בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#90 - צוגעוואוינען די קינדער צו העלפן
חינוך הילדים, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


נעמט אייערע טעכטער זיי זאלן אייך העלפן, לערנט זיי אויס העלפן, זיי זאלן אויספאקן די ארדער, צוזאמנעמען די שפילצייג, אויסקערן, אויפוועקיומען, אויפוואשן; סיי איר וועט נישט פאלן פון אייערע כוחות און סיי אייערע טעכטער וועלן אויפוואקסן געזונט, פארשטייט זיך איר זאלט זיי אויסרימען, דערציילן פאר אלעמען ווי שיין זיי העלפן, דערציילן פאר די לערערינס, דערציילן פאר די באבעס, דערציילן פאר אייערע געשוויסטער; קינדער דארפן אסאך גוטע ווערטער, קינדער דארפן אויפמערקזאמקייט, קינדער דארפן ווארעמקייט, און דאס וויכטיגסטע דארפן זיי דיסציפלין, זיי צוגעוואוינען צו העלפן.


איך באוואונדער אייער זכות מיטן נעמען א קינד פון א באקאנטע, א קינד וואס איז נאכנישט צוגעוואוינט צו גיין אין בית הכסא, און עס האט גענומען אסאך כח, און דאך האט איר נישט גערופן די טאטע צו קומען נעמען דאס קינד, איר האט געהאלטן דאס קינד אז די מאמע זאל זיך קענען אפרוען נאכן האבן די קינד; בזכות די מצוה זאלט איר זען נחת ביי אייערע קינדער, ערליכע דורות.

#89 - דיין עבודת השם איז שמייכלען
שמחה, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר דו זאלסט נישט אראפנעמען דיין שמייכל פון פנים, דו טראגסט אן אחריות, אזויפיל מענטשן גייען דיר אריבער טאג טעגליך, און אז דו וועסט זיי געבן א גוט ווארט, א גוט מארגן, א גוטן טאג, א גוטן אווענט - וועסטו זיי פשוט אויפלעבן, דאס זאל זיין דיין עבודת השם, דאס איז דיין תיקון, דאס וועט אלעס פאררעכטן.


איך ווייס דו ווילסט לויפן צו די משניות און צו די גמרא, און קענען זאגן 'איך האב געענדיגט הונדערט מאל משניות', 'צוויי הונדערט מאל משניות', אבער וויסן זאלסטו, יעדער איינער האט זיין זאך אין לעבן. מיט יארן צוריק איז געווען א בחור אין ישיבה וואס האט נישט געקענט אנקומען צו מאכן סיומים, לערנען אזוי סאך און אזוי שנעל, ער האט אבער זייער געוואלט אויך קענען זאגן 'איך האב געענדיגט הונדערט מאל' וכו', האט ער מיר געזאגט אז ער האט זיך אנגעשלאסן אין אן ארגאניזאציע וואס העלפן מענטשן וואס זענען געבליבן אויסגעשפראט און העלפן ווען די קאר איז געבליבן אינמיטן וועג אן געז, אדער אן א רעדל, און ביז א קורצע צייט איז ער צו מיר געקומען און געזאגט: "איך האב זוכה געווען צו העלפן הונדערט מענטשן מיט טוישן א רעדל" וכו', איך האב דאס זייער אויסגעלויבט צווישן די בחורים, אז איינער ענדיגט הונדערט מאל משניות און איינער העלפט הונדערט מענטשן מיט זייער קאר.


אזוי אויך ביי דיר, דיין עבודת השם איז שמייכלען צו אלע וואס קומען צו דיר אין געשעפט. איך וויל דו זאלסט מיר קענען שרייבן יעדן טאג 'היינט האב איך געגריסט הונדערט מענטשן מיט א שמייכל', 'היינט האב איך צוואנציג מענטשן געפרעגט וואס מאכסטו', 'היינט האב איך געזאגט דרייסיג מענטשן דער אייבערשטער וועט דיר העלפן' וכו' וכו'.


ומתן שכרה בצדה, דו וועסט אויך פארדינען; דו אליין וועסט פרייליך ווערן, ווייל אז מען שמייכלט צו אנדערע ווערט מען שוין אליין אויך עכט פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#88 - די שטעטל קען נאר מצליח זיין מיט שלום און אחדות
שטעטל, שלום, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע מצורע, ב' אייר, י"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער שיין פון די משפחות וואס געבן זיך אוועק פאר די קימפעטארינס צוצושטעלן אין שפיטאל פרישטאג, אזויפיל פרויען דערציילן אז זיי זענען ממש אויסגעגאנגען פון שוואכקייט און פון הונגער, און פלוצלונג איז אנגעקומען די חסד פרישטאג, פרישע געשמאקע סענדוויטשעס און זיי ממש געגעבן כח.


אבער איך בעט אייך זייער, אויב ענק ווילן קענען אנהאלטן די חסד - איז דאס נאר מיט איין וועג, אז מען גייט אוועק איינער פארן צווייטן; נאר אז עס וועט זיין שלום צווישן אייך - וועלן ענק מצליח זיין.


אנהויב ווען מיר האבן געעפנט די שטעטל, ווען עס זענען נאך געווען צוואנציג משפחות - איז געקומען צו מיר א משפחה וואס זיי קומען פון א שטעטל... זיי האבן מיר געזאגט מיט טרערן אין די אויגן אז זיי האבן א אינערליכע פחד וואס עס וועט זיין דא אין שטעטל אין יארן ארום, פרעג איך זיי: "וואס גייט פאר? פון וואס רעדן ענק?" זאגן זיי: "מיר קומען פון א פלאץ וואו עס האט זיך אזוי אנגעהויבן, ווען מיר זענען געווען קינדער האט זיך עס געשפירט ווי עס שפירט זיך יעצט דא אין ברסלב'ע שטעטל, און נאך יארן האט דארט אויסגעבראכן א מחלוקת, והוה מה דהוה, משפחות זענען געווארן צעטיילט, נאנטע חברים האבן זיך צעשיידט וכו'", זיי האבן מיר געפרעגט: "וואס קען מען טון אז דא זאל דער שטן נישט אנקומען?"


איך בעט דעם אייבערשטן אז אונזערע ד' אמות זאל בלייבן ריין און הייליג, מען זאל זיך ליב האבן, מען זאל נישט וויי טון איינער דעם צווייטן, עס זאל ארויסקומען נאר נחת רוח פארן אייבערשטן, פאר די צדיקים, פארן רבי'ן און פאר מוהרא"ש, וואס האט רחמנות געהאט אויף אונז און אונז געברענגט ביז דא.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#87 - די חסד פון הייליגן צדיק רבי ישעיה פון קערעסטיר זי"ע
שלום בית, צדיקים, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תזריע מצורע, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז די יארצייט פון דער הייליגער צדיק רבי ישעיה פון קערעסטיר זכותו יגן עלינו. דער צדיק איז געווען א גרויסער חידוש אין די מצוה פון חסד, הכנסת אורחים; מיר דארפן זיך לערנען און גיין אין די וועגן פון דעם צדיק צו טון חסד. די ערשטע פלאץ וואו אנצוהויבן חסד - איז אין שטוב מיט די ווייב און קינדער, מען דארף רעדן מיט דרך ארץ אין שטוב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים מט:), דער וואס נעמט פאר זיין טאכטער אן עם הארץ - איז אזוי ווי ער וואלט ווען געגעבן זיין טאכטער פאר א פארציקנדע לייב; ווייל אן יראת שמים, אן תורה - איז מען א פארציקנדע חיה אין שטוב.


אז מען הערט אזויפיל מעשיות פון דעם גרויסן צדיק ווי ער האט אלעס אוועק געגעבן צו טון חסד - דארפן מיר זיך לערנען נאכצוטון דעם צדיק, טון חסד. היינט איז די מצוה צו טון חסד אין שטוב מיט די ווייב און קינדער, רעדן שיין, רעדן מיט דרך ארץ, זיך פירן מיט יראת שמים, שטענדיג געבן גוטע ווערטער און איבערבעטן.


בפרט אז דו ביסט מקורב צום רבי'ן, דו פאררופסט זיך א תלמיד היכל הוקדש, ווייסטו אודאי אז ביים רבי'ן איז געווען שלום בית זייער א וויכטיגע זאך, דער רבי האט פארטריבן פון זיך אויב מען האט נישט געהאט קיין שלום בית, אויך מוהרא"ש האט זיין גאנץ לעבן אוועק געגעבן פאר אידישע קינדער צו מאכן שלום בית, זאלסטו זיך פארנעמען צו רעדן שיין און זיך פירן שיין, זיך פירן ווי די ערליכע אידן פירן זיך, וואס רעדן מיט דרך ארץ, מיט שלום און ליבשאפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#86 - האלטן טייער די ווייב, איר אויסהערן, איר טראגן און ברענגען
תפילות אויף אידיש, שלום בית, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פקודי, כ"ג אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעדן איינעם העלפסטו, יעדן איינעם הערסטו אויס, יעדן איינעם געבסטו היטשעס, און ווען דיין ווייב וויל רעדן מיט דיר - הערסטו איר נישט אויס, און ווען זי בעט דיר א וועג זאלסט איר טראגן און ברענגען - מאכסטו איר דעם גיהנום; ביסט נארמאל? ביסט א געזונטער?!


ביסט א גאנצער מאכער אין שול, מאכסט און טוסט, עס קען אויסזען ווי דו ביסט ממש א גאלדענער מענטש, אבער אין שטוב איז אן אנדערע מעשה, דארט הערסטו נישט, זעסט נישט, מאכסט א געשפעט, איך ווייס נישט ווי אזוי א מענטש קען זיך אזוי אויפפירן, און די גרעסטע וואונדער איז, אז דו פאררופסט זיך א תלמיד פון מוהרא"ש. איך מיין דו ביסט פון די "חבורת קויליטש", ווי דער רבי האט געזאגט: "איך האב דריי סארט מענטשן וואס קומען צו מיר, עס זענען דא מענטשן וואס קומען עסן קויליטש (בארכעס), עס זענען דא וואס קומען הערן מיינע תורות, און נאכדעם האב איך מענטשן וואס איך בין איינגעקריצט אין זייער הארץ"; צו זיין פון די דריטע חבורה דארף מען אסאך לערנען דעם רבינ'ס ספרים.


מאך זיך א שיעור אין ספר הקדוש אשר בנחל, וועסטו זען וואס מוהרא"ש לערנט אונז; מיר זאלן האלטן טייער די ווייב, איר אויסהערן, איר טראגן און איר ברענגען. שלמה המלך זאגט (משלי יב, י): "יוֹדֵעַ צַדִּיק נֶפֶשׁ בְּהֶמְתּוֹ", דער ערליכער איד ווייסט וואס זיין ווייב און קינדער דארפן, אפילו אויף די בהמות האט ער רחמנות, "וְרַחֲמֵי רְשָׁעִים אַכְזָרִי", און די רחמנות פון רשעים איז אכזריות'דיג, ווייל זיי האבן רחמנות דארט וואו מען דארף נישט רחמנות האבן; ער לויפט אוועק פון שטוב ווען די ווייב דארף הילף, צו די ווייב און די אייגענע קינדער פירט ער זיך ווי אן אכזר, השם ישמרינו.


גיי יעדן טאג אין פעלד און שריי צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל רעדן שיין צו מיין ווייב און קינדער, איך וויל סבלנות, אויסהערן מיין ווייב און קינדער, איר העלפן, איר טראגן און ברענגען, איך ווער אזוי נערוועז וכו' וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#85 - עפן דיין טיר פאר חסד און צדקה
צדקה, חסד, דירה

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, אנטווערפן


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף דיין פראגע וואס דו זאלסט זיך פארנעמען לכבוד דעם וואס דו ציסט זיך אריבער צו א נייע דירה.


נעם זיך פאר צו עפענען דיין טיר פאר חסד; ווען מען קלאפט פאר צדקה זאלסטו שטענדיג עפענען די טיר און געבן צדקה, און ווען א שכן קלאפט פאר א טובה - זאלסטו עפענען און טון די טובה, און ווען מען בעט דיר נעמען א קינד - זאלסטו עפענען די טיר.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה ו, יז), א טיר וואס מען עפנט נישט פאר צדקה - וועט מען דארפן עפענען פאר א דאקטער השם ישמרינו; זאלסטו שטענדיג עפענען דיין טיר פאר חסד און צדקה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#84 - זיי נישט אזוי באבלאזן
שמחה, שלום, חסד, סיפורי צדיקים, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בשלח, ד' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז די יארצייט פונעם גרויסן צדיק רבי משה לייב סאסובער זכותו יגן עלינו, ער האט געזאגט פאר זיין פטירה אז ער וועט נישט אריינגיין אין גן עדן נאר אויב ער וועט קענען אויסקערן די גיהנום פון אלע נשמות, און צדיקים האבן דערציילט אז אזוי איז געווען, און אויך איז שוין אזוי געבליבן, אז יעדע יאר ד' שבט קערט דער צדיק אויס דעם גיהנום.


מוהרא"ש דערציילט, דער צדיק האט געהאט א הייליגע מנהג, יעדן טאג נאכן דאווענען אויפן וועג אהיים איז ער אריבער ביי די שטיבער פון די צעבראכענע מענטשן, יתומים און אלמנות, און זיי געגריסט 'גוט מארגן' מיט א שמייכל; אלע האבן שוין אפגעווארט, אלע זענען געזעצן ביי די טרעפ פון די שטיבער און געווארט אויף די ווארעמע 'גוט מארגן', זיי האבן געשפירט אזוי גוט מיט דעם, זיי האבן געשפירט ממש ווי דער צדיק איז זייער טאטע.


אזוי אויך זאלסטו טון, דארפסט נישט אריבער גיין אלע גאסן וכו', אבער דארט וואו דו גייסט סיי ווי, גייסט ארויס פון שול נאכן דאווענען, זאלסטו נישט זיין אזוי באבלאזן און אריבערגיין מענטשן אן גריסן, אן שמייכלען, גרוס יעדן איינעם מיט א גרויסע שמייכל, מען קען זיך איינקויפן עולם הבא מיט איין שמייכל, מיט א גוט ווארט.


ווער רעדט נאך אין שטוב, דיין ווייב און דיינע קינדער; זאלסט זיי גריסן און שמייכלען און געבן גוטע ווערטער, דאס איז אזא הייליגע זאך, פרייליך מאכן די ווייב און קינדער, עס איז אזוי גרויס, בפרט יעצט אין די טעג פון שובבי"ם ווען מיר פאררעכטן אלעס וואס מען דארף פאררעכטן - קען מען אלעס פאררעכטן מיט פרייליך מאכן א צווייטן איד, פרייליך מאכן די ווייב און קינדער.


טו א טובה מיט א צווייטן, געב א האנט פאר א צווייטן איד, די וועלט שטייט דאך נאר אויף חסד, די וועלט איז באשאפן געווארן צוליב וואס מען וועט טון חסד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה ח, ה), איידער דער אייבערשטער האט באשאפן אדם הראשון האט ער געפרעגט די מלאכים אויב מען זאל באשאפן דעם מענטש, זענען געקומען גרופעס גרופעס מלאכים, איין גרופע האט געזאגט יא, איין גרופע האט געזאגט ניין, "חֶסֶד אוֹמֵר יִבָּרֵא, שֶׁהוּא גּוֹמֵל חֲסָדִים", חסד האט געזאגט מען זאל באשאפן דעם מענטש ווייל ער גייט טון חסד; דאס איז תיקון שובבי"ם, אז מען העלפט אנדערע, און דאס זאלסטו אויסלערנען דיינע קינדער, טון חסד מיט אנדערע קינדער, קיינמאל נישט זאגן ניין פאר א צווייטן איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#83 - א גוט ווארט און א שמייכל איז אנשטעקיג
שמחה, חסד, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שמייכל פאר א צווייטע איד איז אויך א תיקון שובבי"ם; מאכן פרייליך א איד, געבן א גוט ווארט פאר א צווייטן. מיט איין גוט ווארט, מיט איין שמייכל - קען מען מחי' זיין די גאנצע וועלט; עס איז אנשטעקיג, עס פארט ארום די גאנצע שטעטל; דו געבסט א גוט ווארט אין שול פאר דיין חבר, דיין חבר גייט ארויס, ער טרעפט זיין חבר און געבט אים אויך א שמייכל, יענער איז אנגעזעצט, ער גייט יעצט אהיים און ער ווערט פרייליך, ער זאגט א גוט מארגן פאר די ווייב מיט א גרויסע שמייכל, זי ווערט פרייליך, זי איז א טיטשער, זי גייט אריין אין כיתה און זי מאכט פרייליך אלע קינדער און אלע טיטשערס, אלע טיטשערס גייען יעצט ארויס ביי הפסקה און שיקן א שיינע מעסעדזש דעם מאן, די מענער אינמיטן ארבעט ווייסן נישט וואס האט זיי באטראפן, אזעלכע שיינע ווערטער צו באקומען, זיי געבן איבער די אנשטעקעניש ווייטער, די גאנצע שטעטל איז פרייליך, מען ווייסט נישט ווער עס האט עס אנגעהויבן, ביז עס קומט צוריק צו דעם מענטש וואס איז שוין יעצט אינמיטן טאג אביסל טרויעריג, קומט איינער און מאכט אים פרייליך, וואס דאס קומט גאר פון אים אליין; וואס מען טוט פאר יענעם - טוט מען פאר זיך אליין.


ווער עס וויל וויסן וואס ער קען מיר העלפן - זאל דאס טון, געבן א שמייכל פאר א צווייטן, בפרט פאר אנשי שלומינו וואס אויף זיי גייט נאך מער איבער, בבחינת (סוכה נב.): "כָּל הַגָדוֹל מֵחֲבֵירוֹ יִצְרוֹ גָדוֹל הֵימֶנוּ".


מען זאל זיך גריסן איינער דעם צווייטן, איך וויל זייער מיר זאלן אלע זיין איין משפחה, אלע זאלן זיך גריסן, אלע זאלן זיך פרייליך מאכן. עס איז דאך אזא גרויסע מצוה צו שמייכלען צו א צווייטן, מען קען דאך יענעם מחי' מתים זיין. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מג): "עס זענען דא מענטשן וואס דרייען זיך ארום זייער צעבראכן פון די יסורים וואס זיי גייען אריבער און זיי קענען קיינעם נישט דערציילן וואס זיי ליידן. זיי וואלטן ווען געוואלט דערציילן פאר איינעם וואס זיי גייען אריבער, אבער זיי האבן נישט מיט וועמען צו שמועסן, און ווען זיי זעען א מענטש מיט א שמייכל, ווערן זיי אויפגעלעבט דורכדעם".


דער רבי ברענגט דארט אראפ די מעשה וואס די גמרא דערציילט (תענית כב.), רב ברוקא איז געגאנגען אויפן גאס און ער האט געטראפן אליהו הנביא, האט ער געבעטן פון אליהו הנביא ער זאל אים ווייזן ווער דא האט עולם הבא, האט אים אליהו הנביא געוויזן אויף צוויי מענטשן: "זיי זענען מענטשן וואס וועלן זוכה זיין צו עולם הבא", איז רב ברוקא געלאפן צו זיי און געפרעגט: "זאגט מיר, וואס טוט איר?" האבן זיי געזאגט: "מיר זענען בדחנים, ווען מיר זעען מענטשן קריגן זיך, גייען מיר צו צו זיי און מיר מאכן זיי פרייליך מיט אונזערע ווערטלעך, ביז זיי ווערן פרייליך און מאכן שלום", דערפאר האבן זיי זוכה געווען צו זיין בני עולם הבא; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון פרייליך מאכן א צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#82 - די קינדער מוזן גיין שלאפן פרי
חינוך הילדים, חסד, אידישע שטוב, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וארא, כ"א טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט האלטן טייער דיינע קינדער'ס לערנען, סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך.


איך ווייס אז דיין שטוב איז למעלה מן הזמן, עס איז ביתו של אברהם אבינו, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות א, ה): "יְהִי בֵיתְךָ פָתוּחַ לִרְוָחָה, וְיִהְיוּ עֲנִיִּים בְּנֵי בֵיתֶךָ", דיין שטוב זאל זיין ברייט אפן, אבער דיינע קינדער זאלן זיין ביי דיר דאס חשוב'סטע.


פון בית פיגא זאגט מען מיר אז דיין טייערע טאכטער ... תחי' פעלט און קומט שפעט; אין די יארן וואס מען לערנט עברי איז דאס קומען אין סקול קריטיש וויכטיג. בעט איך דיר זאלסט ווייטער ממשיך זיין צו טון חסד מיט דיין אשת חיל, אבער אין די זעלבע צייט מוזן די קינדער גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי מיט א סדר היום.


ביי מיר אין שטוב איז אויך אפן די טיר, אבער איך בין זייער שטארק אז די קינדער זאלן גיין שלאפן פרי, די קליינע ביז די זעקס שלאפן שוין 7:00, און די קינדער ביז צען שלאפן שוין 9:00, און די עלטערע, אפילו די בחורים – שלאפן שוין אלע 10:00.


איך האב נאך זאכן וואס איך וויל דיר שרייבן, אבער איך דארף מקצר זיין, די בחורים ווארטן אויף מיר, איך דארף זיי מחזק זיין.



 

#81 - געבן א שמייכל פאר יעדן איינעם
שמחה, עבודת השם, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין עבודת השם איז – געבן א שמייכל און א גוט ווארט פאר יעדן איינעם וואס קומט אריין אין געשעפט, און אזוי אויך וועם דו באגעגנסט אין שול וכדומה.


וואלסטו געוואוסט וואס גייט אריבער אויף מענטשן, וואס פאר א ביטערנישן, וואס פאר א ווייטאג – השם ירחם, און מיט איין שמייכל, מיט איין גוטע ווארט – קען מען זיי אזוי מחי' זיין.


לאז זיך נישט צעברעכן פונעם יצר הרע וואס האקט דיר אין קאפ אז דו ביסט גארנישט ווערד, דו טו וואס דער רבי האט אונז געזאגט, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מג) מיר זאלן שמייכלען צו יעדן און באגרוסן יעדן איינעם, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (תענית כב.) פון די תְּרֵי בַּדְחֵי, "וּלְהַחֲיוֹת אָדָם אֵינוֹ דָּבָר רֵק".


דאס איז דיין זאך, דאס איז דיין תיקון, דאס איז דיין עבודת השם, געב יעדן א שמייכל, געב יעדן א גוט ווארט, בפרט פאר אנשי שלומינו, אויף זיי גייט איבער נאך מער, בבחינת (סוכה נב.): "כָּל הַגָדוֹל מֵחֲבֵירוֹ יִצְרוֹ גָדוֹל הֵימֶנוּ". זיי יעדן דן לכף זכות, פיר נישט מיט קיינעם קיין חשבונות, מיט קיינעם; רעד איידל, רעד שיין – וועסטו אלעס פאררעכטן, דו וועסט זוכה זיין צו עולם הבא.


ליין איבער די בריוו יעדע שבת.

#80 - פאר די זכותים צו ברענגען משיח, רעכנט מען נאר די חסד
שטעטל, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ערשטנס א גרויסן יישר כח פארן דעקן די רענט יעדע חודש אין ישיבה, און אויך פאר די שולן וואס דו און ... דעקן יעדן חודש; ענק העלפן מיר זייער, און ענק האבן א חלק אין אלע גוטע מעשים וואס קומען ארויס פון דעם פלאץ.


איך בין געווען אין שטעטל אין בית פיגא, איז געקומען צו מיר א טיטשער און זיך שטילערהייט צעוויינט אז זיי האבן נישט אין שטוב גארנישט, זיי עסן שוין אפאר וואכן סיריעל מיט מילך, אויך איז נישטא קיין געלט פאר בגדים, שיך וכדומה, איך האב איר געפרעגט פארוואס זי מאכט נישט שטאטישע בענעפיטן, די רעגירונג טיילט פאר משפחות וואס פארדינען ווייניג און קענען זיך נישט דעקן – פוד-סטעמפס, זאגט זי אז זיי ווייסן נישט ווי אזוי.


וויל איך דיר בעטן מיין טייערער ..., העלף די משפחות וואס קענען זיך נישט דעקן און לעבן בצמצום – זיי זאלן קענען געניסן פון די שטאטישע פראגראמען. ווארט נישט מען זאל קומען צו דיר בעטן, דו דארפסט דערשמעקן די עניים בני טובים, וואס זענען זייער איידל, זייער נאטור איז נישט צו בעטן און נישט זיך אנלייגן, זיי שעמען זיך, זע זיי צו העלפן מיט די עסן פראגראם, און מיט די פראגראם וואס צאלט הייצונג און לעקטער, און אזוי ווייטער.


היינט בעיקבתא דמשיחא - וואס מען רעכנט צאם אין הימל די זכותים צו ברענגען משיח - רעכנט מען נאר די חסד; נאר דאס וועט ברענגען די גאולה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#79 - נאך אביסל האסטו בחורים, און זיי וועלן נאכמאכן וואס זיי זעען
חינוך הילדים, שלום בית, טעלעפאן, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


ביסט א חידוש אין דיין חסד וואס דו טוסט מיט אנדערע, דו טוסט און טוסט פאר אידישע קינדער אזויפיל חסדים, ממש צו באוואונדערן.


וויל איך דיך מחזק זיין, זאלסט ווייטער טון חסד און אויך זאלסטו העלפן דיין ווייב מיט דיינע קינדער, ווייל אמאל קען פאסירן ביי די וואס טוען אסאך חסד אז דאס גייט אויפן חשבון פון די משפחה, מען קומט נישט אהיים, מען פארגעסט צו שמועסן מיט די ווייב – פון זיין אזוי אריינגעטון צו טון גוטס.


האסט א טייערע פרוי מיט ליכטיגע קינדער, זאלסט מיט זיי אויך טון חסד.


אויך זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן נישט צו האלטן אין שטוב א סמ' טעלעפאן, נאך אביסל האסטו בחורים, און זיי וועלן נאכמאכן וואס זיי זעען אין שטוב, דארף מען באצייטנס זען וואס מען קען ראטעווען.


איך האב דיך ליב, דעריבער שרייב איך דיר.

#78 - אן אפקומעניש צו האבן צוטון מיט בעלי מרה שחורה
חסד, שיעורים כסדרן, יאוש, תפיסה, מרה שחורה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט פארוואס נאכן ליל שישי שיעור האב איך זיך אוועק געדרייט די פנים און איך בין נישט צוגעגאנגען צו דיר וכו'; איך וועל דיר זאגן פארוואס, איך האב זיך דערשראקן פון דיין עצבות און מרה שחורה, איך קען דאס נישט סובל זיין; מיר איז ממש אן אפקומעניש צו האבן מיט בעלי מרה שחורה.


עס איז מיר א וואונדער אז נאכן אזויפיל הערן דעם הייליגן רבינ'ס קול ווי דער רבי האט געשריגן (שיחות הר"ן, סימן קנג; ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "געוואלד, זייט אייך נישט מייאש" - זאלסטו נאכאלץ ליגן אין אזא עצבות, און זיין אזוי מרה שחורה'דיג?! בייג צו דיינע אויערן צום געשריי פון רבי'ן, רבי נתן זאגט (שם): "דער רבי האט דאס געשריגן מיט זיין גאנצע כח, ער האט געשריגן מעומק הלב 'גִּיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ, קֵיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען'", עס איז נישטא אזא זאך ווי יאוש, פון יעדע פראבלעם קען מען ארויסקריכן, און אין יעדע פראבלעם איז דא הרחבה. אזוי ווי דער רבי איז מגלה א סוד ווי מען קען אריבערגיין שווערע מצבים, די סוד פון "בצר, הרחבת לי"; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה): "אִם יִסְתַּכֵּל הָאָדָם עַל חַסְדֵּי ה'", אויב מען וועט קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט; "יִרְאֶה, שֶׁאֲפִלּוּ בְּעֵת שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מֵצֵר לוֹ", אפילו ווען ער האט שווערע טעג, "גַּם בְּהַצָּרָה בְּעַצְמָהּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַרְחִיב לוֹ וּמַגְדִּיל חַסְדּוֹ עִמּוֹ", זאל ער גוט קוקן, וועט ער זען אז אין די צרה מאכט אים דער אייבערשטער גוט.


נעכטן בין איך געווען באזוכן א איד אין תפיסה, איך האב געטראכט פון דיר, ווי דו ביסט א פרייער מענטש; דו גייסט, דו קומסט, דו לעבסט, און נאכאלץ ביסטו נישט פרייליך, און אין תפיסה, דער איד וועם איך האב באזוכט - האט נאר געשמייכלט און נאר גערעדט דיבורי אמונה, נאר גערעדט פונעם אייבערשטן.


א שאד דו גייסט נישט אין תפיסה, וועסט צוויי מאל פארדינען; איינס דו וועסט מחי' זיין א איד, די גרעסטע זאך צו וואס מען קען צוקומען איז צו מחי' זיין א איד, מוהרא"ש זאגט נאך פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו: "עס לוינט א נשמה זאל אראפקומען און ליידן זיבעציג יאר, אבי צו קענען א טובה טון א איד", אז מען קומט באזוכן די ארעסטאנטן געבט מען זיי פשוט לעבן, מען איז זיי אזוי מחי'; נאכמער וועט דאס דיר העלפן - זאלסט ארויסגיין פון די עצבות און מרה שחורה, אנהויבן זיין דאנקבאר דעם אייבערשטן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט דיר און נישט קוקן אויף אלעס שווארץ.


וואס פעלט דיר אין לעבן? אלס בחור האסטו געוויינט ווילסט א שידוך, געלויבט דעם אייבערשטן האסט חתונה געהאט, האסט א טייערע ווייב, יעצט זארגסטו וואס גייט זיין אין צוואנציג יאר ארום ווען דיינע קינדער גייען זיין מאדערנע קינדער... זאג מיר, דו האסט נישט וואס צו טון? דו זארגסט פאר צוואנציג יאר ארום, ביז אהין פעלט דיר גארנישט, איז וואו איז דיין שמייכל? דו ביסט געזונט, דיין ווייב איז געזונט - וואס נאך ווילסטו?!


איך מיין דו דארפסט צוריק אנהויבן לערנען דיינע שיעורים כסדרן, אכצן פרקים משניות, אנהויבן צוריק בלעטערן די גמרא; אנשטאט זיצן אויפן טעבלעט און קוקן און קוקן, און גארנישט באקומען, נאר עצבות ומרה שחורה.


ברודער, באנוץ זיך מיט די עצות פון רבי'ן, לאז אפ די מאוויס, קליפס; בלעטער די תהלים, בלעטער די ליקוטי מוהר"ן - וועסטו ארויסגיין פון דיין עצבות ומרה שחורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#77 - א באזוך אין תפיסה
חסד, תפיסה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מעכי נרו יאיר האט מיך מזכה געווען היינט צו גיין באזוכן אין תפיסה טייערע אידן. ווען איך בין דארט געזיצן און געזען וואס מען טוט פאר די ארעסטאנטן האב איך נאר געטראכט פון דיר, וואלסטו נאר געגאנגען באזוכן די טייערע אידן וואס זענען פארשפארט פאר אזוי לאנג - וואלסטו ווייניגער געקרעכצט, וואלסט געווען דאנקבאר פאר יעדע זאך, וואלסט געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אז דו קענסט גיין, קענסט קומען, ביסט א מענטש.


לערן יעדן טאג גמרא, הלואי וואלסטו געלערנט א בלאט גמרא, וואלסטו זיך איינגעשפאָרט אזויפיל פראבלעמען. דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ז) מען האט געזאגט פארן קעניג אז ער דארף נישט מורא האבן פון די אלע מענטשן וואס ווילן אים הרג'ענען: "כל זמן דער דף באשיצט דיך, דארפסטו קיין מורא נישט האבן"; דאס גייט ארויף אויפן דף גמרא, ווען מען לערנט יעדן טאג א בלאט גמרא - ווערט מען געראטעוועט פון שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#76 - די גרויסקייט פון טיילן עסן פאר אידן
בית התבשיל, שטעטל, חסד, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בלק, י' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך דאנק דיר זייער פארן העלפן אונזער קהילה מיטן ברענגען עסן פאר די בית התבשיל אין קרית ברסלב ליבערטי. אזויפיל משפחות זענען זיך מחי', עס זענען דא משפחות וואס פארדינען ווייניג, אויך איז דא וואס קענען נישט באקומען קיין שטאטישע הילף און זייער גאנצע עסן איז פון בית התבשיל, אז די בית התבשיל טיילט א חלוקה - וועלן זיי האבן וואס צו עסן, און אז נישט - וועלן זיי הונגערן.


הער א מורא'דיגע מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בבא בתרא יא.), דער הייליגער תנא בנימין הצדיק פלעגט טיילן עסן פאר ארעמעלייט, דאס איז געווען זיין מצוה, זיין זאך. פאסירט אמאל, א פרוי איז געקומען צו אים און געבעטן ער זאל איר געבן געלט זי זאל קענען איינקויפן פאר אירע קינדער, האט דער הייליגער תנא געזאגט: "די צדקה קאסע איז ליידיג, נישטא יעצט קיין געלט צו געבן", האט זי געוויינט און געזאגט: "אויב דו וועסט מיר נישט געבן עסן וועל איך שטארבן אינאיינעם מיט מיינע זיבן זין", האט ער גענומען פון זיין אייגענע געלט און איר געגעבן צו עסן.


די גמרא דערציילט, עס איז אריבער א שטיק צייט און דער תנא בנימין הצדיק איז קראנק געווארן, עס האט אויסגעזען ווי ער גייט שוין שטארבן, האבן די מלאכים אין הימל געזאגט פארן אייבערשטן: רבונו של עולם, דו האסט געזאגט ווער עס געבט לעבן פאר א צווייטן, איז אזוי ווי ער מאכט לעבעדיג די גאנצע וועלט, דער הייליגער צדיק בנימין וואס האט געגעבן לעבן פאר א מאמע מיט זיבן קינדער זאל אזוי יונג שטארבן? "מִיַּד קָרְעוּ לוֹ גְּזַר דִּינוֹ", האט דער אייבערשטער צעריסן זיין גזר דין און ער איז געבליבן לעבן. די גמרא פירט אויס: "הוֹסִיפוּ לוֹ עֶשְׂרִים וּשְׁתַּיִם שָׁנָה עַל שְׁנוֹתָיו", מען האט אים צוגעגעבן נאך צוויי און צוואנציג יאר צום לעבן.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#75 - שטרענג זיך אן אויפצונעמען יעדן מיט א שמייכל
קאמפלימענטס, שמחה, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת, ב' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ג, יב): "וֶהֱוֵי מְקַבֵּל אֶת כָּל הָאָדָם בְּשִׂמְחָה", זאלסט אויפנעמען יעדן איינעם מיט א שמייכל, זאלסט זיך אנשטרענגען צו שמייכלען צו יעדן איינעם, ובפרטיות צו אנשי שלומינו.


די הייליגע חכמים זאגן (אבות דרבי נתן פרק יג, ד) ווען מען שמייכלט צו א חבר, "אפילו לא נתן לו כלום", אפילו האסט אים גארנישט געגעבן, "כאילו נתן לו כל מתנות טובות שבעולם", איז דאס אזוי ווי דו האסט אים געגעבן אלע מתנות אויף דער וועלט.


למען השם, שטרענג זיך אן מקיים צו זיין די מצוה צו אויפנעמען יעדן מיט א שמייכל, און געבן א גוט ווארט פאר יעדן איינעם. גיי נישט אריבער איינעם אן אים זאגן "וואס מאכסטו?" "וואס הערט זיך?" און בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך וויל ליב האבן יעדן איינציגסטן איד", וועסטו זיין אפגעהיטן פון קנאת המלאכים וואס ווילן דיך אראפווארפן אין נוקבא דתהומא רבה (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן א).

#74 - ארייננעמען די עלטערן, און זיי געבן צו פירן דעם סדר
כיבוד אב ואם, חסד, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין מקנא דיין מצוה מיט דעם וואס דו נעמסט אריין דיינע עלטערן צו דיר אויף א גאנץ יום טוב.


נישטא קיין שענערע און גרעסערע זאך ווי ארייננעמען די עלטערן אין שטוב, זיי מאכן באקוועם, זיי געבן צו פירן דעם סדר וכו'.


עס איז היינט א וועלט פון חסד, אלע טוען חסד, אבער אזא חסד פון מכבד זיין די עלטערן – איז גאר עפעס אנדערש; דאס איז פון די העכסטע און שענסטע זאכן ביים אייבערשטן.


נאכמער איז דיין ווייב, אז זי טוט מיט דיר די מצוה, ארייננעמען א שווער און שוויגער, דאס איז עפעס מורא'דיג; ענקער סדר וועט שיינען אין אלע וועלטן.


א פרייליכן יום טוב.

#73 - טון אסאך חסד, נישט אויפ'ן חשבון פון ווייב און קינדער
שלום בית, חסד, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


ערשטנס וויל איך וויסן אויב דו באקומסט מיינע בריוו וואס איך שרייב דיר און צו דו האסט הנאה, איך האב דיר שוין אסאך געשריבן און גארנישט צוריק געהערט, איך האף די בריוו זענען דיר מחי' ומחזק, און עס ווייזט דיר א וועג צו קענען לעבן.


איך וויל דיר שרייבן וועגן שלום בית, איך ווייס דו האסט שלום בית, דאך וויל איך דיר שרייבן ווייל די מענטשן וואס זענען עוסק בעסקנות, עוסק אין העלפן מענטשן – דארפן ספעציעל חיזוק, עס זאל נישט גיין אויפן חשבון פון די ווייב און קינדער.


טייערער ברודער, טו ווייטער חסד מיט יעדן איינעם, זאלסט וויסן אז חסד איז פון די סימנים פון אידישע קינדער. די הייליגע חכמים זאגן (יבמות עט.): "שלשה סימנים יש באומה זו, הרחמנים והביישנין וגומלי חסדים", אבער אין די זעלבע צייט זאלסט זייער אכטונג געבן עס זאל נישט גיין אויפן חשבון פון דיין ווייב; חס ושלום אז מען פארגעסט צו העלפן אין שטוב, מען העלפט יעדן איינעם און מיט די ווייב שלאגט מען כפרות; קען מען אלעס פארלירן חס ושלום.


גיי התבודדות, שמועס אויס מיטן אייבערשטן ווען און וויפיל און ווי אזוי די חסד זאל צוגיין, און וויפיל און ווען זאלסט זיין אין שטוב, ווייל די גרעסטע צדקה איז זיין א טאטע פאר די קינדער און א מאן פאר די ווייב.


דורך התבודדות ווייסט מען פינקטליך ווי אזוי זיך צו פירן.

#72 - אז מען רעדט נאכאמאל און נאכאמאל, פועל'ט מען
רעדן, חסד, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, שובבי"ם, ו' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט מיט לערנען תורה מיט די טייערע בחורים, און מיטן אויסלערנען יראת שמים און פלאנצן אמונה.


בנוגע וכו'; ענדערש זאלסטו רעדן נאכאמאל און נאכאמאל צו די תלמידי הישיבה פון העלפן די מוסד, און ווער עס וועט האבן שכל - וועט העלפן, און ווער נישט - נישט.


בנוגע די מעשה פון סאטמער רבי זכותו יגן עלינו וואס האט געזאגט פאר די הנהלה אז ער וויל די בחורים זאלן עוסק זיין אין טון חסד, גיין אין שפיטעלער באזוכן חולי ישראל. אמאל האט מען דערציילט דעם רבי'ן אז די בחורים ווילן נישט גיין, האט דער רבי געזאגט: "אויב די בחורים גייען נישט אין שפיטאל טון חסד מיט חולי ישראל - דארף איך נישט קיין ישיבה"; דאס איז נישט אויף אזוי צו טון - פארמאכן די ישיבה, דאס איז ארויס צו ברענגען ווי חשוב דאס איז געווען ביים צדיק, אז בחורים זאלן עוסק זיין אין חסד.


מען דארף רעדן און רעדן און רעדן ביז מען פועל'ט, און אז מען רעדט און מען הערט נישט אויס - זאגט דאך די תורה - אז משה רבינו האט מען אויך נישט אויסגעהערט "מִקֹּצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה" (שמות ו, ט), נישט נאר דיך הערט מען נישט אויס, משה רבינו - רבן של ישראל - האט מען נישט אויסגעהערט, און וואס האט משה רבינו געטון? ער האט נאכאמאל גערעדט און נאכאמאל גערעדט, און ביים סוף האט משה רבינו יא גע'פועל'ט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#71 - איך בין מקנא דיינע זכותים מיט'ן טיילן עסן פאר משפחות נצרכים
בית התבשיל, תשובה, חסד, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, שובבי"ם, ערב ראש חודש שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין מקנא דיינע זכותים וואס דו האסט מיטן טון חסד, ובפרט מיטן טיילן עסן פאר משפחות נצרכים, ובפרטי פרטיות מיט טייערע אנשי שלומינו וואס קוקן ארויס אויף די עסן וואס דו טיילסט; דאס איז מתקן אלע חטאים בפגם הברית. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדקה, סימן נד): "מִי שֶׁעוֹשֶׂה חֶסֶד עִם אוֹהֲבֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווער עס טוט חסד מיט ערליכע אידן, - "עַל יְדֵי זֶה מְתַקֵּן פְּגַם הַבְּרִית", איז מתקן אלע פגמים.


דער אייבערשטער זאל אונז געבן די זכי' מיר זאלן קענען טון גוטע זאכן, און מיט דעם מתקן זיין אלעס וואס מען דארף מתקן זיין.

#70 - הכנסת כלה
שידוכים, צדקה, חסד, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ט"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בזכות די מצוה פון הכנסת כלה וואס דו ביסט עוסק די לעצטע האלבע יאר, דו האסט זיך מתנדב געווען צו העלפן די חתנים פון ישיבה גיין צו זייער חתונה אן קיין איין דאלער חובות; זאל דער אייבערשטער דיר געבן שנעל און גרינג דיין שידוך, זאלסט אויפשטעלן א שיינע ערליכע שטוב לשם ולתפארת.


א באזונדערע יישר כח פארן מיר העלפן חתונה מאכן מיין זון החתן שמעון נרו יאיר.


איך און מיין ווייב זענען דיר זייער מכיר טובה, איך בעט פאר דיין הצלחה.

#69 - משיח וועט קומען בזכות די וואס טוען חסד
חיזוק פאר פרויען, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ט"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


בנוגע די פראגע אויב עס איז גוט וכו'; אייער מאן איז אן איידעלער מענטש, אן ערליכער מענטש, דארפט איר נישט זארגן אז ער גייט זיך לערנען לעשן פייערס, ער וועט נישט זוכן אוועק צו גיין פון שטוב, ער איז אן ערנסטער, נישט קיין ליידיגגייער, ער קען העלפן ראטעווען מענטשנ'ס לעבן, ער איז גוט פאר די ארבעט; איך זוך אזעלכע ערנסטע ערליכע אינגעלייט, צו זיין פון די פייער דיפארטמענט ביי אונז אין שטעטל.


קען זיין אין אנדערע מקומות קוקט מען אראפ די אלע וואס זענען עוסק אין חסד, ווי למשל הצלה, שומרים, חברים, מצילי אש, אבער אין היכל הקודש מיט די 'עיני ה' אל צדיקים', פון צדיק'ס קוק ווינקל – זענען די אינגעלייט פון די העכסטע. מוהרא"ש זאגט, דיקא די וואס זענען עוסק אין חסד, ווי הצלה, חברים, שומרים וכו', - זענען עוסק אין ברענגען די גאולה.

#68 - אסאך ווארעמקייט, אסאך גוטע ווערטער, פאר יעדן קינד
חינוך הילדים, חסד, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען דארף געבן אסאך אויפמערקזאמקייט פאר די קינדער; זיכער ווען די קינדער בעטן עס, זיי בעטן: "מאמע געב מיר ליבשאפט"  - דארף מען זיי געבן ווארעמקייט און ליבשאפט.


בפרט היינטיגע טעג וואס עס בלאזן ווינטן וואס קינדער פון גוטע שטיבער פאלן לא עלינו אוועק - דארף מען געבן אסאך ווארעמקייט פאר יעדן קינד, אסאך גוטע ווערטער.


ווער רעדט נאך, די עלטערן וואס דער אייבערשטער האט זיי מזכה געווען צו טון מיט נשמות ישראל, זיי געבן אוועק זייער לעבן פאר העלפן אנדערע - די מוזן נאך מער אכטונג געבן עס זאל נישט זיין אויפן חשבון פון די אייגענע קינדער.


מיר האבן געהאט א תלמידה אין בית פיגא (זי האט שוין חתונה געהאט) וואס האט מיר געשריבן א בריוו אלס קינד מיט די ווערטער: "ווען איך גיי חתונה האבן, וועל איך קיינמאל נישט טון חסד מיט אנדערע, איך וועל זיין א ווארעמע מאמע פאר מיינע קינדער"; וואס איז געווען די מעשה? איר מאמע איז א גרויסע בעלת חסד, זי טוט חסד טאג און נאכט, אבער עס איז אויף די חשבון פון די קינדער; די מיידל איז געווען גאר יונג ווען זי האט געשריבן די ווערטער.


דער אייבערשטער האט אייך געגעבן די זכיה צו העלפן נשמות ישראל, דארפט איר אבער לייגן אייערע קינדער די ערשטע; זיי מחזק זיין און זיי געבן אייער צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#67 - פרויען עסן אינאיינעם ראש השנה, ווען די מענער פארן קיין אומאן
חיזוק פאר פרויען, הכנסת אורחים, אומאן, ראש השנה, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


עס איז זייער א גוטע זאך וואס איר טוט אז מען נעמט זיך צוזאמען משפחות עסן די סעודות ראש השנה ווען די מענער זענען אין אומאן; אזויפיל משפחות וועלן הנאה האבן, בפרט די יונגע ווייבלעך וואס האבן נישט וואו צו זיין ראש השנה, אזוי וועלן זיי האבן שיינע יום טוב'דיגע סעודות.


בנוגע אויב מען זאל בעטן אפאר דאלער פון יעדע משפחה פאר געצייג און עסן וכו'; מען קען בעטן געלט, אבער אז איינער געבט נישט - זאל מען נישט יענעם ארויסשיקן, מען זאל יעדן איינעם אויפנעמען בסבר פנים יפות.


דער אייבערשטער זאל העלפן בזכות די חסד און הכנסת אורחים וואס איר טוט - זאל מען זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#66 - אפילו מעשיות פון צאינה וראינה איז זייער חשוב אין הימל
תפילה והתבודדות, חסד, סיפורי צדיקים, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעדע גוטע זאך וואס מען טוט - איז אין הימל זייער חשוב, אפגערעדט לערנען און דאווענען און טון חסד מיט אנדערע, דאס איז דאך דער עיקר אויף וואס מען באקומט שכר אין הימל.


הער א מעשה, דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו האט אמאל עוסק געווען אין שאפן געלט פאר א וויכטיגע צוועק. ער איז געגאנגען נאך געלט און ער איז אריין אין א קרעטשמע, ער האט געקלאפט אויפן טיש און געזאגט: "רבותי, איך בין עוסק אין א גרויסע מצוה, איך בעט אייך איר זאלט זיך משתתף זיין"; רופט זיך אן א פשוט'ער איד צום הייליגן צדיק: "וויפיל געלט דארף דער רב?" און דער איד האט געגעבן די גאנצע סכום וואס דער צדיק האט אים געבעטן.


דער הייליגער ישמח משה איז געווארן זייער איבערגענומען, ער זאגט דעם איד: "בזכות די מצוה קענסטו בעטן וואס דו ווילסט, קענסט בעטן עשירות, אריכות ימים, וכדומה"; זאגט דער איד: "איך וויל דער רב זאל מיר צוזאגן עולם הבא", און דער ישמח משה האט אים דאס צוגעזאגט. אים איז דאס נישט געווען גענוג, ער האט געבעטן ער וויל די הבטחה בכתב און אזוי האט דער ישמח משה געטון, ער האט אים געשריבן בכתב אז ער וועט זוכה זיין צו עולם הבא.


דער איד איז נפטר געווארן און ער איז געקומען אין חלום צום הייליגן ישמח משה, ער זאגט: "עס איז מיר זייער ביטער; איך זיץ אין גן עדן, איך ווייס גארנישט, איך פארשטיי נישט קיין לערנען, עס איז מיר נישט גוט אין גן עדן", זאגט אים דער הייליגער ישמח משה: "לערן משניות", זאגט דער איד: "איך האב קיינמאל קיין משניות נישט געלערנט", אין גן עדן קען מען נאר לערנען אויב מען האט פארדעם געלערנט. זאגט דער ישמח משה דעם איד: "דעמאלט לערן חומש", זאגט ער: "איך האב נישט געלערנט אין לעבן, נישט קיין פסוק חומש און נישט קיין משנה, גארנישט גארנישט", זאגט אים דער ישמח משה: "אפשר א מעשה פון צאינה וראינה פון פרשת השבוע האסטו אמאל געלערנט?" זאגט דער איד: "דאס יא", זאגט אים דער צדיק: "דעמאלט זיץ אין גן עדן און לערן די מעשיות".


ווען דער ישמח משה האט דערציילט די מעשה האט ער געזאגט: "דער איד איז צו מיר מער נישט צוריק געקומען", איז א סימן אז אפילו מעשיות פון צאינה וראינה איז אין הימל זייער חשוב.


זיי נישט קיין בטלן, כאפ ארויס א פרק משניות, א בלאט גמרא; זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין. גיי שפאצירן יעדן טאג אפאר מינוט מיטן אייבערשטן, רעד צו אים, בעט אים די ווערטער: "הייליגער באשעפער, איך קען רעדן מיט יעדן איינעם שעות אויף שעות שטותים והבלים, דער טאג גייט מיר אריבער מיט שמועסן, און מיט דיר איז מיר אזוי שווער צו רעדן, איך קען קוים ארויסזאגן א ווארט פאר דיר הייליגער באשעפער, העלף מיר, איך וויל רעדן מיט דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.