בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#63 - איבער עפענען א ברסלב'ע שחיטה
מוסדות, שטעטל, חתונה, כשרות, שחיטה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וויפיל זאל איך דיר איבערזאגן נאכאמאל און נאכאמאל, איך גיי נישט עפענען א בוטשער צו פארקויפן יענעמ'ס פלייש - אפילו עס איז אן הכנסה פאר די מוסד. סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו האט נישט געעפנט א בוטשער אלס הכנסה פאר די מוסד, ער האט געעפנט די בוטשער עס זאל זיין כשר'ע פלייש, מהודר'דיגע פלייש און עס זאל זיין אונטער די מוסד.


אויב דו ווילסט קענסטו מעודד זיין די דריי אינגעלייט ..., ... און מיין זון ..., א שאד אז זיי פארזוימען זיך אזוי לאנג; אז זיי וועל ארויסנעמען א קבלה, זיי וועלן קענען די מלאכה - וועלן מיר עפענען א בוטשער, און דעמאלט וועל איך עסן נאר פון די פלייש, און אלע - די גאנצע קהילה - וועלן עסן פון די שחיטה, ווייל אינו דומה א ברסלב'ער חסיד - א שוחט, ווען די גאנצע צוגאנג איז מיט'ן אייבערשטן, מיט תשובה און תפילה והתבודדות.


אדרבה, זיי מחזק די דריי אברכים; דעמאלט וועלן מיר עפענען "ברסלב'ער פלייש", און עס וועט אויך זיין הכנסה פאר די מוסד.


בנוגע מאכן חתונות אין שטעטל; אם ירצה ה' ווען די ישיבה וועט זיך ארויסצוען אין שטעטל - וועט מען קענען מאכן חתונות בחנם. דאס קען נאר ארבעטן מיט א ישיבה; סיי די בחורים האבן וואס צו טון, און סיי עס קאסט נישט קיין געלט.

#62 - די סדר הנסיעה אויף קברי צדיקים אין אייראפע
מקוה, ניגונים, קברי צדיקים, תהלים, אידיש געלט, סיפורי צדיקים, חתונה, ראש ישיבה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


איך בין יעצט אויפ'ן וועג צוריק פון א נסיעה. חסדי השם יתברך מיר זענען געפארן מיט א קבוצה תלמידי היכל הקודש מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים, קדושים אשר בארץ המה. איך האב מתפלל געווען פאר דיר.


איך האב דיר שוין לאנג נישט געזען, איך בענק זיך צו דיר, איך האף אז אלעס איז ביי דיר אין בעסטן ארדענונג, איך האף אז דו נוצט דעם רבינ'ס עצות, די זיסע עצה פון זוכן גוטס אין זיך און אין א צווייטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) אפילו מען זעט זיך פול מיט חסרונות, מען זעט זיך שלעכט, מען איז פול מיט תאוות רעות – מוז מען זוכן א פינטעלע גוטס און מאכן אן עסק פון די נקודות טובות, זיך ליב האבן מיט די פינטעלע גוטס, דאס ברענגט דעם מענטש צו ווערן א גרויסער צדיק.


איך האב דיר זייער ליב, דעריבער וועל איך דיר שרייבן אביסל די סדר הנסיעה.


מיר זענען ארויסגעפארן זונטאג נאכמיטאג פון נוארק צוזאמען פינף און דרייסיג מענטשן; אפאר בחורים פון ישיבה מיט אינגעלייט תלמידי היכל הקודש. אויפ'ן וועג האב איך געשריבן בריוון. איך בין געווען זייער פרייליך, ווייל איך האב געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיין פרייליך.


מיר זענען אנגעקומען קיין וויען מאנטאג אינדערפרי, מיר זענען צוגעפארן צום בית המדרש, מיר האבן געכאפט א טבילה, דארט האבן מיר זיך באגעגנט מיט נאך חברים תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, טייערע אינגעלייט, גרויסע מפיצים.


מיר האבן געדאווענט, איך האב געליינט, עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל. מען האט געגעסן פת שחרית און זיך ארויסגעלאזט קיין אונגארן.


אויפ'ן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביים ציון פון הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו, מיר האבן געזאגט אינאיינעם דעם "יום ראשון" פון תהלים, געזינגען ניגוני התעוררות און זיך מתבודד געווען. האברך ... נרו יאיר האט מיר געברענגט אלע נעמען פון די וואס העלפן די ישיבה, איך האב געבעטן פאר אלעמען, פאר דיר אויך, דיין נאמען איז געווען אויף די קוויטלעך.


מיר האבן געדאווענט מנחה און זיך ארויסגעלאזט אויף א לאנגע נסיעה, זיבן שעה זענען מיר געפארן אלע אינאיינעם מיט א באקוועמע באס, רוב וועג, פאר לאנגע שעות, האבן מיר גערעדט שיחות וסיפורים פון הייליגן רבי'ן.


איך האב פארברענגט מיט די ארץ ישראל'דיגע חברים, מיר האבן זיך מחזק געווען מיט די אוצרות וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעגעבן פון רבי'ן. עס זענען געווען צוויי גבאים פון בית המדרש היכל הקודש ירושלים, מיר האבן גערעדט געוויסע פונקטן וואס מען דארף אכטונג געבן אין א בית המדרש היכל הקודש.


מיר זענען אנגעקומען אין אוהעל שפעט ביינאכט, מיר זענען געגאנגען קודם דאווענען מעריב, איך האב געזען אז עס איז דא א מקוה האט מיר אנגעכאפט א חשק זיך צו טובל'ען. הגם איך בין געווען אינדערפרי אין מקוה, אבער א ברסלב'ער חסיד גלוסט זיך ווי מער צו גיין אין מקוה, למעשה האב איך זיך אפגעבריט מיינע פיס, עס איז געווען קאכעדיג הייס, סכנת נפשות, איך בין ארויס מיט א נס.


מיר האבן געזאגט אינאיינעם "יום שני" פון תהלים און מיר האבן געזינגען דעם "אהבה רבה" ניגון פון רבי הערשעלע רימנובער זכותו יגן עלינו, עס איז געווען א גרויסע התעוררות, איך האב געהאט גרויס התעוררות, איך האב זיך געעפנט מיין הארץ, איך האב געהאט אפאר מינוט גוטע התבודדות, אויך דארט האב איך פארגעליינט אלע נעמען פון אלע קוויטלעך.


איך בין ארויס פון דארט האב איך זיך אנגעהויבן גוט שפירן. דארפסט פארשטיין, נאכן פארן אזויפיל שעות ווערט מען צעטומלט, אבער אז דער אייבערשטער העלפט, מען קען זאגן אפאר אמת'ע דיבורים פאר'ן אייבערשטן, מען קען זיך אויסקרעכצן און לאזן א טרער – דארף מען שוין נישט עפעס מער.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ליסקע צום הייליגן צדיק רבי הערשעלע ליסקער זכותו יגן עלינו, דער מחבר פונעם ספר אך פרי תבואה, א תלמיד פונעם הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו. מיר האבן דארט געזאגט אינאיינעם תיקון חצות, תיקון רחל און תיקון לאה, מיר האבן געזינגען אידישע תפילות אינאיינעם. מיר האבן געזינגען דעם ניגון פון הרב הקדוש רבי אייזיקל קאלובער זכותו יגן עלינו:


"גלות גלות, ווי גרויס ביסטו - שכינה הקדושה, ווי שיין ביסטו.


וואלט דער גלות קלענער געווען - וואלט די שכינה שענער געווען".


עס איז געווען א גרויסע התעוררות, צוביסליך זענען מיר געקומען צו זיך.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין קערעסטיר, מיר האבן זיך דערכאפט דאס הארץ, עס איז געווען צוגעשטעלט א געשמאקע סעודה, מיר האבן דארט גענעכטיגט.


דינסטאג אינדערפרי האבן מיר זיך גע'טובל'ט אין מקוה און געדאווענט, געגעסן פת שחרית און ארויף צום ציון פון הרב הקדוש רבי ישעי'לע מקערעסטיר זכותו יגן עלינו. מיר האבן געזאגט דעם יום תהלים, "יום שלישי", נאכדעם האבן מיר געזינגען ניגוני התעוררות און זיך מתבודד געווען.


איך האב געבעטן פאר דיר דארט. איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך וואלט נישט געדענקט צו בעטן פאר דיר, נאר האברך ... נרו יאיר האט מיר געגעבן דיין נאמען מיט נאך אסאך נעמען, די אלע וואס העלפן די מוסד, האב איך געבעטן פאר דיר; עס איז געווען א גרויסע התעוררות.


האברך ... נרו יאיר פון קרית ברסלב האט געמאכט אן אפיל, מען האט צאמגענומען צדקה פאר'ן בית התבשיל, פאר נצרכים פון אנשי שלומינו.


פון קערעסטיר זענען מיר געפארן קיין מאַד, אויפ'ן וועג האבן מיר געהאט שיחות חברים מיט די חברים פון ארץ ישראל און פון חוץ לארץ.


איך בין יעצט אביסל אפגעמאטערט פון די נסיעה, איך האב נישט די כוחות זיך מצמצם זיין צו שרייבן וואס מען האט גערעדט, הלוואי זאלן די אינגעלייט דאס אפשרייבן; מען האט גערעדט אזעלכע שיינע שיחות וסיפורים פון מוהרא"ש און אנשי שלומינו.


מיר האבן געזאגט צען קאפיטלעך תהלים ביים ציון פונעם קול ארי' זכותו יגן עלינו, נאכדעם האבן מיר געזאגט דעם קאפיטל "שיר המעלות ממעמקים" פסוק בפסוק ביים ציון פונעם לבושי מרדכי זכותו יגן עלינו. מיר האבן געזינגען די שיינע זיסע ליד:


"איך וויל זיין א איד, איך וויל זיין א איד - איך וויל זיין א פשוט'ער איד,


ווייל דער עיקר אידישקייט - זאגט דער הייליגער רבי - איז זיך פירן בתמימות ובפשיטות".


מען האט דאס געזינגען מיט'ן גאנצן הארץ צום אייבערשטן.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין קאלוב, אויפ'ן וועג האבן מיר געלערנט דעם שיעור גמרא, עס איז געווען אזוי שיין צו זען ווי אזוי אנשי שלומינו לערנען שיעורים כסדרן.


מיר האבן געזינגען ניגונים פון הרב הקדוש מקאלוב, מען האט זיך מחזק געווען מיט דעם רבינ'ס עצות פון דאנקען דעם אייבערשטן. בפרט יעצט אין די הייליגע חנוכה טעג, זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב) חנוכה איז טעג פון הודאה; דער גאנצער לעבן ווערט גוט און זיס ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן, מען ווערט נענטער און נענטער צום אייבערשטן.


ביים ציון פון הרב הקדוש מקאלוב זכותו יגן עלינו האבן מיר געזען די טיטל וואס מען האט געשריבן אויף די מצבה: "הי' ערליכער איד, והי' לומד גמרא על הדף".


מען האט געזאגט דארט די סוף פונעם יום תהלים, "יום רביעי", מען האט געזינגען א ניגון פון הרב הקדוש מקאלוב זכותו יגן עלינו, געדאווענט מנחה און זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין רומעניע.


אויפ'ן וועג האבן מיר גערעדט מעשיות וואס מיר האבן געהאט, ניסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט'ן באצאלן חובות.


די וועג קיין רומעניע איז געווען אביסל שווער, מען האט אונז אויפגעהאלטן ביים גרעניץ אפאר שעה, מען איז אנגעקומען שפעטער ווי געפלאנט קיין סיגוט.


אין סיגוט האט קהילת סאטמאר געבויט א הערליכע בנין, א מקוה, א בית המדרש - מיט אלע באקוועמליכקייטן, דו מיינסט ממש אז דו ביסט אין וויליאמסבורג אדער מאנרא. מיר האבן דארט געגעסן, געדאווענט מעריב און געגאנגען צום ציון פונעם הייליגן ייטב לב, קדושת יום טוב און עצי חיים זכותם יגן עלינו. מיר האבן דארט געזאגט אינאיינעם תיקון חצות, דארט ביים ציון, נאכדעם האבן מיר געזאגט תהלים, "יום חמישי".


לכתחלה האבן מיר געהאט אין פלאן צו פארן קיין קארלסבורג צום מראה יחזקאל זכותו יגן עלינו, אבער א טייל עולם האבן זיך ממש געבעטן מען זאל אפשטעלן די נסיעה, עס איז געווארן חלוקי דעות, א טייל האבן געזאגט מען זאל גלייך פארן קיין קארלסבורג, א טייל האבן געזאגט אז אויב מען פארט ווייטער שפירן זיי אז דאס וועט זיי צוטרעטן צום מח, עס איז נישט פאר זייערע כחות צו פארן יעצט ביינאכט א נסיעה פון זעקס שעה.


איך האב געהאט גרויס חשק צו פארן קיין קארלסבורג, די גאנצע זאך וואס מיר זענען געפארן בכלל קיין רומעניא איז נאר געווען אז מיר זאלן קענען גיין קיין קארלסבורג, דאך האב איך זיך געמוזט רעכענען מיט די אויסגעמוטשעטע אידן, מען האט אפגעשטעלט די נסיעה און מען האט זיך אראפגעלייגט פאר דריי שעה, פון דריי אזייגער פארטאגס ביז זעקס אזייגער.


מען האט געדאווענט און זיך ארויסגעלאזט קיין קלויזנבורג, א וועג פון פיר שעה, אויפ'ן וועג האבן מיר געלערנט דעם דף גמרא. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אין אונז אזוי שטארק אריינגעבאקן מיר זאלן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, אפילו מען איז אונטערוועגנס, צעבראכן און צעפארן, דאך איז מען נישט מוותר אויפ'ן בלאט גמרא.


וואס זאל איך דיר זאגן מיין טייערער ברודער, מיין הארץ איז פול מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן אז ער האט אויף מיר רחמנות געהאט, מיך מקרב געווען צום רבי'ן; וואו וואלט איך געווען, ווי אזוי וואלט איך אויסגעזען אן דעם רבינ'ס עצות, שכל און חיזוק? דאס האלט אונז ביים לעבן, דאס ברענגט אונז צום אייבערשטן. אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען באנוצט זיך מיט די עצה פון התבודדות און תפלה – איז מען גאר גליקליך.


מיר קומען שוין אן אין קלויזנבורג עירפארט, מיר פארן פון דארט קיין ווארשא און פון דארט פארן מיר אהיים קיין ניו יארק; מיר וועלן אנקומען אם ירצה ה' מיטוואך נאכט.


מארגן וועט נישט זיין די וועכנטליכע שיעור, עס איז דא א חתונה אין ישיבה, די דרייסיגסטע חתונה אין ישיבה בחנם. דאס אלעס איז צו פארדאנקען מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס האט אונז געלערנט מיר זאלן זיך נישט נאריש מאכן מיט טייערע שמחות; מיר זאלן חתונה מאכן די קינדער יונג אויפ'ן פשוט'ן וועג.


דעם שבת פרשת וישב, שבת מברכים חודש טבת, וועל איך זיין אין שטעטל. אויך די קומענדיגע וואך, שבת חנוכה, וועל איך זיין אם ירצה ה' אין שטעטל, זיין מיט אנשי שלומינו.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.

#61 - הונדערטער טויזנטער דאלער איינגעשפארט פאר אידישע קינדער
סקול, אידיש געלט, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פרעג דיין ווייב אויב זי קען צאמנעמען די עלטערע מיידלעך מיט די יונגע ווייבלעך, מאכן א גרופע ווער עס וויל העלפן ביי די ווייבער שול ווען עס איז דא שמחות.


ביי די מענער זענען דא אינגעלייט מיט בחורים, מען ארבעט אינאיינעם, אלע צוזאמען, בהתנדבות. קיינער דארף נישט קיין געלט, מען וויל זיך העלפן איינער דעם אנדערן, מען זאל קענען חתונה מאכן בחנם.


ביי די פרויען טוען דאס די מיידלעך, אבער צוביסליך האבן די מיידלעך חתונה, אויך זענען אסאך תלמידות געגאנגען לערנען אין שטעטל סקול, עס ווערט אפגעשוואכט די העלפערס וואס העלפן.


עס לאזט זיך נישט גלייבן, די וואך וועט זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף די "דרייסיגסטע!" חתונה. מאך א חשבון וויפיל מיר האבן געשפארט; דרייסיג חתונות איז א חשבון פון זעכציג מחותנים'ס חתונה - בחנם, הונדערטער טויזנטער דאלער איינגעשפארט פאר אידישע קינדער.


נעכטן נאכט איז געווען נאך א שמחה אין ישיבה ביי התלמיד ... נרו יאיר, מיט א תלמידה פון סקול; די גאנצע שידוך, פון אנהייב ביזן סוף, לחיים-ווארט-תנאים - האט געקאסט נישט מער פון ניינציג דאלער, פאר די ברעסלעט.


פרעג איך דיר, איז דאס נישט א ווייטאג צו הערן פון מענטשן ווי זיי ווערן בעלי חובות ביים שידוך טון...


פרעג דיין ווייב אויב זי איז גרייט.

#60 - אויסלערנען די מיידלעך ווי אזוי צו טאנצן
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אויב איר וואלט געהאט אביסל צייט און כח צו קומען צוויי דריי מאל אין סקול בית פיגא אויסלערנען די מיידלעך ווי אזוי צו טאנצן - וועל איך אייך זייער דאנקבאר זיין.


יארן צוריק האט איר דאס געלערנט מיט די מיידלעך, זיי זאלן וויסן ווי אזוי צו טאנצן ביי חתונות. אלע פון זיי האבן שוין חתונה געהאט, יעצט איז דא א פרישע דור, זיי ווייסן נישט ווי אזוי צו טאנצן.


מיט יעדע זאך וואס מען העלפט די מוסד איז דאס א חלק פון הפצה, פון אריינברענגען אין די וועלט דעם רבינ'ס עצות.


יישר כח.

#59 - א חתונה אין ישיבה קאסט נישט קיין געלט, עס קאסט נאר א לאך
אידיש געלט, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט מיר העלפן מיט די חתונות אין ישיבה. זונטאג וישלח וועט אם ירצה ה' זיין נאך א חתונה אין ישיבה; איך קען נישט אלעס אליינס טון, איך דארף הילף פון אנשי שלומינו, נאר אז נאך אפאר חברים העלפן - קען איך אויספירן די רצון פון מוהרא"ש, מען זאל קענען מאכן שמחות בחנם.


עס לאזט זיך נישט גלייבן, מיר האלטן שוין ביי דרייסיג חתונות, מיר האבן געשפארט פאר זעכציג מחותנים הוצאות החתונה; עס איז גענצליך בחנם, עס ברענגט נישט קיין חובות, די מחותנים קומען און גייען אהיים פרייליך און צופרידן.


איינער פרעגט מיך פאריגע וואך וואס עס קאסט א חתונה אין ישיבה? זאג איך אים, עס איז גענצליך בחנם, עס קאסט נישט; עס קאסט נאר איין זאך, עס קאסט א לאך; עס מאכט לאכן צו זען ווי מענטשן קענען לעבן, מען לאזט לעבן, מען דארף נישט דאגה'נען א גאנץ לעבן ווי אזוי מען וועט חתונה מאכן, מען דארף נישט אוועקלייגן געלט, מען דארף נישט בארגן געלט, מען קען דערלעבן נחת פון די קינדער.


לאז מיר וויסן אויב דו קענסט מיר העלפן מיט די שמחות אין ישיבה, נעם די בחורים און אינגעלייט, אלע זאלן העלפן; ווען מען העלפט - העלפט מען זיך אליינס, אלע וועלן קענען מאכן שמחות בחנם.

#58 - חתונות אין ישיבה נאר פאר די וואס האלטן זיך איין פון ווארפן אידיש געלט
אידיש געלט, עצתו אמונה, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


צום ערשט קומט דיר א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן מיט די חתונות אין ישיבה, עס איז מלא חן, אזוי בא'טעמ'ט, אזוי אידיש. נאכן מיטהאלטן א חתונה אין ישיבה – קען מען שוין נישט זען חתונות אין זאלן וואו מען געבט אויס געלט.


אבער איך וויל דיר בעטן, מהיום והלאה וויל איך מער נישט קיין חתונות אין ישיבה נאר פאר משפחות וואס האלטן זיך פשוט, זיי מאכן נישט קיין באווארפן און נישט קיין שבע ברכות, פאר אזעלכע משפחות קען זיין די חתונה אין ישיבה, אבער אז מחותנים מאכן די באווארפן אין א זאל און די שבת שבע ברכות אין א זאל – קען מען נישט נוצן די ישיבה פאר א חתונה.


מיר שטרענגען זיך אן צו העלפן אנשי שלומינו; איינער מאכט פיש, א צווייטער פלייש, א דריטער א קוגל און אזוי ווייטער, אבער אז די מחותנים האבן נישט קיין כח המעצור, זיי נעמען א זאל פאר די באווארפן מיט א קעיטערינג וכו' וכו' – זאלן זיי פאר די חתונה אויך נעמען א זאל.


נאך א זאך, נעכטן ביי די חתונה האט מען געברענגט פלייש מיט פירות; פון היינט און ווייטער זאלסטו אפרעדן מיט די מחותנים פונקטליך וואס מיר שטעלן צו און אז מען קען נישט ברענגען קיין אייגענע עסן, אויב זיי זענען נישט צופרידן זאלן זיי גיין לחיים ולשלום צו אן אנדערע זאל. פאר מיר איז דאס נישט גרינג, עס איז מיר גענוג שווער די חתונות אין ישיבה, איך טו דאס נאר צו קענען העלפן אנשי שלומינו; איך זע אז אויב מיר וועלן נישט שטיין שטארק אויף אונזער וועג – וועט דאס ווערן צוביסליך אזוי ווי אנדערע זאלן.


מאך זיך א שיעור אין ספר עצתו אמונה, לערן דאס מיט'ן קול; וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן און דו וועסט האבן התחזקות אין יעדן מצב.

#57 - אז מען היט די הלכות, האט מען געזונטע קינדער
חתונה, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ד' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


א מתנה פאר'ן חתן ... נרו יאיר


זע צו חזר'ן דעם ספר אן א שיעור מאל, ווייל מען מוז היטן די הלכות; נאר אז מען היט די הלכות - האט מען געזונטע קינדער.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געהייסן אלע אינגעלייט זאלן לערנען נאך די חתונה יעדן טאג די הלכות פון הרחקה און ווי אזוי מען ווערט ריין.


פון דיין ראש ישיבה.

#56 - האב נישט מורא פון חתונה האבן
שידוכים, התחדשות, חתונה, זיווג שני

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ביסט אריינגעפאלן וכו' - מיינט נישט אז אלע זענען אזוי; עס איז נאריש צו טראכטן אז אלע שידוכים וואס מען רעדט פאר דיר זענען אזוי ווי די ערשטע.


האב נישט מורא פון חתונה האבן, מיר דארפן טון דעם רצון השם יתברך; דער אייבערשטער זאגט מען זאל חתונה האבן - דארף מען חתונה האבן, דער אייבערשטער זאגט מען דארף האבן קינדער - דארף מען טון די מצוה, מען דארף נישט מורא האבן.


וואס איז געווען איז געווען, קוק נישט צוריק, טראכט נישט פון דיין עבר, פון דיין ערשטע זיווג; יעצט איז צייט חתונה צו האבן אזוי ווי די תורה זאגט.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו טרעפן דיין זיווג און אלע מחשבות און בלבולים זאלן אוועק גיין.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#55 - רעד אסאך צו די קינדער פון מוותר זיין
חינוך הילדים, אומאן, אידיש געלט, מדות טובות, בריוו, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט מיט די קינדער, איך הער צוריק נאר גוטע גרוסן.


איך באקום יעדע וואך די בריוו פון אלע קינדער און בחורים, אבער נישט אלץ האב איך די מעגליכקייט צוריק צו שרייבן. זיי מחזק די קינדער זיי זאלן ווייטער שרייבן, עס איז זייער א גוטע זאך אויסצולערנען קינדער שרייבן בריוו, אזוי וועלן זיי קענען שרייבן אין זייער לעבן.


רעד אסאך צו זיי פון מוותר זיין, רעד צו זיי פון דאס גרויסקייט פון זיין בשלום. אז דו זעסט איינער פון די קינדער אדער בחורים מיט אויסגעצייכנטע מדות, א קינד וואס איז מוותר; זאלט מאכן אן עסק פון אים, אזוי וועלן די אנדערע קינדער אויך וועלן זיין אזוי.


איינער פון די קינדער ... נרו יאיר, שרייבט מיר אז ... נרו יאיר – רודפ'ט אים, ער וויינט אינעם בריוו אז ער האלט נישט אויס. זיי מברר וואס דארט גייט פאר, ווייל ער איז א טייער קינד, און דער אנדערער איז אויך וואויל, דארף מען זען אז קיינער זאל נישט ווערן בא'עולה'ט.


איך וויל קומען מארגן, דאנערשטאג, רעדן צו די קינדער; לאז מיר וויסן אויב עס איז גוט צו קומען מארגן.


אויך וויל איך דיר בעטן, דינסטאג פרשת כי תבוא האבן מיר א חתונה אין ישיבה, איך האף אז דו וועסט נישט אפלאזן די מצוה, אנשי שלומינו זאלן קענען חתונה מאכן בחנם ממש.


איין זאך וויל איך טוישן, איך וויל לייגן ביי די פרויען סחורה'נע טישטוכער, עס זאל האבן א שטיקל פנים.


בנוגע אומאן; לאזן וויסן פאר די פאר וואס האבן נישט קיין בעט אז מען קען יא דינגען ווייל מיר (חסר).

#54 - גייט צו די חתונה מיט שמחה און ישוב הדעת
שלום בית, רפואה, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווערט נישט דערשראקן פון דעם פראבלעם; דער פראבלעם וכו' וועט גארנישט שטערן פאר נאך אייער חתונה, אייער מאן וועט נישט וויסן פון דעם. עס איז גרינג פאר א פרוי דאס צו אויסבאהאלטן, ווייל די פרוי איז דער וואס וואשט די וועש. אויב עס פאסירט ביינאכט וכו' קען מען אויסוואשן די בעט געוואנט, אנדערש איז ווען עס פאסירט ביים מאן, דעמאלט איז נישט שייך צו באהאלטן; דעריבער דארפט איר בכלל נישט ווערן דערשראקן, און אז אייער מאן וועט זיך יא דערוויסן - וועט אויך גארנישט זיין; וואס איז דען? בסך הכל זענט איר א מענטש, איר זענט נישט קיין מלאך, עס מאכט נישט ווייניגער דעם מענטש. איך האב דאס געהאט ביי א טייל פון מיינע טייערע קינדער, זיי וועקן זיך נישט אויף ביינאכט וכו'; איך זאג זיי אז עס איז גארנישט, עס איז נישט זייער שולד; מען ווערט נישט ווייניגער חשוב אז מען גייט דאס אריבער.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האלט שוין דא, איר גייט שוין צו אייער חתונה; גייט צו די חתונה מיט שמחה און ישוב הדעת, עס זאל אייך גארנישט אנגיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#53 - פאלשע צירונגען מיט אן עכטע חתן
אידיש געלט, חובות, חתונה, שכל, שמחות, חתן, כלה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חקת, ח' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע טאכטער הכלה ... תחי'


זאלסט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט זוכה געווען צו זיין א כלה. האסט באקומען זייער א חשוב'ער חתן; דיין חתן לערנט ביי אונז אין ישיבה שוין פינף יאר, פון זיין בר מצוה, ער לערנט פלייסיג אלע זיינע יארן און פירט זיך מיט יראת שמים, דאס דארף זיין דיין גאנצע שמחה.


איך זע דו האסט באקומען א רינגל פון דיינע מחותנים מיט א פאלשע דיימאנט שטיין, אויך א ברעיסלעט מיט פאלשע שטיינער, אבער דיין חתן איז נישט פאלש; דו האסט פאלשע צירונגען מיט אן עכטע חתן. ביי אנדערע איז דא עכטע צירונגען מיט א פאלשער חתן, א געמאכטער, א געפאפטער; מען דארף פרייליך מאכן די כלה מיט טייערע צירונגען. מען לערנט נישט מיט מיידלעך וואס דער לעבן איז, זיי וויל נישט חתונה האבן; די איינציגסטע זאך וואס מאכט זיי חתונה האבן איז אז זיי ווילן נישט בלייבן אליינס, אויך ווילן זיי צירונגען וכדומה.


דו האסט געלערנט אלע יארן אין בית פיגא, דו ווייסט וואס לעבן איז, ווי שיין דער לעבן איז אז מען לעבט ווי אזוי דער אייבערשטער וויל, ווי שיין און גוט איז חתונה צו האבן און אויפשטעלן א אידישע שטוב, קינדער וואס וועלן טון דעם אייבערשטנ'ס ווילן.


דו דארפסט נישט טייערע צירונגען, פריי זיך מיט דיין חתן, פריי זיך אז דיין חתן'ס עלטערן דארפן נישט צאמברעכן פון בארגן חובות, זיי וועלן קענען זיין ביי די חתונה אן חובות, זיין פרייליך מיט די שמחה.


עס איז אזא רחמנות אויף אידישע קינדער, רוב שמחות זענען אן שמחה; רוב שמחות דארף מען בארגן שווערע טויזנטער דאלער פאר די מחותנים, זיי האבן נישט די געלטער וואס עס קאסט חתונה צו מאכן. די חתן און כלה זענען נישט געלערנט, זיי דארפן און דארפן און דארפן, זיי ווייסן נישט וואס איז די זאך פון חתונה האבן, נאר אז דער חתן וועט האבן א טייערע זייגער און א טייערע שטריימל - דעמאלט איז ער פרייליך פאר פינף מינוט.


אשרינו מה טוב חלקינו, אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן; דער רבי לערנט אונז שכל, פשוט שכל, מיר זאלן וויסן וואס איז די תכלית אין לעבן. נישט די זאכן מאכן פרייליך, נאר דער וואס לעבט מיט'ן אייבערשטן - דער איז פרייליך.


דיין טאטע

#52 - די שענסטע זאך איז צו זען ווי א קינד איז מכבד די עלטערן
כיבוד אב ואם, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב געהערט זייער שיינע זאכן אויף אייך; מיין ווייב תחי' זאגט מיר זי האט געזען ביי די פרויען צאמקום ווי שיין איר נעמט אויף אייער מאמע. אייער מאמע איז אנגעקומען אינמיטן די שיעור, איר האט זיך אויפגעשטעלט און איר געגעבן א גוטע פלאץ, מיט אזויפיל דרך ארץ.


דאס איז די שענסטע זאך וואס קען נאר זיין, צו זען ווי א קינד איז מכבד די עלטערן. ליידער זעט מען דאס נישט ביי אנדערע, נאך די חתונה פארגעסן די קינדער פון די עלטערן, אדער מאכט מען זיך ווי מען פארגעסט.


בזכות כיבוד אב ואם זאלט איר זוכה זיין צו אלע ברכות פון די תורה, "לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ (שמות כ, יא)".

#51 - דארף נישט אויסרופן הויך אז דו ביסט א ברסלב'ער
מקוה, שידוכים, שלום בית, חסידות ברסלב, סדר דרך הלימוד, ספרי ברסלב, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת טהרה, כ"ט ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מודיעין עילית


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון אזא גרויסער רבי וואס לערנט מיט אונז עצות ווי אזוי מיר זאלן זיך דערנענטערן צום אייבערשטן.


בעזרת השם בין איך גרייט צו ענטפערן אלע דיינע שאלות.


אויף דיין פראגע אז עס איז דיר שווער צו לערנען דעם ספר ליקוטי מוהר"ן, דו פארשטייסט נישט קיין איין ווארט; אויך מיט'ן פירוש שפת הנחל פארשטייסטו נישט, דו ווילסט וויסן א וועג ווי אזוי צו קענען לערנען דעם רבינ'ס ספרים.


וויסן זאלסטו אז אין אנהייב איז נישט גרינג, מען דארף זיך צוגעוואוינען צום שפראך וכו'; אז דו וועסט נעמען דעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), דו וועסט אין אנהייב גורס זיין, דו וועסט זיך מסדר זיין צו לערנען ליקוטי מוהר"ן אן פארשטיין, דו וועסט זאגן די ווערטער - וועסטו במשך הזמן זוכה זיין אז עס וועט זיך דיר עפענען דיין מח, דו וועסט אנהייבן צו פארשטיין.


עס גייט נישט אין איין מינוט, מען דארף האבן אסאך סבלנות; אז מען האט סבלנות איז מען זוכה צו קענען און פארשטיין די תורה.


בנוגע דיין פראגע וואס דו זאלסט טון מיט דיין ווייב און קינדער, זיי האבן נישט ליב אז דו ביסט געווארן א ברסלב'ער; איך וויל פארשטיין, וואס פעלט אויס צו זאגן פאר אלעמען "איך בין געווארן א ברסלב'ער"? וואס איז שלעכט אז דו, פאר דיר אליינס - וועסט זיך מחי' זיין מיט דעם רבינ'ס עצות אן אויסרופן פאר אלעמען: "איך בין געווארן א ברסלב'ער" און אזוי פירן דיין שטוב? איך זאג דיר, אויב דו וועסט אזוי טון, נישט נאר זיי וועלן נישט האבן קיין טענות אויף דיר, נאר במשך הזמן וועלן זיי אלע מקורב ווערן; ווען מען וועט זען ווי דו פירסט זיך מיט דרך ארץ, מיט שמחה און מיט די אלע שיינע זאכן וואס דער רבי איז אונז מזכה - וועסטו זיי מקרב זיין מיט דיין התנהגות.


בנוגע חתונה מאכן די קינדער יונג; מוהרא"ש האט נישט גענומען קליינע קינדער און זיי חתונה געמאכט, מוהרא"ש האט גענומען קינדער וואס זענען דערוואקסן און האבן שכל מער ווי דרייסיג יעריגע און זיי חתונה געמאכט. איך ווייס נישט ווי קינדעריש דיין זון איז, אויב איז עס אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ, אז ער איז ממש א קליין בעבי, דעמאלט קען מען נאכנישט חתונה האבן, אפילו ביי די אכצן.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר דיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, זיי זאלן חתונה האבן און אויפשטעלן ערליכע דורות; ווייל תפילה איז זייער שטארק, תפילה איז שטערקער פון אלעס.


בנוגע מקוה וכו'; ביי אונז ברסלב'ער חסידים איז מען זיך מוסר נפש אויף מקוה, מען קוקט נישט אויב עס איז שווער אדער נישט, מען גייט יעדן טאג אין מקוה, זאל זיין וואס זאל זיין; ווייל דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט צוגעזאגט: "מקוה איז די זעלבע לשון פון תקוה - אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פאררעכטן".


בנוגע וואו דו זאלסט געבן דיין צדקה, פאר די ישיבה אין אמעריקע אדער פאר די שולן אין ארץ ישראל; ענדערש זאלסטו געבן די צדקה פאר די גבאים אין ארץ ישראל, זיי זאלן ווייטער קענען אנגיין מיט זייער הייליגע ארבעט.


נאכאמאל בעט איך דיר, דער עיקר זאלסטו אכטונג געבן אויף דיין שטוב, דיין ווייב זאל זיין צופרידן, זי זאל זיין מיט דיר אויף איין בלאט. אויב ביסטו אויף איין בלאט און זי אויף אן אנדערע בלאט, זאלסטו צוריק מישן די בלעטער, זוך אויף די בלאט וואו זי איז און לעב מיט איר אויף איין בלאט; ווייל אן שלום בית איז גארנישט דא, שלום בית איז דער יסוד פון זיין הייליג.


שעם זיך נישט צו פרעגן, דו קענסט פרעגן אלע דיינע שאלות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים

#50 - ששה אני יודע, איך לערן די זעקס סדרים משניות
משניות, ישיבה, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


האסט מיר זייער פרייליך געמאכט מיט'ן זאגן דיין סיום, אז דו האסט געענדיגט די צענטע מאל ששה סדרי משנה.


פסח ביינאכט ווען אלע וועלן זינגען: "ששה מי יודע?" אלע וועלן פרעגן 'ווער ווייסט די נומער זעקס?' וועסטו קענען אויסשרייען: "ששה אני יודע!" איך ווייס די נומער זעקס, איך לערן זעקס, איך קען זעקס; איך לערן די זעקס סדרים.


... טייערער, דערהאלט זיך, איך זע אין דיר אן עתיד; אז דו וועסט זיין שטארק ווייטער צו קומען אין ישיבה און לערנען יעדן טאג משניות – וועסטו נאך אביסל חתונה האבן.


אלע לאכן: 'די ברסלב'ע האבן חתונה יונג'; זאלן אלע לאכן, דו וועסט חתונה האבן, דו וועסט האבן לעבן; נו וואס ארט דיר אז מענטשן זענען פרייליך...


 

#49 - ס'איז זייער וויכטיג צו חזר'ן די הלכות
חתונה, הלכה

בעזרת ה' יתברך


אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


חשוב'ע כלה ... תחי'


מזל טוב פאר אייער חתונה; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין צווישן אייך נאר אהבה ואחוה, שלום וריעות.


דעם ספר געב איך פאר אלע תלמידים ותלמידות; דער ספר "לכל זמן" איז זייער א וויכטיגע ספר, די הלכות זענען געשריבן זייער קלאר.


מען דארף דאס חזר'ן גאר אסאך מאל מען זאל קענען די הלכות אויסנווייניג צו קענען פירן א אידישע שטוב און האבן געזונטע קינדער.

#48 - מאך דיר א גוטע סדר אין לעבן
תפילה והתבודדות, שלום בית, פרנסה, חתונה, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מזל טוב פאר דיין חתונה, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין אז די שכינה זאל רוען ביי דיר אין שטוב.


טייערער ..., יעצט איז די שענסטע צייט פון לעבן; האסט זוכה געווען האסט חתונה געהאט, קענסטו יעצט דינען דעם אייבערשטן בקדושה ובטהרה.


לדעתי זאלסטו אננעמען אן ארבעט ביי ...; דו וועסט זייער הנאה האבן, סיי אז עס איז אין שטעטל, סיי דו וועסט האבן א גוטע בעל הבית און סיי עס איז א ריינע ארבעט, דו וועסט זיין באשעפטיגט מיט טליתים און בייטלעך.


מאך זיך א סדר אויפצושטיין פארטאגס; דאס ערשטע זאך זאלסטו גיין אביסל שפאצירן, זיך מתבודד זיין.


טייל איין די התבודדות אין דריי חלקים. די ערשטע חלק זאל זיין וידוי דברים, דערצייל דעם אייבערשטן וואס דו האסט געטון. די צווייטע חלק, זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן און די דריטע חלק - זאלסטו בעטן אויף ווייטער.


נאכדעם זאלסטו לויפן אין שול דאווענען און לערנען; גיי יעדן טאג צום שיעור גמרא, לערן א בלאט גמרא יעדן טאג. נאכדעם וועסטו גיין ברענגען פרנסה און ווען דו ענדיגסט ארבעטן וועסטו אהיים גיין צו דיין ווייב איר פרייליך מאכן.

#47 - ווי אזוי אויסצונוצן דעם יום החופה
תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, חתונה, כלה, יום החופה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ט שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


חשוב'ע כלה ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


אלע כלות פרעגן די זעלבע זאך, 'אויף וואס דארף מען דער עיקר בעטן ביום החופה?' אסאך כלות גייען אריין אין א לחץ פון "אויסנוצן דעם יום החופה", מען שפירט שלעכט טעג און וואכן פאר די חתונה אז "אפשר וועל איך נישט 'אויסנוצן מיין יום החופה'", "וואס קען איך טון 'אויסצונוצן מיין יום החופה'"?


אמת טאקע, די יום החופה איז זייער א גרויסע טאג, מען קען אין דעם טאג אלעס פאררעכטן, אבער אויב קומט אריין לחצים און פחדים, דארף מען וויסן אז דאס האט גארנישט צוטון מיט עבודת השם. אויב איז מען רואיג און פרייליך, דעמאלט איז מען נאנט צום אייבערשטן, פחדים פון "אויסנוצן די צייט" האט נישט מיט עבודת השם.


ווען עס קומט אריין אין מחשבה 'וואס דארף איך טון?' זאלט איר געדענקען וואס צו טון; מען דארף איין זאך טון, זאגן: "יישר כח אייבערשטער"; דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


אינעם יום החופה זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן אז איר האלט שוין דא, איר שטייט שוין אינעם טאג פון אייער חופה.


איר האט מיר געבעטן א תפלה וואס צו בעטן ביום החופה:


"רבונו של עולם, איך דאנק דיר זייער; דו ביסט אזוי גוט צו מיר, דו געבסט מיר אלעס, איך דאנק דיר אז איך בין זוכה חתונה צו האבן.


העלף מיר רבונו של עולם אז מיין גאנץ לעבן זאל איך האבן אמונה; איך, מיין מאן, מיינע קינדער און אייניקלעך זאלן האבן א שטארקע, ריינע און קלארע אמונה אין דיר; איך מיט מיין משפחה זאלן זיין צוגעבינדן צו הייליגע צדיקים, צום הייליגן רבי'ן.


הייליגער באשעפער, העלף אלע אידן זאלן זיין געזונט, אלע זאלן האבן שפע, פרנסה בריווח. הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף אונז, דערבארעם זיך אויף דיינע קינדער, לייז אונז שוין אויס פונעם גלות".


אזוי זאלט איר בעטן און צולייגן אייערע אייגענע תפילות, אבער אן קיין לחץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אויפשטעלן מיט אייער חתן א ליכטיגע שטוב, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, אמן.


 

#46 - העלף ארויס דעם חתן איינצוקויפן פאר זיין חתונה
צדקה, מוסדות, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט פאר די מוסד. א דאנק פאר'ן איבערנעמען די טראנספארטעישן; דו טראגסט די אחריות אז אלע זאלן זיין צייטליך און אכטונג געבן אויף די נכסים פון ישיבה, אלע עלטערן באדאנקען זיך פאר'ן מאכן טראנספארטעישן אין די טאג פון די שניי.


איך וויל דיר בעטן זאלסט העלפן דעם חתן ... נרו יאיר ער זאל קענען איינקויפן פאר זיין חתונה. ער האט חתונה אין צוויי וואכן ארום ואין בידו לפורטה אפילו שוה פרוטה, ער וואלט ווען געקענט האבן היינט אוועקגעלייגט געלט אזוי ווי אנדערע בחורים וואס זארגן פאר זיך און גייען ארבעטן, למעשה האט ער זיינע אלע יארן נאר געזארגט פאר די מוסד, אנגעהויבן מיט'ן זיין א מלמד, שפעטער געדרייווט, ועל כולם די לעצטע צוויי יאר, זייט מען האט געעפנט די שטעטל - האט ער זיך אוועקגעגעבן כל כולו פאר'ן שטעטל.


זע עס זאל זיין בדרך כבוד.


 

#45 - יישר כח פאר'ן צושטעלן עסן פאר אנשי שלומינו בעת שמחתם
הכרת הטוב, חתונה, שמחות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


בשם אונזער גאנצע קהילה טוען מיר זיך באדאנקען פאר אייך פאר'ן ארויסהעלפן מיט'ן צושטעלן עסן פאר אנשי שלומינו בעת שמחתם, איר ארגאניזירט אלע משפחות זאלן זיך באטייליגן ווען עס איז דא א חתונה, א בר מצוה, א שבת שבע ברכות - עס זאל נישט קאסטן קיין געלט פאר די מחותנים.


 יעצט קומט נאך פיר חתונות איינס נאכן צווייטן. מיטוואך פרשת תרומה מאך איך בעזר ה' חתונה, א וואך נאכדעם - דינסטאג פרשת תצוה איז דא נאך א חתונה, פון החתן ..., א וואך נאכדעם - מאנטאג כי תשא מאכט דער מנהל ... חתונה און זונטאג ויקרא - ראש חודש ניסן איז די חתונה פון ... בן הרב ר' ...


איך האף איר וועט קענען ווייטער זארגן פאר אנשי שלומינו עס זאל זיין בחנם די יום החתונה; איר וועט פרעגן משפחות ווער עס קען העלפן מיט א קוגל וכדומה, מען שטעלט נאר צו פאר די נאנטע משפחה, געשוויסטער פון די מחותנים.


אויך וויל איך מאכן די סעודת פורים אום מוצאי שבת פאר אנשים ונשים; וויל איך אייך בעטן אויב מען קען דאס אויך אינזין האבן.


יישר כח


 

#44 - דאס נארישקייט פון אויסגעבן געלט פאר דמיונות
הכרת הטוב, אידיש געלט, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן חתונה מאכן מיין זון הרב אלחנן חיים נרו יאיר; אינעם זכות פון צדקה, הכנסת כלה - זאלסטו האבן גרויס שפע.


איך לאדן דיר פערזענליך צו די חתונה; די חתונה וועט פארקומען מיטוואך פרשת תרומה אין ישיבה.


מיר האלטן יעצט ביי די צוואנציגסטע חתונה אין ישיבה; יעדע פאר חדשים קומט א צווייטער מיט א גראגער און הייבט אן גראגערן מיט נייע פלענער ווי אזוי צו ראטעווען מחותנים פון קראנק ווערן, אבער אויף למעשה דארף מען דעם רבי'ן, דער רבי עפנט אויף די אויגן מען זאל זען דאס נארישקייט פון אויסגעבן געלט פאר אביסל כח המדומה.


אנשי שלומינו מאכן חתונה אין בית המדרש; עס קאסט נישט קיין געלט, די חתונה איז הערליך שיין, עס פעלט גארנישט - נאר חובות.

#43 - איך האף אז אלעס איז אין ארדענונג ביי דיר
תכלית, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף מאך איך חתונה מיין טייערער זון הרב אלחנן חיים נרו יאיר, די חתונה וועט פארקומען אין ישיבה מיטוואך פרשת תרומה; איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט זיך באטייליגן ביי די שמחה מיט דיין משפחה.


איך בענק זיך נאך דיר, איך האב דיר שוין לאנג נישט געזען, איך האף אז אלעס איז אין ארדענונג ביי דיר.


איך וואונדער זיך אויב דו לערנסט נאך דיינע שיעורים כסדרן, מקרא, משנה, גמרא וכו', וכו'; איך געדענק די התמדת התורה דיינע, ווי דו פלעגסט זיצן אין בית המדרש מיט'ן משניות, מיט'ן גמרא.


איך האף איך וועל דאס נאך זוכה זיין צו זען.


 

#42 - ווען איר גרייט זיך צו די חתונה זאלט איר אכטונג געבן אויף אייערע עלטערן
כיבוד אב ואם, חתונה, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


הכלה ... תחי', תלמידה בית פיגא


מזל טוב פאר אייער שידוך! דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו ליכטיגע דורות אינאיינעם מיט אייער טייערער חתן.


יעצט ווען איר גרייט זיך צו די חתונה זאלט איר אכטונג געבן אויף אייערע עלטערן; עס איז נישט ווערד די גאנצע חתונה האבן אויב מען טוט וויי די מאמע, עס איז נישט ווערד די גאנצע לעבן וויי צו טון טאטע מאמע. אז אייער מאמע וויל אייך קויפן איין זאך און איר ווילט א צווייטע זאך, זאלט איר זיך נישט קריגן, איר קענט איינמאל זאגן שיינערהייט: "מאמי, איך וויל זייער שטארק די קלייד, די שיך וכו'", און אז אייער מאמע וויל אנדערש - זאלט איר גיין ווי זי וויל.


פארגעסט נישט, נאך אביסל זענט איר די מאמע; נאך אביסל וועט איר זאגן פאר אייערע קינדער וואס צו טון, ווי אזוי וועט איר זיך שפירן ווען אייער קינד וועט זיך אוועק גיין, זי וועט נישט וועלן רעדן מיט אייך? זי וועט נישט אננעמען וואס איר זאגט?


איך האף איר וועט אננעמען מיין בריוו, וועט אייך גוט זיין.

#41 - העלפן מאכן די האר ביי חתונות אין ישיבה
מוסדות, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, י"ב שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית יואל


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן גוטע גרוסן פונעם חדר; איך האף צום אייבערשטן צו עפענען א סקול פאר מיידלעך בקרוב.


בנוגע וואס איר ווילט העלפן מאכן די האר ביי חתונות אין ישיבה; ביטע זיך פארבינדן מיט אונזער מנהלת, זי טיילט איין די ארבעט ביי די עזרת נשים.

#40 - באנעמט זיך מיט יעדעס קינד ווי אן איינציג קינד
מוסדות, הכרת הטוב, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ו' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', טיטשער בית פיגא וויליאמסבורג


איך בין אייך זייער דאנקבאר פאר'ן העלפן די מוסד אזוי געטריי.


איר זענט זייער געטריי צו די תלמידות, איר געבט זייער אכטונג אויף זיי, איר באנעמט זיך מיט יעדעס קינד ווי אן איינציג קינד.


אויך דאנק איך אייך פאר'ן העלפן מיט די חתונות אין ישיבה, ביי די פרויען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.

#39 - נישט דרייען מיט א ברסלב'ע פאן ביי א חתונה
הפצה, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ז טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז זייער שיין און וואויל דיינע פרישע געדאנקען מיט וואס דו קומסט אויף יעדע שני וחמישי וכו', אבער דאס דארף זיין מיט שכל; צום ביישפיל, האסט געמאכט פענער אויפגעשריבן דערויף "ברסלב"...; דאס איז זייער פיין און זייער שיין בשעת עס טוט זיך אין די גאסן, מענטשן זענען פארקאכט אין פאליטיק; דער לייגט אזא פאן און א צווייטער א צווייטע פאן - קומסטו מיט א ברסלב'ער פאן, אבער עס דארף זיין מיט שכל.


ביי די פאריגע חתונה אין ישיבה האסטו גענומען אפאר בחורים זיי זאלן דרייען מיט די פאן; זיי מיר מוחל, עס האט אויסגעזען מער ווי א פראטעסט ווי א חתונה, מענטשן זענען געקומען וואונטשן מזל טוב, זיי האבן געזוכט וואו עס איז די חתונה, עס האט אויסגעזען ווי אן הפגנה; די זיידעס און משפחה שטייען אין דער זייט, זיי ווייסן נישט וואס צו טראכטן, אזוי אויך איך.


ווילסט עוסק זיין אין הפצה - זאלסטו נעמען גליונות, ספרים און קונטרסים און דאס פארשפרייטן. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי מענטשן זענען זיך מחי' מיט דעם, מענטשן זאגן אז די ספרים עצתו אמונה איז פאר זיי ווי לופט צום לעבן, זיי נעמען דאס פאר זייער וועג ווייזער.


נייע זאכן זאלסטו מאכן מיט שכל.