בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#20 - וואס דער דיין פסק'נט, אזוי איז די הלכה
מנהגים, הלכה, טהרת המשפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר, וואס דער דיין פסק'נט - אזוי איז די הלכה! אפילו מען פארשטייט נישט. אמאל קען זיך דאכטן אז עס איז נישט גוט און דער דיין זאגט עס איז יא גוט - טאר מען נישט צווייפלען און טראכטן אז דער דיין ווייסט נישט; אז מען פסק'נט כשר איז כשר און אז מען זאגט עס איז נישט גוט איז נישט גוט.


בנוגע נאכט קליידער וכו'; אזוי איז דער מנהג, אין די טעג גייט מען ווייס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, ווארפט מען נישט אוועק מסורת אבות
חסידות ברסלב, מסורה, מנהגים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט משנה פון דיין טאטנ'ס שבת טיש; בלייב מיט אלע מנהגים, לייג נאר אריין אין אלע מנהגים א שמחה און א חיות.


ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן - ווארפט מען נישט אוועק מסורת אבות; מען באקומט פון רבי'ן א חיות און א שמחה אין אלע מצוות וואס מען טוט.


עס איז דא א לשון פון רבי'ן ווי ער שרייבט פאר זיין איידעם רבי יוסקא (מכתבי רבינו ז"ל בתחלת ספר עלים לתרופה, מכתב ב): "בִּקַּשְׁתִּי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי", איך בעט דיר מיין ליבער איידעם, "שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק", לערן יעדן טאג גמרא און הלכה, "שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מְטָפֵל עִיקָר", מאך נישט פון נישט וויכטיגע זאכן - אן עיקר, "אֶת הָאֱלֹקִים יְרָא וְאֶת מִצְוֹתָיו שְׁמוֹר, כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט, נאר תורה ותפילה ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - מען דארף ליינען אלע דריי פרשיות פון קריאת שמע יעדן אינדערפרי
מנהגים, קריאת שמע, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט ווער עס האט דיר געזאגט אז מען קען יוצא זיין קריאת שמע של שחרית מיט די ערשטע פרשה, ביז והיה; עס איז נישט אזוי, מען דארף ליינען אלע דריי פרשיות יעדן אינדערפרי.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, מען זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן די דריי פרשיות פאר'ן דאווענען, ווען מען זאגט די קרבנות, - כדי מען זאל חס ושלום נישט מבטל זיין די מצות עשה דאורייתא פון ליינען קריאת שמע בזמנו; דאס דאווענען קען זיך פארשלעפן און עס וועט אויסקומען אז מען זאל נישט ליינען קריאת שמע בזמן.


מוהרא"ש האט אריינגעלייגט אין סידור עת רצון ביי די קרבנות אלע דריי פרשיות. אפילו מען דאווענט גאר פרי, מען דאווענט ותיקין - זאל מען אויך זאגן אלע דריי פרשיות; אזוי איז מען יוצא מצות קריאת שמע בשלימות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - זאגן די שירת הים פסוק בפסוק פרשת בשלח שבת שירה
שאלות, סדר דרך הלימוד, מנהגים, גמרא

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בשלח-שירה, י"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


בנוגע זאגן די שירת הים פסוק בפסוק די וואך פרשת בשלח-שבת שירה, דו ווילסט וויסן וואס איז דער מנהג אין היכל הקודש; עס ווענדט זיך אין ענק, אויב ביי ענק זאגט מען אזוי, קענסט אזוי טון; דאס איז זייער א שיינע זאך.


דער עיקר מען זאל דאווענען מיט א חיות, מיט התלהבות - אזוי ווי דער רבי האט געוואלט.


אין די צייט וויל איך דיר מחזק זיין זאלסט אנהויבן לערנען דעם בלאט גמרא יעדן טאג, מיר האבן נעכטן געענדיגט די עלפטע מסכתא, מען הויבט אן היינט ערב שבת שירה די צוועלפטע מסכתא - מסכת מועד קטן. וואלסטו געפאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, דו וואלסט יעדן טאג געלערנט גמרא אן קוקן אויב דו פארשטייסט אדער נישט - וואלסטו געהאט אין דיינע הענט עלף מסכתות.


איך בעט דיר זייער, טו עס פאר דיר; פאר דיין נשמה, פאר דיין נצחיות, הויב אן לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא - וועסטו האבן א זיסע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - אפאר הנהגות פאר די הייליגע חנוכה טעג
חנוכה, מנהגים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


יעצט קומען די הייליגע חנוכה טעג, איך וועל דיר שרייבן אפאר הנהגות:


-         מיר פירן זיך אנצוטון בגדי שבת (שטריימל און בעקיטשע) בעפארן צינדן די הייליגע ליכט, מען בלייבט זיצן מיט די בגדי שבת די האלבע שעה אדער מער – וואס מען זיצט ביי די ליכט.


-         מיר צינדן נישט ביים פענסטער ווייל היינט איז די עיקר פרסומי ניסא אין שטוב, מיר צינדן ביי א טיר, ביי די לינקע זייט.


-         עס איז כדאי צו כאפן א טבילה בעפאר'ן צינדן, אבער דאס קען נישט אפשטופן דאס צינדן.


-         ערב שבת חנוכה צינדט דער מאן אן קודם די מנורה און גלייך נאכדעם צינדט די ווייב די שבת ליכט.


-         מוצאי שבת חנוכה מאכט מען קודם הבדלה און נאכדעם צינדט מען אן די חנוכה לעכט.


-         מען דארף זיין אין שטוב אלע נעכט חנוכה צייטליך, אפילו די וואס זענען עוסק אין די הייליגסטע זאך, אין הפצה – דארפן אלעס אפשטעלן און אהיים גיין צינדן אין צייט, זינגען און טאנצן מיט די משפחה.


-         חנוכה איז א צייט פון "להודות ולהלל", מען דארף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון רבי'ן, מיר האבן אזא רבי מיט אזעלכע תלמידים.

#15 - נישט אפצולאזן די שיינע זאכן וואס מען זעט ביי עלטערן
חסידות ברסלב, משפחה, מסורה, מנהגים, ברית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע אינגל! דער אייבערשטער זאל העלפן די ברית זאל זיין אין צייט, דער קינד זאל אויפוואקסן א גרויסער צדיק; זאלסט האבן נחת פון אלע דיינע קינדער.


בנוגע וואס דו פרעגסט, וואס מען דארף געבן ביי א ברית, אויב מען דארף געבן פלייש און פיש אדער מען קען יוצא זיין מיט חלה, מיט סאלאטן, דו שרייבסט אז דו זעסט בילדער פון ברית'ן אין ישיבה וואס מען געבט נישט קיין פלייש; דו טו אזוי ווי מען פירט זיך ביי ענק אין די משפחה, מאך נישט קיין נייע זאכן; וואס דארפסטו טון אנדערש ווי מען טוט ביי ענק? אז מען איז מקפיד ביי דיינע עלטערן צו האבן פלייש - זאלסטו ברענגען פלייש.


מען דארף וויסן ווען מען ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן נישט אפצולאזן די שיינע זאכן וואס מען זעט ביי עלטערן; נישט זיין פארנומען מיט נישט וויכטיגע זאכן, נאר עוסק זיין בהתבודדות ותפילה און לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, זיין פרייליך מיט פשטות יהדות און מכבד זיין די ווייב, ליב האבן יעדן איד און גיין הפצה; אלעס אנדערש איז נאריש.


מוהרא"ש זאגט עס פעלט נישט אויס צו געבן פלייש ביי א ברית; דאס איז ווען קיינער דארף דאס נישט, אבער אז טאטע מאמע אדער שווער און זיידע זענען מקפיד אויף דעם - איז דאך קיין שאלה נישט אז מען זאל געבן פלייש. איך האב ביי אלע מיינע ברית'ן געגעבן קוגל מיט פלייש, א גאנצע סעודה; ווייל אזוי פירט מען זיך ביי אונז אין די משפחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - א נארמאלע פלאץ זיך אביסל צו דערווארעמען מיט פשוט'ע אמונה
הכנסת אורחים, מדות טובות, בית המדרש, היכל הקודש, מנהגים, דאווענען, תחנון, ירושלים, פאליטיק, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, מברכים החודש, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו


איך מוז ענק זאגן, איך הער כסדר גרוסן פון געסט וואס קומען אין שול ביי אייך; זיי שרייבן אז מען נעמט זיי זייער שיין אויף, מען מאכט יעדן איינעם שפירן גוט, דאס מאכט מיר זייער פרייליך. ווייל מוהרא"ש זאגט, וואס איז דער סימן ווען מען קומט אויף א פלאץ, ווי אזוי ווייסט מען אויב דאס איז א גוטע פלאץ? אויב מען נעמט שיין אויף, מען פרעגט דיר וואס מען קען דיר העלפן - דאס איז א גוטע פלאץ.


אזוי ווי מיר זעען ביי די מעשה פון די פארלוירענע בת מלך (ספורי מעשיות, מעשה א), דער שני למלכות איז געקומען צו א פעסטונג, דארט איז געווען אלע עסן, אלע טרינקען און אלע שיינע זאכן, ער איז אריין אין די צימערן, דער רבי זאגט: "דער קעניג און קיינער פון זיי האט אים גארנישט געפרעגט", שפעטער האט דער קעניג'ס טאכטער געזאגט פאר'ן שני למלכות: "דא איז די פלאץ פון די נישט גוטע"; זאגט מוהרא"ש, אז מען קומט אין א פלאץ און קיינער פרעגט דיר גארנישט, קיינער זאגט דיר גארנישט - איז דאס א סימן פון א נישט גוטע פלאץ.


דא קענט איר זען א בריוו ווי א אינגערמאן פון חוץ לארץ וואס איז געווען אין ירושלים יום טוב סוכות שרייבט מיר:


איך בין יעצט אויפ'ן וועג צוריק אהיים נאכן זיין סוכות אין ארץ ישראל.
די באזוך יעצט אין ארץ ישראל איז גוט אריינגעקריצט אין אונזער הארץ, אזא געשמאקע באזוך האבן מיר קיינמאל נישט געהאט, אלעס צוליב די נייע היכל הקודש שול אין ירושלים.


די ערשטע מאל וואס וואס איך האב געהאט א שול וואו צו דאווענען און נישט געדארפט כאפן א שטיבלאך אדער שטיין אינדרויסן פון שול אין מאה שערים רעדן מיט מענטשן, א שול מיט זמנים וואס פאסט צו די הלכה און צוגעשטעלט צו די צייט ווען מענטשן שטייען אויף כדי אלע זאלן קענען מיט האלטן.


גלייך ווען איך בין אריינגעקומען, די ערשטע מאל, האבן מיר אלע אנגענומען אזוי ווי דער חשוב'סטער מענטש, כאטשיג כמעט קיינער האט מיך נישט געקענט; מען האט מיר ממש נישט געלאזט זיך שעמען אדער שפירן נישט איינגענעם.


אזא הכנסת אורחים, פון די ערשטע מינוט! עס איז פשוט געווען א גן עדן צו קומען ווייטער יעדע ליידיגע מינוט, און פארשטייט זיך נישט פארפעלן קיין איין תפילה.


עס איז פשוט נישט צום גלייבן אז עס געפונט זיך אזא שול אין ירושלים; יעדער איז גוט מיט אלעמען, אפילו יעדער קומט פון אן אנדערע חסידות, און יעדער איז געטריי און איבערגעגעבן פאר'ן שול.


ערב יום טוב האבן אלע אריינגעכאפט ריין צו מאכן די שול, אפילו עס איז דא איינער וואס דארף קומען ריין מאכן, פאר יעדע קידוש אדער סעודה כאפן אלע אריין ארויסצוהעלפן צוצוגרייטן.


יעדע תפילה שיקט דער משמש בקודש ר' ... צו א בעל תפילה און אלע גייען צו בשמחה, ממש נישט צו גלייבן; ביי די קידושים לערנט פאר הרב ... מיט אזא פשטות און חן.


איך האב געזאגט פאר מיין ווייב אז זי מוז אריינכאפן וואס מער צו קומען אין שול ביים דאווענען, און איך בין גרייט צו נעמען די בעבי, דער עיקר זי זאל שעפן חיות פון אזא שול, און זי פארשטייט זיך הערט טאקע נישט אויף צו נתפעל ווערן.


ממש אלע ספרים וואס מען דארף, אלעס איז צוגעשטעלט אזוי שיין.


ביי דעם רבינ'ס יארצייט איז געווען אזוי גוט צו זען ווי הרב ... געבט זיין סוכה און שטעלט צו א סעודה, און הרב .. ברענגט פיש; אלעס מיט א ברייטקייט, און אזוי ווייטער, יעדער העלפט ארויס.


יעדע מאל גרייט ר' ... מיט זיינע זין צו אלעס אזוי שיין, און אלע גליונות מיט קונטרסים ליגן מסודר גרייט אין שול. פאר'ן פארן האבן מיר געקענט קויפן ביים מרכז ההפצה פון ר' ... א שפע פון ספרים, סידיס און קמיעות, אלעס אזוי שיין מסודר מיט פרייזן.


אזוי אויך האבן מיינע קינדער געקויפט דארט קארטלעך און מפיץ געווען אין מאה שערים געגנט, אזוי אויך גליונות מיט עצתו אמונה.


וויפיל איך וועל שרייבן וועט דאס נישט זיין גענוג ארויס צו ברענגען מיין גוטע געפיל פון היכל הקודש אין ירושלים.


איך האב פשוט נישט קיין ווערטער זיך ארויס צו געבן גענוג אויף די פלאץ.


אזעלכע בריוו באקום איך כמעט יעדן טאג; איך פריי זיך זייער אז עס איז דא א ליכטיגער ווינקל אין ירושלים אין די שענסטע פלאץ, אין מאה שערים; א פלאץ וואו מען קען זיך אביסל דערווארעמען מיט פשוט'ע אמונה, א נארמאלע פלאץ.


איך ווייס נישט אויב איר ווייסט, מוהרא"ש האט אלע יארן זייער שטארק געוואלט האבן א בית המדרש היכל הקודש דוקא אין ירושלים; עס איז געווען א שטיק צייט וואס עס איז געווען א בית המדרש, נאכדעם איז נישט געווען; יעצט איז נייע צייטן, יעצט הייבט אן דער רבי אריינקומען שטערקער און שטערקער אין די וועלט.


געדענקט, פארגעסט נישט וואס איז די זאך פון רבי'ן, פארוואס זענען מיר דא? פארוואס זענען מיר געקומען צום רבי'ן? אנטלויפט פון אלע פאליטיק, אנטלויפט פון אלע נארישקייטן; מיר זענען געקומען צום רבי'ן אז דער רבי זאל אונז רייניגן אונזער מח, מיר זאלן נאר דינען דעם אייבערשטן, מיר זאלן גארנישט וועלן, נאר זיין בטל ומבוטל צום אייבערשטן.


ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים, בפרט די נייע ספרים פון מוהרא"ש, וואס איז אזוי אראפגעברענגט לעובדא ולמעשה דעם רבינ'ס שכל פאר אונז פשוט'ע מענטשן, ווי אזוי מיר קענען זוכה זיין צו ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן, מיר זאלן וועלן נאר איין זאך, טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן - דער ווערט א גרויסער צדיק.


מיר פירן זיך צו זאגן ביי נפילת אפים מזמור כה: "אֵלֶיךָ ה' נַפְשִׁי אֶשָׂא", און מען האט אינזין דערביי: 'רבונו של עולם איך בין גרייט פאר דיר צו טון מסירות נפש, איך געב דיר אוועק מיין זעל'; די וועלט האט מורא צו זאגן דעם קאפיטל, ווייל אויב מען איז נישט גרייט אויף דעם, מען פאלט אויפ'ן פנים און מען זאגט דאס נאר מיט די מויל, מען האלט נישט ביי דעם - איז עס א סכנה, דעריבער זאגט מען: "רַחוּם וְחַנּוּן חָטָאתִי לְפָנֶיךָ וגו', ה' אַל בְּאַפְּךָ תוֹכִיחֵנִי, וְאַל בַּחֲמָתְךָ תְיַסְּרֵנִי"; אבער מוהרא"ש זאגט (סידור עת רצון, נפילת אפים), ווער עס וויל דער אייבערשטער זאל אים מוחל זיין אלע עבירות מיום הולדו זאל זאגן קאפיטל כה. מען לייגט אראפ דעם קאפ נאר ביים ערשטן פסוק, און בשעת מען פאלט אויפ'ן פנים זאגט מען די ווערטער: "אֵלֶיךָ ה' נַפְשִׁי אֶשָׂא", מען זאגט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם איך בין גרייט צו שטארבן פאר דיר", און מען האט אינזין בשעת מען זאגט 'אֵלֶיךָ ה'' די פיר שמות ע"ב ס"ג מ"ה ב"ן, דעמאלט איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות.


מיר פירן זיך צו פאלן אויף די לינקע האנט. עס איז א גרויסע מחלוקת אויף וועלכע האנט מען דארף מאכן נפילת אפים; דער מחבר פסק'נט (אורח חיים סימן קלא, סעיף א) מען זאל פאלן אויף די לינקע האנט, זאגט דער רמ"א אז ביי שחרית ווען מען האט אן די תפילין זאלן מען פאלן אויף די רעכטע האנט צוליב די כבוד פון די תפילין און ביי מנחה זאל מען פאלן אויף די לינקע האנט; אבער דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תמח) אז אמאל איז ער געווען אונטערוועגנס, ער האט געדאווענט שחרית און געפאלן נפילת אפים אויף די רעכטע האנט, און דער הייליגער צדיק רבי סעדיה גאון איז געקומען צו אים און אים געזאגט אז מען דארף פאלן נפילת אפים אויך ביי שחרית אויף די לינקע האנט, פון דעמאלט האט דער רבי אזוי געטון און אזוי פירן זיך אנשי שלומינו.


מען דארף נישט מורא האבן צו זאגן דעם מזמור, יעדער איד איז גרייט אויף מסירת נפש. בשעת דו זאגסט די ווערטער: "אֵלֶיךָ ה' נַפְשִׁי אֶשָׂא", זאלסטו זאגן: "הייליגער באשעפער איך געב זיך איבער צו דיר, איך בין גרייט אויף מסירות נפש" - וועסטו ווערן אינגאנצן ריין; בפרט ווער עס האט געזינדיגט אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, און וויל תשובה טון - זאל דאס טון, ער זאל זאגן פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם איך געב זיך איבער צו דיר".


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך מוז מקצר זיין; עס איז ערב שבת, איך דארף שוין פארן מיט מיין משפחה צום שטעטל. איך גיי בדרך כלל יעדן שבת מברכים צו שטעטל, איך דארף שוין גיין; אויך וויל איך זייער זיין א שבת אין ירושלים אין בית המדרש.


א פרייליכן שבת.

#13 - נישט עסן קיין קטניות אום פסח
מנהגים, הלכה, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דו ווייסט זיכער אז מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אלע יארן געזאגט אין יבנאל מען זאל נישט עסן קיין קטניות אום פסח; מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר אונזערע ספרד'ישע ברודער זיי זאלן בשום אין פנים ואופן נישט עסן קטניות, ער פלעגט זאגן: "וואס וועט זיין אז מען וועט נישט עסן קיין רייז די זיבן טעג?"


דאס האט מוהרא"ש געזאגט אפילו פאר יבנאל וואס רוב מנין ובנין זענען ספרד'ישע אידן, זיכער דו וואס דו געהערסט צו אונזער קהלה אין קרית ברסלב, איז נישט שייך צו זאגן דו מעגסט עסן קטניות. דו עסט נישט קטניות אלס מנהג, עס איז נישט אזוי, ביי דיר איז דאס אויך אן הלכה, עס איז אסור. דו ביסט א חלק פון די קהילה, דארפסטו זיך פירן מיט אלע הלכות אזוי ווי דער רמ"א פסקנ'ט.


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן נעמען איינע פון מיינע קינדער אז מיין ווייב זאל זיך קענען אפרוען און קומען צו אירע כוחות.


איך וועל אם ירצה ה' היינט נאכט שוין ארויסקומען אויף יום טוב פסח זיין אין שטעטל.

#12 - עס קומען אראפ נשמות פון אויבן און ווערן נפטר יונגערהייט
קינדער, צרות, התחזקות, מנהגים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, לאנדאן


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר ווייסן גארנישט וואס טוט זיך אויף די וועלט; עס קומען אראפ נשמות פון אויבן און ווערן נפטר יונגערהייט, דאס איז זאכן וואס איז פארהוילן פון יעדן איינעם.


מען איז זוכה דורכדעם ניצול צו ווערן פון גיהנום, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה מט.): "שֶׁמְּבַזְבְּזִין דִּין אֲבִיהֶם לֶעָתִיד לָבוֹא", זיי נעמען אוועק אלע דינים פון זייערע עלטערן, מיט דעם טייטשן זיי דעם פסוק (זכריה ד, י): "כִּי מִי בַז", ווער צערייסט די דינים, "לְיוֹם", וואס וועט זיין לעתיד לבוא? "קְטַנּוֹת", - די קליינע קינדער.


רבי שמעון בן יוחאי זאגט (תנחומא כי תצא, ב): "אִם מֵת לְאָדָם בֵּן", אז מען פארלירט א קינד, "לֹא יְהֵא קוֹרֵא תִּגָּר", זאל מען נישט האבן קיין טענות צום אייבערשטן, "שֶׁהַבֵּן מְרַצֶּה אוֹתוֹ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", ווייל דער קינד וואס איז נפטר געווארן בעט דעם אייבערשטן פאר די עלטערן.


אויף דיין פראגע אויב מען זאל שטעלן א מצבה; מען מאכט נישט קיין מצבה פאר קליינע קינדער, אפילו פאר עלטערע און זיכער נישט ביי זיבן חדשים. אויך גייט מען נישט צום קבר פון קינדער, דאס איז די טובה פאר די נשמה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - מנהגים אין טאג וואס דאס קינד באקומט פאות
חיזוק פאר פרויען, קברי צדיקים, מנהגים, אפשערן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג אויף דיין זון אינעם טאג ווען ער באקומט פאות אז ער זאל נישט קוקן אויף גוים, דעם טאג פונעם אפשערן זאל נישט זיין אין שטוב קיין גוי'טע, און ווען דו טראגסט דיין קינד אין חדר זאלסטו אים איינוויקלען אין א טלית.


בנוגע נישט רופן פרויען צום אפשערן; עס זענען דא וואס זענען מקפיד אז עס זאלן נישט זיין קיין פרויען ביים אפשערן, אויך איז דא וואס זענען נאך מער מקפיד אז די מאמע פונעם קינד אין געוויסע זמנים זאל נישט זיין ביים אפשערן; ביי אונז געבט מען אכטונג אז דער קינד זאל נישט קוקן אויף גוים.


בנוגע גיין אפשערן דאס קינד ביי אן ערליכער איד; וואס דארפסטו מאכן מחלוקת? גיי מיט דיין קינד צו ... רבי, אזוי וועט נישט זיין קיין מחלוקת אויף דיר, דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן וועלן זיין פרייליך; דארפסט נישט קומען אין ישיבה.


בנוגע גיין אויף קברי צדיקים אין די חדשים וואס מען ווארט וכו'; פרויען גייען נישט אויף קיין בית החיים, אבער אז מען וויל פארן צו קברי צדיקים איז נישט קיין שום פראבלעם, יעדע צייט קען מען גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - בלייב מיט דיין טאטע'ס מנהגים, נעם דעם רבי'ן נאר מוסיף צו זיין
רפואה, חסידות ברסלב, שבת קודש, מסורה, מנהגים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע משנה זיין פון דרך אבות, דו ביסט אוועק פון וועג, דו עסט נישט קיין צוויבל וכו'; קענסט עסן צוויבל, קענסט עסן יונגע צוויבל דאס איז אויך צוויבל, די אנדערע צוויבל זאלסטו נישט עסן; דאס איז סם, עס איז נישט געזונט.


דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסה) מען זאל נישט עסן קיין רויע צוויבל, "אֲפִלּוּ עִם שֶׁמֶן אוֹ שׁוּמָן, וַאֲפִלּוּ עַל יְדֵי תַּעֲרוֹבוֹת, כְּגוֹן עַל יְדֵי בֵּיצִים וְכַיּוֹצֵא", אפילו מיט אויל אדער שמאלץ, אדער אויסגעמישט מיט אייער, און אפילו שבת, "וְהִלְעִיג עַל הָאוֹמְרִים שֶׁבְּשַׁבָּת מִצְוָה לֶאֱכֹל דָּבָר הַמַּזִּיק, שֶׁהֵם בְּצָלִים חַיִּים", דער רבי האט געשפעט פון די וואס זאגן אז עס איז א מצוה צו עסן שבת רויע צוויבל, "וְאָמַר שֶׁהֵם מַזִּיקִים מְאֹד לְכַמָּה דְּבָרִים, וְחָשַׁב אָז כַּמָּה עִנְיְנֵי חוֹלַאַת וּמַכְאוֹבִים וַחֲלִישׁוּת שֶׁגּוֹרְמִים", דער רבי האט אויסגערעכנט אסאך זאכן וואס פאסירט ווען מען עסט רויע צוויבל.


בנוגע דיינע אנדערע שאלות; עס איז שווער צו ענטפערן דיין שאלה, מאך אסאך התבודדות, בעט דעם אייבערשטן דיין גאנץ לעבן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל גיין אויפ'ן אמת'ן וועג, 'הוֹרֵנִי ה' דַּרְכֶּךָ אֲהַלֵּךְ בַּאֲמִתֶּךָ', העלף מיר איך זאל זיך נישט נאר'ן, איך זאל גיין אין די אמת'ע וועג".


בלייב מיט דיין טאטע'ס מנהגים; נעם דעם רבי'ן נאר מוסיף זיין בעבודת השם, נישט אויף אפלאזן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א ליכטיגער חנוכה.


 

#9 - חנוכה, א יום טוב מיט די קינדער
חינוך הילדים, חנוכה, אומאן, מנהגים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


מיר קומען נענטער צום הייליגן יום טוב חנוכה; חנוכה איז א צייט פון חינוך, טון דאס פארקערטע וואס די יוונים האבן געוואלט טון - אויסרייסן די אמונה; דארפן מיר אריינברענגען אמונה אין אונזערע קינדער.


מוהרא"ש האט מקפיד געווען מען זאל נישט אוועקפארן חנוכה קיין אומאן ווען מען האט קליינע קינדער, ווייל קינדער דארפן באקומען א חינוך, זען ווי די טאטע צינדט אן די מנורה.


זע אוועקצולייגן אלע דיינע באשעפטיגונגען, זאלסט זיין צייטליך אין שטוב אנצוצינדן די מנורה ביים זמן מיט דיינע קינדער. וואש זיך די הענט פאר'ן צינדן און וואש די הענט פון די קינדער, גרייט אן א מנורה פאר יעדן קינד; מיידלעך צינדן נישט, נאר אינגלעך (קליינע מיידלעך קענען צינדן). טו זיך אן א שטריימל און בעקיטשע, זינג די זמירות און זיי זיך מתבודד. טאנץ מיט דיינע קינדער להודות ולהלל לשמך הגדול, על נסיך ועל נפלאותיך ועל ישועתיך.


 

#8 - נישט מאכן קיין נייע מנהגים אין בית המדרש
שבת קודש, בית המדרש, היכל הקודש, מנהגים, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ה מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז דו פירסט איין נייע משוגעת'ן אינעם נייעם בית המדרש אין שטעטל; איך האב דיר געבעטן דו זאלסט זיין גבאי אינעם נייעם בית המדרש, זאלסט עס פירן אזוי ווי דו האסט געזען אין ישיבה, אן קיין שום ענדערונג. יעצט הער איך אז דו ברענגסט טשאלנט און קוגל פרייטאג צו נאכטס פאר'ן דאווענען, מען עסט אינאיינעם פאר מנחה און קבלת שבת; ביסט אויפ'ן קאפ געפאלן? אזוי פירט מען א בית המדרש?!


פרייטאג צו נאכטס איז א צייט וואס מען ווארט אפ דעם שבת, מען זאגט שיר השירים, מען בענקט צום אייבערשטן, מען הייבט אן קומען צו זיך פונעם וואכענדיגן געיעג. נאך ליכט צינדן זיצט דער טאטע מיט די קינדער און זינגט מיט זיי שיר השירים מיט א בענקשאפט, עס שרייט ארויס פונעם איד (שיר השירים ה, ב): "אֲנִי יְשֵׁנָה" - איך בין שלאפעדיג, איך בין א גאנצע וואך מיד, אבער יעצט ווען עס קומט שבת ווערט: "וְלִבִּי עֵר", איך וועק זיך אויף צו דיר הייליגער באשעפער. דער איד גייט אויס צום אייבערשטן, ער בעט (שם א, ו): "אַל תִּרְאוּנִי שֶׁאֲנִי שְׁחַרְחֹרֶת" קוק נישט אויף מיין שווארצקייט, אויף מיינע עבירות; וואס זאל איך טון רבונו של עולם – "שֶׁשֱּׁזָפַתְנִי הַשָּׁמֶשׁ", דער יצר הרע ברענט אין מיר; ערב שבת איז א צייט וואס עס קומט ארויס דעם אמת, מען זאגט צום אייבערשטן (שם ו, ג): "אֲנִי לְדוֹדִי", איך וויל גארנישט, איך דארף גארנישט, הייליגער באשעפער, באווייז זיך פאר מיר, איך וויל נאר איין זאך – "וְדוֹדִי לִי".


אנשטאט זאגן שיר השירים זיצטו אין שול מיט טשאלנט און קוגל?! שלמה המלך זאגט (קהלת ג, א): "לַכֹּל זְמָן", יעדע זאך האט א צייט; מאכסט א טשאלנט פון דאווענען און עסן?! אז די מתפללים זענען הונגעריג קענסטו דאווענען אביסל פריער מען זאל קענען אהיים גיין מאכן א סעודה מיט די ווייב און קינדער.


איך בעט דיר זייער, דו טראגסט א גרויסע אחריות, דו ביסט גבאי ביים הייליגן רבינ'ס בית המדרש דארפסטו זען אז דער בית המדרש זאל זיך פירן אזוי ווי מיר האבן געזען ביי מוהרא"ש, אן קיין נייע זאכן; איך האב נישט געבויט דעם שטעטל אז מען זאל אפטרעטן פון אונזער וועג, עס איז דא גענוג און נאך געגנטער וואו מענטשן ציען זיך אוועק, זיי ווילן אראפ ווארפן פון זיך דעם אמאליגן וועג; אונזער שטעטל איז פונקט פארקערט, מיר ציען זיך אוועק פון שטאט ווייל מיר ווילן אויסדריקליך בלייבן מיט מסורת אבותינו ורבותינו, חס ולשום אראפ ווארפן פון זיך דעם אמאליגן איד, חס ושלום משנה זיין פון דרך התורה.


איך האב שוין געשריבן פאר אינגעלייט וועלכע קומען אין שול אן שטריימל און בעקיטשע, פארוואס זיי ווארפן אראפ פון זיך די וועג ווי אזוי אונזערע עלטערן האבן זיך געפירט; איך מוז דיר זאגן, אויב דאס איז די מטרה פון גיין אין שטעטל, מען זאל קענען אראפ ווארפן מנהגים פון די עלטערן - זאל דער אייבערשטער העלפן עס זאל נישט בלייבן קיין זכר פון דעם גאנצן שטעטל; מיין גאנצע כוונה מיט'ן שטעטל איז נאר וואס דער רבי האט אונז דערציילט אינעם מעשה פונעם חיגר (סיפורי מעשיות, מעשה ג) וואס דער חכם האט געטון ווען ער האט געזען ווי דער פירער פון לאנד איז אן אפיקורס - האט ער צאמגערופן זיין משפחה און געזאגט: "איר זעט דאך אז דער פירער פון לאנד איז אן אפיקורס און האט געמאכט די גאנצע לאנד פאר אפיקורסים און א טייל פון אונזער משפחה זענען שוין אויך אפיקורסים, בכן לאמיר זיך אוועק לאזן אין מדבר כדי מיר זאלן בלייבן ביי אונזער אמונה אין גאט ברוך הוא".

#7 - מאכט נישט קיין גרויסע טראסק פונעם אפשערן
אידיש געלט, מנהגים, שמחות, אפשערן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מאכט נישט קיין גרויסע טראסק פונעם אפשערן, גייט נישט נאך די נייע מנהגים וואס עשירים האבן אריין געברענגט; רופט נישט קיינעם, נאר די זיידע'ס און עלטער זיידע'ס פונעם קינד, זיי זאלן קומען בענטשן דעם קינד; אויך די באבע'ס און עלטער באבע'ס, אבער די משפחה ארום און ארום פעלט נישט אויס צו רופן, אז איר וועט אזוי טון וועלן אלע אייך נאך טון.


נעמט אייער קינד אין חדר, דער מלמד זאל מיט אים זאגן די הייליגע א-ב; געבט אכטונג זיינע אויגן זאלן זיין פארמאכט, מען פירט זיך איבערצודעקן דאס קינד מיט א טלית ער זאל זיין הייליג און ריין, ער זאל נישט קוקן אויף קיין דברים טמאים. דער מלמד וועט מיט אים זאגן די א-ב און פסוקים און קבלת עול מלכת שמים.


דער עיקר זאלט איר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די חסדים אז מען איז זוכה צו מאכן פאות פאר די קינדער און בעטן ווייטער פאר זיי און זייערע דורות.


א גרוס פון אייערע טעכטער, זיי זענען אזוי טייער און וואויל, זיי זענען אנגעפילט מיט אמונה און תמימות ופשיטות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - צעטיילן די הפסקות
מנהגים, יום כיפור

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו ב', ו' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען צו אנהייבן דאווענען און ווען צו ענדיגן - דאס האט מיט אייך; עס ווענדט זיך אין די מתפללים.


דער עיקר זאלסטו אכטונג געבן נישט צו מאכן קיין לאנגע הפסקה אין איין צו; צעשנייד דעם טאג אויף אסאך שטיקלעך, כדי מען זאל נישט קענען אהיים גיין זיך אראפלייגן וכו'. אנשטאט מאכן איין לאנגע הפסקה בעפאר תפילת מוסף, צעטייל די הפסקה, איין שטיקל פאר מוסף און איין שטיקל פאר מנחה וכו'.


געב א גרוס פאר אלע חברים.


א גמר חתימה טובה.

#5 - ווי אזוי צו פירן דעם בית המדרש "היכל הקודש"
תפילה והתבודדות, בית המדרש, מנהגים, תעניתים, גבאי, מועדים וזמנים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו ב', ו' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א גבאי אין רבינ'ס שול; שטעל זיך פאר דו ביסט משמש דעם הייליגן רבי'ן אליינס, וואלסטו דאך דאס געטון מיט שמחה און זריזות; אז דו ביסט א גבאי אין רבינ'ס שול ביסטו משמש דעם רבי'ן אליינס.


בנוגע די געלט פון פדיון נפש; איך וועל שיקן א שליח צו נעמען דאס געלט.


בנוגע ארויסדינגען דעם בית המדרש וכו'; דאס ווענדט זיך אין אייך, אויב דאס שטערט נישט און עס איז אייך נישט שווער - קענט איר דאס טון, אויף דעם דארפט איר מחליט זיין.


בנוגע ווארטן אויף זמן רבינו תם; אז איר פאררופט זיך 'תלמידי היכל הקודש' דארפט איר האלטן זמן רבינו תם אן קיין דריידלעך, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז געשטאנען אויף דעם זייער שארף. איר דארפט נישט ווארטן מיט מעריב אויף זמן רבינו תם, איר קענט שוין דאווענען מעריב פאר'ן זמן, אבער הבדלה און א מלאכה טאר מען נישט טון פאר'ן זמן.


אנדערע פאסט טעג קענט איר אויספאסטן פריער, ווייל ביי א דרבנן קען מען מקיל זיין און זיך פארלאזן אויף אנדערע שיטות. אבער ווען עס קומט שבת און יום כיפור איז נישטא קיין פשרות ביי דעם.


בנוגע די בעלי תפילות; איר זאלט נעמען די וואס דאווענען שיין, הארציג און נישט איילעדיג.


א גמר חתימה טובה.

#4 - די חשיבות פון גיין שבת מיט ווייסע זאקן
שבת קודש, מנהגים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'.


מזל טוב פאר דיין שידוך! דו האסט באקומען א טייערע זיסע ערליכער חתן ... נרו יאיר; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן איר זאלט צוזאמען אויפשטעלן א שיינע שטוב.


אויב איך מעג דיר מחזק זיין, דו זאלסט זאגן דיין חתן ער זאל גיין שבת מיט ווייסע זאקן, אזוי ווי זיין טאטע. מוהרא"ש האט זייער שטארק גערעדט פון די חשיבות דערפון, בפרט אז דיין טאטע גייט אויך אזוי, איז דאך פשוט אז די קינדער זאלן אנהאלטן די וועג ווי אזוי די עלטערן גייען, אזוי וועלן דיינע קינדער אויך גיין אין דיינע וועגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#3 - דאווענען אויף די הברה וואס מ'איז צוגעוואוינט
תפילה והתבודדות, נעגל וואסער, מנהגים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ה' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר טראכט צו שיקן אייערע קינדער אין חסידי'שע מוסדות וואו מען רעדט אויף די חסידי'שע הברה איז זיכער כדאי איר זאלט בלייבן מיט אייער אשכנז'ישע הברה וואס איר רעדט ביז יעצט, כדי זאל נישט צעמישן די קינדער.


בנוגע די נוסח התפילה וכו'; דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל נישט משנה זיין דעם נוסח התפילה, נאר יעדער איינער זאל דאווענען מיט די נוסח וואס זיינע עלטערן דאווענען.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט אייך, אז איר האט א טייערע מאן נרו יאיר מיט זיסע ליכטיגע קינדער, וועט דער אייבערשטער טון מיט אייך נאך גרויסע ניסים.


געבט אכטונג אויף נעגל וואסער, אז סיי איר און סיי אייערע קינדער זאלן נישט אראפגיין פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער, ווייל דאס הייליגט און היט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#2 - מנהגים ביים אפשערן א קינד, ווי אזוי מען קריגט גוטע קינדער
חינוך הילדים, מנהגים, מועדים וזמנים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט אפשערן פרייטאג אדער זונטאג - ווען עס קומט דיר אויס גרינגער.


מען פירט זיך אז אינעם טאג וואס מען שערט אפ א קינד, מען מאכט אים די הייליגע פיאות - זאל דאס קינד זיין אפגעהיטן פון קוקן אויף שלעכטע זאכן, דארפאר וויקלט מען אים איין אין א טלית ווען מען טראגט אים אין חדר לעקן די האניג, כדי ער זאל נישט זען קיין שלעכטע זאכן, אזוי אויך האלט מען אים אין שטוב א גאנצן טאג אז ער זאל זיין אפגעהיטן פון שלעכטע זאכן.


געדענק: "גוטע קינדער וואקסן נישט אויפן בוים"; כדי זוכה זיין צו גוטע קינדער דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן. דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווי אזוי האב איך זוכה געווען צו גוטע קינדער? יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך געוויינט צום אייבערשטן אויף גוטע קינדער, איך האב אנגעפילט א כוס מיט מיינע טרערן און געבעטן פאר גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זען אסאך אידיש נחת פון דעם קינד און פון אלע דיינע קינדער צוזאמען מיט דיין ווייב געזונטערהייט.

#1 - מנהגים פון תשעה באב
מנהגים, תשעה באב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וועל דיר שרייבן אונזערע מנהגים פון תשעה באב.


מיר פירן זיך צו ליינען מגילת איכה ביינאכט, און אויך אינדערפרי כמנהג הגר"א.


וויבאלד תשעה באב איז א תענית דרבנן און עס הייבט זיך שוין אן פון פארנאכטס, דארף מען נישט ווארטן אויף צוויי און זיבעציג, מען קען שוין דאווענען מעריב ביים זמן פון די גאונים און נאכדעם אויספאסטן.


א פרוי וואס ווארט וכו' אדער זייגט וכו' זאל פרעגן א שאלה צי זי דארף פאסטן, מען קען נישט מאכן אין דעם א כלל.


בנוגע לערנען שיעורים כסדרן; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך געפירט נאכמיטאג נאך מנחה צו לערנען די שיעורים כסדרן. אזוי אויך האט מוהרא"ש מיר געזאגט אז איך זאל זאגן פאר די בחורים אז מען קען לערנען פון נאך מנחה אלע שיעורים וואס מען לערנט יעדן טאג.


ווען תשעה באב געפאלט אום שבת - אזוי ווי היי יאר, מאכט מען נישט הבדלה מוצאי שבת אויף וויין, מען מאכט בלויז די ברכה "בורא מאורי האש". די פרויען און קינדער וואס פאסטן נישט תשעה באב, עסן אן הבדלה, און זיי הערן הבדלה מוצאי תשעה באב פון די מענער (משנת יעקב, אורח חיים סימן תקנ"ו).


דער עיקר דארף מען אכטונג געבן זיך נישט ארום צו דרייען ליידיג, און נישט זיצן מיט מענטשן וואס מאכן ליצנות און רעדן דברים בטלים, מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו צוקומען צו שחוק וקלות ראש, און נישט פארגעסן אז מיר טרויערן אויפן חורבן בית המקדש וכו'.


די בעסטע זאך איז צו גיין שלאפן, כדי נישט צו פארברענגען די צייט.