בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - יישר כח פאר'ן צושטעלן א שיינע סוכה פאר'ן בית המדרש
בית המדרש, הכרת הטוב, תודה והודאה, סוכות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר'ן אזוי שיין ארויסהעלפן אין ישיבה מיט וואס עס פעלט זיך אויס.


א באזונדערע דאנק פאר'ן זארגן מיר זאלן האבן א שיינע סוכה; איך האב געהאט א הערליכע יום טוב מיט אנשי שלומינו, יעדע נאכט האבן מיר זיך מחזק געווען און געטאנצן לאנגע שעות אין די סוכה, אויך דאנק איך דיר פאר'ן אוועקלייגן די סוכה; וואס דו מאכסט און טוסט - טוסטו בשלימות, דו מאכסט נישט האלבוועגס, נאר מיט די גאנצע הארץ.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט דיר; פאר א יאר צוריק האסטו נאכנישט גע'חלומ'ט אז דו וועסט האלטן ווי דו האלסט יעצט, ווי מער דו וועסט דאנקען דעם אייבערשטן וועסטו באקומען נאך און נאך גוטס.


 

#2 - ברענגען כפרות און פארקויפן ד' מינים אין שטעטל
סוכות, יום כיפור, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב.


איך וויל זייער דו זאלסט פארקויפן אין שטעטל די ד' מינים; פארבינד זיך מיט האברך ..., ער וועט דיר פארבינדן מיט סוחרים און דיר אויסלערנען ווי אזוי צו פארקויפן. עס קען זיין אז די יאר וועלן די רווחים נישט זיין גרויס, דאך וויל איך דו זאלסט עס מאכן; אויב דו וועסט האבן שאדן נעם איך עס אויף מיר.


אויך זאלסטו ברענגען כפרות אין שטעטל.


נעם דיר האברך ..., ער זאל דיר העלפן מיט אלעס וואס דו טוסט.


זיי מודיע אז ערב יום כיפור אינדערפרי וועט די בית המדרש און די מקוה זיין פארשפארט, די מקוה וועט זיין אפן פאר פרויען; זע עס זאל זיין בצניעות, מענער זאלן נישט זיין דעמאלט אין בית המדרש.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין יום הקודש אין שטעטל און יום טוב סוכות - די ערשטע טעג און די צווייטע טעג - וועל איך זיין אין וויליאמסבורג.


א גמר חתימה טובה.

#1 - סעודת הילולא ביים רבינ'ס יארצייט
חסידות ברסלב, סוכות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן מנדב זיין די סעודה פארן הייליגן רבינ'ס יארצייט; בזכות די מצוה זאלסטו זוכה זיין צו זען נחת פון דיינע קינדער און קינדס קינדער.


מיר האבן גערעדט ביי די סעודה פון די תורה וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קטו) אז מענטשן וואס לעבן נישט מיט א צדיק, ווען עס גייט אריבער אויף זיי א צרה ווערן זיי זייער מבולבל, זיי האבן קשיות אויף די אמונה און זיי פאלן אוועק פונעם אייבערשטן, אזוי ווי מען זעט ליידער זייער אסאך וואס זענען אוועק געפאלן נאר פון קשיות וכו'. אבער ווען מען קומט צום צדיק, לערנט ער אויס אז דער אייבערשטער איז אין די צרה, אז דער אייבערשטער אליינס באהאלט זיך אינעם נעפל, און דער צדיק געבט אונז אן עצה ווי אזוי מיר זאלן ארויס גיין פון די נעפל, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן און ליכטיג מאכן מען זאל וויסן וואס צו טון.


מיט דעם טייטשט דער רבי דעם פסוק (שמות כ, יח): "וַיַּעֲמֹד הָעָם מֵרָחֹק", כִּי כְּשֶׁרוֹאִין הָעֲרָפֶל, הַיְנוּ הַמְּנִיעָה, עוֹמְדִין מֵרָחֹק, דאס הייסט מענטשן וואס זענען נישט מקורב צום צדיק, ווען זיי זעען א מניעה שטייען זיי פון דערווייטנס וכו', זאגט דער רבי: "וּמֹשֶׁה, שֶׁהוּא בְּחִינוֹת דַּעַת כָּל יִשְׂרָאֵל, נִגַּשׁ אֶל הָעֲרָפֶל אֲשֶׁר שָׁם הָאֱלֹקִים, הַיְנוּ אֶל הַמְּנִיעָה, שֶׁבָּהּ בְּעַצְמָהּ נִסְתָּר הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", אבער דער צדיק גייט נאנט צו די מניעה ווי דער אייבערשטער באהאלט זיך, און דאס לערנט ער אויס פאר זיינע מקורבים; ווייל עס איז נישט דא קיין שום מציאות אן דעם אייבערשטן, און אפילו ער זעט די גרעסטע מניעה פאר זיינע אויגן וועט ער נישט אוועק גיין פונעם אייבערשטן, ער וועט נאר ווערן שטערקער מיט די אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו אלע סגולות פון די הייליגע סוכה; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן מח) אז סוכה איז מסוגל פאר קינדער, סוכה איז מסוגל עס זאל אנטפלעקט ווערן דער רבי, עס זאל ווערן פון רי"ב רב"י, מען זאל זיך אויפהערן צו קריגן, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו א גוט יאר און הצלחה אין אלע ענינים.