בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5961 - ארויסהעלפן די שטעטל און די קהלה
שטעטל, וואלן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די קהילה. די חברי הנהלה ארבעטן זייער שווער בייטאג און ביינאכט, און זיי בעטן זיך, הלואי זאלן קומען נאך אינגעלייט העלפן. יעצט דארף מען הילף מיט די וואלן, און א גרויסן יישר כח פארן זיך מתנדב זיין צו העלפן צאמנעמען די חתימות פאר די וואלן.


טו מיר די טובה, יעדע פאר טעג זאלסטו פרעגן דיין שוואגער מנחם נרו יאיר, חבר הנהלה - וואס דו קענסט העלפן די שטעטל, וואס דו קענסט טון פאר די טובה פון די קהלה.


לערן יעדן טאג משניות און גמרא, דער רבי זאגט: "מעט גם כן טוב".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5960 - וואלט איר געגאנגען מיט די קלייד קעגן משיח צדקינו?
צניעות, משיח

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


גייט נישט אנגעטון אויסגעפאסט (טייט), עס איז זייער נישט שיין, עס מאכט ברעכן, גועל נפש; א אידיש קינד דארף גיין שיין אנגעטון, אזוי ווי עס פאסט פאר א טאכטער פון א קעניג. מיר זענען נישט קיין חיות פון וואלד, מיר זענען אידן, מיר זענען אויסדערוועלט צו זיין דעם אייבערשטנ'ס קינדער.


יעצט אין די חדשים ווען איר ווארט א שמחה איז זיכער אז מען דארף אכטונג געבן ווי אזוי מען טוט זיך אן, צו גיין שיין און איידל; וועט דאס האבן א השפעה אויפן קינד, אויף ליכטיגע ערליכע אידישע דורות.


איידער איר קויפט א קלייד זאלט איר טראכטן 'וואס טו איך ווען איך הער די שופר פון משיח און איך דארף יעצט גיין אנטקעגן משיח צדקינו, וואלט איך געגאנגען מיט די קלייד? וואלט איך געגאנגען מיט די דינע שטרומפ?'


איידער איר טוט זיך אן א קלייד טראכטס 'ווי אזוי וועל איך זיך שפירן צו זיצן אויבן אין גן עדן מיט אזא קלייד, וואלט איך געוואלט זיצן אין גן עדן נעבן די צדיקים און צדקניות מיט אזא אויסגעפאסטע קלייד? וואלט איך געזיצן אין גן עדן נעבן די צדיקים מיט דינע שטרומפ וכו' וכו'?'


עס איז דא א בריוו וואס ווען איך ליין דעם בריוו וויין איך, מוהרא"ש שרייבט פאר די תלמידות אין יבנאל ווען ער האט זיך דערוויסט אז די רעבעצין זיינע ליידט פון די ביטערע קרענק, מוהרא"ש שרייבט, אפשר קומט מיר דאס פאר א שטראף אז איך האב נישט גענוג גערעדט צו מיינע תלמידות פון צניעות; איך ווער אזוי איבערגענומען פון דעם בריוו, איך טראכט 'רבונו של עולם, ווער נאך האט גערעדט אזויפיל צו אידישע קינדער פון זיין איידל און ערליך ווי מוהרא"ש, און ועל כולם זאגט מוהרא"ש אז ער נעמט עס אויף זיך פארן נישט רעדן גענוג.


נאך א בריוו איז דא פון מוהרא"ש אין די טאג פון זיין פטירה, די בריוו מאכט אויך וויינען, מוהרא"ש שרייבט:


שָׁלוֹם רַב צוּ אַלֶע טֵייעֶרֶע פְרוֹיעֶן פוּן אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ


אִיךְ גֵיי שׁוֹין אַוֶועק פוּן דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ אַז אִיר זָאלְט זִיךְ פָארְנֶעמֶען זִיךְ צוּ שְׁטַארְקְן אִין צְנִיעוּת.


קוּקְט וואוּ אַ מֶענְטְשׁ קוּמְט אָן צוּם סוֹף, אוּן נֶעמְט אַייךְ פָאר צוּ זַיין צְנִיעוּת'דִיג, אוּן מִיט דֶעם וֶועט אִיר מַאכְן אַ גְרוֹיסְן נַחַת רוּחַ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן פַאר מִיר.


דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וָואס הָאט מִיר גֶעהִיטְן מַיין גַאנְץ לֶעבְּן פוּן דִי אַלֶע וֶועלְכֶע הָאבְּן מִיר גֶעוָואלְט שְׁלֶעכְטְס טוּן, זָאל אַייךְ אוֹיךְ אָפְּהִיטְן פוּן אַלֶעם שְׁלֶעכְטְס.


אִיךְ בֶּעט אַייךְ אַז אִיר זָאלְט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אִין יַבְנְאֵל, אִיךְ וֶועל אַייךְ דַאנְקְבַּאר זַיין פַאר דֶעם, אוּן וָואס אִיר וֶועט בֶּעטְן בַּיי מַיין קֵבֶר, וֶועט אִיר בַּאקוּמֶען פוּן הִימְל.


אִיךְ וואוּנְטְשׁ אַייךְ בְּרָכָה אוּן הַצְלָחָה


*


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5959 - נעמט די קינדער, די מאמע זאל קענען טון איר ארבעט
כיבוד אב ואם, תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער אז איר האט ליב בית פיגא סקול, איר האט ליב אייערע טיטשערס און איר זענט קונה אסאך גוטע זאכן.


העלפט אייער מאמע אין שטוב, העלפט צאמנעמען די שטוב און העלפט מיט די קליינע קינדער זיי זאלן נישט וויינען אז אייער מאמע זאל קענען טון איר ארבעט אומגעשטערט. עס איז א גרויסע מצוה צו העלפן אין שטוב די מאמע, עס איז פון די גרעסטע און הייליגסטע מצוות ביי אידישע קינדער.


זאגט יעדן טאג תהלים, נעמט נישט קיין פרעשור, זאגט אביסל מיט נאך אביסל, וויפיל איר קענט, און בעטס דעם אייבערשטן אלעס וואס איר דארפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5958 - טו אלע מצוות מיט שמחה, און מאך פרייליך דיין ווייב
תפילות אויף אידיש, שמחה, שלום בית, עצבות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת טהרה, י' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דער עיקר איז שמחה; טו אלע מצוות מיט שמחה, און מאך פרייליך דיין ווייב.


בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון קאפ ביז די פיס, אז איך זאל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.


אנא, איך בעט דיר, נעם אוועק פון מיר די עצבות און מרה שחורה, העלף מיר איך זאל נאר זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע, און בזכות שמחה זאל איך זוכה זיין נכלל ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיך באשעפער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליין, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".


היינט נאכט וועט זיין די ליל שישי שיעור אין ישיבה אין וויליאמסבורג.


שבת און אויך פסח וועל איך זיין אין קרית ברסלב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#5957 - א שגץ שרייט אין שטוב, א שגץ זידלט
שלום בית, פסח, חומרות, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת טהרה, י' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מען דארף רעדן צו א ווייב מיט דרך ארץ, איידל און ווייך; א שגץ שרייט אין שטוב, א שגץ זידלט; עס לוינט נישט אלע חומרות אויב עס ברענגט צו איין פינטל כעס, אדער איין שטעך פאר די ווייב.


מוהרא"ש האט געלאכט פון די חומרות. מוהרא"ש האט דערציילט, זיין ווייב די רעבעצין האט געהאט א באבע וואס האט פסח'דיג געמאכט די טיש, אויפן טיש האט זי געלייגט א ברעט, אויפן ברעט האט מען געלייגט פאפנדעקל (קארדבאר"ד), אויפן פאפנדעקל האט מען איבערגעדעקט מיט זילבער פעפער, אויף די זילבער פעפער האט מען געלייגט אפאר טישטוכער און נאכדעם האט מען אנגעווארענט די קינדער נישט צו לייגן די טעלער אויפן טיש נאר האלטן די טעלער אין האנט.


לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא, דאס איז נישט קיין חומרות, דאס איז אידישקייט; מען קען נישט זיין א איד נאר אז מען לערנט יעדן טאג גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#5956 - איך שיק דיר פון די ברסלב'ער מצות פאר הכרת הטוב
הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ר' ... נרו יאיר


איך שיק דיר פון די ברסלב'ער מצות פאר הכרת הטוב פאר אלעס וואס דו טוסט פאר די ישיבה און פאר אונזערע מוסדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו א כשר'ע פרייליכן פסח.

#5955 - אין זכות פון נישט שמירן די נעגל, וועט עס זיין געזונט
נעגל

אין זכות פון נישט שניידן די נעגל, וועט עס זיין געזונט


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


 בזכות וואס איר שטארקט זיך צו נישט לייגן נעגל פאליש וועט דער אייבערשטער העלפן איר וועט האבן שיינע געזונטע נעגל און די נעגל וואס האט געהאט די אינפעקשאן און עס האלט זיך אין איין צעברעכן - וועט זיך אויסהיילן און ווערן צוריק א געזונטע נעגל.


מען פארדינט נאר אז מען פאלגט א צדיק, און אז מען גייט אין די וועג פון א צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5954 - מכבד זיין די עלטערן, נישט נעמען צום הארץ וואס זיי טוען
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב.


זיי איר מחזק זי זאל נישט נעמען צום הארץ דאס וואס דיין מאמע גייט יעצט אריבער. זי דארף זיך נישט שעמען מיט איר, זי זאל נישט נעמען קיין לחץ פון וואס זי טוט, ווי זי פירט זיך; זי זאל טון וואס איר פליכט איז, צו מכבד זיין די עלטערן.


ענק דארפן ווייטער מכבד זיין די עלטערן, סיי דיין טאטע און סיי דיין מאמע, זאל זיין וואס זאל זיין, און אז דיין מאמע גייט יעצט אריבער די זאך וכו', זי האט זיך אנגעטשעפעט מיט איינעם השם ירחם - דאס האט נישט מיט ענק, דאס איז נישט ענקער אחריות; זאלן ענק נישט אפהאקן קשר חס ושלום נאר ווייטער טון רצון הבורא יתברך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5953 - די גרעסטע הפצה היינט איז די חיזוק יומי המתורגם
הפצה, חיזוק יומי, חיזוק למפיץ

 


 


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, בני ברק


זיי מחזק ... ער זאל ווייטער מתרגם זיין די חיזוק יומי; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וויפיל מענטשן זענען זיך מחזק מיט די קורצע שיעורים טאג טעגליך, און ווען עס פלעגט זיין חיזוק יומי מתורגם אויף לשון הקודש פלעגן זיך צענדליגער טויזנטער מענטשן מחי' זיין און מחזק זיין, א שאד אז דאס גייט נישט אן ווייטער טאג טעגליך.


די גרעסטע הפצה וואס איז היינט דא איז די חיזוק יומי המתורגם אין לשון הקודש, צענדליגער און הונדערטער טויזנטער אידן זענען זיך מחזק יעדן טאג; וויפיל די מפיצים גייען מיט די ספרים, מיט די גליונות - קומט מען נישט אן צו איין טאג חיזוק יומי המתורגם, אזא הפצה איז נאכנישט געווען; איז א שאד דאס זאל זיך אפשטעלן.


טו אלעס אויף דער וועלט אז דאס זאל זיך נישט אפשטעלן, און אדרבה, דאס זאל ווערן נאר שטערקער און שטערקער.


שטארק זיך אין הפצה, דאס איז אונזער תקוה.


 


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5952 - די טאכטער וואס איז מקורב צום רבי'ן פירט זיך אזוי שיין
כיבוד אב ואם, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן א בריוו פון אייער מאמע.


זי שרייבט ווי זי שעפט נחת פון אייך און פון אייער מאן און קינדער, ווי ענק זענען איר מכבד, ווי ענק רעדן שיין צו איר; זי זאגט זי איז זייער דאנקבאר פאר היכל הקודש וואס מען טוט מיט אייך.


איך האב געליינט דעם בריוו און איך האב אזוי הנאה געהאט צו הערן די שיינע גריסן, ווי א מאמע שרייבט אז איר טאכטער וואס איז מקורב צום רבי'ן פירט זיך צו איר אזוי שיין, מיט אזא דרך ארץ, און אז מען זאגט די מאמע זאל זיצן ביים טיש און מען העלפט ברענגען די עסן ביי די סעודות. עס איז ממש וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" - זאלסט זען עס זאל ארויסקומען א קידוש השם דורך דיר, און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר, ווייל ווען א מענטש פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה. ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך". אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיה מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


די דרך ארץ וואס דער רבי לערנט אונז - איז וואונדערליך, ווער עס הערט דעם רבינ'ס ווערטער - ווערט א בעל דרך ארץ צו יעדן איינעם, און בפרט צו די עלטערן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "אִם קֵיסָרִים וּמְלָכִים הָיוּ יוֹדְעִים אֵיךְ אֲנִי מְלַמֵּד אֶת אֲנָשַׁי דֶּרֶךְ אֶרֶץ, הָיוּ שׁוֹלְחִים אֶת בְּנֵיהֶם אֵלַי לִלְמוֹד דֶּרֶךְ אֶרֶץ", ווען קעניגן וואלטן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5951 - ביי די בר מצוה ווערט מען ווי ניי געבוירן
חברים, התחזקות, סיום הש"ס, בר מצוה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר, ירושלים


מזל טוב פאר דיין בר מצוה! דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת משפטים, צח.) דוד המלך, ווען ער איז געווארן בר מצוה, ער איז געווארן דרייצן יאר - האט ער געדאנקט דעם אייבערשטן אז ער ווערט א זון פארן אייבערשטן, און אויף די טאג פון די בר מצוה שטייט (תהלים ב, ז): "ה' אָמַר אֵלַי", דער אייבערשטער זאגט "בְּנִי אַתָּה", דו ביסט מיין זון, "אֲנִי הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ", היינט ווערסטו ניי געבוירן, היינט באקומסטו א הייליגע נשמה.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן ג), ווען ער האט בר מצוה געהאט איז געקומען דער הייליגער צדיק רבי משה חיים אפרים פון סידילקוב זכותו יגן עלינו - בעל מחבר ספר דגל מחנה אפרים, דעם רבינ'ס פעטער. ער האט געבענטשט דעם רבי'ן און אים געזאגט דעם פסוק (תהלים ב, ז): "אֲנִי הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ", און דער רבי האט געזאגט אז די ווערטער וואס זיין פעטער האט אים דעמאלט געזאגט - איז ביי אים געווען אזוי טייער, ממש ווי איינער טרעפט א גרויסער אוצר; ער האט געהאט פון די ווערטער גרויס חיזוק, ער האט פארשטאנען אז עס איז א גוטע צייט אנצוהויבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן; אז דער אייבערשטער זאגט דעם בר מצוה בחור: "איך האב דיר היינט געבוירן, דו ביסט מיין קינד".


א באזונדערע מזל טוב פאר דיין סיום הש"ס, איך בין אזוי פרייליך צו הערן אז דו האסט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ תלמוד בבלי לכבוד דיין בר מצוה. איך געדענק ווען מוהרא"ש פלעגט זיך אלץ בארימען ביי די ליל שישי שיעורים אז אין יבנאל האט ער א תלמוד תורה וואס אלע קינדער גייען צו די בר מצוה מיטן ענדיגן גאנץ ש"ס, מיר פלעגן דאס אזוי מקנא זיין, מיר פלעגן מתפלל זיין ווען וועלן מיר שוין אויך האבן אזא זאך, אז אונזערע קינדער וועלן גיין צו די בר מצוה מיטן ענדיגן לערנען גאנץ ש"ס, און יעצט - געלויבט דעם אייבערשטן - האלטן מיר דא, אז נאך א תלמיד הישיבה גייט צו די בר מצוה מיטן ענדיגן לערנען גאנץ ש"ס.


נעם זיך גוטע חברים, נאר ערליכע בחורים. שלמה המלך זאגט (משלי יג, כ): "הוֹלֵךְ אֶת חֲכָמִים יֶחְכָּם", דער וואס גייט צום חכם ווערט א חכם, "וְרֹעֶה כְסִילִים יֵרוֹעַ", און דער וואס דרייט זיך מיט שלעכטע מענטשן - ווערט א נאר; בעט איך דיר זייער, לכבוד דיין בר מצוה נעם זיך נאר גוטע חברים וואס רעדן ערליך און איידל, חברים וואס לעבן מיטן רבי'ן, חברים וואס אטעמען די עצות פון רבי'ן; ווייל אלעס איז אנגעהאנגען אין דעם, אז מען האט גוטע חברים ווערט מען אן ערליכער איד. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט משלי, רמז תתקנ) א מענטש גייט אריין אין א געשעפט פון גוטע בשמים (פערפיום), אפילו ער קויפט נישט קיין בשמים - קלעבט זיך אן אין אים א גוטע גערוך, עס גייט אריין אין זיינע קליידער א גוטע שמעק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5950 - ערב ראש חודש ניסן איז א צייט פון תשובה
שלום בית, תשובה, ערב ראש חודש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תזריע, ערב ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ערב ראש חודש ניסן איז א צייט פון תשובה, היינט זאגן אלע יום כיפור קטן, מען טוט תשובה, מען בעט דעם אייבערשטן מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן בכלליות ובפרטיות - יעדער איינער פון זיינע צרות היצר.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך בארעכענען און תשובה טון, סיי אויף בין אדם למקום און סיי אויף בין אדם לחבירו, נעם זיך פאר קומען אין שול דאווענען מיט מנין, נעם זיך פאר רעדן מיט דרך ארץ אין שטוב, און חס ושלום וויי טון אדער טשעפען די ווייב.


אז מען איז שטארק מיט דאווענען מיט מנין און מיט מכבד זיין די ווייב - איז מען זוכה צו פרנסה בשפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5949 - צום ערשט כשר'ן דעם טעלעפאן, טעבלעט, און קאמפיוטער
שמחה, טעלעפאן, פסח, חומרות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תזריע, כ"ח אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


ברענגט אריין די פסח מיט שמחה, אנשטאט זוכן מער און מער חומרות - זוך מער און מער שמחה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל, וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הויבט אן דינען דעם אייבערשטן - דאס זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס זענען בלויז דמיונות, שטותים און קאפ דרייעניש, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "דְּהַיְנוּ מַה שֶׁחוֹשֵׁב וְחוֹקֵר וּמְדַקְדֵּק בְּיוֹתֵר, אִם הוּא יוֹצֵא כָּרָאוּי בַּמֶּה שֶׁעוֹשֶׂה", דאס וואס מען טראכט צי מען איז יוצא די מצוה וואס מען טוט - צי נישט; מען איז מדקדק און מען האלט אין איין אריינטראכטן: 'אפשר בין איך נישט יוצא, אפשר בין איך יא יוצא', דאס אלעס ברענגט דערצו אז דער מענטש זאל אלעס אפלאזן השם ישמרינו.


ווען דו גייסט כשר'ן דיין קאך, זאלסטו קודם כשר'ן דיין טעלעפאן, כשר דיין טעבלעט, קאמפיוטער, זאלסט נישט קוקן קיין ניאוף; גיי אוועק פון פרעה, קום ארויס פון מצרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5948 - זיי מקפיד יעדן טאג צו טאנצן א קאדאטשקע מיט די קינדער
שמחה, רפואה, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


פסח ווען מען עסט די הייליגע מצות – ווערט מען אויסגעהיילט בגוף ובנפש, דער הייליגער זוהר רופט אן די מצות "מיכלא דאסותא", עסן וואס היילט (פרשת בא, מא.), אויך מיטן נאמען "מיכלא דמהימנותא", עסן וואס ברענגט אמונה (פרשת תצוה, קפג:); בזכות די הייליגע מצה, די הייליגע יום טוב – זאלסטו צוריק קומען צו דיינע כוחות, זיין געזונט און שטארק, דו און דיין ווייב, אויך דיינע דורות.


זיי מקפיד יעדן טאג ווען דו קומסט אהיים צו טאנצן א קאדאטשקע, צינד אן הויך ניגוני אמונה, "ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין", און טאנץ א קאדאטשקע מיט דיינע קינדער, דאס וועט העלפן פאר א געזונטע גייסט, א רואיגע נפש.


א פרייליכן יום טוב.

#5947 - עס האלט שוין ביי חילול שבת, דארפסטו טון אלעס אין דער וועלט
תפילות אויף אידיש, שמחה, תודה והודאה, שלום בית, שבת קודש, סמארטפאון, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב עס האלט שוין ביי חילול שבת, דיין ווייב נוצט איר טעלעפאן שבת קודש, רחמנא לצלן - איז שוין גאר ביטער, דארפסטו טון אלעס אין דער וועלט צו ראטעווען דיין שטוב.


זאלסט נאר געבן גוטע ווערטער פאר איר, ווייל באמת איז זי א גוטע נשמה נאר די קליפות ווילן איר פארכאפן; די טומאה פון א סמארטפאון איז אזוי שרעקליך, עס מאכט חרוב אלעס.


זאלסטו שבת זיין זייער זייער פרייליך, זאלסט איר אויפלעבן און אויסרימען און נישט נאכזוכן וכו', נאר זיין פרייליך; מיט שמחה וועסטו פארטרייבן די קליפות פון דיין שטוב.


גיי יעדן טאג התבודדות אין פעלד הינטער דיין שטוב און בעט דעם אייבערשטן די ווערטער: "הייליגער באשעפער, לייג אריין א רוח טהרה אין מיין ווייב, זי זאל אוועק ווארפן די מאוויס, זי זאל אוועק ווארפן די סמארטפאון, זי זאל ליב האבן אידישקייט, זי זאל היטן די תורה, שבת און אלעס.


הייליגער באשעפער זיי מיר מוחל אויף אלע מיינע עבירות, איך טו תשובה, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג, איך גיי שוין זיין גוט, נעם אן מיין תשובה און געב מיר ערליכע דורות, איך און מיין ווייב און קינדער זאלן אלע גיין אין די תורה וועג".


אויך זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר - וועסטו שפירן מעין עולם הבא, ווייל נאר אז מען דאנקט דעם אייבערשטן קען מען שפירן א טעם אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5946 - אויב די מנהגים שטערן פון זיין פרייליך
שמחה, מנהגים, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הרב ... נרו יאיר


פסח זאלסטו זיך פארלייגן נאר אויף איין זאך, אויף שמחה; און אז די מנהגים שטערן דיר פון זיין פרייליך – זאלסטו זיך ענדערש פארלייגן אויף זיין פרייליך; שמחה פארברענט די קליפות, שמחה איז די גרעסטע מדריגה צו וואס מען קען זוכה זיין.


פסח ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים איז דאס געווען פון שמחה, משה רבינו האט אריינגעברענגט אין די אידן שמחה און ארויסגעריסן די עצבות וואס פרעה האט אריינגעברענגט. זאלסטו זיך זייער שטארקן נאר אויף די איין זאך, אויף שמחה; זיך פרייען אז דו ביסט א איד און אז דו עסט די הייליגע מצה, דו עסט נישט קיין חמץ, און חס ושלום נישט לאזן די ספיקות, בלבולים, מחשבות רעות – וואס קומט פון חכמות המדומות.


דאנק דעם אייבערשטן אויף דיין ווייב און דיינע ליכטיגע קינדער.


א פרייליכן יום טוב.

#5945 - קינדער וואס וואקסן מיט מרור דמרירות, לויפן זיי אוועק
שמחה, כעס, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פסח זאלסטו אכטונג געבן פון א משהו כעס וואס דאס איז עכטע חמץ, זאלסט זיך זייער היטן פון כעס, ווייל די קינדער – ווען זיי זעען אז יום טוב קומט מיט נערוון, און מצוות קומט מיט קולות און בזיונות, שפעטער ווען זיי ווערן עלטער – דארף מען רחמי שמיים זיי זאלן בלייבן מיט די תורה וועג.


ליידער אזויפיל בחורים און אפילו עלטערע – האבן באקומען פסח מרור דמרירות, און זיי ווערן יעדע יאר פסח פון פריש צערודערט, זיי לויפן אוועק, זיי האבן נישט קיין פלאץ אויף די וועלט.


דעריבער זאלסטו פסח איין זאך טון, נאר שמייכלען, זינגען און טאנצן אז מיר זענען אידן, מיר האבן די תורה און מצוות.


א פרייליכן יום טוב.

#5944 - זאגן הלל הויך אויפ'ן קול
תודה והודאה, פסח, הלל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פסח ווען דו זאגסט הלל זאלסטו זאגן אויפן קול, דורכדעם וועסטו קומען צו ליב האבן דעם אייבערשטן. אזוי זאגט דער רבי (ספר המדות אות אהבה, סימן ח): "עַל יְדֵי אֲמִירַת הַלֵּל בְּקוֹל גָּדוֹל", דורך זאגן זייער הויך הלל, "זוֹכִים", איז מען זוכה, "לְאַהֲבַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ".


אויך איז מען זוכה דורך זאגן הלל צו ווערן אפגעהיטן פון אלע פיינט. אזוי זאגט דער רבי (שם אות מריבה, סימן ח): "עַל יְדֵי קְרִיאַת הַלֵּל", דורך זאגן הלל, "יוֹשִׁיעַ לְךָ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מֵאוֹיְבֶיךָ", וועט דער אייבערשטער דיר העלפן פון די פיינט; ווייל דורך זאגן הלל ווערט מען צוגעקלעבט צום אייבערשטן, קען שוין נישט געשען קיין שלעכטס.


ביים סדר נאכט זאלסטו נישט אויפהערן דאנקען אויף וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, "מקימי מעפר דל", ער האט מיך אויפגעהויבן פון בלאטע, "מאשפות ירים אביון", וואו בין איך געווען? וואו בין איך געלעגן? אין די מיסט, אין די טומאה, "להושיבי עם נדיבים", היינט בין איך זוכה צו זיין ביים רבי'ן, זיצן אינאיינעם מיט די צדיקים, "ההפכי הצור", מיין פארשטיינערטע הארץ האט דער אייבערשטער איבערגעדרייט "אגם מים" – צו תורה ותפילה.


אשרינו אשרינו.


א פרייליכן יום טוב

#5943 - זאג א משנה נאך א משנה, דאס וועט דיך אויסרייניגן
משניות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תזריע, ג' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פאק זיך איין א קליין משניות, נעם עס מיט דיר מיט, וואו דו גייסט זאלסטו האלטן מיט דיר די קליינע משניות און זאגן א משנה נאך א משנה, דאס וועט דיך אויסרייניגן פון די חטאות נעורים.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; מוהרא"ש האט מקובל פון אנשי שלומינו אז ווען די רבי האט געזאגט די שיחה האט ער געמיינט מיט דעם דאס לערנען אכצן פרקים משניות.


היינט וועט זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור אין ישיבה, קום זיך אויפפרישן מיט די זיסע וואסער וואס קוועלט פון רבינ'ס קוואל.


די וואך שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך גיי זיין א שבת מיט די בחורים וואס גייען נאך געלט פאר די ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5942 - פסח ביי "ונצעק אל ה'", זאלסטו שרייען צום אייבערשטן
שידוכים, התחזקות, פסח, סדר נאכט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער מיין ליבער ברודער, געב נישט אויף, דראפע זיך און דערהאלט זיך, און בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר שוין געבן דיין שידוך.


פסח ביינאכט ביים ליל הסדר, ביי די ווערטער "ונצעק אל ה'", זאלסטו שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער געב מיר מיין שידוך, הייליגער באשעפער מאך מיר א נס, איך וויל ארויסגיין פון מצרים", דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט צו שרייען ביי 'ונצעק' ביז מען ווערט געהאלפן.


געב נישט אויף, די אידן ביים ים סוף זענען געווען אין א גרעסערע צרה, עס איז נישט געווען פאר זיי קיין שום וועג, און דער אייבערשטער האט זיי געשפאלטן דעם ים, אזוי וועט זיין ביי דיר, עס וועט זיך שפאלטן דער ים און דו וועסט טרעפן דיין שידוך.


א פרייליכן כשר'ן יום טוב.

#5941 - פסח איז א צייט פון חינוך הילדים
חינוך הילדים, תכלית, פסח, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


פסח איז א צייט פון חינוך הילדים, אלעס פונעם ליל הסדר דרייט זיך ארום די קינדער, פסח איז א צייט וואס דער טאטע רעדט צו די קינדער פון אמונה.


עס שטייט פון צדיקים, ווי אזוי מען פראוועט דעם ליל הסדר – אזוי וועט זיין די גאנצע יאר, וויל איך דיר זייער בעטן דו זאלסט טוישן דיין מהלך המחשבה; ביז אהער טראכסטו אז דיינע געשעפטן זענען דאס וויכטיגסטע און די קינדער מאכן נערוועז, יעצט זאלסטו מאכן פארקערט, די קינדער זאלן זיין דאס וויכטיגסטע און זאלסט ווערן נערוועז פון דארפן גיין ארבעטן, זאלסט זיך פרייען ווען עס ווערט פינף אזייגער אז דו ביסט באפרייט פון די צייטווייליגע שטותים און דו קענסט אהיימגיין צו חיים נצחיים, אויפשטעלן דורות נאמנים לה' ולתורתו.


טייערער ברודער, דיינע קינדער, דיינע דורות – זאלן דיר זיין דאס חשוב'סטע זאך, ביסט שוין גענוג נאכגעלאפן די בהמות (עיין ספורי מעשיות, מעשה יא), יעצט פסח זאלסטו ווערן באפרייט און אנהויבן לעבן א זיסע ערליכע לעבן, מחנך זיין די קינדער צו תורה און צו מעשים טובים.


א פרייליכן כשר'ן יום טוב.

#5940 - קיינמאל נישט אראפשטעלן א קינד א כיתה
חינוך הילדים, דרך ארץ, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תזריע, ערב ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


עס דארף זיין גענוג צו ווארענען א קינד אז אויב ער וועט נישט זיין דרך ארצ'דיג - וועט מען אים דארפן אראפלייגן א כיתה, אבער נישט טון אויף למעשה; עס קען אראפקלאפן דעם קינד אויף זיין גאנצע לעבן, און עס וועט זיין יצא שכרו בהפסדו; מען וועט טאקע אויפטון אויף די מינוט - אבער מען מאכט א חורבן פארן עתיד.


קיינמאל נישט אראפשטעלן א קינד א כיתה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5939 - זיך מיטכאפן מיט אלע אידן ארויס פון מצרים
פסח, התבודדות

בעזרת ה' יתברך -יום ג' פרשת תזריע, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס קומט דער הייליגער יום טוב פסח, אלע גייען ארויס פון מצרים, יעצט איז א גוטע צייט זיך מיטכאפן מיט אלע אידן ארויסצוגיין פון אלע מצרים דורך רעדן צום אייבערשטן.


פסח איז די ווערטער פה-סח, די מויל שמועסט, מען שמועסט מיטן אייבערשטן; אז מען שמועסט מיטן אייבערשטן, מען דערציילט פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער, אלע שווערע נסיונות, אלעס וואס דער יצר הרע ברענגט אריין במחשבה, דיבור ומעשה, דורכדעם גייט מען ארויס פון מצרים, פון אלע צרות.


טייערער ברודער, מאך זיך א קביעות יעדן אינדערפרי, גיי א קליינע שפאציר ארום דיין שטוב, הייב אויף דיינע אויגן צום הימל און זאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן: "רבונו של עולם מאך מיך פרייליך, רבונו של עולם געב מיר א שטארקע אמונה, געב מיר א ליבשאפט צו דיר און צו די תורה".


ברודער, די גאנצע טאג וועט דיר גיין אנדערש, דו וועסט ווערן ארומגענומען מיטן אייבערשטן.


א פרייליכע כשר'ע יום טוב.

#5938 - פסח ביים סדר זאלן ענק ביידע בעטן פאר קינדער
קינדער, פסח, סדר נאכט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, וזוגתו תחי'


היינט איז אליהו הנביא געווען אין ישיבה ביי א ברית, איך בין געווען סנדק, איך האב געוויינט צו אליהו הנביא פאר ענק, ענק זאלן שוין זוכה זיין צו זרע של קיימא.


פסח ביים סדר זאלן ענק ביידע בעטן פאר קינדער. דער זוהר הקדוש זאגט (בא, דף מ:) דער אייבערשטער רופט צוזאם אלע מלאכים און זאגט זיי זאלן זיך צוהערן צו די אידישע סדר נאכט, "כְּדֵין כֻּלְּהוּ מִתְכַּנְּשִׁין, וְאַתְיָין וּמִתְחַבְּרִין בַּהֲדַיְיהוּ דְּיִשְׂרָאֵל", און די מלאכים קומען מיטן באשעפער הערן די סדר נאכט.


ליל הסדר איז א פאסיגע צייט צו פועל'ן ישועות, פארמאך זיך די אויגן און זאג: "אייבערשטער מאך מיר א מתנת חנם, געב מיר אן אומזיסטיגער געשאנק, ליכטיגע געזונטע קינדער, צדיקים, וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט".


אזוי זאלסטו טון כמה פעמים, זיך פארמאכן די אויגן און שטילערהייט מיט די ליפן בעטן פאר קינדער.


א פרייליכן יום טוב, איך ווארט צו הערן די גוטע נייעס.

#5937 - 'עבדים היינו לפרעה במצרים', א תירוץ אויף אלע קשיות
אמונה, פסח, סדר נאכט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


פסח איז א צייט וואס מען גייט ארויס פון מצרים. דאס גייט אן אין יעדן דור ודור; אויב מען כאפט זיך אן אינעם צדיק, מען טוט די עצות, מען גייט יעדן טאג אין א ווינקל זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, מען בעט אים: "רבונו של עולם, זיי מיך מקרב צו דיר, באשעפער איך וויל זיך צוריק קערן צו דיר, איך וויל זיין א צדיק"; מען בעט און מען בעט, אזוי איז מען זוכה ארויסצוגיין פון אלע סארט מְצָרִים.


טייערער ברודער, פסח ביים סדר ווען מען הויבט אן די תירוץ נאך 'מה נשתנה' – הויבט מען אן מיט די ווערטער 'עבדים היינו לפרעה במצרים', מיר זענען געווען קנעכט צו פרעה; זאגט מוהרא"ש, דאס איז א תירוץ אויף אלע קשיות, ווייל ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען פארגעסט אז מיר זענען קנעכט נאר פארן אייבערשטן, 'עבדי הם, ולא עבדים לעבדים', ווי נאר מען פארגעסט פונעם אייבערשטן – הויבט מען אן ליידן, 'וכל המרבה לספר ביציאת מצרים, הרי זה משובח', ווי מער מען חזר'ט די חסדים פונעם אייבערשטן, מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן – גייט מען ארויס פון מוחין דקטנות צו גדלות המוחין און מען האט א זיסע לעבן, מען שפירט שוין דא טעם גן עדן, טעם עולם הבא.


א פרייליכן ליכטיגן יום טוב.