בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#69 - גייט נאך די איידעלע אין די משפחה, גייט נאך די באשיידענע
צניעות, חיזוק פאר פרויען, משפחה, נחת, נשמה

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


מרת ... תחי'


איך וויל אייך נאכאמאל מחזק זיין, אייער מאמע האט פון אייך נאר נחת; זי קוקט פון הימל און זעט ווי שיין איר פירט זיך, זי פריידט זיך מיט אייער צניעות.


פירט זיך ווייטער איידל, רעדט נישט מיט קיין שום פרעמדע מאנספערזאן און זיכער נישט מיט שוואגערס; גייט נאך די איידעלע אין די משפחה, גייט נאך די באשיידענע - וועט איר מאכן א נחת רוח פאר אייער מאמע עליה השלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#68 - די יונגע יארן זענען די שענסטע יארן פון לעבן
לימוד התורה, יונגע יארן, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, ט' שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך שטיי יעצט אין עירפארט, אויפן וועג צוריק פון ארץ ישראל, איך ווארט אויף די רענצלעך און איך זע דיין טעקסט מעסעדזש ווי דו שרייבסט דיין סיום משניות די עלפטע מאל, אז דו האסט אנגעהויבן לערנען נאכאמאל ש"ס, אז דו האסט ליב צו גיין אין חדר און אז דו לערנסט יעדע נאכט די דף גמרא מיטן מגיד שיעור ר' יעקב לעסער שליט"א.


האסט מיך זייער פרייליך געמאכט, און אפילו איך בין אפגעמאטערט פון די נסיעה - דאך שרייב איך דיר צוריק.


שטארק זיך, נוץ אויס דיינע יונגע יארן מיט תורה ותפילה, די יארן זענען די שענסטע יארן פון לעבן; יעדע ווארט תורה אין די יארן איז מער פון אסאך יארן אויף די עלטער (ספר המידות אות תשובה, סימן עג).


 

#67 - מיר ווילן און שטרעבן צו האבן ערליכע קינדער
קינדער, שידוכים, עבודת השם, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער זון ... נרו יאיר


איך בין זייער פרייליך צו זען ווי פלייסיג דו לערנסט, דיין יראת שמים, און בעיקר דיין כיבוד אב ואם. יעצט זאגט מיר מאמי תחי' אז דיין מגיד שיעור הרב אלחנן חיים שליט"א זאגט איר ווי פלייסיג דו לערנסט; סיי די גמרא שיעור און סיי די הלכה שיעור, און אויך ביינאכט גייסטו לערנען די גמרא שיעור מיט די אברכים.


דאס איז אונזער ווילן, דאס איז אונזער רייכטום; מיר ווילן נישט קיין שיינע הויז, מיר וויל נישט קיין פארמעגן, מיר ווילן און שטרעבן צו האבן ערליכע קינדער, ערליכע דורות לה' ולתורתו.


פיר זיך ווייטער אויף די גוטע וועג און דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט טרעפן א גוטע שידוך.

#66 - תהילים ברענגט שלום בית, תהילים ברענגט נחת
שמחה, שלום בית, תהלים, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


א מתנה פאר ... תחי'


זאגט אביסל תהילים יעדן טאג;


תהילים געבט כח


תהילים געבט מח


תהילים מאכט פרייליך


תהילים היט דעם מענטש


תהילים ברענגט שלום בית


תהילים ברענגט נחת


 


פון דער ראש ישיבה

#65 - וואס ווייסטו וואס דו קומסט אפ מיט די יסורים?
תפילה והתבודדות, צרות, אמונה, התחזקות, רפואה, נחת, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך זייער מיט אמונה, זיי מקבל אויף זיך אלעס וואס דער אייבערשטער מאכט. מיר ווייסן נישט דעם אייבערשטנ'ס דרכים; דאס וואס דו גייסט אריבער, די שרעקליכע פיין, דאס איז זיכער אז דער אייבערשטער האט דיך ליב און ער וויל דיר נאר מאכן גוט, און פארוואס דו דארפסט אזוי ליידן? דאס איז פון די באהאלטענע זאכן וואס מיר ווייסן נישט.


זיי גוט-מוטיג, לאז זיך נישט פאלן; וואס ווייסטו וואס דו קומסט אפ מיט די יסורים? די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (שוחר טוב, צד): "צֵא וּרְאֵה, אֵי זֶה מֵהֶן מְבִיאָה לְחַיֵּי הָעוֹלָם הַבָּא", וואס ברענגט דעם מענטש ער זאל זוכה זיין צו זיין א בן עולם הבא? "הֱוֵי אוֹמֵר, הַיִּסּוּרִין", ליידן יסורים, "שֶּׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְיַחֵל שְׁמוֹ עַל מִי שֶׁיִּסּוּרִין בָּאִין עָלָיו", ווייל דער אייבערשטער איינציגט און מאכט רוען זיין נאמען אויף די מענטשן וואס ליידן ווייטאג.


נאך זאגן זיי (ברכות ה.): "כֹּל שֶּׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא חָפֵץ בּוֹ", וועם דער אייבערשטער האט ליב, "מְדַכְּאוֹ בְּיִסּוּרִים", ברענגט ער אויף אים יסורים, "וְאִם קִבְּלָם בְּאַהֲבָה", און אויב מען נעמט דאס אן מיט ליבשאפט, "יִרְאֶה זֶרַע", וועט מען זען דורות, "יַאֲרִיךְ יָמִים", מען וועט האבן אריכות ימים.


נאך זאגן די הייליגע חכמים (שבת פח:): "עוֹשִׂין מֵאַהֲבָה", די וואס דינען דעם אייבערשטן מיט ליבשאפט, "וּשְׂמֵחִים בְּיִּסּוּרִין" און זיי האבן נישט קיין טענות אויפ'ן אייבערשטן, זיי פרייען זיך מיט וואס דער אייבערשטער טוט מיט זיי, "עֲלֵיהֶן הַכָּתוּב אוֹמֵר" אויף זיי זאגט דער פסוק (שופטים ה, לא): "וְאֹהֲבָיו כְּצֵאת הַשֶּׁמֶשׁ בִּגְבֻרָתוֹ", זיי זענען די ליבהאבער פונעם אייבערשטן, עיין שם.


דיינע קינדער זארגן זייער פאר דיר, זיי בעטן מיר איך זאל דיר שרייבן, איך זאל דיך מחזק זיין. דו האסט טייערע קינדער, זיי לערנען און דאווענען און פירן זיך מיט יראת שמים. איך פרוביר צו מאכן פאר זיי שידוכים, איך האף צו זיין דער גוטע שליח פון הימל זיי צו העלפן.


אז דו קענסט נישט אראפגיין פון בעט, דו קענסט זיך נישט באוועגן - זאלסטו דארט רעדן צום אייבערשטן, דער אייבערשטער געפונט זיך נעבן דיר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת יב:): "שְׁכִינָה לְמַעְלָה מְרַאֲשׁוֹתָיו שֶׁל חוֹלֶה", די שכינה רוט אויפ'ן קאפ פונעם חולה; רעד צום אייבערשטן אין בעט, שמועס מיט אים, און בעט אים ער זאל דיר געבן כח צו קענען ביישטיין און נישט האבן קיין קשיות אויף די אמונה.


דער עיקר זאלסטו זיך שטארקן, זאלסט וויסן אז דער אייבערשטער האט דיך ליב, און דאס וואס גייט אריבער - דאס איז זאכן וואס מיר קענען נישט פארשטיין.

#64 - ווי מער מען בעט, אלץ מער נחת זעט מען
קינדער, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, שטעטל, נחת, מורה דרך, הלכה, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע אייער זון נרו יאיר, ער איז זייער וואויל און זייער טייער, ער פירט זיך מיט יראת שמים, ער לערנט פלייסיג, איך בין אים זייער מקרב.


בנוגע וכו'; אויב מאכט זיך אסאך שאלות וכו' - מאכט מען נאר די ערשטע און די לעצטע טאג.


בנוגע וכו'; וואו מען וואוינט איז גוט, עס איז גוט אין שטאט, עס איז גוט אין שטעטל; דער עיקר דארף מען קוקן וואו קענען די קינדער באקומען א גוטע חינוך, און וואו קען דער מאן האבן גוטע חברים, אן ערליכער רב, אן ערליכער דיין; נאר אויף דעם דארף מען קוקן.


עלטערן דארפן בעטן און בעטן אן אויפהער פאר אלע קינדער און קומענדיגע דורות, זיי זאלן זיין ערליך; ווי מער מען בעט - אלץ מער נחת זעט מען.

#63 - איך בין זייער צופרידן פון דיין אויפפירונג
שידוכים, עבודת השם, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבה תפארת התורה


איך בין זייער צופרידן פון דיין אויפפירונג, דו האסט אנגעהויבן די יאר אזוי שיין, דיין דאווענען און לערנען. איך האב געשריבן פאר דיין טאטע נרו יאיר ווי צופרידן איך בין פון דיין התנהגות.


זיי ממשיך מיט די גוטע וועג, זיי זיך קובע צו לערנען ח"י פרקים משניות און גמרא, און די דריי תפילות מיט מנין - וועסטו בקרוב טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב.


פון דיין ראש ישיבה.

#62 - עס לוינט זיך אוועקצוגעבן די מאדעס, כדי צו האבן ערליכע דורות
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צניעות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, סגולות, נחת, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די פראגעס מאכן מיך שוואך; וואס זאל איך דיר ענטפערן? נישטא קיין הלכות אויף צניעות, גיין אנגעטון איידל איז א געפיל זאך, און אז דיין ווייב וויל נאכמאכן די גוים, זיך מאכן נאך א לאך אין אויער פאר נאך אן אויערינגל - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן עס זאל אריינגיין אין איר א רוח טהרה; נאר תפילה וועט דיר העלפן.


דיין ווייב איז באמת זייער א וואוילע טייערע פרוי; די פאר מאל וואס דו ביסט געקומען רעדן צו מיר מיט איר האב איך איינערקענט אז זי איז זייער וואויל. מעגסט איר זאגן אז דו ווילסט נישט, און זיי איר מחזק, אז מען גייט אנגעטון איידל - האט מען ערליכע קינדער, און אז מען גייט אנגעטון ווי א אידישע טאכטער גייט - וועלן די קינדער בלייבן אידן; עס לוינט זיך אוועק צו געבן די זאכן - צו האבן ערליכע דורות.


זיי איר מחזק, ווייז איר ווי שרעקעדיג די וועלט איז. קינדער לויפן אוועק, קינדער מישן זיך אויס מיט אומות העולם רחמנא לצלן, און אז מען פירט זיך איידל - זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים".


קענסט איר זאגן וואס דיין רצון איז, און זאלסט איר מחזק זיין. און אז זי וועט דאס סיי ווי מאכן - זאלסטו איר נישט טשעפען, נאר בעט דעם אייבערשטן אז דו, דיין ווייב און די קינדער - זאלן האבן א געפיל צו צניעות, און מיט סבלנות און תפילה וועט זי זיך ציען צו רעכטס און וועלן גיין אנגעטון אזוי ווי א בת ישראל.


ווער נישט פארלוירן, איך האב שוין געזען אסאך מעשיות ביי אנשי שלומינו וואס זיי האבן מיט תפילה והתבודדות גע'פועל'ט ניסים ונפלאות. דו בעט דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם, העלף מיר און מיין ווייב מיר זאלן זיין ערליך און אפגעהיטן פון חוקות העכו"ם, מיר זאלן ליב האבן די אידישע וועג, מיר זאלן ליב האבן צניעות. הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר מיין ווייב און קינדער, דו טוסט מיט מיר אזויפיל ניסים ביז אהער, העלף מיר אז מיין ווייב זאל וועלן גיין אנגעטון איידל, זי זאל נישט וועלן נאכמאכן די נייע מאדעס, איך בעט דיר, אנא ה' הושיעה נא, העלף מיר און מיין ווייב מיר זאלן וועלן טון נאר דיין ווילן און זוכה זיין צו ערליכע קינדער און אייניקלעך".


אז זי פרעגט דיר וואס איך זאג - קענסטו איר ווייזן דעם בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#61 - איך בין זייער נתפעל פון די התמדה און כשרונות פון דיין זון
כולל, לימוד התורה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד הרב ... נרו יאיר, יבנאל


איך וויל דיר געבן א גרוס פון דיין זון הרב יחזקאל נרו יאיר, ער זיצט אין כולל און לערנט מיט א שטארקע התמדה און ער פארשטייט גאר גוט דאס לערנען. איך בין געווען פאריגע וואך אין כולל מיט א שאלה פון שכירות וקבלנות, דיין זון האט געענטפערט מיט א שטארקייט, מיט א קלארקייט; איך בין זייער נתפעל געווארן פון אים.


אדרבה, ווען דו רעדסט מיט אים רעד מיט אים אין לערנען - וועסטו זיך אליינס איבערצייגן זיינע כשרונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#60 - אינוועסטיר נאר אינדערהיים, וועסטו האבן נחת פון דיינע קינדער
חינוך הילדים, שלום בית, פרנסה, אידישע שטוב, נחת, אינוועסטמענט, געלט, פאליטיק, בחירות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מן הסתם קומט מען צו דיר אויך מיט די חלומות אז מען קען יעצט אינוועסטירן און מאכן אסאך רווחים וכו' וכו'; אלעס איז איין גרויסער דמיון, הער נישט אויס, לאז זיך נישט פארנארן; אינוועסט אין דיין שטוב, אינוועסט אין דיינע קינדער, אינוועסט אין דיין נשמה.


גיי אהיים צייטליך, בלייב נישט אין גאס, גיי אהיים העלפן דיין ווייב. זיי מחנך דיינע קינדער צו מאכן ברכות, ליינען קריאת שמע, אנגרייטן נעגל וואסער. אז דו וועסט נישט אינוועסטירן - וועסטו נאך אביסל זיך זען מיט א גרויסער ביק אין שטוב, דו וועסט נישט וויסן וואס צו טון מיט אים, ער וועט דיך נישט אויסהערן, ער וועט דיר שפייען און לאכן אין פנים.


אזוי אויך דיינע טעכטער, אז דו וועסט נישט אינוועסטירן אין זיי יעצט ווען זיי זענען נאך קליין, דו וועסט זיי לאזן הפקר, דו וועסט ווייטער זיין אין דיין טעלעפאן מיט דיינע כלומר'ישע חברים - וועסטו זיך נאך אביסל זען מיט א גרויסע מיידל וואס וועט דיר איינטיילן וואס צו טון; זי וועט דיר דערביטערן דאס לעבן חס ושלום.


איך וויל דיר נישט אנשרעקן, איך וויל דיר אבער אויפוועקן פון שלאף, פון דיין טיפע חלום, פון אינוועסטירן און פון מאכן נאך געלט און נאך געלט און פארברענגען מיט חברים; גיי אהיים, זיץ אין שטוב, ביינאכט גייט מען נישט ארויס אין גאס. קודם זאלסט העלפן מיט די קינדער און אביסל רעדן און שמועסן מיט זיי, נאכדעם, ווען זיי גייען שלאפן - זאלסטו אביסל רעדן מיט דיין ווייב, און אביסל אסאך לערנען דיינע שיעורים.


לאז זיך אפ פון די פאליטיק, עס וועט דיר גארנישט אויסמאכן ווער עס איז געווארן פרעמיער מיניסטער אין מדינת ישראל און ווער עס גייט ווערן גאווערנאר אין ניו יארק, אלעס וועט בלייבן די זעלבע. אלעס איז הבל הבלים; אלעס איז נאר אוועק צו שלעפן דעם מענטש ער זאל פארגעסן אז עס איז דא א באשעפער וואס ער פירט אלעס, מאכט אלעס און אין אים ווענדט זיך אלעס.


איך ווארט צו הערן די גוטע נייעס אז דו האסט געוואונען, דו ביסט געווארן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#59 - דיין שיינע צעטל אנגעפילט מיט אזויפיל תורה
כיבוד אב ואם, דרך ארץ, לימוד התורה, נחת, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


דער מנהל האט מיר דערציילט ווי פלייסיג דו לערנסט, ער דערציילט מיר אז ער האט מיט דיר אפגעמאכט, היות דו דאווענסט שוין פריער, דו האסט שוין בר מצוה געהאט, דו דאווענסט מיט מנין; איז בשעת די קינדער דאווענען אין חדר - דעמאלט לערנסטו דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), דו לערנסט מקרא, משנה, גמרא. דער מנהל האט מיר באוויזן דעם צעטל, דעם חשבון וואו דו צייכנסט זיך אליינס אויף יעדן טאג וויפיל דו לערנסט; איך האב זייער הנאה געהאט צו זען דיין צעטל אנגעפילט מיט אזויפיל תורה.


... טייערער, איך וויל דו זאלסט אין שטוב אויך זיין א גרויסער צדיק, דו זאלסט פאלגן דיינע עלטערן מיט גרויס דרך ארץ; אזוי וועסטו מיר מאכן גרויס נחת.


קומענדיגע מאל איך קום קיין ארץ ישראל וועל איך קומען אין חדר ענק באזוכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#58 - ענדערש גיי מיט חברים וואס פירן זיך ווי דער תם
כיבוד אב ואם, חברים, נחת, תמימות, ליצנות, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


דיין מאמע האט געשריבן א בריוו, זי שרייבט אז אלע קינדער זענען איר זייער מכבד אבער דו ביסט עפעס ספעציעל. זי שרייבט אז דו ענטפערסט קיינמאל נישט צוריק פאר טאטע מאמע, ווען דו זעסט אינדערפרי אז עס איז נישטא קיין פרישע העמדער - שרייסטו נישט, דו פארפירסט נישט.


עס איז א מחי' צו הערן אזעלכע גוטע גרוסן אויף דיר; אינעם זכות פון מכבד זיין טאטע מאמע מיט אזא דרך ארץ - וועסטו זוכה זיין צו אלע גוטע ברכות וואס די תורה וואונטשט אויף די מצוה.


זאלסט אכטונג געבן נישט צו האבן קיין שום שייכות מיט בחורים און אינגלייט וואס ווערטלען זיך ווערטלעך פון ניבול פה, בכלל זאלסטו נישט האבן שייכות מיט די וואס אלעס איז ביי זיי ווערטלעך, שפעטן פון יעדן איינעם, ובפרטיות אויב דאס איז געפלאכטן מיט מניוולות.


ענדערש גיי מיט חברים וואס פירן זיך ווי דער תם, זיי לאכן נישט און שפעטן נישט פון קיינעם, יעדער איינער איז ביי זיי חשוב און טייער. קוק צו וואס דער תם האט זוכה געווען, צו ווערן מיניסטער איבער אלע מיניסטארן.


איך האף אז בקרוב ווערסטו א חתן, איך האף צום אייבערשטן צו זיין שדכן ביי דיר.


 

#57 - זיי נישט מוותר אויף קיין איין קינד
חינוך הילדים, הכרת הטוב, נחת, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת עקב, מברכים החודש, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש


איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר'ן אריינלייגן אין די קינדער אזויפיל ווארעמקייט, אזויפיל יראת שמים און חשקת התורה.


מיין זון נחמן נתן האט מסיים געווען ש"ס, דאס איז דיר צו פארדאנקען פאר'ן אריינלייגן אין אים חשק צו לערנען און צו זיין אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זען נחת ביי דיינע קינדער און ביי די תלמידים.


איך בעט דיר זייער, זיי נישט מוותר אויף קיין איין קינד, יעדע קינד איז אן עולם מלא, עס גייען ארויסקומען פון אים דורות; לייג אריין מידות טובות ויראת שמים.

#56 - די וועכנטליכע שיעורים דארפן זיין מיט אחריות
דרך ארץ, נחת, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז אזוי גוט צו הערן שיינע גרוסן, סיי פון די קינדער און פון די איידעמער, ווי שיין זיי פירן זיך מיט אזא דרך ארץ, און פון אייער מאן. די שיינע גרוסן געבט כח ווייטער עוסק צו זיין מיט אינגעלייט און בחורים, זיי אויסלערנען די שיינע לימודים פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


בנוגע די פרויען צאמקום וכו'; אדרבה ואדרבה, אז איר ווילט זיין פאראנטווארטליך אויף דעם - קען מען דאס מאכן. בכלל טראכטן מיר פון צעטיילן די צאמקום אויף קליינע גרופעס ביז פינף און צוואנציג פרויען א גרופע, דאס הייסט, מען וועט זיך צאמקומען אין אלע געגנטער פון שטעטל איין מאל א וואך, און יעדן ערב ראש חודש וועט מען מאכן איין גרויסע צאמקום.


אויב מען וויל באקומען די וועכנטליכע שיעורים, קען דאס נאר זיין אויב עס איז דא איינער וואס איז גרייט צו שטיין בראש, זיין אחריות'דיג סיי מיט'ן אנגרייטן, סיי זען עס זאל זיין דרך ארץ'דיג; עס זאל זיין שטיל. סיי מיט'ן האלטן פריוואט די שיעורים, און וויסן וועם מכבד זיין צו רעדן; נאר די פרויען וואס נעמען זייער שכל פון רבי'ן דורך אשר בנחל וכו'.


שרייבט מיר אויב איר זענט גרייט אויף דעם.

#55 - איך בין נתפעל ווי דו געבסט אכטונג מ'זאל נישט רעדן ניבול פה
מוסדות, ישיבה, נחת, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דעם פארגאנגענעם שבת אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אין קאנטרי "אילן החיים", מיר האבן געהאט א שיינע שפאציר מיט די בחורים.


אויפ'ן וועג האט מען מיר דערציילט צוויי שיינע מעשיות פון דיר, איך האב געהאט אזא נחת צו הערן די שיינע מעשיות.


איינס, אז עס איז אנגעקומען א דעליווערי צום תלמוד תורה, פון ברויט, און די טראק האט זיך צעבראכן. דער דרייווער, א איד מיט א ווייסע בארד האט זיך פארלוירן און געשריגן א מיאוס'ע ווארט, דו האסט אים געפרעגט: "אזוי רעדט א איד?!" דער דרייווער האט נאך אזוינס נישט געהאט, א אינגערמאן וואס איז אנגעטון מיט א שווארצע ארבעטס העמד, זאל אים פארהאלטן אויף ניבול פה...


די צווייטע מעשה, א בחור איז געקומען צום מנהל נרו יאיר דערציילן אז דער קעכער האט אים געשלאגן און ארויסגעווארפן פון קאך, דער מנהל זאגט אים: "דאס קען נישט זיין, אונזער קעכער שלאגט נישט, אונזער קעכער איז פון די איידלסטע תלמידי הישיבה"; ביז דער בחור האט דערציילט אז ער האט גערעדט שמוציג, ער האט גערעדט ניבול פה - האסטו אים ארויסגעווארפן.


איך בין אזוי צעבראכן אז עס איז דא אין ישיבה אפאר בחורים וואס רעדן ניבול פה; וויפיל איך רעד ביי די שיעורים פון דאס הארבקייט, די סכנה דערפון - קען איך דאס נישט פועל'ן. דו זאלסט זיין פעלזן פעסט, נישט לאזן ביי דיר אין קאך בחורים אן יראת שמים.


שרייב מיר א בריוו, וועסטו מיר מחי' זיין.

#54 - יישר כח פאר די בילדער ווי מען לערנט אין שול אין ירושלים
בית המדרש, נחת, ירושלים, בילדער

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יישר כח פאר'ן מיר שיקן בילדער ווי מען לערנט אין שול אין ירושלים.


ברענג מיר נאך בילדער פון אנשי שלומינו אין ארץ ישראל, ווי מען קומט זיך צוזאם און ווי מען לערנט, בפרט פון אונזער שול אין ירושלים - וועסטו מיר מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#53 - נעם נישט קיין צד אין מחלוקת, נישט לכאן און נישט לכאן
מחלוקת, שווער און שוויגער, שלום, משפחה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי אריבער מיט דיין ווייב צו אירע עלטערן, רעדט מיט זיי, דערציילט זיי שיינע זאכן פון אייערע קינדער; דאס איז וואס עלטערן דארפן און ווילן, איין זאך - נחת פון די קינדער און אייניקלעך.


דו קענסט זיך נישט און דו זאלסט זיך נישט אריינמישן ביי דיין שוואגער און שוועגערין; מען קען נישט פארטרייבן טונקלקייט, מען קען אבער יא ליכטיג מאכן; אז זיי ווילן נישט רעדן מיט דיין שווער און שוויגער, זיי האבן אפגעהאקט וכו' - זאלסטו פון היינט אן מער רעדן צו זיי.


שטיי ווייט פון מחלוקת, נעם נישט קיין שום צד, נישט לכאן און נישט לכאן, מחלוקת איז א סכנה; אך און וויי ווער עס נעמט א טייל אין מחלוקת.

#52 - דיינע עלטערן האב שטילערהייט נחת פון דיר
כיבוד אב ואם, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות מסעי, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיינע עלטערן האב שטילערהייט נחת פון דיר, זיי ווילן דאס נישט ארויסווייזן ווייל זיי שעמען זיך פון מענטשן, אבער שטילערהייט האבן זיי הויפענעס נחת.


זיי נישט דערשראקן, זאלסט זיי ווייטער מכבד זיין, און פון די אנדערע זייט זאלסטו ווייטער טון וואס דו האסט צו טון אן קיין שום פחד, אן קיין מורא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#51 - זומער דארף מען מער טרינקען, נישט צו ווערן אויסגעטרוקנט
מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, נסיונות, נחת, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מיין טייערע טאכטער ... תחי'


איך באקום זייער גוטע גרוסן פון סקול אז דו טוסט זייער א גוטע ארבעט, די קינדער זענען צופרידן.


איך האב נחת פון דיין מאן נרו יאיר. יעצט זומער זיצט ער מער אין ישיבה, איך האלט מיט פון דער נאנט זיין התמדת התורה, זיין יראת שמים און זיין גוטע הארץ. ער העלפט מיר זייער מיט די בחורים אין ישיבה, ער זארגט פאר זייער וואוילזיין.


שרייב מיר יעדע וואך וויפיל תהילים דו זאגסט. תהילים איז א טרינק, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א קאפיטל תהילים אז מען זאגט, איז אזוי ווי א פאנטש"; יעצט זומער ווען עס איז הייס, די נסיונות זענען גרויס - דארף מען מער טרינקען נישט צו ווערן דיהיידרעיטעד, אויסגעטרוקנט.


פון דיין טאטע.


 

#50 - ווען איך קום אין חדר, באקום איך כח אנצוגיין
חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב, סיפורי צדיקים, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב, ליבערטי


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין היינט ביי דיר אין כתה, לערנען מיט די קינדער די שיעור גמרא, די קינדער האבן זייער גוט מיט געהאלטן.


דאס איז מיין גאנצע נחת, דאס געבט מיר כח ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט. איך האב אזויפיל אויפ'ן קאפ, אויסער די צרות וואס איך הער אויס טאג טעגליך פון אידישע קינדער, יעדער איינער זיין פעקל; אבער ווען איך קום אין חדר, איך זע די ליכטיגע קינדער, ווי זיי לערנען און דאווענען מיט א חיות, דאס איז דאך מער פון אלעס.


דערצייל פאר די קינדער מעשיות פון צדיקים; דו האסט דאך אסאך וואס צו דערציילן, דו ווייסט אסאך מעשיות פון צדיקים; דאס וועט זיי אויפפלאקערן זייערע ריינע הערצער צום אייבערשטן.

#49 - איך הער שיינע גריסן פון ענקער מלמד
תפילות אויף אידיש, יונגע יארן, נחת, חדר, ירושלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים


איך פריי זיך זייער צו הערן גוטע גריסן אויף ענק, ענקער מלמד שרייבט מיר כמעט יעדן טאג וואס עס טוט זיך אין חדר. ער דערציילט מיר פון יעדן קינד - ווער עס דאווענט שיין, און ווער עס גייט היינט דאווענען שיין, ווער עס לערנט גמרא און משניות, און אויך ווער עס גייט פון היינט און ווייטער לערנען פלייסיג.


טייערע קינדער, אויב וועט איר דאווענען און לערנען און איר וועט פאלגן ענקער מלמד - וועט איר אויסוואקסן ערליכע אידן, ווייל ענקער מלמד וויל נאר ענק זאל זיין גוט, ער לערנט ענק די וועג ווי אזוי מען קען זיין נאנט צום אייבערשטן, און אז ענק וועלן פאלגן - וועלן ענק זיין גוטע אידן.


איך ווארט יעדן טאג אויף די בריוו וואס ענקער מלמד שרייבט מיר, איך ליין דאס שטייטליך, איך ווארט צו זען יעדע נאמען, יעדע קינד - ווי ער פירט זיך, ווי שיין ער פירט זיך; איך האף איר וועט מיר מאכן נאר נחת.


איך וויל ענק זייער בעטן, יעדן טאג איידער איר קומט אין חדר זאלט איר זיך מתבודד זיין, איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר אז היינט זאל זיין א גוטע טאג, היינט זאל איך לערנען און דאווענען, היינט זאל איך זיין א גוט קינד, דער יצר הרע זאל מיך נישט געווינען, דער יצר טוב זאל מיך געווינען, העלף מיר איך זאל פאלגן מיינע עלטערן, מיין טאטע מאמע, און מיין מלמד"; אויך זאלט איר בעטן פאר מיר, יואל בן רייצא רעכיל, איך זאל האבן כח און הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#48 - א קינד פון זעקס און א האלב יאר זאל ענדיגן תהלים?
תהלים, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת קרח, ערב ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', טברי'


אייער טאטע האט מיר דערציילט אז איר זאגט יעדן טאג תהילים און איר האט מסיים געווען די ערשטע מאל גאנץ ספר תהילים; דאס איז עפעס וואס מען הערט נישט ביי אנדערע, א קינד פון זעקס און א האלב יאר זאל זאגן תהילים און זוכה זיין צו מאכן א סיום; דאס איז זייער א פרייליכע זאך!


הויבט אן נאכאמאל תהילים; אייער גאנץ לעבן זאלט איר זאגן תהילים, וועט דער אייבערשטער אייך היטן פון שלעכטס.

#47 - א זכי' צו האבן אזא גוט קינד אין אונזער חדר אין ירושלים
נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים


דיין מלמד נרו יאיר שרייבט מיר זייער שיינע זאכן אויף דיר; אז דו לערנסט פלייסיג און דו פירסט זיך מיט גוטע מידות.


איך בין אזוי פרייליך, איך האב אזוי הנאה דאס צו הערן; איך גיי שרייבן פאר דיינע עלטערן אז דו ביסט א גוט קינד, און עס איז פאר אונז א זכי' צו האבן אזא גוט קינד אין אונזער חדר אין ירושלים.


שרייב מיר יעדע וואך א בריוו, שרייב מיר וואס טוט זיך אין חדר און נאך - וועסטו מיר מחי' זיין.

#46 - איך האב נישט געוואלט איבערהאקן דיין לערנען
כולל, שטעטל, לימוד התורה, נחת, זומער

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


איך בין געווען דעם פארגאנגענעם מאנטאג אין שטעטל, איך האב אריינגעקוקט אין כולל צו זען ווי מען לערנט. איך האב דיר געוואלט געבן שלום עליכם, אבער איך האב נישט געוואלט איבערהאקן דיין לערנען; איך בין געשטאנען און געקוקט ווי איר לערנט מיט אזא התמדה, דאס האט מיר זייער פרייליך געמאכט.


געב איבער פאר'ן דיין הרב ר' יונה שליט"א, איך האב זייער געוואלט געבן פאר אים שלום און רעדן מיט אים, אבער ענקער התמדה האט מיר נישט געלאזט דאס טון.


איך האב דערציילט פאר מאמי תחי' פון דיין לערנען; איר פנים האט אויפגעשיינט, זי זאגט מיר: "יעצט האב איך פרישע כוחות ווייטער צו טון מיט די קינדער; ווען איך הער אז מיינע קינדער לערנען און פירן זיך ערליך – געבט דאס מיר כח".


איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו קומען זומער אין שטעטל; איך דארף נאך אסאך הילף פונעם אייבערשטן אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן גוט און גרינג.

#45 - יישר כח פאר'ן צושטעלן אש"ל פאר די געסט אין שטעטל אויף שבועות
קינדער, סגולות, הכרת הטוב, שטעטל, הכנסת אורחים, נחת, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא, י' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


עס קומט אייך א גרויסן יישר כח פאר'ן צושטעלן אש"ל פאר אלע געסט וואס זענען געקומען מיט האלטן דעם יום טוב שבועות אין שטעטל.


עס איז געווען זייער א שיינע קיבוץ אנשי שלומינו, עס איז זייער שיין צו זען ווי די משפחות אין שטעטל עפענען די הערצער אויפצונעמען די אלע געסט.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן, בזכות הכנסת אורחים זאלט איר זוכה זיין צו נחת פון די קינדער. דער רבי זאגט דאך (ספר המדות אות הכנסת אורחים, סימן ג): "הַכְנָסַת אוֹרְחִים מְזַכָּה אֶת הָאִשָּׁה לְבָנִים", די מצוה פון ארייננעמען געסט איז א סגולה פאר א פרוי צו קינדער.