בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5392 - ווי אזוי צו נעמען וואקאציע
שלום בית, שכל, וואקאציע

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האף דו האטס פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט וועגן פארן אויף וואקאציע, א שאד די געלט, א שאד די מי – ווען מען קען מאכן וואקאציע אין שטוב; נאר פאר איין זאך לוינט צו פארן וואקאציע – צו זען אז דער אוצר איז אין שטוב, דער אוצר איז אונטערן פריפעטשיק.


איך וויל דיר לערנען וואקאציע; ווען דו קומסט אהיים נאך א טאג שווערע ארבעט – זאלסטו אנטפאנגען דיין ווייב מיט א גרויסע שמייכל, און מיט חכמה זאלסטו דערגיין וואס איז די מצב, ווי פעלט אויס שנעלע הילף. נעם צוזאם די שטוב, טראג ארויס די מיסט, נעם צוזאם די שפילצייג, געב צו עסן פאר די קינדער, באד זיי אפ, ליין מיט זיי קריאת שמע און לייג זיי שלאפן, דאס אלעס דארף נישט נעמען לאנג. נאכדעם זאלסטו זיך אוועקזעצן שמועסן מיט דיין ווייב, הער אויס ווי איר טאג איז געווען, דערצייל איר עפעס אינטערעסאנט, געב גוטע ווערטער – ויקרא שמו 'וואקאציע'.


קענסט אויך גיין א שפאציר און איינקויפן אן אייסעס, אייסקריעם, פאפקארן – און זיך שפארן דאס צעטיילן די קינדער, זיך שפארן פארן, פליען, גיין און קומען, זיך קריגן.


איך זאג דיר אן ליצנות, א שאד די געלט, א שאד די מי. נעם יעדן טאג וואקאציע

#5391 - מזל טוב אויף די גרויסע שמחה מיט'ן אוועקווארפן די סמארטפאון
חיזוק פאר פרויען, סמארטפאון, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


מזל טוב אויף די גרויסע שמחה אז איר האט אוועק געווארפן די סמארטפאון, איר האט געהאט די שטארקקייט צו טון וואס איז ריכטיג. יעצט האט איר צייט פאר אייער מאן און קינדער, די שטוב איז זויבער, ריין און צוזאמגענומען, עס איז דא פיינע ווארעמע מאלצייטן.


עס וועט אייך יעצט זיין אביסל שווער, ווייל איר זענט געווען צוגעוואוינט צו לעבן מיטן טעלעפאן, איר וועט זיך בענקען צו דעם, אבער איך בעט אייך זייער, בלייבט פעלזן פעסט נישט צוריק גיין צו דעם, וועט איר האבן גליק און פרייד.

#5390 - דער עיקר דארף מען קוקן אויב ער האט אמונת חכמים
שידוכים, אמונת חכמים, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, י' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


ביטע איבערגעבן די בריוו פאר אייער מאמע.


מרת ... תחי',


אויב איך מעג בעטן איר זאלט נאכאמאל אריינקוקן אין די שידוך וואס איך האב אנגעטראגן, הבחור ... נרו יאיר. איך ווייס אז איר האט זיך דערשראקן ווען דער טאטע האט גערעדט קעגן זיין ווייב צו אייך, איר טראכט 'וואס פעלט מיר אויס מאכן א שידוך מיט א משפחה וואס קריגט זיך? וואס פעלט מיר אויס אריינלייגן מיין קינד אין אזא שטוב?' דאך וויל איך נאכאמאל אנטראגן די שידוך, ווייל דער בחור איז אזא טייער קינד, אזא נשמה, אזוי ערליך מיט גאלדענע מידות; ועל כולם, ער האט אמונת חכמים, ער איז דבוק צו צדיקים, וואס היינטיגע צייטן איז דאס דער עיקר; אז עס איז דא אמונת חכמים האט א מענטש א מורה דרך וואס ברענגט אים צום אייבערשטן און איז אים מדריך ווי אזוי צו פירן א שטוב, דעמאלט איז שוין אלעס דא, דאס איז דער עיקר; איז אפשר יא כדאי צו מאכן די שידוך.


ביטע מיר מודיע זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5389 - מאכן פלעסטיק סערדזשערי, דאס קינד זאל נישט זיין אנדערש פון יעדן
תודה והודאה, רפואה, תפילות פון פרויען, אפעראציע

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן דעם בילד פון אייער קינד; לדעתי זאלט איר יא מאכן פלעסטיק סערדזשערי. ערשטנס עס איז א מיידל, צווייטנס עס איז אויפן פנים; דארפן די עלטערן זארגן אז דאס קינד זאל נישט אויסזען אנדערש פון יעדעם.


דער עיקר דארפן די עלטערן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מען האט א געזונט קינד, און אויך אסאך בעטן אויף ווייטער, אז די קינד און אלע קינדער זאלן אויסוואקסן געזונט און ערליך.


איר ווייסט אודאי וואס מוהרא"ש זאגט, אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה ס, טז): "כָּל יָמִים שֶׁהָיְתָה שָׂרָה קַיֶּמֶת הָיָה נֵר דּוֹלֵק מִלֵּילֵי שַׁבָּת וְעַד לֵילֵי שַׁבָּת, וְכֵיוָן שֶׁמֵּתָה פָּסַק אוֹתוֹ הַנֵּר, וְכֵיוָן שֶׁבָּאת רִבְקָה חָזַר", ביי שרה און ביי רבקה האט די ליכט פון שבת געברענט א גאנצע וואך; ביי די וועלט איז אנגענומען אז מען בעט פאר גוטע קינדער ביים צינדן די שבת ליכט, אבער די הייליגע אמהות האבן א גאנצע וואך געבעטן דעם אייבערשטן, זיי האבן געטון וואס מען טוט ביי די ליכט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5388 - אן עצה ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד
עבודת השם, היכל הקודש, בריוו, ספרי ברסלב, לקוטי מוהר"ן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב זיך זייער געפרייט צו דיין בריוו.


עס איז טאקע אזוי, עס איז זייער וויכטיג צו שרייבן בריוו; עס איז א וועג ווי מען קען אנהאלטן א קשר, זיין פארבינדן אין היכל הקודש.


ווי דו ווייסט אודאי לאקערט דער סמ"ך מ"ם זייער שטארק אויף יעדן תלמיד היכל הקודש, ער וויל אים אויסרייסן און אוועקנעמען פון די פלאץ; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו בלייבן אין היכל רבינו, סיי בזה העולם און אויף יענע וועלט.


דו שרייבסט מיר איך זאל דיר העלפן מיט אן עצה ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד; מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, וואס זאל איך דיר זאגן, דו האסט דעם רבינ'ס ספרים; מאך זיך שיעורים אין זיי - וועסטו זוכה זיין צו קומען צו שיינע זאכן. לערן יעדן טאג ליקוטי מוהר"ן - וועסטו אנהויבן אזוי שטארק בענקען צום אייבערשטן, דו וועסט לעבן מיט תשובה און מעשים טובים. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, ואמר בזו הלשון: "סע וועט אים אלע אדערן טרענען", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


אויך לערן די שיחות פון הייליגן רבי'ן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן; אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכות פארן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5387 - די שבת התוועדות איז נאר פאר תלמידות וואס לערנען ביי אונז
שבת התוועדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי


די שבת התוועדות וואס גייט זיין פאר תלמידות בית פיגא נאך חנוכה - וויל איך זאל זיין אויסדריקליך נאר פאר תלמידות וואס לערנען אין סקול; איך וויל נישט מאכן אזוי ווי פריער, וואס מען האט גענומען ווער עס האט געוואלט קומען. איך וויל נישט נעמען מיידלעך וואס האבן נישט אונזער חינוך, איך וויל זיך ענדערש פארלייגן אויף אונזערע קינדער; זיי זאלן אויסוואקסן איידל און ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5386 - נישט אויפהעצן די קינדער איינער אויפן צווייטן
קדושה, חינוך הילדים, הדרכות, תפילות פון פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע וכו'; אז אייער טאכטער וויל נישט גיין צו איר טאטע – זאלט איר זי נישט צווינגען. איר קענט איר פרעגן מפעם לפעם 'אפשר ווילסט גיין צו דיין טאטע? דיין טאטע וויל דיך זען, ער בענקט זיך צו דיר', אבער נישט צווינגען; אז זי וויל נישט גיין - קען מען נישט צווינגען.


דער עיקר דארף מען אכטונג געבן נישט אויפהעצן די קינדער איינער אויפן צווייטן; דער טאטע זאל נישט העצן קעגן די מאמע און די מאמע זאל נישט העצן קעגן דער טאטע, ווייל דאס קען לא עלינו זיי צוגרינד לייגן.


אויף דעם וואס איר האט מורא אפשר וועט ער טון מיט די טעכטער מעשים אשר לא יעשו; די עצה אויף דעם איז - רעדן צו די קינדער שטענדיג פון זיך אכטונג געבן, קיינער קען נישט אנרירן אונטער די קליידער, און קיינער קען דיר נישט הייסן זאלסט יענעם אנרירן אונטער יענעמ'ס קליידער, און אויך אויף די קליידער וכו'; מען מוז רעדן צו קינדער פון קדושה, ווייל אז נישט היינט - וועט מארגן אונטערקומען איינער וואס קען חס ושלום אוועקלייגן דאס קינד אויפן לעבן.


בעטס דעם אייבערשטן זיי זאלן אויסוואקסן געזונט, ערליך און הייליג. עלטערן דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליך און הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5385 - ענדערש פארדין ווייניגער, און האב א געזונטע ערליכע שטוב
קאמפיוטער, פרנסה, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם נישט אריין א קאמפיוטער אין שטוב; עס לוינט נישט די גאנצע ביזנעס, עס לוינט נישט מאכן געלט; ווייל זייער אסאך שטיבער זענען צעפאלן ווען מען האט אריינגעברענגט דעם קאמפיוטער אין שטוב.


ענדערש פארדין ווייניגער און האב א געזונטע ערליכע שטוב - ווי צו האבן געלט און די שטוב זאל זיין אין א סכנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5384 - נישטא אזא זאך דער מלמד זאל געבן פעטש
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישטא אזא זאך דער מלמד זאל געבן פעטש ביי מיר אין תלמוד תורה; מיר האבן א מנהל, און אז עס פעלט אויס - וועט ער מחליט זיין; דער מלמד טאר נישט געבן פעטש.


אויב געבסטו פעטש - וויל איך נישט זאלסט זיין מלמד ביי מיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5383 - בלייבט אין שטוב ביינאכט, גייט נישט צו חבר'טעס
כיבוד אב ואם, חברים, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי


בלייבט אין שטוב ביינאכט, גייט נישט צו חבר'טעס; אפילו איר האט גאר גוטע חבר'טעס - איז בעסער איר זאלט בלייבן אין שטוב העלפן מיט די שטוב ארבעט.


איר האט נאך די מעגליכקייט צו העלפן אין שטוב בלויז א קורצע צייט, ווייל אט אט גייט איר א כלה ווערן און בויען אייער אייגענע שטוב; איז בעסער איר זאלט בלייבן אין שטוב העלפן מיט די שטוב ווירטשאפט.


געדענקט, נישטא גרעסערס ווי העלפן א מאמע, נישטא בעסערס ווי מאכן א פארגענוגן פאר די מאמע.


בזכות העלפן די מאמע אפילו ווען עס איז נישט גרינג - וועט איר האבן א גוטע און זיסע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5382 - מען קען נאר קומען אין שולע אנגעטון איידל
צניעות, סקול, חינוך הילדים, הדרכות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי


איך האב נישט קיין ווערטער אייך צו דאנקען פאר אלעס וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער, נישטא קיין גרעסערע זאך ווי לערנען מיט קינדער די הייליגע תורה און די הייליגע אמונה.


איך בעט אייך זייער איר זאלט אכטונג געבן אויף די קינדער וואס קומען אין סקול – זיי זאלן קומען איידל אנגעטון, און זיכער די וואס לערנען און די וואס ארבעטן אין סקול - זאלן קומען אנגעטון איידל און רייך, נישט שלעפעריש און נישט אויסגעלאסן; מען קען נישט געבן קיין ארבעט פאר קינדער וואס קומען נישט אנגעטון איידל.


בנוגע די מיידלעך וואס קומען פאר חיזוק וכו'; ביטע זאגן פאר מרת ... זי זאל נישט ברענגען קיין מיידלעך אין סקול וואס רעספעקטירן נישט אונזער פלאץ. זי קען מחזק זיין מיידלעך און זיי האלטן ביי זיך אין שטוב, אבער אין בית פיגא קען מען נאר קומען ווער עס רעכנט זיך מיט די קינדער און מיט די מוסד. אזוי אויך דארף מען זאגן פאר מרת ... זי זאל קומען אנגעטון איידל.


געדענקט די ווארט וואס רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות אבדה ומציאה הלכה ג, אות טו), עס שטייט אין די תורה די מצוה פון העלפן מענטשן, שטייט (שמות כג, ה): "עָזֹב תַּעֲזֹב עִמּוֹ", זאגן די הייליגע חכמים (בבא מציעא לב.): "עמו" - ער דארף אויך העלפן; זאגט רבי נתן, ווען מען וויל העלפן איינעם דארף יענער זיך וועלן אליינס העלפן. מיר קענען יעדן איינעם מחזק זיין, אבער אז די מיידל אדער ווייבל וויל זיך נישט העלפן, זיי ווילן נישט טון דאס ביסל; צו קומען צו אונזער פלאץ אנגעטון שיין און איידל - וויל איך נישט זיי זאלן צוריק קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5381 - די שווערע דורכגאנג, איז א שטארקע חיזוק פאר אייך
כולל, קינדער, התחזקות, סבלנות, שמחות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע ... שיחיו


איך האב ערהאלטן ענקער בריוו.


איך הער זייער גוטע גריסן פון אייך, דיין ראש הכולל הרב ... שליט"א שרייבט מיר אז דו לערנסט זייער פלייסיג, איך הער אויף ענק זייער גוטע גריסן.


דאס וואס איר זענט יעצט אריבער, איר האט שוין ענדליך אנגעהויבן ווארטן וכו' און למעשה האט איר פארלוירן וכו'; דאס דארף אייך צוויי מאל פרייליך מאכן, איינס איר זעט קלאר אז איר קענט זוכה זיין צו קינדער און איר וועט זוכה זיין צו קינדער, און צווייטנס, אז דער אייבערשטער האט אייך אפגעהיטן פון שלעכטס, פון א נישט געזונט קינד.


זארגטס ענק נישט, דער אייבערשטער וועט ענק העלפן, איר וועט האבן א שיינע שטוב מיט קינדער און אייניקלעך.

#5380 - איך האב די שענסטע לעבן, די בעסטע וואס איז מעגליך
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, קנאה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי


איך הער גאר גוטע גריסן פון אייערע לערערינס אויף אייך, ווי שיין איר פירט זיך אויף, פון אייער דרך ארץ און מידות טובות. איך וועל איבערגעבן פאר אייערע עלטערן די גוטע גריס, זיי וועלן זיך זיכער פרייען, עס וועט זיי צוגעבן א שטיק געזונט.


בעטס אסאך דעם אייבערשטן אויף אן ערליכע שטוב, ערליכע שידוך, ערליכער מאן. די וואך האבן מיר אין די פרשה, לאה האט געבעטן אויף א ערליכע שידוך, זי האט געוואלט חתונה האבן מיט יעקב אבינו, און אפילו עס איז נישט געווען מעגליך פאר איר צו באקומען די שידוך האט דער אייבערשטער געמאכט זי זאל חתונה האבן מיט יעקב און אויפשטעלן אסאך שבטים, נאר ווייל זי האט אסאך געבעטן.


זייט קיינעם נישט מקנא, טראכטס 'איך האב די שענסטע לעבן, איך האב די בעסטע מאמע, איך האב די בעסטע וואס איז מעגליך'; דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייערע עלטערן און פאר אלעס וואס ער געבט אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5379 - די שטעטל איז א הערליכע פלאץ
כולל, תפילה והתבודדות, שטעטל, חובות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, י' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט בין איך געווען אין שטעטל באזוכן די ישיבה, חדר, בית פיגא, און ועל כולם די כולל; איך בין געזיצן מיט די כולל אינגעלייט אינעם בית הוראה עמק יחזקאל, על שם מיין זיידע קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה; די כולל אינגעלייט האבן זיך פארהערט א חלק הלכות שבת, עס איז געווען זייער א שיינע מעמד.


די שטעטל איז א הערליכע פלאץ, מוהרא"ש קוקט אראפ פון גן עדן און שמייכלט צו זען ווי מוסדות היכל הקודש פירט זיך בקדושה ובטהרה.


איך דארף מקצר זיין, די בחורים ווארטן אויף א שיעור, און נאכדעם דארף איך געבן א שיעור פאר די אינגעלייט. אויך האב איך א חתונה פון חיים מאיר. איין זאך בעט איך דיר, דערהאלט זיך, געב נישט אויף; מיר האבן זייער א גרויסער באשעפער, ער איז גרעסער פון דיינע חובות און גרעסער פון די בארג פראבלעמען וואס דו שלעפסט, ער ווארט זאלסט נאכאמאל קומען צו אים און געבן א קרעכץ, געבן א שריי "טאטע", דאס וועט מאכן ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5378 - געב דיין מעשר און דיין צדקה געלט פאר די ישיבה
צדקה, ישיבה, מעשר

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל בעטן פון דיר זאלסט געבן דיין מעשר און דיין צדקה געלט פאר די ישיבה. דו ביסט דאך א תלמיד פון די ישיבה, דארפסטו העלפן די ישיבה. דער רבי שרייבט אין א בריוו פאר אנשי שלומינו (הובא בתחילת ספר עלים לתרופה): "דערמאנט אייך איטליכער ווי איך האב אייך געפינען", דער רבי בעט אונז מיר זאלן נישט פארגעסן ווי אזוי מיר האבן אויסגעזען ווען מיר האבן געטראפן דעם רבי'ן, און העלפן די פלאץ וואס העלפט דיר.


נעם א פושקע פון די מוסד אין שטוב, אין אפיס און אין קאר; און ווען עס ווערט פול זאלסטו מיר עס ברענגען, די פרוטה'לעך העלפט מיר צאלן די איינגעשטעלטע.


מארגן וועט זיין די ליל שישי שיעור אין ישיבה, אויך שבת וועל איך זיין אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5377 - סך-הכל, דער אייבערשטער וועט מיך נישט פארלאזן
אמונה, פרנסה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך ווייס פון א ברסלב'ער חסיד, יעדע מאל ער מאכט זיך די חשבונות וויפיל געלט ער פארדינט און וויפיל חובות ער האט, ווען עס קומט די לעצטע שורה, ביים סך-הכל, אנשטאט ענדיגן מיט א מינוס – שרייבט ער: "סך-הכל, דער אייבערשטער וועט מיך נישט פארלאזן"; עס איז מיר זייער געפאלן, ווייל אנשטאט צו זען שטענדיג פאר די אויגן די מינוס – זעט ער פאר זיינע אויג: 'דער אייבערשטער וועט מיך נישט פארלאזן'.


חזר שטענדיג אמונה: 'דער אייבערשטער איז דא, ער מאכט אלעס און טוט אלעס'; דאס וועט דיר ברענגען פרנסה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות ממון, סימן כח): "עַל יְדֵי אֱמוּנָה נִתְרַבֶּה פַּרְנָסָה", דורך אמונה האט מען פרנסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5376 - הויב אן נאכאמאל זיין ערליך, ביסט היינט ניי געבוירן
התחזקות, עבודת השם, התחדשות, סדר דרך הלימוד, יאוש, תמימות, שכחה

 


בעזרת ה' יתברך - היום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


הויב אן נאכאמאל זיין ערליך; אפילו דו האסט שוין אנגעהויבן אזויפיל מאל און עס האט זיך גארנישט אויסגעלאזט פון אלע פרישע התחלות - זאלסטו יעצט אנהויבן פון ניי; פארגעס וואס איז געווען, טראכט 'איך בין היינט ניי געבוירן.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהויבן פון דאס ניי".


אז דו וועסט אננעמען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות, דו וועסט פארגעסן וואס איז געווען, דו וועסט טראכטן: 'איך בין היינט ניי געבוירן' - וועסטו זייער מצליח זיין, דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק.


נעם א חומש און הויב אן מעביר סדרה זיין פון היינט, ווארט נישט אויף סוף וואך, שטופ נישט אפ אויף מארגן; היינט הויב אן לערנען חומש, אויך זאלסטו היינט לערנען א פרק משניות און א בלאט גמרא. דער רבי זאגט, ווער עס לערנט יעדן טאג די לימודים - ווערט ביים סוף געזונט, מען ווערט ערליך און הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5375 - רעדן שיין צום מאן
שלום בית, רעדן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת תולדות, ו' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך בין געווען דעם שבת פרשת תולדות אין שטעטל, איך האב געזען אייער מאן נרו יאיר, א ליכטיגער טייערער אינגערמאן; איך האף איר שעצט אים, איר ווייסט וואס פאר אן אוצר איר פארמאגט, א מתנה פונעם אייבערשטן.


ווען מאן און ווייב רעדן שיין איינער צום צווייטן – קומט די שכינה הקדושה צווישן זיי און עס ווערט א לופט פון גן עדן, און די קינדער וואקסן געזונט בגוף, בנפש, רוח ונשמה. אויב חס ושלום מען רעדט נישט שיין איינער צום צווייטן – גייט די שכינה הקדושה אוועק און דו לופט פון גן עדן גייט אוועק, און עס איז א גרויסע רחמנות אויף די קינדער.


אייער מאן האט איין טאג ממש געוויינט צו מיר אז ער האלט נישט אויס ווען איר שרייט אויף אים מיט נישט שיינע ווערטער, ווי 'משוגע'נער גיי אוועק'; וויל איך אייך בעטן איר זאלט רעדן שיין צו אים און קיינמאל מער נישט נוצן די סארט ווערטער צו קיינעם נישט, און זיכער נישט צו אייער מאן.

#5374 - אייער זכות איז גרויס מיט'ן העלפן אין שטעטל אינעם באזאר
צדקה, שטעטל, קליידער

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת תולדות, ו' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


אייער זכות איז זייער גרויס מיטן זיך מתנדב זיין צו העלפן אין שטעטל אינעם באזאר, אז אנשי שלומינו זאלן האבן קליידער פאר די גאנצע משפחה פאר כמעט בחינם.


בזכות די גרויסע מצוה פון צושטעלן קליידער פאר די גאנצע שטעטל – זאלט איר האבן נחת פון אייערע קינדער, זיי זאלן זיין ערליכע אידן, תלמידי חכמים ויראי השם.

#5373 - מער אמונה, ברענגט מער רחמנות און מער פרנסה
אמונה, סבלנות, פרנסה, מדות טובות, שכל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, ג' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער חבר ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ווי מער מען נעמט אריין אין זיך אמונה, מען חזר'ט טאג און נאכט די אמונה אז עס איז נישטא גארנישט אויסערן באשעפער – אלץ מער קען מען יעדן איינעם ליידן, מען קען מיט יעדן איינעם לעבן.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א' סימן נו, אות ו): "וכל מה שמתרבה הדעת, מתרבה הרחמנות והשלום", ווי מער מען ווייסט פונעם אייבערשטן – אלץ מער רחמנות האט מען אויף יעדן איינעם, און מען קען זיך מיט אלעמען אויסקומען; אזוי ווי עס שטייט (ישעיה יא, ו) ווען משיח וועט קומען: "וְגָר זְאֵב עִם כֶּבֶשׂ וְגוֹ', אפילו צוויי פארקערטע נאטורן וועלן לעבן אינאיינעם; ווייל משיח וועט אריינברענגען אזא שכל אין די וועלט, צו וויסן אז אלעס איז אייבערשטער.


אויך, ווי מער מען נעמט אריין אמונה – אלץ מער פרנסה האט מען. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "כי פרנסה בנקל תולה בדעת", גרינג פרנסה קומט פון דעת, פון וויסן אז אלעס איז דער אייבערשטער און גארנישט אויף די וועלט פאסירט פון זיך אליין, אלעס איז פון אים, און אז מען האט נישט קיין דעת, מען לעבט אָן אמונה – דארף מען שווער ארבעטן. אזוי ווי דער זוהר זאגט (פרשת בשלח, סג.) אויפן פסוק (במדבר יא, ח): "'שָׁטוּ הָעָם וְלָקְטוּ', בִּשְׁטוּתָא", דאס מוטשען זיך איז פון 'שטותא', פון פארגעסן פונעם אייבערשטן.


אשרינו מה טוב חלקינו טויזנט מאל אז מיר האבן אזא רבי וואס לערנט אונז אמונה, ער לערנט אונז צו וויסן אז אלעס איז דער אייבערשטער, און נאר צו אים דארף מען זיך ווענדן.

#5372 - גיין נאך געלט צו קויפן נארישקייטן, איז ריכטיג גניבה
חברים, שידוכים, צדקה, גניבה, ישיבה, קיאסק

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, ג' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס איז א גרויסע גניבה דאס וואס דו טוסט, גיין נאך געלט צו קויפן א מאטער סייקל, מאטער סקוטער, ביבי גאן וכו'; דאס איז ריכטיג גניבה, און אז דו וועסט נישט באצאלן די אלע געלטער פאר עכטע צדקה – וועסטו דארפן מגולגל ווערן.


עס איז א פרעכע זאך גיין קלאפן אין הייזער 'צדקה פאר אן ארעמע משפחה' און נעמען דאס געלט פאר זיך; ווי שעמסטו זיך נישט צו טון אזא זאך?!


טו תשובה, מאך זיך א חשבון וויפיל געלט דו האסט גע'גנב'עט פון מענטשן און באצאל אלעס פאר צדקה.


איך ארבעט אזוי שווער פאר דיר, איך וויל דו זאלסט האבן א גוט לעבן, איך וויל דיר ברענגען א גוטע שידוך, אבער מיט גניבה איז זייער שרעקעדיג. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות גניבה וגזילה, סימן א): "מִי שֶׁנִּפְתָּה לִבּוֹ לִגְזֹל", ווער עס גזל'ט, "וְכֵיוָן שֶׁהִתִּיר לְעַצְמוֹ גְּזֵלַת חֲבֵרוֹ, הֲרֵי הוּא מוּכָן לְכָל חֵטְא וְעָוֹן", איז א סימן אז ער וועט טון אלע עבירות רחמנא לצלן, "וְאֵין תַּקָּנָה לַהֲסִירוֹ מִדַּרְכּוֹ הָרָעָה", און עס איז זייער שווער זיך אפצוגעוואוינען פון דעם.


זוך גוטע חברים, חברים וואס גייען טון חסד מיט אידישע קינדער, חברים וואס נעמען נישט קיין איין פרוטה פון צדקה. אויך זאלסטו נישט גיין אין קיאסק, וואס דארפסטו פראבלעמען? נוץ אויס דיינע יארן אין ישיבה.א


איך וויל דיך זייער העלפן מיט א שידוך, אבער נאר בתנאי אז עס ענדיגט זיך מיט די גניבה וגזילה.


איך ווארט אויף אן ענטפער.

#5371 - ארויסהעלפן א מקוה, א סגולה פאר זרע של קיימא
קינדער, מקוה, הפצה, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


פרעג דיין ווייב אויב זי וויל האבן די זכות פון רייניגן די מקוה טהרה צוויי מאל א וואך, דאס איז א גרויסע זכות צו נפקד ווערן בזרע של קיימא. צווינג עס נישט ארויף, פרעג איר אויב זי האט צייט און כח זיך מתנדב זיין פאר די הייליגע ארבעט.


דו זיי ממשיך צו לערנען קצת עיון מיט דיין חברותא, טור בית יוסף און שלחן ערוך. אין די איבריגע צייט זאלסטו לערנען חומש רש"י איינגעטיילט אויפן וואך, צוויי קאפיטלעך נ"ך, אכצן פרקים משניות, יום תהילים, די בלאט גמרא בבלי און ירושלמי, א פרק תוספתא, א פרק רמב"ם כסדרן, און טייל איין די תיקונים דאס צו ענדיגן יעדן חודש, אזוי אויך ליקוטי מוהר"ן, און נאכדעם גיי הפצה.


גיי שלאפן פרי, שטיי אויף לערנען פארטאגס, דעמאלט קען מען זייער מצליח זיין.


לאז מיר וויסן וועגן דיין ווייב.

#5370 - תפילה והתבודדות ברענגט שמחה
שמחה, התחזקות, נסיונות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


"יֶעֱרַב עָלָיו שִׂיחִי אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה'" (תהילים קד, לד), קען זיין פשט, 'עָלָיו' מיינט מען דעם מענטש, אז עס איז 'יֶעֱרַב עָלָיו שִׂיחִי' – עס איז זיס פארן מענטש זיך אויסצושמועסן מיטן אייבערשטן, וועט ער זוכה זיין צו 'אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה'', זיך צו פרייען מיטן אייבערשטן.


ווייל תפילה והתבודדות ברענגט שמחה; ווען מען גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, מען דערציילט אים אלעס וואס גייט אריבער, אויך אלעס וואס דער יצר הרע מוטשעט מיט נסיונות, מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל זיין אפגעהיטן פון שלעכטס – דאס ברענגט שמחה, מען איז זיך צו 'אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה'', והבן למעשה.


טייערער ברודער, הויב אן דעם טאג מיט זיך מתבודד זיין, גיי שפאצירן פינף, צען – מינוט, וועסטו זוכה זיין צו 'אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ', וועסט זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.

#5369 - נישט נוצן בעטן פון א פארפאלק וואס האבן זיך גע'גט
חתונה, מנהגים, גט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר


מזל טוב! דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין צו די חתונה מיט שמחה און הרחבת הדעת, און אויפשטעלן דורות ערליכע אידן.


בנוגע נייע בעטן וכו'; נוץ נישט די אלטע בעטן. מוהרא"ש זאגט מען זאל נישט נוצן בעטן פון א פארפאלק וואס האבן זיך גע'גט, ווייל דאס איז וואס דער רבי רעדט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רכט): "דע שיש עצים וכו' שאינם מסגלים להולדת בנים ולגדלם".


קויף זיך נייע בעטן; סיי די מאטראץ און סיי די העלצער וואס האלטן דעם מאטראץ; אלעס זאל זיין ניי. אזוי אויך די בעט געוואנט זאל מען נישט נוצן פון א גע'גט'ע פארפאלק.

#5368 - מען שטייט אויף פארטאגס לערנען, דאס געבט מיר כוחות
שטעטל, עבודת השם, לימוד התורה, נחת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך הער צוריק גוטע גריסן אויף דיר און אויפן שטעטל, אז דו און נאך אינגעלייט זיצן פארטאגס פינף אזייגער אין שול און מען לערנט פלייסיג, איך בין זייער פרייליך, און דאס געבט מיר פרישע כוחות ווייטער צו טון.


ווי דו ווייסט איז די שטעטל נישט געווען קיין גרינגע זאך אויפצושטעלן, און וויפיל דו ווייסט – ווייסטו נאכנישט אלעס; עס עפנט זיך נישט קיין שטעטל אזוי גרינג... עס ליגט אין דעם אסאך פלאג און מי, און מיין גאנצע כוונה איז – אויפשטעלן א מקום תורה ויראת שמים, א פלאץ וואס מען וועט לעבן אויף די וועג וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


איז דאס אז דו שטייסט אויף פארטאגס און נאך אינגעלייט, און מען זיצט און מען לערנט א צוויי שעה פארן דאווענען – איז מיר א גרויסע נחת און געבט מיר אסאך כוחות.