בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#13 - איך האב נישט קיין איבריג צייט צו רעדן מיט יעדן
שלום בית, שאלות, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה אז איר זענט אין אונזער קהלה.


איך ווייס נישט פארוואס איר שפירט ווי איר זענט נישט א חלק פון די קהלה; איר דארפט פארשטיין אז איך האב נישט קיין צייט צו רעדן, איך קען נישט אויפנעמען צו שמועסן בפרט ווען עס איז נישט וויכטיג וכו'. איר האט א מאן, איר קענט מיט אים שמועסן. איך בין זייער פארנומען מיט די בחורים, מיט די תלמוד תורה און מיידל סקול; דאס דארף אייך נישט מאכן טראכטן אז איר זענט נישט נאנט.


ווען איר ווילט עפעס פרעגן קענט איר שיקן אייער מאן אין ישיבה מיר פרעגן. אויב איז דאס א זאך וואס איר האט צווישן אייך און אייער מאן און איר שפירט ווי איר קענט דאס נישט פרעגן דורך אייער מאן וכו' קענט איר מיר שרייבן פריוואט און איך וועל אייך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ענטפערן.


שטארקטס אייך, וואס איר דארפט און וואס איר ווילט - זאלט איר נאר בעטן דעם אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות סג.): "אִם בָּא עַל אָדָם צָרָה", אז א מענטש האט א צרה, "לֹא יִצְוַוח - לֹא לְמִיכָאֵל, וְלֹא לְגַבְרִיאֵל, אֶלָא לִי יִצְוַוח, וַאֲנִי עוֹנֶה לוֹ מִיַד", זאל ער נישט שרייען - נישט צו מלאך מיכאל, נישט צו מלאך גבריאל, נאר צום הייליגן באשעפער אליינס.


רעדטס צום אייבערשטן אויף אייער שפראך; דער אייבערשטער פארשטייט און הערט אויס אלע שפראכן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ב, טז): אויפ'ן פסוק (דברים ד, ז): "כִּי מִי גוֹי גָּדוֹל אֲשֶׁר לוֹ אֱלֹקִים קְרֹבִים אֵלָיו כַּה' אֱלֹקֵינוּ בְּכָל קָרְאֵנוּ אֵלָיו", עס איז געווען א מעשה מיט א שיף וואס דערויף זענען געפארן גוים, נאר איין איד האט זיך געפונען אויף דעם שיף; אינמיטן וועג איז דער שיף פארבלאנזשעט געווארן און איז אנגעקומען צו א פרעמדע לאנד, נאכן אנקערן זענען די גוים צוגעקומען צום איד און אים געבעטן: "מיר בעטן אייך, נעמט פון אונז געלט און קויפט פאר אונז עסן, ווייל מיר הונגערן שוין א לאנגע צייט", האט דער איד געקוקט אויף זיי מיט וואונדער און געפרעגט: "בין איך דען נישט קיין גאסט דא פונקט ווי אייך? איך ווייס נישט וואו צו גיין, איך בין א פרעמדער דא פונקט ווי אייך..." האבן אים די גוים פארגעהאלטן און געזאגט: "יֵּשׁ יְהוּדִי אַכְסְנַאי? בְּכָל מָקוֹם שֶׁאַתָּה הוֹלֵךְ אֱלֹקֶיךָ עִמְּךָ", וואס הייסט א איד איז פרעמד? וואו א איד גייט איז דער אייבערשטער מיט אים; אזוי ווי עס שטייט: "אֲשֶׁר לוֹ אֱלֹקִים קְרֹבִים אֵלָיו", ווייל וואו א איד געפונט זיך איז דער אייבערשטער מיט אים און אויף וואסערע שפראך מען רעדט צום אייבערשטן - ענטפערט ער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם): "בְּכָל קָרְאֵנוּ אֵלָיו - בְּכָל לָשׁוֹן שֶׁיִּשְׂרָאֵל קוֹרְאִין לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹנֶה אוֹתָם", אויף יעדע שפראך וואס מיר רעדן צום אייבערשטן ענטפערט ער אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#12 - אין אשר בנחל איז דא אלע עצות און אלע תשובות פאר יעדע זאך
שאלות, אשר בנחל, ספיקות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


זיי נישט ברוגז אז איך ענטפער נישט דעם טעלעפאן און איך ענטפער נישט וכו'; איך בין אביסל אפגעשוואכט, איך האף צום אייבערשטן ער זאל מיר העלפן, מיר געבן כח ווייטער אנצוגיין און מיר געבן מח ווייטער צו ענטפערן אויף אלע שאלות וואס איז נוגע צו די מוסדות וכו'.


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט; יעדע שאלה וואס דו האסט, יעדע ספק וכו' – זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, הן אין דיין שטוב און סיי מיט אנדערע.


ווען דו ווייסט נישט וואס צו טון זאלסטו עפענען א ספר אשר בנחל. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות עצה, סימן א): "אַל תִּשְׁאַל עֵצָה", פרעג נישט אן עצה, "אֶלָּא מִמִּי שֶׁיּוֹדֵעַ סִתְרֵי תּוֹרָה", נאר פון איינעם וואס קען סודות התורה; אין אשר בנחל איז דא אלע עצות און אלע תשובות פאר יעדע זאך.


זיי פרייליך אז מיר האבן אזא רבי; טאנץ מיט דיינע קינדער: "אשרינו מה טוב חלקינו, ומה נעים גורלינו, אז מיר ווייסן פון רבי'ן".

#11 - פרויען צוזאמקום איבעראל וואו עס וואוינען אידן
הדרכות, חיזוק פאר פרויען, שאלות, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ט חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א מזכה את הרבים; אייער זכות איז זייער גרויס מיט דעם וואס איר געבט זיך אפ יעדע חודש צו מאכן די פרויען צוזאמקום ביי אייך אין שטוב, מיט דעם מאכט איר ליכטיג פאר אזויפיל שטובער. די פרויען קומען אהיים פונעם צוזאמקום מיט פרישע כוחות הנפש אנצוגיין מיט די שטוב ארבעט, זיין א גוטע ווייב און א רואיגע מאמע פאר די קינדער. דאס אלעס גייט אויף אייער זכות מיט דעם וואס איר שטרענגט זיך אן חודש'ליך צו מאכן די פרויען צוזאמקום.


מיר האבן אנגעהויבן פאר אפאר יאר צוריק צו מאכן אין וויליאמסבורג חודש'ליך א פרויען צוזאמקום; ווער האט עס געגלייבט אז היינט איז שוין דא איבער צען פלעצער אין די וועלט וואו פרויען קומען זיך צוזאם חודש'ליך. נעכטן איז געווען אין וויליאמסבורג, מאנרא, מאנסי, ליבערטי, זשערזי סיטי, ירושלים, בית שמש, צפת, ביתר און אויך אין ענגלאנד אין קענווי איילענד. און דאס איז נאך גארנישט, עס וועט נאך זיין אז אין יעדע פלאץ וואו אידן וואוינען וועט זיין א חודש'ליכע צוזאמקום פאר פרויען.


בנוגע די פרוי וואס רעדט צו אייך פריוואטע זאכן וכו'; איר קענט איר שיינערהייט ענטפערן: "די זאכן רעד איך נאר מיט מיין מאן און מיט מיין מורה דרך וכו'", אויב זי רופט אייך אן אויפהער און איר האט נישט וואס צו ענטפערן וכו', זאלט איר איר שיינערהייט זאגן: "איך ווייס נישט צופיל זאכן, איך קען אייך געבן נומערן פון אנדערע וואס וועלן אייך קענען העלפן וכו'". עס קען זיין אז די פרוי האט זיך יעצט דערוויסט פון רבינ'ס וועג, זי איז איבערגענומען מיט פרייד זיך צו באקענען מיט ברסלב'ע פרויען און זי שפירט ווי זי וועט קענען באקומען אן עצה אויף וואס זי ליידט וכו', זי וויל רעדן מיט איינעם זאכן וואס ליגט איר אויפ'ן הארץ שוין פאר לאנגע יארן, דעריבער רופט זי אייך אן א שיעור מאל. אויב איר ווילט נישט רעדן מיט איר, אדער איר האט נישט וואס צו ענטפערן וכו' זאלט איר איר שיינעהייט זאגן: "איך ווייס נישט צופיל פון ברסלב, איך קען אייך געבן נומערן מיט וועם צו רעדן איר זאלט קענען פרעגן אלע אייערע פראגעס".


מוהרא"ש זאגט (ארך אפים, פרק סבלנות לקרב רחוקים): "ווען איינער קומט צו דיר און בעט חיזוק און דו האסט נישט קיין דיבורים פאר יענעם, זאלסטו אים שיקן צו איינעם פון אנשי שלומינו וואס וועט יענעם קענען מחזק זיין און העלפן. נישט חס ושלום יענעם אוועק שיקן אן רעדן מיט יענעם, אדער אן געבן פאר יענעם אן אדרעסס וואו יענער וועט קענען רעדן מיט איינעם וואס וועט אים מחזק זיין".


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח איר זאלט ווייטער ממשיך זיין מיט די פרויען צוזאמקום יעדע חודש ביי אייך אין שטוב; מען וועט מפרסם זיין אויף די פרויען האטליין יעדעס מאל ווען עס איז דא א צוזאמקום, אזוי וועלן אלע פרויען וויסן וואו צו קומען נעמען אביסל פרישע לופט.

#10 - בארגן פאר גוים אויף רבית
פרנסה, שאלות, הלכה, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ב חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער תלמיד ... נרו יאיר.


אויף דיין פראגע צי מען מעג בארגן פאר גוים אויף רבית, דיינע חברים רעדן דיר אן זאלסט פארבארגן געלט אויף גרויסע רווחים.


אין שלחן ערוך ווערט גע'פסק'נט (יורה דעה סימן קנט, סעיף א): "וְהָאִדָּנָא מוּתָּר בְּכָל עִנְיָן, לְהַלְווֹת לְעוֹבֵד כּוֹכָבִים", מען מעג פארבארגן אויף רבית פאר גוים.


דו האסט מיר נישט געפרעגט צי דו זאלסט עס טון אדער נישט, האסט מיר געפרעגט די גלאטע הלכה, ענטפער איך דיר וואס די הלכה איז. וואלסטו מיר געפרעגט צי דו זאלסט מאכן די אינוועסטמענט וואלט איך דיר געראטן אז נישט.


דאס בעסטע פאר דיר איז, מאך התבודדות; פרעג דעם אייבערשטן וואס דו האט צו טון.


אין ברסלב האט מען זייער אכטונג געגעבן פון געבן עצות; מען האט קיינמאל נישט געזאגט פאר א צווייטן וואס צו טון. אפילו ווען יענער האט געפרעגט וכו', האט מען זיך אלץ ארויסגעדרייט. עס זענען דא אסאך סיפורים וואס האבן זיך אפגעשפילט ביים רבי'ן און ביי רבי נתן, אז מען האט קיינמאל נישט פאר יענעם טו יא, טו נישט; מען האט נאר מרמז געווען וכו', און בעיקר נאר געשטופט צו גיין צום אייבערשטן.


בעט איך דיר זייער מיין הארציגער ליבער ברודער, פרעג דעם אייבערשטן צי דו זאלסט מאכן דעם עסק; שמועס מיט אים אויס אלע צדדים וועסטו זוכה זיין צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


איך דאנק דיר פאר'ן העלפן די ישיבה חודש'ליך אזוי געטריי.


 

#9 - זיין דער גבאי און מאכן א סדר
שאלות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


שטארק זיך ווייטער מיט דיין עבודת ה', לאז נישט אפ דיינע לימודים; חטוף ואכול, כאפ אריין נאך און נאך דפים גמרא, נאר דאס וועט בלייבן פון אונז.


איך וויל דיר פרעגן און בעטן א שטיקל טובה; די אינגעלייט בעטן מיר, זיי ווילן מסדר זיין זיי זאלן קענען קומען מיט זייער משפחה זיך דורך רעדן געוויסע זאכן, זיי בעטן מיר צו מאכן א סדר אז ווען איך קום אין שטעטל יעדע שבת מברכים זאל מען מאכן מוצאי שבת א זמן אויב איינער וויל עפעס דורך שמועסן – אליינס אדער מיט זיין ווייב.


וויל איך דיר פרעגן אויב דו קענסט באשטיין מיר צו העלפן, זיין מיין גבאי צו מסדר זיין א צייט פאר יעדן איינעם; אזוי וועסטו אויך האבן א חלק אין העלפן אידישע קינדער.


  מוהרא"ש זאגט בשם צדיקים אז גבא"י איז נוטריקון די ראשי תיבות: אָ'נָּא בְּ'כֹּחַ גְּ'דוּלַת יְ'מִינְךָ, א גבאי דארף אומגיין מיט מענטשן מיט מדת החסד וואס איז צד ימי"ן, און אויך מיט אנ"א – לשון בקשה; איך וועל נאך רעדן מיט דיר מער פרטים.


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן; גיי שפאצירן אביסל יעדן טאג, אפילו עס איז גוט קאלט אין שטעטל זאלסטו זיך גוט אנפעלצן און גיין אביסל התבודדות, וועסטו זען נסים ונפלאות וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר.

#8 - זינג צום אייבערשטן מזמורי תהילים וועט דיר ווערן גרינגער
שידוכים, שאלות, הלכה, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט פרייליך און צופרידן מיט דיין ארבעט, דער אייבערשטער זאל דיר ווייטער העלפן זאלסט שטענדיג זיין פרייליך און צופרידן.


אויף דיין פראגע וועגן קידוש מאכן וכו'; דו קענסט אליינס מאכן קידוש און עסן מזונות וכדומה, אזוי וועסטו נישט דארפן זיין הונגעריג ביז דיין טאטע קומט אהיים און די סעודה וועסטו מיט עסן מיט אים. הבדלה קענסטו יוצא זיין פון דיין ברודער וכו' אפילו ער זאגט נישט קלאר די ווערטער.


אויף דיין פראגע אויב א מיידל מעג אראפ נעמען די האר וכו'; מען מעג אראפ נעמען די האר אונטער די הענט, דער איסור איז נאר פאר מענער.


אויף דיין פראגע וועגן גיין עדות זאגן וכו'; שטיי אוועק פון די אלע זאכן. האב נישט מורא פון קיינעם נישט; די אלע וואס שעלטן קללות און רעדן פון קפידות די ווילן סתם דערשרעקן, ביי דעם איז געזאגט געווארן וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קי:): "כָּל דְּקָפִּיד קָפְּדֵי בְּהַדֵּיהּ וּדְלָא קָפִּיד לָא קָפְּדֵי בְּהַדֵּיהּ", ווער עס מאכט זיך נישט צו טון פון דעם, ווער עס לאכט זיך אויס - וועט עס אים נישט שאטן.


אויף דיין פראגע וואס צו טון שבת וכו'; נעם דיר א תהילים און זינג די קאפיטלעך וואס דוד המלך האט געזינגען ווען ער איז געווען ארומגענומען מיט חיות אין וואלד. דוד המלך האט געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אויף די חסדים, איז אים גוט געווארן, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ; חלק ב', סימן קיט) אז יעדע מענטש פרובירט מען אויס מיט שוועריקייטן, דער חילוק איז ווי אזוי דער מענטש נעמט דאס; איינער קרעכצט טאג און נאכט, וואס דאס אליינס מאכט אים פיל ערגער זיין מצב, און דער צווייטער זינגט צום אייבערשטן מזמורי תהילים וואס דורכדעם ווערט אים נאכדעם גרינגער.


אמת, דיין צער איז זייער גרויס; דו ווילסט שוין חתונה האבן און אנהייבן דיין לעבן, בעט איך דיר זייער זאלסט זיך נישט לאזן צעברעכן, זאלסט זינגען צום אייבערשטן, אים דאנקען און לויבן אז דו ביסט געזונט און שטארק און אויף אלעס גוטס וואס ער טוט מיט דיר.


אויף דיין פראגע אז דיין ברודער גיסט זיך נישט אפ נעגל וואסער, צי די עסן ווערט טמא; א איד איז בחזקות כשרות, דארפסטו נישט מורא האבן פון דעם, דער עיקר זאלסטו מקפיד זיין אז דו אליינס זאלסט אפגיסן נעגל וואסער.


אויף דיין פראגע וכו'; זארג נישט וכו', נאך אביסל וועסטו שיין חתונה האבן, דעמאלט וועסטו הערן פון דיין מאן גוטע ווערטער. יעצט זאלסטו זיך אליינס געבן גוטע ווערטער, ווייל עס קומט זיך דיר אסאך גוטע ווערטער אז דו קענסט זיך דערהאלטן מיט אלע שוועריקייטן, מיט אלע ביטערע טעג וואס דו גייסט אריבער וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - נעם נישט אריין קיין בחורים אין שטוב שלאפן
שאלות, קינדער, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער פראגע.


איך וועל אייך דערציילן וואס איך האב געהאט מיט מוהרא"ש ביי דעם ענין און איר וועט שוין וויסן ארויסצונעמען פון דעם ווי אזוי זיך צו פירן.


איך האב דערציילט פאר מוהרא"ש אז איך האב א בחור פון ישיבה וואס שלאפט ביי מיר; דאס איז געווען אין די תקופה ווען די ישיבה האט זיך געעפנט, דעמאלט פלעג איך נעמען בחורים וואס האבן נישט געהאט קיין היים זאלן שלאפן ביי מיר, האט מיר מוהרא"ש געוויזן מיט א שארפע פינגער און געזאגט: "נעם נישט אריין קיין בחורים אין שטוב שלאפן"; נאך יענע נאכט האב איך מסדר געווען פאר זיי א דארמעטארי.


ממילא ביי אייער פאל וואס איר האט מיידלעך איז דאך זיכער נישט אויסגעהאלטן אריינצונעמען בחורים צו שלאפן; איז אויב איר קענט מסדר זיין פאר זיי א פלאץ אין בעיסמענט וועט עס זיין בעסער און באקוועמער סיי פאר די בחורים און סיי פאר אייך און אייערע קינדער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נשא, י): אויפן פסוק (במדבר ו, כד): "יְבָרֶכְךָ ה' וְיִשְׁמְרֶךָ", "יְבָרֶכְךָ בְּבָנִים", דער אייבערשטער וועט דיר בענטשן מיט קינדער, "וְיִשְׁמְרֶךָ בְּבָנוֹת", און דיר אפהיטן מיט דיינע מיידלעך; אז מען האט מיידלעך דארף מען זען עס זאל זיין בצניעות ובשמירה.


פאלגט דעם רבי'ן, גייט אביסל שפאצירן צווישן די גראז; ביי ענק אין שטעטל איז דאך א מחי', מען קען דארט מקיים זיין דאס וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נב): "וְהַמְהַלֵּךְ בַּדֶּרֶךְ יְחִידִי", א מענטש גייט אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט; מען קען דארט שפאצירן מיט'ן אייבערשטן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#6 - בנוגע מופן צו א צווייטע דירה
שלום בית, שאלות, דירה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי ב', מברכים החודש, כ"ח ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... וזוגתו ... שיחיו.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע מופן צו א צווייטע דירה היות איינער איז דארט געשטארבן רחמנא לצלן; דו דארפסט נישט מורא האבן פון די מעשה פון די פריערדיגע מענטש וואס זיין ווייב איז לא עלינו נפטר געווארן.


אבער בנוגע אז עס איז זייער שווער פאר דיין ווייב צו קריכן אזויפיל שטאק מיט די פיצלעך קינדער אן קיין עלעוועיטאר, צוליב דעם איז יא כדאי זיך אומצוקוקן פאר א דירה מיט ווייניגער טרעפ אז עס זאל נישט זיין אזוי שווער פאר איר אויפצוציען די קינדער.


זיי מחזק דיין ווייב, אזוי אויך זאלסטו איר העלף איר מיט די קינדער, און ווען דו העלפסט איר זאלסטו עס טון מיט הארץ, נישט זי זאל שפירן ווי דו טוסט איר א טובה און דו זוכסט יעדע רגע וואו דו קענסט זיך פטר'ן.


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן נאר פונעם אייבערשטן, וועסטו זען גרויסע ניסים.


לעת עתה בלייב וואונען אין קרית יואל.


א גוט שבת.

#5 - ווי אזוי קען איך מאכן א נחת רוח פארן אייבערשטן
אמונה, צניעות, שאלות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאלסט שטענדיג טראכטן: 'וואס קען איך טון צו מאכן א נחת רוח פארן אייבערשטן'.


דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט די סיבה פארוואס דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אזוי ליב געהאט זיין טאכטער אדל (דעם רבינ'ס באבע) און איר שטענדיג אויסגערימט – ווייל די הייליגע צדיקת איז שטענדיג ארום געגאנגען מיט א בענקעניש צום אייבערשטן און געטראכט: 'וואס קען איך טון צו מאכן א נחת רוח פארן אייבערשטן?'


שטארק זיך צו גיין אנגעטון צניעות'דיג; צניעות איז די שענסטע זאך פאר א אידישע פרוי. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט דערציילט אז ווען ער איז געווען אויפן וועג קיין ארץ ישראל איז ער געווען אין איסטאנבול, האט ער דארט געזען אינגעלייט וואס האבן אזעלכע הייליגע נשמות ממש ווי די הייליגע תנאים, ווייל די פרויען דארט זענען געווען זייער צניעות'דיג, דערפאר האבן זיי זוכה געווען צו קינדער מיט אזעלכע הייליגע נשמות.


בנוגע דיין מעשר געלט; איך ווייס נישט פון וואספארא מעשר געלט דו רעדסט, ווייל א מיידל האט נישט קיין געלט. ווען א מיידל גייט ארבעטן און פארדינט געלט איז דאס נישט איר געלט, דיין געלט באלאנגט פאר דיין טאטע, ער וועט דאס מעשר'ן.

#4 - נישט פארברענגען צו לאנג אין בית הכסא
הדרכות, שאלות, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, נר ז' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו זאגסט תהילים און דו האסט יעצט געענדיגט די ערשטע מאל גאנץ ספר תהילים.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "וואויל איז דעם וואס טרינקט יעדן טאג אפאר קאפיטלעך תהילים"; איך האב געהערט פון א ברסלב'ער חסיד א שיין ווארט אויף דעם וואס דער רבי רופט אן 'תהילים' ווי א 'טרינק', ווייל מיר געפונען אין די גמרא אז די הייליגע חכמים פרעגן (ברכות ז:): "פארוואס ווערט רות אנגערופן מיט דעם נאמען? שֶׁזָּכְתָה וְיָצָא מִמֶּנָּהּ דָּוִד שֶׁרִיוָּהוּ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בְּשִׁירוֹת וְתִשְׁבָּחוֹת, ווייל 'רות' איז א לשון פון טרינקען, און מיין רופט איר אזוי ווייל פון איר איז ארויסגעקומען דוד המלך וואס האט אנגעטרינקען דעם אייבערשטן מיט דעם ספר תהילים".


דאס וואס דו פרעגסט צי מען מעג הערן 'קול ברסלב' אין בית הכסא און צי מען מעג רעדן צום אייבערשטן אין בית הכסא; די בעסטע זאך איז נישט צו פארברענגען צו לאנג אין בית הכסא. דער הייליגער רבי האט זייער חוזק געמאכט פון די אלע וואס זיצן לאנג אין בית הכסא, אזוי ווי ר' נתן ברענגט (שיחות הר"ן, סימן ל): "עַל הַמְבַלִּים זְמַן בִּשְׁבִיל נְקִיּוּת וּמַאֲרִיכִין בְּבֵית הַכִּסֵּא הִקְפִּיד מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט זייער מקפיד געווען אויף די וואס פארברענגען צייט אין בית הכסא, "וְהִתְלוֹצֵץ מֵאוֹתָן הָאֲנָשִׁים מְאֹד, וְהֶאֱרִיךְ הַרְבֵּה בְּעִנְיָן זֶה", און דער רבי האט אסאך חוזק געמאכט פון זיי און אסאך גערעדט אנטגעקן דעם. און נאכדעם וואס דער רבי האט געענדיגט דעם שמועס האט דער רבי געזאגט "איך פריי מיר זייער אז עס איז געווארן פון דעם א שמועס"; עד כדי כך האט דער רבי נישט געוואלט מען זאל זיצן לאנג אין בית הכסא. זעט מען פון דעם אז עס איז נישט כדאי זיך צו צוגעוואוינען צו ליינען און הערן האט-ליינס אין בית הכסא, און דער רבי פירט אויס דעם שיחה: "וַאֲפִילּוּ אִם לִפְעָמִים הוּא מֻכְרָח לְהַאֲרִיךְ, טוֹב לָצֵאת וְלַחֲזֹר מִלֵּישֵׁב הַרְבֵּה שָׁם", אפילו אויב מען דארף זיך פארזוימען וכו' זאל מען ענדערש ארויסגיין און נאכדעם צוריק גיין נאכאמאל.


א ליכטיגן חנוכה און א גוטן חודש.

#3 - וועגן תכלת ציצית, און נאך זאכן
שאלות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, נר ג' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיינע בריוון.


זיי מיר מוחל אז איך קום נישט אן צו ענטפערן דיינע בריוון; זיי מיר דן לכף זכות, איך קום פשוט נישט אן צו מיין ארבעט.


איך וועל פראבירן צו ענטפערן על הסדר:


א – בענין התכלת וכו'; עס איז נישט משנה וואספארא תכלת מען גייט, ווייל עס איז נישט דא דער פראבלעם פון שעטנז ביי ציצית. דער עיקר אז מען גייט מיט תכלת וואס דערמאנט פונעם אייבערשטן.


מען דארף דא באמערקן אז נישט דאס מאכט א מענטש פאר מער א ברסלב'ער חסיד; איינער וואס וויל האבן מער שייכות מיט ברסלב זאל מער לערנען דעם רבינ'ס ספרים, ברסלב'ע חסידים - פון רבי אברהם ב"ר נחמן און ווייטער פירן זיך צו גיין מיט תכלת.


ב – איך באקום אלע דיינע מעסידזשעס איך קום אבער נישט אן דאס צו ענטפערן, רוב טאג געב איך שיעורים אדער בין איך פארנומען מיט מענטשן.


ג – איך וועל אייך אם ירצה ה' אויפנעמען פאר מיינע געסט צו זיין ביי מיר שבת; איך האף אבער אז איר וועט נישט האבן קיין חלישות הדעת נאכדעם וואס איר קומט צו פארן זיין ביי מיר שבת צו זען א פשוט'ער מענטש פירט א פשוט'ער שבת טיש.


ד – בנוגע אומאן וכו'; נאך פסח וועט מען אם ירצה ה' צוזאמנעמען געלט פאר ראש השנה תש"פ פאר אלע וואס ווילן זיין ביי אונז אין אומאן, ביז דערווייל נעמט מען נאך נישט צוזאם געלט, עס וועט שטיין אינעם "גליון היכל הקודש" א נומער מיט וועם מען וועט זיך קענען פארבינדן.


ה – איך וועל פראבירן.


ו – לעת עתה איז נאך נישט שייך צו שרייבן פון דעם.


ז – קוק אויבן ביי די לעדער-העד פונעם בריוו וועסטו זען מיין אדרעסס.


שטארק דיר און זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן איפן סדר דרך הלימוד פונעם הייליגן רבי'ן; עס וועט קומען א טאג וואס מען וועט זען דאס גרויסקייט פון די וואס האבן געפאלגט דעם רבי'ן בתמימות ופשיטות.


א ליכטיגן חנוכה.

#2 - ווי אזוי צו לערנען גמרא ווען ס'דא פארשידענע גירסאות
לימוד התורה, שאלות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד .. נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו זען ווי פלייסיג דו לערנסט ש"ס כסדרן אויפן 'סדר דרך הלימוד' פונעם הייליגן רבי'ן. מיר האבן מקבל פון הייליגן רבי'ן אז ער האט געזאגט: "ווען מען ענדיגט ש"ס איז מען ממשיך אויף זיך א צלם אלקים"; זאלסטו זען אויסצונוצן דיינע יונגע יארן מיט לערנען און דאווענען, וועסטו זוכה זיין אויס צו וואקסן אן ערליכער איד.


דאס וואס דו פרעגסט אז ווען דו לערנסט און דו זעסט אין די הגהות וציונים אנדערע גרסאות, צי דו זאלסט זאגן די ווערטער ווי עס שטייט אין די גמרא אדער די אנדערע גרסאות; ווען דו ביסט גורס גמרא זאלסטו זאגן אזוי ווי עס שטייט אין די גמרא און זיך נישט מבלבל זיין פון אנדערע גרסאות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#1 - מ'קען נישט ענטפערן אויף מסירת נפש
שאלות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


זיי נישט ברוגז אז איך האב דיר נישט געענטפערט אויף דיין שאלה; עס איז נישט קיין זאך וואס איך קען דיר ענטפערן אויף דעם, מען קען נישט זאגן פאר א צווייטן זיך צו מוסר נפש זיין.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט טון וואס איז ריכטיג פאר דיר, דיין ווייב און פאר דיינע קינדער.


האברך ... נרו יאיר האט מיר איבער געגעבן אז דו האסט געגעבן פאר די רענט פון חודש ... למספרם זעקס הונדערט איין און פערציג דאללער; אין זכות וואס דו העלפסט די מוסד זאלסטו זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.