בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#19 - פון זארגן וועסטו נישט געהאלפן ווערן
קינדער, תפילה והתבודדות, קברי צדיקים, רפואה, סבלנות, דאגות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ד אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


איך האב גערעדט צום דיין שליט"א, ער זאגט אז דיין ווייב זאל נעמען די וויטאמין, דאס וועט העלפן אז אלעס זאל גיין כסדר, עס וועט איר העלפן וכו'.


פארליר זיך נישט, שטארק זיך און שטארק דיין ווייב; איר וועט זוכה זיין צו זרע ברך ה', נאר נישט אריינפאלן אין יאוש, נאר נישט דאגה'נען; פון זארגן וועט גארנישט געשען, דאגות ברענגט נישט קינדער, דאגות דערביטערט דאס לעבן.


טוט וואס יצחק און רבקה האבן געטון, זיי האבן אינאיינעם געבעטן דעם אייבערשטן; נעם דעם תהלים אינאיינעם מיט דיין ווייב, זאג יעדן טאג תהלים וועסטו זען גרויסע ישועות.


כאפ זיך אריבער יעדן טאג צום ציון פון הייליגן סאטמאר רבי, זאג דארט א קאפיטל תהלים און בעיקר זאלסטו זיך מתבודד זיין דארט; עס איז זייער א הייליגע פלאץ, מען קען דארט פועל'ן גרויסע ישועות. בעט דעם אייבערשטן אויף אידיש, ווערטער פון הארץ, ער זאל דיר געבן געזונטע ערליכע קינדער, בנים צדיקים.


נאכאמאל, פארליר זיך נישט, כי גדול אדוננו.


 

#18 - אז יעצט איז נישטא קיין איבריגע געלט, וועט עס אויסווארטן
תודה והודאה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט זייער א וואוילער מאן, ער וועט אלעס טון פאר אייך; אבער איר דארפט וויסן אז ער וועט עס טון אין די ריכטיגע צייט.


אז איר ווילט א נייע קאך, נייע לעקטער, נייע טיילס - זייער פיין, זייער וואויל, איר וועט עס באקומען, אבער מען קען נישט דערווערגן דעם מאן. אסאך פרויען ליידן אויף דעם וואס זיי טראכטן אז עס מוז 'שוין' זיין וואס זיי זעען, וואס זיי חלומ'ען - דארף ווערן געקויפט, געטון און געמאכט אויף די מינוט; אך און וויי אז דער מאן זאגט 'איך האב נישט קיין געלט'.


איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט אייך ביז אהער, און אלעס וואס איר חלומ'ט, אפילו גוטע חלומות - זאלט איר בעטן פון אייער מאן, און אז יעצט איז נישטא קיין איבריגע געלט - וועט עס אויסווארטן.


וואויל זענען די פרויען וואס ווייסן די שיינע וועג ווי אזוי צו רעדן, ווי אזוי צו בעטן און האבן סבלנות...

#17 - א מלמד בויט כלל ישראל
חינוך הילדים, מלמדים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי קדושים, ט' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישטא קיין ווערטער וואס זאל ארויסברענגען דאס גרויסקייט פון א גוטע מלמד; אלע תורה און תפילה וואס די תלמידים גייען לערנען און דאווענען זייער גאנץ לעבן, אלעס גייט אויפ'ן זכות פונעם מלמד. א מלמד בויט כלל ישראל; די אלע קינדער גייען אויפוואקסן ערליכע אידן, אלעס בזכות דעם מלמד.


לייג אריין אין די קינדער אמונה; יונגע קינדער האבן אין זיך א שטארקע תמימות, זיי נעמען אריין יעדעס ווארט, די קינדער וועלן זייער גאנץ לעבן געדענקען זייער מלמד, עס וועט בלייבן איינגעקריצט אין זיי די ריינע אמונה.


מוהרא"ש דערציילט, ער האט געהאט א מלמד א ברסלב'ער חסיד, ער פלעגט אריינלייגן אין די קינדער זייער שטארקע אמונה. די חדר איז געווען אין א שול און ווען א קינד האט עפעס געדארפט פלעגט דער מלמד נעמען דאס קינד און אים שטעלן ביים ארון הקודש, ער האט געהייסן דאס קינד קישן דעם פרוכת, ער האט אים פארגעזאגט א תפילה און אים געהייסן נאכזאגן ווארט ביי ווארט; אזוי האט ער אריינגעברענגט אין די קינדער די זאך פון תפילה, אז ווען מען דארף עפעס זאל מען צוגיין צום ארון הקודש, געבן א קיש דעם פרוכת און בעטן פונעם אייבערשטן וואס מען דארף.


נאך האט מוהרא"ש דערציילט, אז דער מלמד רבי יעקב האט געלערנט מיט זיי נ"ך, ספר יהושע, שופטים, שמואל א', שמואל ב' און ספר מלכים ביז קאפיטל ח'; מוהרא"ש איז געווען דעמאלט א קינד פון זעקס זיבן יאר און ער פלעגט זאגן אלע יארן אז ער געדענקט יעדעס ווארט פונעם מלמד, ווייל ער האט דאס אריינגעלייגט אין די קינדער מיט א מורא'דיגע קלארקייט, מיט גאר א שטארקע אמונה. מוהרא"ש האט נאכנישט געוויסט דעמאלט פון ברסלב און אז דער מלמד איז א ברסלב'ער חסיד, יארן שפעטער ווען מוהרא"ש איז מקורב געווארן האט ער זיך דערוויסט אז דער ר' יעקב קאלמענאוויטש איז געווען א ברסלב'ער חסיד.


בנוגע דער קינד וואס איז דיר געקומען דערציילן אויף א צווייטע אינגל אז ער האט גערעדט צו אים נישט איידל; זאג פאר'ן קינד וואס האט דאס דערציילט: "זייער גוט אז דו דערציילסט מיר, זאלסט אלץ קומען דערציילן"; און דעם אנדערן קינד זאלסטו נעמען אין א זייט און אים זאגן ער זאל נישט רעדן אזוי, זאלסט אים זאגן די הארבקייט פון ניבול פה.


ווען דו דארפסט געבן מוסר פאר א קינד זאלסטו דאס טון אזוי ווי מען געבט מעדעצין; אזוי ווי קינדער ווילן נישט נעמען קיין מעדעצין, אזוי ווילן זיי נישט הערן מוסר. וואס טוט מען ווען דארף געבן פאר א קינד מעדעצין? עס איז שווער צו נעמען די שארפע מעדעצין, וואס טוט מען? מען געבט זיי צו טרינקען א זיסע געטראנק פארדעם און נאכדעם און אינדערמיט שמוגלט מען אריין די שארפע מעדעצין, אזוי איז אויך מיט מוסר; ווען א מלמד וויל זאגן מוסר פאר'ן תלמיד, דארף מען אנהייבן מיט שיינע ווערטער, אויסרומען דעם תלמיד, ווי טייער ער איז, ובתוך הדברים זאגט מען אים אז מען רעדט נישט קיין ניבול פה, מען זאגט אים די הארבקייט דערפון און מען ענדיגט מיט גוטע חיזוק, ווי חשוב ער איז, ווי טייער ער איז און ווי שיין ער וועט אויסוואקסן אויב וועט ער זיך פירן גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - עס זאל דיר גארנישט אנגיין
תפילות אויף אידיש, כיבוד אב ואם, שידוכים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו זיין פרייליך, עס זאל דיר גארנישט אנגיין; בעט די ווערטער:


"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, עס זאל מיר גארנישט אנגיין, איך זאל נישט ווערן נערוועז.


הייליגער באשעפער העלף מיר, איך ווייס נישט וואס צו טון; איך ווער אזוי נערוועז פון יעדע קלייניקייט, איך ווער אויס פרייליך ביז איך גיי אריין אין כעס און עצבות, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן און אלץ בלייבן פרייליך".


איך האף דו וועסט בקרוב טרעפן דיין שידוך. אויב דו וועסט זיך ווייטער פירן ווי עס דארף צו זיין וועסטו זיך מאכן א גוטע נאמען און מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן.

#15 - די אלע וואס לעבן פאר אנדערע, עסן זיך אויף לעבעדיגערהייט
אמונה, שלום בית, קנאה, סבלנות, יענער, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד טייערע אנשי שלומינו פון ..., ה' עליהם יחיו


מען דארף האבן זייער אסאך סבלנות אויף דער וועלט; עס גייט אריבער אויף יעדן איינציגסטן מענטש שווערע ביטערע נסיונות.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם", אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', "כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם, כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד", ווייל דא איז נישטא קיין עולם הזה, דא איז דער גיהנום אליינס, יעדער האט זיינע יסורים. נאך זאגט דער רבי (שם) יעדער איינער ליידט יסורים, עס איז נישטא קיין איין מענטש וואס זאל נישט האבן קיין יסורים וכו', אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, א מענטש לעבט ווייניג און דאס גאנצע לעבן איז פול מיט ווייטאג; און שלמה המלך זאגט (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישטא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן נאר צום אייבערשטן און צו די תורה.


דערפאר איז א שאד מקנא צו זיין א צווייטן; יעדער איינער האט זיינע שוועריקייטן. מען דארף קוקן אויף זיך, מען דארף זיך פרייען מיט די אייגענע לעבן.


די אלע וואס לעבן פאר אנדערע, זיי זענען מקנא אנדערע - די עסן זיך אויף לעבעדיגערהייט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה - עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס איז מקנא א צווייטן ווערן זיינע ביינער פארפוילט; בפשטות גייט עס ארויף ווען מען שטארבט, א מענטש וואס האט קיינעם נישט מקנא געווען וועט זיין גוף נישט פארפוילט ווערן אין קבר, אבער מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז דאס מיינט מען לעבעדיגע מענטשן, דער וואס האט קנאה, ווערן אים זיינע ביינער פארפוילט בחיים חיותו; במשך זיין גאנצע לעבן עסט ער זיך אויף, ער טראכט שטענדיג: 'פארוואס האב איך נישט אזא לעבן ווי יענעם? פארוואס האב איך נישט אזא ווייב ווי יענער? פארוואס האב איך נישט אזא הויז ווי יענער? א קאר ווי יענער?' באמת דארף אבער א מענטש וויסן 'אויב דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די סארט לעבן; די ווייב, די קינדער און די דירה וכו' וכו', איז דאס גוט פאר מיר; דאס איז דאס בעסטע פאר מיר, בעסער קען נישט זיין'.


הלוואי זאלן מיר אנהייבן לעבן דער לעבן פונעם תם. דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פון דער חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט), ווי דער תם האט געהאט א גוט לעבן און איז שטענדיג געווען פרייליך; ער איז געווען א שוסטער, ער פלעגט ארבעטן זייער שווער צו פאבריצירן שיך, ווען ער האט שוין געענדיגט מאכן דעם שיך האט עס געהאט יענץ פנים, עס האט געהאט דריי עקן, אבער ער פלעגט אנכאפן דעם שיך און זיך מחי' זיין דערמיט, ער פלעגט זאגן: "וואס פאר א שיינקייט, וואס פאר א וואוילקייט דאס שיכעלע איז, וואס פאר א זיסקייט דאס שיכעלע איז, וואס פאר א האניג'דיג, וואס פאר א צוקער'דיג שיכעלע דאס איז"; אבער זיין ווייב האט זיך זייער געוואונדערט, זי האט אים געפרעגט: "אז עס איז יא אזוי, פארוואס אנדערע שוסטערס נעמען דריי גילדן פאר א פאר שיך און דו נעמסט נאר א האלבן טאלער?" האט איר דער תם געענטפערט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר? דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן? לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך", ער פלעגט צאמרעכענען וויפיל ער האט אויסגעגעבן פאר די סחורה און וויפיל עס איז אים אריינגעקומען ריווח און ער האט געזען אז ער האט מרוויח געווען צען גראשן, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב: "וואס זאל מיר באדערן אז איך האב פארדינט עפעס ריווח מיד ליד?"


אין די מעשה ליגט דער סוד ווי אזוי מען קען האבן א חיים טובים אויף דער וועלט; א מענטש האט נישט וואס צו קוקן אויף א צווייטן, אז מען קוקט אויף א צווייטן האט מען נישט קיין לעבן, איינער וואס איז מקנא א צווייטן עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט. מען דארף געדענקען די פאר ווערטער: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר? דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן?"


טייערע חברים, טייערע תלמידים; לאמיר געדענקען וואס דער רבי וויל פון אונז, לאמיר בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן פאלגן דעם רבי'ן. ביים רבי'ן איז געווען טהרת המחשבה דער עיקר, מען זאל האבן א ריינעם געדאנק, דערפאר האט דער רבי זייער אסאך גערעדט פון שלום בית, מען זאל זיין בשלום מיט די ווייב; נאר אזוי קען מען האבן א ריינעם מח.


אמאל איז דער רבי געזעצן ביים טיש מיט די תלמידים און איינער פון די אנוועזנדע האט נישט געהאט קיין שלום בית, ער האט זיך געקריגט מיט זיין ווייב, אינמיטן האט זיך דער רבי אנגערופן: "וִוי וַואגְט זִיך צוּ קוּמֶען צוּ מַיין טִישׁ אֵיינֶער וָואס הָאט נִישְׁט קַיין רֵיינֶע מַחְשָׁבוֹת?!" און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, ער איז אריין אין זיין צימער און מער נישט געוואלט זיצן ביים טיש. ווען דער אינגערמאן - אויף וועם דער רבי האט זיך באצויגן - האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער האט ער זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער און אנגעהויבן זייער צו וויינען, ער האט זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן אז דאס גייט מער נישט פאסירן, ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען מיט'ן זאגן תורה; זעט מען ווי שטארק דער רבי האט געוואלט מען זאל האבן שלום בית.


איך שרייב דעם בריוו בכלליות פאר די גאנצע חבורה אבער די כוונה איז פאר יעדן איינעם בפרטיות. איך בעט יעדן פון אייך באזונדער, הער זיך אויף קריגן אין שטוב מיט דיין ווייב; פארוואס זאלסטו זיצן אין א גיהנום? טאג און נאכט איז מען פארנומען מיט טענות איינער אויפ'ן צווייטן, בעט איך דיר, גיי ארויס פון גיהנום, הער זיך אויף צו קריגן, לעש אויס די פייער, זוך נישט צו זיין גערעכט; מען ווערט נישט מער פרייליך און מער צופרידן ווען מען איז גערעכט, לאז איר זיין גערעכט, געב איר נאך, בעט איר איבער, בלייב מיט איר אין שטוב אנשטאט גיין מיט חברים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - דער עיקר הצלחה מיט תלמידים איז סבלנות
תפילות אויף אידיש, מלמדים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


אז דו ווילסט מצליח זיין מיט די תלמידים זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן; בעט אים דו זאלסט זיין רואיג, דו זאלסט האבן געדולד צו די קינדער, ווייל דער עיקר הצלחה מיט תלמידים איז סבלנות; ווי מער סבלנות מען האט - אלץ מער איז דא הצלחה.


 אין שטעטל קען מען זיך מתבודד זיין צווישן פעלדער און וועלדער, מען קען זיך גוט אויסשרייען; מען קען שרייען ע' קלין ביז מען איז זוכה אריינצוקומען אין די קדושה (עיין ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב).


דא האסטו א קליינע תפילה, מיט דעם זאלסטו אנהייבן דעם טאג:


"רבונו של עולם, איך לויב דיר און איך דאנק דיר אז איך האב די זכי' צו לערנען תורה מיט תינוקות של בית רבן, איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר איך זאל האבן סבלנות צו די קינדער, העלף מיר איך זאל זיין רואיג. איך בין אזוי נערוועז; שטענדיג בין איך נערוועז, איך בין אנגעצויגן פון גארנישט מיט נישט, אלץ בין איך אנגעצויגן, איך האב מורא אז איך געב דאס אויס אויף די קינדער.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל וויסן ווי אזוי צו רעדן צו די קינדער, זיי זאלן אננעמען וואס איך זאג; העלף מיר איך זאל זיי אויפבויען, זיי זאלן ליב האבן צו לערנען און דאווענען. העלף מיר איך זאל זיי אלע ליב האבן, איך זאל זען זייערע מעלות".


אז דו וועסט בעטן אויף דעם וועסטו מצליח זיין.

#13 - א גוטער מלמד בויט אויף די קינדער, און האט געדולד צו די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד


זיין א מלמד איז א גרויסע אחריות; א גוטער מלמד איז נישט ווער עס מאכט בעסערע צעטלעך אהיים צו שיקן וכו', א גוטער מלמד געבט אכטונג אויף די קינדער, ער בויט אויף די קינדער, ער האט הלל'ס געדולד צו די קינדער.


אמאל פלעגסטו מיר רופן אפאר מאל א טאג פרעגן: 'איך האב גוט געטון אזוי?' 'איך האב גוט געטון אזי?' האסט מיר דערציילט יעדע פרט ופרט, דעמאלט בין איך געווען זייער רואיג, איך האב מיטגעהאלטן וואס טוט זיך, איך האב געוויסט אז דו וועסט מיר זיכער דערציילן ווען דו ביסט ארויס פון די כלים וכו'. לעצטנס רופסטו מער נישט, איך הער נישט פון דיר; בין איך אביסל באזארגט אויב אלעס איז בסדר גמור.


נישט אז איך זוך זיך ארבעט נאר איך וויל דו זאלסט זיין א געדולדיגער מלמד, נישט שרייען וכו'; אז מען דארף שרייען איז שוין ביטער, אז די קינדער כאפן טאג און נאכט פסקים איז נישט גוט.


איך זע דיין צעטל וואס דו מאכסט וועכנטליך, אבער דאס מיינט פאר מיר גאר ווייניג, איך וויל וויסן וואס טוט זיך הונטערן צעטל, אויב דארט ליגט א מלמד וואס האט געדולד - איז גוט, אויב ליגט א נערוונדיגער נערוועזער מלמד - איז נישט גוט.


איך ווארט צו הערן וואס טוט זיך.

#12 - קיינער קען דיר גארנישט געבן, קיינער קען דיר גארנישט צונעמען
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, התחזקות, תהלים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך בעט דיר זייער, זיי נישט צעבראכן און פארלוירן; איך זאג דיר איך האב פאר דיר א גוטער בחור א ירא שמים, איך האף בקרוב צו מאכן א שידוך פאר דיר. אבער דו דארפסט זיין פרייליך, דו דארפסט זיך דערהאלטן.


נעם אריין דעם אייבערשטן אין דיין קאפ, גלייב מיט א שטארקע אמונה אז קיינער קען דיר גארנישט געבן, קיינער קען דיר גארנישט צונעמען, אלעס אלעס איז דער אייבערשטער אליינס; אז דו וועסט חזר'ן אמונה - וועט דיר ליכטיג ווערן.


איך האף די פאר ווערטער וועט דיר זיין פאר חיזוק.


איך האף דו זאגסט יעדן טאג אביסל תהילים, ווען דו מאכסט א סיום זאלסטו מיר שרייבן.

#11 - ווארטן מיט געדולד אויפ'ן ריכטיגן שידוך
שידוכים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, וויליאמסבורג.


איך שפיר אז איך דארף דיר נאכאמאל שרייבן אביסל חיזוק.


דו וועסט זען ווי שיין דער אייבערשטער וועט אויספירן מיט דיר; זייער שנעל גייסטו א כלה ווערן. איך האב א בחור א תלמוד חכם, א ירא ה', מיט גאלדענע מידות ועל כולם א גרויסער מפיץ.


די איינציגסטע חסרון איז, דו קענסט נישט ווארטן אפילו נאך איין טאג, דו ווילסט 'שוין' ווערן א כלה און חתונה האבן.


איך פארשטיי דיר זייער גוט; אלע געזונטע ערליכע מיידלעך ווילן חתונה האבן, אבער געדענק, מען קען נישט דוחק זיין דעם קץ, מען מוז זיך אונטער ווארפן אונטערן אייבערשטן. פון איין זייט דארף מען בעטן, בעטן און בעטן וכו', און פון די צווייטע זייט דארף מען חזר'ן: 'דער אייבערשטער ווייסט די בעסטע וואס איז גוט פאר מיר, ווען עס איז גוט פאר מיר און ווי אזוי עס איז גוט מאר מיר'.


ווארט מיט געדולד.

#10 - מ'דארף אויסווארטן אויפ'ן שידוך
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג סוכות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב שוין גערעדט צו דיינע עלטערן, איך האב זיי אנגעטראגן א גוטער בחור פאר דיר; זיי ווילן נאך אביסל ווארטן.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט זיך שטארקן צו זיין פרייליך; דאנק דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט דיר. דו ביסט געזונט, האסט אזויפיל מעלות, האסט וואוילע עלטערן און נאך אביסל ביסטו א כלה.


איך בעט דיר זייער זאלסט אויסווארטן, נישט ווערן צעדרוקט, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סד.): "כָּל הַדּוֹחֵק אֶת הַשָּׁעָה", ווער עס דרוקט די צייט, "שָׁעָה דּוֹחַקְתּוֹ", ווערט צעדרוקט פון די צייט.


העלף דיין מאמע מיט שמחה.

#9 - ווארט מיט געדולד, וועסטו האבן א גוטע שידוך
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי שטארק, זיי פרייליך; דו דארפסט נאך אביסל ווארטן וכו'. איך האב שוין אנגעטראגן דיין טאטן א גוטער בחור, א וואוילער בחור אבער מען דארף נאך אביסל ווארטן.


זיי נאר פרייליך, זיי נאר פאזיטיוו; פאלג דיין מנהלת תחי', העלף די סקול מיט וואס דו קענסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#8 - דער יצר הרע ברענגט אריין ספיקות אויב מ'איז גוט
שידוכים, ספיקות, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין זייער צופרידן פון דיין ארבעט; גיי ווייטער אן מיט'ן לערנען די מיידלעך, יעדער איז צופרידן פון דיין ארבעט. די אלע שלעכטע מחשבות וואס כאפן זיך אריין אין דיר, דו טראכסט: 'איך בין יא גוט, איך בין נישט גוט; מען דארף מיר יא, מען דארף מיר נישט'; דאס איז אלעס יצר הרע, דו ביסט זייער א גוטע טיטשער.


אז דו ווילסט האבן א גוט לעבן מיזטו וויסן דעם כלל אז מען מוז האבן סבלנות, מען דארף האבן געדולד און אויסווארטן אויף די ישועה; האב נישט מורא, דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך.

#7 - "געדולד", איז די עצה ווען מען האט נישט קיין עצה
שלום בית, מוסדות, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר, ט"ו אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך בעט דיר זייער, קריג זיך נישט מיט דיין ווייב בנוגע וואו די קינדער זאלן לערנען וכו'. געדענק דעם מאמר החכם: "הַסֵּבֶל - תַּחְבּוּלָה לְמִי שֶׁאֵין לוֹ תַּחְבּוּלָה", געדולד איז די עצה ווען מען האט נישט קיין עצה; אז דיין ווייב עקשנ'ט זיך און נעמט דאס ממש צום הארצן איז בעסער זאלסט מוותר זיין.


איך בעט דיר טייערער ..., געב זיך איבער צום אייבערשטן וועט דיר אלעס אנהייבן גיין כסדר. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פב) דאס וואס עס גייט שלא כסדר פאר'ן מענטש איז נאר ווייל ער וויל זיין בעל הבית, אבער ווען דער מענטש בייגט איין זיין קאפ און לעבט מיט הכנעה צום אייבערשטן דעמאלט ווערט אלעס כסדר.


רבי נתן האט געזאגט: "עס איז נישט דא וועמען צו מקנא זיין, אויב מקנא זיין איז נאר אן ערליכער איד", וואס לעבט א חיים טובים; דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף יעדע טריט און שריט.


דיין ראש ישיבה וואס האט דיר זייער ליב.

#6 - מען קען אלעס פועל'ן שטייטלעך מיט סבלנות
צניעות, שלום בית, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר, ט"ז אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א פרוי דארף זען זי זאל האבן חן אין די אויגן פון איר מאן. מ'זעט אין די גמרא ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (מועד קטן ט:): "רַב בֵּיבָי הֲוָה לֵיהּ בְּרַתָּא, טְפַלָהּ אֵבֶר אֵבֶר", רב ביבי האט אנגעשמירט זיין טאכטער מיט א זאלב וואס נעמט אראפ די האר פונעם קערפער. ער האט דאס געמאכט צוביסלעך, נישט אויף איין מאל, ווייל ווען מען מאכט דאס איז דאס א צער פאר'ן מענטש, "שְׁקַל בָּהּ אַרְבַּע מְאָה זוּזֵי", ער האט געבעטן פון איר און פון איר מאן פיר הונדערט זוז פאר'ן איר אזוי שיין מאכן. "הַוָה הַהוּא כּוּתִּי בִּשְׁבָבוּתֵיהּ דַּהֲוָה לֵיהּ בְּרַתָּא, טְפַלָּהּ בְּחַד זִמְנָא, וּמֵתָה", רב ביבי האט געהאט א שכן א גוי וואס האט אים נאכגעמאכט, און דאס אויך געטון פאר זיין טאכטער, אבער ער האט דאס נישט געמאכט שטייטלעך, נאר ער האט געמאכט אויף איינמאל דעם גאנצן קערפער און זי איז דערפון געשטארבן, "אֲמַר: קְטַלָא בֵּיבָי לִבְרַתִּי", האט זיך דער גוי באקלאגט פאר רב ביבי: "דו האסט גע'הרג'ט מיין טאכטער, ווייל איך האב דיר נאכגעמאכט און ביי מיר האט עס נישט געארבעט". אבער באמת איז געווען דא א גרויסער חילוק. רב ביבי האט דאס געמאכט צוביסלעך, ווייל עס איז א גרויסע ווייטאג ווען מען שמירט דעם זאלב אראפצונעמען די האר דעריבער דארף מען דאס טון צוביסלעך, ווידער דער גוי האט נישט געהאט קיין סבלנות, ער האט דאס געמאכט אויף איינמאל, און פון גרויס ווייטאג איז זיין טאכטער געשטארבן.


מען זעט פון די מעשה צוויי זאכן, איינס ווי ווייט די הייליגע אמוראים האבן אכטונג געגעבן אויף זייערע קינדער זיי זאלן האבן חן אין די אויגן פון זייערע מענער וכו', צווייטנס אז מען קען אלעס פועל'ן שטייטלעך, אבער אז מען גייט ווילד און שנעל פארלירט מען אלעס.


א שאד אז מענטשן האבן נישט קיין סבלנות, ווען מענטשן וואלטן זיך געפירט מיט סבלנות וואלט מען געקענט לעבן א חיים טובים.

#5 - געדענק, נאר תפילה און סבלנות
רפואה, סבלנות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות די צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


דו האסט מיר זייער מחי' געווען מיט די גוטע בשורה אז דיין ווייב תחי' שפירט זיך שוין אסאך בעסער - געלויבט דעם אייבערשטן.


דאס אלעס וואס זי שפירט זיך שוין רואיגער קומט צוליב דיינע און אירע תפילות, און אדאנק איר וויינען טאג נאך טאג.


איך האב אויך מתפלל געווען פאר איר זי זאל האבן א רפואה שלימה, זי זאל ארויסגיין פון איר עצבות און מרה שחורה. זי זאל צוריק קומען צו אירע כחות, צו קענען זיין א מאמע און ווייב.


געדענק! נאר תפילה און סבלנות!!


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - נעם הפצה פאר דיין פרנסה
שידוכים, הפצה, סבלנות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער חתן ... נרו יאיר.


מזל טוב פאר דיין שידוך! קוק צו וואס מען איז זוכה אז מען האט סבלנות; האסט אזוי לאנג געווארט פאר דיין שידוך, יעצט זעסטו וואס דו האסט באקומען, אזא טייערע כלה תחי' און אזא שיינע ערליכע משפחה. זאלסטו שטענדיג געדענקען אז ביים סוף איז מען זוכה צו שיינע זאכן, מען דארף נאר האבן סבלנות.


יעצט אז דו גייסט חתונה האבן זאלסטו געדענקען וואס מען האט געטון פאר דיר און דו זאלסט עס ווייטער טון פאר אנדערע; זאלסט גיין הפצה ארויס צו העלפן אידישע קינדער. אזוי ווי מען האט דיר ארויסגעשלעפט וכו' זאלסטו ארויסשלעפן אנדערע אידן פון זייערע עבירות; עס איז נישט דא קיין גרעסערע רחמנות ווי א מענטש וואס טוט עבירות.


דאס זאלסטו נעמען פאר דיין פרנסה: "הפצה"; וועסטו האבן גרויס שפע.


הלוואי זאלן אלע תלמידים פון ישיבה נאר עוסק זיין אין "הפצה", יעדער איינער אין זיין תחום, וועלן מיר קענען צוריק ברענגען אלע אידן צום אייבערשטן און האבן א חלק אין די גאולה. אזוי ווי דער ניגון גייט: "על ידי הפצת ספרי רבינו, נביא את משיח צדקינו", במהרה בימינו, אמן.


א גרויסן יישר כח פארן ארויס העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; בזכות די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - די ווייב דערקענט אויפ'ן מאן וואס ער איז
שלום בית, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב תחי', איך ווארט צו באקומען פון דיר א בריוו.


איך מוז דיר זאגן אז עס איז מקיום געווארן ביי דיר וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה נד, א): אויפן פסוק (משלי טז, ז): "בִּרְצוֹת ה' דַּרְכֵי אִישׁ, גַּם אוֹיְבָיו יַשְׁלִם אִתּוֹ", ווער זענען זיינע פיינט? אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן "זוּ אִשְׁתּוֹ", דאס איז די ווייב; ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין דעמאלט וועט זיין ווייב מעיד זיין אז ער איז אן ערליכער איד. דיין ווייב שרייבט אז דו שרייסט קיינמאל נישט אויף איר; אפילו ווען זי פארלירט זיך ערב שבת און ערב יום טוב ענטפערסטו איר קיינמאל נישט צוריק, וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק.


איך האב ערהאלטן די געלט; א גרויסן יישר כח פארן מיר העלפן אויף יום טוב.


איך שיק דיר דא א בריוו פאר דיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#2 - מחנך זיין די קינדער מיט רואיגקייט, נישט מיט רציחה
חינוך הילדים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר טהרה, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין זון האט מיר היינט פארציילט וואס דו האסט מיט אים געטון די וואך, ער ווייזט מיר צייכענעס אויף זיין ריקן, שווארצע און בלויע צייכענעס ווי דו האסט אים געשלאגן מכת רצח. איך קען עס נישט גלייבן אויף קיין שום איד, איך קען נישט גלייבן אז א איד איז אומשטאנד צו שלאגן א צווייטן איד - בפרט א אייגן קינד - מיט אזעלכע מכות, כל שכן דו וואס דו זעסט אויס ווי א שיינער איד. ווען דו דאווענסט שבת פארן עמוד קען זיך דאכטן אז דו ביסט א דערהויבענער איד, און דא פירסטו זיך אויף אזוי נידריג און געמיין.


איך האב געזאגט פאר דיין זון ער זאל מער נישט אהיים גיין, ער זאל זיך זוכן א פלאץ וואו צו שלאפן כדאי ער זאל געראטעוועט ווערן פון דיר.


קודם כל זאלסטו וויסן אז דאס איז א לאו אין די תורה  (ויקרא יט, יד): "וְלִפְנֵי עִוֵּר לֹא תִתֵּן מִכְשֹׁל", זאגן חכמינו זכרונם לברכה (מועד קטן יז.): "בְּמַכֶּה לִבְנוֹ גָדוֹל הַכָּתוּב מְדַבֵּר", מען טאר נישט שלאגן א קינד ווען ער איז גרויס; דאס איז ביי קליינע פעטש, אבער מכות רצח טאר מען נישט שלאגן קיינעם - כל שכן א בחור פון פופצן יאר.


איך וויל דיר פרעגן: "דו ביסט נאך קיינמאל נישט פארשלאפן אין לעבן?! "ווען דו ביסט געווען א פופצן יעריגער בחור ביסטו אליינס אויפגעשטאנען יעדן אינדערפרי?!" "עס האט קיינמאל פאסירט אז דו זאלסט אויפשטיין שפעט?!" לאמיר זאגן אז דו ביסט יא א מאשין און דו שטייסט אויף פארטאגס, קומט זיך פאר דיין זון מכות רצח מיט א שטעקן ווייל ער שטייט אויף שפעט?! פארוואס זאל ער בכלל וועלן אויפשטיין ווען ער האט א טאטע א רוצח?!


יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס צוויי פון דיינע קינדער זענען דיר ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן; ווייל אז דער טאטע איז אזא רוצח צו שלאגן אן איידעלער בחור פון פופצן יאר מכות רצח מיט א שטעקן, איז פארשטענדליך אז די קינדער ווילן נישט זיין אידן.


זיי נישט ברוגז אז איך שרייב דיר אזוי וכו', ווייל אז איך וועל דיר נישט זאגן אויפצוהערן וועסטו אויך אים חס ושלום פארלירן; שלאגן איז נישט קיין חינוך זאך, שלאגן איז ארויס צו געבן די אייגענע נערוון. אז דו ווילסט דיין זון זאל אויפשטיין לערנען די הייליגע תורה זאלסטו אים שיין אויפוועקן; וועק אים מיט ליבשאפט, וועק אים ווי מען וועקט א דערוואקסענער מענטש.


שלמה המלך זאגט (משלי ט, ח): "אַל תּוֹכַח לֵץ פֶּן יִשְׂנָאֶך, הוֹכַח לְחָכָם וְיֶאֱהָבֶך", שטראף נישט קיין לץ ווייל דו וועסט גארנישט אויפטון, ער וועט דיר פיינט האבן, אבער ווען דו וועסט זאגן מוסר פאר א חכם וועט ער דיר ליב האבן; זאגט מוהרא"ש א מורא'דיגער פשט: "אַל תּוֹכַח לֵץ" – ווען דו זאגסט מוסר פאר איינעם זאג אים נישט: דו "לֵץ" וואס דו ביסט, דו שגץ וואס דו ביסט – "פֶּן יִשְׂנָאֶך", ווייל ער וועט דיר פיינט האבן; אז דו וועסט רעדן מיאוסע ווערטער צו איינעם וועט ער נישט אננעמען די מוסר וואס דו זאגסט אים, נאר דער וועג איז "הוֹכַח לְחָכָם" – זאג אים: דו ביסט דאך א חכם, עס פאסט נישט פאר דיר דו זאלסט זיך אזוי פירן; אז דו וועסט רעדן צו אים שיינערהייט, "ְויֶאֱהָבֶך", וועט ער דיר ליב האבן.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל זאלסט זיין א גוטע טאטע פאר דיינע קינדער; נישט נאר זיך אהער שטעלן ווי א גוטער מענטש פאר די גאס. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן צו): "מִי שֶׁאֵין לוֹ רַחֲמָנוּת עַל בָּנָיו, בְּיָדוּעַ שֶׁאֵין לוֹ חֵלֶק בֶּשֵׂכֶל דִּקְדֻשָּׁה", ווער עס האט נישט קיין רחמנות אויף זיינע קינדער איז א סימן אז ער האט נישט קיין שכל.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל זאלסט רחמנות האבן אויף דיינע קינדער.

#1 - קינדער טאנצן און שפרינגען, א תפלה צו האבן געדולד צו זיי
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, כ"ד אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט ווערן צעבראכן פון דעם וואס איר זעט אז איר האט נישט קיין כח צו אייערע קינדער און יעדע צופרי ווערט אן אנגעצויגענע שטימונג ביי אייך אין שטוב ווען די קינדער פאלגן נישט.


וויסן זאלט איר אז יעדע אידישע מאמע מיט קליינע קינדער שפירט וואס איר שפירט און גייט אריבער וואס איר גייט אריבער וכו'; יעדע פרוי מיינט אז זי האט מיט די נערוון וכו', בפרט ווען מען האט א שטוב מיט קליינע קינדער, דעמאלט קען מען אסאך מאל שפירן אז מען גייט ממש אראפ פון זינען ווען די קינדער פאלגן נישט וכו'.


זייער אסאך מאל ווערט א מענטש צעבראכן נאכדעם וואס מען געשריגן אויף די קינדער; מען הייבט אן טראכטן אז מען איז נישט געזונט וכו', מען הייבט אן טראכטן אז מען קען נישט זיין קיין מאמע וכו', אבער דאס איז נישט וואר. ווייל א מענטש איז א מענטש, א מענטש איז נישט קיין מלאך; איר דארפט וויסן אז קינדער זענען קינדער און דער געזונטער נאטור פון קינדער איז צו טאנצן און שפרינגען און נישט פאלגן; געזונטע קינדער הערן נישט ווען מען רעדט צו זיי. אז מען ווייסט דאס פון פאראויס איז דאס גרינגער צו נעמען.


קינדער מיט עלטערן זענען פונקט דאס פארקערטע; עלטערן האבן ליב ווען עס איז שטיל, רואיג און מסודר, קינדער – פון די אנדערע זייט - ווילן נאר שרייען, טאנצן און שפרינגען. באמת איז נישט געפערליך אז קינדער שפרינגען וכו'; ענדערש זאל דער קויטש כאפן א ריס ווי דער קינד זאל ווערן צעדרוקט, ענדערש זאל דער וואנט כאפן א קראץ ווי איידער דער קינד זאל כאפן קולות א גאנצן טאג.


איינער פון די בחורים וואס פלעגן קומען עסן ביי מיר אויף שבת האט מיר געזאגט, אז ער האט זייער הנאה געהאט צו עסן שבת ביי מיר צוזעהנדיג ווי מען הרג'עט נישט די קינדער ווען זיי טאנצן אויפן קויטש, ווייל ביי זיי אין שטוב הרג'עט מען די קינדער אויב מען טאנצט אויפן קויטש; עלטערן קענען נישט נעמען ווען די קינדער לויפן און שפרינגען, מען האט מורא אויב די וואנט וועט כאפן א זעץ וכדומה, מען כאפט זיך נישט אז א קויטש קען מען קויפן א נייע, א וואנט קען מען איבער פארבן, אלעס קען מען פארעכטן, אבער קינדער אויב מען שרייט אויף זיי טאג און נאכט ווערן זיי פעלערהאפטיג פאר זייער לעבן.


אבער מיר דארפן געדענקען אז מיר האבן א גרויסער באשעפער וואס פירט דער וועלט און מיר האבן א גרויסער רבי וואס האט אונז געגעבן וואונדערליכע עצות אויף יעדן פראבלעם; דער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן און מיר זאלן אים בעטן יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף אונז. ווען א מענטש געוואוינט זיך צו אויסצורעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, ער דערציילט פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים, אלעס וואס באדערט אים, ווערט דער מענטש צופרידן און רואיג.


דעריבער זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג ער זאל רחמנות האבן אויף אייך איר זאלט האבן שטארקע נערוון צו די קינדער, און איר זאלט זוכה זיין זיי מגדל צו זיין און זען נחת פון זיי.


איך שרייב אייך א קורצע תפילה וואס איר זאלט זאגן יעדן טאג, וועט איר זען אז אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה.


"רבונו של עולם, העלף מיר אז היינט זאל איך נישט שרייען אויף מיינע קינדער. העלף מיר אז מיינע קינדער זאלן מיר פאלגן גלייך ווען איך בעט זיי, מיינע קינדער זאלן הערן ווען איך רעד צו זיי און זיי זאלן זיך נישט שפארן מיט מיר. הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל רעדן שיין צו מיין מאן און צו מיינע קינדער, איך זאל זיי נישט פארשעמען און איך זאל חס ושלום נישט שרייען אויף זיי מיאוס'ע ווערטער.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיך נישט אויפרעגן ווען מיינע קינדער פאלגן נישט גלייך ווען איך זאג זיי עפעס צו טון, איך זאל געדענקען אז: "קינדער זענען קינדער"; איך זאל זיי ליב האבן און איך זאל נישט ווערן פארלוירן און גערעגט אויב זיי פאלגן נישט.


איך געב זיך אינגאנצן איבער צו דיר הייליגער באשעפער, איך געב דיר איבער אלע מיינע מחשבות, אלע מיינע דיבורים און אלע מיינע מעשים פונעם היינטיגן טאג און פון אלע מיינע טעג. הייליגער באשעפער, העלף מיר אז איך זאל זיין גוט-מוטיג, ווייל ווען איך בין פרייליך איז מיין מאן פרייליך, און אז איך און מיין מאן זענען פרייליך וועלן די קינדער זיין רואיג און צופרידן.


הייליגער באשעפער, העלף מיר און העלף מיין מאן אז מיר זאלן קענען אויפציען א שיינע ערליכע שטוב, און מגדל זיין אונזערע קינדער צו תורה און צו עבודת השם יתברך.


רבונו של עולם, איך דארף גארנישט און איך וויל גארנישט - נאר ערליכע קינדער, איך וויל זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט, קינדער וואס וועלן נאר טון דיין ווילן.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען חתונה מאכן מיינע קינדער יונגערהייט און גרינגערהייט; מיינע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס און זיי זאלן האבן נאר ערליכע חברים".


די תפילה זאלט איר זאגן יעדן טאג און אויב איר האט צייט - אפאר מאל א טאג, וועט איר זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט אייך.


איך ווארט צו הערן אז עס איז אייך בעסער געווארן.