמות פון בית המדרש און זיכער נישט אין בית המדרש, דער בית המדרש איז געמאכט נאר פאר לערנען און דאווענען.


מיר האבן געטרייע גבאים, ר' ... מיט ר' ... און ר' ...; זיי ווילן גארנישט, זיי ווילן נאר מיר זאלן קענען שיין מאכן דעם רבינ'ס נאמען. איך בעט מען זאל זיך פירן מיט דרך ארץ, רעדן שיין איינער צום אנדערן - וועט ענק קיינער נישט קענען שלעכטס טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן שבת.

#29 - קוק אויף דיר, קוק נישט אויף אנדערע
מחלוקת, אחדות, יענער, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע תלמידי היכל הקודש, ירושלים.


די וואך האבן מיר אין די פרשה זייער א וויכטיגע זאך, דער אייבערשטער זאגט פאר אברהם אבינו: "לֶךְ לְּךָ" - גיי פאר דיר; גיי פאר דיין טובה.


אין די צוויי ווערטער ליגט א וויכטיגע זאך פאר יעדן איינעם; דער אייבערשטער זאגט פאר יעדן איד: לֶךְ לְּךָ - קוק אויף דיר, קוק נישט אויף אנדערע; אויב דו ווילסט מצליח זיין אין לעבן, אויב דו ווילסט דינען דעם אייבערשטן - טארסטו נישט קוקן אויף קיינעם, נאר אויף דיר, לֶךְ לְּךָ. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן השמטה, חלק ב') אויפ'ן פסוק (יחזקאל לג, כד): "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם", אז אברהם אבינו האט געדינט דעם אייבערשטן, "רַק עַל יְדֵי שֶׁהָיָ' אֶחָד", נאר ווייל ער האט אויף קיינעם נישט געקוקט, "רַק כְּאִילוּ הוּא אֶחָד בָּעוֹלָם", ער האט געטראכט 'איך בין איינער אליין' וכו', עיין שם.


דאס איז זייער א וויכטיגע יסוד, אויב וויל מען מצליח זיין אין לעבן - נישט צו קוקן אויף קיינעם; סיי אויף לצים און סיי אויף עובדי ה'. בפרט די פרישע מקורבים וואס ווערן מקורב צום הייליגן רבי'ן קענען אסאך מאל האבן חלישות הדעת ווען מען קומט צום רבי'ן און מען זוכט צו טרעפן די ברסלב'ע מלאכים, מען זוכט 'וואו זענען די עובדי ה'?' פון דעם קען מען אסאך מאל אוועק פאלן; אזוי האט שוין פאסירט מיט אסאך.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר דערציילט, איינער פון די היינטיגע משפיעים אין ברסלב איז דאס אריבער; ער איז געקומען דאווענען ראש השנה אין שול אין מאה שערים און ער האט דארט באקומען אזא חלישות הדעת... דעם צווייטן טאג ראש השנה איז ער געגאנגען דאווענען אין תולדות אהרן, ער האט מחליט געווען אז דאס איז נישט פאר אים. ער איז געקומען צו מוהרא"ש און מוהרא"ש האט אים מחזק געווען ער זאל נישט קוקן אויף 'קיינעם', נאר נעמען די ספרים פון רבי'ן און זיך מחי' זיין דערמיט.


מוהרא"ש אליינס ברענגט (רגעי מוהרא"ש, סימן נה, נז) ווען ער איז געקומען צו פארן קיין ארץ ישראל נאכן לערנען עלף יאר דעם רבינ'ס ספרים האט ער געמיינט אז ער גייט טרעפן א שול מיט מלאכים, ווען ער איז אבער געקומען אין שול אין מאה שערים און געזען די לצים האט ער געהאט חלישות הדעת; אזוי גייט עס אן אין אלע צייטן. דארף מען וויסן און געדענקען די וויכטיגע הקדמה אין לעבן פון לֶךְ לְּךָ - קוק אויף דיר, לֶךְ לְּךָ - גיי דיר דיין וועג, דין דעם באשעפער אויף דיין וועג.


איך בעט אייך זייער מיינע טייערע ברידער פון ירושלים עיר הקודש, שטארקט אייך, יעדער האט זיין זאך וואס דער אייבערשטער וויל פון אים, וואס נאר ער קען טון און קיינער קען דאס נישט אויסכאפן פון אים; דאס זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה: לֶךְ לְּךָ - קוק אויף דיר, לעב מיט דיין נקודה.


נאך א זאך בעט איך ענק, געדענקט וואס די לבנה האט געזאגט פאר די זון (סיפורי מעשיות, מעשה ג' - פונעם חיגר): "וואס זארגסטו פרעמדע זארג? מיין זארג איז, די שדים נעמען אוועק מיינע כחות, זיי לאזן מיר נישט גיין, דאס איז מיין זארג", דאס זאלט איר חזר'ן, זארגט נישט פרעמדע זארג, אונזער זארג איז נאר איין זארג: 'ווי אזוי קען איך זיין אן ערליכער איד, א פשוט'ער איד; האבן שלום בית, ליב האבן אהיים צו גיין, זיין א גוטער מאן און א וואוילע טאטע פאר די קינדער; מער פון דעם אינטערעסירט מיר נישט'.


היט אייך פון מחלוקת און פון לשון הרע, היט אייך פון זארגן פרעמדע זארג; בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל אזוי שטארק זיין ערליך, איך וויל אזוי שטארק זיין פרייליך, איך וויל נאר טון דיין ווילן; וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין פאלן, העלף מיר רבונו של עולם איך זאל זיך שוין צוריק קערן צו דיר".


איך וועל זיין אין די נאנטע טעג, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף - אין ארץ ישראל; איך בעט אייך זייער מאכט נישט קיין פרסום, איך וויל דאס נישט; איך האף איר וועט נישט מפרסם זיין אז איך קום, נאר דעמאלט וועל איך זיין ביי אייך אין שול, אויב וועט זיין א פרסום וועל איך גיין נאר קיין יבנאל און צו תלמידים אין שטוב.


אנשטאט מיך מפרסם זיין - זייט מפרסם די ספרים און קונטרסים אינעם קו, דאס וועט צוריק קערן אזויפיל אידן צום אייבערשטן; זייט מפרסם די גליונות און בריוו וואס איז מחי' אזויפיל אידן. מיר פערזענליך זייט נישט מפרסם, איך האב נישט קיין כח דערצו.


איך בענק נאך אייך.

#28 - די גרויסע ליבשאפט וואס וועט זיין צווישן אייך
תפילה והתבודדות, בית המדרש, אחדות, ארץ ישראל, ירושלים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


                                             


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים, שיחיו.


איך בענק זיך זייער נאך אייך, איך פרוביר צו באקומען יעצט א רשות אריין צו קומען; קען זיין אין די נאנטע טעג וועל איך זיין אין ארץ ישראל. איך וועל זיין אין צוויי פלעצער, אין יבניאל, און איך קום צו אייך אין ירושלים, איך וויל זיך באקענען מיט אייך פון דער נאנט.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן וויפיל גרוסן מען הערט אויף די נייע בית המדרש אין ירושלים, אלע זאגן אז דאס איז א פריינטליכע פלאץ, מען נעמט אויף זייער שיין יעדן איינעם און אלע דיבורים איז נאר פון תורה, תפילה און גוטע ווערטער איינער פאר'ן צווייטן; דאס געבט מיר חיות ווייטער אנצוגיין, אז איך זע מען האט זיך ליב איינער דעם צווייטן.


פרובירט צו באווייזן וואס קיינער האט נאך נישט באוויזן, ביי אייך זאל מקוים ווערן וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס וועט זיין צווישן אייך; מוהרא"ש פלעגט זאגן, ליידער ליידער איז דער שיחה נאכנישט מקוים געווארן, פרובירט עס זאל מקוים ווערן ביי אייך, אלע זאלן זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.


עס איז נישט מעגליך אין די וועלט מען זאל זיך ליב האבן נאר ווען מען איז בטל ומבוטל צום אייבערשטן, כל זמן מען וויל נאך עפעס קען מען זיך נישט ליב האבן; דאס איז סיי אין בית המדרש און סיי מיט משפחה, מיט די ווייב און קינדער און סיי מיט זיך אליינס. ווען א מענטש וויל גארנישט, דארף גארנישט און האט גארנישט, דעמאלט הייבט ער אן שפירן די זיסע געשמאקע ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן, דער מענטש קען ליב האבן זיך אליינס, זיין ווייב, זיינע קינדער, משפחה און אלעמען.


די וואך האבן מיר אין די פרשה אן עצה וואס מען קען טון ווען עס גייט א מבול. דער אייבערשטער זאגט פאר נח: מאך זיך א תיבה, נעם אריין דיין משפחה - אזוי וועסטו געראטעוועט ווערן פונעם מבול. די תיבה גייט ארויף אויף תפילה, אז מען וויל ווערן געראטעוועט פון שלעכטע זאכן דארף מען זיך אריין טון אין תפילה והתבודדות, בעטן דעם אייבערשטן פאר זיך און פאר די משפחה, אזוי ווערט מען געראטעוועט.


איך בעט אייך זייער טייערע חברים, טייערע ברידער, שטארקט אייך אין תפילה והתבודדות; געוואוינט זיך איין צו רעדן צום אייבערשטן אויף די פשוט'ע שפראך וואס איר זענט געוואוינט צו רעדן, רעדט צום אייבערשטן אזוי ווי איר רעדט צו א גוטע פריינט, גיסט זיך אויס דאס הארץ פאר אים.


מען קען זיך נישט פארשטעלן צו וואס מען איז זוכה דורך די הנהגה, מען באקומט אן אנדערע מח, מען באקומט אן אנדערע קוק אויפ'ן לעבן, אלעס טוישט זיך ווען מען נעמט זיך ארום מיט די תיבות התפילה, מען ווערט אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


א פרייליכן שבת.

#27 - תלמידי היכל הקודש וועלן נישט אוועקמאכן א צווייטן
מחלוקת, אחדות, אשר בנחל, היכל הקודש, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך קען נישט גלייבן וואס איר שרייבט, עס קען נישט זיין אז תלמידות היכל הקודש זאלן חוזק מאכן אין פארנט פון אייך פון אייער חסידות, פון די פלאץ וואו איר זענט אויפגעוואקסן; די פרויען וואס טשעפען אייך מיט די פלאץ פון וואו איר קומט זענען נישט קיין תלמידות היכל הקודש, תלמידות היכל הקודש וועלן קיינמאל נישט מבטל זיין א צווייטע חסידות, א חשוב'ע קהילה; היכל הקודש האט גענוג און נאך וואס צו פארקויפן, עס פעלט נישט אויס אפצושפעטן פון אנדערע.


וויסן זאלט איר אז נישט יעדע גאסט וואס איז נעכטן אנגעקומען אין היכל הקודש איז היכל הקודש; אסאך מאל ווערט מען צעבראכן, מען ווערט אנטוישט ווען מען זעט מענטשן וואס דרייען זיך אין היכל הקודש פירן זיך נישט ווי עס דארף צו זיין וכו' וכו', מען הייבט אן טראכטן: 'הזאת נעמי? דאס איז היכל הקודש? פארדעם האב איך זיך געדארפט קריגן מיט מיין משפחה צו קומען אויף ברסלב?!'


כדי נישט צו קומען צו די חלישות הדעת איז זייער וויכטיג אריין צו נעמען אין זיך וואס היכל הקודש איז, וואס ברסלב איז; היכל הקודש איז די ספרים פון מוהרא"ש, די שכל און עצות פון מוהרא"ש, ווער עס נעמט די שכל און חיזוק דער האט א חיים טובים, דער האט נישט קיין חלישות הדעת.


דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען זאל נישט האבן קיין חבר'טעס, מען דארף האבן חבר'טעס און פארברענגען, אבער אז מען ווייסט פון פאראויס די הקדמה - ווערט מען נישט צעבראכן ווען מען הערט ווי דער רעדט אזוי און דער פירט זיך אזוי וכו' וכו'.


מאכט אייך א שיעור אין ספר אשר בנחל און אין ספר עצתו אמונה, דארט וועט איר טרעפן גוטע חיזוק פאר אייך, דארט וועט איר געפונען עצות פאר יעדע פרט אין לעבן.


ווייזט דעם בריוו פאר די אלע וואס מאכן אוועק די חסידות וואו איר זענט אויפגעוואקסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - די גבאים פונעם שול דארפן ארבעטן אינאיינעם
בית המדרש, אחדות, ארץ ישראל, שטעטל, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן די נחת וואס איך האב ווען איך באקום נאכאנאנד הערליכע גריסן אויף אונזער שול היכל הקודש אין ירושלים; בפרט יעצט נאך יום טוב סוכות האב איך באקומען גאר אסאך גוטע גריסן אויף אונזער שול, היכל הקודש ירושלים. בעיקר אז עס הערשט דארט א גרויסע אחדות, מען האט זיך ליב און מען קוקט שיין איינער אויפ'ן צווייטן.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך ווייטער האלטן אינאיינעם; בפרט די גבאים פונעם שול דארפן ארבעטן אינאיינעם. איך האב ממנה געווען דריי גבאים, דארפט איר ארבעטן אינאיינעם; אויב איז דא חילוקי דעות דארף מען גיין נאך רוב, און אויב איר ווילט קענט איר מיר פרעגן, און אז איר וועט וועלן אננעמען מיין דעה וועל איך אייך זאגן ווי אזוי זיך צו פירן.


מיר בויען יעצט א שטעטל אין אמעריקע; עס איז דא זייער אסאך ארבעט אין דעם, האב איך ממנה געווען אפאר אינגעלייט זאלן זיין גבאים, און ווען עס איז דא חילוקי דעות און זיי קענען זיך נישט אויסקומען, פרעגן זיי מיר וואס מיין דעה איז, ביז מען קומט זיך דורך. אזוי זאלט איר טון, איר דארפט זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן און אינאיינעם מחליט זיין.


ביז דערווייל לאזט מען נאך נישט אריין קומען אין ארץ ישראל, איך ווארט משיח זאל קומען און אונז אלע אהין נעמען מיט זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - יעדער זאל זיין א חלק פון די קהלה
אחדות, ישיבה, יום כיפור

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב זיך זייער געפריידט אז דו ביסט געקומען יום כיפור אין שטעטל, האסט מיר אראפגענומען א שטיין פון הארץ. ווייל ווי נישט ווי ביסטו מיר איינגעקריצט אין הארץ; ביסט מיר א נאנטע תלמיד. האסט געלערנט אלע יארן אין ישיבה, האסט מיטגעהאלטן אלע צייטן - די שווערע און די גוטע, די הפגנות, די פאליציי, די גלות ליידן - יעדע זמן אין אן אנדערע שול וכו'. און אויך האב איך דיר געברענגט דיין שידוך וכו', וכו', און יעצט ווען איך גיי א טריט ווייטער, איך בוי א שטעטל אויפ'ן רבינ'ס נאמען, פריי איך זיך צו זען אז די תלמידים שטייען מיר צו די האנט. איך זוך נישט אז אלע זאלן קומען דארט וואוינען, נאר פשוט אלע זאלן זיין א חלק פון יעדע תנועה אין די קהילה.


יעצט אז דו ביסט געקומען אויף יום הקדוש האסטו מיר זייער פרייליך געמאכט.


איך דאווען פאר דיר יעדן טאג און איך ווארט אויף דיין הצלחה.


איך האב דיר ליב.

#24 - איך בעט איבער יעדן איינעם
תשובה, אחדות, מוהרא"ש, בין אדם לחבירו, יום כיפור, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א שאד דו ביסט נישט געווען צוזאמען מיט אונזער קיבוץ אום יום הכיפורים; עס איז געווען גאר א שיינער קיבוץ. מען האט געשפירט דאס ליבשאפט און אייניגקייט פון אנשי שלומינו, אויך איז געווען א שטארקע התעוררות, יעדער איינער האט אמת'דיג תשובה געטון, מען האט געשפירט ווי מוהרא"ש איז מיט אונז.


כל נדרי ביינאכט איז געווען א דרשה, איך האב אלעמען איבערגעבעטן; מיר וואלט בעסער געווען צו זיצן אין די זייט און נישט האבן מיט קיינעם צוטון, וואס זאל איך טון אז מוהרא"ש האט מיר געגעבן א שליחות צו זיין ראש ישיבה - מחזק זיין און אויפברענגען בחורים, שפעטער האט מוהרא"ש צוגעלייגט אויך אינגעלייט, שפעטער פרויען, חדר און סקול; קומט אויס אז אסאך מאל ווערן מענטשן באליידיגט, מען האט חלישות הדעת; איך האב געבעטן אלע זאלן מיר מוחל זיין.


מען האט גערעדט נאך אסאך שיינע זאכן, איך האף אז איינער וועט דאס אפשרייבן, עס זאל זיין פאר אלעמען חיזוק.

#23 - קומטס נישט קיין מאלדאווא
אומאן, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת האזינו א', כ"ז אלול, שנת תש"פ לפרט קטן, פה אומאן אוקריינא


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


ביז דערווייל בלייבטס אין לאנדאן, קומטס נישט קיין מאלדאווא; זיי זענען זייער פארקנאקט, זיי לאזן נישט ארויס פון עירפארט, ביז דערווייל ווארטס.


לויף נישט אוועק פונעם עולם, האלט זיך אינאיינעם ביז מיר וועלן האבן א ידיעה.


איך בין פון איין זייט זייער פרייליך אז איך בין אין אומאן, פון די אנדערע זייט בין איך זייער צעבראכן אז מיינע תלמידים, מיינע חברים, מיינע קינדער - זענען נאכנישט אין אומאן.


ישועת ה' כהרף עין.

#22 - שעץ די מלמדים און טיטשערס פון דיינע קינדער
מלמדים, אחדות, לערערין, עצתו אמונה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי.


איך בין זיך אזוי מחי' צו זיין אין שטעטל; מען קען זיין אפגעהיטן, מען קען זיין ריין; מען זעט נישט דא גארנישט - נאר ביימער און הימל.


ברוך ה' עס איז יעצט אנגעקומען פון ארץ ישראל "ספר עצתו אמונה - חלק ב'"; אויב דו ווייסט איינער וואס האט פלאץ אריין צו נעמען די ספרים פאר א קורצע צייט, זיי מודיע האברך ... נרו יאיר.


איך ווייס נישט אויב דו ווייסט וואס פאר א מסירת נפש די מלמדים און טיטשערס לייגן אריין אין די קינדער; זיי זיצן רוב טאג מיט דיינע קינדער מיט אייזערנע געדולד, זאלסטו זיי האלטן טייער און זיי שעצן. ווען דו זעסט דיינע קינדער'ס מלמדים זאלסטו זיך אינטערעסירן ביי זיי און זיך באדאנקען, און אויב דו האסט א באמערקונג זאלסטו אים שיינערהייט זאגן און דאס אויסשמועסן.


אויך זאלסטו וויסן אז מיר האבן דא אין שטעטל אינגעלייט וואס זיי גייט גארנישט אן, זיי ווילן נאר בויען דעם פלאץ, זיי ארבעטן טאג און נאכט מיר זאלן האבן א שיינע קהילה; זאלסטו זיך באדאנקען פאר זיי און אז עפעס באדערט דיר זאלסטו רעדן מיט זיי.


רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך זע צוויי טרעגערס קריגן זיך, שטעכט עס מיר ביי די זייט"; וואס זאל איך דיר זאגן, מיר שטעכט עס אין הארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - דאווענען אום יום טוב שבועות מיט ברסלב'ע חסידים
לימוד התורה, חסידות ברסלב, אחדות, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכים החודש, כ"ח אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חשוב'ע חברים תלמידי היכל הקודש ירושלים עיר הקודש, ה' עליהם יחיו.


מיר קומען שוין נענטער און נענטער צו קבלת התורה ווען מיר גייען זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה פונדאסניי.


איר ווייסט אודאי דעם סיפור וואס איז געווען ביי רבי נתן, אמאל יום טוב שבועות איז ער געגאנגען פתיחת הארון און ווען ער האט ארויס גענומען דעם ספר תורה פון ארון הקודש האט ער זיך מורא'דיג צופלאמט און אנגעהויבן טאנצן: "א נייע תורה!" "א נייע תורה!" - האט ער געשריגן, און אלע אנשי שלומינו זענען געווארן אזוי פרייליך אז זיי זענען אויך צוגעגאנגען טאנצן מיט רבי נתן זכרונו לברכה; דאס איז געווען רבי נתן, ער איז געווען פריש, אלץ איז געווען ניי; א נייע יום טוב, א נייע תורה, א נייע טאג.


אז מען גייט צו צום יום טוב שבועות מיט אזא הכנה איז אלעס אנדערש; מען גרייט זיך מיט שמחה צו מקבל זיין די תורה, א נייע תורה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי, לג): אויפ'ן פסוק (דברים ו, ו): אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוְּךָ הַיּוֹם – "לֹא יִהְיוּ בְּעֵינֶיךָ כִּיְשָׁנָה, אֶלָּא כַּחֲדָשָׁה שֶׁהַכֹּל רָצִין לִקְרָאתָהּ", ווען מען לערנט תורה דארף דאס זיין מיט א התחדשות; א נייע תורה.


איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט דאווענען אינאיינעם אום יום טוב שבועות, שבועות איז איינע פון די צייטן וואס מען פלעגט קומען צום רבי'ן; בחיים חיותו פון הייליגן רבי'ן איז געווען דריי זמנים ווען מען פלעגט קומען צום רבי'ן: 'ראש השנה', 'שבת חנוכה' און 'שבועות', נאכן רבינ'ס הסתלקות - שרייבט רבי נתן - קומט מען ווייטער צום רבי'ן נאר אויף ראש השנה. אויף שבת חנוכה און יום טוב שבועות פארט מען נישט צום רבי'ן, דאס וואס מען זעט היינט נסיעות קיין אומאן אויף שבת חנוכה און שבועות דאס איז פון די סוכני נסיעות (טרעוועל אגענטן) וואס ווילן מאכן פרנסה וכו'.


איר זאלט פרובירן דאווענען אינאיינעם אום יום טוב שבועות, ווייל וואו צען מענטשן פון אנשי שלומינו קומען זיך צאם - דארט איז דער רבי. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט בשעת ער איז אוועק געפארן פון ברסלב קיין אומאן; דער רבי איז געשטאנען ביים טיר פון זיין שטוב, ער האט ארויפגעלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז)".


איך האלט אין איין באקומען שיינע גריסן פון אייער חבורה; איך האב אזוי הנאה צו הערן ווי שיין איר לעבט מיט ליבשאפט איינער מיט'ן צווייטן, ווי מען איז מקרב יעדן איינעם וואס קומט. איך בין טאקע ווייט בריחוק מקום אבער מיין הארץ איז מיט אייך; איך ווארט און האף צו קענען קומען קיין ארץ ישראל זיך טרעפן מיט אייך און זיך מחזק זיין אינאיינעם.


איך שיק אייך דעם תיקון ליל שבועות וואס מיר האבן געמאכט; א שאד איר זאלט נישט זוכה זיין צו די גרויסע תיקונים וואס קומען אראפ יום טוב שבועות. זייער אסאך מענטשן זאגן נישט דעם תיקון ליל שבועות צוליב דעם וואס עס נעמט זייער לאנג, וואלטן זיי ווען געוואוסט אז דער גאנצער תיקון ליל שבועות נעמט נישט מער ווי א האלבע שעה און נאך אביסל - וואלטן אלע דאס געזאגט.


דעריבער האבן מיר געדרוקט דעם תיקון ליל שבועות אזוי ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אונז געהייסן, מען זאל זאגן נאר דעם ערשטן פסוק און דעם לעצטן פסוק פון יעדע סדרה אין חמשה חומשי תורה און פון יעדע ספר אין נ"ך, נאכדעם לערנט מען די תרי"ג מצוות און אז עס בלייבט איבער צייט איז מען זיך מתבודד.


שבועות ביינאכט איז נישט א צייט צו פארברענגען מיט חברים מיט שטותים והבלים; שבועות ביינאכט איז זייער א גרויסע נאכט, דערפאר דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו שמועסן ביינאכט; מען קען אין דעם נאכט פועל'ן אסאך ישועות. די אלע וואס בלייבן אויף סתם צו רייכערן און שמועסן איז א גרעסערער תיקון אז זיי זאלן גיין שלאפן, אדער לערנט מען אדער איז מען זיך מתבודד מיט'ן אייבערשטן; מען בעט דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו לערנען א גאנץ יאר שיעורים אין כל התורה כולה און זיין דבוק אין אים.


א פרייליכן ליכטיגן יום טוב.

#20 - אריינלייגן אין די קינדער א געפיל צו א צווייטן
מדות טובות, צניעות, אחדות, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


... תחי', לערערין בית פיגא ברלסב.


יישר כח פאר די איבערגעגעבענע ארבעט אין סקול מיט די מיידלעך.


לערן מיט די קינדער גוטע מידות, זיי זאלן האבן א געפיל צו אנדערע מיידלעך; זיי זאלן יעדן טאג טראכטן פון אנדערע, זיי זאלן רעדן צו די קינדער וואס האבן נישט קיין חבר'טעס.


איך וויל זייער שטארק אז אלע תלמידות פון בית פיגא זאלן זיין באחדות, יעדער זאל זיך ליב האבן און זיך שיין פארטראגן.

#19 - דאס שטעטל איז נאר אינטערעסאנט אויב ס'איז דא שלום און פריינטשאפט
מחלוקת, אחדות, שטעטל, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב געהערט דיינע טענות.


וויסן זאלסטו אז מיר טוען אלעס וואס מיר קענען אז די וואס ווילן קומען וואוינען אין שטעטל זאלן זיין צופרידן; איך געב אוועק טעג און נעכט זיצנדיג מיט די חברי הנהלה נאר לטובת די איינוואוינער.


עס לוינט נישט צו קומען וואוינען אין שטעטל אויב עס קומט ארויס פון דעם א פיינטשאפט צו אנשי שלומינו, עס לוינט נישט צו קויפן און בויען א הויז אז מען ווערט אנגעגעסן וכו', נישט פאר דעם בוי איך דעם שטעטל, נישט דאס איז די מטרה; די מטרה איז איין זאך, מיר זאלן האבן א פלאץ וואו מען וועט לעבן איינער מיט'ן צווייטן בשלום, מען וועט לעבן מיט'ן אייבערשטן און טון חסד.


די אלע לשונות ווי 'מיין בלוט איז רויט', יענעמס בלוט איז רויט, בלוי, וכו', קומט נישט דא אריין, קיינעמס בלוט איז נישט רויטער אדער שווארצער, אלע זענען חשוב, אלע זענען אייניג; דאס וואס מען בויט נאכנישט ביי דיר איז דא א סיבה דערצו, אז די שטאט געבט נישט יעצט בזמן קאראנע קיין רשות צו בויען, און די אנדערע האבן שוין באקומען פון פארדעם.


עס איז א שאד זיך אויפצועסן און טראכטן אז מען בא'עוולה'ט דיר וכו'; זאלסט וויסן אז דער אינגערמאן וואס בויט די הייזער אין שטעטל איז מיר זייער געטריי, ער האט מיר זייער געהאלפן אלע יארן, פון אנהויב, אן קיין אינטערעסע; ער האט געבויט די ישיבה און איז אריין אין הונדערטער טויזנטער דאלער חובות, קיינער האט מיר נישט געהאלפן, נאר ער.


איך דערמאן זיך יעצט א מעשה וואס איך האב געהאט אין שנת תשע"א, בשעת מיר האבן געדארפט ענדיגן דעם בנין הישיבה, האט מיר דער אינגערמאן געזאגט: "עד כאן, איך קען מער נישט", ער האט נישט געקענט בלייבן ארבעטן בחנם מיט א גאנצע קאמפעני ארבעטערס וכו', בין איך געקומען צו מוהרא"ש מיט אים, איך האב געזאגט פאר מוהרא"ש אז איך ווייס נישט וואס צו טון, ער וויל אנטלויפן; ער זאגט אז ער גייט אוועק, ער בלייבט נישט ארבעטן. האט זיך מוהרא"ש אויסגעדרייט צו אים און אים געזאגט: "איך קען דיר נישט זאגן וואס צו טון ווען דו וויינסט אז מען צאלט נישט וכו', אבער אז דו וועסט בלייבן העלפן די ישיבה וועסטו זוכה זיין צו שיינע זאכן וכו'". יעצט העלפט ער מיר בויען די שטעטל, ער העלפט מיר זייער, ער איז מיר באמת געטריי. ער וויל ענדיגן דיין דירה מער ווי דו אליינס ווילסט דאס ענדיגן, עס איז נאריש צו טראכטן אז דעמס בלוט איז רויטער, יענעמס בלוט איז רויטער וכו', וכו'.


דאס וואס דו שרייבסט אז דו וויינסט א גאנצע נאכט וכו', דאס איז גוט; הלוואי זאלן אלע זוכה זיין צו דעם, זיך צו מתבודד זיין גאנצע נעכט. די שאלה איז אויף וואס מען וויינט; וויינען דארף מען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו תיקון המדות, מען זאל ליב האבן יעדן איינעם, מען זאל נישט פיינט האבן איינער דעם צווייטן, מען זאל געדענקען ווער מען איז און וואס מען דארף אלץ פאררעכטן.


אז דו פרעגסט מיר וואלט איך דיר געזאגט: "בוי נישט, ענדערש בלייב וואוינען וואו דו וואוינסט ווי איידער עס זאל ארויסקומען פיינטשאפט".


געב איבער פאר אלע וואס ווילן קומען וואוינען אין שטעטל אז עס איז א שאד צו קומען וואוינען אין די פאר מייל אין ליבערטי; די וועלט איז זייער גרויס, עס איז דא אזויפיל פלעצער וואו צו קויפן א הויז, פארוואס זאל מען זיך ארויסשלעפן ביז ליבערטי? אז מען וויל זיין מיט'ן ראש ישיבה זאל מען העלפן דעם ראש ישיבה; על כל פנים נישט אונטערברענגען.


איך וויל מען זאל בויען דוקא דורך די הנהלה, אז דו פארשטייסט בעסער איז דאך דא שענערע פלעצער וואו צו וואוינען. איך וויל מען זאל רעדן שיין צו די חברי ההנהלה און מען זאל זיי מחזק זיין; אז דו פארשטייסט בעסער פארוואס זיך שלעפן צו אזא פארשלעפטע פלאץ?


אז מען האט א טענה אויף איינעם קען מען דאס דורכרעדן.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף לויפן צו די בחורים.

#18 - אז מ'האלט זיך אינאיינעם מיט ליבשאפט, איז מען זייער שיין מצליח
חסידות ברסלב, אחדות, ספירה, היכל הקודש, שמחות, לצנות, פסח שני

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, ט"ו אייר, פסח שני, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ברידער, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים עיר הקודש, ה' עליהם יחיו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט זיך מחזק אינאיינעם מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; איך האב באקומען א גריס פון אייער חבורה, ווי שיין עס איז צווישן אייך און ווי געשמאק עס איז ביי אייך יעדע שבת ווען איר נעמט זיך צוזאם מיט א ליבשאפט זיך אויפצופרישן מיט די עצות פון רבי'ן.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן צו וואס מען איז זוכה ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיד): "הַפָּחוּת שֶׁבַּאֲנָשַׁי אֲנִי מוֹלִיךְ אוֹתוֹ בְּדֶרֶךְ שֶׁל צַדִּיק גָּדוֹל מְאֹד", דעם קלענסטער פון מיינע מענטשן פיר איך אויפ'ן וועג פון גרויסע צדיקים; נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן; דאס קען יעדער איינער מעיד זיין אויף זיך, אז פון ווען מען האט זוכה געווען צו טרעפן דעם רבי'ן האט זיך דער גאנצער לעבן געטוישט; מען לערנט פלייסיג, מען איז נזהר אין קיום המצוות, מען רעדט צום אייבערשטן יעדן טאג און מען לעבט מיט'ן אייבערשטן.


מיר געפונען זיך יעצט אין די ספירה טעג אין די מדה פון הוד, מיר פירן זיך אז מען זאגט נישט קיין תחנון אין די טעג פון פסח שני ביז נאך ל"ג בעומר ווייל די טעג זענען זייערע הייליגע טעג (עיין זוהר הקדוש, בהעלותך קנב:).


פסח שני איז אנגענומען אז עס איז דער יארצייט פונעם הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, און גלייך נאכדעם געפאלט די יומא דהילולא פון דעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי; די הייליגע תנאים רבי מאיר בעל הנס און רבי שמעון בר יוחאי האבן אריין געברענגט וואס זיי האבן געלערנט ביי זייער רבי דער הייליגער תנא רבי עקיבא (ירושלמי נדרים ט, ד): "וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ כָּמוֹךָ - זֶה כְּלַל גָדוֹל בַּתּוֹרָה", אז די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך איז א גרויסע כלל אין די תורה; די אנדערע תלמידים האבן זיך נישט פארטראגן צווישן זיך דערפאר איז גארנישט געבליבן פון זיי, זענען געקומען די הייליגע תלמידים רבי שמעון בר יוחאי און רבי מאיר בעל הנס מיט די איבעריגע חברים און אריין געברענגט א ליבשאפט איינעם צום צווייטן, זיי האבן אויסגעריסן די זאך פון מחלוקת און זיך גרויסן איינער אויפ'ן צווייטן, דאס איז די גרויסע שמחה אין די טעג. אזוי ווי מיר געפונען אין זוהר הקדוש (נשא קכח.) רבי שמעון בר יוחאי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אונזער זאך איז אז מיר האבן זיך ליב איינער דעם צווייטן; רבי שמעון בר יוחאי האט אריין געברענגט אין זיינע תלמידים אז מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, פלעגט מוהרא"ש זאגן אויף דעם א שיינעם רמז: א'נ'ן' איז די ראשי תיבות: "אַ'נְשֵׁי נַ'חַל נ'וֹבֵעַ - בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אנשי שלומינו דארפן זיך האלטן צוזאמען און זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.


איך פריי זיך אז ביי אייך זעט מען וואס דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס וועט הערשן צווישן אייך; דאס איז וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן און זיך בעטן ביי אונז, מיר זאלן זיך נישט קריגן און נישט אוועק מאכן א צווייטן.


איך בין זייער פארנומען די טעג, איך קום נישט אן צו שרייבן און ענטפערן א פראצענט פון די בריוון וואס איך האב צו ענטפערן, איך שרייב אייך נאר ווייל איינער האט מיר געברענגט א גריס אז ביי אייך אין שול, אין ענקער חבורה איז נישט דא קיין ליצנות, עס הערשט א מורא'דיגע ליבשאפט, עס שפירט זיך דארט א ריינע קלארע לופט, דאס האט מיר געגעבן כח און צייט אייך צו שרייבן.


איך בעט אייך זייער, חזר'ט אייך איין און פארגעסט נישט וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מֵאִתִּי, שֶׁלֹּא לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְהָעוֹלָם לְהַטְעוֹת", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מוהרא"ש האט געהאלטן אין איין חזר'ן דער שיחה, מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט אז דער שיחה דארף דינען אלס א קאמפוס ביים מענטש; מען זעט ווען א מענטש פארט אין א שיף אויפ'ן וואסער האלט ער די גאנצע צייט מיט זיך א קאמפוס כדי ער זאל וויסן צי ער פארט אינעם גוטן ריכטונג, ווייל אויפ'ן וואסער זעט מען נישט דעם סוף, עס קען זיין מען זאל פארן א לאנגע צייט אין וואסער און מיינען אז מען פארט, מען מיינט מען קומט שוין אן, אבער באמת איז מען אויפ'ן זעלבן פלאץ, מען האט זיך גארנישט גערוקט, מען איז פשוט געפארן די גאנצע צייט רינגס און ארום; אבער אז מען קוקט אויפ'ן קאמפוס וואס איר מאגנעט ציט צו צפון זעט מען וואו מען פארט. דאס זעלבע דארף א מענטש לעבן מיט א חשבון הנפש; א מענטש דארף זיך משפט'ן יעדן טאג און אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, אפשר נאר איך זיך? רבונו של עולם, איך וויל גארנישט, איך וויל נאר טון דיין רצון".


איך בעט אייך מיינע טייערע חברים, לאזט אייך נישט נארן און הערט נישט אויס קיין ליצנות, ווערטס נישט פארדרייט ווען מען רעדט צו אייך ליצנות אויפ'ן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים; קוקט וואס איז גוט פאר אייך, קוקט אויף די רווחים וואס דער רבי געבט אונז. יעדער איינער ווייסט ביי זיך וואס ער האט זוכה געווען צו באקומען פון ווען ער דריידט זיך אין היכל הקודש קודש קדשים, (אגב, מוהרא"ש האט מתקן געווען אז מיר זאלן זאגן אפילו אין חוץ לארץ ביי קדיש דרבנן "באתרא קדישא הדין" אזוי ווי מען זאגט ביי אייך אין ארץ ישראל).


מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, ווען עס קומט צו גשמיות לאזט זיך א מענטש נישט נארן, א מענטש טוט וואס איז גוט פאר אים, ער קוקט ווי אזוי ער קען מצליח זיין און וואו ער קען עפעס פארדינען, אבער ברוחניות קען א מענטש זיך דרייען אין א פלאץ יארן לאנג און ער באקומט גארנישט; עס וואלט געדארפט זיין דאס זעלבע ווען עס קומט צו עבודת השם, א מענטש וואלט זיך געדארפט פרעגן: 'וואו קען איך פארדינען? וואו קען איך מצליח זיין?' 'איך האב א רבי, וואס געבט מיר מיין רבי? וואס באקום איך פון מיין רבי? אויב באקום איך נישט קיין תורה ותפילה, וואס האב איך אז מיין רבי פליט אין הימל? וואס האב איך אז מיין רבי האט רוח הקודש? וואס האב איך אז ער רעדט א הויכע שפראך, אז ער רעדט צו נשמות?' דערפאר אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן, זאלן אלע לאכן, זאלן אלע שפעטן; איך וועל דעם רבי'ן נישט אפלאזן, איך האב א רבי וואס געבט מיר א וועג אין לעבן קוק איך נישט אויף קיינעם.


איך וויל אייך דערציילן די גוטע נייעס אז דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן איך בין געווארן א זיידע די וואך, מיין זון ר' שלמה נרו יאיר האט זוכה געווען צו א בן זכר למזל טוב; דער אייבערשטער זאל העלפן די ברית זאל זיין אין צייט - ל"ג בעומר און איר אלע זאלט זוכה זיין צו זען נחת ביי אייערע קינדער און אייניקלעך.


א גוט שבת.

#17 - לייגט צו א האנט צו ענדיגן בויען דעם עירוב
אחדות, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש קרית ברסלב, ה' עליהם יחיו.


איך בעט אייך זייער, ווער עס קען העלפן ענדיגן בויען דעם עירוב זאל צולייגן א האנט; מיר דארפן הילף, סיי בגוף, סיי בממון און סיי מיט חיזוק ווערטער פאר די איבערגעגעבענע אינגעלייט און בחורים וואס געבן אוועק טעג און נעכט אז מיר זאלן האבן א כשר'ע מהודר'דיגע עירוב.


העלפן בויען אן עירוב איז מסוגל פאר גרויסע ישועות, ובפרט געהאלפן צו ווערן מיט זרע של קיימא; אפאר משפחות וואס האבן געגעבן צדקה פאר'ן עירוב האבן שוין געזען גרויסע ניסים וואס מען וועט קענען דערציילן אם ירצה ה' מיט א מזל טוב.


איך האף און איך בענק צו הערן אז מען לעבט באחדות איינער מיט'ן צווייטן און מען קוקט גוט איינער אויפ'ן צווייטן; אין דעם איז אנגעהאנגען די הצלחה פונעם שטעטל.


ווען מען זעט א חסרון ביי א צווייטן איז דאס דער אייגענער חסרון, ווען מען קען נישט ליידן א צווייטן דאס איז דער אייגענער פראבלעם; אויף דעם איז דא איין עצה, ארויסגיין אין פעלד און שרייען: "רבונו של עולם איך וויל ליב האבן יעדן איינעם, פארוואס בין איך אזוי אז איך קען נישט ליידן דעם און יענעם?" די עצה פון התבודדות איז א וואונדערליכע עצה, ווער עס נוצט די עצה ווערט אויסגעוואשן און אויסגערייניגט, מען באקומט נייע בלוט, ריינע בלוט און א ריינע הארץ.


ווען מען בעט זיך ביים אייבערשטן: "רבונו של עולם, טאטעניו, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל ליב האבן יעדן איינעם, איך וויל שפירן א צווייטנס צער און ווייטאג", דורכדעם איז מען זוכה אז מען באקומט א ריינע הארץ, א ריינע בלוט.


שטארקט אייך, טאנצט יעדן טאג נאך אלע דריי תפילות; מאכטס א רינג אלע אינאיינעם, דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין מיר וועלן ברענגען משיח צדקינו. אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (זוהר חדש נח, דף כג) אז משיח צדקינו וועט קומען אפילו עס וועט זיין נאר איין שול וואו מען וועט זיין בשלום; מיר ווארטן צו זען וואו וועט זיין די איין שול וואס אלע האבן זיך ליב און אלע ווילן נאר יענעם זאל גיין גוט.


איך ענדיג מיט די ווערטער וואס מוהרא"ש ברענגט טויזנטער מאל אין ספר אשר בנחל פון הייליגן רבי'ן. דער רבי איז געשטאנען ביים טיר פון זיין שטוב, ער האט געלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז)".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - דער ראש ישיבה האט זיך גארנישט געטוישט, מ'דארף זיך נאר באנייען און זיך האלטן צוזאמען‎
חסידות ברסלב, תשובה, אחדות, ישיבה, תמימות, שטעטל, התחדשות, תלמיד

 בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר,


דעם פארגאנגענעם יום טוב פורים ווען דו ביסט געווען אביסל אנגעטרונקען האסטו גערעדט צו מיר זייער פארווייטאגט וכו', וכו'; איך וויל דאס אויסשמועסן מיט דיר און דאס אויסקלארן כדי ארויס צו נעמען דיין ווייטאג.


וויסן זאלסטו אז איך האב דיר זייער ליב און איך האב ליב אלע מיינע תלמידים; ביי מיר זענען אלע אייניג, אלע טייער. דו האסט מיר אריינגעזאגט אין אויער נעמען פון תלמידים וואס זענען זייער אנגעווייטאגט אויף מיר, זיי טענה'ן אז זיי האבן שוין נישט די זעלבע "אלטע" ראש ישיבה וכו', וכו'.


איך ווייס נישט וואס דאס מיינט; ווייל אויב בין איך אנדערש פון אמאל קען מען דאך נישט זיין פארווייטאגט, עס האט נישט מיט מיר, איך בין דאך אנדערש; נאר איך מיין אז עס איז מער א געפיל זאך וואס פאסירט מיט אסאך תלמידים נאך די חתונה ווען מען ווערט אריינגעשלעפט אין דעם עול פון ברענגען פרנסה, דער גאנצער קאפ און מח לויפט נאך געלט, און ווען מען דערמאנט זיך פון די דיבורים פון ישיבה איז דא אסאך מאל וואס מען ווערט צעריסן ביי זיך; אדער ווען מען קויפט זיך א גלאנציגע טעבלעט אדער א סמארטפאון און מען ווערט אריינגעשלעפט אין דעם מער און מער, און מען דערמאנט זיך פון רבי'ן, דעמאלט הייבט מען אן זיך צו שפירן צעריסן. אנשטאט זיך אויפוועקן און שרייען: 'וואו בין איך אויף דער וועלט?!' איז גרינגער צו זאגן: "אמאל איז געווען א ראש ישיבה", "אמאל איז געווען א מוהרא"ש", "אמאל איז געווען גוטע צייטן".


טייערער ליבער ..., לדעתי האט זיך די ישיבה נישט גערירט קיין משהו פון ווען עס האט זיך געעפנט; די יסודות פון ישיבה: "סדר דרך הלימוד", "התבודדות ותפלה", "שמירת הברית", "שמחה", "חשבון הנפש", "שמחת המצות" – דאס איז געבליבן דער פונדאמענט, און יעדער תלמיד הישיבה איז חקוק בפנימיות לבבי לטוב, בפרט די תלמידים וואס האבן מיר געהאלפן לייגן דעם גרינד פאר די ישיבה, זיי זענען ביי מיר נאך מער חשוב.


דו דארפסט פארשטיין אז איך האב היינט מער זאכן וואס ליגט אויף מיר ווי אמאל, דאס מאכט אז איך זאל זיין באגרעניצט אין צייט; עס קומט אויס אז אויב איך זע נישט און איך הער נישט פון איינעם - וואס אמאל ווען עס איז געווען אין ישיבה נאר פופציג בחורים, אויב איינער איז נישט געקומען וכו' האב איך געהאט די צייט אים נאכצולויפן און מפייס זיין וכו', אבער היינט קום איך פשוט נישט אן צו וואס איך דארף אנקומען מיט די חדר, סקול, ישיבה, כולל, הדפסה, ובעיקר שאלות וואס איך דארף ענטפערן פאר תלמידים וכו', וכו'; דאס געט אן הרגשה פאר געוויסע וואס קומען נישט אן צו קומען אין ישיבה – ווי כאילו מען דארף זיי נישט.


אין אמת'ן אריין וואס דארף איך דאס בכלל שרייבן? נאר עס שטערט מיר און עס טוט מיר וויי אז דו און נאך אינגעלייט זענען פארווייטאגט פון זאכן וואס איך ווייס נישט און איך פארשטיי נישט פשט.


אז מען רעדט זיך שוין דורך וועל איך דיר זאגן מיין ווייטאג, געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו עפענען א שטעטל, קרית ברסלב - ליבערטי; פארוואס זאלן זיין תלמידים וואס זאלן מיר זוכן צו באגראבן און העצן, חוזק מאכן טאג און נאכט פון דעם? פארוואס זאלן זיין איינצעלנע וואס האבן פיינט די משפחות וואס וואוינען דארט? וואס זאל אנגיין אז עס זענען דא משפחות קלעצער, נארישע מענטשן וואס זענען ארויס געגאנגען וואוינען אין א מדבר? איינער האט איינעם באצווינגען אהין צו גיין וואוינען?! וואס זאל אנגיין אז עס זענען דא מענטשן אן שכל וואס דארפן פרעגן יעדע זאך דעם ראש ישיבה? פארוואס דארף דאס שטערן? פארוואס ווען איר נעמט זיך צוזאם וכו' האט איר נישט עפעס אנדערש וואס צו רעדן נאר חוזק מאכן פון שטעטל מענטשן?!


איך טראכט אז דאס אלעס איז ווייל מען ווערט צעריסן ביי זיך, מען שפירט אז "אוֹי לִי מִיִצְרִי", פון איין זייט שלעפט דער יצר הרע צו שלעכטס און עס איז זייער שווער זיך צו מתגבר זיין, "אוֹי לִי מִיוֹצְרִי", און אויב מען וועט זיך נישט מתגבר זיין און זיך לאזן פונעם יצר הרע וועט מען דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר'ן אייבערשטן; פון איין זייט האב איך וכו', וכו', און פון די אנדערע זייט איז דא א רבי וואס מאָנט, וואס קיצלט און לאזט נישט שלאפן.


איך האף אז דו ביסט נישט ברוגז אז איך שרייב דיר; איך וויל נאר גוטס, איך וויל נאר שלום; איך האב ליב צו זיצן מיט תלמידים וואס האבן נישט מיט א צווייטן, זיי מאכן נישט חוזק פון אנדערע, מען גייט זיך די אייגענע וועג, מען לעבט זיך די אייגענע לעבן; דאס איז וואס איך וויל און דאס איז מיין שטרעבן.


דער שטעטל קרית ברסלב איז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף א פאקט; דאס וועט זיין א שיינע גרויסע שטאט וואו מען וועט מחנך זיין די קינדער אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, אזוי ווי מוהרא"ש האט געוואלט; קיינער דארף נישט אהין קומען וואוינען, די מוסדות אין וויליאמסבורג בלייבט אפן און עס וועט זיך ווייטער בויען און בליען. בלייבט איבער די קשיא וואס דער רבי האט געפרעגט די אינגעלייט וואס זענען געווען מיט אים אויפ'ן שיף אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל, "מַה טּוֹב וּמַה נָעִים שֶׁבֶת אַחִים גַּם יָחַד, אַף עַל פִּי שֶׁלֹא יֵדַע אֶחָד עִקַּר כַּוָּנַת חֲבֵרוֹ", וואס דארף מען זיך קריגן? וואס ווילט איר פון מיר? איך וויל אייך נישט זאגן פארוואס איך פאר קיין ארץ ישראל (פעלת הצדיק, סימן רי).


איך מאך דיר פאר א שליח; היות דו ביסט געקומען צו מיר בשליחות פון אנדערע, דארפסטו צוריק געבן די שליחות. זאג אלעמען אז דער ראש ישיבה זיצט אין סקילמען סטריט מהבוקר עד הערב און ווער עס וויל טרעפן זיין "אלטע" ראש ישיבה קען קומען שמועסן און נעמען חיזוק פון אים. ווער עס ווערט נישט נערוועז צו הערן נאכאמאל: "עס איז דא א באשעפער", "א מעשה פון תפלה" - זאל קומען און ער וועט דאס הערן; שוין פיר און צוואנציג זמנים לטובה, פון תשס"ט וואס מען הערט די זעלבע דיבורים.


ווער עס וויל שיקן די קינדער אין די מוסדות וואס קוקן אויפ'ן עתיד, אין די מוסדות וואו מען לערנט אויס די קינדער וואס דאס לעבן איז, זאל קומען; מען וועט אים מקרב זיין און אזוי אויך די קינדער, און ווער עס האלט אז מיר געבן נישט קיין ריכטיגע חינוך קען שיקן זיינע קינדער וואו זיין הארץ באגערט.


ברוך ה' עס זענען פארהאן אסאך פיינע מוסדות וואו מען קען שיקן די קינדער, בפרט א מוסד וואס מען באלאנגט נישט צו זייער חסידות, וואס אין א געוויסע זין איז גרינגער צו שיקן דארט די קינדער, ווייל מען שפירט נישט אן אחריות צו פארענטפערן יעדע פראבלעם אינעם מוסד און אז מען הערט איינעם קרעכצן אויפ'ן מוסד איז עס גרינגער צו נעמען ווי ווען מען שיקט אינעם מוסד וואו מען געהערט און מען הערט אינגעלייט זיך אפרעדן, וואס דעמאלט דארף מען העלפן אונטערברענגען דעם מוסד ווייל מען שפירט אז עס איז נישט די זעלבע אלטע מוסד וכו', וכו'.


דער עיקר דארפן מיר געדענקען צו פאלגן דעם רבי'ן, גיין התבודדות; וויינען און שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל גיין בדרך האמת; איך וויל זיך נישט נארן בזה העולם; רבונו של עולם, אפשר נאר איך זיך? אפשר מיין איך אז איך ווייס, אז איך פארשטיי; אפשר דארף איך תשובה טון?"


דאס דארפן מיר וויינען און שרייען צום אייבערשטן יעדן טאג ביז דער אייבערשטער וועט העלפן מיר וועלן זוכה זיין צו זיין מקורב צום רבי'ן מיט אן אמת'ן אמת, מען וועט לעבן מיט תכלית, מען וועט אריינכאפן יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום, אביסל משניות, גמרא און הלכה וכו', וכו'; מען וועט האבן מיט וואס צוריק צו גיין צום אייבערשטן.


אלס גוטער פריינט דיינער בעט איך דיר זייער זאלסט געדענקען צוליב וואס מיר זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, נאר צוליב דעם אז ער זאל אונז מתקן זיין און אונז ברענגען צו אלע גרויסע מדריגות. מיר זענען נישט די וואס דארפן זארגן פרעמדע זארג; מיר דארפן זארגן פאר אונזער נצחיות.


איך קען דיר דערציילן אביסל וואס איך האב מיט געלעבט די פאר יאר וואס איך בין געווען ביי מוהרא"ש, איך האב געזען אינגעלייט וואס זענען געווען זייער נאנט וכו' און פלוצלינג זענען זיי אוועק געפאלן פון היכל הקודש, נאר צוליב דעם וואס זיי האבן געטראגן פרעמדע זארג; זיי האבן פרובירט צו פארענטפערן מוהרא"ש זכותו יגן עלינו טאג און נאכט, זיי האבן געוואלט בויען א נאמען. אזוי ווי דער זוהר הקדוש (בראשית כה:) שמועסט אויס דעם חטא פונעם דור הפלגה (בראשית יא, ד): "נַעֲשֶׂה לָּנוּ שֵׁם וכו', אז זיי האבן געוואלט בויען בתי כנסיות און בתי מדרשות זיך צו מאכן א נאמען, נישט פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן. ווידער די אלע וואס זענען געקומען זיך היילן דעם גוף ונפש, די אלע וואס זענען געזיצן אִישׁ תַּחְתָּיו, אַל יֵצֵא אִישׁ מִמְּקֹמוֹ, זיי זענען געזיצן אויף זייער פלאץ, זיי האבן מצליח געווען און זוכה געווען צו גרויסע מדריגות.


בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, לאמיר אינאיינעם זיך שטארקן מיט'ן רבינ'ס עצות, לאמיר לעבן מיט די עצות וואס מוהרא"ש האט אונז געגעבן, לאמיר זוכן דאס גוטס איינער ביים צווייטן. לאמיר לעבן ווי דער הייליגער תם און געדענקען וואס ער פלעגט זאגן צום חכם (סיפורי מעשיות, מעשה ט' מחכם ותם): "קוק צו וואס מיין תמימות האט מיר צוגעברענגט און קוק צו וואס דיינע חכמות האבן דיר צוגעברענגט"; נישט חוזק מאכן פון אנשים תמימים, אנשים פשוטים וואס רעדן אסאך פון רבי'ן, נישט ווערן נערוועז פון חברים וואס רעדן אסאך פון תפלה; געדענקען וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קיט) עס איז א גרויסע מדריגה ווען א מענטש זעט אז ער קען נישט זיין אן ערליכער איד אז ער זאל נישט חוזק מאכן פון ערליכע אידן.


באמת שרייב איך דעם בריוו פאר מיר אליין, איך אליין וויל זיך אויפפרישן צו זיין א תם און ליב האבן ערליכע אידן, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה: "אן ערליכער איד איז זייער שווער צו זיין, לאמיר כאטש ליב האבן אן ערליכער איד, לאמיר כאטש מקנא זיין אן ערליכער איד און נישט קריגן אויף אים".


איך האב דיר ליב, איך האב ליב אלע תלמידים פון ישיבה און אלע אידן; איך טו וואס מוהרא"ש האט מיר געהייסן טון און איך דארף פאר קיינעם נישט אפגעבן דין וחשבון וואס איך טו.


דער אייבערשטער איז מיין עדות אז איך האב גארנישט פון זיין אין ישיבה די צוועלף יאר; איך האב נישט קיין כבוד און נישט קיין געלט פון דעם. דו געדענקסט ווען מען האט מיר ארויסגעווארפן פון די פריערדיגע ישיבה מיט בזיונות נאר צוליב דעם וואס איך האב דיר מקרב געווען און נאך אנדערע - צום הייליגן רבי'ן, דעמאלט האט מיר מוהרא"ש געבעטן צו עפענען א ישיבה און שפעטער א חדר, א סקול, א בית הדפוס און אזוי ווייטער נאך זאכן וואס איך קען נישט דערציילן, דאס טו איך ווייטער מיט פלאג און שווייס; איך פריי זיך צו קענען באדינען דעם רבי'ן, און ווי לאנג איך לעב בעט איך דעם אייבערשטן אז איך זאל קענען ווייטער משמש זיין דעם רבי'ן.


שטארק זיך ברודער, זיי ממשיך מיט די חבורות. פורים ווען דו ביסט געווען אנגעטרונקען האסטו מיר דערציילט אז דו מאכסט מסיבות מיט חברים תלמידי הישיבה; איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו נעמסט זיך צוזאם מיט חברים, איך האף נאר אז ביי די מסיבות רעדט מען פון רבי'ן, מען רעדט פון תפלה און פונעם אייבערשטן; דעמאלט זאלסטו ווייטער ממשיך זיין. אבער אז מען רעדט פון לצנות, מען שפעט אפ פון אנדערע וכו', וכו' – איז דאס נישט גוט, דאס איז א סכנה. עס קען פאסירן וואס עס האט פאסירט מיט קרח ועדתו, זיי האבן אויך געמאכט חבורות, זיי האבן חוזק געמאכט גאנצע נעכט פון תורת משה רבינו ביז זיי זענען געווארן אויס, חוץ איינער פון זיי, און בן פלת וואס זיין ווייב האט אים געראטעוועט (במדבר רבה יח, טו), זי פלעגט אים זאגן: "וואס גייט דיר אן ווער, וואס און ווען? לאמיר לעבן אונזער לעבן, לאמיר לעבן אן אמת'ער לעבן".


איך וועל דיר נאך שרייבן מער וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ; יעצט איז שוין שפעט ביינאכט, איך דארף זיך אביסל צולייגן, איך דארף שוין באלד לויפן אין ישיבה.


א גוטע נאכט.

#15 - הנהגות פאר א נייעם בית המדרש "היכל הקודש"
בית המדרש, אמונה, אחדות, אמונת חכמים, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו היקרים, מתפללי בית המדרש היכל הקודש חסידי ברסלב בשכונת קענווי איילענד, ענגלאנד, ה' עליהם יחיו.


איך וויל אייך וואונטשן א מזל טוב פאר'ן עפענונג פונעם בית המדרש היכל הקודש; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין מיט'ן בית המדרש אריין צו ברענגען א ליכטיגקייט אין די גאנצע געגנט.


דא האט איר אפאר נקודות ווי אזוי צו פירן דעם בית המדרש:


א. איר זאלט זיך מוסר נפש זיין עס זאל זיין ליבשאפט צווישן אייך; קיינער זאל נישט טרעטן אויפ'ן צווייטן און זיך נישט גרויסן אויף א צווייטן, זוכט נאר דאס גוטס איינער ביים צווייטן וועט איר האבן זייער א שטארקע הצלחה.


אחדות קען נאר זיין ווען קיינער וויל נישט גארנישט, מען וויל נאר איין זאך: "אריין ברענגען דעם גראדניק אינעם גארטן". דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יא) אז דער אמת'ער בן מלך האט פארשטאנען אז מען וועט נעמען דעם מענטש (דעם הייליגן רבי'ן) און מען וועט אים אריין ברענגען אינעם גארטן (אין די וועלט) וועט יעדער איינער קענען אריבער גיין דעם גארטן (וועלט) בשלום; אזוי האט דער אמת'ער בן מלך פארשטאנען, ווייל ער איז דאך געווען א מבין דבר מתוך דבר און פון ווען ער האט אריין געברענגט דעם גראדניק אינעם גארטן זענען אלע אריין, און ווען מען האט אנגעהויבן יאגן וכו' האט מען זיך געשטעלט נעבן דעם מענטש (דעם צדיק) און אלע זענען אריבער בשלום.


אויב איר וועט נאר וועלן דאס טון, איר וועט וועלן אריין ברענגען דעם רבי'ן אין די וועלט, אז אלע מענטשן וואס דרייען זיך אין די וועלט זאלן זיך קענען ראטעווען ווען מען הויבט אן יאגן, וועט איר זייער מצליח זיין; אויב עס וועט זיין אנדערע אינטערעסן וועט נישט זיין קיין הצלחה.


ב. מען זאל אסאך רעדן פון אמונה און פון צדיק; אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געהייסן פאר רבי נתן זכרונו לברכה אז ער זאל שרייבן חידושי תורה, און ביי צוויי זאכן זאל ער פארשפרייטן זיין פען; דאס הייסט ער זאל שרייבן באריכות ווען ער שרייבט איבער דעם ענין פון 'אמונה' און פון 'צדיק', ביי די צוויי זאכן זאל ער שרייבן אסאך, ווייל דאס איז דער יסוד אין אידישקייט, אז מען לעבט מיט אמונה פאלט אוועק אלע פראבלעמען. און אז מען האט א צדיק, א רבי וואס שטארקט און הייבט אויף יעדן איינעם - וואס נאך דארף מען?


געדענקט וואס דער רבי האט געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם". ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז)".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#14 - מיט די עטליכע מענטשן וועט איר באלייכטן די גאנצע שטאט
בית המדרש, הפצה, אחדות, היכל הקודש, פארלערנען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט אנגעהויבן בויען א בית המדרש היכל הקודש אין לאנדאן; איר זענט זיך צוזאמגעקומען פאריגע וואך ביי די יארצייט פון מוהרא"ש זיך מחזק זיין און זיך שטארקן מיט די ווערטער פון הייליגן רבי'ן.


איר שרייבט אז איר האט געהאט פיר מענטשן ביי די צוזאמקום; אזוי הויבט זיך אן בויען א בית המדרש. ביי אונז אין וויליאמסבורג האט זיך אנגעהויבן פונקט אזוי, עס האט זיך אנגעהויבן מיט אפאר מענטשן, מען האט נישט געהאט קיין מנין און מען האט זיך זייער געמוטשעט; רוב שבתים איז מען זיך צוגאנגען אן קיין מנין, מען פלעגט ווארטן שבת אינדערפרי אויף מנין ביז חצות און נאכדעם איז מען זיך צוגאנגען וכו'. שפעטער איז שוין געווארן א געהעריגע מנין ביז עס איז זיך צואוואקסן צו א ישיבה און נאכדעם א תלמוד תורה און מיידל סקול.


דער עיקר זאלט איר זען אז אלע דיבורים וואס איר רעדט ווען איר נעמט זיך צוזאמען זאל זיין דיבורים פון חיזוק פון רבינ'ס ווערטער, אזוי וועט איר האבן אן אויסטערלישע הצלחה; עס וועט נישט נעמען לאנג ביז איר וועט האבן גרויס מנין, עס וועט ארויסגיין פון אייער מנין א ליכטיגקייט פאר גאנץ לאנדאן.


בנוגע ווער עס זאל פארלערנען; הויבט אן אז יעדער זאל פארלערנען, גייט אין א סדר, איין וואך דער נאכדעם א צווייטער. אזוי האבן מיר אנגעהויבן אין וויליאמסבורג ווען מען האט געפענט דעם בית המדרש היכל הקודש, יעדע וואך האט א צווייטער פארגעלערנט. שפעטער האט מען דאס איינגעטיילט צווישן צוויי דריי אינגעלייט, זיי האבן פארגעלערנט ווייל זיי האבן געהאט גוטע דיבורים, ביז שפעטער איז עס געבליבן ביי איינעם, ביי דעם וואס האט א כח צו מחזק זיין אלעמען.


האלטס אייך באחדות וועט איר האבן הצלחה; דער רבי האט געזאגט בשעת ער איז אוועק געפארן פון ברסלב קיין אומאן, דער רבי איז געשטאנען ביים טיר פון זיין שטוב, ער האט געלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם". ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז)".

#13 - מ'שפירט א ריינקייט און א לויטערקייט אין שטעטל
צדיקים, אחדות, מוהרנ"ת ז"ל, שטעטל, חמשה עשר בשבט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים, תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט ענק דעם פארגאנגענעם זונטאג נאכט ווען מיר האבן זיך מחזק געווען אינאיינעם מיט די מים חיים וואס קוועלט פונעם נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה.


אלע יארן פלעגט מוהרא"ש מאכן א סעודה אום חמשה עשר בשבט לכבוד חמשה עשר און לכבוד רבי נתן'ס יום הולדת; מוהרא"ש פלעגט שטענדיג אויסשמועסן אז אפילו מען מאכט נישט קיין סעודות ביי אידן ביים יום הולדת, דאך ביי גרויסע צדיקים וואס מען האט שוין געזען בחיים חיותם וואס זיי האבן אויפגעטון, פאר זיי מאכט מען יא א סעודה. מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף די מתנה, פאר'ן צדיק וואס מיר האבן, וואס ראטעוועט אונז און געבט אונז א וועג צו קענען אנקומען צום אייבערשטן.


יעדעס מאל איך קום אייך באזוכן ווער איך פרייליך; עס איז א פרייליכע פלאץ, מען שפירט דארט א א ריינקייט, א לויטערקייט. דער שטעטל דערמאנט מיר דעם סיפור וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ג) עס איז געווען א חכם וואס האט צוזאמגענומען זיין משפחה און געזאגט: "מיר דארפן זוכן א פלאץ וואו צו וואוינען, מיר קענען נישט ווייטער וואוינען דא ווייל דער קיסר פון די מדינה איז געווען א גרויסער אפיקורס און ער האט געמאכט די גאנצע מדינה פאר אפיקורסים, ער האט שוין א טייל פון די משפחה געמאכט פאר אפיקורסים, מוזן מיר זוכן א פלאץ וואו צו גיין וואוינען", ער האט זיי גענומען צו א מדבר וכו', וכו'.


יעדעס מאל איך קום אין שטעטל דערמאן איך זיך דעם סיפור אז איר האט זיך אוועקגעצויגן צו א מדבר כדי געראטעוועט צו ווערן פון דעם קיסר, דער יצר הרע וואס וויל מאכן די גאנצע מדינה פאר אפיקורסים.


יעצט דארפט איר טון וואס דער חכם האט געטון; דער רבי דערציילט דארט אז דער חכם האט געמאכט א רינג ארום זיין משפחה כדאי קיינער זאל נישט קענען קומען שלעכטס טון. מוהרא"ש איז מסביר, וואס איז דער רינג? דער רינג איז אחדות; אז מען לעבט בשלום, מען כאפט זיך אן איינער דעם צווייטן אין איין רינג דעמאלט קען קיינער נישט קומען שלעכטס טון, ווידער אויב מען לאזט אפ א צווייטנס האנט, מען קען זיך נישט דערליידן איינער דעם צווייטן, דער רינג עפנט זיך אויף - פאסירט וואס האט פאסירט אין די מעשה וואס דער רבי דערציילט, אז דער קעניג פון די שדים איז אנגעקומען און געוואלט שעדיגן וכו' וכו'.


כאפט אייך אן שטארק איינער מיט'ן צווייטן, קוקט גוט איינער אויפ'ן צווייטן און מאכט זיכער אז צווישן די ווייבער זאל אויך זיין ליבשאפט און שלום; ביי ווייבער איז מער איינגעשטעלט עס זאל אויסברעכן א קריגעריי חס ושלום, מען רעדט און מען שמועסט, דער רעדט אויף דעם און יענער רעדט אויף א צווייטן, פון דעם געשעט אז עס עפנט זיך אויף דער רינג און עס קומט שלעכטס.


אז מען וועט זיך ליב האבן וועט זיין שפע אין שטעטל, עס וועט קיינעם גארנישט פעלן.

#12 - רעדן שיין צו א צווייטן
מדות טובות, אחדות, חנוכה, שטעטל, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דעם שבת אין שטעטל, בעיקר האב איך הנאה געהאט פון די געשמאקע לופט וואס מען שפירט דארט; ווי אלע לעבן צוזאמען מיט ליבשאפט, מען גרויסט זיך נישט איינער אויפ'ן צווייטן, מען קוקט גוט איינער אויפ'ן צווייטן.


היינט נאכט גייען מיר צינדן די הייליגע חנוכה ליכט; עס ווערט געברענגט פון צדיקים (עיין בספר בני יששכר מאמרי חודש כסלו – טבת, מאמר ב - אור תורה, אות כא) אז בשעת מען צינדט אן די מנורה קומט אראפ זייער א גרויסע הייליגקייט און מען קען פועל'ן זייער גרויסע זאכן. זאלסטו זיך אויסבעטן ביי די ליכט; זאלסט בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו לערנען און דאווענען און אויפציען דיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן.


איך בעט דיר זייער זאלסט רעדן שיין צו אנדערע; רעד נישט שטעכעדיג, רעד נישט פליקעדיג, רעד שיין און איידל. מוהרא"ש האט איינגעפירט מען זאל זאגן פאר'ן דאווענען די תפילה פון הייליגן רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו, אין די תפילה בעט מען דעם אייבערשטן: "וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵירוֹ בְּדֶרֶךְ הַיָשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךְ", מיר זאלן רעדן שיין און איידל איינער מיט'ן צווייטן, אזוי ווי עס פאסט פאר דיר אייבערשטער.


איך ווארט און האף אז עס וועט ביי אונז מקוים ווערן וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהרן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִתְמְהוּ עַל גוֹדֶל הָאַהֲבָה שֶׁיֵשׁ בֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס עס איז דא צווישן אונז; מוהרא"ש זאגט אז ליידער ליידער איז דער שיחה נאכנישט מקוים געווארן אין ברסלב, ער האפט אז אין "היכל הקודש" וועט די שיחה מקוים ווערן - אז די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די ליבשאפט וואס איז דא צווישן אונז; איך האף אז דאס וועט זיין ביי אונז אין שטעטל.


איך בעט דיר נאכאמאל זאלסט רעדן שיין צו א צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן מקבל זיין די קדושה פון חנוכה, מיר זאלן זוכה זיין צו זען די ליכטיגקייט פונעם אור הגנוז אין די תורה.

#11 - נאר קוקן גוט אויף אלעמען
מדות טובות, מחלוקת, אחדות, שטעטל, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט קוקן מיט א גוט אויג אויף אלע איינוואוינער אין שטעטל; איך ווייס אויך אלעס וואס דו שרייבסט מיר, איך ווייס נאך מער וואס דו ווייסט נישט און וואס דו ווילסט נישט וויסן וכו'.


נאר מיט גוט'ן וועסטו פועל'ן, און נאר מיט קוקן גוט אויף אלעמען וועסטו מצליח זיין. אנשטאט שרייען אויף האברך ... נרו יאיר זאלסטו שיין רעדן צו אים; ער איז נעבעך אויפגעוואקסן אין אזא חינוך, ביי זיי אין שטוב איז דאס די וועג ווי אזוי מען רעדט. אלעס גייט מיט שטעכן, פליקן, פארשעמען און וויי טון; דאס איז ביי זיי דער: "גוט מארגן", "גוטן טאג" און "גוטע נאכט", שטעכן, פליקן, פליקן און שטעכן. ווען דו וואלסט ווען געהאט אזא חינוך ווי אים וואלסטו געווען אסאך ערגער, ווען דו וואלסט ווען געהאט זיינע יונגע יארן וואלסטו געפליקט און געשטאכן אסאך מער.


דעריבער זאלסטו שיין רעדן צו אים און צו די אנדערע אינגעלייט, זיי זאלן אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט איינער צום צווייטן. זאג זיי אז אויב זיי ווילן מיר געבן כח זאלן זיי רעדן שיין איינער מיט'ן צווייטן, ווייל איך שפיר אויך וואס רבי נתן האט געשפירט, רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך זע צוויי 'טרעגערס' קריגן זיך, שטעכט עס מיר ביי די זייט"; מיר שטעכט ביים הארץ ווען מען קריגט זיך און מען רעדט נישט שיין איינער צום צווייטן.


חזר איבער מיט זיי וואס מיר האבן גערעדט שבת אינדערפרי, "אויב מען וועט זיך האלטן איינאיינעם וועט איר מצליח זיין און דער שטעטל וועט זיין א גוטע פלאץ פאר אונזערע קינדער און איינקלעך זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - מיט חסד וועט זיך בויען די שטעטל
הפצה, אחדות, עצתו אמונה, חסד, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איר זאלט זיין געבענטשט מיט אלע ברכות פונעם אייבערשטן פאר'ן אהערשטעלן הילף פאר קימפעטארנס צו קאכן עסן, מיט'ן צוזאמנעמען אלע פרויען פון שטעטל, יעדער זאל העלפן איינער דעם צווייטן.


געבטס איבער פאר אלע פרויען אנשי שלומינו, אז מיט חסד וועט זיך בויען די שטעטל, און מיט אחדות און ליבשאפט וועלן מיר מצליח זיין. מוסדות בויט זיך נישט מיט געלט און מאכט, קהילות בויען זיך נישט פון נגידים און עשירים, נאר דורך אחדות און ליבשאפט.


שטארקטס אייך און זייטס ממשיך מיט'ן איבערטייטשן די שאלות ותשובות פון ספר עצתו אמונה – אויף די ענגלישע שפראך; די מפיצים זאגן אז מענטשן זענען זיך מחי' מיט די ענגלישע בריוו, עס מאכט ליכטיג אזויפיל אידישע שטובער, כשמו כן הוא: "די ליכט פון אמונה". אויך ליינט מען דאס פאר אויף די האטליין, סיי פאר מענער און סיי פאר פרויען, הונדערטער מענטשן זענען זיך מחי' מיט דעם; דאס אלעס גייט פאר אייך א זכות, און פאר אייערע דורות.


א גוט שבת.

#9 - זיך מוסר נפש זיין צו ליב האבן איינער דעם אנדערן
אחדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים וואס וואוינען אין שטעטל הי"ו.


זייט מיר מוחל אז איך בין נישט געקומען צו אייך אין שטעטל היינט אינדערפרי אזוי ווי געפלאנט; איך בין פארשלאפן, איך האב זיך דערוועקט אביסל שפעט.


איך האב זייער שטארק געוואלט זיין די וואך מיט ענק, מיטהאלטן די כולל בוקר, מיט האלטן די מנין שחרית און בעיקר זיין אין חדר און אין סקול, מחזק זיין די מלמדים און טיטשערס; איך האף דעם קומענדיגן וואך צו קומען גלייך אנהייב וואך.


שטארקט אייך און געבט אכטונג אויף א צווייטנ'ס כבוד, איר זאלט זיך מוסר נפש זיין צו ליב האבן איינער דעם אנדערן. האלט פאר אייערע אויגן די ווערטער וואס מוהרא"ש האט געשריבן אפאר טעג פאר'ן הסתלקות. מוהרא"ש האט דאס געשריבן אין שפיטאל ווען ער איז געווען זייער שוואך, דא האט איר דעם לשון וואס מוהרא"ש שרייבט דארט: "דָּבָר אֶחָד שֶׁאֲנִי מְבַקֵּשׁ אֶתְכֶם בַּקָּשָׁה אַחֲרוֹנָה מֵחַיֵּי", איך בעט אייך די לעצטע בקשה פון מיין לעבן, "שֶׁתַּחְזִיקוּ אֶת עַצְמְכֶם בְּיַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און זיך נישט קריגן, "לָכֵן זֶה עִקַּר רְצוֹנִי שֶּׁיִּהְיֶה רַק אַהֲבָה בֵּין אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ, כִּי הַרְבֵּה צָרוֹת בָּאוּ וְיָצְאוּ מִמַּחְלֹקֶת וּמְרִיבוֹת", מיין גאנצע ווילן איז אז עס זאל זיין שלום צווישן אנשי שלומינו, ווייל פון מחלוקת קומט ארויס נאר צרות. ביים סוף פון די בריוו שרייבט מוהרא"ש נאכאמאל: "הַחְזִיקוּ אֶת עַצְמְכֶם בְּיַחַד וְאַף פַּעַם לֹא לְהִתְעָרֵב בְּשׁוּם מַחְלוֹקֶת שֶׁרַק יֵשׁ בָּעוֹלָם", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און זיך קיינמאל נישט מישן אין קיין שום מחלוקת וואס איז דא אויף די וועלט.


 אז איר וועט האלטן די ווערטער פאר אייך וועט איר מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#8 - איך וויל זען דאס נאטורליכקייט ביי אייך אין שטעטל
אחדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


עס איז מיר געווען א נחת צו זען ווי דו לערנסט פאר דעם דף גמרא ביינאכט אין שטעטל.


געב איבער פאר די אינגעלייט זיי זאלן נישט זיין ברוגז אויף מיר אז איך זאג נישט פאראויס ווען איך קום צו אייך אין שטעטל, איך קום אן פלוצלינג; איך טו דאס ווייל איך וועל זען ווי אזוי עס זעט אויס דער בית המדרש אן מיר, ווער עס קומט לערנען, ווער עס האלט מיט דעם שיעור; איך וויל זען דאס נאטורליכקייט ביי אייך אין שטעטל.


וואס איך האב געוואלט זען – דאס האב איך טאקע געזען, איך בין אריינגעקומען פלוצלינג אינמיטן דיין שיעור און געזען ווי שיין דו לערנסט פאר און ווי אלע האלטן מיט דעם שיעור; דאס האט מיר געגעבן פרישע כחות.


די בחורים פרעגן מיר צי איך האב כח צו פארן צוויי שעה אהין און צוויי שעה צוריק וכו', איך זאג זיי אז דאס געבט מיר כח; ווען איך זע ווי אזוי איר פירט זיך אויף אזוי שיין, אזוי באחדות'דיג – דאס געבט מיר פרישע כחות אנצוגיין מיט מיין ארבעט.


א טאג וואס עס איז נישט אזוי קאלט זאלסטו נעמען די קינדער אין וואלד און דארט שרייען צום אייבערשטן מיט זיי פאר אפאר מינוט; טו עס מיט שכל וכו'.

#7 - מ'האלט זיך אזוי שיין צוזאמען אין שטעטל
אחדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת וירא, י"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים וואס וואוינען אין די ברסלב'ע שטעטל, קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין נעכטן ביי ענק אין שטעטל, מיטהאלטן פון דער נאנט ווי שיין איר לעבט מיט אזא אחדות; איך האב באקומען פון דעם פרישע כוחות.


איר ווייסט אודאי פון דעם בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן אין שפיטאל מאנטאג יתרו תשע"ה, דריי טעג פאר זיין הסתלקות. איר האט זיכער פאר אייערע אויגן די לעצטע ווערטער פון אונזער הייליגער צדיק מוהרא"ש וואס בעט זיך ביי אנשי שלומינו מען זאל זיך האלטן צוזאמען, דא האט איר דעם לשון וואס מוהרא"ש שרייבט דארט: "דָּבָר אֶחָד שֶׁאֲנִי מְבַקֵּשׁ אֶתְכֶם בַּקָּשָׁה אַחֲרוֹנָה מֵחַיֵּי, שֶׁתַּחְזִיקוּ אֶת עַצְמְכֶם בְּיַחַד", איך בעט אייך די לעצטע בקשה פון מיין לעבן, איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און זיך נישט קריגן, "לָכֵן זֶה עִקַּר רְצוֹנִי שֶּׁיִּהְיֶה רַק אַהֲבָה בֵּין אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ, כִּי הַרְבֵּה צָרוֹת בָּאוּ וְיָצְאוּ מִמַּחְלֹקֶת וּמְרִיבוֹת", מיין גאנצע ווילן איז אז עס זאל זיין שלום צווישן אנשי שלומינו, ווייל פון מחלוקת קומט ארויס נאר צרות. ביים סוף פון די בריוו שרייבט מוהרא"ש נאכאמאל: "הַחְזִיקוּ אֶת עַצְמְכֶם בְּיַחַד וְאַף פַּעַם לֹא לְהִתְעָרֵב בְּשׁוּם מַחְלוֹקֶת שֶׁרַק יֵשׁ בָּעוֹלָם", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און זיך קיינמאל נישט מישן אין קיין שום מחלוקת וואס איז דא אויף די וועלט.


איך בעט אייך אלע, פראבירט צו העלפן דעם הייליגן רבינ'ס מוסד מיט וואס איר קענט נאר; עס איז יעדנ'ס אחריות אז דער בית המדרש זאל זיין ריין, מען זאל זיך פירן מיט דרך ארץ איינער צום צווייטן און חס ושלום נישט וויי טון א צווייטן, אויב איינער ווערט נערוועז פון א צווייטן זאל ער דאס אויסזאגן דעם אייבערשטן און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל ליב האבן יעדן איד. מוהרא"ש שרייבט אסאך מאל דעם לשון אין אשר בנחל: "דער אייבערשטער איז מיין עדות ווי שטארק איך האב ליב יעדן איד"; דאס דארפן מיר נאכמאכן.


איך וועל אם ירצה ה' קומען צו ענק דעם קומענדיגן שבת, שבת מברכים כסליו.


 

#6 - בית המדרש "היכל הקודש" בית שמש
בית המדרש, אחדות, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע חשוב'ע תלמידים, תלמידי היכל הקודש בית שמש, ה' עליהם יחיו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס אז איר האט זיך צוזאמגענומען מאכן א מנין צו דאווענען צוזאמען אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש. ווי דער רבי האט געזאגט בשעת ער איז אוועק געפארן פון ברסלב קיין אומאן; דער רבי איז געשטאנען ביים טיר פון זיין שטוב, ער האט געלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז)".


איר זאלט זיך פירן אין בית המדרש אזוי ווי מען האט זיך געפירט ביי מוהרא"ש און אזוי ווי איר האט געזען אלע יארן אין ישיבה; מאכט נישט קיין נייע זאכן, ווי למשל זינגען יעדן שטיקל ביים דאווענען וכו', דאוונט אזוי ווי מען האט געדאוונט אין ישיבה אלע יארן און אזוי ווי מען האט געדאוונט ביי מוהרא"ש זכרונו לברכה.


דער עיקר הצלחה פון א שול איז ווען מען איז באחדות, איר זאלט שטענדיג געדענקען דעם מאמר הזוהר וואס מוהרא"ש פלעגט מיט אונז שטענדיג חזר'ן; עס שטייט אין זוהר הקדוש (נשא קכח.) רבי שמעון בן יוחאי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אונזער זאך איז אז מיר האבן זיך ליב איינער דעם צווייטן; רבי שמעון בן יוחאי האט אריין געברענגט אין זיינע תלמידים אז מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, פלעגט מוהרא"ש זאגן אויף דעם א שיינעם רמז: א'נ'ן' איז די ראשי תיבות: "אַ'נְשֵׁי נַ'חַל נ'וֹבֵעַ - בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אנשי שלומינו דארפן זיך האלטן צוזאמען און זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.


מיר דארפן מקיים זיין וואס דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס וועט הערשן צווישן אייך; דאס איז וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן און זיך בעטן ביי אונז, מיר זאלן זיך נישט קריגן און נישט אוועק מאכן א צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.