בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - נאר די חסד וואס מ'טוט מיט א צווייטן, נאר דאס בלייבט איבער
חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת טהרה, ד' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך זע ווי דו טיילסט אויס די פעקלעך פאר אלע חברים פון די קהלה וואס דארפן האבן הילף אויף פסח, דו טוסט דאס מיט אזא געטריישאפט; וויל איך דיר מחזק זיין און שטארקן. וויסן זאלסטו אז נאר דאס בלייבט איבער פונעם מענטש, די חסד וואס ער טוט פאר א צווייטן איד. דאס וועט דיר ראטעווען פון אלעם שלעכט און ראטעווען דיין ווייב און קינדער.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב): "'צְדָקָה תַּצִּיל מִמָּוֶת' רָאשֵׁי תֵּבוֹת 'מַצַּת', צדקה ראטעוועט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס, נאך זאגט דער רבי דארט: "סְגֻלָּה לָחֳלִי נוֹפֵל רַחֲמָנָא לִצְלָן, פִּזַּר נָתַן לָאֶבְיוֹנִים: רָאשֵׁי תֵּבוֹת 'נֶפֶ"ל'; דאס גייט ארויף סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. אויב א מענטש האט רחמנא לצלן די מחלה פון חולי נופל (עפילעפסי) זאגט דער רבי ער זאל געבן צדקה, און דאס גייט אויך ארויף ברוחניות, אז א מענטש וואס זעט אז ער האלט אין איין פאלן, און וויפיל ער וויל זיין ערליך און ער נעמט זיך פאר צו טון נאר גוטע זאכן, פאלט ער צוריק צו זיינע רגילות'ן וכו', זאל ער געבן צדקה.


איך דארף מקצר זיין ווייל איך בין זייער פארנומען יעצט ערב יום טוב, איך וועל דיר נאך אם ירצה ה' שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 


 

#4 - איינטיילן די מיידלעך, יעדער זאל ארויסהעלפן
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי', לערערין בית פיגא ברסלב.


איך האב יעצט געהערט אז איר האט איינגעטיילט צווישן די מיידלעך די ארבעט צו העלפן ביי די חתונה וואס איז פארגעקומען אין ישיבה; איך דאנק אייך פארדעם און פארן לערנען מיט זיי די עצות און לימודים פון רבי'ן.


אויך איז כדאי איינצוטיילן צווישן די מיידלעך אז זיי זאלן גיין נאך סקול (אדער אפילו אין די צייט פון סקול) העלפן ביי מרת ... תחי' – זייער מנהלת; איר ארויסהעלפן יעצט ווען זי האט געהאט צווילינג אינגלעך קיין עין הרע, אז זי זאל קענען קומען צו די כחות.


מען זאל זיך איינטיילן אז יעדן טאג נאך סקול זאל א צווייטע מיידל גיין איר העלפן, אדער אפילו צוויי מיידלעך א טאג וכו'. אזוי וועלן זיי זיך אין איינוועגס אויסלערנען צו טון חסד.


א גריס פון אייער טייערער זון ... נרו יאיר; ער פירט זיך מיט יראת שמים, ער לערנט און דאוונט. נאך אביסל וועט ער אויפוואקסן און טרעפן א גוטע שידוך.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; בזכות די צדקה זאלן ענק מצליח זיין אין אלע ענינים.

#3 - מיט'ן העלפן אידן איז מען זוכה צו נחת פון די קינדער, וועלכע טריפס צו גיין
חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, מלמדים, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י"ג מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי', מנהלת בית חינוך לבנות "בית פיגא" ברסלב.


מזל טוב פאר אייער זון'ס אפשערן; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען אסאך נחת ביי אייערע קינדער אין דעם זכות וואס איר געבט זיך אוועק טאג און נאכט פאר אונזערע טעכטער אז זיי זאלן אויפוואקסן אזוי ווי דער רבי האט געוואלט.


עס ווערט געברענגט פונעם בארדיובער רב זכר צדיק לברכה, א תלמיד פונעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו (אין די הקדמה פון זיין ספר דברי אברהם [הקדמת נכד המחבר]) אז ער איז אמאל אריין צו זיין רבי'ן דער חתם סופר זי"ע און געזען אז ער איז זייער צוטראגן, האט ער אים געפרעגט פארוואס ער איז אזוי צוטראגן, האט זיך דער חתם סופר אויסגערעדט פאר אים: "איך בין רב אין שטאט און איך האב א ישיבה; איך דארף געבן שיעורים פאר די בחורים, איך דארף שרייבן תשובות, און איך האב נישט קיין צייט זיך אומצוקוקן אויף מיינע קינדער, עס איז שוין דריי וואכן וואס איך קום נישט אן צו פארהערן מיין זון שמעון (רבי שמעון סופר)", שרייבט ער, אז ער האט געבעטן פון זיין רבי'ן רשות צו זאגן א דבר תורה, עס שטייט אין פסוק (תהלים לז, כו): "כָּל הַיּוֹם חוֹנֵן וּמַלְוֶה, וְזַרְעוֹ לִבְרָכָה", דער צדיק בארגט א גאנצן טאג פאר אנדערע און זיינע קינדער ווערן געבענטש, לכאורה – איז דען דער צדיק אזא גרויסער עושר?! ער האט א באנק? ער האט אזוי סאך געלט צו קענען בארגן א גאנצע טאג פאר מענטשן?! זאגט ער - ניין, דער צדיק האט טאקע נישט קיין גרויס פרנסה, אבער וואס טוט ער יא? ער בארגט אוועק זיין גאנצע 'טאג' פאר אידישע קינדער, "כָּל הַיּוֹם" - זיין גאנצע טאג, "חוֹנֵן וּמַלְוֶה" - געבט ער אוועק פאר אנדערע. דארף מען פארשטיין, אז ער געבט אוועק זיין גאנצע טאג פאר אנדערע, וואס וועט זיין מיט זיינע קינדער? פירט דער פסוק אויס: אין דעם זכות וואס ער איז "כָּל הַיּוֹם חוֹנֵן וּמַלְוֶה" - "וְזַרְעוֹ לִבְרָכָה", וועט אים דער אייבערשטער בענטשן מיט גוטע קינדער; אז דו טוסט פארן אייבערשטנ'ס וועגן וועט דער אייבערשטער דיר באצאלן.


האט ער געזאגט פארן הייליגן חתם סופר: דער רבי איז דאך "כָּל הַיּוֹם חוֹנֵן וּמַלְוֶה", דעם גאנצן טאג געבט דער רבי אוועק פארן ציבור, ממילא "וְזַרְעוֹ לִבְרָכָה", וועלן געבענטש ווערן דעם רבינ'ס קינדער. דער פנים פונעם חתם סופר האט אויפגעלאכטן הערנדיג די טרעפליכע ווערטער און ער האט עס אנגענומען. ביי שלש סעודות האט ער איבערגעזאגט ברבים דער ווארט בשם זיין תלמיד.


זעט מען אז ווען מען טוט פאר א צווייטן העלפט דער אייבערשטער מען זאל האבן הצלחה מיט די אייגענע קינדער.


בנוגע פארן מיט מיידלעך צו טריפס; איר ווייסט דאך אז מוהרא"ש האט נישט געהאלטן פון נעמען קינדער אויף טריפס. מוהרא"ש שרייבט פאר די מנהלת פון בית פיגא אין יבניאל אז מען זאל נעמען די מיידלעך נאר צו מקומות הקדושים און אויפן וועג זיך אפשטעלן אין א פארק וכו' אבער נישט גיין אויף סכנה'דיגע טריפס.


דער הייליגער סאטמארער רבי זכותו יגן עלינו פלעגט צו פאסטן אין א טאג וואס די קינדער פון קעמפ זענען געפארן צו א טריפ, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות פרק ד, הלכה ד): "כָּל הַדְּרָכִים בְּחֶזְקַת סַכָּנָה", ווען מען פארט אויף א וועג איז מען אין א סכנה; מה שאין כן אויב מען פארט צו א הייליגע פלאץ איז מען אפגעהיטן ווייל (פסחים ח.): "שְׁלוּחֵי מִצְוָה אֵינָן נִיזוֹקִין"; דערפאר אז מען פארט צו א ציון פון א צדיק מתפלל זיין איז מען במשך די גאנצע נסיעה אפגעהיטן פון שלעכטס, אבער סתם ארויס נעמען די קינדער צו ווייטע נסיעות, ווער רעדט נאך ביינאכט וכו', איז זיכער נישט קיין לכתחילה'דיגע זאך.


זיער גוט האט איר געטון אז איר האט גענומען די מיידלעך די וואך קיין קרית יואל צום ציון פון הייליגן סאטמארער רבי זי"ע זיי זאלן דארט מתפלל זיין; הגם עס זענען דא וואס זאגן אז פרויען זאלן נישט גיין אויף א בית החיים וכו', דאס איז סתם אזוי ווען מען גייט צו א בית החיים - איז נישט כדאי אז פרויען זאלן גיין, אבער צו קברי צדיקים איז נישט קיין שום פראבלעם. אדרבה, וואויל איז פאר א פרוי וואס קען גיין צו א ציון פון א צדיק; צו א ציון פון א צדיק קען מען גיין אלעמאל נישט קיין חילוק אין וואסערע זמנים וכו'.


דעריבער פריי איך מיר אז איר האט זיי גענומען צו קברי צדיקים; דאס איז אונזער זאך - מחנך זיין קינדער מיט אמונת חכמים, זיי זאלן אויפוואקסן מיט תפילה, זיי זאלן אלעמאל וויסן אז אויב זיי וועלן דארפן א ישועה זאלן זיי גיין צו קברי צדיקים מתפלל זיין. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים, הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹשֶֹה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכַך"; דערפאר איז א גרויסע זאך צו גיין מתפלל זיין ביי קברי צדיקים, ווייל דארט איז א פלאץ וואס די תפילות גייען ארויף אין הימל, אפילו ווען דער מענטש איז נישט ראוי.


אז מען וועט זיי ברענגען אין קעמפ א באלאן מיט וואסער צו טאנצן אויף דעם וועלן זיי זיין פרייליך און צופרידן; עס פעלט נישט אויס מער פון דעם. בפרט די מיידלעך וואס זענען אלץ געווען ביי אונז אין קעמפ, וואס דארף מען זיי עפענען די אויגן צו נישט וויכטיגע זאכן?


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין אויפצוברענגען אונזערע קינדער בקדושה וטהרה.

#2 - געבן צו עסן פאר אידן בדרך כבוד
מוסדות, הדפסה, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת דברים, ו' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט ווייטער טון דיינע גוטע מעשים, דאס אויסטיילן עסן פאר משפחות ביי אונז אין די קהילה וואס האבן נישט אויף שבת צו מאכן.


יעצט הייבט זיך אן נאכאמאל די חתונות, וויל איך דיר מחזק זיין דו זאלסט ווייטער ארום גיין צוזאמנעמען פון די זאלן די איבעריגע עסן, און דאס אויסטיילן פאר אנשי שלומינו הנצרכים.


וואויל איז דיר אז דו טיילסט אויס די עסן בדרך כבוד; דו טיילסט פאר אלעמען אייניג - סיי פאר די וואס האבן נישט, און סיי פאר די וואס האבן יא, אזוי שעמט מען זיך נישט צו קומען נעמען עסן פאר שבת און פאר די גאנצע וואך.


מוהרא"ש האט געעפענט א "בית התבשיל" אין יבניאל ווייל עס זענען דא ביי אנשי שלומינו משפחות וואס האבן נישט וואס צו געבן פאר די קינדער פאר נאכטמאל; מוהרא"ש האט געבעטן אז אלע משפחות זאלן קומען עסן אינעם בית התבשיל אזוי וועט זיך קיינער נישט שעמען צו נעמען. ווייל ווען מען געבט צדקה דארף מען זייער אכטונג געבן אז קיינער זאל זיך נישט פארשעמען.


א גרויסן יישר כח פארן צוזאמנעמען די אינגעלייט ביינאכט זיי זאלן קומען העלפן דרוקן די ספרים און קונטרסים וואס זענען מחי' און מחזק טויזנטער אידישע קינדער. יעצט זומער ווען די אינגעלייט זענען אין שטאט און זייערע ווייבער זענען אין קאנטרי איז דאס זייער א גוטע זאך אז די אינגעלייט זאלן נישט גיין ליידיג ביינאכט און פארברענען די נעכט מיט נארישקייטן; אשריך ואשרי חלקך אז דו נוצט אויס די נעכט צו דרוקן די הייליגע ספרים.


איך דאנק דיר פארן העלפן די מוסד מיט די שטאטישע פראגראמען; דו לייגסט אריין דיין גאנצע הארץ אז מיר זאלן נישט זינקען אין חובות.


הלוואי זאלן נאך אינגעלייט זיין אזוי געטריי פארן מוסד ווי דו ביסט, הלואי זאלן נאך אינגעלייט טראכטן: 'וואס קען איך טון אז די מוסד זאל זיך נישט מוטשען, וואס קען איך טון אז מען זאל קענען באצאלן די מלמדים און טישטערס זיי זאלן האבן א רואיגקייט ווען זיי לערנען מיט אונזערער קינדער'.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט האבן נחת פון דיינע קינדער מיט דיין ווייב תחי' צוזאמען, און דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1 - די גרעסטע זאך איז צו העלפן א צווייטן איד
הדפסה, חסד, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר מזרז זיין דו זאלסט ענדיגן דעם "לוח ברסלב" לשנת תשע"ט הבא עלינו לטובה.


די מפיצים זאגן אז פון חמשה עשר באב הייבן מענטשן אן בעטן דעם לוח פארן קומענדיגן יאר; א לוח נעמט יעדער איינער. דעריבער בעט איך דיר דו זאלסט מיר שיקן דעם לוח איך זאל דאס קענען מגיה זיין אז מען זאל דאס קענען דרוקן די וואך אין ישיבה.


שטארק דיך און גיי אן מיט דיין הייליגע ארבעט פון אויסשטעלן די ספרים עס זאל זיין גרייט צו דרוקן, עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי עוסק זיין מקרב צו זיין אידישע קינדער זיי זאלן צוריק קומען צו האבן אמונה.


מוהרא"ש האט דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק ר' יצחק מדראביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווען איז אים רש"י הקדוש אנקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואספארא גוטע מעשים טוט אייערע זון ר' מיכעלע זלאטשובער, אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע ר' יצחק מדראביטש געענפערט: "ער לייגט אריין כוחות אין דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע ר' יצחק מדראביטש געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאך אלץ נישט מסכים געווען, ביז ר' יצחק מדראביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


איך ווארט צו באקומען די לוח וואס שנעלער.