בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#44 - סדר הנסיעה קיין מירון, ל"ג בעומר תשפ"ב
שכר לימוד, קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, שלאפן, לערערין, קאמפלימענטס, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, בחור, תיקוני זוהר, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, סגולות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, חסידות ברסלב, מחלוקת, הדפסה, שטעטל, עבודת השם, שבת קודש, שבת ליכט, דרשות, נסיעה, סמארטפאון, מאוויס, בית המדרש, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, מוהרא"ש, מוסר, נעגל וואסער, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה, ישיבה, חתונה, ראש ישיבה, שיעורים כסדרן, שמחות, נחת, חדר, הדרכות, רבינו ז"ל, סיום הש"ס, פירושים, גליון, ארץ ישראל, חומש רש"י, מנין, ירושלים, גבאי, אחדות, חתן, טאנצן, פרויען צאמקום, געפילן, מוהרנ"ת ז"ל, בלבולים, תיקון הכללי, התנגדות, איש אמונות, ל"ג בעומר, מירון, אפשערן, יום החופה, ספר תורה, ותיקין, זוהר הקדוש, דף גמרא, הדסים, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת בחוקותי (במדבר בא"י), כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער אהרן וועבערמאן נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


חסדי השם יתברך איך האב זוכה געווען צו זיין די יאר נאכאמאל ביי די הילולא פון רבי שמעון בן יוחאי אין מירון.


מיר זענען ארויסגעפארן מאנטאג נאכט, איך מיין ווייב מיט מיין זון שמעון נרו יאיר. מיין זון האב איך געגעבן א נאמען שמעון נאך התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה האט מיר דעמאלט געבעטן איך זאל א נאמען געבן "שמעון", ממשיך צו זיין די זכות פון רבי שמעון בר יוחאי אויף אים, ער זאל האבן א רפואה שלימה, ער איז דעמאלט געווען זייער אפגעשוואכט. ער האט נישט געהאט קיין כח צו זיין דער מוהל ביי זיין ברית, איך האב גענומען דער ווינער רב שליט"א פאר מוהל.


איך האב מיטגענומען מיין זון שמעון לכבוד זיין סיום הש"ס, איך טו דאס מיט אלע מיינע קינדער; איך וויל זיי זאלן לערנען ש"ס און דאס מסיים זיין פאר די בר מצוה – זאג איך זיי צו א נסיעה קיין ארץ ישראל.


האברך אלי' קנאלל האט אונז גענומען צום עירפארט, מיר האבן געדאווענט מעריב און געציילט ספירה אין עירפארט. די וועג איז געווען זייער איינגענעם, האברך אברהם רוטמאן נרו יאיר האט געזארגט פאר די נסיעה, ער האט מיר געמאכט דאס בעסטע וואס קען זיין.


ער האט אונז באשטעלט צו זיצן אין ביזנעס קלאס, די אלע וואס זיצן אין ביזנעס קלאס באקומען א קארטל צו קענען גיין אין עירפארט אין די לאונטש, מיין זון שמעון און מיין ווייב האבן זייער געוואלט גיין, דו ווייסט דאך ווי עס גייט, אז מען הערט רעדן לאונטש, לאונטש, און אז נאר געציילטע קענען גיין – ווילן אלע גיין... איך האב געזאגט עס פעלט נישט אויס, למעשה זענען מיר געגאנגען, איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב און זון: "נאך א מזל מיר זענען יא געקומען, אזוי קענט איר זען די גאנצע גליק פון עולם הזה, א טונקעלע פלאץ, נישטא גארנישט דארט..."


די וועג איז געווען א רואיגע וועג; איך בין געשלאפן אביסל, געשריבן בריוון אביסל און זיך מתבודד געווען. דו ווייסט די אונטערשייד צווישן א ברסלב'ער חסיד און אנדערע, דער ברסלב'ער חסיד, וואו דו וועסט אים נאר לייגן, וואו ער געפונט זיך – האט ער וואס צו טון; ער דינט איבעראל דעם אייבערשטן, ער איז זיך מתבודד, ער רעדט צום באשעפער אויפ'ן פשוט'ן שפראך, אויף זיין מאמע לשון.


איך האב געדאווענט שחרית אויפ'ן פליגער.


מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דינסטאג נאכמיטאג, האברך הנ"ל האט צוגעשטעלט מען זאל אונז טראגן אין א באזונדערע פלאץ. דארט האב איך געטראפן די גבאים פון ירושלים, שמעון עוזר פערל און יצחק פאפנהיים.


שמעון עוזר ברענגט מיר די נייע קינדער מעשה ביכל: "מעשה'לעך פאר קינדערלעך", סיי אין אידיש, סיי אין לשון הקודש; עס איז הערליך שיין, איך האב זייער הנאה געהאט דאס צו זען. מיין נישט איך בין צופרידן, איך ווער נישט צופרידן ווען איך זע א ספר, איך וויל שוין זען נאך חלקים, איך וויל שוין זען חלק ב, ג, ד, ה און אזוי ווייטער.


אויך האט ער מיר באוויזן ספר איש אמונות חלק א' פון שנת תשפ"א, דאס איז עפעס אזוי שיין; שמעון עוזר נרו יאיר מיט זיין ווייב תחי', זיי לייגן אריין זייער לעבן אין דעם, זיי זענען דאס מתרגם מידי שבוע בשבוע. אויך איז דא א משפחה אין צפת, משפחת קעניג וואס זענען דאס מגיה. דער ספר איז אזוי שיין, עס וועט זיכער צוריק ברענגען טויזנטער מענטשן צום אייבערשטן.


איך האב געוואלט דאווענען מנחה, זאגן זיי מיר אז עס ווארטן אפאר אינגעלייט אינדרויסן פון עירפארט, אין געז סטעישן. זענען מיר אהין געפארן, דארט שפרינגען צו מיר די בני ברק'ע חבורה, שרייען אויס א ברכת שהחיינו מיט א שמחה. איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי, די זענען גרויסע מפיצים, זיי רוען נישט קיין איין מינוט, טאג און נאכט האבן זיי אינזין נאר איין זאך: "הפצה, הפצה, הפצה!"


פאריגע מאל ביסטו דאך מיטגעקומען מיט מיר, האסטו געזען דער חילוק פון די ארץ ישראל'דיגע מקורבים; זיי זענען אזוי פארקאכט פאר אנדערע, זיי טראכטן נישט פון זיך טאג און נאכט, פון זייער באקוועמע לעבן, זיי טראכטן 'ווי קען מען נאך א איד געבן פונעם יין המשומר'.


אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א קאר מיט א גוטע דרייווער, עס איז געווען זייער א געשמאקע וועג, א גאנצע וועג האב איך געשעפשעט צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף אונז אנקומען אין מירון בשלום". די יאר איז געווען א בהלה, מען האט דערשראקן פון פאראויס אז מען גייט פארשפארן מירון, מען קען נאר אריינקומען אין מירון מיט באשטעלטע טיקעטס פון פאראויס. ווען מיר זענען געקומען נענטער האבן מיר געזען פאליציי שטייען ביי די וועגן, מיר האבן געבעטן און געבעטן, תפילה עפנט דאך אלע טויערן.


מיר זענען שוין אין מירון, מען האט אונז אבער נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך געדריידט אהין און צוריק, צוריק און אהין. אברהם האט אונז דארט אפגעווארט, אין געז סטעישן, אונטן פונעם בארג, ביים אריינגאנג. אין געז סטעישן זאגט מיר דער דרייווער שטרענג: "פארמאך דיין פענסטער!" איך פרעג אים: "וואס גייט פאר?" זאגט ער נאכאמאל: "פארמאך!" און ער הויבט אן פארן שנעל. איך בין געווארן אביסל דערשראקן, איך זע דער דרייווער איז אנגעצויגן, איך כאפ נישט וואס גייט פאר, ער געבט א שטעל אפ די קאר און שפרינגט ארויס, ער לויפט אריבער די גאס צו א קאר רעדן אפאר מינוט. איך האב נישט פארשטאנען וואס גייט פאר, ער קומט צוריק, און אברהם זאגט אים מען קען נאכאמאל פרובירן אריינצופארן אין מירון. מיר קומען אן דארט, אברהם שטייט דארט מיט איינעם, יענער ווייזט מען זאל אריינלאזן. הודו לה' כי טוב, מיר זענען אנגעקומען צו א שיינע דירה, אהערגעשטעלט מיט אלע באקוועמליכקייטן. קענסט דאך אברהם, ווען ער מאכט עפעס – איז דאס מיט די גאנצע הארץ. מיר האבן זיך אויסגעפאקט, דערנאך בין איך אריבערגעגאנגען צו מיינע עלטערן געבן שלום.


נאכדעם דערציילט מיר אברהם וואס האט פאסירט. דער דרייווער האט באמערקט אין געז סטעישן ... דעריבער האט ער מיר געבעטן צו פארמאכן די פענסטער כדי ער זאל נישט זען אז איך בין אין קאר. למעשה האט ער מיך יא געזען, און ווי נאר דער דרייווער פארט אוועק זעט ער ווי ... פארט אים נאך, ער דריידט זיך אהער – פארט ער אהער, ער דריידט זיך אהין – פארט ער אהין, ער פארט שנעל – פארט ער שנעל, איז ער געגאנגען רעדן מיט אים, זאגט ער: "איך וויל יעצט ערלעדיגן דעם ראש ישיבה, איך וויל אים יעצט שלאגן צום טויט" ה' ישמרינו, האט אים דער דרייווער געזאגט: "טראג זיך אפ פון דא, איך ווארן דיך!" ער האט זיך דערשראקן און אוועקגעפארן, שפעטער איז ער צוריק געקומען און מיך שיעור דער'הרג'עט; איך וועל דאס שרייבן שפעטער אינעם בריוו, איך וויל זיך האלטן אין א סדר.


איך האב געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע אין בית המדרש קארלסבורג. שלאפן האב איך נישט געקענט דארט, אין מירון איז אזוי פרייליך - מען קען נישט שלאפן, איך בין אויפגעבליבן ביינאכט אין די דירה, איך האב געלערנט מיינע שיעורים.


מיטוואך אינדערפרי פיר אזייגער פארטאגס בין איך זיך געגאנגען טובל'ן ביי מיין טאטע'ס מקוה. איך האב געדאווענט שחרית מיט מיין טאטע שליט"א ותיקין. מיין זיידע זכרונו לברכה פלעגט אין מירון דאווענען ותיקין; אזוי פירט זיך מיין טאטע שליט"א, ער דאווענט ותיקין. געווענליך דאווענט ער אין די מערה, אבער ערב ל"ג בעומר, ל"ג בעומר און א טאג נאך ל"ג בעומר – דאווענט ער אין זיין בית המדרש מראה יחזקאל, אונטן פונעם בארג. בפרט היי יאר, נאכדעם וואס די מדינה של גיהנום האבן געווארנט און געמאכט אזעלכע פחדים – האבן מיר געדאווענט אונטן.


איך בין ארויף צום מערה מיט מיינע זין שמעון און הרב אלחנן חיים, ער איז אויך געקומען קיין מירון מיט זיין ווייב, ער איז געפארן א טאג פריער. די גאנצע וועג ארויף צום מערה איז געווען רואיג.


אריינקומענדיג אין די מערה איז מיר גוט געווארן, די גאנצע מערה איז אנגעפילט מיט פאליציי, עס איז ליידיג, מען לאזט נישט קיינעם בלייבן שטיין, מען קען נאר גיין. בלית ברירה בין איך אריבער די מערה. פון איין זייט האט עס מיר געגעבן א קליינע ציפ אין הארץ: 'היתכן, וואס איז די חוצפה וכו''; איך האב אבער שנעל געדריידט די מחשבות אויף פארקערט, איך האב זיך געפריידט, געלויבט דעם באשעפער איך בין ביי רבי שמעון בר יוחאי.


ארויסקומענדיג פון אונטער די מערה, דארט זענען געווען הונדערטער אידן און געזאגט תהלים, א טייל האבן זיך געקריגט מיט די פאליציי, איך האב גענומען א תהלים און אנגעהויבן זאגן תהלים. עס איז געווען א ברענעדיגע זון, איך האב געזוכט א שאטן, אונטערן שאטן איז געווען פיין. איך האב געטראכט צו זיך: 'וואס האב איך מיט די סדרנים? וואס גייט מיך אן וואס זיי טוען?' אין אנדערע זמנים ווען מען האט יא געקענט זיין אין די מערה – וואלט איך זיך אויך געזוכט א רואיגע ווינקעלע וואו צו זאגן תהלים.


איך האב אנגעהויבן תהלים מיט א שמחה, פלוצלונג האט זיך מיר געעפנט די הארץ, איך האב זיך געקענט גוט מתבודד זיין. מען קען זיך נישט פארשטעלן די הרהורי תשובה וואס מען שפירט אין מירון, בפרט ל"ג בעומר און ערב ל"ג בעומר. בשעת'ן זיך מתבודד זיין האב איך פארגעסן אז עס איז הייס, אז איך שוויץ, אז איך בין נישט געשלאפן און נישט געגעסן; אזוי איז עס, ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט צום אייבערשטן – פארגעסט מען פון אלעס, מען וויל גארנישט, נאר אביסל דביקות בה', נאר אביסל קרבת אלקים.


איך האב מסיים געווען ספר תהלים און מזכיר געווען אלע קוויטלעך, בקשות פון אנשי שלומינו. אויפ'ן וועג אראפ און א גאנצע צייט זייענדיג אין מירון, זענען צוגעקומען מענטשן, זקנים ונערים, חסידי'שע, אשכנזי'שע און ספרדי'שע, פון אלע סארט, פון אלע קרייזן – זיך באדאנקען פאר די שיעורים און בריוו.


א בחור ברענגט מיר א מתנה, א פארמאכטע דיקע ענוועלאפ; איך בין שוין צוגעוואוינט צו די סארט מתנות, איך ווייס וואס ליגט אינעווייניג נאך פאר'ן עפענען – א צעבראכענע סמארטפאון, מיט א בריוול וואס שטייט: "בזכות די שיעורים פון קו ברסלב, בזכות די גליונות און בריוו – האב איך מחליט געווען אוועק צו ווארפן די טעלעפאן".


הונדערטער האבן שוין אוועק געווארפן זייערע מאוויס וכדומה פון הערן חיזוק און יראת שמים פון רבי'ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן, אזוי אויך (שם, סימן רצד): "אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם", איך בין אן אוצר פון יראת שמים; די וועג פון רבי'ן איז א זיסע וועג, די מוסר פון רבי'ן איז א זיסע מוסר.


די אלע וואס שרייען אויף בחורים און מיידלעך וואס האבן נישט א גוטע טעלעפאן: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" - דאס מאכט גארנישט אויס, עס טוט גארנישט אויף, עס מאכט נאר ערגער, עס איז מבאיש ריח, אויף דעם זאגט אונז דער הייליגער תנא רבי עקיבא (ערכין טז:): "תָּמֵהַּ אֲנִי, אִם יֵשׁ בַּדּוֹר הַזֶּה מִי שֶׁיָּכוֹל לְהוֹכִיחַ", איך וואונדער זיך אויב איז דא אין אונזער דור איינער וואס קען זאגן מוסר, ווייל אז מען ווייסט נישט ווי אזוי צו זאגן מוסר (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "לֹא דַּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל בְּתוֹכַחְתּוֹ", נישט נאר ער טוט נישט אויף מיט די מוסר, "אַף גַּם הוּא מַבְאִישׁ רֵיחַ שֶׁל הַנְּשָׁמוֹת הַשּׁוֹמְעִים תּוֹכַחְתּוֹ", ער מאכט נאך א שלעכטע גערוך אויף די מענטשן; עס האט נאך קיינער נישט אוועקגעווארפן א טעלעפאן וואס מען קען קוקן עבירות – דורכדעם וואס מען האט אים געזאגט מוסר אויף די וועג: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" אבער די תוכחה פון רבי'ן, פון משה רבינו – געבט א גוטע גערוך, נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ.


דער אייבערשטער האט געהאלפן, זייט די ישיבה שטייט האבן שוין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער אידן תשובה געטון דורך די מוסר פון רבי'ן, וואס ער געבט אריין אין אידישע קינדער א ריח טוב, ווען מען הערט: "דער אייבערשטער האט דיך ליב", "דער אייבערשטער ווארט אויף דיר", "דער אייבערשטער איז מיט דיר" - די ווערטער זענען שטערקער פון די שטערקסטע זאך, דאס פועל'ט אז דער מענטש זאל צוריק קומען.


א פרוי דערציילט פאר מיין ווייב, זי איז א באהאלטענע מקורב, זי מיט איר מאן לעבן שטילערהייט אויפ'ן רבינ'ס וועג, זי פרעגט אלע אירע פראגעס, זי הערט די שיעורים. זי געבט שיעורים פאר עלטערע מיידלעך, אסאך סקולס רופן איר רעדן; זי רעדט פון רבי'ן, פארשטייט זיך אן דעם רבינ'ס נאמען.


דערציילט זי אז א מיידל רופט איר אן פאריגע וואך און זאגט איר: "איך וויל דיר זאגן א גרויסן יישר כח, האסט געראטעוועט מיין לעבן!" זי דערציילט פאר די פרוי: "געדענקסט פאריאר ביסטו געקומען געבן א שיעור אין מיין סקול, ביסט צוגעקומען צו מיר, האסט מיך געפרעגט ווי אזוי איך הייס, האסט מיר געזאגט די פאר ווערטער 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד', האסט געשמייכלט צו מיר אזוי זיס, דו האסט מיר דעמאלט געראטעוועט; איך בין שוין געווען אפגעמאכט ביי מיר שטילערהייט אז איך לאז אלעס אפ, און ווען דו האסט מיר געזאגט 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד' – האט דאס מיר צוריקגעהאלטן פון טון שלעכטס, די ווערטער שרייט אין מיר, 'איינער זעט אין מיר אן עתיד'".


מיין ווייב פרעגט די פרוי: "וואס עפעס ביסטו צוגעגאנגען צו די מיידל, און וואס עפעס האסטו איר דאס געזאגט?" זאגט די פרוי: "ווען איך בין אריינגעקומען אין סקול געבן די שיעור פאר די עלסטע כתה, רופט מיר די מנהלת צו און זאגט מיר 'איך וויל דיר ווייזן די ערגסטע מיידל פון סקול, זי ווייזט מיר אויף די מיידל', מער האב איך נישט געדארפט, זאגט די פרוי, די שיעורים פון ישיבה האבן אנגעהויבן שפילן אין מיין קאפ, איך האב זיכער געמאכט אריבער צו גיין צו די מיידל און איר געבן א גוט ווארט, און יעצט א יאר שפעטער איז פון די ערגסטע מיידל געווארן די בעסטע מיידל"; קומט אויס אז די מנהלת דארף זיך זוכן אן ארבעט ביי די מיסט, קומט אויס אז אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך – ווילן יא זיין גוט, נאר די בעלי מוסר זענען מבאיש ריח.


איך האב מיטגעהאלטן ביי די נסיעה צענדליגער פעלער ווי עס האט אויסגעבראכן א געשלעג ביי די הדלקות וכדומה, ווען א בחור, א אינגערמאן נעמט ארויס זיין סמארטפאון כאפן בילדער אדער ווידיאו, מען הויבט אן שרייען: "שגץ!" "גיהנום!" "רשעים!" – דאס העלפט נישט, דאס מאכט נאר ערגער; וואלט יענער געגעבן א גוט ווארט פאר א בחור, א שמייכל – וואלט די שמייכל און גוט ווארט מער אויפגעטון.


לכתחלה האט געהייסן עס וועט זיין אן הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א ליל ל"ג בעומר, למעשה האט מען אביסל מורא געהאט, די מדינה של גיהנום האט נישט געלאזט מאכן הדלקות, האט מען דאס אפגעשטופט אויף די צווייטע נאכט, דאס הייסט ל"ג בעומר נאכמיטאג, פון זעקס אזייגער ביז אין די נאכט אריין; אפילו די פאליציי וועלן קומען וועט מען העכסטנס דעמאלט ענדיגן. אזוי האט מען טאקע געטון, מען האט געדאווענט מעריב און געציילט ספירה. נאכן דאווענען האט מען געצינדן לעכט לכבוד התנא האלוקי און געטאנצן "בר יוחאי", עס איז געווען א סעודה ביי מיין טאטע שליט"א. מיין טאטע שליט"א האט גערעדט; איך בין אביסל אויסגעמאטערט יעצט פון די נסיעה, געדענק איך נישט פינקטליך.


מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין צום מערה טאנצן לכבוד די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב נישט געהאט קיין טיקעט, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל מיך אריבערלאזן אן קיין טיקעט, אויך האב איך נישט געוויסט צי מען קען בכלל גיין, יעדע מינוט איז געווען אנדערע נייעס, מען לאזט יא, מען לאזט נישט; מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין.


איך בין ארויף מיט מיין זון שמעון; אזוי ווי איך הויב אן גיין זע איך שוין אנשי שלומינו, בחורים און אינגעלייט – גייען מיר נאך, מען האט נישט געבעטן קיין טיקעט, די גאנצע וועג איז געווען מיט פאליציי, יעדע פאר טריט האט מען אפגעשטעלט, איך האב מיטגענומען דעם ספר תקוני זוהר, איך האב געלערנט אויפ'ן וועג און אין די מערה האב איך מסיים געווען תקוני זוהר. מען האט זיך נישט געקענט אפשטעלן, מען האט געטריבן.


אינדרויסן, אונטערן בנין, האב איך געזוכט וואו צו טאנצן, מיר האבן אנגעהויבן טאנצן ביז עס איז געווארן פרייליכע טענץ, מיר האבן געטאנצן פאר צוויי שעה.


וואס זאל איך דיר זאגן, אזעלכע טענץ, אזא שמחה, אזא קדושה – האב איך שוין לאנג נישט געשפירט. די אחדות; אלע אידן טאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, אלע אידן פרייען זיך אינאיינעם, מען איז פול מיט הרהורי תשובה. איך קען נישט שרייבן וואס איך שפיר נאכאלץ אין מיין הארץ, איך וועל סיי ווי נישט קענען ארויסברענגען וואס איך שפיר, וועל איך זיך אפשטעלן פון שרייבן.


א גאנצן טאנצן האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים און פאר'ן מיך מקרב זיין צום נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה, אויך האב איך אסאך געבעטן פאר דיר און פאר אלע אידן.


אויפ'ן וועג אראפ איז שוין געווען א גרויסער עולם אנשי שלומינו וואס זענען מיט געקומען, מען האט זיך מחזק געווען מיט די מתנה וואס מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן.


פלוצלונג אינמיטן וועג ווארט מיך אפ דער ... וואס איז מיר א טאג צוריק נאכגעפארן, איך האב שוין געשריבן אנהויב בריוו, און הויבט אן שרייען אויף מיר: "שגץ!" "רשע!" "מנוול!" ער האט מיך געוואלט שלאגן, ער איז געשפרינגען אין די לופט מיט א רציחה, בחסדי ה' האט מען אים צוריקגעהאלטן, עס איז געווארן א געשלעג, אבער מיר האט דער אייבערשטער געהיטן. אנהויב, אויפ'ן וועג ארויף צום מערה, האב איך געזאגט פאר די בחורים וואס זענען מיך נאכגעלאפן: "לאזט מיר אפ, לאזט מיר גיין אליין, וואס ווילט איר פון מיר?" איך האב ליב צו גיין צו רבי שמעון בר יוחאי אן קיינעם, ווי א פשוט'ער מענטש גייט, אן קיין באגלייטער, למעשה זע איך, א נס אז עס זענען יא מיט געקומען מיט מיר בחורים און אינגעלייט, אזוי בין איך געראטעוועט געווארן.


האברך ... איז געווען מיט מיר, איך האב אים געבעטן: "טו מיר א טובה, ראטעווע מיר, דו ביסט דאך א בעל כח, האלט אים אפ", איז ער צוגעלאפן צו אים און אים אנגעכאפט מיט כח ביז איך בין אראפ צו מיין דירה. שפעטער זאגט ער מיר אז זיין טאטע ר' ..., א תלמיד פון מוהרא"ש - האט אים געגעבן א פסק פארוואס ער האט דאס געטון, זיין טאטע געדענקט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ער האט אים געזאגט: "היתכן דו האסט אים נאר אפגעהאלטן, וואלסט אים געדארפט שפאלטן זיין קאפ, אזא מענטש וואס איז א רוצח – דארף מען אים צעברעכן זיינע ביינער".


ל"ג בעומר ביינאכט האב איך נישט געקענט שלאפן פון גרויס שמחה, איך האב געלערנט זוהר. איך האב געדאווענט ותיקין ביי מיין טאטע שליט"א. נאכן דאווענען האב איך זיך געזעצט לערנען זוהר מיט האברך ישראל יוסף שניצלער, איך האב א שיעור מיט אים יעדן שבת אינדערפרי אין ספר הזוהר, מיר האבן זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן זוהר, אויסער איין פרשה, פרשת פנחס, עס איז א לאנגע פרשה. מיר האבן געלערנט זוהר פאר לאנגע שעות, בערך זעקס שעה, נאך עטליכע אינגעלייט האבן זיך צוגעזעצט לערנען די הייליגע זוהר.


האברך בערל לעווי איז אנגעקומען אין מירון, ער האט נישט געהאט וואו איינצושטיין, ער איז געקומען על דעת צו שלאפן אויף א בענקל אין בית המדרש. איך האב זייער הנאה געהאט, געווענליך אמעריקאנער מענטשן זארגן קודם פאר די בעט וכו', דא זע איך א אינגערמאן קומט פון אמעריקע צו רבי שמעון בר יוחאי אן גארנישט, נאר צו זיין ביי רבי שמעון בר יוחאי. איך האב אים אריינגענומען אין מיין דירה, זיי האבן זיך איינגעטיילט, ער מיט יוסי האבן געהאט איין בעט; ווען ער איז געשלאפן איז ער געווען אין די מערה, און אזוי פארקערט.


עס זענען געקומען משפחות מאכן חאלאקע; האברך ברוך נוסבוים, אויך אן אייניקל פון הרב אברהם שושן פון בני ברק.


נאכמיטאג איז געווען די הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט פייערדיגע טענץ, מען האט געטאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי מיט א העכערע שמחה.


פאר'ן אנצינדן די הדלקה איז דער מנהג אז אלע גיסן אויל לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, מען לייגט וואטע מיט אויל, מען זינגט נגוני דביקות. איך האב זיך גוט מתבודד געווען.


עס איז גאר אנדערש ווען מען קען מאכן א כלי פון די דערהויבענע צייטן, מען קען זיך מתבודד זיין. קענסט זען יעדע מאל ביי א חופה ווען מען זינגט נגוני התעוררות, אויב איז דער חתן מקורב צום רבי'ן, וועסטו קוקן אויף זיינע ליפן ווי ער נוצט אויס די מינוטן פאר תפלה והתבודדות, און אז נישט, שטייט מען מיט א פארמאכטע מויל, און עס בלייבט גארנישט פון די דערהויבנקייט.


קענסט פרעגן די אינגעלייט ישראל יוסף שניצלער און בערל לעווי, זיי וועלן דיר דערציילן אביסל וואס דארט האט זיך געטון.


פרייטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט ותיקין, איך האב געטראפן ר' יונה אונזער דיין, נאכן דאווענען איז ער געקומען צו אונז אין די דירה, מיר האבן געענדיגט אינאיינעם זוהר. איך האב זייער שטארק געוואלט מאכן די סיום ל"ג בעומר, אבער נאכן לערנען אזויפיל שעה האט מיר די קאפ אנגעהויבן שווינדלען, איך האב זיך געדארפט אפשטעלן; מיר האבן געלערנט אינאיינעם אפאר בלאט זוהר און געמאכט א סיום, מיין ווייב האט אנגעגרייט אביסל ירקות מיט ברויט, עס איז געווען א שיינע סיום.


שפעטער בין איך ארויף צו מיין זיידע און באבע זכרונם לברכה, זיי ליגן העכער די ציון פון רבי יוחנן הסנדלר. איך האב דארט געזאגט דעם יום תהלים, נאכדעם בין איך געגאנגען צו די מערה.


איך האב אויסגעלאזט א פרט וואס האט פאסירט ל"ג בעומר נאכמיטאג אין די מערה, דער עולם האט זיך געשטארקט קעגן די פאליציי, מען האט זיי מנצח געווען און זיי זענען אנטלאפן. מען האט ארויסגעווארפן אלע אייזענעס וואס זיי האבן געמאכט אין די מערה נישט צו לאזן מענטשן קומען, פון נאכמיטאג איז אלעס צוריק געווארן אזוי ווי אלע יארן. איך האב זיך צוריקגעהאלטן פון ארויפגיין ל"ג בעומר נאכמיטאג צו די מערה, ווייל א גאנצע צייט איז געווען שמועות אז עס איז דא מהומות וכו'. פרייטאג בין איך געווען אין די מערה, איך האב געזאגט תיקון הכללי מיט די תפילה פון רבי נתן צו רבי שמעון בר יוחאי (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז).


שבת בין איך געווען אין מירון, איך האב אלעס מיט געהאלטן מיט מיין טאטע שליט"א; די תפילות און די סעודות. מנחה ערב שבת האבן מיר געדאווענט אונטן אין קארלסבורג, קבלת שבת זענען מיר ארויף דאווענען אין די מערה, מען האט געטאנצן "לא תבושי", אויך "בר יוחאי"; א גאנץ יאר איז דער מנהג אין מירון צו טאנצן "בר יוחאי" נאך קדיש יתום, פאר כגוונא. (אגב, מוהרא"ש פלעגט זינגען יעדע שבת ביי די באטע "בר יוחאי").


שבת אין מירון זענען געווען טויזנטער משפחות, עס האט זיך געשפירט ווי א יום טוב'דיגער שבת. ליל שבת האב איך געגעסן ביי מיין טאטע שליט"א, אויך דער דיין ר' יונה און ישראל יוסף שניצלער נרו יאיר מיט נאך אנשי שלומינו. מיין טאטע האט מכבד געווען ר' יונה מיט'ן זינגען "אשת חיל"; ער האט אויסגערופן: "ברסלב'ער דיין אשת חיל", ער האט אים געזאגט ער זאל זינגען דעם ברסלב'ער "אשת חיל".


ביי די סעודה האט מיין טאטע שליט"א גערעדט פון די מעשה (פסחים קיב.) רבי שמעון בר יוחאי האט געבעטן רבי עקיבא זאל אים לערנען תורה, רבי עקיבא האט נישט געוואלט, האט רבי שמעון בר יוחאי געזאגט: "רַבִּי, לַמְּדֵנִי תּוֹרָה, וְאִם לָאו, אֲנִי אוֹמֵר לְיוֹחַאי אַבָּא וּמוֹסֶרְךָ לַמַּלְכוּת", איך וועל זאגן פאר מיין טאטע יוחאי און מען וועט דיר איינשפארן אין תפיסה; מיין טאטע שליט"א האט נאכגעזאגט די ווערטער פון רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ס) וואס איז פשט, אזוי רעדט מען צו א רבי? מען סטראשעט אים אז מען גייט אים איבערגעבן פאר די רעגירונג?! נאך איז שווער, רבי עקיבא איז דאך שוין געווען אין תפיסה, וואס זאגט ער אים "איך וועל דיך פאר'מסר'ן און לייגן אין תפיסה?" זאגט דער רבי, מען דארף אכטונג געבן נישט צו לערנען מיט תלמידים שאינם מהוגנים וכו', עיין שם.


עס זענען געווען אסאך אנשי שלומינו, זיי האבן געוואלט מאכן א באטע, עס איז געווען זייער שפעט, מען האט געענדיגט די סעודה צוויי אזייגער, עס איז נישט געווען שייך. אברהם איז אריבערגעקומען נאך די סעודה צו מיר מיט זיין משפחה פאר אפאר מינוט, עס איז געווען זייער שיין.


 שבת אינדערפרי האב איך געהאט א מעשה מיט א שיכור ואכמ"ל.


איך האב געלערנט מיט ישראל יוסף נרו יאיר זוהר חדש אויף רות, אלס הכנה פאר די הייליגע יום טוב שבועות.


דער דיין ר' יונה האט געדאווענט פסוקי דזמרה, איך האב געדאווענט שחרית און מיין טאטע שליט"א האט געליינט קריאת התורה פרשת בהר מיט בחוקותי, עס איז געווען א חוץ לארץ'דיגער עולם וואס האבן נאכנישט געהערט ליינען פרשת בהר, האט ער אנגעהויבן בהר ביז בחוקותי שני.


מיין טאטע שליט"א האט מיר געבעטן צו זאגן דברי תורה ביי די סעודה פון צופרי, איך האב גערעדט פון דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער.


מיר געפונען אין זוהר הקדוש, רבי שמעון בר יוחאי לויבט אויס דאס טייערקייט פון אידישע קינדער, דאס גרויסקייט פון מצוות ומעשים טובים וואס מיר טוען. מיר געפונען (שבת לג:), ווען רבי שמעון בר יוחאי איז ארויס פון די מערה און געזען א איד גייט מיט הדסים לכבוד שבת, איינס פאר זכור און נאך איינס פאר שמור – האט רבי שמעון בר יוחאי געמאכט א גרויסע עסק פון דעם, אונז צו ווייזן דאס גרויסקייט פון יעדע גוטע זאך, אדער גוטע מנהג וואס א איד טוט פאר'ן אייבערשטן, אז דאס איז זייער חשוב אין הימל. היינט צו טאגס ווייסן מיר דאס חשיבות פון די זאך, איידער רבי שמעון בר יוחאי האט דאס מגלה געווען וואלט מען געלאכט פון אזא מענטש, מען וואלט אים געזאגט: "היינט איז נישט יום טוב סוכות, מאך זיך נישט נאריש, וואס איז דאס שבת מיט הדסים?!" רבי שמעון בר יוחאי האט אבער אנדערש געקוקט, ער זעט א איד טוט א שיינע זאך פאר שבת, זאגט ער: "חזי כמה חביבין מצות על ישראל", קוק ווי אידישע קינדער ליבן די מצוות.


אינטערעסאנט, דער מהרש"א זאגט (שם חדושי אגדות, דיבור המתחיל חד כנגד זכור): "וכמו שבנרות זוכין לבנים חכמים", אזוי ווי שבת ליכט איז מסוגל פאר קינדער תלמידי חכמים, "הכי נמי הדסים", אזוי אויך, ווער עס שמעקט הדסים שבת וועט האבן "בנים צדיקים, שנקראו הדסים", עיין שם; די זעלבע ווערטער זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן נט): "עַל יְדֵי הֲדַסִּים בְּשַׁבָּת זוֹכֶה לְבָנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים".


אויך האב איך געזאגט וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש, אויף דעם מאמר חז"ל (ברכות לה.): "הַרְבֵּה עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי וְלֹא עָלְתָה בְּיָדָן", אסאך האבן פרובירט נאכצומאכן רבי שמעון און זיי האבן נישט מצליח געווען, פארוואס טאקע נישט? ווייל "'הַרְבֵּה' עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי", אסאך טון, אסאך נאכמאכן איז שווער, אבער אז מען פרובירט צו טון קלייניקייטן, זאכן וואס מען קען - דעמאלט איז מען יא מצליח.


די ווערטער איז א מצוה צו רעדן מיט מענטשן, מען זאל וויסן אז דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער, דאס איז דער גאנצער זוהר; יעדע בלאט, און פאר יעדע שטיקל - זאגט ער נאכאמאל און נאכאמאל: "וואויל איז פאר אונז אידישע קינדער וואס דער אייבערשטער האט אונז אויסדערוועלט פון אלע פעלקער, ער האט אונז ליב", דאס איז סודות התורה, עס איז באהאלטן פון אונז; מען דריידט זיך ארום צעקלאפט און דערשלאגן, מען חזר'ט זיך ליגנט, מען קלאפט זיך; ווער רעדט נאך אז מען הערט תורות פון שֵׁדִין יְהוּדָאִין (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כח) וואס קלאפן דעם מענטש מיט ליגנט, אז 'דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר', 'ער דארף נישט מיינע מצוות', 'ער דארף נישט מיין דאווענען' וכו' וכו'; דאס דארף מען זאגן פאר אנדערע, די ווערטער פון זוהר: "דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער".


מוצאי שבת קודש בין איך געפארן קיין יבנאל צו די שבע ברכות פון ר' עזרא בוים מיט הרב אליעזר איידלשטיין. לכתחלה האב איך געוואלט גיין צו די חתונה, אבער עס איז געווען אזוי פארהאקט אין מירון, מען האט נישט געקענט ארויספארן און אריינפארן פון מירון נאר מיט א באס. איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי די שמחה. יעצט מוצאי שבת קודש בין איך געפארן, עס איז געווען זייער געפיליש צו זיצן מיט אזעלכע גרויסע צדיקים, הרב רבי יצחק שליט"א, הרב רבי דניאל שליט"א, אויך דער מחותן הרב ר' אליעזר שליט"א, מיט ר' עזרא נרו יאיר.


הרב רבי יצחק שליט"א האט דערציילט זייער אינטערעסאנטע זאכן פון די השתלשלות פון יבנאל. מוהרא"ש האט געהאט פלענער צו קויפן אין מאנסי, אויך האט מוהרא"ש שוין כמעט געקויפט א חלקה אין ניו דזשערסי. איך האב זיך זייער מחי' געווען מיט די שיינע דיבורים.


אויך האט ער דערציילט שיינע אינטערעסאנטע זאכן פונעם גר צדק אברהם זכרונו לברכה, דער זון פונעם גראף פאטאצקי. מען האט באהאלטן פון אים ספר ויקרא, ווייל דאס איז דער יסוד פון א איד, ביז ער איז דערגאנגען אז חומש איז פינף, עס פעלט איין באנד. אויך די סיפור פון די שריפה, אז דער בעל יסוד ושורש העבודה האט זיך באהאלטן נאנט צום פייער צו קענען זאגן "אמן" אויף די ברכה וואס ער האט געמאכט ביים ווערן פארברענט, און נאך אסאך שיינע זאכן.


נאכדעם האט מען מיר געבעטן רעדן. איך האב גערעדט קורץ און שארף, איך האב גערעדט צום חתן, אז ער קומט יעצט קיין יבנאל דארף ער וויסן מען מוז האבן שייכות מיט ערליכע אידן, "וֶהֱוֵי מִתְאַבֵּק בַּעֲפַר רַגְלֵיהֶם" (אבות א, ד), מען מוז ליב האבן ערליכע אידן. נאר די וואס זענען צוגעקלעבט צו ערליכע אידן, צדיקים – די האבן ערליכע דורות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", דער וואס האט ליב ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", דער וועט האבן קינדער ערליכע אידן, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן", דער וואס איז מכבד ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", וועט אויך האבן איידעמער ערליכע אידן, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", דער וואס האט הכנעה פאר ערליכע אידן, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָּא מֵרַבָּנָן", וועט ער אליינס ווערן א גרויסער צדיק. איך האב זיך געבעטן צום חתן, זיי נישט ווי די נארישע מענטשן וואס זאגן "אמאל זענען געווען צדיקים, היינט איז נישטא", דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגן פאר'ן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן קצב): "שֶׁאֵין הָעוֹלָם רוֹצִים לְהַאֲמִין שֶׁיִּהְיוּ נִמְצָאִים עַכְשָׁו צַדִּיקִים גְּדוֹלִים בְּמַעֲלָה מְאֹד כְּמוֹ בַּדּוֹרוֹת הָרִאשׁוֹנִים", מענטשן זאגן אז היינט איז נישטא קיין גרויסע צדיקים אזוי ווי אמאליגע טעג, האט דער הייליגער רבי געזאגט: "בְּוַדַּאי נִמְצָאִים צַדִּיקִים בְּכָל דּוֹר וָדוֹר", און די אלע וואס זאגן אז היינט זענען נישטא קיין צדיקים זענען כופרים.


מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א טיפש אין ברסלב, ער האט נישט געשיקט זיינע קינדער אין חדר ווייל עס איז נישט געווען קיין ברסלב'ער חדר, ביים סוף זענען אלע ארויס לתרבות רעה. און אזוי וועט זיין מיט די אלע וואס שפעטן פון ערליכע אידן, די קינדער גייען אלע ארויסגיין לתרבות רעה; וואויל איז דער וואס האט ליב ערליכע אידן און איז זיי מכבד.


איך האב געבענטשט און געזאגט די שבע ברכות, מען האט געטאנצן. איך בין געווען זייער פרייליך זיך צו טרעפן מיט תלמידי היכל הקודש, צדיקים אמיתיים שבדורינו.


פון דארט בין איך ארויף צום ציון פון מוהרא"ש. עס איז געווען די יום הולדת פון מוהרא"ש, כ"א אייר – חסד שביסוד. איך האב געזאגט תיקון חצות, תיקון רחל זיצנדיג און תיקון לאה שטייענדיג, אויך תיקון הכללי, און זיך מתבודד געווען.


איך האב געבעטן פאר יעדן איינעם בפרטיות, אויך פאר דיר אהרן בן פיגא און פאר דיין שותף אהרן ישראל בן רות נעמי, איר זאלט מצליח זיין העלפן די מוסד זיך פארברייטערן אין אלע זייטן.


דער זון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, הרב נחמן שליט"א - איז געווען דארט ביים ציון, ער האט זיך מתבודד געווען, איך האב אים נישט געוואלט שטערן. מוהרא"ש האט מיר אמאל געזאגט: "מיין זון איז אן אמת'ער לב נשבר". ער איז געזעצן ביים ציון און געוויינט אויפ'ן קול מיט א צעבראכנקייט.


מיר זענען צוריק געקומען קיין מירון פארטאגס, איך האב באגעגנט מיין טאטע ארויפגיין מיט טלית ותפילין צו די מערה, איך האב זיך שנעל איבערגעטון די בגדי שבת לבגדי חול, און ארויף דאווענען שחרית כוותיקין.


נאך שחרית האב איך געזאגט די תיקון הכללי ביי רבי שמעון בר יוחאי און די תפילה פון רבי נתן (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז), א הארצרייסנדע תפילה, ווי מען בעט רבי שמעון בר יוחאי ער זאל העלפן עס זאל נישט זיין קיין שכחת התורה.


עס איז נישט שייך איבערצושרייבן די זעלבע זאך יעדע פאר מינוט, וואס האט זיך אפגעטון ביי יעדע פלאץ וואו מיר זענען געווען, איבעראל קומען זיך מענטשן באדאנקען פאר זייער לעבן, זייט זיי האבן אנגעהויבן הערן די דרשות און ליינען די בריוון האט זיך אלעס ביי זיי געטוישט.


מיר זענען געפארן קיין טברי', האברך חיים מאיר ערפס נרו יאיר האט מיך ארום געטראגן. קודם זענען מיר געפארן צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, איך האב זיך דארט מתבודד געווען, אויך געצינדן א ליכט מיט שמן לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס. אויך געדאווענט מנחה.


פון דארט זענען מיר געפארן צום ציון הרמב"ם, און צום ציון השל"ה און נאך צדיקים. ביים ציון השל"ה האבן מיר געזאגט די תפילת השל"ה, פון דארט זענען מיר געפארן צום קבר רבי עקיבא, נאכדעם צו קבר רבי חייא ובניו. פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים.


איך בין אנגעקומען אין אונזער בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב 15, די שול איז געווען איבערגעפולט קעפ אויף קעפ. די גבאים האבן מיך געפרעגט וואו צו מאכן די שיעור, זיי האבן געוואלט ארויסדינגען א זאל, איך האב נישט געוואלט, איך האב ענדערש געוואלט ביי אונז אין בית המדרש, איך געפון זיך זייער גוט דארט, די לופט דארט איז זייער געשמאק און איינגענעם.


ביים סוף שיעור זענען ארויפגעקומען אויפ'ן בימה א בחור דוד שמעון לעווינסאן, און הילד יהודה בן ר' מרדכי ברילל, ביידע האבן געמאכט א סיום הש"ס, דער טאטע פונעם קינד האט געזאגט אפאר ווערטער. עס איז גאר אנדערש צו זען מיט די אויגן ווי יונגע קינדער און בחורים לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געלערנט א וועג ווי אזוי מיר זאלן אויסנוצן די טעג מיט לערנען כסדרן דיקא, אפילו אן פארשטיין, בגירסא בעלמא (שיחות הר"ן, סימן עו).


מעריב און ספירת העומר האב איך געדאווענט אין שול, האברך משה ראזענבערג נרו יאיר האט געדאווענט פאר'ן עמוד, ער איז אין יאר נאך זיין טאטע ר' יצחק עליו השלום.


נאך מעריב האט גענומען צייט ביז איך בין ארויס, דער עולם האט געגעבן שלום.


פון דארט בין איך געגאנגען צום אכסני', אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א באקוועמע דירה מכל טוב וטוב.


בשעת די שיעור האבן זיך די ווייבער פון אנשי שלומינו צאמגענומען ביי משפחת פערל אין שטוב זיך צו באקענען מיט מיין ווייב תחי', זיי האבן איר שיין אויפגענומען. זי האט מיר דערציילט אז זי איז זייער איבערגענומען פון די פרויען, זיי זענען זייער איידל און פריינטליך, זייער צום זאך, זי איז אהיימגעקומען פון דארט זייער פרייליך.


אברהם האט צוגעשטעלט א געשמאקע מאלצייט, איך האב גערופן חיים מאיר מיט שמעון פיש נרו יאיר זאלן קומען מיט עסן, זיי האבן נאך גארנישט געגעסן פון אינדערפרי.


שפעטער ביינאכט זענען אריבערגעקומען די גבאים פון ירושלים, מיר האבן גערעדט ביז שפעט ביינאכט ווי אזוי מיר זאלן פארברייטערן די חדר, מיר גייען זוכן א גרעסערע פלאץ, מיר דארפן שוין נאך א מלמד.


איך האב געבעטן דעם גבאי יצחק נרו יאיר ער זאל ווערן מנהל רוחני פונעם חדר, איך האף ער וועט עס אננעמען. איך האב נישט צו שטארק געבעטן, כדרכנו, מיר זאגן נישט יענעם וואס צו טון, מען העלפט נאר יענעם טראכטן גוטע מחשבות און אז יענער וויל אזוי טון – טוט ער, און אז נישט – נישט, אויך האבן מיר גערעדט וועגן עפענען א ישיבה אין ארץ ישראל; דאס איך נאך א פראגע, עס איז נישט קיין גרינגע זאך.


איך בין געבליבן אויף ביז פיר אזייגער פארטאגס, מיין זון הרב אלחנן האט געדארפט אהיים פארן, איך האב נישט געוואלט ער זאל פארפאסן די פליגער.


מאנטאג אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אין אונזער בית המדרש, נאכן דאווענען איז געווען א סיום, הבחור שמעון פאללאק האט מסיים געווען ש"ס. עס איז געווען אזוי שיין, אזוי איינגענעם צו זיין צווישן אנשי שלומינו, וואו יעדער איינער לערנט אזוי פלייסיג. ביים סיום האב איך גערעדט אביסל חיזוק פון דאס גרויסקייט פון לערנען תורה.


נאכדעם איז געווען קבלת קהל, איך בין געזיצן אין שול און אויפגענומען. מענטשן זענען אריבער איינער נאכן צווייטן, יעדער מיט זיינע בקשות, מיט זיינע זאכן. בערך צוועלף אזייגער האב איך געמאכט אן הפסקה, איך בין אריבער צום תלמוד תורה מיט יצחק.


דארט אין חדר ביי משפחת פערל אין שטוב; ווען איך קום אהין כאפט מיר אן אזעלכע געפילן וואס איז שווער ארויס צו שרייבן אויפ'ן פאפיר. עס טראגט מיר צוריק ווען מיר האבן געעפנט די ערשטע תלמוד תורה חסידי ברסלב אין אמעריקע, אסרו חג פסח שנת תש"ע האבן מיר געעפנט די חדר אין א דירה אין וויליאמסבורג, דו געדענקסט זיכער אלעס וואס איך געדענק, דו ביסט דאך פון די ערשטע פינף משפחות וואס האבן אנגעהויבן די חדר, עס איז געווען קליין און בא'טעמ'ט.


דער מלמד יושע ראבינאוויטש איז א גאר פיינער מלמד, ער לייגט אריין אין די קינדער אמונה און יראת שמים, עס זענען צוגעקומען נאך צוויי משפחות אין חדר, משפחת לעווינסאן און משפחת גאטליב.


איך בין אריין צו משפחת פערל רעדן מיט זיי בענין עצתו אמונה און איש אמונות, זיי ארבעטן יומם ולילה לא ישבותו ארויסצוגעבן וועכנטליך די קונטרסים איש אמונות און עצתו אמונה, איך ווייס נישט ווי זיי נעמען די כוחות און די צייט, עס איז ביי מיר א גרויסע וואונדער, איין משפחה זאל אריינלייגן אזויפיל שעות א וואך פאר הפצה... אשרי להם, וואויל איז זיי! עס איז די גאנצע שטוב זייערע; אלעס איז דארט, די חדר, די הדפסה, דער בית המדרש האט זיך דארט אנגעהויבן.


פון דארט בין איך צוריק אין שול ווייטער אויפנעמען מענטשן, מחזק זיין אידישע קינדער, אויסהערן אידישע הערצער – ביז שפעט נאכמיטאג. עס איז געווען אינטערעסאנט צו זען ווי אלע שטייען אין די שורה מיט א ספר אין די האנט און לערנען זייערע שיעורים כסדרן, קיינער האט נישט מבטל געווען קיין צייט, דאס איז דאך איינע פון די מעלות פונעם סדר דרך הלימוד, מען קען אלץ לערנען, מען דארף נישט אנברענגען קיין צייט.


נאכדעם איז געווען נאך א סיום הש"ס, הבחור שמואל אייזיק בן ר' שמעון עוזר פערל האט מסיים געווען ש"ס, או איז דאס געווען שיין, וואס איז דא שענער ווי א סיום הש"ס פון א יונגער בחור... איך בין ממש געפאלן פון מיינע כוחות פון ארבעטן ארום די זייגער, טאג און נאכט, אן עסן, אן שלאפן. מענטשן האבן מיר געפרעגט ווי נעמט מען די כוחות? דער ענטפער איז, ווען מען זעט בחורים, אינגעלייט און קינדער לערנען די הייליגע תורה – דאס געבט כח, זיצן ביי א סיום הש"ס – דאס איז פאר מיר עסן און שלאפן.


מיר האבן געדאווענט מנחה מעריב, ספירת העומר. נאך מעריב האט מען אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה פאר "בית המדרש היכל הקודש סטעטן איילענד", ר' יעקב היילפרין האט אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה ביים סופר ר' נחמן יאקאבאוויטש, מאנשי שלומינו; איך האב געשריבן דעם גאנצן ווארט "בראשית".


נאכדעם בין איך אהיים זיך צאמפאקן די פעקלעך, מיר זענען געפארן צום הר המנוחות. מיין ווייב האט דארט א זיידע און באבע, זיי ליגן די ערשטע רייע ביי די בעלזא נייע חלקה, פינקט אנטקעגן די ציון פון הייליגן חיד"א זכותו יגן עלינו.


מיין זיידע, הרב החסיד רבי יצחק דוד הכהן פריעדמאן זכרונו לברכה איז געווען א גרויסער ערליכער איד, א תלמיד פון פאפא רב זכרונו לברכה, א בעלזער חסיד, אויך א מוקיר רבנן. איך האב געהאט די זכי' צו לערנען נאך מיין חתונה בחברותא מיט אים יעדע נאכט אין פאפא שול אין וויליאמסבורג מסכת שבת, איך האב אסאך קונה געווען פון אים.


יעדע יאר פאר ראש השנה, ווען איך האב זיך געזעגנט פון אים - האט ער מיט טרערן אין די אויגן מיר געבעטן איך זאל מתפלל זיין פאר אים וכו' וכו', אויך די באבע, רחל בת הרב החסיד ר' שלמה גפן ליגט דארט, זי איז געווען א גרויסע צדקת.


איך בין אריין ביים אוהל פונעם חיד"א, איך האב מתפלל געווען און זיך מתבודד געווען. אויך דארט האבן מיר ספרדי'שע אידן באפאלן מיט שכוח'ס פאר די שיינע חיזוקים וואס זיי זענען מקבל.


אין עירפארט האב איך גערעדט מיט די גבאים פון ירושלים וויכטיגע זאכן, עניני קהילה, זאכן וואס מען קען נאך מער טון; דאס וועל איך נישט שרייבן, איך וועל דאס רעדן מיט דיר פריוואט.


די וועג איז געווען גאר גוט ברוך ה', איך בין געשלאפן רוב וועג, פארטאגס האב איך געוואשן נעגל וואסער, געזאגט ברכת התורה און זיך מתבודד געווען.


האברך שמואליק בלעדי האט מיך אפגעווארט, איך בין אהיים געגאנגען העלפן ארויפטראגן די פעקלעך, העלפן מיין ווייב, גלייך געגאנגען אין מקוה און געלאפן אין ישיבה. אנקומענדיג אין ישיבה איז נאך דער בית המדרש געווען ליידיג, איין קינד איז דארט געזעצן און געלערנט, הילד שמעון פארקאש א זון פון ר' מאיר דוד נרו יאיר; ער איז א פלייסיג קינד, ער לערנט יעדן אינדערפרי שעות אין בית המדרש.


גלייך נאכדעם זענען די בחורים געקומען, איך האב פארגעלענט א שיעור גמרא, די היינטיגע בלאט. אויך האב איך אנגעגרייט א שיעור פאר די פרויען, איך געב נישט שיעורים פאר פרויען דירעקט, איך זאג אריין א שיעור אין א מאשין און דאס שפילט מען נאכדעם אויף פאר אנשי שלומינו, יעדן דינסטאג איז דא א פרויען צאמקום אין שטעטל, די פרויען קומען זיך צאם, מען הערט א שיעור; דארף איך יעדע וואך אנגרייטן א שיעור פאר זיי.


נאך שחרית בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל, צום ערשט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בנין קרן הדפסה, איך זע ווי מוהרא"ש שמייכלט אויבן אין "גן עדן" ווען ער קוקט אראפ און זעט דעם בנין הדפסה, וואו מען דרוקט טויזנטער ספרים טעגליך.


איך האף בקרוב וועט זיין דער חנוכת הבית. איך וויל ווייזן פאר אנשי שלומינו די גרויסע אפעראציע וואס טוט זיך דארט אפ, איך וויל אז יעדער איינער זאל האבן א חלק אין הדפסה און א חלק אין הפצה, מען קען נישט זיצן ווי א מחותן מיט פארמאכטע הענט, נאר יעדער איינער זאל האבן א חלק אין ברענגען משיח.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די קינדערלעך; דאס איז דאך מיין זאך, חינוך הבנים והבנות. איך האב געגעבן דריי שיעורים, איינס פאר די מיידלעך, צוויי פאר די סטעף – מלמדים און טישטערס וכו', און פאר די אינגלעך. אויך בין איך געגאנגען מיט די אינגלעך א שפאציר, זיי ווייזן די נייע בנין התלמוד תורה וואס מען בויט יעצט.


איך בעט דיר זייער טייערער אהרן בן פיגא, העלף מיר רעדן מיט אנשי שלומינו, אלע זאלן נעמען א טייל אינעם קאמפיין וואס מיר מאכן נאך שבועות. איך דארף רחמי שמים נישט אריינזינקען אין א טיפע לאך פון חובות, די מוסד האט שרעקליכע חובות. די יאר האבן מיר געבויט שולן און מקוואות, מצה בעקעריי, יעצט האט מען געקויפט א פלאץ פאר די קינדער פאר זומער, פון אלע זייטן האב איך חובות, איך בעט דיר זייער זאלסט אנווארעמען אנשי שלומינו.


אפשר יעצט וועט מקוים ווערן דאס וואס מוהרא"ש האט דיר געבעטן זאלסט זיין פאנדרעיזער פאר זיינע מוסדות; אזוי ביסטו דאך מקורב געווארן, מען האט דיך געברענגט פאר א פאנדרעיזער פאר די מוסדות אין יבנאל, יעצט וועט דאס מקוים ווערן.


פון חדר בין איך געפארן צום שטוב פון ישראל חיים נרו יאיר, ער האט מיך איינגעליידנט צו א שבע ברכות פאר זיין טאכטער מיט החתן אלי' בן ישראל שלום נרו יאיר. איך זאג דיר דעם אמת, מיין קאפ האט שוין געשווינדלט פון זיין אויף אזוי לאנג, אבער איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי זייער שמחה. ערשטנס, די מחותנים זענען ביי מיר זייער טייער, דער אבי הכלה איז אן איידעלער מענטש, ער פירט אן איידעלע ריינע שטוב, און אזוי אויך דער אבי החתן פירט א שיינע ערליכע אידישע שטוב; איך שטאלציר מיט אזעלכע טייערע משפחות.


צווייטנס, דער חתן נרו יאיר איז געווען אלע יארן אין ישיבה, ער האט אלץ געהאלפן די ישיבה, ער האט אלץ צוגעלייגט א האנט, אויך די כלה איז פון די חשוב'ע תלמידות.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער, איך האב געזאגט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן ביי שבע ברכות. מען זאגט אין די ברכות: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח רֵעִים הָאֲהוּבִים, כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן מִקֶּדֶם"; דאס איז די נשמה פון חתן כלה וואס אין הימל זענען זיי געווען איינס, יעצט ווען זיי טרעפן זיך איינער דעם צווייטן וואונטשט מען זיי: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח וְגוֹ', כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן", זיי זאלן לעבן מיט ליבשאפט, מיט פרייד אזוי ווי זיי האבן געלעבט אויבן אין גן עדן, זיך נישט קריגן, זיך נישט באשולדיגן, און אז דער חתן וויל אז זיין ווייב זאל אנערקענען אין חתן דומה למלך, דארף ער רעדן צו איר ווי מען רעדט צו א מלכה, וועט זי רעדן צו אים ווי מען רעדט צו א מלך.


איך האב געזאגט הויך אויפ'ן קול וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש. מוהרא"ש האט מיר געגעבן די זאך אז ווען מיין ווייב רופט מיר אויפ'ן טעלעפאן הייב איך אויף אן ווערן נערוועז, זאל זי רופן הונדערט מאל א טאג, איך הייב אויף, איך הער איר אויס; דאס איז איינע פון די מיליאנען פינטלעך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


פון דארט בין איך געגאנגען נעמען מיינע קינדער, איך האב צעטיילט מיינע קינדער פאר די נסיעה, א טייל ביי מיין זון הרב שלמה, א טייל ביי משפחות אין וויליאמסבורג, ביי ר' מרדכי אינדיג, און ביי שבתי מזרחי.


איך בין געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי די נייע פארפאלק.


איך בין יעצט צוריקגעקומען פון די נסיעה, איך האב גערופן א מנין בחורים צו מיר אין שטוב פאר א מנין מעריב, יעצט איז שוין שפעט ביינאכט, איך גיי זיך צולייגן, מען דארף אביסל שלאפן צו קענען ווייטער אנגיין מיט עבודת השם.


איך בין מתפלל פאר דיר און פאר דיינע קינדער, איך האב געטראפן דיינע קינדער היינט אין שטעטל. דיין זון פנחס דוד נרו יאיר קאכט אין בית המקדש פאר די צאן קדשים, דיין איידעם אברמי האבן איך געטראפן אין בנין קרן הדפסה, ער ארבעט אויפ'ן אלבוים "טאנץ מיט אמונה #4", דיין איידעם הערשל נרו יאיר איז דאך א מלאך המושיע פאר אונזערע קינדער, ער זיצט מיט א כתה קינדער, לעבעדיגע קינדער וואס יעדע רגע ווילן זיי ארויסטאנצן פון די הויט, ער האלט זיי מיט אזא סבלנות. רפאל נרו יאיר, דער אדמיניסטראטאר זאגט מיר היינט, דיין איידעם הערשל נרו יאיר זאגט אים, ער האט א גוטע פראומאושן ווי אזוי צו איינקעסירן שכר לימוד, אזוי טוען דאך אלע מוסדות, מען רופט אויס ווער עס צאלט שכר לימוד גייט אריין אין א גורל וכו', זאגט ער, מען זאל אויסרופן, ווער עס קען אריינקומען אין זיין כתה האלטן די כתה פאר איין שעה און די קינדער וועלן אים נישט ארויסטראגן, דער דארף נישט צאלן שכר לימוד פאר א יאר; אזוי וועלן עלטערן האבן א געפיל און צאלן שכר לימוד, מען זאל קענען באצאלן פאר די מלמדים די מינימאלע געהאלט וואס עס קומט זיי.


ווען דו רעדסט מיט אנשי שלומינו זיי זאלן זיך אנשליסן אינעם קאמפיין, זאג זיי צוויי זאכן. איינס, זיי זאלן נישט געבן זייער געלט, זיי זאלן ברענגען געלט פון חברים, משפחה, באקאנטע וכדומה, צווייטנס, וואס רבי נתן האט געזאגט פאר'ן רבינ'ס אייניקל ווען ער האט אים געבעטן געלט פאר'ן קלויז אין אומאן און ער האט געקווענקלט, האט ער אים געזאגט די ווערטער: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר אויך, נאר שענער און בעסער וועט זיין אז דו וועסט העלפן"; נאך די ווערטער האט ער געגעבן צדקה, אזוי זאלסטו זאגן פאר אנשי שלומינו: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר, נאר שענער און בעסער וועט זיין אויב דו וועסט צולייגן א האנט, העלפן די הייליגע מוסד, די הייליגע קהילה".


איך שלאף שוין איין, זיי מיר געזונט.

#43 - אלעס גייט ארויף, די כולל געלט דארף אויך ארויפגיין
כולל, צדקה, נחת, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה מירון


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרוס פון מירון, דיין זון ... נרו יאיר איז דא מיט מיר, מיר האבן געהאט א הערליכע יום טוב ל"ג בעומר, און א הערליכע שבת; וועסט שוין הערן פון דיין זון ווי שיין דא איז געווען.


איך בעט דיר זייער, העלף מיר באצאלן די כולל אינגעלייט. די אינגעלייט לערנען מיט א געוואלדיגע התמדה, מען הערט כסדר גרוסן, ווער עס פאלט אריין אינמיטן טאג אין שול - ווערט זייער איבערגענומען פון זייער התמדה.


דערפאר בעט איך דיר, זיי ממשיך שטערקער און מערער, איך וויל זיי צאלן מער וויי צוויי הונדערט און פופציג דאלער א וואך. אלעס איז ארויף, פרייזן גייען ארויף העכער און העכער, אויסער די געהאלט פאר כולל אינגעלייט. הלוואי וואלסטו מיר געהאלפן איך זאל זיי קענען צאלן מער ווי טויזנט דאלער א חודש.


מענטשן ווארטן מיט צדקה, מענטשן ווילן געבן צדקה; מענטשן זוכן זכותים, מען וויל העלפן; עס דארף נאר זיין איינער זאל ארומגיין צאמנעמען. דארפסט נישט טראכטן אזויפיל מאל פאר דו בעטסט צדקה, א שאד זיך פייניגן; די אלע ווילן דיר געבן, זיי שעמען זיך צוצוגיין, זיי ווארטן דו זאלסט זיי בעטן, דער פראבלעם איז אז דו שעמסט אויך, און דאס טאר נישט זיין פארשעמט.

#42 - גוטע גרוסן פון אונזער שול אין ירושלים
בית המדרש, ראש ישיבה, נחת, ירושלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד די טייערע גבאים שיחיו פון בית המדרש היכל הקודש ירושלים


איך האב אייך געוואלט זאגן, עס האלט אין איין קומען צו מיר גוטע גרוסן פון אונזער שול אין ירושלים.


היינט אינדערפרי גיי איך אין גאס, שטעלט מיך אפ א פרעמדער איד און הויבט אן רעדן מיט א פייער; ער זאגט מיר: "איך בין געווען אין ירושלים, איך האב געזוכט א שלש סעודות, איך בין אריין אין היכל הקודש מיט נאך א איד א תלמיד חכם, מיר זענען ארויס פון די כלים; אזא שול! אזא ערנסטקייט! אזא אחדות! אזעלכע שיינע ניגונים זינגט מען דארט, און מען ליינט פאר א בריוו"; דער איד זאגט מיר: "יענער איד, דער תלמיד חכם זאגט מיר 'עס זעט אויס ווי יש דברים בגו, עס איז נישט אוועק צו מאכן'".


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך קומען קומענדיגע וואך, איך וועל זיין אין מירון ביז נאך שבת, נאך שבת קום איך צו ענק; איך וויל באזוכן די חדר, אויך וויל איך דאווענען מיט ענק און זיך מחזק זיין מיט ענק.


נאך איין זאך, איך וויל זיצן מיט די בחורים. זייט מודיע פאר אלע בחורים אז איך וויל זיך מחזק זיין מיט זיי; אפשר מאנטאג אינמיטן טאג. ביטע נישט מפרסם זיין קיין שום צעטלעך, איך דארף נישט קיין אנלויפעניש, איך וויל זיצן מיט די בחורים וואס זענען מפיץ און די בחורים וואס העלפן אין שול.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - איך בין געווען נעכטן אין שטעטל, און איך האב זיך זייער מחי' געווען
מוסדות, שטעטל, ראש ישיבה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, ח' אייר, כ"ג לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דאס ביסל וואס איך בין געווען נעכטן נאכט און היינט פארמיטאג אין שטעטל - האב איך זיך זייער מחי' געווען; אנגעהויבן נעכטן ביי די גמרא שיעור, איך האב אזוי הנאה געהאט צו זען רוב שטעטל קומען לערנען די בלאט גמרא.


נאכדעם בין איך געגאנגען צום וואך נאכט פון דער מלמד ישראל יוסף נרו יאיר, עס איז געווען אזוי שיין צו זיצן אינאיינעם מיט אנשי שלומינו; עס איז גאר אנדערש שמועסן מיט אנשי שלומינו ווי סתם שמועסן.


היינט אינדערפרי איז געווען אזוי שיין צו זען פאר'ן דאווענען אינגעלייט זיצן און לערנען, איינער לערנט תיקונים, א צווייטער משניות און דער מיט א בית נצחי.


דאס דאווענען איז געווען שיין, ביים ברית האב איך געבעטן פאר דיר.


שפעטער בין איך געווען אין חדר און אין בית פיגא, דארט איז דאך ממש א גן עדן; די קינדער וואקסן אויף אזוי ריין, אזוי לויטער. איך האב געגעבן שיעורים פאר די קינדער און פאר די מלמדים און מחנכות, קענסט הערן די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכדעם בין איך געגאנגען אויף א שפאציר מיט די קינדער, עס איז געווען זייער געשמאק.


איך האב זיך אהיים געיאגט צו אנקומען אין ישיבה געבן א שיעור, יעצט מוז איך אהיים לויפן, מיין ווייב ווארט אויף מיין הילף.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#40 - גיי ארויף איין מאל א טאג צום ציון פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע
שלום בית, קברי צדיקים, תכלית, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דיין שווער נרו יאיר האט מיר געשיקט געלט אויף פסח מיט א בריוו, איך האב מער הנאה געהאט פונעם בריוו; ער שרייבט דארט ווי שיין דו פירסט זיך, דו און דיין ווייב תחי' זענען איידל, איר פירט זיך מיט דרך ארץ. ער שרייבט איר מאכט אים געזונט, דו און דיין ווייב רעדן אזוי שיין, ער האט נאר נחת פון ענק.


איך בין אזוי פרייליך דאס צו הערן; די גוטע גרוסן אויף תלמידים געבן כח ווייטער צו ארבעטן מיט פרישע תלמידים.


דו וואוינסט דאך סמוך ונראה צום ציון פון הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו; זיי נישט קיין בטלן, גיי ארויף איין מאל א טאג, זאג א קאפיטל תהלים, זיי זיך מתבודד און קוק ארויס פון פענסטער; קוק וואס מען נעמט מיט זיך מיט, נאר די פרקים משניות, דפים גמרא, תורה, תפילה און מעשים טובים.

#39 - די בעסטע נחת איז ווען די קינדער לערנען מיט תינוקות של בית רבן
חינוך הילדים, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וואס נאך דארף א אידישע מאמע ווען זי זעט אירע קינדער מקטן ועד גדול זענען עוסק אין די הייליגסטע זאך – אין לערנען מיט תינוקות של בית רבן?


אייערע זין זענען מלמדים און די טעכטער זענען טיטשערס; וואס נאך דארף מען? וואס נאך מער פון דעם איז דא? דאס איז די גרעסטע, העכסטע, רייכסטע און שענסטע פארמעגן.


בלייבט נאר איבער צו וואונטשן איר זאלט נאר זען נחת ביי אלע קינדער און אייניקלעך, איר זאלט האבן כח און הצלחה אין אלע אייערע וועגן.


א כשר'ן פרייליכן פסח.

#38 - יישר כח פאר דיין געטרייע ארבעט
כיבוד אב ואם, לערערין, סקול, חינוך הילדים, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע טאכטער ... תחי'


יישר כח ... תחי' פאר דיין געטרייע ארבעט מיט די קינדער אין בית פיגא, אלע זענען זייער צופרידן.


אויך א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן מאמי תחי'; דו האסט נישט קיין אנונג ווי דו ביסט מחי' מאמי ווען דו קומסט אריבער העלפן.


דיין מאן נרו יאיר מאכט מיר אזויפיל נחת, ער לערנט און דאווענט מיט א שטארקע התמדה.


 

#37 - אין זכות פון טון אין חינוך הבנות, וועט מען זען אסאך נחת
סקול, חינוך הילדים, הכרת הטוב, משמש דעם רבי'ן, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר'ן העלפן אויפבויען בית פיגא אין קרית יואל.


די מנהלת תחי' דערציילט מיר אז איר זענט דארט מיט די גאנצע הארץ, מיט מסירת נפש. די אנדערע ווייבלעך זענען מיר אנטלאפן וכו', נאר איר זענט געבליבן.


נאך פסח וועלן מיר האבן נאך א טיטשער, א תלמידה; הכלה ... תחי'. זי איז א גוטע טיטשער, איך האף זי וועט מצליח זיין, און נישט אוועקלויפן.


בזכות וואס מען טוט פאר'ן רבי'ן, בפרט בחינוך הבנות – דאס איז זייער חשוב; מען זעט נחת ביי די קינדער און אייניקלעך.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב פסח.

#36 - וואויל פאר די עלטערן וואס די קינדער זענען עוסק אין הפצה
קינדער, הפצה, זיכוי הרבים, הדפסה, סיפורי צדיקים, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פקודי, כ"ז אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ירושלים


איך וויל אייך דערציילן א מעשה וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדראביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווען איז אים רש"י הקדוש אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון דער הייליגער צדיק רבי מיכעלע זלאטשובער זכותו יגן עלינו, אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדראביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אין דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע רבי יצחק געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענטפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאכנישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדראביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


דאס וואס אייערע טייערע קינדער, משפחת ... שיחיו - טוען פאר אידישע קינדער, זיי זענען עוסק אין איבערטייטשן, דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות, טויזנטער מענטשן זענען זיך מחי' וועכנטליך מיט די קונטרסים, גליונות וכו' - וואס זיי זענען מתרגם, דרוקן און פארשפרייטן - דאס איז די העכסטע זאך ביים אייבערשטן; וואויל פאר די עלטערן וואס די קינדער זענען עוסק אין די מצוה.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן געזונט, כח און נחת פון אלע קינדער און אייניקלעך.

#35 - א בר מצוה אום יום טוב פסח
בחור, נחת, פסח, בר מצוה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


די שאלה איז באמת א שאלה וואס מען דארף פרעגן ... נרו יאיר, ווי אזוי עס איז אים מער צום הארצן - אזוי זאל מען טון.


ער איז א ליכטיגער קלוגער בחור, ער האט זייער גוטע מדות, איך האלט זייער פון אים.


עס איז גוט אז איר מיט אייער מאן זאלן עס דורכרעדן מיט אים, און זען וואס ער וויל ענדערש; א סעודה אום חול המועד פסח מיט די משפחה (פסח איז נישט שייך א סעודה פאר חברים, פסח מישט מען זיך נישט), מען קען רופן חברים, באקאנטע און געבן פרוכט און ניסלעך, די זאכן וואס מען עסט ביי אנדערע; אדער א בר מצוה נאך פסח.


דאנקט דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער זענען ערליך, זיי זענען פול מיט יראת שמים. זיי לעבן מיט'ן רבי'ן, זיי פאלגן די עצות; וואס נאך דארפן עלטערן? דאס איז דאך די גרעסטע רייכטום; זען ווי די קינדער לעבן מיט'ן אייבערשטן.


 

#34 - תלמידות בית פיגא וואס פירן זיך איידל, דאס איז די גרעסטע הפצה
חיזוק פאר מיידלעך, הפצה, תהלים, דרך ארץ, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


אייער טאטע האט מיר געשריבן אז ער האט נאר נחת פון אייך; איר זענט אים מכבד, איר העלפט אין שטוב.


אויך שרייבט ער אז איר זאגט תהלים, איר האט שוין מסיים געווען די צוואנציגסטע מאל ספר תהלים.


ער שרייבט מיר די ווערטער: "זי פירט זיך אויף צניעות'דיג אין איידל; אלע מיידלעך ווילן זיין גוט מיט איר, אויך אירע טיטשערס האלטן און איין פרעגן פון וואו זי נעמט אירע שיינע געדאנקען; זיי ווייסן נישט אז זי האלט מיט אלע שיעורים פון די האטליין 'קול ברסלב'".


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גרוסן אויף אייך. די תלמידות אין בית פיגא בענקען זיך גאר שטארק צו אייך; אלע געדענקען אייך פון זומער, פון קעמפ מחנה בית פיגא.


שטארקט זיך מיט אייער שיינע אויפפירונג, זייט ממשיך מיט די איידעלע וועג, דאס איז די גרעסטע הפצה. תלמידות בית פיגא וואס פירן זיך איידל - דאס איז די גרעסטע הפצה; אלע פרעגן: 'ווער זענען די איידעלע דערוואקסענע מיידלעך?' אלע אינטערעסירן זיך; דאס איז מקרב נאך און נאך אידישע קינדער צום רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - די גרעסטע נחת פאר א טאטע, צו זען זיין קינד מיט א משניות
משניות, לימוד התורה, נחת, בר מצוה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בית שמש


דיין טאטע האט מיר געשריבן אז דו לערנסט משניות, דו האסט זיך געמאכט א חשבון אז דו וועסט לערנען יעדן טאג א פרק משניות - וועסטו זוכה זיין צו ענדיגן ששה סדרי משנה לכבוד דיין בר מצוה, חודש אלול תשפ"ג.


ער האט מיר אויך געשיקט א בילד ווי אזוי דו זיצט מיט א משניות און דו לערנסט מיט אזא געשמאק.


דיין טאטע פריידט זיך אזוי שטארק! ער שרייבט מיר אז דאס איז זיין גרעסטע נחת, עס איז מער פון זיין געלט, מער פון אלעס! צו זען זיין קינד מיט א משניות; אויך איך פריי זיך זייער.


איך האב נעכטן געגעבן א שיעור אין לשון הקודש ווייל דיין טאטע האט מיר געזאגט אז דו פארשטייסט נישט קיין אידיש, דו הערסט די לשון הקודש שיעורים.


שטארק זיך, זיי ממשיך מיט דיין לערנען און דאווענען; אויך זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן. בעט אים וואס דו דארפסט, רעד צו אים אזוי ווי דו רעדסט צו א גוטער חבר, דערצייל אים אלעס; קענסט אים דערציילן פריוואטע זאכן, דערצייל אים אלעס וואס טוט זיך אין דיין לעבן וכו', פון דיינע עלטערן וכו' - וועסטו האבן שטארקייט צו זיין אן ערליכער איד.


איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט מיר שרייבן א בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - אייערע עלטערן האבן נאר נחת פון אייך
שידוכים, מחשבות, נחת, קאמפלעקס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר מאכט קיינעם נישט קיין צער, קלאפט ארויס די מחשבות רעות.


אייערע עלטערן האבן נחת פון אייך, איך האב אייער נעכטן געהאט א שיינע שמועס מיט אייער טאטע, איך האב זייער הנאה געהאט צו רעדן מיט אים, ער האט נאר נחת פון אייך.


איר זענט א טייער קינד, איר וועט שוין באלד טרעפן אייער שידוך.


 

#31 - מען שעפט נחת פון ענק
נחת

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


אייער מאן איז זייער ליכטיג און טייער, ער לערנט און דאווענט; איך האב אסאך נחת פון אים.


אויך איר זענט איידל און וואויל, איך האב נאר נחת פון ענק, אייערע עלטערן און אייער מאן'ס עלטערן שעפן נחת פון ענק.


שרייבט מיר וויפיל מאל איר האט שוין געענדיגט תהלים.

#30 - א דאנק פאר'ן בארגן א ספר תורה פאר די בית המדרש
תפילה והתבודדות, הכרת הטוב, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך וויל אייך דאנקען פאר'ן בארגן אייער ספר תורה פאר אונזער נייער בית המדרש היכל הקודש אין בני ברק.


א גרוס פון אייער זון נרו יאיר, ער איז א טייערער אינגערמאן, ער איז קובע עתים לתורה ולתפילה. איינער דערציילט מיר אז דיין זון האט אים געזאגט, יעצט קומט אויס אז ער דארף גיין צום בית המדרש כמעט א שעה, מען וואוינט זייער אויסגעשפרייט אין שטעטל, מיר פלאנען בקרוב צו עפענען א שול נעבן זיין שטוב, האט דיין זון געזאגט יענעם אז איין זאך וועט ער נישט אויפגעבן, אפילו מען וועט מאכן א שול נעבן זיין שטוב וויל ער ווייטער קומען יעדע וואך שבת ביינאכט א שעה וועג, ווייל דעמאלט קען ער זיך גוט אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, עס איז שטאק פינסטער, ער גייט אליינס מיט'ן אייבערשטן, ער איז זיך מיישב, ער גייט איבער די גאנצע וואך; ער דאנקט אויף אלע חסדים און בעט אויף אלעס וואס ער דארף.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע ענינים.

#29 - בזכות די הכנסת אורחים זאל דער אייבערשטער אייך בענטשן
הכרת הטוב, הכנסת אורחים, נחת, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה ירושלים עיר הקודש


 


לכבוד די חשוב'ע משפחת ... שתחיו, ירושלים


איך האב נישט קיין ווערטער צו דאנקען אויף וואס איר האט אלץ געטון פאר מיר אין ארץ ישראל; אנגעהויבן מיט די טיקעטס, די דירה און די געשמאקע סעודות; איך האב זיך געשפירט ווי אינדערהיים, די עסן איז געווען לייכט און היימיש, אלע טעמים.


בזכות די מצוה פון הכנסת אורחים זאל דער אייבערשטער אייך בענטשן מיט אלע ברכות און נחת פון די קינדער.


אייערע קינדער האבן געגעסן שבת ביינאכט מיט מיר, זיי האבן זיך אויפגעפירט אזוי ווי דערוואקסענע מענטשן, מיט א שטארקע דרך ארץ; זיי האבן דערציילט מעשיות פון תפלה, עס איז געווען ממש א מחי'.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

#28 - געבט איבער דעם סוד ווי אזוי איר האט זוכה געווען צו אזעלכע חשובע קינדער
קינדער, חיזוק פאר פרויען, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כו מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא מז.) "אָמְרוּ לָהּ חֲכָמִים: מַה עָשִֹיתָ שֶׁזָּכִיתָ לְכַּ?" די חכמים האבן געפרעגט די פרוי קמחית זי זאל אויסזאגן איר סוד ווי אזוי זי האט זוכה געווען אז אלע אירע קינדער זענען געווען כהנים גדולים אין בית המקדש.


איך מיין מען דארף אייך אויך פרעגן, וואס איז די סוד אז אלע אייערע קינדער, איינס ביי איינס - זענען כהנים גדולים? נאך העכער פון כהנים גדולים - זיי זענען אלע מלמדים ביי אונז אין תלמוד תורה, זיי זענען גוטע מלמדים, שכל'דיגע מלמדים, ווארעמע און הארציגע מלמדים, זיי בויען אויף די קינדער; אויך אייערע טעכטער זענען טיטשערס - וואס איז דער סוד?


ווער איז דען רייכער פון א אידישע מאמע וואס זעט אירע קינדער גיין אין די וועג פון די תורה? וואס נאך קען א מענטש האבן? וואס מער קען מען האבן? דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן און געבט איבער די סוד פאר אנדערע, זאלן אלע זוכה זיין צו קינדער וואס זענען כהנים גדולים.


 

#27 - דארפסט דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט אן ערליכע שטוב
קינדער, שלום בית, שערן די האר, פרנסה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וויפיל דארפסטו לויבן דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב; אן ערליכע, א וואוילע, א צדקת; זי האט זיך אפגעשוירן איר האר.


לעצטנס ווערט מער און מער איינגעריסן ביים היימישן ערליכען עולם אז מען שערט זיך נישט די האר, עלטערן זענען אזוי צעבראכן צוקוקענדיג ווי די אייגענע קינדער גייען אוועק פון די ערליכע וועג, פון קדושה וטהרה. אז דיין ווייב שערט זיך דארפסטו דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט אן ערליכע שטוב, און בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דיינע קינדער און אייניקלעך זאלן בלייבן ביי די ערליכע איידעלע וועג.


א סגולה פאר עשירות, רעד שיין און ווייך צו דיין ווייב; אויב דו וועסט קיינמאל נישט וויי טון דיין ווייב, דו וועסט איר מכבד זיין – וועסטו זיין א גרויסער עושר.

#26 - אנשטאט וואטסעפפ, נעמט א תהילים
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר פרויען, תהלים, סמארטפאון, טעלעפאן, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס ווענדט זיך וואס פאר א סארט שטוב איר ווילט אויפשטעלן; איר ווילט ערליכע דורות אדער חס ושלום דורות וואס זעען אויס פון אינדרויסן ווי אידן אן קיין יראת שמים.


ווי איידער פרעגן אויב איר מעגט האבן א סמארטפאון פרעגט אויב איר דארפט בכלל א טעלעפאן, אפילו א פשוט'ע טעלעפאן מיט טעקסט קען שוין אויך טוישן די אידישע מאמע פון זיין א מאמע פאר די קינדער.


קוקט אן אייערע געשוויסטער ווי זיי פירן זיך השם ישמרינו; אויב איר ווילט ערליכע דורות - זאלט איר נישט ארייננעמען אין די הענט די סארט כלים.


אנשטאט וואטס עפפ נעמט א תהילים און בעטס דעם אייבערשטן פאר אייערע דורות; עס איז אזוי שרעקעדיג וואס גייט פאר אין די וועלט, ווי פון די שענסטע משפחות פאלן שטיקער. בעטס פאר אייערע קינדער זיי זאלן זיין ערליך, בעטס אז ביי אייער שבת טיש זאל מען נישט רעדן ניבול פה, אייערע קינדער זאלן גיין בצניעות.


איר האט טייערע עלטערן און קוקט די צער וואס זיי האבן פון די קינדער ווי זיי פירן זיך השם ירחם; זעט מען ווי שטארק מען דארף בעטן אויף גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - אין זכות וואס איר טוט פאר אידישע קינדער, וועט איר זען אסאך אידיש נחת
הפצה, שמחות, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


איך וויל אייך וואונטשן בעת שמחתכם איר זאלט זוכה זיין צו פירן אייער קינד אונטער די חופה בשעה טובה ומוצלחת און איר זאלט זען אסאך נחת פון דעם קינד און פון אלע אייערע קינדער, אין זכות וואס איר ביידע אינאיינעם טוען פאר אידישע קינדער, ווי איר זענט זיך מוסר נפש טאג און נאכט ארויסצוגעבן די גליונות און קונטרסים עצתו אמונה און איש אמונות, וואס טויזנטער מענטשן זענען זיך פשוט מחי' דערמיט, עס איז פאר זיי ווי לעבן; די בריוו, די חיזוק - טראגט זיי ווייטער פאר נאך א טאג, זיי זאלן קענען פשוט אנגיין אין לעבן.


אויך וואונטש איך אייך א מזל טוב פאר אייער זון'ס בר מצוה; קיין עין הרע א ליכטיג קינד. איך האב אים געזען אין אומאן, ער איז מלא חן. דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אינאיינעם זען אסאך נחת פון אלע קינדער, די קינדער זאלן האבן די ברען וואס איר האט צו העלפן אידישע קינדער, זיי ברענגען צום אייבערשטן; אלע זאלן עוסק זיין אין הפצה, וואס דאס וועט ברענגען די גאולה, במהרה בימינו אמן.

#24 - עס טוט זיך דא אין ארץ ישראל א גרויסע התעוררות
נחת, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר-בחוקותי, כ' אייר, פה אתרא קדישא מירון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב ... נרו יאיר


איך בין מתפלל פאר דיר און דיין משפחה ביי אלע מקומות הקדושים, איך בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט מצליח זיין אין דיין עבודת השם, אין לערנען און דאווענען. איך און מאמע תחי' האב זייער הנאה פון דיין לערנען און פון דיין דאווענען, און בכלל פון דיין ווארעמקייט צו מצוות.


שבת בין איך געווען אין מירון, איך האף נאך היינט צו זיין אין יבנאל ביי מוהרא"ש, אויך וועל איך זיין אין ירושלים מחזק זיין אנשי שלומינו זאלן עוסק זיין ווייטער אין הפצה. עס טוט זיך דא אין ארץ ישראל א גרויסע התעוררות; אן א שיעור בחורים און אינגעלייט ווערן מקורב צום רבי'ן, וואו איך גיי און וואו איך שטיי קומט מען דערציילן סיומים און משניות און אין מסכתות הש"ס.


איך בענק זיך נאך דיר, איך קום שוין צוריק; איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף שוין צו זיין אין ישיבה מיטוואך צופרי ביים גמרא שיעור.

#23 - העלף דיין טאכטער זיין וואויל און גוט
חינוך הילדים, שידוכים, לימוד התורה, יונגע יארן, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב באקומען א באריכט פון חדר אין שטעטל, איך האב א גוטע גרוס פון דיין זון ... נרו יאיר.


דער מלמד שרייבט מיר אז ער האט געלערנט פרשת טהרה 122 פרקים משניות און פיר בלאט גמרא, און אין פרשת אחרי-קדושים האט ער געלערנט 105 פרקים משניות און זיבן בלאט גמרא.


איך פריי זיך זייער אז ער האט באקומען א חשק צו לערנען.


דיין טאכטער ... תחי' איז זייער א קלוגע מיידל, א שארפע מיידל; זי האט אבער לעצטנס אנגעהויבן זיך אונטער צו לאכן פון די טיטשער, זי איז נישט שלעכט, זי איז וואויל, אבער דאס שטערט זייער שטארק די סדר פון סקול. אפשר קענסטו איר ווייזן דעם בריוו, זאג איר אז איך בעט איר זייער זי זאל אויסארבעטן איר נאטור, זי זאל זיין די מיידל וואס פאלגט, די מיידל וואס קאאפערירט, אלע זאלן איר נאכמאכן.


בנוגע די שידוך; איך האב גוטע נייעס, איך וועל רעדן מיט דיר פנים אל פנים.

#22 - איך בין זייער איבערגענומען פון אייערע קינדער
לימוד התורה, יונגע יארן, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב, ליבערטי


איך וויל אייך איבערגעבן א גרוס פון אייערע טייערע קינדער; דער מלמד האט מיר געשיקט א באריכט פון די תלמוד תורה, וויפיל זיי לערנען, יעדער פאר זיך - על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן.


איך זע אז אייער זון, הבחור ... נרו יאיר האט געלערנט במשך די צוויי וואכן, פרשת טהרה און פרשת אחרי-קדושים - א חשבון פון 156 פרקים משניות און 96 בלעטער גמרא, און אייער זון הילד ... נרו יאיר, האט געלערנט 31 פרקים משניות און 138 בלעטער גמרא.


איך בין זייער איבערגענומען פון אייערע קינדער; פון זייער התמדה, פון זייער ערנסטקייט, ווי זיי נוצן אויס זייערע יונגע יארן מיט תכלית, מיט תורה ותפלה.


אויך זאגט דער מלמד אז זיי זענען זייער וואויל, זייער דרך ארץ'דיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען נאר נחת פון זיי און פון אלע אייערע קינדער און אייניקלעך.

#21 - אין זכות פון אוועקווארפן די אינטערנעט, וועט איר זוכה זיין צו קינדער
קינדער, קדושה, סגולות, נחת, אינטערנעט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי קדושים, י' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


יעצט הער איך די גוטע נייעס אז איר ביידע, סיי ... און סיי איר האבן ביידע אפגעמאכט אוועק צו ווארפן די אינטערנעט; איר האט געמאכט די בעסטע שריט פאר אייער לעבן און פאר אייערע דורות העתידים.


אין דעם זכות וואונטש איך אייך איר זאלט שוין בקרוב נפקד ווערן בזרע של קיימא, איר זאלט זען ליכטיגע דורות.


איך ווייס אז עס וועט אייך באלד צוריק ציען אהין; ווען מען טוט א גוטע שריט מיינט נישט אז מען גייט אלץ זיין שטארק, אפשר וועט איר איין טאג טראכטן 'וואס איז אזוי שלעכט צו האבן אינטערנעט?' אפשר וועט אריינקומען די אלטע גליסטעניש, עס וועט ציען אויף צוריק; זאלט איר געדענקען אז בזכות די גוטע קבלה וועט איר זוכה זיין צו נפקד ווערן מיט קינדער, און אויב איר וועט נישט האבן אין שטוב די אלע כלים און ביי די ארבעט וועט איר האבן נאר א געפילטערטע אינטערנעט - וועט איר האבן ערליכע קינדער, בנים צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - אז מ'פירט אן ערליכע שטוב, ברענגט מען נאר נחת פאר די עלטערן
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, חסידות ברסלב, נחת, תפלין

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קענווי איילענד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו וועסט קויפן דיינע קינדער צוויי פאר תפילין - רש"י און רבינו תם - וועסטו נישט וויי טון דיין טאטע; כל זמן מען פירט א שטוב מיט יראת שמים ברענגט מען נאר נחת פאר די עלטערן, אפילו א טאטע וואס איז א מתנגד צום רבי'ן - ווערט נישט וויי געטון ווען זיינע קינדער פירן ערליכע שטובער און ציען אויף ערליכע קינדער אויף אן אנדערע שניט.


איך האב געהערט פון א ברסלב'ער חסיד זאגן: "מיין כיבוד אב ואם איז אז איך גיי יעדן טאג אין שול דאווענען דריי תפילות; מיין כיבוד אב איז אז איך רעד שיין צו מיין ווייב, איך שריי נישט אין שטוב; מיין כיבוד אב איז אז איך בין מגדל מיינע קינדער מיט יראת שמים; דאס אז עס שטערט מיין טאטע אז איך בין א ברסלב'ער - דאס האט נישט מיט מיר, מיין טאטע שטערט אויך ווען עס שנייט און ווען עס רעגנט, ער וואלט ווען געוואלט עס זאל שיינען יעדן טאג די זון און עס זאל זיין א שיינע וועטער; דאס איז נישט קיין פגם אין כיבוד אב ואם".


זיי שטארק ווייטער צו מכבד זיין די עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.