בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#19 - זיך ארויסדרייען אויף א שיינע וועג
רפואה, צניעות, תפלות אויף אידיש, עסן, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי ממשיך מיט'ן זאגן תהילים יעדן טאג; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח) אז תהילים איז א שטעקן אויף וואס מען קען זיך אנלאנען, אזוי ווי א קראנקער מענטש לא עלינו גייט מיט א שטעקן, ער פארלאזט זיך דערויף און דאס טראגט אים און פירט אים וואו ער דארף גיין, אזוי אויך ווען א מענטש זאגט תהילים און פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן, איז דאס אים ווי א שטעקן אויף וואס ער קען זיך גוט אנלאנען, מען גייט דורכדעם ארויס פון אלע פראבלעמען.


בנוגע דיינע שוואגערס; מען טאר נישט שמועסן מיט פרעמדע מענער. ענטפערן א שאלה קענסטו, אבער אריין גיין אין א פריינטליכע שמועס איז נישט גוט.


דארפסט נישט אפהאקן, טו עס מיט שכל; אז יענער הייבט אן א פריינטליכע שמועס דריידט מען זיך ארויס מיט חכמה, ביז יענער פארשטייט אליינס אז עס איז נישט דא מיט וועם צו שמועסן. דאס דארף מען טון מיט גרויס חכמה נישט צו מאכן קיין מחלוקת אין די משפחה; אז מען וועט דיר פארהאלטן, מען וועט דיר זאגן דו ביסט צו פרום זאלסטו זיך ארויסדרייען און זאגן: "איך בין שעמעדיג".


עס איז כדאי דו זאלסט לערנען די צווייטע מעשה אין סיפורי מעשיות, די מעשה פונעם מלך און דער קיסר, דארט לערנט אונז דער רבי אויס די וועג ווי אזוי זיך ארויסצודרייען מיט חכמה פון נישט גוטע זאכן, די חכמה פונעם בת קיסר וואס האט אכטונג געגעבן נישט צו האבן צוטון מיט פרעמדע מענער. ווען איינער האט איר געוואלט באצוואונגען חתונה צו האבן האט זי געזאגט: "אודאי וועל איך חתונה האבן מיט דיר, אבער נאר בתנאי אז דו רירסט מיר נישט אן ביז מיר וועלן מאכן די חתונה כדת וכדין", און שטילערהייט איז זי נעלם געווארן; קוק נאך די מעשה.


בנוגע די עסן וואס דו קענסט נישט עסן; מיט תפילה וועסטו אלעס קענען עסן. בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף דעם, זאג: "רבונו של עולם, איך דאנק דיר פאר מיין שיינע זיסע הערליכע לעבן, יישר כח אייבערשטער איך בין געזונט, יישר כח אייבערשטער איך האב אלעס אין מיין לעבן.


איך בעט דיר זייער הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען עסן די אלע עסן וואס איז נישט גוט פאר מיין קערפער (רעכן אויס אלעס וואס דו קענסט נישט עסן), העלף מיר איך זאל קענען אלעס פארדייען, איך זאל קענען הנאה האבן פון דיין שיינע וועלט.


הייליגער באשעפער, איך ווייס אז אלעס וואס איך טאר נישט עסן איז פאר מיין טובה, עס איז נאר גוט, עס איז בלויז חסדים, איך האב נישט קיין טענות, איך גלייב אז אלעס איז פאר מיין טובה, דאך האסטו אונז געזאגט אין די הייליגע תורה אז מען זאל דאווענען פאר דיר, מען זאל מיט תפילה טוישן אלעס אז מיר זאלן אויך זען דאס גוטס, בעט איך דיר אייבערשטער, דו ביסט א כל יכול, דו מאכסט אלעס, דו טוסט אלעס; מאך א נס אז איך זאל קענען עסן אלעס, איך זאל נישט זיין אויסגעשלאסן פון די עסן און יענע עסן".


אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג, אויך זאלסטו צולייגן אייגענע תפילות פון דיין הארץ - וועסטו זען גרויסע נסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#18 - דיינע שוועגערינס קען דיר נישט איינטיילן וואס צו טון
שלום בית, אומאן, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיינע שוועגערינס לאזן דיר נישט פארן קיין אומאן זאלסטו זיך גוט אויסלאכן און טון וואס איז גוט פאר דיר. א חוצפה און אן עזות ווען שוועגערינס מישן זיך אריין, זיי טיילן איין וואס צו טון. פאלג מיר, קוק נישט אויף קיינעם, מאך א טיקעט און קום קיין אומאן; אז דיין ווייב וויל נישט דו זאלסט פארן וועגן אירע שוועסטערס - דאס מיינט נישט אז מען דארף איר פאלגן.


דער רבי האט געהייסן מכבד זיין די ווייב, אבער אז די משפחה מישט זיך אריין זאלסטו טון וואס איז גוט פאר דיר; קוק נישט אויף קיינעם און פרעג נישט קיינעם, קום צום רבי'ן, דארט וועסטו פועל'ן אלעס גוטס.


לייג דיינע שוואגערס און שוועגערינס אויף איין זייט וואגשאל און נעם די פאר דיבורים פון רבי'ן וואס האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ לא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל ראשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה. נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס קומט צו מיר אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר"; וועם וועסטו אויסהערן? וואס איז בכלל די פראגע?


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט פארשטיין ווען יא אויסצוהערן אין שטוב און ווען דו דארפסט טון וואס דו האסט צו טון.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#17 - באשעפער, שבת איז מיין ערגסטע טאג
תפילה והתבודדות, שידוכים, שבת קודש, חיזוק פאר מיידלעך, תפלות אויף אידיש, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט פרובירן מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך; א מיידל אין די יארן פון שידוכים דארף זיין פרייליך, שטענדיג ארום גיין מיט א שמייכל.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): ווען מען איז פרייליך ווערט מען געזונט, אלע ווייטאגן גייען אוועק. ווען מען איז פרייליך איז מען נאנט צום אייבערשטן, דער אייבערשטער האט זייער ליב פרייליכע מענטשן, ער האט נישט ליב ווען מען איז טרויעריג; אפילו ווען מען וויינט צום אייבערשטן טאר דאס נישט זיין פון טרויער מען דארף וויינען צו אים פון פרייליכקייט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קעה).


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן; שמועס מיט אים, דערצייל אים דיין ווייטאג; דערצייל אים אלעס וואס באדערט דיר אין שטוב פון דיינע עלטערן, דערצייל אים אז דו האסט נישט ליב צו זיין אין שטוב שבת; זאג אים: "הייליגער באשעפער איך האב נישט ליב צו זיין אין שטוב שבת; שבת אין שטוב איז מיין ערגסטע טאג, עס איז מיר זייער שווער צו זיין אין שטוב, הייליגער באשעפער איך וויל שוין חתונה האבן".


בנוגע דעם בחור וכו'; דו בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן א גוטער מאן, א וואוילער מאן, א הארציגער מאן, א מאן וואס וועט דיר ליב האבן, א מאן וואס וועט רעדן שיין צו דיר, א מאן וואס וועט זארגן פאר דיר; עס איז נישט גוט אריין צו נעמען א בחור אין קאפ און זיך אויסמאלן 'ער גייט זיין מיין חתן'; קודם כל ווער זאגט יענער איז בכלל מסכים. צווייטנס, ווער זאגט אז דאס איז גוט פאר דיר; די בעסטע זאך איז ווען מען שמועסט עס אויס מיט'ן אייבערשטן.


גיי יעדן טאג אביסל אין פעלד שפאצירן און זאג פאר'ן אייבערשטן די גאנצע געשיכטע מיט'ן בחור... און בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן.


איך ווארט צו הערן דיינע סיומים ווען די ענדיגסט תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - געבן א נאמען נאך א צדיק
מחלוקת, קינדער, משפחה, נאמען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב, מזל טוב! אזא נס, אזא אפענע נס האט דער אייבערשטער געמאכט מיט אייך! יעדעס מאל וואס א קינד ווערט געבוירן געזונטערהייט איז דאס א נס, כל שכן ווען די דאקטורים שרעקן אן וכו' וכו' און מען זעט ביים סוף אז זיי ווייסן גארנישט; זיי מיינען אז זיי זענען בעל הבית, זיי מיינען אז זיי זענען די וואס געבן קינדער - דעמאלט זעט מען קלאר אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, מען זעט די כח פון תפילה.


בנוגע די נאמען וכו'; אויב אייער מאן נרו יאיר וויל געבן א נאמען נאך א צדיק און אויך איר ווילט דאס, די איינציגסטע פראבלעם איז די משפחה, איר האט מורא אז מען וועט חוזק מאכן וכו' וכו' - דארפט איר נישט קוקן אויף דעם, ווייל חוזק איז נאר דער וואס איז באמת א חוזק, אבער דער וואס פירט זיך בתמימות ובפשיטות איז קיין חוזק נישט. ביים סוף זעט מען ווער דער חוזק איז; די אלע וואס זענען באהאפטן צו צדיקי אמת - די לעבן א חיים טובים, די זעען נחת פון זייערע קינדער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", דער וואס האט ליב צדיקים, "הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", דער וועט האבן קינדער צדיקים, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן", דער וואס איז מכבד צדיקים, "הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", וועט זוכה זיין צו איידעמער צדיקים, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", און דער וואס האט מורא פון צדיקים, ער מאכט נישט חוזק פון צדיקים, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָּא מֵרַבָּנָן", וועט אליינס ווערן א צדיק, א גרויסער תלמיד חכם.


נעמטס אריין אין זיך אז איר האט אליינס א משפחה; ברידער און שוועסטערס, שוואגערס און שוועגערינס - זענען גוט פאר משפחה איידער מען האט חתונה, נאך די חתונה הייבט זיך אן א נייע געשיכטע, מען בויט א נייע משפחה; איר מיט אייער מאן זענען יעצט די משפחה און ווי לאנג איר מאכט נישט חוזק איינער פון צווייטן איז גוט.


דעריבער זאלט איר מחליט זיין וואס איז גוט פאר ענק און נישט קוקן וואס די משפחה וועט זאגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו מגדל זיין דעם קינד און אלע קינדער לתורה ולחופה ולמעשים טובים, די ברית זאל זיין אין צייט און איר זאלט זען נחת ביי אלע אייערע קינדער געזונטערהייט צוזאמען מיט אייער טייערער מאן.

#15 - מכבד זיין די עלטערן אן קיין תירוצים
כיבוד אב ואם, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


כיבוד אב ואם איז זייער הארב; א שאד מען לערנט נישט מיט קינדער איבער די הארבקייט פון כיבוד אב ואם, אז זיי זאלן זיין געווארנט צו מכבד זיין טאטע און מאמע.


מענטשן זענען זייער צעמישט, מען ווייסט נישט וואס איז יא כיבוד אב ואם און וואס איז נישט כיבוד אב ואם; פון איין זייט דארף מען זיי מכבד זיין, רעדן שיין און חס ושלום נישט ענטפערן מיט חוצפה. זאל זיין וואס זאל זיין, אפילו די עלטערן זענען נישט געזונט און נישט נארמאל - דארף מען רעדן צו זיי מיט דרך ארץ, אבער פון די אנדערע זייט דארף מען נישט און מען טאר נישט לאזן אז נישט געזונטע עלטערן זאלן צעברעכן די שטוב.


איר זאלט רופן אייער מאמע, רעדן שיין צו איר און איר דערציילן פון די אייניקלעך; אויך זאלט איר זארגן פאר איר זי זאל האבן עסן און אלע לעבנס געברויכן.


אפילו זי האט אייך וויי געטון אין אייערע יונגע יארן, און איך פארשטיי אז די ווייטאג איז זייער גרויס ווען מען דערמאנט זיך וואס מען איז אריבער; די בזיונות און דרוק וכו' - מיט דעם אלעם דארפט איר וויסן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און דאס וואס איז אריבער אויף אייך איז נאר געווען לטובה, אז איר זאלט היינט שטיין דארט וואו איר שטייט.


אז איר וועט גוט קוקן וועט איר זען אז דיקא די אלע איבערגייעכצער - דאס האט געברענגט דערצו אז איר זאלט וויסן פון הייליגן רבי'ן; ווען איר וואלט ווען נישט אריבער אלע אייערע שוועריקייטן וואלט איר נישט גענומען דעם רבי'ן פאר אייער לעבן, קומט אויס אז נאר ווייל עס איז אריבער אויף אייך א שווערע לעבן האט דאס אייך געברענגט צום גן עדן, דארפט איר נאר דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס ביז אהער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - מ'צעברעכט נישט די משפחה מיט'ן נישט קיין צוזאמען אויף שבת
התחזקות, משפחה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ד' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


טראכטס נישט אז איר צעברעכט די משפחה מיט דעם וואס איר גייט נישט צוזאמען אויף שבת וכו' וכו'; נישטא קיין 'משפחה', עס איז דא איין משפחה: "אייך מיט אייער מאן און אייערע קינדער - ווילאנג זיי זענען נישט חתונה געהאט".


דאנקטס גאט אז איר האט א הערליכע משפחה און געבטס אכטונג נישט צו צעברעכן 'אייער אייגענע משפחה'; אז איר וועט גיין מיט אלע געשוויסטער מיט דעם וועט נישט די משפחה ווערן א משפחה, און עס קען גאר זיין אז מיט דעם וועט צעבראכן ווערן אייער 'אייגענע משפחה'.


אז איר ווילט העלפן אייערע געשוויסטער זאלט איר רעדן מיט זיי דורכאויס די וואך אויפ'ן טעלעפאן אדער זיי ליידענען צו אייך אין שטוב, דאס וועט זיי מחזק זיין; מיט'ן פארן אויף א שבת כלומר'יש זיך צו שטארקן - איז סתם א דמיון.


געבטס א קוק, איר האט קוים חתונה געהאט און נאך אביסל מאכט איר שוין חתונה אייערע קינדער; קוקטס ווי דער לעבן גייט, מען געבט זיך איין דריי און מען איז שוין א באבע.

#13 - זיי מכבד סיי דיין טאטע און סיי דיין מאמע
כיבוד אב ואם, משפחה, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בלייב יום טוב שבועות מיט דיין טאטע אז ער זאל נישט זיין עלנד, איינער אליין.


דאס וואס דו שרייבסט אז דו האסט נישט קיין כח צו זיין מיט אים, ווייל ער דאווענט אין א פלאץ וואו מען ענדיגט דאווענען פינף אזייגער נאכמיטאג; דאס איז נישט פאר דיינע נערווען, דו האסט נישט קיין כח צו דעם וכו'; זאלסטו אין די צייט אהיים גיין קידוש מאכן און זיך אביסל אויסלופטערן, נאכדעם זאלסטו לערנען דיינע שיעורים כסדרן און ווען ער ענדיגט דאווענען זאלסטו אים באגלייטן פון שול אהיים און מאכן א שיינע סעודה מיט אים.


געדענק, נאך אביסל וועסטו חתונה האבן, דו וועסט האבן קינדער און דו וועסט אויך וועלן זיין מיט דיינע קינדער, און ווי אזוי דו וועסט אכטונג געבן אויף דיין טאטע אזוי וועלן דיינע קינדער דיר מכבד זיין.


זיי מכבד סיי דיין טאטע און סיי דיין מאמע, נעם נישט קיין חלק אין קריגערייען, דו זיי מיט ביידע; און אז דיינע שוועסטערס גייען שבועות צו דיין מאמע זאלסטו זיין מיט דיין טאטע, אים צו מאכן א שמחת יום טוב.


א פרייליכן יום טוב.

#12 - דארפסט נישט אפגעבן דין וחשבון פארוואס ביסט נישט געקומען צו א שמחה
שמחות, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז בכלל דיין פראגע? אודאי קומט צו גיין וכו' פאר א משפחה שמחה; חס ושלום אפשטופן וכו'. דו דארפסט קיינעם נישט אפגעבן דין וחשבון פארוואס איר זענט נישט געקומען אנטייל נעמען אין די שמחה, דאס איז פריוואט צווישן דיר און דיין ווייב; זיכער זאל דיין ווייב גיין וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן די שכינה זאל רוען צווישן אייך.

#11 - עלטערן זאלן הרג'נען אן אייגן קינד בלויז צוליב לערנען ברסלב'ע ספרים?!
קדושה, בחור, צרות, ישיבה, משפחה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמות, כ' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


זייער גוט האסטו געטון אז דו ביסט מיט געגאנגען מיט אים אין געריכט, להציל עשוק מיד עושקו; זאג דעם בחור אז ער זאל נישט גיין שלאפן ביי די גוים, ער קען חס ושלום פארלירן זיין נשמה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה כב.; שלחן ערוך יורה דעה סימן קנג) אז מען טאר זיך נישט מייחד זיין מיט א נישט איד, ווייל זיי זענען חשוד אויף טון עבירות רחמנא לצלן, רחמנא לשיזבן. ענדערש זאל ער גיין שלאפן ביי זיין זיידע און אויב זיין זיידע וויל אים אויך נישט ארייננעמען צוליב די גרויסע עבירה אז ער איז א ברסלב'ער; זאל ער שלאפן אין א בית המדרש, ער זאל נישט מורא האבן פון קיינעם.


ווער קען גלייבן אזא זאך?! ווער קען זיך פארשטעלן אז היינט ווען קינדער פאלן אוועק פון דרך התורה, בחורים ווארפן אוועק זייער תפילין, מיידלעך פאלן אוועק פון אידישקייט - זאלן עלטערן זיין אזוי בלינד און הרג'נען זייער אייגן קינד צוליב די עבירה פון לערנען ברסלב'ע ספרים?! עלטערן זאלן לייגן זייער קינד צווישן היימלאזע טונקעלע גוים!


דאס איז דער גלות; אויף דעם דארפן מיר וויינען צום אייבערשטן ער זאל אונז שוין אויסלייזן פון דעם גלות, פון די שנאת חינם אז מען האט זיך פיינט איינער דעם צווייטן, מען קען זיך נישט דערליידן.


א גוט שבת.

#10 - דו זאלסט מאכן טערעפי מיט'ן טערעפיסט
בחור, צרות, תפלות אויף אידיש, משפחה, טערעפי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב דיר געזאגט נעכטן ביי די חתונה אין בני ברק אז איך וועל דיר שרייבן א בריוו גלייך ווען איך קום אהיים, וועל איך עס יעצט מקיים זיין.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות; נעם אריין אין דיר אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, דו ביסט נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר; ווי מער מען נעמט אריין אין זיך אמונה, ווי מער מען טראכט פונעם אייבערשטן ווערט מען מער זיכער ביי זיך, מען ווערט זייער א שטארקער מענטש.


איך האב זייער רחמנות אויף דיר, איך האב ממש מיט געוויינט מיט דיר נעכטן ביי די חתונה אז דו גייסט אריבער אזא שווערע צייט, דיינע עלטערן גייען זיך גט'ן השם ישמרינו. דו ביסט נאך אזוי יונג, דו קענסט עס נישט נעמען, דו ווערסט צעריסן פון דעם, דו שפירסט ווי עס איז דיר טונקל געווארן דיין שיינע לעבן.


אבער וויסן זאלסטו אז דער אייבערשטער איז מיט דיר, דו ביסט נישט אליין, דער אייבערשטער ווארט צו הערן ווי דו רעדסט מיט אים, ער וועט דיר ווייטער געבן כח אנצוגיין אין לעבן. דו דארפסט נישט גיין צו קיינעם, אז מען רעדט צום אייבערשטן איז מען א געהאלפענער.


אז דיינע מגידי שיעור און מחנכים עקשנ'ען זיך מיט דיר אז דו דארפסט גיין צו א מטפל רגשי וכו', זאלסטו זיי זאגן אז דו ביסט פיין, עס פעלט נישט אויס. אז מען צווינגט דיר ממש צו גיין רעדן מיט א טערעפיסט זאלסטו גיין און דו זאלסט מאכן טערעפי מיט'ן טערעפיסט, זאלסט זיך מטפל זיין מיט'ן מטפל. איך האב אן א שיעור מעשיות פון תלמידי הישיבה וואס מען האט זיי געצווינגען צו גיין רעדן מיט א מטפל און עס האט זיך אויסגעשטעלט "הרי זה ללמד", יענער האט געמיינט אז ער וועט אויסלערנען דעם בחור, אבער "ונמצא למד", דער מטפל האט זיך צוגעהערט צום בחור'ל און געשלינגען מיט דארשט יעדעס ווארט.


פאלג דעם הייליגן רבי'ן און נעם די עצה פון התבודדות, שמועס זיך אויס דיין הארץ מיט'ן אייבערשטן אויף אידיש. איך שרייב דיר דא א קליינע תפילה, איך ווייז דיר א וועג ווי אזוי דו זאלסט רעדן צום אייבערשטן; אז דו וועסט דאס זאגן יעדן טאג וועסטו מיט די צייט אנהייבן אליינס צו רעדן דיינע אייגענע תפילות צום אייבערשטן:


"רבונו של עולם! איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיר, איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, איך דאנק דיר אז איך בין א איד און איך דאנק דיר אז איך בין געזונט און שטארק.


רבונו של עולם! עס טוט מיר זייער וויי, איך קען עס נישט אריבער טראגן; מיינע עלטערן גיין זיך גט'ן, איך קען נישט אויפהערן טראכטן פון דעם, איך שפיר ווי מיין לעבן גייט זיך ענדיגן. איך וויל האבן עלטערן וואס לעבן צוזאמען, איך שפיר ווי עס רירט מיר אן מיינע נערוון, איך האלט עס נישט אויס; העלף מיר, נעם מיר ארויס פון מיין צרה.


הייליגער באשעפער! דו ביסט דער כל יכול, העלף מיר איך זאל זיך קענען דערהאלטן, איך זאל זיין שטארק ווי אייזן נישט צו ווערן צעפאלן פון דאס וואס גייט אריבער. אונזער גאנצע משפחה איז צעריסן און צעשניטן, העלף אונז באשעפער, העלף מיר, איך בין נאך יונג, מיין מח קען עס נישט דערהייבן.


רבונו של עולם! תפילה איז מיין איינציגסטע האפענונג, בעט איך דיר הייליגער באשעפער מאך מיך פרייליך, געב מיר שטארקייט איך זאל זיין שטארק און איך זאל קענען שטארקן אנדערע חברים וואס גייען אריבער אנדערע צרות, זיי שטארקן מיט אמונה. געב מיר כח איך זאל דיר דינען בשמחה, אויך בעט איך דיר טאטע אין הימל האב שוין רחמנות אויף אלע אידן; אידישע קינדער זענען זייער צעבראכן, מענטשן זענען פארלוירן, שיק אונז שוין משיח צדקינו במהרה אמן".


איך ווארט דו זאלסט מיר צוריק שרייבן.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#9 - זיי שטארק צו גיין יעדן טאג אין מקוה
מקוה, קברי צדיקים, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


יעצט האב איך א שליח קיין ארץ ישראל, שרייב איך דיר א קליין בריוועלע.


איך בענק זיך זייער נאך דיר טייערער ... נרו יאיר; איך בעט פאר דיר דו זאלסט מצליח זיין, אלעס זאל אריבער גיין בנקל ובנחת.


איך באקום כסדר גוטע גרוסן אויף דיר ווי שיין דו פירסט זיך מיט דיינע גוטע מידות; דו מאכסט א קידוש השם, א גוטע נאמען פאר די ישיבה, ווען מען זעט ווי שיין דו פירסט זיך סיי צו דיין ווייב, צו דיין שווער און שוויגער און צו אלעמען.


זיי שטארק צו גיין יעדן טאג אין מקוה; זאלסט זיך מוסר נפש זיין אויף דעם, זאלט זיין וואס זאל זיין – אין מקוה זאלסטו גיין, מיט דעם וועסטו ממתיק זיין אלע דינים. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, המתקת הדינים, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין".


 איך דארף א טובה פון דיר; ווען דו גייסט צו מקומות הקדושים, דו כאפסט זיך אריבער קיין מירון, צפת, טברי' און בפרט קיין יבנאל, זאלסט בעטן פאר מיר, בפרט ביים ציון פון מוהרא"ש – איך זאל האבן כח ווייטער אנצוגיין מיט די תלמידים וכו'.


דיין ראש ישיבה וואס בענקט נאך דיר.

#8 - מאך פרייליך ביי דיר אין שטוב, וועסטו האבן הצלחה
שמחה, משפחה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר.


איך ווארט צו הערן פון דיר; איך האף אז דו שטארקסט זיך מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן און אויך שטארקסטו דיין ווייב.


זע צו טאנצן יעדן טאג ווען דו קומסט אהיים; אויב דו קומסט אהיים און דיינע קינדער זענען נאך אויף, זאלסטו טאנצן מיט זיי. צינד זיי אן מוזיק הויך און גיי א טענצל מיט דיינע קינדער; דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די ניסים ונפלאות וואס ער טוט מיט אונז אן א שיעור. אז דו קומסט אהיים און דיינע קינדער שלאפן שוין זאלסטו אויך טאנצן; טאנץ שטילערהייט.


דאס וועט ברענגען הצלחה ביי דיר אין שטוב, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד", ווער עס איז שטענדיג פרייליך, "עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", וועט ער מצליח זיין.


אמאל פלעגסטו מיר ענטפערן אויף די בריוו; שרייב מיר אפילו אפאר ווערטער, וועסטו מיר מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#7 - בלייבן אין שטוב מיט די ווייב און קינדער
שלום בית, משפחה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ג' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב זייער הנאה געהאט ווען דו האסט מיר דערציילט מסיח לפי תומו ערב סוכות, אז מען האט דיר געלאדנט צו די סעודות אבער דו בלייבסט עסן אין שטוב ווייל אין שטוב איז דיר זייער באקוועם; הלוואי זאל איך דאס קענען הערן פון אלעמען, אז זיי האבן הנאה צו בלייבן אין שטוב מיט די ווייב און קינדער, נישט גיין צו חברים עסן וכו'.


דו האסט מיר ממש מחי' געווען, איך האב געהאט חיות פון דעם א גאנץ יום טוב; הערנדיג אז די דרשות און שמועסן וואס איך געב שוין אזויפיל יארן, טאג איין טאג אויס, גייט אריין אין די תלמידים; צו לעבן אן איידעלע לעבן און וויסן אז די שענסטע פלאץ איז בלייבן אין שטוב, מילא מען גייט צו עלטערן וכו', איז איין זאך, אבער חברים איז נישט א זאך וואס ברענגט גוטס.


וואויל איז דעם וואס לעבט מיט יראת שמים, ער היט זיך די אויגן, ער קוקט נישט און זעט נישט קיינעם, נאר זיין אייגענע ווייב; דער איז פייליך און צופרידן, דער האט נישט די קללה פון קין (בראשית ד, יב): "נָע וָנָד תִּהְיֶה בָאָֽרֶץ", נאר ער איז שטענדיג צופרידן.


איך האב דיר ליב.

#6 - אין אייער שטוב דארף מען היטן שבת און זיך פירן בצניעות
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז זי היט נישט קיין שבת, זי רייכערט אום שבת און זי גייט אויפגעדעקט קען זי נישט זיין ביי אייך אין שטוב, סיידן זי נעמט זיך אונטער זיך צו פירן בדרך התורה - לכל הפחות ווען זי קומט צו אייך.


ווען עס איז אן אייגן קינד השם ישמרינו איז איין זאך, דעמאלט קען מען נישט פארשיקן דעם קינד פון שטוב - זאל זיין וואס זאל זיין, דעמאלט דארף מען פרעגן פונקטליך דעת תורה וואס מען האט צו טון, אבער אז עס רעדט זיך פון אייער ברודער'ס ווייב וואס איז אנטלאפן פון אייער ברודער וכו' און איר ווילט פשוט העלפן אייער מאמע תחי' מיט די אייניקלעך - דארפט איר קודם אכטונג געבן אויף אייער שטוב.


דאס וואס מענטשן האלטן אייך פאר אז איר דארפט זיך אריין לייגן און עפעס טון וכו'; איין זאך קענט איר טון: זייטס מחזק אייער מאמע, הערט אויס אירע ווייטאגן און רעדטס מיט איר טרייסט ווערטער. דערציילט איר שיינע זאכן פון אייערע קינדער, דאס וועט איר ברענגען נחת.


איר זאלט ווייטער שטיין אין דער זייט און זיך גארנישט מישן אין דעם ענין; איר זאלט זיי מחזק זיין אויפן טעלעפאן וכו' און אז זי וועט פארשטיין צו קומען צו אייך מיט דרך ארץ אנגעטון און היטן שבת דעמאלט קענט איר זיי אריין נעמען צוליב די קינדער.


מיט תפילה קען מען פועל'ן זאכן וואס איז שלא על פי שכל, תפילה איז זייער גרויס און שטארק. אויב מען עקשנ'ט זיך מיט תפילה, מען בעט און מען בעט ברחמים ובתחנונים זעט מען וואונדערליכע ניסים.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז און אונז שיקן משיח צדקינו וואס וועט צוריק ברענגען אלע אידישע קינדער צום אייבערשטן.

#5 - ווי מער מניעות, אלץ מער איז מען מקבל פון צדיק
כיבוד אב ואם, משפחה, רענט, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר.


יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין די זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


נעם זיך נישט צום הארצן די גאנצע פרשה וואס דו גייסט אריבער מיט דיין טאטע וכו'; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קפה): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת יוֹתֵר בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, דְּהַיְנוּ שֶׁיֵּשׁ לוֹ מְנִיעוֹת רַבּוֹת וּגְדוֹלוֹת, כְּגוֹן מֵאָבִיו וְאִשְׁתּוֹ וְחוֹתְנוֹ אוֹ מִשְּׁאָר בְּנֵי אָדָם שֶׁמּוֹנְעִים וּמְעַכְּבִים אוֹתוֹ מְאֹד וְכוּ', וְהוּא צָרִיךְ לְהִתְיַגֵּעַ וְלִטְרֹחַ מְאֹד לְשַׁבְּרָם, כָּל אֵלּוּ הַיְגִיעוֹת וְהַטְּרָחוֹת שֶׁיֵּשׁ לוֹ בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת, הֵם טוֹבָה גְּדוֹלָה לְהָאָדָם, כִּי עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה אַחַר כָּךְ לְקַבֵּל הַרְבֵּה קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה, כִּי עַל יְדֵי הַיְגִיעוֹת שֶׁבַּתְּחִלָּה נַעֲשֶׂה הַכְּלִי וְכָל מַה שֶּׁיֵּשׁ לוֹ יוֹתֵר יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת וְכוּ' יֵשׁ לוֹ כְּלִי גָּדוֹל בְּיוֹתֵר לְקַבֵּל אַחַר כָּךְ בְּתוֹכוֹ שֶׁפַע קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווי מער מניעות מען האט ווען מען ווערט מקורב, אלץ מער איז מען זוכה צו מקבל זיין פונעם צדיק; די מניעות זענען כלים לקבל השפע של הצדיק.


פון היינט אן זאלסטו וויסן אז דו האסט א נייע משפחה, דיין משפחה באשטייט פון: "דו, דיין ווייב און קינדער"; אוודאי דארפסטו פרובירן ווייטער צו מכבד זיין דיין טאטע און מאמע, אבער אז דיין טאטע וויל נישט רעדן צו דיר האט דאס גארנישט צו טון מיט דיר. דו פראביר אים צו רופן, און אז ער וויל נישט רעדן צו דיר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל שוין שיקן אליהו הנביא זאל ברענגען שלום אויף דער וועלט, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (משנה עדיות ח, ז): "אֵלִיָּהוּ בָא ... לַעֲשׂוֹת שָׁלוֹם בָּעוֹלָם".


יעצט קומט דער הייליגער יום טוב חנוכה; ווען דו צינדסט די מנורה זאלסטו זיך מאכן א חשבון הנפש ווי פאר נישט לאנג צוריק ביסטו געווען אן אפגעריסענער בחור א מצפה לשלחן חבירו וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ביצה לב:) אז "עוֹלָם חָשַׁךְ בַּעֲדוֹ". און יעצט האסטו ברוך ה' אן אשת חיל מיט ליכטיגע קינדער, דו האסט וואו אהיימצוגיין, דו האסט מיט וועם צו שמועסן און דו האסט א ווארימע הויז, דעריבער זאלסטו זינגען און טאנצן "להודות ולהלל לשמך הגדול על נסיך ועל נפלאותיך ועל ישועתיך".


...

#4 - אפגעהאקט קשרים צוליב ברסלב
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, משפחה, חנוכה, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן ... נרו יאיר האט מיר דערציילט וואס עס גייט אריבער אויף אייך פון אייערע עלטערן; מען האט אפגעהאקט אלע קשרים מיט אייך - סיי אייערע עלטערן און אזוי אויך אייערע געשוויסטער - קיינער רעדט נישט מיט אייך צוליב דעם חטא אז איר זענט מקורב געווארן צום רבי'ן און איר ווילט אויפציען א שיינע שטוב, ערליכע אידישע דורות. איך האב פון דעם גרויס ווייטאג און עס טוט מיר זייער וויי.


אייער ווייטאג איז טאקע גרויס, אבער פון דער אנדערע זייט זענט איר זייער גליקליך אז איר האט א טייערע מאן נרו יאיר און ליכטיגע קינדער; איר האט א הערליכע שטוב און א ווארימע שטוב. אייער מאן פירט זיך מיט יראת שמים און ער איז קובע עיתים לתורה, דעריבער איז אייער צרה נישט אזוי גרויס.


אמת, עס טוט טאקע וויי אבער דאך האט איר אן ערליכער מאן; וויפיל פרויען וויינען אז זיי האבן נישט קיין מאן, זייערע מענער זענען אריין געטון אין נארישקייטן און קומען נישט אהיים, און אפילו ווען זיי קומען שוין יא אהיים איז זייער מח נישט מיט די ווייב און קינדער.


איך וואונטש אייך א ליכטיגן חנוכה.

#3 - מ'דארף נישט גיין צו יעדע חנוכה מסיבה
כיבוד אב ואם, משפחה, חנוכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו האסט הנאה געהאט פון די דיבורים וואס מיר האבן גערעדט נעכטן נאכט כ"א כסליו אין קרית יואל, אזוי אויך אז דיין ווייב תחי' איז ארויס קלאר וואס ענק האבן צו טון בענין די חנוכה מסיבות.


אז עס קומט ענק אן שווער צו גיין צו מסיבות ווייל ענק האבן קליינע קינדער אין שטוב, און די מסיבה שלעפט זיך אריין ביז שפעט אויף דער נאכט וואס דאס איז גורם אז די קינדער גייען ארויס פון זייער געווענליכן סדר היום וכו', און דאס קלאפט אויס שווער אויף ענק – דארפן ענק נישט גיין.


ווער נישט דערשראקן ווען מען זאגט דיר: "דו צעברעכסט די משפחה", מיט דעם וואס דו קומסט נישט צו די מסיבות וכו', מאך זיך נישט צו טון פון דיינע געשוויסטער וואס טיידלען מיט די פינגער אויף ענק אז ענק מאכן צער פאר טאטע און מאמע מיטן זיך נישט באטייליגן ביים "משפחה שבת"; ווייל אויב איינער פון די משפחה מאכט אפ אז מען מוז אוועקפארן אויף שבת וכו', מיינט דאס נאכנישט "כיבוד אב ואם".


דיין כיבוד אב ואם זאל זיין אז דו זאלסט יעדן טאג גיין אין בית המדרש דאווענען שחרית, מנחה און מעריב מיט מנין; דאס איז אונזער כיבוד אב ואם! אז דו העלפסט ארויס דיין ווייב זיך פארען מיט די קינדער – דאס איז כיבוד אב ואם.


א גוט שבת.

#2 - נישטא אזא זאך שפילן א געים מיט א פרעמדע פרוי
הכרת הטוב, צניעות, משניות, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד תלמידי היקר ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש 40 דאללער; בזכות די צדקה זאלסטו זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


וויסן זאלסטו אז עס איז נישט דא אזא זאך ווי שפילן א געים מיט א פרעמדע פרוי; ווער עס שפילט א געים מיט א פרעמדע פרוי – איז א מניוול; עס מאכט נישט אויס אויב זי איז א שוועגערין וכו'.


דו האסטו חתונה געהאט זאלסטו שפילן מיט דיין ווייב, און נאר מיט איר זאלסטו פארברענגען.


זע צו זאגן אסאך משניות; דאס וועט דיר אויסקלארן דיין מח אז דו זאלסט וויסן ווי אזוי צו לעבן אויף דער וועלט און אין די זעלבע צייט זיין דבוק אינעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - מ'דארף מיטהאלטן משפחה שמחות אפילו ווען ס'נישט באקוועם
חסידות ברסלב, תשעה באב, שמחות, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אוודאי זאלסטו גיין צו די באווארפן פון דיין ברודער; א משפחה שמחה דארף מען מיט האלטן, אפילו מען איז נישט באקוועם וכו'.


אז דו וועסט זיך אויפפירן מיט דרך ארץ וועסטו מאכן א שיינע נאמען פארן רבי'ן; דיינע עלטערן וועלן זיך פרייען אז דו האלסט מיט אלע משפחה שמחות, וועסטו זיך נאך איינקויפן דעם זכות פון מחי' זיין טאטע מאמע.


בכלל איז א וואונדער פארוואס עס דארף דיר באדערן אריין צו גיין ביי זיי אין בית המדרש, זיי זענען נישט קיין מתנגדים אויפן רבי'ן, ווייל דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף דעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס - אויף אים דארף מען טאקע קריגן, און אויף אים קריג איך אויך. נאך האט דער רבי געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.


אונזער ארבעט איז אראפ צו נעמען דעם שלעכטן נאמען וואס עס איז דא אויפן הייליגן רבי'ן און אויף תלמידי היכל הקודש; מיר דארפן טון אלעס וואס מיר קענען אז מען זאל ארויף קוקן א ברסלב'ער חסיד, מען זאל וויסן אז ברסלב'ע חסידים זענען די צדיקים פון אונזער דור.


מיר דארפן פאלגן וואס דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", מיר דארפן זיך אויפפירן מיט דרך ארץ אז אלע זאלן זען וואס דער רבי לערנט מיט זיינע תלמידים.


דיין ווייב זאל פאסטן תשעה באב ביינאכט, און אינדערפרי ווען זי שטייט אויף קען זי עסן (עיין שאלות ותשובות שבות יעקב חלק ג, סימן לז).


פרויען מאכן נישט קיין הבדלה; זאל דיין ווייב עסן אן הבדלה און זונטאג נאכט ווען דו וועסט אויספאסטן וועט זי הערן הבדלה פון דיר (משנת יעקב, אורח חיים סימן תקנ"ו).


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין ארויסצוגיין פון דעם פינסטערן גלות מיט משיח צדקינו, אמן.