בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7696 - קויף א מתנה פאר דיין ווייב אז זי לאזט דיר גיין אויף אומאן
שלום בית, התחזקות, אומאן, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זע צו קויפן א מתנה פאר דיין ווייב אז זי לאזט דיר גיין צום רבי'ן. זאלסט וויסן עס זענען דא פרויען וואס עסן אויף דעם מאן'ס קישקעס, זיי לאזן נישט פארן קיין אומאן, עס זענען דא וואס סטראשען מיט א גט; זאלסטו איר קויפן א מתנה און איר איבערלאזן מיט געלט, זי זאל זיך קענען פרייליך מאכן אין די טעג וואס דו ביסט אוועק פון שטוב.


איך וויל דיר בעטן זאלסט זיך נישט פארלירן יעצט ווען דו דארפסט האבן געלט און דו האסט נישט, נעם די עצה וואס מוהרא"ש האט דערציילט. אין ירושלים איז געווען א באוואוסטער מגיד רבי בנציון יאדלער זכרונו לברכה וואס ער פלעגט ארום גיין אין שול'ן האלטן דרשות; איינמאל איז צו אים געקומען א איד און אנגעהויבן וויינען: "איך האב נישט קיין פרנסה, מיינע קינדער גייען אויס פאר הונגער, זיי וויינען פאר ברויט וכו' וכו'", זאגט אים רבי בנציון: "וָואס וִוילְסְטוּ פוּן מִיר? דוּ הָאסְט דָאך אַ רַייכֶער טַאטֶע, בֶּעט אִים עֶר זָאל דִיר הֶעלְפְן אוּן רַחְמָנוּת הָאבְּן אוֹיף דִיר", דער איד קוקט אן דעם רבי בנציון מיט וואונדער און זאגט: "מיין טאטע וואס וואוינט אין צפת? וואס קען ער מיר שוין העלפן? ער האט קוים פאר זיך צו לעבן?" און ער הייבט אן וויינען: "פארוואס מאכט איר חוזק פון מיר?!" זאגט אים רבי בנציון: "איך מיין נישט דיין טאטע פון צפת, איך מיין דיין טאטע אין הימל - דער גרויסער באשעפער - ער קען דיר העלפן! בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר", והבן למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7695 - ווי נענטער צום צדיק, אלס א גרעסערער יצר הרע
התחזקות, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים, כ"א אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווי נענטער מיר קומען צום רבי'ן - דארף מען מער התחזקות, און זיכער אין אומאן דארף מען גאר אסאך התחזקות, נישט מבולבל ווערן פון דעם וואס מען קען זיך נישט אויסגיסן דאס הארץ וכו' וכו'. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן עב): "לִפְעָמִים בָּא לָאָדָם הִרְהוּר תְּשׁוּבָה וְנַעֲשֶׂה בְּאוֹתוֹ שָׁעָה אִישׁ כָּשֵׁר, וְאַחַר כָּךְ רוֹצֶה לַעֲשׂוֹת עֻבְדָּא בַּאֲשֶׁר שֶׁנִּתְעוֹרֵר לִבּוֹ לִתְשׁוּבָה, בְּכֵן רוֹצֶה לִנְסֹעַ לְהַצַּדִּיק. וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁנּוֹסֵעַ מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע וְנוֹפֵל מִתְּשׁוּקָתוֹ שֶׁהָיָה לוֹ תְּחִילָה, וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁבָּא לְהַצַּדִּיק מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע עוֹד יוֹתֵר, וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", ווען א מענטש ווערט מקורב צום צדיק, ווי נענטער ער קומט צום צדיק אלץ מער ווערט ביי אים פארלאשן די חשק, זאגט דער רבי: "אַל יִקְשֶׁה בְּעֵינֶיךָ זֹאת, וְאַל יְבַהֲלוּךָ רַעְיוֹנֶיךָ עַל זֶה", עס זאל דיר נישט זיין שווער דעם ערשיינונג, "כִּי דַּע, שֶׁזֶּה נִמְשָׁךְ מֵחֲמַת כִּי בַּתְּחִלָּה כְּשֶׁבָּא לוֹ הַהִרְהוּר תְּשׁוּבָה מֵחֲמַת הַטּוֹב שֶׁהִתְעוֹרֵר בְּתוֹכוֹ אֲזַי עַל יְדֵי מַעֲשָׂיו בְּאוֹתוֹ שָׁעָה הֵמִית יִצְרוֹ, וְנִתְבַּטֵּל יִצְרוֹ הָרַע שֶׁהָיָה לוֹ, כִּי הֵמִיתוֹ בְּזֶה הַהִרְהוּר תְּשׁוּבָה וְהָעֻבְדָּא שֶׁל אוֹתוֹ הַשָּׁעָה. וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁרוֹצֶה לִנְסֹעַ מִתְגַּבֵּר עָלָיו יֵצֶר הָרָע אַחֵר, וְיֵשׁ לוֹ עַתָּה יֵצֶר הָרָע גָּדוֹל מִמַּה שֶּׁהָיָה לוֹ תְּחִלָּה. עַל כֵּן אִם אֵינוֹ מִתְחַזֵּק נֶגְדּוֹ אֲזַי מִתְגַּבֵּר עָלָיו זֶה הַיֵּצֶר הָרָע הֶחָדָשׁ, וְנוֹפֵל מִתְּשׁוּקָתוֹ שֶׁהָיָה לוֹ תְּחִלָּה. כִּי צָרִיךְ הִתְגַּבְּרוּת חָדָשׁ בְּיוֹתֵר נֶגֶד זֶה הַיֵּצֶר הָרָע הֶחָדָשׁ שֶׁבָּא לוֹ כַּנַּ"ל", דאס קומט ווייל ווי מער א מענטש דרייט זיך ביי א צדיק אלץ מער צדיק ווערט ער, און דערפאר באקומט ער א גרעסערע און שווערערע יצר הרע, ממילא דארף ער זיך מער שטארקן.


איך ווייס נישט אויב איך וועל אנקומען דיר צו זען פנים בפנים איידער מיר פארן, איך וויל דיך איבערבעטן אויף וואס איז געווען די יאר, זיי מיר דן לכף זכות וועט דער אייבערשטער דיך אויך דן זיין לכף זכות, און מיר וועלן זוכה זיין צו האבן א גוט געבענטשט יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7694 - נעם מיט א פעקל ספרים קיין אומאן
הפצה, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בעט ביי די קרן הדפסה א פעקל ספרים מיט צו נעמען קיין אומאן פאר הפצה, אזוי וועסטו קומען צום רבי'ן מיטן נעמען א חלק אין הפצה.


דער רבי וויל מיר אלע זאלן האבן א חלק אין מקרב זיין נשמות ישראל צום אייבערשטן, דו ווילסט נישט דער רבי זאל דיך אנשרייען וכו'... רבי נתן דערציילט אז דער רבי פלעגט אויף אונז אסאך מאל שרייען און אונז אנרופן: "ענק זענען טריקענע ביימער", ענק געבוירן נישט קיין פירות, ענק ברענגען נישט קיין פרישע מקורבים (חיי מוהר"ן סימן תקמג).


פארבינד זיך יעצט מיט די קרן הדפסה, בעט זיי א זעקל ספרים אדער א גאנצע באקס, אין אומאן דארף מען האבן אסאך ספרים. אדער זאלסטו אליין ארום גיין אין אומאן מפיץ זיין אדער געב דאס פאר די טייערע מפיצים, געדענק ווי אזוי דו ביסט אנגעקומען צום רבי'ן, נאר דורך א מפיץ, און אז נישט דו איז דער וואס האט דיך מקרב געווען מקורב געווארן דורך הפצה; איך בין מקורב געווארן דורך די צוויי מפיצים ר' נתן און ר' יענקל. געווען איז דאס ערב וואס מען איז געפארן אין קאנטרי אין יאר תשס"ד, איך האב געדאווענט שחרית אין בית המדרש אונגוואר ביי הרב הגאון רבי מנשה קליין זכרונו לברכה, דארט האב איך געטראפן די צוויי מפיצים זיי האבן מיר געגעבן א קליין ספר'ל, אשר בנחל חלק כז, און דאס האט מיך אויפגעפלאמט, איך האב געלערנט די ספר אן א שיעור מאל במשך די זומער וואכן. (אינטערעסאנט איז, די מפיצים האבן מיר שפעטער דערציילט אז מוהרא"ש האט זיי געזאגט אהין צו גיין, מוהרא"ש האט זיי געזאגט זיי זאלן גיין הפצה אין דעם שול, זאגנדיג, אינגעלייט פארן יעצט אין די קאנטריס, זיי דארפן אסאך חיזוק וכו').


רוף יעצט אריין קרן הדפסה, זאג זיי דו ווילסט א פושקע ספרים, און דאס וועט זיין א גוטע התחלה פאר דיר דו זאלסט אנהייבן גיין הפצה, עס זאל ברענען אין דיר דעם רבינ'ס פייער, עס זאל דיר גיין אין לעבן אז נאך א איד זאל וויסן פון די ליכטיגע עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עניינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7693 - נאר מיט אמונה קען מען ארויסנעמען פחדים
פחדים, אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


משפחת ... שיחיו


נאר מיט אמונה קען מען ארויס נעמען די פחדים, מען קען נישט פטור ווערן פון שרעק, און אז אייער טאכטער איז דערשראקן פון די מעשה וכו' – איז דא איין עצה; רעדן פון אמונה, חזר'ן אמונה, זינגען ניגונים פון אמונה, אמונה מאכט ליכטיג. "כִּי אֵשֵׁב בַּחֹשֶׁךְ ה' אוֹר לִי" (מיכה ז, ח), אין די טינקלקייט, אז מען דערמאנט זיך פונעם אייבערשטן – ווערט ליכטיג.


זארגט נישט, די שרעק וועט אוועק גיין, ענק זאלן נאר איין זאך טון, זינגען ניגוני אמונה, אלעס איז דער אייבערשטער, ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, אין שום מציאות מבלעדיך יתברך כלל – וועט אלעס ווערן גוט און זיס.


כתיבה וחתימה טובה.

#7692 - בזכות די מצוה פון כיבוד אב וועסטו האבן א שידוך
כיבוד אב ואם, בחור, שידוכים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך הער דיין געוויין, איך זע דיינע טרערן, ווי דו ווילסט אזוי שטארק שוין א שידוך, דו ווארטסט חתונה צו האבן און לעבן א געזונטע ערליכע לעבן, ווערן אן אדם השלם. איך ווייס עס איז דיר ביטער שווער, אלע דיינע צרות וואס דו מאכסט מיט וכו' וכו'.


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט מכבד זיין דיין טאטע, איך ווייס אז עס איז דיר זייער שווער, ער טיילט דיר איין ווי זיך צו פירן, יעדן טאג נייע זאכן, מאך אזוי, מאך אזוי, טו אזוי טו אזי, דו שפירסט ווי דו קענסט מער נישט; דאך בעט איך דיר, שטארק זיך, זיי זיך מוסר נפש אויף די מצוה, רעד שיין, רעד מיט דרך ארץ, און אז מען געבט דיר מוסר, מען געבט דיר א פסק – זאלסטו פארמאכן דיינע ליפן נישט צו ענטפערן; שווייג, שווייג און שווייג, שטיי מיט דרך ארץ, ובזכות די מצוה פון כיבוד אב וועסטו זען א ישועה, וועסט ווערן א חתן בקרוב.

#7691 - מיטהאלטן אלע שיעורים פון ישיבה
בחור, ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל נאר דיין טובה, און איך האף צום אייבערשטן דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער פון מיין הארץ.


איך וויל דו זאלסט מיט האלטן אלע שיעורים פון ישיבה, סיי פארמיטאג און סיי נאכמיטאג. מיר האבן געמאכט קורצע זמנים, די שיעורים זענען מערסטנס א שעה. מען לערנט חומש רש"י אנגעפילט מיט יראת שמים, אויך די גמרא שיעור און די הלכה שיעור.


איך זאג דיר, אין אפאר יאר ארום וועסטו מיך דאנקען פארן דאס פארלאנגען פון דיר, איך בעט דיר זייער, האלט מיט די סדרי הישיבה, זיץ ביי די שיעורים, לויף נישט אין וואלד. איך וויל דיך שוין א חתן מאכן, איך וויל דו זאלסט האבן א חיים טובים, טראסט מיך, איך מאך דיר נישט קיין שלעכטס.


עס איז דא גענוג צייט אין טאג פאר שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), עס איז דא צייט צו שמועסן, צייט זיך אויסצולופטערן, איך וויל דו זאלסט זיין ביי די שיעורים פון די מגידי שיעורים.


איך האב דיך זייער ליב, איך בעט פאר דיר.

#7690 - נישט מוותר אויף צוויי זאכן, תהילים און משניות
תהלים, משניות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


מאך דיר א קביעות צו לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין, משניות האט גאר א שטארקע הייליגקייט, עס וואשט אפ די נשמה, מען ווערט א גרויסער צדיק.


אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג תהילים, זאג דעם יום תהילים, זיי נישט מוותר אויף די צוויי זאכן, תהילים און משניות; וועסטו זוכה זיין צו זיין א גרויסער צדיק.


אויך זאלסטו רעדן צום אייבערשטן יעדן טאג אין דיין שפראך.


איך האב דיך זייער ליב.

#7689 - זיך קובע צו לערנען איידער'ן גיין ארבעטן
שיעורים כסדרן, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, א' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


שטארק זיך מיט לערנען שיעורים כסדרן במקרא, משנה, גמרא, מדרש והלכה וכו'; דורך לערנען די הייליגע תורה – ווייסט מען וואס מען האט צו טון בזה העולם. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא), מען דארף האבן א גרויסע זכי', "לֵידַע", צו וויסן, "מַה שֶּׁצְּרִיכִים לַעֲשׂוֹת", וואס מען האט צו טון אויף די וועלט, "אַךְ יִשְׂרָאֵל, אֵין צְרִיכִים לָזֶה, כִּי כְּבָר הֵם יוֹדְעִים מַה לַּעֲשׂוֹת עַל יְדֵי הַתּוֹרָה", דורך לערנען תורה ווייסט מען וואס מען האט צו טון אויף די וועלט.


חודש אלול פירט מען זיך צו עוסק זיין אין זאגן תיקונים, דאס איז מטהר די נפש, אויך זאגט מען דעם רבינ'ס ספרים. שטיי אויף פרי, זיי זיך קובע צו לערנען איידער דו גייסט ארבעטן, זאג ח"י פרקים משניות און אסאך בלעטער גמרא, דאס וועט דיר געבן ישועות אין אלע בחינות.


א כתיבה וחתימה טובה, א זיסע יאר.

#7688 - טראכטן גוט, זיין פרייליך, וויינען און ווייניג רעדן
ראש השנה, מנהגים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, א' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


מיר קומען שוין נענטער צו ראש השנה, מיר גרייטן זיך זייער צום רבינ'ס ראש השנה, דער רבי זאגט אלע זאלן קומען צו אומאן זיין ביי אים, איך האף דיך צו זען ראש השנה.


אנשי שלומינו פירן זיך די ערשטע טאג ראש השנה נישט צו רעדן, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כא): "בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן", די ערשטע טאג ראש השנה, "צְרִיכִין לְמַעֵט בְּדִבּוּר מְאֹד מְאֹד", דארף מען רעדן ווייניג, און דער עיקר דארף מען זיך שטארקן צו טראכטן נאר גוטע מחשבות, אז עס קומט א גוטע יאר, אויך דארף מען זיין פרייליך ראש השנה, און אויך וויינען; פיר זאכן זאגט דער רבי: טראכטן גוט, זיין פרייליך, וויינען און ווייניג רעדן; דאס איז אויף וואס מען דארף זיך פארלייגן.


יישר כח פארן אנרייצן מיין זון צו לערנען יעדן טאג אן עמוד גמרא. זייט דו האסט אים געגעבן די גוטע זאך פאר די תנאי – קומט ער ארויס פון בעט, ער זאגט: "איך דארף טון וואס איך האב צוגעזאגט"; יישר כח.


שטארק זיך מיט לערנען שיעורים כסדרן במקרא, משנה, גמרא, מדרש והלכה וכו'; דורך לערנען די הייליגע תורה – ווייסט מען וואס מען האט צו טון בזה העולם. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא), מען דארף האבן א גרויסע זכי', "לֵידַע", צו וויסן, "מַה שֶּׁצְּרִיכִים לַעֲשׂוֹת", וואס מען האט צו טון אויף די וועלט, "אַךְ יִשְׂרָאֵל, אֵין צְרִיכִים לָזֶה, כִּי כְּבָר הֵם יוֹדְעִים מַה לַּעֲשׂוֹת עַל יְדֵי הַתּוֹרָה", דורך לערנען תורה ווייסט מען וואס מען האט צו טון אויף די וועלט.


חודש אלול פירט מען זיך צו עוסק זיין אין זאגן תיקונים, דאס איז מטהר די נפש, אויך זאגט מען דעם רבינ'ס ספרים. שטיי אויף פרי, זיי זיך קובע צו לערנען איידער דו גייסט ארבעטן, זאג ח"י פרקים משניות און אסאך בלעטער גמרא, דאס וועט דיר געבן ישועות אין אלע בחינות.


א כתיבה וחתימה טובה, א זיסע יאר.

#7687 - העלפן די מוסדות נאר אז מען קומט אין ישיבה
ישיבה, ראש ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן דאנק פאר אלעס וואס דו העלפסט אין די מוסדות, דו פירסט די קאך, שוין איבער א יאר וואס דו קאכסט יעדן טאג פרישטאג און מיטאג, און זומער אויך נאכטמאל פאר אפאר הונדערט קינדער כן ירבו; וואויל איז דיר אז דו העלפסט מיט אזא געטריישאפט.


אבער איך וויל דיר זאגן, איך וויל דו זאלסט זיין די איבריגע חלק טאג אין ישיבה ביי די שיעורים פון ישיבה. עס איז מיר נישט ווערד דאס וואס בחורים העלפן די ישיבה נאר אויב א חלק טאג איז מען אין ישיבה. ווייל דו ביסט נאך יונג און דו דארפסט נאך לערנען ווי צו פירן א לעבן, ובכן בעט איך דיר, דו קענסט ווייטער העלפן די מוסדות נאר בתנאי אז דו קומסט צו די שיעורים אין ישיבה.


אז דו וועסט פאלגן דעם ראש ישיבה – וועסטו נישט דערלייגן, קיינער האט נאכנישט דערלייגט פון פאלגן דעם ראש ישיבה.


ווייז דעם בריוו פארן מנהל שליט"א, און פאר די מגידי שיעורים, ווייל איך וויל זיי זאלן לערנען מיט דיר, און נישט טראכטן אז דו ביסט אנדערש, דו קענסט טון וואס דו ווילסט ווייל דו העלפסט, איך וויל דו זאלסט זיין א בחור אין ישיבה ווי אלע בחורים.

#7686 - לייג אריין דיינע כוחות אין די חדר
משמש דעם רבי'ן, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך זע אז דו ווילסט זייער העלפן די קהילה, דו פרובירסט צו העלפן ווי דו קענסט נאר.


וויל איך דיר בעטן, לייג אריין דיינע כוחות אין די חדר, דו האסט דאך א געפיל פאר די חדר, איך זע ביי דיר אין כתה ביסטו זייער מצליח, און אז דו האסט נאך כח, נאך צייט – זאלסטו דאס ניצן צו העלפן די חדר, אראפנעמען ארבעט פון די מנהל. אלעס אנדערש וועט מען טרעפן מענטשן וואס זאלן טון, אבער די חדר דאס איז מיר דאס וויכטיגסטע, די קינדער זאלן מצליח זיין אין לערנען און מיט אלעס וואס מען קען מיט זיי אויפטון.


מיט די קינדער איז דא אזויפיל וואס צו טון, און אפילו אלעס וועט זיין מסודר – וועט מען אלץ קענען מאכן שענער און שענער.


איך האב דיך ליב, איך האף דו וועסט מיר נישט אפזאגן.

#7685 - פרויען זענען די וואס בויען כלל ישראל
תפילות אויף אידיש, שמחה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ...


פרויען זענען נישט צווייט-קלאסיג, פרויען זענען ערשט-קלאסיג, פרויען זענען די וואס בויען כלל ישראל.


בנוגע די ברכה פון "שלא עשני אשה", דאס מיינט מען צו דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר זענען מחויב צו לערנען תורה, אבער נישט צו זאגן אז איינער איז ערשט און איינער איז צווייט, (אגב, מיין מאמע תחי' ענטפערט נישט 'אמן' אויף די ברכה שלא עשני אשה).


שטארקט אייך מיט אייער הייליגע ארבעט, דער אייבערשטער האט אייך אויסדערוועלט צו זיין פון די בויערס פון כלל ישראל, ברענגען אידישע קינדער, זיי מגדל זיין און מחנך זיין.


בעטס דעם אייבערשטן אויף שמחה, בעטס:


"הייליגער באשעפער מאך מיך פרייליך, מאך מיך אזוי פרייליך אז עס זאל איבער רינען די שמחה אז יעדער וואס זעט מיך זאל ווערן פרייליך, הייליגער באשעפער געב מיר כח צו זיין א מאמע און א ווייב..."


אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, און לייגט צו אייערע אייגענע תפילות, וועט איר זייער מצליח זיין.

#7684 - קויפן א הויז נאר אין אן ערליכע געגנט
הדרכות, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


בנוגע קויפן א הויז אינדרויסן פון קרית יואל, איך בעט דיר און איך ווארן דיך, קויף נאר אין א געגנט וואו עס איז דא ערליכע משפחות, א שול, א מקוה, א דיין וכו'; וואס איז ווערד א הויז אן יראת שמים? וואס איז ווערד ביליג וכו' אז מען פאלט אין יראת שמים?


איך האף דו וועסט מיך פאלגן, דו וועסט נאר קויפן וואו עס איז דא א שול פון א קהילה, נישט וואס פראסטע יונגען מאכן, השם ישמרינו - וועסטו נישט חרטה האבן, דו וועסט האבן ערליכע דורות, דו וועסט זען נחת פון זיי.


בנוגע וכו', קויף עס אויף דיין נאמען, אפילו עס וועט דיר קאסטן מער.


זיי שטארק מיט לערנען יעדן טאג חומש איינגעטיילט לויט די פרשה, און משניות און גמרא.

#7683 - מכבד זיין שבת מיט'ן זיך אנטון ביי די סעודה מיט כבוד
חיזוק פאר פרויען, שבת קודש, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


לכבוד אייער געבורטס טאג נעמט זיך פאר צו מכבד זיין שבת, נעמט זיך פאר די שיינע גוטע מנהג צו עסן די שבת סעודות אנגעטון די קאפ, אזוי ווי מען גייט ביי א שמחה וכדומה, נישט מיט א פשוט'ע צודעק וכו'.


פרייטאג צו נאכטס עסן טאקע מערסטנס אנגעטון בדרך כבוד, אבער ביי די בייטאג סעודה טוט מען זיך נישט אן בדרך כבוד; זאלט איר זיך מקבל זיין צו עסן די שבת סעודות, סיי ביינאכט און סיי בייטאג – אנגעטון.


דאס איז גאר א חשוב'ע זאך, ווייל דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת יתרו, פח:), דורך די סעודת שבת פון בייטאג: "אשתמודעון ישראל דאינון בני מלכא", זעט מען אז די אידן זענען דעם אייבערשטנ'ס קינדער, "דאינון מהיכלא דמלכא", אז אידן זענען ביים אייבערשטן אין זיין פאלאץ וכו'.

#7682 - א געבעט אויף שלום בית ביי די שבת ליכט
תפילות אויף אידיש, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב ליבערטי.


איך האב ערהאלטן די בריוו.


אויב איר ווילט אמת'ע שלום בית זאלט איר בעטן ביים צינדן די שבת ליכט א געבעט אויף שלום בית.


דער רבי זאגט (ספר המדות אות שלום, סימן א): "נֵרוֹת שֶׁל שַׁבָּת מַרְבִּין שָׁלוֹם", די שבת ליכט ברענגט שלום; איז דעמאלט א פאסיגע צייט צו בעטן אויף דעם, דא האט איר א קליינע תפלה צו בעטן ביים צינדן די ליכט:


"רבונו של עולם, העלף מיר און מיין מאן מיר זאלן זיין בשלום, מיר זאלן זיך ליב האבן, מיר זאלן זען נאר דאס גוטס איינער אויפ'ן צווייטן; הייליגער באשעפער, ראטעווע מיר פונעם יצר הרע וואס וויל צעברעכן אונזער שטוב, ער מאכט מיר טראכטן כאילו עפעס פעלט מיר, ער מאכט עס זאל מיר שטערן זאכן אויף מיין מאן וואס דארף עכט נישט אנגיין, ער וויל נאר אפקילן אונזער ליבשאפט; העלף מיר טאטע, מאך רוען די שכינה ביי אונז".


הצלחה רבה.

#7681 - די וועג פאר הצלחה איז זיין צייטליך
פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די וועג פאר הצלחה איז זיין צייטליך, אז איר האט די זכיה צו מאכן די שיעורים, די צאמקומען, און עס ווערט יעדע וואך שפעטער - דאס האט מיט אייך; אז איר וועט אנהייבן די פראגראם, אפגעזען וויפיל פרויען עס זענען דארט - וועלן אלע קומען ביז א וואך צוויי אין צייט, אבער אז מען זעט אז עס שלעפט זיך סיי ווי, קומט מען שפעטער און שפעטער; אזוי איז מיט אלעס.


הייבט אן צוריק פינקט אין צייט, אז מען רופט די צאמקום אויף אכט אזייגער - זאלט איר דאס אנהייבן פינף מינוט פאר אכט, אזוי וועט עס נישט ווערן אריינגעשלעפט אין די נעכט, און יעדער וועט הנאה האבן; סיי איר וועט הנאה האבן און סיי די ווייבלעך וועלן קענען אהיים גיין אין צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7680 - אנשי שלומינו זענען אזוי געטריי פאר די מוסדות
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די ליסטע פון אלע נעמען וואס האבן געגעבן זייער צדקה פאר די מוסדות אין חודש מנחם אב, איך בין זייער איבערגענומען פון ענק, אזוי שיין, א וואונדער ווי אנשי שלומינו זענען אזוי געטריי פאר די מוסדות.


געב א גרוס פאר אלעמען, זאג זיי איך ווארט זיי אלע צו טרעפן אין אומאן ביים רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7679 - ווי אזוי צו העלפן די קינדער מיט זייער שלום בית
שווער און שוויגער, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


משפחת ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט גוט און נישט געזונט ענק זאלן נאכקוקן ענקער איידעם מיט אזא פארגרעסערונגס גלאז; וויפיל איך ווייס איז ענקער טאכטער זייער פרייליך מיט איר מאן, איך האב געפרעגט די כלה טיטשער, זי זאגט מיר אז אייער טאכטער איז פרייליך און צופרידן.


אפילו עס וועט זיין זאכן וואס מען דארף פאררעכטן צווישן זיי, איז ריכטיג די עלטערן זאלן זיך נישט אריינמישן, ריכטיג איז מחזק זיין די טאכטער זי זאל רעדן צו א טיטשער, צו איר מנהלת וכדומה, נישט די מאמע זאל זיך פארען, ווייל מוהרא"ש זאגט אז רוב גיטין איז פון די עלטערן וואס מישן זיך אריין אין די מצב ביי די קינדער.


עלטערן קענען העלפן די קינדער מיט זייער שלום בית; יעדע מאל מען רעדט צום טאכטער זאגט מען א גוט ווארט אויפן מאן, און אז די טאכטער קרעכצט זאגט מען איר: "שעפעלע מען האט גארנישט פון קרעכצן", מען איז מחזק די טאכטער זי זאל זוכן דאס גוטס, און אז מען רעדט צום זון זאגט מען אים א גוט ווארט אויף זיין ווייב, און מען פרעגט אים אויב ער איז שיין און גוט צו איר. עלטערן דארפן מוטיגן און שטארקן די קינדער זיי זאלן אריינלייגן זייער גאנצע כח אין מח אין די שלום בית.


נאכאמאל וויל איך זאגן, לויט וויפיל איך האב מברר געווען איז דאס איבערגעטריבן, אייער איידעם איז א גוטער מענטש און אייער טאכטער האט אים זייער ליב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7678 - הייליג הייליג, ארויסגעטריבן די נישט גוטע
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן די פרייליכע בריוו.


הייליג הייליג, יעצט וועלן אוועק גיין פון שטוב אלע נישט גוטע. אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:): "וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר" און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, "לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ" זיך שיין צו מאכן, "גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא" איז זי גורם אז עס זאל הערשן ארעמקייט אין שטוב, "וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא" און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. "וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא" אויך איז זי גורם אז די סמך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב, און אז מען שערט זיך אפ, מען פאלגט צדיקים - איז מידה טובה אסאך מער ווי די קללה, מען איז זוכה ארויסצוטרייבן די נישט גוטע פון שטוב, די קדושה און די ברכות קומען אין שטוב.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7677 - נאך איין מאל שופר בלאזן
ראש השנה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


עס קומט שוין אלול דארפן מיר מאכן מעשה'לעך פאר קינדער וואס האט מיט אלול.


די וואך בעט דעם מעלער צו מאכן א בילד פון מיין זיידע דער ווייצענער רב זכותו יגן עלינו ווי ער שטייט אין לאגער מיט די געשטרייפטע קליידער מיט די געלע לאטעס, מיט א שופר אין האנט, און ארום אים שטייען טויזנט פיר הונדערט קינדער.


אידן זענען שיין, אידן זענען ריין, אידן זענען אויסדערוועלט פארן אייבערשטן אליין...


דער ווייצענער רב זכרונו לברכה דערציילט, ווען ער איז געווען ביי די צווייטע וועלט מלחמה אין אוישוויץ האט מען אריינגעשמוגלט א קליינע שופר, און ווען עס איז געקומען ראש השנה האט זיך דער רב איינגעשטעלט זיין לעבן און געבלאזן שופר מיט מסירות נפש פאר אלע אידן אין יעדע בלאק.


דארט אין לאגער איז געווען אפגעטיילט טויזנט פיר הונדערט קינדער, וואס די דייטשע וועלף האבן זיי געלייגט אין א באזונדערע לאגער ווייל זיי זענען געווען שוואכע קינדער, נידריגע קינדער, וואס די דייטשע רוצחים האבן זיך געגרייט זיי צו פארברענען א טאג נאך ראש השנה.


די קינדער האבן זיך דערוויסט אז דער ווייצענער רב האט א שופר, האבן זיי געשיקט א שליח זאל זיי רופן דעם רב, ער זאל זיי אויך בלאזן שופר, די קינדער האבן געזאגט: "דאס איז אונזער לעצטע ווינטש איידער מיר געבן צוריק אונזער נשמה פארן אייבערשטן, צו הערן שופר בלאזן"; דער רב טראכט אויב יא צי גיין צו זיי אדער נישט, ווייל אריינגיין פון איין לאגער צום צווייטן איז געווען א סכנה פון ווערן גלייך דערשאסן, דאך האט דער צדיק מיט מסירות נפש זיך איינגעשטעלט זיין לעבן און ער האט זיך אריינגעשמוגלט צו זיי.


די הייליגע קינדער האבן געבעטן דעם רב ער זאל זיי זאגן א תקיעת שופר דרשה. דער רב הייבט אן רעדן, ער קען נישט רעדן, ער שטיקט זיך פון געוויין; ווי איז דא אויף די וועלט אזא הייליגע פאלק ווי אידישע קינדער, יונגע בחורים און קינדער וואס שטייען גרייט צו ווערן פארברענט אויף קידוש השם, און זיי ווילן נאר איין זאך הערן, די הייליגע שופר בלאזן, דער רב וויינט, דער רב קען נישט רעדן, אינמיטן געבט א קינד א שריי אויס: "טייערע חברים, מיר קענען האפן אויפן בעסטן אבער מיר דארפן זיין גרייט אויף דעם ערגסטן, מיר דארפן זיך גרייטן, מען גייט אונז אט אט פארברענען, למען השם ברידער לאמיר נישט פארגעסן די לעצטע מינוט צו שרייען מיט כוונה שמע ישראל"; אלע טויזנט און פיר הונדערט קינדער האבן געשריגן: "שמע ישראל...!" מען האט געהערט זייערע געשרייען אין די גאנצע לאגער.


דער רב נעמט דעם שופר אין האנט, ער הייבט אן: "מן המצר קראתי קה", די קינדער שרייען און וויינען און זאגן נאך ווארט ביי ווארט, דער צדיק זאגט: "קיינמאל האבן אידן נישט געזאגט די ווערטער 'מן המצר' מיט אזא געוויין", דער רב בלאזט שופר, און די אלע קינדער האבן צוריק געגעבן זייער נשמה פארן אייבערשטן, מען האט זיי פארברענט מיט נאך זעקס מיליאן אומשולדיגע אידן.


טייערע קינדער, מיר נעמען ארויס פון די מעשה דאס הייליגקייט פון אידן, ווי זיי פרייען זיך צו טון די מצוות פונעם אייבערשטן, ווי חשוב און טייער עס איז, זיי הערן נאך איין מאל שופר בלאזן, טייערע קינדער לאמיר זינגען אינאיינעם: "אידן זענען שיין, אידן זענען ריין, אידן זענען אויסדערוועלט פארן אייבערשטן אליין..."


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7676 - אזויפיל מענטשן ווארטן אריינצוקומען זיך דורכרעדן
ראש ישיבה, דן לכף זכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין הודעה.


דארפסט פארשטיין, אזויפיל מענטשן ווארטן אריינצוקומען זיך דורכרעדן, און די וואך האב איך נאכנישט אויפגענומען א גאנצע וואך, ווערט א גרויסע ליסטע פון מענטשן וואס ווילן קומען; דארף מען מאכן ערשט צייט פאר די וואס האבן נישט קיין וועג צו פרעגן און זיך דורכשמועסן, אנדערע האבן נישט קיין שום וועג נאר די איין מאל א יאר וואס זיי ברעכן זייער בושה צו קומען; ווי נישט ווי דו זעסט מיך יעדן טאג אין שול, דו האסט וואו צו פרעגן דיינע שאלות.


איך וועל פרובירן צו מאכן צייט פאר ענק מארגן, נאר זיי מיר דן לכף זכות, ווייל די וואך האב איך נישט אויפגענומען מענטשן, מיין קאפ האט מיר אסאך געשווינדלט, אויך בין איך געווען ביים דאקטער, דער אייבערשטער זאל העלפן יעדן איינעם.


איך וועל פרובירן מאכן אפשר צייט מארגן פאר ענק.

#7675 - זיך שערן און גיין מיט א שייטל
שערן די האר, שייטל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל זיך נישט שעמען מיט דעם וואס זי האט זיך אפגעשוירן און גייט מיט א שייטל, קעגן די גאנצע משפחה וואס גייען מיט די אייגענע האר מיט א טיכל.


זייער גוט האט זי געטון, און די אלע וואס זאגן ענדערש גיין מיט די אייגענע האר מיט א טיכל, ווי זיך שערן און גיין מיט א שייטל - די אלע גייען קעגן דעם הייליגן זוהר, ווייל על פי זוהר איז אזוי געפערליך ווען מען זעט די האר, אפילו נאר אין שטוב. דער הייליגער זוהר רעכנט אויס געפערליכע זאכן אויב מען זעט די האר אפילו נאר אין שטוב - 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' און זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. זאגט ווייטער דער זוהר: 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס, 'וּמַה בְּבֵיתָא הַאי' און מה-דאך אין שטוב אז מען זעט די האר איז אזוי געפערליך, 'כָּל שֶׁכֵּן בְּשׁוּקָא' איז דאך זיכער אויב מען זעט די האר אינדרויסן פון שטוב (זוהר הקדוש פרשת נשא, דף קכה.).


איך ווארט שוין און איך בענק זיך שוין זיך צו טרעפן מיט דיר אין אומאן ביים רבי'ן ראש השנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עניינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7674 - קינדער פון צעטיילטע שטובער זענען א גרויסע רחמנות
שלום בית, אומאן, גט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, יבנאל


וואס מאכסטו עפעס? וואס מאכן דיינע קינדער? ווי אזוי גייט דיר אלעס?


דו ווייסט אז די שענסטע זאך וואס א טאטע קען געבן פאר זיינע קינדער, איז דאס אנהאלטן די שטוב זאל נישט צעפאלן, און זיך מוסר נפש זיין פאר שלום, ווייל קינדער וואס קומען פון צעטיילטע שטובער זענען א גרויסע רחמנות, איינער וואס איז דאס נישט אריבער וועט דאס קיינמאל נישט וויסן און פארשטיין; די ווייטאג, די שרעק, די נישט זיכערקייט - וואס די קינדער גייען אריבער.


נאך צוויי וואכן פארן מיר קיין אומאן צום רבי'ן, דארפסטו געדענקען אז צום רבי'ן קען מען קומען נאר מיט שלום בית. מוהרא"ש דערציילט, דער רבי איז אמאל געזעצן יום טוב שבועות ביים טיש מיט אנשי שלומינו, אינמיטן האט זיך דער רבי אנגערופן: "ווי וואגט זיך צו קומען צו מיין טיש איינער וואס האט נישט קיין ריינע מחשבות?!" און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, ער איז אריין אין זיין צימער און מער נישט געוואלט בלייבן זיצן ביים טיש. ווען דער אינגערמאן האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער האט ער זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער און אנגעהויבן וויינען, ער האט זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן, ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען די תורה. וואס איז געווען די מעשה? דער אינגערמאן האט זיך אביסל צעאמפערט מיט זיין ווייב בעפאר ער איז געקומען צום רבי'ן און דער רבי האט שוין נישט געוואלט זיצן מיט אים ביי איין טיש; אזוי שטארק האט דער רבי מקפיד געווען מען זאל האבן שלום בית. ווייל אז מען קריגט זיך אין שטוב האט מען נישט קיין מח, מען ווערט אויס מענטש, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין א טיפע גרוב.


דו ווייסט בעסער פון מיר וואס מוהרא"ש האט געוואלט, דו ביסט געבוירן אין יבנאל ביי מוהרא"ש, ביסט געוואקסן אויפן שויס פון מוהרא"ש, מוהרא"ש האט דיך געהאדעוועט; דו ווייסט אז שלום בית איז געווען אויף וואס מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען, וויל איך דיר בעטן זאלסט זיך זייער שטארקן צו האבן שלום בית, ווייל דער סמ"ך מ"ם לאקערט אויף דיר, ער וויל דיר אלעס צונעמען, דורך דיר צעברעכן דיין שטוב.


איך ווארט דיך צו זען אין אומאן מיט שלום בית.


דער אייבעשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עניינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7673 - זייער הנאה געהאט די צען וואכן אין שטעטל
התחזקות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, גבאי פון שטעטל


זיי מיר מוחל אז איך בין אזוי פלוצלונג אוועק געפארן אינמיטן די נאכט פון שטעטל אן זיך געזעגענען פון ענק.


לכתחילה האט געהייסן אז איך וועל פארן זונטאג נאכט, אבער איך האב נישט געקענט טרעפן א וועג, איינער זאל מיך אהיים נעמען. (ביז יעצט פלעג איך האבן שמעי פיש זאל מיך טראגן און ברענגען, ער איז געווען זייער געטריי, ער איז געווען גרייט ווען מען האט נאר געדארפט, יעצט האט ער שוין חתונה געהאט). דער מענידזשער אליעזר נרו יאיר האט מיר געזאגט אז ער קען מיך אהיים נעמען, אבער נישט זונטאג נאכט, ווייל ער דארף זיין אין חדר און אין סקול אנגרייטן די כיתות וכו', ער האט זיך אנגעטראגן מיך נעמען מוצאי שבת, דעריבער בין איך אזוי פון איין מינוט אויפן צווייטן אהיים געפארן.


געב איבער פאר די אלע וואס האבן געדארפט קומען זונטאג רעדן זאלן נישט מיינען אז איך האב זיי אויסגעשפילט, אויך געב איבער פאר משה איינהארן, ער האט אנגעגרייט א סיום מסכת עבודה זרה ביי אים אין חצר, איך האף איך האב אים נישט שאדן געמאכט.


איך האב זייער הנאה געהאט די צען וואכן אין שטעטל, איך האב זייער הנאה צו זען ווי שיין אנשי שלומינו פירן זיך, ווי מען קומט אין שול דאווענען די דריי תפילות און ווי מען איז זיך קובע צו לערנען שיעורים כסדרן און פון די פרייליכע לופט.


דעם פארגאנגענעם שבת אין שטעטל ביי די גאס ירושלים איז געווען הערליך שיין, עס איז געווען גוטע ווארעמע דיבורים פון הייליגן רבי'ן.


פרייטאג צו נאכט האבן מיר זיך צאמגענומען אין בית המדרש, עס איז געווען א שלום זכור ביי שמשון הערש. מיר האבן גערעדט פון די רש"י אויפן פסוק: "תמים תהיה עם ה' אלוקיך", רש"י זאגט: "התהלך עמו בתמימות ותצפה לו ולא תחקור אחר העתידות, אלא כל מה שיבוא עליך קבל בתמימות ואז תהיה עמו ולחלקו", פון דאס גרויסקייט פון לעבן מיט תמימות, נישט האבן קיין קשיות און קיין תרעומות אויפן אייבערשטן.


ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון די פרשה פון עגלה ערופה, אז די סנהדרין האבן געדארפט מאכן די עגלה ערופה און זאגן: "ידנו לא שפכה את הדם הזה", מיר האבן נישט גע'הרג'ט דעם מענטש. רש"י ברענגט די ווערטער וואס די הייליגע חכמים פרעגן: "ווער טראכט דען אז די סנהדרין זענען רוצחים? נאר די סנהדרין זאגן 'מיר האבן נישט צוגעברענגט אז דער מענטש זאל ווערן געהרג'עט, מיר האבן אים נישט אוועק געשטופט', עיין שם; מיר האבן גערעדט אז מען דארף זיך זייער שטארקן נישט צו מרחק זיין קיינעם, נאר מקרב זיין אלעמען, זיך לערנען פון די וועג ווי דער הייליגן רבי נתן האט גערעדט צו מענטשן וואס זענען אוועק געגאנגען פון רבי'ן, ער האט נישט געזאגט: "ווילסט נישט דא זיין? קענסטיך גיין", ער האט זיי געפרעגט מיט זיין נשמה: "ליפא, עמנו הייתם, פארוואס קומסטו נישט מער?" און ווען ר' ליפא האט אים געזאגט: "איך בין באליידיגט געווארן פון רבי'ן", האט ער אים נישט אוועק געשטופט און געזאגט: "ביסט נישט צופרידן? קענסטיך גיין", ער האט אים מחזק געווען און געזאגט: "פון אזא רבי גייט מען נישט אוועק, אפילו דער רבי זאל מיך שלאגן וועל איך נישט אוועק גיין, ווייל איך מאך זיך א חשבון וואס באקום איך פון רבי'ן".


מיר האבן זיך זייער מחזק געווען אז אפילו מיר זאלן זיך איינרעדן אז מיר זענען שוין אזוי גרויס ווי די סנהדרין, דארפן מיר אויך קענען זאגן די ווערטער: "ידנו לא שפכה את הדם הזה", אז מיר האבן קיינעם נישט אוועק געשטופט פון רבי'ן. מען זאל זיך גרוסן איינער דעם צווייטן, מיר האבן גע'חזר'ט דעם רבי'נס ווערטער (שיחות הר"ן, סימן מג), עס זענען דא מענטשן וואס דרייען זיך ארום זייער צעבראכן פון די יסורים וואס זיי גייען אריבער און זיי קענען קיינעם נישט דערציילן וואס זיי ליידן. זיי וואלטן ווען געוואלט דערציילן פאר איינעם וואס זיי גייען אריבער, אבער זיי האבן נישט מיט וועמען צו שמועסן, און ווען זיי זעען א מענטש מיט א שמייכל, ווערן זיי אויפגעלעבט דורכדעם.


דער רבי ברענגט דארט אראפ די מעשה וואס די גמרא דערציילט (תענית כב.), רב ברוקא איז געגאנגען אויפן גאס און ער האט געטראפן אליהו הנביא, האט ער געבעטן פון אליהו הנביא ער זאל אים ווייזן ווער דא האט עולם הבא, האט אים אליהו הנביא געוויזן אויף צוויי מענטשן: "זיי זענען מענטשן וואס וועלן זוכה זיין צו עולם הבא", איז רב ברוקא געלאפן צו זיי און געפרעגט: "זאגט מיר, וואס טוט איר?" האבן זיי געזאגט: "מיר זענען בדחנים, ווען מיר זעען מענטשן קריגן זיך, גייען מיר צו צו זיי און מיר מאכן זיי פרייליך מיט אונזערע ווערטלעך, ביז זיי ווערן פרייליך און מאכן שלום", דערפאר האבן זיי זוכה געווען צו זיין בני עולם הבא; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון פרייליך מאכן א צווייטן.


גרייט זיך אן צו זיין בעל תפילה אין אומאן, סליחות ערב ראש השנה און מערבית ראש השנה.


דער אייבעשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עניינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7672 - קומען אין שטעטל אויף ראש השנה
שטעטל, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


היות דו קענסט נישט די יאר קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, וויל איך דיר בעטן, אפשר קענסטו קומען צו שטעטל זיין דארט ראש השנה? איך וויל זייער מאכן א מנין אין שטעטל אז די פרויען זאלן קענען הערן שופר בלאזן.


איך וויל מפרסם זיין צווישן אנשי שלומינו אז ווער עס קען נישט קומען אין אומאן זאלן קומען אין שטעטל, אזוי וועלן די משפחות האבן וואו צו הערן שופר בלאזן.


איך וויל דיר בעטן זאלסט זיין זייער שטארק אין דאווענען די דריי תפילות יעדן טאג אין שול מיט מנין, אויך זאלסטו זיין זייער שטארק מיט גיין אין מקוה יעדן טאג.