בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - פאלשע צירונגען מיט אן עכטע חתן
אידיש געלט, חובות, חתונה, שכל, שמחות, חתן, כלה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חקת, ח' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע טאכטער הכלה ... תחי'


זאלסט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט זוכה געווען צו זיין א כלה. האסט באקומען זייער א חשוב'ער חתן; דיין חתן לערנט ביי אונז אין ישיבה שוין פינף יאר, פון זיין בר מצוה, ער לערנט פלייסיג אלע זיינע יארן און פירט זיך מיט יראת שמים, דאס דארף זיין דיין גאנצע שמחה.


איך זע דו האסט באקומען א רינגל פון דיינע מחותנים מיט א פאלשע דיימאנט שטיין, אויך א ברעיסלעט מיט פאלשע שטיינער, אבער דיין חתן איז נישט פאלש; דו האסט פאלשע צירונגען מיט אן עכטע חתן. ביי אנדערע איז דא עכטע צירונגען מיט א פאלשער חתן, א געמאכטער, א געפאפטער; מען דארף פרייליך מאכן די כלה מיט טייערע צירונגען. מען לערנט נישט מיט מיידלעך וואס דער לעבן איז, זיי וויל נישט חתונה האבן; די איינציגסטע זאך וואס מאכט זיי חתונה האבן איז אז זיי ווילן נישט בלייבן אליינס, אויך ווילן זיי צירונגען וכדומה.


דו האסט געלערנט אלע יארן אין בית פיגא, דו ווייסט וואס לעבן איז, ווי שיין דער לעבן איז אז מען לעבט ווי אזוי דער אייבערשטער וויל, ווי שיין און גוט איז חתונה צו האבן און אויפשטעלן א אידישע שטוב, קינדער וואס וועלן טון דעם אייבערשטנ'ס ווילן.


דו דארפסט נישט טייערע צירונגען, פריי זיך מיט דיין חתן, פריי זיך אז דיין חתן'ס עלטערן דארפן נישט צאמברעכן פון בארגן חובות, זיי וועלן קענען זיין ביי די חתונה אן חובות, זיין פרייליך מיט די שמחה.


עס איז אזא רחמנות אויף אידישע קינדער, רוב שמחות זענען אן שמחה; רוב שמחות דארף מען בארגן שווערע טויזנטער דאלער פאר די מחותנים, זיי האבן נישט די געלטער וואס עס קאסט חתונה צו מאכן. די חתן און כלה זענען נישט געלערנט, זיי דארפן און דארפן און דארפן, זיי ווייסן נישט וואס איז די זאך פון חתונה האבן, נאר אז דער חתן וועט האבן א טייערע זייגער און א טייערע שטריימל - דעמאלט איז ער פרייליך פאר פינף מינוט.


אשרינו מה טוב חלקינו, אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן; דער רבי לערנט אונז שכל, פשוט שכל, מיר זאלן וויסן וואס איז די תכלית אין לעבן. נישט די זאכן מאכן פרייליך, נאר דער וואס לעבט מיט'ן אייבערשטן - דער איז פרייליך.


דיין טאטע

#1 - לערן משניות, וועסטו האבן שכל ווי אזוי זיך צו פירן
דרך ארץ, משניות, שכל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, ט' באב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אויב דו ווייסט נישט אליינס אז מען גייט נישט אריין אין א הויז פון א צווייטן אן רשות און זיכער נישט אין א שלאף שטוב פון מאן און ווייב - קענסטו נישט ארבעטן פאר מיר, ווייל איך ווייס נישט וואס נאך דו ווייסט נישט.


איך האב גרויס צער ווען איך הער אויף בחורים אין ישיבה אז מען ווייסט נישט דאס א' ב' פון דרך ארץ און נארמאלקייט.


פון היינט וועל איך נעמען מער פארשטענדליכע בחורים וואס האבן נאך א טראפ שכל צו וויסן אז מען גייט קיינמאל נישט אריין צו יענעם אין שטוב אן רשות, אפילו מען דארף עפעס פאררעכטן.


זע צו לערנען משניות, דאס וועט דיר געבן שכל זאלסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, צו זיין איידל און צו זיין אן ערליכער איד.