בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת נשא (בא"י בהעלותך), י"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו
ביי מיר איז יעצט פרייטאג אינדערפרי, אבער ביי ענק איז שוין כמעט שבת, וועל איך זיך צויאגן און ענק שרייבן אפאר ווערטער, וואס מיר האבן נעכטן גערעדט ביים ליל שישי שיעור.
ביי אונז אין אמעריקא גייט די וואך פרשת נשא, מיר זענען נאכאלץ אפגעררוקט פון אייך א פרשה. די וואך האבן מיר אין די פרשה, דער אייבערשטער בענטשט אונז (במדבר ו, כד): "יְבָרֶכְךָ ה' וְיִשְׁמְרֶךָ", זאגט רש"י, 'יברכך' - איך בענטש דיר מיט דיין פארמעגן, 'וישמרך' - איך היט דיר פון מזיקין זיי זאלן נישט אוועקנעמען דיין געלט; מוהרא"ש זאגט, דא איז מרומז וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סח): "יֵשׁ מִדָּה אַחַת שֶׁמַּפְסֶדֶת וּמְאַבֶּדֶת מֵהֶם הַמָּמוֹן, וְהִיא מִדָּה רָעָה מְגֻנָּה" עס איז דא א שלעכטע מידה וואס איז גורם מען זאל נישט באקומען קיין געלט, ווייל לעולם וואלט דאך יעדער איד געדארפט האבן געלט, פארוואס האט מען נישט קיין געלט? ווייל געלט קומט פון די זעלבע פלאץ פון וואו כעס קומט, און ווען עס איז באשערט פאר דעם מענטש געלט, קומט דער יצר הרע און שטעלט אונטער א נסיון פון כעס און עס ווערט פון געלט – כעס, השם ישמרינו.
דאס זאגט די תורה "יְבָרֶכְךָ ה'" - דער אייבערשטער זאל דיך בענטשן מיט געלט, און גלייך געבט די תורה נאך א ברכה "וְיִשְׁמְרֶךָ", - און ער זאל דיך היטן פון כעס כדי דו זאלסט נישט פארלירן דאס געלט.
ווי אזוי איז מען זוכה צו דעם - זיך נישט אויפרעגן? נאר דורך אמונה! ווי מער מען חזר'ט אמונה, מען ווייסט און מען געדענקט אז אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא גארנישט אויסער אים, אלעס וואס פאסירט איז ער אליינס, אלעס שטעלט מען מיר א נסיון צו זען אויב איך וועל זיך פארלירן, נישטא גארנישט אויסער דעם אייבערשטן; עס איז נישט מיין ווייב, עס איז נישט מיינע קינדער, עס איז נישט די שכינים און חברים, עס איז אלעס דער אייבערשטער; ווי מער מען חזר'ט דאס, מען לעבט מיט אמונה - דאס נעמט אוועק כעס.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קה:): "כל הכועס כאילו עובד עבודה זרה", ווער עס איז בכעס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה; פארוואס איז דאס אזוי ווי עבודה זרה? ווייל מען קען נישט זיין בכעס נאר ווען מען פארגעסט פון אייבערשטן, מען מאכט א מציאות פון אנדערע זאכן, דאס איז ממש עבודה זרה.
די עצה צו אמונה איז לערנען דעם רבינ'ס ספרים, זיך מאכן שיעורים אין רבינ'ס ספרים און פאלגן די עצות. כאפט אן א משל, די עצה פון התבודדות; אזא ליכטיגע עצה, אזא זיסע עצה, אזא גרינגע עצה - מען זאל זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, אים אלעס דערציילן, אים בעטן: "הייליגער באשעפער, וואס וועט דא זיין, וואס וועט זיין מיט מיר, וואס וועט זיין פון מיר, איך בין אזוי ווייט פון דיר, העלף מיר, געב מיר אמונה, געב מיר דעת, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר; הייליגער באשעפער, וואס רעג איך זיך? וואס גיפט איך זיך? וואס איז מיט מיר?!
רבונו של עולם, העלף מיר, שיין אריין אין מיר א שטארקע אמונה, איך זאל געדענקען אז אלעס ביסטו, דו ביסט מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדֶךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם, דער אייבערשטער איז איבעראל, אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז נישט דא קיין שום מציאות אויסער דעם אייבערשטן, אין יעדע איינציגסטע תנועה געפונט זיך דער אלופו של עולם".
דאס איז אביסל וואס מיר האבן גערעדט נעכטן נאכט. אויך האבן מיר גערעדט פון אכטונג געבן אין שטוב, מען זאל רעדן שיין אין שטוב, ווייך און הארציג; מיט א ווייב קריגט מען זיך נישט, מיט א ווייב טענה'ט מען נישט. אויב מען שפירט ווי מען האט נישט קיין געפיל אין שטוב - איז דאס די אייגענע פראבלעם, דאס איז נישט איר פראבלעם. אזוי ווי דער גיבור האט געזאגט פאר די מענטשן פון די מדינה פון עשירים, ווען זיי האבן געזאגט עפעס שטינקט, האט ער זיי געזאגט (מעשה יב, די מעשה פונעם בעל תפילה): "איר זעט דאך אז עס איז גארנישט פארהאן א זאך וואס זאל שטינקען, מוז בודאי זיין אז איר אליינס שטינקט, ווארן דא איז נישט דא קיין שום זאך וואס זאל שטינקען"; אזוי אויך, ווען מען ווערט פארעקלט אין שטוב, מען האט נישט מער קיין געפיל; וואס איז געשען פלוצלונג?!
איך האב אינגעלייט וואס זאגן מיר: "איך האב אזא שיינע לעבן, איך בין אזוי צופרידן פון מיין ווייב, פון מיינע קינדער", א טאג שפעטער טרעף איך אים מיט א לאנגע נאז, ברוגז, אנגעבלאזן; פרעג איך אים: "וואס גייט פאר?" זאגט מיר: "איך ווער צעדריידט פון מיין ווייב, איך זיך א וועג פטור צו ווערן פון איר, אלעס האט א שיעור!" פרעג איך אייך: "ווי קען דאס זיין, נעכטן האט ביי אים געשיינט אלע ש"י עולמות, ער איז געווען אזוי פרייליך, אזוי צופרידן, ווי קען זיין א טאג שפעטער זאל זיין דאס פארקערטע? מוז זיין אז ער אליינס שטונקט"; דארף מען תשובה טון, גיין שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר, איך וויל זיין אפגעהיטן פון עבירות, איך וויל היטן מיין מח מחשבה, איך וויל זיין ערליך" - דעמאלט שיינען צוריק אלע ליכטיגקייטן.
עס ווערט שוין שבת ביי אייך, איך דארף נאך אניאגן צו שיקן די בריוו אויף אימעיל מען זאל דאס נאך קענען ארויספרינטן און ברענגען אין שול.
די וואך שבת יער איך זיך, מיין געבורטס טאג איז י"ב סיון, עס איז אין די טעג פון די ימי תשלומין. דאס לערנען מיר אין ישיבה, מען זאל וויסן אז מען קען נאך משלים זיין, מען קען נאך פאררעכטן.
איך בעט אייך, ווען איר זענט ביי מקומות הקדושים בעטס פאר מיר איך זאל האבן כח ווייטער אנצוגיין מיט'ן משמש זיין דעם רבי'ן, משמש זיין מוהרא"ש.
די וואך וועט ביי ענק זיין א חתונה פון א תלמיד הישיבה, זייער א חשוב'ער חתן. ער ווערט אן איידעם ביי ר' שמעון שפירא. דער מחותן האט מיר געשריבן א בריוו וואו ער בעט זיך איך זאל אים מאכן א שידוך פאר זיין טאכטער א בחור פון ישיבה, ער פארשטייט וואס דא טוט זיך, ער האט א געפיל אין ישיבה.
א גוט שבת.