בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8 - לערנען יעדן טאג דעם דף הקהילה
שיעורים כסדרן, גמרא, עירוב, דף הקהלה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי.


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט זיך קובע זיין צו לערנען יעדן טאג דעם דף הקהילה, דעם בלאט גמרא; דאס זאל זיין אויסער דיינע שיעורים וואס דו לערנסט פאר דיר אליינס על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


הלואי זאלסטו קומען מיט האלטן טאג טעגליך דעם שיעור - אדער פארנאכטס אדער אינדערפרי, נאר דאס איז תכלית, נאר דאס איז אמת'דיגע ריווח.


יישר כח פאר'ן בודק זיין דעם עירוב וועכנטליך ביי די זייט פון דיין הויז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - זיך אפגעבן מיט'ן עירוב
שטעטל, סקול, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות-מסעי, כ"ב תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פסחים י, ה): "הַמַתְחִיל בְּמִצְוָה - אוֹמְרִים לוֹ גְמוֹר", אז איינער הייבט אן טון א מצוה, זאגט מען אים ער זאל עס ענדיגן; אז דו האסט אריין געלייגט אזויפיל כוחות, דו האסט אהער געשטעלט אזא שיינע עירוב פאר אלע משפחות אין שטעטל קרית ברסלב, ליבערטי, בעט איך דיר דו זאלסט נישט אוועק געבן די מצוה פאר קיינעם, דו זאלסט דיין גאנץ לעבן טון פאר די עירוב.


איך האב אוועק געשטעלט די מלמדים זיי זאלן זיין די בודקים.


בנוגע די קאסטן וכו'; איך וועל מחזק זיין די משפחות פון שטעטל און אלע אנשי שלומינו זיי זאלן דיר העלפן מיט די קאסטן. דו אליינס זאלסט בעטן פון צייט צו צייט ווער עס וויל האבן א חלק אינעם עירוב.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב זי זאל ווייטער אנגיין מיט די סקול, ווייל נאר די גוטע זאכן וועלן מיר מיט נעמען אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - וויפיל מסירות נפש דו האסט אריינגעלייגט אינעם עירוב
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, שבת קודש, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בין געווען מאנטאג בודק זיין דעם עירוב מיט הרב שטיינמעץ שליט"א, איך קען זיך נישט איבער קומען פונעם עירוב; וויפיל מסירות נפש דו האסט אריינגעלייגט אינעם עירוב, צענדליגער וואכן און חדשים וואס דו האסט געבויט דעם עירוב, אנגעהויבן ווינטער אין די שנייען און רעגן און יעצט זומער אין די ברענעדיגע היצן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, יח): "כָּל הַמְזַכֶּה אֶת הָרַבִּים - אֵין חֵטְא בָּא עַל יָדוֹ", נישטא נאך אזא מזכה את הרבים ווי מאכן אן עירוב אז מענטשן זאלן נישט נכשל ווערן אין חילול שבת; עס איז זייער שווער אין שטעטל - סיי מיט'ן חלק פון טראגן און נאכדעם מיט תחומים, סיי ביי די איינוואוינער און סיי ביי די געסט, ממילא יעצט ווען דו האסט מתקן געווען דעם עירוב האסטו געהאלפן אלע זאלן זיין אפגעהיטן פון חילול שבת - וועט דער אייבערשטער דיר אפהיטן פון שלעכטס.


נאך אביסל וועסטו טרעפן א גוטע שידוך, דו וועסט אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב.


אפילו יעצט ווען דו העלפסט מיר אזוי געטריי פון פארטאגס ביז אויף דער נאכט צו ענדיגן דעם עירוב - דארפסטו האבן שכל אראפ צו כאפן אביסל חומש רש"י יעדן טאג, אביסל משניות יעדן טאג, אביסל גמרא און אזוי ווייטער, א טאג אן תורה איז קיין טאג נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - נעמט א חלק אינעם גרויסן זכות צו בויען דעם עירוב
צדקה, סגולות, קינדער, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי.


איך וויל בעטן אלע אנשי שלומינו וואס האבן נאך נישט גענומען א חלק אין די צדקה פאר'ן עירוב וואס מיר בויען יעצט אין קרית ברסלב ליבערטי - צו נעמען א חלק אין דעם; עס איז א גרויסע זכות צו האבן אין א חלק אין די מצוה.


העלפן בויען אן עירוב איז מסוגל פאר קינדער, אזוי ווי עס איז ידוע די מעשה, עס איז געקומען א איד צום הייליגן ייטב לב זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה פאר זרע של קיימא נאכדעם וואס ער האט לאנגע יארן נישט געהאט קיין קינדער, האט אים דער ייטב לב געזאגט אז ער זאל מאכן דעם עירוב אין שטאט, דער איד האט מתקן געווען דעם עירוב און ער האט זוכה געווען צו זרע של קיימא.


וואס וועלן מיר מיט נעמען אויבן אויף יענע וועלט? וואס וועט בלייבן פון אלע פלאג וואס מיר פלאגן זיך? וואס וועט בלייבן פון אלע הארעוואניע? - נאר דאס ביסל צדקה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - אין זכות פון בויען דעם עירוב, וועסטו געהאלפן ווערן מיט א שידוך
שידוכים, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א מזכה את הרבים, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, יח): "כָּל הַמְזַכֶּה אֶת הָרַבִּים - אֵין חֵטְא בָּא עַל יָדוֹ", דער וואס העלפט אידישע קינדער זאלן ווערן אפגעהיטן פון עבירות דער ווערט געהיטן פון הימל; איז דאך זיכער אז נאכן אריין לייגן אזויפיל מי און פלאג אינעם עירוב וועסטו געהאלפן ווערן פונעם אייבערשטן מיט א גוטע שידוך און קינדער ערליכע אידן.


איך האלט מיט יעדן טאג יעדע פרט ווי מען האלט מיט'ן בויען דעם עירוב, איך באקום א פונקטליכע באריכט וויפיל לחי'ס מען לייגט א טאג; ברוך השם מען האלט שוין כמעט ביים סוף, דו האסט שוין געלייגט צוויי הונדערט לחי'ס, יעצט בלייבט איבער נאך הונדערט.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט די הייליגע ארבעט, דורכדעם וועסטו זוכה זיין בקרוב צו א גוטע שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - לייגט צו א האנט צו ענדיגן בויען דעם עירוב
אחדות, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש קרית ברסלב, ה' עליהם יחיו.


איך בעט אייך זייער, ווער עס קען העלפן ענדיגן בויען דעם עירוב זאל צולייגן א האנט; מיר דארפן הילף, סיי בגוף, סיי בממון און סיי מיט חיזוק ווערטער פאר די איבערגעגעבענע אינגעלייט און בחורים וואס געבן אוועק טעג און נעכט אז מיר זאלן האבן א כשר'ע מהודר'דיגע עירוב.


העלפן בויען אן עירוב איז מסוגל פאר גרויסע ישועות, ובפרט געהאלפן צו ווערן מיט זרע של קיימא; אפאר משפחות וואס האבן געגעבן צדקה פאר'ן עירוב האבן שוין געזען גרויסע ניסים וואס מען וועט קענען דערציילן אם ירצה ה' מיט א מזל טוב.


איך האף און איך בענק צו הערן אז מען לעבט באחדות איינער מיט'ן צווייטן און מען קוקט גוט איינער אויפ'ן צווייטן; אין דעם איז אנגעהאנגען די הצלחה פונעם שטעטל.


ווען מען זעט א חסרון ביי א צווייטן איז דאס דער אייגענער חסרון, ווען מען קען נישט ליידן א צווייטן דאס איז דער אייגענער פראבלעם; אויף דעם איז דא איין עצה, ארויסגיין אין פעלד און שרייען: "רבונו של עולם איך וויל ליב האבן יעדן איינעם, פארוואס בין איך אזוי אז איך קען נישט ליידן דעם און יענעם?" די עצה פון התבודדות איז א וואונדערליכע עצה, ווער עס נוצט די עצה ווערט אויסגעוואשן און אויסגערייניגט, מען באקומט נייע בלוט, ריינע בלוט און א ריינע הארץ.


ווען מען בעט זיך ביים אייבערשטן: "רבונו של עולם, טאטעניו, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל ליב האבן יעדן איינעם, איך וויל שפירן א צווייטנס צער און ווייטאג", דורכדעם איז מען זוכה אז מען באקומט א ריינע הארץ, א ריינע בלוט.


שטארקט אייך, טאנצט יעדן טאג נאך אלע דריי תפילות; מאכטס א רינג אלע אינאיינעם, דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין מיר וועלן ברענגען משיח צדקינו. אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (זוהר חדש נח, דף כג) אז משיח צדקינו וועט קומען אפילו עס וועט זיין נאר איין שול וואו מען וועט זיין בשלום; מיר ווארטן צו זען וואו וועט זיין די איין שול וואס אלע האבן זיך ליב און אלע ווילן נאר יענעם זאל גיין גוט.


איך ענדיג מיט די ווערטער וואס מוהרא"ש ברענגט טויזנטער מאל אין ספר אשר בנחל פון הייליגן רבי'ן. דער רבי איז געשטאנען ביים טיר פון זיין שטוב, ער האט געלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז)".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - יישר כח פאר'ן העלפן ענדיגן דעם עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך ווייס נישט צי דו געדענקסט מיר פון יארן צוריק ווען מיר זענען געווען גוטע פריינט, דו ביסט אפילו געשלאפן ביי מיר און געגעסן ביי מיר.


יעצט הער איך אז דו העלפסט מיר צו קענען ענדיגן דעם עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי.


איך דאנק דיר זייער פאר דעם; אין דעם זכות זאל דיר דער אייבערשטער בענטשן מיט אלעס גוטס, וימלא ה' כל משאלות לבך לטובה.

#1 - אנהויבן בויען דעם עירוב
גמרא, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תושב קרית ברסלב ליבערטי.


א גרויסן יישר כח פאר'ן קומען היינט נאכמיטאג אין בית המדרש הערן דעם שיעור פונעם בעל מכשיר שליט"א, וועלכער האט אויסגעלערנט ווי אזוי צו בויען דעם עירוב.


איך האף אז דו וועסט קענען מארגן קומען העלפן אנהויבן בויען דעם עירוב, מיט דעם וועלן מיר באפעסטיגן דעם שטעטל. אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אויפ'ן פסוק (חבקוק ג, יב): "בְּזַעַם תִּצְעַד אָרֶץ", אז זע"ם איז ראשי תיבות: ז'ביחה, ע'ירוב, מ'קוה; מיט די דריי זאכן טוט מען באפעסטיגן דעם פלאץ.


זע צו לערנען דעם בלאט גמרא יעדן טאג; מיר האבן ברוך ה' אין שטעטל צוויי שיעורים, א שיעור פארטאגס און א שיעור ביינאכט. זאלסטו קומען לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג, דאס וועט דיר געבן כח איבערצוקומען אלע דיינע שוועריקייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.