בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#50 - מיר פירן זיך אלע צו גיין ראש השנה ווייס
אומאן, ראש השנה, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת האזינו א', כ"ה אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


הַיּוֹם תְּאַמְּצֵנוּ, מיטן אייבערשטנ'ס הילף פארן מיר היינט קיין אומאן, איך פאר מיט א גרויסער חלק פון די קהלה. מיר פארן קיין פוילן, מיר וועלן זיין ביים הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, און פון דארט וועלן מיר פארן מיטן באן קיין אומאן.


פאק זיך איין א ווייסע בעקיטשע אדער א ווייסע קיטל, מיר פירן זיך אלע צו גיין ראש השנה ווייס. די יאר ווען ראש השנה געפאלט אום שבת - דארף מען נישט איינפאקן די שווארצע בעקיטשע, די יאר גייט מען נאר ווייס.


אויך זאלסטו זיך איינפאקן שיינע יום טוב'דיגע קליידער; ראש השנה גייט מען אנגעטון מיט די שענסטע קליידער, כִּי קָדוֹשׁ הַיּוֹם לַאֲדֹנֵינוּ.


א טייל שערן זיך אפ לכבוד יום טוב איידער מיר לאזן זיך ארויס אויף די נסיעה, א טייל שערן זיך אין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#49 - מעג איך אוועק גיין פון היכל הקודש?
צדיקים, הכרת הטוב, מחלוקת, שלום, היכל הקודש, מנהגים, יום כיפור

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו ב', שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ד לפ"ק


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך האב זיך זייער געפרייט צו אייך אלע טרעפן ביים רבי'ן אין אומאן, עס איז געווען א הערליכע יום טוב, מלא טעם. יעצט גרייטן מיר זיך אויף יום הקדוש; דער אייבערשטע געבט אונז א טאג וואס ער איז אונז מוחל אלע עבירות, מיר דארפן נאר תשובה טון, חרטה האבן און זיך פארנעמען אז מיר גייען שוין זיין וואויל.


ערב יום הקדוש ביי חצות טוען מיר זיך שוין אן בגדי שבת און מיר מאכן א סעודה; מען עסט פיש און פלייש, מען פרייט זיך פאר די גרויסע טאג וואס קומט, און מען דערציילט פאר די קינדער אז דער אייבערשטער האט אונז זייער ליב, ער וואשט אונז אפ פון אלע שווארצע פלעקן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה א, לו) אויפן פסוק (שיר השירים א, ה) "שְׁחוֹרָה אֲנִי", 'שְׁחוֹרָה אֲנִי כָּל יְמוֹת הַשָּׁנָה', איך בין שווארץ א גאנץ יאר, אבער 'וְנָאוָה אֲנִי בְּיוֹם הַכִּפּוּרִים', איך בין שיין יום כיפור, ווען דער אייבערשטער וואשט מיך אפ; מען דערציילט פאר די קינדער ווי שטארק דער אייבערשטער האט ליב אידן, אז ער איז אונז מוחל אלע עבירות אום יום כיפור.


רוף דיינע עלטערן זאגן גוט יום טוב, און אז דו וואוינסט אין זייער שטאט זאלסטו אריבערגיין זאגן גוט יום טוב און נעמען ביי זיי א ברכה, זיי זאלן דיך בענטשן; דיך און דיינע קינדער, און בעט דיינע עלטערן זאלן דאווענען פאר דיר, זיי זאלן בעטן פאר דיר דו זאלסט האבן א זיסע יאר.


טשעפע נישט קיינעם, זארג נישט פאר יענעמ'ס רוחניות, טו קיינעם נישט וויי. מען זעט אלע יארן ווי מענטשן לויפן ארום איבערבעטן דעם, יענעם; עס איז א געלעכטער, יעדעס יאר זעט מען די זעלבע מענטשן לויפן ארום: "זיי מיר מוחל, זיי מיר מוחל"; ענדערש געב אכטונג א גאנץ יאר נישט וויי צו טון קיינעם, דעמאלט דארף מען קיינעם נישט איבערבעטן.


אז איינער האט דיר געטון א טובה - זאלסטו יענעם מכיר טובה זיין און חס ושלום בארעדן. מוהרא"ש פלעגט אויף דעם אזוי וויינען, ער האט זיך אזוי אוועקגעגעבן פאר אידישע קינדער און ביים סוף זענען די געגאנגען אים בארעדן, מוציא שם רע זיין אויף אים. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "אויף דעם איז נישטא קיין מחילה, אויף מוציא שם רע" (רמ"א אורח חיים סימן תרו, סעיף א), בפרט ווען יענער האט דיר געטון א טובה, ער האט אוועקגעגעבן זיין צייט, זיין געזונט - איז ווי קענסטו רעדן אויף יענעם...


מען דארף נישט בלייבן אין היכל הקודש, מען קען גיין וואו מען וויל, אבער אז דו ביסט געזיצן אין היכל הקודש, דו האסט מקבל געווען אזויפול גוטס, יעצט גייסטו בארעדן - איז דאס אן עוולה וואס מען באקומט אויף דעם א גרויסע שטראף. אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי יז, יג): "מֵשִׁיב רָעָה תַּחַת טוֹבָה לֹא תָמוּשׁ רָעָה מִבֵּיתוֹ", ווער עס באצאלט שלעכטס פאר גוטס - וועט זיך נישט אפטון שלעכטס פון יענעמ'ס שטוב.


איך געדענק איינער, א גאר נאנטער, איז געקומען פרעגן אויב ער קען אוועקגיין פון היכל הקודש, אויב מוהרא"ש וועט מקפיד זיין אויף אים? האט מען אים געזאגט: "קענסט גיין וואו דיין הארץ באגערט, און אדרבה, א מענטש דארף אלץ זוכן וואו זיין פלאץ איז, און מוהרא"ש וועט אויף דיר נישט האבן קיין שום קפידא, אבער אז דו וועסט אנהויבן רעדן שלעכטס אויף מוהרא"ש, אויף די פלאץ וואו דו האסט גענומען דיין חיות, אויף די פלאץ וואס מען האט דיר געטון נאר גוטס - דעמאלט וועסטו כאפן ביטערע קלעפ".


מען דארף אויף דעם אסאך בעטן דעם אייבערשטן, מען זאל זוכה זיין צו בלייבן צוגעבינדן צום צדיק, צום הייליגן רבי'ן וואס געבט אונז אזויפיל גוטס, ער געבט אונז א וועג צו לערנען תורה, א וועג צו זיין צוגעבינדן צום אייבערשטן און צו געדענקען אז מיר זענען דא נישט פאר לאנג, מיר זענען דא פאר א קורצע צייט; די לעבן איז כצל עובר, ווי א שאטן וואס גייט אריבער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", נישט ווי די שאטן פון א וואנט, נישט ווי א שאטן פון א בוים נאר ווי א שאטן פון א פייגל וואס פליעט - אזוי שנעל גייט דאס לעבן. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו טייטשט מיט דעם וואס די הייליגע חכמים זאגן (סוכה כח.), אז דער הייליגער צדיק, דער הייליגער תנא יונתן בן עוזיאל, "בְּשָׁעָה שֶׁיּוֹשֵׁב וְעוֹסֵק בַּתּוֹרָה", ווען ער האט געלערנט תורה - "כָּל עוֹף שֶפּוֹרֵחַ עָלָיו מִיָּד נִשְׂרַף", יעדע פייגל וואס איז אריבערגעפלויגן האט זיך גלייך פארברענט; זאגט מוהרא"ש, נישט די פייגל האט זיך פארברענט, נאר ווען דער תנא האט געזען א פייגל פליט האט ער גלייך ארויסגענומען פון דעם וואס איז די לעבן... די גאנצע לעבן גייט אזוי שנעל ווי א פייגל וואס פליעט, און דאס האט אים אזוי צוגעברענגט צום אייבערשטן, אז 'מִיָּד נִשְׂרַף', ער איז געווארן אזוי צעפלאקערט פון דעם אז ער איז גרייט געווען אויף מסירות נפש, צו פארברענט ווערן פארן אייבערשטן.


נישט אומזיסט האט דער הייליגער רבי נתן געבעטן: "רבי, בינד מיך צו אין דיין זאק איך זאל קיינמאל פון דיר נישט אוועקגיין"; דאס דארפן מיר בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך האב שוין טועם געווען פון די גוטע וויין, פון די יין המשומר, העלף מיר איך זאל נישט הערן קיין לשון הרע, איך זאל נישט הערן קיין שלעכטס, איך זאל שטענדיג קוקן אין מיינע הענט 'וואס באקום איך פון רבי'ן?' 'צו וואס ברענגט מיך דער רבי צו?' און נאר טון די עצות און זיך מחזק זיין מיט גוטע חברים".


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך בין נאכאלץ אפגעמאטערט פון די לאנגע נסיעה פון הייליגן רבינ'ס ראש השנה.


א פרייליכן שבת.


א גמר חתימה טובה.

#48 - מנהגים פון יום טוב שבועות
מנהגים, יום טוב, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבועות ביינאכט איז א גרויסע זאך צו אויפבלייבן זאגן דעם תיקון ליל שבועות, מען קען זוכה זיין צו גאר גרויסע זאכן. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, מען זאל זאגן די ערשטע פסוק און די לעצטע פסוק פון יעדע פרשה, סיי פון תורה, סיי פון נביאים און סיי פון כתובים, און נאכדעם זאל מען זאגן די תרי"ג מצוות, און אז עס בלייבט צייט - זאל מען גיין התבודדות, און פארן עלות השחר גייט מען אין מקוה. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א' סימן נו, אות ז) זיך טובל'ן אין מקוה שבועות פארטאגס, פארן עלות - איז זייער גרויס; אין קבלה שפראך איז דאס 'שער נ', חסד עליון ורחמים גדולים.


געב אכטונג נישט צו פארברענגען אין אזא הייליגע נאכט - די צייט, און זיכער נישט צוקומען צו חילול יום טוב, רייכערן ציגארעטלעך, ווייל די נאכט איז זייער גרויס. דער הייליגער אריז"ל זאגט (שער הכוונות דרושי חג השבועות, דרוש א): "וכל מי שלא ישן בלילה הזה כלל, אפילו רגע אחד", ווער עס דרימלט נישט די נאכט פאר קיין איין רגע נישט, "ויהי' עוסק בתורה כל הלילה", און ער וועט זיין פארנומען צו לערנען די הייליגע תורה, "מובטח לו שישלים שנתו", קען זיין זיכער ער וועט אויסלעבן די יאר, "ולא יארע לו שום נזק בשנה ההיא", און עס וועט אים נישט פאסירן קיין שום שלעכטס די גאנצע יאר, און דער צדיק רבי חיים פלאג'י זכותו יגן עלינו זאגט (מועד לכל חי סימן ח', אות טז) מען איז זוכה "לבנים ובני בנים תלמידי חכמים, ועושה תיקון לשכינה, ומתקן מה שפגם בעיניו".


על פי האריז"ל שערט מען זיך נישט אפ די האר ביז ערב שבועות (עיין שערי תשובה אורח חיים סימן תצג, סעיף קטן ח).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#47 - מנהגי בית המדרש אום יום טוב שבועות
בית המדרש, מנהגים, גבאי, שבועות

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד גבאי בית המדרש היכל הקודש, השם עליהם יחיו


מען דארף נישט ווארטן צו דאווענען מעריב אויף זמן רבינו תם. דער עיקר זאל מען נישט מאכן קידוש אין שטוב איידער זמן רבינו תם, כדי עס זאל זיין שבע שבתות תמימות, אזוי פסק'נט דער מגן אברהם (ריש סימן תצד).


ביי אונז פירט מען זיך נישט צו זאגן די פיוטים פון מערבית.


מיר זינגען ביי מערבית "אהבת עולם" וכו'.


(שבועות ביינאכט זאגן מיר אינאיינעם די תיקון ליל שבועות, איינער זאגט פאר הויך אויפן קול און אלע זאגן מיט אינאיינעם. מיר זינגען הארציגע ניגונים צווישן תורה און נביאים, צווישן נביאים און כתובים און צווישן כתובים און די תרי"ג מצוות. אזוי אויך, נאך יעדע הונדערט מצוות זינגען מיר שיינע הארציגע אידישע ניגונים.


נאכן תיקון אז עס איז נאך דא צייט - טאנצן מיר אינאיינעם).


יום טוב אינדערפרי ביי שחרית זינגען מיר די ברכה פון "אהבה רבה" מיטן ניגון פון דעם צדיק רבי הערש מרימנוב זכותו יגן עלינו.


ביי שחרית די ערשטע טאג; אויב מען דאווענט וותיקין זאגט מען נישט יוצרות, און אז מען דאווענט נישט וותיקין זאגט מען יא די יוצרות, אבער מען זאגט נישט דעם פיוט - פון "וּבְכֵן ה' קָנָנִי רֵאשִׁית דַּרְכּוֹ" - ביז "וּבְכֵן וַיֵּרֶד משֶׁה" וכו'. אויך זאגן מיר נישט די לאנגע פיוט פאר קדושה.


מען רופט אויס כהן און איידער ער איז עולה זאגט מען די אקדמות מיטן זיסן באקאנטן ניגון וואס דער הייליגער רבי האט באוואונדערט (שיחות הר"ן, סימן רנו).


מיר פירן זיך צו ליינען דעם ערשטן טאג שבועות צווישן מנחה און מעריב דעם שטר אירוסין ותנאים, און דעם צווייטן טאג - די כתובה צווישן אידישע קינדער און אבינו שבשמים, וואס דער הייליגער צדיק רבי ישראל נאג'רה זכר צדיק לברכה האט מחבר געווען. מען זינגט שיינע ניגונים און מען רעדט פון הייליגן רבינ'ס עצות און חיזוק.


פאר די בני ארץ ישראל וואס האבן נאר איין טאג יום טוב; די יאר וואס מען גייט אריין פון יום טוב צו שבת קודש - זאגט מען נישט די גאנצע קבלת שבת, מען הויבט אן מיט "באו ונצא לקראת כלה" וכו', "מזמור לדוד" וכו', "לכה דודי" וכו', "לא תבשו" וכו' און אזוי ווייטער, און מען לאזט אויס "כגוונא".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#46 - די נסיעה קיין ארץ ישראל, פסח שני און ל"ג בעומר תשפ"ג
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, מקוה, לערערין, שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, ניגונים, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, חסידות ברסלב, שווער און שוויגער, רצונות, סיום, דרשות, הכנסת אורחים, משפחה, אידיש געלט, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, מנהגים, ראש ישיבה, שמחות, הלכה, פירושים, דאווענען, ברכת המזון, בר מצוה, מעביר סדרה, ירושלים, תפלין, תיקון הכללי, מנהיגים, ל"ג בעומר, מירון, פסח שני, אפשערן, זוהר הקדוש, דף גמרא, בילדער, אריז''ל, חאלאקע, כבוד

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט הויבן מיר אן א נייעם ספר פון חומש, ספר במדבר. איך בעט דיר זייער זאלסט זיך באנייען, אנהויבן לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום שנים מקרא ואחד תרגום. טייל איין די פרשה לויט די טעג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; אזוי וועסטו קענען ענדיגן יעדע וואך די פרשת השבוע.


איך פריי זיך זייער אז איך בין שוין צוריק געקומען, איך האב מתפלל געווען פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר אלע חברים. איך בין געווען בעיקר אין מירון, אויך אין יבנאל ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אין טבריה ביי תלמידי המגיד און אין צפת ביי די הייליגע צדיקים; דער אריז"ל, בית יוסף און נאך.


איך בין געווען אין ירושלים באזוכן אונזער ישיבה קטנה, אונזער חדר און אויך בית פיגא, איך האב אזוי שטארק הנאה צו זען ווי די מלמדים און לערערינס פלאנצן א פרישער דור. עס דערמאנט מיך, נישט לאנג צוריק, האבן מיר אנגעהויבן אין וויליאמסבורג פלאנצן קערעלעך און עס איז שוין היינט דא שיינע גרויסע ביימער; די קינדער, סיי אינגלעך און מיידלעך וואס מיר האבן געפלאנצט - זיי זענען שוין היינט מגידי שיעורים, מלמדים, טיטשערס, זיי געבן שוין איבער ווייטער די זיסע עצות פון רבי'ן מיט אזא ווארעמקייט. עס איז אזוי שיין צו זען די קליינע חדר, די קליינע שולע, מיט אזויפיל ליבשאפט און ווארעמקייט.


איך בין שיעור נישט געבליבן שטעקן אין ארץ ישראל, איך האב געמיינט אז מיין פליגער פארט איינס אזייגער ביינאכט, למעשה ווען איך בין אנגעקומען אין לופט פעלד, זאגן זיי מיר, אז עס פארט צוועלף דרייסיג, מען האט אונז שוין נישט געוואלט ארויף לאזן. אבער תפילה איז שטערקער פון די שטערקסטע זאכן, ברוך ה' מיר זענען ארויסגעפארן און אנגעקומען אין צייט.


טבריה


אויך בין איך געווען מיטוואך נאכט פרשת אמור אין טבריה, אין אונזער שול. איך בין אהין געפארן גלייך פון עירפארט, איך בין זיי שולדיג א באזוך. פאריגע מאל ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל זענען זיי געשטאנען און געווארט אויף מיר ווען מען האט מיך אויפגעהאלטן אין עירפארט וכו', ברוך השם דאס מאל האט מען מיך נישט אויפגעהאלטן, אלעס איז געווען פיין.


איך האב געדאווענט מעריב מיט אנשי שלומינו; מיטן מלמד און גבאי יוסל נרו יאיר, אויך דער גבאי שלמה נרו יאיר. נאך מעריב זענען מיר געגאנגען א טענצל אזוי ווי דער מנהג פון אנשי שלומינו, אז יעדעס מאל מען דאווענט, מען איז זוכה צו דאווענען נאך א תפילה צום אייבערשטן - גייט מען ארויס אין א טענצל. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיא) ווען מען וואלט ווען געגעבן די מעגליכקייט פאר א טויטער מענטש ארויס צו קריכן פון קבר צו דאווענען איין תפילה, אוי ווי שיין וואלט ער געדאווענט, און אז מיר זענען טאקע נישט טויט, אבער אויך נישט לעבעדיג, און מיר זענען זוכה צו דאווענען א תפילה - גייען מיר א טענצל.


מען האט מיר געוויזן ווי מען קען זען פון אונזער שול - יבנאל, מען קען זען דעם ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; עס שפירט זיך ממש ווי מיר זענען ביי מוהרא"ש אין שטוב, בפרט מיט די עצות, מיט די חיזוק - פון מוהרא"ש.


עס איז נישט געווען א שיעור אין טבריה, מיר האבן געשמועסט אינאיינעם אין שול, מען האט גערעדט ווי אזוי די שול זאל זיך פירן, שיינע נקודות פאר גבאים, און שיינע זאכן ווי אזוי צו פירן א שול, פירן א חדר.


מירון


מיר זענען פון דארט געפארן קיין מירון; איך מיין ווייב מיט מיינע צוויי קינדער. מיין זון שמעון נרו יאיר, ער הייסט נאך דעם הייליגן תנא רבי שמעון. ווען ער איז געבוירן האט מיין זיידע זכרונו לברכה געזאגט איך זאל אים געבן 'שמעון', ווייל ער האט געדארפט עפעס א גרויסע ישועה, האט ער מיר געבעטן צו געבן דעם נאמען שמעון, עס זאל זיין א זכות פאר אים. און מיין זון דער בר מצוה בחור נחמן נתן. אויך מיין זון הרב שלמה מיט זיין ווייב זענען מיט געקומען מיט זייער זון נחמן נתן; ביי אונז אין די משפחה רופט מען אים 'נחמן נתן שטעטל' מיר זאלן זיך נישט פארמישן מיט אונזער נחמן נתן. זיי זענען געקומען מאכן אן אפשערן פאר זייער קינד נחמן נתן אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי.


מירון ווערט פארמאכט אפאר טעג פאר ל"ג בעומר, ווען מיר זענען אנגעקומען האט מען שוין נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך באנוצט מיט אונזער פראטעקציע, תפילה והתבודדות, מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, עפן אונז אן עפענונג, א וועג אריין אין מירון". פלוצלונג זע איך אן עפענונג, איך זאג דעם דרייווער: "פאר דא אריין"; איך קען זיך אביסל אויס אין מירון פון אלס בחור, אזוי זענען מיר אנגעקומען בשלום.


מיר זענען איינגעשטאנען אין מירון הינטן פונעם בארג, אנטקעגן מיין זיידע'ס בית המדרש, אברהם נרו יאיר האט געזארגט פאר מיר איך זאל האבן פון דאס שענסטע און בעסטע. דאנערשטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אויבן אין די מערה, נאכדעם בין איך געגאנגען מיט מיין משפחה צו מיין זיידע'ס ציון, מיין זיידע ליגט אויפן בארג, העכער דעם הייליגן תנא רבי יוחנן הסנדלר; איך פלעג אלע יארן גיין מיט אים מתפלל זיין דארט ביי זיין חלקה, ער פלעגט גיין ערב שבת מתפלל זיין, זאגן קאפיטלעך תהילים ביי זיין חלקה וואס ער האט זיך אנגעגרייט. ער פלעגט מיר זאגן, ער האט הנאה אז ער וועט קענען ליגן אין אזא הייליגע מקום, סמוך ונראה פון די הייליגע תנאים רבי יוחנן הסנדלר און דער הייליגער רבי שמעון.


בר מצוה


דאנערשטאג ביינאכט איז פארגעקומען די בר מצוה פון מיין זון נחמן נתן אינעם חצר פון מיין טאטע שליט"א. מיין שווער הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז אויך געקומען צו פארן, ער איז געקומען די זעלבע צייט וואס מיר זענען געפארן, ער איז אבער געפארן מיט אן אנדערע פליגער, ער איז מקפיד נישט צו פארן מיט די קאמפעני אל-על.


איך דאנק אלע וואס האבן מיר געהאלפן מיט די נסיעה, און אויך די וואס האבן מיר געהאלפן מאכן באקוועם פאר מיין שווער; מיט די דירה אין ירושלים און מיט די טראגן און ברענגען. פאר מיר איז דאס געווען זיער א גרויסע שמחה אז מיינע עלטערן און מיין ווייב'ס עלטערן זענען ביי די שמחה, עס איז געווען א גאנצע שמחה.


מיין פעטער ר' בעריש פרידמאן פון אנטווערפן, דער בן יחיד פון מיין שווער'ס שווער, הרב רבי יצחק דוד פרידמאן זכרונו לברכה איז געקומען צו די בר מצוה, אסאך אנשי שלומינו זענען געקומען.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער ביי די בר מצוה פון דאס וויכטיגקייט פון וויסן די הקדמה פון הייליגן רבי'ן, צו זיין א איד סיי ווען מען איז אויבן און סיי ווען מען איז אונטן. זיין בקי ברצוא און בקי בשוב (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), און דאס איז וואס רש"י זאגט (ויקרא כא, א): "אמור, ואמרת, להזהיר גדולים על הקטנים", מען דארף זיך אליינס אנגרייטן, סיי די גוטע טעג ווען מען איז ביי 'מוחין דגדלות', און סיי ווען מען איז אין 'מוחין דקטנות', מען איז פארלאשן מען שפירט נישט, מען ווייסט נישט, מען טוט גארנישט - זאל מען ווייטער דינען דעם אייבערשטן, דאס איז וואס רש"י זאגט: "להזהיר גדולים על הקטנים".


דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן אין לעבן; ווייל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט און מען פלאמט - דאס קען יעדער, דער קונץ איז - מען זאל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט נישט, און ווען עס גייט אריבער וואס גייט איבער.


איך האב דערציילט די מעשה, דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן רבי שאול טעפליקער זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגער ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות האט ער אים געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן, דאמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט אנגרייטן פארן לעבן. ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.


עס איז געווען מצה ביי די בר מצוה צוליב פסח שני. מיר האבן גערעדט פון פסח שני, אז ווען א איד פרעגט (במדבר ט, ז): "לָמָּה נִגָּרַע" פארוואס בין איך אנדערש? "לְבִלְתִּי הַקְרִיב אֶת קָרְבַּן ה'" ווען א איד בענקט זיך צום אייבערשטן, ער זאגט, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין גוט - באקומט ער א פסח שני, ער איז זוכה מען עפנט אים א וועג צוצוקומען צום אייבערשטן.


דער בר מצוה בחור האב געזאגט זיין פשעטל, מען האט אריינגעזינגען, מיין שווער שליט"א האט גערעדט און מיין טאטע שליט"א האט גערעדט, עס איז געווען א הערליכע בר מצוה.


אסאך פון אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן, מיט די גאנצע משפחה, מיט די קינדער. די קינדער זענען געקומען אנגעטון מיט שיינע שבת'דיגע בגדים, איך האב זייער הנאה געהאט און זיך געפרייט צו יעדן וואס איז געקומען זיך משתתף זיין.


חסדי השם יתברך, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, דאס איז די ערשטע שמחה וואס איך האב זוכה געווען צו מאכן אין ארץ ישראל.


הנחת תפילין


פרייטאג האב איך געדאווענט וותיקין ביי די מערה. מיין טאטע שליט"א האט אנגעטון תפילין פארן בר מצוה בחור, איך האב אים געקויפט צוויי פאר תפילין, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געוואלט, מען זאל אנטון ביידע תפילין, רש"י ורבינו תם.


איך האב געבעטן מיין שוואגער - דעם סופר - א ברודער פון מיין ווייב, הרב יואל צבי מייזליש שליט"א - זאל מיר באשטעלן די בעסטע בתים, די טייערסטע תפילין; ביי מיר איז דאס דער עיקר פון די בר מצוה. איך האב אים געקויפט א רעקל מיט א בעקיטשע, א הוט האב איך אים נישט געקויפט, ער גייט מיטן הוט פון אלס קינד; א שאד אויסצוגעבן געלט פאר צייטווייליגע זאכן. אויך געבן מיר נישט אויס פאר די סעודה, מיר מאכן דאס פשוט. דא אין מירון האט עס אברהם נרו יאיר צוגעשטעלט; חלה, געפילטע פיש און טשאלנט, אויך ביי מיינע פריערדיגע זין האב איך געמאכט פשוט. נעבעך פאר די מענטשן וואס מאכן זיך משוגע, זיי געבן אויס געלט פאר שמחות. יעצט איז געווען אין די נייעס, איינער האט געמאכט אן אפשערן פאר זיין דריי יעריג קינד פאר צוויי מיליאן דאלער, השם ישמרינו. די צרה איז אז די רבי'ס - זיי זענען משוחד פאר די געלט, און אנשטאט זי זאלן ארויסווארפן די מענטשן פון זייער קהילה, געבן זיי נאך כבוד פאר די עשירים, און דאס ברענגט דער חורבן אז אלע מאכן דאס נאך און מען ווערט גע'הרג'עט פון די חובות.


ברוך השם אנשי שלומינו, תלמידי מוהרא"ש - מאכן שמחות פשוט, מען געבט נישט אויס קיין געלט פאר כבוד המדומה, אפילו חתונות מאכן מיר אין ישיבה, אזוי שיין, אזוי זיס. יעצט נאך שבועות וועט זיין נאך צוויי חתונות אין ישיבה פאר אומזיסט.


אויך מאכן מיר נישט קיין שבע ברכות אין זאלן, קיינער דארף עס נישט, עס האט נישט קיין טעם; מען מאכט די שבע ברכות אין שטוב מיט אלע טעמים. אבער ווען עס קומט צו מצוות, צו תפילין, מזוזות וכדומה - דארט קויפט מען דאס שענסטע און דאס בעסטע.


קברי צדיקים


נאך שחרית בין איך געפארן מיט מיין שווער שליט"א קיין טבריה צום אלטן בית החיים, צו די הייליגע חבריא, תלמידי המגיד, רבי מנחם מענדל פון וויטעפסק זכותו יגן עלינו, רבי נחמן האראדענקער, דער זיידע פון רבי'ן זכותו יגן עלינו, רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, מיט נאך הייליגע צדיקים. איך האב זיך דערמאנט די שיינע שמועסן פון הייליגן רבי'ן, וואס ער האט געהאט מיט די הייליגע חבריא. ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און האט ער זיך געטראפן מיט זיי, הרב הקדוש רבי אברהם קליסקער זכותו יגן עלינו, רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זכותו יגן עלינו, רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטרהא זכותו יגן עלינו, און מיט נאך גרויסע צדיקים. זיי האבן דערציילט פארן רבי'ן אז פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך נישט געקענט אויסמאלן אז ארץ ישראל איז א חלק פון די וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט, און די תורה אליינס פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף די וועלט, זיי האבן געזען אז עס איז נישטא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך.


רבי נתן זכרונו לברכה זאגט, דער רבי האט דאס דערציילט ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם ענין. מענטשן מיינען אז מען קען אנזען א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש, און אזוי אויך אנדערע הייליגע זאכן - אויפן פנים אדער אויפן אויסקוק פון די זאך; מען מיינט אז דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן אנדערש פון סתם מענטשן, אבער באמת איז נישט אזוי, ווייל דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן גענוי ווי א צווייטן, עס איז נישט דא קיין שום חילוק - "וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא עִנְיָן אַחַר לְגַמְרֵי", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "עס קען זיך דאכטן אז דער ערליכער איד האט די זעלבע קישקעס ווי א צווייטן, אבער באמת איז ער אינגאנצן אנדערש"; אזוי אויך איז מיט ארץ ישראל, זי איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע לענדער, עס איז דא א אנדערע הימל אין ארץ ישראל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש (ויקהל, דף רט); מיר פשוט'ע מענטש קענען דאס נישט זען, אבער ווער עס גלייבט אין איר הייליגקייט קען זען א שטיקל חילוק צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קטז; שיחות הר"ן, סימן יד עיין שם).


מיר האבן געהאט בדעה צו גיין צום תנא רבי מאיר בעל הנס, מיר האבן געטראכט עס איז גוט צו גיין פסח שני אינעם טאג פונעם יארצייט, למעשה איז דארט געווען א שווערע טרעפיק, מיר זענען געזיצן אין די קאר א לאנגע צייט ביז מיר האבן מחליט געווען אז עס איז נישט כדאי צו פארברענגען פרייטאג ערב שבת אזויפיל צייט, מיר זענען געפארן קיין צפת.


צפת


מיר זענען געפארן מיט צוויי קארס. איך בין געפארן מיט חיים מאיר, און מיין שווער מיט מיינע זין - מיט א צווייטע קאר, מיט הבחור שמעון שמואל זאנוויל. מיר זענען זיך געגאנגען טובל'ן אין מקוה אריז"ל, און נאכדעם געגאנגען מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים; ביים אריז"ל און ביים בית יוסף. ווען דער אייבערשטער העלפט און מען קען האבן א גוטע התבודדות - איז דאך אזוי גוט, איך האב געהאט א גוטע התבודדות ביי די צוויי הייליגע מקומות, איך האב זיך שטילערהייט גוט אויסגעוויינט. יעדע מאל איך גיי צו קברי צדיקים הויבט מיר אן די הארץ אזוי צו בענקען, איך הויב אן וויינען צום אייבערשטן: "איך וויל אויך זיין א איד".


מיר זענען אריינגעקראכן אינעם הייל פונעם הייליגן באר מים חיים זכותו יגן עלינו, אויך אינעם הייל פונעם הייליגן בת עין זכותו יגן עלינו מיט נאך הייליגע צדיקים. הינטן פונעם בארג ליגט דער הייליגער תנא רבי פנחס בן יאיר, דארט איז דא א מנהג אז מען גייט ארום דעם ציון.


שבת קודש מירון


מנחה ערב שבת האב איך געדאווענט ביי מיין טאטע שליט"א, און צו קבלת שבת זענען מיר אלע ארויף צו די מערה, מען האט געדאווענט און געטאנצן "בר יוחאי", "אמר רבי עקיבא" צווישן קדיש און כגוונא.


נאכן דאווענען גייט מיין טאטע שליט"א ביים מרפסת כהנים ביזן סוף, פון דארט קען מען זען מיין זיידע'ס ציון און ער זאגט דארט: "גוט שבת!" מיין טאטע שליט"א איז אין כיבוד אב ואם אן אויסנאם, איך האב נישט געזען נאך מענטשן זאלן זיין אזוי אויסגעצייכנט אין כיבוד אב ואם אזוי ווי מיין טאטע שליט"א, מוהרא"ש האט מיר געזאגט דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט ביי אנדערע.


אויפן וועג אראפ פון דאווענען, אין די מערה, איז געווען שיינע שמועסן מיט מיין טאטע שליט"א מיט אונזער דיין שליט"א. מען האט גערעדט פארשידענע הלכות, איינע פון די שאלות פונעם בר מצוה בחור, היות ער האט שוין מעביר סדרה געווען פון זונטאג אזוי ווי עס שטייט אין הלכה (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וָאֵילָךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", וויל ער וויסן אויב ער דארף איבערגיין נאכאמאל די פרשה יעצט פרייטאג ווען ער איז געווארן א גדול; מיין טאטע שליט"א האט געזאגט אז ניין, ער דארף נישט איבערגיין די פרשה.


שבת אינדערפרי ביים ליינען, ווען דער בר מצוה בחור האט עולה געווען - האב איך געמאכט די ברכה: "ברוך שפטרנו". מיין זיידע פסק'נט מען זאל זאגן די ברכה אויף דעם נוסח: "ברוך אתה מלך העולם שפטרנו מעונשו של זה", נישט בלויז "ברוך שפטרנו".


עס האבן אויך געגעסן מיט אונז אנשי שלומינו. מיין טאטע שליט"א געבט עסן פאר ווער עס וויל, די הכנסת אורחים איז עפעס אויסערגעווענליך, ווער עס וויל קומט דארט עסן.


מיין שווער שליט"א האט גערעדט ביי די צופרי סעודה, ער האט מחזק געווען מען זאל אכטונג געבן נישט צו רעדן די שפראך פון די ערב רב.


מענטש זאגן מיר, זיי באוואונדערן ווי איך זיץ לאנגע שעות בי די סעודות אן גארנישט טון; וואס ווייסן זיי וואס איך טו? איך האב דאך די מתנה פון רבי'ן, פון קענען זיצן צווישן מענטשן, בענקען צום אייבערשטן און מאכן מיט די ליפן אן דעם וואס מען זאל אפילו זען. מיט די מתנה קען מען זיין וואו מען זאל נאר זיין, מען איז זיך מחי', מען זיצט אין גן עדן, מען שפירט דעם אייבערשטן.


מוצאי שבת


מוצאי שבת נאך הבדלה בין איך אריין אין קאך ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט אפאר בחורים און אינגעלייט פון אנשי שלומינו אנגרייטן די עסן פאר די חתונה פון רבי שמעון, מיר האבן געארבעט אפאר שעה און אלעס אנגעגרייט. איך האב זיך אזוי געפריידט צו קענען שיילן גרינצייג פאר די זופ, און אנגרייטן אלע עסן וואס מען טיילט אויס ביי מיין טאטע אין חצר, פאר טויזנטער מענטשן.


מענטשן האבן א טעות, מען מיינט אז ל"ג בעומר איז א צייט פון וויינען און בעטן; אמת, מען קען ל"ג בעומר פועל'ן ישעות, אבער דער עיקר פון ל"ג בעומר איז די שמחה, די הילולא, דאס עסן, טרינקען און טאנצן.


זונטאג בהר בחקותי


איך האב געהאט א פלאן צו גיין געבן שיעורים אין יבנאל, צפת, בית שמש, בראכפעלד און אלעד, אין די שטעט וואו איך בין נאכנישט געווען. למעשה בעט איך אלע איבער, איך האב נישט געוואלט אוועק גיין פון מיין שווער שליט"א, מיין שווער איז איינגעשטאנען ביי מיר; מכבד זיין מיינע עלטערן און מיין ווייבס עלטערן איז ביי מיר חשוב'ער ווי זאל זיין וואס זאל זיין.


מיין שווער שליט"א איז אהיימגעפארן זונטאג, ער האט א קבלה פון זיין טאטע דער ווייצענער רב הרב יוסף משה זכרונו לברכה, וואס איז א תלמיד פון הרב דושינסקיא זכרונו לברכה – אז מען זאל נישט גיין ל"ג בעומר קיין מירון. מען האט פרובירט אים משכנע זיין אז היינט איז אנדערש, אפילו, אבער מיין שווער איז זייער שטארק אין זיך נישט אוועק רירן פון זיינע עלטערן.


איך בין געגאנגען דאווענען אין די מערה, ביי די צווייטע זייט, ביי רבי אלעזר. נאך שחרית בין איך דארט געבליבן לערנען זוהר, איך האב געלערנט תיקון ע' מיט אפאר חברים און געמאכט א סיום אויף תיקונים. אויך האב איך געלערנט מיינע שיעורים, מקרא, משנה און גמרא. איך בין אראפגעקומען באגלייטן מיין שווער אהיים.


ל"ג בעומר


מאנטאג נאכט האב איך געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע שליט"א. נאך מעריב האט מען אנגעצינדן די הדלקה, עס איז געווען אזעלכע פרייליכע טענץ. איך האב געטאנצן מיט התבודדות, איך האב זיך גוט אויסגעשמועסט ביים טאנצן מיטן אייבערשטן. איך האב געשפירט א שטארקע שמחה, ווער עס איז נישט געווען אין מירון ל"ג בעומר - וועט נישט פארשטיין וואס מען שפירט דארט, עס ווערט זייער ליכטיג אין הארץ און זייער פרייליך.


איך האב געהאט אביסל חלישות הדעת פון די פאר בחורים און אינגעלייט וואס האבן נישט קיין שכל, זיי שטייען ארום מיר און שטופן זיך ארום מיר ביי מיין טאטע שליט"א; מילא ביי אונז אין שול, ביי אונזערע ד' אמות - איז איין זאך, אבער אז איך גיי ביי מיין טאטע - שטערט מיר אז מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן ביי יענעם.


נאכדעם האט מען זיך געוואשן צו א סעודה און נאך די סעודה בין איך ארויף מיט מיין טאטע שליט"א צו די מערה. די יאר האבן די סדרנים מסדר געווען מען זאל קענען אריבערגיין אין א שורה, איך בין אריבער ביי די שורה. א גאנצע וועג האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים, מיר קענען האבן א שייכות מיט זיי.


נאכדעם האב איך געטאנצן אין די חצר. די הרגשה וואס מען שפירט דארט - קען מען נישט באשרייבן, דאס איז כל אחד כפום מה דמשער בליביה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אין די ערשטע שיחה אין שיחות הר"ן. דוד המלך זאגט (תהלים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", פרעגט דער רבי, וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי', איך ווייס? זאג, כִּי גָּדוֹל ה', דער אייבערשטער איז גרויס, וואס דרוקט ער 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי'? זאגט דער רבי: "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן. דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, 'אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא', איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, ער פירט די וועלט און ער הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים', דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפן פסוק (משלי לא, כג): "'נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ' – כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ", יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ.


ביי מיר ל"ג בעומר ווארט איך אויף טאנצן און זינגען; איך פריי זיך, איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האבן צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אונז מיר זאלן נישט פארלוירן גיין, מיר זאלן אלעס קענען פאררעכטן, אז מיר האבן צדיקים וואס זאגן אונז וואס טוט זיך אין הימל, וואס איז חשוב אין הימל, וואס איז מיט אונזערע מצוות וואס מיר טוען, ווי עס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן ווען מיר לערנען און דאווענען.


איך האב געמאכט אביסל הכנסת אורחים ביי מיר, איך האב אריינגענומען אפאר געסט וואס האבן נישט געהאט וואו צו שלאפן. ברוך השם מיינע קינדער האבן אוועק געגעבן זייערע בעטן, זיי זענען געשלאפן אויף א שטיקל מאטראץ אויף דער ערד פאר אנדערע אידן. מיין טאטע שליט"א האט מיך אזוי מחנך געווען, ער האט אריינגענומען יעדע שבת געסט, און איך האב געדארפט אוועק געבן מיין בעט, איך בין געשלאפן אויפן קאוטש, מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן, מיט הכנסת אורחים.


ל"ג בעומר אינדערפרי האבן מיר געלערנט אין די חצר פון מיין אכסניא - תיקונים, אינאיינעם מיט חברים תלמידי היכל הקודש, בערל פון בלומינגראוו, ישראל יוסף דער מלמד אין שטעטל און מנחם שטיינבערג, אויך אפאר חברים פון ארץ ישראל. מיר האבן אנגעהויבן פון די צווייטע הקדמה, ביז תיקון טו. מיר האבן געלערנט תיקון יד, דארט זאגט רבי שמעון בפירוש אז תשובה העלפט אויף אלעס, אפילו אויף די חטאים וואס שטייט אין זוהר נח און ויחי אז עס העלפט נישט תשובה, שטייט בפירוש אז ושב ורפא לו.


אפשערן


איך בין אריבער צו מיין טאטע אין די דירה מיט מיינע קינדער און מיר האבן געמאכט אן אפשערן, מיין טאטע האט אפגעשוירן און געזאגט די א' ב' און געלייגט די האניג וכו'.


איך האב געטראפן ר' גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, ער איז געקומען צו מיין טאטע שליט"א, איך האב אים געגעבן שלום. ער האט געזען ווי איינער כאפט א בילד, האט ער געזאגט: "אויבן אין הימל כאפט מען אויך בילדער, אבער דארט כאפט מען בילדער פון זאכן וואס מען וויל נישט דא כאפן בילדער".


איך האב געוואלט ארויפגיין נאכאמאל ל"ג בעומר צו די מערה, למעשה האב איך זיך מקשר געווען ביי מיר אין חצר.


יבנאל


מיטוואך פארטאגס האב איך געדאווענט ותיקין, זיך צאמגעפאקט און ארויסגעפארן קיין יבנאל. מען האט זייער שיין געמאכט דעם אריינגאנג צום ציון, מען קען שוין צופארן מיטן קאר ביזן ציון. איך האב געטראפן דער וואס באשעפטיגט זיך מיטן שיין מאכן דעם ציון, איך האב אים מחזק געווען ער זאל נישט מורא האבן פון קיינעם.


איך האב דארט געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען דארט. איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע תלמידים, איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע קינדער, טעכטער און זין.


איך האב געהאט א פלאן צו זיין מיט מיין ווייב א טאג צוויי אין יבנאל, איך האב געוואלט איבערנעכטיגן דארט, אבער עס האט זיך געפירט אנדערש.


איך בין אנגעקומען אינדערפרי ווען די קינדער גייען אין חדר, זיי האבן דארט אז עס צינדט זיך אן די מייק און עס זינגט די ווערטער פון מוהרא"ש: "גם אני רוצה להיות צדיק", אויף די ניגון וואס די וועלט זינגט אויף "אדיר אוים ונורא", די באבוב'ער ניגון. מוהרא"ש האט געמאכט ווערטער אויף דעם ניגון, מוהרא"ש פלעגט רופן דעם ניגון: "ניגון יום המיתה". די הויכע פאל גייט: "גם אני רוצה להיות צדיק, גם אני רוצה להיות צדיק"; אוי, עס רייסט די הארץ ווען מען זינגט דאס, ווען מען דערמאנט זיך נאר די קול פון מוהרא"ש. עס איז אזוי שיין צו הערן אינדערפרי ווי די קינדער הויבן אן דעם טאג מיט די ניגון "איך וויל אויך זיין א צדיק". אשרינו אז מיר האבן א צדיק וואס וועקט אונז אויף און ווייזט אונז אז מיר זאלן אויך בענקען צו דעם.


פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים, איך האב זייער געוואלט פארן מיטן וועג בקעה. איך גלייך צו פארן אויף דעם וועג, מען זעט דארט די בערג פון מדבר יהודה, עס אז א רואיגע וועג. אבער מיין ווייב האט מיר געבעטן נישט צו פארן דעם וועג, היות עס איז נישט רואיג צווישן די אראבער. איך האב אודאי געטון איר ווילן און געפארן מיטן אנדערע וועג, די שש. עס איז געווען א טרעפיק, מיר זענען אנגעקומען קיין ירושלים האלב צוועלף.


בית פיגא ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער מיידל שולע. די קינדער זענען אזוי גליקליך, זיי ווייסן ניטאמאל וואס זיי האבן, א פלאץ וואו מען לעבט און מען לערנט נאטירליך, אן ווערן צעדריקט פון דארפן זיין אזוי ווי די און די מיידלעך, און דארפן גיין אנגעטון אזוי ווי די און די קינדער, און אזוי ווייטער; אלע קינדער לעבן און לערנען אזוי ווי עס איז גוט, לויט זייער וועג.


ביז דערווייל איז אונזער שולע אין שטוב ביי משפחת פערל שיחיו, איך האב געבעטן דעם מנהל יצחק נרו יאיר ער זאל זוכן א צווייטע פלאץ פאר די שולע, איך וויל שוין האבן א געהעריגע פלאץ. אויך האב איך גערעדט מיטן מנהל נרו יאיר, איך וויל מאכן חדר און אויך שולע אלע טעג, נישט לאזן די קינדער הפקר. איך האב אים דערציילט ווי אזוי ביי אונז אין אמעריקע איז, מיר האבן חדר יעדן טאג אין יאר, אויסער ערב ראש השנה, ערב יום כיפורים, ערב סוכות, פורים און שושן פורים, ערב פסח, בדיקת חמץ און ט' באב; אפילו ערב ט' באב איז דא חדר ביז חצות, און אויך ביי די מיידלעך וויל איך מאכן פרייטאג שולע פאר די יונגערע קינדער, איך וויל נישט די קינדער זאלן זיך דרייען פריי אזויפיל טעג אין יאר.


תלמוד תורה ירושלים


איך בין געווען אין חדר, איך בין אנגעקומען נאכן עסן מיטאג. איך האב געבענטשט מיט די קינדער, איך האב זיי געוויזן אויסצושטרעקן די הענט ביי די ערשטע ברכה, פון הזן, ביי די ווערטער "פותח את ידיך". מוהרא"ש האט אזוי געמאכט, ער האט גענומען דעם מנהג פון די ספרדי'שע אידן.


איך האב געזינגען מיט זיי די ברכת המזון און נאכן עסן האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די ברויט און פאר די חמס. איך האב געזאגט פאר די מלמדים זאלן אויך געבן טרינקען פאר די קינדער, מען קען נישט געבן נאר עסן, מען דארף טרינקען ווען מען עסט.


איך האב זיי דערציילט שיינע מעשיות פון אמונה. די מעשה פון דוד מיט גלית, ווי דוד המלך האט נישט מורא געהאט פון דעם קליפה גלית וואס האט געוואלט אויסרייסן די אמונה, ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ד) אז גלית האט געוואלט אויסרייסן די אמונה.


דף גמרא ירושלים


איך בין געגאנגען דאווענען מנחה מיט אנשי שלומינו אין אונזער שול. איך געפון זיך זייער גוט אין אונזער שול, עס איז זייער א ריינער פלאץ און א פרייליכער פלאץ. איך האב פארגעלערנט א בלאט גמרא, איך וויל אזוי שטארק דאס אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו, אונזער פלאץ זאל נישט זיין קיין ליידיגע פלאץ. ליידער איז דא פלעצער וואס רופן זיך מיט די נאמען 'ברסלב', מען געבט כלומר'יש חיזוק, אבער אויב איז דאס אן תורה און אן תפילה - איז דאס א באלון פון לופט וואס פלאצט און גארנישט בלייבט, דעריבער ווען איך קום צווישן אנשי שלומינו פרוביר איך פארצולערנען א בלאט גמרא, זיי געבן צו פארזוכן א געשמאק ווי אזוי מען קען לערנען גמרא, און שפירן א געשמאק אפילו מען פארשטייט נישט פינקטליך.


נאכן פארלערנען האב איך געטיילט פאר די בחורים און אויך פאר אינגעלייט 'ספר תיקוני זוהר' פאר אלע וואס לערנען סדר דרך הלימוד. איציק איז געווען ביי מיר אין מירון, ער האט מיך געפרעגט פארוואס דער ראש ישיבה טיילט נאר אין חוץ לארץ פאר די בחורים תיקוני זוהר, מיר אנשי ארץ ישראל דארפן אויך א שטופ און חיזוק צו לערנען זוהר. איך האב טאקע אזוי געטון, איך האב זיי געגעבן א מתנה און אריינגעשריבן פאר אלע אפאר ווערטער, די נאמען ועוד.


ישיבה קטנה ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער ישיבה קטנה. איך האב גערעדט אפאר ווערטער פאר די בחורים, זיי האבן א גוטער מגיד שיעור, משה שמואל. איך האב גערעדט צו אים ווי אזוי ער זאל זיך פירן מיט די בחורים, און ווי אזוי ער זאל מחזק זיין אינגעלייט צו קומען צום שיעור גמרא.


פון דארט בין איך געגאנגען צו אן אכסניא. אברהם האט מיר צוגעגרייט א דירה פאר די פאר שעה, איך האב זיך געכאפט אז עס איז שוין פינף נאכמיטאג, עס איז שוין צוועלף שעה פון אויפשטיין פינף אינדערפרי, און איך האב נאך גארנישט געגעסן. איך האב געגעסן א קיכל און אויפגענומען אינגעלייט מיט זייערע משפחות, ביז מעריב.


מעריב


עס איז געווארן שפעט, איך בין צוריק אין שול דאווענען מעריב. נאך מעריב האבן מיר גערעדט אביסל חיזוק, די שיעורים אין ירושלים איז גאר אנדערש, עס איז כדאי זאלסט דאס אויסהערן. דער רבי זאגט, די דיבורים ווענדט זיך לויט די צוהערער, און אז עס קומען אסאך דורשטיגע מענטשן איז דא בעסערע דיבורים.


אויך האבן קינדער פון אונזער תלמוד תורה אין ירושלים געמאכט סיומים. הילד היקר משה ברילל האט מסיים געווען האלב ש"ס 'מסכת קידושין'. הילד היקר משה רוטמאן האט מסיים געווען 'מסכת יבמות'. הילד היקר מרדכי פערל האט מסיים געווען 'מסכת יומא'. הילד היקר שלמה לעווינזון האט מסיים געווען 'מסכת עירובין'. נאך קינדער האבן דארט געמאכט סיומים, הילד היקר שמעון יאקאבאוויטש האט מסיים געווען 'מסכת פסחים', אויך מיין זון הבחור שמעון האט מסיים געווען די צווייטע מאל ש"ס.


מיר האבן גערעדט פון אכטונג געבן אויף די ווייב, פארוואס זאל זיין אזוי אז ווען די ווייב בעט "נעם מיך מיט די קאר", "טראג מיך דא", "טראג מיך דארט" - ווערט מען אזוי ברוגז, מען האט נישט קיין כח, מען טראכט, אדער גאר מען זאגט: "איך בין עפעס א קאר סערוויס דרייווער?" "איך בין דיין שלאק?" און ווען א חבר בעט א טובה, טראגט מען און מען ברענגט, מען מאכט און מען טוט; ביסט דאך אן אכזר, אדער גאר א שוטה, דאס איז דאך דיין ווייב!!!


פארוואס ווען מען זעט די שכינה שלעפט זיך אראפ די טרעפ מיט א וועגעלע, לויפט מען העלפן, מען טראכט גלייך פון וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:) ווער איז א חסיד שוטה? דער וואס זעט א פרוי דערטרענקט זיך און גייט נישט העלפן, און ווען די ווייב בעט: "טראג מיך ארויף די וועגעלע מיט די קינדער", אדער "העלף מיר אראפגיין די טרעפ", ווערט מען גערעגט, מען לויפט אוועק; וואס איז מיט דיר, ביסט דאך א שלעכטער מענטש, דאס איז דאך דיין ווייב!


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן פון די נסיעה, איך האב אבער נישט קיין סאך צייט. יעצט קומט פאר א ברית אין ישיבה, איך דארף שוין מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#45 - ווען עס צעברעכט זיך א גלאז שרייט מען מיט פרייד, מזל טוב
שמחה, סגולות, קברי צדיקים, שלום, אידישע שטוב, עצבות, מנהגים, ראש ישיבה, שמחות, חודש ניסן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ה ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דאנק דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, קרעכץ נישט, רעד זיך נישט אפ, אפילו עס שטערט דיר וכו'. מענטשן גייען אריבער שווערע ביטערע צרות און יסורים; נאר הערן וואס מענטשן גייען אריבער - פון דעם קען שוין פלאצן דער מח, דאנק און לויב דעם אייבערשטן וועסטו זען נאך און נאך ניסים.


היינט איז דער יארצייט פון הרב הקדוש מצאנז זכותו יגן עלינו, איך האף מיטן אייבערשטנ'ס הילף היינט ארויס צו פארן קיין פוילן און זיין אין צאנז, מתפלל זיין ביים ציון פון הייליגן צאנזער רב. הגם דער מנהג איז נישט צו גיין חודש ניסן צו קברים; דאס איז נישט ביי קברי צדיקים, צו קברי צדיקים גייט מען שטענדיג.


אז עפעס צעברעכט זיך אין שטוב - זאלסטו נישט מאכן קיין עסק פון דעם. ביי אונז איז דער מנהג, ווען עס צעברעכט זיך א גלאז שרייט מען מיט פרייד: "מזל טוב!" דאס אליינס אז מען רעגט זיך נישט ווען עפעס צעברעכט זיך, מען קריגט זיך נישט, מען בלייבט פרייליך - דאס ברענגט שמחות, קינדער און שידוכים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#44 - טשעפע נישט דיין ווייב און מאך נישט חוזק פון אירע מנהגים
שלום בית, דרך ארץ, סיום, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, מנהגים, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טשעפע נישט דיין ווייב און מאך נישט חוזק פון אירע מנהגים, פיר זיך מיט דרך ארץ, דאס איז די גרעסטע הפצה. ווייל דו טראגסט דעם רבינ'ס נאמען, אלע קוקן אויף דיר און זאגן 'קוק ווי אזוי א ברסלב'ער חסיד פירט זיך, קוק ווי שיין זייער לעבן איז', און חס ושלום אז מען איז אן עזות פנים, מען פירט זיך מיט חוצפה צו אנדערע און עלטערע - ווערט דער הייליגער רבי פארשעמט.


מוהרא"ש פלעגט יעדן ערב פסח מאכן א סיום אויף מסכת תמיד. עס איז א קליינע שיינע גרינגע מסכתא, עס נעמט נישט לאנג דאס דורך צו לערנען. איך פיר זיך אויך אזוי, ערב פסח אינדערפרי לערן איך די מסכתא און איך בין דאס מסיים.


איך האב זוכה געווען צו זיין איין מאל ערב פסח ביי מוהרא"ש, שנת תשס"ט, דעמאלט זענען מיר געפארן מיט מוהרא"ש צום אטלאנטיק אושען מאכן די ברכה אינדערפרי ביים נץ החמה און נאכדעם זענען מיר געפארן דאווענען שחרית ביי מוהרא"ש אין בית המדרש, האב איך געזען נאכן דאווענען ווי מוהרא"ש לערנט מסכת תמיד און איז דאס מסיים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#43 - צו זיין אפגעהיטן פון א משהו חמץ, דארף מען בעטן דעם אייבערשטן
תפילה והתבודדות, אמונה, סיפורי צדיקים, מנהגים, ראש ישיבה, פסח, מצה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני א', י"א ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געדענק, אז מען וויל זיין אפגעהיטן פון א משהו חמץ - דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, אז מען זאל נישט עסן קיין חמץ, און אויב מען רעדט זיך איין אז מען קען אליינס אכטונג געבן - קען מען חס ושלום נכשל ווערן. אזוי ווי מוהרא"ש דערציילט די מעשה פון רבי דוד ממיקולייב זכרונו לברכה, א תלמיד פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. ער האט זיך אונטערגענומען צו מאכן וויין פאר זיין רבי דער הייליגער בעל שם טוב, ער האט עס געמאכט מיט אלע חומרות, מיט אלע בחינות וכו' וכו'. אויפן וועג אהיים האט מען אים אפגעשטעלט ביי די גרעניץ, און דער וועכטער האט געעפנט די וויין און עס מטמא געווען, ער האט עס געמאכט יין נסך. רבי דוד איז געווארן אויסער זיך, ער איז געווארן זייער צעבראכן פארוואס דאס האט פאסירט, ער האט געפרעגט זיין רבי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו פארוואס דאס האט פאסירט, האט אים דער הייליגער בעל שם טוב געפרעגט: "האסטו געבעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן לטובה?" האט ער געענטפערט פארן הייליגן בעל שם טוב אז ער האט טאקע אינגאנצן פארגעסן צו בעטן דעם אייבערשטן.


עס זענען דא וואס פירן זיך איבער צו קוקן אלע מצות ערב פסח, בודק זיין אויב עס איז דא כפילות; איך פארלאז זיך אויף די הכשר פונעם מצה בעקעריי. איך קוק נישט דורך די מצות ערב פסח, און אויב מיר טרעפן אין די מצה א כפילה - ברעכט מען עס אראפ און מען עסט דאס נישט.


איך בין שוין אין שטעטל, איך וועל מיטן אייבערשטנ'ס הילף דא זיין אויף פסח. מיר האבן געהאט א שיינע שבת מיט אנשי שלומינו, ממש טעם גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#42 - ווען דו קענסט, זאלסטו רעדן פון רבי'ן
חברים, מוסדות, חסידות ברסלב, שטעטל, רעדן, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, מנהגים, חדר, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין נעכטן געווען אין חדר און אין בית פיגא אין שטעטל, איין זאך קען איך דיר זאגן: "מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון קיינעם נישט".


די ווערטער פלעגט מיר מוהרא"ש שטענדיג זאגן. ווען מוהרא"ש איז געקומען באזוכן די ישיבה פלעגט מוהרא"ש שמייכלען צו מיר און זאגן די ווערטער: "מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון קיינעם נישט"; די קינדער, די אינגלעך און מיידלעך - אזוי פרייליך, אזוי רואיג, אנגעפילט מיט אמונה, אנגעפילט מיט שמחה; איך בין ארויס פון דארט אזוי פרייליך.


איך בין געפארן כשר'ן מיין קאך, ווייל מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין פסח אין שטעטל. איך האב גע'כשר'ט די קאך און אלעס איבערגעדעקט, מיר פירן זיך אפילו מען כשר'ט דעקט מען איבער אלע קאונטערס, סינקס און טיש, אלע פלעצער וואו מען עסט חמץ.


ווען דו קענסט - זאלסטו רעדן פון רבי'ן; אז דו קומסט אין שול, דו טרעפסט אנשי שלומינו, אדער אין שטוב מיט דיין ווייב, מיט דיינע קינדער - רעד פון הייליגן רבי'ן.


מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד א גרויסער צדיק, רבי אברהם שטערנהארץ זכרונו לברכה, אן אייניקל פון רבי נתן זכותו יגן עלינו, אויך אן אייניקל פון טשערינער רב זכר צדיק לברכה, ער האט געקענט דעם גאנצן ספר לקוטי מוהר"ן אויף אויסנווייניג. ער פלעגט אלץ רעדן נאר פון רבי'ן, אפילו אויף דער עלטער ווען ער איז געווען העכער די ניינציג יאר און ער איז געווען זייער שוואך - האט ער גערעדט נאר פון רבי'ן. מען האט אים געפרעגט: "רבי אברהם, וואס מוטשעט איר זיך אזוי צו רעדן פון רבי'ן, איר האט קוים כח?" האט ער געזאגט: "איך מוז רעדן פון רבי'ן, ווייל נאך אביסל קומט דער מלאך המות צו מיר, וויל איך ער זאל מיר צונעמען מיין נשמה אינמיטן רעדן פון הייליגן רבי'ן".


אז מען דריידט זיך אין ברסלב מיינט נישט אז מען האט שייכות מיטן רבי'ן, זוך חברים וואס רעדן פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#41 - ווען מען ליינט די מגילה עפענען זיך אויף די הימלען
מנהגים, פורים, אידיש, הכנה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט גייען מיר זוכה זיין צו ליינען די מגילה. צדיקים האבן אונז מגלה געווען דאס גרויסקייט פון קריאת מגילה, אז עס לוינט זיך צו זיין דא זיבעציג יאר און ליידן וואס מען ליידט - אבי צו הערן די מגילה.


ווען מען ליינט די מגילה עפענען זיך אויף די הימלען, די טירן פון גן עדן, מען קען זוכה זיין צו ווערן זייער הייליג און נאנט צום אייבערשטן. אלעס ווענדט זיך לויט די הכנה, וויפיל מען גרייט זיך און וויפיל מען בענקט צו די מצוה; דאס בענקען און בעטן: "רבונו של עולם, איך וויל זוכה זיין צו באקומען פון די קדושה פון מרדכי הצדיק און אסתר המלכה"; דורכדעם איז מען זוכה צו גרויסע זאכן.


מען קומט אין שול צו מנחה מעריב מיט שבת'דיגע קליידער און מען פירט זיך צו געבן א מחצית השקל. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדקה חלק ב', סימן יט): "עַל יְדֵי נְתִינַת שְׁקָלִים נִצּוֹל מִיֵּצֶר הָרָע", דורך געבן שקלים ווערט מען געראטעוועט פונעם יצר הרע. מען געבט פאר די גאנצע משפחה; פאר זיך, פאר די ווייב און פאר אלע קינדער - דריי האלבע דאלער, און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין ניצול צו ווערן פונעם יצר הרע וואס וויל נאר מאכן פירודים צווישן אידישע קינדער.


א פרייליכן פורים.

#40 - מנהגים פון יוצרות אין שבת שקלים
מנהגים, שבת שקלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, ל"ח שובבי"ם, כ"ד שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד גבאי בית המדרש היכל הקודש, ה' עליהם יחיו


די וואך, שבת שקלים, איז דער מנהג ביי אונז אז מיר זאגן די יוצרות סיי ביי הויכע שמונה עשרה פון שחרית, און סיי ביי די הויכע שמונה עשרה פון מוסף.


ביי שחרית זאגן מיר נישט די לאנגע פיוט פאר קדושה. אזוי איז ביי די אלע ד' פרשיות, מיר זאגן נישט די לאנגע פיוט פון פאר נקדישך.


איך האף אייך צו שיקן א בריוו וואס פארצוליינען ביי שלש סעודות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#39 - נישט אוועקגיין פון די מנהגים פון די עלטערן
תפילה והתבודדות, צניעות, חיזוק פאר פרויען, שטעטל, דרייוון, מסורה, מנהגים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, י"ז שובבי"ם, ב' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו, מיט די פראגע אויב איר זאלט זיך מאכן לייסענס צו פירן א קאר; איר פרעגט וואס איז ריכטיג.


עס איז מיר נישט גרינג צו ענטפערן די פראגע, ווייל פון איין זייט זעען מיר בריוו אין אשר בנחל ווי מוהרא"ש זאגט פאר די פרויען אין יבנאל זאלן דיקא יא אליינס פירן א קאר אלס צניעות, עס זאל נישט צוקומען צו קיין מכשולות פון פארן מיט פרעמדע מענער, איסור יחוד רחמנא לצלן.


פון די אנדערע זייט זאגט איר דאך אז ביי אייערע עלטערן און ביי אייער מאן'ס עלטערן איז דאס נישט אנגענומען, מען קוקט אויף דעם ווי א ירידה אין צניעות.


ווידעראום מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען מען זאל נישט אוועקגיין פון די מנהגים פון די עלטערן; סיי ווי אזוי די עלטערן גייען אנגעטון און סיי מיט אלע מנהגים.


אויב איז דאס נוגע נאר צוליב וואס איר וואוינט אין שטעטל, איר שפירט זיך איינגעשפארט; וואלט איר געוואוינט אין שטאט - וואלט איר בכלל נישט געטראכט פון פירן א קאר, אי משום הא - איז ענדערש צוריק צו גיין אין שטאט וואוינען.


מאכט התבודדות, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן. התבודדות קלארט אויס דעם מענטש, מען ווערט קלאר ווי אזוי צו לעבן און וואס צו טון אין לעבן.

#38 - די וועלט איז דער גיהנום אליינס
צרות, התחזקות, הפצה, עבודת השם, לימוד התורה, מנהגים, תעניתים, דאווענען, מוהרנ"ת ז"ל, עשרה בטבת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעדער איינער מוטשעט זיך. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט) עס איז נישטא קיין מענטש וואס זאל נישט האבן קיין יסורים, אויך די גרויסע עשירים זענען פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, "קְצַר יָמִים", דאס לעבן פון א מענטש איז ווייניג, "וּשְׂבַע רֹגֶז", און פול מיט ווייטאג, אזוי אויך זאגט שלמה המלך (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו", דאס גאנצע לעבן, "כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישטא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן, נאר צום אייבערשטן און צו די תורה.


וואויל איז דעם מענטש וואס לערנט יעדן טאג און גייט אין שול דאווענען דריי מאל א טאג, דאס וועט בלייבן; "נאר דאס איז יא און מען קען עס באקומען". היינט נאכט איז די יארצייט פון הייליגן רבי נתן זכרונו לברכה, ער פלעגט זאגן: "די וועלט איז נישט און מען קען זי נישט באקומען, תורה ותפילה איז יא און מען קען איר קריגן". די וועלט איז נישט, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם", אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', "כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם", דא איז דער גיהנום אליינס, "כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד", ווייל יעדער איז פול מיט יסורים.


היינט נאכט וועלן מיר זיך צאמקומען דאנקען דעם אייבערשטן אויף רבי נתן, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט רעדן פון רבי נתן אזוי גרויס און אזוי הויך. מוהרא"ש האט געזאגט: "דער חידוש איז רבי נתן"; דער רבי, דאס איז א זאך וואס מיר ווייסן נישט און פארשטייען נישט, למעלה מהשגתינו, רבי נתן איז דער חידוש, און נאר דורך אים ווייסן מיר פון רבי'ן און מיר האבן אונזער גוטע לעבן.


דער עיקר דארפן מיר צוהערן די לעצטע ווערטער וואס רבי נתן האט אונז געזאגט איידער זיין הסתלקות: "עזרא הסופר גייט אוועק פון די וועלט, (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת, רבי נתן האט מרמז געווען אויף זיך אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר) און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזויפיל ווי עס איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג", און רבי נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, סע זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'".


מארגן פאסטן מיר, פרויען פאסטן נישט עשרה בטבת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#37 - אפשערן א קינד אום ראש חודש
שטעטל, מנהגים, הלכה, אפשערן, ראש חודש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


מזל טוב צו די גרויסע שמחה אז דו גייסט יעצט מאכן פאות פאר דיין זון נרו יאיר, דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


בנוגע שערן ראש חודש; עס איז א צוואת רבי יהודה החסיד זיך נישט צו שערן ראש חודש (צוואת רבינו יהודה החסיד, סימן מח). הגם עס זענען דא וואס זאגן אז מאכן פיאות פאר א דריי יעריג קינד - קען מען יא, אפילו ראש חודש, דאך זאלסטו אפשערן - אדער ערב ראש חודש, אדער א טאג נאך ראש חודש.


אגב, א כלה וואס האט חתונה ראש חודש ביינאכט שערט זיך אפ גלייך אינדערפרי, אום ראש חודש. אזוי אויך, ווען מען דארף זיך מטהר זיין וכו' - שערט מען זיך אפילו ראש חודש.


זיי שטארק מיט דיין אמט, זיין א גבאי אין שטעטל; זע אז אלעס אין שטעטל זאל זיך פירן אזוי ווי עס דארף צו זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - אז דו וועסט נישט היטן די אויגן, וועסטו אלעס פארלירן
תפילה והתבודדות, שמחה, קדושה, אמונה, משפחה, בזיונות, מאוויס, עבירות, חסד, תכלית, ישיבה, מנהגים, ראש ישיבה, שמירת עינים, דאווענען, קשיות, פרויען צאמקום, ניחום אבלים, הצלה, סיפוק, יום כיפור קטן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן האב איך זיך זייער נישט גוט געשפירט, עס האט געהייסן איך וועל אויפנעמען אינגעלייט, אזוי ווי געווענליך יעדע זונטאג נעם איך אויף די חתונה געהאטע תלמידי הישיבה, אבער איך האב נישט געקענט, איך האב שווער געאטעמט, איך בין פארקילט.


דיר בעט איך זייער, היט דיינע אויגן; קוק נישט קיין שמוציגע בילדער, עקעלדיגע ווידיאוס. אויב מען איז מפקיר די אויגן - פאלט מען אראפ אין די שרעקליכע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. די עבירה הרג'עט דעם מענטש, מען פארלירט אלעס; מען פארלירט די פרנסה, מען פארלירט די ווייב מיט די קינדער, מען פארלירט די טעם פון דאווענען און לערנען, ועל כולם פארלירט מען די הייליגע אמונה; מען ווערט אנגעפילט מיט קשיות אויפ'ן הייליגן באשעפער, אלץ דורך די עבירה פון פגם הברית.


דו ווייסט דאס אז יעדער גנב לאזט נאך פיס טריט אונטער זיך, נישטא אזא זאך איינער זאל זיך קענען ארויסדרייען, ביים סוף קומט מען אן אין תפיסה. אזוי אויך, ווער עס באהאלט זיך מיט אן עבירה מיינט אז ער קען זיך באהאלטן, אבער ביים סוף קומט ארויס די סוד, דעמאלט איז גאר ביטער, מען ווערט פארשעמט פאר אלעמען; די ווייב אנטלויפט, און אפילו מען וועט איר זאגן נישט אנטלויפן האט דאס שוין יענע טעם, יענץ פנים; זי קען נישט לעבן מער אינאיינעם וכו' וכו', די קינדער שעמען זיך פון אזא טאטע, און אזוי ווייטער, דעריבער זאלסטו שוין באצייטנס אפלאזן אלע דיינע קשרים וכו'.


זוך דיר נישט קיין צרות. אפילו ווען דו ווילסט טון א חסד וכו' - זאלסטו טון חסד מיט מענער, און דיין ווייב זאלסטו לאזן טון חסד מיט פרויען, דו געב אכטונג פאר דיין לעבן. דערפאר האב איך גרויס חשק אין שטעטל אז פרויען זאלן זיך אויסלערנען צו קענען ראטעווען לעבנס, ווייל די שטעטל איז קליין, אלע קענען זיך, איז וואס פעלט אויס אינגעלייט זאלן זיך באשעפטיגן מיט זיי; ענדערש זאלן פרויען טון חסד מיט פרויען און מענער מיט מענער.


איך בין נעכטן געווען מנחם אבל זיין מיין מחותן, דער שווער פון אונזער מנהל ר' מרדכי אינדיג נרו יאיר, הרב ..., ער זיצט שבעה נאך א ברודער זיינע, טאטע פונעם מלמד ...; וואס זאל איך דיר זאגן, מען זעט ממש וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן, מען גייט מנחם אבל זיין, דארט הערט מען נאר רעדן פון תורה, תפילה און תמימות; קיינער רעדט נישט פון קיין געלט, מען רעדט נישט פון הייזער, מען רעדט נאר דבורי תכלית.


ביינאכט האב איך זיך שוין בעסער געשפירט, בין איך צוריק אין ישיבה פארלערנען דעם בלאט גמרא. אם ירצה ה' מיטוואך זענען מיר מסיים מסכת כתובות און מען הויבט אן מסכת נדרים.


זאג דיינע בחורים זאלן קומען אין ישיבה מיט א מסכת נדרים, און אויב דיין בחור האלט מיט די הלכה שיעור - זאל ער ברענגען א הלכות שבת, מען גייט לערנען סימן שי"ח - הלכות בישול. און דיינע יונגערע בחורים זאלן אויך ברענגען מסכת סוכה.


היינט זאגט מען נישט יום כיפור קטן, וסימנך מלבד ח'ט'א'ת הכיפורים, יעדע ערב ראש חודש זאגט מען יום כיפור קטן, אויסער די פיר חדשים וואס איז ראשי תיבות חטא"ת: ח'שון ט'בת א'ייר און ת'שרי - זאגט מען נישט יום כיפור קטן.


היינט נאכט וועט זיין די פרויען צאמקום, מען האט צעטיילט די צאמקום, מען קען מיטהאלטן די שיעורים סיי אין בית המדרש עצתו אמונה און סיי אין בית המדרש אשר בנחל; זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען גיין שעפן פרישע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#35 - מנהגים פאר שבת חול המועד סוכות
מנהגים, סוכות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש , י"ט תשרי, ג' דחול המועד סוכות, שנת תשפ"ג לפ"ק


לכבוד דער חשוב'ער גבאי היכל הקודש נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שבת חול המועד זינגען מיר דעם גאנצן "לכה דודי"; אזוי האט מוהרא"ש איינגעפירט.


מיר זאגן נישט די שטיקלעך זוהר פון "כגונא".


ביי "לא תבושי", ביי די שטיקל "בואי בשלום" - טאנצן מיר ארום דעם בית המדרש; אנדערש ווי סתם א שבת וואס מיר דרייען זיך אויס מקבל שבת זיין.


בנוגע זאגן די הושענות שבת חול המועד; מיר פירן זיך אז דער בעל תפילה זאגט פאר נאר די ערשטע פיר שטיקלעך: למענך אלוקינו, למענך בוראנו, למענך גואלנו און למענך דורשינו, נאכדעם זאגט יעדער איינער פאר זיך.


שבת גייען מיר נישט ארום די בימה.


בנוגע ליינען קהלת בציבור; ביי אונז פירט מען זיך צו זאגן "קהלת" שבת חול המועד, מיר זאגן דאס נאך שחרית, יעדער איינער זאגט דאס פאר זיך.


א גוט שבת און א גוט יום טוב.

#34 - מעג מען חתונה מאכן סוף חודש?
חתונה, מנהגים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין פראגע.


בנוגע וואס דו פרעגסט אויב דו זאלסט זיך עקשנ'ען אז די חתונה זאל נישט זיין סוף חודש.


אין שאלות ותשובות ברסלב איז דא די פראגע, מען פרעגט מוהרא"ש (חלק לא, מכתב ג' תתעז): "הַאִם יֵשׁ יָמִים שֶׁאָסוּר לַעֲרֹךְ בָּהֶם חֲתֻנָּה? איז דא טעג וואס מען מאכט נישט חתונה? ענטפערט מוהרא"ש: בדרך כלל מאכט מען נישט חתונה פון כ"ד לחודש ווייל אין די טעג איז נישטא קיין ברכה, אֲבָל כְּפִי גֹּדֶל הַנִּסְיוֹנוֹת הַקָּשִׁים וְהַמָּרִים שֶׁעוֹבְרִים הַיּוֹם עַל כָּל אֶחָד וְאֶחָד, אבער וויבאלד עס גייט אריבער שווערע ביטערע נסיונות אויף יעדן איינעם, אֲזַי יְכוֹלִים לְהִתְחַתֵּן בְּכָל יוֹם שֶׁרַק רוֹצִים, קען מען מאכן די חתונה סיי וועלכע טאג, כִּי בְּכָל יוֹם וָיוֹם מֵאִיר בּוֹ הָאוֹר הַגָּנוּז שֶׁל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, ווייל יעדן טאג שיינט די ליכטיגקייט און די זיסקייט פונעם אייבערשטן, וְלָכֵן לֹא צְרִיכִים לִדְאֹג כְּלָל, מען דארף זיך גארנישט זארגן, כִּי עָדִיף לְהִתְחַתֵּן מִלְּהִכָּשֵׁל בַּעֲבֵרוֹת חֲמוּרוֹת, ענדערש זאל מען חתונה האבן ווי איידער אראפפאלן אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן; וְלָכֵן צְרִיכִים לָדַעַת שֶׁכָּל יוֹם וָיוֹם זֶה יוֹם מֻצְלָח, יעדן טאג איז א גוטע טאג, וְלֹא לְהִתְבַּלְבֵּל מִשּׁוּם דָּבָר, מען דארף זיך נישט מבלבל זיין פון קיין שום זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#33 - פאר א גוטע שידוך איז ווערד צוצודעקן דעם שייטל
צניעות, שידוכים, מנהגים, שייטל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות מסעי, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען רעדט אייך א גוטע שידוך, א גוטער בחור, א בחור מיט גוטע מידות, און סך הכל וואס זיי בעטן איז אז איר זאלט גיין מיט א צוגעדעקט שייטל - איז זיכער אז איר זאלט דאס טון; א גוטע שידוך, א גוטע משפחה - איז ווערד מען זאל זיך טוישן די לבוש.


נאך א זאך, ווען מען טוט זיך אן מער בצניעות הייסט דאס נישט געטוישט דעם לבוש; אז ביי ענק גייט מען מיט א אפענע שייטל און מען רעדט פון זיך צודעקן די שייטל - הייסט דאס נישט אז מען האט געטוישט לבוש.


דעריבער זאלט איר זאגן פאר אייער טאטע אז איר זענט גרייט אנצוטון א צודעק אויפ'ן שייטל אבי צו באקומען א גוטער בחור, אן ערליכע שטוב.


מוהרא"ש פלעגט זאגן, דאס וואס מענטשן וויינען: "נישטא קיין שידוכים" - איז א ליגנט; עס איז דא שידוכים, און דאס וואס מען זעט עלטערע בחורים, עלטערע מיידלעך - דאס איז ווייל מען וועלט זיך, מען זאגט אפ שידוכים; דער זאגט אפ וועגן א צודעק אויפ'ן שייטל, א צווייטער זאגט אפ צוליב די משפחה אהער משפחה אהין, די קינדער ווערן עלטער און עלטער ביז מען פאלט אראפ השם ישמרינו.


וואלט מען פארלאנגט איר זאלט זיך אויסטון דעם צודעק, אראפגיין א שטאפל - וואלט מען געדארפט אריינקלערן, אבער אז מען וויל ווערן בעסער - איז דאס בכלל נישט קיין שאלה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - הנהגות פאר תשעה באב וואס געפאלט אום זונטאג
הפצה, שבת קודש, מנהגים, הלכה, תשעה באב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בראכפעלד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי אונז מאכט מען נישט קיין שום אבילות שבת חזון; מען זינגט לכה דודי אזוי ווי אלע וואכן און מען ליינט די פרשה אזוי ווי אלע וואכן, מען זינגט נישט דעם פסוק "איכה אשא לבדי" מיט'ן ניגון פון איכה.


שבת טאר מען נישט ווייזן קיין שום צייכענעס פון אבילות.


ביי אונז מאכט מען אלעס געהעריג אזוי ווי אלע שבתים; מען עסט אינאיינעם שלש סעודות, מען הויבט אן אביסל פריער, מען ענדיגט עסן ביי די שקיעה און מען בלייבט ווייטער זינגען אינאיינעם ביזן זמן רבינו תם. מען גייט אהיים זיך איבערטון וואכנדיגע קליידער און מען קומט צוריק צו מעריב און מגילת איכה.


פרויען און קינדער וואס פאסטן נישט מאכן נישט קיין הבדלה, זיי עסן אן הבדלה; זיי הערן הבדלה פון די מענער ביים אויספאסטן.


זע צו האבן חיות פון הפצה, נישט פון אויסלעשן די לעקטער ביי איכה, פון אראפנעמען די פרוכת וכו'; אונזער חיות דארף זיין 'ווי קען מען נאך א איד מקרב זיין צום אייבערשטן'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#31 - הנהגות פאר א אידישע מאמע וואס ווארט אויף א שמחה
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, מנהגים, הדרכות, עין הרע, שמות הצדיקים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס אז איר ווארט וכו'.


איר ווילט הערן אין קורצן וואס צו טון אין די טעג.


הדבר הראשון, גלייך מודיע זיין די עלטערן; עלטערן זענען באזארגט, זיי ווילן הערן גוטע נייעס ביי זייערע קינדער, גייט אריבער פערזענליך דערציילן די גוטע נייעס.


צווייטנס, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים, און אין די זעלבע צייט בעטן אז אלעס זאל זיין גרינג, און אלעס זאל זיין מיט נחת און פרייד.


דריטנס, זיך אכטונג געבן פון עין הרע; מען דערציילט נישט פון דעם, מען רעדט נישט פון דעם, מען באהאלט עס פון מענטשן. אויך אין די שפעטערדיגע טעג, ווען מען קען שוין נישט באהאלטן - גייט מען אנגעטון איידל, נישט אויסשטעכן מענטשן'ס אויגן.


פערטנס, אין די צייט דארף מען רוען, זיך נישט איבערשטרענגען, זיכער נישט מאכן קיין איבערגעשטרענגטע איבונגען (עקסערסייז), עס קען זיין א סכנה.


פינפטנס, אין די צייט זאל מען נישט קוקן קיין טמא'נע חיות און בהמות; מען גייט נישט אין קיין טיער-גארטן (זו), מען קוקט נאר אויף הייליגע זאכן, זומער דארף מען זיך מער אבאכט געבן, ווייל וואס די מאמע קוקט און טראכט - קריצט זיך איין אינעם קינד, דאס העלפט אים זיין אן ערליכער איד.


זעקסטנס, מען עסט נישט קיין רויע קנאבל און רויע צוויבל, עס איז נישט גוט נישט פאר די מאמע און נישט פאר די קינד (ספר המדות אות הריון, סימן ד). צוויבל עס מיר נישט אין אלע צייטן, רויע צוויבל - זאגט דער רבי - איז סם (שיחות הר"ן, סימן רסה). אויך רעטעך איז נישט גוט צו עסן אין די טעג (ספר המדות אות קשוי לילד, סימן א).


זיבעטנס, עס איז דא א סגולה אין רבינ'ס ספרים (ספר המדות אות הריון, סימן ב), א פרוי זאל האבן מיט זיך א מאגינעט און א שטיקל האלץ פון די דאך פון א קבר פון א צדיק, אויך א זילבערנע ה (איך געב א מתנה א זילבערנע ה פאר אלע תלמידות פון בית פיגא וואס שערן זיך אפ די האר, איך מיין איך האב אייך דאס שוין געגעבן).


ועל כולם - תפילה, און נאכאמאל תפילה און א דריטע מאל תפילה.


מוהרא"ש זאגט, מען זאל זאגן די נעמען פון צדיקים, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאכדעם בעטן בזכות די צדיקים זאל אלעס זיין בשלום; דא האט איר די תפילה:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים אוּן אִיךְ זָאל זוֹכָה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט - גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה אוּן הֶעלְף מִיר אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים, וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה], יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


 

#30 - גבאים דארפן זען אז יעדער מתפלל זאל זיין פרייליך
בית המדרש, מנהגים, גבאי, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש עצתו אמונה חסידי ברסלב ליבערטי


מיר קומען זיך צוזאם שבועות ביינאכט ארום איינס אזייגער, מיר זינגען אביסל לכבוד יום טוב, נאכדעם זאגן מיר אינאיינעם דעם "תיקון ליל שבועות", אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש; מיר זאגן די ערשטע פסוק פון יעדע פרשה און די לעצטע פסוק פון יעדע פרשה, נישט מער און נישט ווייניגער.


אזוי גייען מיר פון תורה צו נביאים און פון נביאים צו כתובים, פון יעדן ספר זאגן מיר אינאיינעם הויך אויפ'ן קול. ווען מיר ענדיגן תורה זינגען מיר א ניגון, און ווען מיר ענדיגן נביאים זינגען מיר, אזוי יעדעס מאל זינגען מיר.


נאכדעם זאגן מיר תרי"ג מצוות; מיר זינגען נאך יעדע הונדערט מצוות א ניגון כדי דער עולם זאל נישט איינשלאפן.


אז עס בלייבט איבער צייט רעד איך אפאר ווערטער, נאכדעם גייען מיר אין א טאנץ, און ביים עלות השחר גייען מיר אין מקוה.


איך שרייב דיר דאס אלעס ווייל דו האסט מיר געבעטן אז דו ווילסט וויסן ווי אזוי צו מאכן ביי ענק אין בית המדרש. אבער איך וויל דיר קלאר שטעלן אז עס דארף נישט זיין פונקט אזוי, מיר מאכן אזוי ווייל אזוי ארבעט זיך אויס ביי אונז, דו מאך ווי אזוי עס ארבעט זיך אויס ביי ענק; מען דארף נישט נאכמאכן די זאכן.


איין זאך דארף מען אכטונג געבן, גבאים דארפן זען אז יעדער מתפלל, יעדער איד וואס האט נאר אריינגעטראטן אינעם שול - זאל יענעם גוט זיין, יענער זאל זיין פרייליך.


גבאים דארפן האלטן קאפ אויב איינער פעלט, איינער קומט נישט - וואס איז די מעשה, אפשר דארף יענער הילף.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - מנהגים ביי א וואך נאכט און ברית אום יום טוב
מנהגים, שמחות, יום טוב, ברית, וואך נאכט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע אינגל, דער אייבערשטער זאל העלפן די ברית זאל זיין אין צייט, און דו זאלסט אים מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים.


בנוגע מאכן א וואך נאכט יום טוב; זאלסט מאכן די וואך נאכט אינאיינעם מיט די סעודת יום טוב, דארפסט נישט מאכן קיין גרויסע זאכן; זיי מודיע פאר די משפחה און נאנטע פריינט, זיי זאלן קומען ווינטשן ברכות.


בנוגע רופן קינדער ליינען קריאת שמע נעבן דעם קינד; יעצט אז עס פאלט אויס אום יום טוב - קענסטו רופן קינדער פאראויס ליינען קריאת שמע.


בנוגע דיין פראגע אויב דו זאלסט רופן א מנין צום סעודת הברית; דער רמ"א זאגט (יורה דעה הלכות מילה, סימן רסה, סעיף ב): "וְנָהֲגוּ לָקַחַת מִנְיָן לִסְעֻדַּת מִילָה, וּמִקְרֵי סְעֻדַּת מִצְוָה", מען פירט זיך צו נעמען צען מענטשן צום סעודה; זאלסטו פרובירן צו ברענגען צען מענטשן צו די סעודה, און אז עס איז נישט שייך - זאלסטו מאכן אן דעם.


דאס ווייסטו דאך, אז ביי א ברית איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות פאר טאטע מאמע און פאר אלע משתתפים; מען קען פועל'ן בשעת'ן ברית גרויסע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#28 - די פייל און בויגן לערנט אונז די איינציגסטע עצה איז תפלה
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, משיח, מנהגים, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אין ל"ג בעומר איז א מנהג צו שיסן מיט א פייל און בויגן, עס איז דא כמה טעמים בזה. איינע פון די טעמים, דער הייליגער זוהר זאגט (תיקונים, תיקון יח, דף לו:): "וְסִימָנָא דָא יְהֵא בִידָךְ", דאס זאל זיין דיין סימן, "עַד דְּתֶחזֵי קַשְׁתָּא בְּגַוְּונוֹי נְהִירִין לָא תְצַפֵּי לְרַגְלֵי דִמְשִׁיחָא", ווען מען וועט זען א קשת בְּגַוְּונוֹי נְהִירִין וועט משיח קומען; דעריבער שפילט מען מיט'ן קשת צו ווייזן אז ל"ג בעומר איז א טאג וואס איז מסוגל לזה.


מיט'ן רבינ'ס הקדמות קען זיין פשט, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ב): "עִקַּר כְּלֵי זֵינוֹ שֶׁל מָשִׁיחַ הוּא הַתְּפִלָּה", משיח וועט אייננעמען די וועלט מיט תפילה, "וְכָל מִלְחַמְתּוֹ שֶׁיַּעֲשֶׂה", אלע זיינע מלחמות, "וְכָל הַכְּבִישׁוֹת שֶׁיִּכְבֹּשׁ", אלעס וואס משיח וועט אייננעמען, "הַכֹּל מִשָּׁם", אלעס וועט זיין מיט תפילה; זיין געווער, זיין שווערד, זיין בויגן – וועט זיין תפילה. אזוי ווי עס שטייט (בראשית מח, כב): "בְּחַרְבִּי וּבְקַשְׁתִּי", זאגט רש"י, מיט תפילה און בקשה; דאס קען זיין פשט וואס רבי שמעון בר יוחאי זאגט פאר זיין זון, ווילאנג דו וועסט נישט זען א קשת בְּגַוְּונוֹי נְהִירִין, כל זמן עס איז נישטא תפילה, "לָא תְצַפֵּי לְרַגְלֵי דִמְשִׁיחָא", איז דאס נישט משיח; דער סימן פון משיח איז קשת התפלה.


ל"ג בעומר איז א הייליגע טאג, עס ווערט נתגלה סודות התורה, מען הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן אין יעדע זאך; נעמט מען די קינדער און מען געבט זיי א בויגן, זיי אויסלערנען אז עס איז דא איין עצה – תפילה והתבודדות, והבן למעשה.

#27 - ל"ג בעומר שפילן די קינדער מיט א פייל און בויגן
חינוך הילדים, מנהגים, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


אין ל"ג בעומר איז א מנהג אז די קינדער שפילן זיך ביי א פייל און בויגן, עס ווערט געברענגט א טעם פון צדיקים, עס שטייט אין זוהר (תיקונים, תיקון יח, דף לו:) דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי האט געזאגט פאר זיין זון רבי אלעזר: "לָא תְצַפֵּי לְרַגְלֵי דִמְשִׁיחָא עַד דְּתֶחזֵי קַשְׁתָּא בְּגַוְּונוֹי נְהִירִין", דער סימן פון ביאת משיח וועט זיין ווען מען וועט זען א קשת בְּגַוְּונוֹי נְהִירִין; ל"ג בעומר איז א טאג וואס רבי שמעון בר יוחאי האט מגלה געווען די סודות התורה וואס ברענגט משיח, דערפאר גייען די קינדער ארויס אין פעלד שפילן מיט א קשת, מרמז צו זיין אז ל"ג בעומר איז א צייט פון ביאת משיח.


זאלסטו נעמען די קינדער ל"ג בעומר, גיין מיט זיי אין פעלד; מען זאל שיסן מיט'ן בויגן און בעטן דעם אייבערשטן משיח זאל שוין קומען.


לייג אריין אין די קינדער יראת שמים, רעד צו זיי פון שכר ועונש. אויב מען טוט מצוות באקומט מען גן עדן, קינדער דארף מען פארשטיין געבן גן עדן לויט זייער פארשטאנד; און אויב מען טוט אן עבירה איז דא עונשים, און אז מען טוט תשובה נעמט מען אוועק די עונשים.

#26 - מ'זינגט בר יוחאי דעם שבת פאר ל"ג בעומר
בית המדרש, מנהגים, גבאי, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ב אייר, כ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... גבאי בית המדרש עצתו אמונה, ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין פראגע.


וואויל איז דיר אז דו ביסט א משמש ביים רבי'ן. עס איז נישט גרינג צו זיין א שמש אין בית המדרש; פון איין זייט דארף מען אכטונג געבן אויף סדר, אין בית המדרש זאל נישט זיין קיין הפקרות, פון די אנדערע זייט דארף מען אכטונג געבן אויף מענטשן, קיינעם נישט וויי טון; מען דארף קענען גיין לרוחו של כל אחד ואחד, דעריבער דארף א גבאי שטענדיג בעטן דעם אייבערשטן צו וויסן ווי אזוי צו פירן דעם בית המדרש.


צדיקים זאגן, די ראשי תיבות פון גבאי איז א'נא ב'כח ג'דולת י'מינך, מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


די וואך שבת, א שבת פאר ל"ג בעומר, פירן מיר זיך צו טאנצן "בר יוחאי", אויך דעם שיר "אמר רבי עקיבא" - פאר מען זאגט כגוונא, דאס הייסט נאך קדיש יתום.


א פרייליכן שבת.