בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#11 - פרויען צוזאמקום איבעראל וואו עס וואוינען אידן
הדרכות, חיזוק פאר פרויען, שאלות, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ט חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א מזכה את הרבים; אייער זכות איז זייער גרויס מיט דעם וואס איר געבט זיך אפ יעדע חודש צו מאכן די פרויען צוזאמקום ביי אייך אין שטוב, מיט דעם מאכט איר ליכטיג פאר אזויפיל שטובער. די פרויען קומען אהיים פונעם צוזאמקום מיט פרישע כוחות הנפש אנצוגיין מיט די שטוב ארבעט, זיין א גוטע ווייב און א רואיגע מאמע פאר די קינדער. דאס אלעס גייט אויף אייער זכות מיט דעם וואס איר שטרענגט זיך אן חודש'ליך צו מאכן די פרויען צוזאמקום.


מיר האבן אנגעהויבן פאר אפאר יאר צוריק צו מאכן אין וויליאמסבורג חודש'ליך א פרויען צוזאמקום; ווער האט עס געגלייבט אז היינט איז שוין דא איבער צען פלעצער אין די וועלט וואו פרויען קומען זיך צוזאם חודש'ליך. נעכטן איז געווען אין וויליאמסבורג, מאנרא, מאנסי, ליבערטי, זשערזי סיטי, ירושלים, בית שמש, צפת, ביתר און אויך אין ענגלאנד אין קענווי איילענד. און דאס איז נאך גארנישט, עס וועט נאך זיין אז אין יעדע פלאץ וואו אידן וואוינען וועט זיין א חודש'ליכע צוזאמקום פאר פרויען.


בנוגע די פרוי וואס רעדט צו אייך פריוואטע זאכן וכו'; איר קענט איר שיינערהייט ענטפערן: "די זאכן רעד איך נאר מיט מיין מאן און מיט מיין מורה דרך וכו'", אויב זי רופט אייך אן אויפהער און איר האט נישט וואס צו ענטפערן וכו', זאלט איר איר שיינערהייט זאגן: "איך ווייס נישט צופיל זאכן, איך קען אייך געבן נומערן פון אנדערע וואס וועלן אייך קענען העלפן וכו'". עס קען זיין אז די פרוי האט זיך יעצט דערוויסט פון רבינ'ס וועג, זי איז איבערגענומען מיט פרייד זיך צו באקענען מיט ברסלב'ע פרויען און זי שפירט ווי זי וועט קענען באקומען אן עצה אויף וואס זי ליידט וכו', זי וויל רעדן מיט איינעם זאכן וואס ליגט איר אויפ'ן הארץ שוין פאר לאנגע יארן, דעריבער רופט זי אייך אן א שיעור מאל. אויב איר ווילט נישט רעדן מיט איר, אדער איר האט נישט וואס צו ענטפערן וכו' זאלט איר איר שיינעהייט זאגן: "איך ווייס נישט צופיל פון ברסלב, איך קען אייך געבן נומערן מיט וועם צו רעדן איר זאלט קענען פרעגן אלע אייערע פראגעס".


מוהרא"ש זאגט (ארך אפים, פרק סבלנות לקרב רחוקים): "ווען איינער קומט צו דיר און בעט חיזוק און דו האסט נישט קיין דיבורים פאר יענעם, זאלסטו אים שיקן צו איינעם פון אנשי שלומינו וואס וועט יענעם קענען מחזק זיין און העלפן. נישט חס ושלום יענעם אוועק שיקן אן רעדן מיט יענעם, אדער אן געבן פאר יענעם אן אדרעסס וואו יענער וועט קענען רעדן מיט איינעם וואס וועט אים מחזק זיין".


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח איר זאלט ווייטער ממשיך זיין מיט די פרויען צוזאמקום יעדע חודש ביי אייך אין שטוב; מען וועט מפרסם זיין אויף די פרויען האטליין יעדעס מאל ווען עס איז דא א צוזאמקום, אזוי וועלן אלע פרויען וויסן וואו צו קומען נעמען אביסל פרישע לופט.

#10 - זיי מחזק דיין מאן ער זאל קומען צו די שיעורים
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בענטש אייך איר זאלט האבן א גוטע שלום בית, דער אייבערשטער זאל רוען ביי אייך אין שטוב.


דיין מאן נרו יאיר איז שוין זייער לאנג נישט געקומען צו די שיעורים, א שאד אז ער קומט נישט זיך מחזק זיין מיט די זיסע ליכטיגע עצות פון רבי'ן, בפרט די עצות אין שלום בית; ווער עס נעמט די עצות פון רבי'ן דער לעבט א זיסע לעבן, א גן עדן לעבן.


זיי מחזק דיין מאן נרו יאיר ער זאל קומען צו די שיעורים; איך וועל אים מחזק זיין ער זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן מיט אייך. זאג אים אז איך האב געזאגט ער דארף נישט מורא האבן פון מיר, איך וועל אים זייער מקרב זיין.


א גרוס פון דיינע ליכטיגע קינדער, זיי זענען זייער וואויל אין חדר און אין סקול.

#9 - שיעורים פאר פרישע אינגעלייט
מדות טובות, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, ערב ראש חודש חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דו מאכסט מיר נחת און דו מאכסט א קידוש השם; דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן זאגן אויף דיר און אויף דיין ווייב אז איר פירט זיך אויף זייער דרך ארץ'דיג, איר פירט זיך אויף איידל און באשיידן אזוי ווי עס פאסט פאר א תלמיד הישיבה און פאר א תלמידה פון בית פיגא.


איך וויל דו זאלסט צוזאמנעמען אלע אינגעלייט – תלמידי הישיבה – וואס האבן חתונה געהאט פאריאר און פאר צוויי יאר צוריק, תשע"ח און תשע"ט, איך וויל זיי געבן באזונדערע שיעורים; זיי מיר מודיע ווען עס איז גוט פאר ענק, וועל איך ענק געבן הדרכה והתחזקות ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב און בויען א שיינע שטוב.


זיי שטארק ווייטער אנצוגיין מיט דיינע שיעורים כסדרן, און יעדעס מאל דו ביסט נאכאמאל מסיים משניות וכו' זאלסטו זאגן דערוועגן פאר דיין ווייב אפאר טעג פארדעם, אזוי וועט איר קענען פייערן א שיינע סיום אין שטוב אינאיינעם.


איך האב דיר ליב.

#8 - ווייזן שיעורים פאר פרויען
חיזוק פאר פרויען, דרשות, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וילך, ג' תשרי, צום גדלי', שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מחזק זיין אידישע פרויען, אז איר נעמט צוזאם פרויען אין ארץ ישראל - אין עיר הקודש צפת תבנה ותכונן במהרה בימינו, זיך מחזק זיין מיט'ן רבינ'ס עצות. עס גייט דורך אויף יעדן איינעם שוועריקייטן וכו' און מיט דעם רבינ'ס עצות קען מען זיך דערהאלטן און אריבער גיין אפילו די שווערסטע זמנים וכו'.


אויף אייער פראגע צי מען זאל ווייזן פאר די פרויען א דרשה וכו'; וויסן זאלט איר אז די רבנים שליט"א האבן גע'אסר'ט וידיאו אלץ מושב לצים, ווייל אז מען זיצט צוזאמען און מען קוקט דברים של מה בכך איז דאס א מושב לצים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ג, ג): "שְׁנַיִם שֶׁיּוֹשְׁבִין וְאֵין בֵּינֵיהֶם דִּבְרֵי תוֹרָה, הֲרֵי זֶה מוֹשַׁב לֵצִים", אז מען קומט זיך צוזאם און מען רעדט נישט דיבורי אמונה והתחזקות איז דאס א מושב לצים, אבער אז מען קומט זיך צוזאם זיך מחזק זיין אין יראת שמים, אין צניעות און אין חיזוק ועידוד - איז דער אייבערשטער דארט, אזוי ווי חז"ל זאגן (שם): "שְׁכִינָה שְׁרוּיָה בֵינֵיהֶם", דעמאלט איז דער אייבערשטער דארט צווישן זיי; ממילא איז דאס בכלל נישט קיין שאלה, פארקערט, דאס וועט ברענגען אז אלע וואס קוקן די דרשה און הערן זיך צו צו די ווערטער זאלן אויסהערן די רבנים אין אלע הינזיכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן בזכות די מצוה פון זיך מחזק זיין איינער דעם אנדער'ן מיטן רבינ'ס עצות, זאלט איר זוכה זיין צו שעפן נחת פון אייערע קינדער און צו א שנה טובה ומבורכת.

#7 - א סנוד אדער שניעל איז נישט א חסרון אין צניעות
חיזוק פאר פרויען, צניעות, דרשות, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אפילו איך האב שוין גערעדט מיט אייך און קלאר געזאגט מיין מיינונג, וועל איך אייך שרייבן אז אנדערע זאלן דאס אויך וויסן.


בנוגע וואס איר זאגט אז א סנוד אדער שניעל איז א חסרון אין צניעות, לדעתי איז דאס נישט א חסרון אין צניעות, עס איז גארנישט ווייניגער ווי דעם טורבאן וואס די פרויען טראגן.


דאס וואס איר זאגט אז אז מען קען מיינען אויף די פרויען וואס טראגן דאס אז מען שערט נישט די האר – דאס איז נישט ריכטיג, א פרוי וואס שערט די האר זעט מען דאס אן מיט'ן סנוד און א פרוי וואס שערט נישט די האר זעט מען דאס אן מיט'ן טורבאן.


ליידער ליידער זענען פארהאן הונדערטער היימישע פרויען מיט טורבאנ'ס וואס שערן זיך נישט די האר; אנשטאט צו רעדן פון דאס גרויסקייט פון זיך שערן די האר נאך די חתונה און פון די הארבקייט פון אייגענע האר מאכט מען תקנות נישט צו גיין מיט א בענדענע, סנוד און שניעל וכו'.


געלויבט דעם אייבערשטן אז אלע תלמידות פון אונזער סקול "בית פיגא" גייען אפגעשוירן; נישט סתם אפגעשוירן – בכפי', געצווינגענערהייט, נאר זיי פרייען זיך מיט דעם, זיי פרייען זיך צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן. אלע זענען צניעות'דיג, זיי האבן ליב "צניעות" און גרויסן זיך מיט דעם; ווייל מען לייגט זיי דאס אריין פון די יוגנט מיט ליבשאפט, זיי קוקן אויף דעם ווי א שיינע זאך, נישט ווי א קנס, ווי א יאנטשי זאך וכו'.


דא אין קעמפ איז א ריינע פלאץ, אלע פרויען גייען בצניעות; מען רעדט פון דעם און מען שטייט אויף דעם אז אונזערע קינדער זאל אויפוואקסן מיט צניעות.


עס איז כדאי איר זאלט צו הערן דעם שיעור אויף "קול ברסלב" – פרויען אפטיילונג, פון ערב ראש חודש אלול, וועט איר אביסל הערן וואס מען פארלאנגט ביי אונז אין די קהילה און וואס א "בית פיגא" תלמידה איז, עד כדי כך אז היינט האב איך באקומען א בריוו פון א פרוי וואו זי פרעגט אויב זי קען זיין א חלק פון אונזער קהלה ווייל זי איז אויפגעוואקסן נישט מיט דעם חינוך אז מען דארף זיך שערן נאך די חתונה. זי איז געקומען די וואך אין קעמפ און זי רעדט זיך אפ אז פרויען האבן איר פארגעהאלטן וועגן איר האר און וועגן איר צניעות... זעט איר דאך וואס דער פלאץ איז.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען נחת ביי אלע קינדער און אייניקלעך.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#6 - כ'האף דו וועסט ארויסקומען פאר א באזוך אין קעמפ
חברים, דרשות, קעמפ

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך בענק זיך זייער נאך דיר, איך האף אז דו וועסט ארויסקומען פאר א באזוך אין קעמפ; איך וויל נישט עס זאל אריבערגיין צען גאנצע וואכן וואס מיר וועלן זיך נישט זען.


דיין חבר, האברך ... נרו יאיר איז געווען דעם שבת אין קעמפ, ער איז געקומען צו פארן פון ארץ ישראל ביז אמעריקע צו זיין פאר "איין שבת" צווישן אנשי שלומינו. ער זאגט אז ער דארף דאס האבן פאר "לופט", אקסידזשען; איז דאך זיכער אז דו דארפסט קומען פון ברוקלין צו קעמפ, א וועג פון צוויי און אהאלב שעה זיך מחזק זיין מיט אנשי שלומינו.


איך פריי זיך זייער יעדע מאל וואס דו שרייבסט מיר דיינע סיומים אין משניות און אין מסכתות פון ש"ס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


פון דיין ראש ישיבה וואס בענקט זייער נאך דיר.

#5 - שטארק זיך אין דיין הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן
הפצה, דרשות, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


א גרויסן יישר כח פאר'ן זארגן פאר מיר און מיין ווייב, זי זאל זיך קענען גיין אביסל אפרוען נאכן האבן דעם קינד. אויך זאלסטו איבערגעבן א יישר כח פאר דיין ווייב פאר'ן מאכן פיינע עסן פאר די קימפערטארין און פאר'ן שיקן פיינע קוגל לכבוד שבת קודש; אין די זכות פון צדקה זאלסטו זוכה זיין צו אלע ברכות.


שטארק זיך אין דיין הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט; בפרט מיט'ן ארויסגעבן דעם שיינעם "גליון היכל הקודש", וואס ווערט צעשפרייט וועכנטליך אין די צענדליגער טויזנטער.


היינט דערציילט מיר האברך ... נרו יאיר וועלכער פארשפרייט דעם גליון וועכנטליך אין בית שמש, אז מענטשן באדאנקען זיך, זיי זאגן אז די גליון געבט זיי לעבן און זיי ווארטן א גאנצע וואך דערויף.


זיי ממשיך מיטן קו "קול ברסלב"; מיין ווייב תחי' וועלכע געפונט זיך יעצט אין "אם בישראל" – אן אפרו פלאץ פאר קימפעטארינס, האט מיר נעכטן דערציילט אז יעדע פאר מינוט קומט צו איר א צווייטע פרוי זיך באדאנקען, ווי זייער לעבן און שלום בית האט זיך געטוישט דורך דעם (האט ליין) קו.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין אונזער גאנץ לעבן צו משמש זיין דעם רבי'ן.

#4 - אז מ'וואקסט אויף מיט'ן רבינ'ס הקדמות האט מען אן אנדער לעבן
שלום בית, סמארטפאון, הכרת הטוב, מוסדות, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ברסלב.


א גרויסן יישר כח פארן נעמען מיין זון ... נרו יאיר פאר די פאר טעג אז איך זאל זיך קענען אריבער כאפן קיין ארץ ישראל און קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון.


איך וועל מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים פאר אייך און פאר אייער מאן; מיר קומען אייך א גרויסן הכרת הטוב פאר אלעס וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער, איר געבט אוועק אייער לעבן פאר אונזערע קינדער.


יעצט ווען מיר האבן שוין כלות תלמידות פון בית פיגא דארף מען זיי צוזאמנעמען נאך זייער חתונה - כאטש איין מאל א חודש - פאר א פריוואטע שיעור; אינה דומה א ווייבל וואס האט חתונה מיט די ריכטיגע הקדמות פון קינדווייז אן ווי די וואס איז אויפגעוואקסן אן דעם רבי'ן, פאר זיי וועט מען דארפן מאכן באזונדערע פרויען שיעורים.


איך האב אנגעגרייט א שיעור פאר די 'נחת אווענט' וואס וועט אם ירצה ה' פארקומען קומענדיגע וואך מיטוואך נאכט; אויך האבן מיר אנגעגרייט א שפיל ווי עס זעט אויס ביי די שטובער וואס ברענגען אריין 'סמארטפאונס' אין שטוב, וואו די קינדער האבן נישט מיט וועם צו רעדן ווען די עלטערן זענען פארנומען טאג און נאכט מיט זייער סעלפאון. איך האף צום אייבערשטן אז איך וויל פועל'ן ביי אלע עלטערן זאלן נישט אהיים ברענגען קיין סמארטפאון, טעבלעט וכו' וכו', אזוי וועלן מיר אויפברענגען א דור פון ערליכע אידישע קינדער.


איך פריי מיר זייער אז די מיידלעך אליינס רוימען אוועק די קלאסן און זענען אחריות'דיג אז די קלאסן זאלן זיין זויבער; עס איז גוט אז מען לערנט אויס מיידליך אחריות און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אייער הייליגע ארבעט.

#3 - מחזק מיט'ן איבערטייטשן די חיזוק יומי אויף לשון הקודש
הפצה, התחזקות, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני-ב, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואס מאכסטו עפעס? איך בענק מיר נאך דיר. וואס מאכט דיין ניי געבוירענע קינד? וואס מאכט דיין זון ...? שיק אים א גריס; זאג אים אז איך צייל שוין די טעג ביז ראש השנה אים צו טרעפן אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס ציון. איך האף אז ער לערנט נאך פלייסיג און ער מאכט נאך סיומים.


... טייערער, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תנחומא עקב, סימן ו; הובא ברש"י דברים ח, א): "אִם הִתְחַלְתָּ בְּמִצְוָה, גְמוֹר אוֹתָהּ", ווער עס הייבט אן א מצוה דארף דאס ענדיגן, "שֶׁאֵינָהּ נִקְרֵאת הַמִּצְוָה אֶלָּא עַל שֵׁם הַגּוֹמְרָהּ, שֶׁנֶּאֱמַר וְאֶת עַצְמוֹת יוֹסֵף אֲשֶׁר הֶעֱלוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מִמִּצְרַיִם קָבְרוּ בִּשְׁכֶם, וַהֲלֹא מֹשֶׁה לְבַדּוֹ נִתְעַסֵּק בָּהֶם לְהַעֲלוֹתָם, אֶלָּא לְפִי שֶׁלֹא הִסְפִּיק לְגּוֹמְרָה וְגָמְרוּהָ יִשְׂרָאֵל - נִקְרֵאת עַל שְׁמָם", וויבאלד משה רבינו האט דאס נישט צוגעענדיגט הייסט עס כאילו די אידן האבן דאס געטון.


... נרו יאיר, דו האסט א מעגליכקייט צו מחי' זיין טויזענטער אידן יעדן טאג; דו קענסט פארעכטן דער וועלט, דו קענסט מזכה זיין הונדערטער אידן צו לערנען און דאווענען, דו קענסט האבן א חלק אז טויזענטער פארפעלקער זאלן האבן שלום בית און ראטעווען אידן פון עבירות.


... היקר, קוק נישט אויף דיר, טראכט נישט: 'וואס וועט זיין מיט מיר?' שטעל דיר פאר אז דו שטייסט ביים ים און דו זעסט ווי א מענטש דערטרינקט זיך, וואס וואלסטו געטון? וואלסט זיכער אריין געשפרינגען אין ים אים צו העלפן, אפילו דער יצר הרע וואלט דיר געזאגט: 'ווער ביסטו דען אריין צו שפרינגען אין וואסער?' 'דו דארפסט אליינס א גרויסע ישועה', וכו וכו'. דאס איז דער וועג פונעם יצר הרע - מחליש דעת זיין די אלע וואס האבן א כח צו מחי' זיין און מחזק זיין אידישע קינדער.


..., יעדן טאג ווארט איך אויף די חיזוק יומי המתורגם; איך בין מיר מחי' מיט די חיזוק און איך האב הנאה צו זען ווי דו ביסט דאס מתרגם.


..., פריש זיך אויף, יעמוד יעמוד! די וועלט ווארט אויף דיר.


איך האף די פאר ווערטער וועט דיר געבן אביסעלע חיזוק.


איך בין מתפלל פאר דיר און דיין ווייב איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים, אמן.

#2 - מחזק מיט'ן איבערטייטשן די שיעורים אויף לשון הקודש
הפצה, התחזקות, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני-ב, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה געהאט צו זען אז דו האסט היינט ווייטער מתרגם געווען א שיעור פון שלום בית.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דיין זכות איז; ווען א מענטש איז זוכה צו מחזק זיין א צווייטן איד, פרייליך מאכן א צווייטן איד - איז דער מענטש א בן עולם הבא.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (תענית כב.): אליהו הנביא האט אמאל באגעגנט רבי ברוקא אויפן גאס און ער האט אים געוויזן אויף צוויי מענטשן אז זיי זענען בני עולם הבא, ווייל זיי גייען ארום פרייליך מאכן אידישע קינדער, זיי שמייכלען צו יעדן איינעם. און ווען זיי זעהן ווי צוויי מענטשן קריגן זיך מאכן זיי דארט פרייליך ביז זיי בעטן זיך איבער; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון מחי' זיין א צווייטן, כל שכן ווען א מענטש האט די מעגליכקייט צו מחי' זיין צענדליגער טויזענטער מענטשן אויף איין מאל. דו זיצט זיך ביי דיר אין טראק און דו ביסט מתרגם א שיעור וואס ווערט געזען דורך צענדליגער טויזענטער מענטשן בלי גוזמא - איז דאך זיכער דיין זכות זייער גרויס.


דעריבער נעמט זיך דער ס"מ אויף אלע וואס זענען מחזק אידישע קינדער און וויל זיי צעברעכן, ווייל אזוי וועלן די מענטשן מער נישט אנגיין אין זייער הייליגע ארבעט; אבער עס וועט אים גארנישט נוצן, ווייל דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן רכ"ח): "נצחתי ואנצח - איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן!"


שטארק זיך ליבער ברודער! דו וועסט נאך ארויס גיין פון דיין דחקות און פון דיינע חובות; זיי ווייטער ממשיך צו מתרגם זיין די שיעורים אויף לשון הקודש, מיט דעם וועסטו זיך איינקויפן דער וועלט און יענע וועלט.


פאר פסח איז ארויף געקומען צו מיר א איד פון מעקסיקא, א טייערער איד, א מלמד; ער זאגט מיר אז ער האט באקומען פאר א יאר צוריק א חיזוק יומי מתורגם וואס האט אים געטוישט זיין לעבן. יעצט איז ער דאס מתרגם אויף ספאניש און ער שיקט דאס ארום פאר הונדערטער אידן וואס קענען נישט קיין אידיש און נישט קיין לשון הקודש; דאס איז אין דיין זכות.


געב א גריס פאר דיין טייערער זון ...


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1 - ארויסגעבן די דרשות אויף ענגליש
דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל פקודי, י"ט אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, זע ארויס צו געבן אלע שיעורים וואס איך געב אין ישיבה אויף ענגליש; עס זענען דא מענטשן וואס פארשטייען נישט קיין אידיש און זיי ווארטן צו הערן ווערטער פון הייליגן רבי'ן אויף א שפראך וואס זיי פארשטייען. איך געב אינדערפרי א שיעור אויף ענגליש גלייך נאכן דאווענען פאר תלמידים וואס פארשטייען נישט קיין אידיש; נעם די שיעורים פון ר' ... און גיי דאס איבער, נעם ארויס די זאכן וואס איך ווייס נישט ווי אזוי מען זאגט דאס וכו', כדי אז די וואס רעדן נאר ענגליש זאלן דאס פארשטיין.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס הייסט מחי' זיין א איד; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מג): "וּלְהַחֲיוֹת אָדָם אֵינוֹ דָּבָר רֵק, כִּי הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", מחי' זיין א מענטש איז נישט קיין קלייניקייט, עס איז זייער א גרויסע זאך; איך האב געטראפן א איד פאריגע וואך, ער זאגט מיר אין ענגליש אז ער ליידט לא עלינו אויף צוקער און מען האט אים געדארפט אראפנעמען א פוס רחמנא לצלן, ער זיצט כלוא בבית. זאגט ער מיר אז די איינציגסטע זאך וואס ער האט וואס האלט אים ביים חיות איז די ענגלישע שיעורים פון די ישיבה, דאס איז אים מחי' ומחזק. ער האט מיר געבעטן מיט טרערן אין די אויגן אז איך זאל געבן נאך שיעורים אויף ענגליש. דעריבער וויל איך דיר מחזק זיין דו זאלסט זיך צופלייסן און ארויף לייגן יעדן טאג נאך שיעורים אויף ענגליש.


א גרויסן יישר כח פארן זינגען מוצאי שבת ביי די סעודה פון שושן פורים; דער אייבערשטער זאל דיר בענטשן מיט אלעס גוטס בזכות וואס דו ביסט מכבד דעם אייבערשטן מיט דיין שיינעם קול, יעדעס מאל ווען עס איז דא א מסיבה אין ישיבה זינגסטו אזוי שיין, אזוי אויך ווען דו גייסט צו צום עמוד דאווענען; דו ביסט מקיים וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא ראה, סימן ט; רש"י משלי ג, ט): אויפן פסוק (משלי ג, ט): "כַּבֵּד אֶת ה' מֵהוֹנֶךָ" - מִכָּל מַה שֶׁחֲנָנְך אֲפִילוּ מִקּוֹל עָרֵב, "אַל תִּקְרֵי מֵהוֹנֶך אֶלָּא מִגְּרוֹנְך".


אין דעם זכות זאלסטו זוכה זיין צו זען נחת פון דיינע קינדער, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סג): "גַּם הַתְּפִלָּה שֶׁמִּתְפַּלְּלִין לִפְנֵי הָעַמּוּד בִּנְגִינָה, הוּא סְגֻלָּה לְבָנִים".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.