בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#73 - געעפנט בית המדרש היכל הקודש אין לאנדאן
הפצה, דרך ארץ, בית המדרש, היכל הקודש, מוסר, דאווענען, אחדות, מוהרנ"ת ז"ל, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש לאנדאן, ה' עליהם יחיו


ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה, עס זאל זיך עפענען א שול היכל הקודש אין לאנדאן; דאס איז זייער פרייליכע נייעס.


איין זאך קען איך אייך זאגן, מיינע טייערע לאנדאנער חברים, אויב עס וועט זיין ליבשאפט צווישן אייך - וועט איר מצליח זיין; קיינער וועט ענק נישט קענען צעברעכן, קיינער וועט ענק נישט קענען שלעכטס טון. די הצלחה פון א שול איז נאר אויב עס איז דא אחדות; אויב אלע ווילן גארנישט, נאר איין זאך, האבן א ווינקל וואו מען קען זיך צאמקומען און דאווענען אינאיינעם.


ביים דאווענען זאלט איר נישט רעדן. יעדער זאל זיין משגיח אויף זיך אז מען זאל נישט רעדן, זארגט נישט פאר אנדערע, קוקט נישט אויף אנדערע - וועט איר זייער מצליח זיין.


גייט ווייטער הפצה, שטעלט אייך נישט אפ פאר קיינעם. מען האט מיר געשיקט א פאשקעוויל פון איינעם וואס סטראשעט די מפיצים אין לאנדאן; איך בעט אייך זייער, מאכט אייך נישט צו טון, דאס איז נאר א סימן אז מען טוט גוט, גייט אן מיט די הייליגע ארבעט ביתר שאת וביתר עוז.


נקוט האי כללא, וואו עס איז דא א קול דקדושה ווערט נתעורר א ווידער קול. גייט ווייטער פארשפרייטן די חיזוק פון רבי'ן, און אויב איינער צערייסט און איז מבזה די ספרים - זאלט איר וויסן אז יענער איז א בעל עבירה, ווייל ווער עס רעדט אויף ספרים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן - איז א בעל עבירה, אנדערש וואלט ער נישט פארשעמט די ספרים.


היינט נאכט איז די יארצייט פון הייליגן רבי נתן. אזוי האט רבי נתן געזאגט, דער וואס צערייסט און פארשעמט ספרים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן - האט דאס נאר געקענט טון ווייל ער האט פאר דעם געטון זייער א גרויסע עבירה און אין רפואה למכתו; ווייל מה דאך "המזבה תלמיד חכם אין רפואה למכתו", מה דאך דער וואס פארשעמט א תלמיד חכם וועט ווערן קראנק און נישט האבן קיין היילונג פאר זיין קראנקייט, איז דאך זיכער אז איינער פארשעמט הייליגע ספרים וואס רעדן נאר פון אמונה, פון קדושה - איז דאך זיכער אז ער וועט כאפן א ביס פון א שלאנג און נישט האבן קיין רפואה.


דער עיקר זאל זיין דרך ארץ. מוהרא"ש האט דערציילט, ווען ער איז מקורב געווארן איז געווען אין אמעריקע איין קיבוץ פון צען אידן, עס איז געווען א שטארקע דרך ארץ צווישן זיי, מען האט געשפירט דעם רבי'ן, אלע האבן גערעדט מיט דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#72 - נאר מיט אחדות צווישן די איינגעשטעלטע קען מען מצליח זיין
מקוה, מוסדות, הכרת הטוב, ספיקות, מחשבות, אפיס, אחדות, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א גרויסן יישר כח פאר'ן ארבעטן אין אפיס אזוי געטריי, איך האלט מיט אלעס וואס איר טוט אין וואס אלע אנדערע סעקריטעריס טוען, און איך בין ענק אלע זייער דאנקבאר, איך בין מתפלל פאר ענקער הצלחה און פאר ענקערע דורות.


א באזונדערע דאנק פאר די אחדות וואס איז דא צווישן ענק, דאס איז די וויכטיגסטע זאך; נאר מיט אחדות צווישן די איינגעשטעלטע קען מען מצליח זיין.


איך וויל בעטן אז די אפיס זאל באצאלן די קאסטן פון די מקוה טהרה; די לעקטער וכדומה.


ובנוגע די אלע בלבולים וכו'; מאכט אייך נישט צוטון פון די מחשבות, אלע וואס טוען גוטס - האבן די בלבולים, מען טראכט: 'וואס טו איך שוין? וואס בין איך שוין?' לאזט לויפן די מחשבות און טוט ווייטער אייער ארבעט געטריי.

#71 - ווי אזוי אוועק צו שטעלן דעם מנין שלש סעודות
חברים, שבת קודש, בית המדרש, שלש סעודות, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד די טייערע אינגעלייט, תלמידי היכל הקודש חיפה, ה' עליהם יחיו


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר שטארקט זיך אינאיינעם מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, איר נעמט זיך צוזאמען שבת ביי שלש סעודות.


אז איר ווילט מצליח זיין מיט ענקער חבורה אין חיפה - זאלט איר זיך פארלייגן אויף איין זאך, יעדער זאל בעטן דעם אייבערשטן זיך אויסצואיידלען די אויגן, האבן ריינע אויגן צו קענען זען ביים צווייטן נאר גוטס; אז מען האט ריינע אויגן, מען זעט גוטס ביי זיך און ביי אנדערע, מען האט זיך ליב - וועט איר מצליח זיין.


בנוגע ווי אזוי אוועק צו שטעלן דעם מנין שלש סעודות, איר ווילט וויסן וויפיל פון די זמירות מען דארף זינגען; דאס איז נישט דער עיקר, דאס קענט איר מאכן ווי אזוי עס קומט אויס גוט פאר אייך; מען קען זינגען אלע זמירות, מען קען זינגען אביסל, אדער קען מען זינגען אידישע ניגונים; דאס וועט איר אליינס מחליט זיין, דער עיקר זאלט איר זען עס זאל נישט זיין קיין ליצנות, מען זאל רעדן פון רבי'ן, מען זאל רעדן פון תפילה; ווער עס האט א מעשה צו דערציילן פון תפילה זאל דאס מיטטיילן מיט די חברים, און ווער עס האט א מעשה ווי אזוי ער האט זיך געשטארקט זאל ער דאס דערציילן.


בנוגע די זמן מוצאי שבת; מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען מיר זאלן האלטן די זמן רבינו תם, אבער דאווענען מעריב קען מען שוין יא פארן זמן; קענט איר אויסרעכענען ווען צו בענטשן און דאווענען מעריב אז סוף תפילת מעריב וועט אויסקומען ביים זמן רבינו תם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#70 - נישט רעדן צווישן זיך מיט א שטעך
תפילה והתבודדות, דרך ארץ, חסידות ברסלב, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווי אזוי ווייס איך אויב איך בין פון רבינ'ס מענטשן? ווי אזוי קען מען וויסן ווי מען שטייט אויף די וועלט? דער סימן איז אויב עס איז דא ליבשאפט צווישן אונז.


דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די ליבשאפט וואס וועט זיין צווישן ענק; אז דער רבי זאגט אזוי - מוז דאך אזוי זיין, אויב איך רעכן זיך פאר איינער פון אנשי שלומינו - מוז איך ליב האבן אנשי שלומינו, דאס איז דאך דער סימן וואס דער רבי געבט אונז.


די וועג ווי אזוי עס איז איינגעפירט ביי געוויסע מענטשן אז נאנטע חברים האבן א וועג פון רעדן, פון זיך שטעכן - דאס איז א שלעכטע וועג, דאס איז א עקלדיגע וועג און איך וויל נישט דאס זאל זיין צווישן אונז, מיר דארפן רעדן שיין איינער צום צווייטן, מיט כבוד און דרך ארץ.


דורך התבודדות קען מען זוכה זיין צו רעדן שיין צו יעדן איינעם, דורך זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן קען מען זוכה זיין צו גוטע מידות.


גיי אביסל התבודדות, גיי שרייען צום אייבערשטן; זוך א פלאץ וואו דו קענסט זיך אויסשרייען, ביז דו וועסט זוכה זיין צו רעדן שיין און איידל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#69 - נעמט אריין אין שטוב א פושקע פון די מוסדות אין ארץ הקודש
בחור, צדקה, מוסדות, ישיבה, סיום הש"ס, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים און חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו


איך הער צוריק אזעלכע שיינע גרוסן אויף די בית המדרש, כמעט יעדן טאג באקום איך א גוטע גרוס פון אונזער שול אין ירושלים; וואו מען לערנט און מען דאווענט, און מען פירט זיך מיט גרויס דרך ארץ.


אינגעלייט זאגן מיר, זיי קומען אינמיטן וואך צו א שחרית, צו א מנחה מעריב, אדער צום שיעור גמרא - דאס געבט זיי זייער אסאך חיזוק אנצוגיין מיט זייער עבודות השם.


איך וויל אייך בעטן איר זאלט נעמען אין שטוב א פושקע פון די מוסדות אין ארץ הקודש, און ווען דאס ווערט אנגעפילט זאלט איר דאס ברענגען צום מנהל המוסד נרו יאיר.


איך האב אזויפיל נחת פון די ישיבה קטנה אין ירושלים, איך קען זען אויף די קאמערע ווי זיי לערנען און דאווענען מיט א חיות. די וואך האט א תלמיד הישיבה מסיים געווען נאכאמאל גאנץ תלמוד בבלי; וואו אין די וועלט הערט מען אזא זאך, א בחור פון דרייצן יאר זאל מסיים זיין שוין די צווייטע מאל גאנץ ש"ס; איך וויל כאפן א פליגער און קומען צו די ישיבה, צו די חדר און בית פיגא.


שטארקט זיך מיט הפצה, שטארקט זיך מיט קוקן גוט איינער אויפ'ן צווייטן, און וואס איר דארפט זאלט איר נאר בעטן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#68 - אז אנשי שלומינו האלטן זיך אינאיינעם, איז דער רבי דארט
חברים, הפצה, בית המדרש, אחדות, ליצנות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בית שמש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו די גוטע גרוסן וואס דו דערציילסט מיר פון בית שמש, פון אנשי שלומינו.


געדענק וואס דער רבי האט געזאגט ווען ער איז אוועקגעפארן פון ברסלב קיין אומאן: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד" איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפַּעַם", אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען - וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן קפז); אז אנשי שלומינו נעמען זיך צוזאם, מען דאווענט אינאיינעם, מען רעדט נישט ביים דאווענען, מען האט זיך ליב אינאיינעם, אן קיין ליצנות - איז דער רבי דארט.


שרייב מיר פון די הפצה אין בית שמש; ווער עס גייט הפצה און וויפיל ספרים און קונטרסים גייט א וואך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#67 - אנשטאט זאגן 'ניין' אדער 'יא', דארף מען אויסשמועסן און פארשטיין
מחלוקת, שטעטל, שלום, רעדן, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, חבר הנהלה


עס איז וויכטיג פאר דיר און פאר די אנדערע חברי הנהלה צו זיין אפן מיט אנשי שלומינו; אנשטאט זאגן 'ניין' אדער 'יא' - זאלט איר רעדן און שמועסן, מען זאל פארשטיין וואס דא גייט פאר. צום ביישפיל, אז אינגעלייט ווילן אינוועסטירן, קויפן אלטע בנינים אין די ווילידזש, און מיר ווילן נישט עס זאלן קומען געוויסע געשעפטן אין אונזער געגנט, און נישט אויפהייבן די פרייזן, איז אנשטאט זאגן "ניין", "מען קען נישט קויפן" - דארף מען דאס אויסשמועסן, און אלע זאלן וויסן וואס יא צו טון און וואס נישט צו טון.


וויסן זאלסטו, די אלע משפחות וואס זענען געקומען וואוינען אין שטעטל, קיינער איז נישט געקומען דא וואוינען זיך צו קריגן מיט מיר. מיר אלע ווילן איין זאך, מיר ווילן לעבן מיט ליבשאפט איינער מיט'ן צווייטן, און מחנך זיין אונזערע קינדער מיט אמונה און קדושה. מען דארף זיך אויסשמועסן.


איך האב שוין זייער אסאך מאל ענק געבעטן ענק זאלן זיך צאמנעמען און אויסשמועסן וואס מען טוט און פארוואס מען טוט, אזוי וועט איר אראפנעמען אלע טענות וואס מען האט אויף מיר.


געב איבער א גרויסן יישר כח פאר אלע חברי הנהלה, פאר'ן טון טאג און נאכט פאר אונזער קהילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#66 - כל זמן מען געבט נישט אויף, מען האלט אן די מלחמה, איז גוט
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חברים, שלום בית, התחזקות, מוסדות, עבודת השם, אומאן, ראש השנה, סיפורי צדיקים, אחדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


טייערע ברידער, טייערע חברים, אנשי ארץ ישראל, איך בענק זיך זייער צו ענק, איך האף זיך צו זען מיט ענק אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן. די יאר איז נישט לייכט די נסיעה און אויך נישט ביליג; עס איז א שווערערע נסיעה, א טלטול הדרך, און עס איז טייער; איך האף איר שפרינגט אריבער אויף די אלע שוועריקייטן און איר שלעפט אייער גוף צום רבי'ן.


נעכטן ביים ליל שישי שיעור האבן מיר זיך מחזק געווען מיט'ן פסוק וואס די תורה זאגט: "כִּי תֵצֵא לַמִּלְחָמָה עַל אֹיְבֶיךָ, וּנְתָנוֹ ה' אֱלֹקֶיךָ בְּיָדֶךָ, וְשָׁבִיתָ שִׁבְיוֹ", אז מען גייט ארויס אין א מלחמה מיט'ן יצר הרע, מען שלאגט זיך - וועט מען ביים סוף מנצח זיין. כל זמן מען געבט נישט אויף, מען האלט אן די מלחמה - איז גוט, מען טאר נישט ווערן צעבראכן ווען מען פאלט אראפ חס ושלום, מען טאר נישט אויפגעבן ווען מען זעט ווי עס גייט אריבער אזא לאנגע צייט און מען האלט נאך ווייט פון עפעס א פינטעלע קדושה, מען דארף ווייטער מלחמה האלטן ביז מען איז מנצח.


ווי אזוי האלט מען מלחמה? אונזער געווער איז די מויל; יעדע מאל א איד זאגט ארויס די ווערטער: "רבונו של עולם איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל זיין אפגעהיטן, איך וויל נישט טון שלעכטס" - איז מען אין א גוטע וועג און מען וועט מנצח זיין, אפילו מען זעט נישט מיט די אויגן ווי וואס ווען ווי - מנצח זיין; אפילו עס איז לאכעדיג, אזויפיל מאל זאגן 'איך וויל זיין גוט' און גארנישט רוקט זיך נישט - דאך וועט מען מנצח זיין, מען וועט אלעס פאררעכטן.


טייערע חברים האלט אייך אינאיינעם. דער רבי האט געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד" איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען - וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז), דארט וואו מען האלט זיך אינאיינעם און מען האט זיך ליב - איז דער רבי דארט.


מוהרא"ש האט אונז אלע יארן געזאגט: "ווען אנשי שלומינו וואלטן זיך שטארק ליב געהאט - וואלט מען געקענט די גאנצע וועלט צוריקברענגען צום אייבערשטן"; קוקט ווי שיין איר זענט מצליח, איר האט אנגעהויבן מיט א שול אין ירושלים, און פאריאר געעפנט א חדר, און יעצט א שולע, און מען רעדט שוין יעצט פון עפענען מוסדות אין גליל; דאס איז נאר אז מען האלט זיך באחדות.


אויך אין שטוב דארף מען זייער אכטונג געבן עס זאל זיין א שטארקע ליבשאפט. דער רבי האט זייער מקפיד געווען אויף שלום בית, מען האט נישט געקענט קומען צום רבי'ן נאר אז מען איז חתונה געהאט און מען לעבט מיט ליבשאפט; ווייל נאר אז מען איז חתונה געהאט און מען קריגט זיך נישט - קען מען האבן א ריינע מח מחשבה.


אמאל איז דער רבי געזיצן ביים טיש מיט זיינע תלמידים, אינמיטן האט זיך דער רבי אנגערופן: "וִוי וַואגְט זִיך צוּ קוּמֶען צוּ מַיין טִישׁ אֵיינֶער וָואס הָאט נִישְׁט קַיין רֵיינֶע מַחְשָׁבוֹת?!" דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, איבערגעלאזט דעם טיש מיט'ן עולם, אריין אין זיין צימער און מער נישט געוואלט זיצן ביים טיש. ווען דער אינגערמאן - אויף וועם דער רבי האט זיך באצויגן - האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער, האט ער זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער און אנגעהויבן זייער צו וויינען און זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן אז דאס גייט מער נישט פאסירן, ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען מיט'ן זאגן תורה.


וואס איז געווען די מעשה? דער אינגערמאן האט זיך געקריגט אין שטוב מיט די ווייב; זעט מען ווי שטארק דער רבי האט מקפיד געווען מען זאל האבן שלום בית, ווייל אז מען קריגט זיך אין שטוב האט מען נישט קיין מח, און אז מען האט נישט קיין מח איז מען נישט קיין מענטש, וואס דאס ברענגט אז מען זאל אראפפאלן אין א טיפע גרוב רחמנא לצלן.


איך קען נישט מער מאריך זיין, איך דארף אנגרייטן דעם שבת.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#65 - יישר כח פאר'ן העלפן די מוסדות, אבער מען דארף מיטארבעטן צוזאמען
מוסדות, לימוד התורה, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


עס איז א שאד אז דו ווילסט נישט מיט ארבעטן מיט מיר; פון איין זייט העלפסטו טאקע זייער געטריי, אבער די זאך פון נישט וועלן מיט ארבעטן מיט מיר - איז ממש א שאד.


בכן בעט איך דיר זאלסט מיר מודיע זיין וואס דיין פלאן איז. איך וועל זיך זייער פרייען אויב דו ווילסט בלייבן ארבעטן פאר אונזערע מוסדות, אבער דאס קען נאר ארבעטן אז דו וועסט מיט ארבעטן מיט ... נרו יאיר און ... נרו יאיר.


איך בייס מיר מיינע ליפן א גאנץ זומער, יעדן טאג טראכט איך 'אפשר היינט, אפשר היינט וועלן זיך זאכן אנהויבן רוקן'; יעצט וויל איך א תשובה, יא אדער ניין; איך וועל זיך נישט באליידיגן אז דו גייסט ארויס, און איך וועל זיך פרייען אז דו בלייבסט דא מיט נארמאלקייט.


זע צו לערנען יעדן טאג לכל הפחות דעם בלאט גמרא, אויך אפאר פרקים משניות; דאס וועט דיר געבן אן אמת'ע שמחה, דו וועסט שפירן גליקליך.


א כתיבה וחתימה טובה.

#64 - רעדן און שמועסן פון זאכן וואס אלע זענען איינשטומיג
הפצה, זיכוי הרבים, שלום, היכל הקודש, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איר פארשטייט זיכער וואס איז דער ציל פון די קאנטרי אילן החיים, עס זאל זיין א פלאץ וואו אנשי שלומינו קענען זיך מחזק זיין איינער מיט'ן צווייטן מיט די שכל און עצות פון מוהרא"ש.


היות עס זענען דא אסאך פרישע מקורבים וואס ביי זיי איז ביז דערווייל פרעמד די זאכן וואס מוהרא"ש האט אין אונז אריינגעבאקן, ווי צום ביישפיל חתונה האבן יונג, חתונה האבן ביליג, אויך די וועג ווי אזוי מיר זענען מחנך אונזערע קינדער אין חדר, און בפרט אין בית פיגא; מיר לערנען נישט אלע נארישקייטן וכו', קען אויסקומען ווען מען זיצט פרויען אינאיינעם מען זאל בארעדן מוהרא"ש און אונזערע מוסדות.


בעט איך אייך זייער איר זאלט זיך נישט טענה'ען, איר זאלט דער עיקר רעדן און שמועסן פון זאכן וואס אלע זענען איינשטומיג, צום ביישפיל - רעדן צום אייבערשטן, דאס שיינקייט פון יעדע איד, זיך נישט קלאפן; אזוי וועלן אלע פרישע מקורבים מקורב ווערן.


איך בעט אייך און אויך די אנדערע משפחות, רעדט נישט פון זאכן וואס איז דא ביי דעם חלוקי דעות. איך ווייס אז עס שטערט, עס שפירט זיך אזוי אינטערעסאנט אז אין די קאנטרי וואס דער ראש ישיבה האט געקויפט מיט מסירות נפש זאל מען חוזק מאכן פון זאכן וואס איז ביי אונז קודש קדשים, דארפן מיר געדענקען אז מיר האבן אויך אזוי געטראכט, מען דארף האבן סבלנות און בעיקר גרויס חכמה, נישט זיך טענה'ען, נאר אוועקדרייען דעם שמועס אויף פאזעטיווע זאכן.


יישר כח

#63 - קומען אין חדר מאכן חאלאקע
סקול, מוסדות, חדר, אחדות, חאלאקע

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים


איך פריי זיך אז דו האסט געטראפן א פלאץ פאר די מיידל שולע בית פיגא; נעם ארויס די דירה, הויב אן קליין; די רֵאשִׁית וועט זיין מִצְעָר, אבער וְאַחֲרִיתְךָ יִשְׂגֶּה מְאֹד (איוב ח, ז).


אויך ביטע לאזן מיין טייערער תלמיד ... פון ... קומען מאכן פאות פאר זיין זון. ער האט געלערנט ביי מיר, ער איז א טייערער אינגערמאן, ער האט נישט יעצט קיין חדר פאר אים, ווייל דארט וואו ער שיקט די קינדער איז יעצט בין הזמנים, ער וויל זייער שטארק קומען מיט זיין זון זאגן די א' ב' ביי אונז אין תלמוד תורה על טהרת הקודש. ביי אונז אין אמעריקע איז אויך דא אסאך מאל ווען מענטשן קומען מאכן חאלאקע, זאגן די א' ב' ביי אונז אין תלמוד תורה, אפילו דער קינד לערנט נישט ביי אונז.


אונזער זאך איז לקרב ולא לרחק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#62 - זיך האלטן אינאיינעם אין קאנטרי "אילן החיים"
מוסדות, הכרת הטוב, ריינקייט, אידיש געלט, אחדות, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן א גאנץ יאר אין חדר, און אויך יעצט זומער העלפסטו די נייע קאנטרי "אילן החיים", אויך וועסטו אהערשטעלן די שיינע פלעי וואס די תלמידות פון בית פיגא שטעלן אהער אין די זומער וואכן.


געב אכטונג אין קאנטרי אויפ'ן רבינ'ס געלט, זיי מודיע די משפחות זיי זאלן נישט לאזן ברענען לעקטער, עירקאנדישן - ווען מען נוצט נישט די באנגעלאו.


אויך זאל די פלאץ זיין ריין; א ברסלב'ע קאנטרי, א ברסלב'ע פלאץ - מוז זיין ריין.


און אויך זע עס זאל זיין ליבשאפט צווישן ענק.

#61 - דער בעל תפילה איז אזוי ווי א דרייווער
חינוך הילדים, שבת קודש, שלום, דאווענען, חבורות, שלש סעודות, בעל תפלה, אחדות, קידוש לבנה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בלק, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד חבורת היכל הקודש בית שמש, ה' עליהם יחיו


איך באקום גוטע גריסן פון ענקער חבורה, פון די אחדות צווישן ענק, פון די שמחה וואס הערשט ווען איר קומט זיך צוזאמען.


איך וויל בעטן די גבאים זאלן אכטונג געבן עס זאל זיין בעלי תפילות וואס דאווענען געשמאק; מען קען נישט צושיקן אבי ווער זאל אפכיפערן דאס דאווענען. דער בעל תפילה דארף דאווענען געשמאק, איינגענעם, מיט א זיסקייט; דער בעל תפילה איז אזוי ווי א דרייווער, אז דער דרייווער פארט ווילד - ווערן אלע אויפגעשאקלט, מען ווערט נאושעס; אזוי אויך א בעל תפילה קען נישט אפכאפן דאס דאווענען, מען דארף דאווענען געשמאק, נישט אויסציען און נישט כיפערן.


עס איז בעסער איר זאלט צושיקן אינגעלייט פאר בעלי תפילות, נישט קיין בחורים; אויב איז נישטא קיין פאסיגע בעלי תפילות קען מען צושיקן א בחור.


מיר זענען זייער מקפיד אויף זמן רבינו תם, חס וחלילה צו טון מוצאי שבת א מלאכה פאר'ן זמן רבינו תם; אבער דאווענען מעריב קען מען שוין אביסל פאר'ן זמן. אזוי פלעגט זיין ביי מוהרא"ש, ער האט שוין געדאווענט אביסל פריער, און הבדלה איז געווען גלייך ביים זמן רבינו תם.


מען דארף נישט ווארטן אויף ז' ימים צו מקדש זיין די לבנה; מוהרא"ש פלעגט נישט ווארטן אויף זיבן טעג, און אזוי פירן זיך אנשי שלומינו.


בנוגע ווער עס זאל פארלערנען ביי שלש סעודות; מען קען מאכן יעדע וואך זאל א צווייטער פארלערנען. אזוי האבן מיר אנגעהויבן דעם בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג, יעדע וואך האט א צווייטער פארגעלערנט. מען איז געזיצן אין א רינג ארום דעם טיש, יעדער האט געהאט זיין מקום קבוע, און יעדע וואך האט א צווייטער פארגעלערנט, עס האט געהאט אלע טעמים. מען האט געלערנט שיחות הר"ן; דער ערשטער האט אנגעהויבן שיחה א', דער צווייטער שיחה ב', אזוי האבן מיר געלערנט ביז מיר האבן מסיים געווען שיחות הר"ן. דערנאך זענען מיר געגאנגען צו חיי מוהר"ן, ביז שפעטער האט מוהרא"ש ממנה געווען איינעם צו רעדן, און נאכדעם האט מיר מוהרא"ש געזאגט איך זאל רעדן.


אויך איז כדאי איינער זאל זיך אפגעבן מיט די קינדער, זיי זאלן דאווענען און זינגען זמירות.


איין זאך קען איך אייך זאגן: "אויב איר וועט זיך ליב האבן - וועט איר זייער מצליח זיין".


א גוט שבת.

#60 - אנשי שלומינו דארף מען אויך מקרב זיין און מחזק זיין
הפצה, זיכוי הרבים, אחדות, קאנטרי, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


...


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונזער מוסד.


זומער ווען דו וויילסט אין קאנטרי - זאלסטו מיט חכמה אריינברענגען דעם אייבערשטן צווישן אלע משפחות.


אונזער זאך איז "הפצה"; וואו מען גייט און וואו מען שטייט - דארפן מיר עוסק זיין אין "הפצה".


ווען מען רעדט פון הפצה מיינט מען נישט נאר די זאך פון אויסטיילן ספרים, קונטרסים, קארטלעך וכדומה; ווען מען רעדט צו מענטשן, מען פארברענגט מיט מענטשן, מען פירט זיך שיין מיט מענטשן - איז דאס די גרעסטע הפצה וואס איז שייך.


אנשי שלומינו דארף מען אויך מקרב זיין און מחזק זיין; אנשי שלומינו גייען אריבער אזויפיל התנגדות מבית ומחוץ, בלבולים און חלישות הדעת; זיי דארפן אזוי שטארק א גוט ווארט, און אויסרעדן וכו' וכו'.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן ווי אזוי און וואס און ווען צו רעדן, שמועסן, שפילן וכו'.

#59 - אזא איבערגעגעבנקייט פאר די חדר, סקול און קאנטרי
שלום בית, מוסדות, הכרת הטוב, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך זע יעצט פון דער נאנט אביסל וואס דו טוסט פאר אונזערע קינדער, ווי דו זארגסט פאר די חדר, סקול און קאנטרי - מיט אזא איבערגעגעבנקייט; איך שטיי און שטוין ווי האסטו אזויפיל כח, ממש אומגלויבליך... פון פארטאגס ביז ביינאכט ביסטו אזוי איבערגעגעבן פאר די מוסד.


א באזונדערע דאנק פאר'ן יא מיט ארבעטן מיט האברך ... נרו יאיר, דאס איז פאר מיר די גרעסטע זאך, אז מיר ארבעטן אינאיינעם.


א באזונדערע דאנק פאר דיין אשת חיל תחי' אז זי לאזט דיר אזויפיל טון פאר'ן מוסד.

#58 - אז מ'וועט זיך ווייטער פירן אזוי שיין, וועט דא זיין טויזנטער משפחות
שטעטל, חסד, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


האברך ... האט מיר דערציילט אז מען האט געשמועסט ... מיט ..., זיי האבן דיר זייער אויסגעלויבט, דיין געטריישאפט, ווי דו האסט אוועקגעגעבן נעכטן א גאנצע טאג פאר די קאנטרי, צו מאכן לעקטער אז משפחות זאלן קענען קומען שוין אויף דעם שבת.


איך בין זייער איבערגענומען פון אנשי שלומינו בכלל און פון דיר בפרט, ווי יעדער איינער האט אזא געפיל, אזא הנאה - צו טון פאר די מוסד, יעדער שפירט ביים העלפן די מוסד ווי מען העלפט זיך אליינס, מען טוט דאס מיט די גאנצע הארץ; נאר אזוי האלטן מיר דא ווי מיר האלטן, עס איז יעצט געווארן דריי יאר פון די התייסדות פון אונזער שטעטל און מען האט אזא שיינע קהילה.


אז מיר וועלן ווייטער גיין אויף דעם וועג, אנשי שלומינו וועלן זיך פירן ווי אזוי מען פירט זיך, וועט ביז א קורצע צייט זיין דא א שטאט; נישט א שטעטל, נאר א שטאט פון טויזנטער משפחות.

#57 - סדר הנסיעה קיין מירון, ל"ג בעומר תשפ"ב
שכר לימוד, קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, שלאפן, לערערין, קאמפלימענטס, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, בחור, תיקוני זוהר, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, סגולות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, חסידות ברסלב, מחלוקת, הדפסה, שטעטל, עבודת השם, שבת קודש, שבת ליכט, דרשות, נסיעה, סמארטפאון, מאוויס, בית המדרש, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, מוהרא"ש, מוסר, נעגל וואסער, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה, ישיבה, חתונה, ראש ישיבה, שיעורים כסדרן, שמחות, נחת, חדר, הדרכות, רבינו ז"ל, סיום הש"ס, פירושים, גליון, ארץ ישראל, חומש רש"י, מנין, ירושלים, גבאי, אחדות, חתן, טאנצן, פרויען צאמקום, געפילן, מוהרנ"ת ז"ל, בלבולים, תיקון הכללי, התנגדות, איש אמונות, ל"ג בעומר, מירון, אפשערן, יום החופה, ספר תורה, ותיקין, זוהר הקדוש, דף גמרא, הדסים, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת בחוקותי (במדבר בא"י), כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער אהרן וועבערמאן נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


חסדי השם יתברך איך האב זוכה געווען צו זיין די יאר נאכאמאל ביי די הילולא פון רבי שמעון בן יוחאי אין מירון.


מיר זענען ארויסגעפארן מאנטאג נאכט, איך מיין ווייב מיט מיין זון שמעון נרו יאיר. מיין זון האב איך געגעבן א נאמען שמעון נאך התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה האט מיר דעמאלט געבעטן איך זאל א נאמען געבן "שמעון", ממשיך צו זיין די זכות פון רבי שמעון בר יוחאי אויף אים, ער זאל האבן א רפואה שלימה, ער איז דעמאלט געווען זייער אפגעשוואכט. ער האט נישט געהאט קיין כח צו זיין דער מוהל ביי זיין ברית, איך האב גענומען דער ווינער רב שליט"א פאר מוהל.


איך האב מיטגענומען מיין זון שמעון לכבוד זיין סיום הש"ס, איך טו דאס מיט אלע מיינע קינדער; איך וויל זיי זאלן לערנען ש"ס און דאס מסיים זיין פאר די בר מצוה – זאג איך זיי צו א נסיעה קיין ארץ ישראל.


האברך אלי' קנאלל האט אונז גענומען צום עירפארט, מיר האבן געדאווענט מעריב און געציילט ספירה אין עירפארט. די וועג איז געווען זייער איינגענעם, האברך אברהם רוטמאן נרו יאיר האט געזארגט פאר די נסיעה, ער האט מיר געמאכט דאס בעסטע וואס קען זיין.


ער האט אונז באשטעלט צו זיצן אין ביזנעס קלאס, די אלע וואס זיצן אין ביזנעס קלאס באקומען א קארטל צו קענען גיין אין עירפארט אין די לאונטש, מיין זון שמעון און מיין ווייב האבן זייער געוואלט גיין, דו ווייסט דאך ווי עס גייט, אז מען הערט רעדן לאונטש, לאונטש, און אז נאר געציילטע קענען גיין – ווילן אלע גיין... איך האב געזאגט עס פעלט נישט אויס, למעשה זענען מיר געגאנגען, איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב און זון: "נאך א מזל מיר זענען יא געקומען, אזוי קענט איר זען די גאנצע גליק פון עולם הזה, א טונקעלע פלאץ, נישטא גארנישט דארט..."


די וועג איז געווען א רואיגע וועג; איך בין געשלאפן אביסל, געשריבן בריוון אביסל און זיך מתבודד געווען. דו ווייסט די אונטערשייד צווישן א ברסלב'ער חסיד און אנדערע, דער ברסלב'ער חסיד, וואו דו וועסט אים נאר לייגן, וואו ער געפונט זיך – האט ער וואס צו טון; ער דינט איבעראל דעם אייבערשטן, ער איז זיך מתבודד, ער רעדט צום באשעפער אויפ'ן פשוט'ן שפראך, אויף זיין מאמע לשון.


איך האב געדאווענט שחרית אויפ'ן פליגער.


מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דינסטאג נאכמיטאג, האברך הנ"ל האט צוגעשטעלט מען זאל אונז טראגן אין א באזונדערע פלאץ. דארט האב איך געטראפן די גבאים פון ירושלים, שמעון עוזר פערל און יצחק פאפנהיים.


שמעון עוזר ברענגט מיר די נייע קינדער מעשה ביכל: "מעשה'לעך פאר קינדערלעך", סיי אין אידיש, סיי אין לשון הקודש; עס איז הערליך שיין, איך האב זייער הנאה געהאט דאס צו זען. מיין נישט איך בין צופרידן, איך ווער נישט צופרידן ווען איך זע א ספר, איך וויל שוין זען נאך חלקים, איך וויל שוין זען חלק ב, ג, ד, ה און אזוי ווייטער.


אויך האט ער מיר באוויזן ספר איש אמונות חלק א' פון שנת תשפ"א, דאס איז עפעס אזוי שיין; שמעון עוזר נרו יאיר מיט זיין ווייב תחי', זיי לייגן אריין זייער לעבן אין דעם, זיי זענען דאס מתרגם מידי שבוע בשבוע. אויך איז דא א משפחה אין צפת, משפחת קעניג וואס זענען דאס מגיה. דער ספר איז אזוי שיין, עס וועט זיכער צוריק ברענגען טויזנטער מענטשן צום אייבערשטן.


איך האב געוואלט דאווענען מנחה, זאגן זיי מיר אז עס ווארטן אפאר אינגעלייט אינדרויסן פון עירפארט, אין געז סטעישן. זענען מיר אהין געפארן, דארט שפרינגען צו מיר די בני ברק'ע חבורה, שרייען אויס א ברכת שהחיינו מיט א שמחה. איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי, די זענען גרויסע מפיצים, זיי רוען נישט קיין איין מינוט, טאג און נאכט האבן זיי אינזין נאר איין זאך: "הפצה, הפצה, הפצה!"


פאריגע מאל ביסטו דאך מיטגעקומען מיט מיר, האסטו געזען דער חילוק פון די ארץ ישראל'דיגע מקורבים; זיי זענען אזוי פארקאכט פאר אנדערע, זיי טראכטן נישט פון זיך טאג און נאכט, פון זייער באקוועמע לעבן, זיי טראכטן 'ווי קען מען נאך א איד געבן פונעם יין המשומר'.


אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א קאר מיט א גוטע דרייווער, עס איז געווען זייער א געשמאקע וועג, א גאנצע וועג האב איך געשעפשעט צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף אונז אנקומען אין מירון בשלום". די יאר איז געווען א בהלה, מען האט דערשראקן פון פאראויס אז מען גייט פארשפארן מירון, מען קען נאר אריינקומען אין מירון מיט באשטעלטע טיקעטס פון פאראויס. ווען מיר זענען געקומען נענטער האבן מיר געזען פאליציי שטייען ביי די וועגן, מיר האבן געבעטן און געבעטן, תפילה עפנט דאך אלע טויערן.


מיר זענען שוין אין מירון, מען האט אונז אבער נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך געדריידט אהין און צוריק, צוריק און אהין. אברהם האט אונז דארט אפגעווארט, אין געז סטעישן, אונטן פונעם בארג, ביים אריינגאנג. אין געז סטעישן זאגט מיר דער דרייווער שטרענג: "פארמאך דיין פענסטער!" איך פרעג אים: "וואס גייט פאר?" זאגט ער נאכאמאל: "פארמאך!" און ער הויבט אן פארן שנעל. איך בין געווארן אביסל דערשראקן, איך זע דער דרייווער איז אנגעצויגן, איך כאפ נישט וואס גייט פאר, ער געבט א שטעל אפ די קאר און שפרינגט ארויס, ער לויפט אריבער די גאס צו א קאר רעדן אפאר מינוט. איך האב נישט פארשטאנען וואס גייט פאר, ער קומט צוריק, און אברהם זאגט אים מען קען נאכאמאל פרובירן אריינצופארן אין מירון. מיר קומען אן דארט, אברהם שטייט דארט מיט איינעם, יענער ווייזט מען זאל אריינלאזן. הודו לה' כי טוב, מיר זענען אנגעקומען צו א שיינע דירה, אהערגעשטעלט מיט אלע באקוועמליכקייטן. קענסט דאך אברהם, ווען ער מאכט עפעס – איז דאס מיט די גאנצע הארץ. מיר האבן זיך אויסגעפאקט, דערנאך בין איך אריבערגעגאנגען צו מיינע עלטערן געבן שלום.


נאכדעם דערציילט מיר אברהם וואס האט פאסירט. דער דרייווער האט באמערקט אין געז סטעישן ... דעריבער האט ער מיר געבעטן צו פארמאכן די פענסטער כדי ער זאל נישט זען אז איך בין אין קאר. למעשה האט ער מיך יא געזען, און ווי נאר דער דרייווער פארט אוועק זעט ער ווי ... פארט אים נאך, ער דריידט זיך אהער – פארט ער אהער, ער דריידט זיך אהין – פארט ער אהין, ער פארט שנעל – פארט ער שנעל, איז ער געגאנגען רעדן מיט אים, זאגט ער: "איך וויל יעצט ערלעדיגן דעם ראש ישיבה, איך וויל אים יעצט שלאגן צום טויט" ה' ישמרינו, האט אים דער דרייווער געזאגט: "טראג זיך אפ פון דא, איך ווארן דיך!" ער האט זיך דערשראקן און אוועקגעפארן, שפעטער איז ער צוריק געקומען און מיך שיעור דער'הרג'עט; איך וועל דאס שרייבן שפעטער אינעם בריוו, איך וויל זיך האלטן אין א סדר.


איך האב געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע אין בית המדרש קארלסבורג. שלאפן האב איך נישט געקענט דארט, אין מירון איז אזוי פרייליך - מען קען נישט שלאפן, איך בין אויפגעבליבן ביינאכט אין די דירה, איך האב געלערנט מיינע שיעורים.


מיטוואך אינדערפרי פיר אזייגער פארטאגס בין איך זיך געגאנגען טובל'ן ביי מיין טאטע'ס מקוה. איך האב געדאווענט שחרית מיט מיין טאטע שליט"א ותיקין. מיין זיידע זכרונו לברכה פלעגט אין מירון דאווענען ותיקין; אזוי פירט זיך מיין טאטע שליט"א, ער דאווענט ותיקין. געווענליך דאווענט ער אין די מערה, אבער ערב ל"ג בעומר, ל"ג בעומר און א טאג נאך ל"ג בעומר – דאווענט ער אין זיין בית המדרש מראה יחזקאל, אונטן פונעם בארג. בפרט היי יאר, נאכדעם וואס די מדינה של גיהנום האבן געווארנט און געמאכט אזעלכע פחדים – האבן מיר געדאווענט אונטן.


איך בין ארויף צום מערה מיט מיינע זין שמעון און הרב אלחנן חיים, ער איז אויך געקומען קיין מירון מיט זיין ווייב, ער איז געפארן א טאג פריער. די גאנצע וועג ארויף צום מערה איז געווען רואיג.


אריינקומענדיג אין די מערה איז מיר גוט געווארן, די גאנצע מערה איז אנגעפילט מיט פאליציי, עס איז ליידיג, מען לאזט נישט קיינעם בלייבן שטיין, מען קען נאר גיין. בלית ברירה בין איך אריבער די מערה. פון איין זייט האט עס מיר געגעבן א קליינע ציפ אין הארץ: 'היתכן, וואס איז די חוצפה וכו''; איך האב אבער שנעל געדריידט די מחשבות אויף פארקערט, איך האב זיך געפריידט, געלויבט דעם באשעפער איך בין ביי רבי שמעון בר יוחאי.


ארויסקומענדיג פון אונטער די מערה, דארט זענען געווען הונדערטער אידן און געזאגט תהלים, א טייל האבן זיך געקריגט מיט די פאליציי, איך האב גענומען א תהלים און אנגעהויבן זאגן תהלים. עס איז געווען א ברענעדיגע זון, איך האב געזוכט א שאטן, אונטערן שאטן איז געווען פיין. איך האב געטראכט צו זיך: 'וואס האב איך מיט די סדרנים? וואס גייט מיך אן וואס זיי טוען?' אין אנדערע זמנים ווען מען האט יא געקענט זיין אין די מערה – וואלט איך זיך אויך געזוכט א רואיגע ווינקעלע וואו צו זאגן תהלים.


איך האב אנגעהויבן תהלים מיט א שמחה, פלוצלונג האט זיך מיר געעפנט די הארץ, איך האב זיך געקענט גוט מתבודד זיין. מען קען זיך נישט פארשטעלן די הרהורי תשובה וואס מען שפירט אין מירון, בפרט ל"ג בעומר און ערב ל"ג בעומר. בשעת'ן זיך מתבודד זיין האב איך פארגעסן אז עס איז הייס, אז איך שוויץ, אז איך בין נישט געשלאפן און נישט געגעסן; אזוי איז עס, ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט צום אייבערשטן – פארגעסט מען פון אלעס, מען וויל גארנישט, נאר אביסל דביקות בה', נאר אביסל קרבת אלקים.


איך האב מסיים געווען ספר תהלים און מזכיר געווען אלע קוויטלעך, בקשות פון אנשי שלומינו. אויפ'ן וועג אראפ און א גאנצע צייט זייענדיג אין מירון, זענען צוגעקומען מענטשן, זקנים ונערים, חסידי'שע, אשכנזי'שע און ספרדי'שע, פון אלע סארט, פון אלע קרייזן – זיך באדאנקען פאר די שיעורים און בריוו.


א בחור ברענגט מיר א מתנה, א פארמאכטע דיקע ענוועלאפ; איך בין שוין צוגעוואוינט צו די סארט מתנות, איך ווייס וואס ליגט אינעווייניג נאך פאר'ן עפענען – א צעבראכענע סמארטפאון, מיט א בריוול וואס שטייט: "בזכות די שיעורים פון קו ברסלב, בזכות די גליונות און בריוו – האב איך מחליט געווען אוועק צו ווארפן די טעלעפאן".


הונדערטער האבן שוין אוועק געווארפן זייערע מאוויס וכדומה פון הערן חיזוק און יראת שמים פון רבי'ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן, אזוי אויך (שם, סימן רצד): "אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם", איך בין אן אוצר פון יראת שמים; די וועג פון רבי'ן איז א זיסע וועג, די מוסר פון רבי'ן איז א זיסע מוסר.


די אלע וואס שרייען אויף בחורים און מיידלעך וואס האבן נישט א גוטע טעלעפאן: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" - דאס מאכט גארנישט אויס, עס טוט גארנישט אויף, עס מאכט נאר ערגער, עס איז מבאיש ריח, אויף דעם זאגט אונז דער הייליגער תנא רבי עקיבא (ערכין טז:): "תָּמֵהַּ אֲנִי, אִם יֵשׁ בַּדּוֹר הַזֶּה מִי שֶׁיָּכוֹל לְהוֹכִיחַ", איך וואונדער זיך אויב איז דא אין אונזער דור איינער וואס קען זאגן מוסר, ווייל אז מען ווייסט נישט ווי אזוי צו זאגן מוסר (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "לֹא דַּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל בְּתוֹכַחְתּוֹ", נישט נאר ער טוט נישט אויף מיט די מוסר, "אַף גַּם הוּא מַבְאִישׁ רֵיחַ שֶׁל הַנְּשָׁמוֹת הַשּׁוֹמְעִים תּוֹכַחְתּוֹ", ער מאכט נאך א שלעכטע גערוך אויף די מענטשן; עס האט נאך קיינער נישט אוועקגעווארפן א טעלעפאן וואס מען קען קוקן עבירות – דורכדעם וואס מען האט אים געזאגט מוסר אויף די וועג: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" אבער די תוכחה פון רבי'ן, פון משה רבינו – געבט א גוטע גערוך, נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ.


דער אייבערשטער האט געהאלפן, זייט די ישיבה שטייט האבן שוין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער אידן תשובה געטון דורך די מוסר פון רבי'ן, וואס ער געבט אריין אין אידישע קינדער א ריח טוב, ווען מען הערט: "דער אייבערשטער האט דיך ליב", "דער אייבערשטער ווארט אויף דיר", "דער אייבערשטער איז מיט דיר" - די ווערטער זענען שטערקער פון די שטערקסטע זאך, דאס פועל'ט אז דער מענטש זאל צוריק קומען.


א פרוי דערציילט פאר מיין ווייב, זי איז א באהאלטענע מקורב, זי מיט איר מאן לעבן שטילערהייט אויפ'ן רבינ'ס וועג, זי פרעגט אלע אירע פראגעס, זי הערט די שיעורים. זי געבט שיעורים פאר עלטערע מיידלעך, אסאך סקולס רופן איר רעדן; זי רעדט פון רבי'ן, פארשטייט זיך אן דעם רבינ'ס נאמען.


דערציילט זי אז א מיידל רופט איר אן פאריגע וואך און זאגט איר: "איך וויל דיר זאגן א גרויסן יישר כח, האסט געראטעוועט מיין לעבן!" זי דערציילט פאר די פרוי: "געדענקסט פאריאר ביסטו געקומען געבן א שיעור אין מיין סקול, ביסט צוגעקומען צו מיר, האסט מיך געפרעגט ווי אזוי איך הייס, האסט מיר געזאגט די פאר ווערטער 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד', האסט געשמייכלט צו מיר אזוי זיס, דו האסט מיר דעמאלט געראטעוועט; איך בין שוין געווען אפגעמאכט ביי מיר שטילערהייט אז איך לאז אלעס אפ, און ווען דו האסט מיר געזאגט 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד' – האט דאס מיר צוריקגעהאלטן פון טון שלעכטס, די ווערטער שרייט אין מיר, 'איינער זעט אין מיר אן עתיד'".


מיין ווייב פרעגט די פרוי: "וואס עפעס ביסטו צוגעגאנגען צו די מיידל, און וואס עפעס האסטו איר דאס געזאגט?" זאגט די פרוי: "ווען איך בין אריינגעקומען אין סקול געבן די שיעור פאר די עלסטע כתה, רופט מיר די מנהלת צו און זאגט מיר 'איך וויל דיר ווייזן די ערגסטע מיידל פון סקול, זי ווייזט מיר אויף די מיידל', מער האב איך נישט געדארפט, זאגט די פרוי, די שיעורים פון ישיבה האבן אנגעהויבן שפילן אין מיין קאפ, איך האב זיכער געמאכט אריבער צו גיין צו די מיידל און איר געבן א גוט ווארט, און יעצט א יאר שפעטער איז פון די ערגסטע מיידל געווארן די בעסטע מיידל"; קומט אויס אז די מנהלת דארף זיך זוכן אן ארבעט ביי די מיסט, קומט אויס אז אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך – ווילן יא זיין גוט, נאר די בעלי מוסר זענען מבאיש ריח.


איך האב מיטגעהאלטן ביי די נסיעה צענדליגער פעלער ווי עס האט אויסגעבראכן א געשלעג ביי די הדלקות וכדומה, ווען א בחור, א אינגערמאן נעמט ארויס זיין סמארטפאון כאפן בילדער אדער ווידיאו, מען הויבט אן שרייען: "שגץ!" "גיהנום!" "רשעים!" – דאס העלפט נישט, דאס מאכט נאר ערגער; וואלט יענער געגעבן א גוט ווארט פאר א בחור, א שמייכל – וואלט די שמייכל און גוט ווארט מער אויפגעטון.


לכתחלה האט געהייסן עס וועט זיין אן הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א ליל ל"ג בעומר, למעשה האט מען אביסל מורא געהאט, די מדינה של גיהנום האט נישט געלאזט מאכן הדלקות, האט מען דאס אפגעשטופט אויף די צווייטע נאכט, דאס הייסט ל"ג בעומר נאכמיטאג, פון זעקס אזייגער ביז אין די נאכט אריין; אפילו די פאליציי וועלן קומען וועט מען העכסטנס דעמאלט ענדיגן. אזוי האט מען טאקע געטון, מען האט געדאווענט מעריב און געציילט ספירה. נאכן דאווענען האט מען געצינדן לעכט לכבוד התנא האלוקי און געטאנצן "בר יוחאי", עס איז געווען א סעודה ביי מיין טאטע שליט"א. מיין טאטע שליט"א האט גערעדט; איך בין אביסל אויסגעמאטערט יעצט פון די נסיעה, געדענק איך נישט פינקטליך.


מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין צום מערה טאנצן לכבוד די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב נישט געהאט קיין טיקעט, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל מיך אריבערלאזן אן קיין טיקעט, אויך האב איך נישט געוויסט צי מען קען בכלל גיין, יעדע מינוט איז געווען אנדערע נייעס, מען לאזט יא, מען לאזט נישט; מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין.


איך בין ארויף מיט מיין זון שמעון; אזוי ווי איך הויב אן גיין זע איך שוין אנשי שלומינו, בחורים און אינגעלייט – גייען מיר נאך, מען האט נישט געבעטן קיין טיקעט, די גאנצע וועג איז געווען מיט פאליציי, יעדע פאר טריט האט מען אפגעשטעלט, איך האב מיטגענומען דעם ספר תקוני זוהר, איך האב געלערנט אויפ'ן וועג און אין די מערה האב איך מסיים געווען תקוני זוהר. מען האט זיך נישט געקענט אפשטעלן, מען האט געטריבן.


אינדרויסן, אונטערן בנין, האב איך געזוכט וואו צו טאנצן, מיר האבן אנגעהויבן טאנצן ביז עס איז געווארן פרייליכע טענץ, מיר האבן געטאנצן פאר צוויי שעה.


וואס זאל איך דיר זאגן, אזעלכע טענץ, אזא שמחה, אזא קדושה – האב איך שוין לאנג נישט געשפירט. די אחדות; אלע אידן טאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, אלע אידן פרייען זיך אינאיינעם, מען איז פול מיט הרהורי תשובה. איך קען נישט שרייבן וואס איך שפיר נאכאלץ אין מיין הארץ, איך וועל סיי ווי נישט קענען ארויסברענגען וואס איך שפיר, וועל איך זיך אפשטעלן פון שרייבן.


א גאנצן טאנצן האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים און פאר'ן מיך מקרב זיין צום נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה, אויך האב איך אסאך געבעטן פאר דיר און פאר אלע אידן.


אויפ'ן וועג אראפ איז שוין געווען א גרויסער עולם אנשי שלומינו וואס זענען מיט געקומען, מען האט זיך מחזק געווען מיט די מתנה וואס מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן.


פלוצלונג אינמיטן וועג ווארט מיך אפ דער ... וואס איז מיר א טאג צוריק נאכגעפארן, איך האב שוין געשריבן אנהויב בריוו, און הויבט אן שרייען אויף מיר: "שגץ!" "רשע!" "מנוול!" ער האט מיך געוואלט שלאגן, ער איז געשפרינגען אין די לופט מיט א רציחה, בחסדי ה' האט מען אים צוריקגעהאלטן, עס איז געווארן א געשלעג, אבער מיר האט דער אייבערשטער געהיטן. אנהויב, אויפ'ן וועג ארויף צום מערה, האב איך געזאגט פאר די בחורים וואס זענען מיך נאכגעלאפן: "לאזט מיר אפ, לאזט מיר גיין אליין, וואס ווילט איר פון מיר?" איך האב ליב צו גיין צו רבי שמעון בר יוחאי אן קיינעם, ווי א פשוט'ער מענטש גייט, אן קיין באגלייטער, למעשה זע איך, א נס אז עס זענען יא מיט געקומען מיט מיר בחורים און אינגעלייט, אזוי בין איך געראטעוועט געווארן.


האברך ... איז געווען מיט מיר, איך האב אים געבעטן: "טו מיר א טובה, ראטעווע מיר, דו ביסט דאך א בעל כח, האלט אים אפ", איז ער צוגעלאפן צו אים און אים אנגעכאפט מיט כח ביז איך בין אראפ צו מיין דירה. שפעטער זאגט ער מיר אז זיין טאטע ר' ..., א תלמיד פון מוהרא"ש - האט אים געגעבן א פסק פארוואס ער האט דאס געטון, זיין טאטע געדענקט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ער האט אים געזאגט: "היתכן דו האסט אים נאר אפגעהאלטן, וואלסט אים געדארפט שפאלטן זיין קאפ, אזא מענטש וואס איז א רוצח – דארף מען אים צעברעכן זיינע ביינער".


ל"ג בעומר ביינאכט האב איך נישט געקענט שלאפן פון גרויס שמחה, איך האב געלערנט זוהר. איך האב געדאווענט ותיקין ביי מיין טאטע שליט"א. נאכן דאווענען האב איך זיך געזעצט לערנען זוהר מיט האברך ישראל יוסף שניצלער, איך האב א שיעור מיט אים יעדן שבת אינדערפרי אין ספר הזוהר, מיר האבן זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן זוהר, אויסער איין פרשה, פרשת פנחס, עס איז א לאנגע פרשה. מיר האבן געלערנט זוהר פאר לאנגע שעות, בערך זעקס שעה, נאך עטליכע אינגעלייט האבן זיך צוגעזעצט לערנען די הייליגע זוהר.


האברך בערל לעווי איז אנגעקומען אין מירון, ער האט נישט געהאט וואו איינצושטיין, ער איז געקומען על דעת צו שלאפן אויף א בענקל אין בית המדרש. איך האב זייער הנאה געהאט, געווענליך אמעריקאנער מענטשן זארגן קודם פאר די בעט וכו', דא זע איך א אינגערמאן קומט פון אמעריקע צו רבי שמעון בר יוחאי אן גארנישט, נאר צו זיין ביי רבי שמעון בר יוחאי. איך האב אים אריינגענומען אין מיין דירה, זיי האבן זיך איינגעטיילט, ער מיט יוסי האבן געהאט איין בעט; ווען ער איז געשלאפן איז ער געווען אין די מערה, און אזוי פארקערט.


עס זענען געקומען משפחות מאכן חאלאקע; האברך ברוך נוסבוים, אויך אן אייניקל פון הרב אברהם שושן פון בני ברק.


נאכמיטאג איז געווען די הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט פייערדיגע טענץ, מען האט געטאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי מיט א העכערע שמחה.


פאר'ן אנצינדן די הדלקה איז דער מנהג אז אלע גיסן אויל לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, מען לייגט וואטע מיט אויל, מען זינגט נגוני דביקות. איך האב זיך גוט מתבודד געווען.


עס איז גאר אנדערש ווען מען קען מאכן א כלי פון די דערהויבענע צייטן, מען קען זיך מתבודד זיין. קענסט זען יעדע מאל ביי א חופה ווען מען זינגט נגוני התעוררות, אויב איז דער חתן מקורב צום רבי'ן, וועסטו קוקן אויף זיינע ליפן ווי ער נוצט אויס די מינוטן פאר תפלה והתבודדות, און אז נישט, שטייט מען מיט א פארמאכטע מויל, און עס בלייבט גארנישט פון די דערהויבנקייט.


קענסט פרעגן די אינגעלייט ישראל יוסף שניצלער און בערל לעווי, זיי וועלן דיר דערציילן אביסל וואס דארט האט זיך געטון.


פרייטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט ותיקין, איך האב געטראפן ר' יונה אונזער דיין, נאכן דאווענען איז ער געקומען צו אונז אין די דירה, מיר האבן געענדיגט אינאיינעם זוהר. איך האב זייער שטארק געוואלט מאכן די סיום ל"ג בעומר, אבער נאכן לערנען אזויפיל שעה האט מיר די קאפ אנגעהויבן שווינדלען, איך האב זיך געדארפט אפשטעלן; מיר האבן געלערנט אינאיינעם אפאר בלאט זוהר און געמאכט א סיום, מיין ווייב האט אנגעגרייט אביסל ירקות מיט ברויט, עס איז געווען א שיינע סיום.


שפעטער בין איך ארויף צו מיין זיידע און באבע זכרונם לברכה, זיי ליגן העכער די ציון פון רבי יוחנן הסנדלר. איך האב דארט געזאגט דעם יום תהלים, נאכדעם בין איך געגאנגען צו די מערה.


איך האב אויסגעלאזט א פרט וואס האט פאסירט ל"ג בעומר נאכמיטאג אין די מערה, דער עולם האט זיך געשטארקט קעגן די פאליציי, מען האט זיי מנצח געווען און זיי זענען אנטלאפן. מען האט ארויסגעווארפן אלע אייזענעס וואס זיי האבן געמאכט אין די מערה נישט צו לאזן מענטשן קומען, פון נאכמיטאג איז אלעס צוריק געווארן אזוי ווי אלע יארן. איך האב זיך צוריקגעהאלטן פון ארויפגיין ל"ג בעומר נאכמיטאג צו די מערה, ווייל א גאנצע צייט איז געווען שמועות אז עס איז דא מהומות וכו'. פרייטאג בין איך געווען אין די מערה, איך האב געזאגט תיקון הכללי מיט די תפילה פון רבי נתן צו רבי שמעון בר יוחאי (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז).


שבת בין איך געווען אין מירון, איך האב אלעס מיט געהאלטן מיט מיין טאטע שליט"א; די תפילות און די סעודות. מנחה ערב שבת האבן מיר געדאווענט אונטן אין קארלסבורג, קבלת שבת זענען מיר ארויף דאווענען אין די מערה, מען האט געטאנצן "לא תבושי", אויך "בר יוחאי"; א גאנץ יאר איז דער מנהג אין מירון צו טאנצן "בר יוחאי" נאך קדיש יתום, פאר כגוונא. (אגב, מוהרא"ש פלעגט זינגען יעדע שבת ביי די באטע "בר יוחאי").


שבת אין מירון זענען געווען טויזנטער משפחות, עס האט זיך געשפירט ווי א יום טוב'דיגער שבת. ליל שבת האב איך געגעסן ביי מיין טאטע שליט"א, אויך דער דיין ר' יונה און ישראל יוסף שניצלער נרו יאיר מיט נאך אנשי שלומינו. מיין טאטע האט מכבד געווען ר' יונה מיט'ן זינגען "אשת חיל"; ער האט אויסגערופן: "ברסלב'ער דיין אשת חיל", ער האט אים געזאגט ער זאל זינגען דעם ברסלב'ער "אשת חיל".


ביי די סעודה האט מיין טאטע שליט"א גערעדט פון די מעשה (פסחים קיב.) רבי שמעון בר יוחאי האט געבעטן רבי עקיבא זאל אים לערנען תורה, רבי עקיבא האט נישט געוואלט, האט רבי שמעון בר יוחאי געזאגט: "רַבִּי, לַמְּדֵנִי תּוֹרָה, וְאִם לָאו, אֲנִי אוֹמֵר לְיוֹחַאי אַבָּא וּמוֹסֶרְךָ לַמַּלְכוּת", איך וועל זאגן פאר מיין טאטע יוחאי און מען וועט דיר איינשפארן אין תפיסה; מיין טאטע שליט"א האט נאכגעזאגט די ווערטער פון רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ס) וואס איז פשט, אזוי רעדט מען צו א רבי? מען סטראשעט אים אז מען גייט אים איבערגעבן פאר די רעגירונג?! נאך איז שווער, רבי עקיבא איז דאך שוין געווען אין תפיסה, וואס זאגט ער אים "איך וועל דיך פאר'מסר'ן און לייגן אין תפיסה?" זאגט דער רבי, מען דארף אכטונג געבן נישט צו לערנען מיט תלמידים שאינם מהוגנים וכו', עיין שם.


עס זענען געווען אסאך אנשי שלומינו, זיי האבן געוואלט מאכן א באטע, עס איז געווען זייער שפעט, מען האט געענדיגט די סעודה צוויי אזייגער, עס איז נישט געווען שייך. אברהם איז אריבערגעקומען נאך די סעודה צו מיר מיט זיין משפחה פאר אפאר מינוט, עס איז געווען זייער שיין.


 שבת אינדערפרי האב איך געהאט א מעשה מיט א שיכור ואכמ"ל.


איך האב געלערנט מיט ישראל יוסף נרו יאיר זוהר חדש אויף רות, אלס הכנה פאר די הייליגע יום טוב שבועות.


דער דיין ר' יונה האט געדאווענט פסוקי דזמרה, איך האב געדאווענט שחרית און מיין טאטע שליט"א האט געליינט קריאת התורה פרשת בהר מיט בחוקותי, עס איז געווען א חוץ לארץ'דיגער עולם וואס האבן נאכנישט געהערט ליינען פרשת בהר, האט ער אנגעהויבן בהר ביז בחוקותי שני.


מיין טאטע שליט"א האט מיר געבעטן צו זאגן דברי תורה ביי די סעודה פון צופרי, איך האב גערעדט פון דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער.


מיר געפונען אין זוהר הקדוש, רבי שמעון בר יוחאי לויבט אויס דאס טייערקייט פון אידישע קינדער, דאס גרויסקייט פון מצוות ומעשים טובים וואס מיר טוען. מיר געפונען (שבת לג:), ווען רבי שמעון בר יוחאי איז ארויס פון די מערה און געזען א איד גייט מיט הדסים לכבוד שבת, איינס פאר זכור און נאך איינס פאר שמור – האט רבי שמעון בר יוחאי געמאכט א גרויסע עסק פון דעם, אונז צו ווייזן דאס גרויסקייט פון יעדע גוטע זאך, אדער גוטע מנהג וואס א איד טוט פאר'ן אייבערשטן, אז דאס איז זייער חשוב אין הימל. היינט צו טאגס ווייסן מיר דאס חשיבות פון די זאך, איידער רבי שמעון בר יוחאי האט דאס מגלה געווען וואלט מען געלאכט פון אזא מענטש, מען וואלט אים געזאגט: "היינט איז נישט יום טוב סוכות, מאך זיך נישט נאריש, וואס איז דאס שבת מיט הדסים?!" רבי שמעון בר יוחאי האט אבער אנדערש געקוקט, ער זעט א איד טוט א שיינע זאך פאר שבת, זאגט ער: "חזי כמה חביבין מצות על ישראל", קוק ווי אידישע קינדער ליבן די מצוות.


אינטערעסאנט, דער מהרש"א זאגט (שם חדושי אגדות, דיבור המתחיל חד כנגד זכור): "וכמו שבנרות זוכין לבנים חכמים", אזוי ווי שבת ליכט איז מסוגל פאר קינדער תלמידי חכמים, "הכי נמי הדסים", אזוי אויך, ווער עס שמעקט הדסים שבת וועט האבן "בנים צדיקים, שנקראו הדסים", עיין שם; די זעלבע ווערטער זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן נט): "עַל יְדֵי הֲדַסִּים בְּשַׁבָּת זוֹכֶה לְבָנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים".


אויך האב איך געזאגט וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש, אויף דעם מאמר חז"ל (ברכות לה.): "הַרְבֵּה עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי וְלֹא עָלְתָה בְּיָדָן", אסאך האבן פרובירט נאכצומאכן רבי שמעון און זיי האבן נישט מצליח געווען, פארוואס טאקע נישט? ווייל "'הַרְבֵּה' עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי", אסאך טון, אסאך נאכמאכן איז שווער, אבער אז מען פרובירט צו טון קלייניקייטן, זאכן וואס מען קען - דעמאלט איז מען יא מצליח.


די ווערטער איז א מצוה צו רעדן מיט מענטשן, מען זאל וויסן אז דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער, דאס איז דער גאנצער זוהר; יעדע בלאט, און פאר יעדע שטיקל - זאגט ער נאכאמאל און נאכאמאל: "וואויל איז פאר אונז אידישע קינדער וואס דער אייבערשטער האט אונז אויסדערוועלט פון אלע פעלקער, ער האט אונז ליב", דאס איז סודות התורה, עס איז באהאלטן פון אונז; מען דריידט זיך ארום צעקלאפט און דערשלאגן, מען חזר'ט זיך ליגנט, מען קלאפט זיך; ווער רעדט נאך אז מען הערט תורות פון שֵׁדִין יְהוּדָאִין (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כח) וואס קלאפן דעם מענטש מיט ליגנט, אז 'דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר', 'ער דארף נישט מיינע מצוות', 'ער דארף נישט מיין דאווענען' וכו' וכו'; דאס דארף מען זאגן פאר אנדערע, די ווערטער פון זוהר: "דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער".


מוצאי שבת קודש בין איך געפארן קיין יבנאל צו די שבע ברכות פון ר' עזרא בוים מיט הרב אליעזר איידלשטיין. לכתחלה האב איך געוואלט גיין צו די חתונה, אבער עס איז געווען אזוי פארהאקט אין מירון, מען האט נישט געקענט ארויספארן און אריינפארן פון מירון נאר מיט א באס. איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי די שמחה. יעצט מוצאי שבת קודש בין איך געפארן, עס איז געווען זייער געפיליש צו זיצן מיט אזעלכע גרויסע צדיקים, הרב רבי יצחק שליט"א, הרב רבי דניאל שליט"א, אויך דער מחותן הרב ר' אליעזר שליט"א, מיט ר' עזרא נרו יאיר.


הרב רבי יצחק שליט"א האט דערציילט זייער אינטערעסאנטע זאכן פון די השתלשלות פון יבנאל. מוהרא"ש האט געהאט פלענער צו קויפן אין מאנסי, אויך האט מוהרא"ש שוין כמעט געקויפט א חלקה אין ניו דזשערסי. איך האב זיך זייער מחי' געווען מיט די שיינע דיבורים.


אויך האט ער דערציילט שיינע אינטערעסאנטע זאכן פונעם גר צדק אברהם זכרונו לברכה, דער זון פונעם גראף פאטאצקי. מען האט באהאלטן פון אים ספר ויקרא, ווייל דאס איז דער יסוד פון א איד, ביז ער איז דערגאנגען אז חומש איז פינף, עס פעלט איין באנד. אויך די סיפור פון די שריפה, אז דער בעל יסוד ושורש העבודה האט זיך באהאלטן נאנט צום פייער צו קענען זאגן "אמן" אויף די ברכה וואס ער האט געמאכט ביים ווערן פארברענט, און נאך אסאך שיינע זאכן.


נאכדעם האט מען מיר געבעטן רעדן. איך האב גערעדט קורץ און שארף, איך האב גערעדט צום חתן, אז ער קומט יעצט קיין יבנאל דארף ער וויסן מען מוז האבן שייכות מיט ערליכע אידן, "וֶהֱוֵי מִתְאַבֵּק בַּעֲפַר רַגְלֵיהֶם" (אבות א, ד), מען מוז ליב האבן ערליכע אידן. נאר די וואס זענען צוגעקלעבט צו ערליכע אידן, צדיקים – די האבן ערליכע דורות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", דער וואס האט ליב ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", דער וועט האבן קינדער ערליכע אידן, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן", דער וואס איז מכבד ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", וועט אויך האבן איידעמער ערליכע אידן, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", דער וואס האט הכנעה פאר ערליכע אידן, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָּא מֵרַבָּנָן", וועט ער אליינס ווערן א גרויסער צדיק. איך האב זיך געבעטן צום חתן, זיי נישט ווי די נארישע מענטשן וואס זאגן "אמאל זענען געווען צדיקים, היינט איז נישטא", דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגן פאר'ן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן קצב): "שֶׁאֵין הָעוֹלָם רוֹצִים לְהַאֲמִין שֶׁיִּהְיוּ נִמְצָאִים עַכְשָׁו צַדִּיקִים גְּדוֹלִים בְּמַעֲלָה מְאֹד כְּמוֹ בַּדּוֹרוֹת הָרִאשׁוֹנִים", מענטשן זאגן אז היינט איז נישטא קיין גרויסע צדיקים אזוי ווי אמאליגע טעג, האט דער הייליגער רבי געזאגט: "בְּוַדַּאי נִמְצָאִים צַדִּיקִים בְּכָל דּוֹר וָדוֹר", און די אלע וואס זאגן אז היינט זענען נישטא קיין צדיקים זענען כופרים.


מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א טיפש אין ברסלב, ער האט נישט געשיקט זיינע קינדער אין חדר ווייל עס איז נישט געווען קיין ברסלב'ער חדר, ביים סוף זענען אלע ארויס לתרבות רעה. און אזוי וועט זיין מיט די אלע וואס שפעטן פון ערליכע אידן, די קינדער גייען אלע ארויסגיין לתרבות רעה; וואויל איז דער וואס האט ליב ערליכע אידן און איז זיי מכבד.


איך האב געבענטשט און געזאגט די שבע ברכות, מען האט געטאנצן. איך בין געווען זייער פרייליך זיך צו טרעפן מיט תלמידי היכל הקודש, צדיקים אמיתיים שבדורינו.


פון דארט בין איך ארויף צום ציון פון מוהרא"ש. עס איז געווען די יום הולדת פון מוהרא"ש, כ"א אייר – חסד שביסוד. איך האב געזאגט תיקון חצות, תיקון רחל זיצנדיג און תיקון לאה שטייענדיג, אויך תיקון הכללי, און זיך מתבודד געווען.


איך האב געבעטן פאר יעדן איינעם בפרטיות, אויך פאר דיר אהרן בן פיגא און פאר דיין שותף אהרן ישראל בן רות נעמי, איר זאלט מצליח זיין העלפן די מוסד זיך פארברייטערן אין אלע זייטן.


דער זון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, הרב נחמן שליט"א - איז געווען דארט ביים ציון, ער האט זיך מתבודד געווען, איך האב אים נישט געוואלט שטערן. מוהרא"ש האט מיר אמאל געזאגט: "מיין זון איז אן אמת'ער לב נשבר". ער איז געזעצן ביים ציון און געוויינט אויפ'ן קול מיט א צעבראכנקייט.


מיר זענען צוריק געקומען קיין מירון פארטאגס, איך האב באגעגנט מיין טאטע ארויפגיין מיט טלית ותפילין צו די מערה, איך האב זיך שנעל איבערגעטון די בגדי שבת לבגדי חול, און ארויף דאווענען שחרית כוותיקין.


נאך שחרית האב איך געזאגט די תיקון הכללי ביי רבי שמעון בר יוחאי און די תפילה פון רבי נתן (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז), א הארצרייסנדע תפילה, ווי מען בעט רבי שמעון בר יוחאי ער זאל העלפן עס זאל נישט זיין קיין שכחת התורה.


עס איז נישט שייך איבערצושרייבן די זעלבע זאך יעדע פאר מינוט, וואס האט זיך אפגעטון ביי יעדע פלאץ וואו מיר זענען געווען, איבעראל קומען זיך מענטשן באדאנקען פאר זייער לעבן, זייט זיי האבן אנגעהויבן הערן די דרשות און ליינען די בריוון האט זיך אלעס ביי זיי געטוישט.


מיר זענען געפארן קיין טברי', האברך חיים מאיר ערפס נרו יאיר האט מיך ארום געטראגן. קודם זענען מיר געפארן צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, איך האב זיך דארט מתבודד געווען, אויך געצינדן א ליכט מיט שמן לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס. אויך געדאווענט מנחה.


פון דארט זענען מיר געפארן צום ציון הרמב"ם, און צום ציון השל"ה און נאך צדיקים. ביים ציון השל"ה האבן מיר געזאגט די תפילת השל"ה, פון דארט זענען מיר געפארן צום קבר רבי עקיבא, נאכדעם צו קבר רבי חייא ובניו. פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים.


איך בין אנגעקומען אין אונזער בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב 15, די שול איז געווען איבערגעפולט קעפ אויף קעפ. די גבאים האבן מיך געפרעגט וואו צו מאכן די שיעור, זיי האבן געוואלט ארויסדינגען א זאל, איך האב נישט געוואלט, איך האב ענדערש געוואלט ביי אונז אין בית המדרש, איך געפון זיך זייער גוט דארט, די לופט דארט איז זייער געשמאק און איינגענעם.


ביים סוף שיעור זענען ארויפגעקומען אויפ'ן בימה א בחור דוד שמעון לעווינסאן, און הילד יהודה בן ר' מרדכי ברילל, ביידע האבן געמאכט א סיום הש"ס, דער טאטע פונעם קינד האט געזאגט אפאר ווערטער. עס איז גאר אנדערש צו זען מיט די אויגן ווי יונגע קינדער און בחורים לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געלערנט א וועג ווי אזוי מיר זאלן אויסנוצן די טעג מיט לערנען כסדרן דיקא, אפילו אן פארשטיין, בגירסא בעלמא (שיחות הר"ן, סימן עו).


מעריב און ספירת העומר האב איך געדאווענט אין שול, האברך משה ראזענבערג נרו יאיר האט געדאווענט פאר'ן עמוד, ער איז אין יאר נאך זיין טאטע ר' יצחק עליו השלום.


נאך מעריב האט גענומען צייט ביז איך בין ארויס, דער עולם האט געגעבן שלום.


פון דארט בין איך געגאנגען צום אכסני', אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א באקוועמע דירה מכל טוב וטוב.


בשעת די שיעור האבן זיך די ווייבער פון אנשי שלומינו צאמגענומען ביי משפחת פערל אין שטוב זיך צו באקענען מיט מיין ווייב תחי', זיי האבן איר שיין אויפגענומען. זי האט מיר דערציילט אז זי איז זייער איבערגענומען פון די פרויען, זיי זענען זייער איידל און פריינטליך, זייער צום זאך, זי איז אהיימגעקומען פון דארט זייער פרייליך.


אברהם האט צוגעשטעלט א געשמאקע מאלצייט, איך האב גערופן חיים מאיר מיט שמעון פיש נרו יאיר זאלן קומען מיט עסן, זיי האבן נאך גארנישט געגעסן פון אינדערפרי.


שפעטער ביינאכט זענען אריבערגעקומען די גבאים פון ירושלים, מיר האבן גערעדט ביז שפעט ביינאכט ווי אזוי מיר זאלן פארברייטערן די חדר, מיר גייען זוכן א גרעסערע פלאץ, מיר דארפן שוין נאך א מלמד.


איך האב געבעטן דעם גבאי יצחק נרו יאיר ער זאל ווערן מנהל רוחני פונעם חדר, איך האף ער וועט עס אננעמען. איך האב נישט צו שטארק געבעטן, כדרכנו, מיר זאגן נישט יענעם וואס צו טון, מען העלפט נאר יענעם טראכטן גוטע מחשבות און אז יענער וויל אזוי טון – טוט ער, און אז נישט – נישט, אויך האבן מיר גערעדט וועגן עפענען א ישיבה אין ארץ ישראל; דאס איך נאך א פראגע, עס איז נישט קיין גרינגע זאך.


איך בין געבליבן אויף ביז פיר אזייגער פארטאגס, מיין זון הרב אלחנן האט געדארפט אהיים פארן, איך האב נישט געוואלט ער זאל פארפאסן די פליגער.


מאנטאג אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אין אונזער בית המדרש, נאכן דאווענען איז געווען א סיום, הבחור שמעון פאללאק האט מסיים געווען ש"ס. עס איז געווען אזוי שיין, אזוי איינגענעם צו זיין צווישן אנשי שלומינו, וואו יעדער איינער לערנט אזוי פלייסיג. ביים סיום האב איך גערעדט אביסל חיזוק פון דאס גרויסקייט פון לערנען תורה.


נאכדעם איז געווען קבלת קהל, איך בין געזיצן אין שול און אויפגענומען. מענטשן זענען אריבער איינער נאכן צווייטן, יעדער מיט זיינע בקשות, מיט זיינע זאכן. בערך צוועלף אזייגער האב איך געמאכט אן הפסקה, איך בין אריבער צום תלמוד תורה מיט יצחק.


דארט אין חדר ביי משפחת פערל אין שטוב; ווען איך קום אהין כאפט מיר אן אזעלכע געפילן וואס איז שווער ארויס צו שרייבן אויפ'ן פאפיר. עס טראגט מיר צוריק ווען מיר האבן געעפנט די ערשטע תלמוד תורה חסידי ברסלב אין אמעריקע, אסרו חג פסח שנת תש"ע האבן מיר געעפנט די חדר אין א דירה אין וויליאמסבורג, דו געדענקסט זיכער אלעס וואס איך געדענק, דו ביסט דאך פון די ערשטע פינף משפחות וואס האבן אנגעהויבן די חדר, עס איז געווען קליין און בא'טעמ'ט.


דער מלמד יושע ראבינאוויטש איז א גאר פיינער מלמד, ער לייגט אריין אין די קינדער אמונה און יראת שמים, עס זענען צוגעקומען נאך צוויי משפחות אין חדר, משפחת לעווינסאן און משפחת גאטליב.


איך בין אריין צו משפחת פערל רעדן מיט זיי בענין עצתו אמונה און איש אמונות, זיי ארבעטן יומם ולילה לא ישבותו ארויסצוגעבן וועכנטליך די קונטרסים איש אמונות און עצתו אמונה, איך ווייס נישט ווי זיי נעמען די כוחות און די צייט, עס איז ביי מיר א גרויסע וואונדער, איין משפחה זאל אריינלייגן אזויפיל שעות א וואך פאר הפצה... אשרי להם, וואויל איז זיי! עס איז די גאנצע שטוב זייערע; אלעס איז דארט, די חדר, די הדפסה, דער בית המדרש האט זיך דארט אנגעהויבן.


פון דארט בין איך צוריק אין שול ווייטער אויפנעמען מענטשן, מחזק זיין אידישע קינדער, אויסהערן אידישע הערצער – ביז שפעט נאכמיטאג. עס איז געווען אינטערעסאנט צו זען ווי אלע שטייען אין די שורה מיט א ספר אין די האנט און לערנען זייערע שיעורים כסדרן, קיינער האט נישט מבטל געווען קיין צייט, דאס איז דאך איינע פון די מעלות פונעם סדר דרך הלימוד, מען קען אלץ לערנען, מען דארף נישט אנברענגען קיין צייט.


נאכדעם איז געווען נאך א סיום הש"ס, הבחור שמואל אייזיק בן ר' שמעון עוזר פערל האט מסיים געווען ש"ס, או איז דאס געווען שיין, וואס איז דא שענער ווי א סיום הש"ס פון א יונגער בחור... איך בין ממש געפאלן פון מיינע כוחות פון ארבעטן ארום די זייגער, טאג און נאכט, אן עסן, אן שלאפן. מענטשן האבן מיר געפרעגט ווי נעמט מען די כוחות? דער ענטפער איז, ווען מען זעט בחורים, אינגעלייט און קינדער לערנען די הייליגע תורה – דאס געבט כח, זיצן ביי א סיום הש"ס – דאס איז פאר מיר עסן און שלאפן.


מיר האבן געדאווענט מנחה מעריב, ספירת העומר. נאך מעריב האט מען אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה פאר "בית המדרש היכל הקודש סטעטן איילענד", ר' יעקב היילפרין האט אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה ביים סופר ר' נחמן יאקאבאוויטש, מאנשי שלומינו; איך האב געשריבן דעם גאנצן ווארט "בראשית".


נאכדעם בין איך אהיים זיך צאמפאקן די פעקלעך, מיר זענען געפארן צום הר המנוחות. מיין ווייב האט דארט א זיידע און באבע, זיי ליגן די ערשטע רייע ביי די בעלזא נייע חלקה, פינקט אנטקעגן די ציון פון הייליגן חיד"א זכותו יגן עלינו.


מיין זיידע, הרב החסיד רבי יצחק דוד הכהן פריעדמאן זכרונו לברכה איז געווען א גרויסער ערליכער איד, א תלמיד פון פאפא רב זכרונו לברכה, א בעלזער חסיד, אויך א מוקיר רבנן. איך האב געהאט די זכי' צו לערנען נאך מיין חתונה בחברותא מיט אים יעדע נאכט אין פאפא שול אין וויליאמסבורג מסכת שבת, איך האב אסאך קונה געווען פון אים.


יעדע יאר פאר ראש השנה, ווען איך האב זיך געזעגנט פון אים - האט ער מיט טרערן אין די אויגן מיר געבעטן איך זאל מתפלל זיין פאר אים וכו' וכו', אויך די באבע, רחל בת הרב החסיד ר' שלמה גפן ליגט דארט, זי איז געווען א גרויסע צדקת.


איך בין אריין ביים אוהל פונעם חיד"א, איך האב מתפלל געווען און זיך מתבודד געווען. אויך דארט האבן מיר ספרדי'שע אידן באפאלן מיט שכוח'ס פאר די שיינע חיזוקים וואס זיי זענען מקבל.


אין עירפארט האב איך גערעדט מיט די גבאים פון ירושלים וויכטיגע זאכן, עניני קהילה, זאכן וואס מען קען נאך מער טון; דאס וועל איך נישט שרייבן, איך וועל דאס רעדן מיט דיר פריוואט.


די וועג איז געווען גאר גוט ברוך ה', איך בין געשלאפן רוב וועג, פארטאגס האב איך געוואשן נעגל וואסער, געזאגט ברכת התורה און זיך מתבודד געווען.


האברך שמואליק בלעדי האט מיך אפגעווארט, איך בין אהיים געגאנגען העלפן ארויפטראגן די פעקלעך, העלפן מיין ווייב, גלייך געגאנגען אין מקוה און געלאפן אין ישיבה. אנקומענדיג אין ישיבה איז נאך דער בית המדרש געווען ליידיג, איין קינד איז דארט געזעצן און געלערנט, הילד שמעון פארקאש א זון פון ר' מאיר דוד נרו יאיר; ער איז א פלייסיג קינד, ער לערנט יעדן אינדערפרי שעות אין בית המדרש.


גלייך נאכדעם זענען די בחורים געקומען, איך האב פארגעלענט א שיעור גמרא, די היינטיגע בלאט. אויך האב איך אנגעגרייט א שיעור פאר די פרויען, איך געב נישט שיעורים פאר פרויען דירעקט, איך זאג אריין א שיעור אין א מאשין און דאס שפילט מען נאכדעם אויף פאר אנשי שלומינו, יעדן דינסטאג איז דא א פרויען צאמקום אין שטעטל, די פרויען קומען זיך צאם, מען הערט א שיעור; דארף איך יעדע וואך אנגרייטן א שיעור פאר זיי.


נאך שחרית בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל, צום ערשט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בנין קרן הדפסה, איך זע ווי מוהרא"ש שמייכלט אויבן אין "גן עדן" ווען ער קוקט אראפ און זעט דעם בנין הדפסה, וואו מען דרוקט טויזנטער ספרים טעגליך.


איך האף בקרוב וועט זיין דער חנוכת הבית. איך וויל ווייזן פאר אנשי שלומינו די גרויסע אפעראציע וואס טוט זיך דארט אפ, איך וויל אז יעדער איינער זאל האבן א חלק אין הדפסה און א חלק אין הפצה, מען קען נישט זיצן ווי א מחותן מיט פארמאכטע הענט, נאר יעדער איינער זאל האבן א חלק אין ברענגען משיח.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די קינדערלעך; דאס איז דאך מיין זאך, חינוך הבנים והבנות. איך האב געגעבן דריי שיעורים, איינס פאר די מיידלעך, צוויי פאר די סטעף – מלמדים און טישטערס וכו', און פאר די אינגלעך. אויך בין איך געגאנגען מיט די אינגלעך א שפאציר, זיי ווייזן די נייע בנין התלמוד תורה וואס מען בויט יעצט.


איך בעט דיר זייער טייערער אהרן בן פיגא, העלף מיר רעדן מיט אנשי שלומינו, אלע זאלן נעמען א טייל אינעם קאמפיין וואס מיר מאכן נאך שבועות. איך דארף רחמי שמים נישט אריינזינקען אין א טיפע לאך פון חובות, די מוסד האט שרעקליכע חובות. די יאר האבן מיר געבויט שולן און מקוואות, מצה בעקעריי, יעצט האט מען געקויפט א פלאץ פאר די קינדער פאר זומער, פון אלע זייטן האב איך חובות, איך בעט דיר זייער זאלסט אנווארעמען אנשי שלומינו.


אפשר יעצט וועט מקוים ווערן דאס וואס מוהרא"ש האט דיר געבעטן זאלסט זיין פאנדרעיזער פאר זיינע מוסדות; אזוי ביסטו דאך מקורב געווארן, מען האט דיך געברענגט פאר א פאנדרעיזער פאר די מוסדות אין יבנאל, יעצט וועט דאס מקוים ווערן.


פון חדר בין איך געפארן צום שטוב פון ישראל חיים נרו יאיר, ער האט מיך איינגעליידנט צו א שבע ברכות פאר זיין טאכטער מיט החתן אלי' בן ישראל שלום נרו יאיר. איך זאג דיר דעם אמת, מיין קאפ האט שוין געשווינדלט פון זיין אויף אזוי לאנג, אבער איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי זייער שמחה. ערשטנס, די מחותנים זענען ביי מיר זייער טייער, דער אבי הכלה איז אן איידעלער מענטש, ער פירט אן איידעלע ריינע שטוב, און אזוי אויך דער אבי החתן פירט א שיינע ערליכע אידישע שטוב; איך שטאלציר מיט אזעלכע טייערע משפחות.


צווייטנס, דער חתן נרו יאיר איז געווען אלע יארן אין ישיבה, ער האט אלץ געהאלפן די ישיבה, ער האט אלץ צוגעלייגט א האנט, אויך די כלה איז פון די חשוב'ע תלמידות.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער, איך האב געזאגט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן ביי שבע ברכות. מען זאגט אין די ברכות: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח רֵעִים הָאֲהוּבִים, כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן מִקֶּדֶם"; דאס איז די נשמה פון חתן כלה וואס אין הימל זענען זיי געווען איינס, יעצט ווען זיי טרעפן זיך איינער דעם צווייטן וואונטשט מען זיי: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח וְגוֹ', כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן", זיי זאלן לעבן מיט ליבשאפט, מיט פרייד אזוי ווי זיי האבן געלעבט אויבן אין גן עדן, זיך נישט קריגן, זיך נישט באשולדיגן, און אז דער חתן וויל אז זיין ווייב זאל אנערקענען אין חתן דומה למלך, דארף ער רעדן צו איר ווי מען רעדט צו א מלכה, וועט זי רעדן צו אים ווי מען רעדט צו א מלך.


איך האב געזאגט הויך אויפ'ן קול וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש. מוהרא"ש האט מיר געגעבן די זאך אז ווען מיין ווייב רופט מיר אויפ'ן טעלעפאן הייב איך אויף אן ווערן נערוועז, זאל זי רופן הונדערט מאל א טאג, איך הייב אויף, איך הער איר אויס; דאס איז איינע פון די מיליאנען פינטלעך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


פון דארט בין איך געגאנגען נעמען מיינע קינדער, איך האב צעטיילט מיינע קינדער פאר די נסיעה, א טייל ביי מיין זון הרב שלמה, א טייל ביי משפחות אין וויליאמסבורג, ביי ר' מרדכי אינדיג, און ביי שבתי מזרחי.


איך בין געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי די נייע פארפאלק.


איך בין יעצט צוריקגעקומען פון די נסיעה, איך האב גערופן א מנין בחורים צו מיר אין שטוב פאר א מנין מעריב, יעצט איז שוין שפעט ביינאכט, איך גיי זיך צולייגן, מען דארף אביסל שלאפן צו קענען ווייטער אנגיין מיט עבודת השם.


איך בין מתפלל פאר דיר און פאר דיינע קינדער, איך האב געטראפן דיינע קינדער היינט אין שטעטל. דיין זון פנחס דוד נרו יאיר קאכט אין בית המקדש פאר די צאן קדשים, דיין איידעם אברמי האבן איך געטראפן אין בנין קרן הדפסה, ער ארבעט אויפ'ן אלבוים "טאנץ מיט אמונה #4", דיין איידעם הערשל נרו יאיר איז דאך א מלאך המושיע פאר אונזערע קינדער, ער זיצט מיט א כתה קינדער, לעבעדיגע קינדער וואס יעדע רגע ווילן זיי ארויסטאנצן פון די הויט, ער האלט זיי מיט אזא סבלנות. רפאל נרו יאיר, דער אדמיניסטראטאר זאגט מיר היינט, דיין איידעם הערשל נרו יאיר זאגט אים, ער האט א גוטע פראומאושן ווי אזוי צו איינקעסירן שכר לימוד, אזוי טוען דאך אלע מוסדות, מען רופט אויס ווער עס צאלט שכר לימוד גייט אריין אין א גורל וכו', זאגט ער, מען זאל אויסרופן, ווער עס קען אריינקומען אין זיין כתה האלטן די כתה פאר איין שעה און די קינדער וועלן אים נישט ארויסטראגן, דער דארף נישט צאלן שכר לימוד פאר א יאר; אזוי וועלן עלטערן האבן א געפיל און צאלן שכר לימוד, מען זאל קענען באצאלן פאר די מלמדים די מינימאלע געהאלט וואס עס קומט זיי.


ווען דו רעדסט מיט אנשי שלומינו זיי זאלן זיך אנשליסן אינעם קאמפיין, זאג זיי צוויי זאכן. איינס, זיי זאלן נישט געבן זייער געלט, זיי זאלן ברענגען געלט פון חברים, משפחה, באקאנטע וכדומה, צווייטנס, וואס רבי נתן האט געזאגט פאר'ן רבינ'ס אייניקל ווען ער האט אים געבעטן געלט פאר'ן קלויז אין אומאן און ער האט געקווענקלט, האט ער אים געזאגט די ווערטער: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר אויך, נאר שענער און בעסער וועט זיין אז דו וועסט העלפן"; נאך די ווערטער האט ער געגעבן צדקה, אזוי זאלסטו זאגן פאר אנשי שלומינו: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר, נאר שענער און בעסער וועט זיין אויב דו וועסט צולייגן א האנט, העלפן די הייליגע מוסד, די הייליגע קהילה".


איך שלאף שוין איין, זיי מיר געזונט.

#56 - וואס בין איך אנדערש? איך וויל אויך זיין א צדיק
תפילות אויף אידיש, חברים, התחזקות, חסידות ברסלב, תשובה, התחדשות, ראש ישיבה, אחדות, ל"ג בעומר, מירון, פסח שני

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת, י"ב אייר, כ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערע ליבע חברים, תלמידי היכל הקודש ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איינע פון די שיינע זאכן וואס מיר האבן זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז די ווערטער וואס דער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו זאגט וועגן "פסח שני" (לקוטי הלכות ברכת הפרות הלכה ה, אות טז).


די פרשה פון פסח שני, די מצוה פון פסח שני – איז ארויסגעקומען נאר נאכדעם וואס די אידן וואס זענען טמא געווארן, זיי האבן נישט געקענט מקיים זיין די הייליגע מצוה פון "קרבן פסח" – זענען געקומען צו משה רבינו מיט א טענה (במדבר ט, ז): "'לָמָּה נִגָּרַע', וואס זענען מיר אנדערש? איך בין טמא, איך טאר נישט מאכן דעם קרבן פסח, פארוואס? איך וויל אבער אויך מאכן די הייליגע מצוה!" משה רבינו האט געזען די רצון, די ווילן פון אט די אידן, האט ער זיי געזאגט: "איך גיי פרעגן דעם אייבערשטן", ער האט פארשטאנען אז דא גייט עפעס זיין, ווייל ווען מענטשן ווילן זיין גוט, זיי בעטן זיך: "למה נגרע" – העלפט דער אייבערשטער. די הייליגע חכמים זאגן דאך (שבת קד.): "הבא לטהר", ווען מען וויל זיין גוט, "מסייעים אותו", העלפט מען פון הימל; דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו זאל זיי געבן נאך א געלעגנהייט צו מאכן יעצט דעם פסח.


דאס איז א שטארקע חיזוק פאר אונז, מיר זענען דאך ווי אזוי מיר זענען, "וכולנו אין פנינו יפות כלל" (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן לט), מיר דארפן רחמי שמים, דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז; אז מיר וועלן נישט אפלאזן די רצון, מיר וועלן בעטן דעם אייבערשטן, מיר וועלן שרייען צום אייבערשטן: "למה נגרע, וואס בין איך אנדערש? איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך האבן א ריינע מח מחשבה. איך האלט אין איין פאלן, רבונו של עולם, איך בין ממש א פארלוירענער, העלף מיר, ראטעווע מיר" – וועלן מיר זוכה זיין, מען וועט אונז געבן נאך א געלעגנהייט אנצוהויבן פונדאסניי.


טייערע ליבע חברים תלמידי היכל הקודש, מיר גייען יעצט אריין אין א ליכטיגע וואך, אין די ספירה פון הוד. די וואך זענען תַּרְעִין פְּתִיחָן, די טירן זענען אפן (זוהר הקדוש פרשת בהעלותך, דף קנג.). די וואך האבן מיר די גרויסע הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי, איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו זיין ל"ג בעומר אין מירון, אויך די שבת נאך ל"ג בעומר. נאך שבת וועל איך זיין אין ירושלים, איך וועל דאווענען אין אונזער שול, אויך וויל איך באזוכן די חדר, די צאן קדשים.


איך וויל אייך נאר בעטן איין זאך. רבי שמעון בר יוחאי זאגט אין זוהר, איידער ער האט אנטפלעקט די הייליגע סודות אין פרשת נשא, די אידרא קדישא, זאגט רבי שמעון בר יוחאי א לשון וואס מוהרא"ש פלעגט אסאך חזר'ן מיט אונז, רבי שמעון בר יוחאי זאגט פאר די הייליגע חברים (נשא קכח.): "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַּלְיָא", אונזער זאך איז זיין חברים, אונזער כח איז נאר אז מיר וועלן זיך ליבן, "אֲנָן" איז ראשי תיבות: א'נשי נ'חל נ'ובע; ברסלב'ער חסידים מוזן זיך ליב האבן, מיר מוזן זיך ליידן. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מיר קענען זיך נישט פארשטעלן צו וואס פאר א מדריגות דער רבי וועט אונז צוברענגען אז מיר וועלן זיך ליב האבן, מיר וועלן לעבן באחדות".


זייט מיר נישט מפרסם, זייט ענדערש מפרסם די נומער פון די שיעורים, די בריוו און גליונות. גייט הפצה מיט די שיינע קונטרסים עצתו אמונה מתורגם; עס איז אזוי שיין, אזוי זיס; נישטא א קונטרס וואס מען זאל זיך נישט טרעפן דערין, יעדע קונטרס עצתו אמונה איז דא דערין אזויפיל חיזוק און שכל ווי אזוי זיך צו קענען דערהאלטן.


איך וועל זיין אם ירצה ה' אין ירושלים זונטאג; די גבאים וועלן שוין מודיע זיין ווען און וואו, איך דארף נישט מען זאל מיך מפרסם זיין.


שבת וועל איך זיין ביי מיין טאטע שליט"א אין מירון. איך קען נישט לאדענען מענטשן, איך בין דארט אליינס א גאסט. איך וועל מאכן צייט נאך שבת צו קענען רעדן מיט ענק, מיט יעדן איינעם באזונדער.


דער עיקר דארפן מיר זיך אויפפרישן פונדאסניי, פריש מקורב ווערן, אנהויבן נוצן די ליכטיגע עצות פון רבי'ן. זיך מתבודד זיין; א שאד דאס נישט צו טון, מען ווערט דאך אויסגעלייזט פון אלע פראבלעמען ווען מען רעדט צום אייבערשטן, מען שמועסט מיט אים ווי מען שמועסט מיט א גוטע פריינט; דאס לעבן ווערט אזוי זיס, אלע צרות און פראבלעמען איז נאר ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, אלע מרירות איז כל זמן מען לעבט אן אמונה; ווי נאר מען דערמאנט זיך 'עס איז דאך דא א באשעפער, עס איז דא איינער וואס פירט מיך, איך בין נישט אליינס, איך בין ביים אייבערשטן אין די האנט' – ווערט אלעס גוט.


בנוגע מירון; ווער עס קען קומען צו רבי שמעון בר יוחאי – זאל זיכער קומען, ביי רבי שמעון בר יוחאי באקומט מען ישועות. צדיקים טייטשן, די הייליגע חכמים זאגן א לשון (ברכות ט.): "כְּדַאי הוּא רַבִּי שִׁמְעוֹן לִסְמֹךְ עָלָיו בִּשְׁעַת הַדְּחַק", דאס מיינט צו זאגן, ווען עס דרוקט, ווען מען איז בדוחק – קען מען זיך פארלאזן אויף רבי שמעון בר יוחאי; אבער מען דארף זיך נישט קריגן, און חס ושלום זיך שלאגן צוצוקומען ביזן ציון, אינעם מערה.


מוהרא"ש זאגט בפירוש: "די גאנצע הר מירון איז א מקום צו פועל'ן ישועות"; זיכער זיך נישט קריגן מיט די ערב רב. מוהרא"ש האט אונז געזאגט זיך אכטונג געבן פון זיי, די ערב רב זענען רוצחים, עס איז נישט כדאי צו האבן מיט זיי. מיר האבן די זאך פון תפילה והתבודדות; וואו מען שטייט – קען מען זיך מתבודד זיין.


איך ווארט שוין צו זיין מיט ענק.

#55 - יעדער לייגט צו א האנט, איז די שטעטל אזוי שיין מצליח
שטעטל, משמש דעם רבי'ן, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי ב', כ"ד ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ברסלב ליבערטי


איך וויל זיך נאכאמאל באדאנקען אויף וואס איר האט זיך אזוי אוועקגעגעבן די גאנצע צייט פון פורים ביז פסח פאר די מצה בעקעריי; אלע וואס האבן נאר טועם געווען די ברסלב'ע מצות זענען זייער נתפעל געווארן, עס האט זייער א גוטע טעם.


אלע וואונדערן זיך ווי אזוי די שטעטל איז אזוי מצליח; מיר האלטן נאכנישט קיין דריי יאר און עס איז דא אלעס וואס א אידישע שטעטל דארף האבן. א דיין, א כולל וואו עס לערנען תלמידי חכמים, אן עירוב, פיר שולן, אלע שולן האבן א מקוה, צוויי מקוה טהרה'ס, א חדר, א מיידל סקול, א בית התבשיל, עזר ליולדות, גראסערי, באזאר, בית הדפוס און יעצט א מצה בעקעריי; אלעס איז צו פארדאנקען אנשי שלומינו און נשות אנשי שלומינו וואס זענען אזוי געטריי, יעדער וויל נאר העלפן אריינברענגען דעם אייבערשטן אין די וועלט.


נאכאמאל, א יישר כח.

#54 - קען מען מאכן זונטאג א כמו-סקול און בעטן געלט דערפאר?
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שלום, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


צו די טייערע בית פיגא תלמידות ... שתחיו


איך האב ערהאלטן ענקער בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז ענק שפילן באחדות און ענק העלפן ענקערע מאמעס, די צוויי מצוות זענען פון די העכסטע מצוות; שלום איז די העכסטע זאך ביי אידישע קינדער און כיבוד אב ואם איז די הארבסטע מצוה.


בנוגע ענקער פראגע, אויב איר קענט מאכן זונטאג א כמו סקול און בעטן געלט; דאס זאלט איר פרעגן ענקערע מאמעס, איך מיש זיך נישט אריין אין דעם, איך וועל לאזן ענקערע מאמעס זאלן ענטפערן אויף דעם.


איך וויל ענק בעטן איר זאלט זיך קיינמאל נישט קריגן מיט אנדערע; אידישע קינדער זענען איין גרויסע געשטאלט, די רעכטע הענט וועט קיינמאל נישט וויי טון די לינקע הענט אדער א צווייטע חלק פונעם קערפער, אזוי טארן זיך אידישע קינדער נישט קריגן.


איך בעט אייך און איך בעט אלע תלמידות בית פיגא, איך ארבעט אזוי שווער פאר ענק פאר די סקול; געבט מיר צוריק די טובה, קריגט זיך נישט מיט אנדערע; אויב איז דא א מיידל א פירער וואס טשעפעט קינדער - זאלט איר אהיים גיין און נישט שפילן און חס ושלום וויי טון א אידיש קינד.


אויך זאלט איר נישט זוכן ארויס צו לויפן פון שטוב; אויב די מאמע דארף אייער הילף זאלט איר בלייבן העלפן אייער מאמע.


גייט אביסל שפאצירן מיט'ן באשעפער, רעדט צום אייבערשטן, בעטס דעם אייבערשטן אלעס וואס איר דארפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#53 - איר האט א גרויסע זכות מיט'ן מאכן די צאמקום פאר נשות אנשי שלומינו
חיזוק פאר פרויען, התחזקות, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, ירושלים


א גרויסע זכות האט איר מיט'ן מאכן די צאמקום פאר נשות אנשי שלומינו, זיך מחזק זיין מיט די עצות און חיזוק פון רבי'ן.


אויב עס איז נישט שווער פאר אייך זאלט איר מיר שרייבן יעדעס מאל עס איז דא א צאמקום - א באריכט ווער עס איז געווען און וואס איז געווען ביי די צאמקום; א שיעור, א שפיל, טאנצן וכו'; איך וויל מיטהאלטן אלע פרטים.


יישר כח.

#52 - אז דיין ווייב דארף דיין הילף מיט די קינדער, זאלסטו בלייבן העלפן
שלום בית, היכל הקודש, לימוד התורה, היטן די צייט, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פקודי, כ"ז אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יישר כח פאר די גוטע גרוס פון בית המדרש. איך בין זיך זייער מחי' יעדעס מאל איינער שרייבט מיר ווי אזוי מען פירט זיך אין שול, פון די דרך ארץ פון אנשי שלומינו. די ליבשאפט צווישן אנשי שלומינו - דאס איז עפעס וואס מען זעט נישט ערגעץ אנדערש; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהרן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס וועט זיין צווישן אייך.


בנוגע בלייבן אין שטוב וכו'; אז דיין ווייב דארף דיך האבן אין שטוב, זי דארף דיין הילף - זאלסטו איר העלפן. אודאי און אודאי איז זייער א גוטע זאך צו גיין צום שיעור, אבער אז דיין ווייב פאלט פון אירע כוחות, זי דארף האבן דיין הילף מיט די קינדער - זאלסטו בלייבן העלפן, און לערנען אין די אנדערע צייטן.


עס איז דא צייט פאר ביידע, עס איז דא צייט פאר אלעס; בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט נאר טון זיין רצון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#51 - וואס איך האב אלץ צו טון אין איין טאג
תפילה והתבודדות, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, שלום בית, קברי צדיקים, מוסדות, חסידות ברסלב, שטעטל, סיום, דרשות, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, בריוו, עצבות, ישיבה, ספרי ברסלב, גמרא, ראש ישיבה, שמירת עינים, אחדות, געפילן, סופרים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה, י' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן; מען קען זיך נישט פארשטעלן צו וואס מיר וועלן זוכה זיין אויב מיר וועלן פאלגן דעם רבי'ן. אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען לערנט די הייליגע ספרים - איז מען זוכה צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן א גרויסער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו, רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", נאך האט דער רבי געזאגט, ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת - וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן; נאך האט דער הייליגער רבי געזאגט (שם, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק - קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים".


איך בעט אייך מיינע טייערע ברידער, געדענקט וואס מוהרא"ש פלעגט חזר'ן ביי יעדע איינציגסטע שיעור: "מען קען נישט זיין א ברסלב'ער חסיד נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים"; מוהרא"ש פלעגט לאכן פון די אלע וואס פאררופן זיך ברסלב'ער חסידים און האבן נאך קיינמאל אין זייער לעבן מסיים געווען דעם הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, ספר המדות און ספורי מעשיות.


בעט אייך טייערע ברידער, טייערע חברים: מאכט אייך שיעורים אין רבינ'ס ספרים, יעדער לפי בחינתו, קוקט נישט אויף א צווייטן, מישט זיך נישט ביי א צווייטן. דעם משכן האט מען נישט געקענט בויען נאר פון גאלד, אדער נאר פון זילבער, עס האט אויסגעפעלט אלע סארט זאכן, נאר אזוי האט זיך צאמגעשטעלט א משכן. אזוי איז כלל ישראל; איינער ברענגט גאלד, א צווייטער ברענגט זילבער, א דריטער קופער, איינער ברענגט א קליין בענדעלע, א רויטע פאדעם; אלעס אינאיינעם בויט זיך אויף די הערליכע משכן.


יעדער איינער זאל זיך מאכן א שיעור אין די הייליגע ספרים, און אז דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זאגן די הייליגע ווערטער, שפעטער וועט זיך שוין עפענען דיין הארץ און קאפ, דו וועסט פארשטיין.


אויך זאלט איר אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב, בלייבט נישט אין גאס ביינאכט, בלייבט נישט שמועסן אין שול; קומט אהיים העלפן אין שטוב, און אפילו עס איז נישטא וואס צו העלפן - קום אהיים, זיץ אין שטוב, שמועס מיט דיין ווייב און לערן דיינע שיעורים אין שטוב; דריי זיך נישט ביי די נעכט אין גאס.


ועל כולם באנוצט זיך מיט די עצה פון התבודדות, זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן. נישטא בעסערס פון א גוטע התבודדות, ווען מען איז זוכה זיך אויסצורעדן דאס הארץ צום הייליגן באשעפער.


איך בעט אייך אלע, זייט נישט בייז אז איך קום נישט אן צו ענטפערן אייערע בריוו, איך בין זייער פארנומען; איך וועל אייך שרייבן וואס איך האב אלץ צו טון אין איין טאג, איך ווייס נישט צי אנדערע טוען דאס אין א חודש.


לדוגמא, נעכטן בין איך געווען אין שטעטל קרית ברסלב; איר ווייסט אודאי אז מיר האבן מייסד געווען אין אמעריקע א שטעטל, א פלאץ וואו מען לעבט מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות, מען איז מחנך די קינדער מיט אמונה, איינמאל א וואך מוז איך אהין גיין.


איך האב געדאווענט שחרית אין ישיבה, נאך שחרית בין איך געפארן. די וועג פון וויליאמסבורג קיין ליבערטי נעמט בערך צוויי שעה, עס זענען מיט געקומען נאך אפאר בחורים.


צום ערשט בין איך געגאנגען אין גראסערי רעדן מיט'ן בעל הבית; אים העלפן מיט די משפחות וואס זענען נישט ביכולת צו באצאלן וכו'.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן דעם מקוה טהרה, מיר ענדיגן שוין כמעט די מקוה. מענטשן וואונדערן זיך 'ווי אזוי קען זיין א קליינע קהילה זאל זיך אזוי שנעל בויען, ווי איז דא געלט פאר די אלע זאכן?' דער ענטפער איז, מוהרא"ש האט מיר געשריבן אינעם בריוו וואס ער שרייבט מיר מען זאל עפענען אין אמעריקע א מיידל שולע, שרייבט מוהרא"ש: "יעדע זאך וואס מען האט נאר אינזין דעם אייבערשטן - האט א געוואלדיגע הצלחה".


וויסן זאלט איר, עס זענען דא צווישן אונז אינגעלייט וואס ווילן גארנישט; זייער גאנצע לעבן איז נאר פארשפרייטן דעם רבי'ן. צום ביישפיל, די מקוה טהרה אין שטעטל מאכן מיר ביי איינעם אין שטוב, א אינגערמאן האט מנדב געווען זיין אונטערשטע שטאק פאר א מקוה טהרה, דאס איז א זאך וואס מען הערט נישט, פארוואס זאל א אינגערמאן וואס בויט זיין אייגענע הויז - וועלן אוועקגעבן זיין פריוואטקייט וכו'; בנוסף לזה, א צווייטער אינגערמאן בויט דאס אויף, ער בעט נישט קיין געלט, ער געבט זיינע גוים, עס קאסט אונז נאר די מאטריאל, אזוי איז דא א אינגערמאן וואס געבט זיך אוועק צו מאכן די לעקטער, א דריטער מאכט די פלאמבינג; אזוי זענען דא פילע תלמידים אין שטעטל וואס דארפן גארנישט פאר זיך, זיי ווילן נאר אריינברענגען דעם הייליגן רבי'ן אין די וועלט, אויפשטעלן מוסדות וואו אונזערע קינדער וועלן באקומען דעם חינוך.


ביי אונז אין אמעריקע איז יעצט זייער קאלט, אין אמעריקע רעגנט נישט ווינטער, אלעס איז אייז, נאר זומער רעגנט ביי אונז; מיר וועלן דארפן ווארטן ביז זומער צו קענען ניצן די מקוה.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בית המדרש עצתו אמונה, מען האט דאס זייער שיין געבויט, הערליך שיין, אויך א שיינע הערליכע מקוה; דאס איז אויך א חידוש, א אינגערמאן קויפט זיך א הויז און געבט אוועק די ערשטע שטאק פאר א בית המדרש; פרעג אים 'ווילסט נישט א פריוואטע הויז? ווילסט נישט פריוואטקייט?' דאך ברענט אין זיי צו האבן א חלק פון בויען אידישקייט.


איך בין נישט אנגעקומען צו גיין צו די דריטע נייע שול; א אינגערמאן, א פרישער מקורב האט זיך געקויפט א הויז און געמאכט פאר א שול א חלק פון זיין אונטערשטע שטאק, מיר האבן געגעבן א נאמען פאר'ן שול "מקור השמחה".


איך האב זיך געיאגט צו גיין צו די קינדער; איך בין געפארן צו די מיידל שולע בית פיגא, צום ערשט בין איך געגאנגען צו איינע פון די יונגערע קלאסן, איך האב אויסגעטיילט פאר אלע תלמידות א שיינע גרויסע לעדערנע תהילים; די תלמידות אין סקול זאגן יעדן טאג תהילים, די לערערינס מאכן דאס פאר זיי אזוי געשמאק, זיי ווילן זאגן תהילים; נאכדעם בין איך געגאנגען צו נאך א כיתה געבן א שיעור.


נאכדעם איז געווען א שיעור פאר די מלמדים און אויך פאר די טיטשערס; מיר האבן זיך מחזק געווען מיט צוויי שטארקע וויכטיגע נקודות. דאס ערשטע זאך, א מלמד און א טיטשער טארן נישט לעבן אין ספיקות, מען דארף זיין ביי זיך זיכער אז מען איז געאייגנט פאר וואס מען טוט, די אלע מחשבות וואס בוזשעווען אין קאפ: 'בין איך יא ווערד? בין איך נישט ווערד?' 'מען דארף מיך יא? מען דארף מיך נישט?' - דאס איז אלעס פונעם יצר הרע וואס וויל נאר צעברעכן דעם מענטש, דעריבער חזר'ט מוהרא"ש אין די בריוו טויזנטער מאל דאס וואס די הייליגע חכמים זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לִמְּחוּזָקִין", די וואס זענען מחזק אנדערע - די דארפן דאס מערסטע חיזוק.


אויך האבן מיר גערעדט פון דעם אז מען זאל ליב האבן די תלמידים און תלמידות. עס איז גאר אנדערש ווען מען זאגט פאר א קינד: "מען קען נישט רעדן אין קלאס", "מען קען נישט עסן אין קלאס", - ווען מען האט ליב דאס קינד ווי ווען מען האט פיינט דאס קינד; ווען מען האט פיינט דאס קינד און מען זאגט עפעס מוסר וכדומה - שפריצט פייער פון די אויגן פון האס, די ווערטער קענען נישט אויפטון; דאס קינד ווערט דערשראקן - אבער ער ווערט נישט מחונך, אבער ווען מען האט ליב דאס קינד - הערט זיך דאס גאר אנדערש; מיט סבלנות און געדולד פועל'ט מען.


נאכדעם בין איך געגאנגען רעדן צו די עלטערע תלמידות. אלע שיעורים ווערן אפגעכאפט; עס איז דא א ספעציעלע האטליין פאר מיידלעך, פרויען; דארט קען מען הערן די שיינע שיעורים.


איך בין געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי איינער פון די אינגעלייט אין שטעטל ביי זיין אפיס; דער אינגערמאן לערנט זיך סופרות, ער ענדיגט יעצט זיין ערשטע מגילה, איך האב אים זייער געבעטן ער זאל זיך לערנען שרייבן. מיר דארפן נאך סופרים, די קהילה צואוואקסט זיך, און אנשי שלומינו ווילן מזוזות און תפילין פון א ברסלב'ער סופר וואס גייט אין מקוה, זאגט תיקון הכללי און איז זיך מתבודד.


די בחורים וואס זענען מיט געקומען מיט מיר האבן בכלל נישט געוויסט ווער דער אינגערמאן איז, עס איז שוין אריבער אזויפיל יאר, די ישיבה שטייט שוין פערצן יאר, די פרישע תלמידים קענען נישט די אלטע תלמידים, איך האב דערציילט פאר די בחורים ווער דער סופר איז. ווען מיר האבן געעפנט, די ערשטע יארן ישיבה - איז געווען זייער אסאך רדיפות, מען האט געווארפן יעדן שני וחמישי פאשקעווילן אויף מיר און אויף מיין ווייב, ער האט דאס צאמגענומען, ער האט שווער געארבעט צאמצונעמען אלע פאשקעווילן אויף מיר. איך האב אים געפרעגט אויב ער געדענקט דאס אלעס, איך האב אים דעמאלט געבעטן ער זאל מיר ברענגען אפאר פאשקעווילן, איך האב דאס אוועקגעלייגט, איך האב געבעטן מען זאל דאס אריינלייגן מיט מיר אין גרוב ביי מיין פטירה, איך וויל ווייזן אויבן פאר'ן בית דין של מעלה די צעטלעך וואס מען האט געווארפן אויף מיר, די בזיונות וואס מען האט געטון פאר מיר, נאר פאר איין חטא – פאר'ן נעמען בחורים און זיי מחזק זיין, זיי ברענגען צום אייבערשטן.


פון דארט בין איך געגאנגען זיצן מיט די חברי הנהלה, מיר האבן גערעדט פאר דריי שעה. די הנהלה זענען טייערע אינגעלייט, זיי העלפן מיר מיט זייער גאנצע הארץ בויען די שטעטל, און אזוי אלעס ארום די קהילה; מיר האבן געדאווענט מנחה דארט.


פון דארט בין איך געגאנגען צו א סיום מסכת מועד קטן פון די קינדער אין שטעטל. באמת איז דאס די סיבה פאר'ן גיין נעכטן אין שטעטל, די קינדער פון די עלטסטע כיתה לערנען יעדן טאג מרצונם הטוב דעם בלאט גמרא, הרב ... נרו יאיר לערנט מיט זיי. דאס איז פאר מיר אזא שמחה, צו זען ווי יונגע קינדער ווילן לערנען.


דער סיום איז פארגעקומען ביי אים אין שטוב; זיי האבן זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל צו העלפן די שטעטל, זיין ווייב איז די מנהלת אין סקול. זיי דארפן גארנישט, זיי וואוינען אין א באנגעלאו. איר ווייסט וואס א באנגעלאו איז? אין ארץ ישראל איז דא באנגעלאוס? אין אמעריקע ארבעט עס אזוי, מענטשן וואס וואוינען א גאנץ יאר אין פאלאצן, ווען עס קומט די צוויי זומער חדשים ציט מען זיך ארויס אויף די בערג, דארט איז דא באנגעלאוס. איך ווייס נישט ווי אזוי דאס מסביר צו זיין פאר ענק, עס איז א זאך וואס האט פיר ווענט און א דאך, עס זעט אויס אביסל אזוי ווי א הויז, אין לשון קודש איז דאס א "חורבה"; מענטשן צאלן פאר דעם גרויס געלט, צו קענען זיין צווישן די בערג, צווישן די ביימער - פאר די זומער וואכן, אבער א גאנץ יאר וועט קיינער נישט מסכים זיין צו וואוינען אין אזא שטוב. מיר האבן א קליינע קעמפ, מיר ניצן דאס יעצט פאר די מיידלעך פאר די זומער חדשים, דאס איז צוואנציג מינוט צו גיין צו פיס פון שטעטל, דארט וואוינען זיי; זיי דארפן גארנישט.


ביים אריינגאנג צו זייער שטוב אויפ'ן טיר הענגט א טאוול: "ברוכים הבאים לגן עדן - משפחת ..." עס איז ממש אזוי, מען שפירט זיך דארט אזוי גליקליך, מען שפירט דעם אייבערשטן; פרייליכע מענטשן וואס לעבן מיט אמונה, דארפן גארנישט. איז געווען דארט אזא שיינע סיום, אזוי ליכטיג, אזוי פרייליך; איר קענט הערן די שיעור, מען האט דאס אפגעכאפט, מען קען דאס הערן אויפ'ן האטליין.


פון דארט בין איך געגאנגען אין שול פארלערנען דעם בלאט גמרא און מסיים געווען מיט די גאנצע עולם מסכת מועד קטן. דער סיום האט געמאכט ..., איך האב שוין מסיים געווען דינסטאג אין ישיבה מיט די בחורים; איך לערן אפגערוקט א בלאט פאראויס אז די תלמידים וואס ווילן לערנען דעם בלאט גמרא און ווילן מיטהאלטן די שיעור אין ישיבה - זאלן דאס קענען הערן אויפ'ן טעלעפאן.


עס איז אויסגעקומען אז דער סיום איז געווען אין מיין באבע'ס יארצייט, מיין באבע רחל לאה טייטלבוים עליה השלום, מיין מאמע'ס מאמע. איך האב אביסל גערעדט פון איר גרויסקייט, זי איז געווען א גרויסע צדיקת, זי איז אלץ געווען פרייליך און יעדן פרייליך געמאכט; נאר אזוי קען מען מצליח זיין, סיי מיט זיך און סיי מיט די קינדער.


מיר האבן גערעדט פון די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (מועד קטן כז:): "ההיא איתתא דהות בשיבבותיה דרב הונא", עס איז געווען א פרוי אין די שכינות פון דער הייליגער אמורא רב הונא, זי האט געהאט זיבן קינדער, עס האט פאסירט ביי איר אז א קינד איז לא עלינו נפטר געווארן, "הוות קא בכיא ביתירתא עליה", זי האט זייער אסאך געוויינט און געקלאגט, זי האט זיך נישט געלאזט טרייסטן, "שלח לה רב הונא לא תעבדי הכי", האט דער הייליגער רב הונא איר געזאגט, הער אויף וויינען, עס איז נישט גוט צופיל צו וויינען, "לא אשגחה ביה", זי האט נישט געפאלגט, זי האט ווייטער געוויינט. האט איר רב הונא געשיקט און געזאגט, אויב דו וועסט נישט אויפהערן וויינען קענסטו שוין אנגרייטן תכריכים פאר נאך א קינד, און אזוי איז טאקע געווען, א צווייטע קינד איז נפטר געווארן, און זי האט ווייטער געקלאגט און געוויינט, און רב הונא האט איר נאכמאל געזאגט מען טאר נישט וויינען, דו וועסט אלעס פארלירן, זי האט נישט געפאלגט און זי האט פארלוירן אלע זיבן קינדער, און זי אליינס איז אויך געשטארבן; ווייל א שטוב וואס מען וויינט, מען רעדט זיך אפ, מען קלאגט - ווערט אויס שטוב.


אויך האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון די אידן וואס זענען איבערגעבליבן פון די קריג; זיי האבן פארלוירן זייערע משפחות, זיי האבן אלעס פארלוירן - מיט דעם אלעם האבן זיי פון פריש אנגעהויבן נאכאמאל בויען שטובער. מיין באבע עליה השלום האט קיינמאל נישט געקרעכצט פון זייער פארלוסט, פון זייערע קינדער וואס זיי האבן פארלוירן, זי איז געווען א פרייליכע פרוי. אויב האט מען נישט געוויסט אז זי האט שוין געהאט א לעבן און אלעס איז חרוב געווארן, זי איז געבליבן איינער אליינס - וואלט מען דאס נישט געקענט גלייבן; מיר קענען זיך נישט פארשטעלן ווער זיי זענען געווען.


מוהרא"ש פלעגט זאגן, דער הייליגער סאטמער רבי זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר די ארץ ישראל'דיגע אידן ווען זיי האבן אים געפרעגט: "מיר דארפן א רבי, ווער וועט אונז געבן ברכות?" האט דער רבי געזאגט: "ווען איר וועט זען א איד מיט א נומער וואס די דייטשן ימח שמם האבן אריינגעקריצט אין די האנט, וואס לייגט תפילין - זאלט איר נעמען פון אים א ברכה"; ווייל איינער וואס איז אריבער דעם גיהנום און ער לייגט תפילין, ער האט נישט קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, ער קומט אין שול אנטון תפילין - אזא איינער איז א צדיק.


איך האב געדאווענט מעריב פאר'ן עמוד, מען האט אביסל געטאנצן, און איך האב גערעדט מיט אנשי שלומינו. איר ווייסט ווי אזוי דאס ארבעט, יעדער וויל רעדן נאר איין מינוט, פון איין מינוט ווערט צען מינוט, און זעקס אינגעלייט, יעדער נאר צען מינוט - איז א שעה, און אז עס איז מער - ווערט עס צוויי שעה, פלוצלונג דערזע איך זיך אז עס איז שוין צוועלף אזייגער ביינאכט.


איך בין געפארן קיין מאנרא, קודם בין איך געגאנגען צו א חתונה פון א איד וואס האט אונז געהאלפן יארן צוריק ווען מיר זענען געווען אזוי אונטערדרוקט אין חובות, דער איד האט אונז זייער שטארק געהאלפן מיט אויסלערנען אלע פראגראמען פאר די מוסד, אלץ האט ער געהאט אן אפענעם טיר פאר אונז, דער איד איז נעבעך ביים סוף אנגעקומען אין תפיסה; נישט פאר שלעכטס, נישט פאר'ן גנב'נען פאר זיך, ער האט געהאלפן מוסדות התורה און מען האט אים גע'מסר'ט. איך בין ספעציעל געפארן, איך געדענק שטענדיג ווער עס האט מיר געהאלפן, בפרט בעת דחקות.


עס איז שוין געווען שפעט, איך האב פארפאסט א וואכנאכט. איך בין געפארן צום ציון פון מיין באבע, זי ליגט אין קרית יואל, איך האב זיך געוואלט אביסל אויסוויינען, אביסל אויסגיסן מיין הארץ, למעשה איז מיר אלעס געווען פארשטאפט, איך האב געבעטן טרוקענע תפילות. איך בין אויך צוגעגאנגען צו מיינע זיידעס, הרב ר' אלחנן חיים טייטלבוים זכרונו לברכה - איר מאן; מיין זון הרב אלחנן חיים הייסט נאך דעם זיידן. אויך בין איך צוגעגאנגען צו מיין צוגעקומענער זיידע, הרב שלמה גפן זכרונו לברכה; מיין זון הרב שלמה הייסט נאך דעם זיידן, און צו מיין זיידע הרב חיים מנחם קאהן זכרונו לברכה; מיין זון מנחם הייסט נאך דעם זיידן.


אויך בין איך צוגעגאנגען צו מיינס א תלמיד שמעון ענדצווייג עליו השלום, ער האט געלערנט דא אין ישיבה, ער איז געווען א בעל יסורים, איך האב געוויזן פאר די בחורים די נוסח המצבה, ווי עס שטייט אויסגעקריצט אז דער בחור האט געזאגט אסאך פרקים משניות, ער האט מקבל געווען זיינע יסורים מיט ליבשאפט; ער איז אלץ געווען מיט א שמייכל.


אויך בין איך צוגעגאנגען צו א תלמיד היכל הקודש, חיים בנציון גראס עליו השלום, זיין מצבה איז גאר שיין, איך האב זייער ליב די מצבה. עס שטייט דעם רבינ'ס נאמען אויף די מציבה, דאס איז א סגולה קעגן די קליפות און משחיתים; דאס איז די שענסטע זאך פאר'ן מענטש, אז ער איז געווען באהאפטן צום צדיק אמת. חיים בנציון עליו השלום האט זיכער הנאה אז איך העלף זיינע יתומים, איך בין מחזק זיינע קינדער.


נאכדעם בין איך געגאנגען צום ציון פון הרב הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו, מיר האבן געזאגט אינאיינעם תיקון חצות; איך האב זיך אזוי שטארק געוואלט אביסל עפענען מיין הארץ, עס איז נישט געגאנגען. איך האב געדענקט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צה), ווען מען וויל וויינען, מען זאגט תהילים און מען ווארט צו וויינען - איז דאס נישט גוט, מען דארף אינזין האבן די ווערטער און די בקשות, אויב מען קען וויינען איז זייער גוט, און אז נישט - זאל מען זאגן די ווערטער טרוקענערהייט.


איך בין אהיים געקומען דריי אזייגער פארטאגס.


היינט צופרי אין ישיבה האב איך פארגעלערנט דעם בלאט גמרא; אה מחי'! מיר האבן אנגעהויבן א פרישע מסכתא, מסכת חגיגה.


איך געדענק צוויי מחזורים צוריק ווען מען האט אנגעהויבן מסכת חגיגה, בין איך געווען ביי מוהרא"ש ביי א שיעור, מוהרא"ש זאגט ביים שיעור מיר האבן אנגעהויבן א פרישע מסכתא, מסכת חגיגה; די משנה הייבט אן: "הַכֹּל חַיָּבִין בָּרְאִיָּה", מוהרא"ש זאגט: "הַכֹּל חַיָּבִין", אלע וועלן דארפן אפגעבן דין וחשבון, "בָּרְאִיָּה", אויף די אויגן; עס איז מיר אזוי אריין אין די ביינער, מען דארף היטן די אויגן.


נאכדעם בין איך געגאנגען צו בית פיגא געבן א שיעור, נאכדעם אין חדר ביי די עלטסטע קלאס האב איך געגעבן א שיעור, נאכדעם פאר די בחורים, און יעצט גיי איך געבן א שיעור פאר די אינגעלייט.


דאס איז אפילו נישט אלעס פון די טאג, דאס איז נאר זאכן וואס מען קען שרייבן און וואס דער זכרון געדענקט. דעריבער זאלט איר נישט זיין ברוגז אז איך קום נישט אן גלייך צו ענטפערן.


נישט אז איר זאלט מיר אויפהערן שרייבן בריוו און פרעגן אייערע שאלות; האט נישט מורא צו שרייבן, האט נישט מורא צו שטערן; נאר זייט מיר דן לזכות אויב איך קום נישט אן גלייך צו ענטפערן.


א פרייליכן שבת.

#50 - פארוואס טשעפען די ווייב אויף די עוולות פון איר מאן?
תפילות אויף אידיש, חברים, חיזוק פאר פרויען, מחלוקת, שטעטל, שלום, מדות טובות, דירה, אחדות, בית דין

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ברסלב ליבערטי


איך וויל אייך פרעגן א שאלה, וואס איז מרת ... שולדיג אז איר מאן האט אייך געבויט א הויז מיט טויזנט פראבלעמען?! וואס איז זי שולדיג אז איר מאן איז א גנב? וואס איז זי שולדיג אז זי האט א מאן א פארברעכער?!


איך פארשטיי נישט ווי אזוי מען קען זיין אזוי נאריש, אז איר זענט נאכאלץ נישט צופרידן פון אייער מקח – האט איר צוויי ברירות; אדער רופט אים צו דין תורה, און וואס בית דין וועט פסק'ענען וועט מען מקיים זיין, אדער קענט איר פארקויפן די הויז און קויפן פון א גוי, אדער זיך אוועקציען און עס וועט זיין שלום על ישראל; אבער פארהאלטן די פרוי איז א זאך וואס מען טאר נישט טון.


איך לייד פון דעם זייער אסאך, צענדליגער מאל האבן פרויען מיר וויי געטון מיט'ן גיין צו מיין ווייב און איר פארהאלטן: "פארוואס טוט דער ראש ישיבה אזוי?" "פארוואס זאגט דער ראש ישיבה אזוי?" ווען איך קום אהיים און איך זע מיין ווייב וויינען – ווייס איך שוין מיט וועם זי האט היינט גערעדט...


מיין ווייב איז בכלל נישט קיין שוואכע, זי האט מיר אלץ נאר מחזק געווען. זי איז אריבער שווערע בזיונות; ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה האט מען ארום געשיקט בריוו פאר אלע שכנים מען זאל אפהאקן קשר מיט מיין ווייב און קינדער, מען האט געשיקט אויף די פאסט פאר די גאנצע גאס בריוו אין אידיש און אין ענגליש (מיר האבן אוועקגעלייגט פון אלע בריוו און פאשקעווילן). אויך האט מען געמאכט הפגנות קעגן מיין ווייב, מען האט איר זייער געטשעפעט, עד היום ווען מיין ווייב דערמאנט זיך פון די טעג – וויינט זי, אבער גארנישט האט איר שוואך געמאכט, עס האט וויי געטון אבער נישט אפגעשוואכט; אבער ווען נאנטע חבר'טעס, נשות אנשי שלומינו האבן נישט קיין שכל, זיי רופן און הויבן אן רעדן צו איר קעגן איר מאן – דאס קען זי נישט נעמען. זי פרעגט מיך אסאך מאל: "זאל איך צוריק פרעגן שאלות פון זייער מאן וכו'?" מיר טוען דאס נישט, מיר טשעפען נישט אנדערע.


אינטערעסאנט, דער בויער האט מיר אויך געבויט א הויז אין שטעטל, איך און מיין ווייב זענען אים זייער דאנקבאר, מיר האבן נאר הכרת הטוב פאר'ן אונז בויען אזא געשמאקע הויז. ברוך ה' ביי אונז איז אויך דא זאכן וואס מען דארף פאררעכטן, און זאכן וואס מען קען נישט פאררעכטן, וואס האט דאס מיט יענעם? דאס האט מיר מיר אליינס; מיר בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן האבן אלעס וואס מיר דארפן.


דער אינגערמאן וואס בויט די הייזער אין שטעטל איז נישט קיין גנב, נישט קיין פארברעכער, ער איז זייער ערליך אין געלט. עס איז אינטערעסאנט צו זען וואס פאסירט נאכן קויפן, ווי אזוי מען פירט זיך אויף; אבער דאס צו טון מיט זיין ווייב, איר וויי טון, איר טשעפען - איז א שרעקליכע עולה! טראכטס ווי אזוי איר וואלט געשפירט ווען מען זאל אייך אנהויבן זאגן זאכן אויף אייער מאן; נישטא קיין שום תירוץ דאס צו טון!


איך בעט אייך און איך בעט אלע פרויען, העלפט מיר בויען דעם שטעטל, שטעלט מיר נישט אונטער קיין פיסלעך, לייגט מיר נישט אונטער שטיינדלעך; איך ארבעט אזוי שווער אהערצושטעלן א שטאט על שם רבינו, א פלאץ פון ליבשאפט און אחדות; פארוואס זאל מען זיך בייסן.


ווען מיר האבן אנגעהויבן די שטעטל האב איך ענק געזאגט און געשריבן: "אויב וועט זיין אחדות צווישן אייך – וועלן אלע גוים פארקויפן פאר ביליג"; אנהויב איז אזוי געווען, מען האט געקויפט הייזער ממש בחנם, יעצט גייען די פרייזן ארויף העכער און העכער, די שכנים ווילן נישט פארקויפן; ווער איז שולדיג אין דעם? מיר אליינס, מיר בייסן זיך, מיר קענען זיך נישט ליידן.


איך ענדיג מיט א תפלה: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל קענען אריין ברענגען שלום צווישן אנשי שלומינו".


א צעבראכענע הארץ.

#49 - אונזער הצלחה איז נאר אז מיר וועלן זיך ליב האבן
חנוכה, בית המדרש, בריוו, ארץ ישראל, אחדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישב, מכרכים החודש, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו


איך בעט אייך זייער, שטארקט אייך אינאיינעם, זייט אייך מחזק מיט די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן. געדענקט, אונזער הצלחה איז נאר אז מיר וועלן זיך ליב האבן און זיך ליידן; אז מיר וועלן זיך ליב האבן - וועלן מיר קענען אריינברענגען אורו של משיח, דעם רבינ'ס שכל - אין די גאנצע וועלט.


פארשטייט גוט, יעדער מענטש איז א שכל פרטי, יעדער מענטש האט זיין וועג ווי אזוי ער טראכט, זיין וועג ווי אזוי ער פירט זיך, מיר אלע קומען צום רבי'ן דער רבי זאל אונז היילן, דער רבי זאל אונז ברענגען צום תכלית, מיר זאלן טראכטן פון בורא כל עולמים. ווען מען נעמט זיך צאם א גאנצער עולם קען אויסקומען רייבערייען, דער שלעפט אהער, דער שלעפט אהין, יעדער איינער האט דאך זיין וועג פון טראכטן, אבער אז מען קוקט אויף די נשמה, מען קוקט אויף די תכלית; פארוואס מען האט זיך צאמגענומען - דעמאלט איז גוט, דעמאלט האט מען זיך ליב.


מיינט נישט אז איך בין ווייט פון ענק; מצד הגוף זענען מיר אביסל ווייט, אבער מיין הארץ, מיין מח - איז מיט ענק. איך האלט מיט יעדע ריר ביי אייך אין שול, די גבאים שרייבן מיר יעדע פרט ופרט, איך פריי זיך בעיקר מיט איין זאך, דאס איז ביי מיר דער עיקר; אינגעלייט און בחורים שרייבן מיר אז מען האלט זיך זייער באחדות, יעדער שפירט זיך גוט אין שול, מען שמייכלט איינער צום צווייטן, מען פארגינט זיך איינער דעם צווייטן; דעריבער שרייב איך אייך, זייט ממשיך מיט די וועג ווי אזוי איר פירט זיך - וועט דער בית המדרש אין ירושלים זיין א מאגאנעטישער פלאץ, עס וועלן קומען און קומען בחורים און אינגעלייט, אלע וועלן טרעפן חיזוק דארט.


יעצט קומט דער הייליגער יום טוב חנוכה, ביי אונז פירט מען זיך אנצוטון בגדי שבת ווען מען צינדט, מען דאווענט מעריב און מען גייט אהיים גלייך צינדן. מוהרא"ש איז געווען זייער ברוגז אויף די וואס פארן אוועק שבת חנוכה, לאזן איבער די ווייב און קינדער; מוהרא"ש זאגט, חנוכה איז א חינוך יום טוב, חנוכה איז א צייט וואס דער טאטע זיצט אין שטוב מיט די קינדער, מען פריידט זיך, מען זינגט און מען טאנצט אינאיינעם.


איך בין געווען די וואך ביי א נסיעה צו מקומות הקדושים, איך האב זייער הנאה געהאט פון די נסיעה, בעיקר צו זיין מיט אפאר חברים פון אונזער בית המדרש אין ירושלים. אינו דומה ווען מען זיצט אפאר טעג אינאיינעם, מען זיצט אינאיינעם, מען פארט גאנצע טעג און נעכט אינאיינעם, דעמאלט זעט מען דעם מענטש דורך און דורך, איך האב זייער הנאה געהאט.


מיר האבן גערעדט אויפ'ן וועג אסאך נקודות ווי אזוי א שול דארף זיך פירן, די גבאים וועלן אייך שוין איבערגעבן. איך וויל זייער שטארק אז דער שול אין ירושלים זאל זיך פירן מיט א מורא'דיגע דרך ארץ וואס מען זעט נישט ערגעץ אנדערש.


איך האב געהערט פון די גבאים בשעת די נסיעה אז איר ווארט זייער שטארק אויף א בריוו, דער גאנצער עולם וויל אזוי שטארק א בריוו; וועל איך פרובירן מיט אלע כוחות אייך צו שרייבן יעדע וואך א בריוו.


א פרייליכן שבת און א ליכטיגער חנוכה.