בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#43 - ווערט נישט פארלוירן, איר וועט זען נחת ביי אלע קינדער
קינדער, תודה והודאה, התחזקות, סבלנות, נחת

בעזרת ה' יתברך


       יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


ווערט נישט פארלוירן, איר וועט זען נחת ביי אלע קינדער און בפרט ביי ... תחי'.


זייט ממשיך בעטן דעם אייבערשטן און זייט ממשיך דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, ווייל תפילה און תודה והודאה - איז שטערקער פון אלצדינג, מען זעט ניסים.

#42 - תפילה איז שטערקער פון נאטור, עס קען אלעס טוישן
תפילה והתבודדות, קברי צדיקים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך אז דו ביסט מיט געקומען מיט אונזער נסיעה קיין פוילן.


תפילה איז שטערקער פון אלעס, תפילה איז שטערקער פון נאטור, פון טבע; עס קען אלעס טוישן.


ווער עס איז שטארק מיט תפילה און האט סבלנות - איז זוכה אלעס צו פועל'ן.


דיין ראש ישיבה


 

#41 - ווארט מיט געדולד, וועסטו האבן א שיינע לעבן מיט דיין ווייב
שלום בית, סבלנות, סדר דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ה ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין גאנצע לעבן ליגט יעצט אין דיינע הענט; אז דו וועסט איר נאכלויפן און איר משוגע מאכן - וועט זי אנטלויפן פון דיר, און אז דו וועסט איר געבן די געפיל אז זי איז דיר טייער אפילו זי וויל נישט לעבן מיט דיר וכו' - וועסטו האבן א שיינע לעבן.


איך בעט דיר זייער, האב סבלנות. טו נישט נארישקייטן, ווארט מיט געדולד - וועלן זיך זאכן טוישן צום גוטן. דו האסט באקומען א גוטע ווייב, און אז מען האט איר נישט גוט געלערנט - איז זי נישט שולדיג, און אז איר איז שווער די גאנצע זאך וכו' - זאלסטו איר עס נישט מאכן שווערער.


נעם דעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און פלייסיג זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן. לערן יעדן טאג חומש מיט תרגום איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, אויך לערן משניות און אסאך בלעטער גמרא, וועסטו זען אז זאכן וועלן זיך טוישן צום גוטן.


איך בעט פאר דיר, איך האף דו וועסט האבן כח און שכל אויסצואווארטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#40 - מיט די דריי פונקטן פון הייליגן רבי'ן, וועסטו פועל'ן ביי דיין ווייב
שלום בית, שערן די האר, סבלנות, מוסר, פירושים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, כ"ד שובבי"ם, י' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען וויל פועל'ן ביי די ווייב זי זאל זיך אפשערן וכדומה דארף מען רעדן פון דאס שיינקייט פון די זאך, נישט פון די שוועריקייט וואס דאס ברענגט און פון גיהנום וכדומה; אז מען רעדט פון עונשים און פון גיהנום טוט מען נישט אויף, ענדערש זאלסטו רעדן פון דאס שיינקייט פון גיין אין די וועג פון די תורה, וועלן די ווערטער אריינגיין אין איר הארץ.


רעד צו איר אז שיין איז וואס דער אייבערשטער זאגט, שיין איז וואס צדיקים זאגן, א צוגעדעקטע קאפ פאר א חתונה געהאטע פרוי איז שיין, אז נישט וואלט דער אייבערשטער דאס נישט געזאגט אונז צו טון, ווייל די תורה איז שיין און זיס; נאר וואס דען, מיר זענען אין א טיפער גלות, דער גלות איז אז מיר קוקן אן די תורה ווי א שווערע לאסט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה א, א) דער וואס זאגט: "יש תורה, ואיני סופנה", עס איז אמת די תורה, אבער עס איז מיר צו שווער צו היטן די תורה, עס איז מיר א לאסט - איז זייער הארב זיין שטראף; דאס איז דער גלות, אז מיר מיינען, ווי אזוי עס גייט ביי די אומות העולם - דאס איז שיין; איז דאס דען שיין? קען דען זיין אז פריצות איז שיין? קען דען זיין אז קורצע קליידער, געפאסטע קליידער, אויסגעשניטענע קליידער זאלן זיין שיין? עס איז דאך קעגן די תורה, קען דאס נישט זיין שיין! אלא מאי, אז מען שפירט ווי עס ציט צו דעם, מוז זיין אז מיר זענען אביסל אוועק פון די ריכטיגע וועג, ווייל שיין איז זיכער נאר וואס די תורה זאגט אז עס איז שיין.


די הייליגע חכמים פרעגן (נזיר ב:) ווי קען מען זאגן ווען א מענטש זאגט "אהא נאה", איך וויל זיין שיין "הרי זה נזיר", אז ער ווערט א נזיר? אויב צו זיין א נזיר איז נישט קיין לכתחילה, עס איז אן עבירה - קען דאס נישט זיין שיין! קען דאך נישט זיין אז ווען א מענטש זאגט 'איך וויל זיין שיין' אז ער זאל ווערן א נזיר! אזוי אויך מיט אלע זאכן וואס זענען נישט גוט, קען נישט זיין שיין; שיין איז נאר די תורה.


רעד צו איר ווייכע ווערטער און זיי גרייט אז עס קען נעמען א לאנגע צייט, און אויך זאלסטו נישט ווערן בייז אז זי הערט דיך נישט אויס, וועסטו מיט דער צייט פועל'ן.


איך האלט מיט זייער אסאך מעשיות פון אנשי שלומינו וואס זייער שטוב האט אויסגעקוקט ווי עס גייט חרוב ווערן ווען די ווייב האט באקומען נישט די בעסטע חבר'טעס, און זיי, מיט די הקדמות פון רבי'ן, די דריי פונקטן: ערשטנס, רעדן שיין. צווייטנס, זיין גרייט אז עס וועט נעמען א לאנגע צייט. דריטנס, נישט אפקילן די ליבשאפט אויב זי וויל נישט אויסהערן, נאר איר ווייטער ליב האבן מיטן גאנצן הארץ - האבן זיי געראטעוועט זייער שטוב.


נעכטן שרייבט מיר א אינגערמאן אז זיין ווייב איז אהיימגעקומען פון די פרויען צאמקום און זי זאגט אז זי וויל מער נישט שמירן די נעגל, זי האט געהערט ווי מען רעדט אזוי שיין פון דאס נישט טון. וואס האט מען גערעדט? מען האט גערעדט פון נישט זאגן מוסר. איך האב דערציילט ביים שיעור (די שיעורים געב איך נישט פערזענליך, איך זאג דאס אריין פון פאראויס און מען הערט דאס ביי די פרויען צאמקום) וויפיל משפחות פון אנשי שלומינו האבן זיך אפגעשוירן און אויפגעהערט שמירן די נעגל - נישט דורך מוסר, נישט דורך זיי זאגן: "ביסט א שיקסע!" "ביסט א פריצה!" נאר דורך רעדן שיין און האבן אסאך סבלנות, און ווייטער זוכן דאס גוטס, ממש מיט די עצה פון אזמרה פון הייליגן רבי'ן (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רפב).


ברודער, פארשטיי גוט ווי אזוי מען קען דורך לעבן בזה העולם און האבן א גוטע זיסע לעבן, אן קיין שום קריגערייען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#39 - מיט תפילה און סבלנות קומט מען אן צו גרויסע ישועות
צניעות, שלום בית, סבלנות, תפילה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, כ"ב שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זעסטו שוין אליינס אז מיט תפילה און סבלנות קומט מען אן; ווי מער סבלנות מען האט אין לעבן, ובפרט אין שטוב צו די ווייב, און ווי מער מען בעט דעם אייבערשטן בתחנונים אז די ווייב און קינדער זאלן זיין ערליך און איידל - זעט מען ביים סוף גרויסע ישועות.


זיי ממשיך מיט תפילה און קוק גוט אויף דיין ווייב. דו האסט א טייערע ווייב, זי איז באמת א גוטע נשמה. דו קוק אויף איר פנימיות, און בעט ביים אייבערשטן אז אויך איר אויסנווייניג זאל זיין איידל און הייליג.


איך קען דיר דערציילן אן א שיעור מעשיות וואס איך האב בייגעוואוינט אין די קרוב צו צוואנציג יאר וואס איך געפון זיך אין היכל הקודש, ווי מיט תפילה און סבלנות האט די ווייב באקומען א געפיל אין צניעות.


רק חזק!

#38 - נישט מאכן קיין עסק פון יעדן פראבלעם ביי א קינד
קינדער, חינוך הילדים, רפואה, מוסדות, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, כ"ב שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיין טאכטער וואס רעדט כמעט גארנישט, זי איז זייער צוריקגעצויגן; בוי איר אויף, געב איר אסאך גוטע ווערטער, אזוי וועט זי זיך עפענען.


מאך נישט קיין עסק פון איר נישט רעדן, פרעג איר נישט טויזנט מאל: "פארוואס רעדסטו נישט?" אזוי וועט זי זיך צוביסליך עפענען.


איך האב שוין געזען אסאך פעלער ווי פראבלעמען ביי קינדער זענען פארשווינדן געווארן ווען מען האט נישט געמאכט קיין עסק פון דעם. מיר האבן אין אונזער מוסד א קינד וואס עפנט נישט די מויל שוין פון אנהויב יאר, די לערערינס פרעגן מיר כסדר: "וואס טוט מען מיט די מיידל וואס עפנט נישט די מויל, זי זאגט ממש נישט ארויס א ווארט פון מויל?" איך בין זיי מחזק זיי זאלן נישט מאכן קיין עסק פון דעם, זיך נישט פארלייגן אויפ'ן קינד אז זי זאל דוקא יא רעדן. איך אליינס בין געווען אין סקול ביי די כיתה, איך האב פרובירט מיט חכמה איר צו פרעגן פראגעס, אבער די מיידל בלייבט שטיל, איך האב אזוי ארום געדריידט אז עס זאל זיך נישט אנזען ווי זי ענטפערט נישט.


יעצט שרייבט מיר איינע פון די מאמעס, זי קען זיך נישט גענוג אפוואונדערן פון די סבלנות פון די טיטשערס, זי דערציילט אינעם בריוו אז איר טאכטער שמועסט שוין איבער א שעה מיטן קינד אויפן טעלעפאן, אויך איז איר טאכטער אריבערגעגאנגען צו די מיידל'ס שטוב און זיי רעדן און לאכן כאילו לא הי'; דאס איז נאר די סבלנות פון די איבערגעגעבענע לערערינס פון בית פיגא וואס ארבעטן מיט אזעלכע מסירות נפש. אין קלאס רעדט זי נאכנישט, אבער נאך אביסל וועט זי שוין רעדן.


שטארק זיך, און מיט אסאך תפילה און סבלנות וועסטו זען גרויסע ישועות.

#37 - ווען מען קען זיך מער נישט איינהאלטן, זאל מען זיך ווייטער איינהאלטן
תפילה והתבודדות, שלום בית, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו פול מיט ווייטאג.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ברענגט א טייטש פון צדיקים אויפ'ן פסוק (בראשית מה, א): "וְלֹא יָכֹל יוֹסֵף לְהִתְאַפֵּק לְכֹל הַנִּצָּבִים עָלָיו", ווען א מענטש שפירט ער קען מער נישט, עס האלט שוין ביי "וְלֹא יָכֹל", מען שפירט ווי מען קען מער נישט אויסהאלטן, וואס זאל מען טון? "יוֹסֵף לְהִתְאַפֵּק", מען זאל פארמערן זיך איינצוהאלטן, דאס איז די עצה "לְכֹל הַנִּצָּבִים עָלָיו", אויף אלעס וואס שטייט אויף אים.


דעריבער ליבער ברודער, אז דיין ווייב שרייט אויף דיר, זי זידלט דיר – זאלסטו חס ושלום נישט ענטפערן, נעם עס אן מיט ליבשאפט. און אז זי שיידט זיך אפ פון דיר וכו', זי וויל נישט לעבן מיט דיר וכו', זאלסטו גיין אין פעלד וויינען צום אייבערשטן. האסט דאך א גוטע וועלדל הינטער דיין שטוב; גיי התבודדות, שריי צום אייבערשטן, וועסטו זען גרויסע ניסים.


ברודער, אז דו וועסט נישט צוריק שרייען, דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט רעדן צו איר שיין – וועט זי אויך רעדן שיין צו דיר.


 

#36 - פרויען וואלטן געדארפט וועלן זייערע מענער זאלן קומען צום רבי'ן
תפילה והתבודדות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, סבלנות, אומאן, ראש השנה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, י"ז שובבי"ם, ב' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב געליינט דיין בריוו, דיין ווייטאג; דו פרעגסט וואס דו קענסט טון אז דיין ווייב זאל דיך לאזן פארן קיין אומאן.


רעד מיט איר שיינע הארציגע ווערטער; זאג איר ווי שטארק דו ווילסט גיין צום רבי'ן און פארוואס דו ווילסט פארן קיין אומאן. דערצייל איר אז דער רבי געבט דיר לעבן, דער רבי געבט דיר א וועג ארויסצוגיין פון יעדע פראבלעם.


רעד מיט איר, שמועס מיט איר, שפאציר מיט איר און רעדט איר אויס דאס הארץ, בעט איר מיט ווארעמע ווערטער זי זאל דיך נישט אפהאלטן פון גיין צום רבי'ן. זאג איר: "איך געב דיר אלעס נאך, וואס דו דארפסט און וואס דו ווילסט - אבי שטער מיך נישט פון גיין צום רבי'ן וואס האט געזאגט אז אלע זאלן קומען צו אים אויף ראש השנה".


עס גייט נישט גיין מיט איין שמועס, עס גייט נישט אזוי שנעל און גרינג. דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה א') דער שני למלכות איז שוין ענדליך אנגעקומען צום גאלדענעם בארג אונעם פערלנעם שלאס, "איז דער שני למלכות געגאנגען צו א גביר און זיך געדינגען קעסט, ווייל מען דארף זיך פארזוימען, ווייל מען מוז זען מיט חכמה און שכל מען זאל איר ארויסנעמען".


טייערער ברודער, דאס איז אלץ לשון הרע וואס מען רעדט אויפ'ן רבי'ן, ווייל מיטן שכל וואלטן אלע פרויען געדארפט וועלן זייערע מענער זאלן קומען צום רבי'ן, ווייל דער רבי איז דער איינציגסטער רבי פון אלע דורות וואס רעדט צו זיינע תלמידים פון שלום בית. נעם אלע ספרים פון אלע דורות, טרעף מיר איין צדיק זאל ווארענען זיינע אינגעלייט זאלן האבן שלום בית, נאר דער הייליגער רבי - ער האט אונז זייער אנגעווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב און האלטן טייער די ווייב (עיין שיחות הר"ן, סימן רסד); וואלט דאך געווען א סברא צו זאגן אז אלע פרויען זאלן זיך בעטן ביי די מענער, גייט צום ברסלב'ער רבי; נאר וואס דען, דא זעט מען די כח פון לשון הרע, מען רעדט כל דבר אסור אויפ'ן רבי'ן, און דאס מאכט מחלוקת רחמנא לצלן.


רעד מיט דיין ווייב זיסע ווערטער, זאג איר: "איך וויל לעבן מיט דיר מיט ליבשאפט, איך וויל מיט דיר זיין איינשטימיג, דא האב איך א רבי וואס געבט מיר פשוט א זיסקייט אין לעבן"; וועט זי דיר זיכער לאזן פארן צום רבי'ן, זי וועט דיך שטארקן צו גיין ראש השנה קיין אומאן.


גיי התבודדות, גיי אין א שטילע פלאץ און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, דערצייל דעם אייבערשטן ווי שטארק דער רבי איז פארשעמט, מען פארט צו אלע רבי'ס, קיינער זאגט נישט גארנישט; מען לאכט נישט, מען קריגט נישט, און ווען א אינגערמאן וויל זיך אויפהייבן צום אייבערשטן און וויל פארן קיין אומאן - ווערט הימל און ערד, עס ווערט א רעש, א מחלוקות.


איך געדענק מיינע ערשטע יארן ווען איך בין געפארן קיין אומאן, ברוך ה' מיין ווייב האט מיך געלאזט פארן, אבער די משפחה ארום און ארום איז געווען געפערליך, עס איז מיר געווען זייער שווער, וואס האב איך געטון? איך בין געגאנגען טאג נאך טאג נאכט נאך נאכט - התבודדות, איך האב אזוי געוויינט צום אייבערשטן, איך האב געוויינט: "'וְלֹא תְהֵא כֹהֶנֶת כַּפֻּנְדָּקִית?' רבונו של עולם וואס גייט דא פאר, פארוואס איז דער רבי נישט ווי די אלע רבי'לעך וואו מען פארט און מען גייט און קיינער קריגט נישט, קיינער לאכט נישט, און פלוצלונג ווען מען הערט אז מען פארט קיין אומאן - דריידט זיך איבער די וועלט; אלע לאכן, אלע רעדן, אלע קריגן".


מיט תפילה און התבודדות און מיט רעדן שיין איינמאל און נאכאמאל - וועסטו אנקומען צום רבינ'ס ראש השנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#35 - בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, נישט מיט סטראשען
תפילה והתבודדות, חברים, שלום בית, שבת קודש, דרשות, סבלנות, ראש ישיבה, פירושים, עקשנות, אידיש, א גוט אויג

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם פארגאנגענעם שבת בין איך געווען מיט מיין משפחה אין שטעטל, איך האב זיך זייער מחי' געווען צו זיין שבת מיט אנשי שלומינו.


גלייב מיר, דאס וואס מוהרא"ש זאגט, וואו עס קומען זיך צאם אנשי שלומינו לוינט צו קומען פון יענע עק וועלט אריין צו שטעקן דעם קאפ מיט צו האלטן די דיבורים - דאס האב איך געשפירט שבת. יעדע מינוט וואס מען האט געשמועסט מיט אנשי שלומינו - איז געווען אזעלכע חיזוק, אזעלכע שיינע ווערטער - כמים קרים, אזוי ווי קאלט וואסער פאר אן אפגעמאטערטער. סיי פרייטאג צו נאכטס, שבת אינדערפרי פאר'ן דאווענען, נאכן דאווענען, שלש סעודות און מלוה מלכה.


איך דארף מקצר זיין, איך שרייב דיר נאר אפאר ווערטער ממש אויפ'ן שפיץ גאפל, וואס מיר האבן גערעדט שבת.


פרייטאג צו נאכטס האבן מיר גערעדט פון נישט האבן קיין טענות אויפ'ן אייבערשטן, ווען מען בעט דעם אייבערשטן זאל מען נישט סטראשען. מען זעט אין די פרשה, רחל האט געבעטן יעקב (בראשית ל, א): "הָבָה לִּי בָנִים" געב מיר א ברכה פאר קינדער, "וְאִם אַיִן מֵתָה אָנֹכִי" אז נישט - בין איך א טויטע, שטייט (שם, ב): "וַיִּחַר אַף יַעֲקֹב בְּרָחֵל" יעקב האט זיך אויפגערעגט אויף רחל. זאגט מוהרא"ש, פארוואס האט זיך יעקב געבייזערט אויף רחל? וואס האט רחל דא שלעכטס געטון? וואס דען דארף א פרוי טון ווען זי זעט אז זי האט נישט קיין קינדער, נאר גיין בעטן פון א צדיק א ברכה, און דאס האט זי דאך געטון! זאגט מוהרא"ש, זי האט זייער גוט געטון מיטן בעטן 'הבה לי בנים' געב מיר א ברכה אויף קינדער, אבער 'ואם אין מתה אנכי' אז נישט בין איך א טויטע - דאס זאגט מען נישט; ווען מען בעט דעם אייבערשטן און מען בעט א ברכה פון א צדיק - בעט מען וואס מען דארף, אבער נישטא קיין סטראשען, נישטא קיין 'אויב נישט'.


מיר זענען אריין אין א שיינע שמועס פון די פאריגע וואכעדיגע פרשה, אז דער אייבערשטער האט אויסגעהערט יצחק אבינו'ס תפילות, ווייל אינו דומה תפילת צדיק בן צדיק לתפילת צדיק בן רשע; לכאורה דארף ווען זיין פארקערט, רבקה האט זיך מוסר נפש געווען, זי איז אוועק פון די טריפה'נע שטוב פון בתואל און לבן, זי איז מקורב געווארן צום צדיק, זי האט זיך אנגעטון מיט די גרעסטע איידלקייט, דארף מען איר דאך אויסהערן און איר געבן וואס זי בעט! דער ענטפער איז, טאקע וועגן די קשיא האט מען נישט צוגעהערט אירע תפילות, ווייל תפילה דארף צוגיין באופן מתנת חינם, תפילה בעט מען דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, עס קומט מיר גארנישט, איך בעט דיר אן אומזיסטע מתנה".


אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצו): "אָסוּר לָאָדָם לַעֲמֹד עַצְמוֹ עַל שׁוּם דָּבָר, הַיְנוּ שֶׁאָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲשֶׂה לוֹ דַּוְקָא אֶת בַּקָּשָׁתוֹ וכו'" א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז מיט אים טון אזוי ווי ער וויל. "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, יִתֵּן, וְאִם לָאו לָאו", נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן; אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן איז גוט, און אז ער וועט אים נישט נאכגעבן - איז נישט. מיט דעם טייטשט דער רבי וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "אַל תַּעַשׂ תְּפִלָּתְךָ קֶבַע", קבע איז א לשון פון גזילה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "'וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ', הַיְנוּ שֶׁכָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ, הֵן פַּרְנָסָה אוֹ בָּנִים אוֹ שְׁאָר צְרָכִים, אָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ וְלַעֲמֹד עַצְמוֹ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁדַּוְקָא יַעֲשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת תְּפִילָּתוֹ", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף פרנסה, אויף קינדער אדער אנדערע געבעטן, טאר מען זיך נישט איינ'עקשנ'ען אז עס מוז זיין אזוי ווי ער וויל, "כִּי זֶה הוּא תְּפִילַּת קֶבַע, שֶׁלּוֹקֵחַ הַדָּבָר בְּחָזְקָה בִּגְזֵלָה, רַק יִתְפַּלֵּל רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים כַּנַּ"ל".


טאקע דערפאר האט מען צוגעהערט יצחק'ס תפילות. ווייל רבקה, ווען זי האט געבעטן איז דאס געווען א תפילה וואס קומט מיר, 'איך בין א צדקת בן רשע, קוק וואס איך האב שוין אלץ געטון פאר'ן אייבערשטן, דארף איך א קינד'; אזוי בעט מען נישט. ווידעראום יצחק אבינו, א זון פון אברהם אבינו - האט נישט געשפירט ווי ער האט עפעס געטון אז עס קומט אים, ער בעט: "הייליגער באשעפער, געב מיר א קינד".


מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די זאך ווי אזוי צו בעטן דעם אייבערשטן. עס איז געווען נאך אסאך שיינע שמועסן; איך וועל דיר דאס שרייבן אין א צווייטע געלעגנהייט.


ביי ספורי מעשיות האבן מיר געלערנט די מעשה פון די זיבן בעטלערס. (ספורי מעשיות, מעשה יג) ווי די חתן כלה האבן זיך זייער געבענקט ביי די חתונה צו די בעטלערס, מיר האבן גערעדט אז ווען מען האט חתונה, מען וויל האבן א שיינע שטוב, מען וויל האבן שלום בית - דארף מען האבן די בלינדע בעטלער; נישט קוקן און זוכן אין די ווייב חסרונות, נישט אלעס דארף מען זען, נישט אלעס דארף מען באמערקן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת נג:): "מַעֲשֶׂה בְּאָדָם אֶחָד שֶׁנָּשָׂא אִשָּׁה גִדֶּמֶת" עס איז געווען א מעשה, א מענטש האט חתונה געהאט מיט א גדמת, א פרוי אן הענט, "וְלֹא הִכִּיר בָּהּ עַד יוֹם מוֹתָהּ" ער האט נישט געוויסט ביז זי איז געשטארבן אז זי איז געווען א פרוי אן הענט, און די גמרא פירט אויס: "כַּמָּה צָנוּעַ אִישׁ זֶה" דער מענטש האט געמוזט זיין זייער אן איידעלער מענטש, אז ער זאל נישט קוקן אויף זיין ווייב.


מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן, ווי אזוי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש - מיינט נישט צו זאגן אז דער מענטש האט געהאט א שמאטע ארומגעבינדן אויף די אויגן און נישט געזען אז עס פעלט איר הענט, נאר ער האט פשוט נישט געקוקט אויף אירע חסרונות, ער האט נישט געמאכט אן עסק פון דעם, ער האט געזען נאר דאס גוטס אין איר.


מיר האבן גערעדט צו אינגעלייט זיי זאלן נישט זוכן חסרונות אין שטוב, נישט זוכן ווי עס איז נישט מסודר און ווי עס איז נאכנישט געטון געווארן די שטוב ארבעט וכדומה, נאר זיין דער בלינדער בעטלער. און אז מען איז נאכנישט ביי די מדרגה, מען זעט נאך יא חסרונות, זאל מען בענקען און וויינען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קדושת עיניים, איך זאל האבן געזונטע אויגן, נאר זען גוטס אין מיר, אין מיין ווייב און אין יעדן איינעם. הייליגער באשעפער, ווי נעמט מען דעם בלינדן בעטלער, ווי איז מען זוכה נישט צו זען וואס מען דארף נישט? ווי איז מען זוכה צו קוקן נאר אויף דאס גוטס?" און ווען די חתן כלה האבן געבענקט קומט ער אריין און זאגט: "איך בין דא, איך בין געקומען צו אייך, איך געב ענק א מתנה גמורה דרשה געשאנק", ווייל דורך בעטן און בענקען איז מען זוכה צו דעם.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן פון די שיינע שבת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - רעד צום קינד פון די הייליגקייט פון פיאות
קינדער, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, סבלנות, סיפורי צדיקים, בארד און פאות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיין זון נרו יאיר וכו'; ווערט נישט פארלוירן, עס מאכט זיך ביי קינדער אז זיי שפילן זיך מיט א שערל און שניידן אראפ אביסל פיאות, און אז דער מלמד האט אים שוין געגעבן אפאר פעטשלעך - זאלסטו נוצן די געווער, די מויל; רעד צו אים פון די הייליגקייט פון פיאות, ווי דער אייבערשטער האט ליב די פיאות, און אויב מען שניידט די פיאות - שניידט מען אפ די שכל.


חינוך הילדים איז א שווערע ארבעט, אבער עס לוינט זיך; מיט אסאך סבלנות און תפילה - איז מען זוכה צו שניידן שיינע פירות.


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות. אויך זאלסטו לאזן אפאר טרערן פאר די קינדער; זיי זאלן זיין ערליך, זיי זאלן אויסוואקסן צדיקים.


מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי האט ער זוכה געווען צו אזעלעכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - זאגן מיט סבלנות נאכאמאל און נאכאמאל פאר די קינדער
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, תהלים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די איינציגסטע וועג מצליח צו זיין מיט קינדער - איז זאגן נאכאמאל און נאכאמאל, נישט מיד ווערן פון זאגן. קינדער זענען נישט שלעכט; קינדער זענען גוט און וואויל, מען דארף זיי לערנען ווי אזוי זיך צו פירן.


בנוגע וכו'; דאס קען מען אויך אויסלערנען, מיט סבלנות קען מען דאס אויך פועל'ן, נאר זיך נישט פארלירן; יעדעס מאל מען זעט די קינדער לייגן די הענט וכו', זאגט מען נאכאמאל רואיג זיי זאלן נישט לייגן דארט די הענט.


נאך א וויכטיגע זאך צו מצליח זיין מיט די קינדער: די עלטערן דארפן גלייבן אין זיך, זיי דארפן וויסן אז די אלע ווערטער וואס זיי לערנען די קינדער - גייט אריין אין זיי, אסאך מאל פריער און אסאך מאל שפעטער, און אפילו מען זעט נישט גלייך ווי זיי פאלגן - דארף מען זיך האלטן רואיג און זיך נישט פארלירן, נאר לערנען די קינדער נאכאמאל און נאכאמאל וואס איז ריכטיג און וואס איז גוט.


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים, כאטשיג איין קאפיטל, און ביים זאגן תהילים בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, געב מיר ערליכע געזונטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - מיט סבלנות און תפלה, וועט די שטוב נישט צעפאלן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, רפואה, סבלנות, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים, כ"ד אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


ווערט נישט פארלוירן, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן א געפיל צו אייער מאן, איר זאלט שפירן זיכער מיט אים; איר האט זוכה געווען צו א טייערער מאן, אן ערליכער איד מיט גאלדענע מידות.


דאס וואס איר שפירט נישט קיין טעם, איר האט נישט קיין געפיל צו לעבן כדרך כל הארץ; אזוי גייט עס ביי אסאך יונגע ווייבלעך, און אויב מען האט נישט קיין צדיק וואס איז מחזק אויף תפילה און אויף סבלנות – צעפאלט די פארפאלק. ליידער, אזוי סאך יונגע חתונה געהאט'ע פארפעלקער גט'ן זיך, השם ישמרינו.


איך בעט אייך זייער, פארלירט זיך נישט; שטארקט זיך מיט תפילה און זייט גרייט פאר אייער מאן אפילו אן טעם און אן געפיל. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט): "אֵיזוֹהִי אִשָׁה כְּשֵׁרָה", וואס איז אן ערליכע פרוי? "כָּל שֶׁעוֹשֶׂה רְצוֹן בַּעֲלָהּ", א פרוי וואס איז גרייט פאר'ן מאן וכו'.


דאס פארשטייט מען אליינס, אז מען רעדט דא דירעקט צו פרויען וואס האבן נישט קיין טעם און געפיל, ווייל אז עס איז דא א געפיל – דארף מען נישט חיזוק צו טון רצון בעלה, דאס איז די אייגענע ווילן, נאר דירעקט די פרויען וואס האבן נישט קיין רצון אבער זיי טוען די ווילן פונעם מאן, וואס איז די ווילן פונעם אייבערשטן - פאר זיי ווארט א גרויסע שכר.


עס נעמט צייט ביז מען שפירט זיכער מיט'ן אייגענעם מאן. אסאך מאל מאכט זיך ביי יונגע ווייבלעך, עס וועקט זיך אויף אינערליכע געפילן פון וועלן צוריק לויפן אהיים; עס נעמט אביסל צייט ביז מען שפירט זיכער מיט זיך אליין און מיט'ן מאן.


מיט די עצות פונעם צדיק, דער הייליגער רבי, פון זוכן דאס גוטס אין זיך אליין און זוכן גוטס אינעם מאן – ווערט מען מער און מער זיכער מיט'ן נייעם לעבן, ובפרט מיט די עצה פון וויסן און גלייבן אז אלעס וואס גייט אריבער אויפ'ן מענטש איז נאר פאר זיין טובה, דעמאלט ווערט אזוי ליכטיג די לעבן, עס ווערט א גן עדן; מען שפירט יעדע מינוט די זיסקייט פון גן עדן.


מאכט זיך א שיעור אין די הייליגע ספרים פון רבי'ן. אמת, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:): "כָּל הַמְלַמֵּד אֶת בִּתּוֹ תוֹרָה, כְּאִלּוּ מְלַמְּדָהּ תִּפְלוּת", לימוד התורה איז נישט פאר פרויען; אבער דעם רבינ'ס ספרים איז אויך פאר פרויען, דאס איז אמונה און יראת שמים. יעצט איז ארויסגעקומען א שיינע גרינגע ספר אויף דעם הייליגן לקוטי מוהר"ן – ספר שפתי תפתח אין אידיש, א ספר וואס פרויען און קליינע קינדער קענען אויך פארשטיין. מען קען שוין לערנען דעם הייליגן לקוטי מוהר"ן וואס דער רבי האט געזאגט דערויף (חיי מוהר"ן, סימן מו): "דער ספר איז אתחלתא דגאולה", דאס איז דער אנהויב פון די גאולה.


ווער עס פארזוכט פון רבינ'ס ספר – הויבט אן ווערן אויסגעלייזט, מען הויבט אן שפירן די ליכט פון אמונה, זאכן הערן אויף באדערן, זאכן הערן אויף צו נערווירן, מען ווערט זייער פרייליך.


זאלט איר זיך מאכן א שיעור אין רבינ'ס ספרים; לערנט דעם ספר אשר בנחל אין אידיש, אויך די ספרים וואס דער אייבערשטער האט מיר געשאנקען, ספר איש אמונות, ספר עצתו אמונה; חיזוק, שכל און עצות פון הייליגן רבי'ן וואס איך האב געלערנט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; וועט אייך צוביסלעך ווערן די לעבן גרינג, עס וועט זיס ווערן.


דא האט איר א קליינע תפילה צו בעטן דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם, איך דאנק דיר און איך לויב דיר פאר דיינע חסדים, דו ביסט אזוי גוט צו מיר, דו מאכסט מיר נאר גוטס, דו מאכסט מיט מיר אזויפיל ניסים; וויפיל איך וועל דיר דאנקען - וועל איך נישט אנקומען צו קענען דאנקען אפילו נאר אויף איינע פון דיינע טויזנטער גוטס וואס דו טוסט מיט מיר.


איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, איך דאנק דיר אז איך האב חתונה געהאט; האסט מיר געגעבן א טייערער מאן, אן ערליכער מאן, א מאן מיט גאלדענע מידות, אזא ווייכע הארץ, ער איז אזוי גוט צו מיר.


רבונו של עולם, איך האב א פראבלעם, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך שעם זיך צו רעדן פון דעם מיט אנדערע, איך ווייס נישט פון וועם צו בעטן אן עצה אויף דעם. רבונו של עולם, פון דיר שעם איך זיך נישט צו בעטן ווייל דו ביסט מיין טאטע, דו ביסט דער אב הרחמן, א רחמנות'דיגער טאטע.


איך האב א פראבלעם מיט די חתונה געהאטע לעבן, איך האב נישט קיין טעם, קיין שום געפיל - צו לעבן מיט מיין מאן, אזוי ווי דו האסט באשאפן די וועלט און אזוי ווי דו האסט אויסגעשטעלט די וועלט; ווי אזוי אידישע קינדער דארפן זיך פירן.


עס איז מיר אזוי שווער, עס איז מיר געפערליך; יעדע מאל עס קומט צו דעם - ווערט מיר שלעכט, איך שפיר ווי איך דערשטיק זיך, איך שפיר ווי איך פארליר מיין אטעם.


הייליגער באשעפער, וואס קען דאס זיין? פארוואס האב איך נישט די טעם אין לעבן אזוי ווי א געזונטער מענטש? באשעפער זיסער, דאס מאכט חרוב אונזער שלום בית; ווייל יעדע מאל עס קומט די צייט פון לעבן מיט'ן מאן - הויב איך אן שפירן ווי איך וויל אנטלויפן פון אים, און פון מיר; איך שפיר ווי איך האב נישט קיין פלאץ אין די וועלט, איך זוך אלץ תירוצים, איך מאך אויף מעשיות; היינט שפיר איך נישט גוט, נעכטן בין איך געווען מיד, אייער נעכטן איז נישט געווען קיין צייט; איך האב שוין נישט קיין תירוצים, איך ווייס נישט וואס צו טון; מיין מאן איז אזא רחמנות, ער ווייסט בכלל נישט וואס דא גייט פאר.


אנא ה', איך בעט דיר אייבערשטער, הייל מיך אויס. מאך א נס, מאך מיך געזונט, מאך מיר א טעם אין לעבן, מאך מיר א  געפיל צו לעבן אזוי ווי די וועלט פירט זיך.


אינדרויסן זע איך אויס געזונט, אינדרויסן זענען מיך מענטשן מקנא, אינדרויסן מיינען מענטשן אז איך האב די עכטע שלום בית, אבער איך בין א טויטע, איך בין נישט חתונה געהאט.


אנא ה', העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין זיכער מיט זיך, איך זאל זיין סעקיור"ד מיט מיין מאן.


הייליגער באשעפער, בזכות וואס איך לעב מיט אים אן געפיל, אן טעם - זאל איך ווערן געזונט פיזיש און גייסטיש, אמן".


זאגט די תפילה, און לייגט צו אייגענע ווערטער, מער פערזענליך, און ברענגט זיך בעסער ארויס – וועט איר זען גרויסע ניסים; איר וועט האבן אן אמת'ע אהבה, אחוה, שלום ורעות.


א כתיבה וחתימה טובה.

#31 - עס לוינט זיך צו ווארטן מיט געדולד דאס ביסל צייט ביז'ן שידוך
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, תהלים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווארטס מיט געדולד, עס לוינט זיך צו ווארטן דאס ביסל צייט ביז דער אייבערשטער וועט אייך שיקן אייער שידוך; איך ווייס אז עס איז אייך זייער שווער, איר שפירט ווי איר קענט נישט זיין אליין, איר קענט פשוט נישט מער; דאך בעט איך אייך, ווארטס מיט געדולד.


גייט נישט צווישן בחורים און געבט אכטונג נישט צו רעדן מיט בחורים און אפילו נישט קוקן אויף זיי, זוכט זיך נישט קיין צרות, עס נעמט איין רגע און מען קען פארלירן די וועלט און יענע וועלט; איין בלינק מיט די אויגן און מען פארלירט אלעס. ליידער אסאך מיידלעך ווערן אזוי פארפאלן, ווען זיי באקומען א שמייכל אדער א שיינע ווארט וכו'.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זיין פרייליך, בעטס אים איר זאלט קענען היטן שבת, בעטס אים איר זאלט האבן כח אויס צו ווארטן ביז אייער שידוך קומט. איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, ווען א מענטש גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, בפרט א בחור אדער א מיידל וואס קומען צום אייבערשטן און בעטן אים ער זאל רחמנות האבן - ווערט אלעס אפגעשטעלט אין הימל, דער אייבערשטער אליינס קומט און הערט אויס די געבעט, און מען באקומט א ישועה.


זאגט יעדן טאג דעם יום תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#30 - בעטן און בעטן, אבער נישט ווערן צעדרוקט
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שידוכים, תהלים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זארגט נישט, איר וועט האבן בקרוב א גוטע שידוך. נאר איין זאך בעט איך אייך איר זאלט אכטונג געבן, נישט אריינגיין אין קיין לחץ. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סד.): "כָּל הַדּוֹחַק אֶת הַשָּׁעָה", ווער עס ווערט צעדרוקט פון די צייט, ער זאגט 'יעצט מוז איך האבן וואס איך בעט', 'יעצט מוז געשען וואס איך דארף', "הַשָּׁעָה דוֹחַקְתּוֹ", וועט ער צעדרוקט ווערן, ער וועט אלעס פארלירן.


נעמט די עצה פון רבי'ן, דער רבי זאגט (ספר המדות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; דאס איז די עצה סיי פאר א בחור, סיי פאר א מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגע שידוך שנעל און גרינג"; מיט תפילה פועל'ט מען א שידוך.


זאגט יעדן טאג דעם יום תהילים, און שרייבט מיר אייערע סיומים.


א גוט געבענטשט יאר.

#29 - פארדינט פוינטס, און פארלוירן איבער הונדערט טויזנט דאלער
סבלנות, חובות, שכל, פארנארן, קרעדיט קארד

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך קען נאכנישט קומען צו זיך פון וואס דו האסט מיר דערציילט, ווי דו האסט זיך אזוי באנארישט; האסט געגעבן דיין קרעדיט קארד פאר דיין בעל הבית, ער זאל איינקויפן זיינע סחורה און באצאלן סוף חודש - פאר נארישע פוינטס, און יעצט האט ער דיר אזוי אנגעזעצט, דו זיצט מיט קרוב צו הונדערט טויזנט דאלער אינדרויסן, און ער זאגט דיר: "אין לי לשלם!"


ווי קען זיין נאכן לערנען אין ישיבה אזויפיל יאר און הערן הונדערטער דרשות פון דעם, אז מען זאל נישט טראסטן קיינעם, מען זאל נישט פארבארגן די קרעדיט קארדס אפילו פאר דעם באגלייבסטער מענטש – האסטו אזא נארישקייט געטון?!


יעצט דארפסטו רחמי שמים דו זאלסט צוריק זען די געלט; חוץ פון וואס עס קאסט דיר יעדע חודש אזויפיל געלט נאר צו באצאלן די פראצענט.


איך האב פאר דיר אן עצה ווי אזוי דו זאלסט צוריק זען דיין געלט. בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג, און אפאר מאל א טאג, בנוסף לזה זאלסטו רעדן צו דיין בעל הבית יעדן טאג שיינערהייט, זאלסט זיך נישט קריגן מיט אים, ווייל בדרך כלל ווען מען פארבארגט געלט – זוכט דער לוה מען זאל שרייען אויף אים, אזוי שפירט ער זיך בעסער נישט צו באצאלן, מיט'ן טענה: "האסט געשריגן! האסט מיך פארשעמט וכו'!" רעד צו אים טאג טעגליך ער זאל אנהויבן באצאלן שטייטליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט ארויסגיין פון דיינע חובות; מיט תפילה און סבלנות וועסטו זען ניסים.

#28 - מיט תפלה וועט איר ווייטער אנקומען זייער שיין
קינדער, תפילה והתבודדות, שלום בית, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא, י' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זענט אנגעקומען ביז אהער אזוי שיין מיט תפילה און מיט זיך נישט פארלירן - וועט איר ווייטער אנקומען מיט תפילה, איר וועט זען נחת ביי אלע קינדער.


געדענקט פאר נישט לאנג צוריק ווי איר האט געהאלטן; איר זענט געווען דערשראקן צום טויט וואס וועט זיין מיט אייער מאן ני"ו וכו' וכו', איר האט שיער נישט אויפגעגעבן און בזכות אייער סבלנות, אייער שטארקייט און אייערע תפילות - האט איר א נס, אייער מאן איז א נייער מענטש, אזוי ווי איר שרייבט אינעם בריוו: "שכ'ח פאר מיין נייעם מאן"; אזוי בעט איך אייך איר זאלט זיך נישט פארלירן, איר זאלט נאר דאווענען און נאר דאנקען דעם אייבערשטן - וועט איר זען נחת ביי אלע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - האט נאך אביסל סבלנות, נאך אביסל וועט זיין גוט
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, שלום בית, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב געליינט אייער פארווייטאגטע בריוו; איר שרייבט זייער שרעקעדיגע ווערטער, איר ווילט ענדיגן אייער לעבן, איר קענט נישט אויסהאלטן די ווייטאג פון אייער מאמע; אייער טאטע שרייט און פארשעמט איר ווען אלע קינדער הערן, עס איז נישטא קיין איין נארמאלע שמועס צווישן זיי.


עס שטעכט מיר זייער אין מיין הארץ צו הערן וואס איר גייט אריבער; איך האב נישט געוויסט ווי ווייט עס גייט, איך האב נישט געוויסט ווי שטארק אייער מאמע ליידט; איך בעט אייך זייער, האט נאך אביסל סבלנות, נאך אביסל וועט איר חתונה האבן, איר וועט שוין נישט דארפן מיטהאלטן די קריגערייען פון אייערע עלטערן.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט באקומען אן ערליכער חתן, אן ערליכער מאן וואס וועט זיין גאנץ לעבן שיין רעדן צו אייך, בעטס דעם אייבערשטן פאר אן ערליכער מאן; מיט תפילה וועט איר דאס באקומען, בעטס אן א שיעור אויף אן ערליכע לעבן.


מיר געפונען, לאה האט זייער אסאך געבעטן דעם אייבערשטן זי זאל חתונה האבן מיט א צדיק. דער הייליגער זוהר זאגט (ויחי, רכג.): "לֵאָה כָּל יוֹמָהָא, הֲוַת בְּפָרָשַׁת אוֹרְחִין קַיָּימָא", לאה פלעגט גיין התבודדות, "וּבָכַת", און זי האט געוויינט צום אייבערשטן, "בְּגִינֵיהּ דְּיַעֲקֹב, כַּד שָׁמְעַת דְּאִיהוּ צַדִּיקָא", זי האט געוויינט אז זי וויל חתונה האבן מיט דער צדיק יעקב, "וּצְלוֹתָא אַקְדָמַת לֵיהּ", ביז זי האט זוכה געווען חתונה צו האבן מיט אים, "רָחֵל לָא נָפְקַת לְאוֹרְחִין לְעַלְמָא, בְּגִינֵי כָּךְ זָכְתָה לֵאָה לְאִתְקַבְּרָא עִמֵּיהּ", רחל האט נישט געדאווענט אויף דעם, דעריבער האט לאה זוכה געווען אויך צו ליגן אין מערת המכפלה מיט יעקב אבינו, ווייל זי האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן צו חתונה האבן מיט דעם צדיק.


בעטס אויף אן ערליכן מאן, נאר ערליכע אידן האבן שלום בית; אויב איז דא יראת שמים - דעמאלט רעדט מען שיין צו די ווייב, מען האט זיך ליב; ווידעראום דער וואס האט נישט יראת שמים - פייניגט די ווייב, טשעפעט די ווייב. מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן צו באקומען א מאן וואס האט שייכות מיט א צדיק, א מאן וואס פאלגט א צדיק; דעמאלט איז דאס לעבן זיס.


איר זאלט מכבד זיין אייער טאטע און אייער מאמע; אויב מען קריגט זיך זאלט איר זיך נישט אריינמישן, נאר בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט קריגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - מאך יעדן קינד פאר א העלד, האב ליב יעדן קינד
חינוך הילדים, מלמדים, סבלנות, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, ליבערטי


ווער נישט פארלוירן פון קיין שום זאך. געדענק דיינע קינדערישע יארן, געדענק וואס מוהרא"ש לערנט אונז; אז קינדער זענען קינדער, קינדער זענען ווילד, קינדער ווילן נישט לערנען, קינדער ווילן נאר שפילן, און אונזער ארבעט איז זיי צו מאכן לערנען, אונזער ארבעט איז זיי צו מאכן פאלגן.


ווער נישט דערשראקן ווען א טאטע זאגט דיר אז די קינדער זאגן: "די יאר האבן מיר נישט מורא, ווייל דער רבי איז נישט שטרענג, דער רבי שלאגט נישט, דער רבי טוט גארנישט"; ווער נישט אויסער זיך פון וואס די קינדער זאגן, און זיכער נישט וואס עלטערן זאגן דיר.


ווען עלטערן רופן דיך מיט טענות - זאלסטו אויסהערן וואס זיי זאגן; הער פון זיי אינפארמאציע, הער צו יעדעס ווארט, און נאכדעם זאלסטו טון וואס דו האסט צו טון; זאלסט נעמען די לימודים וואס דו האסט געלערנט אין ישיבה, די לימודים פון מוהרא"ש און מיט אסאך סבלנות און ליבשאפט ווייטער זיי מחנך זיין.


איך בין יעצט ארויסגעקומען אין שטעטל. יעצט איז אינמיטן נאכט, איך שרייב דיר יעצט נאכן פארן א לאנגע וועג; איך האף מארגן צו מאכן א באזוך ביי דיר אין כתה, דיר מחזק זיין.


בנוגע דעם קינד הילד ... נרו יאיר וואס דו זאגסט אז ער איז דיר נישט גורס, ער איז קאלט, טרוקן וכו' וכו'; וויל איך דיר פרעגן, וואס וואלסטו געטון ווען ער איז דיין זון? וואס וואלסטו געטון ווען ער איז דיין ברודער? חס ושלום זאגן אויף א אידיש קינד ער איז א קאלטער, א טרוקענער וכו' וכו', די אלע נעמען; דו רעדסט אזוי ווי די פלישתים וואס האבן פארשטאפט אלע ברונעמס וואס די הייליגע אבות האבן געגראבן, אונזער עבודה איז צו גראבן ביי יעדן איד און טרעפן א ברונעם וואסער, מים חיים; נישט פארשטאפן חס ושלום.


אז א קינד איז פארמאכט, פארשלאסן - איז א סימן אז ער גייט אריבער עפעס א שוועריקייט אין לעבן. פערצופאל האלט איך מיט וואס טוט זיך ביי אים אין שטוב, ער קומט פון א צעבראכענע שטוב, די עלטערן זענען ערגעץ אין א צווייטע פלאץ, די קינדער גייען אריבער זייער שווערע יארן; אלע ברידער און שוועסטער זענען אזוי געווען, איך האב אסאך געארבעט מיט די געשוויסטער.


דעריבער בעט איך דיר זייער, מיין טייערער ליבער תלמיד, איך האב דיר אויסגעוועלט צו זיין פון אונזער ארמיי - זאלסטו זיין א גוטער סאלדאט, א בראווער גענעראל און נישט לאזן חס ושלום קיין איין קינד בלייבן פארשטאפט. זוך א גרובעלע ביי אים אין הארץ, זוך וואסער. קום מיר דערציילן די גוטע בשורה וואס די עבדי אבות האבן דערציילט (בראשית כו, לב): "מָצָאנוּ מָיִם!" זוך אין אים א פלאץ, מאך אים א העלד, מאך יעדן קינד פאר א העלד, האב ליב יעדן קינד, ובפרט די קינדער וואס עס דארף נאך אריינגיין אין זיי אסאך ארבעט - זאלסטו נאכמער ליב האבן.


לייג אוועק אלעס, לאז אפ דיינע שיעורים, לאז אפ אלעס; יעצט זאלסטו נעמען מלמדות פאר דיין עבודת השם. זיי פעלזן פעסט, ווער נישט צעפאלן פון קיינעם, אל תירא ואל תחת מאף אחד שבעולם! לערן אויס די קינדער זיי זאלן זיך נישט טשעפען, לערן זיי אויס צו זיין הייליג.


איין שיעור זאלסטו נישט מוותר זיין, עצתו אמונה; דאס זאל זיין דיין וועג ווייזער, דיין חיזוק, דיין מוסר ספר, דיינע שיעורים כסדרן.


איך בעט פאר דיר שטענדיג.

#25 - אויב מען וועט זיין שטארק, וועט דער אייבערשטער העלפן
תפילה והתבודדות, התחזקות, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרוס פון דיין זון הבחור ... נרו יאיר, ער לערנט זייער פלייסיג, ער דאווענט מיט יראת שמים און אויך האט ער גוטע מידות. איך האף ער איז אויך צופרידן, ווייל מיר זענען זייער צופרידן צו האבן אזא טייערער תלמיד הישיבה.


שטארק זיך בעבודת השם, באנוץ זיך מיט די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות ותפלה. רעד זיך אויס צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך, די עצה איז א גרינגע עצה. רבי נתן זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קא): "אַף עַל פִּי שֶׁנִּמְצָאִים כַּמָּה עֵצוֹת טוֹבוֹת בְּסִפְרֵי רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה", עס איז דא אסאך עצות פאר'ן לעבן אין רבינ'ס ספרים, "אַף עַל פִּי כֵן, עַל פִּי רֹב קָשֶׁה לְהָאָדָם לְקַיֵּם הָעֵצָה בְּעַצְמָהּ", מיט דעם אלעם איז שווער פאר'ן מענטש מקיים צו זיין די עצות, "עַל כֵּן הָעִקָּר הוּא תְּפִלּוֹת וּתְחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה", דעריבער איז דער עיקר צו בעטן, דאווענען און וויינען צום אייבערשטן, "שֶׁיּוֹצִיא אוֹתוֹ מֵחֹשֶׁךְ לְאוֹר", ער זאל מיך ארויסנעמען פון טונקלקייט צו ליכטיגקייט, "וְיַחֲזִירֵהוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵמָה בֶּאֱמֶת", און מען זאל זוכה זיין צו תשובה טון.


און אפילו מען זעט ווי עס גייט אריבער א לאנגע צייט וואס מען בעט און מען שרייט, "וַעֲדַיִן הוּא רָחוֹק מְאֹד מְאֹד", און מען איז נאך זייער ווייט; אויב מען וועט זיין שטארק, מען וועט נישט אפלאזן, "בְּוַדַּאי סוֹף כָּל סוֹף יַעֲנֵהוּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", וועט אים דער אייבערשטער העלפן, "בְּלִי סָפֵק, רַק חֲזַק וֶאֱמָץ".

#24 - מען דארף האבן סבלנות און שכל אויך צו דערוואקסענע מענטשן
חיזוק פאר פרויען, שלום, סבלנות, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


אזוי ווי איר האט אייזערנע געדולד צו די קינדער אין סקול, איר זענט א געטרייע מחנכת, איר האט סבלנות צו די מיידלעך, איר ווערט נישט פארלוירן ווען א מיידל לאכט, שמייכלט, שטעקט ארויס די צונג וכדומה; נאך מער סבלנות און ווארעמקייט דארף מען האבן צו דערוואקסענע.


פארוואס זאג איך אייך דאס?


איך ווייס אז איר פרובירט מיט אלע כחות צו מאכן די וועכנטליכע צאמקום פאר די טייערע פרויען, נשות אנשי שלומינו. אין אנהייב ווען די שטעטעל איז געווען קליין, געציילטע משפחות - איז געווען ממש א מחי', אזוי ווי די שפריך ווארט גייט: "ווי קלענער דער עולם - אלץ גרעסער די שמחה"; מען איז געזיצן אינאיינעם די פאר פרויען, מען האט געשמועסט, מען האט גערעדט פון תפלה, פון צדיקים. יעצט איז די שטעטל זיך אביסל צואוואקסן איז אייך שווער צו האלטן שטיל די פרויען און הערן מעשיות פון תפילה, אזוי אויך ווען איר נעמט די מייק און איר בעט מען זאל זיין שטיל.


זאלט איר נישט נעמען גארנישט פערזענליך, קיינער מיינט נישט קיין שלעכטס; יעדער איז גוט, יעדער איז וואויל; מען דארף האבן סבלנות און שכל צו דערוואקסענע מענטשן אזוי ווי צו קינדער.


שטארקט זיך, זייט יעדן איינעם מחזק; אלע דארפן א גוט ווארט, אלע דארפן א שמייכל. דער וואס געדענקט צו שמייכלען צו יעדן איינעם, מאכט יעדן גוט שפירן - באקומט א שמייכל פונעם אייבערשטן אליינס; מען הייבט אן שפירן א נאנטקייט צום אייבערשטן, וואס אן אנדערער שפירט נישט.

#23 - די שליסל פון קינדער ליגט אין דעם אייבערשטנ'ס האנט
קינדער, סגולות, רפואה, שטעטל, הכנסת אורחים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


זארג נישט וועגן קינדער, בארואיג דיין ווייב; זאג איר זי זאל נישט ווערן דערשראקן פון וואס דער דאקטער זאגט. דאס איז זייער זאך, זיי דערשרעקן מענטשן, זיי זאגן עתידות, זיי מיינען זיי ווייסן, זיי ווייסן גארנישט; קינדער האט מיט'ן אייבערשטן. די הייליגע חכמים זאגן (תענית ב.): "שְׁשָׁה מַפְתְּחוֹת בְּיָדוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא [...] מַפְתֵּחַ שֶׁל חַיָּה", די שליסל פון קינדער ליגט אין דעם אייבערשטנ'ס האנט.


פרעג דיין ווייב אויב זי איז וויליג אריינצונעמען געסט צו א סעודה, אויב זי איז מסכים - זאלסטו ארייננעמען בחורים וואס קומען אין שטעטל און האבן נישט וואו צו עסן. דער רבי זאגט (ספר המידות אות הכנסת אורחים, סימן ג): "הַכְנָסַת אוֹרְחִים מְזַכֶּה אֶת הָאִשָׁה לְבָנִים", די מצוה איז מסוגל פאר קינדער.


אויך זאלסטו געבן צדקה צו דרוקן ספרי רבינו ותלמידיו, דאס איז מסוגל פאר קינדער.


 

#22 - הייב אויף די קינדער, געב זיי אן א שיעור גוטע ווערטער
קינדער, חינוך הילדים, סבלנות, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך פריי זייך צו הערן אז דיין זון נרו יאיר קען שוין ליינען, ער זאגט שוין תהילים. דאס איז א מורא'דיגער לימוד נישט צו אויפגעבן; אז מען גייט שטייטליך מיט סבלנות - קומט מען אן זייער ווייט.


דער עיקר זאלסטו אים אויפבויען, חס ושלום פארשעמען אדער וויי טון. מען כאפט זיך נישט, מען מיינט אז קינדער זענען אנדערש פון דערוואקסענע, מען מיינט אז מען קען טשעפען, שטעכן און פארשעמען; מען ווייסט נישט אז קינדער האבן די זעלבע געפילן ווי דערוואקסענע און אויב מען טוט זיי וויי, מען טשעפעט זיי, מען מאכט זיי אוועק - הרג'עט עס זיי, עס לאזט זיי נישט אויפוואקסן, זיי בלייבן דערשלאגן א גאנץ לעבן.


אלע נערווען צאמבראכן ה' ירחם קומען פון דעם וואס מען האט וויי געטון קינדער, זיי דערנידערט און פארשעמט.


הייב אויף דיינע קינדער, בפרט דעם קינד וואס מוטשעט זיך מיט'ן ליינען, געב אים אן א שיעור גוטע ווערטער, וועט ער אויפוואקסן געזונט.

#21 - דער אייבערשטער מאכט מיט די תפילות דאס בעסטע פאר'ן מענטש
תפילה והתבודדות, אמונה, סבלנות, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, יעדע תפילה ווערט אנגענומען ביים אייבערשטן, נאר אסאך מאל זעט מען נישט גלייך די ישועה, מען דארף האבן אסאך סבלנות ווען מען בעט דעם אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש רבה ואתחנן ב, יז): "יֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְאַרְבָּעִים יוֹם", עס איז דא אמאל א תפילה וואס ווערט אנגענומען נאך פערציג טעג, אזוי ווי מיר זעען ביי משה רבינו (דברים ט, יח): "וָאֶתְנַפַּל לִפְנֵי ה' כָּרִאשֹׁנָה אַרְבָּעִים יוֹם וגו'", ער האט געדאווענט פערציג טעג צום אייבערשטן. "וְיֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְעֶשְׂרִים יוֹם", עס איז דא אמאל א תפילה וואס ווערט אנגענומען נאך צוואנציג טעג, אזוי ווי מיר זעען ביי דניאל (דניאל י, ג): "לֶחֶם חֲמֻדוֹת לֹא אָכַלְתִּי וגו' עַד מְלֹאת שְׁלשֶׁת שָׁבֻעִים יָמִים", ער האט געפאסט דריי וואכן, נאכדעם האט ער געבעטן (שם ט, יט): "ה' שְׁמָעָה ה' סְלָחָה וגו'". "וְיֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לִשְׁלשָׁה יָמִים", עס איז דא אמאל א תפילה וואס ווערט אנגענומען נאך דריי טעג, אזוי ווי מיר זעען ביי יונה הנביא (יונה ב, א): "וַיְהִי יוֹנָה בִּמְעֵי הַדָּג וגו'", און נאכדעם שטייט (יונה ב, ב): "וַיִּתְפַּלֵּל יוֹנָה אֶל ה' אֱלֹקָיו מִמְּעֵי הַדָּגָה". "וְיֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְיוֹם אֶחָד", עס איז דא אמאל א תפילה וואס ווערט אנגענומען נאך איין טאג, אזוי ווי מיר זעען ביי אליהו הנביא, עיין שם.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט חס ושלום נישט האבן קיין ספיקות אין תפילה - און זיכער נישט אפלאזן תפילה, ווייל יעדע תפילה ווערט אנגענומען ביים אייבערשטן, דער אייבערשטער מאכט מיט די תפילות דאס בעסטע פאר'ן מענטש. אמאל איז דא א גזירה אויפ'ן מענטש, נעמט מען די תפילות וואס דער מענטש בעט אויף א געוויסע זאך און מען איז מבטל מיט די תפילות - די גזירה. צום ביישפיל, א מענטש בעט אויף פרנסה און מען לייגט דאס פאר זיין געזונט אדער די געזונט פון זיין משפחה; דער מענטש ווייסט נישט וואס גייט פאר, ער טראכט צו זיך 'איך בעט אויף פרנסה און איך זע נישט ווי עפעס רוקט זיך!' ער ווערט צעבראכן און הערט אויף בעטן; אבער באמת האט מען גענומען די אלע תפילות און אים געראטעוועט דאס לעבן.


איך האף אז דו וועסט זיך שטארקן און ווייטער גיין צום אייבערשטן, אים בעטן אויף יעדע זאך פון דיין לעבן - אפילו דו זעסט נישט גלייך די ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - רעדן מיט געפיל צו די קינדער
לערערין, חינוך הילדים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ראה – מברכים אלול, ערב ראש חודש אלול, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מזל טוב פאר אייער געבוירענע אינגל, אייער בכור ... נרו יאיר; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו זען אסאך נחת אינאיינעם מיט אייער מאן נרו יאיר און זוכה זיין אים צו מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים.


יעצט ווען איר זענט נישט אין קעמפ שרייען די מיידלעך אז זיי ווילן איר זאלט צוריק קומען, אזוי גייט עס; ווען מען ברענגט א צווייטן דעמאלט בענקט מען זיך, זיי זאגן אז איר לייגט שלאפן מיט הארץ, מיט שכל; איר שרייט נישט.


די וואך האט מען געזוכט איינער זאל אייך איבערנעמען, יענער איז געקומען און געקוויטשעט אויף די מיידלעך, יענער האט זעט אויס פארגעסן וואס מיידלעך זענען, יענער האט פארגעסן אז זי איז אויך געווען א מיידל; עס איז נישט עק וועלט ווען מיידלעך רעדן ביינאכט און אז עס נעמט אפאר מינוט שטייטער, זיי זאגן אז זיי ווילן איר זאלט צוריק קומען לייגן שלאפן; איר לייגט שלאפן מיט רחמנות, איר רעדט שיין צו זיי.


רוט זיך אפ, קומט צוריק צו די כוחות; איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף איר וועט צוריק קומען אין סקול אריינלייגן אין די קינדער ליבשאפט צום אייבערשטן, ליבשאפט צו די תורה.


 

#19 - פון זארגן וועסטו נישט געהאלפן ווערן
קינדער, תפילה והתבודדות, קברי צדיקים, רפואה, סבלנות, דאגות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ד אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


איך האב גערעדט צום דיין שליט"א, ער זאגט אז דיין ווייב זאל נעמען די וויטאמין, דאס וועט העלפן אז אלעס זאל גיין כסדר, עס וועט איר העלפן וכו'.


פארליר זיך נישט, שטארק זיך און שטארק דיין ווייב; איר וועט זוכה זיין צו זרע ברך ה', נאר נישט אריינפאלן אין יאוש, נאר נישט דאגה'נען; פון זארגן וועט גארנישט געשען, דאגות ברענגט נישט קינדער, דאגות דערביטערט דאס לעבן.


טוט וואס יצחק און רבקה האבן געטון, זיי האבן אינאיינעם געבעטן דעם אייבערשטן; נעם דעם תהלים אינאיינעם מיט דיין ווייב, זאג יעדן טאג תהלים וועסטו זען גרויסע ישועות.


כאפ זיך אריבער יעדן טאג צום ציון פון הייליגן סאטמאר רבי, זאג דארט א קאפיטל תהלים און בעיקר זאלסטו זיך מתבודד זיין דארט; עס איז זייער א הייליגע פלאץ, מען קען דארט פועל'ן גרויסע ישועות. בעט דעם אייבערשטן אויף אידיש, ווערטער פון הארץ, ער זאל דיר געבן געזונטע ערליכע קינדער, בנים צדיקים.


נאכאמאל, פארליר זיך נישט, כי גדול אדוננו.