בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#14 - דו פירסט זייער שיין דעם בית המדרש
שטעטל, בית המדרש, דאווענען, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין פסח אין שטעטל, באזונדער האב איך הנאה געהאט צו זען ווי שיין דו פירסט דעם בית המדרש, מיט אזא אחריות; דבר גדול ודבר קטן – דו זארגסט פאר אלעס און דו טוסט דאס געשמאק.


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט שטיין אויף די נקודה עס זאל זיין כסדר מניינים ביי אלע דריי תפילות. שחרית ביז חצות, נאך חצות טאר מען שוין נישט דאווענען, אזוי אויך מנחה מעריב.


אויך זאלסטו איבערגעבן פאר די משפחה וואס זארגט פאר די וועכנטליכע פרויען צאמקום, דאס קען מען מער נישט מאכן אין שול. די שטעטל צואוואקסט זיך, עס איז שוין דא הונדערט משפחות, איז נישט שייך צו פארמאכן דעם בית המדרש יעדע דינסטאג נאכט ניין אזייגער, מען דארף דאך דאווענען מעריב, אויך האבן אינגעלייט חברותות, זאג זיי זיי זאלן זוכן אן אנדערע פלאץ, ווייל דער שול וועט מען מער נישט אפשפארן.


אזוי אויך, אז מען וויל מאכן שמחות, א בר מצוה וכדומה – קען מען נישט אפשפארן דעם בית המדרש; עס איז אנדערש פון ישיבה, ישיבה איז נאר געאייגנט פאר די בחורים, אנדערש איז א צענטעראלע שול פאר א שטאט.

#13 - הנהגות פאר א גבאי בית המדרש היכל הקודש
חברים, דרך ארץ, שבת קודש, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, מוסר, מנהגים, פסח, יום טוב, גבאי, יוצרות, שבת הגדול, פתיחת הארון

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי א', ט' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען שמועסט ביים זינגען זמירות - דאס איז נישט דיין עסק; ביי מיר שמועסט מען אויך, און איך געדענק ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ווען איך פלעג אמאל אריין וואקן פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק זיין ביי מוהרא"ש ביי שלש סעודות - האט מען אויך געשמועסט.


ביים פארלערנען - בין איך יא מקפיד מען זאל נישט רעדן, אזוי איז געווען ביי מוהרא"ש, ביים פארלערנען איז געווען זייער שטיל. אויך דעמאלט זוך איך נישט ווי איך קען כאפן איינעם רעדן, נישט אלעס דארף מען זען און באמערקן, אמאל קומט אויס אז דאס שטיל מאכן שטערט מער ווי דאס גאנצע שמועסן וד"ל.


זוך נישט ווי צו באמערקען און קריטיקירן, דאס איז נישט דער אמט פון גבאות אין היכל הקודש; זוך ווי צו קענען אריינברענגען א חיות אין אנשי שלומינו.


בנוגע די חברים וואס בלייבן שמועסן נאכן דאווענען און דו זאגסט זיי אז מען קען נישט בלייבן שמועסן, דער ראש ישיבה זאגט מען דארף גיין מאכן די סעודה, דו פרעגסט מיר אויב דו טוסט גוט; דאס איז נישט דער אמט פונעם גבאי, וואס שטערט דיר אז די טייערע חברים ווילן בלייבן אביסל שמועסן שיחות חברים? אמת, מען דארף גיין מאכן א סעודה, אבער דאס איז נישט דיין עסק, א גבאי האט זיך נישט צו מישן אין יענעמ'ס זאכן, דער גבאי דארף זען מען זאל דאווענען אין צייט, עס זאלן זיין גוטע בעלי תפילות, א גוטער בעל קורא; אויך דער בית המדרש זאל זיין ריין און מסודר, אלעס זאל זיך פירן שיין און נארמאל, אבער אין יענעמ'ס עסק דארף מען זיך נישט מישן.


איך וועל דיר זאגן נאכמער, איך זאג קיינמאל נישט פאר א צווייטן וואס צו טון, אז יענער וועט מיר פרעגן: "טו איך גוט, טו איך נישט גוט?" דעמאלט זאג איך, אבער אז יענער פרעגט נישט - זאג איך נישט.


בנוגע יוצרות; ביי אונז זאגט מען נישט דעם לאנגן שטיקל יוצר פאר קדושה, נאר איינמאל אין יאר, שבת הגדול, דעמאלט זאגן מיר די לאנגע יוצר וואס גייט אריבער אלע הלכות פסח, אבער אלע אנדערע צייטן און ימים טובים - לאזן מיר אויס דעם שטיקל.


בנוגע פתיחת הארון וכו'; מוהרא"ש פלעגט מאכן פתיחת הארון און זיך אביסל מתבודד זיין. מיר טוען אויך אזוי; אינדערוואכן ביי די בחורים האלטן מיר אפן דעם ארון קודש אביסל לענגער, שבת מאך איך אביסל קורצער כדי נישט אויפצוהאלטן, נישט מאכן טירחא דציבורא.


נאך א שיינע זאך צו וויסן אין אלע שולן היכל הקודש; ווען עס געפאלט אויס יום טוב אום שבת אזוי ווי די יאר פסח - פירן זיך אלע אז מען לאזט אויס שטיקלעך פונעם פיוט לכה דודי, אבער מוהרא"ש פלעגט זאגן דעם גאנצן לכה דודי און נישט אויסלאזן די שטיקלעך משום מעשה שהי', מוהרא"ש האט געהאט א חלום ווי דער בעל הפיוט איז אים געקומען אין חלום וכו', און אזוי פירט מען זיך אין אלע בתי מדרשים היכל הקודש.


זאלסט האבן א כשר'ן פרייליכן יום טוב.

#12 - שפירן אין בית המדרש אשר בנחל וואס מ'שפירט ביים לערנען אשר בנחל
שטעטל, מדות טובות, בית המדרש, היכל הקודש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש אשר בנחל ברסלב ליבערטי


איך פריי זיך צו הערן די גוטע נייעס אז דער בית המדרש איז שוין צוריק אפן צום באנוץ, אויך איז די מקוה אפן.


איך האף דער דיין שליט"א וועט דאווענען דארט, וועט עס זיין א שטארקע חיזוק פאר'ן בית המדרש און פאר די מתפללים. די תפילות זאל מען ווארטן אויפ'ן דיין שליט"א, אויך זאל ער רעדן ביי סיפורי מעשיות און שלש סעודות.


איך וועל אויפנעמען נאך א גבאי אז די עול פונעם בית המדרש זאל נישט פאלן אויף דיר אליין.


זע עס זאל זיין ריין; ברענג נישט עסן עס זאל גיין אין מיסט, ברענג נאר וויפיל מען דארף; שבת אינדערפרי אביסל מזונות, און ביי שלש סעודות - אביסל מצה מיט אביסל פיש, און טרינקען.


זע עס זאל זיין קאווע און טיי; מען קומט א לאנגע וועג, א קאלטע וועג; מען זאל זיך קענען אנווארעמען.


והעיקר (אבות א, טו): "הֱוֵי מְקַבֵּל אֶת כָּל הָאָדָם בְּסֵבֶר פָּנִים יָפוֹת", נעם אויף יעדן איינעם מיט א שמייכל, יעדער זאל זיך שפירן גוט; מען זאל שפירן אין בית המדרש אשר בנחל וואס מען שפירט ביים לערנען אשר בנחל.


 

#11 - וועמען מען זאל מכבד זיין צו רעדן אין בית המדרש
דרשות, בית המדרש, היכל הקודש, ישיבה, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בני ברק


איך הער צוריק הערליכע שיינע גרוסן אויף די בית המדרש, איך באקום בריוו פון די מתפללים, יעדער איז פרייליך, מען שפירט זיך זייער גוט.


בנוגע ווי אזוי מען זאל רעדן - אידיש אדער לשון קודש; היות רוב מנין רעדן אידיש - וויל איך דו זאלסט רעדן נאר אין אידיש. סיי די שיעורים, סיי דאס אויסרופן, און אזוי ווייטער; אלעס זאל זיין אין אידיש.


בנוגע וועם מכבד זיין צו רעדן וכו'; ווער עס רעדט די ווערטער פון רבי'ן, אן קיין פשעטלעך און אן קיין דריידלעך - דער זאל רעדן, ווייל מענטשן קומען הערן די ווערטער פון רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש האט דאס איבערגעגעבן, חיזוק און עצות אויף למעשה; עס האט נישט צוטון ווער עס איז עלטער וכדומה, עלטערע מענטשן זאלסטו מכבד זיין מיט א פלאץ לויט ווי עס פאסט, און אזוי אויך ווען עס קומען צו גיין מענטשן וואס זאגן אז זיי זענען שוין פופציג יאר ביים רבי'ן, הונדערט יאר ביים רבי'ן - זאלסטו זיי מכבד זיין מיט אן עליה, אבער רעדן זאלן נאר די אינגעלייט וואס רעדן די דיבורים אויף למעשה.


ווען מיר האבן געעפנט די שול היכל הקודש אין וויליאמסבורג פלעגט יעדע וואך א צווייטער רעדן, עס איז געווען א רייע מענטשן, אנשים מכובדים - וואס האבן גערעדט, ביז איך בין געגאנגען בעטן מוהרא"ש זאל בעטן איינעם פון אנשי שלומינו אז יענער זאל רעדן, איך האב געזאגט פאר מוהרא"ש אז אלע רעדן שיינע תורות, שיינע מעשיות וכו' וכו' אבער נאר דער אינגערמאן האט דיבורים אויף לעובדא ולמעשה, דער רעדט פון חיזוק אויף לימוד התורה על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), חיזוק אויף תפילה והתבודדות אויף למעשה, און חיזוק אויף שלום בית וכו'.


עס זענען געווען אין היכל הקודש וואס האבן געדריידט מיט די הענט און מיט די נאז אויפ'ן סדר דרך הלימוד און אויף די דיבורים וואס מוהרא"ש האט גערעדט - ביז מען האט דאס אפגעשטעלט.


דעריבער, אז דו ביסט זיך מוסר נפש צו עפענען א שול היכל הקודש אין בני ברק זאלסטו פון איין זייט יעדן איינעם מחזק זיין, טייל עליות פאר די מתפללים און ווען עס קומט א גאסט געב אים אן עליה לפי כבודו, אבער פון די אנדערע זייט זאלסטו אכטונג געבן ווער עס רעדט, וואס מען רעדט און ווי אזוי מען רעדט. זע מען זאל רעדן די דיבורים וואס מען רעדט אין ישיבה, די דיבורים וואס דו הערסט ביי די שיעורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - א פרייליכע געשמאקע בית המדרש
מקוה, שמחה, הפצה, צדיקים, דרך ארץ, מחלוקת, מדות טובות, בית המדרש, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, חומש רש"י, מעביר סדרה, גבאי, אחדות, מנהיגים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר-בחקותי - מברכים סיון, כ"ה אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד טייערע אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו


חזק, חזק, ונתחזק! אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו! חסדי השם יתברך מיר האבן מסיים געווען ספר ויקרא, דעם קומענדיגן זונטאג הייבן מיר אן ספר במדבר; יעצט איז א גוטע צייט פאר א פרישע התחלה, אנהייבן לערנען יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום מידי יום ביומו; אז מען איז מעביר סדרה טאג טעגליך איז מען זוכה צו ענדיגן די פרשה יעדע וואך.


איך געדענק נישט א שיעור ביי מוהרא"ש וואס מוהרא"ש זאל נישט רעדן פון דאס גרויסקייט פון מעביר סדרה זיין. איבער צען יאר האב איך זוכה געווען צו זיין יעדע וואך ליל שישי ביים שיעור, איך האב כמעט נישט פארפעלט קיין איין שיעור, און יעדע וואך האט מוהרא"ש געשפירט פאר וויכטיג נאכאמאל צו רעדן פון די גרויסע מצוה פון מעביר סדרה זיין.


אינטערעסאנט פארוואס מוהרא"ש האט זיך פארלייגט דוקא אויף די מצוה, עס איז דא צענדליגער סימנים אין הלכות שבת, פארוואס פונקט פון די הלכה אין סימן רפ"ה, דאס האט מוהרא"ש אזויפיל גערעדט? מען קען פרעגן נאך אסאך מער, מען זעט ביי ערליכע אידן איז מען זייער מקפיד אויף געוויסע זאכן, צום ביישפיל מען איז זייער מקפיד אויף מקוה, מען איז זיך מוסר נפש אויף מקוה; אז די מקוה איז קאלט וועט מען אריינשפרינגען אין א קאלטע מקוה וכו'. אזוי אויך נעגל וואסער, דאס איז ביי ערליכע אידן ממש ווי פון די וויכטיגסטע זאכן, וואס איז די פשט אז צדיקים האבן גענומען געוויסע זאכן און פון דעם געמאכט א גרויסער עסק?


אלא מאי איז געדרונגען אז דער קשיא איז דער תירוץ, זעט אויס אז די זאכן זענען זייער וויכטיג פאר'ן מענטש; אפילו מיר פארשטייען נישט וואס עפעס די זאכן, דאס איז ווייל מיר זענען זייער ווייט, מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען צו עסן, צו טרינקען און צו געשמאקע זאכן. די צדיקים - זיי זעען וואס טוט זיך אין הימל, זיי זעען וואס טוט זיך מיט א נשמה, זיי זענען אונז מודיע אויף וואס מיר זאלן זיך מוסר נפש זיין.


נישט נאר מוהרא"ש האט געמאכט אן עסק פון מעביר סדרה זיין, אלע צדיקים האבן גערעדט פון דאס גרויסקייט פון לערנען חומש רש"י. דער הייליגער שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווער עס לערנט יעדע וואך חומש מיט רש"י, איז פארזיכערט אז ער וועט זיצן אויף יענע וועלט אין די היכל פון רש"י"; אויך זאגט מען נאך פון הייליגן רבי פנחס'ל קאריצער זכותו יגן עלינו אז לערנען חומש רש"י יעדע וואך איז מסוגל צו האבן אמונה. דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו האט איינגעפירט א סדר פאר זיינע תלמידים אז זיי זאלן יעדן טאג לערנען חומש מיט רש"י איינגעטיילט אויפ'ן וואך, און אזוי האבן זיך געפירט אלע רבי'ס פון חב"ד, און אזוי פירן זיך היינט אויך חסידי חב"ד; יעדן טאג צו לערנען חומש רש"י איינגעטיילט אויפ'ן וואך, ווייל דאס ברענגט יראת שמים.


איך געדענק ווען איך האב געהערט פון מוהרא"ש אז מען זאל שוין אנהייבן פון אנהייב וואך מעביר סדרה זיין, האב איך געטראכט אז דאס איז אפשר פאר אנדערע, דאס איז נישט פאר מיר; איך טו וואס דער אריז"ל זאגט (פרי עץ חיים, שער הנהגת הלימוד [עמוד שנז]) אז מען זאל מעביר סדרה זיין ערב שבת, אבער מוהרא"ש האט מיר אויפגעעפנט די אויגן און געוויזן זיך נישט צו נארן, 'קוק אויף זיך, אויב ביסטו טאקע מעביר סדרה וועכנטליך'; א מענטש טאר זיך נישט נארן, מען דארף קוקן צי מען טוט טאקע יעדע וואך אזוי ווי די הלכה פארלאנגט, ווי דער שולחן ערוך פסק'נט (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַך חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין. און דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה, און אזוי פיר איך זיך, בעט איך אייך איר זאלט זיך אויך אזוי פירן, איר זאלט אנהייבן פון זונטאג מעביר סדרה זיין.


טייערע חברים, ליבע ברידער, נעמט נישט קיין חלק אין קיין שום מחלוקות, ווי עס איז דא מחלוקות זאלט איר אנטלויפן; בפרט ווען עס רעדט זיך פון מחלוקת לשם שמים, די מחלוקת לשם שמים איז זייער ביטער; דארט קען מען איינזינקען אין די גרעסטע טומאה. ליידער אין ברסלב איז דא פלעצער וואס איז א פלאץ פון מחלוקות, אנשטאט מען זאל רעדן דיבורי אמונה, דיבורי תכלית - רעדט מען אויף דעם און אויף יענעם; דער איז א מפורסם של שקר, דעם דארף מען רודפ'ן, ער איז נישט די ריכטיגע ברסלב, ער איז נישט פון אונזערע לייט, איך ווייס נישט אויב יענער איז פון אונזער לייט אדער נישט, אבער דו וואס דו רעדסט קעגן דעם און יענעם - דו ביסט זיכער נישט פון אונזערע לייט. וואס וועסטו ענטפערן ווען דער מלאך מיט די טויזנט אויגן וועט קומען און דיר געבן א קנאק און אוועק נעמען דיין נשמה? וואס וועסטו אים זאגן, דו ביסט יא דער מלאך המות, דו ביסט נישט דער ריכטיגער מלאך המות, דער מלאך המות איז פון אונזער לייט, אדער איז ער נישט פון אנזערע לייט, וואס וועסטו דעמאלט טון? וועסט דאך נישט וויסן וואס צו טון פאר בושה, וועסט נישט וויסן וואס צו טון פון פחד!


בעט איך ענק טייערע ברידער, אז מיר האבן זוכה געווען צו נתקרב ווערן צום רבי'ן - טארן מיר נישט זיין פארנומען מיט אנדערע, אדער חס ושלום אונטער שרייבן א צעטל קעגן אנדערע. מוהרא"ש זאגט, דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין נח:): "המגביה ידו על חבירו [...] נקרא רשע", דער וואס הייבט אויף זיין האנט אויף זיין חבר - איז א רשע; וואס איז די זאך אז מען הייבט נאר אויף די האנט איז מען שוין א רשע? מען האט דאך נאכנישט געשלאגן? נאר דאס גייט ארויף אויף דער וואס הייבט אויף זיין האנט צו אונטער שרייבן א צעטל קעגן זיין חבר, ער הייבט אויף די האנט מיט א פענע צו חתמ'נען קעגן א צווייטן דער איז "נקרא רשע".


בעט איך מיינע טייערע ברידער פון ירושלים, איר האט א בית המדרש אין מאה שערים; דארט איז א פלאץ פון גאר ערליכע אידן, דארט וואוינען זייער חשוב'ע משפחות, אויך איז דארט פארהאנען זייער אסאך וואס זענען פארנומען מיט אנדערע, דארט איז דער פלאץ וואס מען איז דן ווער איז פון אונזערע און וועם דארף מען אויסשפייען; איר זאלט נישט האבן קיין שייכות מיט רודפ'ן א צווייטן, נאר האבן שייכות מיט מקרב זיין יעדן איינעם. אז איר וועט זיך אזוי פירן וועט איר נאך אביסל דארפן האבן גאר א גרויסער שול, ווייל מענטשן האבן נישט קיין כח צו מחלוקת, מענטשן זוכן א בית המדרש וואו מען לאזט דאווענען, א בית המדרש וואו מען קען הערן א גוט ווארט, א בית המדרש וואו מען זעט מענטשן שמייכלען. איר האט געזען וויפיל הונגעריגע מענטשן זענען געקומען צו גיין די וואך מאנטאג צום שיעור, וואס קומט מען? וואס וויל מען? מען וויל פשוט א גוט ווארט, א ווארט מיט וואס מען וועט קענען צוען נאך א טאג דינען דעם אייבערשטן.


ביי אונז אין אמעריקע איז דא אסאך פלעצער וואו עס איז פארבאטן צו שמייכלען, אויב איינער שמייכלט איז א סימן אז ער איז נישט קיין ערענסטער אינגערמאן; אין א סאך שולן לאזט מען נישט שמייכלען, מען מוז זיין זייער דערביטערט. איך ווייס נישט ווי אזוי עס איז ביי ענק, איך מיין אז אין ירושלים, בפרט אין מאה שערים - איז אויך דא געוויסע שולן וואס מען טאר נישט שמייכלען דארט, אויב מען שמייכלט איז מען שוין א קאליקער. בעט איך ענק, אויב איינער וויל זיין דערביטערט זאל ער גיין אין א צווייטע פלאץ, מיר דארפן טון וואס דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך.


ביים דאווענען זאלט איר נישט רעדן, איך בעט אייך, אלע זאלן אכטונג געבן נישט צו רעדן ביים דאווענען, נישט עסן און טרינקען ביים דאווענען; אויב דו שפירסט אז מען דאוונט צו שטייט פאר דיר - קענסטו זיך מתבודד זיין, קיינער זאל זיך נישט מישן ווי אזוי צו פירן דעם שול. איך האב ממנה געווען גבאים - זיי פירן דעם שול אזוי ווי מוהרא"ש האט געוואלט, אויב איינער האט עפעס וואס צו זאגן - קען ער מיר שרייבן, איך ליין אלע בריוו, איך ווארט אויף יעדן איינעם פון אנשי שלומינו זאל מיר שרייבן לכל הפחות איין מאל א וואך, אבער זיך נישט מישן אין שול, נישט רעדן ביים דאווענען און זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ.


איך וויל נישט אונזער שול זאל אויסקוקן ווי ביי די הפקר'דיגע ברסלב'ע שולן וואו קיינער טאר נישט זאגן, און אויב איינער וועט זאגן ווי אזוי זיך צו פירן קען מען חס ושלום נכשל ווערן און ווערן א בחינה פון א מפורסם של שקר השם ישמרינו, נאר אויב דו קענסט אונטער שרייבן קעגן א צווייטן - דאס איז מותר, דאס איז נישט פון די בחינה פון זיין א מפורסם של שקר, אויך אויב דו קענסט רעדן א דרשה קעגן א צווייטן - דאס איז כשר, אויב דו וועסט זאגן חיזוק, אדער ווי אזוי זיך צו פירן - דאס טאר מען נישט, דער שול אין ירושלים וועלן מיר פירן אזוי ווי מוהרא"ש האט דאס אוועקגעשטעלט, עס מוז זיין דרך ארץ; אלע מתפללים און בחורים זאלן זיך צושטעלן לויט ווי די גבאים פירן די שול, אויב איז דא וואס צו פאררעכטן, אויב איז דא וואס איז נישט גוט - קענט איר מיר שרייבן.


איך בעט אייך איבער אז איך בין נישט געקומען אין שול צו אייך, איינער א צעבראכענער איד מיט זיין צעבראכענע ווייב זענען געקומען דארט, זיי האבן געוואלט מאכן א טומל וכו' וכו', איך האב מקיים געווען וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", דער וואס אנטלויפט פון א צרה - איז קלוג.


ווער עס וויל זיך אננעמען פאר מיר, ווער עס וויל מוחה זיין אויף די וואס טשעפען מיר - זאל נעמען נאך גליונות, נאך קונטרסים און דאס פארשפרייטן; מער פון דעם זאל קיינער זיך נישט קריגן פאר מיר, דער אייבערשטער העלפט מיר, ער קריגט פאר מיר.


א פרייליכן שבת.

#9 - גבאים פון בית המדרש דארפן ארבעטן אינאיינעם באחדות
בית המדרש, גבאי, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, ט"ז טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס טוט מיר וויי אז דו טוסט זאכן אן פרעגן און אן זיך דורך רעדן מיט די אנדערע גבאים; אמת, איך האב דיר געשריבן א בריוו אז אויב איר ווילט פארדינגען דעם בית המדרש ווענדט זיך דאס אין אייך, זיי אבער מדייק אינעם בריוו, עס שטייט נישט עס ווענדט זיך אין "דיר", עס שטייט עס ווענדט זיך אין "אייך", אייך מיינט 'אין אלע דריי גבאים'.


איך שרייב דיר נאכאמאל, אז איר ווילט האבן הצלחה אינעם בית המדרש דארף מען זיך דורך קומען, יעדע פרט דארף מען רעדן אינאיינעם.


איך זע א גרויסע הצלחה ביי אייך; אלע גבאים זענען ביי מיר א שטיק פון מיין הארץ, עס דארף נאר געשען די נס וואס האט פאסירט ביי יעקב אבינו, ווען אלע שטיינער האבן זיך געקריגט עלי יניח צדיק את ראשו, אויף מיר זאל יעקב לייגן זיין קאפ, נאר איך פארשטיי דעם צדיק, נאר איך קען זיין א גוטער קישן פאר'ן צדיק, זאגן די הייליגע חכמים (חולין צא:) אלע שטיינער זענען געווארן איין שטיין; הלואי זאל שוין זיין ביים רבי'ן אז אלע זאלן מיר ווערן איין שטיק, איין הארץ, איין ווילן - משמש זיין דעם רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - בית המדרש היכל הקודש ברסלב בני ברק
חנוכה, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, גבאי, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די פרישע חבורה טייערע חברים אנשי שלומינו פון בני ברק, ה' עליהם יחיו


איך פריי זיך זייער אז איר האט זיך צאמגענומען צו מאכן א בית המדרש על שם רבינו, "בית המדרש היכל הקודש ברסלב בני ברק", א בית המדרש וואס מען פירט זיך אויפ'ן וועג פונעם הייליגן רבי'ן; דאס איז ביי מיר א גרויסע שמחה און פרייד.


אז איר ווילט מצליח זיין, איר ווילט וואקסן - זאלט איר אכטונג געבן אויף איין זאך, געבט אכטונג נישט צו האבן מיט קיין מחלוקת, מען זאל נישט רעדן אין בית המדרש פון קיין שום אנדערע זאכן, נאר פון די ווערטער וואס דער בעל תפילה האט אונז געלערנט, מען זאל דינען דעם אייבערשטן; רעדן צום אייבערשטן און רעדן פונעם אייבערשטן.


עס שטייט אין די הייליגע ספרים (עיין בני יששכר מאמרי חודש כסלו - טבת, מאמר ב - אור תורה, אות כא) אז חנוכה ווערט נתגלה די אור הגנוז פון ששת ימי בראשית; ווען דער אייבערשטער האט באשאפן דער וועלט האט ער באהאלטן די ליכטיגקייט, אז די רשעים זאלן נישט הנאה האבן פון דעם (חגיגה יב.), אבער חנוכה ווערט דאס אנטפלעקט פאר יעדן איינעם, חנוכה איז יעדער איינער זוכה צו שפירן אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט נאר דער אייבערשטער; עס איז נישטא קיין טבע, מקרה און מזל, נאר אלעס איז דער אייבערשטער אליין.


מיר קענען זאגן בפה מלא אז חנוכה ווערט נתגלה דעם אור הגנוז; איר האט געעפנט דעם בית המדרש אין חנוכה, מיר האבן זיך אריין געצויגן אין אונזער בנין אין וויליאמסבורג חנוכה, חנוכה האט מוהרא"ש אנגעהויבן שרייבן די הייליגע בריוו "אשר בנחל", וואס דאס האט ליכטיג געמאכט די וועלט; מוהרא"ש האט גענומען דעם אור הגנוז און דאס אנטפלעקט פאר אלעמען, פאר גרויסע און קליינע, אלע זאלן שפירן דעם אייבערשטן, אלע זאלן האבן א וועג צו לערנען די תורה.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך גוט אנכאפן איינער דעם צווייטן, מאכט א רינג, עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת.


אויב איר ווילט מיר אויפנעמען פאר גבאי בין איך גרייט צו זיין איינע פון די גבאים; ארויסהעלפן אז דער בית המדרש זאל זיך פירן אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט. מוהרא"ש האט מיר געבעטן צו זיין גבאי אין בית המדרש אין וויליאמסבורג, עס איז דא אין דעם א גאנצע סיפור; ווייל אין אנהייב האט מוהרא"ש מיר געזאגט איך זאל פירן די ישיבה און שבת און יום טוב זאל א צווייטער זיין גבאי, שפעטער האט מוהרא"ש מיר גערופן און געזאגט: "איך וויל אז פון היינט זאלסטו רעדן און פירן דעם בית המדרש, קוק נישט אויף קיינעם און פרעג נישט קיינעם וואס צו טון".


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#7 - פיר די שול אזוי ווי דו האסט געזען אלע יארן אין ישיבה
מקוה, ריינקייט, שטעטל, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב באקומען רשות פון ... נרו יאיר צו נוצן זיין גאראזש צו בויען א מקוה; איך האף ביז א וואך צוויי וועט זיין גרייט די מקוה, וועט איר קענען דאווענען שבת אינדערפרי אינעם נייעם שול.


איך האב פאר דיר א קאמפלימענט, דער בעל הבית ר' ... נרו יאיר זאגט מיר אז ער און זיין ווייב זענען זייער צופרידן אז דו ביסט גבאי, זיי זענען רואיג אז דער שול האט אן אחריות'דיגער גבאי, אלעס איז זויבער און שיין צאמגענומען.


איך האף דו וועסט ווייטער משמש זיין דעם רבי'ן; דו וועסט פירן דעם שול, עס זאל זיין ריין, מען זאל דאווענען אין צייט און אלעס זאל זיין על צד היותר טוב. פיר די שול אזוי ווי דו האסט געזען אלע יארן אין ישיבה; לייג נישט צו און נעם נישט אראפ, דעמאלט וועסטו מצליח זיין.


לעת עתה זאל די שול זיין אין באנוץ נאר שבתים און ימים טובים, אויך די מקוה וואס מיר גייען יעצט מאכן זאל זיין נאר פאר שבת אינדערפרי.

#6 - דער גבאי האט א זכות אין די תורה ותפילה פון די מתפללים און לומדים
שטעטל, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ליבערטי ניו יארק


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; זיין א גבאי איז א הייליגע ארבעט און א גרויסע אחריות, מען דארף האבן די שכל צו קענען גיין לרוחו של כל אחד ואחד. יעדער מענטש האט אן אנדערע רצון, אן אנדערע מחשבה; דער גבאי דארף קענען טרעפן א וועג צו קענען יעדן איינעם צופרידן שטעלן.


אזוי ווי די אחריות איז זייער גרויס - איז די שכר אויך זייער גרויס, דער גבאי האט א זכות אין אלע תורה ותפילה וואס קומט ארויס פון די מתפללים און לומדים.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך; גיי אן מיט דיין עבודת הקודש, זע עס זאל זיין א געשמאקע דאווענען, מען זאל דאווענען צייטליך, מען זאל נישט שמועסן, עס זאל זיין ריין און געב אכטונג אויף יעדנ'ס כבוד.


ווען דו טיילסט עליות זאל יעדער איינער באקומען אן עלי'; האלט חשבון אויף יעדן מתפלל ער זאל באקומען אן עלי' און ווען עס קומט די הייליגע טעג דארף יעדער באקומען דעם כיבוד פון פתיחת הארון און אזוי אויך אן הקפה.


איך בין דיר גרייט צו העלפן; אויב דארף מען איינעם מעורר זיין וכו', קען איך דאס טון.

#5 - דער בית המדרש דארף האבן א באזונדערע קאסע פון הפצה
התחזקות, הפצה, חסידות ברסלב, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


                        יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די גבאים פון בית המדרש היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט ווייטער ממשיך זיין מיט אייער הייליגע ארבעט; איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א זכיה דאס איז, צו קענען משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן, וואס מען שפארט זיך איין מיט'ן משמש זיין דעם רבי'ן.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (עירובין נד.): "תַּלְמִיד אֶחָד הָיָה לוֹ לְרֶבִּי אֱלִיעֶזֶר שֶׁנִּתְחַיֵּב שְׂרֵפָה לַמָּקוֹם", דער הייליגער תנא רבי אליעזר האט געהאט א תלמיד וואס האט געטון אן עבירה און עס איז ארויס אויף אים א גזירה אז ער גייט פארברענט ווערן השם ישמרינו, "אָמְרוּ הַנִּיחוּ לוֹ", האט מען געזאגט אין הימל מען זאל אים גארנישט טון, "אָדָם גָדוֹל שִׁמֵּשׁ", בזכות וואס ער באדינט זיין הייליגער רבי; זעט מען דאס גרויסקייט פון משמש זיין א צדיק, מען ווערט ניצול פון שווערע שטראפן.


איך בעט אייך זייער איר זאלט אכטונג געבן דער בית המדרש זאל זיין שיין און מסודר, מען זאל זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויס גיין א שלעכטע נאמען אויפ'ן צדיק; מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען עס זאל זיין סדר אין בית המדרש.


מישט נישט קיין יוצרות; געלט פון הפצה גייט פאר הפצה און דער בית המדרש דארף האבן א באזונדערע קאסע. שטעלט א צעטל: "ווער עס וויל די זכות צו העלפן דעם רבינ'ס שול" און מאכט א טאוול ווער עס איז מנדב די קידוש אדער די שלש סעודות; אויך קען מען פרעגן משפחות אויב איינער וויל ברענגען מזונות פאר'ן קידוש און עסן פאר שלש סעודות. ביי אונז זענען דא משפחות וואס מאכן מזונות פאר די קידוש, עס זענען דא פרויען וואס זיי זענען נישט מוותר אויף די זכות, זיי ווילן האבן די זכיה צו באקן א קוכן פאר'ן רבי'ן, אויך איז דא וואס מאכן עפעס פאר שלש סעודות.


דער עיקר זאלט איר זיך שטארקן אינאיינעם; געבט א קוק וואס איר האט אויפגעטון אין אזא קורצע צייט, נישט צום גלייבן! מיר תלמידי היכל הקודש אין אמעריקע שטייען און שטוינען וואס איר טוט, ווי שטארק איר זענט. מיר זענען אלע מקנא אייער הפצה, ממש נישט משיג צו זיין וואס אפאר חברים, אפאר אינגעלייט - קענען אלץ מאכן, איז דאך זיכער אויב איר וועט זיך האלטן אינאיינעם, איר וועט ארבעטן אינאיינעם, זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן - וועט איר זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#4 - נישט מאכן קיין נייע מנהגים אין בית המדרש
שבת קודש, בית המדרש, היכל הקודש, מנהגים, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ה מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז דו פירסט איין נייע משוגעת'ן אינעם נייעם בית המדרש אין שטעטל; איך האב דיר געבעטן דו זאלסט זיין גבאי אינעם נייעם בית המדרש, זאלסט עס פירן אזוי ווי דו האסט געזען אין ישיבה, אן קיין שום ענדערונג. יעצט הער איך אז דו ברענגסט טשאלנט און קוגל פרייטאג צו נאכטס פאר'ן דאווענען, מען עסט אינאיינעם פאר מנחה און קבלת שבת; ביסט אויפ'ן קאפ געפאלן? אזוי פירט מען א בית המדרש?!


פרייטאג צו נאכטס איז א צייט וואס מען ווארט אפ דעם שבת, מען זאגט שיר השירים, מען בענקט צום אייבערשטן, מען הייבט אן קומען צו זיך פונעם וואכענדיגן געיעג. נאך ליכט צינדן זיצט דער טאטע מיט די קינדער און זינגט מיט זיי שיר השירים מיט א בענקשאפט, עס שרייט ארויס פונעם איד (שיר השירים ה, ב): "אֲנִי יְשֵׁנָה" - איך בין שלאפעדיג, איך בין א גאנצע וואך מיד, אבער יעצט ווען עס קומט שבת ווערט: "וְלִבִּי עֵר", איך וועק זיך אויף צו דיר הייליגער באשעפער. דער איד גייט אויס צום אייבערשטן, ער בעט (שם א, ו): "אַל תִּרְאוּנִי שֶׁאֲנִי שְׁחַרְחֹרֶת" קוק נישט אויף מיין שווארצקייט, אויף מיינע עבירות; וואס זאל איך טון רבונו של עולם – "שֶׁשֱּׁזָפַתְנִי הַשָּׁמֶשׁ", דער יצר הרע ברענט אין מיר; ערב שבת איז א צייט וואס עס קומט ארויס דעם אמת, מען זאגט צום אייבערשטן (שם ו, ג): "אֲנִי לְדוֹדִי", איך וויל גארנישט, איך דארף גארנישט, הייליגער באשעפער, באווייז זיך פאר מיר, איך וויל נאר איין זאך – "וְדוֹדִי לִי".


אנשטאט זאגן שיר השירים זיצטו אין שול מיט טשאלנט און קוגל?! שלמה המלך זאגט (קהלת ג, א): "לַכֹּל זְמָן", יעדע זאך האט א צייט; מאכסט א טשאלנט פון דאווענען און עסן?! אז די מתפללים זענען הונגעריג קענסטו דאווענען אביסל פריער מען זאל קענען אהיים גיין מאכן א סעודה מיט די ווייב און קינדער.


איך בעט דיר זייער, דו טראגסט א גרויסע אחריות, דו ביסט גבאי ביים הייליגן רבינ'ס בית המדרש דארפסטו זען אז דער בית המדרש זאל זיך פירן אזוי ווי מיר האבן געזען ביי מוהרא"ש, אן קיין נייע זאכן; איך האב נישט געבויט דעם שטעטל אז מען זאל אפטרעטן פון אונזער וועג, עס איז דא גענוג און נאך געגנטער וואו מענטשן ציען זיך אוועק, זיי ווילן אראפ ווארפן פון זיך דעם אמאליגן וועג; אונזער שטעטל איז פונקט פארקערט, מיר ציען זיך אוועק פון שטאט ווייל מיר ווילן אויסדריקליך בלייבן מיט מסורת אבותינו ורבותינו, חס ולשום אראפ ווארפן פון זיך דעם אמאליגן איד, חס ושלום משנה זיין פון דרך התורה.


איך האב שוין געשריבן פאר אינגעלייט וועלכע קומען אין שול אן שטריימל און בעקיטשע, פארוואס זיי ווארפן אראפ פון זיך די וועג ווי אזוי אונזערע עלטערן האבן זיך געפירט; איך מוז דיר זאגן, אויב דאס איז די מטרה פון גיין אין שטעטל, מען זאל קענען אראפ ווארפן מנהגים פון די עלטערן - זאל דער אייבערשטער העלפן עס זאל נישט בלייבן קיין זכר פון דעם גאנצן שטעטל; מיין גאנצע כוונה מיט'ן שטעטל איז נאר וואס דער רבי האט אונז דערציילט אינעם מעשה פונעם חיגר (סיפורי מעשיות, מעשה ג) וואס דער חכם האט געטון ווען ער האט געזען ווי דער פירער פון לאנד איז אן אפיקורס - האט ער צאמגערופן זיין משפחה און געזאגט: "איר זעט דאך אז דער פירער פון לאנד איז אן אפיקורס און האט געמאכט די גאנצע לאנד פאר אפיקורסים און א טייל פון אונזער משפחה זענען שוין אויך אפיקורסים, בכן לאמיר זיך אוועק לאזן אין מדבר כדי מיר זאלן בלייבן ביי אונזער אמונה אין גאט ברוך הוא".

#3 - די גבאים פונעם שול דארפן ארבעטן אינאיינעם
שטעטל, בית המדרש, ארץ ישראל, גבאי, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן די נחת וואס איך האב ווען איך באקום נאכאנאנד הערליכע גריסן אויף אונזער שול היכל הקודש אין ירושלים; בפרט יעצט נאך יום טוב סוכות האב איך באקומען גאר אסאך גוטע גריסן אויף אונזער שול, היכל הקודש ירושלים. בעיקר אז עס הערשט דארט א גרויסע אחדות, מען האט זיך ליב און מען קוקט שיין איינער אויפ'ן צווייטן.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך ווייטער האלטן אינאיינעם; בפרט די גבאים פונעם שול דארפן ארבעטן אינאיינעם. איך האב ממנה געווען דריי גבאים, דארפט איר ארבעטן אינאיינעם; אויב איז דא חילוקי דעות דארף מען גיין נאך רוב, און אויב איר ווילט קענט איר מיר פרעגן, און אז איר וועט וועלן אננעמען מיין דעה וועל איך אייך זאגן ווי אזוי זיך צו פירן.


מיר בויען יעצט א שטעטל אין אמעריקע; עס איז דא זייער אסאך ארבעט אין דעם, האב איך ממנה געווען אפאר אינגעלייט זאלן זיין גבאים, און ווען עס איז דא חילוקי דעות און זיי קענען זיך נישט אויסקומען, פרעגן זיי מיר וואס מיין דעה איז, ביז מען קומט זיך דורך. אזוי זאלט איר טון, איר דארפט זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן און אינאיינעם מחליט זיין.


ביז דערווייל לאזט מען נאך נישט אריין קומען אין ארץ ישראל, איך ווארט משיח זאל קומען און אונז אלע אהין נעמען מיט זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ווי אזוי צו פירן דעם בית המדרש "היכל הקודש"
תפילה והתבודדות, בית המדרש, מנהגים, תעניתים, גבאי, מועדים וזמנים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו ב', ו' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א גבאי אין רבינ'ס שול; שטעל זיך פאר דו ביסט משמש דעם הייליגן רבי'ן אליינס, וואלסטו דאך דאס געטון מיט שמחה און זריזות; אז דו ביסט א גבאי אין רבינ'ס שול ביסטו משמש דעם רבי'ן אליינס.


בנוגע די געלט פון פדיון נפש; איך וועל שיקן א שליח צו נעמען דאס געלט.


בנוגע ארויסדינגען דעם בית המדרש וכו'; דאס ווענדט זיך אין אייך, אויב דאס שטערט נישט און עס איז אייך נישט שווער - קענט איר דאס טון, אויף דעם דארפט איר מחליט זיין.


בנוגע ווארטן אויף זמן רבינו תם; אז איר פאררופט זיך 'תלמידי היכל הקודש' דארפט איר האלטן זמן רבינו תם אן קיין דריידלעך, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז געשטאנען אויף דעם זייער שארף. איר דארפט נישט ווארטן מיט מעריב אויף זמן רבינו תם, איר קענט שוין דאווענען מעריב פאר'ן זמן, אבער הבדלה און א מלאכה טאר מען נישט טון פאר'ן זמן.


אנדערע פאסט טעג קענט איר אויספאסטן פריער, ווייל ביי א דרבנן קען מען מקיל זיין און זיך פארלאזן אויף אנדערע שיטות. אבער ווען עס קומט שבת און יום כיפור איז נישטא קיין פשרות ביי דעם.


בנוגע די בעלי תפילות; איר זאלט נעמען די וואס דאווענען שיין, הארציג און נישט איילעדיג.


א גמר חתימה טובה.

#1 - ווי אזוי זיך אפצוגעבן מיט די קינדער שבת אין שול
חינוך הילדים, שבת קודש, מדות טובות, בית המדרש, היכל הקודש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קודם כל זאלסטו זיך זייער שטארקן מיט דיין הייליגע ארבעט; זיין א גבאי איז זייער א חשוב'ער אמט און אויך אן אחריות'דיגע. פון איין זייט דארף מען זיין זייער צוגעלאזן צו יעדן איינעם, מען דארף שיין רעדן צו יעדן איינעם און פון די אנדערע זייט דארף זיין סדר, מען דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ווערן א מושב לצים אדער א בית משוגעים; א גבאי דארף קענען גיין צווישן די טראפן, זיין בייגעדיג ווען מען דארף און אין די זעלבע צייט זיין אייזן שטארק כדי עס זאל זיין סדר.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט זיין צוגעלאזן צו יעדן איינעם; רעד שיין צו יעדן איינעם. בעט דעם אייבערשטן זאלסט מצליח זיין, די שול זאל זיין א ליכטיגער ווינקל פאר גאנץ ירושלים און פאר די גאנצע וועלט און אין די זעלבע צייט זאלסטו זען עס זאל נישט זיין קיין הפקרות, דער שול זאל זיין אפן דורכאויס די שעות וואס מען לערנט און מען דאווענט און אין די אנדערע צייטן זאל עס זיין פארשלאסן.


בנוגע ווי אזוי מען זאל מסדר זיין די קינדער ביים דאווענען; עס פעלט נישט אויס די קינדער זאלן זיצן אינאיינעם ביים דאווענען. לאז די עלטערן טון די ארבעט, די עלטערן וואס ביי זיי איז חשוב חינוך הבנים וועלן האלטן די קינדער נעבן זיך ביים דאווענען לויט די עלטער; קליינע קינדער האלט מען ביז נאך שחרית, נאכן קושן די ספר תורה, און אביסל עלטערע רופט מען אריין צו כתר, און נאך עלטערע דארפן שוין דאווענען אויך מוסף.


ביי אונז אין ישיבה האבן מיר א אינגערמאן וואס גייט ארום ביים דאווענען, ער געבט פאר די קינדער וואס זיצן נעבן די עלטערן טיקעטס און יעדע מוצאי שבת מברכים מאכט מען גורלות אויף פרסים, דאס מאכט אז די קינדער זאלן וועלן זיצן אין שול און דאווענען.


ביי שלש סעודות איז יא כדאי צו מאכן א טיש פאר די קינדער און זינגען צוזאמען מיט זיי די זמירות; מען דארף נעמען א טויגליכער אינגערמאן, איינער וואס פארשטייט צו קינדער, איינער וואס קען מאכן די קינדער זינגען און מיט האלטן. נישט געצווינגענערהייט, נאר מיט א טעם און א געשמאק אז זיי זאלן ווארטן אויף דעם, זיי זאלן וועלן קומען אין שול.


אויך קען מען מאכן מיט זיי א חברת תהילים.


אז מען ארבעט מיט די קינדער יונגערהייט איז די ארבעט גרינגער אין די שפעטערע יארן.


נאך איין זאך איז וויכטיג עס זאל זיין, איינער פון די גבאים זאלן האלטן אן אויג ביים דאווענען וואס טוט זיך אין חצר און וואס טוט זיך אין ווייבער שול (ווען די ווייבער זענען נישט דארט) מיט די קינדער וואס די עלטערן לאזן זיי שפילן אינדרויסן, אז זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.