בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#50 - זע צו רעדן ווייך און הארציג אין שטוב
שלום בית, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


די הייליגע חכמים זאגן (עיין נדה לא.): "אֵין בַּעַל הַנֵּס מַכִּיר בְּנִיסוֹ", דער מענטש וואס האט ניסים כאפט נישט אין וואס פאר א נס ער געפונט זיך; ווען איך קוק דיך אן - זע איך איין זאך, איך זע ניסים פונעם אייבערשטן, דו האסט חתונה געהאט אזוי שיין, אזוי גוט; איך האף דו אליינס ביסט דאס מכיר.


טייערער ברודער, הארציגער חבר, זע צו רעדן ווייך און הארציג צו דיין ווייב תחי'. זי האט דיר זייער ליב, זי ווארט דו זאלסט רעדן צו איר הארציג און ווייך.


נעכטן ביי מלוה מלכה האבן מיר גערעדט זייער שיינע חיזוק אויף שלום בית; א שאד דו ביסט ארויס בעפאר'ן שיעור, און אויך א שאד אז יעצט זומער האלסטו נישט מיט די שיעורים; וואלסט געהאט אזויפיל חיזוק אויף שלום בית, אויף רעדן שיין, ווייך און הארציג.


גלייב מיר, א פרוי דארף גארנישט מער פון דעם. א פרוי דארף נישט קיין טייערע שטיינער, טייערע צירונג; ענדערש דארף זי א מאן וואס רעדט שיין צו איר, וואס טראגט איר און ברענגט איר, א מאן וואס אינטערעסירט זיך, א מאן וואס פארשטייט איר און זוכט ווי מער איר צו בארואיגן און פרייליך מאכן.


איך האף דו וועסט אננעמען מיינע הארציגע ווערטער, ווייל דיין ווייב וויל א זיסע ווארעמע לעבן מיט דיר; זי האט גארנישט עפעס אנדערש אויף די וועלט אויסער דיר.

#49 - פאר די פרוי איז וויכטיגער ארויסצוגיין באקומען חיזוק ווי פאר'ן מאן
חברים, שלום בית, התחזקות, שאלות, דרשות, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


עס איז זייער וויכטיג דו זאלסט העלפן אין שטוב מיט די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען גיין צו די שיעורים פון התחזקות.


דא אין שטעטל איז דא שיעורים פון די מנהלת תחי', חיזוק פאר יונגע ווייבלעך. אויך איז דא שיעורים פון איינע פון די טיטשערס, און אז דיין ווייב וויל גיין, זי וויל די חיזוק - זאלסטו אלעס טון זי זאל קענען קומען. אויך ווען עס איז דא מלוה מלכה'ס וכדומה און דיין ווייב וויל קומען, און דו ווילסט אויך קומען - איז וויכטיגער זי זאל קומען.


דו וועסט שוין באקומען די חיזוק; דו קומסט דאך דריי מאל א טאג אין שול, מען טרעפט אנשי שלומינו, ווי נישט קומט ארויס חיזוק פון דעם, פון יענעם, אויך לופטערט מען זיך אויס, אבער די ווייבער זענען איינגעשפארט אין שטוב, פאר זיי איז וויכטיגער צו קומען הערן חיזוק.


פריי זיך אז דיין ווייב וויל דאס; אוי ווי שרעקעדיג איז די וועלט, אוי ווי ווייטאגליך איז ווען מען הערט אינגעלייט קרעכצן אז די ווייב האט זיך געטראפן נישט גוטע חבר'טעס, זי דארף שוין נישט קיין חיזוק, זי הויבט אן ווערן פארנומען מיט נישט גוטע זאכן, דעמאלט איז אזוי ביטער.


דעריבער טייערער ליבער ברודער, טו אלעס אז דיין ווייב זאל קענען קומען צו די שיעורים. זאלסט איר נישט דרוקן צו קומען, אז זי וויל נישט קומען - זאלסטו קומען. מען קען זיין א גוטע פרוי אן קומען צו די שיעורים; ביי מיר אין שטוב, מיין ווייב - גייט נישט צו מלוה מלכה'ס, שיעורים וכדומה. נאר וואס דען? אז דיין ווייב וויל, זי חלש'ט צו קומען, זי דארף די חיזוק, עס איז איר נישט גענוג צו הערן אויפ'ן האט-ליין - זאג איך דיר, בלייב אין שטוב, געב אכטונג אויף די קינדער אז זי זאל קומען.


נאך איין זאך, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְלֹא הַבַּיְשָׁן לָמֵד", מען טאר זיך נישט שעמען צו פרעגן; אז מען פרעגט נישט - ווייסט מען נישט ווי אזוי זיך צו פירן, און זיכער זאלסטו זיך נישט שעמען ווען דיין ווייב שיקט דיך מיט א ליסטע מיט פראגעס צו פרעגן דעם ראש ישיבה צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; פון וועם שעמסטו זיך? פון מיר? ביי מיר איז דאס די שענסטע זאך, וואס האסטו מורא - אז איך ווער נערוועז? איך האב דיר שוין דערציילט, א איד האט אמאל געזאגט פאר זיין רבי: "איך האב מורא אז איך מאך נערוועז דעם רבי'ן מיט מיינע טויזנטער פראגעס..." האט אים זיין רבי געזאגט: "איך ווער פון דיר נישט נערוועז, איך בין נערוועז פון מיינע תלמידים וואס פרעגן גארנישט, איך ווייס נישט אויב זיי פירן זיך ערליך, מיט הלכות וכו'".


דאס איז ביי מיר אסאך גרינגער, ווען דער מאן פרעגט די פראגעס פאר זיין שטוב, אזוי גייט נישט אוועק אזויפיל צייט, ווייל מען טרעפט זיך סיי ווי אין בית המדרש, דא און דארט; פארוואס זאלסטו זיך שעמען?


דו ווייסט צו וואס מען איז זוכה ווען מען לייגט אלע בושות אין די זייט און מען פרעגט אלעס? קוק וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סו): "מִי שֶׁהוּא מַקְטִין אֶת עַצְמוֹ בִּפְנֵי רַבּוֹ וְשׁוֹאֵל מִמֶּנּוּ כָּל הַסְּפֵקוֹת", ווער עס האלט זיך קליין פאר זיין רבי, ער פרעגט אים אלע זיינע ספיקות, "אַף עַל פִּי שֶׁרַבּוֹ מְבַיֵּשׁ אוֹתוֹ", אפילו זיין רבי פארשעמט אים, דאך פרעגט ער אלעס, "עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה שֶׁיּוֹצֵא מִמֶּנּוּ בֵּן שֶׁהוּא גָּדוֹל בַּתּוֹרָה יוֹתֵר מֵרַבּוֹ", וועט ער זוכה זיין, ער וועט האבן קינדער גרויסע צדיקים, גרעסער פון זיין רבי.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים, דו האסט א טייערע ווייב מיט ליכטיגע קינדער, מיט וואס נישט... דיין ווייב שרייבט זייער שיין פון דיר, דו העלפסט איר, דו רעדסט צו איר שיין. אפילו ווען זי פארלירט זיך - פארלירסטו זיך נישט, דו בלייבסט פרייליך און דו העלפסט איר; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק, דאס איז א ברסלב'ער חסיד, דער וואס רעדט שיין אין שטוב און איז מכבד די ווייב.


א גוט שבת.

#48 - א שאד אז דו פרישסט זיך נישט אויף מיט די שיעורים
דרשות, התחדשות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב אזוי ארויסגעקוקט און געווארט אויף די זומער וואכן אז דו וועסט קומען צו די שיעורים, זיך אויפפרישן מיט די חיזוק פון רבי'ן.


יעצט איז שוין א שיינע פאר וואכן אריין אין זומער און מען זעט דיר נישט, דו דרייסט זיך נישט צווישן אנשי שלומינו, איך זע דיר נישט.


א שאד פאר דיר און א שאד פאר מיר; די בת מלך האט געוויינט צום שני למלכות, זי האט געזאגט (ספורי מעשיות, מעשה א): "בַּאֲשֶׁר אַזוֹי פִיל אוּן אַזוֹי פִיל יְגִיעוֹת אוּן טֶרְחוֹת. אַזוֹי פִיל יָארְן וָואס דוּ מוּטְשֶׁעסְט דִיךְ אוּן הָארֶעוֶועסְט אַזוֹי לַאנְג כְּדֵי אַז דוּ זָאלְסְט מִיךְ אַרוֹיס נֶעמֶען, אוּן פוּן אֵיין טָאג וֶועגְן וָואס דוּ הָאסְט גִיקָאנְט מִיךְ אַרוֹיס נֶעמֶען. הָאסְטוּ גָאר אָן גִיוָוארִין. אוּן זִי הָאט זֵייעֶר גִיוֵויינְט. זִי הָאט גִיזָאגְט. עֶס אִיז אֵיין גְרוֹיס רַחֲמָנוּת אוֹיף דִיר אוּן אוֹיף מִיר. אַזוֹי אֵיין לַאנְגֶע צַייט וָואס אִיךְ בִּין דָא. אוּן קָאן נִיט אַרוֹיס וְכוּ'", זי האט געזאגט עס איז א גרויס רחמנות אויף מיר און אויף דיר, באשר אזא לאנגע צייט וואס דו ווילסט מיר ארויסנעמען; איז דאך ממש א שאד אפצולאזן.


טייערער ברודער, טייערער חבר, דראפע זיך און דערהאלט זיך. לערן יעדן טאג חומש און משניות, לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא, קום אין שול דאווענען די דריי תפילות, ועל כולם זיי זיך מתבודד בכל יום, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער, דערצייל אים ווי דער יצר הרע שלעפט דיך, וואו ער טראגט דיך; זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט.


 

#47 - נישט נוצן מיינע שיעורים וויי צו טון אנדערע מענטשן
מחלוקת, דרשות, שלום, חיזוק יומי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו פארשפרייטסט די עצות און חיזוק פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט, סיי מיט די הערליכע גליונות און סיי מיט די האט-ליין, שיעורים, חיזוק יומי וכו' וכו'.


געב אכטונג ווען דו ביסט מפרסם די שיעורים - עס זאל נישט ארויסקומען פון דעם קיין מחלוקת, נישט אלעס וואס מען רעדט צווישן די פיר ווענט פון ישיבה דארף מען מפרסם זיין. האלט קאפ וואס די נקודה פונעם גליון און חיזוק יומי איז, די נקודה איז נאר צו מחזק זיין אידישע קינדער; ווי לאנג דו ביסט מפרסם חיזוק און אמונה - איז גוט, אז מען איז מפרסם אנדערע זאכן אדער ביטול צו אנדערע פלעצער - איז דאס נישט "חיזוק יומי", נאר "פליקן יומי", "שטעכן יומי"; איך בעט דיר זייער, געב אכטונג מען זאל נישט נוצן מיינע שיעורים וויי צו טון אנדערע מענטשן.


מוהרא"ש האט מיר געשריבן מיט יארן צוריק איך זאל זיך זייער אכטונג געבן מען זאל נישט פארשפרייטן שיעורים וואס מען רעדט וועגן אנדערע חסידות'ן, פון אנדערע רבי'ס, ווייל דאס מאכט נאר מחלוקת, עס איז נישט מקרב קיינעם, נאר מרחק.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו אליהו הנביא, וואס די הייליגע חכמים זאגן (עדיות ח, ז): "אֵין אֵלִיָּהוּ בָא לֹא לְרַחֵק וכו', אֶלָּא לַעֲשׂוֹת שָׁלוֹם בָּעוֹלָם".


 

#46 - מען דארף זיך אנגרייטן מיט חיזוק פאר שפעטערדיגע יארן
שידוכים, צרות, התחזקות, דרשות, אומאן, סיפורי צדיקים, ישיבה, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך בין אזוי פרייליך אז דו ביסט געקומען אין קעמפ, דו ביסט אין ישיבה, דו האלסט מיט די סדרים, די שיעורים; עס איז אזוי וויכטיג צו האבן די שיעורים, בפרט אין די יונגע יארן.


א שאד יונגע בחורים זענען נישט מעריך וואס זיי האבן, מען ווייסט נישט ווי וויכטיג דאס איז פאר'ן לעבן, ווייל דער לעבן גייט נישט ביי יעדן גלאטיג, עס איז דא אין לעבן אסאך סורפרייזעס; א יונגער בחור חלומ'ט נישט וואס די לעבן קען ברענגען, מען טראכט 'איך וועל זיכער זיין דער ערשטער חתן פון כתה און גלייך האבן קינדער, און איך וועל זיך קויפן א הויז, און ... און ... און ...' די חלום גייט ...; פלוצלונג זעט מען נישטא קיין שידוך, א צווייטער האט יא זיין שידוך אבער ער דארף זיך גט'ן ה' ישמרינו, א דריטער ווארט אויף קינדער, און אזוי ווייטער. נישטא קיין פרנסה, נישטא קיין מנוחה; וואלט ער געהאט חיזוק, וואלט ער געהערט שיעורים נאכאנאנד פון אמונה - וואלט ער זיך געקענט דערהאלטן.


האלט זיך שטארק, לאז נישט אפ די הייליגע ישיבה; זע צו קומען יעדן טאג און אויסהערן שיעורים; טרינק די חיזוק פון רבי'ן - וועסטו זיך קענען דערהאלטן.


רבי נתן האט געזאגט, זיין שווערסטע זאך איז געווען ווען דער רבי האט אים געוויזן א שטרענגע פנים; אלעס האט ער געקענט דערהייבן, אבער ווען דער רבי האט אים פארטריבן - דאס איז אים געווען זייער שווער. דאך איז ער אלעס איבערגעקומען, ער האט געזאגט פאר'ן ברסלב'ער רב רבי אהרן זכרונו לברכה: "אפילו דער רבי וועט מיר האקן מיט א דראנג - וועל איך אים נישט אפלאזן".


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל בלייבן צוגעקלעבט ביים רבי'ן בזה ובבא; ווי מער מען בעט אויף דעם פרט - אלץ נענטער ווערט מען, אלץ מער צוגעקלעבט ווערט מען צום רבי'ן.


זארג נישט וועגן דיין שידוך; דו פיר זיך ווייטער אויף מיט דיינע גוטע מידות, לערן ווייטער דיינע שיעורים - וועסטו בקרוב טרעפן דיין זיווג און אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב.


בנוגע אומאן; איך האב געמאכט טיקעטס פאר מיר און מיינע קינדער, איך בין מתפלל מיר זאלן זיין ראש השנה ביים רבי'ן; פועל'ן אלעס גוטס פאר אונז און פאר כלל ישראל.

#45 - וואו עס איז דא שלום, איז די שכינה דארט
שלום בית, דרשות, שלום, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז די שכינה רוט צווישן ענק, עס איז דא שלום; דארט וואו עס איז דא שלום - איז די שכינה דארט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת י.) דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז 'שלום'.


נאכן הערן טאג און נאכט יעדנ'ס קרעכצן איז גוט צו ליינען א פאזעטיווע בריוו און זען אז עס גייט צוביסלעך אריין די דיבורים אין די הערצער; מען לעבט מיט'ן אייבערשטן, מען לעבט בשלום ובשלוה.


 

#44 - מען דארף אסאך הערן און זאגן, ביז זאכן הויבן זיך אן טוישן
קינדער, תפילה והתבודדות, צניעות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, רפואה, דרשות, ראש ישיבה, קליידער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע ווען איר הערט א שיעור שפירט איר ווי די שיעור איז ממש פאר אייך, איר טראכט איר גייט פאלגן, אבער שפעטער פארגעסט איר; איר דארפט אן עצה.


וויסן זאלט איר, מען ווערט נישט געטוישט פון הערן איין שיעור, מען ווערט נישט א נייע מענטש איבער נאכט; דורך הערן אסאך שיעורים, דורך הערן אסאך חיזוק און אסאך בעטן דעם אייבערשטן - אזוי טוישט מען זיך.


איך געדענק ווען איך בין געקומען צו מוהרא"ש, איך פלעג שפירן ביים שיעור ווי איך בין אין גן עדן. מוהרא"ש האט גערעדט פון תפילה והתבודדות, איך פלעג טראכטן 'ווען די שיעור ענדיגט זיך, גיי איך גלייך פאלגן די עצות, איך גיי רעדן צום אייבערשטן'. אבער למעשה האב איך נישט גערעדט צום אייבערשטן ביז די קומענדיגע וואך ליל שישי, דעמאלט האב איך נאכאמאל געהערט, און א וואך נאכדעם נאכאמאל און נאכאמאל, ביז איין טאג איז געשען די גרויסע נס, מיין מויל האט זיך געעפנט; אזוי וועט זיין מיט אייך, אז איר וועט קומען הערן נאך און נאך שיעורים - וועט איר זען ווי איר וועט זיך אינגאנצן טוישן צום גוטן.


אז אייער קינד זאגט עס איז שווער צו ליינען, זען - זאלט איר גיין צום אויגן דאקטער, און אז דער דאקטער זאגט מען דארף גלעזער - זאלט איר אזוי טון.


בנוגע פאררעכטן די צינג וכו'; גייט צום דאקטער, עס איז א קליינע פראצעדור. יעצט אז אייער קינד איז שוין דערוואקסן - דארף מען שוין פארן קיין אלבאני, איינשלעפן וכו', ווען מען טוט דאס אין אנהויב - איז דאס ממש א קלייניקייט.


בנוגע קינדער וואס טשעפענען זיך, איר שפירט ווי עס טרעט אייך צו צום געזונט; אזוי איז ביי אלעמען, די עצה איז מחנך זיין נאכאמאל און נאכאמאל. אויך דארף מען געבן אויפמערקזאמקייט פאר'ן עלטערער וואס טשעפעט די יונגערע, אז די עלטערע זענען זאט פון אויפמערקזאמקייט - טשעפעט מען נישט.


בנוגע דענים וכו'; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל ליב האבן די איידעלע וועג און ברעכן פון די אומות העולם, מיט תפילה והתבודדות באקומט מען א געפיל אין צניעות, מען ווייסט וואס יא און וואס נישט, און וואס איז בעסער; איך ענטפער נישט אויף די זאכן, דאס האט מיט'ן מענטש אליינס.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח צו קענען אנגיין, ערציען אייערע קינדער און זען אסאך נחת.


 

#43 - ווען מען איז מקנא די וואס האבן א סמארטפאון
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, קנאה, דרשות, סמארטפאון, היכל הקודש, תכלית, סיפוק, בחירה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר שרייבט, איר שפירט אז די אלע וואס האבן א סמארטפאון - די האבן א געשמאק אין לעבן און איר זענט זיי מקנא.


ערשטנ'ס, איך צווינג אייך וואס צו טון? איך לאז אייך נישט האבן א טעלעפאן?!


צווייטנ'ס, איך האב באקומען פון אייך אזויפיל בריוון וואו איר בעט מיר איך זאל מחזק זיין אייער מאן נישט צו האבן אזא טעלעפאן, איר האט צו מיר געוויינט וועגן דעם, וואס קען איך אייך העלפן יעצט?


איך וועל אייך נישט אוועקווארפן אז איר וועט זיך קויפן א טעלעפאן, ביי אונז אין די קהילה זענען דא משפחות וואס האבן א טעלעפאן; מאכט התבודדות, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט וויסן וואס צו טון.


התבודדות איז פאר יעדן איינעם; די וואס האבן טעלעפאונס קענען דאס נוצן, און אויך די וואס האבן נישט קיין טעלעפאן; התבודדות קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זיין פרייליך, דער עיקר הצלחה איז - ווען מען איז פרייליך.


בעטס די תפילה יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין צופרידן מיט מיר, איך זאל דיר שפירן, העלף מיר איך זאל קיינעם נישט מקנא זיין, איך זאל וויסן אז איך בין חשוב ביי דיר, אמן".


יעצט וועט איר שוין פארשטיין אייער צווייטע פראגע, וועגן בחירה; איר שרייבט אז עס איז נישטא קיין בחירה, ווייל מען שרעקט אזוי אן מיט עונשים, אז מען מוז טון אזוי און אזוי וכו'; דאך איז דא א בחירה, נאכן הערן אזויפיל דרשות פון דאס שעדליכקייט פון האבן אין שטוב א טעלעפאן, נאכן אליינס בעטן יארן אז אייער מאן זאל דאס נישט האבן - האט איר נאכאלץ די בחירה יא אדער ניין.


די בחירה איז אזוי שטארק, דער רבי האט געזאגט: "א מענטש קען האלטן א מת אין האנט, ער טראגט א טויטן מענטש צו די קבורה, און ער זעט א פרוי - ווארפט ער אראפ דעם מת און לויפט צום נסיון"; איי טיפש, זעסט דאך דאס סוף פונעם לעבן, דאך איז די בחירה, די נסיון - אזוי גרויס, אזוי שטארק!


איך האף איר וועט בוחר זיין בטוב, איר וועט נישט ארייננעמען אין אייער האנט א טעלעפאן וואס איז גע'אסר'ט דורך אלע גדולי ישראל.


בנוגע מקנא זיין מענטשן; עס ווענדט זיך מיט וואס, אן ערליכער איד מעג מען מקנא זיין. ווען איך זע אן ערליכער איד - ווער איך אזוי צעריסן אין מיר, איך הויב גלייך אן מאכן תפילה, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד, דאס איז גוטע קנאה, ווען מען זעט איינעם מיט גוטע מדות - מעג מען בעטן דעם אייבערשטן: "איך וויל אויך גוטע מדות".


רבי נתן האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן: "נישטא וועם צו מקנא זיין, יעדער האט צרות און יסורים, נאר אן ערליכער איד דארף מען מקנא זיין; און אויב דו ביסט דער ערליכער איד - זאגט אים רבי נתן - בין איך דיר מקנא".


זייער גוט טוט איר אז איר אינטערעסירט זיך נאך א שיעור אין בית פיגא וואס מען האט גערעדט, און זייער גוט אז איר גייט צו שלש סעודות מיט נאך ווייבלעך, מען רעדט פון מעשיות פון תפילה, מעשיות פון צדיקים, שיינע זאכן וואס מען באקומט אין היכל הקודש. אזוי איז געווען ווען מוהרא"ש האט געלעבט, ווען מיר האבן געהערט אז מוהרא"ש איז געווען ערגעץ וואו און גערעדט, האבן מיר זיך אינטערעסירט און געשלינגען נאך א ווארט און נאך א ווארט מיט דורשט.


דאס וואס איר שרייבט אז אין אנהויב ביים מקורב ווערן אין היכל הקודש האט איר געטראכט 'דא איז א גוטע פלאץ צו זיין, מען קען אלעס טון מיט'ן אייבערשטן', און צוביסלעך זעט איר אז מען טאר גארנישט טון, נאר צוויי זאכן קענען פרויען טון אין היכל הקודש, רעדן צום אייבערשטן און זיין גרייט פאר די מאן וכו'; איר האט פרובירט צו לעבן מיט די צוויי זאכן, איר האט געוואלט שפירן די געשמאקע לעבן, ווי מען לייגט דאס אראפ ביי די שיעורים, און איר צווינגט זיך צו דעם.


בעטס אויף דעם אליינס דעם אייבערשטן, איר זאלט האבן א טעם אין לעבן מיט'ן מאן, א טעם אין לעבן ביים דינען דעם אייבערשטן.


אויך זאלט איר איינטיילן די התבודדות; עס זאל נישט זיין נאר בעטן און וויינען, מען דארף דאס באלאנסירן, מען דארף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן און אויך בעטן.


דאס דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן איז אזוי שטארק - מען באקומט שטארקע נערווען, עס געבט שטארקע כוחות.

#42 - עס איז נישט גערעכט אפצוכאפן פריוואטע שיעורים
דרשות, גניבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


...


איך האב זיך דערוויסט אז עס זענען דא משפחות וואס כאפן מיך אפ ווען איך געב פריוואטע שיעורים.


עס איז נישט קיין גערעכטע זאך דאס צו טון; אלע ווייסן קלאר אז דאס איז פריוואט, מען לייגט דאס נישט אויפ'ן טעלעפאן. די אלע וואס כאפן אפ פריוואטע שמועסן זענען נישט גערעכט, עס איז גניבת דעת.


ווי עס זעט אויס וועל איך מער נישט רעדן קיין פריוואטע שמועסן; איך וועל זיך זייער אכטונג געבן.

#41 - סדר הנסיעה קיין מירון, ל"ג בעומר תשפ"ב
שכר לימוד, קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, שלאפן, לערערין, קאמפלימענטס, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, בחור, תיקוני זוהר, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, סגולות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, חסידות ברסלב, מחלוקת, הדפסה, שטעטל, עבודת השם, שבת קודש, שבת ליכט, דרשות, נסיעה, סמארטפאון, מאוויס, בית המדרש, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, מוהרא"ש, מוסר, נעגל וואסער, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה, ישיבה, חתונה, ראש ישיבה, שיעורים כסדרן, שמחות, נחת, חדר, הדרכות, רבינו ז"ל, סיום הש"ס, פירושים, גליון, ארץ ישראל, חומש רש"י, מנין, ירושלים, גבאי, אחדות, חתן, טאנצן, פרויען צאמקום, געפילן, מוהרנ"ת ז"ל, בלבולים, תיקון הכללי, התנגדות, איש אמונות, ל"ג בעומר, מירון, אפשערן, יום החופה, ספר תורה, ותיקין, זוהר הקדוש, דף גמרא, הדסים, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת בחוקותי (במדבר בא"י), כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער אהרן וועבערמאן נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


חסדי השם יתברך איך האב זוכה געווען צו זיין די יאר נאכאמאל ביי די הילולא פון רבי שמעון בן יוחאי אין מירון.


מיר זענען ארויסגעפארן מאנטאג נאכט, איך מיין ווייב מיט מיין זון שמעון נרו יאיר. מיין זון האב איך געגעבן א נאמען שמעון נאך התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה האט מיר דעמאלט געבעטן איך זאל א נאמען געבן "שמעון", ממשיך צו זיין די זכות פון רבי שמעון בר יוחאי אויף אים, ער זאל האבן א רפואה שלימה, ער איז דעמאלט געווען זייער אפגעשוואכט. ער האט נישט געהאט קיין כח צו זיין דער מוהל ביי זיין ברית, איך האב גענומען דער ווינער רב שליט"א פאר מוהל.


איך האב מיטגענומען מיין זון שמעון לכבוד זיין סיום הש"ס, איך טו דאס מיט אלע מיינע קינדער; איך וויל זיי זאלן לערנען ש"ס און דאס מסיים זיין פאר די בר מצוה – זאג איך זיי צו א נסיעה קיין ארץ ישראל.


האברך אלי' קנאלל האט אונז גענומען צום עירפארט, מיר האבן געדאווענט מעריב און געציילט ספירה אין עירפארט. די וועג איז געווען זייער איינגענעם, האברך אברהם רוטמאן נרו יאיר האט געזארגט פאר די נסיעה, ער האט מיר געמאכט דאס בעסטע וואס קען זיין.


ער האט אונז באשטעלט צו זיצן אין ביזנעס קלאס, די אלע וואס זיצן אין ביזנעס קלאס באקומען א קארטל צו קענען גיין אין עירפארט אין די לאונטש, מיין זון שמעון און מיין ווייב האבן זייער געוואלט גיין, דו ווייסט דאך ווי עס גייט, אז מען הערט רעדן לאונטש, לאונטש, און אז נאר געציילטע קענען גיין – ווילן אלע גיין... איך האב געזאגט עס פעלט נישט אויס, למעשה זענען מיר געגאנגען, איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב און זון: "נאך א מזל מיר זענען יא געקומען, אזוי קענט איר זען די גאנצע גליק פון עולם הזה, א טונקעלע פלאץ, נישטא גארנישט דארט..."


די וועג איז געווען א רואיגע וועג; איך בין געשלאפן אביסל, געשריבן בריוון אביסל און זיך מתבודד געווען. דו ווייסט די אונטערשייד צווישן א ברסלב'ער חסיד און אנדערע, דער ברסלב'ער חסיד, וואו דו וועסט אים נאר לייגן, וואו ער געפונט זיך – האט ער וואס צו טון; ער דינט איבעראל דעם אייבערשטן, ער איז זיך מתבודד, ער רעדט צום באשעפער אויפ'ן פשוט'ן שפראך, אויף זיין מאמע לשון.


איך האב געדאווענט שחרית אויפ'ן פליגער.


מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דינסטאג נאכמיטאג, האברך הנ"ל האט צוגעשטעלט מען זאל אונז טראגן אין א באזונדערע פלאץ. דארט האב איך געטראפן די גבאים פון ירושלים, שמעון עוזר פערל און יצחק פאפנהיים.


שמעון עוזר ברענגט מיר די נייע קינדער מעשה ביכל: "מעשה'לעך פאר קינדערלעך", סיי אין אידיש, סיי אין לשון הקודש; עס איז הערליך שיין, איך האב זייער הנאה געהאט דאס צו זען. מיין נישט איך בין צופרידן, איך ווער נישט צופרידן ווען איך זע א ספר, איך וויל שוין זען נאך חלקים, איך וויל שוין זען חלק ב, ג, ד, ה און אזוי ווייטער.


אויך האט ער מיר באוויזן ספר איש אמונות חלק א' פון שנת תשפ"א, דאס איז עפעס אזוי שיין; שמעון עוזר נרו יאיר מיט זיין ווייב תחי', זיי לייגן אריין זייער לעבן אין דעם, זיי זענען דאס מתרגם מידי שבוע בשבוע. אויך איז דא א משפחה אין צפת, משפחת קעניג וואס זענען דאס מגיה. דער ספר איז אזוי שיין, עס וועט זיכער צוריק ברענגען טויזנטער מענטשן צום אייבערשטן.


איך האב געוואלט דאווענען מנחה, זאגן זיי מיר אז עס ווארטן אפאר אינגעלייט אינדרויסן פון עירפארט, אין געז סטעישן. זענען מיר אהין געפארן, דארט שפרינגען צו מיר די בני ברק'ע חבורה, שרייען אויס א ברכת שהחיינו מיט א שמחה. איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי, די זענען גרויסע מפיצים, זיי רוען נישט קיין איין מינוט, טאג און נאכט האבן זיי אינזין נאר איין זאך: "הפצה, הפצה, הפצה!"


פאריגע מאל ביסטו דאך מיטגעקומען מיט מיר, האסטו געזען דער חילוק פון די ארץ ישראל'דיגע מקורבים; זיי זענען אזוי פארקאכט פאר אנדערע, זיי טראכטן נישט פון זיך טאג און נאכט, פון זייער באקוועמע לעבן, זיי טראכטן 'ווי קען מען נאך א איד געבן פונעם יין המשומר'.


אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א קאר מיט א גוטע דרייווער, עס איז געווען זייער א געשמאקע וועג, א גאנצע וועג האב איך געשעפשעט צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף אונז אנקומען אין מירון בשלום". די יאר איז געווען א בהלה, מען האט דערשראקן פון פאראויס אז מען גייט פארשפארן מירון, מען קען נאר אריינקומען אין מירון מיט באשטעלטע טיקעטס פון פאראויס. ווען מיר זענען געקומען נענטער האבן מיר געזען פאליציי שטייען ביי די וועגן, מיר האבן געבעטן און געבעטן, תפילה עפנט דאך אלע טויערן.


מיר זענען שוין אין מירון, מען האט אונז אבער נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך געדריידט אהין און צוריק, צוריק און אהין. אברהם האט אונז דארט אפגעווארט, אין געז סטעישן, אונטן פונעם בארג, ביים אריינגאנג. אין געז סטעישן זאגט מיר דער דרייווער שטרענג: "פארמאך דיין פענסטער!" איך פרעג אים: "וואס גייט פאר?" זאגט ער נאכאמאל: "פארמאך!" און ער הויבט אן פארן שנעל. איך בין געווארן אביסל דערשראקן, איך זע דער דרייווער איז אנגעצויגן, איך כאפ נישט וואס גייט פאר, ער געבט א שטעל אפ די קאר און שפרינגט ארויס, ער לויפט אריבער די גאס צו א קאר רעדן אפאר מינוט. איך האב נישט פארשטאנען וואס גייט פאר, ער קומט צוריק, און אברהם זאגט אים מען קען נאכאמאל פרובירן אריינצופארן אין מירון. מיר קומען אן דארט, אברהם שטייט דארט מיט איינעם, יענער ווייזט מען זאל אריינלאזן. הודו לה' כי טוב, מיר זענען אנגעקומען צו א שיינע דירה, אהערגעשטעלט מיט אלע באקוועמליכקייטן. קענסט דאך אברהם, ווען ער מאכט עפעס – איז דאס מיט די גאנצע הארץ. מיר האבן זיך אויסגעפאקט, דערנאך בין איך אריבערגעגאנגען צו מיינע עלטערן געבן שלום.


נאכדעם דערציילט מיר אברהם וואס האט פאסירט. דער דרייווער האט באמערקט אין געז סטעישן ... דעריבער האט ער מיר געבעטן צו פארמאכן די פענסטער כדי ער זאל נישט זען אז איך בין אין קאר. למעשה האט ער מיך יא געזען, און ווי נאר דער דרייווער פארט אוועק זעט ער ווי ... פארט אים נאך, ער דריידט זיך אהער – פארט ער אהער, ער דריידט זיך אהין – פארט ער אהין, ער פארט שנעל – פארט ער שנעל, איז ער געגאנגען רעדן מיט אים, זאגט ער: "איך וויל יעצט ערלעדיגן דעם ראש ישיבה, איך וויל אים יעצט שלאגן צום טויט" ה' ישמרינו, האט אים דער דרייווער געזאגט: "טראג זיך אפ פון דא, איך ווארן דיך!" ער האט זיך דערשראקן און אוועקגעפארן, שפעטער איז ער צוריק געקומען און מיך שיעור דער'הרג'עט; איך וועל דאס שרייבן שפעטער אינעם בריוו, איך וויל זיך האלטן אין א סדר.


איך האב געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע אין בית המדרש קארלסבורג. שלאפן האב איך נישט געקענט דארט, אין מירון איז אזוי פרייליך - מען קען נישט שלאפן, איך בין אויפגעבליבן ביינאכט אין די דירה, איך האב געלערנט מיינע שיעורים.


מיטוואך אינדערפרי פיר אזייגער פארטאגס בין איך זיך געגאנגען טובל'ן ביי מיין טאטע'ס מקוה. איך האב געדאווענט שחרית מיט מיין טאטע שליט"א ותיקין. מיין זיידע זכרונו לברכה פלעגט אין מירון דאווענען ותיקין; אזוי פירט זיך מיין טאטע שליט"א, ער דאווענט ותיקין. געווענליך דאווענט ער אין די מערה, אבער ערב ל"ג בעומר, ל"ג בעומר און א טאג נאך ל"ג בעומר – דאווענט ער אין זיין בית המדרש מראה יחזקאל, אונטן פונעם בארג. בפרט היי יאר, נאכדעם וואס די מדינה של גיהנום האבן געווארנט און געמאכט אזעלכע פחדים – האבן מיר געדאווענט אונטן.


איך בין ארויף צום מערה מיט מיינע זין שמעון און הרב אלחנן חיים, ער איז אויך געקומען קיין מירון מיט זיין ווייב, ער איז געפארן א טאג פריער. די גאנצע וועג ארויף צום מערה איז געווען רואיג.


אריינקומענדיג אין די מערה איז מיר גוט געווארן, די גאנצע מערה איז אנגעפילט מיט פאליציי, עס איז ליידיג, מען לאזט נישט קיינעם בלייבן שטיין, מען קען נאר גיין. בלית ברירה בין איך אריבער די מערה. פון איין זייט האט עס מיר געגעבן א קליינע ציפ אין הארץ: 'היתכן, וואס איז די חוצפה וכו''; איך האב אבער שנעל געדריידט די מחשבות אויף פארקערט, איך האב זיך געפריידט, געלויבט דעם באשעפער איך בין ביי רבי שמעון בר יוחאי.


ארויסקומענדיג פון אונטער די מערה, דארט זענען געווען הונדערטער אידן און געזאגט תהלים, א טייל האבן זיך געקריגט מיט די פאליציי, איך האב גענומען א תהלים און אנגעהויבן זאגן תהלים. עס איז געווען א ברענעדיגע זון, איך האב געזוכט א שאטן, אונטערן שאטן איז געווען פיין. איך האב געטראכט צו זיך: 'וואס האב איך מיט די סדרנים? וואס גייט מיך אן וואס זיי טוען?' אין אנדערע זמנים ווען מען האט יא געקענט זיין אין די מערה – וואלט איך זיך אויך געזוכט א רואיגע ווינקעלע וואו צו זאגן תהלים.


איך האב אנגעהויבן תהלים מיט א שמחה, פלוצלונג האט זיך מיר געעפנט די הארץ, איך האב זיך געקענט גוט מתבודד זיין. מען קען זיך נישט פארשטעלן די הרהורי תשובה וואס מען שפירט אין מירון, בפרט ל"ג בעומר און ערב ל"ג בעומר. בשעת'ן זיך מתבודד זיין האב איך פארגעסן אז עס איז הייס, אז איך שוויץ, אז איך בין נישט געשלאפן און נישט געגעסן; אזוי איז עס, ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט צום אייבערשטן – פארגעסט מען פון אלעס, מען וויל גארנישט, נאר אביסל דביקות בה', נאר אביסל קרבת אלקים.


איך האב מסיים געווען ספר תהלים און מזכיר געווען אלע קוויטלעך, בקשות פון אנשי שלומינו. אויפ'ן וועג אראפ און א גאנצע צייט זייענדיג אין מירון, זענען צוגעקומען מענטשן, זקנים ונערים, חסידי'שע, אשכנזי'שע און ספרדי'שע, פון אלע סארט, פון אלע קרייזן – זיך באדאנקען פאר די שיעורים און בריוו.


א בחור ברענגט מיר א מתנה, א פארמאכטע דיקע ענוועלאפ; איך בין שוין צוגעוואוינט צו די סארט מתנות, איך ווייס וואס ליגט אינעווייניג נאך פאר'ן עפענען – א צעבראכענע סמארטפאון, מיט א בריוול וואס שטייט: "בזכות די שיעורים פון קו ברסלב, בזכות די גליונות און בריוו – האב איך מחליט געווען אוועק צו ווארפן די טעלעפאן".


הונדערטער האבן שוין אוועק געווארפן זייערע מאוויס וכדומה פון הערן חיזוק און יראת שמים פון רבי'ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן, אזוי אויך (שם, סימן רצד): "אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם", איך בין אן אוצר פון יראת שמים; די וועג פון רבי'ן איז א זיסע וועג, די מוסר פון רבי'ן איז א זיסע מוסר.


די אלע וואס שרייען אויף בחורים און מיידלעך וואס האבן נישט א גוטע טעלעפאן: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" - דאס מאכט גארנישט אויס, עס טוט גארנישט אויף, עס מאכט נאר ערגער, עס איז מבאיש ריח, אויף דעם זאגט אונז דער הייליגער תנא רבי עקיבא (ערכין טז:): "תָּמֵהַּ אֲנִי, אִם יֵשׁ בַּדּוֹר הַזֶּה מִי שֶׁיָּכוֹל לְהוֹכִיחַ", איך וואונדער זיך אויב איז דא אין אונזער דור איינער וואס קען זאגן מוסר, ווייל אז מען ווייסט נישט ווי אזוי צו זאגן מוסר (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "לֹא דַּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל בְּתוֹכַחְתּוֹ", נישט נאר ער טוט נישט אויף מיט די מוסר, "אַף גַּם הוּא מַבְאִישׁ רֵיחַ שֶׁל הַנְּשָׁמוֹת הַשּׁוֹמְעִים תּוֹכַחְתּוֹ", ער מאכט נאך א שלעכטע גערוך אויף די מענטשן; עס האט נאך קיינער נישט אוועקגעווארפן א טעלעפאן וואס מען קען קוקן עבירות – דורכדעם וואס מען האט אים געזאגט מוסר אויף די וועג: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" אבער די תוכחה פון רבי'ן, פון משה רבינו – געבט א גוטע גערוך, נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ.


דער אייבערשטער האט געהאלפן, זייט די ישיבה שטייט האבן שוין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער אידן תשובה געטון דורך די מוסר פון רבי'ן, וואס ער געבט אריין אין אידישע קינדער א ריח טוב, ווען מען הערט: "דער אייבערשטער האט דיך ליב", "דער אייבערשטער ווארט אויף דיר", "דער אייבערשטער איז מיט דיר" - די ווערטער זענען שטערקער פון די שטערקסטע זאך, דאס פועל'ט אז דער מענטש זאל צוריק קומען.


א פרוי דערציילט פאר מיין ווייב, זי איז א באהאלטענע מקורב, זי מיט איר מאן לעבן שטילערהייט אויפ'ן רבינ'ס וועג, זי פרעגט אלע אירע פראגעס, זי הערט די שיעורים. זי געבט שיעורים פאר עלטערע מיידלעך, אסאך סקולס רופן איר רעדן; זי רעדט פון רבי'ן, פארשטייט זיך אן דעם רבינ'ס נאמען.


דערציילט זי אז א מיידל רופט איר אן פאריגע וואך און זאגט איר: "איך וויל דיר זאגן א גרויסן יישר כח, האסט געראטעוועט מיין לעבן!" זי דערציילט פאר די פרוי: "געדענקסט פאריאר ביסטו געקומען געבן א שיעור אין מיין סקול, ביסט צוגעקומען צו מיר, האסט מיך געפרעגט ווי אזוי איך הייס, האסט מיר געזאגט די פאר ווערטער 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד', האסט געשמייכלט צו מיר אזוי זיס, דו האסט מיר דעמאלט געראטעוועט; איך בין שוין געווען אפגעמאכט ביי מיר שטילערהייט אז איך לאז אלעס אפ, און ווען דו האסט מיר געזאגט 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד' – האט דאס מיר צוריקגעהאלטן פון טון שלעכטס, די ווערטער שרייט אין מיר, 'איינער זעט אין מיר אן עתיד'".


מיין ווייב פרעגט די פרוי: "וואס עפעס ביסטו צוגעגאנגען צו די מיידל, און וואס עפעס האסטו איר דאס געזאגט?" זאגט די פרוי: "ווען איך בין אריינגעקומען אין סקול געבן די שיעור פאר די עלסטע כתה, רופט מיר די מנהלת צו און זאגט מיר 'איך וויל דיר ווייזן די ערגסטע מיידל פון סקול, זי ווייזט מיר אויף די מיידל', מער האב איך נישט געדארפט, זאגט די פרוי, די שיעורים פון ישיבה האבן אנגעהויבן שפילן אין מיין קאפ, איך האב זיכער געמאכט אריבער צו גיין צו די מיידל און איר געבן א גוט ווארט, און יעצט א יאר שפעטער איז פון די ערגסטע מיידל געווארן די בעסטע מיידל"; קומט אויס אז די מנהלת דארף זיך זוכן אן ארבעט ביי די מיסט, קומט אויס אז אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך – ווילן יא זיין גוט, נאר די בעלי מוסר זענען מבאיש ריח.


איך האב מיטגעהאלטן ביי די נסיעה צענדליגער פעלער ווי עס האט אויסגעבראכן א געשלעג ביי די הדלקות וכדומה, ווען א בחור, א אינגערמאן נעמט ארויס זיין סמארטפאון כאפן בילדער אדער ווידיאו, מען הויבט אן שרייען: "שגץ!" "גיהנום!" "רשעים!" – דאס העלפט נישט, דאס מאכט נאר ערגער; וואלט יענער געגעבן א גוט ווארט פאר א בחור, א שמייכל – וואלט די שמייכל און גוט ווארט מער אויפגעטון.


לכתחלה האט געהייסן עס וועט זיין אן הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א ליל ל"ג בעומר, למעשה האט מען אביסל מורא געהאט, די מדינה של גיהנום האט נישט געלאזט מאכן הדלקות, האט מען דאס אפגעשטופט אויף די צווייטע נאכט, דאס הייסט ל"ג בעומר נאכמיטאג, פון זעקס אזייגער ביז אין די נאכט אריין; אפילו די פאליציי וועלן קומען וועט מען העכסטנס דעמאלט ענדיגן. אזוי האט מען טאקע געטון, מען האט געדאווענט מעריב און געציילט ספירה. נאכן דאווענען האט מען געצינדן לעכט לכבוד התנא האלוקי און געטאנצן "בר יוחאי", עס איז געווען א סעודה ביי מיין טאטע שליט"א. מיין טאטע שליט"א האט גערעדט; איך בין אביסל אויסגעמאטערט יעצט פון די נסיעה, געדענק איך נישט פינקטליך.


מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין צום מערה טאנצן לכבוד די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב נישט געהאט קיין טיקעט, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל מיך אריבערלאזן אן קיין טיקעט, אויך האב איך נישט געוויסט צי מען קען בכלל גיין, יעדע מינוט איז געווען אנדערע נייעס, מען לאזט יא, מען לאזט נישט; מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין.


איך בין ארויף מיט מיין זון שמעון; אזוי ווי איך הויב אן גיין זע איך שוין אנשי שלומינו, בחורים און אינגעלייט – גייען מיר נאך, מען האט נישט געבעטן קיין טיקעט, די גאנצע וועג איז געווען מיט פאליציי, יעדע פאר טריט האט מען אפגעשטעלט, איך האב מיטגענומען דעם ספר תקוני זוהר, איך האב געלערנט אויפ'ן וועג און אין די מערה האב איך מסיים געווען תקוני זוהר. מען האט זיך נישט געקענט אפשטעלן, מען האט געטריבן.


אינדרויסן, אונטערן בנין, האב איך געזוכט וואו צו טאנצן, מיר האבן אנגעהויבן טאנצן ביז עס איז געווארן פרייליכע טענץ, מיר האבן געטאנצן פאר צוויי שעה.


וואס זאל איך דיר זאגן, אזעלכע טענץ, אזא שמחה, אזא קדושה – האב איך שוין לאנג נישט געשפירט. די אחדות; אלע אידן טאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, אלע אידן פרייען זיך אינאיינעם, מען איז פול מיט הרהורי תשובה. איך קען נישט שרייבן וואס איך שפיר נאכאלץ אין מיין הארץ, איך וועל סיי ווי נישט קענען ארויסברענגען וואס איך שפיר, וועל איך זיך אפשטעלן פון שרייבן.


א גאנצן טאנצן האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים און פאר'ן מיך מקרב זיין צום נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה, אויך האב איך אסאך געבעטן פאר דיר און פאר אלע אידן.


אויפ'ן וועג אראפ איז שוין געווען א גרויסער עולם אנשי שלומינו וואס זענען מיט געקומען, מען האט זיך מחזק געווען מיט די מתנה וואס מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן.


פלוצלונג אינמיטן וועג ווארט מיך אפ דער ... וואס איז מיר א טאג צוריק נאכגעפארן, איך האב שוין געשריבן אנהויב בריוו, און הויבט אן שרייען אויף מיר: "שגץ!" "רשע!" "מנוול!" ער האט מיך געוואלט שלאגן, ער איז געשפרינגען אין די לופט מיט א רציחה, בחסדי ה' האט מען אים צוריקגעהאלטן, עס איז געווארן א געשלעג, אבער מיר האט דער אייבערשטער געהיטן. אנהויב, אויפ'ן וועג ארויף צום מערה, האב איך געזאגט פאר די בחורים וואס זענען מיך נאכגעלאפן: "לאזט מיר אפ, לאזט מיר גיין אליין, וואס ווילט איר פון מיר?" איך האב ליב צו גיין צו רבי שמעון בר יוחאי אן קיינעם, ווי א פשוט'ער מענטש גייט, אן קיין באגלייטער, למעשה זע איך, א נס אז עס זענען יא מיט געקומען מיט מיר בחורים און אינגעלייט, אזוי בין איך געראטעוועט געווארן.


האברך ... איז געווען מיט מיר, איך האב אים געבעטן: "טו מיר א טובה, ראטעווע מיר, דו ביסט דאך א בעל כח, האלט אים אפ", איז ער צוגעלאפן צו אים און אים אנגעכאפט מיט כח ביז איך בין אראפ צו מיין דירה. שפעטער זאגט ער מיר אז זיין טאטע ר' ..., א תלמיד פון מוהרא"ש - האט אים געגעבן א פסק פארוואס ער האט דאס געטון, זיין טאטע געדענקט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ער האט אים געזאגט: "היתכן דו האסט אים נאר אפגעהאלטן, וואלסט אים געדארפט שפאלטן זיין קאפ, אזא מענטש וואס איז א רוצח – דארף מען אים צעברעכן זיינע ביינער".


ל"ג בעומר ביינאכט האב איך נישט געקענט שלאפן פון גרויס שמחה, איך האב געלערנט זוהר. איך האב געדאווענט ותיקין ביי מיין טאטע שליט"א. נאכן דאווענען האב איך זיך געזעצט לערנען זוהר מיט האברך ישראל יוסף שניצלער, איך האב א שיעור מיט אים יעדן שבת אינדערפרי אין ספר הזוהר, מיר האבן זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן זוהר, אויסער איין פרשה, פרשת פנחס, עס איז א לאנגע פרשה. מיר האבן געלערנט זוהר פאר לאנגע שעות, בערך זעקס שעה, נאך עטליכע אינגעלייט האבן זיך צוגעזעצט לערנען די הייליגע זוהר.


האברך בערל לעווי איז אנגעקומען אין מירון, ער האט נישט געהאט וואו איינצושטיין, ער איז געקומען על דעת צו שלאפן אויף א בענקל אין בית המדרש. איך האב זייער הנאה געהאט, געווענליך אמעריקאנער מענטשן זארגן קודם פאר די בעט וכו', דא זע איך א אינגערמאן קומט פון אמעריקע צו רבי שמעון בר יוחאי אן גארנישט, נאר צו זיין ביי רבי שמעון בר יוחאי. איך האב אים אריינגענומען אין מיין דירה, זיי האבן זיך איינגעטיילט, ער מיט יוסי האבן געהאט איין בעט; ווען ער איז געשלאפן איז ער געווען אין די מערה, און אזוי פארקערט.


עס זענען געקומען משפחות מאכן חאלאקע; האברך ברוך נוסבוים, אויך אן אייניקל פון הרב אברהם שושן פון בני ברק.


נאכמיטאג איז געווען די הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט פייערדיגע טענץ, מען האט געטאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי מיט א העכערע שמחה.


פאר'ן אנצינדן די הדלקה איז דער מנהג אז אלע גיסן אויל לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, מען לייגט וואטע מיט אויל, מען זינגט נגוני דביקות. איך האב זיך גוט מתבודד געווען.


עס איז גאר אנדערש ווען מען קען מאכן א כלי פון די דערהויבענע צייטן, מען קען זיך מתבודד זיין. קענסט זען יעדע מאל ביי א חופה ווען מען זינגט נגוני התעוררות, אויב איז דער חתן מקורב צום רבי'ן, וועסטו קוקן אויף זיינע ליפן ווי ער נוצט אויס די מינוטן פאר תפלה והתבודדות, און אז נישט, שטייט מען מיט א פארמאכטע מויל, און עס בלייבט גארנישט פון די דערהויבנקייט.


קענסט פרעגן די אינגעלייט ישראל יוסף שניצלער און בערל לעווי, זיי וועלן דיר דערציילן אביסל וואס דארט האט זיך געטון.


פרייטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט ותיקין, איך האב געטראפן ר' יונה אונזער דיין, נאכן דאווענען איז ער געקומען צו אונז אין די דירה, מיר האבן געענדיגט אינאיינעם זוהר. איך האב זייער שטארק געוואלט מאכן די סיום ל"ג בעומר, אבער נאכן לערנען אזויפיל שעה האט מיר די קאפ אנגעהויבן שווינדלען, איך האב זיך געדארפט אפשטעלן; מיר האבן געלערנט אינאיינעם אפאר בלאט זוהר און געמאכט א סיום, מיין ווייב האט אנגעגרייט אביסל ירקות מיט ברויט, עס איז געווען א שיינע סיום.


שפעטער בין איך ארויף צו מיין זיידע און באבע זכרונם לברכה, זיי ליגן העכער די ציון פון רבי יוחנן הסנדלר. איך האב דארט געזאגט דעם יום תהלים, נאכדעם בין איך געגאנגען צו די מערה.


איך האב אויסגעלאזט א פרט וואס האט פאסירט ל"ג בעומר נאכמיטאג אין די מערה, דער עולם האט זיך געשטארקט קעגן די פאליציי, מען האט זיי מנצח געווען און זיי זענען אנטלאפן. מען האט ארויסגעווארפן אלע אייזענעס וואס זיי האבן געמאכט אין די מערה נישט צו לאזן מענטשן קומען, פון נאכמיטאג איז אלעס צוריק געווארן אזוי ווי אלע יארן. איך האב זיך צוריקגעהאלטן פון ארויפגיין ל"ג בעומר נאכמיטאג צו די מערה, ווייל א גאנצע צייט איז געווען שמועות אז עס איז דא מהומות וכו'. פרייטאג בין איך געווען אין די מערה, איך האב געזאגט תיקון הכללי מיט די תפילה פון רבי נתן צו רבי שמעון בר יוחאי (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז).


שבת בין איך געווען אין מירון, איך האב אלעס מיט געהאלטן מיט מיין טאטע שליט"א; די תפילות און די סעודות. מנחה ערב שבת האבן מיר געדאווענט אונטן אין קארלסבורג, קבלת שבת זענען מיר ארויף דאווענען אין די מערה, מען האט געטאנצן "לא תבושי", אויך "בר יוחאי"; א גאנץ יאר איז דער מנהג אין מירון צו טאנצן "בר יוחאי" נאך קדיש יתום, פאר כגוונא. (אגב, מוהרא"ש פלעגט זינגען יעדע שבת ביי די באטע "בר יוחאי").


שבת אין מירון זענען געווען טויזנטער משפחות, עס האט זיך געשפירט ווי א יום טוב'דיגער שבת. ליל שבת האב איך געגעסן ביי מיין טאטע שליט"א, אויך דער דיין ר' יונה און ישראל יוסף שניצלער נרו יאיר מיט נאך אנשי שלומינו. מיין טאטע האט מכבד געווען ר' יונה מיט'ן זינגען "אשת חיל"; ער האט אויסגערופן: "ברסלב'ער דיין אשת חיל", ער האט אים געזאגט ער זאל זינגען דעם ברסלב'ער "אשת חיל".


ביי די סעודה האט מיין טאטע שליט"א גערעדט פון די מעשה (פסחים קיב.) רבי שמעון בר יוחאי האט געבעטן רבי עקיבא זאל אים לערנען תורה, רבי עקיבא האט נישט געוואלט, האט רבי שמעון בר יוחאי געזאגט: "רַבִּי, לַמְּדֵנִי תּוֹרָה, וְאִם לָאו, אֲנִי אוֹמֵר לְיוֹחַאי אַבָּא וּמוֹסֶרְךָ לַמַּלְכוּת", איך וועל זאגן פאר מיין טאטע יוחאי און מען וועט דיר איינשפארן אין תפיסה; מיין טאטע שליט"א האט נאכגעזאגט די ווערטער פון רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ס) וואס איז פשט, אזוי רעדט מען צו א רבי? מען סטראשעט אים אז מען גייט אים איבערגעבן פאר די רעגירונג?! נאך איז שווער, רבי עקיבא איז דאך שוין געווען אין תפיסה, וואס זאגט ער אים "איך וועל דיך פאר'מסר'ן און לייגן אין תפיסה?" זאגט דער רבי, מען דארף אכטונג געבן נישט צו לערנען מיט תלמידים שאינם מהוגנים וכו', עיין שם.


עס זענען געווען אסאך אנשי שלומינו, זיי האבן געוואלט מאכן א באטע, עס איז געווען זייער שפעט, מען האט געענדיגט די סעודה צוויי אזייגער, עס איז נישט געווען שייך. אברהם איז אריבערגעקומען נאך די סעודה צו מיר מיט זיין משפחה פאר אפאר מינוט, עס איז געווען זייער שיין.


 שבת אינדערפרי האב איך געהאט א מעשה מיט א שיכור ואכמ"ל.


איך האב געלערנט מיט ישראל יוסף נרו יאיר זוהר חדש אויף רות, אלס הכנה פאר די הייליגע יום טוב שבועות.


דער דיין ר' יונה האט געדאווענט פסוקי דזמרה, איך האב געדאווענט שחרית און מיין טאטע שליט"א האט געליינט קריאת התורה פרשת בהר מיט בחוקותי, עס איז געווען א חוץ לארץ'דיגער עולם וואס האבן נאכנישט געהערט ליינען פרשת בהר, האט ער אנגעהויבן בהר ביז בחוקותי שני.


מיין טאטע שליט"א האט מיר געבעטן צו זאגן דברי תורה ביי די סעודה פון צופרי, איך האב גערעדט פון דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער.


מיר געפונען אין זוהר הקדוש, רבי שמעון בר יוחאי לויבט אויס דאס טייערקייט פון אידישע קינדער, דאס גרויסקייט פון מצוות ומעשים טובים וואס מיר טוען. מיר געפונען (שבת לג:), ווען רבי שמעון בר יוחאי איז ארויס פון די מערה און געזען א איד גייט מיט הדסים לכבוד שבת, איינס פאר זכור און נאך איינס פאר שמור – האט רבי שמעון בר יוחאי געמאכט א גרויסע עסק פון דעם, אונז צו ווייזן דאס גרויסקייט פון יעדע גוטע זאך, אדער גוטע מנהג וואס א איד טוט פאר'ן אייבערשטן, אז דאס איז זייער חשוב אין הימל. היינט צו טאגס ווייסן מיר דאס חשיבות פון די זאך, איידער רבי שמעון בר יוחאי האט דאס מגלה געווען וואלט מען געלאכט פון אזא מענטש, מען וואלט אים געזאגט: "היינט איז נישט יום טוב סוכות, מאך זיך נישט נאריש, וואס איז דאס שבת מיט הדסים?!" רבי שמעון בר יוחאי האט אבער אנדערש געקוקט, ער זעט א איד טוט א שיינע זאך פאר שבת, זאגט ער: "חזי כמה חביבין מצות על ישראל", קוק ווי אידישע קינדער ליבן די מצוות.


אינטערעסאנט, דער מהרש"א זאגט (שם חדושי אגדות, דיבור המתחיל חד כנגד זכור): "וכמו שבנרות זוכין לבנים חכמים", אזוי ווי שבת ליכט איז מסוגל פאר קינדער תלמידי חכמים, "הכי נמי הדסים", אזוי אויך, ווער עס שמעקט הדסים שבת וועט האבן "בנים צדיקים, שנקראו הדסים", עיין שם; די זעלבע ווערטער זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן נט): "עַל יְדֵי הֲדַסִּים בְּשַׁבָּת זוֹכֶה לְבָנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים".


אויך האב איך געזאגט וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש, אויף דעם מאמר חז"ל (ברכות לה.): "הַרְבֵּה עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי וְלֹא עָלְתָה בְּיָדָן", אסאך האבן פרובירט נאכצומאכן רבי שמעון און זיי האבן נישט מצליח געווען, פארוואס טאקע נישט? ווייל "'הַרְבֵּה' עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי", אסאך טון, אסאך נאכמאכן איז שווער, אבער אז מען פרובירט צו טון קלייניקייטן, זאכן וואס מען קען - דעמאלט איז מען יא מצליח.


די ווערטער איז א מצוה צו רעדן מיט מענטשן, מען זאל וויסן אז דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער, דאס איז דער גאנצער זוהר; יעדע בלאט, און פאר יעדע שטיקל - זאגט ער נאכאמאל און נאכאמאל: "וואויל איז פאר אונז אידישע קינדער וואס דער אייבערשטער האט אונז אויסדערוועלט פון אלע פעלקער, ער האט אונז ליב", דאס איז סודות התורה, עס איז באהאלטן פון אונז; מען דריידט זיך ארום צעקלאפט און דערשלאגן, מען חזר'ט זיך ליגנט, מען קלאפט זיך; ווער רעדט נאך אז מען הערט תורות פון שֵׁדִין יְהוּדָאִין (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כח) וואס קלאפן דעם מענטש מיט ליגנט, אז 'דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר', 'ער דארף נישט מיינע מצוות', 'ער דארף נישט מיין דאווענען' וכו' וכו'; דאס דארף מען זאגן פאר אנדערע, די ווערטער פון זוהר: "דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער".


מוצאי שבת קודש בין איך געפארן קיין יבנאל צו די שבע ברכות פון ר' עזרא בוים מיט הרב אליעזר איידלשטיין. לכתחלה האב איך געוואלט גיין צו די חתונה, אבער עס איז געווען אזוי פארהאקט אין מירון, מען האט נישט געקענט ארויספארן און אריינפארן פון מירון נאר מיט א באס. איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי די שמחה. יעצט מוצאי שבת קודש בין איך געפארן, עס איז געווען זייער געפיליש צו זיצן מיט אזעלכע גרויסע צדיקים, הרב רבי יצחק שליט"א, הרב רבי דניאל שליט"א, אויך דער מחותן הרב ר' אליעזר שליט"א, מיט ר' עזרא נרו יאיר.


הרב רבי יצחק שליט"א האט דערציילט זייער אינטערעסאנטע זאכן פון די השתלשלות פון יבנאל. מוהרא"ש האט געהאט פלענער צו קויפן אין מאנסי, אויך האט מוהרא"ש שוין כמעט געקויפט א חלקה אין ניו דזשערסי. איך האב זיך זייער מחי' געווען מיט די שיינע דיבורים.


אויך האט ער דערציילט שיינע אינטערעסאנטע זאכן פונעם גר צדק אברהם זכרונו לברכה, דער זון פונעם גראף פאטאצקי. מען האט באהאלטן פון אים ספר ויקרא, ווייל דאס איז דער יסוד פון א איד, ביז ער איז דערגאנגען אז חומש איז פינף, עס פעלט איין באנד. אויך די סיפור פון די שריפה, אז דער בעל יסוד ושורש העבודה האט זיך באהאלטן נאנט צום פייער צו קענען זאגן "אמן" אויף די ברכה וואס ער האט געמאכט ביים ווערן פארברענט, און נאך אסאך שיינע זאכן.


נאכדעם האט מען מיר געבעטן רעדן. איך האב גערעדט קורץ און שארף, איך האב גערעדט צום חתן, אז ער קומט יעצט קיין יבנאל דארף ער וויסן מען מוז האבן שייכות מיט ערליכע אידן, "וֶהֱוֵי מִתְאַבֵּק בַּעֲפַר רַגְלֵיהֶם" (אבות א, ד), מען מוז ליב האבן ערליכע אידן. נאר די וואס זענען צוגעקלעבט צו ערליכע אידן, צדיקים – די האבן ערליכע דורות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", דער וואס האט ליב ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", דער וועט האבן קינדער ערליכע אידן, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן", דער וואס איז מכבד ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", וועט אויך האבן איידעמער ערליכע אידן, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", דער וואס האט הכנעה פאר ערליכע אידן, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָּא מֵרַבָּנָן", וועט ער אליינס ווערן א גרויסער צדיק. איך האב זיך געבעטן צום חתן, זיי נישט ווי די נארישע מענטשן וואס זאגן "אמאל זענען געווען צדיקים, היינט איז נישטא", דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגן פאר'ן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן קצב): "שֶׁאֵין הָעוֹלָם רוֹצִים לְהַאֲמִין שֶׁיִּהְיוּ נִמְצָאִים עַכְשָׁו צַדִּיקִים גְּדוֹלִים בְּמַעֲלָה מְאֹד כְּמוֹ בַּדּוֹרוֹת הָרִאשׁוֹנִים", מענטשן זאגן אז היינט איז נישטא קיין גרויסע צדיקים אזוי ווי אמאליגע טעג, האט דער הייליגער רבי געזאגט: "בְּוַדַּאי נִמְצָאִים צַדִּיקִים בְּכָל דּוֹר וָדוֹר", און די אלע וואס זאגן אז היינט זענען נישטא קיין צדיקים זענען כופרים.


מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א טיפש אין ברסלב, ער האט נישט געשיקט זיינע קינדער אין חדר ווייל עס איז נישט געווען קיין ברסלב'ער חדר, ביים סוף זענען אלע ארויס לתרבות רעה. און אזוי וועט זיין מיט די אלע וואס שפעטן פון ערליכע אידן, די קינדער גייען אלע ארויסגיין לתרבות רעה; וואויל איז דער וואס האט ליב ערליכע אידן און איז זיי מכבד.


איך האב געבענטשט און געזאגט די שבע ברכות, מען האט געטאנצן. איך בין געווען זייער פרייליך זיך צו טרעפן מיט תלמידי היכל הקודש, צדיקים אמיתיים שבדורינו.


פון דארט בין איך ארויף צום ציון פון מוהרא"ש. עס איז געווען די יום הולדת פון מוהרא"ש, כ"א אייר – חסד שביסוד. איך האב געזאגט תיקון חצות, תיקון רחל זיצנדיג און תיקון לאה שטייענדיג, אויך תיקון הכללי, און זיך מתבודד געווען.


איך האב געבעטן פאר יעדן איינעם בפרטיות, אויך פאר דיר אהרן בן פיגא און פאר דיין שותף אהרן ישראל בן רות נעמי, איר זאלט מצליח זיין העלפן די מוסד זיך פארברייטערן אין אלע זייטן.


דער זון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, הרב נחמן שליט"א - איז געווען דארט ביים ציון, ער האט זיך מתבודד געווען, איך האב אים נישט געוואלט שטערן. מוהרא"ש האט מיר אמאל געזאגט: "מיין זון איז אן אמת'ער לב נשבר". ער איז געזעצן ביים ציון און געוויינט אויפ'ן קול מיט א צעבראכנקייט.


מיר זענען צוריק געקומען קיין מירון פארטאגס, איך האב באגעגנט מיין טאטע ארויפגיין מיט טלית ותפילין צו די מערה, איך האב זיך שנעל איבערגעטון די בגדי שבת לבגדי חול, און ארויף דאווענען שחרית כוותיקין.


נאך שחרית האב איך געזאגט די תיקון הכללי ביי רבי שמעון בר יוחאי און די תפילה פון רבי נתן (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז), א הארצרייסנדע תפילה, ווי מען בעט רבי שמעון בר יוחאי ער זאל העלפן עס זאל נישט זיין קיין שכחת התורה.


עס איז נישט שייך איבערצושרייבן די זעלבע זאך יעדע פאר מינוט, וואס האט זיך אפגעטון ביי יעדע פלאץ וואו מיר זענען געווען, איבעראל קומען זיך מענטשן באדאנקען פאר זייער לעבן, זייט זיי האבן אנגעהויבן הערן די דרשות און ליינען די בריוון האט זיך אלעס ביי זיי געטוישט.


מיר זענען געפארן קיין טברי', האברך חיים מאיר ערפס נרו יאיר האט מיך ארום געטראגן. קודם זענען מיר געפארן צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, איך האב זיך דארט מתבודד געווען, אויך געצינדן א ליכט מיט שמן לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס. אויך געדאווענט מנחה.


פון דארט זענען מיר געפארן צום ציון הרמב"ם, און צום ציון השל"ה און נאך צדיקים. ביים ציון השל"ה האבן מיר געזאגט די תפילת השל"ה, פון דארט זענען מיר געפארן צום קבר רבי עקיבא, נאכדעם צו קבר רבי חייא ובניו. פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים.


איך בין אנגעקומען אין אונזער בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב 15, די שול איז געווען איבערגעפולט קעפ אויף קעפ. די גבאים האבן מיך געפרעגט וואו צו מאכן די שיעור, זיי האבן געוואלט ארויסדינגען א זאל, איך האב נישט געוואלט, איך האב ענדערש געוואלט ביי אונז אין בית המדרש, איך געפון זיך זייער גוט דארט, די לופט דארט איז זייער געשמאק און איינגענעם.


ביים סוף שיעור זענען ארויפגעקומען אויפ'ן בימה א בחור דוד שמעון לעווינסאן, און הילד יהודה בן ר' מרדכי ברילל, ביידע האבן געמאכט א סיום הש"ס, דער טאטע פונעם קינד האט געזאגט אפאר ווערטער. עס איז גאר אנדערש צו זען מיט די אויגן ווי יונגע קינדער און בחורים לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געלערנט א וועג ווי אזוי מיר זאלן אויסנוצן די טעג מיט לערנען כסדרן דיקא, אפילו אן פארשטיין, בגירסא בעלמא (שיחות הר"ן, סימן עו).


מעריב און ספירת העומר האב איך געדאווענט אין שול, האברך משה ראזענבערג נרו יאיר האט געדאווענט פאר'ן עמוד, ער איז אין יאר נאך זיין טאטע ר' יצחק עליו השלום.


נאך מעריב האט גענומען צייט ביז איך בין ארויס, דער עולם האט געגעבן שלום.


פון דארט בין איך געגאנגען צום אכסני', אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א באקוועמע דירה מכל טוב וטוב.


בשעת די שיעור האבן זיך די ווייבער פון אנשי שלומינו צאמגענומען ביי משפחת פערל אין שטוב זיך צו באקענען מיט מיין ווייב תחי', זיי האבן איר שיין אויפגענומען. זי האט מיר דערציילט אז זי איז זייער איבערגענומען פון די פרויען, זיי זענען זייער איידל און פריינטליך, זייער צום זאך, זי איז אהיימגעקומען פון דארט זייער פרייליך.


אברהם האט צוגעשטעלט א געשמאקע מאלצייט, איך האב גערופן חיים מאיר מיט שמעון פיש נרו יאיר זאלן קומען מיט עסן, זיי האבן נאך גארנישט געגעסן פון אינדערפרי.


שפעטער ביינאכט זענען אריבערגעקומען די גבאים פון ירושלים, מיר האבן גערעדט ביז שפעט ביינאכט ווי אזוי מיר זאלן פארברייטערן די חדר, מיר גייען זוכן א גרעסערע פלאץ, מיר דארפן שוין נאך א מלמד.


איך האב געבעטן דעם גבאי יצחק נרו יאיר ער זאל ווערן מנהל רוחני פונעם חדר, איך האף ער וועט עס אננעמען. איך האב נישט צו שטארק געבעטן, כדרכנו, מיר זאגן נישט יענעם וואס צו טון, מען העלפט נאר יענעם טראכטן גוטע מחשבות און אז יענער וויל אזוי טון – טוט ער, און אז נישט – נישט, אויך האבן מיר גערעדט וועגן עפענען א ישיבה אין ארץ ישראל; דאס איך נאך א פראגע, עס איז נישט קיין גרינגע זאך.


איך בין געבליבן אויף ביז פיר אזייגער פארטאגס, מיין זון הרב אלחנן האט געדארפט אהיים פארן, איך האב נישט געוואלט ער זאל פארפאסן די פליגער.


מאנטאג אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אין אונזער בית המדרש, נאכן דאווענען איז געווען א סיום, הבחור שמעון פאללאק האט מסיים געווען ש"ס. עס איז געווען אזוי שיין, אזוי איינגענעם צו זיין צווישן אנשי שלומינו, וואו יעדער איינער לערנט אזוי פלייסיג. ביים סיום האב איך גערעדט אביסל חיזוק פון דאס גרויסקייט פון לערנען תורה.


נאכדעם איז געווען קבלת קהל, איך בין געזיצן אין שול און אויפגענומען. מענטשן זענען אריבער איינער נאכן צווייטן, יעדער מיט זיינע בקשות, מיט זיינע זאכן. בערך צוועלף אזייגער האב איך געמאכט אן הפסקה, איך בין אריבער צום תלמוד תורה מיט יצחק.


דארט אין חדר ביי משפחת פערל אין שטוב; ווען איך קום אהין כאפט מיר אן אזעלכע געפילן וואס איז שווער ארויס צו שרייבן אויפ'ן פאפיר. עס טראגט מיר צוריק ווען מיר האבן געעפנט די ערשטע תלמוד תורה חסידי ברסלב אין אמעריקע, אסרו חג פסח שנת תש"ע האבן מיר געעפנט די חדר אין א דירה אין וויליאמסבורג, דו געדענקסט זיכער אלעס וואס איך געדענק, דו ביסט דאך פון די ערשטע פינף משפחות וואס האבן אנגעהויבן די חדר, עס איז געווען קליין און בא'טעמ'ט.


דער מלמד יושע ראבינאוויטש איז א גאר פיינער מלמד, ער לייגט אריין אין די קינדער אמונה און יראת שמים, עס זענען צוגעקומען נאך צוויי משפחות אין חדר, משפחת לעווינסאן און משפחת גאטליב.


איך בין אריין צו משפחת פערל רעדן מיט זיי בענין עצתו אמונה און איש אמונות, זיי ארבעטן יומם ולילה לא ישבותו ארויסצוגעבן וועכנטליך די קונטרסים איש אמונות און עצתו אמונה, איך ווייס נישט ווי זיי נעמען די כוחות און די צייט, עס איז ביי מיר א גרויסע וואונדער, איין משפחה זאל אריינלייגן אזויפיל שעות א וואך פאר הפצה... אשרי להם, וואויל איז זיי! עס איז די גאנצע שטוב זייערע; אלעס איז דארט, די חדר, די הדפסה, דער בית המדרש האט זיך דארט אנגעהויבן.


פון דארט בין איך צוריק אין שול ווייטער אויפנעמען מענטשן, מחזק זיין אידישע קינדער, אויסהערן אידישע הערצער – ביז שפעט נאכמיטאג. עס איז געווען אינטערעסאנט צו זען ווי אלע שטייען אין די שורה מיט א ספר אין די האנט און לערנען זייערע שיעורים כסדרן, קיינער האט נישט מבטל געווען קיין צייט, דאס איז דאך איינע פון די מעלות פונעם סדר דרך הלימוד, מען קען אלץ לערנען, מען דארף נישט אנברענגען קיין צייט.


נאכדעם איז געווען נאך א סיום הש"ס, הבחור שמואל אייזיק בן ר' שמעון עוזר פערל האט מסיים געווען ש"ס, או איז דאס געווען שיין, וואס איז דא שענער ווי א סיום הש"ס פון א יונגער בחור... איך בין ממש געפאלן פון מיינע כוחות פון ארבעטן ארום די זייגער, טאג און נאכט, אן עסן, אן שלאפן. מענטשן האבן מיר געפרעגט ווי נעמט מען די כוחות? דער ענטפער איז, ווען מען זעט בחורים, אינגעלייט און קינדער לערנען די הייליגע תורה – דאס געבט כח, זיצן ביי א סיום הש"ס – דאס איז פאר מיר עסן און שלאפן.


מיר האבן געדאווענט מנחה מעריב, ספירת העומר. נאך מעריב האט מען אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה פאר "בית המדרש היכל הקודש סטעטן איילענד", ר' יעקב היילפרין האט אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה ביים סופר ר' נחמן יאקאבאוויטש, מאנשי שלומינו; איך האב געשריבן דעם גאנצן ווארט "בראשית".


נאכדעם בין איך אהיים זיך צאמפאקן די פעקלעך, מיר זענען געפארן צום הר המנוחות. מיין ווייב האט דארט א זיידע און באבע, זיי ליגן די ערשטע רייע ביי די בעלזא נייע חלקה, פינקט אנטקעגן די ציון פון הייליגן חיד"א זכותו יגן עלינו.


מיין זיידע, הרב החסיד רבי יצחק דוד הכהן פריעדמאן זכרונו לברכה איז געווען א גרויסער ערליכער איד, א תלמיד פון פאפא רב זכרונו לברכה, א בעלזער חסיד, אויך א מוקיר רבנן. איך האב געהאט די זכי' צו לערנען נאך מיין חתונה בחברותא מיט אים יעדע נאכט אין פאפא שול אין וויליאמסבורג מסכת שבת, איך האב אסאך קונה געווען פון אים.


יעדע יאר פאר ראש השנה, ווען איך האב זיך געזעגנט פון אים - האט ער מיט טרערן אין די אויגן מיר געבעטן איך זאל מתפלל זיין פאר אים וכו' וכו', אויך די באבע, רחל בת הרב החסיד ר' שלמה גפן ליגט דארט, זי איז געווען א גרויסע צדקת.


איך בין אריין ביים אוהל פונעם חיד"א, איך האב מתפלל געווען און זיך מתבודד געווען. אויך דארט האבן מיר ספרדי'שע אידן באפאלן מיט שכוח'ס פאר די שיינע חיזוקים וואס זיי זענען מקבל.


אין עירפארט האב איך גערעדט מיט די גבאים פון ירושלים וויכטיגע זאכן, עניני קהילה, זאכן וואס מען קען נאך מער טון; דאס וועל איך נישט שרייבן, איך וועל דאס רעדן מיט דיר פריוואט.


די וועג איז געווען גאר גוט ברוך ה', איך בין געשלאפן רוב וועג, פארטאגס האב איך געוואשן נעגל וואסער, געזאגט ברכת התורה און זיך מתבודד געווען.


האברך שמואליק בלעדי האט מיך אפגעווארט, איך בין אהיים געגאנגען העלפן ארויפטראגן די פעקלעך, העלפן מיין ווייב, גלייך געגאנגען אין מקוה און געלאפן אין ישיבה. אנקומענדיג אין ישיבה איז נאך דער בית המדרש געווען ליידיג, איין קינד איז דארט געזעצן און געלערנט, הילד שמעון פארקאש א זון פון ר' מאיר דוד נרו יאיר; ער איז א פלייסיג קינד, ער לערנט יעדן אינדערפרי שעות אין בית המדרש.


גלייך נאכדעם זענען די בחורים געקומען, איך האב פארגעלענט א שיעור גמרא, די היינטיגע בלאט. אויך האב איך אנגעגרייט א שיעור פאר די פרויען, איך געב נישט שיעורים פאר פרויען דירעקט, איך זאג אריין א שיעור אין א מאשין און דאס שפילט מען נאכדעם אויף פאר אנשי שלומינו, יעדן דינסטאג איז דא א פרויען צאמקום אין שטעטל, די פרויען קומען זיך צאם, מען הערט א שיעור; דארף איך יעדע וואך אנגרייטן א שיעור פאר זיי.


נאך שחרית בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל, צום ערשט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בנין קרן הדפסה, איך זע ווי מוהרא"ש שמייכלט אויבן אין "גן עדן" ווען ער קוקט אראפ און זעט דעם בנין הדפסה, וואו מען דרוקט טויזנטער ספרים טעגליך.


איך האף בקרוב וועט זיין דער חנוכת הבית. איך וויל ווייזן פאר אנשי שלומינו די גרויסע אפעראציע וואס טוט זיך דארט אפ, איך וויל אז יעדער איינער זאל האבן א חלק אין הדפסה און א חלק אין הפצה, מען קען נישט זיצן ווי א מחותן מיט פארמאכטע הענט, נאר יעדער איינער זאל האבן א חלק אין ברענגען משיח.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די קינדערלעך; דאס איז דאך מיין זאך, חינוך הבנים והבנות. איך האב געגעבן דריי שיעורים, איינס פאר די מיידלעך, צוויי פאר די סטעף – מלמדים און טישטערס וכו', און פאר די אינגלעך. אויך בין איך געגאנגען מיט די אינגלעך א שפאציר, זיי ווייזן די נייע בנין התלמוד תורה וואס מען בויט יעצט.


איך בעט דיר זייער טייערער אהרן בן פיגא, העלף מיר רעדן מיט אנשי שלומינו, אלע זאלן נעמען א טייל אינעם קאמפיין וואס מיר מאכן נאך שבועות. איך דארף רחמי שמים נישט אריינזינקען אין א טיפע לאך פון חובות, די מוסד האט שרעקליכע חובות. די יאר האבן מיר געבויט שולן און מקוואות, מצה בעקעריי, יעצט האט מען געקויפט א פלאץ פאר די קינדער פאר זומער, פון אלע זייטן האב איך חובות, איך בעט דיר זייער זאלסט אנווארעמען אנשי שלומינו.


אפשר יעצט וועט מקוים ווערן דאס וואס מוהרא"ש האט דיר געבעטן זאלסט זיין פאנדרעיזער פאר זיינע מוסדות; אזוי ביסטו דאך מקורב געווארן, מען האט דיך געברענגט פאר א פאנדרעיזער פאר די מוסדות אין יבנאל, יעצט וועט דאס מקוים ווערן.


פון חדר בין איך געפארן צום שטוב פון ישראל חיים נרו יאיר, ער האט מיך איינגעליידנט צו א שבע ברכות פאר זיין טאכטער מיט החתן אלי' בן ישראל שלום נרו יאיר. איך זאג דיר דעם אמת, מיין קאפ האט שוין געשווינדלט פון זיין אויף אזוי לאנג, אבער איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי זייער שמחה. ערשטנס, די מחותנים זענען ביי מיר זייער טייער, דער אבי הכלה איז אן איידעלער מענטש, ער פירט אן איידעלע ריינע שטוב, און אזוי אויך דער אבי החתן פירט א שיינע ערליכע אידישע שטוב; איך שטאלציר מיט אזעלכע טייערע משפחות.


צווייטנס, דער חתן נרו יאיר איז געווען אלע יארן אין ישיבה, ער האט אלץ געהאלפן די ישיבה, ער האט אלץ צוגעלייגט א האנט, אויך די כלה איז פון די חשוב'ע תלמידות.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער, איך האב געזאגט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן ביי שבע ברכות. מען זאגט אין די ברכות: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח רֵעִים הָאֲהוּבִים, כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן מִקֶּדֶם"; דאס איז די נשמה פון חתן כלה וואס אין הימל זענען זיי געווען איינס, יעצט ווען זיי טרעפן זיך איינער דעם צווייטן וואונטשט מען זיי: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח וְגוֹ', כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן", זיי זאלן לעבן מיט ליבשאפט, מיט פרייד אזוי ווי זיי האבן געלעבט אויבן אין גן עדן, זיך נישט קריגן, זיך נישט באשולדיגן, און אז דער חתן וויל אז זיין ווייב זאל אנערקענען אין חתן דומה למלך, דארף ער רעדן צו איר ווי מען רעדט צו א מלכה, וועט זי רעדן צו אים ווי מען רעדט צו א מלך.


איך האב געזאגט הויך אויפ'ן קול וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש. מוהרא"ש האט מיר געגעבן די זאך אז ווען מיין ווייב רופט מיר אויפ'ן טעלעפאן הייב איך אויף אן ווערן נערוועז, זאל זי רופן הונדערט מאל א טאג, איך הייב אויף, איך הער איר אויס; דאס איז איינע פון די מיליאנען פינטלעך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


פון דארט בין איך געגאנגען נעמען מיינע קינדער, איך האב צעטיילט מיינע קינדער פאר די נסיעה, א טייל ביי מיין זון הרב שלמה, א טייל ביי משפחות אין וויליאמסבורג, ביי ר' מרדכי אינדיג, און ביי שבתי מזרחי.


איך בין געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי די נייע פארפאלק.


איך בין יעצט צוריקגעקומען פון די נסיעה, איך האב גערופן א מנין בחורים צו מיר אין שטוב פאר א מנין מעריב, יעצט איז שוין שפעט ביינאכט, איך גיי זיך צולייגן, מען דארף אביסל שלאפן צו קענען ווייטער אנגיין מיט עבודת השם.


איך בין מתפלל פאר דיר און פאר דיינע קינדער, איך האב געטראפן דיינע קינדער היינט אין שטעטל. דיין זון פנחס דוד נרו יאיר קאכט אין בית המקדש פאר די צאן קדשים, דיין איידעם אברמי האבן איך געטראפן אין בנין קרן הדפסה, ער ארבעט אויפ'ן אלבוים "טאנץ מיט אמונה #4", דיין איידעם הערשל נרו יאיר איז דאך א מלאך המושיע פאר אונזערע קינדער, ער זיצט מיט א כתה קינדער, לעבעדיגע קינדער וואס יעדע רגע ווילן זיי ארויסטאנצן פון די הויט, ער האלט זיי מיט אזא סבלנות. רפאל נרו יאיר, דער אדמיניסטראטאר זאגט מיר היינט, דיין איידעם הערשל נרו יאיר זאגט אים, ער האט א גוטע פראומאושן ווי אזוי צו איינקעסירן שכר לימוד, אזוי טוען דאך אלע מוסדות, מען רופט אויס ווער עס צאלט שכר לימוד גייט אריין אין א גורל וכו', זאגט ער, מען זאל אויסרופן, ווער עס קען אריינקומען אין זיין כתה האלטן די כתה פאר איין שעה און די קינדער וועלן אים נישט ארויסטראגן, דער דארף נישט צאלן שכר לימוד פאר א יאר; אזוי וועלן עלטערן האבן א געפיל און צאלן שכר לימוד, מען זאל קענען באצאלן פאר די מלמדים די מינימאלע געהאלט וואס עס קומט זיי.


ווען דו רעדסט מיט אנשי שלומינו זיי זאלן זיך אנשליסן אינעם קאמפיין, זאג זיי צוויי זאכן. איינס, זיי זאלן נישט געבן זייער געלט, זיי זאלן ברענגען געלט פון חברים, משפחה, באקאנטע וכדומה, צווייטנס, וואס רבי נתן האט געזאגט פאר'ן רבינ'ס אייניקל ווען ער האט אים געבעטן געלט פאר'ן קלויז אין אומאן און ער האט געקווענקלט, האט ער אים געזאגט די ווערטער: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר אויך, נאר שענער און בעסער וועט זיין אז דו וועסט העלפן"; נאך די ווערטער האט ער געגעבן צדקה, אזוי זאלסטו זאגן פאר אנשי שלומינו: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר, נאר שענער און בעסער וועט זיין אויב דו וועסט צולייגן א האנט, העלפן די הייליגע מוסד, די הייליגע קהילה".


איך שלאף שוין איין, זיי מיר געזונט.

#40 - א קליינטשיגע תורה, וואס מאכט דעם מענטש פאר א גרויסער צדיק
תיקוני זוהר, הפצה, צדיקים, הדפסה, דרשות, פירושים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ב לפ"ק, פה מירון


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין אנגעקומען בשלום קיין ארץ ישראל. אין עירפארט האט מיר אפגעווארט האברך ... נרו יאיר מיט די נייע מעשה ביכל "מעשה'לעך פאר קינדערלעך"; איך האב זיך אזוי געפרייט, אויך האט ער מיר באוויזן ספר איש אמונות חלק א', דאס איז אזוי שיין, איך בין זייער פרייליך.


איך וואונדער זיך אויף זייער ברען צום רבי'ן, זיי האבן אלעס אוועקגעגעבן פאר'ן רבי'ן; ער מיט זיין ווייב ארבעטן טאג און נאכט מתרגם זיין די בריוו, די גליונות, דאס דרוקן און פארשפרייטן, אויך די חדר איז ביי זיי אין די דירה.


איך שיק דיר דא א שטיקעלע חדושי תורה וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען היינט פארטאגס לערנענדיג תיקונים ביי רבי שמעון אין מירון.


רבי שמעון בר יוחאי זאגט (תיקון כא, דף מז:): "וּמַה דַּהֲוָה סְגוּלָה לְעֵילָא כְּגַוְונָא דָא . ֹ . כַּד נָחְתָא לְגַבֵּי צַדִּיק אִתְעֲבִידַת סֶגוֹ"ל כְּגַוְונָא דָא ֹ . ֹ "; מיט די הקדמה פון הייליגן רבי'ן, (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רעט): "דַּע, שֶׁיֵּשׁ שֶׁאוֹמְרִים תּוֹרָה מִלְּמַטָּה לְמַעְלָה, וְהִיא מִלְּמַטָּה רְחָבָה מְאֹד, שֶׁלְּמַטָּה מַרְחִיבִין הַדָּבָר וּמַגְדִּילִין אוֹתוֹ מְאֹד", עס איז דא וואס זאגן תורה, אונטן איז דאס א ברייטע תורה, זייער א ברייטע, "וּלְמַעְלָה הוּא קָצָר" ; דאס הייסט מען רעדט גרויסע זאכן, מען פארלאנגט אסאך, עס זעט אויס זייער ברייט, "וּלְמַעְלָה הוּא קָצָר, וְהוֹלֵךְ וּמְקַצֵּר וְעוֹלֶה, עַד שֶׁלְּמַעְלָה מַעְלָה הוּא קָצָר מְאֹד מְאֹד", אבער אויבן ווערט די תורה קלענער און קלענער, ביז עס ווערט ממש קליין, "כִּי לְמַעְלָה לֹא נִשְׁאָר מִמֶּנָּה כְּלוּם", אויבן בלייבט כמעט גארנישט פון די תורה, "רַק מְעַט מְעַט, כִּי בְּוַדַּאי יֵשׁ שָׁם אֵיזֶה נִיצוֹץ הַקָּדוֹשׁ", עפעס א פינטעלע בלייבט.


מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין די ווערטער פון רבי'ן, עס זענען דא וואס זאגן דרשות און תורות, עס זעט אויס זייער ברייט, עס זעט אויס זייער גרויס, אבער וואס קומט ארויס פון די תורה? וואס נעמט מען ארויס פון די דרשה? גארנישט! דעריבער זעט דאס אויס אזוי:  ברייט פון אונטן, און אויבן בלייבט גארנישט. "אֲבָל יֵשׁ לְהֵפֶךְ, שֶׁאוֹמְרִים תּוֹרָה מִלְּמַעְלָה לְמַטָּה" , עס זענען דאס וואס זאגן תורה פון אויבן צו אונטן, "וְשָׁם לְמַעְלָה הִיא רְחָבָה מְאֹד מְאֹד", אויבן איז דאס א ברייטע תורה, "וְכָל מַה שֶּׁיּוֹרֶדֶת לְמַטָּה מִתְקַצֶּרֶת וְיוֹרֶדֶת, עַד שֶׁלְּמַטָּה הִיא קְצָרָה מְאֹד, וְהִיא רַק מְעַט מְעַט לְמַטָּה", ווי מער עס קומט אראפ דא אונטן ווערט דאס קלענער און קלענער, "אֲבָל לְמַעְלָה הִיא רְחָבָה מְאֹד", אבער אויבן איז דאס זייער גרויס.


מוהרא"ש איז מסביר, עס איז דא צדיקים וואס זאגן תורה, אונטן זעט דאס אויס זייער קליינטשיג, עס איז נישט קיין ברייטע תורה, אבער ווען מען גייט אוועק פון אזא דרשה ווערט מען א גרויסער צדיק, אויבן אין הימל ווערט עס ברייט, דער צדיק זאגט אז קליינע תורה, ער זאגט אונז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן, מיר זאלן לערנען תורה אפילו אן פארשטיין, עס זעט אויס ווי א פינטעלע, ווי א קליינע דרשה, א גארנישט, אבער עס ווערט ברייט, מען ווערט א גרויסער צדיק.


דאס קען זיין, רבי שמעון בר יוחאי זאגט: "כַּד נָחְתָא לְגַבֵּי צַדִּיק אִתְעֲבִידַת סֶגוֹ"ל כְּגַוְונָא דָא ֹ . ֹ ", דער צדיק לערנט אויס "טו קליינע פינטעלעך, טו קליינע זאכן", אויבן איז עס נישט קליין, נאר דא איז עס קליין, אזוי אויך, "הויב אן דינען דעם אייבערשטן אפילו דו האסט נישט קיין טעם, קיין הרגש", שפעטער וועט ווערן ברייטער; והבן למעשה.


 

#39 - א מנוול וואס לויפט נאך קינדער, דארף מען איינשפארן אין תפיסה
חברים, אמונה, דרשות, מנוולים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ליידער דרייען זיך ארום מנוולים וואס זענען מטמא אידישע קינדער. מוהרא"ש זאגט, א מנוול וואס לויפט נאך קינדער און בחורים – דארף מען איינשפארן אין תפיסה, מען טאר נישט מחפה זיין אויף זיי, די זענען רוצחים, מען טאר נישט רחמנות האבן אויף זיי.


בנוגע דעם אינגערמאן וואס דו שרייבסט מיר וכו'; איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ווי אזוי זיך צו פירן אין די זאכן, וועם יא ארויסווארפן און וועם נישט, וד"ל.


איך האף דו שטארקסט זיך, איך האב דיר שוין לאנג נישט געזען ביי שיעורים; אפשר וועט זיין פון צייט צו צייט די ליל שישי שיעור אין די בארא פארק שול, אפשר וועסטו קומען, עס וועט דיר זיין גרינגער.


העיקר שטארק זיך באמונה פשוטה, אמונה איז די מקור הברכות. רבינו אמר (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לא): "אֱמוּנָה הִיא מְקוֹר הַבְּרָכוֹת, בִּבְחִינוֹת (משלי כח): 'אִישׁ אֱמוּנוֹת, רַב בְּרָכוֹת'".

#38 - פונעם בית המדרש וועט ארויסגיין א ליכט פאר גאנץ בארא פארק
דרשות, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי ב', כ"ז ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בארא פארק


איך ווארט צו הערן ווי איר האלט מיט'ן בית המדרש אין בארא פארק, אויב איר האט שוין פארמאכט, שוין געשריבן קאנטראקט אויפ'ם נייעם שול.


איך וויל דיר בעטן אויב איך קען קומען רעדן צו די חברים אין בארא פארק, איך וויל זייער קומען רעדן דארט דעם רבינ'ס ווערטער; אויב איז דא פלאץ - אפשר גאר מאכן פון צייט צו צייט דעם ליל שישי שיעור אין בארא פארק.


איך וויל זייער מחזק זיין דעם בית המדרש, עס זאל זיין א שיין ווינקל, א ליכטיג ווינקל - וואו עס וועט ארויסגיין א ליכט פאר גאנץ בארא פארק. אזוי ווי דו ווייסט דאך וואס טוט זיך היינט, מענטשן זענען אזוי דורשטיג פאר אפאר אמת'ע ווערטער; אביסל חיזוק צו קענען אנגיין מיט'ן טאג טעגליכן געיעג.


 

#37 - פארשפרייטן די זיסע וועג פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט
הפצה, סיום, דרשות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, לעיקוואד


איך האב אזוי הנאה יעדעס מאל דו לאזט מיר איבער אן הודעה אז דו לערנסט און דו ביסט מסיים מסכתא נאך מסכתא, דאס איז ממש מיין גאנצע חיות.


באזונדער האב איך הנאה אז דו גייסט הפצה, דו פארשפרייטסט די הייליגע ספרים, קונטרסים און גליונות - אין לעיקוואד; נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי עוסק זיין אין הפצה, פארשפרייטן די זיסע וועג פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט אז אלע זאלן זיך קענען צוריקקערן צום אייבערשטן.


בנוגע קומען קיין לעיקוואד געבן א שיעור; איך דארף זען אויב עס איז נאך שייך צו קומען פאר יום טוב פסח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - אונטער די קינדער וואס זעען אויס קאלט און טרוקן, גיסט זיך טרערן
חינוך הילדים, מלמדים, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


איך וויל דו זאלסט אויסהערן די שיעור וואס איך האב געגעבן נעכטן דינסטאג פאר די מלמדים אין וויליאמסבורג, די שיעורים קענסטו הערן אויף "קול ברסלב" אין א באזונדערע אפטיילונג "שיעורים פאר מחנכים".


איך האב דערציילט א מעשה וואס איך האב געהאט אייער נעכטן מיט איינער פון דיינע תלמידים, הילד ... נרו יאיר. נאכן שיעור וואס איך האב געגעבן אין ישיבה מאנטאג איבער דאס גרויסקייט פון דאווענען, קומט ער צו צו מיר אז ער וויל רעדן פריוואט מיט מיר, פרעג איך אים: "וואס ווילסטו רעדן?" זאגט ער: "איך וויל רעדן פריוואט"; אז א קינד וויל רעדן פריוואט איז דאס אינטערעסאנט. איך גיי מיט אים אריין אין אפיס און ער הויבט אן וויינען, ער זאגט מיר: "איך דאווען שוין נישט פאר אפאר חדשים..." ער וויינט, ער קען נישט קומען צום ווארט, איך פרעג אים: "פארוואס דאווענסטו נישט?" זאגט ער מיר: "איך קען נישט קיין עברי, עס איז מיר זייער שווער צו דאווענען, עס נעמט מיר זייער לאנג", ער דערציילט מיר אז אין זיין אלטע חדר פלעגט מען אים טשעפען אז ער דאווענט זייער לאנג ביז ער האט אויפגעהערט צו דאווענען. איך האב אפגערעדט מיט אים אז איך גיי אים צושטעלן א מלמד זאל אים העלפן, אויסלערנען די פאר כללים פון עברי וואס פעלט אים.


איך דערצייל עס דיר ווייל איך וויל דו זאלסט וויסן וואס טוט זיך אפ אין די הערצעלע פון דעם קינד, דו זאגסט מיר אז דו ווייסט נישט וואס צו טון מיט אים, ער דאווענט נישט, ער טוט נישט גארנישט; זאלסטו וויסן אז אלעס האט א סיבה, אונטער די קינדער וואס טוען גארנישט - איז דא א הארץ וואס וויינט, אונטער די קינדער וואס זעען אויס קאלט און טרוקן - גיסט זיך טרערן, קיינער טראכט נישט; מען ווייסט נישט אדער וויל מען נישט וויסן.


איך שרייב דיר דעם בריוו אויפ'ן פליגער אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל. איך האב אביסל יסורים, עס טוט מיר וויי מיין רעכטע זייט אונטער מיין האנט, דאך שרייב איך דיר, ווייל איך וויל זייער שטארק האבן מלמדים ומחנכים וואס וועלן אויפבויען אידישע קינדער, נישט אויסלאזן קיינעם.


איך גלייב וואס צדיקים האבן אונז מגלה געווען, אז יעדע ווארט פון תורה, יראת שמים און מידות טובות וואס מען רעדט צו די קינדער - גייט אריין אין זיי און עס טוט אויף ביי יעדן איינציגסטן קינד, אויך די וואס זעען אויס קאלט און מיד ווילן אויך זיין גוט, און זיי וועלן זיין גוט.


איך שרייב דיר דאס אלעס נאר ווייל איך ווייס אז דו נעמסט אלעס אן.

#35 - מסדר זיין די שיעורים אין ארץ ישראל
דרשות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, י"א אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע געבן א שיעור אין חיפה; ביטע רעדן מיט די גבאים אין ירושלים. נישט אז איך דארף גבאים, נאר אז אלע זאלן זיין צופרידן - דארף זיין א סדר.


פון איבעראל בעט מען מיר צו קומען רעדן די עצות פון רבי'ן, נישטא קיין צייט אין די צוויי טעג צו זיין אין אלע שטעט; זיי זענען מסדר יעדע מאל צו זיין אין אן אנדערע שטאט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - זייטס ענק מחזק מיט די אלטע שיעורים אויף חינוך
לערערין, חינוך הילדים, מלמדים, דרשות, ראש ישיבה, האטליין

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האף ווייטער צו געבן שיעורים פאר די מחנכות, איך בין נישט אנגעקומען די לעצטע פאר וואכן; די ארבעט ווערט נאר מערער.


זייטס ענק מחזק מיט די אלטע שיעורים, עס זענען דא אויפ'ן טעלעפאן ליין צענדליגער שיעורים פאר מחנכים און מחנכות, מלמדים און לערערינס; אזויפיל חיזוק, עצות און שכל פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. עס קומען אן בריוו פון לערערינס פון אלע מיידל שולעס, פון די שענסטע און בעסטע, זיי שרייבן אז זיי זענען זיך זייער מחי' מיט די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן ליין; א שאד די לערערינס פון בית פיגא זאלן דאס נישט הערן.


אוודאי וויל מען אלץ א נייע שיעור, אבער אז איך בין פארנומען – דארף מען זיך מחזק זיין מיט וואס עס איז דא.


הערט נישט אויף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך און בעטס אים איר זאלט האבן כח ממשיך צו זיין אייער גאנץ לעבן צו איבערגעבן די הייליגע לימודים וואס איר האט געלערנט אין בית פיגא – פאר מיידלעך און ווייבלעך.

#33 - וואס איך האב אלץ צו טון אין איין טאג
תפילה והתבודדות, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, שלום בית, קברי צדיקים, מוסדות, חסידות ברסלב, שטעטל, סיום, דרשות, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, בריוו, עצבות, ישיבה, ספרי ברסלב, גמרא, ראש ישיבה, שמירת עינים, אחדות, געפילן, סופרים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה, י' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן; מען קען זיך נישט פארשטעלן צו וואס מיר וועלן זוכה זיין אויב מיר וועלן פאלגן דעם רבי'ן. אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען לערנט די הייליגע ספרים - איז מען זוכה צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן א גרויסער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו, רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", נאך האט דער רבי געזאגט, ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת - וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן; נאך האט דער הייליגער רבי געזאגט (שם, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק - קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים".


איך בעט אייך מיינע טייערע ברידער, געדענקט וואס מוהרא"ש פלעגט חזר'ן ביי יעדע איינציגסטע שיעור: "מען קען נישט זיין א ברסלב'ער חסיד נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים"; מוהרא"ש פלעגט לאכן פון די אלע וואס פאררופן זיך ברסלב'ער חסידים און האבן נאך קיינמאל אין זייער לעבן מסיים געווען דעם הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, ספר המדות און ספורי מעשיות.


בעט אייך טייערע ברידער, טייערע חברים: מאכט אייך שיעורים אין רבינ'ס ספרים, יעדער לפי בחינתו, קוקט נישט אויף א צווייטן, מישט זיך נישט ביי א צווייטן. דעם משכן האט מען נישט געקענט בויען נאר פון גאלד, אדער נאר פון זילבער, עס האט אויסגעפעלט אלע סארט זאכן, נאר אזוי האט זיך צאמגעשטעלט א משכן. אזוי איז כלל ישראל; איינער ברענגט גאלד, א צווייטער ברענגט זילבער, א דריטער קופער, איינער ברענגט א קליין בענדעלע, א רויטע פאדעם; אלעס אינאיינעם בויט זיך אויף די הערליכע משכן.


יעדער איינער זאל זיך מאכן א שיעור אין די הייליגע ספרים, און אז דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זאגן די הייליגע ווערטער, שפעטער וועט זיך שוין עפענען דיין הארץ און קאפ, דו וועסט פארשטיין.


אויך זאלט איר אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב, בלייבט נישט אין גאס ביינאכט, בלייבט נישט שמועסן אין שול; קומט אהיים העלפן אין שטוב, און אפילו עס איז נישטא וואס צו העלפן - קום אהיים, זיץ אין שטוב, שמועס מיט דיין ווייב און לערן דיינע שיעורים אין שטוב; דריי זיך נישט ביי די נעכט אין גאס.


ועל כולם באנוצט זיך מיט די עצה פון התבודדות, זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן. נישטא בעסערס פון א גוטע התבודדות, ווען מען איז זוכה זיך אויסצורעדן דאס הארץ צום הייליגן באשעפער.


איך בעט אייך אלע, זייט נישט בייז אז איך קום נישט אן צו ענטפערן אייערע בריוו, איך בין זייער פארנומען; איך וועל אייך שרייבן וואס איך האב אלץ צו טון אין איין טאג, איך ווייס נישט צי אנדערע טוען דאס אין א חודש.


לדוגמא, נעכטן בין איך געווען אין שטעטל קרית ברסלב; איר ווייסט אודאי אז מיר האבן מייסד געווען אין אמעריקע א שטעטל, א פלאץ וואו מען לעבט מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות, מען איז מחנך די קינדער מיט אמונה, איינמאל א וואך מוז איך אהין גיין.


איך האב געדאווענט שחרית אין ישיבה, נאך שחרית בין איך געפארן. די וועג פון וויליאמסבורג קיין ליבערטי נעמט בערך צוויי שעה, עס זענען מיט געקומען נאך אפאר בחורים.


צום ערשט בין איך געגאנגען אין גראסערי רעדן מיט'ן בעל הבית; אים העלפן מיט די משפחות וואס זענען נישט ביכולת צו באצאלן וכו'.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן דעם מקוה טהרה, מיר ענדיגן שוין כמעט די מקוה. מענטשן וואונדערן זיך 'ווי אזוי קען זיין א קליינע קהילה זאל זיך אזוי שנעל בויען, ווי איז דא געלט פאר די אלע זאכן?' דער ענטפער איז, מוהרא"ש האט מיר געשריבן אינעם בריוו וואס ער שרייבט מיר מען זאל עפענען אין אמעריקע א מיידל שולע, שרייבט מוהרא"ש: "יעדע זאך וואס מען האט נאר אינזין דעם אייבערשטן - האט א געוואלדיגע הצלחה".


וויסן זאלט איר, עס זענען דא צווישן אונז אינגעלייט וואס ווילן גארנישט; זייער גאנצע לעבן איז נאר פארשפרייטן דעם רבי'ן. צום ביישפיל, די מקוה טהרה אין שטעטל מאכן מיר ביי איינעם אין שטוב, א אינגערמאן האט מנדב געווען זיין אונטערשטע שטאק פאר א מקוה טהרה, דאס איז א זאך וואס מען הערט נישט, פארוואס זאל א אינגערמאן וואס בויט זיין אייגענע הויז - וועלן אוועקגעבן זיין פריוואטקייט וכו'; בנוסף לזה, א צווייטער אינגערמאן בויט דאס אויף, ער בעט נישט קיין געלט, ער געבט זיינע גוים, עס קאסט אונז נאר די מאטריאל, אזוי איז דא א אינגערמאן וואס געבט זיך אוועק צו מאכן די לעקטער, א דריטער מאכט די פלאמבינג; אזוי זענען דא פילע תלמידים אין שטעטל וואס דארפן גארנישט פאר זיך, זיי ווילן נאר אריינברענגען דעם הייליגן רבי'ן אין די וועלט, אויפשטעלן מוסדות וואו אונזערע קינדער וועלן באקומען דעם חינוך.


ביי אונז אין אמעריקע איז יעצט זייער קאלט, אין אמעריקע רעגנט נישט ווינטער, אלעס איז אייז, נאר זומער רעגנט ביי אונז; מיר וועלן דארפן ווארטן ביז זומער צו קענען ניצן די מקוה.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בית המדרש עצתו אמונה, מען האט דאס זייער שיין געבויט, הערליך שיין, אויך א שיינע הערליכע מקוה; דאס איז אויך א חידוש, א אינגערמאן קויפט זיך א הויז און געבט אוועק די ערשטע שטאק פאר א בית המדרש; פרעג אים 'ווילסט נישט א פריוואטע הויז? ווילסט נישט פריוואטקייט?' דאך ברענט אין זיי צו האבן א חלק פון בויען אידישקייט.


איך בין נישט אנגעקומען צו גיין צו די דריטע נייע שול; א אינגערמאן, א פרישער מקורב האט זיך געקויפט א הויז און געמאכט פאר א שול א חלק פון זיין אונטערשטע שטאק, מיר האבן געגעבן א נאמען פאר'ן שול "מקור השמחה".


איך האב זיך געיאגט צו גיין צו די קינדער; איך בין געפארן צו די מיידל שולע בית פיגא, צום ערשט בין איך געגאנגען צו איינע פון די יונגערע קלאסן, איך האב אויסגעטיילט פאר אלע תלמידות א שיינע גרויסע לעדערנע תהילים; די תלמידות אין סקול זאגן יעדן טאג תהילים, די לערערינס מאכן דאס פאר זיי אזוי געשמאק, זיי ווילן זאגן תהילים; נאכדעם בין איך געגאנגען צו נאך א כיתה געבן א שיעור.


נאכדעם איז געווען א שיעור פאר די מלמדים און אויך פאר די טיטשערס; מיר האבן זיך מחזק געווען מיט צוויי שטארקע וויכטיגע נקודות. דאס ערשטע זאך, א מלמד און א טיטשער טארן נישט לעבן אין ספיקות, מען דארף זיין ביי זיך זיכער אז מען איז געאייגנט פאר וואס מען טוט, די אלע מחשבות וואס בוזשעווען אין קאפ: 'בין איך יא ווערד? בין איך נישט ווערד?' 'מען דארף מיך יא? מען דארף מיך נישט?' - דאס איז אלעס פונעם יצר הרע וואס וויל נאר צעברעכן דעם מענטש, דעריבער חזר'ט מוהרא"ש אין די בריוו טויזנטער מאל דאס וואס די הייליגע חכמים זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לִמְּחוּזָקִין", די וואס זענען מחזק אנדערע - די דארפן דאס מערסטע חיזוק.


אויך האבן מיר גערעדט פון דעם אז מען זאל ליב האבן די תלמידים און תלמידות. עס איז גאר אנדערש ווען מען זאגט פאר א קינד: "מען קען נישט רעדן אין קלאס", "מען קען נישט עסן אין קלאס", - ווען מען האט ליב דאס קינד ווי ווען מען האט פיינט דאס קינד; ווען מען האט פיינט דאס קינד און מען זאגט עפעס מוסר וכדומה - שפריצט פייער פון די אויגן פון האס, די ווערטער קענען נישט אויפטון; דאס קינד ווערט דערשראקן - אבער ער ווערט נישט מחונך, אבער ווען מען האט ליב דאס קינד - הערט זיך דאס גאר אנדערש; מיט סבלנות און געדולד פועל'ט מען.


נאכדעם בין איך געגאנגען רעדן צו די עלטערע תלמידות. אלע שיעורים ווערן אפגעכאפט; עס איז דא א ספעציעלע האטליין פאר מיידלעך, פרויען; דארט קען מען הערן די שיינע שיעורים.


איך בין געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי איינער פון די אינגעלייט אין שטעטל ביי זיין אפיס; דער אינגערמאן לערנט זיך סופרות, ער ענדיגט יעצט זיין ערשטע מגילה, איך האב אים זייער געבעטן ער זאל זיך לערנען שרייבן. מיר דארפן נאך סופרים, די קהילה צואוואקסט זיך, און אנשי שלומינו ווילן מזוזות און תפילין פון א ברסלב'ער סופר וואס גייט אין מקוה, זאגט תיקון הכללי און איז זיך מתבודד.


די בחורים וואס זענען מיט געקומען מיט מיר האבן בכלל נישט געוויסט ווער דער אינגערמאן איז, עס איז שוין אריבער אזויפיל יאר, די ישיבה שטייט שוין פערצן יאר, די פרישע תלמידים קענען נישט די אלטע תלמידים, איך האב דערציילט פאר די בחורים ווער דער סופר איז. ווען מיר האבן געעפנט, די ערשטע יארן ישיבה - איז געווען זייער אסאך רדיפות, מען האט געווארפן יעדן שני וחמישי פאשקעווילן אויף מיר און אויף מיין ווייב, ער האט דאס צאמגענומען, ער האט שווער געארבעט צאמצונעמען אלע פאשקעווילן אויף מיר. איך האב אים געפרעגט אויב ער געדענקט דאס אלעס, איך האב אים דעמאלט געבעטן ער זאל מיר ברענגען אפאר פאשקעווילן, איך האב דאס אוועקגעלייגט, איך האב געבעטן מען זאל דאס אריינלייגן מיט מיר אין גרוב ביי מיין פטירה, איך וויל ווייזן אויבן פאר'ן בית דין של מעלה די צעטלעך וואס מען האט געווארפן אויף מיר, די בזיונות וואס מען האט געטון פאר מיר, נאר פאר איין חטא – פאר'ן נעמען בחורים און זיי מחזק זיין, זיי ברענגען צום אייבערשטן.


פון דארט בין איך געגאנגען זיצן מיט די חברי הנהלה, מיר האבן גערעדט פאר דריי שעה. די הנהלה זענען טייערע אינגעלייט, זיי העלפן מיר מיט זייער גאנצע הארץ בויען די שטעטל, און אזוי אלעס ארום די קהילה; מיר האבן געדאווענט מנחה דארט.


פון דארט בין איך געגאנגען צו א סיום מסכת מועד קטן פון די קינדער אין שטעטל. באמת איז דאס די סיבה פאר'ן גיין נעכטן אין שטעטל, די קינדער פון די עלטסטע כיתה לערנען יעדן טאג מרצונם הטוב דעם בלאט גמרא, הרב ... נרו יאיר לערנט מיט זיי. דאס איז פאר מיר אזא שמחה, צו זען ווי יונגע קינדער ווילן לערנען.


דער סיום איז פארגעקומען ביי אים אין שטוב; זיי האבן זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל צו העלפן די שטעטל, זיין ווייב איז די מנהלת אין סקול. זיי דארפן גארנישט, זיי וואוינען אין א באנגעלאו. איר ווייסט וואס א באנגעלאו איז? אין ארץ ישראל איז דא באנגעלאוס? אין אמעריקע ארבעט עס אזוי, מענטשן וואס וואוינען א גאנץ יאר אין פאלאצן, ווען עס קומט די צוויי זומער חדשים ציט מען זיך ארויס אויף די בערג, דארט איז דא באנגעלאוס. איך ווייס נישט ווי אזוי דאס מסביר צו זיין פאר ענק, עס איז א זאך וואס האט פיר ווענט און א דאך, עס זעט אויס אביסל אזוי ווי א הויז, אין לשון קודש איז דאס א "חורבה"; מענטשן צאלן פאר דעם גרויס געלט, צו קענען זיין צווישן די בערג, צווישן די ביימער - פאר די זומער וואכן, אבער א גאנץ יאר וועט קיינער נישט מסכים זיין צו וואוינען אין אזא שטוב. מיר האבן א קליינע קעמפ, מיר ניצן דאס יעצט פאר די מיידלעך פאר די זומער חדשים, דאס איז צוואנציג מינוט צו גיין צו פיס פון שטעטל, דארט וואוינען זיי; זיי דארפן גארנישט.


ביים אריינגאנג צו זייער שטוב אויפ'ן טיר הענגט א טאוול: "ברוכים הבאים לגן עדן - משפחת ..." עס איז ממש אזוי, מען שפירט זיך דארט אזוי גליקליך, מען שפירט דעם אייבערשטן; פרייליכע מענטשן וואס לעבן מיט אמונה, דארפן גארנישט. איז געווען דארט אזא שיינע סיום, אזוי ליכטיג, אזוי פרייליך; איר קענט הערן די שיעור, מען האט דאס אפגעכאפט, מען קען דאס הערן אויפ'ן האטליין.


פון דארט בין איך געגאנגען אין שול פארלערנען דעם בלאט גמרא און מסיים געווען מיט די גאנצע עולם מסכת מועד קטן. דער סיום האט געמאכט ..., איך האב שוין מסיים געווען דינסטאג אין ישיבה מיט די בחורים; איך לערן אפגערוקט א בלאט פאראויס אז די תלמידים וואס ווילן לערנען דעם בלאט גמרא און ווילן מיטהאלטן די שיעור אין ישיבה - זאלן דאס קענען הערן אויפ'ן טעלעפאן.


עס איז אויסגעקומען אז דער סיום איז געווען אין מיין באבע'ס יארצייט, מיין באבע רחל לאה טייטלבוים עליה השלום, מיין מאמע'ס מאמע. איך האב אביסל גערעדט פון איר גרויסקייט, זי איז געווען א גרויסע צדיקת, זי איז אלץ געווען פרייליך און יעדן פרייליך געמאכט; נאר אזוי קען מען מצליח זיין, סיי מיט זיך און סיי מיט די קינדער.


מיר האבן גערעדט פון די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (מועד קטן כז:): "ההיא איתתא דהות בשיבבותיה דרב הונא", עס איז געווען א פרוי אין די שכינות פון דער הייליגער אמורא רב הונא, זי האט געהאט זיבן קינדער, עס האט פאסירט ביי איר אז א קינד איז לא עלינו נפטר געווארן, "הוות קא בכיא ביתירתא עליה", זי האט זייער אסאך געוויינט און געקלאגט, זי האט זיך נישט געלאזט טרייסטן, "שלח לה רב הונא לא תעבדי הכי", האט דער הייליגער רב הונא איר געזאגט, הער אויף וויינען, עס איז נישט גוט צופיל צו וויינען, "לא אשגחה ביה", זי האט נישט געפאלגט, זי האט ווייטער געוויינט. האט איר רב הונא געשיקט און געזאגט, אויב דו וועסט נישט אויפהערן וויינען קענסטו שוין אנגרייטן תכריכים פאר נאך א קינד, און אזוי איז טאקע געווען, א צווייטע קינד איז נפטר געווארן, און זי האט ווייטער געקלאגט און געוויינט, און רב הונא האט איר נאכמאל געזאגט מען טאר נישט וויינען, דו וועסט אלעס פארלירן, זי האט נישט געפאלגט און זי האט פארלוירן אלע זיבן קינדער, און זי אליינס איז אויך געשטארבן; ווייל א שטוב וואס מען וויינט, מען רעדט זיך אפ, מען קלאגט - ווערט אויס שטוב.


אויך האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון די אידן וואס זענען איבערגעבליבן פון די קריג; זיי האבן פארלוירן זייערע משפחות, זיי האבן אלעס פארלוירן - מיט דעם אלעם האבן זיי פון פריש אנגעהויבן נאכאמאל בויען שטובער. מיין באבע עליה השלום האט קיינמאל נישט געקרעכצט פון זייער פארלוסט, פון זייערע קינדער וואס זיי האבן פארלוירן, זי איז געווען א פרייליכע פרוי. אויב האט מען נישט געוויסט אז זי האט שוין געהאט א לעבן און אלעס איז חרוב געווארן, זי איז געבליבן איינער אליינס - וואלט מען דאס נישט געקענט גלייבן; מיר קענען זיך נישט פארשטעלן ווער זיי זענען געווען.


מוהרא"ש פלעגט זאגן, דער הייליגער סאטמער רבי זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר די ארץ ישראל'דיגע אידן ווען זיי האבן אים געפרעגט: "מיר דארפן א רבי, ווער וועט אונז געבן ברכות?" האט דער רבי געזאגט: "ווען איר וועט זען א איד מיט א נומער וואס די דייטשן ימח שמם האבן אריינגעקריצט אין די האנט, וואס לייגט תפילין - זאלט איר נעמען פון אים א ברכה"; ווייל איינער וואס איז אריבער דעם גיהנום און ער לייגט תפילין, ער האט נישט קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, ער קומט אין שול אנטון תפילין - אזא איינער איז א צדיק.


איך האב געדאווענט מעריב פאר'ן עמוד, מען האט אביסל געטאנצן, און איך האב גערעדט מיט אנשי שלומינו. איר ווייסט ווי אזוי דאס ארבעט, יעדער וויל רעדן נאר איין מינוט, פון איין מינוט ווערט צען מינוט, און זעקס אינגעלייט, יעדער נאר צען מינוט - איז א שעה, און אז עס איז מער - ווערט עס צוויי שעה, פלוצלונג דערזע איך זיך אז עס איז שוין צוועלף אזייגער ביינאכט.


איך בין געפארן קיין מאנרא, קודם בין איך געגאנגען צו א חתונה פון א איד וואס האט אונז געהאלפן יארן צוריק ווען מיר זענען געווען אזוי אונטערדרוקט אין חובות, דער איד האט אונז זייער שטארק געהאלפן מיט אויסלערנען אלע פראגראמען פאר די מוסד, אלץ האט ער געהאט אן אפענעם טיר פאר אונז, דער איד איז נעבעך ביים סוף אנגעקומען אין תפיסה; נישט פאר שלעכטס, נישט פאר'ן גנב'נען פאר זיך, ער האט געהאלפן מוסדות התורה און מען האט אים גע'מסר'ט. איך בין ספעציעל געפארן, איך געדענק שטענדיג ווער עס האט מיר געהאלפן, בפרט בעת דחקות.


עס איז שוין געווען שפעט, איך האב פארפאסט א וואכנאכט. איך בין געפארן צום ציון פון מיין באבע, זי ליגט אין קרית יואל, איך האב זיך געוואלט אביסל אויסוויינען, אביסל אויסגיסן מיין הארץ, למעשה איז מיר אלעס געווען פארשטאפט, איך האב געבעטן טרוקענע תפילות. איך בין אויך צוגעגאנגען צו מיינע זיידעס, הרב ר' אלחנן חיים טייטלבוים זכרונו לברכה - איר מאן; מיין זון הרב אלחנן חיים הייסט נאך דעם זיידן. אויך בין איך צוגעגאנגען צו מיין צוגעקומענער זיידע, הרב שלמה גפן זכרונו לברכה; מיין זון הרב שלמה הייסט נאך דעם זיידן, און צו מיין זיידע הרב חיים מנחם קאהן זכרונו לברכה; מיין זון מנחם הייסט נאך דעם זיידן.


אויך בין איך צוגעגאנגען צו מיינס א תלמיד שמעון ענדצווייג עליו השלום, ער האט געלערנט דא אין ישיבה, ער איז געווען א בעל יסורים, איך האב געוויזן פאר די בחורים די נוסח המצבה, ווי עס שטייט אויסגעקריצט אז דער בחור האט געזאגט אסאך פרקים משניות, ער האט מקבל געווען זיינע יסורים מיט ליבשאפט; ער איז אלץ געווען מיט א שמייכל.


אויך בין איך צוגעגאנגען צו א תלמיד היכל הקודש, חיים בנציון גראס עליו השלום, זיין מצבה איז גאר שיין, איך האב זייער ליב די מצבה. עס שטייט דעם רבינ'ס נאמען אויף די מציבה, דאס איז א סגולה קעגן די קליפות און משחיתים; דאס איז די שענסטע זאך פאר'ן מענטש, אז ער איז געווען באהאפטן צום צדיק אמת. חיים בנציון עליו השלום האט זיכער הנאה אז איך העלף זיינע יתומים, איך בין מחזק זיינע קינדער.


נאכדעם בין איך געגאנגען צום ציון פון הרב הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו, מיר האבן געזאגט אינאיינעם תיקון חצות; איך האב זיך אזוי שטארק געוואלט אביסל עפענען מיין הארץ, עס איז נישט געגאנגען. איך האב געדענקט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צה), ווען מען וויל וויינען, מען זאגט תהילים און מען ווארט צו וויינען - איז דאס נישט גוט, מען דארף אינזין האבן די ווערטער און די בקשות, אויב מען קען וויינען איז זייער גוט, און אז נישט - זאל מען זאגן די ווערטער טרוקענערהייט.


איך בין אהיים געקומען דריי אזייגער פארטאגס.


היינט צופרי אין ישיבה האב איך פארגעלערנט דעם בלאט גמרא; אה מחי'! מיר האבן אנגעהויבן א פרישע מסכתא, מסכת חגיגה.


איך געדענק צוויי מחזורים צוריק ווען מען האט אנגעהויבן מסכת חגיגה, בין איך געווען ביי מוהרא"ש ביי א שיעור, מוהרא"ש זאגט ביים שיעור מיר האבן אנגעהויבן א פרישע מסכתא, מסכת חגיגה; די משנה הייבט אן: "הַכֹּל חַיָּבִין בָּרְאִיָּה", מוהרא"ש זאגט: "הַכֹּל חַיָּבִין", אלע וועלן דארפן אפגעבן דין וחשבון, "בָּרְאִיָּה", אויף די אויגן; עס איז מיר אזוי אריין אין די ביינער, מען דארף היטן די אויגן.


נאכדעם בין איך געגאנגען צו בית פיגא געבן א שיעור, נאכדעם אין חדר ביי די עלטסטע קלאס האב איך געגעבן א שיעור, נאכדעם פאר די בחורים, און יעצט גיי איך געבן א שיעור פאר די אינגעלייט.


דאס איז אפילו נישט אלעס פון די טאג, דאס איז נאר זאכן וואס מען קען שרייבן און וואס דער זכרון געדענקט. דעריבער זאלט איר נישט זיין ברוגז אז איך קום נישט אן גלייך צו ענטפערן.


נישט אז איר זאלט מיר אויפהערן שרייבן בריוו און פרעגן אייערע שאלות; האט נישט מורא צו שרייבן, האט נישט מורא צו שטערן; נאר זייט מיר דן לזכות אויב איך קום נישט אן גלייך צו ענטפערן.


א פרייליכן שבת.

#32 - איך קען נישט געבן א שיעור, אויב מ'האלט מיך אויף צו לאנג
סקול, שאלות, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך וויל געבן שיעורים פאר די טיטשערס, איך וויל קומען אין סקול; אבער אז מען לויפט נאך וכו', מען לאזט נישט ארויסגיין, מען האלט מיך אויף מיט טויזנט שאלות – קען איך נישט קומען.


רוב שאלות זענען ניטאמאל קיין שאלות, עס איז נאר א וועג צו קענען לענגער רעדן מיט מיר.


גלייבט מיר, איך וויל געבן שיעורים אסאך מער ווי די טיטשערס ווילן, איך וויל דאך איר זאלט וויסן ווי אזוי צו זיין גוטע טיטשערס; דאך האלט איך זיך צוריק פון קומען.

#31 - עס איז געווען כדאי די גאנצע התקרבות נאר כדי צו הערן דעם בריוו
דרשות, בית המדרש, בריוו, שכל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער גבאי ... נרו יאיר, בני ברק


איך באקום יעדן טאג בריוו פון פרישע מקורבים; איינער שרייבט מיר: "פרשת שמות האב איך זוכה געווען צו זיין ביי שלש סעודות אין בית המדרש אין בני ברק, עס איז געווען זייער שיין; דער גבאי נרו יאיר האט פארגעלערנט גאר א שטארקע בריוו, אין עצתו אמונה חלק ב' מכתב קז, וועגן די ענין פון שלום בית, אז נאכלויפן די ווייב הייסט נישט געבן ליבשאפט, נאר נעמען ליבשאפט; זייער א יסודות'דיגע בריוו. יענער שרייבט: 'עס איז געווען כדאי די גאנצע התקרבות נאר כדי צו הערן דעם בריוו; אזא שכל וואס איז נישטא אין קיין שום אנדערע פלאץ אויף די וועלט'".


איך שיק דיר א בריוו פאר האברך ... נרו יאיר, געב אים איבער די בריוו און זאג אים פערזענליך א גרויסן יישר כח פאר'ן בארגן די ספר תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - וועמען מען זאל מכבד זיין צו רעדן אין בית המדרש
דרשות, בית המדרש, היכל הקודש, ישיבה, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בני ברק


איך הער צוריק הערליכע שיינע גרוסן אויף די בית המדרש, איך באקום בריוו פון די מתפללים, יעדער איז פרייליך, מען שפירט זיך זייער גוט.


בנוגע ווי אזוי מען זאל רעדן - אידיש אדער לשון קודש; היות רוב מנין רעדן אידיש - וויל איך דו זאלסט רעדן נאר אין אידיש. סיי די שיעורים, סיי דאס אויסרופן, און אזוי ווייטער; אלעס זאל זיין אין אידיש.


בנוגע וועם מכבד זיין צו רעדן וכו'; ווער עס רעדט די ווערטער פון רבי'ן, אן קיין פשעטלעך און אן קיין דריידלעך - דער זאל רעדן, ווייל מענטשן קומען הערן די ווערטער פון רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש האט דאס איבערגעגעבן, חיזוק און עצות אויף למעשה; עס האט נישט צוטון ווער עס איז עלטער וכדומה, עלטערע מענטשן זאלסטו מכבד זיין מיט א פלאץ לויט ווי עס פאסט, און אזוי אויך ווען עס קומען צו גיין מענטשן וואס זאגן אז זיי זענען שוין פופציג יאר ביים רבי'ן, הונדערט יאר ביים רבי'ן - זאלסטו זיי מכבד זיין מיט אן עליה, אבער רעדן זאלן נאר די אינגעלייט וואס רעדן די דיבורים אויף למעשה.


ווען מיר האבן געעפנט די שול היכל הקודש אין וויליאמסבורג פלעגט יעדע וואך א צווייטער רעדן, עס איז געווען א רייע מענטשן, אנשים מכובדים - וואס האבן גערעדט, ביז איך בין געגאנגען בעטן מוהרא"ש זאל בעטן איינעם פון אנשי שלומינו אז יענער זאל רעדן, איך האב געזאגט פאר מוהרא"ש אז אלע רעדן שיינע תורות, שיינע מעשיות וכו' וכו' אבער נאר דער אינגערמאן האט דיבורים אויף לעובדא ולמעשה, דער רעדט פון חיזוק אויף לימוד התורה על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), חיזוק אויף תפילה והתבודדות אויף למעשה, און חיזוק אויף שלום בית וכו'.


עס זענען געווען אין היכל הקודש וואס האבן געדריידט מיט די הענט און מיט די נאז אויפ'ן סדר דרך הלימוד און אויף די דיבורים וואס מוהרא"ש האט גערעדט - ביז מען האט דאס אפגעשטעלט.


דעריבער, אז דו ביסט זיך מוסר נפש צו עפענען א שול היכל הקודש אין בני ברק זאלסטו פון איין זייט יעדן איינעם מחזק זיין, טייל עליות פאר די מתפללים און ווען עס קומט א גאסט געב אים אן עליה לפי כבודו, אבער פון די אנדערע זייט זאלסטו אכטונג געבן ווער עס רעדט, וואס מען רעדט און ווי אזוי מען רעדט. זע מען זאל רעדן די דיבורים וואס מען רעדט אין ישיבה, די דיבורים וואס דו הערסט ביי די שיעורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - תלמידות בית פיגא מוזן זיך פירן מיט דרך ארץ
סקול, דרך ארץ, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד תלמידות בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי, שתחיו


אזוי ווי עס זענען אריינגעקומען פרישע תלמידות, וויל איך נאכאמאל קלארשטעלן וואס מיר ווילן מיט אונזער סקול "בית פיגא", איך בעט זייער אלע תלמידות זאלן זיך גוט צוהערן צו די ווערטער.


ביים הייליגן רבי'ן איז געווען דרך ארץ זייער א וויכטיגע זאך, דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים - וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ"; און אזוי איז געווען ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, עס איז געווען א שטארקע דרך ארץ, און אויף דעם וועג פירן מיר די סקול בית פיגא, מיר קוקן אויף דרך ארץ; א מיידל וואס פירט זיך מיט דרך ארץ, זי הערט אויס די לערערינס - איז ביי אונז א תלמידה, און א מיידל וואס פירט זיך נישט מיט דרך ארץ - איז קיין תלמידה; מעג זי קענען גוט דאס לערנען, מעג זי זיין געלונגען, ביי אונז איז דאס נישט ווערד, אן דרך ארץ איז גארנישט דא.


דעריבער בעט איך אייך אלע צו זיין גרייט אין צייט ווען מען דארף זיין אין קלאס, ווען די טיטשער קומט אריין אין קלאס - דארף יעדער זיצן אין פלאץ גרייט מיט אלעס, נישט דעמאלט אנהייבן זיך צאמנעמען וכו', אלעס דארף שוין זיין גרייט פון פאראויס.


ווען די טיטשער קומט אריין אין קלאס דארפן זיך אלע אויפשטעלן מיט דרך ארץ, מען בלייבט שטיין ביז די טיטשער ווינקט אז מען קען זיך שוין אראפזעצן, מען פארמאכט די מויל און מען עפנט די אויערן צו הערן יעדעס ווארט וואס די טיטשערס לערנען.


אין קלאס קען מען נישט רעדן מיט א צווייטן, מען קען זיך נישט ווינקען און נישט לאכן; בשעת מען לערנט - דארף מען זיצן מיט א שטארקע דרך ארץ, נאר אזוי קען מען מקבל זיין די לימודים.


יעצט ווען איך הער אז ביי די עלצטע קלאס אין שטעטל זענען דא מיידלעך וואס פירן זיך נישט מיט דרך ארץ - בין איך זייער פארשעמט, ווייל איך שטאלציר מיט די שטעטל סקול, און יעצט זאגט מיר די מנהלת תחי' אז עס זענען דא מיידלעך וואס לאכן זיך אויס פון די טיטשערס און מען זיצט נישט אין צייט גרייט וכו'.


דעריבער וועל איך נישט קומען צו ענק מער געבן שיעורים, איך גיי נאר וואו עס איז דא יראת שמים. אז עס איז דא דרך ארץ איז דאס א סימן פון יראת שמים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, יב): "מוֹרָא רַבָּךְ כְּמוֹרָא שָׁמַיִם", מען דארף מורא האבן פון א רבי אזוי ווי פונעם אייבערשטן; און אויב איר וועט זיך נישט פארבעסערן חס ושלום - וועל איך פארמאכן די קלאס, מען וועט זיך דארפן נאכאמאל איינשרייבן און מיר וועלן נאר אננעמען די מיידלעך וואס זענען דרך ארץ'דיג.

#28 - פון די שיעורים און בריוו באקומט מען ענטפערס אויף יעדע פראגע און ספק
שידוכים, ספיקות, דרשות, היכל הקודש, בריוו, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך נעם אן די מוסר; עס קומט זיך מיר אסאך מער.


בנוגע דיין זון; געלויבט דעם אייבערשטן ער איז זייער וואויל, ער לערנט פלייסיג און פירט זיך מיט יראת שמים.


אויף דיין טענה פארוואס איך ענטפער דיר נישט וועגן די שידוך; דאס נישט ענטפערן - דאס איז די תשובה, קומט אויס אז איך האב דיר יא געענטפערט.


איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט זיך זייער שטארקן אפילו איך קום נישט אן צו רעדן צו דיר און דיר צו ענטפערן, פון הערן די שיעורים און לערנען די בריוו באקומט מען ענטפערס אויף יעדע פראגע און יעדע ספק.


איך פארשטיי אז דו ווילסט פריוואטע אויפמערקזאמקייט; זיי מיר מוחל, איך בין פארנומען מיט די בחורים און קינדער, דאס איז ביי מיר די ערשטע און דאס וויכטיגסטע, און אז עס בלייבט איבער צייט דארף איך לערנען מיינע שיעורים און פארשטייט זיך אהיים גיין העלפן מיין ווייב. אפשר איז דא אנדערע פלעצער וואס מען קען באקומען מער פריוואטע אויפמערקזאמקייט, דא אין היכל הקודש אפילו איינער זאל קיינמאל נישט קומען רעדן פריוואט, אויב עפנט ער זיינע אויערן ווי א טראכטער און הערט אויס די שיעורים, ער עפנט די אויגן און לערנט די בריוו - איז נישטא קיין זאך וואס ער זאל נישט זען און האבן א תשובה דערויף.


מיט דעם אלעם וועל איך פרובירן צו מאכן צייט פאר דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - א שאד דו קומסט נישט אין ישיבה הערן די שיעורים
מוסדות, דרשות, דרייוון, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן טראגן און ברענגען די קינדער צו חדר און אהיים.


א שאד דו קומסט גארנישט אין ישיבה הערן שיעורים פון דער ראש ישיבה, עס וועט דיר אזוי צוניץ קומען די שיעורים, דו וועסט זיך אזוי בענקען. קוק די אינגעלייט ווי זיי כאפן זיך ארויף אין ישיבה הערן א שיעור ווען זיי האבן איבריג צייט; בארעכן זיך, קום צו די שיעורים, האלט זיך יונג.


 

#26 - ווער ס'איז טועם פון דעם רבינ'ס שכל, ווערט נישט פארנארט
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ח מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דיין מאמע וויל דו זאלסט גיין אויסהערן א שיעור - זאלסטו גיין; האב נישט מורא, עס וועט דיר גארנישט שאטן. איינמאל מען איז טועם פון די אונגארישע וויין, מען הערט דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער, דעם רבינ'ס שכל - קען מען שוין נישט ווערן פארנארט; אדרבה, דו וועסט ווערן מער שטערקער צוגעקניפט צום רבי'ן.


עס איז מעשים בכל יום, עלטערן ווען זיי זעען די קינדער ווערן מקורב צום רבי'ן, מיט א פלאם פייער, שיקט מען דאס קינד צו דעם און צו יענעם, דער זאל רעדן, יענער זאל אפרעדן, פארשטייט זיך מיט חכמה; וואס געשעהט? די קינדער קומען צוריק נאך שטערקער, ווייל נאכן הערן דעם רבי'ן - קען מען שוין נישט הערן די אלע נארישע דרשות וואס ביי די גאס הייסט דאס חכמות.


גיי צו די שיעורים, און ממה נפשך; וועסטו הערן שיינע זאכן - איז דאך גוט, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, א) "אֵיזֶהוּ חָכָם, הַלּוֹמֵד מִכָּל אָדָם, שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים קיט, צט): מִכָּל מְלַמְּדַי הִשְׂכַּלְתִּי", איך לערן זיך שיינע זאכן פון אלעמען; און אז נישט - איז נאך בעסער, וועסטו זען ווי מען מאכט חוזק פון מענטשן, די רחמנות אויף מענטשן - וועסטו ווערן שטערקער אין הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.