בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7086 - ווען די ווייב וויינט
שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב וויינט - זאלסטו זיך נישט פארלירן, זאלסט איר אויסהערן, און אויב וויינט זי צוליב דיר - זאלסטו איר איבערבעטן, און אויב וויינט זי צוליב אנדערע - זאלסטו זיך אננעמען פאר איר.


ווער נישט דערשראקן, אזוי גייט דאס, שנה ראשונה, שנה שניה און אמאל שפעטער אויך, די ווייב וויינט אסאך, אויך באשולדיגן זיי זיך, זיי זאגן: "איך האב נישט געמעגט חתונה האבן", און "איך בין דער ערגסטער", "א רחמנות אויף דיר אז דו האסט אזא פרוי" וכו' וכו'; מען טאר זיך נישט דערשרעקן און אנטלויפן חס ושלום, מען דארף זייער אכטונג געבן אויסהערן און אויפבויען, און איר זאגן ווי פרייליך מען איז מיט איר, און ווי שטארק מען דאנקט דעם אייבערשטן אז מען איז צו איר חתונה געהאט.


ברודער, וואס וואלטן מיר געטון אן דעם רבי'ן? ברודער איך האב א שאלה, ווי אזוי גייען מענטשן אריבער דאס לעבן אנעם רבינ'ס עצות? אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן דעם רבי'ן ומה נעים גורלנו 'אשר בנחל' שם גורלינו, אז מיר האבן מוהרא"ש וואס האט אזוי ליכטיג געמאכט דעם רבינ'ס זאך, אזוי ווי דער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן האט פאראויס געזאגט פאר רבי משה טשענסטעחאווער זכרונו לברכה (רבי לוי יצחק'ס שוואגער), ווען ער האט אים באגלייט צום מקוה. אויפן וועג ארויס האט רבי אברהם אים געזאגט: "אין פופציג יאר ארום וועט זיין נייע זאכן אין רבינ'ס זאך, עס וועט קומען א אינגערמאן און פארשפרייטן דעם רבינ'ס ליכטיגקייט אויף די גאנצע וועלט", די שיחה האט ער אים געזאגט בשנת תרע"ה; אזוי ליכטיג געמאכט דעם רבינ'ס עצות, אז אונז פשוט'ע מענטשן וואס מיר זענען ווי מיר זענען, זאלן קענען לעבן מיט די עצות, מיט שלום בית און מיט אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7085 - נישט רעדן צו די ווייב קעגן איר מאמע
שלום בית, שווער און שוויגער, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


געב אכטונג נישט צו רעדן צו דיין ווייב קעגן איר מאמע; אויב דו האסט פחדים אדער ווייטאג - זאלסטו דאס דערציילן דעם אייבערשטן ביי התבודדות, דיין שוויגער האט דיך נישט פיינט און אויך נישט דיין שווער.


אלעס וואס ליגט דיר אויפן הארץ - זאלסטו נאר אויסרעדן צום אייבערשטן, גיי אין א שטילע פלאץ און וויין צום אייבערשטן און קום אהיים מיט א שמייכל פון אויער צו אויער, און געב אסאך גוטע ווערטער פאר דיין ווייב, און אויך ווען דו גייסט צו אירע עלטערן זאלסטו ווייניג רעדן, רעד נאר ווען מען פרעגט דיר, זיץ שטיל מיט דרך ארץ, און איידער דו גייסט אהיים זאלסטו זיך שיין באדאנקען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7084 - יעדע זאך וואס מ'טוט פאר הפצה, איז מקרב די גאולה
הפצה, האטליין

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קאנאדע


עס איז א גרויסע זאך ארויסהעלפן די פרויען טעלעפאן ליין, אזויפיל פרויען זענען זיך אזוי מחי', אזויפיל משפחות שעפן חיות און עס געבט זיי פרישע כוחות אנצוגיין מיטן לעבן.


יעדע זאך וואס מען טוט פאר הפצה, פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות אין די וועלט - איז מקרב די גאולה, און יעדער איינער וואס העלפט ארויס אריינברענגען די עצות פון רבי'ן אין די וועלט - האט א חלק אין ברענגען משיח צדקינו וואס וועט שוין באלד קומען, אמן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7083 - אונזערע מנהגים אינעם הייליגן יום טוב פורים
מנהגים, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז די הייליגע יום טוב פורים, איך וויל דיר שרייבן בקיצור אונזערע מנהגים ווי אזוי מיר פירן זיך.


מען קומט אין שול צו מנחה מעריב שוין אנגעטון מיט בגדי שבת.


מען געבט א מחצית השקל פאר זיך, פאר די ווייב און אויך פאר די קינדער, דריי האלבע דאלער פאר יעדן מענטש, און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין געראטעוועט צו ווערן פונעם יצר הרע. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדקה חלק ב, סימן יט): "על ידי נתינת שקלים ניצולין מיצר הרע", דורך געבן שקלים ווערט מען געראטעוועט פונעם יצר הרע.


מען פאסט אויס נאכן מגילה ליינען; און אויב מען איז הונגעריג, מען האט נישט קיין כח - קען מען אויספאסטן נאך מעריב אויף א קלייניקייט, נישט אויף קיין סעודה.


מען ליינט די מגילה ביינאכט און בייטאג, אויך פרויען זענען מחויב צו הערן מגילה ליינען, סיי ביינאכט און סיי אינדערפרי.


היינט נאכט איז נישט קיין מצוה צו טרינקען, און אויך נישט קיין מצוה פון משלוח מנות. היינט נאכט איז בעסער צו גיין שלאפן פרי, אזוי קען מען אויפשטיין פרי לערנען און דאווענען, אויסניצן די הייליגקייט פונעם טאג.


מאך נישט קיין עסק וכו', געב נאך אין שטוב, זיי א מוותר; דורך נאכגעבן קומט מען צו זיין א מרכבה פון די שכינה, ווייל ווי נאר מען וויל גארנישט, מען דארף גארנישט, מען וויל נאר טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן - רוט די שכינה ביי דעם מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן פורים.

#7082 - א טעם גן עדן אינעם טאפ
סיפורי צדיקים, שבת פרה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל, כ' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז דער יארצייט פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש דערציילט, אמאל האט דער הייליגער צדיק רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו געבעטן ביי די קינדער, אז עס איז אים שווער צו עסן, אבער עס איז דא א זופ וואס ער האט אמאל געגעסן ביי יענע און יענע קרעטשמע, אויב מען קען אים גיין ברענגען יענעם זופ. דאס איז ביי די קינדער געווען א וואונדער, ווען דער צדיק האט קיינמאל נישט געמאכט קיין עסק פון עסן, און דא בעט ער עפעס אזא מין זאך? אבער אז דער צדיק זאגט - פאלגט מען.


די קינדער זענען געגאנגען צו די קרעטשמע, מען האט געבעטן דארט אויב מען קען צושטעלן די זופ "טייגל יוהך". נאכן אהערשטעלן די זופ האט מען געפרעגט די פרוי פון די קרעטשמע אויב זי וויל ארויסגעבן ווי אזוי זי מאכט אזא גוטע זופ, האט די פרוי געזאגט: "איך בין ארעם, איך האב נישט וואס אריינצולייגן אין די זופ, איך שטעל א טאפ, איך לייג אריין וואסער און אביסל שאלאכץ פון מייערן, און איך זאג צום אייבערשטן 'גרויסער גאט, דו האסט אזוי סאך גן עדן אויבן אין הימל, איך בעט דיר, לייג אריין אין די טאפ אביסל טעם גן עדן', דאס איז מיין רעסעפי".


דעמאלט האט מען פארשטאנען פארוואס דער הייליגער צדיק האט אהין געשיקט און אז ער האט געדענקט פון די זופ און גערעדט פון די זופ; ער האט געוואלט לערנען זיינע קינדער זיי זאלן יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן, און ווי אזוי מען בעט, און וואס מען שפירט נאכן בעטן; מען שפירט א גן עדן לעבן.


אז מיר שטייען אין א טאג פון א יארצייט פון א צדיק דארפן מיר בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך רעדן מיט דיר און נישט פארגעסן פון דיר".


די וואך שבת איז פרשת פרה, זייער א גרויסע שבת, מען גייט זיך רייניגן פון טומאת מת. דער רבי זאגט, וואס איז טומאת מת? (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמב): "הִרְהוּרִים שֶׁל נִאוּף" טראכטן פון שמוץ, טראכטן פון עבירות, קוקן מאוויס, ווידיאוס וכו', "הֵם בְּחִינַת אֲבִי אָבוֹת הַטֻּמְאָה", דאס איז די ערגסטע טומאה, "בְּחִינוֹת מֵת", דאס איז טומאת מת; מען ווערט טויט, מען רייסט זיך נעבעך אפ פונעם אייבערשטן, און מיר דארפן קומען צום כהן גדול, צו די צדיקים - זאלן אויף אונז שפריצן פון די ריינע קוואל וואסער, פון זייערע עצות אונז ריין צו מאכן.


איך יאג זיך צו די בחורים, איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7081 - תענית אסתר דארף מען וויינען און שרייען צום אייבערשטן
צדקה, תעניתים, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מארגן איז א תענית, מען פאסט, עס איז א גרויסע טאג; עס שטייט פון צדיקים אז מען קען זיך זייער אויסבעטן און פועל'ן ישועות. זאלסטו אויסניצן דעם טאג מיט זאגן תהלים און התבודדות, און בעטן דעם אייבערשטן: "'כִּי בְצָרָה גְּדוֹלָה אֲנָחְנוּ', איך בין אין א גרויסע צרה, 'וְאַל תַּסְתֵּר פָּנֶיךָ מִמֶּנּוּ', רבונו של עולם באהאלט זיך נישט פון מיר, 'וְאַל תִּתְעַלַּם מִתְּחִינָתֵנוּ', הער צו מיין געבעט".


אמאל איז געווען ביי מוהרנ"ת אום תענית אסתר, מען האט געהאלטן פאר מנחה, פארן ליינען ויחל, און רבי נחמן טולטשינער זכר צדיק לברכה איז אריינגעקומען אין שול מיט א גרויסע הוט מיט ברענעדיגע ליכט, ער האט צוגעקלעבט די היט מיט ליכט צו מאכן פרייליך. האט אים רבי נתן געזאגט "נחמן מען גייט יעצט זאגן 'כִּי בְצָרָה גְּדוֹלָה אֲנָחְנוּ', וואס איז מיט דיר?" יעדע זאך האט זיך זיין צייט; פורים איז פורים און תענית אסתר איז נאכנישט פורים, יעצט דארף מען וויינען און שרייען צום אייבערשטן אויף די גזירות וואס מען מאכט אויף אונז.


איך וויל דו זאלסט גיין נאך געלט. א גאנץ יאר וויל איך דו זאלסט עוסק זיין אין גיין נאך געלט, און זיכער אין אזא הייליגע טאג פורים זאלסטו צאמנעמען געלט פאר צדקה. קענסט זיך אויסקלויבן א צדקה צוועק, הלואי אז דו וועסט זיין א גבאי צדקה פאר עפעס א צוועק אין קהילת היכל הקודש, ווייל אז מען גייט נאך געלט קומט מען אפ אלעס, מען נעמט אראפ פון זיך אלע דינים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7080 - אז מען הייסט פון הימל טאנצן
אמונה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


מיר דארפן זיך פארלייגן אויף די קינדער, זיי אנפולן די הערצער מיט אמונה, ווייל וואס מער אמונה מען לייגט אריין אין קינדער - אלץ מער וועלן זיי זיין אפגעהיטן זייער גאנצע לעבן.


דעם קומענדיגן וואך וועט זיין די יארצייט פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו, וויל איך מאכן א מעשה'לעך פון דעם צדיק, אזוי וועלן אלע עלטערן דאס דערציילן פאר די קינדער ביי די שבת סעודה.


טייערע קינדער, היינט איז די יארצייט פון דעם הייליגן צדיק דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו, וועלן מיר דערציילן א מעשה פון אים.


טייערע קינדער, עס זענען געווען צוויי הייליגע ברידער, דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו, און דער הייליגער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו, זיי זענען פאר לאנגע יארן געגאנגען אין דערפלעך און אין שטעטלעך, יעדן טאג אין א צווייטע פלאץ, און יעדע נאכט גענעכטיגט ערגעץ אנדערש, מערסטנס האבן זיי גענעכטיגט אין קרעטשמעס אונטערוועגנס, זייער עבודה איז געווען צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, ווייזן פאר מענטשן אז מען קען תשובה טון, יעצט הערט אייך גוט צו, וועלן מיר דערציילן זייער א שיינע באלערנדע מעשה:


שא... שטיל... עס איז אינמיטן די נאכט, די צוויי ברידער שלאפן אין א קרעטשמע, דארט איז אויך דא אין די ערשטע צימער שיכור'ע גוים, זיי זוכן מיט וועם זיי קענען זיך אונטערהאלטן, אינמיטן באמערקן זיי צוויי אידן שלאפן, זיי כאפן אן איינעם און זיי שלעפן אים ארויס פון בעט, און זיי הייסן אים טאנצן א קאדאטשקע.


"זושא... זושא... דאס בין איך, דיין ברודער מילך... זושא שטיי אויף, טו מיר א טובה, די גוים האבן זיך גענומען אויף מיר, זיי זענען שיכור, זיי לאזן מיך נישט שלאפן, יעדע פאר מינוט שלעפן זיי מיך ארויס פון בעט און זיי הייסן מיך איך זאל טאנצן פאר זיי א קאדאטשקע, זושא... אפשר ווילסטו זיך טוישן בעטן מיט מיר? אזוי וועל איך קענען שלאפן אביסל און דו וועסט אביסל טאנצן?"


"זיכער מילך, איך גיס זיך אפ נעגל וואסער, און איך גיי אין דיין בעט און דו וועסט קומען אין מיין בעט", און רבי זושא איז אריין אין רבי מילך'ס בעט און רבי מילך איז אריין אין דעם הייליגן רבי זושא'ס בעט און זיי שלאפן איין, און וואונדער פאסירט, די גוים זאגן: "יעצט וועלן מיר גיין צום אנדערן איד, דער ערשטער האט שוין צופיל מאל געטאנצן, יעצט וועלן מיר זיך נעמען אויף זיינע ביינער", זיי שלעפן אים ארויס פון בעט און זיי הייסן אים טאנצן א קאדאטשקע.


טייערע קינדער, וואס וואלטן מיר געזאגט ווען דאס פאסירט מיט אונז? ווער קען טראכטן? וואס וואלט ער געטון ווען עפעס גייט אים נישט גוט?


דער הייליגער רבי אלימלך זאגט פאר זיין הייליגער ברודער: "זושא, אז מען הייסט פון הימל טאנצן, קען מען זיך נישט קעגן שטעלן, און אז מען ביידט זיך די בעטן, וועלן זיי גיין צום אנדערן בעט..."


מיר לערנען זיך פון די מעשה ווי די הייליגע צדיקים לעבן, יעדע זאך וואס פאסירט מיט זיי ווייסן זיי אז דאס איז פונעם אייבערשטן, און זיי בלייבן אייביג פרייליך אפילו מען מוטשעט זיי מיט וואס מען מוטשעט זיי.


אלע קינדער זינגען: "איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל זיין א צדיק".


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי אפאר שיכור'ע גוים פאלן פון די פיס, און ווי א איד מיט קאלטענעס טאנצט א פרייליכע קאדאטשקע, און ביי די זייט זעט מען צוויי הויפענעס מיט שטרוי און אויף איינס שלאפט איינער, מיט נעגל וואסער און מיט שלאף ציצית און א נאכט קלייד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7079 - לויף נישט ארום שבתים עסן ביי דעם און ביי יענעם
צניעות, שבת קודש, נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


לויף נישט ארום שבתים עסן ביי דעם און ביי יענעם, די בעסטע פלאץ פאר א פארפאלק צו זיין שבת - איז אין שטוב מיט די ווייב, די אלע וואס לויפן ארום וכו', איז די ענדע זייער שלעכט, מען ענדיגט אין גיהנום השם ישמרינו.


אזוי אויך יעצט ווען מען האט געריקט די זייגער, זאלסטו נישט מאכן קיין שלש סעודות ביי דיר אין שטוב מיט דיינע חברים. גיי אין שול; אז דו ווילסט קענסטו שמועסן אין שול מיט חברים, אבער ביי דיר אין שטוב נעם נישט אריין קיינעם נישט. איך האב שווער געארבעט פאר דיין שידוך, איך וויל דיין שטוב זאל בלייבן גאנץ.


זיי שטארק, דו און דיין ווייב - זיך אפצוגיסן יעדן אינדערפרי ביים בעט נעגל וואסער, ווייל אויב מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער קומען די שדים און רוחות און מאכן זיך באקוועם אין שטוב און זיי שטערן דאס לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7078 - דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע ניסים
תודה והודאה, תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יעצט ווען איר זעט די גרויסע נס, עס האט אפגעברענט די דירה וואו איר האט נישט לאנג צוריק געוואוינט, עס האט גארנישט פאסירט מיט ענק, דארף דאס אייך מחזק זיין אין די זאך פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה לא.): "לעולם אפילו בעל הנס אינו מכיר בנסו", דער מענטש וואס האט געהאט א נס כאפט זיך נישט און אנערקענט נישט די גרויסע וואונדער וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (מדרש תהלים, קו), די וועלט קען נישט אנגיין אן ניסים, און מענטשן ווייסן נישט וויפיל ניסים דער אייבערשטער טוט מיט זיי יעדע רגע, אויף דעם שטייט (תהלים קלו, ד): "לעושה נפלאות גדולות לבדו", נאר דער אייבערשטער אליין ווייסט די נסים וואס ער מאכט מיט אונז.


זעט יעדן טאג צו זאגן אביסל תהלים, און דאנקט דעם אייבערשטן אין אייער אייגענע שפראך פאר אייער משפחה און פאר אלע חסדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7077 - מזל טוב פאר די הערליכע שידוך
שידוכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב מזל טוב פאר די הערליכע שידוך פון ענקער טאכטער תחי' מיטן חתן ... נרו יאיר, א זון פון די חשוב'ע משפחה, משפחת ... שיחיו; דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זען נחת פון דעם קינד און פון אלע קינדער, ערליכע געזונטע דורות.


איך האב געהאט יעצט ביי מיר די חשוב'ע מחותנים, זיי האבן געהאט א שמחה, זענען זיי געקומען ביי אונז, זיי האבן געגעסן ביי אונז די סעודות שבת, זיי זענען אזוי צופרידן פון די שידוך; ביידע זענען אויסער זיך פון די חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט זיי.


אויך א גריס פון ... נרו יאיר, ער שרייבט מיר כסדר בריוו ווי ער שטארק זיך בעבודת השם, און אויך זיין ווייב תחי', ווי זי לייגט אריין אין די תלמידות יראת שמים, צניעות, מיט א ליבשאפט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7076 - אין די הייליגע טעג, געב זיך איבער צום אייבערשטן
כעס, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"א אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט ווען עס קומען די הייליגע טעג איז זייער וויכטיג זיך איבער צו געבן צום אייבערשטן, און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל נישט קומען צו קיין כעס. ווייל יעדע מאל עס קומט א הייליגע צייט, ווען מען קען ווערן זייער הייליג און נאנט - דארף מען זיך היטן פון די קליפות, זיי זאלן נישט פארכאפן דעם מענטש אין כעס און אין גאוה, וואס דאס איז עבודה זרה ממש - אל אחר.


געב זיך איבער צום אייבערשטן, און בעט אים אז די הייליגע טעג זאלן אריבער גיין אן כעס וכו', און דו זאלסט זוכה זיין צו די קדושה פון מרדכי ואסתר. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי, כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי, וְשֶׁל בָּנַי, וְהַתְּלוּיִים בִּי, עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ, וְזֶה טוֹב מְאֹד", איך פיר זיך אז יעדן טאג געב איך איבער דעם גאנצן טאג פארן אייבערשטן, און אלעס וואס איך דארף ערלעדיגן - סיי פון מיר און סיי פון מיינע קינדער, אז דער אייבערשטער זאל טון ווי אזוי ער פארשטייט, "וְכֵן כְּשֶׁמַּגִּיעַ שַׁבָּת אוֹ יוֹם טוֹב", אזוי אויך - זאגט דער רבי - ווען עס קומט שבת און יום טוב, "אֲזַי אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַהִתְנַהֲגוּת וְכָל הָעִנְיָנִים וְהַתְּנוּעוֹת שֶׁל אוֹתוֹ הַשַּׁבָּת אוֹ הַיּוֹם טוֹב - לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", געב איך זיך אינגאנצן איבער פארן אייבערשטן, "וַאֲזַי, אֵיךְ שֶׁמִּתְנַהֵג בְּאוֹתוֹ הַשַּׁבָּת וְיוֹם טוֹב, שׁוּב אֵינוֹ חוֹשֵׁב וְחוֹשֵׁשׁ כְּלָל שֶׁמָּא לֹא יָצָא יְדֵי חוֹבָה בְּהַנְהָגַת קְדֻשַּׁת אוֹתוֹ הַיּוֹם, מֵאַחַר שֶׁכְּבָר מָסַר הַכֹּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְסָמַךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ לְבַד". אזוי בין איך רואיג און פרייליך פונעם שבת און פונעם יום טוב, איך דארף נישט איבער טראכטן און איבער קלערן צי איך האב גוט געטון צי נישט.


פורים זאלסטו נישט גיין עסן מיט אנדערע משפחות; אפילו א גאנץ יאר איז דאס נישט גוט, עס קומט נישט ארויס פון דעם קיין גוטס, און זיכער נישט פורים, עס איז זייער א הייליגע טאג, מען דארף רחמי שמים, אויסניצן די טאג מיט קדושה וטהרה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7075 - פורים קען מען זוכה זיין צו זייער הייליגע זאכן
התבודדות, שושן פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תשא, י' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס קומט שוין פורים, אנשי שלומינו רופן אן דעם יום טוב פורים: "דעם רבינ'ס יום טוב", ווייל דער רבי איז לוחם מיט קליפת המן און עמלק, וואס זענען מכשיל אידישע קינדער אין פגם הברית רחמנא לצלן, און דער רבי מיט זיינע עצות איז לוחם מיט זיי; דער רבי בלאזט אריין אין אונז פרייליכקייט און האפענונג, מיר זאלן זיך נישט מייאש זיין, מיר זאלן נישט אפלאזן דאס ווילן, און דאס בענקען צום אייבערשטן.


ווען עס קומט דער הייליגער יום טוב פורים, קען מען זוכה זיין צו זייער הייליגע זאכן, בטל ווערן צום אייבערשטן, נישט האבן קיין קשיות אויף די אמונה. וויסן און גלייבן אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט - איז גוט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה ז:): "חייב איניש לבסומי בפוריא, עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי", עס איז א חיוב צו טרינקען וויין פורים, מען זאל צוקומען צו די הויכע מדריגה פון 'עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי'; צדיקים זאגן, וואס זאגט די גמרא די לשון מען זאל טרינקען אזויפיל 'עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי'? נאר דאס מיינט מען נישט מען זאל ווערן טויט שיכור, דאס מיינט מען אז פורים קען מען זוכה זיין צוצוקומען צו די מדריגה פון עולם הבא, וואס וועט זיין כולו הטוב והמטיב, וואס דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ד): "כְּשֶׁאָדָם יוֹדֵעַ", ווען א מענטש ווייסט, "שֶׁכָּל מְאֹרְעוֹתָיו" אז אלעס וואס פאסירט מיט אים, "הֵם לְטוֹבָתוֹ" איז פאר זיין טובה - "זֹאת הַבְּחִינָה הִיא מֵעֵין עוֹלָם הַבָּא" דאס איז עולם הבא, דאס איז גן עדן.


טייערער ברודער, נעם אפאר מינוט, גיי אין א זייט, גיי א שפאציר, אדער אין דיין קאר, פארלעש דיין טעלעפאן, פלאג זיך אויס פון די וועלט, שאלטער זיך אויס פון אלעס, און רעד אפאר ווערטער צום אייבערשטן; בעט אים: "הייליגער באשעפער איך וויל האבן א שטארקע אמונה, איך וויל דיך שפירן, איך וויל דיך זען, איך וויל שטענדיג געדענקען פון דיר, אז דו טוסט אלעס, דו ביסט אלעס און דו מאכסט אלעס".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7074 - זיין פרייליך, האט נישט מיט די פלאץ
שמחה, שטעטל, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תשא, ט' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איינער פרעגט מיר אין א בריוו, לכבוד דער ראש ישיבה, איך בין געווען צוגעוואוינט אלע יארן צו זיין אין א גרויסע לעבעדיגע שטאט אום פורים, עס איז אלץ געווען פרייליך און לעבעדיג אויף די גאסן, אויסער דעם וואס איך בין געגאנגען צו מיינע עלטערן וואס דארט קומט זיך צוזאם די גאנצע משפחה און עס ווערט אויטאמאטיש מער פרייליך.


דאס יאר געפאלט פורים אום ערב שבת קודש, און אזוי ווי מיר האבן זיך אריבערגעצויגן אין קרית ברסלב אין שטעטל, לכבוד דעם זעט אויס אז מיר וועלן נישט קענען פארן אין ערגעץ, און עס ווערט שוין יעצט אומעטיג ביי אונז אין שטוב, אז מיר גייען האבן דאס יאר א נעבעכדיגע פורים, עס וועט נישט זיין פרייליך, מען וועט דארפן זיצן אליין אינדערהיים.


ווי אזוי קען מען מאכן א פרייליכע און לעבעדיגע פורים זיצנדיג אינדערהיים, אן צו זען לעבעדיגס אין די גאסן, אן מיטצוהאלטן לוסטיג מיט די משפחה, און אזוי ווייטער?


בנוגע וואו צו זיין פורים וכו'; מענטשן האבן א טעות, מענטשן זוכן א פלאץ וואו צו זיין פרייליך, עס האט נישט מיט די פלאץ, זיין פרייליך איז נישט אין א פלאץ, זיין פרייליך איז אין הארץ, זיין פרייליך איז ווען מען נעמט אריין אין מח אז דער אייבערשטער איז דא, ער האט מיך ליב, און ער האט ליב מיינע מצוות, ער האט ליב צו הערן מיין קול ווי איך בעט אים; דאס איז אמת'ע שמחה, זיין פרייליך איז נישט דא אדער דארט, עס איז דורך שרייען יעדן טאג צום אייבערשטן: "רבונו של עולם איך וויל זוכה זיין צו זיין פרייליך, נעם מיך ארויס פון מיין עצבות און מיין מרה שחורה".


ווער עס געדענקט פורים ביי מוהרא"ש, עס איז נישט געווען קיין גרויסער עולם אויסער די לעצטע פאר יאר ווען די ישיבה פלעגט קומען, עס איז געווען גאנצע צען מענטשן, אבער די שמחה איז געווען אזוי שטארק, די שמחה איז אין הארץ, מען טאנצט, מען פרייט זיך ווי מען געפינט זיך נאר, אז מען האט א רבי וואס שרייט: "שכל קוויך" אלע וואס האפן און ווארטן און ווילן זיין גוט  - "לא יבושו", וועלן נישט פארשעמט ווערן, "ולא יכלמו לנצח, כל החוסים בך", און אלע וואס ווארטן אויף די ישועה פונעם אייבערשטן - וועלן געהאלפן ווערן, מען האט מרדכי הצדיק וואס איז לוחם מיט המן הרשע.


ווער עס האט נאר געטראפן ברסלב'ע חסידים פורים, ווייסט אז דאס איז עפעס וואס מען זעט נישט, מען זעט שמחות און בכיות, מען לאכט און מען וויינט, מען טאנצט און מען וויינט ביידע אינאיינעם, מען הערט די שמחה אז מען האט א רבי און מען הערט וויינען אז מען וויל זוכה זיין צו קדושת מרדכי ואסתר.


פורים איז נישט די מוזיק אין די גאסן, עס איז נישט די צעלאזטע זאכן, מען מוטשעט זיך אין די גרויסע שטעט ווי אזוי מען קען דאס אפשטעלן, נישט דאס איז פורים, דאס איז עקשע"ן, פורים איז א הייליגע שמחה, מען טרינקט וויין און עס קומט ארויס די סוד אז עס איז נישטא קיין טבע, נישטא גארנישט נאר דער אייבערשטער.


בלייבט אין שטעטל און מאכט א סעודה אינאיינעם, שלעפט אייך נישט אריין אין שטאט, עס האט נישט קיין פשט אין אזא הייליגע צייט זיך צו שלעפן אויף די וועגן מיט א משפחה וכו', נעמט אייך צאם, מאכט א סעודה און טרינקט און טאנצט, און פועל'ט אלע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7073 - מען קען אנהויבן פון פריש, אויך נאך פורים
התחזקות, שושן פורים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקהל, ט"ז אדר, שושן פורים, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט שושן פורים "איז אויך פורים"; אזוי האט דער רבי געזאגט פאר רבי נתן. ווען מוהרנ"ת זכותו יגן עלינו איז געפארן צום רבי'ן אויף פורים און ער איז נישט אנגעקומען אין צייט, ער איז אנגעקומען אויף שושן פורים. ער איז געווען זייער צעבראכן, ער האט דערציילט דעם רבי'ן אז ער האט זייער שטארק געוואלט קומען צום רבי'ן און זיין ביים רבי'ן אויף פורים, האט אים דער רבי געזאגט: "שושן פורים איז אויך פורים".


דער לימוד איז זייער א שטארקער לימוד, דאס האט דער רבי אונז געלערנט, אז מען קען שטענדיג אנהייבן פונדאסניי, און אז פורים איז אריבער און איך בין פארשלאפן, און איך בין געווען אין א קטנות הדעת וכו', אז פורים בין איך געווען אין א כעס, און א מחלוקת רחמנא לצלן – קען מען אנהויבן היינט שושן פורים. דאס האט דער רבי געמיינט צו זאגן פאר מוהרנ"ת, "שושן פורים איז אויך פורים". אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פאר איינער פון זיינע חברים וואס האבן געזאגט: "אויב מיין דאווענען איז אויף די זעלבע מדריגה פון נעכטן, וואלט איך מיך ארויפגעווארפן אויפן שארף פון שווערד"; יענער האט האט געוואלט ארויסברענגען פאר רבי נתן אז ער מוז יעדן טאג דאווענען מיט א העכערע מדריגה פון נעכטן, זאגט רבי נתן: "איך האב מקבל געווען פון רבי'ן אנדערש, איך האב מקבל געווען פון הייליגן רבי'ן אז מען דאווענט נישט יום הקדוש - דאווענט מען אין גאט'ס נאמען", (א טאג נאך יום כיפור רופט מען 'גאט'ס נאמען'); דעם רבינ'ס לימוד איז, מען קוקט נישט אויף צוריק, מען דרייט זיך נישט אויס, מען קוקט אויף פאראויס, מען הויבט אן שטענדיג פונדאסניי.


וואו האלסטו אין משניות? גמרא? תיקונים? ליקוטי מוהר"ן? הויב אן צוריק מיט א נייע התחלה, אלע ישועות ליגט אין די תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7072 - מקבל זיין לכבוד די שידוך צו העלפן די מאמע וואס מער
כיבוד אב ואם, כלה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב פאר אייער שידוך, איך קען זייער גוט אייער חתן, ער איז זייער א וואוילער, זייער אן ערליכער, מיט יראת שמים און מיט גוטע מידות.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן אויפשטעלן אן ערליכע שטוב מיט ערליכע געזונטע קינדער, ענקער שטוב זאל זיין א פלאץ פאר די שכינה צו רוען, און ענק זאלן ענקער גאנץ לעבן בלייבן צוגעבינדן צום הייליגן רבי'ן.


יעצט לכבוד די שידוך זאלט איר זיך מקבל זיין א גוטע זאך, די בעסטע קבלה איז - העלפן די מאמע אין שטוב וואס מער; העלפן א מאמע איז אזוי גרויס, ווען מען העלפט א מאמע מאכט מען א גרויסע נחת רוח פארן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7071 - הלואי אז דו וועסט גורס זיין ח"י פרקים משניות
משניות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט יעדן טאג לערנען די הייליגע תורה, זאלסט לערנען יעדן טאג משניות, הלואי אז דו וועסט גורס זיין ח"י פרקים משניות; די הייליגע תורה, די הייליגע משניות - מאכט געזונט דעם מענטש, עס מאכט פרייליך, עס מאכט צופרידן, גארנישט אין לעבן מאכט צופרידן דעם מענטש נאר לערנען תורה.


שרייב מיר אויב דו האסט באקומען מיין בריוו, ווייל איך וויל אזוי שטארק זאלסט אנהאלטן דיין חיים טובים וואס דו האסט געהאט אלע יארן אין ישיבה, איך וויל זאלסט יעדן טאג לערנען ח"י פרקים משניות. עס שטייט פון צדיקים (אור צדיקים סימן כב, אות יא): "וְאִם אֶפְשַׁר שֶׁיַּשְׁלִים חַ"י פְּרָקִים בְּכָל יוֹם, נֶגֶד חַ"י עוֹלָמוֹת מַה טוֹב וּמַה נָעִים", עס איז זייער גוט מען זאל יעדן טאג לערנען אכצן פרקים משניות, "יְהִי חֶלְקִי עִמּוֹ", איך וויל האבן א חלק מיט זיי, "כִּי הוּא תִּיקוּן גָּדוֹל לִפְגַם הַבְּרִית, סוֹד אֵל חַי", ווייל מיטן זאגן אכצן פרקים משניות איז מען מתקן וואס מען האט פוגם געווען אין די חטא פון פגם הברית, "וְיֶשׁ לָהֶם גַּם כֵּן סְגוּלָה לַהֲרוֹג הַיֵּצֶר הָרָע", אויך האט דאס א סגולה צו הרג'ענען דעם יצר הרע, "גַּם סְגוּלָה לְהַמְשִׁיךְ נְשָׁמָה, שֶׁהִיא אוֹתִיּוֹת מִשְׁנָה", אויך האט דאס א סגולה צו ברענגען א ריינע נשמה אויפן מענטש.


הלואי קענען מיר באנייען אונזער קשר אזוי ווי אמאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7070 - זיך נישט פארשטעלן ווי די ארמיי פון די ערב רב
היכל הקודש, ארץ ישראל, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט ברוגז אויף וואס דער מנהל שליט"א האט געזאגט, אז מען זאל זיך נישט פארשטעלן ווי די ארמיי פון די ערב רב, און אויף וואס דער מנהל האט געזאגט אז אויב מען וויל פארשטעלן די קינדער ווי אן ארמיי, קען מען זיי מאכן ווי די אמעריקאנע ארמיי, טערקישע ארמיי, רוסישע ארמיי.


דער מנהל פרעגט מיר יעדע זאך, מיר מאכן נאר וואס מיר האבן מקבל געווען פון די הייליגע צדיקים פון די פריערדיגע דרות, און אזוי האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש און פון די הייליגע צדיקים, אז די מיליטער פון די ערב רב איז כולל אלע עבירות פון די תורה, וויל איך נישט מען זאל זיך פארשטעלן ווי זיי, און אפילו מען פארשטעלט זיך ווי גוים - איז דאס נישט ווי מינים, דאס איז אונזער חינוך וואס מיר געבן פאר אונזערע קינדער, אז די מדינה הציונות איז א מרידה אינעם אייבערשטן, א מרידה אין די תורה און א מרידה במלכות שמים.


יעצט זאלסטו זיך נאכאמאל מתבודד זיין אויף וואס מיר זענען געקומען צום רבי'ן, וואס זענען די עיקרים; מיר זענען געקומען צום רבי'ן צו לעבן מיט די זיסע עצות פון לעבן מיט אמונה און זיך מחי' זיין מיט פשטות יהדות און סדר דרך הלימוד, און די חיזוק זיך נישט צו מייאש זיין, און עס זאל דיר נישט מחליש דעת זיין די אנדערע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7069 - מען זאגט פאר קינדער וואס צו טון, פון ליבשאפט
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, טערעפי, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די בעסטע וועג ווי אזוי איר וועט קענען ארויסנעמען אייער ווייטאג פון זיך וכו', איז דורך שמועסן יעדן טאג מיטן אייבערשטן, אים דערציילן אלעס וואס מען ליידט און אלעס וואס גייט אריבער.


אייערע עלטערן האבן אייך זייער ליב, און אפילו זיי זאגן אייך ווי אזוי איר זאלט זיך אנטון, און ווי אזוי איר זאלט זיך פירן - האבן זיי אייך נאכאלץ ליב. איר דארפט זיי פארשטיין, דער אייבערשטער וועט אייך העלפן איר וועט חתונה האבן, איר וועט האבן קינדער, וועט איר זען אז ווען מען זאגט פאר קינדער ווי זיך צו פירן איז דאס נישט פון שלעכטקייט, דאס קומט פון ליבשאפט.


איר זאלט מכבד זיין אייערע עלטערן, ענטפערט נישט, און אויב עלטערן געבן א פסק - הערט מען אויס מיט דרך ארץ, מען טאר נישט ענטפערן פאר עלטערן.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט שנעל טרעפן אייער שידוך, בעטס פאר א גוטער מאן וואס וועט אייך נישט טשעפען, א מאן מיט גוטע מידות, א מאן מיט יראת שמים וואס וועט לעבן מיט אמונה; מיט תפילה וועט איר דאס באקומען.


זייט אייך מחזק מיט גוטע חבר'טעס, ווי למשל מרת ... און מרת ...


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7068 - האלטן ביי אונז אין שול די זמן רבינו תם
בית המדרש, הדרכות, גבאי, מוצאי שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, אלעד


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו שטארקסט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס עצות.


אויך הער איך זייער גוטע גריסן פון דיין גבאות ביי אונז אין שול אין אלעד, ווי מען פירט זיך מיט דרך ארץ.


איך וויל דו זאלסט האלטן ביי אונז אין שול די זמן רבינו תם, צוויי און זיבעציג מינוט נאכן שקיעה. מען קען דאווענען מעריב מוצאי שבת אפאר מינוט פריער, אבער נישט ענדיגן פריער מעריב כדאי עס זאל נישט ארויסקומען קיין חשש חילול שבת, און אויך פורים זאלן ענק ליינען די מגילה ביים רבינו תם זמן, און אויך זאלסטו ווייזן די בריוו פאר די גבאים פון אונזערע שולן היכל הקודש בארץ הקודש ירושלים, בני ברק, טבריה, צפת, יבנאל, בית שמש, ברכפלד; מען זאל נישט מזלזל זיין אין די זמן פון רבינו תם, אזוי ווי די הלכה איז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7067 - בלייב אין ישיבה, וועט דיר גוט זיין
בחור, התחזקות, משניות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס טוט מיר וויי אז דו ווילסט אוועק גיין פון אונזער ישיבה, דו שרייבסט אז דו זעסט נישט קיין שום סיבה פארוואס דו זאלסט זיין אין ישיבה; ליבער ברודער, טייערער הארציגער חבר, גיי נישט אוועק פון ישיבה, בלייב אין ישיבה, און דאס וואס דו שרייבסט אינעם בריוו אז דו שפירסט ווי דו פאלסט, דאס איז נישט די ישיבה; דאס איז די נסיונות וואס גייט אריבער אויף יעדן איינציגסטן מענטש, און מה-דאך ביים רבי'ן אין ישיבה שפירסטו אזוי צעפאלן, ווי אזוי וועסטו זיך שפירן אן די ישיבה... אן די חיזוק, אן די עצות.


טייערער ליבער ... איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און לאז זיך נישט נאך. מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג משניות, לערן יעדן טאג אכצן פרקים משניות אפילו אן פארשטיין, און אויך זאלסטו לערנען אסאך בלעטער גמרא, ש"ס כסדרן, דאס וועט דיך מאכן פרייליך, עס וועט דיך מאכן פאר א באפרייטער מענטש. ווייל וויסן זאלסטו, דינען דעם אייבערשטן איז טאקע אין אנהויב שווער און אן א טעם, אבער אז מען איז אן עקשן, מען ברעכט עס דורך, מען איז שטארק מיט דעם, ווערט שפעטער אזוי זיס, און ווען מען ווערט עלטער, ווען מען קען שוין גארנישט טון מיטן לעבן - דעמאלט איז אזוי זיס פאר דעם ערליכן איד וואס האט אלע יארן געלערנט און געדינט דעם אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין פב:): "שֶׁכָּל אוּמָנוּת שֶׁבָּעוֹלָם אֵין עוֹמְדוֹת לוֹ אֶלָּא בִימֵי יַלְדּוּתוֹ", אלע סארט ארבעט ברענגט געלט אין די יונגע יארן, "אֲבָל בִּימֵי זִקְנוּתוֹ הֲרֵי הוּא מוּטָל בָּרָעָב", אבער אין די עלטערע יארן, ווען מען קען מער נישט ארבעטן - גייט מען אויס פאר הונגער, "אֲבָל תּוֹרָה אֵינָה כֵּן", אבער די תורה איז נישט אזוי, "עוֹמֶדֶת לוֹ לְאָדָם בְּעֵת יַלְדוּתוֹ, וְנוֹתֶנֶת לוֹ אַחֲרִית וְתִקְוָה בְּעֵת זִקְנוּתוֹ", דער וואס לערנט תורה - העלפט עס לעבן אין די יונגע יארן און אין די עלטערע יארן; דאס בלייבט מיטן מענטש, דאס נעמט מען מיט.


אסאך בחורים און אינגעלייט לאזן אפ דאס לערנען און דאווענען ווייל עס שמייכלט נישט צו זיי אין אנהויב, און זיי לויפן צו עולם הזה, וואס אין אנהויב שמייכלט עס, אבער שפעטער איז אזא רחמנות אויף דער וואס לערנט נישט און דינט נישט דעם אייבערשטן. מען ווערט דערביטערט און דעפרעסט, מען לויפט צו סמים השם ישמרינו. איך בעט דיר, בלייב יא אין ישיבה, וועסט לערנען און דאווענען און העלפן מיט וואס מען דארף, און ביז א קורצע צייט וועסטו טרעפן א גוטע זיסע שידוך און אויפשטעלן אן ערליכע שיינע שטוב, האבן די וועלט מיט יענע וועלט אינאיינעם.


שרייב מיר נאך בריוו, איך וויל האבן מיט דיר שייכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7066 - א שטארקע אחדות און א שטארקע תמימות
אחדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב באקומען שיינע גריסן פון ענקער חבורה, אז מען שפירט ביי ענק אין שול א שטארקע אחדות און א שטארקע תמימות; דאס האט מיר געמאכט א גרויסע נחת רוח, ווייל דאס איז וואס מוהרא"ש האט געוואלט און וואס מוהרא"ש וויל ווייטער, אז אין אונזערע ד' אמות זאל זיין ליבשאפט און תמימות.


בלי נדר דעם קומענדיגן מאל ווען איך וועל זיין אין ארץ ישראל וועל איך קומען צו ענקער חבורה זיך מחזק זיין מיט ענק, חזר'ן די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7065 - מענטשן האבן ליב א שמייכלדיגער, א פרייליכער
שמחה, לימוד התורה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל, י"ט אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו וועסט ארומגיין דערביטערט וועסטו גארנישט פארדינען, מענטשן וועלן אנטלויפן פון דיר; דיינע קינדער, דיין משפחה, חברים, אלע וועלן זיך דערווייטערן, מענטשן קענען נישט ליידן א זויערער, מענטשן האבן ליב א שמייכלדיגער, א פרייליכער; אז דו וועסט זיין פרייליך - וועסטו שטארק מצליח זיין, דיין משפחה וועט בליען, דיין פרנסה וועט זיין גוט, אויך וועסטו זוכה זיין צו אריינגיין צו די קדושה, ווייל צדיקים זאגן אז שמחה ברענגט דעם מענטש צו די העכסטע פלאץ.


פריי זיך אז דו ביסט א איד, אז דו האסט אמונה, פריי זיך מיט דיין בארד און פיאות, פריי זיך מיט דיין מזוזה, מיט דיין תפילין. מאך זיך א חשבון ווי אנגעפילט דו ביסט מיט מצות און מעשים טובים, אנטלויף פון עצבות און מרה שחורה. זיי זיך מחי' מיט די ברכה שלא עשנו גוי, דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם אז מיר זענען אידישע קינדער.


היינט איז די יארצייט פון דעם צדיק רבי יוסף חיים זאנענפעלד זכותו יגן עלינו, דער ירושלימ'ער רב. ער האט דערציילט א מעשה וואס ביי אונז ברסלב'ע חסידים האט מען דאס נישט געוויסט, אז דער הייליגער רבי אלס קינד איז איינמאל אהיים געקומען פון חדר וויינען אז זיין רבי האט אים געשלאגן ווייל ער האט אויסגעלאזט די ברכה שלא עשנו גוי, פרעגט אים דער טאטע: "פארוואס טאקע האסטו אויסגעלאזט די ברכה?" זאגט דער רבי: "גלייך אינדערפרי נאכן זיך אפגיסן נעגל וואסער האב איך געמאכט די ברכה אז איך בין נישט קיין גוי"; ווייל מיט דעם דארף מען זיך גלייך מחיה זיין, גלייך ווען מען שטייט אויף אינדערפרי דארף מען אויסשרייען: "שכוח אייבערשטער איך בין א איד!"


מאך דיר א שיעור אין גמרא און משניות, זאג די ווערטער פון די הייליגע גמרא און משניות, דאס וועט דיך מטהר זיין פון טומאת מת, פון ניאוף, פון אלע עבירות. דעם קומענדיגן שבת גייען מיר ליינען פרשת פרה, זיך רייניגן פון טומאת מת. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עד): "אַחַר פּוּרִים קוֹרִין פָּרָשַׁת פָּרָה" נאך פורים ליינט מען די פרשה פון פרה, "שֶׁהִיא הֲכָנָה לְפֶסַח", מיט דעם גרייט מען זיך צום יום טוב פסח, "כִּי פָּרָשַׁת פָּרָה קוֹרִין כְּדֵי שֶׁיִּהְיוּ נִזְהָרִין לִטָּהֵר מִטֻּמְאַת מֵת", מען ליינט די פרשה מען זאל זיך אכטונג געבן נישט צו ווערן אומריין, "כְּדֵי שֶׁיִּהְיוּ טְהוֹרִין לַעֲשׂוֹת הַפֶּסַח", מען זאל זיין ריין צו קענען ברענגען דעם קרבן פסח, דורך לערנען און דאווענען, "וּנְשַׁלְּמָה פָרִים שְׂפָתֵינוּ", ווייל דורך לערנען און דאווענען ווערט מען גערייניגט פון טומאת מת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7064 - הער נישט אויס קיין שמועסן פון פרעמדע און לצים
משניות, ליצנות, תיקונים, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, י"ח אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טייערער ברודער, דער רבי האט פאר דיר אן עצה ווי אזוי דו קענסט זיך אפוואשן פון דיינע עבירות, דורך לערנען יעדן טאג משניות אפילו אן פארשטיין. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם", אפילו אזא מענטש קען די תורה אויך העלפן, די תורה האט אזא כח אז עס קען אים ארויסנעמען פון די עבירות, "וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, "כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


אפילו דו ביסט אזוי אין א טיפע בלאטע, ביסט אין א בלאטע פון פגם הברית רחמנא לצלן, זאלסטו וויסן אז אויב דו וועסט לערנען בקביעות יעדן טאג משניות - וועסטו ארויסקריכן פון די בלאטע. ווייל רבי נתן זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט געזאגט די שיחה פון פריער, אז די תורה איז אן עצה ארויס צו שלעפן דעם מענטש פון עבירות, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן 'אויב תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?' האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס!" אפילו א מענטש וואס ליגט אין די נעגל פונעם סמ"ך מ"ם, ער זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג תורה וועט ער ארויסקריכן פון אלעם שלעכטס און ווערן אן ערליכער איד.


הער נישט אויס קיין שמועסן פון פרעמדע, און זיכער נישט פון לצים וואס האבן נישט מיט די תורה און מיט צדיקים. יעצט ווען עס פארמערן זיך די אינטערוויאס, פאדקעסטס וכדומה - זאלסטו נישט אויסהערן די זאכן, עס שוואכט אפ די אמונה און די אמונת חכמים. עס זעט אויס ווי א נישט קיין געפערליכע זאך, אבער די ענדע פון דעם איז זייער ביטער. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות ליצנות, סימן י): "קָשָׁה לֵיצָנוּת" ליצנות איז אזוי געפערליך, "שֶׁתְּחִלָּתוֹ יִסּוּרִין", אין אנהויב ליידט מען, "וְסוֹפוֹ כְּלָיָה", און ביים סוף פארלענדט עס השם ישמרינו. אויך פארלירט מען די פרנסה (שם, סימן א), "עַל יְדֵי לֵיצָנוּת יִהְיֶה לוֹ נוֹשִׁים הַרְבֵּה", מען האט אסאך חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7063 - עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ
התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויקהל, י"ז אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ברודער, יעצט ווען דו ביסט אזוי אראפגעפאלן, ביסט אין אזא קטנות הדעת, יעצט אין אזא מצב וכו', אויב וועסטו זיך דערהאלטן - וועסטו זוכה זיין צו שיינע זאכן. אזוי ווי עס איז געווען ביי רבי נתן זכרונו לברכה, מען האט דערציילט פאר רבי נתן אז עס איז געווען א איד וואס פלעגט פאסטן משבת לשבת, אלע האבן אים געגעבן כבוד, אלע האבן זיך אויפגעשטעלט פאר אים, מען האט אים געגרוסט "גוט שבת". ויהי היום, עס האט אים אנגעכאפט א בולמוס, עס איז אים שלעכט געווארן, ער האט געשפירט ווי ער גייט חלש'ן, האט ער זיך געוואשן און גענומען פון די מצה פון די ערובי חצירות פון בית המדרש. דער משמש האט דאס באמערקט, ער האט געטראכט צו זיך 'דער איד פאפט אפ אלעמען, ער זאגט אז ער פאסט, יעצט זע איך אז ער איז א גנב, ער גנב'עט די מצה פון שטאט!' אן צו גיין פרעגן דעם איד וואס גייט פאר, האט ער אנגעהויבן שרייען קולות: "גנב! פאפער!!!" ווער עס איז אריינגעקומען אין שול האט דער משמש דערציילט די מעשה, ער האט יענעם זייער מבזה געווען. יענער האט נישט געהאט אונזער התחזקות, ער איז נעבעך אזוי אראפגעפאלן, ער האט אפגעלאזט אידישקייט ה' ירחם.


ווען רבי נתן האט דאס געהערט האט ער געזאגט: "א שאד, א שאד; ווען ער וואלט זיך דערהאלטן וואלט ער צוגעקומען צו די גרעסטע מדריגה"; עס איז נישט קיין קונץ צו דינען דעם אייבערשטן ווען אלע געבן כבוד, ווען אלעס גייט גוט, די קונץ איז ווען אלע רעדן אויף מיר, אלע שפעטן, אלע זענען מיך מבזה – בלייב איך א געטרייער עבד צום באשעפער.


איך בעט דיר טייערער ברודער ליבער חבר, הייב זיך אויף, הויב אן נאכאמאל, דער קונץ איז נישט ווען עס גייט גוט, דער קונץ איז יעצט, ווען אלעס איז שווארץ - נישט אפלאזן דאס ווילן, דאס בענקען און האפן. אזוי ווי די מעשה גייט, דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד רבי שאול מטעפליק זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגע ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות - האט אים רבי נתן געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן - דאמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט מיט דעם אנגרייטן פארן לעבן, ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ, און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7062 - אפגעלאזט דאס זיצן אויף די נייעס
שיעורים כסדרן, נייעס

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה אז דו האסט אפגעלאזט די ארבעט פון זיצן אויף די נייעס וכו', מען זעט שוין אויף דיר מער שמחה און ערליכקייט.


איך וויל דיך שטארקן זאלסט צוריק אנהויבן דיינע שיעורים כסדרן, לערנען יעדן טאג חומש, משניות, גמרא, הלכה און אויך זאגן יעדן טאג תהלים, ועל כולם זיך מתבודד זיין יעדן טאג. דאנק דעם אייבערשטן פאר די ניסים און חסדים, דאנק אים פאר די נס אז דו האסט באקומען א טייערע ווייב, א מתנה פונעם אייבערשטן, דאנק אים פאר אלע ניסים.


איך וויל האבן מיט דיר קשר, איך וויל דו זאלסט בלייבן שטארק מיט דיין יראת שמים.


שיק א גרוס פאר דיין שווער נרו יאיר.