בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#39 - אכטונג געבן ער זאל קיינעם נישט פארגיפטן
גבאי, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס ווייסטו, אז יעדער מענטש קען תשובה טון און יעדער איינער קען שטענדיג צוריק קומען צום אייבערשטן. אבער אין די זעלבע צייט דארף מען געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין מסכת כלה רבתי, פרק ט): "כבדהו וחשדהו"; מען דארף טאקע יעדן איינעם מקרב זיין און מחזק זיין, אבער אין די זעלבע צייט דארף מען זיך היטן פון לצים און פון א חסיד שנפל.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט אויף איינעם וואס פלעגט זיך דרייען ביי אונז, פון אינדרויסן האט ער אויסגעזען ווי א פארפרומטער פארחניאקטער, פלוצלונג האט ער אנגעהויבן רעדן צו בחורים פון ישיבה - קעגן די ישיבה, קעגן די דיבורים וואס מיר רעדן. שפעטער איז ער געקומען וויינען אז ער טוט תשובה, ער וויל צוריק זיין אין אונזער חבורה. דעמאלט האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "מיט איינער וואס האט חוזק געמאכט און ליצנות געמאכט - זאלסטו נישט זיצן אינאיינעם; ער קען דאווענען אין שול אבער געדענק, נישט ווערן נאנט מיט איינעם וואס האט דיך פארראטן. נאכדעם האט מוהרא"ש מיר דערציילט אז יענער רחמנא לצלן גייט מיט שווארצע שדים טון עבירות רחמנא לצלן.


אז דער אינגערמאן קומט דאווענען ביי אונז אין שול - זאלסטו אכטונג געבן ער זאל נישט קיינעם פארגיפטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - חס וחלילה אוועקצושטופן מענטשן
מדות טובות, ראש ישיבה, גבאי

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נשא ב', י"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך הער זאגן אז ווען מענטשן רופן דיך פרעגן אויב זיי קענען קומען צו מיר רעדן - זאגסטו זיי אפ; דו ביסט זיי מסביר אז 'פארדעם קומסטו שטערן? פאר אזעלכע נארישע זאכן?'


וויל איך דיר בעטן, איך דארף נישט קיין גבאי פאר דעם, חס וחלילה אוועק שטופן מענטשן; איך דארף סך הכל איינער זאל מאכן סדר אז מענטשן זאלן נישט דארפן ווארטן לאנג, נאר מיט א סדר ווען צו קומען איינער נאכן צווייטן, אבער חס ושלום זאגן פאר מענטשן זאלן נישט קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#37 - מנהגי בית המדרש אום יום טוב שבועות
בית המדרש, מנהגים, גבאי, שבועות

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד גבאי בית המדרש היכל הקודש, השם עליהם יחיו


מען דארף נישט ווארטן צו דאווענען מעריב אויף זמן רבינו תם. דער עיקר זאל מען נישט מאכן קידוש אין שטוב איידער זמן רבינו תם, כדי עס זאל זיין שבע שבתות תמימות, אזוי פסק'נט דער מגן אברהם (ריש סימן תצד).


ביי אונז פירט מען זיך נישט צו זאגן די פיוטים פון מערבית.


מיר זינגען ביי מערבית "אהבת עולם" וכו'.


(שבועות ביינאכט זאגן מיר אינאיינעם די תיקון ליל שבועות, איינער זאגט פאר הויך אויפן קול און אלע זאגן מיט אינאיינעם. מיר זינגען הארציגע ניגונים צווישן תורה און נביאים, צווישן נביאים און כתובים און צווישן כתובים און די תרי"ג מצוות. אזוי אויך, נאך יעדע הונדערט מצוות זינגען מיר שיינע הארציגע אידישע ניגונים.


נאכן תיקון אז עס איז נאך דא צייט - טאנצן מיר אינאיינעם).


יום טוב אינדערפרי ביי שחרית זינגען מיר די ברכה פון "אהבה רבה" מיטן ניגון פון דעם צדיק רבי הערש מרימנוב זכותו יגן עלינו.


ביי שחרית די ערשטע טאג; אויב מען דאווענט וותיקין זאגט מען נישט יוצרות, און אז מען דאווענט נישט וותיקין זאגט מען יא די יוצרות, אבער מען זאגט נישט דעם פיוט - פון "וּבְכֵן ה' קָנָנִי רֵאשִׁית דַּרְכּוֹ" - ביז "וּבְכֵן וַיֵּרֶד משֶׁה" וכו'. אויך זאגן מיר נישט די לאנגע פיוט פאר קדושה.


מען רופט אויס כהן און איידער ער איז עולה זאגט מען די אקדמות מיטן זיסן באקאנטן ניגון וואס דער הייליגער רבי האט באוואונדערט (שיחות הר"ן, סימן רנו).


מיר פירן זיך צו ליינען דעם ערשטן טאג שבועות צווישן מנחה און מעריב דעם שטר אירוסין ותנאים, און דעם צווייטן טאג - די כתובה צווישן אידישע קינדער און אבינו שבשמים, וואס דער הייליגער צדיק רבי ישראל נאג'רה זכר צדיק לברכה האט מחבר געווען. מען זינגט שיינע ניגונים און מען רעדט פון הייליגן רבינ'ס עצות און חיזוק.


פאר די בני ארץ ישראל וואס האבן נאר איין טאג יום טוב; די יאר וואס מען גייט אריין פון יום טוב צו שבת קודש - זאגט מען נישט די גאנצע קבלת שבת, מען הויבט אן מיט "באו ונצא לקראת כלה" וכו', "מזמור לדוד" וכו', "לכה דודי" וכו', "לא תבשו" וכו' און אזוי ווייטער, און מען לאזט אויס "כגוונא".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#36 - איך קען נישט איבערלאזן מיינע קינדער און ארום פארן אויף שבתים
חינוך הילדים, שטעטל, דרשות, בית המדרש, היכל הקודש, ראש ישיבה, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן די שיינע גרוסן אויף אונזער בית המדרש אין מאנסי, און אז די גבאים זענען זייער צוגעלאזענע, זיי זענען מחזק און שטארקן די מתפללים.


בנוגע קומען א שבת אין מאנסי; יעצט איז דאס נישט שייך, שפעטער מיט די יארן, אז דער אייבערשטער וועט העלפן איך וועל חתונה מאכן די קינדער - דעמאלט וועל איך קענען פארן און קומען אויף שבתים. דארפסט פארשטיין, ווען מען האט א שטוב מיט יונגע קינדער - זיי דארפן א טאטע מאמע. יונגע קינדער דארפן די שבתים זייער וויכטיג, מען קען נישט אוועק פארן פון זיי, עס איז נישט גוט פאר זיי בגשמיות וברוחניות.


אין קרית ברסלב גיי איך אויף שבתים, אבער עס איז אן אייגענע שטוב, עס איז נאך א שטוב פאר מיר. אבער ארום פארן אויף שבתים - איז נישט שייך, איך קען נישט איבערלאזן מיינע קינדער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי שבת א, ב): "כָּל הָאוֹמֵר שְׁמוּעָה מִפִּי אוֹמְרָהּ יְהֵא רוֹאֶה בַּעַל הַשְּׁמוּעָה כְּאִלּוּ הוּא עוֹמֵד כְּנֶגְדּוֹ", ווען מען זאגט נאך ווערטער פון דעם וואס האט דאס געזאגט - זאל מען זיך פארשטעלן אזוי ווי דער וואס האט דאס געזאגט געפונט זיך דארט, וד"ל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#35 - איר קענט האבן הצלחה נאר אויב ענק וועלן זיין באחדות
בית המדרש, היכל הקודש, גבאי, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, ל"ב שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש לאנדאן, ה' עליהם יחיו


איך וויל שטעלן צוויי גבאים וואס זיי וועלן אוועקשטעלן די זמנים און די סדר ווי אזוי אלעס זאל זיך פירן אין שול, ר' שמואל אליעזר פערל און שמחה בלאק.


איך בעט ענק אלע מען זאל זיך פירן מיט דרך ארץ, און אויב מען האט עפעס א טענה זאל מען זיך מעלדן צו די גבאים, אדער קען מען מיר שרייבן.


איין זאך קען איך ענק זאגן, איר קענט האבן הצלחה נאר אויב ענק וועלן זיין באחדות. איך בין שוין אין היכל הקודש כמעט צוואנציג יאר, איך האב אסאך געזען; נאר די וואס האבן פיינט מחלוקות - די האלטן זיך שטארק ביים רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - די קינדער זאלן זען ווער עס איז חשוב
חינוך הילדים, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, י"ט שובבי"ם, ד' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ספרינג וואלי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל נישט קענען אנטייל נעמען ביים מעמד קביעת מזוזה, זונטאג נאכט איז דא א חתונה אין ישיבה, מיין מחותן דער מנהל ר' מרדכי נרו יאיר מאכט חתונה.


אזוי ווי דער דיין ר' יונה שליט"א קומט צו ענק זונטאג געבן א שיעור פאר די אברכים אין הלכות טהרה, זאלסטו אים מכבד זיין מיטן קלאפן די מזוזה, און אז עס איז דא צוויי טירן זאלסטו אויך מכבד זיין דעם מגיד שיעור הרב ר' הערשל נרו יאיר מיט קביעת מזוזה; זאלן די קינדער זען וואס איז חשוב, חשוב איז א דיין, חשוב איז א תלמיד חכם, חשוב איז אן ערליכער איד; אזוי וועלן די קינדער שטרעבן צו זיין גוטע ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - עס מוז זיין דרך ארץ ביים שיעור
דרך ארץ, דרשות, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, כ"ג שובבי"ם, ט' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בלומינגראוו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האב נישט מורא צו זאגן פאר די צוויי וואס זעצן זיך אויבן אן ביים ליל שישי שיעור און שמועסן - אז זיי זאלן נישט קומען, עס מוז זיין דרך ארץ.


אויב עס איז נישטא קיין דרך ארץ בשעת'ן שיעור - זאלסטו בכלל נישט מאכן דעם לייוו הוק-אפ, און אז די צוויי רעדן און שמועסן ביים שיעור - זאלסטו זיי זאגן נישט צו קומען; הויב אן מיט שיינעם, זאג זיי אז דאס שטערט, מען קען נישט רעדן ביים שיעור.


זיי שטארק מיטן משמש זיין דעם רבי'ן, מיט ליב האבן יעדן מתפלל און מיט דרך ארץ אין שול.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - צושיקן צום עמוד די וואס דאווענען שיין מיט טעם און קול
התחזקות, בית המדרש, דאווענען, בעל תפלה, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, ט' שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ספרינג וואלי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז עס איז שוין דא א מנין פרייטאג צו נאכטס, און אויך ביי שלש סעודות; איז שוין כדאי צו מאכן שבת אינדערפרי א מנין.


בנוגע וועם צוצושיקן צום עמוד, זיין בעל תפילה; קענסט צושיקן געסט צו זיין בעל תפילה, עס איז נישט קיין פראבלעם, דער עיקר זאלסטו צושיקן די וואס דאווענען שיין, נישט סתם אבי אפזאגן דאס דאווענען שטילערהייט אן קיין טעם און אן קיין קול.


העיקר זאלסטו מחזק זיין יעדער איינער וואס קומט אריין אין שול.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#31 - געבט אכטונג מען זאל רעדן אין שול נאר דבורי התחזקות
התחזקות, דרשות, בית המדרש, סיפורי צדיקים, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בראכפעלד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דארפסט נישט פארלערנען שיחות הר"ן כסדרן, דער עיקר זאלסטו פארלערנען שיחות וואס זענען מחזק, מעודד ומשמח. פארלערנען אין היכל הקודש איז א גרויסע אחריות, ווייל ווען איינער קומט אין היכל הקודש קומט ער פאר איין סיבה: צו הערן עפעס א ווארט וואס וועט אים געבן א שטופ ווייטער צו גיין אין לעבן, ווייטער צו דינען דעם אייבערשטן.


איך בעט אלע גבאים פון היכל הקודש די בכל אתר ואתר, געבט אכטונג מען זאל רעדן אין שול נאר דבורי התחזקות, מען זאל נישט פארלערנען סתם א שיינע ווארט אויף די פרשה, מען דארף רעדן נאר פון חיזוק. מען האט נישט קיין השגה וואס מענטשן מאכן מיט, שווערע ביטערע נסיונות; זה בכה וזה בכה, און ווען מען קומט אין שול - וויל מען הערן עפעס גוטע ווערטער, עפעס חיזוק - מיט וואס זיך צו מחזק זיין צו קענען ווייטער אנגיין מיט דינען דעם אייבערשטן.


מוהרא"ש האט מיך גערופן אין אומאן א נאכט פאר זכור ברית און געשמועסט מיט מיר ביי זיך אין שטוב, מוהרא"ש האט געהאלטן אינמיטן לערנען ליקוטי מוהר"ן די צווייטע חלק סימן ב', אינמיטן שמועסן זאגט מיר מוהרא"ש: "קוק אריין די ווערטער פון רבי'ן", מוהרא"ש זאגט מיר איך זאל זאגן וואו ער טייטלט מיטן פינגער, איך האב אנגעהויבן זאגן: "וְהָאֱמֶת מֵאִיר בְּרִבּוּעַ הַדִּבּוּר הַנַּ"ל עַל יְדֵי שְׁלשָׁה שֵׁמוֹת הַנַּ"ל שֶׁהֵם קֵל, אֱלֹקִים, ה', שֶׁהֵם בְּחִינַת תְּפִלָּה, וְתוֹרָה, וְשִׁדּוּכִים וְזִוּוּגִים", און מוהרא"ש געבט מיר צו פארשטיין: "זעסט וואס שטייט דא? דער רבי זאגט, נאר די דריי זאכן איז גערעדט; יעדע מאל דו רעדסט - זאלסטו רעדן פון די דריי זאכן: פון תורה, פון סדר דרך הלימוד; זיי מחזק די בחורים און אינגעלייט צו לערנען כל התורה כולה אויפ'ן רבינ'ס וועג, אפילו אן פארשטיין. רעד פון תפילה והתבודדות; זיי מחזק די צוהערער זאלן זיך צוקלעבן צום אייבערשטן, יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן. דריטנס, רעד פון שידוכים און שלום בית; אזוי זאלסטו טון, אז מען איז דיך מכבד צו רעדן - זאלסטו רעדן נאר פון חיזוק אויף די דריי נקודות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#30 - יעדער קען קומען אין שול, נישט יעדער קען אבער פארלערנען
דרשות, בית המדרש, היכל הקודש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע וכו'; מען קען נישט זאגן ברענג נישט דעם און דעם מענטש ביי אונז אין שול, א בית המדרש איז אן אפענע פלאץ, אלע קענען קומען.


וואס וועסטו טון ווען מענטשן נישט לפי אונזער וועג וועלן קומען אין שול? מען קען גארנישט טון און מען טאר נישט טון, מען דארף נאר האבן קלוגע גבאים וואס ווייסן וועם מכבד זיין צו רעדן, וועם מכבד זיין נאר מיט אן עלי', און וועם מכבד זיין נאר מיט לאזן זיצן פון די זייט וכו'.


מיר האבן דאס געהאט ווען מיר האבן געעפנט אונזער שול אין וויליאמסבורג. עס זענען אריינגעקומען געסט, אין אנהויב האט מען דעם מכבד געווען מיט רעדן און יענעם מכבד געווען מיט רעדן, ביז מען האט זיך געכאפט אז נישט אלע זענען איינשטימיג מיט מוהרא"ש; זיי פאררופן זיך ברסלב'ער חסידים אבער זיי זענען נישט, זיי זענען געקומען זאגן דעות וכו', האבן מיר אנגעהויבן מכבד זיין געסט מיט עליות און מיט בענטשן ברכת המזון וכדומה, אבער רעדן האט נאר גערעדט דער וואס איז בטל ומבוטל צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, והבן למעשה.


דער גבאי האברך ... נרו יאיר און דער צווייטער גבאי האברך ... נרו יאיר - זיי דארפן וויסן וועם מכבד זיין צו רעדן און וועם נישט וכו' וכו'.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט.

#29 - דער רבי האט מיר אזויפיל געגעבן, איך בלייב געטריי צו אים
קינדער, תודה והודאה, שטעטל, בית המדרש, משמש דעם רבי'ן, ראש ישיבה, גבאי

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט אייך און שטארקט אייער מאן ער זאל ווייטער זיין גבאי, אז מען געדענקט פאר וועם מען ארבעט און וועמענס גבאי מען איז - איז אלעס אנדערש. אז מען ווייסט 'איך בין א משמש פאר'ן רבי'ן, א גבאי אין רבינ'ס שול' - איז אלעס גרינגער.


און אז איר פלאגט זיך אזוי פאר'ן שול, און ווען איך קום אין שטעטל צעלויפן זיך די מתפללים, זיי לויפן מיך נאך, איר שפירט אז דאס איז נישט גערעכט; זאלט איר זיך געבן א דערמאן: 'וואס האט מיך דער רבי געגעבן? איך האב דאך באקומען לעבן'; דעמאלט איז גרינגער צו בלייבן געטריי.


וואס טראכט איר, מיר איז נישט שווער? איך בין עפעס א מלאך? אוי איז מיר שווער, אבער ווען איך געב א טראכט: 'וואס האב איך באקומען פון רבי'ן? וואס האט מוהרא"ש געטון מיט מיר? איך האב דאך באקומען לעבן' - ווערט מיר אזוי גוט, און איך זאג צו מיר: 'איך בלייב משמש זיין דעם רבי'ן און טון די שליחות וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געגעבן'.


בנוגע וכו'; אנשטאט קרעכצן - דארף מען דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, די משפחות וואס האבן נישט קיין קינדער אדער ווייניג קינדער - האבן אויך שווערע טעג, שווערע נעכט. אפהיטן זאל דער אייבערשטער וואס אידישע קינדער מאכן מיט; יעדער האט אזויפיל שוועריקייטן, דאס איז דער מענטש, "אָדָם לְעָמָל יוּלָד" (איוב ה, ז), דער מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו פלאגן; וואויל איז דעם מענטש וואס די פלאג גייט אין קינדער, אויפציען קינדער, אויפהאדעווען קינדער; בלייבט איבער שיינע ליכטיגע דורות. עס גייען אריבער די יארן און מען דערקוויקט זיך מיט די נחת.


גייט ארויס אויפ'ן פארטש און קוקט אויפ'ן הימל, און זאגט: "שכוח אייבערשטער פאר מיינע קינדער, פאר מיין לעבן"; וועט איר האבן פרישע כוחות.

#28 - די ארבעט פון א גבאי אין בית המדרש היכל הקודש
התחזקות, בית המדרש, היכל הקודש, בין אדם לחבירו, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש עצתו אמונה קרית ברסלב


בנוגע מאכן א פארברענג מפעם לפעם פאר אינגעלייט וואס ווילן זיך מחזק זיין מיט עצות און חיזוק פון רבי'ן - אדרבה ואדרבה; אויף מחזק זיין אינגעלייט דארפסטו נישט פרעגן קיין רשות, אויף זאגן מוסר דארפסטו פרעגן רשות - אויב דו ביסט כדאי און אויב עס וועט ארויסקומען פון דעם גוטס, אבער צו געבן חיזוק - כל הקודם זכה! ווי פריער מען קען יענעם געבן א גוט ווארט - איז דאס די גרעסטע זכות.


א גבאי אין בית המדרש היכל הקודש איז נישט נאר גבאי ביים דאווענען, מען איז גבאי זיבן טעג א וואך, פיר און צוואנציג שעה א טאג. מען דארף טראכטן פון אלע מתפללים, און טראכטן פון אלע מקורבים, און אז מען זעט א אינגערמאן קומט נישט, אדער ער קומט יא אבער ער איז נישט אזוי פרייליך - דארף מען כאפן א שמועס מיט אים און אים מחזק זיין, און אז דעם אינגערמאן דרוקט חובות - איז מען אים מחזק ער זאל זיך נישט פארלירן, מען דערציילט אים מעשיות וואס מען איז אליינס אריבער און מען האט זיך דערהאלטן, און אז עס דרוקט דעם אינגערמאן עפעס אין שלום בית איז מען זיך מחזק.


א גבאי אין היכל הקודש איז נישט א טיטל און שוין, אויסרופן עליות קען יעדער און אויסקערן א שול קען אויך יעדער, ווער קען דען נישט האלטן א בעזעם אין די האנט? וואשן האנטוכער קען אויך יעדער, אבער זארגן פאר א צווייטן, טראכטן פון א צווייטן, קענען אפלערנען א פנים פון א צווייטן, וויסן אויב איינער פון די מתפללים, פון די חברים - מוטשען זיך מיט עפעס און אים פרובירן צו העלפן - דאס איז א גבאי היכל הקודש.


שטארק זיך מיט דיין גבאות, ווייז דעם בריוו פאר אלע גבאים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - אין א בית המדרש היכל הקודש קען נישט זיין קיין ברוינפן
הפצה, דרשות, בית המדרש, היכל הקודש, שכרות, משקה המשכר, שלש סעודות, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש סטעטן איילענד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף דיין פראגע, איינער פון די מתפללים זאגן דיר אז מען מוז געבן שבת אינדערפרי ברוינפן; נאר אזוי וועלן מקורב ווערן נאך מענטשן, דו ווילסט וויסן וואס איז ריכטיג צו טון.


אין א בית המדרש היכל הקודש קען נישט זיין קיין ברוינפן. אין ישיבה זענען מיר זייער שטרענג אויף דעם, נישטא קיין ברוינפן.


ביי אונז אין ישיבה איז אויך דא וואס זאגן מיר אז אויב מען וועט געבן א רייכע קידוש וועלן מקורב ווערן אסאך מענטשן; דאס איז ליצנות, ווייל א קידוש צו פרעסן איז נישט קיין הפצה.


ביי אונז אין ישיבה געבט מען מזונות און מען לערנט פאר ספורי מעשיות, און מען איז זיך אזוי מחי'; עס זענען דא וואס ווארטן א גאנצע וואך ספעציעל פאר שבת אינדערפרי ווען מען לערנט פאר ספורי מעשיות, מען רעדט פון די עצות פון רבי'ן בתמימות ובפשיטות; דאס איז די רייכסטע קידוש, מען ווערט אזוי זאט.


ביי שלש סעודות זאלסטו פארלערנען לייכטע זאכן, צום ביישפיל א שאלה און תשובה פון עצתו אמונה אדער פון שאלות ותשובות ברסלב. מען קומט אין שול צו הערן חיזוק, נישט יעדער האט די מח צו הערן א טיפע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - אז מען זאגט שיינערהייט, גייען אריין די ווערטער און מען איז מקבל
דרך ארץ, שטעטל, בית המדרש, מוסר, בעל תפלה, גבאי, יום כיפור קטן, ימים נוראים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש, קרית ברסלב ליבערטי


זיי מודיע פאר אנשי שלומינו אז דאנערשטאג וועלן מיר זאגן יום כיפור קטן אינאיינעם אום 8:15 אונטן אין ישיבה, אינאיינעם מיט די בחורים; זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן מיר זאלן קענען אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה.


איך מוז דיר זאגן, איך בין זייער איבערגענומען פונעם שטעטל; עס איז מיר געווען אזא פארגענוגן דא צו זיין במשך דעם זומער, איך און מיין משפחה האבן זייער הנאה געהאט.


זיי נישט דערשראקן ווען איך זאג מוסר, אדער ווען דו זעסט אין די בריוון מוסר; דאס איז נאר בעסער צו מאכן. אזוי ווי מוהרא"ש ברענגט פונעם צדיק רבי מיכל'ע זלאטשובער זכותו יגן עלינו, איידער ער פלעגט זאגן א דרשה מיט מוסר, איז ער צוגעגאנגען צום ארון הקודש און געזאגט: "רבונו של עולם, דו האסט א טייער פאלק; אידישע קינדער זענען זייער וואויל, איך וויל זיי מאכן נאך בעסער, נאך וואוילער".


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן אויפ'ן בית המדרש עס זאל זיך פירן מיט כבוד, מיט דרך ארץ. מען זאל דאווענען צייטליך, מען זאל נישט שמועסן ביים דאווענען. א גבאי טראגט די אחריות אז דער בית המדרש זאל זיך פירן אזוי ווי עס דארף זיך פירן, האב נישט מורא צו זאגן ווען מען דארף איינעם זאגן; אז מען זאגט שיינערהייט - גייען אריין די ווערטער און מען איז מקבל.


ביי רבי נתן האט איינעם אנגעכאפט א שווייגעניש, ער האט געוואלט ווערן ערליך; האט רבי נתן געזאגט: "שווייגן איז נישט קיין עסק, מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן"; אז מען רעדט מיט דעת - איז דאס בעסער פון שווייגן.


בנוגע די ימים טובים; ביז דערווייל זעט אויס אז תשרי וועל איך זיין אין שטאט, זאלסטו זען אנצוגרייטן בעלי תפילות פאר יום כיפור.


זיץ מיט די גבאים פון די אנדערע שולן, האברך ... גבאי אשר בנחל, האברך ... גבאי מקור השמחה, האברך ... גבאי עצתו אמונה - אויב מען זאל דאווענען יום כיפור אין אלע שולן באזונדער וכו', און בנוגע די בעלי תפילות.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין מיט ענק נאך צוויי שבתים, ראה און שופטים, און נאך צוויי שבתים - כי תצא און כי תבא - אין וויליאמסבורג, און נצבים וועלן מיר זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן.


קוק זיך פאר מערבית פאר ראש השנה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#25 - דער גבאי דארף אכטונג געבן מען זאל נישט שמועסן אין שול
מקוה, דרך ארץ, שבת קודש, בית המדרש, הלכה, דאווענען, שלש סעודות, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש עצתו אמונה


איך וויל דיר מחזק זיין און אויך די אנדערע גבאים, איר זאלט אכטונג געבן אויף כבוד בית המדרש, מען זאל נישט שמועסן ביים דאווענען, מען זאל זיך אויפפירן מיט דרך ארץ.


נעכטן האב איך געהערט אז ביי ענק אין שול איז דא א גרופע וואס שמועסן און לאכן אויפ'ן קול ביים דאווענען; איך קען נישט פארשטיין פארוואס די גבאים לאזן דאס צו, אז מען איז גבאי דארף מען האבן די אחריות פון כבוד בית המדרש, מען זאל נישט שמועסן, מען זאל נישט שטערן די מתפללים.


נאך א זאך וויל איך דיר בעטן, איך הער אז ביי ענק איז אפן די מקוה שבת נאכמיטאג, און בשעת מנחה ושלש סעודות זיצט מען אין מקוה, מען ווייקט זיך, מען שמועסט; איך פארשטיי נישט וואס דו דארפסט מאכן נייע זאכן, קודם כל, זיך ווייקן שבת אין מקוה איז אסור, צווייטנס, אפילו אינדערוואכן איז דאס נישט גוט, מקוה איז נישט געמאכט צו שמועסן.


פארוואס געבסטו נישט אכטונג עס זאל זיין ביי ענק ביי שלש סעודות א צייט פון תשובה, א צייט פון זיך מחזק זיין? שלש סעודות איז רעוא דרעוין, רצון שברצונות, א צייט וואס אידישע קינדער זיצן אינאיינעם, מען זינגט זמירות, מען בענקט צום אייבערשטן, מען איז זיך מקבל גוטע קבלות אויף די קומענדיגע וואך.


אדער נעמסטו די גבאות אין די הענט אריין, אדער געב איך דאס איבער פאר א צווייטן.

#24 - נישט רעדן פון אנהויב דאווענען ביז'ן סוף, וועסטו האבן א ישועה
ישועות, סגולות, בית המדרש, דאווענען, גבאי, עונשים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


די מתפללים אין בית המדרש עצתו אמונה רעדן זיך אפ אז מען קען נישט דאווענען, דו שטערסט דאס דאווענען, דו שמועסט און לאכסט אויפ'ן קול מיט קלות ראש.


איך בין גרייט צו מאכן מיט דיר א געשעפט, דו דארפסט דאך א גרויסע ישועה; אויב דו ביסט מקבל אויף זיך נישט צו רעדן פון אנהויב דאווענען ביזן סוף - וועסטו האבן א ישועה, און אויב חס ושלום דו וועסט ווייטער זיך אויפפירן מיט קלות ראש אין בית המדרש - וועל איך זאגן די גבאים זאלן דיר ארויסטרייבן.


די אלע וואס שטערן דאס דאווענען - וואלט ענדערש געווען זיי זאלן בלייבן אין שטוב, נישט קומען.


איך האב היינט אינדערפרי פארגעהאלטן די גבאים פאר'ן גארנישט טון און פאר'ן מיר גארנישט זאגן. איך האב זיי געזאגט: "סתם צו האבן דעם טיטל 'גבאי' און לאזן שמועסן, לאכן וכו' - דאס איז נישט גבאים", איך האב זיי געזאגט, אויב דו וועסט ווייטער שמועסן און לאכן ביים דאווענען, זאלן זיי דיר אנכאפן ביים קארג און ארויסטראגן פון שול.


אז דו וועסט אויפהערן פארשעמען דעם אייבערשטנ'ס הויז - וועסטו האבן א גרויסע נס, און אז נישט - ציטער איך וואס וועט זיין.

#23 - ווען דו זעסט א מחלוקת-פייער צינדט זיך אן, דערשטיק עס
מוסדות, הכרת הטוב, מחלוקת, שטעטל, שלום, סכנה, גמרא, גבאי, גן עדן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן מיט יעדן פרט; עס איז אזוי געשמאק צו זיין דא אין שטעטל צווישן אנשי שלומינו.


אינדערפרי אום 8:00 לערן איך פאר דעם בלאט גמרא הונטערן בית המדרש, צווישן די ביימער. עס קומען אנשי שלומינו מיט האלטן דעם שיעור גמרא, עס איז א מחי', עס האט אלע טעמים. איך זאג פאר די אינגעלייט אז דאס איז טעם גן עדן, פרעגט מיך איינער: "דער ראש ישיבה איז שוין געווען אין גן עדן, צו זאגן אז דאס איז טעם גן עדן?" זאג איך אים: "איך מיין צו זאגן אז איך האף צו שפירן דעם טעם אין גן עדן; די טעם פון לערנען גמרא מיט אנשי שלומינו הונטער ביימער"; נישטא עפעס בעסערס.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט פאררעכטן די לעקטער ביי די פארקינג לאט; עס איז וויכטיג, ווייל מען זעט נישט קיין מענטשן און קארס פארן. בפרט מאנטאג נאכט ביי די פרויען צאמקום, איז א סכנה.


אויך אויב דו קענסט ארויפלייגן א ספרינג אויף די טירן אין ישיבה, ווייל עס ארבעט די עירקאנדישן, עס קאסט אזויפיל די לעקטער; עס איז ממש א שאד אידיש געלט.


נאך א וויכטיגע זאך; ברענג אריין צווישן אנשי שלומינו ליבשאפט. ווען דו זעסט א פייער צינדט זיך אן - גיס וואסער אדער ווארף זאמד, דערשטיק די פייער עס זאל זיך נישט פארשפרייטן.


ווען אלע וואלטן אזוי געטון - וואלט גוט געווען; בפרט די וואס העלפן, די גבאים - די דארפן האלטן קאפ אויף דעם; דעמאלט וועלן מיר זייער מצליח זיין.

#22 - די נייע קאנטרי "אילן החיים"
צניעות, קעמפ, חסידות ברסלב, מוהרא"ש, ספרי ברסלב, גבאי, זומער

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו ענדיגן דאס קויפן די קאנטרי יעצט ממש.


איך טראכט צו רופן די נייע קאנטרי מיט'ן נאמען "אילן החיים", מוהרא"ש האט ארויסגעגעבן א ספר מיט'ן נאמען אילן החיים. מוהרא"ש ברענגט אינעם ספר די השתלשלות ווי אזוי עס איז אריבער דעם רבינ'ס זאך פון איין תלמיד צום צווייטן. דער הייליגער רבי האט איבערגעגעבן פאר רבי נתן, רבי נתן האט איבערגעגעבן פאר זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער, ער פאר זיין זון רבי אברהם בן רבי נחמן, און נאכדעם פאר הרב החסיד רבי לוי יצחק; דאס איז די ראשי תיבות פון 'איל"ן', א בוים פון לעבן.


דאס איז פאסיג פאר א ברסלב'ער קאנטרי, וואס מען זיצט אונטער די ביימער און מען לעבט. דער רבי געבט אונז לעבן, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן ד): "כְּשֶׁתִּסְעוּ וְיִשְׁאֲלוּ אֶתְכֶם מַה פְּעַלְתֶּם תֹּאמְרוּ 'רוּחַ'", מען וועט ענק פרעגן וואס האט איר מקבל געווען ביי מיר, זאלט איר זאגן 'רוח חיים', לופט צום לעבן.


געב איבער פאר אלע משפחות וואס קומען אז ביי אונז אין קאנטרי קען מען נאר שווימען בצניעות, מיט א שווים קלייד, אויך זאלסטו איבערגעבן מען זאל נישט איינקויפן פאר טייער – קליידער פאר די קינדער. ביי אונז קוקט מען בכלל נישט אויף די וואס געבן אויס געלט פאר קליידער, א שאד צו אויסגעבן געלט פאר די זאכן.


איך בין דיר ממנה אלס דער גבאי פון די קאנטרי.

#21 - מיר דארפן נאך א גבאי צו העלפן מסדר זיין דעם בית המדרש
הפצה, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב ליבערטי


איך בין פרייליך ביז גאר צו הערן די גוטע נייעס אז דו קומסט ארבעטן פאר אונזער קרן הדפסה, דו גייסט העלפן פארשפרייטן "אן ליין" די זיסע עצות, די ווארעמע חיזוקים פון הייליגן רבי'ן.


אויך וויל איך דיר מכבד זיין מיט'ן זיין גבאי אין בית המדרש מקור השמחה. יעדע שול דארף האבן לכל הפחות צוויי גבאים, מיר האבן שוין ר' ... נרו יאיר, מיר דארפן נאך א גבאי צו העלפן מסדר זיין דעם בית המדרש, טראגן די אחריות פונעם שול, מכבד זיין די געסט, איינטיילן עליות פאר אלע מתפללים און אכטונג געבן אויף די קינדער, זיי זאלן זיין אונטער השגחה.


אגב, הגבהה איז נישט קיין כיבוד; ביי אונז איז דא איינער אדער צוויי וואס נאר זיי גייען הגבה. מוהרא"ש האט אויף דעם זייער אכטונג געגעבן, נישט צוצושיקן אבי וועם צו גיין הגבה.

#20 - גבאים דארפן זען אז יעדער מתפלל זאל זיין פרייליך
בית המדרש, מנהגים, גבאי, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש עצתו אמונה חסידי ברסלב ליבערטי


מיר קומען זיך צוזאם שבועות ביינאכט ארום איינס אזייגער, מיר זינגען אביסל לכבוד יום טוב, נאכדעם זאגן מיר אינאיינעם דעם "תיקון ליל שבועות", אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש; מיר זאגן די ערשטע פסוק פון יעדע פרשה און די לעצטע פסוק פון יעדע פרשה, נישט מער און נישט ווייניגער.


אזוי גייען מיר פון תורה צו נביאים און פון נביאים צו כתובים, פון יעדן ספר זאגן מיר אינאיינעם הויך אויפ'ן קול. ווען מיר ענדיגן תורה זינגען מיר א ניגון, און ווען מיר ענדיגן נביאים זינגען מיר, אזוי יעדעס מאל זינגען מיר.


נאכדעם זאגן מיר תרי"ג מצוות; מיר זינגען נאך יעדע הונדערט מצוות א ניגון כדי דער עולם זאל נישט איינשלאפן.


אז עס בלייבט איבער צייט רעד איך אפאר ווערטער, נאכדעם גייען מיר אין א טאנץ, און ביים עלות השחר גייען מיר אין מקוה.


איך שרייב דיר דאס אלעס ווייל דו האסט מיר געבעטן אז דו ווילסט וויסן ווי אזוי צו מאכן ביי ענק אין בית המדרש. אבער איך וויל דיר קלאר שטעלן אז עס דארף נישט זיין פונקט אזוי, מיר מאכן אזוי ווייל אזוי ארבעט זיך אויס ביי אונז, דו מאך ווי אזוי עס ארבעט זיך אויס ביי ענק; מען דארף נישט נאכמאכן די זאכן.


איין זאך דארף מען אכטונג געבן, גבאים דארפן זען אז יעדער מתפלל, יעדער איד וואס האט נאר אריינגעטראטן אינעם שול - זאל יענעם גוט זיין, יענער זאל זיין פרייליך.


גבאים דארפן האלטן קאפ אויב איינער פעלט, איינער קומט נישט - וואס איז די מעשה, אפשר דארף יענער הילף.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - מען קומט נישט אין שול הערן מוסר
התחזקות, בית המדרש, מוסר, גבאי

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש עצתו אמונה ליבערטי


דו ווילסט איך זאל שרייבן בריוו פאר גבאים וכו'.


ווען א מענטש קומט אין שול - קומט ער נישט צו הערן מוסר, ער האט שוין באקומען פון די ווייב מוסר וכו', יעצט איז ער פשוט ארויסגעלאפן פון שטוב; געב אים א שמייכל, דארפסט אים גארנישט זאגן.


לאז אים האבן כח צו קענען אהיים גיין און ווייטער קענען האלטן הלכות, ווייטער קענען האלטן אידישקייט, ווייטער קענען ציען נאך א טאג; ער קומט אין בית המדרש - וויל ער הערן נאכאמאל אז עס איז דא א באשעפער, דער אייבערשטער האט אים ליב.


די חידושי תורה וואס דו רעדסט ביי סיפורי מעשיות און שלש סעודות זאל אלץ זיין געבויט אויף איין ציל: יענעם מחי' זיין און מחזק זיין; קענסט רעדן מיט משלים, קענסט רעדן מיט מעשיות, אבער אלץ דארף ארויסקומען דערפון אז די מענטשן זאלן זיך מחי' זיין. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט) מענטשן האבן ליב ווען מען רעדט פאזעטיוו, און אז מען רעדט מיט שכל - רעדט מען פאזעטיוו, אז מען רעדט פאזעטיוו האבן עס מענטשן ליב, אז מענטשן האבן עס ליב נעמט מען עס אן; ווי אזוי קען מען רעדן מיט שכל? אז מען רעדט בשבח הצדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#18 - סדר הנסיעה קיין מירון, ל"ג בעומר תשפ"ב
שכר לימוד, קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, שלאפן, לערערין, קאמפלימענטס, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, בחור, תיקוני זוהר, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, סגולות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, חסידות ברסלב, מחלוקת, הדפסה, שטעטל, עבודת השם, שבת קודש, שבת ליכט, דרשות, נסיעה, סמארטפאון, מאוויס, בית המדרש, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, מוהרא"ש, מוסר, נעגל וואסער, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה, ישיבה, חתונה, ראש ישיבה, שיעורים כסדרן, שמחות, נחת, חדר, הדרכות, רבינו ז"ל, סיום הש"ס, פירושים, גליון, ארץ ישראל, חומש רש"י, מנין, ירושלים, גבאי, אחדות, חתן, טאנצן, פרויען צאמקום, געפילן, מוהרנ"ת ז"ל, בלבולים, תיקון הכללי, התנגדות, איש אמונות, ל"ג בעומר, מירון, אפשערן, יום החופה, ספר תורה, ותיקין, זוהר הקדוש, דף גמרא, הדסים, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת בחוקותי (במדבר בא"י), כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער אהרן וועבערמאן נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


חסדי השם יתברך איך האב זוכה געווען צו זיין די יאר נאכאמאל ביי די הילולא פון רבי שמעון בן יוחאי אין מירון.


מיר זענען ארויסגעפארן מאנטאג נאכט, איך מיין ווייב מיט מיין זון שמעון נרו יאיר. מיין זון האב איך געגעבן א נאמען שמעון נאך התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה האט מיר דעמאלט געבעטן איך זאל א נאמען געבן "שמעון", ממשיך צו זיין די זכות פון רבי שמעון בר יוחאי אויף אים, ער זאל האבן א רפואה שלימה, ער איז דעמאלט געווען זייער אפגעשוואכט. ער האט נישט געהאט קיין כח צו זיין דער מוהל ביי זיין ברית, איך האב גענומען דער ווינער רב שליט"א פאר מוהל.


איך האב מיטגענומען מיין זון שמעון לכבוד זיין סיום הש"ס, איך טו דאס מיט אלע מיינע קינדער; איך וויל זיי זאלן לערנען ש"ס און דאס מסיים זיין פאר די בר מצוה – זאג איך זיי צו א נסיעה קיין ארץ ישראל.


האברך אלי' קנאלל האט אונז גענומען צום עירפארט, מיר האבן געדאווענט מעריב און געציילט ספירה אין עירפארט. די וועג איז געווען זייער איינגענעם, האברך אברהם רוטמאן נרו יאיר האט געזארגט פאר די נסיעה, ער האט מיר געמאכט דאס בעסטע וואס קען זיין.


ער האט אונז באשטעלט צו זיצן אין ביזנעס קלאס, די אלע וואס זיצן אין ביזנעס קלאס באקומען א קארטל צו קענען גיין אין עירפארט אין די לאונטש, מיין זון שמעון און מיין ווייב האבן זייער געוואלט גיין, דו ווייסט דאך ווי עס גייט, אז מען הערט רעדן לאונטש, לאונטש, און אז נאר געציילטע קענען גיין – ווילן אלע גיין... איך האב געזאגט עס פעלט נישט אויס, למעשה זענען מיר געגאנגען, איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב און זון: "נאך א מזל מיר זענען יא געקומען, אזוי קענט איר זען די גאנצע גליק פון עולם הזה, א טונקעלע פלאץ, נישטא גארנישט דארט..."


די וועג איז געווען א רואיגע וועג; איך בין געשלאפן אביסל, געשריבן בריוון אביסל און זיך מתבודד געווען. דו ווייסט די אונטערשייד צווישן א ברסלב'ער חסיד און אנדערע, דער ברסלב'ער חסיד, וואו דו וועסט אים נאר לייגן, וואו ער געפונט זיך – האט ער וואס צו טון; ער דינט איבעראל דעם אייבערשטן, ער איז זיך מתבודד, ער רעדט צום באשעפער אויפ'ן פשוט'ן שפראך, אויף זיין מאמע לשון.


איך האב געדאווענט שחרית אויפ'ן פליגער.


מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דינסטאג נאכמיטאג, האברך הנ"ל האט צוגעשטעלט מען זאל אונז טראגן אין א באזונדערע פלאץ. דארט האב איך געטראפן די גבאים פון ירושלים, שמעון עוזר פערל און יצחק פאפנהיים.


שמעון עוזר ברענגט מיר די נייע קינדער מעשה ביכל: "מעשה'לעך פאר קינדערלעך", סיי אין אידיש, סיי אין לשון הקודש; עס איז הערליך שיין, איך האב זייער הנאה געהאט דאס צו זען. מיין נישט איך בין צופרידן, איך ווער נישט צופרידן ווען איך זע א ספר, איך וויל שוין זען נאך חלקים, איך וויל שוין זען חלק ב, ג, ד, ה און אזוי ווייטער.


אויך האט ער מיר באוויזן ספר איש אמונות חלק א' פון שנת תשפ"א, דאס איז עפעס אזוי שיין; שמעון עוזר נרו יאיר מיט זיין ווייב תחי', זיי לייגן אריין זייער לעבן אין דעם, זיי זענען דאס מתרגם מידי שבוע בשבוע. אויך איז דא א משפחה אין צפת, משפחת קעניג וואס זענען דאס מגיה. דער ספר איז אזוי שיין, עס וועט זיכער צוריק ברענגען טויזנטער מענטשן צום אייבערשטן.


איך האב געוואלט דאווענען מנחה, זאגן זיי מיר אז עס ווארטן אפאר אינגעלייט אינדרויסן פון עירפארט, אין געז סטעישן. זענען מיר אהין געפארן, דארט שפרינגען צו מיר די בני ברק'ע חבורה, שרייען אויס א ברכת שהחיינו מיט א שמחה. איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי, די זענען גרויסע מפיצים, זיי רוען נישט קיין איין מינוט, טאג און נאכט האבן זיי אינזין נאר איין זאך: "הפצה, הפצה, הפצה!"


פאריגע מאל ביסטו דאך מיטגעקומען מיט מיר, האסטו געזען דער חילוק פון די ארץ ישראל'דיגע מקורבים; זיי זענען אזוי פארקאכט פאר אנדערע, זיי טראכטן נישט פון זיך טאג און נאכט, פון זייער באקוועמע לעבן, זיי טראכטן 'ווי קען מען נאך א איד געבן פונעם יין המשומר'.


אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א קאר מיט א גוטע דרייווער, עס איז געווען זייער א געשמאקע וועג, א גאנצע וועג האב איך געשעפשעט צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף אונז אנקומען אין מירון בשלום". די יאר איז געווען א בהלה, מען האט דערשראקן פון פאראויס אז מען גייט פארשפארן מירון, מען קען נאר אריינקומען אין מירון מיט באשטעלטע טיקעטס פון פאראויס. ווען מיר זענען געקומען נענטער האבן מיר געזען פאליציי שטייען ביי די וועגן, מיר האבן געבעטן און געבעטן, תפילה עפנט דאך אלע טויערן.


מיר זענען שוין אין מירון, מען האט אונז אבער נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך געדריידט אהין און צוריק, צוריק און אהין. אברהם האט אונז דארט אפגעווארט, אין געז סטעישן, אונטן פונעם בארג, ביים אריינגאנג. אין געז סטעישן זאגט מיר דער דרייווער שטרענג: "פארמאך דיין פענסטער!" איך פרעג אים: "וואס גייט פאר?" זאגט ער נאכאמאל: "פארמאך!" און ער הויבט אן פארן שנעל. איך בין געווארן אביסל דערשראקן, איך זע דער דרייווער איז אנגעצויגן, איך כאפ נישט וואס גייט פאר, ער געבט א שטעל אפ די קאר און שפרינגט ארויס, ער לויפט אריבער די גאס צו א קאר רעדן אפאר מינוט. איך האב נישט פארשטאנען וואס גייט פאר, ער קומט צוריק, און אברהם זאגט אים מען קען נאכאמאל פרובירן אריינצופארן אין מירון. מיר קומען אן דארט, אברהם שטייט דארט מיט איינעם, יענער ווייזט מען זאל אריינלאזן. הודו לה' כי טוב, מיר זענען אנגעקומען צו א שיינע דירה, אהערגעשטעלט מיט אלע באקוועמליכקייטן. קענסט דאך אברהם, ווען ער מאכט עפעס – איז דאס מיט די גאנצע הארץ. מיר האבן זיך אויסגעפאקט, דערנאך בין איך אריבערגעגאנגען צו מיינע עלטערן געבן שלום.


נאכדעם דערציילט מיר אברהם וואס האט פאסירט. דער דרייווער האט באמערקט אין געז סטעישן ... דעריבער האט ער מיר געבעטן צו פארמאכן די פענסטער כדי ער זאל נישט זען אז איך בין אין קאר. למעשה האט ער מיך יא געזען, און ווי נאר דער דרייווער פארט אוועק זעט ער ווי ... פארט אים נאך, ער דריידט זיך אהער – פארט ער אהער, ער דריידט זיך אהין – פארט ער אהין, ער פארט שנעל – פארט ער שנעל, איז ער געגאנגען רעדן מיט אים, זאגט ער: "איך וויל יעצט ערלעדיגן דעם ראש ישיבה, איך וויל אים יעצט שלאגן צום טויט" ה' ישמרינו, האט אים דער דרייווער געזאגט: "טראג זיך אפ פון דא, איך ווארן דיך!" ער האט זיך דערשראקן און אוועקגעפארן, שפעטער איז ער צוריק געקומען און מיך שיעור דער'הרג'עט; איך וועל דאס שרייבן שפעטער אינעם בריוו, איך וויל זיך האלטן אין א סדר.


איך האב געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע אין בית המדרש קארלסבורג. שלאפן האב איך נישט געקענט דארט, אין מירון איז אזוי פרייליך - מען קען נישט שלאפן, איך בין אויפגעבליבן ביינאכט אין די דירה, איך האב געלערנט מיינע שיעורים.


מיטוואך אינדערפרי פיר אזייגער פארטאגס בין איך זיך געגאנגען טובל'ן ביי מיין טאטע'ס מקוה. איך האב געדאווענט שחרית מיט מיין טאטע שליט"א ותיקין. מיין זיידע זכרונו לברכה פלעגט אין מירון דאווענען ותיקין; אזוי פירט זיך מיין טאטע שליט"א, ער דאווענט ותיקין. געווענליך דאווענט ער אין די מערה, אבער ערב ל"ג בעומר, ל"ג בעומר און א טאג נאך ל"ג בעומר – דאווענט ער אין זיין בית המדרש מראה יחזקאל, אונטן פונעם בארג. בפרט היי יאר, נאכדעם וואס די מדינה של גיהנום האבן געווארנט און געמאכט אזעלכע פחדים – האבן מיר געדאווענט אונטן.


איך בין ארויף צום מערה מיט מיינע זין שמעון און הרב אלחנן חיים, ער איז אויך געקומען קיין מירון מיט זיין ווייב, ער איז געפארן א טאג פריער. די גאנצע וועג ארויף צום מערה איז געווען רואיג.


אריינקומענדיג אין די מערה איז מיר גוט געווארן, די גאנצע מערה איז אנגעפילט מיט פאליציי, עס איז ליידיג, מען לאזט נישט קיינעם בלייבן שטיין, מען קען נאר גיין. בלית ברירה בין איך אריבער די מערה. פון איין זייט האט עס מיר געגעבן א קליינע ציפ אין הארץ: 'היתכן, וואס איז די חוצפה וכו''; איך האב אבער שנעל געדריידט די מחשבות אויף פארקערט, איך האב זיך געפריידט, געלויבט דעם באשעפער איך בין ביי רבי שמעון בר יוחאי.


ארויסקומענדיג פון אונטער די מערה, דארט זענען געווען הונדערטער אידן און געזאגט תהלים, א טייל האבן זיך געקריגט מיט די פאליציי, איך האב גענומען א תהלים און אנגעהויבן זאגן תהלים. עס איז געווען א ברענעדיגע זון, איך האב געזוכט א שאטן, אונטערן שאטן איז געווען פיין. איך האב געטראכט צו זיך: 'וואס האב איך מיט די סדרנים? וואס גייט מיך אן וואס זיי טוען?' אין אנדערע זמנים ווען מען האט יא געקענט זיין אין די מערה – וואלט איך זיך אויך געזוכט א רואיגע ווינקעלע וואו צו זאגן תהלים.


איך האב אנגעהויבן תהלים מיט א שמחה, פלוצלונג האט זיך מיר געעפנט די הארץ, איך האב זיך געקענט גוט מתבודד זיין. מען קען זיך נישט פארשטעלן די הרהורי תשובה וואס מען שפירט אין מירון, בפרט ל"ג בעומר און ערב ל"ג בעומר. בשעת'ן זיך מתבודד זיין האב איך פארגעסן אז עס איז הייס, אז איך שוויץ, אז איך בין נישט געשלאפן און נישט געגעסן; אזוי איז עס, ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט צום אייבערשטן – פארגעסט מען פון אלעס, מען וויל גארנישט, נאר אביסל דביקות בה', נאר אביסל קרבת אלקים.


איך האב מסיים געווען ספר תהלים און מזכיר געווען אלע קוויטלעך, בקשות פון אנשי שלומינו. אויפ'ן וועג אראפ און א גאנצע צייט זייענדיג אין מירון, זענען צוגעקומען מענטשן, זקנים ונערים, חסידי'שע, אשכנזי'שע און ספרדי'שע, פון אלע סארט, פון אלע קרייזן – זיך באדאנקען פאר די שיעורים און בריוו.


א בחור ברענגט מיר א מתנה, א פארמאכטע דיקע ענוועלאפ; איך בין שוין צוגעוואוינט צו די סארט מתנות, איך ווייס וואס ליגט אינעווייניג נאך פאר'ן עפענען – א צעבראכענע סמארטפאון, מיט א בריוול וואס שטייט: "בזכות די שיעורים פון קו ברסלב, בזכות די גליונות און בריוו – האב איך מחליט געווען אוועק צו ווארפן די טעלעפאן".


הונדערטער האבן שוין אוועק געווארפן זייערע מאוויס וכדומה פון הערן חיזוק און יראת שמים פון רבי'ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן, אזוי אויך (שם, סימן רצד): "אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם", איך בין אן אוצר פון יראת שמים; די וועג פון רבי'ן איז א זיסע וועג, די מוסר פון רבי'ן איז א זיסע מוסר.


די אלע וואס שרייען אויף בחורים און מיידלעך וואס האבן נישט א גוטע טעלעפאן: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" - דאס מאכט גארנישט אויס, עס טוט גארנישט אויף, עס מאכט נאר ערגער, עס איז מבאיש ריח, אויף דעם זאגט אונז דער הייליגער תנא רבי עקיבא (ערכין טז:): "תָּמֵהַּ אֲנִי, אִם יֵשׁ בַּדּוֹר הַזֶּה מִי שֶׁיָּכוֹל לְהוֹכִיחַ", איך וואונדער זיך אויב איז דא אין אונזער דור איינער וואס קען זאגן מוסר, ווייל אז מען ווייסט נישט ווי אזוי צו זאגן מוסר (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "לֹא דַּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל בְּתוֹכַחְתּוֹ", נישט נאר ער טוט נישט אויף מיט די מוסר, "אַף גַּם הוּא מַבְאִישׁ רֵיחַ שֶׁל הַנְּשָׁמוֹת הַשּׁוֹמְעִים תּוֹכַחְתּוֹ", ער מאכט נאך א שלעכטע גערוך אויף די מענטשן; עס האט נאך קיינער נישט אוועקגעווארפן א טעלעפאן וואס מען קען קוקן עבירות – דורכדעם וואס מען האט אים געזאגט מוסר אויף די וועג: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" אבער די תוכחה פון רבי'ן, פון משה רבינו – געבט א גוטע גערוך, נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ.


דער אייבערשטער האט געהאלפן, זייט די ישיבה שטייט האבן שוין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער אידן תשובה געטון דורך די מוסר פון רבי'ן, וואס ער געבט אריין אין אידישע קינדער א ריח טוב, ווען מען הערט: "דער אייבערשטער האט דיך ליב", "דער אייבערשטער ווארט אויף דיר", "דער אייבערשטער איז מיט דיר" - די ווערטער זענען שטערקער פון די שטערקסטע זאך, דאס פועל'ט אז דער מענטש זאל צוריק קומען.


א פרוי דערציילט פאר מיין ווייב, זי איז א באהאלטענע מקורב, זי מיט איר מאן לעבן שטילערהייט אויפ'ן רבינ'ס וועג, זי פרעגט אלע אירע פראגעס, זי הערט די שיעורים. זי געבט שיעורים פאר עלטערע מיידלעך, אסאך סקולס רופן איר רעדן; זי רעדט פון רבי'ן, פארשטייט זיך אן דעם רבינ'ס נאמען.


דערציילט זי אז א מיידל רופט איר אן פאריגע וואך און זאגט איר: "איך וויל דיר זאגן א גרויסן יישר כח, האסט געראטעוועט מיין לעבן!" זי דערציילט פאר די פרוי: "געדענקסט פאריאר ביסטו געקומען געבן א שיעור אין מיין סקול, ביסט צוגעקומען צו מיר, האסט מיך געפרעגט ווי אזוי איך הייס, האסט מיר געזאגט די פאר ווערטער 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד', האסט געשמייכלט צו מיר אזוי זיס, דו האסט מיר דעמאלט געראטעוועט; איך בין שוין געווען אפגעמאכט ביי מיר שטילערהייט אז איך לאז אלעס אפ, און ווען דו האסט מיר געזאגט 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד' – האט דאס מיר צוריקגעהאלטן פון טון שלעכטס, די ווערטער שרייט אין מיר, 'איינער זעט אין מיר אן עתיד'".


מיין ווייב פרעגט די פרוי: "וואס עפעס ביסטו צוגעגאנגען צו די מיידל, און וואס עפעס האסטו איר דאס געזאגט?" זאגט די פרוי: "ווען איך בין אריינגעקומען אין סקול געבן די שיעור פאר די עלסטע כתה, רופט מיר די מנהלת צו און זאגט מיר 'איך וויל דיר ווייזן די ערגסטע מיידל פון סקול, זי ווייזט מיר אויף די מיידל', מער האב איך נישט געדארפט, זאגט די פרוי, די שיעורים פון ישיבה האבן אנגעהויבן שפילן אין מיין קאפ, איך האב זיכער געמאכט אריבער צו גיין צו די מיידל און איר געבן א גוט ווארט, און יעצט א יאר שפעטער איז פון די ערגסטע מיידל געווארן די בעסטע מיידל"; קומט אויס אז די מנהלת דארף זיך זוכן אן ארבעט ביי די מיסט, קומט אויס אז אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך – ווילן יא זיין גוט, נאר די בעלי מוסר זענען מבאיש ריח.


איך האב מיטגעהאלטן ביי די נסיעה צענדליגער פעלער ווי עס האט אויסגעבראכן א געשלעג ביי די הדלקות וכדומה, ווען א בחור, א אינגערמאן נעמט ארויס זיין סמארטפאון כאפן בילדער אדער ווידיאו, מען הויבט אן שרייען: "שגץ!" "גיהנום!" "רשעים!" – דאס העלפט נישט, דאס מאכט נאר ערגער; וואלט יענער געגעבן א גוט ווארט פאר א בחור, א שמייכל – וואלט די שמייכל און גוט ווארט מער אויפגעטון.


לכתחלה האט געהייסן עס וועט זיין אן הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א ליל ל"ג בעומר, למעשה האט מען אביסל מורא געהאט, די מדינה של גיהנום האט נישט געלאזט מאכן הדלקות, האט מען דאס אפגעשטופט אויף די צווייטע נאכט, דאס הייסט ל"ג בעומר נאכמיטאג, פון זעקס אזייגער ביז אין די נאכט אריין; אפילו די פאליציי וועלן קומען וועט מען העכסטנס דעמאלט ענדיגן. אזוי האט מען טאקע געטון, מען האט געדאווענט מעריב און געציילט ספירה. נאכן דאווענען האט מען געצינדן לעכט לכבוד התנא האלוקי און געטאנצן "בר יוחאי", עס איז געווען א סעודה ביי מיין טאטע שליט"א. מיין טאטע שליט"א האט גערעדט; איך בין אביסל אויסגעמאטערט יעצט פון די נסיעה, געדענק איך נישט פינקטליך.


מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין צום מערה טאנצן לכבוד די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב נישט געהאט קיין טיקעט, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל מיך אריבערלאזן אן קיין טיקעט, אויך האב איך נישט געוויסט צי מען קען בכלל גיין, יעדע מינוט איז געווען אנדערע נייעס, מען לאזט יא, מען לאזט נישט; מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין.


איך בין ארויף מיט מיין זון שמעון; אזוי ווי איך הויב אן גיין זע איך שוין אנשי שלומינו, בחורים און אינגעלייט – גייען מיר נאך, מען האט נישט געבעטן קיין טיקעט, די גאנצע וועג איז געווען מיט פאליציי, יעדע פאר טריט האט מען אפגעשטעלט, איך האב מיטגענומען דעם ספר תקוני זוהר, איך האב געלערנט אויפ'ן וועג און אין די מערה האב איך מסיים געווען תקוני זוהר. מען האט זיך נישט געקענט אפשטעלן, מען האט געטריבן.


אינדרויסן, אונטערן בנין, האב איך געזוכט וואו צו טאנצן, מיר האבן אנגעהויבן טאנצן ביז עס איז געווארן פרייליכע טענץ, מיר האבן געטאנצן פאר צוויי שעה.


וואס זאל איך דיר זאגן, אזעלכע טענץ, אזא שמחה, אזא קדושה – האב איך שוין לאנג נישט געשפירט. די אחדות; אלע אידן טאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, אלע אידן פרייען זיך אינאיינעם, מען איז פול מיט הרהורי תשובה. איך קען נישט שרייבן וואס איך שפיר נאכאלץ אין מיין הארץ, איך וועל סיי ווי נישט קענען ארויסברענגען וואס איך שפיר, וועל איך זיך אפשטעלן פון שרייבן.


א גאנצן טאנצן האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים און פאר'ן מיך מקרב זיין צום נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה, אויך האב איך אסאך געבעטן פאר דיר און פאר אלע אידן.


אויפ'ן וועג אראפ איז שוין געווען א גרויסער עולם אנשי שלומינו וואס זענען מיט געקומען, מען האט זיך מחזק געווען מיט די מתנה וואס מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן.


פלוצלונג אינמיטן וועג ווארט מיך אפ דער ... וואס איז מיר א טאג צוריק נאכגעפארן, איך האב שוין געשריבן אנהויב בריוו, און הויבט אן שרייען אויף מיר: "שגץ!" "רשע!" "מנוול!" ער האט מיך געוואלט שלאגן, ער איז געשפרינגען אין די לופט מיט א רציחה, בחסדי ה' האט מען אים צוריקגעהאלטן, עס איז געווארן א געשלעג, אבער מיר האט דער אייבערשטער געהיטן. אנהויב, אויפ'ן וועג ארויף צום מערה, האב איך געזאגט פאר די בחורים וואס זענען מיך נאכגעלאפן: "לאזט מיר אפ, לאזט מיר גיין אליין, וואס ווילט איר פון מיר?" איך האב ליב צו גיין צו רבי שמעון בר יוחאי אן קיינעם, ווי א פשוט'ער מענטש גייט, אן קיין באגלייטער, למעשה זע איך, א נס אז עס זענען יא מיט געקומען מיט מיר בחורים און אינגעלייט, אזוי בין איך געראטעוועט געווארן.


האברך ... איז געווען מיט מיר, איך האב אים געבעטן: "טו מיר א טובה, ראטעווע מיר, דו ביסט דאך א בעל כח, האלט אים אפ", איז ער צוגעלאפן צו אים און אים אנגעכאפט מיט כח ביז איך בין אראפ צו מיין דירה. שפעטער זאגט ער מיר אז זיין טאטע ר' ..., א תלמיד פון מוהרא"ש - האט אים געגעבן א פסק פארוואס ער האט דאס געטון, זיין טאטע געדענקט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ער האט אים געזאגט: "היתכן דו האסט אים נאר אפגעהאלטן, וואלסט אים געדארפט שפאלטן זיין קאפ, אזא מענטש וואס איז א רוצח – דארף מען אים צעברעכן זיינע ביינער".


ל"ג בעומר ביינאכט האב איך נישט געקענט שלאפן פון גרויס שמחה, איך האב געלערנט זוהר. איך האב געדאווענט ותיקין ביי מיין טאטע שליט"א. נאכן דאווענען האב איך זיך געזעצט לערנען זוהר מיט האברך ישראל יוסף שניצלער, איך האב א שיעור מיט אים יעדן שבת אינדערפרי אין ספר הזוהר, מיר האבן זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן זוהר, אויסער איין פרשה, פרשת פנחס, עס איז א לאנגע פרשה. מיר האבן געלערנט זוהר פאר לאנגע שעות, בערך זעקס שעה, נאך עטליכע אינגעלייט האבן זיך צוגעזעצט לערנען די הייליגע זוהר.


האברך בערל לעווי איז אנגעקומען אין מירון, ער האט נישט געהאט וואו איינצושטיין, ער איז געקומען על דעת צו שלאפן אויף א בענקל אין בית המדרש. איך האב זייער הנאה געהאט, געווענליך אמעריקאנער מענטשן זארגן קודם פאר די בעט וכו', דא זע איך א אינגערמאן קומט פון אמעריקע צו רבי שמעון בר יוחאי אן גארנישט, נאר צו זיין ביי רבי שמעון בר יוחאי. איך האב אים אריינגענומען אין מיין דירה, זיי האבן זיך איינגעטיילט, ער מיט יוסי האבן געהאט איין בעט; ווען ער איז געשלאפן איז ער געווען אין די מערה, און אזוי פארקערט.


עס זענען געקומען משפחות מאכן חאלאקע; האברך ברוך נוסבוים, אויך אן אייניקל פון הרב אברהם שושן פון בני ברק.


נאכמיטאג איז געווען די הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט פייערדיגע טענץ, מען האט געטאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי מיט א העכערע שמחה.


פאר'ן אנצינדן די הדלקה איז דער מנהג אז אלע גיסן אויל לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, מען לייגט וואטע מיט אויל, מען זינגט נגוני דביקות. איך האב זיך גוט מתבודד געווען.


עס איז גאר אנדערש ווען מען קען מאכן א כלי פון די דערהויבענע צייטן, מען קען זיך מתבודד זיין. קענסט זען יעדע מאל ביי א חופה ווען מען זינגט נגוני התעוררות, אויב איז דער חתן מקורב צום רבי'ן, וועסטו קוקן אויף זיינע ליפן ווי ער נוצט אויס די מינוטן פאר תפלה והתבודדות, און אז נישט, שטייט מען מיט א פארמאכטע מויל, און עס בלייבט גארנישט פון די דערהויבנקייט.


קענסט פרעגן די אינגעלייט ישראל יוסף שניצלער און בערל לעווי, זיי וועלן דיר דערציילן אביסל וואס דארט האט זיך געטון.


פרייטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט ותיקין, איך האב געטראפן ר' יונה אונזער דיין, נאכן דאווענען איז ער געקומען צו אונז אין די דירה, מיר האבן געענדיגט אינאיינעם זוהר. איך האב זייער שטארק געוואלט מאכן די סיום ל"ג בעומר, אבער נאכן לערנען אזויפיל שעה האט מיר די קאפ אנגעהויבן שווינדלען, איך האב זיך געדארפט אפשטעלן; מיר האבן געלערנט אינאיינעם אפאר בלאט זוהר און געמאכט א סיום, מיין ווייב האט אנגעגרייט אביסל ירקות מיט ברויט, עס איז געווען א שיינע סיום.


שפעטער בין איך ארויף צו מיין זיידע און באבע זכרונם לברכה, זיי ליגן העכער די ציון פון רבי יוחנן הסנדלר. איך האב דארט געזאגט דעם יום תהלים, נאכדעם בין איך געגאנגען צו די מערה.


איך האב אויסגעלאזט א פרט וואס האט פאסירט ל"ג בעומר נאכמיטאג אין די מערה, דער עולם האט זיך געשטארקט קעגן די פאליציי, מען האט זיי מנצח געווען און זיי זענען אנטלאפן. מען האט ארויסגעווארפן אלע אייזענעס וואס זיי האבן געמאכט אין די מערה נישט צו לאזן מענטשן קומען, פון נאכמיטאג איז אלעס צוריק געווארן אזוי ווי אלע יארן. איך האב זיך צוריקגעהאלטן פון ארויפגיין ל"ג בעומר נאכמיטאג צו די מערה, ווייל א גאנצע צייט איז געווען שמועות אז עס איז דא מהומות וכו'. פרייטאג בין איך געווען אין די מערה, איך האב געזאגט תיקון הכללי מיט די תפילה פון רבי נתן צו רבי שמעון בר יוחאי (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז).


שבת בין איך געווען אין מירון, איך האב אלעס מיט געהאלטן מיט מיין טאטע שליט"א; די תפילות און די סעודות. מנחה ערב שבת האבן מיר געדאווענט אונטן אין קארלסבורג, קבלת שבת זענען מיר ארויף דאווענען אין די מערה, מען האט געטאנצן "לא תבושי", אויך "בר יוחאי"; א גאנץ יאר איז דער מנהג אין מירון צו טאנצן "בר יוחאי" נאך קדיש יתום, פאר כגוונא. (אגב, מוהרא"ש פלעגט זינגען יעדע שבת ביי די באטע "בר יוחאי").


שבת אין מירון זענען געווען טויזנטער משפחות, עס האט זיך געשפירט ווי א יום טוב'דיגער שבת. ליל שבת האב איך געגעסן ביי מיין טאטע שליט"א, אויך דער דיין ר' יונה און ישראל יוסף שניצלער נרו יאיר מיט נאך אנשי שלומינו. מיין טאטע האט מכבד געווען ר' יונה מיט'ן זינגען "אשת חיל"; ער האט אויסגערופן: "ברסלב'ער דיין אשת חיל", ער האט אים געזאגט ער זאל זינגען דעם ברסלב'ער "אשת חיל".


ביי די סעודה האט מיין טאטע שליט"א גערעדט פון די מעשה (פסחים קיב.) רבי שמעון בר יוחאי האט געבעטן רבי עקיבא זאל אים לערנען תורה, רבי עקיבא האט נישט געוואלט, האט רבי שמעון בר יוחאי געזאגט: "רַבִּי, לַמְּדֵנִי תּוֹרָה, וְאִם לָאו, אֲנִי אוֹמֵר לְיוֹחַאי אַבָּא וּמוֹסֶרְךָ לַמַּלְכוּת", איך וועל זאגן פאר מיין טאטע יוחאי און מען וועט דיר איינשפארן אין תפיסה; מיין טאטע שליט"א האט נאכגעזאגט די ווערטער פון רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ס) וואס איז פשט, אזוי רעדט מען צו א רבי? מען סטראשעט אים אז מען גייט אים איבערגעבן פאר די רעגירונג?! נאך איז שווער, רבי עקיבא איז דאך שוין געווען אין תפיסה, וואס זאגט ער אים "איך וועל דיך פאר'מסר'ן און לייגן אין תפיסה?" זאגט דער רבי, מען דארף אכטונג געבן נישט צו לערנען מיט תלמידים שאינם מהוגנים וכו', עיין שם.


עס זענען געווען אסאך אנשי שלומינו, זיי האבן געוואלט מאכן א באטע, עס איז געווען זייער שפעט, מען האט געענדיגט די סעודה צוויי אזייגער, עס איז נישט געווען שייך. אברהם איז אריבערגעקומען נאך די סעודה צו מיר מיט זיין משפחה פאר אפאר מינוט, עס איז געווען זייער שיין.


 שבת אינדערפרי האב איך געהאט א מעשה מיט א שיכור ואכמ"ל.


איך האב געלערנט מיט ישראל יוסף נרו יאיר זוהר חדש אויף רות, אלס הכנה פאר די הייליגע יום טוב שבועות.


דער דיין ר' יונה האט געדאווענט פסוקי דזמרה, איך האב געדאווענט שחרית און מיין טאטע שליט"א האט געליינט קריאת התורה פרשת בהר מיט בחוקותי, עס איז געווען א חוץ לארץ'דיגער עולם וואס האבן נאכנישט געהערט ליינען פרשת בהר, האט ער אנגעהויבן בהר ביז בחוקותי שני.


מיין טאטע שליט"א האט מיר געבעטן צו זאגן דברי תורה ביי די סעודה פון צופרי, איך האב גערעדט פון דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער.


מיר געפונען אין זוהר הקדוש, רבי שמעון בר יוחאי לויבט אויס דאס טייערקייט פון אידישע קינדער, דאס גרויסקייט פון מצוות ומעשים טובים וואס מיר טוען. מיר געפונען (שבת לג:), ווען רבי שמעון בר יוחאי איז ארויס פון די מערה און געזען א איד גייט מיט הדסים לכבוד שבת, איינס פאר זכור און נאך איינס פאר שמור – האט רבי שמעון בר יוחאי געמאכט א גרויסע עסק פון דעם, אונז צו ווייזן דאס גרויסקייט פון יעדע גוטע זאך, אדער גוטע מנהג וואס א איד טוט פאר'ן אייבערשטן, אז דאס איז זייער חשוב אין הימל. היינט צו טאגס ווייסן מיר דאס חשיבות פון די זאך, איידער רבי שמעון בר יוחאי האט דאס מגלה געווען וואלט מען געלאכט פון אזא מענטש, מען וואלט אים געזאגט: "היינט איז נישט יום טוב סוכות, מאך זיך נישט נאריש, וואס איז דאס שבת מיט הדסים?!" רבי שמעון בר יוחאי האט אבער אנדערש געקוקט, ער זעט א איד טוט א שיינע זאך פאר שבת, זאגט ער: "חזי כמה חביבין מצות על ישראל", קוק ווי אידישע קינדער ליבן די מצוות.


אינטערעסאנט, דער מהרש"א זאגט (שם חדושי אגדות, דיבור המתחיל חד כנגד זכור): "וכמו שבנרות זוכין לבנים חכמים", אזוי ווי שבת ליכט איז מסוגל פאר קינדער תלמידי חכמים, "הכי נמי הדסים", אזוי אויך, ווער עס שמעקט הדסים שבת וועט האבן "בנים צדיקים, שנקראו הדסים", עיין שם; די זעלבע ווערטער זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן נט): "עַל יְדֵי הֲדַסִּים בְּשַׁבָּת זוֹכֶה לְבָנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים".


אויך האב איך געזאגט וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש, אויף דעם מאמר חז"ל (ברכות לה.): "הַרְבֵּה עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי וְלֹא עָלְתָה בְּיָדָן", אסאך האבן פרובירט נאכצומאכן רבי שמעון און זיי האבן נישט מצליח געווען, פארוואס טאקע נישט? ווייל "'הַרְבֵּה' עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי", אסאך טון, אסאך נאכמאכן איז שווער, אבער אז מען פרובירט צו טון קלייניקייטן, זאכן וואס מען קען - דעמאלט איז מען יא מצליח.


די ווערטער איז א מצוה צו רעדן מיט מענטשן, מען זאל וויסן אז דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער, דאס איז דער גאנצער זוהר; יעדע בלאט, און פאר יעדע שטיקל - זאגט ער נאכאמאל און נאכאמאל: "וואויל איז פאר אונז אידישע קינדער וואס דער אייבערשטער האט אונז אויסדערוועלט פון אלע פעלקער, ער האט אונז ליב", דאס איז סודות התורה, עס איז באהאלטן פון אונז; מען דריידט זיך ארום צעקלאפט און דערשלאגן, מען חזר'ט זיך ליגנט, מען קלאפט זיך; ווער רעדט נאך אז מען הערט תורות פון שֵׁדִין יְהוּדָאִין (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כח) וואס קלאפן דעם מענטש מיט ליגנט, אז 'דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר', 'ער דארף נישט מיינע מצוות', 'ער דארף נישט מיין דאווענען' וכו' וכו'; דאס דארף מען זאגן פאר אנדערע, די ווערטער פון זוהר: "דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער".


מוצאי שבת קודש בין איך געפארן קיין יבנאל צו די שבע ברכות פון ר' עזרא בוים מיט הרב אליעזר איידלשטיין. לכתחלה האב איך געוואלט גיין צו די חתונה, אבער עס איז געווען אזוי פארהאקט אין מירון, מען האט נישט געקענט ארויספארן און אריינפארן פון מירון נאר מיט א באס. איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי די שמחה. יעצט מוצאי שבת קודש בין איך געפארן, עס איז געווען זייער געפיליש צו זיצן מיט אזעלכע גרויסע צדיקים, הרב רבי יצחק שליט"א, הרב רבי דניאל שליט"א, אויך דער מחותן הרב ר' אליעזר שליט"א, מיט ר' עזרא נרו יאיר.


הרב רבי יצחק שליט"א האט דערציילט זייער אינטערעסאנטע זאכן פון די השתלשלות פון יבנאל. מוהרא"ש האט געהאט פלענער צו קויפן אין מאנסי, אויך האט מוהרא"ש שוין כמעט געקויפט א חלקה אין ניו דזשערסי. איך האב זיך זייער מחי' געווען מיט די שיינע דיבורים.


אויך האט ער דערציילט שיינע אינטערעסאנטע זאכן פונעם גר צדק אברהם זכרונו לברכה, דער זון פונעם גראף פאטאצקי. מען האט באהאלטן פון אים ספר ויקרא, ווייל דאס איז דער יסוד פון א איד, ביז ער איז דערגאנגען אז חומש איז פינף, עס פעלט איין באנד. אויך די סיפור פון די שריפה, אז דער בעל יסוד ושורש העבודה האט זיך באהאלטן נאנט צום פייער צו קענען זאגן "אמן" אויף די ברכה וואס ער האט געמאכט ביים ווערן פארברענט, און נאך אסאך שיינע זאכן.


נאכדעם האט מען מיר געבעטן רעדן. איך האב גערעדט קורץ און שארף, איך האב גערעדט צום חתן, אז ער קומט יעצט קיין יבנאל דארף ער וויסן מען מוז האבן שייכות מיט ערליכע אידן, "וֶהֱוֵי מִתְאַבֵּק בַּעֲפַר רַגְלֵיהֶם" (אבות א, ד), מען מוז ליב האבן ערליכע אידן. נאר די וואס זענען צוגעקלעבט צו ערליכע אידן, צדיקים – די האבן ערליכע דורות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", דער וואס האט ליב ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", דער וועט האבן קינדער ערליכע אידן, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן", דער וואס איז מכבד ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", וועט אויך האבן איידעמער ערליכע אידן, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", דער וואס האט הכנעה פאר ערליכע אידן, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָּא מֵרַבָּנָן", וועט ער אליינס ווערן א גרויסער צדיק. איך האב זיך געבעטן צום חתן, זיי נישט ווי די נארישע מענטשן וואס זאגן "אמאל זענען געווען צדיקים, היינט איז נישטא", דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגן פאר'ן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן קצב): "שֶׁאֵין הָעוֹלָם רוֹצִים לְהַאֲמִין שֶׁיִּהְיוּ נִמְצָאִים עַכְשָׁו צַדִּיקִים גְּדוֹלִים בְּמַעֲלָה מְאֹד כְּמוֹ בַּדּוֹרוֹת הָרִאשׁוֹנִים", מענטשן זאגן אז היינט איז נישטא קיין גרויסע צדיקים אזוי ווי אמאליגע טעג, האט דער הייליגער רבי געזאגט: "בְּוַדַּאי נִמְצָאִים צַדִּיקִים בְּכָל דּוֹר וָדוֹר", און די אלע וואס זאגן אז היינט זענען נישטא קיין צדיקים זענען כופרים.


מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א טיפש אין ברסלב, ער האט נישט געשיקט זיינע קינדער אין חדר ווייל עס איז נישט געווען קיין ברסלב'ער חדר, ביים סוף זענען אלע ארויס לתרבות רעה. און אזוי וועט זיין מיט די אלע וואס שפעטן פון ערליכע אידן, די קינדער גייען אלע ארויסגיין לתרבות רעה; וואויל איז דער וואס האט ליב ערליכע אידן און איז זיי מכבד.


איך האב געבענטשט און געזאגט די שבע ברכות, מען האט געטאנצן. איך בין געווען זייער פרייליך זיך צו טרעפן מיט תלמידי היכל הקודש, צדיקים אמיתיים שבדורינו.


פון דארט בין איך ארויף צום ציון פון מוהרא"ש. עס איז געווען די יום הולדת פון מוהרא"ש, כ"א אייר – חסד שביסוד. איך האב געזאגט תיקון חצות, תיקון רחל זיצנדיג און תיקון לאה שטייענדיג, אויך תיקון הכללי, און זיך מתבודד געווען.


איך האב געבעטן פאר יעדן איינעם בפרטיות, אויך פאר דיר אהרן בן פיגא און פאר דיין שותף אהרן ישראל בן רות נעמי, איר זאלט מצליח זיין העלפן די מוסד זיך פארברייטערן אין אלע זייטן.


דער זון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, הרב נחמן שליט"א - איז געווען דארט ביים ציון, ער האט זיך מתבודד געווען, איך האב אים נישט געוואלט שטערן. מוהרא"ש האט מיר אמאל געזאגט: "מיין זון איז אן אמת'ער לב נשבר". ער איז געזעצן ביים ציון און געוויינט אויפ'ן קול מיט א צעבראכנקייט.


מיר זענען צוריק געקומען קיין מירון פארטאגס, איך האב באגעגנט מיין טאטע ארויפגיין מיט טלית ותפילין צו די מערה, איך האב זיך שנעל איבערגעטון די בגדי שבת לבגדי חול, און ארויף דאווענען שחרית כוותיקין.


נאך שחרית האב איך געזאגט די תיקון הכללי ביי רבי שמעון בר יוחאי און די תפילה פון רבי נתן (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז), א הארצרייסנדע תפילה, ווי מען בעט רבי שמעון בר יוחאי ער זאל העלפן עס זאל נישט זיין קיין שכחת התורה.


עס איז נישט שייך איבערצושרייבן די זעלבע זאך יעדע פאר מינוט, וואס האט זיך אפגעטון ביי יעדע פלאץ וואו מיר זענען געווען, איבעראל קומען זיך מענטשן באדאנקען פאר זייער לעבן, זייט זיי האבן אנגעהויבן הערן די דרשות און ליינען די בריוון האט זיך אלעס ביי זיי געטוישט.


מיר זענען געפארן קיין טברי', האברך חיים מאיר ערפס נרו יאיר האט מיך ארום געטראגן. קודם זענען מיר געפארן צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, איך האב זיך דארט מתבודד געווען, אויך געצינדן א ליכט מיט שמן לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס. אויך געדאווענט מנחה.


פון דארט זענען מיר געפארן צום ציון הרמב"ם, און צום ציון השל"ה און נאך צדיקים. ביים ציון השל"ה האבן מיר געזאגט די תפילת השל"ה, פון דארט זענען מיר געפארן צום קבר רבי עקיבא, נאכדעם צו קבר רבי חייא ובניו. פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים.


איך בין אנגעקומען אין אונזער בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב 15, די שול איז געווען איבערגעפולט קעפ אויף קעפ. די גבאים האבן מיך געפרעגט וואו צו מאכן די שיעור, זיי האבן געוואלט ארויסדינגען א זאל, איך האב נישט געוואלט, איך האב ענדערש געוואלט ביי אונז אין בית המדרש, איך געפון זיך זייער גוט דארט, די לופט דארט איז זייער געשמאק און איינגענעם.


ביים סוף שיעור זענען ארויפגעקומען אויפ'ן בימה א בחור דוד שמעון לעווינסאן, און הילד יהודה בן ר' מרדכי ברילל, ביידע האבן געמאכט א סיום הש"ס, דער טאטע פונעם קינד האט געזאגט אפאר ווערטער. עס איז גאר אנדערש צו זען מיט די אויגן ווי יונגע קינדער און בחורים לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געלערנט א וועג ווי אזוי מיר זאלן אויסנוצן די טעג מיט לערנען כסדרן דיקא, אפילו אן פארשטיין, בגירסא בעלמא (שיחות הר"ן, סימן עו).


מעריב און ספירת העומר האב איך געדאווענט אין שול, האברך משה ראזענבערג נרו יאיר האט געדאווענט פאר'ן עמוד, ער איז אין יאר נאך זיין טאטע ר' יצחק עליו השלום.


נאך מעריב האט גענומען צייט ביז איך בין ארויס, דער עולם האט געגעבן שלום.


פון דארט בין איך געגאנגען צום אכסני', אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א באקוועמע דירה מכל טוב וטוב.


בשעת די שיעור האבן זיך די ווייבער פון אנשי שלומינו צאמגענומען ביי משפחת פערל אין שטוב זיך צו באקענען מיט מיין ווייב תחי', זיי האבן איר שיין אויפגענומען. זי האט מיר דערציילט אז זי איז זייער איבערגענומען פון די פרויען, זיי זענען זייער איידל און פריינטליך, זייער צום זאך, זי איז אהיימגעקומען פון דארט זייער פרייליך.


אברהם האט צוגעשטעלט א געשמאקע מאלצייט, איך האב גערופן חיים מאיר מיט שמעון פיש נרו יאיר זאלן קומען מיט עסן, זיי האבן נאך גארנישט געגעסן פון אינדערפרי.


שפעטער ביינאכט זענען אריבערגעקומען די גבאים פון ירושלים, מיר האבן גערעדט ביז שפעט ביינאכט ווי אזוי מיר זאלן פארברייטערן די חדר, מיר גייען זוכן א גרעסערע פלאץ, מיר דארפן שוין נאך א מלמד.


איך האב געבעטן דעם גבאי יצחק נרו יאיר ער זאל ווערן מנהל רוחני פונעם חדר, איך האף ער וועט עס אננעמען. איך האב נישט צו שטארק געבעטן, כדרכנו, מיר זאגן נישט יענעם וואס צו טון, מען העלפט נאר יענעם טראכטן גוטע מחשבות און אז יענער וויל אזוי טון – טוט ער, און אז נישט – נישט, אויך האבן מיר גערעדט וועגן עפענען א ישיבה אין ארץ ישראל; דאס איך נאך א פראגע, עס איז נישט קיין גרינגע זאך.


איך בין געבליבן אויף ביז פיר אזייגער פארטאגס, מיין זון הרב אלחנן האט געדארפט אהיים פארן, איך האב נישט געוואלט ער זאל פארפאסן די פליגער.


מאנטאג אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אין אונזער בית המדרש, נאכן דאווענען איז געווען א סיום, הבחור שמעון פאללאק האט מסיים געווען ש"ס. עס איז געווען אזוי שיין, אזוי איינגענעם צו זיין צווישן אנשי שלומינו, וואו יעדער איינער לערנט אזוי פלייסיג. ביים סיום האב איך גערעדט אביסל חיזוק פון דאס גרויסקייט פון לערנען תורה.


נאכדעם איז געווען קבלת קהל, איך בין געזיצן אין שול און אויפגענומען. מענטשן זענען אריבער איינער נאכן צווייטן, יעדער מיט זיינע בקשות, מיט זיינע זאכן. בערך צוועלף אזייגער האב איך געמאכט אן הפסקה, איך בין אריבער צום תלמוד תורה מיט יצחק.


דארט אין חדר ביי משפחת פערל אין שטוב; ווען איך קום אהין כאפט מיר אן אזעלכע געפילן וואס איז שווער ארויס צו שרייבן אויפ'ן פאפיר. עס טראגט מיר צוריק ווען מיר האבן געעפנט די ערשטע תלמוד תורה חסידי ברסלב אין אמעריקע, אסרו חג פסח שנת תש"ע האבן מיר געעפנט די חדר אין א דירה אין וויליאמסבורג, דו געדענקסט זיכער אלעס וואס איך געדענק, דו ביסט דאך פון די ערשטע פינף משפחות וואס האבן אנגעהויבן די חדר, עס איז געווען קליין און בא'טעמ'ט.


דער מלמד יושע ראבינאוויטש איז א גאר פיינער מלמד, ער לייגט אריין אין די קינדער אמונה און יראת שמים, עס זענען צוגעקומען נאך צוויי משפחות אין חדר, משפחת לעווינסאן און משפחת גאטליב.


איך בין אריין צו משפחת פערל רעדן מיט זיי בענין עצתו אמונה און איש אמונות, זיי ארבעטן יומם ולילה לא ישבותו ארויסצוגעבן וועכנטליך די קונטרסים איש אמונות און עצתו אמונה, איך ווייס נישט ווי זיי נעמען די כוחות און די צייט, עס איז ביי מיר א גרויסע וואונדער, איין משפחה זאל אריינלייגן אזויפיל שעות א וואך פאר הפצה... אשרי להם, וואויל איז זיי! עס איז די גאנצע שטוב זייערע; אלעס איז דארט, די חדר, די הדפסה, דער בית המדרש האט זיך דארט אנגעהויבן.


פון דארט בין איך צוריק אין שול ווייטער אויפנעמען מענטשן, מחזק זיין אידישע קינדער, אויסהערן אידישע הערצער – ביז שפעט נאכמיטאג. עס איז געווען אינטערעסאנט צו זען ווי אלע שטייען אין די שורה מיט א ספר אין די האנט און לערנען זייערע שיעורים כסדרן, קיינער האט נישט מבטל געווען קיין צייט, דאס איז דאך איינע פון די מעלות פונעם סדר דרך הלימוד, מען קען אלץ לערנען, מען דארף נישט אנברענגען קיין צייט.


נאכדעם איז געווען נאך א סיום הש"ס, הבחור שמואל אייזיק בן ר' שמעון עוזר פערל האט מסיים געווען ש"ס, או איז דאס געווען שיין, וואס איז דא שענער ווי א סיום הש"ס פון א יונגער בחור... איך בין ממש געפאלן פון מיינע כוחות פון ארבעטן ארום די זייגער, טאג און נאכט, אן עסן, אן שלאפן. מענטשן האבן מיר געפרעגט ווי נעמט מען די כוחות? דער ענטפער איז, ווען מען זעט בחורים, אינגעלייט און קינדער לערנען די הייליגע תורה – דאס געבט כח, זיצן ביי א סיום הש"ס – דאס איז פאר מיר עסן און שלאפן.


מיר האבן געדאווענט מנחה מעריב, ספירת העומר. נאך מעריב האט מען אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה פאר "בית המדרש היכל הקודש סטעטן איילענד", ר' יעקב היילפרין האט אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה ביים סופר ר' נחמן יאקאבאוויטש, מאנשי שלומינו; איך האב געשריבן דעם גאנצן ווארט "בראשית".


נאכדעם בין איך אהיים זיך צאמפאקן די פעקלעך, מיר זענען געפארן צום הר המנוחות. מיין ווייב האט דארט א זיידע און באבע, זיי ליגן די ערשטע רייע ביי די בעלזא נייע חלקה, פינקט אנטקעגן די ציון פון הייליגן חיד"א זכותו יגן עלינו.


מיין זיידע, הרב החסיד רבי יצחק דוד הכהן פריעדמאן זכרונו לברכה איז געווען א גרויסער ערליכער איד, א תלמיד פון פאפא רב זכרונו לברכה, א בעלזער חסיד, אויך א מוקיר רבנן. איך האב געהאט די זכי' צו לערנען נאך מיין חתונה בחברותא מיט אים יעדע נאכט אין פאפא שול אין וויליאמסבורג מסכת שבת, איך האב אסאך קונה געווען פון אים.


יעדע יאר פאר ראש השנה, ווען איך האב זיך געזעגנט פון אים - האט ער מיט טרערן אין די אויגן מיר געבעטן איך זאל מתפלל זיין פאר אים וכו' וכו', אויך די באבע, רחל בת הרב החסיד ר' שלמה גפן ליגט דארט, זי איז געווען א גרויסע צדקת.


איך בין אריין ביים אוהל פונעם חיד"א, איך האב מתפלל געווען און זיך מתבודד געווען. אויך דארט האבן מיר ספרדי'שע אידן באפאלן מיט שכוח'ס פאר די שיינע חיזוקים וואס זיי זענען מקבל.


אין עירפארט האב איך גערעדט מיט די גבאים פון ירושלים וויכטיגע זאכן, עניני קהילה, זאכן וואס מען קען נאך מער טון; דאס וועל איך נישט שרייבן, איך וועל דאס רעדן מיט דיר פריוואט.


די וועג איז געווען גאר גוט ברוך ה', איך בין געשלאפן רוב וועג, פארטאגס האב איך געוואשן נעגל וואסער, געזאגט ברכת התורה און זיך מתבודד געווען.


האברך שמואליק בלעדי האט מיך אפגעווארט, איך בין אהיים געגאנגען העלפן ארויפטראגן די פעקלעך, העלפן מיין ווייב, גלייך געגאנגען אין מקוה און געלאפן אין ישיבה. אנקומענדיג אין ישיבה איז נאך דער בית המדרש געווען ליידיג, איין קינד איז דארט געזעצן און געלערנט, הילד שמעון פארקאש א זון פון ר' מאיר דוד נרו יאיר; ער איז א פלייסיג קינד, ער לערנט יעדן אינדערפרי שעות אין בית המדרש.


גלייך נאכדעם זענען די בחורים געקומען, איך האב פארגעלענט א שיעור גמרא, די היינטיגע בלאט. אויך האב איך אנגעגרייט א שיעור פאר די פרויען, איך געב נישט שיעורים פאר פרויען דירעקט, איך זאג אריין א שיעור אין א מאשין און דאס שפילט מען נאכדעם אויף פאר אנשי שלומינו, יעדן דינסטאג איז דא א פרויען צאמקום אין שטעטל, די פרויען קומען זיך צאם, מען הערט א שיעור; דארף איך יעדע וואך אנגרייטן א שיעור פאר זיי.


נאך שחרית בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל, צום ערשט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בנין קרן הדפסה, איך זע ווי מוהרא"ש שמייכלט אויבן אין "גן עדן" ווען ער קוקט אראפ און זעט דעם בנין הדפסה, וואו מען דרוקט טויזנטער ספרים טעגליך.


איך האף בקרוב וועט זיין דער חנוכת הבית. איך וויל ווייזן פאר אנשי שלומינו די גרויסע אפעראציע וואס טוט זיך דארט אפ, איך וויל אז יעדער איינער זאל האבן א חלק אין הדפסה און א חלק אין הפצה, מען קען נישט זיצן ווי א מחותן מיט פארמאכטע הענט, נאר יעדער איינער זאל האבן א חלק אין ברענגען משיח.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די קינדערלעך; דאס איז דאך מיין זאך, חינוך הבנים והבנות. איך האב געגעבן דריי שיעורים, איינס פאר די מיידלעך, צוויי פאר די סטעף – מלמדים און טישטערס וכו', און פאר די אינגלעך. אויך בין איך געגאנגען מיט די אינגלעך א שפאציר, זיי ווייזן די נייע בנין התלמוד תורה וואס מען בויט יעצט.


איך בעט דיר זייער טייערער אהרן בן פיגא, העלף מיר רעדן מיט אנשי שלומינו, אלע זאלן נעמען א טייל אינעם קאמפיין וואס מיר מאכן נאך שבועות. איך דארף רחמי שמים נישט אריינזינקען אין א טיפע לאך פון חובות, די מוסד האט שרעקליכע חובות. די יאר האבן מיר געבויט שולן און מקוואות, מצה בעקעריי, יעצט האט מען געקויפט א פלאץ פאר די קינדער פאר זומער, פון אלע זייטן האב איך חובות, איך בעט דיר זייער זאלסט אנווארעמען אנשי שלומינו.


אפשר יעצט וועט מקוים ווערן דאס וואס מוהרא"ש האט דיר געבעטן זאלסט זיין פאנדרעיזער פאר זיינע מוסדות; אזוי ביסטו דאך מקורב געווארן, מען האט דיך געברענגט פאר א פאנדרעיזער פאר די מוסדות אין יבנאל, יעצט וועט דאס מקוים ווערן.


פון חדר בין איך געפארן צום שטוב פון ישראל חיים נרו יאיר, ער האט מיך איינגעליידנט צו א שבע ברכות פאר זיין טאכטער מיט החתן אלי' בן ישראל שלום נרו יאיר. איך זאג דיר דעם אמת, מיין קאפ האט שוין געשווינדלט פון זיין אויף אזוי לאנג, אבער איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי זייער שמחה. ערשטנס, די מחותנים זענען ביי מיר זייער טייער, דער אבי הכלה איז אן איידעלער מענטש, ער פירט אן איידעלע ריינע שטוב, און אזוי אויך דער אבי החתן פירט א שיינע ערליכע אידישע שטוב; איך שטאלציר מיט אזעלכע טייערע משפחות.


צווייטנס, דער חתן נרו יאיר איז געווען אלע יארן אין ישיבה, ער האט אלץ געהאלפן די ישיבה, ער האט אלץ צוגעלייגט א האנט, אויך די כלה איז פון די חשוב'ע תלמידות.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער, איך האב געזאגט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן ביי שבע ברכות. מען זאגט אין די ברכות: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח רֵעִים הָאֲהוּבִים, כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן מִקֶּדֶם"; דאס איז די נשמה פון חתן כלה וואס אין הימל זענען זיי געווען איינס, יעצט ווען זיי טרעפן זיך איינער דעם צווייטן וואונטשט מען זיי: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח וְגוֹ', כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן", זיי זאלן לעבן מיט ליבשאפט, מיט פרייד אזוי ווי זיי האבן געלעבט אויבן אין גן עדן, זיך נישט קריגן, זיך נישט באשולדיגן, און אז דער חתן וויל אז זיין ווייב זאל אנערקענען אין חתן דומה למלך, דארף ער רעדן צו איר ווי מען רעדט צו א מלכה, וועט זי רעדן צו אים ווי מען רעדט צו א מלך.


איך האב געזאגט הויך אויפ'ן קול וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש. מוהרא"ש האט מיר געגעבן די זאך אז ווען מיין ווייב רופט מיר אויפ'ן טעלעפאן הייב איך אויף אן ווערן נערוועז, זאל זי רופן הונדערט מאל א טאג, איך הייב אויף, איך הער איר אויס; דאס איז איינע פון די מיליאנען פינטלעך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


פון דארט בין איך געגאנגען נעמען מיינע קינדער, איך האב צעטיילט מיינע קינדער פאר די נסיעה, א טייל ביי מיין זון הרב שלמה, א טייל ביי משפחות אין וויליאמסבורג, ביי ר' מרדכי אינדיג, און ביי שבתי מזרחי.


איך בין געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי די נייע פארפאלק.


איך בין יעצט צוריקגעקומען פון די נסיעה, איך האב גערופן א מנין בחורים צו מיר אין שטוב פאר א מנין מעריב, יעצט איז שוין שפעט ביינאכט, איך גיי זיך צולייגן, מען דארף אביסל שלאפן צו קענען ווייטער אנגיין מיט עבודת השם.


איך בין מתפלל פאר דיר און פאר דיינע קינדער, איך האב געטראפן דיינע קינדער היינט אין שטעטל. דיין זון פנחס דוד נרו יאיר קאכט אין בית המקדש פאר די צאן קדשים, דיין איידעם אברמי האבן איך געטראפן אין בנין קרן הדפסה, ער ארבעט אויפ'ן אלבוים "טאנץ מיט אמונה #4", דיין איידעם הערשל נרו יאיר איז דאך א מלאך המושיע פאר אונזערע קינדער, ער זיצט מיט א כתה קינדער, לעבעדיגע קינדער וואס יעדע רגע ווילן זיי ארויסטאנצן פון די הויט, ער האלט זיי מיט אזא סבלנות. רפאל נרו יאיר, דער אדמיניסטראטאר זאגט מיר היינט, דיין איידעם הערשל נרו יאיר זאגט אים, ער האט א גוטע פראומאושן ווי אזוי צו איינקעסירן שכר לימוד, אזוי טוען דאך אלע מוסדות, מען רופט אויס ווער עס צאלט שכר לימוד גייט אריין אין א גורל וכו', זאגט ער, מען זאל אויסרופן, ווער עס קען אריינקומען אין זיין כתה האלטן די כתה פאר איין שעה און די קינדער וועלן אים נישט ארויסטראגן, דער דארף נישט צאלן שכר לימוד פאר א יאר; אזוי וועלן עלטערן האבן א געפיל און צאלן שכר לימוד, מען זאל קענען באצאלן פאר די מלמדים די מינימאלע געהאלט וואס עס קומט זיי.


ווען דו רעדסט מיט אנשי שלומינו זיי זאלן זיך אנשליסן אינעם קאמפיין, זאג זיי צוויי זאכן. איינס, זיי זאלן נישט געבן זייער געלט, זיי זאלן ברענגען געלט פון חברים, משפחה, באקאנטע וכדומה, צווייטנס, וואס רבי נתן האט געזאגט פאר'ן רבינ'ס אייניקל ווען ער האט אים געבעטן געלט פאר'ן קלויז אין אומאן און ער האט געקווענקלט, האט ער אים געזאגט די ווערטער: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר אויך, נאר שענער און בעסער וועט זיין אז דו וועסט העלפן"; נאך די ווערטער האט ער געגעבן צדקה, אזוי זאלסטו זאגן פאר אנשי שלומינו: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר, נאר שענער און בעסער וועט זיין אויב דו וועסט צולייגן א האנט, העלפן די הייליגע מוסד, די הייליגע קהילה".


איך שלאף שוין איין, זיי מיר געזונט.

#17 - מ'זינגט בר יוחאי דעם שבת פאר ל"ג בעומר
בית המדרש, מנהגים, גבאי, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ב אייר, כ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... גבאי בית המדרש עצתו אמונה, ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין פראגע.


וואויל איז דיר אז דו ביסט א משמש ביים רבי'ן. עס איז נישט גרינג צו זיין א שמש אין בית המדרש; פון איין זייט דארף מען אכטונג געבן אויף סדר, אין בית המדרש זאל נישט זיין קיין הפקרות, פון די אנדערע זייט דארף מען אכטונג געבן אויף מענטשן, קיינעם נישט וויי טון; מען דארף קענען גיין לרוחו של כל אחד ואחד, דעריבער דארף א גבאי שטענדיג בעטן דעם אייבערשטן צו וויסן ווי אזוי צו פירן דעם בית המדרש.


צדיקים זאגן, די ראשי תיבות פון גבאי איז א'נא ב'כח ג'דולת י'מינך, מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


די וואך שבת, א שבת פאר ל"ג בעומר, פירן מיר זיך צו טאנצן "בר יוחאי", אויך דעם שיר "אמר רבי עקיבא" - פאר מען זאגט כגוונא, דאס הייסט נאך קדיש יתום.


א פרייליכן שבת.

#16 - פון די וויכטיגע זאכן פאר די הצלחה פון א שול, איז צו האלטן זמנים
בית המדרש, דאווענען, היטן די צייט, גבאי

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת קדושים, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש אשר בנחל, ברסלב ליבערטי


דו שרייבסט מיר אז דו האסט זייער הנאה פון די בריוו געשריבן פאר גבאים, וועל איך דיר שרייבן נאך.


איינע פון די וויכטיגע זאכן פאר די הצלחה פון א שול – איז זמנים, מען דארף זיך שטעלן דאווענען ווען מען איז קובע א צייט. בדרך כלל קומען נישט מענטשן צייטליך, דארף זיין א גבאי אין צייט, אדער דער גבאי דארף ממנה זיין א בעל תפילה וואס זאל אנהויבן צייטליך. דער בעל תפילה דאווענט געשמאק, נישט כיפערדיג, נישט ציענדיג – דעמאלט קען מען זייער מצליח זיין.


אויך דארף מען זיין שטיל ביים דאווענען, מען טאר נישט שמועסן ביים דאווענען; נאר אזוי קען זיין הצלחה.


איך וועל דיר נאך שרייבן בעזר השם.

#15 - עס זאל זיין לכל הפחות צוויי גבאים אין בית המדרש
בית המדרש, היכל הקודש, דאווענען, בעל תפלה, גבאי, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי ב', כ"ז ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בלאמינגראוו


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקיך שזכית לשמש את רבינו, וואויל איז דיר אז דו ביסט משמש דעם הייליגן רבי'ן, דו ביסט א גבאי אין בית המדרש היכל הקודש.


זע צו האבן מיט דיר נאך א גבאי, אזוי אז אויב דו וועסט אוועקגיין פאר א שבת אדער א יום טוב - וועט ווייטער זיין סדר אין בית המדרש. בכלל איז זייער וויכטיג עס זאל זיין לכל הפחות צוויי גבאים, אזוי איז גרינגער פאר די מתפללים זיך דורך צו קומען.


בנוגע וואס איז געווען יום טוב ווען דו ביסט אוועקגעפארן, עס איז געווען הפקר, א בחור האט געדאווענט פאר'ן עמוד, אפגעכיפערט וכו' - דאס טאר נישט פאסירן; די גבאים דארפן צושטעלן בעלי תפילות וואס ווייסן ווי אזוי צו דאווענען, בפרט יום טוב דארף מען צושיקן שיינע בעלי תפילות וואס זענען מכבד את השם מגרונם.


דאס וואס דו האסט מורא אז די שכנים וואס דאווענען אין שול רעדן קעגן ברסלב; האב נישט מורא, אזוי איז מיט מענטשן, פאר מען ווערט מקורב צום צדיק רעדט מען על דא ועל הא, מען ווייסט נישט וואס מען רעדט, איין טאג רעדט מען אזוי, קומענדיגע טאג רעדט מען פארקערט; דו זיי יעדן מקרב.


געב אכטונג מען זאל נישט שמועסן ביים דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.