בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4328 - פלאנצן אמונה און אויפהויבן יעדעס קינד
לערערין, חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן אין סקול.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מחנך זיין אידישע קינדער בכלל, ובפרט ווען מען פלאנצט אמונה, און מען הייבט אויף יעדן קינד.


אינעם זכות פון אויפבויען אידישע קינדער זאלט איר זוכה זיין צו נחת ביי אייערע קינדער, איר זאלט זוכה זיין צו קינדער גרויסע צדיקים.

#4327 - אריינלייגן אין די קינדער א טעם אין איידלקייט
צניעות, חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב נישט קיין ווערטער אייך צו דאנקען פאר'ן מיר העלפן אין בית פיגא וויליאמסבורג.


איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט מיר ווייטער העלפן מיט די מיידלעך, דער עיקר בעט איך אייך, רעדט צו זיי פון דאס שיינקייט פון אידישקייט, לייגט אריין אין זיי א טעם אין איידלקייט, זיי זאלן ליב האבן צניעות.

#4326 - גיי אין מקוה יעדן טאג, פארפעל נישט קיין מקוה
תפילה והתבודדות, מקוה, ראש ישיבה, ארץ ישראל, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, י' שובבי"ם, כ"ד טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין נאכאלץ נישט ביי מיר פון זיך טרעפן מיט אנשי שלומינו אין ארץ הקודש. איך האב אזוי הנאה געהאט צו זיין דארט מיט זיי, אלע זענען אזוי פריש מיט די עצות פון רבי'ן, אלע זענען אזוי פרייליך. ווען איך קען ווען - וואלט איך געבליבן פאר לענגער; איך קען נישט, ווייל איך האב א ווייב מיט קינדער, מיין ווייב דארף מיין הילף מיט די קינדער.


גיי אין מקוה יעדן טאג, פארפעל נישט קיין מקוה; מקוה נעמט אוועק אלע דינים. דער רבי זאגט (ספר המדות אות המתקת הדין, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין"; יעצט אין די ימי השובבי"ם זוכט יעדער תיקונים, מקוה איז די ערשטע זאך. דער רבי ביים מגלה זיין די תיקון הכללי האט זיך אויסגעדרוקט: "דאס ערשטע איז מקוה".


ווען א מענטש באהאלט זיך אונטערן שאטן פונעם אייבערשטן - ווערט ער געראטעוועט פון אלעם שלעכטס. ווי אזוי באהאלט מען זיך אונטער די שאטן פונעם אייבערשטן? דורך תפילה והתבודדות; ווען מען רעדט צום אייבערשטן, מען שמועסט זיך אויס מיטן אייבערשטן - איז מען זוכה צו זיין באשיצט ביים אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4325 - מען דארף נישט אלעס נאכגעבן פאר'ן מאן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זאגט אייער מאן: "איך קען לעבן מיט דיר נאר אין א וועג פון נישט ווערן וויי געטון, מיר אידישע קינדער טוען נישט וואס גוים טוען".


זארגט נישט, זייט זייער שטארק, איר זאלט זאגן אייער מאן: "איך בין גרייט פאר דיר, איך וויל לעבן מיט דיר וכו', אבער נאר אז דו טוסט מיך נישט וויי"; א אידישע פרוי איז נישט קיין דינסט, אידישע פרויען זענען קעניגליכע טעכטער, מען דארף זיך מיט זיי פירן זייער שיין. דער רבי האט געהייסן מכבד זיין די ווייב (שיחות הר"ן, סימן רסד), נישט חס ושלום פייניגן.


האט נישט מורא.

#4324 - מען קען נישט מחייב זיין א מענטש צו געבן חודש'ליך כך וכך
צדקה, מוסדות, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, ט' שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ניין, איך וויל נישט אויסקוועטשן אינגעלייט; איך קען עס נישט טון, איך טאר עס נישט טון און איך וועל עס נישט טון.


בחורים קענען גיין נאך געלט, מיט זיי קען איך גיין אויף א שבת, אבער אינגעלייט געבן זייער אייגענע געלט, און ניטאמאל אייגענע געלט; זיי בארגן פון זייערע קרעדיט קארדס און זיי בלייבן גרויסע בעלי חובות.


אזוי אויך, די וועג פון זאגן פאר אינגעלייט זיי זאלן זיך מחייב זיין געלט חודש'ליך - איז נישט לפי רוחי, איך האב דאס נישט ליב, איך האלט אז דאס איז גניבה; ווייל ווי קען א אינגערמאן וויסן וואס גייט זיין מיט אים קומענדיגע חודש? ווי קען ער וויסן אויב ער גייט קענען געבן חודש'ליך כך וכך...? איך קען משפחות וואס האבן נישט אין מויל צו נעמען און זייער קרעדיט קארד לויפט פאר בנינו, און זיי שעמען זיך אריינצורופן אין אפיס זאגן מען זאל מער נישט נוצן זייער קארטל.


א ווייבל האט נעכטן דערציילט פאר מיין ווייב אז זי האט נישט אין מויל צו נעמען אבער די קארטל פאר בנינו לויפט חודש'ליך, ווייל זיי שעמען זיך צו זאגן מען זאל דאס מער נישט נוצן.


די אלע וואס פאנדרעיזן פאר מיר פאר מיינע מוסדות זאלן וויסן אז איך בין נישט באוויליגט פון די וועג. איך האלט פון בעטן צדקה, און דו קענסט יענעם רופן קומענדיגע חודש פרעגן אויב ער וויל דיר געבן, אבער מחייב זיין אנדערע - איז קעגן מיין ווילן.


קענסט דאס איבערגעבן פאר אלע וואס נעמען צאם פאר אונזער מוסד.

#4323 - עס איז נאריש צו מקנא זיין א צווייטן
תפילות אויף אידיש, שלום בית, קנאה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, י"א שובבי"ם, כ"ה טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי נישט מקנא א צווייטן; עס איז נאריש צו מקנא זיין א צווייטן, ווייל נישטא קיינער וואס זאל נישט האבן א שווערע פעקל, יעדער איינער האט זיינע נסיונות און שוועריקייטן. מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל ליב האבן יעדן איד, חס ושלום קיינעם נישט פיינט האבן און אויך זיך אליינס ליב האבן.


בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, נעם ארויס פון מיר די באהאלטענע קנאה, די באהאלטענע פיינטשאפט וואס איך האב אויף אנדערע, העלף מיר איך זאל ליב האבן יעדן איד".


דיין ווייב זאלסטו געבן גוטע ווערטער, און געב איר די געפיל אז דו ביסט דא פאר איר.


מארגן וועט זיין די ליל שישי שיעור אינעם נייעם בית המדרש אין ספרינג וואלי, אינאיינעם מיט א סעודת מצוה אויפן סיום וואס אלע ענדיגן מיר אינאיינעם, ירושלמי מסכת ברכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4322 - דערציילט פאר אייערע עלטערן ווער עס לויפט אייך נאך
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, קדושה, משפחה, מנוולים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


דערציילט פאר אייערע עלטערן וואס גייט פאר, אז אייער שוואגער כאפט אייך אן און לויפט אייך נאך. האט נישט מורא, אויב ער קומט נאנט צו אייך - זאלט איר ארויסלויפן פון שטוב, און אז אייערע עלטערן מאכן זיך נישט וויסנדיג - וועל איך רעדן צו זיי.


אז א מאן רירט אן א פרעמדע מיידל - איז ער א מנוול, א שגץ, זאל זיין ווער עס זאל זיין; א שוואגער, פעטער, קאזין וכו'.


העיקר, האט נישט מורא. רעדט נישט קיין איין ווארט מיט אים.


זייט בקשר מיט די מנהלת תחי', מיר וועלן אכטונג געבן אויף אייך.

#4321 - שטארקט אייך מיט אייער הייליגע ארבעט פון מחזק זיין אידישע קינדער
זיכוי הרבים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


א יישר כח פאר די חנוכה געלט און פאר די שיינע בריוו. איך האב זייער הנאה געהאט ווי איר רעכנט אויס די צוועלף טרעפ פראגראם וואס מיר באקומען פון הייליגן רבי'ן.


שטארקט אייך מיט אייער הייליגע ארבעט פון מחזק זיין אידישע קינדער. אזויפיל אידישע מאמעס דארפן אביסל חיזוק צו קענען אנגיין מיט בויען כלל ישראל; וואויל איז דעם וואס איז מחזק אידישע קינדער צו קענען אנגיין מיט די קינדער און מאן.

#4320 - נאך אביסל וועלן די עלטערן זאגן אז ענק זענען זייער גרעסטע נחת
כיבוד אב ואם, שלום בית, מחלוקת, שווער און שוויגער, נסיונות, גמרא, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מחזק דיין ווייב און דאנק דעם אייבערשטן אז זי איז מיט דיר, זי איז פאר דיר אן "עזר". חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): "זָכָה, עוֹזַרְתּוֹ", עס איז א געווינס ווען מען האט א ווייב וואס שטייט מיטן מאן; און אז דיין שוויגער טשעפעט איר וכו' - זאלסטו איר מחזק זיין און נישט מאכן קיין מחלוקות.


וועסט זען, נאך אביסל וועלן דיינע עלטערן און אירע עלטערן זאגן מיט א פילע מויל אז ענק זענען זייער גרעסטע נחת. זייער אסאך תלמידי היכל הקודש זענען דאס אריבער, מען האט זיי געטשעפעט אין אנהויב און ביים סוף האבן זיי אלע מודה געווען אז דיקא תלמידי היכל הקודש פירן שיינע ערליכע משפחות.


לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא.

#4319 - נעמען דעם מאן פאר א חבר
תפילות אויף אידיש, חברים, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תהלים, אידישע שטוב, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


רעדט נישט מיט קיינעם פריוואטע זאכן פון אייך און אייער מאן, דאס איז ניבול פה, דאס ברענגט געפערליכע צרות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לג.) אז דאס ברענגט שווערע גזירות.


איך האב אייך געמאכט אייער שידוך און געזארגט פאר א הויז פאר ענק און פאר אייערע קינדער, וואס בעט איך שוין? איך בעט נאר די איין זאך, איר זאלט זיך פירן ערליך און הייליג.


איך בעט אייך פון די טיפעניש פון מיין הארץ, לאזט זיך אפ פון ווייבלעך וואס רעדן ניבול פה, ענדערש חבר'ט זיך מיט ערליכע וואוילע ווייבלעך; אין שטעטל זענען דא אזויפיל איידעלע, וואוילע, נארמאלע משפחות, זוכט אייך גוטע חבר'טעס.


איך ציטער אז איר גייט ווערן פארשעמט פאר די גאנצע שטעטל, ווייל די פרוי וואס איר פלעגט רעדן צו איר ניבול פה - גייט יעצט דערציילן פאר אנדערע וואס איר האט דערציילט, עס גייט ווערן שרעקליכע בושות.


הויבט אן פון יעצט לעבן מיט אייער מאן, נעמט אים פאר אייער חבר. אייער מאן וועט אייך קיינמאל נישט וויי טון. איר האט א וואוילער מאן, א גאלדענע הארץ, איך האב אים אזוי ליב. ער וויל זיין אייער חבר, ער וויל שמועסן מיט אייך, פארוואס זאלט איר אים לייגן אין די זייט און רעדן שעות מיט אנדערע וואס זיי וועלן אייך באגראבן, זיי וועלן אייך בארעדן... קוקט יעצט וואס פאסירט, די פרוי מיט וועם איר האט פארברענגט אזויפיל, זי רעדט אויף אייך, זי דערציילט אזעלכע זאכן וואס עס וועט אייך ברענגען שטארקע בזיונות.


איך האב אייך שוין געשריבן אזויפיל בריוו, נעמט צוזאם אלע בריוו און ליינט דאס איבער. איך וויל נאר אייער גוטס, איך וויל נאר זען נחת ביי מיינע תלמידים וואס זענען אזוי ווי מיינע קינדער.


נאר ערליכע אידן האבן שלום בית, נאר ביי ערליכע אידן האבן זיך מאן און ווייב ליב. ביי די נישט ערליכע איז אלעס בלאף, אלעס געמאכט, נאר אויסשטעכן יענעמ'ס אויגן, אבער פריוואט אין שטוב איז דא פיינטשאפט וכו' וכו'.


בעטס די תפילה יעדן טאג: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל ליב האבן מיין מאן. איך זאל לעבן מיט אים מיט ליבשאפט און שלום. העלף מיר איך זאל ליב האבן צו זיין א איד, ליב האבן ערליכקייט. העלף מיר, איך וויל זיין א צדיקת, איך וויל האבן גוטע חבר'טעס".


זאגט יעדן טאג כאטשיג איין קאפיטל תהילים, דאס וועט אייך ריין מאכן פאר'ן באשעפער.

#4318 - ווי איז דא א גרעסערע זכות ווי אויסטיילן עסן פאר משפחות נצרכים
חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין מקנא דיין זכות וואס דו טוסט מיט זארגן פאר אנשי שלומינו זאלן האבן עסן.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "משיח וועט קומען בזכות די וואס טוען חסד פאר אידישע קינדער"; ווי איז דא א גרעסערע זכות ווי אויסטיילן עסן פאר משפחות נצרכים, בפרט אין די היינטיגע טעג וואס די פרייזן פאר עסן איז אזוי הויך; א פשוט'ע שבת סעודה פאר א קליינע משפחה קאסט אפאר הונדערט דאלער, און דו מיט דיין גוטע הארץ - ביסטו זיך ממש מוסר נפש מען זאל האבן עסן.


דער אייבערשטער זאל דיך בענטשן זאלסט קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו אנדערע, זאלסט האבן גרויס שפע.

#4317 - אוודאי איז כדאי צו לערנען מיט די קינדער ספר המידות
חינוך הילדים, מוסדות, ספרי ברסלב, ספר המידות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית יואל.


איך האב ערהאלטן דיין פראגע.


אוודאי איז כדאי צו לערנען מיט די קינדער ספר המידות. דער הייליגער רבי האט געזאגט אויף דעם ספר (חיי מוהר"ן, סימן שעט): "אט דאס האט מיך געמאכט פאר א איד"; דעריבער איז זייער וויכטיג צו לערנען מיט די קינדער מידות.


מיר האבן שוין איבערגעטייטשט רוב ספר המידות אין אידיש (קענסט בעטן פון אפיס מען זאל דיר דאס שיקן), עס איז גוט אריינצולייגן אות ביי אות אין א ניגון, און דאס זינגען מיט די קינדער מיט די טייטש, אזוי וועלן זיי דאס גוט קענען.


דארפסט נישט אויסלאזן אותיות, דארפסט נאר וויסן ווי אזוי צו טייטשן וכו', און ווען דו האלסט ביי די אותיות, ווי למשל קרי, טייטשט מען אזוי (אות קרי, סימן א'): "קֶרִי בָּא עַל יְדֵי דִּבּוּר מִזְּנוּת", דורך רעדן פון עבירות ווערט מען טמא מיט טומאת קרי, "גַּם עַל יְדֵי שֶׁנָּפַל מֵאֱמוּנָתוֹ", אויך אויב מען פאלט פון אמונה ווערט מען טמא. אזוי אויך אין אות קישוי לילד (סימן א): "אִשָּׁה שֶׁאוֹכֶלֶת צְנוֹן בְּעִבּוּרָהּ", א פרוי וואס עסט רעטעך ווען זי ווארט, "תֵּלֵד בְּקִשּׁוּי", וועט געבוירן שווער.

#4316 - ס'איז גאר אנדערש קינדער וואס זעען זייער טאטע לערנען יעדן טאג
קינדער, חינוך הילדים, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד וואס מיר האבן מקבל געווען פון הייליגן רבי'ן (עיין שיחות הר"ן, סימן עו); אפילו אן פארשטיין זאלסטו זאגן פרקים משניות און בלעטער גמרא.


די הייליגע חכמים זאגן (אבות ו, ב): "אֵין לְךָ בֶן חוֹרִין אֶלָּא מִי שֶׁעוֹסֵק בְּתַלְמוּד תּוֹרָה", א מענטש וואס לערנט תורה - איז א פרייער מענטש, אן אויסגעלייזטער.


אויך זאלסטו מאכן א שיעור צו לערנען אין שטוב; עס איז גאר אנדערש קינדער וואס וואקסן אויף ווען זיי זעען זייער טאטע עפענען יעדן טאג א גמרא וכדומה, ווי קינדער וואס זעען נישט זייער טאטע לערנען.

#4315 - ברענג אהיים א גוטע זאך, פרייליך צו מאכן דיין ווייב
שלום בית, צדקה, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טראכט וואס דו קענסט אהיימברענגען עפעס א גוטע זאך, פרייליך צו מאכן דיין ווייב. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רבי חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין; מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי", ווען ער פלעגט זען גוטע זאכן וואס זי האט ליב, "צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ", פלעגט ער דאס איר שיין איינפאקן, "וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", און איר אהיימברענגען, האט רב געפרעגט רבי חייא: "פארוואס ברענגסטו איר אייביג גוטע זאכן, זי איז דאך דיר מצער?" האט רב חייא געזאגט: "דַּיֵּינוּ, שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ", מיר איז גענוג אז זי ציט אויף די קינדער, "וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", און זי ראטעוועט מיך פון עבירות.


מוהרא"ש פלעגט מדייק זיין, 'פון וועם רעדט מען דא? מען רעדט דא פון דעם הייליגן רבי חייא, וואס דער מלאך המות האט נישט געהאט קיין שליטה אויף אים; ווען עס איז געקומען די צייט ער זאל אוועקגיין פון דער וועלט האט ער אים נישט געקענט בייקומען, מען רעדט דא פון מלאכי מעלה, דאך זעט מען ווי זיי האבן אזוי אכטונג געגעבן אויף שלום בית, איז דאך כל שכן אונז, אז מיר דארפן אכטונג געבן מכבד זיין די ווייב וואס היט אונז פון עבירות און איז מגדל די קינדער'.


געב איבער אין שטוב א גרויסן יישר כח פארן זיך באטייליגן ביי די פרויען פארטי, עס איז אריינגעקומען זייער שיין. איך מוטשע זיך יעצט זייער צו קענען באצאלן די איינגעשטעלטע, איך בין אבער זייער רואיג, איך בין נישט פארלוירן; איך ווייס און איך גלייב אז דער אייבערשטער וועט מאכן גאר גרויסע ניסים.


אז דו קענסט גיין נאך געלט, אויך אהיימנעמען א פושקע פון די מוסד, אויך א פושקע אין דיין אפיס און אין דיין קאר - וועט דאס מיר זיין א גרויסע הילף.


היינט נאכט וועל איך זיין אין מאנסי, איך וועל דארט געבן די וועכנטליכע ליל שישי שמועס. אויך וועט זיין א סעודת סיום מסכת ברכות פון תלמוד ירושלמי.


דעם שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך פאר אוועק מיט די בחורים וואס העלפן די ישיבה, זיי נעמען צאם צדקה פאר די מוסד; איך דארף באצאלן די חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4314 - די שטיבער וואס מען לאכט אויף ערליכע אידן, פאלן די קינדער אוועק
שלום בית, צדיקים, וויכוחים, היכל הקודש, מוהרא"ש, אמונת חכמים, שבת טיש, ליצנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, י"א שובבי"ם, כ"ה טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב הנאה פון דיר אז דו האסט שכל צו וויסן ווי צו גיין צווישן די טראפן; פון איין זייט נישט רעדן צו דיין ווייב קעגן אירע עלטערן, און פון די אנדערע זייט זאגסטו פאר דיין ווייב אז ביי ענק אין שטוב זאל מען נישט חוזק מאכן פון קיין ערליכע אידן. אירע עלטערן האלטן זיך פאר עכטע (מלשון אחטא) תלמידי היכל הקודש, זיי מאכן חוזק ביי אלע סעודות פון די תלמידים פון מוהרא"ש וואס זענען זיך מוסר נפש צו העלפן אידישע קינדער.


איך וויל פרעגן די אלע לצים, איר טוט דאך דאס זעלבע וואס מען האט געטון אלע יארן מיט מוהרא"ש; אלע יארן האט מען געשריגן אויף אונז: 'היתכן זיך נעמען א מורה דרך, מען טאר נישט גיין צו מפורסמים, נאר דער רבי און נאר רבי נתן', אבער מיר האבן זיך נישט צוטון געמאכט פון די לצים, מיר האבן געקוקט 'ווער איז אונז מחזק צו נעמען דעם רבי'ן און רבי נתן'; וויל איך פארשטיין, וואס איז יעצט ווען עס וואקסט אויף א נייעם דור וואס האט נישט זוכה געווען צו זיצן ביים טיש פון מוהרא"ש, טארן זיי נישט האבן ערליכע אידן וואס זאלן זיי מחזק זיין? דאס איז היכל הקודש? דאס איז מוהרא"ש?!


א שאד צו טענה'ן, א שאד גיין אין ויכוחים; נעם דיר דעם כלל, די שטובער וואס מען לאכט אויף ערליכע אידן - פאלן די קינדער אינגאנצן אוועק פון אידישקייט, די שטובער וואס דער שבת טיש דריידט זיך מיט ליצנות, פון די שטוב וועלן אלע אפלאזן דעם דרך התורה לא עלינו ולא עליכם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4313 - מען קען נישט צווינגען די ווייב אז זי מוז טון אזוי און אזוי
אמונה, ניגונים, שלום בית, צדיקים, שטעטל, שערן די האר, היכל הקודש, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, י"א שובבי"ם, כ"ה טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו מיינסט אין שטעטל דארף מען נישט קיין התחזקות? מאך נישט קיין ווילדע זאכן, איבערלאזן די לאנד וואו דו וואוינסט - צו קענען וואוינען אין שטעטל, עס איז נישט קיין פשוט'ע זאך דאס צו טון.


נעם אריין דעם אייבערשטן ביי דיר אין שטוב, נעם דעם רבינ'ס עצות דארט וואו דו וואוינסט. פארמאך דיינע אויגן און זינג: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם, אלעס איז דער אייבערשטער, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר" - וועסטו שפירן די טעם וואס מען שפירט אין גן עדן, עס וועט דיר זיין גוט דארט.


מיין נישט אז אין שטעטל דארף מען נישט קיין חיזוק; דאס מערסטע חיזוק דארפן די וואס זענען אין שטעטל. ווייל ווען מען איז ווייט - בענקט מען, ווען מען איז ווייט - גליסט מען, און ווען מען איז נאנט קען זיך פלוצלונג אלעס אפקילן; דער אייבערשטער זאל אפהיטן.


בנוגע וכו'; מען קען נישט שטופן די ווייב אז זי מוז טון אזוי און אזוי, מען קען נישט איבעררייסן די שטריק; וואס יא? קענסט פון צייט צו צייט רעדן פון דאס גרויסקייט פון זיך אפשערן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4312 - שלום בית איז אנגעהאנגען אינעם זיך דורכרעדן
שלום בית, רעדן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בשעת די ווייב שרייט און שאפט, טוט מען אלעס - אבי עס זאל נישט ווערן קיין מחלוקות, ובפרט אז די קינדער זעען און פארשטייען וואס טוט זיך - טוט מען אלעס עס זאל זיין שלום און זיי זאלן נישט כאפן אז עפעס גייט דא פאר.


שפעטער, ווען דו האסט אפאר מינוט פריוואט מיט דיין ווייב - זאלסטו מיט איר דאס אויסשמועסן. ווייל מוהרא"ש זכותו יגן עלינו שרייבט זייער אסאך, אז שלום בית איז אנגעהאנגען אינעם זיך דורכרעדן; מען דארף רעדן, מען קען נישט האלטן אין זיך זאכן און זיך אויפעסן. אז דער מאן האט עפעס וואס שטערט אים אויף די ווייב; די וועג ווי אזוי זי רעדט צו אים, די וועג ווי אזוי זי פירט זיך מיט אים - זאל מען דאס אויסשמועסן, און פארקערט, אויב די ווייב האט זאכן וואס שטערט איר פונעם מאן - דארף מען דאס אויסרעדן.


האב נישט קיין פחד צו רעדן פון דעם, זאג איר בזה הלשון: "מיין טייערע ווייב, איך טו אלעס פאר דיר, און איך וועל ווייטער אלעס טון פאר דיר, נאר עס שטערט מיר זייער איין זאך, עס צעברעכט מיך זייער די וועג ווי אזוי דו זאגסט מיר", בעט דיין ווייב: "מיין ליבע ווייב, די זאכן וואס דו זאגסט מיר צו טון וועל איך טון אויך אז דו וועסט מיר דאס בעטן שיינערהייט צו טון"; רעד מיט איר, שמועס אויס וואס שטערט איר, קען זיין זי כאפט אפילו נישט וואס זי טוט.


אויב מיט דעם אלעם וועט זי ווייטער שאפן אויף דיר - זאלסטו זיך נישט צוליב דעם אויפעסן דיין געזונט. זיי זיך מבטל צום אייבערשטן; אזוי האט דער הייליגער רבי געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "ווען עס איז גאר ביטער - איז מען זיך אינגאנצן מבטל".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4311 - אין שטוב זאל זיין שלום, וואס מען רעדט אינדרויסן זאל נישט אנגיין
חברים, שלום בית, קנאה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייערע חברט'עס בארעדן אייך - איז דאס בלויז קנאה, מען איז אייך מקנא; ווייל ווער עס רעדט אויף א צווייטן - איז דאס בלויז קנאה.


מאכט זיך נישט וויסנדיג, איר זאלט גיין ווייטער מיט אייער שיינע לעבן, בויט אייער שיינע נעסט, לעבט ווייטער באהבה אחוה שלום וריעות מיט אייער מאן. עס זאל אייך נישט אינטערעסירן וואס אנדערע זאגן, וואס אנדערע טראכטן; דאס האב איך געלערנט ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, איך זאל צילן אז אין שטוב צווישן מאן און ווייב זאל זיין שלום, און וואס מען רעדט אינדרויסן - זאל נישט אנגיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4310 - געבט אכטונג מען זאל רעדן אין שול נאר דבורי התחזקות
התחזקות, דרשות, בית המדרש, סיפורי צדיקים, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בראכפעלד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דארפסט נישט פארלערנען שיחות הר"ן כסדרן, דער עיקר זאלסטו פארלערנען שיחות וואס זענען מחזק, מעודד ומשמח. פארלערנען אין היכל הקודש איז א גרויסע אחריות, ווייל ווען איינער קומט אין היכל הקודש קומט ער פאר איין סיבה: צו הערן עפעס א ווארט וואס וועט אים געבן א שטופ ווייטער צו גיין אין לעבן, ווייטער צו דינען דעם אייבערשטן.


איך בעט אלע גבאים פון היכל הקודש די בכל אתר ואתר, געבט אכטונג מען זאל רעדן אין שול נאר דבורי התחזקות, מען זאל נישט פארלערנען סתם א שיינע ווארט אויף די פרשה, מען דארף רעדן נאר פון חיזוק. מען האט נישט קיין השגה וואס מענטשן מאכן מיט, שווערע ביטערע נסיונות; זה בכה וזה בכה, און ווען מען קומט אין שול - וויל מען הערן עפעס גוטע ווערטער, עפעס חיזוק - מיט וואס זיך צו מחזק זיין צו קענען ווייטער אנגיין מיט דינען דעם אייבערשטן.


מוהרא"ש האט מיך גערופן אין אומאן א נאכט פאר זכור ברית און געשמועסט מיט מיר ביי זיך אין שטוב, מוהרא"ש האט געהאלטן אינמיטן לערנען ליקוטי מוהר"ן די צווייטע חלק סימן ב', אינמיטן שמועסן זאגט מיר מוהרא"ש: "קוק אריין די ווערטער פון רבי'ן", מוהרא"ש זאגט מיר איך זאל זאגן וואו ער טייטלט מיטן פינגער, איך האב אנגעהויבן זאגן: "וְהָאֱמֶת מֵאִיר בְּרִבּוּעַ הַדִּבּוּר הַנַּ"ל עַל יְדֵי שְׁלשָׁה שֵׁמוֹת הַנַּ"ל שֶׁהֵם קֵל, אֱלֹקִים, ה', שֶׁהֵם בְּחִינַת תְּפִלָּה, וְתוֹרָה, וְשִׁדּוּכִים וְזִוּוּגִים", און מוהרא"ש געבט מיר צו פארשטיין: "זעסט וואס שטייט דא? דער רבי זאגט, נאר די דריי זאכן איז גערעדט; יעדע מאל דו רעדסט - זאלסטו רעדן פון די דריי זאכן: פון תורה, פון סדר דרך הלימוד; זיי מחזק די בחורים און אינגעלייט צו לערנען כל התורה כולה אויפ'ן רבינ'ס וועג, אפילו אן פארשטיין. רעד פון תפילה והתבודדות; זיי מחזק די צוהערער זאלן זיך צוקלעבן צום אייבערשטן, יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן. דריטנס, רעד פון שידוכים און שלום בית; אזוי זאלסטו טון, אז מען איז דיך מכבד צו רעדן - זאלסטו רעדן נאר פון חיזוק אויף די דריי נקודות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4309 - עס וועט זיין שפע, מען וועט קענען באצאלן די איינגעשטעלטע
תפילה והתבודדות, צדקה, מוסדות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ ישראל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זארג נישט, מען וועט ווייטער שיקן געלט קיין ארץ ישראל צו באצאלן די מלמדים און איינגעשטעלטע; יעצט איז טאקע ליידיג די קאסע, אבער דער אייבערשטער וועט מאכן מיט אונז גרויסע ניסים.


איך האב אויפגענומען האברך אייזיק אפפעל נרו יאיר ער זאל זיין געשטעלט אויף די צוועק, צאמנעמען געלט פאר די מוסדות אין ארץ ישראל. קענסט אים העלפן מיט אריינשטעלן אין אונזער צייטונג פראקלאמעס פון געבן צדקה פאר די חדר אין ארץ ישראל על טהרת הקודש, לייג בילדער פון די חדר און שרייב סכומים, למשל 'פאר כך וכך קענט איר האבן א זכות פון א מלמד אדער קינד פאר וואך', אדער 'פאר כך וכך קענט איר האבן די זכות פון ישיבה קטנה' וכדומה.


טייל אויס פושקעס פאר אלע אנשי שלומינו און איך וועל שרייבן פאר אנשי שלומינו צו האלטן חשוב די פושקע און לייגן זייער צדקה פאר אונזערע מוסדות.


פארליר זיך נישט, נעם די קינדער זאלן יעדן טאג דאווענען עס זאל זיין שפע, מען זאל קענען באצאלן די איינגעשטעלטע און אלעס וואס מען דארף פאר די מוסד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4308 - די עיקר כוחות לייג אריין אין חדר
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, חדר, גליון, צייטונגען, בלעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די עיקר כוחות לייג אריין אין חדר; אז דו ווילסט זיך אויסלופטערן קענסטו שרייבן פאר אונזער צייטונג, אבער נישט אויפ'ן חשבון פון אונזערע קינדער. גלייב מיר, עס איז מיר גארנישט אינטערעסאנט נאר אויב אונזער חינוך איז הונדערט פראצענט גוט, אויב די חינוך איז נישט הונדערט פראצענט גוט - איז מיר נישט אינטערעסאנט גארנישט; נישט דער צייטונג, נישט דער בלעטל און נישט קיין גליונות, גארנישט גארנישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4307 - יעדער קען קומען אין שול, נישט יעדער קען אבער פארלערנען
דרשות, בית המדרש, היכל הקודש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע וכו'; מען קען נישט זאגן ברענג נישט דעם און דעם מענטש ביי אונז אין שול, א בית המדרש איז אן אפענע פלאץ, אלע קענען קומען.


וואס וועסטו טון ווען מענטשן נישט לפי אונזער וועג וועלן קומען אין שול? מען קען גארנישט טון און מען טאר נישט טון, מען דארף נאר האבן קלוגע גבאים וואס ווייסן וועם מכבד זיין צו רעדן, וועם מכבד זיין נאר מיט אן עלי', און וועם מכבד זיין נאר מיט לאזן זיצן פון די זייט וכו'.


מיר האבן דאס געהאט ווען מיר האבן געעפנט אונזער שול אין וויליאמסבורג. עס זענען אריינגעקומען געסט, אין אנהויב האט מען דעם מכבד געווען מיט רעדן און יענעם מכבד געווען מיט רעדן, ביז מען האט זיך געכאפט אז נישט אלע זענען איינשטימיג מיט מוהרא"ש; זיי פאררופן זיך ברסלב'ער חסידים אבער זיי זענען נישט, זיי זענען געקומען זאגן דעות וכו', האבן מיר אנגעהויבן מכבד זיין געסט מיט עליות און מיט בענטשן ברכת המזון וכדומה, אבער רעדן האט נאר גערעדט דער וואס איז בטל ומבוטל צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, והבן למעשה.


דער גבאי האברך ... נרו יאיר און דער צווייטער גבאי האברך ... נרו יאיר - זיי דארפן וויסן וועם מכבד זיין צו רעדן און וועם נישט וכו' וכו'.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט.

#4306 - חסדי ה' איך האב זוכה געווען צו זיין נאכאמאל אין ארץ ישראל
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חברים, מקוה, שמחה, חינוך הילדים, שידוכים, אמונה, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, הפצה, קברי צדיקים, רפואה, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, ריינקייט, סיום, נסיעה, התחדשות, בית המדרש, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, נסיונות, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, פירושים, דאווענען, יאוש, ארץ ישראל, מנין, ירושלים, מניעות, פרויען צאמקום, מוהרנ"ת ז"ל, תיקון הכללי, השגחה פרטית, ברית, עקשנות, חמרות ופרישות, חזית איש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, ט' שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש, ה' עליהם יחיו


מה אשיב לה', כל תגמולוהי עליו; חסדי ה' איך האב זוכה געווען צו זיין נאכאמאל אין ארץ ישראל, זיין א שבת אין ירושלים מיט תלמידי היכל הקודש, און איך בין צוריק אין אמעריקע מיט פרישע כוחות, מיט א פרישע התקרבות.


איך האב געהאט גרויסע ניסים ביי די נסיעה, איך וועל פרובירן זיך אביסל מצמצם זיין און אראפשרייבן אביסל פון די הערליכע נסיעה.


במשך די נסיעה פון דריי טעג איז געווען צוועלף שיעורים, פול מיט חיזוק פון רבי'ן, רבי נתן און מוהרא"ש. אויך בין איך געווען איינגעשפארט ביי די פאליציי.


איך וועל אנהויבן שרייבן די נסיעה, איך האף דו וועסט זיך מחזק זיין, און זיך אויך קענען באנייען.


איך בין ארויסגעפארן פון אמעריקע מיטוואך נאכט עלף אזייגער, די וועג איז געווען זייער פיין. איך האב געלערנט אויפ'ן וועג תיקונים, איך האב געהאט קאפ-וויי האב איך זיך צוגעלייגט. נאך דריי שעה פארן האב איך געדאווענט שחרית, עס איז געווען א מנין אויפ'ן פליגער, אבער איך בין נישט געווען בכח צו גיין צום מנין, איך האב געדאווענט פאר מיר ביחידות, און צוריק איינגעשלאפן.


שפעטער האב איך געדאווענט מנחה און ווייטער געלערנט תיקונים, מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דאנערשטאג, צען מינוט פאר פיר. אראפקומענדיג פון פליגער האט מיך אפגעווארט איינער אונז נעמען פריוואט, מיר זאלן נישט דארפן אריבערגיין צווישן אלע. אלעס איז געווען זייער שיין און פיין, ביזן אריבערגיין די גרעניץ; דארט האט מען אונז מודיע געווען אז איך קען נישט אריבערגיין, איך דארף ווארטן אויף די פאליציי. איך האב זיך גארנישט פארלוירן, איך בין געבליבן פרייליך און געדאנקט דעם אייבערשטן.


ווען די פאליציי זענען אנגעקומען איז דארט שוין געווען האברך אברהם ר. נרו יאיר, ער האט געבעטן די פאליציי אויב זיי זענען מסכים מען זאל מיך נישט לייגן אין די פאליציי קאר, נאר איך זאל גיין מיט אים, און צוזאמען מיט מיר וועט קומען א פאליציי. ער האט גערעדט הארציג צו זיי, ער האט זיי געזאגט אז דא רעדט מען פון א רב וואס האט תלמידים; מען זאל אלעס מאכן בדרך כבוד. אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן מסכים געווען איך זאל פארן צום פאליציי סטאנציע מיט האברך אברהם נרו יאיר, מיט א פאליציי וואס געבט אכטונג איך זאל נישט אנטלויפן.


מיר זענען אנגעקומען צום פאליציי סטאנציע אין עירפארט, מען האט מיך אריינגעזעצט אין א קליינע צימער. איך האב געפרעגט דעם פאליציי מאן: "מה פשעי, מה חטאתי?" זאגט ער: "איך ווייס נישט, מען דארף ווארטן אז די פאליציי פון יהודה ושומרון זאלן קומען מיך חוקר זיין".


אינצווישן האב איך זיך גוט מתבודד געווען. איך האב ברוך ה' נישט פארלוירן פאר קיין איין רגע מיין אמונה. איך האב נאך גארנישט געהאט געגעסן פון פאר'ן ארויספארן, איך האב אויך גארנישט געטרינקען. דער פאליס-מאן האט מיר געמאכט א שווארצע קאווע אן מילך, דאס האט מיר געגעבן אביסל כח. איך האב אים געבעטן אויב ער קען בעטן פון איינעם אינדרויסן מיר צו ברענגען א ספר, האט דער פאליציי-מאן מיך געברענגט א תהילים, איך האב געענדיגט דעם יום תהילים פון דאנערשטאג און פרייטאג.


איך בין געפארן מיט דריי באגלייטער. מיין איידעם הרב נתנאל נרו יאיר, החתן יוסי ז. נרו יאיר און יענקי פ. נרו יאיר. זיי זענען נישט מיט געקומען מיט מיר צום פאליציי סטאנציע אין עירפארט, זיי זענען געגאנגען נעמען די פעקלעך, שפעטער האט מען מיר געברענגט דעם ספר תיקוני זוהר. איך האב געלערנט תיקונים און געשפירט אזא ליכטיגקייט. אויך האב איך זוכה געווען צו מחדש זיין אביסל אויף ספר תיקוני זוהר, איך וועל דיר דאס שרייבן אין אן אנדערע געלעגנהייט.


עס האט געהייסן אז איך פאר קיין טברי' געבן א שיעור אין אונזער נייעם בית המדרש היכל הקודש, די שיעור האט געדארפט פארקומען אום ניין אזייגער, די גבאים האבן נישט געוויסט וואס צו זאגן; זאל מען זאגן דעם עולם אהיימגיין אדער נישט, מען האט געהאפט אז עס וועט נישט נעמען לאנג. למעשה, ביז די פאליציי, די חוקרים - זענען אנגעקומען, האט זיך געשלעפט און געשלעפט.


די חקירות האט גענומען אפאר שעה. בחסדי השם האט מען מיך געלאזט גיין עלף אזייגער ביינאכט, מען האט מיר צוריק געגעבן מיין פאספארט.


וואס איז געווען? איינער האט מפרסם געווען אין די נייעס חדשים פריער אז איך האב א שייכות מיט דעם בחור מ. ק. וואס איז נעבעך פארלוירן געווארן שוין כמעט א יאר, ווייל די לעצטע פלאץ וואו מען האט אים געזען איז געווען פאריאר ווען איך בין געפארן קיין ארץ ישראל מיט א חלק ישיבה צו מקומות הקדושים און צו די הקמת המצבה פון מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה.


איידער די חקירות האבן זיך געענדיגט האבן זיי מיך געפרעגט אויב איך בין מסכים צו מאכן א פאליגראף; א טעסט מיט א מאשין אויב איך זאג אמת. איך האב זיי געזאגט "אוודאי", ווייל וואס איז דא וואס מורא צו האבן, איך זאג דאך נישט קיין ליגנט. זיי האבן אפגעשמועסט איך זאל קומען אין ירושלים פרייטאג אינדערפרי מאכן דעם פאליגראף.


האברך אברהם נרו יאיר האט גלייך אנגעגרייט א גרויסן עורך דין, דער לויער האט געווארט אינדרויסן פון פאליס סטעישן, ער האט מיך אויסגעפרעגט ווי אזוי די חקירות ודרישות זענען געווען וכו'. איך האב אים אלעס דערציילט, אויך פונעם מארגנדיגן טאג, פון די פאליגראף; האט ער געזאגט: "בשום אין אופן", איך זאל נישט גיין, ער האט געזאגט אז מען וויל מיך אריינלייגן אין א פאסטקע רחמנא לצלן. ער האט גערופן דעם חוקר און געשריגן אז ער האט דא געטון נגד זייער חוק.


אינדרויסן האבן מיך אפגעווארט די טייערע איבערגעגעבענע אינגעלייט, די גבאים פון ירושלים. יצחק ש. נרו יאיר, שמעון ע. נרו יאיר און יצחק נרו יאיר. מיר האבן זיך זייער געפריידט זיך צו זען איינער מיטן צווייטן.


זיי האבן אויסגעקוקט אביסל דערשראקן, מיר האבן זיך מחזק געווען, מיר האבן גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה): "וְכָל מַה שֶּׁיֵּשׁ לוֹ יוֹתֵר יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת וְכוּ' יֵשׁ לוֹ כְּלִי גָּדוֹל בְּיוֹתֵר לְקַבֵּל אַחַר כָּךְ בְּתוֹכוֹ שֶׁפַע קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה", ווי מער מניעות מען האט ווען מען ווערט מקורב צום צדיק - אלץ מער קדושה באקומט מען; אזוי אויך זאגן די הייליגע חכמים (עיין ברכות ה.): "ארץ ישראל אינו נקנית אלא ביסורין"; ווי מער מען גייט אריבער - אלץ מער קדושה איז מען זוכה צו באקומען.


יעצט און אזוי אויך פריערדיגע מאל, ווען איך קום קיין ארץ ישראל איז עס אלץ מיט יסורים. זייט מיר האבן אנגעהויבן אויפשטעלן בתי מדרשים היכל הקודש אין ארץ ישראל; אנגעהויבן אין ירושלים, בני ברק, צפת, בראכפעלד און יעצט די נייע שול אין טברי' - איז אלץ דא פאר מיר גרויסע מניעות צו קומען, אבער דער רבי געבט אונז אזויפיל חיזוק, אז מען מאכט פון די מניעות - נעימות.


בשעת די חקירות האב איך זיך מתבודד געווען מיט א פארמאכטע מויל, ביי יעדע פראגע וואס זיי האבן מיך געפרעגט האב איך געשעפשעט מיט פארמאכטע ליפן צום אייבערשטן און געבעטן: "רבונו של עולם, וואס ווילן זיי פון מיר? וואס האב איך דא חוטא געווען אז מען נעמט מיך מיט פאליציי? מען גייט מיך דא איינשפארן..."


איך האב זיך דערמאנט דעם סיפור פון הייליגן רבי נתן זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געגאנגען צו די חתונה פון זיין זון און מען האט אפגעווארט מיט שטעקענעס אים צו שלאגן. רבי נתן איז אריינגעלאפן אין וואלד זיך באהאלטן פון זיי, נאכדעם האט מען אים געטראפן זינגען אין וואלד דעם באקאנטן ניגון וואס מיר זינגען אויף אשת חיל, האט ער געזינגען: "אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט, וועט מען זען ווען משיח וועט קומען..." און רבי נתן האט געזאגט: "אפילו א פשוט'ער בעל עגלה, א פראסטער טרעגער - ווען ער גייט חתונה מאכן זיין קינד - האט ער א שיינע קבלת פנים, איז וואס קומט מיר אזא קבלת פנים?" אזוי האט רבי נתן געפרעגט, און ער האט געענטפערט: "מוז זיין, נאר ווייל איך רעד פון הייליגן רבי'ן, און דער סמ"ך מ"ם קען דאס נישט ליידן". דער לויער האט מיר געזאגט: "דו גייסט נישט מאכן דעם פאליגראף", ער וועט אנגרייטן זונטאג אין זייער בית המשפט איך זאל קענען אהיימפארן בשלום.


איך האב זיך גלייך געמאכט א חשבון, איך מוז שוין פארן קיין יבנאל און מירון, אזוי האבן מיר געטון. איך האב געבעטן יענקי פ. אז איך וויל פארן גלייך קיין יבנאל צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


די גבאים פון ירושלים זענען אהיימגעפארן און מיר האבן זיך ארויסגעלאזט קיין יבנאל. אויפ'ן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט אין א גאז סטאנציע, אויפ'ן שאסיי נומער זעקס, נעמען געז. איך האב זיך אפגעשטעלט דאווענען תפילת ערבית ביחידות, איך האב געוואלט דאווענען מעריב פאר חצות.


א גאנצע וועג האבן מיר זיך מחזק געווען, א מענטש מאכט זיך א פלאן, אבער דער אייבערשטער מאכט סאך א בעסערע פלאן. איך האב געשפירט אביסל ווייטאג ביים הארץ, איך האב דאס גלייך צאמגעשטעלט מיט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "כְּשֶׁיֵּשׁ, חַס וְשָׁלוֹם, צָרָה לָאָדָם", ווען א מענטש איז אין א צרה, "נִתְקַבְּצִים כָּל הַדָּמִים וְעוֹלִים אֶל הַלֵּב", לויפן אלע בלוט צום הארץ זיך צו באשיצן.


בערך צוויי אזייגער זענען מיר אנגעקומען צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. איך האב געזאגט די צען קאפיטלעך, די תיקון הכללי [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] און זיך מתבודד געווען. אויפ'ן וועג האב איך געזאגט פאר'ן דרייווער: "ווען איינער איז נאושעס, עס איבלט אים, בעט ער דעם דרייווער 'פאָר שנעלער, ווייל איך גיי כמעט אויסברעכן', אזוי אויך בעט איך דיר, פאר שנעלער ווייל איך גיי שוין אויספלאצן אין א געוויין, איך קען זיך שוין כמעט נישט איינהאלטן", איך האב געשפירט אזוי צעבראכן, אבער ווען איך בין אנגעקומען צו מוהרא"ש'ס ציון האב איך אנגעהויבן אזוי דאנקען דעם אייבערשטן פאר'ן מיך מקרב זיין אין היכל הקודש, פאר'ן מיך מקרב זיין צום רבי'ן; איך האב נישט געקענט אויפהערן זאגן "שכוח אייבערשטער" און "שכוח מוהרא"ש" פאר'ן רחמנות האבן אויף מיר, פאר'ן מיך ווייזן א וועג צו קענען לעבן מיט אמונה, מיט תורה, מיט תפילה וכו' וכו'.


מיר זענען געפארן קיין טברי' צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס. איך האב נישט געוואלט אריינגיין איידער איך מאך זיך ריין די שיך, אין יבנאל איז מיר געווארן פארשמירט די שיך, עס איז געווען א גרויסע בלאטע אין יבנאל, אונטן פון די טרעפ וואו מען גייט ארויף צום ציון. מיר האבן זיך אלע אפגערייניגט די שיך, ווייל אז מען גייט צו א ציון פון א צדיק - גייט מען מיט די גרעסטע דרך ארץ.


איך האב געזאגט אכט קאפיטלעך תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן מיינע תפילות, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין מירון.


צום ערשט בין איך צוגעגאנגען צום ציון פון מיין זיידע און באבע אויבן אויפ'ן בארג, העכערן קבר פון רבי יוחנן הסנדלר. עס האט גערעגנט, מיר האבן נישט געהאט קיין שירעם זיך צו באשיצן פון די רעגן. העכער די ציון פון מיין זיידע איז דא א דעכל זיך צו באשיצן פון רעגן, מיר האבן דארט מתפלל געווען.


פון דארט זענען מיר געגאנגען צו די מערה פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב געזאגט תהילים און זיך מתבודד געווען, איך האב אסאך געבעטן דארט צו קענען שרייבן ווייטער דעם פירוש חזית איש, אויך האב איך געלערנט אביסל תיקונים, איך האב לכתחילה געוואלט מסיים זיין אין די מערה תיקוני זוהר.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים, מיר זענען אנגעקומען פרייטאג אינדערפרי זעקס אזייגער. איך בין גלייך געגאנגען אין מקוה און געגאנגען אין שול - אין בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב. עס זענען שוין געווען אנשי שלומינו וואס זענען געזיצן און געלערנט, יעדער איינער זיינע שיעורים כסדרן.


נאך תפילת שחרית האב איך געגעבן א שיעור, מיר האבן גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק", ווער עס האט ליב דעם צדיק, "צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויפ'ן צדיק; ווען מען פירט זיך אויף שיין מיט דרך ארץ איז דאס די גרעסטע הפצה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין קיא.): "אֶחָד מֵעִיר מְזַכֶּה כָּל הָעִיר", אז מען זעט איינעם זיך פירן מיט דרך ארץ, מיט יראת שמים - ווילן אלע זיין ווי אים. נאך זאגן די הייליגע חכמים (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" - זאלסט מאכן מענטשן זאלן ליב האבן דעם אייבערשטן וכו'.


עס איז געווען אזא שמחה צווישן אנשי שלומינו זיך צו טרעפן איינער מיט'ן צווייטן, און דאס פרישקייט וואס איך האב דארט געזען איז עפעס נישט פשוט, אלע מיט אזא שמחה און התחדשות, ממש א מחי'.


פון דארט בין איך צוגעפארן מיט אברהם נחום נרו יאיר צו משפחת בורשטיין שיחיו. איך האב מיט געברענגט פון אמעריקע א מתנה, א שפילצייג פאר די קינדער. פאר זיי האב איך א שטארקע הכרת הטוב, ביי זיי האט זיך אלעס אנגעהויבן. בערך פיר יאר צוריק איז געווען ביי זיי אין שטוב די ערשטע שיעור, אויך האט מרת בורשטיין אנגעהויבן דאס ארויסשיקן יעדן טאג חיזוק יומי, און אויך דאס מתרגם זיין.


איך בין געגאנגען צו די דירה; האברך אברהם האט געזארגט פאר א דירה פאר מיר, איך האב זיך אראפגעלייגט שלאפן, צו זיין אויסגערוט לכבוד שבת.


נאכמיטאג האט שמעון עוזר מיר געברענגט פיינע ווארעמע קוגל. אין מקוה בין איך נישט אנגעקומען צו גיין, איך האב אינזין געהאט אינדערפרי און זיך גע'טובל'ט א באזונדערע טבילה לכבוד שבת.


*ליל שבת פרשת שמות*


אנקומענדיג אין שול איז געווען שומרים צו האלטן סדר, עס זאל נישט זיין קיין גרויסע געדרענג, עס זענען זיך צאמגעקומען אנשי שלומינו פון אלע שטעט; פון בני ברק, טברי', בית שמש, בראכפעלד, חיפה, יבנאל, צפת וכו'. דער גבאי יצחק האט מיך מכבד געווען צו דאווענען קבלת שבת. אויך איז געקומען פון אמעריקע אפאר געסט, אברהם משה נרו יאיר, און מאטי פון שטעטל, אויך ישראלי.


די סעודה האבן מיר געגעסן אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען. איך האב געבעטן די גבאים אז איך וויל עסן די סעודות שבת מיט די בחורים וואס גייען הפצה, פאריאר האבן מיר געגעסן מיט בחורים, ווער עס האט נאר געוואלט, אבער איך האב געוואלט געבן עפעס באזונדערס פאר די מפיצים. עס איז געווען זייער שיינע סעודות, איך האף אז איינער פון זיי וועלן אפשרייבן די שיינע שמועסן, די שיינע חיזוק וואס מיר האבן גערעדט ביי די סעודה.


די באטע איז פארגעקומען אין שול, אנדערש ווי פאריאר. איך האב געבעטן די גבאים זאלן וואס ווייניגער אויסגעבן געלט פאר גיין אין א זאל, ענדערש וויל איך זיין אין שול; דער ירושלימ'ער שול האט דאך אלע טעמים, מלא חן, מען שפירט דארט דעם אויר הזך והנח.


מען האט געזינגען זמירות שבת און גערעדט בערך א שעה. איך קען זיך יעצט נישט דערמאנען וואס מיר האבן גערעדט. איך בין יעצט אנגעקומען און איך דארף שוין לויפן אין ישיבה צו די בחורים, איך האף צום אייבערשטן איינער וועט אפשרייבן אלע שיעורים פון שבת קודש און דאס אפדרוקן, ווייל די דרשות פון שבת אין ירושלים איז געווען וואונדערליכע דיבורים.


*שבת אינדערפרי*


שבת אינדערפרי, זיבן אזייגער, איז געקומען משה שמואל און משה ראזענבערג מיך באגלייטן צו די מקוה. איך האב זיך געגרייט צום דאווענען מיט לערנען משניות און גמרא. פאר'ן דאווענען האב איך געגעבן א שיעור אין לשון הקודש, ווייל עס זענען געקומען א גאנצע גרופע בחורים מיטהאלטן דעם שבת - וואס פארשטייען נאכנישט קיין אידיש. זיי האבן אזוי שטארק געבענקט צו קענען עפעס מיטהאלטן, זיי האבן מיך געבעטן נאך די באטע אויב איך קען רעדן ביי ספורי מעשיות אביסל אין לשון הקודש, איך האב נישט געוואלט מישן די שיעור - אידיש מיט לשון הקודש, האב איך זיי געזאגט אז איך וועל זיי געבן א שיעור פאר'ן דאווענען.


איך געדענק נישט פינקטליך וואס מיר האבן גערעדט, אבער אלע דיבורים אונזערע זענען פון זיך פרייען מיט די מצוות וואס מיר טוען, און וויסן אז דער אייבערשטער וועט העלפן, מיר וועלן ארויסגיין - יעדער איינער - פון זיין פלאנטער.


מיר האבן גערעדט פון וואס דער רבי פרעגט (ספורי מעשיות, סוף מעשה מבערגיר ועני) וואס איז די סימן פאר אידישע קינדער? דער וואס וועט זאגן (בראשית נ, כה): "פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם", ער איז דער גואל אמיתי; אויב אלע ווייסן אז דאס איז וואס מען דארף זאגן - קען דאך יעדער איינער קומען און דאס זאגן, איז דאך דאס נישט קיין סימן... אזוי פרעגט דער הייליגער רבי.


מיר האבן גערעדט, מען קען זאגן אז די קשיא אליינס - דאס איז דער ענטפער. דא זעט מען אז יעדער איינער קען מחזק זיין נשמות ישראל, מען דארף נישט מער פון זאגן די פאר ווערטער: "'פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם', דער אייבערשטער וועט ענק נאך העלפן, זייט אייך נישט מייאש, פארלירט אייך נישט, געבט נישט אויף, עס וועט נאך זיין גוט"; דאך זאגט דאס קיינער נישט, און ווער עס זאגט דאס - דער איז דער גואל אמיתי.


דער הייליגער רבי - ער שרייט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח; שיחות הר"ן, סימן קנג): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל! גִּיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ, קֵיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען"; דער רבי בלאזט א ווינט פון האפענונג אויף אונז, אלע קענען דאס זאגן אבער קיינער זאגט דאס נישט.


אזוי איז געווען אין מצרים, אידן זענען געווען אזוי דערביטערט, אידן זענען געווען אזוי פארלוירן, פלוצלונג קומט דער צדיק משה רבינו און שרייט: "פָּקוֹד יִפְקוֹד", דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן, "וַיַּאֲמֵן הָעָם" (שמות ד, לא), און אידישע קינדער האבן געגלייבט. זיי האבן געזען אז דאס איז דער גואל אמיתי, און אזוי איז היינט. אידישע קינדער זענען אזוי צעקלאפט, יעדער איינער מיט זיין אייגענע מצרים, פלוצלונג הערט מען שופר של משיח, דאס איז דער געשריי פון רבי'ן וואס שרייט: "גיוואלד זייט אייך נישט מייאש, קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען, גיי צום אייבערשטן, רעד צום באשעפער, שמועס מיט אים אויף דיין אייגענע שפראך, רעד צו אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינט, זיי זיך מתוודה פאר אים, זאג 'רבונו של עולם, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, וואס זאל איך טון? איך האלט אין איין אראפפאלן נאכאמאל און נאכאמאל'".


צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען אבא חייא, דער גבאי פון בני ברק, שחרית האב איך געדאווענט. די עליות האט דער גבאי יצחק שמואל מכבד געווען די גבאים פון אלע שולן אין ארץ ישראל, איך האב עולה געווען און געבענטשט גומל. מוסף האט געדאווענט משה שמואל, דער מגיד שיעור אין אונזער ישיבה אין ירושלים.


נאכן דאווענען איז געווען צוגעשטעלט קידוש צו מאכן, מיר האבן פארגעלערנט ספורי מעשיות פון הייליגן רבי'ן, מעשה ג' (מחיגר). מיר האבן בעיקר גערעדט פון דעם חיגר וואס האט זיך גע'עקשנ'ט יא ווייטער צו פארן, ביז ער איז פארבלאנזשעט געווארן און די רויבערס האבן אים בא'גנב'עט. מיר האבן גערעדט פון זיך נישט עקשנ'ען אין לעבן, בפרט אין שטוב, ווייל ווי מער מען איז מוותר - אלץ מער איז מען זוכה אז די שכינה זאל רוען ביי אים. ווען מען וויל עפעס זייער שטארק און עס גייט נישט ווי מען וויל און מען איז ווייטער פרייליך און צופרידן, מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן - רוט די שכינה ביי אים, אזוי ווי עס שטייט (ישעי' נז, טו): "אֶשְׁכּוֹן וְאֶת דַּכָּא", דער אייבערשטער רוט ביי אים (סוטה ה.), דאס איז בעיקר אינעם חתונה געהאטע לעבן; כל זמן מען איז א פלג גוף איז נישט שייך צו זיין בטל צום אייבערשטן, ווייל מען לעבט ווי אזוי מען וויל, אלעס טוט מען ווי אזוי עס איז גוט פאר זיך, אבער ווען מען האט חתונה, מען האט א ווייב וואס וויל אנדערש, יעדע זאך דארף מען גיין קעגן די אייגענע ווילן, מען איז זיך מבטל צו טון רצון הבורא - דעמאלט איז דא השראת השכינה.


אויך האבן מיר גערעדט פון זיך אכטונג געבן פון די וואס רעדן צו אברכים קעגן די תורה, פון חומרות ופרישות, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן. א אינגערמאן קומט צו מיר וויינען, ער האט חתונה געהאט און מען האט אים פארפירט אין פרישות, איז ער זיך געגאנגען קויפן א טעלעפאן צו קוקן עבירות, ער וויינט צו מיר: "ראטעווע מיך, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע"; אלעס נעבעך פון חומרות ופרישות.


איך האב דערציילט, איינער שרייבט מיר פאריגע וואך, ער איז אין א כתה וואס מען זאגט אים זיך אפשיידן לגמרי, ער זאל נישט אהיימקומען ביינאכט, ער זאל שרייען אין פעלד. ער שרייבט מיר אז זיין ווייב וויל א גט; זי וויל א מאן, זי וויל א חתונה געהאטע לעבן, ער פרעגט וואס ער זאל טון, ווייל די חברים פון די כתה זאגן ער זאל זיין שטארק ביז זי וועט זיך ברעכן. איך האב אים געשריבן ער זאל אנטלויפן פון חומרות ופרישות, ער זאל פאלגן דעם רבי'ן, זיך פירן על פי תורה, על פי שלחן ערוך.


סעודת שבת אינדערפרי האבן מיר געגעסן אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען מיט די בחורים מפיצים, דער אינגערמאן אברהם נרו יאיר האט צוגעשטעלט פון בעסטן און שענסטן.


מיר האבן געהאט א גרויסער גאסט ביי די סעודה, הרב החסיד רבי שמעון שפירא זאל זיין געזונט און שטארק איז געקומען מיר זאגן שלום עליכם. איך האב זיך אביסל געשעמט, א איד אין אזא עלטער זאל זיך מטריח זיין, זיך ארויפשלעפן צו מיר אינגערמאן... ער האט נאכגעזאגט שיינע חיזוק פון רבי אפרימ'ל זכרונו לברכה (ספר עונג שבת), עס שטייט (שמות ב, יב): "וַיַּךְ אֶת הַמִּצְרִי וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל", ווי אזוי קען מען זיך שלאגן מיט מצרי, מיט'ן מצר ים? דורך "וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל", חול איז ראשי תיבות ח'זק ו'יאמץ ל'בך, נאר דורך התחזקות, זיך שטארקן נאכאמאל און נאכאמאל - קען מען זיך שלאגן מיט'ן מצרי.


אויך האט ער מיר געגעבן אביסל מוסר מיט ליבשאפט, פארוואס מען דאווענט ביי אונז אין שול נאך זמן קריאת שמע; ווייל ביים רבי'ן איז געווען הלכה, זיך נישט אוועקרירן פון שלחן ערוך. ער האט מיר אנגעווינטשן איך זאל ווייטער מחזק זיין אידישע קינדער. ער האט א שטאקע געפיל פאר היכל הקודש, זיין איידעם משה שמואל און זיין טאכטער, ביידע פירן זיך אויף מיט גרויס דרך ארץ און יראת שמים, זיין טאכטער איז א לערערין ביי אונזער שולע בית פיגא אין ירושלים.


די צוויי אינגעלייט וואס האבן מיך באגלייט שבת אינדערפרי זענען געקומען מיך נעמען צו מנחה און שלש סעודות. דער דיין פון יבנאל, הרב הגאון רבי משה קורץ שליט"א איז געקומען אויף שבת, ער האט באקומען אן עלי' ביי מנחה.


שלש סעודות האבן מיר גערעדט דיבורים חמים, גחלי אש, פון סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). מיר האבן געלערנט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יא): "תֶּבֶן אַתָּה מַכְנִיס לַעֲפָרַיִם", ווי קען זיין מען זאל ברענגען מענטשן וואס זענען אראפגעפאלן לעפר - צו תבנית התורה? יוחני און ממרא האבן געפרעגט משה רבינו, דו ווילסט נעמען עם ישראל וואס זענען בשפל המדריגה, וואס זענען אין די מ"ט שערי טומאה - צו הר סיני, צו קבלת התורה, צו פסקו זוהמתן?! קען דען זיין אזא זאך, א איד וואס האט פוגם געווען באות ברית קודש, בהוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - זאל נאך קענען תשובה טון? זאל נאך קענען זיין א צדיק?


האט משה רבינו געענטפערט: "אָמְרֵי אֱנָשֵׁי", יא, מען קען זוכה זיין צו די העכסטע דרגא, צו יחודא עילאה און יחודא תתאה דורך "אֲמִירוֹת שֶׁל אִישׁ הַיִּשְׂרְאֵלִי", אז מען זאגט תורה, מען זאגט משניות און גמרא - קען מען אנקומען "לְמָתָא יַרְקָא, יַרְקָא שְׁקֻל", צו די העכסטע מדריגות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כב.): "פְּתַח פִּיךָ", עפן דיין מויל, דאס מיינט הויב אן זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, "וְיָאִירוּ דְּבָרֶיךָ", עס וועט דיר ליכטיגע ווערן.


גלייך נאך מעריב האט מיך פלוצלונג אנגעכאפט א שטיקל זארג, 'וואס גייט זיין? וועל איך קענען אהיימפארן?' ווייל די חוקרים, די פאליציי - האבן מיר געזאגט אז אויב איך וועל זיך שטעלן פאר'ן פאליגראף איז גוט, און אז נישט - וועט מען מיך נאכאמאל נעמען פאר חקירות איידער איך פאר אהיים. א גאנץ שבת האב איך נישט געטראכט פון די גאנצע פרשה, אבער פלוצלונג מוצאי שבת האב איך זיך געזארגט.


נאך הבדלה בין איך אהיימגעפארן מיט'ן גבאי שמעון עוזר, אנקומענדיג אהיים ווארט מיך אפ האברך אברהם און זאגט מיר איך זאל זיין גרייט, זיבן אזייגער קומט אראפ צו מיר א גרויסער עורך דין.


איך בין געזיצן מיט'ן עורך דין בערך א שעה צייט, ער האט מיר געגעבן זיין קארטל און געזאגט אז אויב מען שטעלט מיך אפ - זאל איך נישט רעדן, נאר ווייזן די קארטל, אז ער איז מיין פארטיידיגער. איך האב געזאגט: "רבונו של עולם, אין אמעריקע האב איך א קארטל פון א לויער, און אויך דא דארף איך א קארטל פון א לויער; רבונו של עולם, וואס טו איך? וואס וויל מען פון מיר? אז איך בין מחזק בחורים בין איך שוין א פארברעכער?"


אויך האב איך אויפגענומען תלמידים, ביז ניין אזייגער. יצחק איז געקומען מיך טראגן צו סעודת מלוה מלכה אין א זאל אין ירושלים. עס איז געווען שיין צוגעגרייט, די גבאים דארט מאכן א גוטע ארבעט, זיי זענען מסודר, מען זעט עס איז דא אחדות צווישן זיי, נאר אזוי זענען זיי מצליח.


מיר האבן געזינגען זמירות און געטאנצן. אינמיטן די דרשה זענען ארויפגעקומען קינדער מאכן זייערע סיומים, אין אנהויב האט אויסגעזען ווי עס וועט זיין אפאר קינדער, ביז עס האבן אנגעהויבן קומען בחורים, חתנים, אברכים און אפילו עלטערע, עס איז געווען א פארגענוגן צו זען ווי יעדער בארומט זיך מיט זיינע אוצרות.


ווען די סיומים האבן זיך געענדיגט איז מען ארויס אין א לעבעדיגע טאנץ, "אשריכם תלמידי חכמים", מיר האבן געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר האבן א רבי וואס האט אזוי רחמנות אויף אונז, און האט זיך מוסר נפש געווען זיין לעבן אז נאך אפאר הונדערט יאר לעבן מיר נאר בזכות זיינע תורות, זיינע עצות און שכל. אינמיטן טאנצן האב איך זיך גוט צואוויינט, איך האב געבעטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען אהיימפארן, עס זאל נישט זיין קיין שום פראבלעמען"; ברוך השם איך בין אינדערהיים, איך לויף שוין אין ישיבה לערנען מיט די בחורים, איך דארף שוין מקצר זיין.


זונטאג אינדערפרי זענען די צוויי אינגעלייט געקומען מיך באגלייטן צו די מקוה זיבן אזייגער. אכט אזייגער האט מען געדאווענט שחרית, עס איז פארגעקומען א ברית, האברך אברהם נרו יאיר האט זוכה געווען להכניס בבריתו של אברהם אבינו זיין קינד. ווען זיין קינד איז אים געבוירן געווארן זונטאג נאכמיטאג, אפאר מינוט פאר די שקיעה, האט ער מיר געזאגט אז ער זעט דאס ווי א מתנה פונעם אייבערשטן אז איך וועל זיין ביים ברית, ער האט שוין געוויסט אז איך קום, ער העלפט מיר מיט די נסיעה. ער האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, איך האב זיך גוט מתבודד געווען אונטערן טלית בשעת'ן ברית. אויך האט ער מיך מכבד געווען מיט די ברכות, ויקרא שמו בישראל "יואל".


ביי די סעודת ברית האט אברהם גערעדט, ער האט דערציילט זיין סיפור התקרבות, אלע האבן געהאט טרערן אין די אויגן פון גרויס התרגשות; ווי דער רבי כאפט אן א מענטש וואו ער זאל נאר זיין און ברענגט אים צו די שענסטע פלעצער. איך האב אויך גערעדט, קענסט הערן די שיעור אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכן ברית בין איך געגאנגען צו אונזער תלמוד תורה. ווען איך בין אנגעקומען האב איך זיך אונטערגעהערט פון הינטערן טיר ווי די טייערע מלמדים לערנען מיט די קינדער, איך האב גערעדט צו די קינדער, דאס איז די אכטע שיעור וואס איך האב געגעבן די פאר טעג אין ארץ ישראל. איינער פון די קינדער, שלמה לעווינזאהן, האט געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די שולע בית פיגא, וואס געפונט זיך אין שטוב ביי שמעון עוזר. דארט איז מיר ארויפגעקומען אלטע זכרונות פון ווען מיר האבן געעפנט א בית פיגא אין אמעריקע, ממש אזוי מיט אפאר קינדער, מיר האבן דארט צוויי כיתות, צוויי טייערע לערערינס, איינע איז שמעון עוזר'ס א טאכטער, און נאך איינע, הרב ר' שמעון שפירא'ס טאכטער; זיי לערנען מיט די קינדער מיט אן אויסטערלישע געטריישאפט, זיי לייגן אריין די ריינע אמונה מיט יראת שמים, צניעות, ובעיקר פארלייגט מען זיך ביי אונז אויפצובויען די קינדער.


ווי איר ווייסט דאך וואס טוט זיך היינט, מען שטאפט אן קינדער מיט מעדעצין, מיט ריטעלין וכדומה; אנדערש איז ביי אונז, נישטא קיין איין קינד ביי אונז וואס מיר - די מוסד - זאל ארויפלייגן אויף מעדעצין. אונזערע מלמדים און לערערינס ארבעטן זייער שווער מיט יעדן קינד מיט אייזערנע סבלנות - זיי צו מדריך זיין, זיי מחנך זיין מיט די תורה.


פון שולע בין איך צוריק צו די אכסניא, איך האב אוועקגעגעבן צייט צו רעדן מיט אנשי שלומינו.


נאכמיטאג איז געווען אין די דירה א שיעור כללי פאר די מלמדים און מחנכים בארץ הקודש, אויך דער מלמד פון טברי', ר' יוסף נרו יאיר - איז דארט געווען. מיר האבן גערעדט וויכטיגע פונקטן וואס מיר ווילן פון אונזערע מלמדים און לערערינס; קענסט הערן די שיעור אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכן שיעור האב איך עוסק געווען אין שידוכים.


נאכדעם בין איך געגאנגען דאווענען מנחה, נאך מנחה האבן מיר פארגעלערנט די בלאט גמרא און מיט דעם זיך געזעגנט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לא.): "אַל יִפָּטֵר אָדָם מֵחֲבֵרוֹ אֶלָּא מִתּוֹךְ דְּבַר הֲלָכָה".


איך האב זיך געזעגנט פון יעדן איינעם און ארויסגעפארן צום לופטפעלד. אויפ'ן וועג איז אריינגעקומען די גוטע נייעס אז די שול אין בני ברק איז צוריק אפן. וואס איז געווען? פאר צוויי וואכן צוריק זענען זיי אריין אין א נייע שול, אבער גלייך נאכדעם האט מען דאס געדארפט פארמאכן, ווייל איינער פון די שכנים האבן געבעטן פון בית דין אן עיקול אויפ'ן שול, די גבאים האבן געפאלגט בית דין און פארמאכט דעם שול, אבער זיי האבן זייער מתפלל געווען אז מען זאל דאס קענען עפענען צוריק, זיי האבן געוואלט איך זאל נאך קענען באזוכן אין שול. דער גבאי אבא חייא איז אריבער צום בית דין און געבעטן, אפשר זאל מען קענען כאטשיג אריינגיין צו לערנען וכדומה, בית דין האט געשריבן אז מען קען ביז דערווייל נוצן די שול, אבער נישט פאר דאווענען. דאס איז פאר זיי געווען אן אויסטערלישע שמחה, איך האב מחליט געווען אז איך פאר צו זיי, עס איז די זעלבע וועג ווען מען פארט פון ירושלים צום לופטפעלד.


דארט איז געווען די צוועלפטע שיעור, קענסט דאס הערן אויפ'ן טעלעפאן.


האברך אברהם האט געארבעט זייער שווער אז איך זאל קענען אהיימפארן אן קיין פראבלעמען. חסדי השם איך בין אין שטוב געזונטערהייט, איך גיין שוין דאווענען, איך גיי בענטשן גומל, "הגומל לחייבים טובות שגמלנו כל טוב".


איך האב דיר נאר געשריבן ראשי פרקים, מען קען נישט שרייבן די געפילן, דאס וואס מען שפירט ווען מען טרעפט זיך מיט אנשי שלומינו.


ברודער, באניי זיך מיט'ן סדר דרך הלימוד; הויב אן לערנען אביסל חומש מיט תרגום, משניות, גמרא, הלכה, מדרש וספרי רבינו.


אויך באניי זיך מיט התבודדות, ובעיקר מיט "זה מעשה שלי, וזה מעשה שלו, ולמה לדבר מאחרים".


 


איין זאך האב איך פארגעסן דיר צו שרייבן. היינט נאכט איז דא אין שטעטל פאר די פרויען די וועכנטליכע צאמקום, זע צו בלייבן אין שטוב העלפן מיט די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען ארויסגיין שעפן פרישע לופט, פרישע חיזוק; זי דארף דאך אזויפיל חיזוק צו קענען אנגיין מיט די שטוב ארבעט.


איך גיי יעצט אין ישיבה אנגרייטן א שיעור פאר די צאמקום.


...

#4305 - אכטונג געבן מכבד צו זיין תלמידי חכמים
בלעטל, תלמוד חכם

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב ליבערטי


שטארק זיך מיט דיין עבודת הקודש; הן מיט די גבאות, און הן מיט די שיינע קרית ברסלב בלעטל. די מפיצים זענען דאס מפיץ, זיי זאגן אלע אז דאס גייט זייער גוט, מענטשן זענען זיך זייער מחי'.


איך וואלט ווען געדארפט שרייבן יעדע וואך א בריוו, נישט נאר ווען איך האב עפעס צו זאגן וואס מען זאל פאררעכטן.


איך וויל מעורר זיין. פאריגע וואך פרשת ויגש איז געווען ביים "בילד צו דערקענען" געשריבן איינע פון די מענטשן - דער ראש ישיבה אין יבנאל, הרב הגאון רבי אליעזר אדלשטיין שליט"א. עס איז געשריבן געווארן שלא בכבוד סתם זיין נאמען, אן קיין "הרב" און אן קיין "שליט"א". דער ראש ישיבה אין יבנאל איז א גאון, ער איז געווען אלע יארן דער חברותא פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, ער קען ש"ס בעל פה בלי גוזמא. מען קען זיך דאס אליינס איבערצייגן; וואו מען פרעגט אים אין ש"ס - איז ער דארט בקי.


ביטע אכטונג געבן פון היינט און ווייטער מכבד זיין תלמידי חכמים.


ביטע דרוקן דעם בריוו אינעם בלעטל.

#4304 - אז מען קוקט מאוויס, ווערט מען אפגעריסן פונעם אייבערשטן
שלום בית, מאוויס, טעלעפאן, שמירת עינים, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר נאכאמאל בעטן: קוק נישט קיין מאוויס; אז מען קוקט מאוויס - ווערט מען אפגעריסן פונעם אייבערשטן.


מען איז יעצט אריין אין די טעג פון שובבי"ם, יעצט איז א צייט צו פאררעכטן אלע פגמי הברית; זאלסטו אוועקווארפן דיינע עבירות. קוק נישט קיין קליפס פון גוים און גויות. קוק נישט גארנישט, אפילו נייעס; א שאד די מח זאל דיר ווערן פארברענט, קוק אין די חומש, קוק אין די משניות און אין די הייליגע גמרא.


אויך דיין ווייב וועט זיין אסאך מער פרייליך ווען זי וועט דיך זען מיט אן ערליכע טעלעפאן וואס מען קען נישט זען אין דעם עבירות.


נעם אן מיינע ווערטער, איך מיין נאר דיין גוטס; נאר דו וועסט מרוויח זיין אז דו וועסט פאלגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.