בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#25 - זע מען זאל באצאלן לכבוד יום טוב אלע מלמדים און איינגעשטעלטע
מלמדים, מוסדות, הדפסה, דרשות, אומאן, חדר

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


חסדי השם יתברך מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה, איך בין יעצט אין עירפארט אויפ'ן וועג אהיים, דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אנקומען אהיים בשלום.


איך וויל דיר בעטן זאלסט איבערגיין מיט האברך ... נרו יאיר אלע דרשות וואס מען האט גערעדט ראש השנה. עס איז א שאד עס זאל פארלוירן גיין די דיבורים, עס איז געווען אזעלכע שיינע דיבורים, אזעלכע התחזקות; אז מען וועט דאס אפשרייבן און דרוקן וועלן אסאך מענטשן זיך מחי' זיין.


אין היכל הקודש איז דא אזעלכע דיבורים וואס מען הערט נישט ערגעץ אנדערש; מוהרא"ש געבט אונז אזעלכע התחזקות און אזא שכל וואס יעדער איינער קען זיך באנייען און צוריק קומען צום אייבערשטן.


גיי איבער מיט אים סיי די תקיעת שופר דרשה פון ביידע טעג און סיי די דרשות פון ראש השנה און פון שבת; טו עס ווי פריער, איידער עס ווערט פארגעסן.


אויך בעט איך דיר זייער, זע מען זאל באצאלן לכבוד יום טוב אלע מלמדים און איינגעשטעלטע אין די מוסד; מאך א התעוררות ביי אנשי שלומינו זיי זאלן דיר העלפן זאלסט קענען באצאלן אלע מלמדים, טיטשערס און איינגעשטעלטע.


אלע האבן געזען ווי די מלמדים האבן געארבעט מיט אזויפיל פלאג און מי אין אומאן מיט די קינדער, זיי האבן דאס געטון בהתנדבות לבם. מיר האבן געהאט ביי אונז אין בנין די יאר איבער הונדערט קינדער כן ירבו, די מלמדים האבן געמאכט יעדן טאג חדר, זיי האבן גענומען די קינדער צום רבינ'ס ציון, אויך האבן זיי געדאווענט מיט זיי אלע תפילות, בשעת די עלטערן זענען אויסגעמוטשעט, קוים וואס מען האט כח אליינס צו דאווענען, האבן זיי געארבעט מיט די קינדער אויסגעמוטשעטערהייט. עס קומט זיי מען זאל זיי כאטשיג צאלן זייער ארעמע געהאלט וואס קומט זיי.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.

#24 - איך וועל אייך אי"ה געבן נאך שיעורים
דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


..., נאך אביסל פארט מען צום רבי'ן; עס קומט א נייע יאר, א נייע בלעטל; מען גייט פועל'ן ישועות, מען גייט אהיים ברענגען פעק און זעק מיט ישועות.


איך האף אז אנשי שלומינו זענען נישט בייז אויף מיר; שוין דריי מאל האט דאס פאסירט, קודם פאריאר סוכות האבן זיי געווארט אין די סוכה און עס האט זיך נישט אויסגעארבעט די לייוו הוקאפ, נאך ל"ג בעומר האבן זיי געווארט אין שול והוה מה דהוה, און יעצט איז שוין חזקה; מען שמועסט אפ א צייט, אלע קומען צו פארן און איך בין נישט צום געפונען.


עס איז מיר אזוי ארויס פון קאפ; איך בין געפארן קיין בארא פארק ענדיגן נאך א סידי אריין צו ברענגען אמונה אין אידישע קינדער, איך האב זיך זייער געפריידט אז מען האט געקענט מאכן עפעס א שטיקל שיעור, איך האף איר האט הנאה געהאט.


כדי עס זאל נישט פאסירן נאכאמאל איז גוט זאלסט בעטן איינער פון די בחורים זאלן שטיין אויף מיר אז די שיעור זאל זיין אזוי ווי געפלאנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#23 - די וואס דארף עס הערן, זאלן עס דערהערן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, דרשות, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שאד דיין ווייב מיינט איך רעד פון איר ביי די שיעורים. איך האב אלע מאל דעם פראבלעם; די וואס זענען וואויל, געזונט און ערליך - די מיינען אז מען מיינט זיי, די קומען אהיים פון די שיעורים צעבראכן, פול מיט בלבולים, און די וועם מען מיינט טאקע - די הערן נישט, כאפן נישט און נעמען נישט אן וואס מען רעדט צו זיי.


איך וועל דיר דערציילן וואס איך האב געהאט ביי מוהרא"ש יארן צוריק, עס איז געווען ווען איך בין מקורב געווארן, די ערשטע יארן פון מיין התקרבות, דעמאלט האט מוהרא"ש נישט געקענט פארן קיין ארץ ישראל, מען האט גע'מסר'ט מוהרא"ש, מורא"ש'ס ... האט אים פאר'מסר'ט רחמנא לצלן, און די מדינה של גיהנום, די ערב רב - האבן געוואלט געבן פאר מוהרא"ש זעכצן יאר תפיסה. די דריי יאר פלעגט מוהרא"ש רעדן כמעט ביי יעדן שיעור פון כיבוד אב ואם, מוהרא"ש פלעגט איבער חזר'ן די מעשה מיט אבשלום און דוד המלך, אז ער האט געוואלט הרג'ענען זיין אייגענע טאטע. מוהרא"ש פלעגט רעדן וואס דוד המלך האט אלץ געליטן: "ווי קען זיין א זון זאל אויפשטיין קעגן א אייגענע טאטע, אים וועלן הרג'נען?!" מוהרא"ש האט גערעדט פון זיין פרשה פון זיין ...


דעמאלט איז אויף מיר אריבער שווערע מניעות פון מיין משפחה, איך פלעג זיצן ביי די שיעורים און ווערן אזוי צעבראכן, איך האב זיך געשפירט אזוי שולדיג, איך האב פארשטאנען פון יעדע שיעור אז מוהרא"ש מיינט מיר, ביז איין מאל נאכן שיעור, איך האב געשפירט אז איך קען נישט מער נעמען די בלבולים האב איך געפרעגט מוהרא"ש: "וואס זאל איך טון? זאל איך מער נישט קומען קיין ברסלב? זאל איך מער נישט פארן קיין אומאן? די גאנצע שיעור האט מוהרא"ש געמיינט מיר", זאגט מיר מוהרא"ש: "איך האב א פראבלעם, ווען איך געב א שיעור איז אלץ דא אומשולדיגע אינגעלייט וואס ווערן צעבראכן, זיי מיינען אז איך רעד צו זיי, און די אינגעלייט וועם איך מיין, זיי טראכטן נישט אז מען מיינט זיי; איך האב דא אינגעלייט וואס שלאגן זייער טאטע מאמע, איך מוז רעדן צו זיי (איך האב דעמאלט גארנישט געוויסט וואס טוט זיך אין היכל הקודש, וואס מוהרא"ש גייט אריבער פון זיין...)"; דאס זעלבע האב איך ביי די שיעורים, אלץ זענען דא וואס באשולדיגן זיך און טראכטן אז די שיעור מיינט מען זיי.


דיין משפחה; דו, דיין ווייב און דיינע קינדער - זענען פון די טייערע משפחות אין היכל הקודש; די שיעור איז נישט געזאגט געווארן פאר איר, די שיעור איז געזאגט פאר די פרויען וואס זענען נישט געזונט, זיי ווילן נישט לעבן כדרך כל הארץ השם ישמרינו, און אנשטאט מודה זיין אויפ'ן פראבלעם און בעטן דעם אייבערשטן: "הייל מיר אויס", - מאכן זיי שפירן דעם מאן אז ער האט א פראבלעם, ער איז נישט נארמאל; דיין משפחה איז זייער טייער.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר די מתנה, דו האסט אן אשת חיל, זי איז מיט דיר, זי העלפט דיר; וויפיל אינגעלייט ווילן זיין ביים רבי'ן און די ווייב שטעלט א ווידערשטאנד? וויפיל אינגעלייט חלש'ן צו קומען קיין אומאן ראש השנה, זיין ביים הייליגן רבי'ן - און די ווייב לאזט נישט, זי סטראשעט, זי איז משפיל דעם מאן מיט ברלסב; אז דיין ווייב איז מיט דיר, זי העלפט דיר זיין ביים רבי'ן - ביסטו דאך דער גליקליכסטער מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#22 - מאך זיכער אז דיין ווייב זאל קענען קומען צו די שיעורים
שלום בית, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אזא שאד אז דיין ווייב איז נישט געווען נעכטן ביים שיעור, א שאד אז דו נעמסט נישט ערנסט די שיעורים; די שיעורים זענען דאך אזוי וויכטיג, עס געבט זיי אזויפיל חיזוק אויף וויכטיגע יסודות'דיגע זאכן אין לעבן. עס טוט מיר וויי אז דו נעמסט עס נישט ערנסט, וואלסט געדארפט זיכער מאכן אלעס ערלעדיגן זי זאל קענען זיין ביים שיעור, מען קען דאך אלעס ערלעדיגן אין אנדערע טעג.


איך האף דו וועסט פון היינט זען אז פון דיין זייט זאל זי קענען גיין, זי זאל זיך קענען מחזק זיין.


איך זאג דיר, נאר דו וועסט פארדינען אז זי הערט די שיעורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#21 - קיינער דארף נישט וויסן אז דו פארסט קיין אומאן
הפצה, הדפסה, שאלות, דרשות, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הדבר הראשון, זיי מיר דן לכף זכות; איך קום נישט אן צו ענטפערן אלע בריוון, עס קומען אן צו מיר אזויפיל בריוו יעדן טאג, איך האב נישט די צייט צו קענען ענטפערן אלע בריוו.


אז דו וועסט צוהערן צו די שיעורים וועסטו על פי רוב באקומען תשובות; די שיעורים ענטהאלטן אין זיך תשובות אויף אלע סארט שאלות, אז מען הערט זיך צו צו דעם באקומט מען תשובות אויף א וואונדערליכן וועג.


בנוגע קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, דו פרעגסט וואס צו טון ווען ביי ענק אין די חסידות איז מען זייער מקפיד מען זאל נישט אוועק פארן פון ענקער רבי; וואס זאל איך דיר זאגן, די בעסטע זאך איז אויב דו קענסט עס באהאלטן, קיינער זאל נישט וויסן וואו דו גייסט און וואו דו פארסט, דעמאלט וועסטו נישט האבן קיין התנגדות.


מאך זיך אליינס א חשבון, שטעל זיך פאר דו דארפסט אריבערגיין א פראצעס, עס ווארט אויף דיר א שווערע געריכט, מען גייט דיר דן זיין אויף תפיסה וכדומה, און דו ווייסט אז עס איז דא א לויער ערגעץ אין א ווייטע מדינה וואס ער זאגט אז ער קען דיר ראטעווען, וואס וואלסטו געטון, וואלסט געפרעגט איינעם א דעה אויב יא פארן אדער נישט פארן? וואלסט בכלל געטראכט פון א צווייטן? דו וואלסט דאך נאר געטראכט פון דיר אליינס, דו וואלסט געכאפט הענט און פיס און געלאפן צום לויער; יעצט פרעג איך דיר, עס קומט ראש השנה, מען גייט אונז אלע משפט'ן, מען גייט אונז משפט'ן מִי יִחְיֶה, מִי יָמוּת, אזוי ווי מען זאגט ביים דאווענען: "בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יִכָּתֵבוּן, וּבְיוֹם צוֹם כִּפּוּר יֵחָתֵמוּן - כַּמָּה יַעַבְרוּן וְכַמָּה יִבָּרֵאוּן, מִי יִחְיֶה וּמִי יָמוּת, מִי בְקִצּוֹ וּמִי לֹא בְקִצּוֹ, מִי בָאֵשׁ, וּמִי בַמַּיִם, מִי בַחֶרֶב, וּמִי בָרָעָב, מִי בָרַעַשׁ, וּמִי בַמַּגֵּפָה", דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תסו) "ווען דער חזן זאגט: 'מִי... וּמִי...' איז מרומז אינעם נוסח אלע צרות און יסורים וואס מען רעכנט נישט אויס אינעם פיוט"; פרעג איך דיר, אז מיר האבן א צדיק פון צוויי הונדערט יאר צוריק וואס האט געהייסן קומען צו אים, וועסטו קוקן אויף אנדערע וואס זיי זאגן?! דער רבי האט געזאגט (שם, סימן תז): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן. אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם, אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים. כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", אפילו מענטשן וואס דער רבי קען א גאנץ יאר נישט העלפן, אבער ראש השנה קען ער יעדן איינעם פאררעכטן.


בנוגע העלפן מיט'ן איבערטייטשן די בריוו אויף לשון הקודש; פארבינד זיך מיט האברך ..., דער גבאי אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים, ער איז געשטעלט אויפ'ן איבערטייטשן די בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#20 - די פרויען זאלן זיך צוזאמקומען צו שמועסן און זיך אויסלופטערן
שמחה, חיזוק פאר פרויען, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר צאמנעמען די פרויען איינמאל א וואך זיך מחזק זיין מיט די אוצרות פון רבי'ן.


היות עס איז דא א גרויסע פארזאמלונג דארף מען אביסל טוישן דעם פראגראם. כל זמן עס איז געווען א קליינע צאל פרויען האט מען געשמועסט מעשיות פון תפלה וכדומה, אבער יעצט ווען עס איז דא אזויפיל פרויען קען מען נישט מאכן די זאך אז אלע זאלן זיצן שטיל און הערן מעשיות פון תפלה, די פרויען זאגן אז זיי שפירן ווי זיי זענען צוריק אין שולע, מען מוז זיצן שטיל פאר א שעה צייט.


נישט דאס איז דער ציל פון די צאמקום, איך טראכט אפילו צו מבטל זיין דעם שיעור; נישט אלע פרויען וויל זיצן א שעה און הערן א שיעור, שיעורים קען מען הערן אויף די האטליין, די צאמקום איז פאר איין ציל, אביסל ארויסגיין פון שטוב זיך אויסלופטערן, אביסל שמועסן מיט חבר'טעס, טאנצן, זינגען און מאכן א לעבן.


קומענדיגע וואך וועט מען שוין קענען טאנצן, געבט אכטונג אז עס זאל זיין ניגונים און זינגערס ערליכע אידן. קלויבט אויס לעבעדיגע ניגונים, מען זאל ווערן פרייליך.


אדרבה, פרעגט די פרויען אויב עס פעלט אויס יעדע וואך א שיעור.


 

#19 - די שיעורים שלעפן צוריק צום אייבערשטן
דרשות, התחדשות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


האסט געטון א קלוגע זאך מיט'ן קומען זומער אין שטעטל, אזוי וועסטו זיך צוריק אויפפרישן מיט די שיעורים און עצות פון רבי'ן.


קום צו די שיעורים, יעדן טאג איז דא לכל הפחות צוויי שיעורים, אינדערפרי די גמרא שיעור און ביינאכט א שיעור אין ספר סיפורי מעשיות. די שיעורים וועקן אויף צוריק צו קומען צום אייבערשטן, די שיעורים שלעפן צוריק צום אייבערשטן; עס איז זייער וויכטיג נאך די חתונה צו בלייבן מקושר מיט די פלאץ.


קענסט זיך נישט פארשטעלן צו וואס פאר א מדריגה דער רבי וועט אונז ברענגען. ווער עס פאלגט דעם רבי'ן, ווער עס לערנט שיעורים כסדרן, ער איז זיך מתבודד און פריידט זיך מיט די מצוות – ווערט א גרויסער צדיק.


יעדעס מאל איך זע דיר קומען אין ישיבה – פריי איך זיך.

#18 - ברענגט ארויס דאס גרויסקייט פון אידישע מאמעס
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, דרשות, מוסר, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען בעט אייך איר זאלט רעדן פאר עלטערן, זאלט איר דער עיקר רעדן דיבורי חיזוק; מוסר איז דא גענוג וואס געבן, מיר דארפן געבן חיזוק, חיזוק טוט אסאך מער אויף ווי מוסר און התעוררות. רבי נתן פלעגט זאגן: "ווען מען ווערט נתעורר פון מוסר האלט דאס נישט אן פאר צו לאנג, אבער ווען מען ווערט נתעורר פון חיזוק דעמאלט האלט אן די התעוררות פאר גאר לאנג".


ברענגט ארויס דאס גרויסקייט פון אידישע מאמעס, ווי חשוב אידישע פרויען זענען ביים אייבערשטן און אז די גאנצע וועלט שטייט אויף זיי; מיט דעם וואס זיי שיקן די אינגלעך אין חדר לערנען די הייליגע תורה און די מיידלעך אין סקול לערנען ווי אזוי צו זיין איידל און הייליג - אויף דעם שטייט די וועלט.


זייט מחזק די עלטערן זיי זאלן זיין פרייליך; אז די מאמע איז פרייליך ווערט די גאנצע שטוב פרייליך, און אז די מאמע וויינט - וויינען אלע. די קינדער וואס האבן א דערביטערטע מאמע - וואקסן אויף דערביטערט.


מיין מאמע תחי' האט מיר דערציילט, עס איז געווען א פרוי וואס ווען עס האט גערעגנט פלעגט זי זייער שטארק וויינען, קיינער האט נישט געוויסט פארוואס זי וויינט, די פרוי אליינס האט אויך נישט געוויסט פארוואס זי וויינט; זי פלעגט זיין אין א פרייליכע גוסטע און ווי נאר עס האט אנגעהויבן רעגענען פלעגט זי זייער וויינען, ביז מען האט אויסגעפונען דעם סוד, איר מאמע פלעגט האבן פרנסה פון וואשן וועש, ווען עס האט גערעגנט האט זי נישט געקענט אויסטרונקענען די וועש, זי האט פארלוירן פרנסה אין די טעג, זי פלעגט אזוי וויינען ווען עס האט גערעגנט; יארן איז אריבער, די פרוי איז שוין לאנג געשטארבן און די קינדער און אייניקלעך וויינען נאך עד היום הזה.


רעדט צו די עלטערן זיי זאלן נישט האבן אין שטוב קיין טעלעפאן; א רחמנות אויף די קינדער וואס די מאמע האט א טעלעפאן, זיי זענען נעבעך לעבעדיגע יתומים. זיי קומען אהיים, זיי האבן נישט ווער עס זאל שפילן מיט זיי, די מאמע איז פארנומען מיט די טעלעפאן איינקויפן, די מאמע איז פארנומען שפילן געימס, די קינדער וואקסן אויף נישט גוט.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן די ריכטיגע ווערטער וואס צו רעדן פאר די עלטערן, עס זאל זיין דברים היוצאים מן הלב, וועט עס אריינגיין אין אלע הערצער.

#17 - זיי ממשיך מיט'ן מפיץ זיין די גמרא שיעור
התחזקות, הפצה, דרשות, ספרי ברסלב, גמרא, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


שטארק זיך אין הפצה, זיי ממשיך מיט הפצה אין דיין תחום.


דו פלעגסט פארשפרייטן די גמרא שיעור, דאס איז א שטארקע הפצה; אין א געוויסע זין איז דאס א שטערקערע הפצה, ווייל זייער אסאך מענטשן, ווען מען קומט צו זיי מיט שיעורי התחזקות, אזוי אויך מיט ספרים און קונטרסים - וועלן זיי זאגן: "מיר דארפן נישט קיין חיזוק", "מיר דארפן נישט די זאכן"; אבער אין אמת'ן אריין דארפן זיי דען נישט קיין חיזוק? איז דא איינער אויף די וועלט וואס דארף נישט קיין חיזוק?! אלא מאי - עס פאסט נישט וכו', אבער אז דו קומסט צו אזא איינעם מיט א גמרא שיעור - דאס יא.


דערפאר וויל איך דו זאלסט ווייטער ממשיך זיין מיט'ן פארשפרייטן, וואו דו קענסט נאר, די שיעור אין גמרא בבלי, ירושלמי, אין רמב"ם, נ"ך וכו'; אין די גמרא איז אריינגעפלאכטן חיזוק פון רבי'ן, אז ווער עס הערט דאס, וויל שוין איינמאל נאך און נאך חיזוק, אזוי האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמ): "הָעוֹלָם לֹא טָעֲמוּ אוֹתִי כְּלוּם עֲדַיִן", די וועלט האט מיר נאכנישט טועם געווען, "אִלּוּ הָיוּ שׁוֹמְעִין רַק תּוֹרָה אַחַת שֶׁאֲנִי אוֹמֵר עִם הַנִּגּוּן וְהָרִקּוּד שֶׁלָּהּ, הָיוּ כֻּלָּם בְּטֵלִים בְּבִטּוּל גָּמוּר. הַיְנוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ אֲפִלּוּ חַיּוֹת וַעֲשָׂבִים וְכָל מַה שֶּׁיֵּשׁ בָּעוֹלָם, הַכֹּל הָיוּ מִתְבַּטְּלִין בִּכְלוֹת הַנֶּפֶשׁ מִגֹּדֶל עֹצֶם הַתַּעֲנוּג הַמֻּפְלָא וְהַמֻּפְלָג מְאֹד מְאֹד", ווען מען וועט נאר אביסל פארזוכן וועט מען אויסגיין צום אייבערשטן מיט אזא שטארקע ביטול בתכלית השלמות.

#16 - וואס מ'זאל פארלערנען ביי שלש סעודות
התחזקות, שבת קודש, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, צפת


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער אז איר נעמט זיך צאם אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש פאר שלש סעודות; עס איז זייער א גרויסע זאך צו זיצן אינאיינעם ביי שלש סעודות, זיך מחזק זיין מיט דעם רבינ'ס עצות.


בנוגע וואס מען זאל לערנען; איינער זאגט ליקוטי מוהר"ן, א צווייטער זאגט עפעס אנדערש; דער עיקר דארף מען זען עס זאל ארויסקומען חיזוק אויף למעשה. מען קען לערנען דעם הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן, די שאלה איז נאר ווער עס לערנט דאס פאר, נעמט נישט איינער וואס וועט זוכן צו ווייזן וואס פאר א גאון ער איז, נעמט נישט איינער וואס זאל אייך פארקויפן פשעטלעך וכדומה, נעמט איינעם וואס וועט רעדן פשוט'ע ווערטער, נישט קיין טיפע זאכן, אז די וואס קומען זיך צוזאמען זאלן אהיים גיין מיט פרישע כוחות.


ביי אונז אין ישיבה לערנט מען פאר יעדע וואך עפעס אנדערש; איין וואך א שטיקל פון ליקוטי מוהר"ן, איין וואך חיי מוהר"ן, על פי רוב לערן איך פאר שיחות הר"ן. אין ירושלים לערנען זיי בריוו פון עצתו אמונה און אשר בנחל; דער עיקר דארף מען זען עס זאל זיין אין די ווערטער חיזוק אויף למעשה.


יעצט קומט ארויף די נייעס אז נאך אביסל עפנט מען אויף די גרעניץ; איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו קומען און איך וועל קומען צו ענקער חבורה.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט מאכן קיין פרסום, איך וויל נישט די זאכן; איך קום אויף ארץ ישראל וויל איך נישט האבן מיט קיינעם, נאר מיט אנשי שלומינו. איך וועל אם ירצה ה' קומען צו אלע חבורות אין אלע שטעט, אבער נאר נישט מאכן קיין שום פרסום.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - ווען די גרעניצן עפענען זיך, וועל איך קומען רעדן ביי אייך אין ישיבה
דרשות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, י"ב שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הרב ר' ... שליט"א, ראש ישיבת קה אכסוף


איך נעם אן די איינלאדענונג צו קומען רעדן ביי אייך אין ישיבה; יעצט איז נישטא קיין וועג ווי אזוי איך קען קומען קיין ארץ ישראל, מען לאזט נישט אריינקומען צוליב קאראנע.


אם ירצה ה' בלי נדר, ווען די גרעניץ וועט זיך עפענען און איך וועל זיין אין ארץ ישראל וועל איך קומען צו אייך אין ישיבה רעדן צו די בחורים.


 

#14 - עטליכע וויכטיגע יסודות אין לעבן
שלום בית, דרשות, אידישע שטוב, עצתו אמונה, ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מזל טוב פאר דיין שידוך! איך בין זייער פרייליך אז דו האסט שוין זוכה געווען צו טרעפן דיין זיווג; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין (חגי ב, ט): "גָּדוֹל יִהְיֶה כְּבוֹד הַבַּיִת הַזֶּה הָאַחֲרוֹן, מִן הָרִאשׁוֹן", מיט די צווייטע ווייב זאלסטו מצליח זיין אויפצושטעלן א שיינע שטוב.


בנוגע דו ווילסט דער ראש ישיבה זאל זיין דיין מורה דרך אבער דו וואוינסט ווייט, דו וואוינסט אין ארץ ישראל; אז דו וועסט הערן די שיעורים און לערנען די בריוו - וועסטו וויסן פונקטליך ווי אזוי צו פירן א שטוב. וואס מיינסטו, די בחורים און אינגעלייט וואס זיצן אין ישיבה - זיי באקומען עפעס מער? זיי זיצן ביי די שיעורים און נעמען דארט שכל ווי אזוי זיך צו פירן, זיי האבן גארנישט מער פון די וואס וואוינען ווייט.


הער די שיעורים און לערן די בריוו, וועסטו וויסן ווי אזוי צו לעבן. און אז דו האסט עפעס צו פרעגן - שרייב א בריוו, וועל איך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף דיר ענטפערן.


אויפ'ן שפיץ גאפל שרייב איך דיר אפאר וויכטיגע יסודות אין לעבן: דאס ערשטע - רעד נישט קיין איבריגע רייד, דערצייל איר נישט דיינע כשלונות אין לעבן, דערצייל איר נישט דיין עבר, בפרט אז דו האלסט שוין ביי די צווייטע מאל חתונה האבן - דארפסטו נישט צופיל רעדן פון דיין עבר.


צווייטנס, רעד נישט קעגן איר משפחה; אפילו זי וועט רעדן צו דיר קעגן זיי זאלסטו איר נאר אויסהערן, קיינמאל נישט רעדן קעגן אירע עלטערן.


דריטנס, זאלסט שטענדיג אויסהערן איר ווייטאג, אפילו דו ווייסט נישט וואס צו טון, זאלסטו איר אויסהערן און ווייזן מיטלייד.


פערטנס, זאלסט זיך קובע זיין צו לערנען אין שטוב; אפילו דו ביסט אין כולל, דו לערנסט סיי ווי א גאנצן טאג - זאלסטו אביסל לערנען אין שטוב, דאס בויט אויף דעם מאן אין די פרוי'ס אויגן, א פרוי האט ליב צו זען איר מאן לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - מכבד זיין צו רעדן נאר די וואס פארשטייען נישט בעסער פון מוהרא"ש
ישועות, חסידות ברסלב, דרשות, מוהרא"ש, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך


                        יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


א גרויסן יישר כח פאר'ן שרייבן אז אלעס איז גוט; עס איז זייער וויכטיג צו קומען דערציילן די ישועה, נישט נאר בעטן א ברכה. דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זיין געזונט און שטארק, איר מיט אייער מאן און קינדער.


א גרויסן יישר כח פאר'ן צאמנעמען די פרויען איין מאל א חודש זיך מחזק זיין מיט'ן רבינ'ס עצות, עס איז זייער א גרויסע מצוה צו געבן חיזוק פאר פרויען; ווער דארף נאך אזויפיל חיזוק ווי א אידישע מאמע, א אידישע פרוי.


די פרויען וואס שיקן די קינדער אין אונזער מוסד - זיי זאלט איר אודאי רופן, די זענען די ערשטע; אויך זאלט איר רופן אלע וואס ווילן זיך מחזק זיין און הערן וואס דער רבי זאגט.


געט אכטונג עס זאלן נישט קומען פרויען וואס פארשטייען בעסער פון רבי'ן, זיי פארשטייען א משהו אנדערש פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; זיי זאלן נישט קומען רעדן צו אנשי שלומינו. זייער טשאלנט זאלן זיי געבן צו עסן פאר זייער מאן און קינדער; מיר זענען נישט אינטערעסירט צו הערן יענעמ'ס בויך וויי, יענעמ'ס סברות, יענעמ'ס חלומות און זיסע משלים.


זייט מכבד צו רעדן נאר פרויען וואס פארשטייען נישט אליינס און פארשטייען נישט בעסער פון וואס מיר האבן געלערנט ביי מוהרא"ש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - מ'קען נישט ענטפערן אלע שאלות אין צניעות
צניעות, חיזוק פאר פרויען, דרשות, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה אז דו האסט באקומען ענטפערס אויף דיינע פראגעס הערנדיג די שיעורים און ליינענדיג די בריוון.


דעם שיעור וואס דו האסט געהערט האב איך אינזין געהאט דערמיט דיר אויסצוקלארן; איך האב דערציילט ביי די שיעור וואס דיר באדערט און וואס עס איז די ריכטיגע וועג און צוגאנג דערצו. איך האב הנאה אז דו ביסט שוין קלאר, און נאך מער האב איך הנאה אז דו האסט פארשטאנען פון די בריוו ווי אזוי זיך צו פירן.


זיי נישט ברוגז אז איך האב דיר נישט געענטפערט ווען דו האסט מיר געפרעגט; דו דארפסט פארשטיין אז עס זענען דא שאלות וואס מען קען נישט ענטפערן, בפרט שאלות אין צניעות, ווי אזוי צו גיין אנגעטון; דאס איז א זאך וואס יעדער מענטש דארף באזונדער בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, מען זאל האבן א געפיל צו צניעות און מען זאל דאס ליב האבן, ווייל ליידער וואוינען מיר צווישן גוים און מיר זענען אזוי פארזינקען אין גלות אז מען לערנט זיך אפ פון זיי, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קו, לה): "וַיִּתְעָרְבוּ בַגּוֹיִם, וַיִּלְמְדוּ מַעֲשֵׂיהֶם"; מען ווייסט שוין נישט וואס מיינט שיין און וואס איז זיס, מען פארגעסט ווי אזוי א איד דארף גיין אנגעטון. אנשטאט צו קוקן אויף איידעלע קליידער, איידעלע אנטואכץ - גלוסט מען צו ברעכאכץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - פרויען צוזאמקום איבעראל וואו עס וואוינען אידן
חיזוק פאר פרויען, שאלות, דרשות, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ט חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א מזכה את הרבים; אייער זכות איז זייער גרויס מיט דעם וואס איר געבט זיך אפ יעדע חודש צו מאכן די פרויען צוזאמקום ביי אייך אין שטוב, מיט דעם מאכט איר ליכטיג פאר אזויפיל שטובער. די פרויען קומען אהיים פונעם צוזאמקום מיט פרישע כוחות הנפש אנצוגיין מיט די שטוב ארבעט, זיין א גוטע ווייב און א רואיגע מאמע פאר די קינדער. דאס אלעס גייט אויף אייער זכות מיט דעם וואס איר שטרענגט זיך אן חודש'ליך צו מאכן די פרויען צוזאמקום.


מיר האבן אנגעהויבן פאר אפאר יאר צוריק צו מאכן אין וויליאמסבורג חודש'ליך א פרויען צוזאמקום; ווער האט עס געגלייבט אז היינט איז שוין דא איבער צען פלעצער אין די וועלט וואו פרויען קומען זיך צוזאם חודש'ליך. נעכטן איז געווען אין וויליאמסבורג, מאנרא, מאנסי, ליבערטי, זשערזי סיטי, ירושלים, בית שמש, צפת, ביתר און אויך אין ענגלאנד אין קענווי איילענד. און דאס איז נאך גארנישט, עס וועט נאך זיין אז אין יעדע פלאץ וואו אידן וואוינען וועט זיין א חודש'ליכע צוזאמקום פאר פרויען.


בנוגע די פרוי וואס רעדט צו אייך פריוואטע זאכן וכו'; איר קענט איר שיינערהייט ענטפערן: "די זאכן רעד איך נאר מיט מיין מאן און מיט מיין מורה דרך וכו'", אויב זי רופט אייך אן אויפהער און איר האט נישט וואס צו ענטפערן וכו', זאלט איר איר שיינערהייט זאגן: "איך ווייס נישט צופיל זאכן, איך קען אייך געבן נומערן פון אנדערע וואס וועלן אייך קענען העלפן וכו'". עס קען זיין אז די פרוי האט זיך יעצט דערוויסט פון רבינ'ס וועג, זי איז איבערגענומען מיט פרייד זיך צו באקענען מיט ברסלב'ע פרויען און זי שפירט ווי זי וועט קענען באקומען אן עצה אויף וואס זי ליידט וכו', זי וויל רעדן מיט איינעם זאכן וואס ליגט איר אויפ'ן הארץ שוין פאר לאנגע יארן, דעריבער רופט זי אייך אן א שיעור מאל. אויב איר ווילט נישט רעדן מיט איר, אדער איר האט נישט וואס צו ענטפערן וכו' זאלט איר איר שיינעהייט זאגן: "איך ווייס נישט צופיל פון ברסלב, איך קען אייך געבן נומערן מיט וועם צו רעדן איר זאלט קענען פרעגן אלע אייערע פראגעס".


מוהרא"ש זאגט (ארך אפים, פרק סבלנות לקרב רחוקים): "ווען איינער קומט צו דיר און בעט חיזוק און דו האסט נישט קיין דיבורים פאר יענעם, זאלסטו אים שיקן צו איינעם פון אנשי שלומינו וואס וועט יענעם קענען מחזק זיין און העלפן. נישט חס ושלום יענעם אוועק שיקן אן רעדן מיט יענעם, אדער אן געבן פאר יענעם אן אדרעסס וואו יענער וועט קענען רעדן מיט איינעם וואס וועט אים מחזק זיין".


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח איר זאלט ווייטער ממשיך זיין מיט די פרויען צוזאמקום יעדע חודש ביי אייך אין שטוב; מען וועט מפרסם זיין אויף די פרויען האטליין יעדעס מאל ווען עס איז דא א צוזאמקום, אזוי וועלן אלע פרויען וויסן וואו צו קומען נעמען אביסל פרישע לופט.

#10 - זיי מחזק דיין מאן ער זאל קומען צו די שיעורים
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בענטש אייך איר זאלט האבן א גוטע שלום בית, דער אייבערשטער זאל רוען ביי אייך אין שטוב.


דיין מאן נרו יאיר איז שוין זייער לאנג נישט געקומען צו די שיעורים, א שאד אז ער קומט נישט זיך מחזק זיין מיט די זיסע ליכטיגע עצות פון רבי'ן, בפרט די עצות אין שלום בית; ווער עס נעמט די עצות פון רבי'ן דער לעבט א זיסע לעבן, א גן עדן לעבן.


זיי מחזק דיין מאן נרו יאיר ער זאל קומען צו די שיעורים; איך וועל אים מחזק זיין ער זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן מיט אייך. זאג אים אז איך האב געזאגט ער דארף נישט מורא האבן פון מיר, איך וועל אים זייער מקרב זיין.


א גרוס פון דיינע ליכטיגע קינדער, זיי זענען זייער וואויל אין חדר און אין סקול.

#9 - שיעורים פאר פרישע אינגעלייט
דרשות, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, ערב ראש חודש חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דו מאכסט מיר נחת און דו מאכסט א קידוש השם; דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן זאגן אויף דיר און אויף דיין ווייב אז איר פירט זיך אויף זייער דרך ארץ'דיג, איר פירט זיך אויף איידל און באשיידן אזוי ווי עס פאסט פאר א תלמיד הישיבה און פאר א תלמידה פון בית פיגא.


איך וויל דו זאלסט צוזאמנעמען אלע אינגעלייט – תלמידי הישיבה – וואס האבן חתונה געהאט פאריאר און פאר צוויי יאר צוריק, תשע"ח און תשע"ט, איך וויל זיי געבן באזונדערע שיעורים; זיי מיר מודיע ווען עס איז גוט פאר ענק, וועל איך ענק געבן הדרכה והתחזקות ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב און בויען א שיינע שטוב.


זיי שטארק ווייטער אנצוגיין מיט דיינע שיעורים כסדרן, און יעדעס מאל דו ביסט נאכאמאל מסיים משניות וכו' זאלסטו זאגן דערוועגן פאר דיין ווייב אפאר טעג פארדעם, אזוי וועט איר קענען פייערן א שיינע סיום אין שטוב אינאיינעם.


איך האב דיר ליב.

#8 - ווייזן שיעורים פאר פרויען
חיזוק פאר פרויען, דרשות, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וילך, ג' תשרי, צום גדלי', שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מחזק זיין אידישע פרויען, אז איר נעמט צוזאם פרויען אין ארץ ישראל - אין עיר הקודש צפת תבנה ותכונן במהרה בימינו, זיך מחזק זיין מיט'ן רבינ'ס עצות. עס גייט דורך אויף יעדן איינעם שוועריקייטן וכו' און מיט דעם רבינ'ס עצות קען מען זיך דערהאלטן און אריבער גיין אפילו די שווערסטע זמנים וכו'.


אויף אייער פראגע צי מען זאל ווייזן פאר די פרויען א דרשה וכו'; וויסן זאלט איר אז די רבנים שליט"א האבן גע'אסר'ט וידיאו אלץ מושב לצים, ווייל אז מען זיצט צוזאמען און מען קוקט דברים של מה בכך איז דאס א מושב לצים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ג, ג): "שְׁנַיִם שֶׁיּוֹשְׁבִין וְאֵין בֵּינֵיהֶם דִּבְרֵי תוֹרָה, הֲרֵי זֶה מוֹשַׁב לֵצִים", אז מען קומט זיך צוזאם און מען רעדט נישט דיבורי אמונה והתחזקות איז דאס א מושב לצים, אבער אז מען קומט זיך צוזאם זיך מחזק זיין אין יראת שמים, אין צניעות און אין חיזוק ועידוד - איז דער אייבערשטער דארט, אזוי ווי חז"ל זאגן (שם): "שְׁכִינָה שְׁרוּיָה בֵינֵיהֶם", דעמאלט איז דער אייבערשטער דארט צווישן זיי; ממילא איז דאס בכלל נישט קיין שאלה, פארקערט, דאס וועט ברענגען אז אלע וואס קוקן די דרשה און הערן זיך צו צו די ווערטער זאלן אויסהערן די רבנים אין אלע הינזיכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן בזכות די מצוה פון זיך מחזק זיין איינער דעם אנדער'ן מיטן רבינ'ס עצות, זאלט איר זוכה זיין צו שעפן נחת פון אייערע קינדער און צו א שנה טובה ומבורכת.

#7 - א סנוד אדער שניעל איז נישט א חסרון אין צניעות
צניעות, חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אפילו איך האב שוין גערעדט מיט אייך און קלאר געזאגט מיין מיינונג, וועל איך אייך שרייבן אז אנדערע זאלן דאס אויך וויסן.


בנוגע וואס איר זאגט אז א סנוד אדער שניעל איז א חסרון אין צניעות, לדעתי איז דאס נישט א חסרון אין צניעות, עס איז גארנישט ווייניגער ווי דעם טורבאן וואס די פרויען טראגן.


דאס וואס איר זאגט אז אז מען קען מיינען אויף די פרויען וואס טראגן דאס אז מען שערט נישט די האר – דאס איז נישט ריכטיג, א פרוי וואס שערט די האר זעט מען דאס אן מיט'ן סנוד און א פרוי וואס שערט נישט די האר זעט מען דאס אן מיט'ן טורבאן.


ליידער ליידער זענען פארהאן הונדערטער היימישע פרויען מיט טורבאנ'ס וואס שערן זיך נישט די האר; אנשטאט צו רעדן פון דאס גרויסקייט פון זיך שערן די האר נאך די חתונה און פון די הארבקייט פון אייגענע האר מאכט מען תקנות נישט צו גיין מיט א בענדענע, סנוד און שניעל וכו'.


געלויבט דעם אייבערשטן אז אלע תלמידות פון אונזער סקול "בית פיגא" גייען אפגעשוירן; נישט סתם אפגעשוירן – בכפי', געצווינגענערהייט, נאר זיי פרייען זיך מיט דעם, זיי פרייען זיך צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן. אלע זענען צניעות'דיג, זיי האבן ליב "צניעות" און גרויסן זיך מיט דעם; ווייל מען לייגט זיי דאס אריין פון די יוגנט מיט ליבשאפט, זיי קוקן אויף דעם ווי א שיינע זאך, נישט ווי א קנס, ווי א יאנטשי זאך וכו'.


דא אין קעמפ איז א ריינע פלאץ, אלע פרויען גייען בצניעות; מען רעדט פון דעם און מען שטייט אויף דעם אז אונזערע קינדער זאל אויפוואקסן מיט צניעות.


עס איז כדאי איר זאלט צו הערן דעם שיעור אויף "קול ברסלב" – פרויען אפטיילונג, פון ערב ראש חודש אלול, וועט איר אביסל הערן וואס מען פארלאנגט ביי אונז אין די קהילה און וואס א "בית פיגא" תלמידה איז, עד כדי כך אז היינט האב איך באקומען א בריוו פון א פרוי וואו זי פרעגט אויב זי קען זיין א חלק פון אונזער קהלה ווייל זי איז אויפגעוואקסן נישט מיט דעם חינוך אז מען דארף זיך שערן נאך די חתונה. זי איז געקומען די וואך אין קעמפ און זי רעדט זיך אפ אז פרויען האבן איר פארגעהאלטן וועגן איר האר און וועגן איר צניעות... זעט איר דאך וואס דער פלאץ איז.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען נחת ביי אלע קינדער און אייניקלעך.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#6 - כ'האף דו וועסט ארויסקומען פאר א באזוך אין קעמפ
חברים, קעמפ, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך בענק זיך זייער נאך דיר, איך האף אז דו וועסט ארויסקומען פאר א באזוך אין קעמפ; איך וויל נישט עס זאל אריבערגיין צען גאנצע וואכן וואס מיר וועלן זיך נישט זען.


דיין חבר, האברך ... נרו יאיר איז געווען דעם שבת אין קעמפ, ער איז געקומען צו פארן פון ארץ ישראל ביז אמעריקע צו זיין פאר "איין שבת" צווישן אנשי שלומינו. ער זאגט אז ער דארף דאס האבן פאר "לופט", אקסידזשען; איז דאך זיכער אז דו דארפסט קומען פון ברוקלין צו קעמפ, א וועג פון צוויי און אהאלב שעה זיך מחזק זיין מיט אנשי שלומינו.


איך פריי זיך זייער יעדע מאל וואס דו שרייבסט מיר דיינע סיומים אין משניות און אין מסכתות פון ש"ס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


פון דיין ראש ישיבה וואס בענקט זייער נאך דיר.

#5 - שטארק זיך אין דיין הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן
הפצה, דרשות, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


א גרויסן יישר כח פאר'ן זארגן פאר מיר און מיין ווייב, זי זאל זיך קענען גיין אביסל אפרוען נאכן האבן דעם קינד. אויך זאלסטו איבערגעבן א יישר כח פאר דיין ווייב פאר'ן מאכן פיינע עסן פאר די קימפערטארין און פאר'ן שיקן פיינע קוגל לכבוד שבת קודש; אין די זכות פון צדקה זאלסטו זוכה זיין צו אלע ברכות.


שטארק זיך אין דיין הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט; בפרט מיט'ן ארויסגעבן דעם שיינעם "גליון היכל הקודש", וואס ווערט צעשפרייט וועכנטליך אין די צענדליגער טויזנטער.


היינט דערציילט מיר האברך ... נרו יאיר וועלכער פארשפרייט דעם גליון וועכנטליך אין בית שמש, אז מענטשן באדאנקען זיך, זיי זאגן אז די גליון געבט זיי לעבן און זיי ווארטן א גאנצע וואך דערויף.


זיי ממשיך מיטן קו "קול ברסלב"; מיין ווייב תחי' וועלכע געפונט זיך יעצט אין "אם בישראל" – אן אפרו פלאץ פאר קימפעטארינס, האט מיר נעכטן דערציילט אז יעדע פאר מינוט קומט צו איר א צווייטע פרוי זיך באדאנקען, ווי זייער לעבן און שלום בית האט זיך געטוישט דורך דעם (האט ליין) קו.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין אונזער גאנץ לעבן צו משמש זיין דעם רבי'ן.

#4 - אז מ'וואקסט אויף מיט'ן רבינ'ס הקדמות האט מען אן אנדער לעבן
שלום בית, מוסדות, הכרת הטוב, דרשות, סמארטפאון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ברסלב.


א גרויסן יישר כח פארן נעמען מיין זון ... נרו יאיר פאר די פאר טעג אז איך זאל זיך קענען אריבער כאפן קיין ארץ ישראל און קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון.


איך וועל מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים פאר אייך און פאר אייער מאן; מיר קומען אייך א גרויסן הכרת הטוב פאר אלעס וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער, איר געבט אוועק אייער לעבן פאר אונזערע קינדער.


יעצט ווען מיר האבן שוין כלות תלמידות פון בית פיגא דארף מען זיי צוזאמנעמען נאך זייער חתונה - כאטש איין מאל א חודש - פאר א פריוואטע שיעור; אינה דומה א ווייבל וואס האט חתונה מיט די ריכטיגע הקדמות פון קינדווייז אן ווי די וואס איז אויפגעוואקסן אן דעם רבי'ן, פאר זיי וועט מען דארפן מאכן באזונדערע פרויען שיעורים.


איך האב אנגעגרייט א שיעור פאר די 'נחת אווענט' וואס וועט אם ירצה ה' פארקומען קומענדיגע וואך מיטוואך נאכט; אויך האבן מיר אנגעגרייט א שפיל ווי עס זעט אויס ביי די שטובער וואס ברענגען אריין 'סמארטפאונס' אין שטוב, וואו די קינדער האבן נישט מיט וועם צו רעדן ווען די עלטערן זענען פארנומען טאג און נאכט מיט זייער סעלפאון. איך האף צום אייבערשטן אז איך וויל פועל'ן ביי אלע עלטערן זאלן נישט אהיים ברענגען קיין סמארטפאון, טעבלעט וכו' וכו', אזוי וועלן מיר אויפברענגען א דור פון ערליכע אידישע קינדער.


איך פריי מיר זייער אז די מיידלעך אליינס רוימען אוועק די קלאסן און זענען אחריות'דיג אז די קלאסן זאלן זיין זויבער; עס איז גוט אז מען לערנט אויס מיידליך אחריות און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אייער הייליגע ארבעט.

#3 - מחזק מיט'ן איבערטייטשן די חיזוק יומי אויף לשון הקודש
התחזקות, הפצה, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני-ב, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואס מאכסטו עפעס? איך בענק מיר נאך דיר. וואס מאכט דיין ניי געבוירענע קינד? וואס מאכט דיין זון ...? שיק אים א גריס; זאג אים אז איך צייל שוין די טעג ביז ראש השנה אים צו טרעפן אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס ציון. איך האף אז ער לערנט נאך פלייסיג און ער מאכט נאך סיומים.


... טייערער, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תנחומא עקב, סימן ו; הובא ברש"י דברים ח, א): "אִם הִתְחַלְתָּ בְּמִצְוָה, גְמוֹר אוֹתָהּ", ווער עס הייבט אן א מצוה דארף דאס ענדיגן, "שֶׁאֵינָהּ נִקְרֵאת הַמִּצְוָה אֶלָּא עַל שֵׁם הַגּוֹמְרָהּ, שֶׁנֶּאֱמַר וְאֶת עַצְמוֹת יוֹסֵף אֲשֶׁר הֶעֱלוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מִמִּצְרַיִם קָבְרוּ בִּשְׁכֶם, וַהֲלֹא מֹשֶׁה לְבַדּוֹ נִתְעַסֵּק בָּהֶם לְהַעֲלוֹתָם, אֶלָּא לְפִי שֶׁלֹא הִסְפִּיק לְגּוֹמְרָה וְגָמְרוּהָ יִשְׂרָאֵל - נִקְרֵאת עַל שְׁמָם", וויבאלד משה רבינו האט דאס נישט צוגעענדיגט הייסט עס כאילו די אידן האבן דאס געטון.


... נרו יאיר, דו האסט א מעגליכקייט צו מחי' זיין טויזענטער אידן יעדן טאג; דו קענסט פארעכטן דער וועלט, דו קענסט מזכה זיין הונדערטער אידן צו לערנען און דאווענען, דו קענסט האבן א חלק אז טויזענטער פארפעלקער זאלן האבן שלום בית און ראטעווען אידן פון עבירות.


... היקר, קוק נישט אויף דיר, טראכט נישט: 'וואס וועט זיין מיט מיר?' שטעל דיר פאר אז דו שטייסט ביים ים און דו זעסט ווי א מענטש דערטרינקט זיך, וואס וואלסטו געטון? וואלסט זיכער אריין געשפרינגען אין ים אים צו העלפן, אפילו דער יצר הרע וואלט דיר געזאגט: 'ווער ביסטו דען אריין צו שפרינגען אין וואסער?' 'דו דארפסט אליינס א גרויסע ישועה', וכו וכו'. דאס איז דער וועג פונעם יצר הרע - מחליש דעת זיין די אלע וואס האבן א כח צו מחי' זיין און מחזק זיין אידישע קינדער.


..., יעדן טאג ווארט איך אויף די חיזוק יומי המתורגם; איך בין מיר מחי' מיט די חיזוק און איך האב הנאה צו זען ווי דו ביסט דאס מתרגם.


..., פריש זיך אויף, יעמוד יעמוד! די וועלט ווארט אויף דיר.


איך האף די פאר ווערטער וועט דיר געבן אביסעלע חיזוק.


איך בין מתפלל פאר דיר און דיין ווייב איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים, אמן.

#2 - מחזק מיט'ן איבערטייטשן די שיעורים אויף לשון הקודש
התחזקות, הפצה, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני-ב, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה געהאט צו זען אז דו האסט היינט ווייטער מתרגם געווען א שיעור פון שלום בית.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דיין זכות איז; ווען א מענטש איז זוכה צו מחזק זיין א צווייטן איד, פרייליך מאכן א צווייטן איד - איז דער מענטש א בן עולם הבא.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (תענית כב.): אליהו הנביא האט אמאל באגעגנט רבי ברוקא אויפן גאס און ער האט אים געוויזן אויף צוויי מענטשן אז זיי זענען בני עולם הבא, ווייל זיי גייען ארום פרייליך מאכן אידישע קינדער, זיי שמייכלען צו יעדן איינעם. און ווען זיי זעהן ווי צוויי מענטשן קריגן זיך מאכן זיי דארט פרייליך ביז זיי בעטן זיך איבער; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון מחי' זיין א צווייטן, כל שכן ווען א מענטש האט די מעגליכקייט צו מחי' זיין צענדליגער טויזענטער מענטשן אויף איין מאל. דו זיצט זיך ביי דיר אין טראק און דו ביסט מתרגם א שיעור וואס ווערט געזען דורך צענדליגער טויזענטער מענטשן בלי גוזמא - איז דאך זיכער דיין זכות זייער גרויס.


דעריבער נעמט זיך דער ס"מ אויף אלע וואס זענען מחזק אידישע קינדער און וויל זיי צעברעכן, ווייל אזוי וועלן די מענטשן מער נישט אנגיין אין זייער הייליגע ארבעט; אבער עס וועט אים גארנישט נוצן, ווייל דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן רכ"ח): "נצחתי ואנצח - איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן!"


שטארק זיך ליבער ברודער! דו וועסט נאך ארויס גיין פון דיין דחקות און פון דיינע חובות; זיי ווייטער ממשיך צו מתרגם זיין די שיעורים אויף לשון הקודש, מיט דעם וועסטו זיך איינקויפן דער וועלט און יענע וועלט.


פאר פסח איז ארויף געקומען צו מיר א איד פון מעקסיקא, א טייערער איד, א מלמד; ער זאגט מיר אז ער האט באקומען פאר א יאר צוריק א חיזוק יומי מתורגם וואס האט אים געטוישט זיין לעבן. יעצט איז ער דאס מתרגם אויף ספאניש און ער שיקט דאס ארום פאר הונדערטער אידן וואס קענען נישט קיין אידיש און נישט קיין לשון הקודש; דאס איז אין דיין זכות.


געב א גריס פאר דיין טייערער זון ...


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1 - ארויסגעבן די דרשות אויף ענגליש
דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל פקודי, י"ט אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, זע ארויס צו געבן אלע שיעורים וואס איך געב אין ישיבה אויף ענגליש; עס זענען דא מענטשן וואס פארשטייען נישט קיין אידיש און זיי ווארטן צו הערן ווערטער פון הייליגן רבי'ן אויף א שפראך וואס זיי פארשטייען. איך געב אינדערפרי א שיעור אויף ענגליש גלייך נאכן דאווענען פאר תלמידים וואס פארשטייען נישט קיין אידיש; נעם די שיעורים פון ר' ... און גיי דאס איבער, נעם ארויס די זאכן וואס איך ווייס נישט ווי אזוי מען זאגט דאס וכו', כדי אז די וואס רעדן נאר ענגליש זאלן דאס פארשטיין.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס הייסט מחי' זיין א איד; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מג): "וּלְהַחֲיוֹת אָדָם אֵינוֹ דָּבָר רֵק, כִּי הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", מחי' זיין א מענטש איז נישט קיין קלייניקייט, עס איז זייער א גרויסע זאך; איך האב געטראפן א איד פאריגע וואך, ער זאגט מיר אין ענגליש אז ער ליידט לא עלינו אויף צוקער און מען האט אים געדארפט אראפנעמען א פוס רחמנא לצלן, ער זיצט כלוא בבית. זאגט ער מיר אז די איינציגסטע זאך וואס ער האט וואס האלט אים ביים חיות איז די ענגלישע שיעורים פון די ישיבה, דאס איז אים מחי' ומחזק. ער האט מיר געבעטן מיט טרערן אין די אויגן אז איך זאל געבן נאך שיעורים אויף ענגליש. דעריבער וויל איך דיר מחזק זיין דו זאלסט זיך צופלייסן און ארויף לייגן יעדן טאג נאך שיעורים אויף ענגליש.


א גרויסן יישר כח פארן זינגען מוצאי שבת ביי די סעודה פון שושן פורים; דער אייבערשטער זאל דיר בענטשן מיט אלעס גוטס בזכות וואס דו ביסט מכבד דעם אייבערשטן מיט דיין שיינעם קול, יעדעס מאל ווען עס איז דא א מסיבה אין ישיבה זינגסטו אזוי שיין, אזוי אויך ווען דו גייסט צו צום עמוד דאווענען; דו ביסט מקיים וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא ראה, סימן ט; רש"י משלי ג, ט): אויפן פסוק (משלי ג, ט): "כַּבֵּד אֶת ה' מֵהוֹנֶךָ" - מִכָּל מַה שֶׁחֲנָנְך אֲפִילוּ מִקּוֹל עָרֵב, "אַל תִּקְרֵי מֵהוֹנֶך אֶלָּא מִגְּרוֹנְך".


אין דעם זכות זאלסטו זוכה זיין צו זען נחת פון דיינע קינדער, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סג): "גַּם הַתְּפִלָּה שֶׁמִּתְפַּלְּלִין לִפְנֵי הָעַמּוּד בִּנְגִינָה, הוּא סְגֻלָּה לְבָנִים".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.