בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#11 - פרשת פרה, ריין און הייליג פארן אייבערשטן
מחשבות, שבת פרה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


די וואך פרשת פרה איז זייער מסוגל צו ווערן ריין און הייליג פארן אייבערשטן, און אפילו היינטיגע טעג וואס איז נישט שייך די הלכות פון טומאה וטהרה, אבער דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רמב): "הרהורי ניאוף רחמנא לצלן הם טמאת מת", און "אבי אבות הטומאה", אז מען טראכט שלעכטע מחשבות פון עבירות, מען טראכט פון ניאוף - ווערט מען טמא מיט די שטערקסטע טומאה, טומאת מת וואס איז אבי אבות הטומאה, ווייל אז מען טראכט פון עבירות ווערט דער גאנצער מענטש דערווייטערט פונעם אייבערשטן רחמנא לצלן; דעריבער יעצט ווען מען ליינט די פרשה פון פרה אדומה קען מען זוכה זיין צו ווערן ריין און הייליג, מען קען זוכה זיין ארויס צו גיין פון די שלעכטע מחשבות, מען זאל מער נישט טראכטן קיין עבירות. דעריבער זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן בשעת מען ליינט די פרשה פון פרה אדומה אז דו זאלסט זוכה זיין צו האבן ריינע מוחין, הייליגע מחשבות, מער נישט טראכטן קיין מחשבות פון עבירות.


דער כהן נעמט א שטיקל האלץ פון א טענענבוים, מיט א בינטל אזוב, און א רויטע פאדעם און טונקט דאס איין אין די מים חיים, זאגן חכמינו זכרונם לברכה (הובא ברש"י במדבר יט, ו), מען וויל מיט דעם מרמז זיין דעם מענטש: "ישפיל את עצמו כאזוב ותולעת", וואס האלסטו זיך גרויס? דער אייבערשטער איז דאך דא, וואס בלאזטו פון זיך? בייג זיך איין פארן אייבערשטן – "ויתכפר לו", וועסטו ווערן ריין, דער אייבערשטער וועט דיר מוחל זיין; ווייל אלע טומאות קומט נאר פון דעם וואס דער מענטש גרויסט זיך, ער פארגעסט אז דער אייבערשטער איז דא מיט אים, דער אייבערשטער טוט אלעס, ער מאכט אלעס, און אז מען נעמט אריין אין זיך אז דער אייבערשטער איז דא און ער איז אלעס - פאלט אוועק די גאווה און מען ווערט ריין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - די טומאה פון אויסהערן פאדקעסטס
תפילות אויף אידיש, שבת פרה, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


היינטיגע טעג איז דא א נייע טומאה, א נייע צרה, די טומאה פון אויסהערן פאדקעסטס, דאס זענען דרשות של דופי פון מענטשן וואס לאכן אפ פון מנהגי ישראל און לאכן פון צדיקים, און דער רבי האט אונז מגלה געווען (שיחות הר"ן, סימן לח), ווער עס לאכט פון צדיקים האט באהאלטן אין זיין הארץ אן אנדערע כוונה, ער וויל בעצם שפעטן פונעם אייבערשטן רחמנא לצלן, דאס איז די טייטש פונעם פסוק (תהלים עג, ט): "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם" באמת וואלטן זיי געוואלט רעדן אויף דער וואס איז אין הימל, זיי דערוואגן זיך נישט צו רעדן אויפן אייבערשטן, זיי האבן מורא אז מען וועט זיי אוועק ווארפן, "וּלְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", רעדן זיי אויף די צדיקים וואס געפינען זיך דא אויף דער ערד, מען לאכט פון רבנים און פון מנהגי ישראל.


על כן ליבער ברודער, ווען דער בעל קורא גרייט זיך צו ליינען די פרשה פון טהרתן של ישראל זאלסטו זיך איינוויקלען אונטער דיין טלית און בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיך, ראטעווע מיך, איך בין אריינגעפאלן אין די קליפה פון אויסהערן דברי ליצנות, איך האב זיך צוגעוואוינט אויסצוהערן פאדקעסטס, דרשות של דופי, און דאס קילט אפ מיין אמונה, עס קילט אפ מיין יראת שמים, עס קילט מיך אפ פון יעדע דבר שבקדושה, הייליגער באשעפער יעצט ווען מען גייט ליינען די פרשה פון טהרתן של ישראל בעט איך דיר מאך מיך ריין, שיק מיר א רוח טהרה ממרום, איך זאל אוועק ווארפן די שמוציגע זאכן, איך זאל נאר אויסהערן וואס ערליכע רבנים זאגן, איך זאל נישט קוקן קליפס, ווידיאוס, פאדקעסטס, מאוויס, איך וויל האבן יראת שמים, איך וויל האבן שמירת עיניים, איך וויל זיין אן ערליכער איד וואס פירט זיך בתמימות ופשיטות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - דורך מקוה איז דא א האפענונג פאר יעדן איינעם
מקוה, שבת פרה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


היינט האבן מיר נישט די אפר פרה אבער מיר האבן א מקוה וואס איז מטהר הטמאים, און דער וואס איז נזהר אין מקוה איז זוכה צו ווערן ריין. אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר זיינע תלמידים אז ער איז צוגעקומען צו זיינע מדריגות ווייל ער האט זיך אסאך גע'טובל'ט, און אזוי אויך אויב מען איז נישט נזהר אין מקוה, מען לערנט תורה אן מקוה - איז נישט גוט, דער הייליגער מאור ושמש זכותו יגן עלינו זאגט (פרשת אמור), אז די כת ש"ץ ימח שמם זענען געווארן אפיקורסים ווייל זיי זענען נישט געווען נזהר אין טבילת עזרא; זיי האבן עוסק געווען אין קבלה אן טהרה.


על כן ליבער ברודער, די ערשטע זאך אינדערפרי זאלסטו גיין אין מקוה זיך טובל'ן, וועסטו זוכה זיין צו מטהר זיין דיין נפש און נשמה, ווייל ווען א מענטש טובל'ט זיך אין מקוה, דעמאלט אין יענע רגע טובל'ט מען אויבן אין הימל זיין נשמה, אויך אז מען איז אראפגעפאלן אין ביטערע עבירות, אין פגם הברית - קען מען פאררעכטן דורך זיך טובל'ן אין מקוה. אזוי מוהרנ"ת האט געזאגט, מען זעט ביי די מעשה ווען מען איז געקומען דערציילן פאר עזרא הסופר אז אידישע קינדער פאלן נעבעך אין עבירות, מען האט חתונה רחמנא לצלן מיט גוים, האט עזרא אנגעהויבן שרייען צום אייבערשטן (עזרא ט, ו): "בֹּשְׁתִּי וְנִכְלַמְתִּי לְהָרִים אֱלֹקַי פָּנַי אֵלֶיךָ", איך שעם זיך פון דיר אייבערשטער, איך שעם זיך אויפצוהייבן מיין קאפ, און נאכדעם שטייט: "וַיַּעַן שְׁכַנְיָה בֶן יְחִיאֵל וְכוּ', אֲנַחְנוּ מָעַלְנוּ" וְכוּ', וְעַתָּה יֵשׁ מִקְוֶה לְיִשְׂרָאֵל", עס איז דא א וועג דאס צו פאררעכטן, און די פסוק כאפט אן א לשון פון מקוה, ער כאפט נישט אן א לשון יש עצה, יש דרך, יש ענין, נאר יש מקוה; צו ווייזן אז דורך מקוה קען מען אלעס פאררעכטן, 'יֵשׁ מִקְוֶה לְיִשְׂרָאֵל' דורך מקוה איז דא א האפענונג פאר יעדן איינעם, אפילו מען איז דורכגעפאלן מיט די ערגסטע עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - די תורה וועט אפהיטן און אפוואשן
לימוד התורה, שבת פרה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


ליבער ברודער, הארציגער חבר, די שבת וואס מען ליינט די פרשה פון פרה אדמה, וואס מיר זענען מקיים "ונשלמה פרים שפתינו" - איז א גוטע צייט דו זאלסט זיך באנייען, דו זאלסט אנהייבן לערנען תורה, ווייל די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ראש השנה ד, ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה", אז מען נעמט אויף זיך די עול תורה, זאגט דער אייבערשטער, "מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתָם מִיְמֵיכֶם", רעכן איך ענק אזוי ווי איר וואלט קיינמאל נישט געזינדיגט; זאלסטו זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג אפאר פרקים משניות, הייב אן מסכת ברכות און גיי אין א סדר א פרק נאך א פרק, און ווען דו ענדיגסט מסכת ברכות זאלסטו אנהייבן מסכת פאה; אזוי זאלסטו גיין ווייטער ביז דו ענדיגסט סדר זרעים און נאכדעם הייב אן סדר מועד, לערן א פרק נאך א פרק ביז דו ענדיגסט סדר מועד, אזוי זאלסטו טון, גיי א סדר נאך א סדר, ביז דו וועסט ענדיגן ששה סדרי משנה, און נאכדעם זאלסטו אנהייבן נאכאמאל מסכת ברכות, אזוי זאלסטו טון דיין גאנצע לעבן, און אפילו דו פארשטייסט נישט אלעס, זאלסטו זיך נישט אפהאלטן פון ווייטער לערנען, שפעטער וועסטו עס פארשטיין, ווייל אזוי גייט די וועג פון לערנען, אין אנהייב פארשטייט מען נישט גלייך, נאר שפעטער נאכן לערנען אסאך איז מען זוכה צו פארשטיין, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת סג.): "לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר", ערשט זאל מען לערנען אפילו מען פארשטייט נישט אלעס, און שפעטער וועט מען זוכה זיין צו פארשטיין.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין ש"ס, הייב אן מסכת ברכות, לערן א בלאט נאך א בלאט, דאס וועט דיך אפוואשן פון אלע שלעכטס, און אפילו איינער איז זייער ווייט פארזינקען אין די טומאה, אפילו בעלי ראתן וואס האבן א שרץ אין קאפ; דאס זענען מחשבות פון ניאוף און פון כפירות ואפיקורסות, מיט דעם אלעם האט דער הייליגע אמורא רבי יהושע בן לוי געזאגט (כתובות עז:): "איך האב נישט מורא אנצוכאפן די סארט מענטשן און לערנען מיט זיי תורה", די תורה וועט זיי אלע אפהיטן און זיי אפוואשן ביז זיי וועלן אלע זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - היינט איז אויך דא די 'אפר פרה'
התבודדות, שבת פרה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


וויסן זאלסטו, היינט איז אויך דא די 'אפר פרה', דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן נה), וואס איז די סוד פון אפר פרה? די סוד איז תפילה, אזוי ווי עס שטייט (הושע יד, ג): "וּנְשַׁלְּמָה פָרִים שְׂפָתֵינוּ", דורך ניצן די ליפן נאר פאר תפילה, שאקלען די ליפן צום אייבערשטן - ווערט דאס גערעכנט כאילו מיר מאכן די 'פרה אדומה' און מען ווערט ריין פון אלע טומאות; און מיט תפילה וועט משיח אייננעמען די וועלט, און דאס וועט משיח אריינברענגען אין די וועלט, מען זאל רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן; משיח איז די זעלבע אותיות פון משיח אילמים, ווען משיח וועט קומען וועט ווערן אזא ליכטיגקייט אין די וועלט, מען וועט נאר זען דעם אייבערשטן און מען וועט מער נישט רעדן פון קיין שום זאך אויסער פונעם אייבערשטן, און אלע וועלן נאר עוסק זיין אין תפילה, אזוי ווי עס שטייט (צפניה ג, ט): "כִּי אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה, לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה'", אלע וועלן רעדן צום אייבערשטן; דערפאר זאלסטו זיך מאכן א קביעות פון דעם שבת וואס מיר ליינען פרשת פרה אדומה, צו גיין יעדן טאג אין א שטילע פלאץ וואו קיינער געפינט זיך נישט, און דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ פארן אייבערשטן, שמועס אויס דיין הארץ אויף דיין שפראך וואס דו ביסט געוואוינט צו רעדן, דערצייל אים דיינע ווייטאג, ספעציעל די ווייטאג וואס דו האסט אז דו ווילסט זיין א צדיק און ווי דער יצר הרע ווארפט דיך אראפ אין די טומאה, בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, און מיט די 'אפר פרה', דורך 'תפילה והתבודדות' - וועסטו ווערן ריין פון אלע טומאות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - אוועקווארפן דעם שרץ, און דערנאך זיך רייניגן
טעלעפאן, שמירת עינים, שבת פרה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


די וואך ווען מען ליינט פרשת פרה זאלסטו זיך מקבל זיין אוועק צו ווארפן אלע כלים וואס מען קען זען אויף דעם עבירות, און אויך די כלים וואס דו האסט שטילערהייט באהאלטן, וואס קיינער זעט נישט און קיינער ווייסט נישט - זאלסטו אוועק ווארפן. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית טז.): "אָדָם שֶׁתּוֹפֵס שֶׁרֶץ בְּיָדוֹ, אֲפִלּוּ טוֹבֵל בְּכָל מֵימוֹת שֶׁבָּעוֹלָם לֹא עָלְתָה לוֹ טְבִילָה, זְרָקוֹ מִיָּדוֹ כֵּיוָן שֶׁטָּבַל בְּאַרְבָּעִים סָאָה מִיַד עָלְתָה לוֹ טְבִילָה", אז מען טובל'ט זיך אין מקוה ווערט מען ריין נאר אויב מען ווארפט אוועק די טויטע שרץ, און אויב מען כאפט ווייטער אן די טויטע שרץ, אפילו דער מענטש וועט זיך טובל'ן אין אלע מקוה'ס פון די וועלט, בלייבט ער טמא; אז מען וויל תשובה טון, מען וויל זיך רייניגן פארן אייבערשטן - איז די ערשטע זאך אפלאזן די טויטע שרצים, די כלים וואס ברענגט טויט.


טייערער ברודער, אויך די כלים וואס מען דארף האבן פאר ביזנעס זאלסטו זען עס זאל האבן די בעסטע און שטערקסטע פילטערס, מען זאל חס ושלום נישט אנקומען צו זען עבירות און ליצנות, ווייל עס לוינט נישט די גאנצע ביזנעס אויב חס ושלום מען קען צוקומען צו זען עבירות, ליצנות וכו'.


צדיקים זאגן אז די וואך שבת פרשת פרה קען מען זיך מטהר זיין, מאך יעצט דיין גוטע החלטה און בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האבן ריינע אויגן, הייליגע אויגן, איך זאל אוועק ווארפן אלע כלים וואס פארשמירן מיך און זענען מיך מטמא".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - חזר'ן אמונה
אמונה, שבת פרה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


די פרשה פון פרה אדומה איז א חק אן קיין טעם, שטייט פון צדיקים אז דאס אליינס איז די טהרה, דאס גלייבן אינעם אייבערשטן און אין די תורה - דאס רייניגט דעם מענטש; "עַל יְדֵי אֱמוּנָה", מיט דעם וואס א מענטש גלייבט אינעם אייבערשטן - "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", איז דער אייבערשטער אים מוחל אויף אלע עבירות (ספר המדות אות אמונה, סימן לג).


ווי אזוי איז מען זוכה צו באקומען א שטארקע אמונה? דורכדעם וואס מען חזר'ט אמונה, מען נעמט אריין אין יעדע זאך דעם אייבערשטן; ווען זאכן גייען ווי מען וויל - ווייסט מען אז דאס איז פונעם אייבערשטן, און ווען זאכן גייען פארקערט ווי מען וויל און עס זעט אויס שלעכט - זאל מען געדענקען אז דאס איז אויך פונעם אייבערשטן. אזוי ווי דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט זינגען מיט אידישע קינדער: "אז עס גוט - איז דאך דו, און אז עס איז חלילה פארקערט - איז דאך ווייטער דו, און אז עס איז דו - איז דאס גוט, און אז עס איז גוט - איז דאך ווייטער דו, דו, דו, דו"; על כן בעט איך דיר דו זאלסט חזר'ן אמונה, און זינג ניגוני אמונה, זינג: "ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, אין שום מציאות מבעלדיך יתברך כלל, ובכל תנועה ותנועה שום אלופו של עולם", דורכדעם וועט דער אייבערשטער דיר פארגעבן אויף אלע עבירות און דו וועסט ריין ווערן פארן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - ווער איז מיין מורה דרך?
מורה דרך, שבת פרה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תשא, שבת פרה, י"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז מקובל פון צדיקים, אז די וואך פון שבת פרשת פרה איז זייער מסוגל צו ווערן מקורב צו צדיקים, ווייל דער צדיק איז אזוי ווי דער כהן גדול וואס גרייט אן די אפר פרה און רייניגט נשמות ישראל, און אזוי ווי ביים בית המקדש איז מען געגאנגען צום כהן, דער כהן האט גענומען דעם איש טמא און אים אויסגעוואשן און ריין געמאכט פארן אייבערשטן, אזוי אויך טוען די צדיקים, זיי רייניגן נשמות ישראל, ביים צדיק איז דא די 'אפר פרה', ביים צדיק קען מען זיך מטהר זיין.


וויסן זאלסטו, א איד מוז האבן א מורה דרך וועם מען פרעגט ווי זיך צו פירן, און א דיין וועם מען פרעגט שאלות, איז יעצט ביים ליינען פרשת פרה זאלסטו זיך בארעכענען: 'ווער איז מיין מורה דרך? ווער ווייזט מיר וואס איז גוט און וואס איז ריכטיג?' אן א צדיק קען מען ווערן אומגליקליך, אז מען גייט נאך חברים, שכנים, מען גייט נאך די ווינט וואס בלאזט - קען מען פארקריכן פון די תורה; יעצט שבת פרה זאלסטו זיך בארעכענען צו נעמען אן ערליכער איד, א דיין, א רב - וואס אים וועסטו פרעגן דיינע פראגעס, דיינע ספיקות, און אויך זאלסטו דאס אריינבאקן אין דיינע קינדער, ביי די שבת'דיגע סעודות זאלסטו דערציילן וואס דיר איז אויסגעקומען די וואך צו פרעגן אדער הערן, דאס זאל זיין די שמועסן ביי דיינע שבת סעודות: "דער רב האט געזאגט אזוי", און "דער דיין האט געזאגט אזוי"; געב א גוטע חינוך פאר דיינע קינדער, עס זאל זיי זיין אין זייערע ביינער אז כדי צו זיין אן ערליכער איד און פירן א אידישע שטוב - מוז מען האבן א רב, א דיין, אן ערליכער איד.


א גוט שבת.

#3 - פרשת פרה איז זייער א הייליגע צייט
שבת פרה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וויסן זאלסטו אז די ד' פרשיות איז זייער הייליג, דער צדיק וקדוש רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "איך בענק זיך עס זאל שוין קומען די ד' פרשיות, איך זאל זיך קענען זען מיטן אייבערשטן", אין די פיר שבתים קומט אראפ א ליכטיגקייט פאר יעדן איד פון די ד' עולמות וואס זענען אנטקעגן די ד' אותיות פונעם שם הוי"ה.


די וואך וואס מען ליינט פרשת פרה איז זייער א הייליגע צייט, מען קען זוכה זיין צו ווערן ריין און הייליג פארן אייבערשטן. לויט א טייל פוסקים איז קריאת פרשת פרה א דאורייתא (עיין שלחן ערוך אורח חיים סימן תרפה, סעיף ד), על כן זאלסטו אויסהערן דאס ליינען מיט גרויס שמחה, און ווען דער בעל קורא גרייט זיך צו ליינען די קריאה פון פרה זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן שטילערהייט א קורצע תפילה, בעט: "הייליגער באשעפער רעכן מיר אזוי ווי מען וואלט ווען געשפריצט אויף מיר די אש פון די פרה אדומה, איך זאל ווערן ריין פון אלע טומאות", און ווען דער בעל קורא הייבט אן ליינען זאלסט זיך אויפשטעלן און אויסהערן יעדעס ווארט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - א טעם גן עדן אינעם טאפ
סיפורי צדיקים, שבת פרה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל, כ' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז דער יארצייט פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש דערציילט, אמאל האט דער הייליגער צדיק רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו געבעטן ביי די קינדער, אז עס איז אים שווער צו עסן, אבער עס איז דא א זופ וואס ער האט אמאל געגעסן ביי יענע און יענע קרעטשמע, אויב מען קען אים גיין ברענגען יענעם זופ. דאס איז ביי די קינדער געווען א וואונדער, ווען דער צדיק האט קיינמאל נישט געמאכט קיין עסק פון עסן, און דא בעט ער עפעס אזא מין זאך? אבער אז דער צדיק זאגט - פאלגט מען.


די קינדער זענען געגאנגען צו די קרעטשמע, מען האט געבעטן דארט אויב מען קען צושטעלן די זופ "טייגל יוהך". נאכן אהערשטעלן די זופ האט מען געפרעגט די פרוי פון די קרעטשמע אויב זי וויל ארויסגעבן ווי אזוי זי מאכט אזא גוטע זופ, האט די פרוי געזאגט: "איך בין ארעם, איך האב נישט וואס אריינצולייגן אין די זופ, איך שטעל א טאפ, איך לייג אריין וואסער און אביסל שאלאכץ פון מייערן, און איך זאג צום אייבערשטן 'גרויסער גאט, דו האסט אזוי סאך גן עדן אויבן אין הימל, איך בעט דיר, לייג אריין אין די טאפ אביסל טעם גן עדן', דאס איז מיין רעסעפי".


דעמאלט האט מען פארשטאנען פארוואס דער הייליגער צדיק האט אהין געשיקט און אז ער האט געדענקט פון די זופ און גערעדט פון די זופ; ער האט געוואלט לערנען זיינע קינדער זיי זאלן יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן, און ווי אזוי מען בעט, און וואס מען שפירט נאכן בעטן; מען שפירט א גן עדן לעבן.


אז מיר שטייען אין א טאג פון א יארצייט פון א צדיק דארפן מיר בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך רעדן מיט דיר און נישט פארגעסן פון דיר".


די וואך שבת איז פרשת פרה, זייער א גרויסע שבת, מען גייט זיך רייניגן פון טומאת מת. דער רבי זאגט, וואס איז טומאת מת? (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמב): "הִרְהוּרִים שֶׁל נִאוּף" טראכטן פון שמוץ, טראכטן פון עבירות, קוקן מאוויס, ווידיאוס וכו', "הֵם בְּחִינַת אֲבִי אָבוֹת הַטֻּמְאָה", דאס איז די ערגסטע טומאה, "בְּחִינוֹת מֵת", דאס איז טומאת מת; מען ווערט טויט, מען רייסט זיך נעבעך אפ פונעם אייבערשטן, און מיר דארפן קומען צום כהן גדול, צו די צדיקים - זאלן אויף אונז שפריצן פון די ריינע קוואל וואסער, פון זייערע עצות אונז ריין צו מאכן.


איך יאג זיך צו די בחורים, איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - אז מען פאלגט די עצות פונעם כהן, פון צדיק, ווערט מען ריין
קדושה, שלום בית, צדיקים, חסידות ברסלב, תשובה, היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, מסורה, אמונת חכמים, ספרי ברסלב, מנהגים, פסח, שבת פרה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת צו, שבת פרה, י"ט אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


די וואך שבת רייניגן מיר זיך, אלס א הכנה אויפן יום טוב פסח; ווי אזוי רייניגט מען זיך פון טומאת מת? דורך דעם כהן, דורכ'ן צדיק; אז מען פאלגט די עצות פונעם כהן, פון צדיק - ווערט מען ריין פון טומאת מת.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמב) אז טומאת מת איז שלעכטע מחשבות, מחשבות פון ניאוף רחמנא לצלן; און נאר דער כהן קען רייניגן פון דעם.


טייערע חברים, טייערע ברידער, געדענקט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, וואס איז חסידות ברסלב, וואס איז היכל הקודש; נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים קען מען זיך פאררופן פון רבינ'ס לייט, אז מען לערנט נישט דעם רבינ'ס ספרים - האט מען גארנישט מיטן רבי'ן.


מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז רבי נחמן טולטשינער זכר צדיק לברכה געפארן מיט איינעם יוסל פאראנטשיק; אזוי שמועסנדיג האט ער דערציילט פאר רבי נחמן טולטשינער אז ער האט גוט געקענט דעם רבי'ן, ער איז געווען נאנט צום רבי'ן, און רבי נחמן טולטשינער האט דערציילט פאר רבי נתן אז ער האט געטראפן א איד יוסל פאראנטשיק וואס האט געקענט דעם רבי'ן, און ער אזי אים מקנא, האט רבי נתן געלאכט און געזאגט: "יוסל פאראנטשיק האט געקענט דעם רבי'ן? יוסל פאראנטשיק האט 'געזען' דעם רבי'ן, דו 'קענסט' דעם רבי'ן, דו ביסט נאנט צום רבי'ן, דו לערנסט די ספרים פון רבי'ן - איז דער רבי מיט דיר.


ביי פרישע מקורבים קען זיין מען זאל זיך טועה זיין, מען זאל זיך אנכאפן אין נישט וויכטיגע זאכן, מען איז משנה פון די זאכן וואס מען האט געזען ביי די עלטערן, מען כאפט זיך אן אויף נישטיגע זאכן; זאלט איר וויסן און געדענקען אז ברסלב'ע חסידות איז נישט צו פארמינערן פון שיינע מנהגים און די וועג ווי מען האט געזען ביי עלטערן, ברסלב'ע חסידות איז נאר אריינבלאזן חיות צו לעבן מיטן אייבערשטן, לעבן מיט תכלית, און נאר אז מען לערנט די ספרים - האט מען שייכות מיטן רבי'ן. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק - געפינט זיך אין זיינע ספרים; קומט אויס אז איינער וואס לערנט די ספרים פונעם הייליגן רבי'ן, - דער קען דעם רבי'ן און ער איז א ברסלב'ער חסיד, אבער אז מען לערנט נישט די ספרים - האט מען נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן.


טייערע ברידער, שטארקט אייך מיטן לערנען ענקערע שיעורים בכל התורה כולה אויפן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בריש ספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מיין ליבער איידעם, איך בעט דיר זייער, זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא און שלחן ערוך, זאלסט חס ושלום נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר און פון עיקר א טפל; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט און וואס עס איז געווען ביים רבי'ן אן עיקר - נאר תורה, תפילה ויראת שמים.


געבט אכטונג אין די פארנומענע ערב יום טוב טעג צו העלפן די ווייב ארויסטראגן די חמץ און אריינברענגען דעם פסח, פירט אייך אויף ערליך. אז מען שרייט אויף די ווייב - איז מען א שגץ; אפילו מען גייט מיט א ירושלימ'ער קאפטן, איז מען א שגץ מיט א קאפטן; אז מען טשעפעט די ווייב - קען מען נישט זיין אין היכל הקודש, מען מוז זיך פירן מיט דרך ארץ און יראת שמים. רעדן מיט גרויס דרך ארץ, מען מוז רעדן שיין, מען קען נישט שרייען און טשעפען.


איך דארף מקצר זיין.


א פרייליכן שבת.