בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - דער כולל איז מיין גאנצע נחת
כשרות, כולל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן די נחת און פרייד וואס איך האב יעדעס מאל ווען איך קוק אריין אין כולל און איך זע ווי איר לערנט בהתמדה רבה.


 צומאל גיי איך ארויף אינמיטן טאג נאר צו כאפן א בליק און זיך אנפולן מיט נחת, נאכ'ן זיין פארנומען מיט אזויפיל זאכן וכו', - עס איז נישט גרינג צו עוסק זיין מיט מענטשן, מען קען פשוט אראפגיין פון זינען; די ישיבה – די בחורים, תלמוד תורה, בית פיגא, ועל כולם יונגעלייט, שלום בית וכו', וכו' – איז דער כולל מיין גאנצע נחת.


איך בעט דיר זייער זאלסט מקרב זיין מיינע זון החתן ... נרו יאיר ואחיו הבחור ... זיי זאלן לערנען פלייסיג גמרא והלכה; טוט מיט מיר דעם חסד וועל איך דיר שטענדיג מכיר טובה זיין.


בנוגע דעם הכשר וכו'; זיין ... האט איבער גענומען דעם געשעפט און עס האט מער נישט מיט ... נרו יאיר, ער נעמט א צווייטע הכשר, דארפן מיר מער נישט געבן דארט דעם הכשר.


איך האף אז דעם זוממער הבא עלינו לטובה וועסטו אויך לערנען מיט די יונגע בחורים הלכה; עס גייט מיר אין לעבן צו האבן תלמידים וואס לערנען הלכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - וועגן כשרות, צניעות, ליכט צינדען
כשרות, חיזוק פאר פרויען, צניעות, צדקה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט העכסט צופרידן פון די מלמדים פון אייערע זון און פון די טיטשערס פון אייערע טעכטער; איר אנערקענט די ארבעט וואס זיי לייגן אריין אין די קינדער.


מיר האבן זייער געטרייע מלמדים און טיטשערס וואס לייגן אריין זייער גאנצע הארץ אין די קינדער; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער האבן די ריכטיגע מלמדים און טיטשערס וואס וועלן אויפברענגען אונזערע קינדער בדרך התורה.


בנוגע הכשרים וכו'; זייער גוט טוט איר אז איר האט געמאכט א קבלה נאר צו עסן פלייש פון קהילת סאטמאר. מוהרא"ש שרייבט אזוי אין שאלות ותשובות ברסלב (מכתב שנא): "פה בארצות הברית ההכשר הכי טוב בבשר, זה מקהילת סאטמאר וכו'", דא אין אמעריקא איז סאטמאר'ע פלייש א גוטע הכשר; און ווען עס קומט צו אנדערע עסן זאלט איר אויך אכטונג געבן וואס איר נעמט אריין אין שטוב, ווייל וואס מען עסט ווערט נאכדעם איבערגעדרייט פאר בלוט פונעם מענטש, און אז איר ווילט וויסן וואס פאר א הכשר איז א גוטע הכשר און וואס נישט - זאלט איר פרעגן אייער דיין אדער מורה דרך.


בנוגע אייער שאלה, אז ווען מען קלאפט ביי אייך אין שטוב פאר צדקה שיקט איר אייערע קינדער געבן צדקה מיט א קארטל פון חיזוק יומי וואו עס שטייען די נומערן צו הערן 'קול ברסלב', און איר ווילט וויסן צי אין פאל די קינדער זענען נישט דארט און איר אליינס געבט צדקה, צי עס איז צניעות מיט צו געבן מיט'ן נדבה א קארטל וכו'; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ווי מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן, מיר אלע דארפן עוסק זיין אין הפצה, אבער א פרוי זאל עוסק זיין אין הפצה נאר ביי פרויען, דעריבער איז נישט כדאי ווען איר געבט צדקה מיט צו געבן וכו' נאר ווען איר שיקט אייערע קינדער צום טיר אדער דורך אייער מאן נרו יאיר.


בנוגע אז איר צינדט שבת ליכט פריער פונעם זמן הדלקת הנרות און איינער האט אייך געזאגט אז דאס איז א שאלה; אשריך ואשרי חלקיך אז איר צינדט שוין אן די שבת ליכט פרי, אזוי האט זיך געפירט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו און אזוי האט מען זיך געפירט ביים רבי'ן, מען האט געצינדן די שבת ליכט צוויי שעה פאר נאכט, דאס קומט אויס בערך א האלבע שעה פאר אונזער זמן וואס איז צוואנציג מינוט פאר די שקיעה; איר זאלט ווייטער צינדן פרי די שבת ליכט אפילו עס זענען דא פוסקים וואס האלטן אז מען קען נישט צינדן אזוי פרי, אבער עס זענען דא פוסקים וואס זאגן שוין אז מען קען צינדן אפילו פארן פלג המנחה (עיין שאלות ותשובות ארץ צבי, סימן קיג); בפרט היינט אז עס איז דא לעקטער אין יעדע שטוב איז דאך ניכר אז די ליכט צינדט מען פאר שבת. דערפאר זאלט איר ווייטער אפווארטן דעם שבת גענוג פרי און ווייטער אנהאלטן אייער גוטע מנהג.


פארשטייט זיך אז איר זאלט אויסנוצן די הייליגע מינוטן ביי די שבת ליכט צו בעטן פאר אייערע קינדער און אייניקלעך אז זיי זאלן זוכה זיין צו זיין ערליכע אידן, ווייל די תפילות וואס מען בעט ווען מען צינדט אן די שבת ליכט איז זייער חשוב ביים אייבערשטן.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג דערציילן פאר די פרויען אז רבי נתן האט געבעטן זיין ווייב און זיינע טעכטער אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם אזוי ווי איך צינד אן די ליכט, אזוי זאל אנגעצינדן ווערן דעם הייליגן רבינ'ס ליכט אין אלע אידישע הערצער"; אזוי אויך זאלט איר בעטן ביי די ליכט: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, טַאטֶע זִיסֶער! גֶעבּ מִיר אַ שֵׁיינֶע שַׁבָּת אוּן אַ שֵׁיינֶע לֶעבְּן. אַ לֶעבְּן מִיט שָׁלוֹם, אַ לֶעבְּן מִיט לִיבְּשַׁאפְט; הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זִיךְ אוֹיסְקוּמֶען מִיט מַיין מַאן אוּן אִיךְ זָאל אִים שֶׁעצְן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶער אוֹיס מַיין גֶעבֶּעט, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן דִיר דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַזוֹי וִוי אִיךְ צִינְד יֶעצְט אָן דִי שַׁבָּת לִיכְט, מַאךְ אוּנְז לִיכְטִיג אוּנְזֶער לֶעבְּן אוּן מַאךְ לִיכְטִיג פַאר אַלֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער; אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן דִּיר אוּן אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן. צִינְד אָן ...'ס הַארְץ עֶר זָאל דִיר דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט אוּן צִינְד אָן דִּי הֶערְצֶער פוּן מַיינֶע קִינְדֶער".


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן נחת פון אייערע קינדער, איר זאלט זיי מגדל זיין אינאיינעם מיט אייער מאן געזונטערהייט.

#1 - געבן פאר קליינע קינדער מילכיגע באטלעך מיט'ן הכשר פון אוי יו - די (OU-D)
חינוך הילדים, כשרות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דיין זכות איז אויבן אין הימל מיט דעם וואס דו ביסט זוכה צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער אויף די גאנצע וועלט.


קוק אריין אין זוהר הקדוש (תרומה קכ"ח:): וואו עס ווערט ארויסגעברענגט דאס גרויסקייט פון א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן; דער זוהר הקדוש זאגט אז דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין צו א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט, ווי אויך איז דער מענטש גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן", עיי"ש.


בנוגע געבן באטיס (Formula) פאר קינדער מיט די הכשר פון "אוי יו – די"; היינט איז דא צו באקומען פארמיולע מיט גוטע הכשרים פון 'חלב ישראל', דערפאר דארף מען זייער מקפיד זיין נאר צו עסן און טרינקען 'חלב ישראל'. אויך פאר די קינדער דארף מען אכטונג געבן נאר צו געבן 'חלב ישראל', אפילו פאר א קינד פון איין טאג אלט.


די עלטערן וואס זענען מקפיד נאר אריין צו נעמען עסן מיט אן ערליכן הכשר וועלן האבן קינדער תלמידי חכמים און יראי אלקים; מען דארף זייער אכטונג געבן צו געבן נאר כשר'ע מילך פאר א קליין קינד. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן א): "אִם הַתִּינוֹק יוֹנֵק מֵחֲלֵב אִשָּׁה חֲצוּפָה, אֲזַי מִתְגַּבֵּר בּוֹ תַּאֲוָה זוֹ", אויב דער קינד זייגט מילך פון א אשה חצופה וועט זיך אויף אים מתגבר זיין די תאווה פון ניאוף, "וְכֵן לְהֵפֶך, כְּשֶׁיּוֹנֵק חֲלֵב אִשָּׁה כְּשֵׁרָה", און אזוי אויך פארקערט - זאגט דער רבי - אויב דאס קינד זייגט מילך פון אן ערליכע פרוי, "אֲזַי לִבּוֹ חָלָל בְּקִרְבּוֹ, וְאֵין לוֹ חֲמִימוּת", וועט ער זיין אן ערליכער איד און זיין אפגעהיטן אין קדושה. נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות בנים, חלק ב', סימן יב): "הֶחָלָב שֶׁל צַדֶּקֶת הוּא טוֹב לַתִּינוֹק לְיִרְאַת שָׁמַיִם, וְגַם נוֹתְנוֹת לוֹ מֶמְשָׁלָה בָּעוֹלָם הַזֶּה", מילך פון אן ערליכע פרוי ברענגט יראת שמים פארן קינד; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות בנים, סימן מז): "יִזָּהֵר מְאֹד שֶׁלּא יִינַק הַוָּלָד מֵאִשָּׁה רָעָה", מען דארף אכטונג געבן אז דאס קינד זאל נישט זייגן פון אן אשה רעה, "כִּי חָלָב מְטַמֵּא וְחָלָב מְטַהֵר".


עס איז נישט ווערד צו נעמען בחינם חלב עכו"ם וואס די שטאט געבט (wic).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן נחת פון דיינע קינדער, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.