בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3703 - מעג מען זאגן תהלים אין סווימינג פול?
תהלים, הלכה, דאווענען, שווימען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיין פראגע, אויב מען מעג זאגן תהלים אין די סווימינג פול; איך געדענק ווען מיר זענען געווען אינגעלייט אין כולל האבן מיר געפרעגט מיין זיידע, הגאון הצדיק קארלסבורגער רב זכרונו לברכה - אויב מיר קענען לערנען אינעווייניג פון די מחיצה בשעת מיר טראגן אונזערע קינדער שווימען; האט ער גע'פסק'נט אז מען קען לערנען און זאגן תהלים זייענדיג אין די מחיצה פונעם שווימען, עס האט נישט קיין דין פון א מרחץ. און אזוי פלעג איך טון בשעת'ן אכטונג געבן אויף מיינע קינדער; פארשטייט זיך אז מען דארף זיין אנגעטון, מיט ריינע הענט.


ווען מען זאגט עלינו לשבח דארף מען שטיין (רמ"א אורח חיים סימן קלב, סעיף ב), אויך איז דא אן הלכה אז אלע וואס געפונען זיך אין שול ווען מען זאגט עלינו - דארפן מיט זאגן שטייענדיג (עיין משנה ברורה סימן סה, סעיף קטן ט; עוד יוסף חי כי תשא, אות כב), ווייל די תפילה איז זייער א חשוב'ע תפילה; יהושע בן נון האט דאס מתקן געווען ווען ער האט איינגענומען די שטאט יריחו (מחזיק ברכה סימן קלב, סעיף קטן ב' מתשובת רב האי גאון).

#3702 - וואויל איז די פרוי וואס העלפט איר מאן צו קענען לערנען תורה
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט זוכה געווען צו א מאן א תלמיד חכם א ירא שמים; עס זאל אייך נישט וויי טון וכו', ווייל די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין כו:): "תורה מתשת כחו של אדם", תורה שוואכט אפ וכו'; אז עס גייט אריבער טעג וכו' זאל עס אייך נישט שטערן, אדרבה, אין דעם זכות וואס איר העלפט אים לערנען די הייליגע תורה - וועט איר זוכה זיין צו ערליכע דורות.


וואויל איז די פרוי וואס העלפט איר מאן צו קענען לערנען תורה, זי פארקוקט אויף אירע פארגענוגן, אבי איר מאן זאל קענען לערנען; וועט זי זוכה זיין צו עולם הבא.


...


נאכאמאל, איר זאלט נישט מיינען אז אייער מאן האט אייך נישט ליב חס ושלום, ער האט אייך זייער ליב, נאר די לערנען שוואכט אים אפ וכו'.

#3701 - משניות האט א כח צו איבערדרייען דעם מענטש לטוב
משניות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ליבער הארציגער ...


זע צו לערנען יעדן טאג אסאך פרקים משניות, משניות האט א כח צו איבערדרייען דעם מענטש לטוב.


דיין ראש ישיבה.


 

#3700 - אלע בחורים זאלן מיטלעבן מיט דיין שיעור
זיכוי הרבים, חסד, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד בני הרב ... שליט"א


ווען דו לערנסט מיט די בחורים אין ישיבה די שיעור גמרא והלכה - זאלסטו דאס פארלערנען מיט א חיות, אלע בחורים זאלן מיטלעבן, יעדער לפי בחינתו; אפילו די בחורים וואס האלטן נישט אזוי גוט מיט - זאלן אויך ארויסקומען פון יעדע שיעור מיט ידיעות התורה און הלכה למעשה.


אויך זאלסטו אריינשלעפן מער און מער בחורים צו די שיעורים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה מט:) אויפ'ן פסוק (משלי לא, כו): "פִּיהָ פָּתְחָה בְחָכְמָה, וְתוֹרַת חֶסֶד עַל לְשׁוֹנָהּ", וואס איז דאס "תוֹרַת חֶסֶד?" זאגן די הייליגע חז"ל, אז ווען איינער לערנט תורה "עַל מְנָת לְלַמְּדָהּ לַאֲחֵרִים", דאס הייסט תורת חסד; דאס איז די גרעסטע מדרגה אין לערנען תורה.


 

#3699 - א קינד האט א הארץ, עס ווארט אויף א שמייכל, אן אמת'ע שמייכל
קאמפלימענטס, חינוך הילדים, מוסדות, קעמפ, מדות טובות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


ווען איר גרייט זיך צו ענטפאנגען די תלמידות אין קעמפ מחנה בית פיגא, איר לייגט אריין קאפ און מח אין די טעכנישע חלקים, עס זאל קלאפן הונדערט פראצענט, זאלט איר אבער געדענקען אז אונזער מטרה, אונזער ציל איז, אז די קינדער זאלן באקומען א ווארעמע און א ליבע געפיל צום באשעפער, אונזער ציל איז די קינדער זאלן לעבן מיט גוטע מדות.


איידער איר הויבט אן דעם טאג מאכט זיך א חשבון פון אייערע קינדער יארן, וואס געדענקט איר פון קעמפ? איר געדענקט די מעכטיגע שפילן? די מעכטיגע טריפס? אדער די גוט ווארט וואס א קאונסלער האט אייך געגעבן? די גוטע געפיל פון הערן אביסל ווערטער פון אמונה, ווערטער פון רבי'ן.


איך האף איר וועט נעמען דעם בריוו אויף די גוטע וועג, נישט איר זאלט יעצט אפלאזן אלע אקטיוויטעטן און מעכטיגע פלענער... ניין, מאכט ווייטער אלע פלענער, און איך האף צום אייבערשטן אז אלעס וועט זיך אויסארבעטן גוט, אבער געדענקט די ציל, געדענקט די עיקר, געדענקט וואס א קינד איז; א קינד איז נישט קיין מאשין, א קינד האט א הארץ, א מח - וואס ווארט אויף א שמייכל; נישט א געמאכטע שמייכל, אן אמת'ע שמייכל; א הארץ און א מח וואס ווארט אויף א גוט ווארט.


א קינד האט נאטורן וואס מען דארף אויסארבעטן, און ווען דאס קינד פאלגט נישט גלייך - ווערן זיי נאכנישט שלעכט, מען דארף זיי נאכאמאל זאגן.


די ציל איז אויסלערנען גוטע מדות; רוב צייט זאלט איר רעדן פון גוטע מדות. גרייט אייך אן שיינע מעשיות פון גוטע מדות, פון אויסארבעטן מדות, ווי שיין און זיס די לעבן ווערט ווען מען איז מוותר פאר א צווייטן.


מיר לערנען אין די גמרא (יבמות קכא.) דער הייליגער רבי טרפון האט דערציילט, איך בין געפארן אויף א שיף און איך האב געזען ווי א צווייטע שיף איז צעבראכן געווארן, און די מענטשן זענען נעבעך דערטראנקען געווארן. אויפ'ן שיף איז געווען א גרויסער צדיק, דער הייליגער תנא רבי עקיבא, עס האט מיר זייער וויי געטון אז דער צדיק האט זיך דערטראנקען, אבער שפעטער האב איך געטראפן דעם צדיק זיצן און לערנען, איך האב זיך זייער געוואונדערט 'ווי קען זיין אזא זאך? איך האב דאך געזען ווי ער איז דערטראנקען געווארן!' איך האב אים געפרעגט, זאג מיר די מעשה, ווי אזוי האסטו זיך געראטעוועט? האט ער מיר געזאגט: "איך האב געטראפן א ברעט פונעם צעבראכענעם שיף, איך האב זיך ארויפגעזעצט אויף די ברעט און יעדע מאל עס איז געקומען א כוואליע האב איך זיך איינגעבויגן דעם קאפ ביז די וואל איז אריבער, ביז איך בין געראטעוועט געווארן".


ווען די הייליגע חכמים האבן געהערט די געשיכטע האבן זיי געזאגט: "אם יבוא רשעים על אדם", אויב א מענטש האט צוטון מיט שלעכטע מענטשן, "ינענע להם ראשו", זאל ער זיך איינבייגן זיין קאפ, אזוי וועט ער געראטעוועט ווערן; און זיכער אויב מען לעבט מיט גוטע מענטשן, מאן און ווייב, וואס זענען נישט קיין רשעים, אדער מיידלעך אין קעמפ - דארף מען זיך אויסקומען איינער מיט'ן צווייטן, און אז עס איז שווער - בייגט מען איין דעם קאפ, אזוי קען מען האבן א חיים טובים.


איך וועל נאך רעדן מיט אייך.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן סייעתא דשמיא.

#3698 - דער ציל זאל זיין אויפצובויען די קינדער
לערערין, קאמפלימענטס, חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


יישר כח פאר'ן זיין א געטרייע טיטשער פאר אונזערע קינדער אין בית פיגא.


דער עיקר זאלט איר האבן פאר זיך איין ציל, דער ציל זאל זיין: אויפבויען די קינדער; יעדע קינד זאל שפירן און וויסן 'איך קען יא', 'איך בין גוט', 'איך בין חשוב', 'מיין טיטשער האט מיך ליב', 'דער אייבערשטער האט מיך ליב'; דאס וועט פאסירן ווען איר וועט אזוי גלייבן, אז די טיטשער האלט פון די תלמידות – הויבן זיי אליינס אן צו האלטן אזוי.


אינמיטן לערנען זינגט א גאנצן צייט: "א מחי' דו קענסט", "וואו, דו קענסט אזוי גוט"; יעדע קינד'ס נאמען רופט מען אויס, קארגט נישט ביי קאמפלימענטן.

#3697 - איך וועל זיך נישט מישן וואו איר זאלט וואוינען
כיבוד אב ואם, מוסדות, הכרת הטוב, שטעטל, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן אין סקול אזוי געטריי, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח און מח צו זיין א געזונטע מאמע מיט שטארקע נערווען.


בנוגע זיך אריבערציען אין שטעטל; דאס ווענדט זיך אין אייך, איך וועל זיך נישט מישן וואו איר זאלט וואוינען, איר זאלט טון וואס עס איז גוט פאר אייך און אייער מאן. מען קען זיין אין שטעטל, מען קען זיין ערגעץ אנדערש; מען דארף איבעראל רחמי שמים צו זיין דבוק צום אייבערשטן.


בנוגע וכו'; וואס די עלטערן געבן אייך זאלט איר נעמען מיט שמחה, נאך אביסל וועט איר אויך שפירן די טעם פון געבן מתנות פאר קינדער; עלטערן האבן נישט קיין אינטערעסע, זיי ווילן נאר עס זאל זיין גוט פאר די קינדער.

#3696 - יישר כח פאר אלעס וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער
שידוכים, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


...


א גרויסן יישר כח מרת ... תחי' פאר אלעס וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער.

#3695 - זיך האלטן אינאיינעם אין קאנטרי "אילן החיים"
מוסדות, הכרת הטוב, ריינקייט, אידיש געלט, אחדות, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן א גאנץ יאר אין חדר, און אויך יעצט זומער העלפסטו די נייע קאנטרי "אילן החיים", אויך וועסטו אהערשטעלן די שיינע פלעי וואס די תלמידות פון בית פיגא שטעלן אהער אין די זומער וואכן.


געב אכטונג אין קאנטרי אויפ'ן רבינ'ס געלט, זיי מודיע די משפחות זיי זאלן נישט לאזן ברענען לעקטער, עירקאנדישן - ווען מען נוצט נישט די באנגעלאו.


אויך זאל די פלאץ זיין ריין; א ברסלב'ע קאנטרי, א ברסלב'ע פלאץ - מוז זיין ריין.


און אויך זע עס זאל זיין ליבשאפט צווישן ענק.

#3694 - פארוואס רעדסטו נישט צו דיינע קינדער פון קדושת הברית?
קדושה, חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב


די גאנצע שטעטל איז זייער פרייליך אז דו ביסט ארויסגעקומען פאר די זומער וואכן פירן אונזער חדר, די מלמדים זענען אזוי רואיג אז דו וועסט זיין זומער מיט זיי.


נעכטן זאגט מיר א מלמד, מען איז זיך צאמגעקומען פאר אן אסיפה אנגרייטן די לימודים פאר'ן זומער; איידער דו ביסט אנגעקומען איז געווען א צעמישעניש, א קטנות הדעת, אלע זענען געווען דערשראקן; אזוי ווי דו ביסט אריינגעקומען און אנגעהויבן רעדן אפאר ווערטער וואס דער ציל אונזערע איז דעם זומער - שמייכלען צו די קינדער, געבן גוטע ווערטער פאר די קינדער, זיי אויפבויען און מוטיגן צו לערנען און דאווענען - איז געווארן עפעס א מין רואיגקייט, אלע זענען פרייליך, אלע זאגן "מי יתן דער מנהל זאל פארבלייבן אין שטעטל פאר די גאנצע יאר".


איך בין גרייט צו קומען ווען אימער דו וועסט מיר בעטן צו רעדן פאר די מלמדים חיזוק און עצות; די חדר איז ביי מיר דאס וויכטיגסטע, וויכטיגער פון אלעס.


דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי הויבט אן דעם הייליגן ספר הזוהר (הקדמה א ע"ב): "וּמָאן מְקַיֵּם עָלְמָא" אויף וועמענס זכות שטייט די וועלט? "וְגָרִים לַאֲבָהָן דְּאִתְגַּלְּיָן" וועמענ'ס זכות וועקן אויף די הייליגע אבות הקודשים זיי זאלן באשיצן די וועלט? "קַל יְנוֹקֵי" די קול פון די קינדער, "דְּלָעָאן בְּאוֹרַיְתָא" וואס פלאגן זיך אין די הייליגע תורה, "וּבְגִין אִנּוּן רַבְיָין דְּעָלְמָא" בזכות די תינוקות של בית רבן, "עָלְמָא אִשְׁתְּזִיב" - ווערט די וועלט אפגעהיטן פון שלעכטס, "לְקָבְלֵיהוֹן" אויף זיי שטייט אין פסוק (שיר השירים א, יא): "תּוֹרֵי זָהָב נַעֲשֶׂה לָּךְ"; "אִלֵּין אִנּוּן יְנוֹקֵי רַבְיָין עוּלְמִין" די יונגע קינדער וואס גייען אין חדר לערנען תורה, "דִּכְתִיב" וואס שטייט (שמות כה, יח): "וְעָשִׂיתָ שְׁנַיִם כְּרוּבִים זָהָב".


לייג אלעס אין די זייט, די מלמדים מיט די קינדער - דאס איז דאס חשוב'סטע און וויכטיגסטע; זע די מלמדים זאלן רעדן צו די קינדער פון קדושת הברית, דו אליינס זאלסט רעדן צו די קינדער ווען די מלמדים הערן צו, אזוי וועלן זיי וויסן ווי אזוי צו רעדן.


ליידער מעשה שטן הצליח, אפילו אין די היימישע מוסדות איז דא פארדרייטע שיטות; מען זאל נישט רעדן פון דעם.


אויף דעם זאגט שלמה המלך (קהלת י, ג): "וְגַם בַּדֶּרֶךְ כְּשֶׁהַסָּכָל הֹלֵךְ לִבּוֹ חָסֵר", דער נאר זאגט פאר יעדן איינעם איך בין א נאר, ווי דער זוהר הקודש זאגט (בראשית נט.): "אֲפִלּוּ כַּד שְׁמַע מִלָּה דִמְהֵימְנוּתָא דְמָארֵיהּ" אפילו ווען ער הערט וויכטיגע זאכן, יסודות פון אידישקייט, יסוד האמונה, "הוּא אָמַר" זאגט ער, "דְּטִפְּשׁוּתָא הוּא לְאִשְׁתַּדָּלָא בֵּיהּ" עס איז נישט גוט צו רעדן פון דעם.


"כְּהַאי דְּשָׁאִילוּ לְבַר נָשׁ" אזוי ווי די מעשה, מען האט אמאל געפרעגט א מענטש - "עַל אָת קְיָימָא דִּרְשִׁימוּ בְּבִשְׂרֵיהּ דְּבַר נָשׁ" אויפ'ן אות ברית קודש וואס איז איינגעקריצט אינעם מענטש, "וְאָמַר, לָאו אִיהוּ מְהֵימְנוּתָא" האט ער געזאגט עס איז נישט וויכטיג, עס איז נישט אמת, "שָׁמַע רַב יֵיבָא סָבָא" ווען רב ייבא סבא האט דאס געהערט, "וְאִסְתַּכַּל בֵּיהּ" האט ער געקוקט אויף אים, "וְאִתְעֲבִיד תִּלָּא דְּגַרְמֵי" און יענער איז געווארן א בארג ביינער.


קען זיין פשט, מען פרעגט א מענטש, א מלמד, א טאטע: "פארוואס רעדסטו נישט צו דיינע קינדער, דיינע תלמידים - פון קדושת הברית? מען זאל זיך אכטונג געבן, מען זאל זיין אפגעהיטן", ענטפערט ער: "לָאו אִיהוּ מְהֵימְנוּתָא" עס איז נישט וויכטיג, ביי אונז רעדט מען נישט פון דעם; האט רב ייבא סבא געזאגט: "עס וועט גארנישט בלייבן פון דיר"; אויב מען היט נישט דעם אות ברית קודש - פאלט מען אראפ פון אמונה, מען האט קשיות אויף די אמונה.


לאז מיר וויסן ווען צו קומען רעדן צו די מלמדים.

#3693 - מען דארף דיך האבן אין אפיס
מוסדות, הכרת הטוב, חלישות הדעת, אפיס, קאמפלעקס, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מאך זיך נישט נאריש, ווארף אוועק די קטנות הדעת; איך זע דער יצר הרע האט סוף כל סוף יא געטראפן א וועג דיר אוועקצונעמען פון די מוסדות, מיט די פאלשע שיטות דיינע 'וואס געב איך שוין צו?' 'וואס טו איך שוין?' אויף דעם זאגן שוין די הייליגע חכמים (סוטה מח:) אויפ'ן פסוק (זכריה ד, י): 'כִּי מִי בַז לְיוֹם קְטַנּוֹת', "מי גרם לצדיקים שיתבזבז שולחנן לעתיד לבא", וואס האט גורם געווען די צדיקים אז זייער טיש זאל זיין צעשטערט אויף יענע וועלט? "קטנות שהיה בהן" די ווייניג אמונה וואס זיי האבן געהאט, אז זיי האבן נישט קיין אמונה אין זיך (עיין שיחות הר"ן, סימן קמ).


איך בעט דיר זייער, קום אין אפיס; מאך זיך נישט קיין נייע אפיס, דיין אפיס זאל בלייבן ביי די ישיבה אפיס, די חדר אפיס. דו ווייסט דאך סוף כל סוף אביסל ווי אזוי איך וויל זאכן זאלן זיך פירן, ווי אזוי מען זאל רעדן צו מענטשן, ווי אזוי זיך צו פירן מיט עלטערן וואס ווילן יא צאלן, וואס וויל נישט צאלן, אדער די וואס ווילן צאלן און האבן נישט וכו' וכו'.


היינט זאגט מיר דער אדמיניסטראטאר אז דו האסט זיך געמאכט א נייעם אפיס; איך וויל דיר נישט איינטיילן וואס צו טון, אין ברסלב זאגט מען נישט פאר א צווייטן וואס צו טון, אבער אלס חבר טוב זאג איך דיר, דיין פלאץ איז אין אפיס, "המתחיל במצוה אומרים לו גמור", ווער עס הויבט אן א מצוה – דארף ענדיגן.


בפרט ווען די איינגעשטעלטע פארמערן זיך; איך טייל יעצט אויס פינקט פופציג ענוועלאפס, חוץ די ארץ ישראל'דיגע סטעף; דארף איך דו זאלסט זיין אין די מוסד, אריינברענגען שכר לימוד און אנווארעמען אנשי שלומינו צו העלפן. איך האב יעצט ב"ה פיינע חובות, צוויי מעלאונעס; איך בין נייגעריג ווען ... וועט מתרגם זיין בלשון הקודש - ווי אזוי ער וועט דאס שרייבן, אפשר שני דלועין.


איך האף דו וועסט מיר ווייטער העלפן; גיי התבודדות, שמועס מיט'ן אייבערשטן און זיי מחזק אלע איינגעשטעלטע זאלן זיין פרייליך.


דו ווייסט דאך וואס גייט אריבער אויף איטליכן, בפרט די וואס ארבעטן אין מוסד; בלבולים, חלישות הדעת וכו' וכו'; מען דארף האבן א גוט ווארט, איינער וואס מען טראסט וכו'; ווי נישט ביסטו דאך מיט מיר אלע יארן.


בלייבזשע מיר געזונט.


 

#3692 - אין די דריי וואכן מאכט מען נישט קיין צאמקום ביים ים
בין המצרים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בלק, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


...


אין די דריי וואכן מאכט מען נישט קיין צאמקום ביים ים, און זיכער נישט פארן מיט א שיף.


א גוט שבת.

#3691 - דער בעל תפילה איז אזוי ווי א דרייווער
חינוך הילדים, שבת קודש, שלום, דאווענען, חבורות, שלש סעודות, בעל תפלה, אחדות, קידוש לבנה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בלק, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד חבורת היכל הקודש בית שמש, ה' עליהם יחיו


איך באקום גוטע גריסן פון ענקער חבורה, פון די אחדות צווישן ענק, פון די שמחה וואס הערשט ווען איר קומט זיך צוזאמען.


איך וויל בעטן די גבאים זאלן אכטונג געבן עס זאל זיין בעלי תפילות וואס דאווענען געשמאק; מען קען נישט צושיקן אבי ווער זאל אפכיפערן דאס דאווענען. דער בעל תפילה דארף דאווענען געשמאק, איינגענעם, מיט א זיסקייט; דער בעל תפילה איז אזוי ווי א דרייווער, אז דער דרייווער פארט ווילד - ווערן אלע אויפגעשאקלט, מען ווערט נאושעס; אזוי אויך א בעל תפילה קען נישט אפכאפן דאס דאווענען, מען דארף דאווענען געשמאק, נישט אויסציען און נישט כיפערן.


עס איז בעסער איר זאלט צושיקן אינגעלייט פאר בעלי תפילות, נישט קיין בחורים; אויב איז נישטא קיין פאסיגע בעלי תפילות קען מען צושיקן א בחור.


מיר זענען זייער מקפיד אויף זמן רבינו תם, חס וחלילה צו טון מוצאי שבת א מלאכה פאר'ן זמן רבינו תם; אבער דאווענען מעריב קען מען שוין אביסל פאר'ן זמן. אזוי פלעגט זיין ביי מוהרא"ש, ער האט שוין געדאווענט אביסל פריער, און הבדלה איז געווען גלייך ביים זמן רבינו תם.


מען דארף נישט ווארטן אויף ז' ימים צו מקדש זיין די לבנה; מוהרא"ש פלעגט נישט ווארטן אויף זיבן טעג, און אזוי פירן זיך אנשי שלומינו.


בנוגע ווער עס זאל פארלערנען ביי שלש סעודות; מען קען מאכן יעדע וואך זאל א צווייטער פארלערנען. אזוי האבן מיר אנגעהויבן דעם בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג, יעדע וואך האט א צווייטער פארגעלערנט. מען איז געזיצן אין א רינג ארום דעם טיש, יעדער האט געהאט זיין מקום קבוע, און יעדע וואך האט א צווייטער פארגעלערנט, עס האט געהאט אלע טעמים. מען האט געלערנט שיחות הר"ן; דער ערשטער האט אנגעהויבן שיחה א', דער צווייטער שיחה ב', אזוי האבן מיר געלערנט ביז מיר האבן מסיים געווען שיחות הר"ן. דערנאך זענען מיר געגאנגען צו חיי מוהר"ן, ביז שפעטער האט מוהרא"ש ממנה געווען איינעם צו רעדן, און נאכדעם האט מיר מוהרא"ש געזאגט איך זאל רעדן.


אויך איז כדאי איינער זאל זיך אפגעבן מיט די קינדער, זיי זאלן דאווענען און זינגען זמירות.


איין זאך קען איך אייך זאגן: "אויב איר וועט זיך ליב האבן - וועט איר זייער מצליח זיין".


א גוט שבת.

#3690 - מיט אפאר ווערטער נעמט מען אוועק אלע שלעכטס
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, שלום בית, תשובה, אומאן, ראש השנה, מלכות הרשעה, אידיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בלק, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיר זענען נאכאלץ אפגערוקט מיט א וואך, ביי אונז אין אמעריקא איז די וואך פרשת בלק, ביי ענק איז שוין פנחס. איך וועל ענק שרייבן וואס מיר האבן גערעדט נעכטן ביים ליל שישי שיעור, צוויי וויכטיגע נקודות.


דאס ערשטע האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון תשובה. די הייליגע חכמים זאגן (במדבר רבה כ, טו) אויפ'ן פסוק (במדבר כב, לד): "וַיֹּאמֶר בִּלְעָם אֶל מַלְאַךְ ה' חָטָאתִי", בלעם האט געזען ווי דער מלאך שטייט מיט'ן שווערד האט ער גלייך געזאגט: "חָטָאתִי", זאגן חכמינו זכרונם לברכה: "שֶׁהָיָה רָשָׁע עָרוּם", בלעם איז געווען א קלוגער רשע, "וְיוֹדֵעַ שֶׁאֵין עוֹמֵד מִפְּנֵי הַפֻּרְעָנוּת אֶלָּא תְּשׁוּבָה", ער האט געוויסט אז די איינציגסטע זאך וואס האלט אפ א שטראף - איז תשובה, "שֶׁכָּל מִי שֶׁחוֹטֵא וְאוֹמֵר חָטָאתִי", ווייל ווען א מענטש וואס האט געזינדיגט זאגט חטאתי, ער טוט תשובה - "אֵין רְשׁוּת לַמַּלְאָךְ לִגַּע בּוֹ", קען קיין מלאך אים נישט אנרירן; ווען ער האט געזען דעם מלאך קומט צו אים מיט'ן שווערד - האט ער גלייך תשובה געטון, אזוי האט ער זיך ארויסגעדרייט פונעם שטראף.


דאס איז זייער שטארקע חיזוק, ווען מען איז אראפגעפאלן אין עבירות, מען שפירט זיך אזוי שלעכט, מען שפירט זיך אזוי דערווייטערט - זאל מען זאגן פאר'ן אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך האב געזינדיגט, איך האב געטון זאכן וואס מען טאר נישט, איך בעט דיר זיי מיר מוחל"; די פאר ווערטער נעמט אוועק אלע שלעכטס, דער אייבערשטער איז מוחל דעם מענטש.


אויך האבן מיר גערעדט פון דעם אז בלעם איז געווען בלינד אויף איין אויג. רש"י הקדוש זאגט (במדבר כד, ג) בלעם האט נישט פארשטאנען וואס איז די זאך פון מאן און ווייב לעבן אינאיינעם און דער אייבערשטער געפונט זיך צווישן זיי, איש ואשה זכו שכינה שריה ביניהם; ווי קען זיין: "מי שהוא קדוש ומשרתיו קדושים" - זאל זיין צווישן מאן און ווייב? די טומאה וויל נישט מען זאל לעבן מאן און ווייב, ווייל ווען מען לעבט מאן און ווייב בשלום ובאהבה - איז מען אפגעהיטן פון שלעכטס, מען איז נאנט צום אייבערשטן.


איך וועל נישט מאריך זיין יעצט ערב שבת, איך וויל אבער בעטן פון די מלמדים ביי אונז אין תלמוד תורה, איך וויל מען זאל לערנען נאר אויף אידיש, אלעס זאל זיך ארום דרייען אידיש; איך וויל נישט האבן מיט די טמאים, מיט די ערב רב; אונזערע קינדער זאלן רעדן נאר אידיש, איך וויל געבן אונזערע קינדער א ריינע חינוך.


געלויבט דעם אייבערשטן מיר האבן טייערע מלמדים מיט א גוטער מנהל וואס געבט זיך אפ זייער שטארק מיט יעדן פרט אין תלמוד תורה, איך האלט מיט יעדע פרט מיט יעדן קינד; מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון אנדערע תלמוד תורה'ס, די קינדער לעבן מיט'ן אייבערשטן, זיי לעבן מיט תפילה, זיי לעבן מיט יראת שמים.


ביי אונז גרייט מען זיך שוין אויפ'ן רבינ'ס ראש השנה; מיר האבן היינט געקויפט טיקעטס, ונזכה ונחי' צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה.


א גוט שבת.

#3689 - אנשי שלומינו דארף מען אויך מקרב זיין און מחזק זיין
הפצה, זיכוי הרבים, אחדות, קאנטרי, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


...


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונזער מוסד.


זומער ווען דו וויילסט אין קאנטרי - זאלסטו מיט חכמה אריינברענגען דעם אייבערשטן צווישן אלע משפחות.


אונזער זאך איז "הפצה"; וואו מען גייט און וואו מען שטייט - דארפן מיר עוסק זיין אין "הפצה".


ווען מען רעדט פון הפצה מיינט מען נישט נאר די זאך פון אויסטיילן ספרים, קונטרסים, קארטלעך וכדומה; ווען מען רעדט צו מענטשן, מען פארברענגט מיט מענטשן, מען פירט זיך שיין מיט מענטשן - איז דאס די גרעסטע הפצה וואס איז שייך.


אנשי שלומינו דארף מען אויך מקרב זיין און מחזק זיין; אנשי שלומינו גייען אריבער אזויפיל התנגדות מבית ומחוץ, בלבולים און חלישות הדעת; זיי דארפן אזוי שטארק א גוט ווארט, און אויסרעדן וכו' וכו'.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן ווי אזוי און וואס און ווען צו רעדן, שמועסן, שפילן וכו'.

#3688 - די זומער וואכן אין קעמפ זענען קריטיש וויכטיגע וואכן פאר די קינדער
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב, קעמפ, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


די זומער וואכן אין קעמפ זענען קריטיש וויכטיגע וואכן פאר די קינדער בכלל און באזונדער פאר די קינדער וואס קומען פון שטיבער וואס זענען נישט מסודר. אין די וואכן קען מען אסאך אריינלייגן אין זיי, ביים שלאפן גיין און ביים עסן, ביים שפילן און ביים שלאפן; מען קען אויסארבעטן זייער דרך ארץ און זייערע מדות.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן סייעתא דשמיא, זאלסט מצליח זיין מיט יעדן קינד, עס זאל דיר אנקומען גרינג.


גיי שפאצירן יעדן טאג צווישן די גראז און ביימער; בעט פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר יעדן תלמיד.

#3687 - יעדע קינד זאל זיך שפירן ווי ער איז דער בעסטער קינד
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, הכרת הטוב, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


ברוכים הבאים בשם ה', מיר פרייען זיך זייער אז דו ביסט ארויסגעקומען וואוינען אין שטעטל, די גאנצע תלמוד תורה קוקט ארויס אויף דיר, דו וועסט אסאך צוגעבן פאר די הצלחה פון אונזערע קינדער.


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר מעורר זיין איך זאל מער חזר'ן מיט מיין זון ..., אים העלפן קענען גוט די עברי. איך האב שוין אנגעפאנגען מער לערנען מיט אים, איך בין זיכער דו וועסט זען א גרויסע שנוי לטובה ביי זיין ליינען.


אז דו האסט מצליח געווען אלע יארן אין די וויליאמסבורג תלמוד תורה וועט יעצט זיין פי כמה; דא אין שטעטל איז די לופט אסאך ריינער, מען האט דא א קלארע קאפ, א ריינע הארץ, מען קען מער טראכטן פון תכלית.


די סוד פון א גוטער מלמד איז: יעדע קינד זאל זיך שפירן ווי ער איז דער בעסטער קינד, זיין מלמד האט אים ליב.

#3686 - די קינדער זאלן נישט צוריקפאלן פון עברי אין די זומער וואכן
חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב, עברי, זומער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב, ליבערטי


די עלטערן זענען זייער צופרידן פון דיין ארבעט, די קינדער קענען גוט די לימודים, זיי קענען גוט ליינען.


יעצט אין די זומער וואכן זאלסטו זען אז די קינדער זאלן נישט צוריק פאלן. זייער אסאך קינדער פון כתה א' וואס האבן גוט געקענט די עברי קומען צוריק נאכן זומער שוואכער ווי זיי זענען געווען, ווייל אין די וואכן זענען קינדער זייער פארשפילט, און אז מען חזר'ט נישט צען וואכן - פארגעסט מען.


זאלסטו זען אז די קינדער זאלן חזר'ן יעדן טאג די עברי, אזוי וועלן זיי קענען גוט ליינען.


כתה א' איז דער יסוד פונעם לעבן; אויב מען פאלט ארויס פון ליינען - קען מען נאכדעם נישט מצליח זיין ביי קיין שום כתה.

#3685 - דאס גרויסקייט פון לערנען מיט תינוקות של בית רבן
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, הכרת הטוב, חדר, פירושים

 


בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב, ליבערטי


היינט אינדערפרי ביים לערנען תיקונים האב איך זיך באגעגנט מיט אזעלכע זיסע ווערטער און איך האב גלייך גענומען דעם פעדער און פאפיר דיר צו שרייבן אביסל חיזוק פון דאס גרויסקייט פון לערנען מיט תינוקות של בית רבן.


רבי שמעון בר יוחאי זאגט, ער טייטשט אויס די מצוה פון שילוח הקן (תיקון ו, דף כא ע"ב): "אֶפְרוֹחִים" פייגלעך, "אִלֵּין תַּלְמִידֵי חֲכָמִים" דאס מיינט מען די ערליכע אידן וואס לערנען תורה. "דִּבְגִינְהוֹן" צוליב זיי, "שַׁרְיָא שְׁכִינְתָּא" רוט די הייליגע שכינה, "עַל יִשְׂרָאֵל" אויף אידישע קינדער. "אוֹ בֵּיצִים" אדער אייער; זאגט רבי שמעון בר יוחאי - "אִלֵּין אִינוּן תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן" דאס מיינט מען קינדער וואס לערנען תורה ביים מלמד; קינדער זענען אזוי ווי אייער, זיי זענען נאך יונג, נאך פאר'ן ווערן פייגלעך - גרויסע תלמידי חכמים, "דִּבְגִינְהוֹן שַׁרְיָא שְׁכִינְתָּא עַל יִשְׂרָאֵל" וואס אין זייער זכות רוט די שכינה ביי אידישע קינדער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:) די וועלט שטייט אויף זייער תורה, "וְאִלֵּין" און די קינדער, "אִינוּן מָארֵי מִקְרָא" לערנען חומש. "וּבְזִמְנָא דְאִינוּן עָסְקִין בְּאוֹרַיְיתָא" ווען תלמידי חכמים און תינוקות של בית רבן לערנען חומש, "אוֹ בְמִצְוָה" אדער טוען מצוות, "דְאִנּוּן קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא וּשְׁכִינְתָּא" פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן, "וְגָרְמִי לְחַבְּרָא לוֹן כַּחֲדָא" קלעבן זיי זיך צו צום אייבערשטן, "יָרְתִין מִתַּמָּן נִשְׁמָתִין" זיי זענען זוכה צו באקומען א הייליגע נשמה, "וְאִתְקְרִיאוּ בָנִים דְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא" זיי ווערן אנגערופן 'די קינדער פונעם אייבערשטן', אויף זיי זאגט דער פסוק (דברים כב, ו): "'לֹא תִקַּח הָאֵם עַל הַבָּנִים', דְּאִימָּא לָא זָזָה מִנַּיְיהוּ לְעָלַם", דער אייבערשטער בלייבט שטענדיג מיט זיי.


הערסט זיסע ווערטער פון רבי שמעון בר יוחאי? דאס איז דאך ממש חיזוק פאר דיר, דו זיצט מיט תינוקות של בית רבן, עס איז דא סיי אפרוחים - די מלמדים, או ביצים - מיט די קינדער, - זיי זענען גורם צו ברענגען קדושה אויף די וועלט, זיי מאכן רוען די שכינה הקדושה.


נעכטן ווען איך בין געווען ביי דיר אין כתה ביי די סיומים, האב איך באקומען פרישע כוחות; איך האב אזוי הנאה געהאט צו זיצן מיט די ליכטיגע קינדער.


זאלסט מצליח זיין מיט דיינע תלמידים.


 

#3684 - שרייבט מיר וואס מען דארף פאררעכטן אין אפיס
מוסדות, הכרת הטוב, קאמפיוטער, אפיס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


מיר זענען זייער צופרידן פון אייער ארבעט.


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר שרייבן אז די פילטער אין אפיס איז נישט גוט, אזוי האבן מיר דאס געקענט פאררעכטן.


איך בעט אייך זייער, אויב איז דא זאכן וואס פירט זיך נישט אזוי ווי מען דארף - זאלט איר מיר דאס שרייבן.


שרייבט מיר אויך וויפיל תהלים איר זאגט, און אייערע סיומים.

#3683 - אזא איבערגעגעבנקייט פאר די חדר, סקול און קאנטרי
שלום בית, מוסדות, הכרת הטוב, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך זע יעצט פון דער נאנט אביסל וואס דו טוסט פאר אונזערע קינדער, ווי דו זארגסט פאר די חדר, סקול און קאנטרי - מיט אזא איבערגעגעבנקייט; איך שטיי און שטוין ווי האסטו אזויפיל כח, ממש אומגלויבליך... פון פארטאגס ביז ביינאכט ביסטו אזוי איבערגעגעבן פאר די מוסד.


א באזונדערע דאנק פאר'ן יא מיט ארבעטן מיט האברך ... נרו יאיר, דאס איז פאר מיר די גרעסטע זאך, אז מיר ארבעטן אינאיינעם.


א באזונדערע דאנק פאר דיין אשת חיל תחי' אז זי לאזט דיר אזויפיל טון פאר'ן מוסד.

#3682 - די ברסלב'ע רעסעפי
תפילות אויף אידיש, מוסדות, הכרת הטוב, עסן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אשריך ואשרי חלקיך אז דו קאכסט פאר די מוסד, דו גרייטסט אן עסן פאר תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא.


דו ווייסט דאך די ברסלב'ע רעסעפי, מיר האבן א ספייס פון תפילה והתבודדות; ווען מען נעמט דעם טאפ שעפשעט מען תפילות:


"הייליגער באשעפער, איך גיי יעצט קאכן, העלף מיר עס זאל זיין א געשמאקע מאלצייט, העלף מיר עס זאל מיר אנקומען גרינג, העלף מיר די קינדער זאלן דאס עסן, זיי זאלן שפירן א געשמאק אין די עסן.


רבונו של עולם, איך דאנק דיר פאר די זכי' צו ארבעטן אין בית המקדש, איך קען צושטעלן עסן פאר צאן קדשים, שיק מיר דיינע מלאכים זאלן מיר העלפן אז די ארבעט זאל מיר אנקומען גרינג, אמן".


דאס איז אונזער רעסעפי, די עסן קומט אויס דעלישעס, עס איז גאר אן אנדערע עסן ווען מען בעט.


יישר כח.

#3681 - איר טוט אזויפיל פאר אונזער מוסד און די קהילה
מוסדות, הכרת הטוב, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך ווייס נישט ווי אנצוהויבן, איר טוט און איר טוט אזויפיל פאר אונזער מוסד און די קהילה. אנגעפאנגען מיט די מוסד, די אפיס; איר זענט די מוסד, איר טראגט די אחריות פון א' ביז ת' מיט אזא איבערגעגעבנקייט, און איר ווערט נישט זאט.


געווענליך א מענטש נאכן ענדיגן ארבעטן גייט מען אהיים און שוין, ביי אייך הויבט זיך אן א פרישע ארבעט אין די נאכט שעות, טהרתן של ישראל; איר האט גענומען די אחריות פון זיין די באקוקערן און זען אז אלעס זאל זיין גוט.


איך בעט דעם אייבערשטן פאר אייך און אייער מאן מיט די גאנצע משפחה. אייער מאן איז מיר אויך זייער געטריי; די גאנצע עול פון אומאן האט ער גענומען, אויך פון די הדפסה, און פון נאך צענדליגער זאכן.


דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן מיט געזונט און נחת.

#3680 - אין הימל איז זייער חשוב דער וואס העלפט דער רבי און זיינע מוסדות
מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


מיר זענען זייער צופרידן פון אייער ארבעט, מען געבט מיר איבער פון אפיס אז איר טוט די ארבעט גוט און שנעל.


מן הסתם איז דא ביי אנדערע פלעצער וואו מען צאלט אפשר שענער, אבער אויבן אין הימל איז זייער חשוב דער וואס העלפט דער רבי און זיינע מוסדות.

#3679 - א זכי' צוצושטעלן עסן פאר תינוקות של בית רבן
מוסדות, הכרת הטוב, קליידער

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואס פאר א גוטע זאך האסטו געטון אז מען האט דיר אויסדערוועלט צו ארבעטן אין אזא הייליגע ארבעט? דו דארפסט טאנצן פאר שמחה אז דו האסט אזא טייערע אמט - צושטעלן עסן פאר תינוקות של בית רבן.


"אִם אֵין קֶמַח אֵין תּוֹרָה" (אבות ג, יז), אן עסן איז נישטא קיין תורה; די קינדער און בחורים האבן דורכדעם כח צו לערנען און דאווענען.


בלייב ארבעטן מיט דיין ציצית; האלט איין ציצית אין קאך, מיט דעם זאלסטו ארבעטן, און ווען דו ענדיגסט ארבעטן - זאלסטו זיך צוריק אנטון דיינע זויבערע קליידער, אבער בלייב מיט דיינע חסידי'שע קליידער; זיי שטאלץ מיט דיין בארד און פאות, קאפל און ציצית.