בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#39 - תפילין דרבינו תם גייט אינאיינעם מיט תפילין פון רש"י
מקוה, שלום בית, קברי צדיקים, הדרכות, הלכה, דאווענען, חומרות, תפלין

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מצורע, ה' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע לערנען נ"ך ביינאכט; מען לערנט נישט ביינאכט קיין נ"ך. זאגן תהילים קען מען יא; דאס איז תפילות ובקשות.


תפילין דרבינו תם גייט אינאיינעם מיט תפילין פון רש"י; לכתחילה זאלסטו בלייבן מיט די תפילין דרש"י ביז נאך קדיש תתקבל און גלייך נאכדעם אנטון תפילין דרבינו תם. אויב דו האסט נישט קיין צייט, דו דארפסט לויפן - קענסטו אויסטון און אנטון ביי חזרת הש"ץ; אלץ זאלסטו אנטון רבינו תם גלייך נאך רש"י, שטופ עס נישט אפ אויף שפעטער.


בנוגע מקוה נאכמיטאג; עס איז נישט קיין גוטע געוואוינהייט צו גיין אין מקוה נאכמיטאג. די ערשטע זאך איז מקוה; אינדערפרי ווען דו שטייסט אויף טאנץ אריין אין מקוה. אז דו ביסט שפעט, דו דארפסט לויפן - מאך א שנעלע מקוה, אריין און ארויס; שטופ עס נישט אפ אויף שפעטער.


פרויען קענען גיין אין אלע צייטן אויף קברי צדיקים.


בנוגע וכו'; מוהרא"ש זאגט בשם דעם גרויסן צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה, ער פלעגט געבן הדרכות פאר אינגעלייט: "ווען מען מעג - מעג מען אלעס, און ווען מען טאר נישט - טאר מען נישט"; מען דארף נישט זיין צו קלוג צו וויסן און פארשטיין וואס, ווען און וואו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - א מלמד מוז גיין אין מקוה
מקוה, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, בחור, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אז דו נעמסט בחורים צו העלפן אין חדר מיט די קינדער – זאלסטו אכטונג געבן, נעם נאר בחורים מיט יראת שמים, בחורים וואס וועלן אריינלייגן אין די קינדער יראת שמים.


א מלמד מוז גיין אין מקוה, מען קען נישט לערנען מיט קינדער נאר בקדושה ובטהרה. מוהרא"ש זאגט, די דריי זאכן: "מלמדים, סופרים און שוחטים" – מוזן גיין אין מקוה; דאס איז זייער א הייליגע ארבעט, דאס מוז געטון ווערן בקדושה ובטהרה. איך וויל זייער אז ביי אונז אין תלמוד תורה זאלן די מלמדים מקפיד זיין אויף מקוה, נישט קומען לערנען מיט די קינדער נאר נאכן זיך טובל'ען פאר'ן אייבערשטן.


נאך בעט איך דיר, ברענג אריין א חיות צווישן די קינדער און א ליבשאפט צו מצוות און ערליכקייט. עס איז גאר אנדערש ווען מען לייגט אריין תורה ומצוות מיט שמחה, דאס האלט זיך פאר א גאנץ לעבן, אנדערש ווי ווען עס גייט בכפי', געצווינגענערהייט; דאס האלט נישט.


 

#37 - די סדר הנסיעה אויף קברי צדיקים אין אייראפע
מקוה, ניגונים, קברי צדיקים, תהלים, אידיש געלט, סיפורי צדיקים, חתונה, ראש ישיבה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


איך בין יעצט אויפ'ן וועג צוריק פון א נסיעה. חסדי השם יתברך מיר זענען געפארן מיט א קבוצה תלמידי היכל הקודש מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים, קדושים אשר בארץ המה. איך האב מתפלל געווען פאר דיר.


איך האב דיר שוין לאנג נישט געזען, איך בענק זיך צו דיר, איך האף אז אלעס איז ביי דיר אין בעסטן ארדענונג, איך האף אז דו נוצט דעם רבינ'ס עצות, די זיסע עצה פון זוכן גוטס אין זיך און אין א צווייטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) אפילו מען זעט זיך פול מיט חסרונות, מען זעט זיך שלעכט, מען איז פול מיט תאוות רעות – מוז מען זוכן א פינטעלע גוטס און מאכן אן עסק פון די נקודות טובות, זיך ליב האבן מיט די פינטעלע גוטס, דאס ברענגט דעם מענטש צו ווערן א גרויסער צדיק.


איך האב דיר זייער ליב, דעריבער וועל איך דיר שרייבן אביסל די סדר הנסיעה.


מיר זענען ארויסגעפארן זונטאג נאכמיטאג פון נוארק צוזאמען פינף און דרייסיג מענטשן; אפאר בחורים פון ישיבה מיט אינגעלייט תלמידי היכל הקודש. אויפ'ן וועג האב איך געשריבן בריוון. איך בין געווען זייער פרייליך, ווייל איך האב געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיין פרייליך.


מיר זענען אנגעקומען קיין וויען מאנטאג אינדערפרי, מיר זענען צוגעפארן צום בית המדרש, מיר האבן געכאפט א טבילה, דארט האבן מיר זיך באגעגנט מיט נאך חברים תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, טייערע אינגעלייט, גרויסע מפיצים.


מיר האבן געדאווענט, איך האב געליינט, עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל. מען האט געגעסן פת שחרית און זיך ארויסגעלאזט קיין אונגארן.


אויפ'ן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביים ציון פון הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו, מיר האבן געזאגט אינאיינעם דעם "יום ראשון" פון תהלים, געזינגען ניגוני התעוררות און זיך מתבודד געווען. האברך ... נרו יאיר האט מיר געברענגט אלע נעמען פון די וואס העלפן די ישיבה, איך האב געבעטן פאר אלעמען, פאר דיר אויך, דיין נאמען איז געווען אויף די קוויטלעך.


מיר האבן געדאווענט מנחה און זיך ארויסגעלאזט אויף א לאנגע נסיעה, זיבן שעה זענען מיר געפארן אלע אינאיינעם מיט א באקוועמע באס, רוב וועג, פאר לאנגע שעות, האבן מיר גערעדט שיחות וסיפורים פון הייליגן רבי'ן.


איך האב פארברענגט מיט די ארץ ישראל'דיגע חברים, מיר האבן זיך מחזק געווען מיט די אוצרות וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעגעבן פון רבי'ן. עס זענען געווען צוויי גבאים פון בית המדרש היכל הקודש ירושלים, מיר האבן גערעדט געוויסע פונקטן וואס מען דארף אכטונג געבן אין א בית המדרש היכל הקודש.


מיר זענען אנגעקומען אין אוהעל שפעט ביינאכט, מיר זענען געגאנגען קודם דאווענען מעריב, איך האב געזען אז עס איז דא א מקוה האט מיר אנגעכאפט א חשק זיך צו טובל'ען. הגם איך בין געווען אינדערפרי אין מקוה, אבער א ברסלב'ער חסיד גלוסט זיך ווי מער צו גיין אין מקוה, למעשה האב איך זיך אפגעבריט מיינע פיס, עס איז געווען קאכעדיג הייס, סכנת נפשות, איך בין ארויס מיט א נס.


מיר האבן געזאגט אינאיינעם "יום שני" פון תהלים און מיר האבן געזינגען דעם "אהבה רבה" ניגון פון רבי הערשעלע רימנובער זכותו יגן עלינו, עס איז געווען א גרויסע התעוררות, איך האב געהאט גרויס התעוררות, איך האב זיך געעפנט מיין הארץ, איך האב געהאט אפאר מינוט גוטע התבודדות, אויך דארט האב איך פארגעליינט אלע נעמען פון אלע קוויטלעך.


איך בין ארויס פון דארט האב איך זיך אנגעהויבן גוט שפירן. דארפסט פארשטיין, נאכן פארן אזויפיל שעות ווערט מען צעטומלט, אבער אז דער אייבערשטער העלפט, מען קען זאגן אפאר אמת'ע דיבורים פאר'ן אייבערשטן, מען קען זיך אויסקרעכצן און לאזן א טרער – דארף מען שוין נישט עפעס מער.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ליסקע צום הייליגן צדיק רבי הערשעלע ליסקער זכותו יגן עלינו, דער מחבר פונעם ספר אך פרי תבואה, א תלמיד פונעם הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו. מיר האבן דארט געזאגט אינאיינעם תיקון חצות, תיקון רחל און תיקון לאה, מיר האבן געזינגען אידישע תפילות אינאיינעם. מיר האבן געזינגען דעם ניגון פון הרב הקדוש רבי אייזיקל קאלובער זכותו יגן עלינו:


"גלות גלות, ווי גרויס ביסטו - שכינה הקדושה, ווי שיין ביסטו.


וואלט דער גלות קלענער געווען - וואלט די שכינה שענער געווען".


עס איז געווען א גרויסע התעוררות, צוביסליך זענען מיר געקומען צו זיך.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין קערעסטיר, מיר האבן זיך דערכאפט דאס הארץ, עס איז געווען צוגעשטעלט א געשמאקע סעודה, מיר האבן דארט גענעכטיגט.


דינסטאג אינדערפרי האבן מיר זיך גע'טובל'ט אין מקוה און געדאווענט, געגעסן פת שחרית און ארויף צום ציון פון הרב הקדוש רבי ישעי'לע מקערעסטיר זכותו יגן עלינו. מיר האבן געזאגט דעם יום תהלים, "יום שלישי", נאכדעם האבן מיר געזינגען ניגוני התעוררות און זיך מתבודד געווען.


איך האב געבעטן פאר דיר דארט. איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך וואלט נישט געדענקט צו בעטן פאר דיר, נאר האברך ... נרו יאיר האט מיר געגעבן דיין נאמען מיט נאך אסאך נעמען, די אלע וואס העלפן די מוסד, האב איך געבעטן פאר דיר; עס איז געווען א גרויסע התעוררות.


האברך ... נרו יאיר פון קרית ברסלב האט געמאכט אן אפיל, מען האט צאמגענומען צדקה פאר'ן בית התבשיל, פאר נצרכים פון אנשי שלומינו.


פון קערעסטיר זענען מיר געפארן קיין מאַד, אויפ'ן וועג האבן מיר געהאט שיחות חברים מיט די חברים פון ארץ ישראל און פון חוץ לארץ.


איך בין יעצט אביסל אפגעמאטערט פון די נסיעה, איך האב נישט די כוחות זיך מצמצם זיין צו שרייבן וואס מען האט גערעדט, הלוואי זאלן די אינגעלייט דאס אפשרייבן; מען האט גערעדט אזעלכע שיינע שיחות וסיפורים פון מוהרא"ש און אנשי שלומינו.


מיר האבן געזאגט צען קאפיטלעך תהלים ביים ציון פונעם קול ארי' זכותו יגן עלינו, נאכדעם האבן מיר געזאגט דעם קאפיטל "שיר המעלות ממעמקים" פסוק בפסוק ביים ציון פונעם לבושי מרדכי זכותו יגן עלינו. מיר האבן געזינגען די שיינע זיסע ליד:


"איך וויל זיין א איד, איך וויל זיין א איד - איך וויל זיין א פשוט'ער איד,


ווייל דער עיקר אידישקייט - זאגט דער הייליגער רבי - איז זיך פירן בתמימות ובפשיטות".


מען האט דאס געזינגען מיט'ן גאנצן הארץ צום אייבערשטן.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין קאלוב, אויפ'ן וועג האבן מיר געלערנט דעם שיעור גמרא, עס איז געווען אזוי שיין צו זען ווי אזוי אנשי שלומינו לערנען שיעורים כסדרן.


מיר האבן געזינגען ניגונים פון הרב הקדוש מקאלוב, מען האט זיך מחזק געווען מיט דעם רבינ'ס עצות פון דאנקען דעם אייבערשטן. בפרט יעצט אין די הייליגע חנוכה טעג, זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב) חנוכה איז טעג פון הודאה; דער גאנצער לעבן ווערט גוט און זיס ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן, מען ווערט נענטער און נענטער צום אייבערשטן.


ביים ציון פון הרב הקדוש מקאלוב זכותו יגן עלינו האבן מיר געזען די טיטל וואס מען האט געשריבן אויף די מצבה: "הי' ערליכער איד, והי' לומד גמרא על הדף".


מען האט געזאגט דארט די סוף פונעם יום תהלים, "יום רביעי", מען האט געזינגען א ניגון פון הרב הקדוש מקאלוב זכותו יגן עלינו, געדאווענט מנחה און זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין רומעניע.


אויפ'ן וועג האבן מיר גערעדט מעשיות וואס מיר האבן געהאט, ניסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט'ן באצאלן חובות.


די וועג קיין רומעניע איז געווען אביסל שווער, מען האט אונז אויפגעהאלטן ביים גרעניץ אפאר שעה, מען איז אנגעקומען שפעטער ווי געפלאנט קיין סיגוט.


אין סיגוט האט קהילת סאטמאר געבויט א הערליכע בנין, א מקוה, א בית המדרש - מיט אלע באקוועמליכקייטן, דו מיינסט ממש אז דו ביסט אין וויליאמסבורג אדער מאנרא. מיר האבן דארט געגעסן, געדאווענט מעריב און געגאנגען צום ציון פונעם הייליגן ייטב לב, קדושת יום טוב און עצי חיים זכותם יגן עלינו. מיר האבן דארט געזאגט אינאיינעם תיקון חצות, דארט ביים ציון, נאכדעם האבן מיר געזאגט תהלים, "יום חמישי".


לכתחלה האבן מיר געהאט אין פלאן צו פארן קיין קארלסבורג צום מראה יחזקאל זכותו יגן עלינו, אבער א טייל עולם האבן זיך ממש געבעטן מען זאל אפשטעלן די נסיעה, עס איז געווארן חלוקי דעות, א טייל האבן געזאגט מען זאל גלייך פארן קיין קארלסבורג, א טייל האבן געזאגט אז אויב מען פארט ווייטער שפירן זיי אז דאס וועט זיי צוטרעטן צום מח, עס איז נישט פאר זייערע כחות צו פארן יעצט ביינאכט א נסיעה פון זעקס שעה.


איך האב געהאט גרויס חשק צו פארן קיין קארלסבורג, די גאנצע זאך וואס מיר זענען געפארן בכלל קיין רומעניא איז נאר געווען אז מיר זאלן קענען גיין קיין קארלסבורג, דאך האב איך זיך געמוזט רעכענען מיט די אויסגעמוטשעטע אידן, מען האט אפגעשטעלט די נסיעה און מען האט זיך אראפגעלייגט פאר דריי שעה, פון דריי אזייגער פארטאגס ביז זעקס אזייגער.


מען האט געדאווענט און זיך ארויסגעלאזט קיין קלויזנבורג, א וועג פון פיר שעה, אויפ'ן וועג האבן מיר געלערנט דעם דף גמרא. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אין אונז אזוי שטארק אריינגעבאקן מיר זאלן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, אפילו מען איז אונטערוועגנס, צעבראכן און צעפארן, דאך איז מען נישט מוותר אויפ'ן בלאט גמרא.


וואס זאל איך דיר זאגן מיין טייערער ברודער, מיין הארץ איז פול מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן אז ער האט אויף מיר רחמנות געהאט, מיך מקרב געווען צום רבי'ן; וואו וואלט איך געווען, ווי אזוי וואלט איך אויסגעזען אן דעם רבינ'ס עצות, שכל און חיזוק? דאס האלט אונז ביים לעבן, דאס ברענגט אונז צום אייבערשטן. אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען באנוצט זיך מיט די עצה פון התבודדות און תפלה – איז מען גאר גליקליך.


מיר קומען שוין אן אין קלויזנבורג עירפארט, מיר פארן פון דארט קיין ווארשא און פון דארט פארן מיר אהיים קיין ניו יארק; מיר וועלן אנקומען אם ירצה ה' מיטוואך נאכט.


מארגן וועט נישט זיין די וועכנטליכע שיעור, עס איז דא א חתונה אין ישיבה, די דרייסיגסטע חתונה אין ישיבה בחנם. דאס אלעס איז צו פארדאנקען מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס האט אונז געלערנט מיר זאלן זיך נישט נאריש מאכן מיט טייערע שמחות; מיר זאלן חתונה מאכן די קינדער יונג אויפ'ן פשוט'ן וועג.


דעם שבת פרשת וישב, שבת מברכים חודש טבת, וועל איך זיין אין שטעטל. אויך די קומענדיגע וואך, שבת חנוכה, וועל איך זיין אם ירצה ה' אין שטעטל, זיין מיט אנשי שלומינו.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.

#36 - נישט פארפעלט קיין איין טאג מקוה
מקוה, קברי צדיקים, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בין יעצט אין הימל אויפ'ן פליגער, אויפ'ן וועג צו מקומות הקדושים; איך גיי בעטן פאר אונז אלע און פאר דיר און דיין ווייב.


איך וויל דיר זאגן, איך הער גאר גוטע גרוסן אויף דיר, הערליכע זאכן; דיין לערנען, דיין דאווענען ויראת שמים; איך פריי זיך זייער צו הערן.


איך בענק זיך זייער צו דיר, איך האף צו זיין אין שטעטל די וואך שבת מברכים חודש טבת, איך האף דיר צו זען.


איך האב זיך זייער געפרייט צו זען דיין בריוו פון מקוה; אז זייט דו האסט געהערט א שמועס צוויי יאר צוריק ביי קאראנע וועגן מקוה, ווי וויכטיג מקוה איז – האסטו נישט פארפעלט קיין איין טאג מקוה.

#35 - עס איז א גרויסע זכות צו בויען א מקוה טהרה
מקוה, צדקה, שטעטל, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די סכום פון $25,000 פאר די מקוה טהרה וואס מיר בויען יעצט אין שטעטל, דאס איז א גרויסע זכות צו בויען א מקוה טהרה.


ביז יעצט דארפן די משפחות אוועק פארן צו א מקוה, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ווען די מקוה וועט פערטיג ווערן וועט זיין אסאך גרינגער פאר אלעמען.


בזכות די גרויסע מצוה זאלסטו געבענטשט ווערן מיט ברכה והצלחה און נחת פון די קינדער.


שרייב מיר דיינע שיעורים, וויפיל דו לערנסט יעדן טאג און דיינע סיומים - וועסטו מיר מחי' זיין; יעדעס מאל איך הער א סיום ביי אנשי שלומינו - געבט דאס מיר כח.


 


 

#34 - אין די בריוו וועסטו טרעפן אזויפיל חיזוק מיט פראקטישע עצות פאר'ן לעבן
מקוה, התחזקות, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו לערנסט נישט די נייע וועכנטליכע ספרים "עצתו אמונה" און "איש אמונות"? עס איז געווען א בריוו פאר צוויי וואכן צוריק וואו איינער פרעגט דיין שאלה, אויב מען מעג ליינען קריאת שמע און לערנען ווען מען דארף גיין אין מקוה פאר טבילת עזרא.


איך האב געמיינט די אינגעלייט פון דיין חבורה אין ארץ ישראל לעבן מיט די בריוו; א שאד דו ליינסט נישט די בריוו, די נייע ספרים, די וועכנטליכע קונטרסים "עצתו אמונה" און "איש אמונות"; דארט איז דא אזויפיל חיזוק, אזויפיל עצות, פראקטישע עצות פאר'ן לעבן; ווען מען ליינט דאס - ווערט פארענטפערט אלע ספיקות, אלע קשיות.


דא האסטו דעם בריוו:


לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א, איך האב ברוך ה' זוכה געווען פארגאנגענע יאר צו ענדיגן גאנץ חמשה חומשי תורה, און יעצט אנגעהויבן פון פריש די הייליגע תורה, און דאס איז אלעס אין אייער זכות, א גרויסן יישר כח.


איך וויל פרעגן אויב מען מעג לערנען אינדערפרי פאר די מקוה. איך שטיי אויף געווענליך אום זיבן אזייגער און איך דאווען אום ניין אזייגער. ביז דעמאלט געב איך אכטונג אויף די קינדער, און צען מינוט פאר'ן דאווענען גיי איך אין מקוה. און ווען איך דארף גיין אין מקוה, ווייס איך נישט אויב איך מעג לערנען תורה איידער איך גיי אין מקוה. היינט אינדערפרי האב איך געליינט א צייטונג פאר א שעה, אנשטאט צו לערנען, ווייל איך האב נאכנישט געקענט גיין אין מקוה.


וואס איז די ריכטיגע וועג זיך צו פירן מיט דעם? יישר כח


תשובה:


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מקוה; דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז ער האט זוכה געווען צו אלע מדריגות ווייל ער איז געווען זייער נזהר אין מקוה, ער האט זיך זייער אסאך גע'טובל'ט.


דאס בעסטע איז מען זאל גיין גלייך אינדערפרי אין מקוה און נאכדעם דאווענען און לערנען, אבער אויב מען קען נישט גיין אין מקוה - דארף מען דאווענען און לערנען און שפעטער גיין אין מקוה; זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה, זיי לערנען נישט און דאווענען נישט ווען זיי האבן נישט קיין מקוה.


דאס וואס דו שרייבסט אז דו האסט נישט געקענט גיין אין מקוה, האסטו געליינט א צייטונג; אויף דעם זאגט שוין דער רבי (חיי מוהר"ן, סימן תקמז): "יֶשׁ אֲנָשִׁים שֶׁבִּשְׁבִיל חוּמְרָא אַחַת - מְבַטְּלִין הַרְבֵּה מְּאֹד מֵעֲבוֹדַת ה', כִּמְעַט הַכֹּל", עס זענען דא מענטשן וואס צוליב א חומרא פארלירן זיי אלעס אין עבודת השם; אז מען האט נישט קיין מקוה אדער מען קען נישט גיין וכו' - טאר מען נישט מבטל זיין תורה ותפילה, אז מען קען נישט גיין אין מקוה ליינט מען נישט קיין צייטונגען; צייטונגען זענען מטמא דעם מענטש במגע ובמשא.


אז מען האט נישט קיין מקוה, אדער מען קען נישט גיין אין מקוה און מען וויל זיין נזהר אין טבילת עזרא - קען מען בשעת הדחק יוצא זיין מיט ט' קבין, מען שטייט אונטער די שויער פאר פינף מינוט, אזוי האט מען כאטשיג ט' קבין.


וואויל איז דעם וואס איז מקפיד צו גיין אין מקוה, וועט ער זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - ווי אזוי מען גייט אין מקוה
מקוה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ח מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ליין דיינע בריוו און איך וויל דו זאלסט מיר שרייבן אלעס פון דיין לעבן, און אפילו דו זעסט אז איך ענטפער דיר נישט - זאלסטו נישט מיינען אז איך וויל דיר נישט מקרב זיין, נאר פשוט איך בין זייער פארנומען און איך קום ממש נישט אן צו ענטפערן אויף די הונדערטער און טויזנטער שאלות מידי יום ביומו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דיין גאנצע חיות שעפסטו פון הייליגן רבי'ן, ווי דיין לעבן האט זיך אינגאנצן געטוישט צום גוטן. דו פאלגסט דעם רבינ'ס עצות, דו האסט אנגעהויבן גיין אין מקוה. מקוה איז א באד פאר די נשמה, אזוי ווי מען קען נישט לעבן אן זיך וואשן, אזוי קען מען נישט לעבן אן מקוה.


בנוגע וואס דו פרעגסט וואו דו זאלסט זיך ענדערש טובל'ן - אין די קאלטע בור אדער אין די הייסע; וואו עס איז דיר באקוועמער, דער עיקר איז גיין אין מקוה, אזוי צי אזוי.


אויף דיין פראגע וויפיל טבילות מען דארף זיך טובל'ן; דאס האט מיט'ן מענטש, מוהרא"ש זאגט עס איז גענוג איין טבילה אראפצונעמען די טומאה און נאך איין טבילה ארויפברענגען אויף זיך קדושה, נאכדעם איז שוין דא אלע סודות און כוונות, דאס האט שוין מיט יעדע מענטש מיט זיינע ענינים.


בנוגע זיך אפווישן שבת אין מקוה מיט א האנטוך; מען מעג זיך אפווישן שבת מיט א האנטוך, מען דארף נאר אכטונג געבן ווען מען ווישט זיך אפ די האר פון קאפ און ביי די בארד.


אויף דיין פראגע אויב איז דא אן ענין צו בלייבן לאנג אין מקוה, ביי דיר נעמט א מקוה זעקס מינוט אבער דו זעסט מענטשן פארזוימען זיך לאנג, ביי דיר איז מקוה א נייע זאך, דו ווייסט גארנישט פון מקוה, אפשר זאלסטו אויך בלייבן לאנג; מוהרא"ש זאגט פאר איינעם וואס פרעגט וואס צו מכוון זיין אין מקוה, זאגט מוהרא"ש, כוונת המקוה איז ווי שנעלער אריין און ווי שנעלער ארויס, דאס איז ווען מען גייט אין מקוה מיט אן עולם, פריוואט אליינס אין מקוה קען מען זיך יא פארזוימען, אבער ווען די מקוה איז פול מיט מענטשן דארף מען זיך ווי ווייניגער פארזוימען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - האסט מיר אונטערגעקויפט מיט דיין משניות
מקוה, משניות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


האברך ... נרו יאיר האט מיר יעצט דערציילט אז דו האסט גענומען די זכות פון די צווייטע מקוה טהרה וואס מיר גייען יעצט בויען אין קרית ברסלב, ער האט מיר היינט געברענגט פון דיר די ערשטע צען טויזנט דאלער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט קענען טון נאך און נאך מצוות דיין גאנץ לעבן.


איך מוז דיר זאגן, איך האב אזוי הנאה געהאט דיר צו זען אויפ'ן פליגער אויפ'ן וועג אהיים פון ראש השנה אין אומאן מיט א קליינע משניות; אויפ'ן וועג אהיים איז יעדער אזוי אפגעמאטערט, קוים וואס מען גייט, קוים וואס מען ווייסט וואס טוט זיך, און דו און נאך תלמידי היכל הקודש זיצן מיט די משניות און זאגן פרקים משניות; האסט מיר אונטערגעקויפט, האסט געכאפט מיין הארץ, אזא מראה וועל איך נישט פארגעסן אזוי שנעל; זה חלקי מכל עמלי, צו זען ווי די דרשות, די דיבורים, די הארעוואניע - גייט אריין אין אנשי שלומינו.


א חתימה טובה.

#31 - פארענדיגן ביידע מקואות אין שטעטל
מקוה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ברכה, י"ד תשרי, ערב סוכות, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט משמש דעם רבי'ן אזוי געטריי; דאס וועלן מיר מיט נעמען, דאס וועט בלייבן פון אונז.


איך האב געזען די בילדער פון די מקוה טהרה פון שטעטל וואס דו ענדיגסט יעצט בויען, "מקוה מלכה"; עס איז הערליך שיין.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט מיר העלפן מיט די צווייטע מקוה טהרה אין שטעטל; איך וויל שוין יעצט אנהייבן און שוין ענדיגן.


... נרו יאיר האט געשאפט א נדבן פאר די מקוה; איך האב געמיינט אז די מקוה וועט מיר קאסטן סאך הכל פופציג טויזנט דאלער, האט ער געשאפט א נדבן פאר פופציג טויזנט, יעצט זאגסטו מיר אז עס וועט קאסטן הונדערט און צען טויזנט דאלער - וועל איך אליינס שאפן די איבריגע געלט.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך מזרז זיין ביי די ארבעט, איך וויל עס האבן געענדיגט וואס שנעלער.


א פרייליכן יום טוב.

#30 - נישטא קיין שום תירוץ פאר א מלמד צו קומען שפעט אין חדר
מקוה, חינוך הילדים, מלמדים, גניבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר, קרית יואל


איך האב געהערט דיין מעסידזש.


גיין אין מקוה איז זייער א גרויסע זאך; ברסלב'ער חסידים זענען זייער מקפיד צו גיין אין מקוה יעדן טאג, ווייל דער הייליגער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון דאס גרויסקייט פון מקוה, נאכמער דארפן מלמדים זייער מקפיד זיין אויף טבילה; מוהרא"ש זאגט אז מלמדים, שוחטים און סופרים דארפן נאכמער נזהר זיין אין דעם.


אוודאי דארף מען זיך מסדר זיין א סדר אויפצושטיין פרי גיין אין מקוה, דאווענען און עסן פת שחרית איידער מען גייט אין חדר, אבער אז מען איז פארשלאפן קען מען נישט לאזן די קינדער אויף הפקר חס ושלום. די קינדער קומען פאר אלעמען, נישטא קיין שום תירוץ צו קומען שפעט אין חדר. אז מען האלט נישט זמנים, מען קומט נישט צייטליך – איז דאס א מעוות לא יוכל לתקון, א זאך וואס מען קען נישט פאררעכטן (עיין שיחות הר"ן, סימן רמ).


ווען מען בא'גנב'עט א צווייטן, פון א שוה פרוטה ביז א מיליאן דאלער – קען מען דאס באצאלן, אבער אז מען קומט אין חדר שפעט, אדער מען קומט צייטליך און מען גייט אוועק, מען גייט שמועסן אדער מען איז עוסק אין אנדערע זאכן – איז מען אין די כלל פון אָרוּר עוֹשֶׂה מְלֶאכֶת ה' רְמִיָּה (עיין רמב"ם פרק ב' מהלכות תלמוד תורה, הלכה ד).


דעריבער, אז מען איז פארשלאפן לייגט מען אלעס אין די זייט און מען גייט צו די קינדער, שפעטער קען מען גיין אין מקוה וכו'.


איך האף אז אלע מלמדים זענען צייטליך אין חדר; איך וויל דו זאלסט מיר שרייבן אויב מלמדים קומען נישט צייטליך, וועל איך זיי פארשיקן.

#29 - א פרישע מקוה טהרה מיט אלע דקדוקים און אלע הידורים
כולל, מקוה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו, אז מען האט געגאסן די מקוה ביי דיר; א מקוה טהרה מיט אלע דקדוקים און אלע הידורים.


דער דיין שליט"א איז דארט געווען און געגעבן דעם הכשר, ער זאגט מיר אז די מקוה איז זייער מהודר.


אויך דער וויזניצער דיין שליט"א, בנוסף - די צוויי מומחים, ר' ... נרו יאיר, און הרב ר' יצחק טריגער שליט"א האבן זייער באוואונדערט די גאנצע ארבעט.


די מקוה האט א מעלה אז עס איז געמאכט געווארן דורך תלמידי חכמים; די חשוב'ע כולל אינגעלייט האבן דאס געמאכט פון אנהייב ביז'ן סוף, די גרוב האבן די בחורים געגראבן. דער מומחה הרב טריגער שליט"א האט זיך מפלפל געווען מיט זיי, ער זאגט מיר: "די אינגעלייט זענען תלמידי חכמים".


דער אייבערשטער זאל העלפן אינעם זכות וואס דו און דיין ווייב האבן אוועקגעגעבן אייער דירה פאר א מקוה טהרה, זאלט איר זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, עס זאל זיין שמחות ביי דיר שטענדיג.


 

#28 - גיין אין מקוה אום שבת קודש און אין די ניין טעג
מקוה, בין המצרים, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו האסט אנגעהויבן גיין אין מקוה יעדן טאג. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז ער איז צוגעקומען צו אלע זיינע מדריגות ווייל ער איז געווען זייער נזהר צו גיין אין מקוה יעדן טאג. דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען".


בנוגע גיין שבת אין מקוה וכו'; אודאי זאלסטו גיין שבת אין מקוה. מיר נעמען אן די שיטות אז מען קען זיך טובל'ן אפילו אין הייסע וואסער אז מען האט אינזין לשם טבילה. דאס וואס די הייליגע חכמים האבן גע'אסר'ט איז נאר ווען מען האט נישט אינזין לשם טבילה (קרבן נתנאל שבת סימן כב, אות ק; נודע ביהודה מהדורה תניינא, אורח חיים, סימן כד; ועוד).


אויך אין די ניין טעג זאלסטו גיין אין מקוה, און אז דו שוויצט זייער שטארק - קענסטו זיך אפוואשן ביי די פלעצער וואו עס איז דיר פארשוויצט. דער איסור רחיצה אין די ניין טעג איז אויף רחיצה פאר תענוג, אבער אראפנעמען די שווייס - דאס זענען די פוסקים מתיר (עיין נטעי גבריאל בין המצרים פרק מב, אות ד; פרק ע, אות ה).


וואויל איז דער וואס גייט אין מקוה, וועט דאס אים ברענגען קדושה וטהרה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות כב.): "מַעֲשֶֹה בְּאֶחָד שֶׁתָּבַע אִשָּׁה לִדְּבַר עֲבֵירָה", עס איז געווען א מענטש וואס האט געוואלט טון אן עבירה מיט א מיידל, האט זי אים געפרעגט: "רֵיקָא, יֵשׁ לְּךָ אַרְבָּעִים סְאָה שֶׁאַתָּה טוֹבֵל בָּהֶן?" דו ליידיגגייער, האסט דען א מקוה וואו זיך צו טובל'ן נאך די עבירה? ער האט נישט געהאט קיין מקוה, "מִיַּד פָּרֵשׁ", האט ער זיך צוריקגעהאלטן פון טון די עבירה.


אלע פרעגן שוין, וואס איז פשט אז די מקוה האט אים צוריק געהאלטן פון טון די עבירה?! אויב איז ער אזא מענטש וואס וויל גיין זינדיגן וכו', וואס איז אים א חילוק צי ער וועט יא גיין אין מקוה אדער נישט? נאר די קשיא איז דער תירוץ; דא זעט מען וואס מקוה איז, א מענטש וואס איז שטארק מיט מקוה, ער גייט יעדן טאג אין מקוה - וועט אים די מקוה צוריקהאלטן פון טון עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - דאנקען דעם אייבערשטן געבט פיזישע כוחות און גייסטישע כוחות
מקוה, תודה והודאה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טראכט אביסל אריין ווי גוט דער אייבערשטער איז, וויפיל חסדים ער האט געטון מיט דיר ביז אהער. דו ביסט חתונה געהאט, האסט א טייערע ווייב מיט ליכטיגע קינדער, אלע זענען געזונט און שטארק; דו ביסט דאך אזוי רייך, דארפסטו אים דאנקען און לויבן אן א שיעור.


אז דו וועסט זיך צוגעוואוינען טאג און נאכט נאר דאנקען וועסטו זוכה זיין צו שפירן דעם טעם הגן עדן אויף די וועלט.


אויך וועסטו ווערן מער און מער געזונט און שטארק, ווייל דאנקען דעם אייבערשטן געבט פיזישע כוחות און גייסטישע כוחות; עס שטארקט די נערוון, עס שטארקט די מוסקלען.


זיי מקפיד צו גיין יעדן טאג אין מקוה, וועט נמשך ווערן אויף דיר נאר חסדים.

#26 - א פרייליכע געשמאקע בית המדרש
מקוה, שמחה, הפצה, צדיקים, דרך ארץ, מחלוקת, מדות טובות, בית המדרש, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, חומש רש"י, מעביר סדרה, גבאי, אחדות, מנהיגים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר-בחקותי - מברכים סיון, כ"ה אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד טייערע אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו


חזק, חזק, ונתחזק! אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו! חסדי השם יתברך מיר האבן מסיים געווען ספר ויקרא, דעם קומענדיגן זונטאג הייבן מיר אן ספר במדבר; יעצט איז א גוטע צייט פאר א פרישע התחלה, אנהייבן לערנען יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום מידי יום ביומו; אז מען איז מעביר סדרה טאג טעגליך איז מען זוכה צו ענדיגן די פרשה יעדע וואך.


איך געדענק נישט א שיעור ביי מוהרא"ש וואס מוהרא"ש זאל נישט רעדן פון דאס גרויסקייט פון מעביר סדרה זיין. איבער צען יאר האב איך זוכה געווען צו זיין יעדע וואך ליל שישי ביים שיעור, איך האב כמעט נישט פארפעלט קיין איין שיעור, און יעדע וואך האט מוהרא"ש געשפירט פאר וויכטיג נאכאמאל צו רעדן פון די גרויסע מצוה פון מעביר סדרה זיין.


אינטערעסאנט פארוואס מוהרא"ש האט זיך פארלייגט דוקא אויף די מצוה, עס איז דא צענדליגער סימנים אין הלכות שבת, פארוואס פונקט פון די הלכה אין סימן רפ"ה, דאס האט מוהרא"ש אזויפיל גערעדט? מען קען פרעגן נאך אסאך מער, מען זעט ביי ערליכע אידן איז מען זייער מקפיד אויף געוויסע זאכן, צום ביישפיל מען איז זייער מקפיד אויף מקוה, מען איז זיך מוסר נפש אויף מקוה; אז די מקוה איז קאלט וועט מען אריינשפרינגען אין א קאלטע מקוה וכו'. אזוי אויך נעגל וואסער, דאס איז ביי ערליכע אידן ממש ווי פון די וויכטיגסטע זאכן, וואס איז די פשט אז צדיקים האבן גענומען געוויסע זאכן און פון דעם געמאכט א גרויסער עסק?


אלא מאי איז געדרונגען אז דער קשיא איז דער תירוץ, זעט אויס אז די זאכן זענען זייער וויכטיג פאר'ן מענטש; אפילו מיר פארשטייען נישט וואס עפעס די זאכן, דאס איז ווייל מיר זענען זייער ווייט, מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען צו עסן, צו טרינקען און צו געשמאקע זאכן. די צדיקים - זיי זעען וואס טוט זיך אין הימל, זיי זעען וואס טוט זיך מיט א נשמה, זיי זענען אונז מודיע אויף וואס מיר זאלן זיך מוסר נפש זיין.


נישט נאר מוהרא"ש האט געמאכט אן עסק פון מעביר סדרה זיין, אלע צדיקים האבן גערעדט פון דאס גרויסקייט פון לערנען חומש רש"י. דער הייליגער שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווער עס לערנט יעדע וואך חומש מיט רש"י, איז פארזיכערט אז ער וועט זיצן אויף יענע וועלט אין די היכל פון רש"י"; אויך זאגט מען נאך פון הייליגן רבי פנחס'ל קאריצער זכותו יגן עלינו אז לערנען חומש רש"י יעדע וואך איז מסוגל צו האבן אמונה. דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו האט איינגעפירט א סדר פאר זיינע תלמידים אז זיי זאלן יעדן טאג לערנען חומש מיט רש"י איינגעטיילט אויפ'ן וואך, און אזוי האבן זיך געפירט אלע רבי'ס פון חב"ד, און אזוי פירן זיך היינט אויך חסידי חב"ד; יעדן טאג צו לערנען חומש רש"י איינגעטיילט אויפ'ן וואך, ווייל דאס ברענגט יראת שמים.


איך געדענק ווען איך האב געהערט פון מוהרא"ש אז מען זאל שוין אנהייבן פון אנהייב וואך מעביר סדרה זיין, האב איך געטראכט אז דאס איז אפשר פאר אנדערע, דאס איז נישט פאר מיר; איך טו וואס דער אריז"ל זאגט (פרי עץ חיים, שער הנהגת הלימוד [עמוד שנז]) אז מען זאל מעביר סדרה זיין ערב שבת, אבער מוהרא"ש האט מיר אויפגעעפנט די אויגן און געוויזן זיך נישט צו נארן, 'קוק אויף זיך, אויב ביסטו טאקע מעביר סדרה וועכנטליך'; א מענטש טאר זיך נישט נארן, מען דארף קוקן צי מען טוט טאקע יעדע וואך אזוי ווי די הלכה פארלאנגט, ווי דער שולחן ערוך פסק'נט (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַך חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין. און דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה, און אזוי פיר איך זיך, בעט איך אייך איר זאלט זיך אויך אזוי פירן, איר זאלט אנהייבן פון זונטאג מעביר סדרה זיין.


טייערע חברים, ליבע ברידער, נעמט נישט קיין חלק אין קיין שום מחלוקות, ווי עס איז דא מחלוקות זאלט איר אנטלויפן; בפרט ווען עס רעדט זיך פון מחלוקת לשם שמים, די מחלוקת לשם שמים איז זייער ביטער; דארט קען מען איינזינקען אין די גרעסטע טומאה. ליידער אין ברסלב איז דא פלעצער וואס איז א פלאץ פון מחלוקות, אנשטאט מען זאל רעדן דיבורי אמונה, דיבורי תכלית - רעדט מען אויף דעם און אויף יענעם; דער איז א מפורסם של שקר, דעם דארף מען רודפ'ן, ער איז נישט די ריכטיגע ברסלב, ער איז נישט פון אונזערע לייט, איך ווייס נישט אויב יענער איז פון אונזער לייט אדער נישט, אבער דו וואס דו רעדסט קעגן דעם און יענעם - דו ביסט זיכער נישט פון אונזערע לייט. וואס וועסטו ענטפערן ווען דער מלאך מיט די טויזנט אויגן וועט קומען און דיר געבן א קנאק און אוועק נעמען דיין נשמה? וואס וועסטו אים זאגן, דו ביסט יא דער מלאך המות, דו ביסט נישט דער ריכטיגער מלאך המות, דער מלאך המות איז פון אונזער לייט, אדער איז ער נישט פון אנזערע לייט, וואס וועסטו דעמאלט טון? וועסט דאך נישט וויסן וואס צו טון פאר בושה, וועסט נישט וויסן וואס צו טון פון פחד!


בעט איך ענק טייערע ברידער, אז מיר האבן זוכה געווען צו נתקרב ווערן צום רבי'ן - טארן מיר נישט זיין פארנומען מיט אנדערע, אדער חס ושלום אונטער שרייבן א צעטל קעגן אנדערע. מוהרא"ש זאגט, דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין נח:): "המגביה ידו על חבירו [...] נקרא רשע", דער וואס הייבט אויף זיין האנט אויף זיין חבר - איז א רשע; וואס איז די זאך אז מען הייבט נאר אויף די האנט איז מען שוין א רשע? מען האט דאך נאכנישט געשלאגן? נאר דאס גייט ארויף אויף דער וואס הייבט אויף זיין האנט צו אונטער שרייבן א צעטל קעגן זיין חבר, ער הייבט אויף די האנט מיט א פענע צו חתמ'נען קעגן א צווייטן דער איז "נקרא רשע".


בעט איך מיינע טייערע ברידער פון ירושלים, איר האט א בית המדרש אין מאה שערים; דארט איז א פלאץ פון גאר ערליכע אידן, דארט וואוינען זייער חשוב'ע משפחות, אויך איז דארט פארהאנען זייער אסאך וואס זענען פארנומען מיט אנדערע, דארט איז דער פלאץ וואס מען איז דן ווער איז פון אונזערע און וועם דארף מען אויסשפייען; איר זאלט נישט האבן קיין שייכות מיט רודפ'ן א צווייטן, נאר האבן שייכות מיט מקרב זיין יעדן איינעם. אז איר וועט זיך אזוי פירן וועט איר נאך אביסל דארפן האבן גאר א גרויסער שול, ווייל מענטשן האבן נישט קיין כח צו מחלוקת, מענטשן זוכן א בית המדרש וואו מען לאזט דאווענען, א בית המדרש וואו מען קען הערן א גוט ווארט, א בית המדרש וואו מען זעט מענטשן שמייכלען. איר האט געזען וויפיל הונגעריגע מענטשן זענען געקומען צו גיין די וואך מאנטאג צום שיעור, וואס קומט מען? וואס וויל מען? מען וויל פשוט א גוט ווארט, א ווארט מיט וואס מען וועט קענען צוען נאך א טאג דינען דעם אייבערשטן.


ביי אונז אין אמעריקע איז דא אסאך פלעצער וואו עס איז פארבאטן צו שמייכלען, אויב איינער שמייכלט איז א סימן אז ער איז נישט קיין ערענסטער אינגערמאן; אין א סאך שולן לאזט מען נישט שמייכלען, מען מוז זיין זייער דערביטערט. איך ווייס נישט ווי אזוי עס איז ביי ענק, איך מיין אז אין ירושלים, בפרט אין מאה שערים - איז אויך דא געוויסע שולן וואס מען טאר נישט שמייכלען דארט, אויב מען שמייכלט איז מען שוין א קאליקער. בעט איך ענק, אויב איינער וויל זיין דערביטערט זאל ער גיין אין א צווייטע פלאץ, מיר דארפן טון וואס דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך.


ביים דאווענען זאלט איר נישט רעדן, איך בעט אייך, אלע זאלן אכטונג געבן נישט צו רעדן ביים דאווענען, נישט עסן און טרינקען ביים דאווענען; אויב דו שפירסט אז מען דאוונט צו שטייט פאר דיר - קענסטו זיך מתבודד זיין, קיינער זאל זיך נישט מישן ווי אזוי צו פירן דעם שול. איך האב ממנה געווען גבאים - זיי פירן דעם שול אזוי ווי מוהרא"ש האט געוואלט, אויב איינער האט עפעס וואס צו זאגן - קען ער מיר שרייבן, איך ליין אלע בריוו, איך ווארט אויף יעדן איינעם פון אנשי שלומינו זאל מיר שרייבן לכל הפחות איין מאל א וואך, אבער זיך נישט מישן אין שול, נישט רעדן ביים דאווענען און זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ.


איך וויל נישט אונזער שול זאל אויסקוקן ווי ביי די הפקר'דיגע ברסלב'ע שולן וואו קיינער טאר נישט זאגן, און אויב איינער וועט זאגן ווי אזוי זיך צו פירן קען מען חס ושלום נכשל ווערן און ווערן א בחינה פון א מפורסם של שקר השם ישמרינו, נאר אויב דו קענסט אונטער שרייבן קעגן א צווייטן - דאס איז מותר, דאס איז נישט פון די בחינה פון זיין א מפורסם של שקר, אויך אויב דו קענסט רעדן א דרשה קעגן א צווייטן - דאס איז כשר, אויב דו וועסט זאגן חיזוק, אדער ווי אזוי זיך צו פירן - דאס טאר מען נישט, דער שול אין ירושלים וועלן מיר פירן אזוי ווי מוהרא"ש האט דאס אוועקגעשטעלט, עס מוז זיין דרך ארץ; אלע מתפללים און בחורים זאלן זיך צושטעלן לויט ווי די גבאים פירן די שול, אויב איז דא וואס צו פאררעכטן, אויב איז דא וואס איז נישט גוט - קענט איר מיר שרייבן.


איך בעט אייך איבער אז איך בין נישט געקומען אין שול צו אייך, איינער א צעבראכענער איד מיט זיין צעבראכענע ווייב זענען געקומען דארט, זיי האבן געוואלט מאכן א טומל וכו' וכו', איך האב מקיים געווען וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", דער וואס אנטלויפט פון א צרה - איז קלוג.


ווער עס וויל זיך אננעמען פאר מיר, ווער עס וויל מוחה זיין אויף די וואס טשעפען מיר - זאל נעמען נאך גליונות, נאך קונטרסים און דאס פארשפרייטן; מער פון דעם זאל קיינער זיך נישט קריגן פאר מיר, דער אייבערשטער העלפט מיר, ער קריגט פאר מיר.


א פרייליכן שבת.

#25 - האלט זיך פריש
מקוה, שידוכים, התחזקות, התחדשות, טעלעפאן, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר; איך האף אז דו דערהאלסט זיך, איך האף דו ביסט נישט מיואש, איך האף דו ווילסט נאך זיין אן ערליכער איד.


פריער האט מען מיר גערופן זיך נאכפרעגן אויף דיר פאר א שידוך, איך האב געגעבן גוטע גרוסן אויף דיר.


איך בעט דיר זייער, אנטלויף נישט; דו שטייסט שוין אט אט ביי די ישועה, יעצט איז נישט קיין צייט צו אנטלויפן. דראפע זיך און דערהאלט זיך, בלייב ערליך, האב נישט צוטון מיט נישט גוטע זאכן.


אנשטאט גיין דא און דארט זוכן גליקן – גיי צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר העלפן, ער זאל רחמנות האבן אויף דיר.


גיי יעדן טאג אין מקוה און זאג די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי, דאס איז מתקן פגם הברית – הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן.


 לאז זיך נישט נאך; טו זיך אן פרישע בגדים, האלט זיך פריש, וואש זיך אפ יעדן טאג און ווארף אוועק יעצט פאר קבלת התורה די טעלעפאונס און טעבלעטס וואס מען קען זען אין דעם עבודה זרה, גלוי עריות און שפיכות דמים.

#24 - מאך דיר א שיעור אין הייליגן תיקוני זוהר
מקוה, תיקוני זוהר, ארץ ישראל, ל"ג בעומר, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש וויליאמסבורג


ביז דערווייל האב איך נאכנישט באקומען קיין רשות אריינצוגיין קיין ארץ ישראל, איך האף נאך צו באקומען רשות, איך וויל זייער שטארק זיין אין מירון דעם יאר ל"ג בעומר.


אויב איך וועל נישט באקומען קיין רשות וויל איך דיר בעטן זאלסט צושטעלן א סעודה פאר אלע תלמידים, אויך זאלסטו צוגרייטן מוזיק (אויך קלארינעט וואס שפילט אין מירון); מיר וועלן מאכן א סעודה ליל שישי אין ישיבה פאר אנשים, און אויך אין ווייבער שול פאר די נשים און פאר די קינדער. ל"ג בעומר איז א יום טוב, א טאג וואס אלע אידן פרייען זיך אויף וואס מיר האבן באקומען דעם זוהר, די פנימיות התורה.


לייג צו א שיעור צווישן דיינע שיעורים, אין ספר התיקונים; איך לערן יעדן טאג תיקוני זוהר, איך בין זיך ממש מחי' מיט די תיקונים. אפילו מען פארשטייט ווייניג, דאך שפירט מען ביים לערנען אז עפעס גרויסע זאכן טוט זיך.


דעם שיעור זאלסטו לערנען נאר נאכן גיין אין מקוה.

#23 - געבן צדקה פאר א פלאץ וואס פארשפרייט אמונה, איז גאר א גרויסע מצוה
מקוה, צדקה, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי-קדושים, י"א אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון געבן צדקה פאר אונזער ישיבה; עס איז דא אסאך צדקות, אלע זענען חשוב; אבער אז מען געבט צדקה פאר א פלאץ וואס פארשפרייט אמונה, א פלאץ וואס לערנט אינגעלייט לעבן בשלום ובאהבה מיט א ווייב און קינדער וכו' וכו', - איז די מצוה זייער גרויס.


שרייב מיר דיינע שיעורים, דיינע סיומים - וועסטו מיר מחי' זיין.


זיי מקפיד אויף מקוה; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", מקוה איז המתקת הדין; נאכן זיך טובל'ן שפירט מען ווי מען ווערט א נייער מענטש.

#22 - זוכן פרנסה איז נישט קיין חסרון אין אמונה
מקוה, חינוך הילדים, פרנסה, השתדלות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט ריכטיג וואס דו זאגסט אז בעטן מענטשן מען זאל דיר שיקן ארבעט - איז א חסרון אין אמונה; בעטן מענטשן זאלן געבן ארבעט איז בכלל נישט קיין חסרון אין אמונה, עס איז א חסרון אין קאנפידענס, א חסרון אין גלייבן אין זיך; מען מעג בעטן און מען דארף בעטן פאר ארבעט.


קענסט דאך זאגן נאך מער, אפשר זאלסטו בכלל פארמאכן דיין ארבעט און מער נישט ארבעטן ווייל עס איז א חסרון אמונה? נאר וואס דען, ארבעטן און זוכן ארבעט איז בכלל נישט קיין חסרון אמונה, דער אייבערשטער זאגט מען זאל ארבעטן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי דברים פרק טו, פיסקא קנח) אויפ'ן פסוק (מלשון הכתוב דברים טו, יח): "וּבֵרַכְתִּיךָ בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה", דער אייבערשטער בענטשט אונז מיר וועלן זען א ברכה אין אונזער ארבעט, "יָכוֹל יְהִי יוֹשֵׁב וּבָטֵל", וועסטו מיינען אז מען דארף נישט ארבעטן, מען קען זיצן ליידיג? "תַּלְמוּד לוֹמַר בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה", אויף דעם שטייט מען זאל טון.


אודאי זאלסטו אנרופן אלע וואס דו האסט זיי געגעבן פרייזן זיי פרעגן פארוואס זיי נעמען דיר נישט, אויב ביסטו צו טייער זאלסטו אראפקומען מיט די פרייז. דער עיקר זאלסטו זיך נישט פארלאזן אויף די ארבעט אז דאס איז דיין מקור הפרנסה, זאלסט זיך נישט פארלאזן אויף מענטשן; זיך פארלאזן אויף מענטשן איז א חסרון אמונה, פארלאז זיך אויפ'ן אייבערשטן.


קענסט נעמען זייטיגע ארבעט כל זמן עס קומט נישט אריין קיין ארבעט פאר דיר ביים בויען. דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פונעם בעל בטחון, עס האט אים געפאסט צו נעמען אלע סארט ארבעט - אבי ער זאל קענען אהיים ברענגען פרנסה; האב נישט מורא צו נעמען ארבעט אינדערזייט, אפילו עמטליך ביסטו א גרויסער קאנטראקטאר.


בנוגע נעמען קינדער אין מקוה; מיר נעמען ערב שבת קינדער פון קליינערהייט אן - אין מקוה, אבער מען טוט דאס אין די צייט ווען עס איז נישט איבערגעפילט מיט מענטשן, בדרך כלל אין אנהייב האבן די קינדער נאך מורא זיך איינטונקען די קאפ, מען הייבט אן קודם אז זיי זאלן אריינקומען אין מקוה זיך טובל'ן ביזן האלז, אזוי מיט דער צייט גייט אוועק די פחד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - שטארק זיך און הייב זיך נאכאמאל אויף
מקוה, קדושה, שידוכים, התחזקות, תשובה, התחדשות, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת טהרה, ב' דראש חודש אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און הייב זיך אויף; הייב אן נאכאמאל פון ניי, אפילו דו האסט שוין אנגעהויבן טויזנט מאל - הייב אן טויזנט מיט איין מאל; אז דו ביסט אראפגעפאלן - הייב זיך אויף, ביסט נכשל געווארן אין פגם הברית - זאלסטו תשובה טון, זאלסט צוריק קומען צום אייבערשטן.


דער רבי האט אונז געגעבן א תיקון פאר די עבירה; די צען קאפיטלעך תהילים איז א תיקון אויף די עבירה. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): "אסאך צדיקים האבן געוואלט אראפברענגען א תיקון פאר דעם, אבער זיי האבן דאס נישט געקענט משיג זיין; א טייל האבן יא אנגעהויבן משיג זיין, אבער זיי זענען אוועק פון דער וועלט אינמיטן, איך - האט דער רבי אויסגעפירט - האב זוכה געווען משיג צו זיין און מגלה זיין דעם תיקון הכללי".


אויך זאלסטו זיין נזהר צו גיין אין מקוה. ווען דער רבי האט מגלה געווען דעם תיקון הכללי, האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, שם): "דאס ערשטע זאך איז מקוה"; ווען א מענטש גייט אין מקוה וואשט ער אפ זיין נשמה, אין די זעלבע צייט וואס ער טובל'ט זיין גוף דא אונטן דעמאלט טובל'ט מען זיין נשמה אויבן.


איך בעט דיר זייער, גיי נישט צו די אלע פלעצער וכו' וכו'; זיי שטארק נישט צו טון עבירות, אז דו וועסט צעברעכן דיין יצר הרע - וועסטו באקומען שנעל דיין שידוך. יעדעס מאל מען האט א נסיון און מען שטארקט זיך אויפ'ן נסיון - איז מען זוכה צו גרויסע ניסים.


איך האף אז דו וועסט אנהייבן פונדאסניי, דו וועסט אפלאזן די אלע עבירות; איך ווייס אז עס איז דיר ביטער שווער, ווייל דער וואס האט זיך שוין צוגעוואוינט צו די ביטערע עבירה פון פגם הברית - אים איז זייער שווער, ער ליגט שוין אין די הענט פונעם יצר הרע, ער האלט אין איין אראפפאלן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה; וויפיל מען וויל אפלאזן - פאלט מען צוריק אין דעם. מיט דעם אלעם, אויב מען נעמט דעם רבינ'ס עצה, די עצה פון התבודדות; מען שרייט צום אייבערשטן ער זאל ראטעווען פון דעם - איז מען זוכה צו ווערן אן ערליכער איד.


בעיקר זאלסטו ארבעטן אויף שמחה, זאלסט זיין פרייליך און אז עס איז דיר שווער צו זיין פרייליך - זאלסטו זיך מאכן פרייליך, ווייל שמחה היט דעם מענטש פון די עבירה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסט) עס שטייט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", ווען איך פריי זיך מיט'ן אייבערשטן איז: "יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ" - עס איז מער נישטא קיין עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - דארף נישט אויסרופן הויך אז דו ביסט א ברסלב'ער
מקוה, שידוכים, שלום בית, חסידות ברסלב, סדר דרך הלימוד, ספרי ברסלב, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת טהרה, כ"ט ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מודיעין עילית


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון אזא גרויסער רבי וואס לערנט מיט אונז עצות ווי אזוי מיר זאלן זיך דערנענטערן צום אייבערשטן.


בעזרת השם בין איך גרייט צו ענטפערן אלע דיינע שאלות.


אויף דיין פראגע אז עס איז דיר שווער צו לערנען דעם ספר ליקוטי מוהר"ן, דו פארשטייסט נישט קיין איין ווארט; אויך מיט'ן פירוש שפת הנחל פארשטייסטו נישט, דו ווילסט וויסן א וועג ווי אזוי צו קענען לערנען דעם רבינ'ס ספרים.


וויסן זאלסטו אז אין אנהייב איז נישט גרינג, מען דארף זיך צוגעוואוינען צום שפראך וכו'; אז דו וועסט נעמען דעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), דו וועסט אין אנהייב גורס זיין, דו וועסט זיך מסדר זיין צו לערנען ליקוטי מוהר"ן אן פארשטיין, דו וועסט זאגן די ווערטער - וועסטו במשך הזמן זוכה זיין אז עס וועט זיך דיר עפענען דיין מח, דו וועסט אנהייבן צו פארשטיין.


עס גייט נישט אין איין מינוט, מען דארף האבן אסאך סבלנות; אז מען האט סבלנות איז מען זוכה צו קענען און פארשטיין די תורה.


בנוגע דיין פראגע וואס דו זאלסט טון מיט דיין ווייב און קינדער, זיי האבן נישט ליב אז דו ביסט געווארן א ברסלב'ער; איך וויל פארשטיין, וואס פעלט אויס צו זאגן פאר אלעמען "איך בין געווארן א ברסלב'ער"? וואס איז שלעכט אז דו, פאר דיר אליינס - וועסט זיך מחי' זיין מיט דעם רבינ'ס עצות אן אויסרופן פאר אלעמען: "איך בין געווארן א ברסלב'ער" און אזוי פירן דיין שטוב? איך זאג דיר, אויב דו וועסט אזוי טון, נישט נאר זיי וועלן נישט האבן קיין טענות אויף דיר, נאר במשך הזמן וועלן זיי אלע מקורב ווערן; ווען מען וועט זען ווי דו פירסט זיך מיט דרך ארץ, מיט שמחה און מיט די אלע שיינע זאכן וואס דער רבי איז אונז מזכה - וועסטו זיי מקרב זיין מיט דיין התנהגות.


בנוגע חתונה מאכן די קינדער יונג; מוהרא"ש האט נישט גענומען קליינע קינדער און זיי חתונה געמאכט, מוהרא"ש האט גענומען קינדער וואס זענען דערוואקסן און האבן שכל מער ווי דרייסיג יעריגע און זיי חתונה געמאכט. איך ווייס נישט ווי קינדעריש דיין זון איז, אויב איז עס אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ, אז ער איז ממש א קליין בעבי, דעמאלט קען מען נאכנישט חתונה האבן, אפילו ביי די אכצן.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר דיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, זיי זאלן חתונה האבן און אויפשטעלן ערליכע דורות; ווייל תפילה איז זייער שטארק, תפילה איז שטערקער פון אלעס.


בנוגע מקוה וכו'; ביי אונז ברסלב'ער חסידים איז מען זיך מוסר נפש אויף מקוה, מען קוקט נישט אויב עס איז שווער אדער נישט, מען גייט יעדן טאג אין מקוה, זאל זיין וואס זאל זיין; ווייל דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט צוגעזאגט: "מקוה איז די זעלבע לשון פון תקוה - אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פאררעכטן".


בנוגע וואו דו זאלסט געבן דיין צדקה, פאר די ישיבה אין אמעריקע אדער פאר די שולן אין ארץ ישראל; ענדערש זאלסטו געבן די צדקה פאר די גבאים אין ארץ ישראל, זיי זאלן ווייטער קענען אנגיין מיט זייער הייליגע ארבעט.


נאכאמאל בעט איך דיר, דער עיקר זאלסטו אכטונג געבן אויף דיין שטוב, דיין ווייב זאל זיין צופרידן, זי זאל זיין מיט דיר אויף איין בלאט. אויב ביסטו אויף איין בלאט און זי אויף אן אנדערע בלאט, זאלסטו צוריק מישן די בלעטער, זוך אויף די בלאט וואו זי איז און לעב מיט איר אויף איין בלאט; ווייל אן שלום בית איז גארנישט דא, שלום בית איז דער יסוד פון זיין הייליג.


שעם זיך נישט צו פרעגן, דו קענסט פרעגן אלע דיינע שאלות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים

#19 - נעם די הייליגע תורה פאר דיין חבר
חברים, מקוה, אומאן, לימוד התורה, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה ברסלב


איך בין יעצט אויפ'ן וועג קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון, איך בין געפארן מיט מיין זון ... נרו יאיר פאר ער ווערט זיבן יאר, אריינצוכאפן די הבטחה פון רבי'ן אז אויב מען נעמט צו אים א קינד פאר די זיבן יאר וועט ער גיין צו די חתונה מיט א ריינעם העמד; אין איינוועגס וועל איך שוין אויך זוכה זיין צו האבן א תיקון, יעדעס מאל מען איז זוכה צו קומען צום רבי'ן איז דאס א תיקון פאר די נשמה.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט אויסנוצן דיינע יונגע יארן מיט תורה און יראת שמים. חבר זיך נאר מיט איידעלע בחורים, אויב דו הערסט רעדן נישט איידל זאלסטו אנטלויפן פון דארט. נעם דיר גוטע חברים, נעם דיר דעם משניות פאר א חבר, די גמרא פאר א חבר, דעם רבינ'ס ספרים פאר חברים - די זענען די בעסטע חברים.


גיי אינדערפרי אין מקוה; זיי זיך מקבל נישט צו רעדן אין מקוה, עס איז נישט איידל צו רעדן אין מקוה.

#18 - האב רחמנות אויף דיין לעבן, רעד נישט קיין ניבול פה
מקוה, קדושה, בחור, שידוכים, ישיבה, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ, ג' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס טוט מיר וויי, איך הער אויף דיר נישט גוטע זאכן; דו זיצט אפ גאנצע נעכט מיט בחורים אין מקוה, דו דרייסט זיך מיט בחורים וואס רעדן ניבול פה, בחורים וואס רעדן פון מיידלעך.


דו האסט זייער א חשוב'ער טאטע, דיין טאטע איז אן ערליכער איד; דו האסט גרויסע זיידעס, דיין זיידע נאך וועם דו הייסט האט געקענט גאנץ הלכות שבת בעל פה; איך האב זייער פיל צער און ווייטאג צו הערן אז דו גייסט נישט אין די וועגן, דו גייסט א נייעם וועג.


בפרט אז דו דארפסט א חתן ווערן דארפסטו דאך אכטונג געבן אויף דיין נאמען; קיינער פון אנשי שלומינו וועט נישט נעמען פאר זיין טאכטער א בחור וואס זיצט גאנצע נעכט אין מקוה און רעדט פון בחורים און מיידלעך.


אויב דו וועסט זיך נישט פארבעסערן וועל איך דיר פארשיקן מיט בזיונות; מוהרא"ש האט מיר מדריך געווען ווי אזוי צו פירן די ישיבה, ער האט אוועקגעשטעלט די יסודות; אויב בחורים רעדן ניבול פה זאל איך זיי פארשיקן.


ווי צעבראכן א בחור איז, ווי שטארק ער שלאגט זיך מיט זיינע נסיונות בארעכטיגט עס נישט דאס רעדן ניבול פה. ניבול פה; רעדן פון מיידלעך, פון בחורים - ברענגט צרות, עס ברענגט שלעכטס.


איך בעט דיר האב רחמנות אויף דיין לעבן, לאז זיך אפ פון הבחור השיכור ... וואס שלעפט דיר גאנצע נעכט און פון די אנדערע מנולים.


איך בעט דיר און איך ווארן דיר.

#17 - פיר די שול אזוי ווי דו האסט געזען אלע יארן אין ישיבה
מקוה, ריינקייט, שטעטל, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב באקומען רשות פון ... נרו יאיר צו נוצן זיין גאראזש צו בויען א מקוה; איך האף ביז א וואך צוויי וועט זיין גרייט די מקוה, וועט איר קענען דאווענען שבת אינדערפרי אינעם נייעם שול.


איך האב פאר דיר א קאמפלימענט, דער בעל הבית ר' ... נרו יאיר זאגט מיר אז ער און זיין ווייב זענען זייער צופרידן אז דו ביסט גבאי, זיי זענען רואיג אז דער שול האט אן אחריות'דיגער גבאי, אלעס איז זויבער און שיין צאמגענומען.


איך האף דו וועסט ווייטער משמש זיין דעם רבי'ן; דו וועסט פירן דעם שול, עס זאל זיין ריין, מען זאל דאווענען אין צייט און אלעס זאל זיין על צד היותר טוב. פיר די שול אזוי ווי דו האסט געזען אלע יארן אין ישיבה; לייג נישט צו און נעם נישט אראפ, דעמאלט וועסטו מצליח זיין.


לעת עתה זאל די שול זיין אין באנוץ נאר שבתים און ימים טובים, אויך די מקוה וואס מיר גייען יעצט מאכן זאל זיין נאר פאר שבת אינדערפרי.

#16 - א סדר פאר חנוכה
מקוה, תודה והודאה, חנוכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דא האסטו א סדר פאר חנוכה.


זע צו ענדיגן ארבעטן צייטליך, זאלסט קענען צינדן די ליכט אין צייט, גלייך נאך מעריב.


אז דו קענסט כאפן א טבילה פאר'ן צינדן - מה טוב ומה נעים.


בשעת'ן צינדן די מנורה קומט אראפ א גרויסע ליכטיגקייט, עס איז א גרויסע עת רצון, מען קען פועל'ן גרויסע ישועות. זינג די זמירות ביי די ליכט און זיי זיך מתבודד; דער עיקר זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס, נישט לאנג צוריק ביסטו געווען איינער אליין און היינט האסטו א שיינע משפחה, א טייערע ווייב מיט א ליכטיגער זון.


מיר פירן זיך אז מען טוט אן בגדי שבת ביים צינדן.


אינדערפרי זאלסטו זאגן הלל מיט חיות, מיט שמחה; דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד, "מקימי מעפר דל" ער האט מיר אויפגעהויבן פון "אשפות", ביז ער האט מיר געברענגט "להושיבי עם נדיבים" - צום הייליגן רבי'ן.

#15 - שטארק זיך, זיי נישט פויל, לויף אין מקוה
מקוה, פוילקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו בעטסט חיזוק אויף צו גיין אין מקוה, לעצטנס איז דיר שווער צו גיין אין מקוה; דו ווערסט פויל, דו האסט נישט קיין געדולד.


וויסן זאלסטו, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז ער איז צוגעקומען צו אלע זיינע מדריגות ווייל ער איז געווען זייער נזהר צו גיין אין מקוה יעדן טאג. אזוי אויך איז באוואוסט וואס דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען קיין שום אנדערע מצוה נישט צוברענגען".


שטארק זיך, זיי נישט פויל; געוואוין זיך צו אז די ערשטע זאך וואס דו טוסט ווען דו שטייסט אויף איז גיין אין מקוה. אודאי איז דא אויף מקוה אסאך מניעות, דער יצר הרע מאכט עס אויסזען ווי א שווערע זאך, ער וויל נישט מען זאל גיין אין מקוה, ער ווייסט אז איינמאל מען גייט אין מקוה ווערט מען אן ערליכער איד, אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "מקוה איז די זעלבע לשון פון תקוה, אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פאררעכטן".


חזר דעם בריוו יעדן טאג - וועסטו באקומען א שטארקע חשק צו לויפן אין מקוה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.