בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8 - אויב מ'האט נישט קיין געפיל אין שטוב, איז דאס די אייגענע פראבלעם
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, שלום בית, קברי צדיקים, תשובה, פרנסה, ספרי ברסלב, ראש ישיבה, שמחות, כעס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא (בא"י בהעלותך), י"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


ביי מיר איז יעצט פרייטאג אינדערפרי, אבער ביי ענק איז שוין כמעט שבת, וועל איך זיך צויאגן און ענק שרייבן אפאר ווערטער, וואס מיר האבן נעכטן גערעדט ביים ליל שישי שיעור.


ביי אונז אין אמעריקא גייט די וואך פרשת נשא, מיר זענען נאכאלץ אפגעררוקט פון אייך א פרשה. די וואך האבן מיר אין די פרשה, דער אייבערשטער בענטשט אונז (במדבר ו, כד): "יְבָרֶכְךָ ה' וְיִשְׁמְרֶךָ", זאגט רש"י, 'יברכך' - איך בענטש דיר מיט דיין פארמעגן, 'וישמרך' - איך היט דיר פון מזיקין זיי זאלן נישט אוועקנעמען דיין געלט; מוהרא"ש זאגט, דא איז מרומז וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סח): "יֵשׁ מִדָּה אַחַת שֶׁמַּפְסֶדֶת וּמְאַבֶּדֶת מֵהֶם הַמָּמוֹן, וְהִיא מִדָּה רָעָה מְגֻנָּה" עס איז דא א שלעכטע מידה וואס איז גורם מען זאל נישט באקומען קיין געלט, ווייל לעולם וואלט דאך יעדער איד געדארפט האבן געלט, פארוואס האט מען נישט קיין געלט? ווייל געלט קומט פון די זעלבע פלאץ פון וואו כעס קומט, און ווען עס איז באשערט פאר דעם מענטש געלט, קומט דער יצר הרע און שטעלט אונטער א נסיון פון כעס און עס ווערט פון געלט – כעס, השם ישמרינו.


דאס זאגט די תורה "יְבָרֶכְךָ ה'" - דער אייבערשטער זאל דיך בענטשן מיט געלט, און גלייך געבט די תורה נאך א ברכה "וְיִשְׁמְרֶךָ", - און ער זאל דיך היטן פון כעס כדי דו זאלסט נישט פארלירן דאס געלט.


ווי אזוי איז מען זוכה צו דעם - זיך נישט אויפרעגן? נאר דורך אמונה! ווי מער מען חזר'ט אמונה, מען ווייסט און מען געדענקט אז אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא גארנישט אויסער אים, אלעס וואס פאסירט איז ער אליינס, אלעס שטעלט מען מיר א נסיון צו זען אויב איך וועל זיך פארלירן, נישטא גארנישט אויסער דעם אייבערשטן; עס איז נישט מיין ווייב, עס איז נישט מיינע קינדער, עס איז נישט די שכינים און חברים, עס איז אלעס דער אייבערשטער; ווי מער מען חזר'ט דאס, מען לעבט מיט אמונה - דאס נעמט אוועק כעס.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קה:): "כל הכועס כאילו עובד עבודה זרה", ווער עס איז בכעס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה; פארוואס איז דאס אזוי ווי עבודה זרה? ווייל מען קען נישט זיין בכעס נאר ווען מען פארגעסט פון אייבערשטן, מען מאכט א מציאות פון אנדערע זאכן, דאס איז ממש עבודה זרה.


די עצה צו אמונה איז לערנען דעם רבינ'ס ספרים, זיך מאכן שיעורים אין רבינ'ס ספרים און פאלגן די עצות. כאפט אן א משל, די עצה פון התבודדות; אזא ליכטיגע עצה, אזא זיסע עצה, אזא גרינגע עצה - מען זאל זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, אים אלעס דערציילן, אים בעטן: "הייליגער באשעפער, וואס וועט דא זיין, וואס וועט זיין מיט מיר, וואס וועט זיין פון מיר, איך בין אזוי ווייט פון דיר, העלף מיר, געב מיר אמונה, געב מיר דעת, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר; הייליגער באשעפער, וואס רעג איך זיך? וואס גיפט איך זיך? וואס איז מיט מיר?!


רבונו של עולם, העלף מיר, שיין אריין אין מיר א שטארקע אמונה, איך זאל געדענקען אז אלעס ביסטו, דו ביסט מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדֶךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם, דער אייבערשטער איז איבעראל, אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז נישט דא קיין שום מציאות אויסער דעם אייבערשטן, אין יעדע איינציגסטע תנועה געפונט זיך דער אלופו של עולם".


דאס איז אביסל וואס מיר האבן גערעדט נעכטן נאכט. אויך האבן מיר גערעדט פון אכטונג געבן אין שטוב, מען זאל רעדן שיין אין שטוב, ווייך און הארציג; מיט א ווייב קריגט מען זיך נישט, מיט א ווייב טענה'ט מען נישט. אויב מען שפירט ווי מען האט נישט קיין געפיל אין שטוב - איז דאס די אייגענע פראבלעם, דאס איז נישט איר פראבלעם. אזוי ווי דער גיבור האט געזאגט פאר די מענטשן פון די מדינה פון עשירים, ווען זיי האבן געזאגט עפעס שטינקט, האט ער זיי געזאגט (מעשה יב, די מעשה פונעם בעל תפילה): "איר זעט דאך אז עס איז גארנישט פארהאן א זאך וואס זאל שטינקען, מוז בודאי זיין אז איר אליינס שטינקט, ווארן דא איז נישט דא קיין שום זאך וואס זאל שטינקען"; אזוי אויך, ווען מען ווערט פארעקלט אין שטוב, מען האט נישט מער קיין געפיל; וואס איז געשען פלוצלונג?!


איך האב אינגעלייט וואס זאגן מיר: "איך האב אזא שיינע לעבן, איך בין אזוי צופרידן פון מיין ווייב, פון מיינע קינדער", א טאג שפעטער טרעף איך אים מיט א לאנגע נאז, ברוגז, אנגעבלאזן; פרעג איך אים: "וואס גייט פאר?" זאגט מיר: "איך ווער צעדריידט פון מיין ווייב, איך זיך א וועג פטור צו ווערן פון איר, אלעס האט א שיעור!" פרעג איך אייך: "ווי קען דאס זיין, נעכטן האט ביי אים געשיינט אלע ש"י עולמות, ער איז געווען אזוי פרייליך, אזוי צופרידן, ווי קען זיין א טאג שפעטער זאל זיין דאס פארקערטע? מוז זיין אז ער אליינס שטונקט"; דארף מען תשובה טון, גיין שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר, איך וויל זיין אפגעהיטן פון עבירות, איך וויל היטן מיין מח מחשבה, איך וויל זיין ערליך" - דעמאלט שיינען צוריק אלע ליכטיגקייטן.


עס ווערט שוין שבת ביי אייך, איך דארף נאך אניאגן צו שיקן די בריוו אויף אימעיל מען זאל דאס נאך קענען ארויספרינטן און ברענגען אין שול.


די וואך שבת יער איך זיך, מיין געבורטס טאג איז י"ב סיון, עס איז אין די טעג פון די ימי תשלומין. דאס לערנען מיר אין ישיבה, מען זאל וויסן אז מען קען נאך משלים זיין, מען קען נאך פאררעכטן.


איך בעט אייך, ווען איר זענט ביי מקומות הקדושים בעטס פאר מיר איך זאל האבן כח ווייטער אנצוגיין מיט'ן משמש זיין דעם רבי'ן, משמש זיין מוהרא"ש.


די וואך וועט ביי ענק זיין א חתונה פון א תלמיד הישיבה, זייער א חשוב'ער חתן. ער ווערט אן איידעם ביי ר' שמעון שפירא. דער מחותן האט מיר געשריבן א בריוו וואו ער בעט זיך איך זאל אים מאכן א שידוך פאר זיין טאכטער א בחור פון ישיבה, ער פארשטייט וואס דא טוט זיך, ער האט א געפיל אין ישיבה.


א גוט שבת.

#7 - נישט רייסן די האר ווען מען האט צרות
תפילה והתבודדות, צרות, אמונה, התחזקות, שבת קודש, כעס, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', בית שמש


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען מעג זיך אויסוויינען צום אייבערשטן שבת. עס ווערט געברענגט אין די פוסקים (שלחן ערוך אורח חיים, סימן רפח, בטורי זהב סעיף קטן ב) ווער עס האט א תאוה זיך צו מתבודד זיין און זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, אזוי אויך ווער עס וויל תשובה טון פון ליבשאפט צום אייבערשטן וכו', - מעג דאס טון שבת קודש, ווייל דאס איז אן עונג שבת; צו שפירן די זיסע, איינגענעמע און געשמאקע טעם פון זיין נאנט צום אייבערשטן.


ווען עס גייט אריבער אויף אייך צרות - זאלט איר נישט רייסן אייערע האר. עס איז דא א לאו אין די תורה אז מען טאר נישט אויספליקן האר פון צער ווען איינער שטארבט (ויקרא כא, ה), און די פוסקים זאגן אז אויב מען רייסט די האר ווען מען גייט אריבער א שווערע צרה איז דאס אויך אן עבירה (ש"ך יורה דעה סימן קפ, סעיף קטן ט, בשם הב"ח).


אז עפעס גייט אייך נישט גוט - זאלט איר זאגן: "גַּם זוּ לְטוֹבָה", דאס איז אויך גוט; זאגט: "כָּל מַה דְּעָבֵיד רַחְמָנָא לְטַב עָבֵיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט - איז גוט; רייסט נישט אייער האר, פליקט נישט אויס אייערע האר, עס איז נישט גוט.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן א שטארקע אמונה, איר זאלט שפירן דעם אייבערשטן טאג און נאכט - וועט איר נישט ווערן אזוי אין כעס ווען זאכן גייען נישט ווי אזוי איר ווילט. ווייל ווען מען גלייבט און מען ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער טוט אלעס און ער איז אלעס - דעמאלט ווערט מען נישט פארלוירן ווען זאכן גייען פארקערט ווי מען וויל, מען ווערט נישט פארלוירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - זיי ממשיך אין הפצה מיט א שטארקייט, אבער קריג זיך נישט מיט קיינעם
תפילה והתבודדות, הפצה, מחלוקת, מדות טובות, עזות, כעס, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


שטארק זיך אין דיין הייליגע ארבעט, דו לערנסט און דאווענסט זייער שיין, דיין התנהגות איז אויסנאם, דו מאכסט נאר נחת פאר אלעמען.


זיי ממשיך אין הפצה, גיי ווייטער מיט א שטארקייט און א שטורעם פארפלייצן די ספרים, קונטרסים, גליונות, קארטלעך, סידיס וכדומה לזה; דאס ברענגט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן.


איך וויל דיר אבער בעטן, קריג זיך נישט מיט קיינעם; אז איינער איז אן עזות פנים, איינער צערייסט די ספרים - זאלסטו זיך נישט וויסנדיג מאכן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם"; דאס וועט סיי ווי מקוים ווערן, דו קריג זיך נישט.


איך האב נישט ליב צו הערן דיינע מעשיות ווי דו האסט דעם אויסגעבויגן דעם האנט און יענעם צובלוטיגט, אפילו דו זאלסט זיין הונדערט פראצענט גערעכט; דאס איז נישט אונזער וועג, אונזער וועג איז ישמע בזיונו ידום וישתוק.


דער אייבערשטער נעמט זיך אן פאר די כבוד פון צדיקים; עס איז דא אזויפיל שרעקעדיגע מעשיות פון מענטשן וואס האבן באקומען א שרעקליכער עונש פון פארשעמען א איד, פארשעמען א מפיץ. איך ווייס א מעשה, איינער האט צעריסן אין בית המדרש בפני קהל ועדה ספרים פון מוהרא"ש מיט א מורא'דיגער בזיון און גלייך נאכדעם האט ער זיך בטעות אפגעזויגן מיט אן עלעקטערישער זעג זיינע פינגערס השם ישמרינו; אזוי זענען דא כמה מעשיות פון שווערע עונשים לא עלינו.


דו גיי ווייטער הפצה, זיי מחזק אידישע קינדער, גיי מיט א שטאלץ מיט'ן גאנצן שטורעם, אבער אז דו טרעפסט א שיכור, א מנוול - זאלסטו נישט זוכן צו מנצח זיין, נאר מקיים זיין וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", ווער עס אנטלויפט פון א צרה איז קלוג.


איך האף דו וועסט מיר דערציילן פון היינט און ווייטער שיינע מעשיות ווי מענטשן האבן זיך באדאנקט, און שיינע מעשיות ווי מענטשן האבן דיר פארשעמט און דו האסט נישט געענטפערט.


רבי נתן האט געהאט די מעגליכקייט צו פארשיקן זיינע מתנגדים קיין סיביר, דאך האט ער געזאגט: "איך וויל נישט, איך וויל ענדערש זיין פון די גע'רודפ'טע ווי איידער זיין פון די וואס רודפ'ן יענעם".


בשעת דו גייסט הפצה זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זינג, ברום, מורמל ארויס שטילערהייט ווערטער - וועסטו נישט ווערן גערעגט אויב מען נעמט נישט.

#5 - מעשיות פון רבי'ן וואס מ'קען זיך אפלערנען פון דעם
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, כעס

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך וויל איך שרייבן פאר די קינדער די מעשה וואס האט פאסירט ביים רבי'ן, ווען דער גבאי איז איינגעשלאפן און די עסן איז פארברענט געווארן, ווי דער רבי האט נישט געשריגן זיין נאמען, דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן אז ער וויל נישט קומען צו כעס, דעריבער האט ער גענומען ענדערש די וועג פון נישט שרייען, ווייל ווען מען שרייט יענעמ'ס נאמען און יענער מאכט זיך נישט וויסנדיג - ווערט מען בכעס.


איך לייג מעשיות פון רבי'ן וואס די קינדער קענען זיך אפלערנען פון דעם ווי צו אויסארבעטן די מידות און ווערן גרויסע צדיקים; דא האסטו די מעשה, איך האב עס געשריבן אויפ'ן וועג פאר קינדער:


רבי נתן שפאצירט זיך אזוי געלאסן, ער גייט צום רבי'ן, ער וויל הערן פון רבי'ן אביסל חיזוק; ער שמעקט א שווערע גערוך, עס שמעקט פון פייער, ער וואונדערט זיך 'פון וואו קומט דער גערוך?' ער הייבט אויף די אויגן און זעט א שווארצע רויעך ארויסקומען פון די פענסטער פון רבינ'ס שטוב, ער הייבט אן שרייען: "פייער! פייער! אוי וויי! עס ברענט!! וואו איז דער רבי?!"


רבי נתן לויפט אריין מיט איין אטעם, ער זעט ווי די גאנצע שטוב איז אנגעפולט מיט רויעך, דער גבאי האט איינגעדרימלט און בטעות האט ער געלאזט א קוגל אויפ'ן פייער און עס האט זיך פארברענט, דאס איז די שווארצע רויעך. רבי נתן נעמט ארויס די פארברענטע קוגל און טראגט עס ארויס אינדרויסן, ער עפנט אלע פענסטערס כדי די רויעך זאל ארויסגיין און גייט קוקן וואו דער רבי איז, אפשר שלאפט דער רבי.


ער קומט אריין אין רבינ'ס שלאף צימער און זעט ווי דער רבי ליגט אין בעט מיט א שמייכל; רבי נתן פארשטייט נישט וואס גייט דא פאר, ער פרעגט דעם רבי'ן מיט גרויס דרך ארץ: "רבי, איך פארשטיי נישט, יעצט ווען איך זע דעם רבי'ן אויף, דער רבי שלאפט נישט, דער רבי האט דאך מיט געהאלטן די מעשה, פארוואס האט דער רבי נישט געשריגן דעם גבאי'ס נאמען אים אויפצואוועקן ער זאל אראפנעמען די קוגל פון פייער? פארוואס ליגט דער רבי אין בעט שטיל?"


דער רבי שמייכלט און זאגט: "ווען מען רופט איינעם און יענער הערט נישט, זאגט מען העכער, און ווען יענער הערט נישט זאגט מען נאך העכער, ביז מען שרייט און מען רעגט זיך אויף יענעם; איך וויל זיך נישט אויפרעגן, איך וויל נישט ווערן בכעס, האב איך נישט געשריגן זיין נאמען, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל גארנישט פאסירן מיט קיינעם, און קוק ווי דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן".


טייערע קינדער, וואס לערנען מיר זיך פון די מעשה? מיר לערנען זיך ווי שטארק דער הייליגער רבי האט מורא געהאט פון צוקומען צו כעס; ער איז ענדערש געבליבן שטיל און געלאסן מיט די שלעכטע גערוך פון די פארברענטע עסן ווי איידער צוקומען זיך אויפצורעגן.


לאמיר אלע אינאיינעם בעטן דעם אייבערשטן, הייליגער באשעפער, אלע קינדער זאגן שיין: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיך קיינמאל נישט אויפרעגן, איך זאל ענדערש פארקוקן אויף זאכן וואס איז נישט באקוועם און זיך נישט אויפרעגן, הייליגער באשעפער איך וויל זיין א צדיק, איך וויל געדענקען אז עס קען גארנישט פאסירן מיט מיר, דו היטסט מיר".


לייג א בילד ווי דער רבי ליגט אין בעט מיט א שמייכל און דער גבאי שלאפט אין דער זייט אויף א בענקל, און עס גייט א רויעך פון טאפ אדער אויוון.


איך האב אסאך צו רעדן מיט דיר בנוגע ווי אזוי צו פירן דעם בית המדרש, ווי אזוי צו רעדן מיט די אינגעלייט, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#4 - בעט דעם אייבערשטן זאלסט זיך נישט אויפרעגן
תפילה והתבודדות, מדות טובות, כעס, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, תלמיד מחנה היכל הקודש ברסלב


דו ביסט א טייערער גוטער בחור, בעט דעם אייבערשטן זאלסט זיך נישט אויפרעגן, בעט אים יעדע זאך וואס דו דארפסט.


דער הייליגער רבי האט אויך געהאט די מדה פון כעס, ער האט דאס אזוי שטארק אויסגעארבעט, ביז עס האט אים שוין גארנישט געארט. אזוי אויך ביי אנדערע צדיקים, קיינער איז נישט געבוירן געווארן א מלאך, אלע האבן זיך געמוטשעט.


איך בעט דיר זייער, געב אכטונג אויף אלע קינדער און בחורים, האב רחמנות אויף יעדן איינעם – וועט דער אייבערשטער רחמנות האבן אויף דיר.


פון דיין ראש ישיבה.

#3 - אז דו ווילסט מאכן א לעבן, ביסטו געזונט און פריש
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, בחור, כעס, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור החשוב ... נרו יאיר.


דיין טאטע שרייבט מיר זייער שיינע זאכן אויף דיר, אז דו ביסט א קלוג קינד, א פרייליך קינד, נישט קיין פארשלאפענער; איך האב הנאה צו הערן אז דו פארשטייסט אן עסק, דו ביסט ווייט פון זיין א בטלן, דאס איז א סימן פון א געזונט קינד, אז מען האט ליב צו מאכן א לעבן.


יעדע זאך וואס דו דארפסט אין לעבן זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן, וואס מען בעט דעם אייבערשטן באקומט מען; אמאל באקומט מען דאס נאך איין מאל בעטן, אמאל נאך צוויי מאל און אמאל דארף מען אביסל ווארטן, אבער ביים סוף זעט מען גרויסע ניסים, מען באקומט וואס מען בעט.


איך ווייס מעשיות פון אינגעלייט וואס האבן נישט געהאט קיין געלט, זיי האבן זיך זייער געפלאגט; זיי פלעגן יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אויף זייער שפראך, אייגענע תפילות - אז דער אייבערשטער זאל זיי העלפן, ביז זיי זענען געווארן גרויסע עשירים, זיי האבן אלעס וואס זיי ווילן. אזוי אויך ווייס איך מעשיות פון ברסלב'ע חסידים וואס זיי האבן געוואלט האבן שיינע קארס, זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן און וואונדער איז געשען, זיי האבן שיינע באקוועמע קארס. אזוי זענען דא טויזנטער מעשיות פון אלע סארט בקשות ווי מען ווערט געהאלפן דורכ'ן בעטן דעם אייבערשטן.


זאלסט זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן ביי יעדע זאך; צום ביישפיל, ווען דו שפילסט א שפיל מיט דיינע חברים און דו ווילסט זייער שטארק אז דיין צד זאל געוואונען דעם שפיל, זאלסטו אינמיטן שפילן דעם שפיל בעטן א שטילע געבעט: "הייליגער באשעפער איך וויל געוואונען דעם שפיל, העלף מיר, העלף אונזער זייט מיר זאלן געוואונען", וועסטו זען עס וועט געשען וואונדער און דיין צד וועט געוואונען דעם שפיל. נאך א ביישפיל, אז דו ווילסט גיין אין א פלאץ שפילן און דו האסט נישט קיין וועג אהין צו גיין, אדער דיינע עלטערן ווילן נישט דו זאלסט גיין אהין, זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "אייבערשטער מאך א נס אז איך זאל האבן א וועג צו קענען גיין שפילן; העלף מיר אז מיינע עלטערן זאלן מיר לאזן גיין", וועסטו זען אז עס וועט געשען ניסים, דו וועסט האבן א וועג; דיינע עלטערן וועלן דיר העלפן, זיי וועלן מיט גיין מיט דיר.


אזוי אויך בעט דעם אייבערשטן אויף דיינע שוועריקייטן; דער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן כב) אז אין די יונגע יארן פלעגט ער זיך זייער שנעל אויפרעגן און ער פלעגט בעטן זייער אסאך דעם אייבערשטן אז ער זאל נישט האבן די מדה פון כעס, ער זאל זיך נישט אויפרעגן, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט אויסגעריסן זיינע שלעכטע נאטורן.


זיי מכבד דיין טאטע מאמע, אזוי ווי די תורה זאגט (שמות כ, יא): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ, לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ", ווער עס איז מכבד זיינע עלטערן וועט עסן פון די שכר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ווי אזוי זיך צו שטארקן איבער די נסיון פון כעס
סגולות, פרנסה, ספרי ברסלב, כעס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מברכים החודש, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן ביידע בריוו.


בנוגע זוכן א נייע ארבעט וכו'; איך האלט אז דו זאלסט בלייבן ביי די פלאץ וואו דו ארבעסט יעצט. אפילו זיי ציען זיך אוועק וכו' און עס וועט דיר נעמען מער צייט צו פארן און קומען וכו' דארפסט אויך קוקן אויף די אנדערע זייט, ווי צופרידן דו ביסט וכו'. א ברסלב'ער חסיד האט שטענדיג וואס צו טון און מען קען זיין דבוק צום אייבערשטן בשעת'ן פארן, מען קען זיך מתבודד זיין אינטערוועגנס.


מזל טוב פאר דיין סיום אויף 'מסכת יבמות'; יעדעס מאל דו שרייבסט מיר דיינע סיומים מאכסטו מיר פרייליך.


בנוגע זיך האלטן רואיג אין שטוב און אין ארבעט וכו' און נישט ווערן בכעס; פאלג דעם רבי'ן און פון היינט אן זאלסטו מקפיד זיין אויף 'פת שחרית'. יעדן אינדערפרי גלייך נאכ'ן דאווענען, פאר דו גייסט ארבעטן - זאלסטו זיך וואשן אויף פרישטאג. אנשי שלומינו זענען זייער מקפיד צו עסן פת שחרית גלייך נאכ'ן דאווענען, דאס וועט דיר ראטעווען פון די שלעכטע מדה פון כעס. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות כעס, סימן יז): "סְגֻלָּה לְכַעַס - שֶׁיֹּאכַל פַּת שַׁחֲרִית", פת שחרית איז מסוגל מען זאל נישט קומען צו כעס; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות לימוד, סימן מח): "עַל-יְדֵי פַּת שַׁחֲרִית תַּלְמוּדוֹ מִתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְזוֹכֶה לִלְמֹד וּלְלַמֵּד", פת שחרית איז מסוגל מען זאל קענען לערנען, געדענקען דאס לערנען און אויך צו האבן הצלחה מיט'ן פארלערנען פאר תלמידים.


נאך א עצה האב איך פאר דיר, לערן יעדן טאג די תורה אין ליקוטי מוהר"ן (חלק א', סימן סח) וואו דער רבי איז זייער שיין מסביר וואס עס פאסירט ווען מען רעגט זיך אויף. אז דורך כעס פארלירט מען די געלט, ווייל כעס און געלט קומען פון די זעלבע פלאץ; יעדעס מאל עס איז באשערט עס זאל קומען אויף א מענטש א רייכטום קומט דער יצר הרע – וואס וויל נישט דער מענטש זאל רייך ווערן – און ברענגט אים א נסיון פון כעס, און ווען דער מענטש רעגט זיך אויף פארלירט ער די גאנצע עשירות וואס ער האט געדארפט באקומען, און דער רבי איז ממשיך אז כעס איז אזא שטארקע נסיון אז אפילו דער מענטש ווייסט אז דורך די כעס וועט ער פארלירן זיין עשירות - דאך רעגט ער זיך אויף; לערן יעדן טאג די תורה, זאלסט זיך גוט מתבודד זיין אויף די תורה און זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, וועט דיר שוין נישט גליסטן זיך אויפצורעגן.


טייערער ליבער ... נרו יאיר, וויסן זאלסטו אז אלע רפואות, עצות און סגולות ליגן אינעם רבינ'ס תורות - אין ליקוטי מוהר"ן; דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וְאָמַר בְּזוּ הַלָּשׁוֹן: "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען"; און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד; דערפאר זאלסטו לערנען די תורה פון כעס (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סח) און זיך גוט אויסוויינען דערביי צום אייבערשטן, וועסטו זוכה זיין צו האבן סבלנות.


א גריס פון דיינע זיסע קינדער.

#1 - ווי אזוי ארבעט מען אויף שלעכטע מדות?
מדות טובות, כעס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פ' יתרו, י"ז שבט, יומא דהילולא של מוהרא"ש זצוק"ל שנת תשע"ט לפ"ק


 


מרת ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נעמט די עצה וואס דער רבי האט געזאגט פאר ר' שמואל אייזיק זכרונו לברכה; אמאל האט אים דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תמא): "וועגן אביסל בלוט זאלסטו פארלירן די וועלט און יענע וועלט? קרעכץ עס אויס!"


וויסן זאלט איר אז יעדער מענטש ווערט געבוירן מיט מידות וואס מען דארף אויסארבעטן. דאס וואס א מענטש מיינט שטענדיג אז אלעס קומט זיך אים, און אז ער איז אייביג גערעכט דאס קומט פון די בלוט וואס מען האט נאך נישט אויסגעארבעט. אויף דעם האט אונז דער רבי געגעבן אן עצה פון "התבודדות"; דאס הייסט אז א מענטש זאל זיך אויסשמועסן זיין הארץ פארן אייבערשטן, ער זאל זאגן פאר'ן אייבערשטן ווי שטארק עס באדערט אים אז ער האט די נישט גוטע מידה וכו' וכו', נאר דאס איז די וועג ווי אזוי מען קען אויסארבעטן א מידה. למשל אז א מענטש איז געשלאגן מיט די מידה פון כעס, ממש געפערליך, ער רעגט זיך אויף און ער פארלירט זיך וכו' איז נאכדעם ווען ער קומט צו זיך, ער כאפט זיך וואס ער האט געטון דארף ער דאס אויסרעדן צום אייבערשטן.


מוהרא"ש האט דערציילט אז פאר'ן קריג זענען אנגעקומען בחורים פון פוילן קיין אומאן און ווען די קריג האט אויסגעבראכן זענען זיי שטעקן געבליבן אין אומאן, וויבאלד זיי האבן נישט געהאט וואו צו וואוינען האבן זיי זיך מסדר געווען אינעם קלויז. דער שמש האט דאס נישט ליב געהאט און ער פלעגט זיי ארויסטרייבן און שרייען אויף זיי: "גייט אייך פון דאנעט!" שפעטער פלעגט מען הערן ווי ער וויינט ביים רבינ'ס ציון: "רבונו של עולם, וואס וויל איך פון די בחורים? וואס שריי איך אויף די בחורים? זיי האבן דאך נישט קיין שטוב, זיי זענען דא פארווארפן", נאכדעם האט מען געמיינט און מען איז געווען זיכער אז דער שמש וועט מער נישט שרייען אויף זיי, אבער אביסל שפעטער האט זיך דאס איבער גע'חזר'ט נאכאמאל און נאכאמאל, ער האט זיך גערעגט אויף זיי און נאכדעם געמאכט התבודדות פארוואס ער רעגט זיך, האט מוהרא"ש געזאגט: "דאס איז א ברסלב'ער חסיד, אפילו ער פארלירט זיך נאכאמאל און נאכמאל גייט ער אלץ צוריק צום אייבערשטן און בעט דער אייבערשטן 'העלף מיר באשעפער איך זאל זיך נישט אויפרעגן'".


דאס איז די עצה פאר שלעכטע מידות, דאס צו דערציילן פאר'ן אייבערשטן; אין אנהייב איז דאס זייער שווער ווייל דער מענטש וויל זיך נישט זען אין שפיגל ווי אזוי ער איז נאקעט וכו', עס איז גרינגער אוועק צו דרייען דעם שמועס אויף סתם תפילות ובקשות, דעריבער וועט דאס זיין שווער אויס צו דערציילן. אבער אז מען ברעכט דאס דורך, מען טוט זיך אויס פארן אייבערשטן און מען דערציילט פאר'ן אייבערשטן אלע שלעכטע מחשבות און שלעכטע נאטורן, יעדן טאג נעמט מען אפאר מינוט און מען בעט דעם אייבערשטן: "וואס וועט זיין מיט מיר? איך האב די שלעכטע מידה און דאס האב איך געטון צוליב דאס", ווערט דאס בעסער, און מיט די צייט ארבעט מען אינגאנצן אויס די מידות.


דאס האט דער רבי געזאגט פאר ר' שמואל אייזיק: "שמואל אייזיק, וועגן אביסל בלוט זאלסטו פארלירן די וועלט און יענע וועלט? קרעכץ עס אויס!"


איך האב הנאה יעדעס מאל איר שרייבט מיר.