בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#15 - די שווערע טעג וועלן אריבערגיין, און דערנאך וועט איר זיין פיל נחת
צרות, התחזקות, מחלוקת, שמחות, נחת

בעזרת ה' יתברך


                                יום ד' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האף אז דו גייסט צו די שמחה מיט א שמחה; וויפיל דו ביסט צופרידן פונעם חתן וועסטו זען נאך די חתונה אז ער איז נאך אסאך מער ווי דו מיינסט, ער איז א טייער קינד, א דיאמאנט.


דאס וואס גייט אריבער יעצט, מען קען זיך נישט אויסקומען, די מחותנים וכו' וכו' - דאס איז אזוי ווי חבלי לידה. ווען א פרוי גייט האבן א קינד, פון איין זייט איז דאס זייער שווער, אבער זי ווייסט אז די ווייען גייען אריבער און מען באקומט א ליכטיג קינד פונעם אייבערשטן. דאס זעלבע זאג איך דיר, דו און דיין ווייב תחי' גייען יעצט אריבער שווערע טעג, איר קענט נישט אנגיין מיט אייער לעבן פון די אלע רייבערייען וכו'; דאס איז נאר די פאר וואכן, באלד באקומט איר א זיסער ליכטיגער איידעם וואס וועט אייך ברענגען נאר נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - לייג אוועק די אייגענע חשבונות, און צאל שכר לימוד
שכר לימוד, קינדער, נחת

בעזרת ה' יתברך


                        יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד האברך ... נרו יאיר.


א גרוס פון דיינע טייערע קינדער, זיי זענען זייער מצליח ביי אונז אין מוסד; איך שטעל זיך פאר אז דו זעסט אויך א גרויסע שינוי לטובה. אלע האבן זיך זייער געטוישט צום גוטן, איך האף צום אייבערשטן אז זיי וועלן אויסוואקסן גרויסע צדיקים, ערליכע אידן.


איך וויל דיר פרעגן פארוואס דו צאלסט נישט שכר לימוד, מען זאגט מיר פון אפיס אז דו צאלסט נישט קיין שכר לימוד. עס איז נישט גערעכט נישט צו צאלן שכר לימוד; לייג אוועק דיינע אייגענע חשבונות וכו', שפיל נישט פאליטיק און באצאל שוין שכר לימוד.


אז דו ביסט ברוגז אויף מיר איז נישט קיין תירוץ, איך דארף נישט מען זאל האלטן פון מיר, איך זוך נישט קיין חסידים; אויף מיר זענען זייער אסאך מענטשן ברוגז, עס האט נישט צו טון, איך וויל וויסן פארוואס דו צאלסט נישט קיין שכר לימוד?


דא האסטו דעם חשבון וויפיל דו קומסט: 11,195$

#13 - זיך לייגן שלאפן פרי און אויפשטיין פארטאגס
תפילה והתבודדות, שלום בית, נחת, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער זון ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט א נייעם סדר, דו לייגסט זיך שלאפן פרי, דו שטייסט אויף פינף אזייגער פארטאגס לערנען און דאווענען.


איך האב דאס דערציילט פאר מאמי תחי', מיר האבן אינאיינעם געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים, אז אונזערע קינדער פירן זיך בדרך התורה.


דיין ווייב תחי' שרייבט מיר אז דו פירסט זיך אויף זייער שיין אין שטוב, דו רעדסט שיין; וואויל איז דיר, וואויל איז דיין חלק.


איך וויל דיר אביסל מוסר זאגן, א טאטע דארף דאך מוסר'ן א קינד; זע צו פאלגן דעם רבי'ן, דו זאלסט פון פריש אנהייבן גיין התבודדות. זוך דיר א שטילע פלאץ; אדער אין שטוב, אדער אינדרויסן און שמועס מיט'ן אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר דו זאלסט זוכה זיין צו זיין א צדיק; אזוי זאלסטו בעטן טאג נאך טאג, נאכט נאך נאכט.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן; עס איז שפעט, איך דארף שוין גיין שלאפן.


 

#12 - אייער מיידל פירט זיך מיט דרך ארץ
סקול, דרך ארץ, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי.


איך וויל אייך ברענגען א נחת גרוס פון אייער טאכטער ... תחי'; איך האב יעצט גערעדט מיט מרת ... תחי', זי זאגט מיר מיט א פולן מויל אז אייער טאכטער איז פון די געציילטע מיידלעך וואס זענען דרך ארץ'דיג, זי איז א בת פיגא תלמידה; זי לאכט נישט, זי פירט זיך דערוואקסן.


עס קומט איר זאלט איר כסדר אויסרימען און אויסלויבן זי זאל וויסן איר חשיבות; זאגט פאר אייער טאכטער אז איך האב אייך געשריבן, זאגט איר אז זי געבט מיר נחת.


אויך זאלט איר דאנקען מרת ..., זי געבט זיך אוועק פאר די קינדער בלב ונפש.

#11 - שטארק זיך אויף דיינע איבערגייאכץ
התחזקות, סיום, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גוט ווארט האט מען אלץ ליב צו הערן; איך הער פון די טיטשערס, זיי רעדן פון דיין טאכטער ..., פון איר גוט הארץ - אויסנאם שיין. זיי דערציילן מיר ווי זי קען אפילו וויינען ווען זי זעט א צווייטע מיידל איז בצער, זי האט זייער א ווייכע הארץ, זי איז זייער געבעדיג.


שטארק זיך אויף דיינע איבערגייאכץ; יעדן איינעם פרואווט מען אויס, יעדער איינער גייט אריבער שווערע נסיונות אין לעבן, נאר ווייל מען וויל זען ווי אזוי דער מענטש וועט זיך דערהאלטן, ווי אזוי ער וועט זיך פירן, צו וועם ער וועט לויפן.


אמאל פלעגסטו מיר שרייבן פון צייט צו צייט דיינע סיומים; איך האב זיך זייער מחי' געווען. אז דו וועסט מיר ווייטער שרייבן דיינע סיומים וועסטו מיר פריש מחי' זיין.


איך בענק נאך דיר.

#10 - מיר גרייטן יעצט אן די כיתות פאר'ן קומענדיגן יאר
מלמדים, מוסדות, נחת, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר ... נרו יאיר.


א גריס פון דיינע ליכטיגע קינדער; אלע זענען ערליך און פירן זיך מיט יראת שמים, בפרט דיין בחור ... נרו יאיר בטל'ט נישט די צייט, אדער לערנט ער, אדער העלפט ער אדער איז ער מפיץ; איך האף אז ער וועט בקרוב א חתן ווערן.


איך וויל וויסן וואס דיין פלאן איז פאר קומענדיגע יאר, מיר גרייטן יעצט אן די כיתות פאר'ן קומענדיגן יאר - הבא עלינו לטובה.


 מיר וועלן זיך זייער פרייען אז דו וועסט זיין דער כתה א' מלמד, מיר קוקן ארויס אויף דעם; ביטע לאזן וויסן דעם מנהל ר' ... נרו יאיר דיינע פלענער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - ליב האבן אידישקייט
תפילה והתבודדות, צניעות, שידוכים, עבודת השם, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע צוזאמקום פון די מיידלעך אין ירושלים.


שטארקט אייך מיט די עצה פון התבודדות ותפילה; איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, נישט דא קיין שטערקערע זאך פון דעם. תפילה טוישט די טבע, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵיב כָּךְ וְהַתְּפִלָּה מְשַׁנֶּה אֶת הַטֶּבַע", אפילו די טבע זאגט איין זאך, קומט תפילה און דריידט אלעס איבער; פרובירט דאס אויס וועט איר נישט דארפן קיין חיזוק פון קיינעם, איר וועט זיך אליינס איבערצייגן און זען גרויסע ניסים.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך פירן איידל און זיך אנטון איידל; איר אלע ווילט דאך חתונה האבן און איר אלע ווילט זוכה זיין צו קינדער, איר ווילט און איר וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אויפשטעלן שיינע שטובער; דעריבער נעמט די ברכה און הבטחה פון הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס געבט אכטונג אויף צניעות וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער; מען זעט מענטשן מוטשען זיך היינט מיט קינדער, מען זוכט עצות פאר גוטע קינדער, קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט השם ישמרינו, מען וויינט, מען שרייט און מען מאכט אסופות - וואס טוט מען מיט די קינדער? אז מען פירט זיך איידל זאגט דער רבי צו אז מען וועט האבן ערליכע קינדער; פרעג איך אייך, ווער פון אייך וויל נישט זוכה זיין צו די ברכה פון רבי'ן.


בעט דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן אידישקייט, איר זאלט זען דאס שיינקייט פון זיין א איד, איר זאלט ליב האבן די איידעלע וועג; עס איז אזוי גוט צו זיין א איד, מיינט נישט אז דער נישט איד און דער וואס פירט זיך נישט ווי א איד - דער האט א לעבן, דער האט הנאה; פארקערט, די וואס טוען זיך אן שיין, רייך און איידל - די האבן א לעבן. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (מדרש רות רבה ד, ט): פארוואס האט בועז געוואלט חתונה האבן מיט רות? ווייל ער האט געזען אויף איר אז זי איז אנדערש פון אלע מיידלעך; אלע מיידלעך וואס זענען געקומען צו אים אין פעלד קלויבן לקט שכחה און פאה פון די זאנגען האבן זיך אראפגעבויגן אויפצוהייבן פון די אראפגעפאלענע תבואה און ווען מען בייגט זיך אראפ הייבט זיך אויף די קלייד און דאס איז נישט צניעות'דיג, אבער רות האט זיך נישט אראפגעבויגן נאר זי האט זיך אראפגעזעצט אויף אן אופן אז איר קלייד זאל זיך נישט אויפהייבן. נאך זאגן חז"ל (שם) אז ער האט געזען ווי די מיידלעך לאכן ארום מיט די בחורים וואס האבן דארט געארבעט, אבער רות האט נישט גערעדט מיט פרעמדע מענער און נישט געלאכט פון זייערע ווערטלעך, דאס האט אים באאיינדרוקט אז די מיידל איז א גרויסע צדקת, און פון דעם פארפאלק איז ארויס געקומען דוד המלך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אלע זוכה זיין אויפצושטעלן שיינע אידישע שטובער.

#8 - זייט ממשיך צו בעטן דעם אייבערשטן, איר זעט דאך די שיינע פירות
מוסדות, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך ברענג אייך א גריס פון אייער מאן נרו יאיר און אייערע קינדער; זיי פירן זיך ליכטיג און טייער.


אייער מאן נרו יאיר העלפט מיר זייער געטריי, ער האט א שטארקע געפיל פאר די מוסד און פאר די קהילה; אויך אייער זון נרו יאיר פירט זיך אויף מיט דרך ארץ און גוטע מדות.


דאס איז א חיזוק פאר אייך איר זאלט ווייטער ממשיך זיין מיט'ן דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן, אויך זאלט איר ממשיך זיין מיט'ן מחזק זיין אנדערע; אלע דיבורים וואס מען רעדט מיט אנדערע זאל זיין געפלאכטן מיט אמונה און אמונת חכמים.


איך בעט פאר אייך שטענדיג און פאר אייער גאנצע משפחה.

#7 - שעצן דעם מאן'ס לימוד התורה
שלום בית, לימוד התורה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אם ירצה ה' דעם קומענדיגן שבת - פרשת תצוה (זכור) ענדיגן מיר מסכת ברכות; אייער מאן נרו יאיר לערנט יעדן טאג דעם דף גמרא, ער גייט אויך מסיים זיין דעם שבת מסכת ברכות, וואלט געווען א גוטע זאך איר זאלט אים מאכן א שיינע סעודה לכבוד די סיום, דאס וועט אים זייער מחזק זיין, עס וועט אים געבן א גוטע שטופ אנצוהויבן דעם קומענדיגן זונטאג מסכת שבת.


מיט חכמה קען מען אויפהייבן דעם מאן זייער הויך; א קלוגע פרוי ווייסט ווי אזוי צו מאכן איר מאן זאל זיין אן ערליכער איד. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד", עס איז געווען א מעשה מיט א חסיד וואס האט געהאט א ערליכע פרוי און זיי האבן נישט זוכה געווען צו קינדער, האבן זיי אפגעמאכט צווישן זיך אז וויבאלד זיי האבן נישט קיין קינדער וועלן זיי זיך גט'ן און אזוי האבן זיי געטון, "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער חסיד האט חתונה געהאט מיט נישט אן ערליכע פרוי און מיט די צייט האט זי אים געמאכט פאר א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשַֹּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", ווידער די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א מאן א רשע און זי האט אים געמאכט פאר א צדיק, "הֱוֵי, שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז די פרוי האט מורא'דיגע כוחות, זי קען איבער דרייען איר מאן אים מחזק זיין און אים אויפהייבן.


וואויל איז פאר די פרוי וואס האלט טייער איר מאן וואס לערנט תורה, וועט זי זוכה זיין צו שיינע דורות.

#6 - די צער פון א אידישע מאמע ווען א קינד פירט זיך נישט ערליך
קינדער, תפילה והתבודדות, צרות, חיזוק פאר פרויען, נסיונות, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן און גלייבן אינעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און קיין שום זאך איז נישט א פערצופאל, נאר אלעס אלעס פירט זיך מיט א פונקטליכקייט.


ווי קען איך אייך מחזק זיין, ווען איר גייט אריבער אזויפיל פיין און צער פון אייער זון וואס פירט זיך יעצט נישט בדרך התורה? ווער קען פארשטיין די פיין און ווייטאג פון א מאמע'ס הארץ וואס איר קינד פירט זיך נישט בדרך התורה? עס איז נישט דא נאך אזא פיין און ווייטאג אויף די וועלט ווען מען זעט אז עס גייט אריבער א יאר נאך א יאר, מען בעט אזויפיל פאר'ן קינד, מען טוט אלע סארט סגולות און אסאך גוטע מעשים - אלעס לזכות אז דאס קינד זאל זיך צוריקקערן און מען זעט נישט ווי עפעס רירט זיך, ביז מען שפירט ביי זיך אז עס וועט שוין נישט קומען א ישועה.


עס איז זייער שווער, עס איז זייער פארווייטאגט; דאך דארפן מיר זיך שטארקן און גלייבן אינעם אייבערשטן, מיר דארפן חזר'ן די פשוט'ע ווערטער: "מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען גארנישט און מיר ווילן נישט פארשטיין; מיר גלייבן אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט מיט א פונקטליכקייט און מיר גלייבן אין תפילה; מיר גלייבן אז יעדע תפילה, יעדע געבעט - גייט ארויף צום אייבערשטן, קיין שום תפילה ווערט נישט פארפאלן, דער אייבערשטער הערט אויס יעדעס ווארט, יעדעס געבעט"; אזוי ווי מיר זאגן יעדן טאג די ברכה: "כִּי אַתָּה שׁוֹמֵעַ תְּפִילַת כָּל פֶּה עַמְּךָ יִשְׂרָאֵל בְּרַחֲמִים, בָּרוּךְ אַתָּה ה' שׁוֹמֵעַ תְּפִלָּה...", דער אייבערשטער הערט אויס יעדעס ווארט פון אידישע קינדער מיט רחמנות.


עס איז מיר זייער שווער צו שרייבן דעם בריוו ווען איך טראכט פון די ווייטאג וואס איר האט; א מאמע וואס האט געטראגן וכו' און געבוירן וכו' און געהאדעוועט אזויפיל יארן א קינד, און פלוצלינג האט דאס קינד אפגעלאזט זיין ווארעמע היים, לעת עתה פירט ער זיך נישט בדרך התורה - ווערט מיר זייער שווער, איך שפיר זייער שלעכט; דאך שרייב איך אייך אפאר ווערטער, ווייל מיר מוזן זיך שטארקן, מיר מוזן אנגיין מיט אונזער לעבן און נאר מיט אמונה קען מען אנגיין ווייטער מיט'ן לעבן, נאר מיט אמונה קען מען זיין שטארק און שטארקן אנדערע.


געבטס א קוק וואס פאר א טייערע דור איר האט אויפגעשטעלט; טייערע קינדער, ליכטיגע אייניקלעך און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט איר נאך האבן נחת פון דעם קינד. און אפילו יעצט זעט מען נישט ווי די תפילות העלפן זאלט איר וויסן אז יעדע תפילה גייט ארויף צום אייבערשטן און עס ווערט פון דעם שיינע זאכן; אייערע אייניקלעך און אור-אייניקלעך און אור-אור-אייניקלעך וועלן זיך קענען האלטן אין דעם ביטערן גלות בזכות די תפילות, סגולות און מעשים טובים וואס איר טוט פאר דעם קינד.


דאס ווייסט איר אז דער רבי האט אונז געזאגט מיר זאלן ברענגען קינדער אויף די וועלט אפילו אין צייטן וואס מען וועט זיך נישט קענען האלטן מיט די תורה, ווייל ווען משיח וועט קומען וועלן אלע אידן תשובה טון, אלע וועלן דינען דעם אייבערשטן; אלע מאמעס וואס האבן געוויינט און געבעטן דעם אייבערשטן אויף זייערע דורות וועלן דעמאלט ווערן פאראייניגט מיט זייער קינד מיט א גאנצע הארץ.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז און שיקן דעם גואל צדק, ער זאל צוריק ברענגען אלע אידן, אזוי ווי עס שטייט (מלאכי ג, כב-כג): "הִנֵּה אָנֹכִי שֹׁלֵחַ לָכֶם אֵת אֵלִיָּה הַנָּבִיא לִפְנֵי בּוֹא יוֹם ה' הַגָּדוֹל וְהַנּוֹרָא, וְהֵשִׁיב לֵב אָבוֹת עַל בָּנִים וְלֵב בָּנִים עַל אֲבוֹתָם".

#5 - געבן פאר אנדערע א גוטע געפיל
חיזוק פאר פרויען, מדות טובות, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א גריס פון אייער זון ... נרו יאיר; ער איז זייער א וואוילער בחור, ער האט מעלות וואס מען טרעפט נישט ביי אנדערע. צום ביישפיל זיינע מידות, זיין צוגעלאזנקייט צו אנדערע בחורים איז וואונדערליך, ער געבט פאר אנדערע א גוטע געפיל וכו', וכו'. איך האב אים זייער ליב, איך פרוביר אים מקרב צו זיין, מן הסתם געבט ער אייך איבער אז ער עסט ביי מיר פון מאל צו מאל שבת'דיגע סעודות.


מוהרא"ש טייטשט וואס מען זאגט ביים דאווענען: "אִם כְּמִדָּתָהּ - כְּשֵׁרָה", אז מען זעט א בחור מיט גוטע מידות איז שוין גוט, דאס ווייזט אז דער בחור איז גוט און ער וועט זיין גוט; אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (נועם אלימלך, וישב): "יֵשׁ בְּנֵי אָדָם שֶׁמַּעֲשֵׂיהֶם מְקֻלְקָלִים, רַק מַחֲמַת שְׁיֵשׁ בָּהֶם אֵיזֶה מִדָּה טוֹבָה מִצַד הַטֶּבַע, דְּהַיְנוּ שֶׁהוּא לֵב טוֹב, גוֹמֵל חֶסֶד, וְעוֹשֶׂה טוֹבוֹת עִם בְּנֵי אָדָם, זֶה מוֹעִיל לָהֶם שֶׁחוֹזְרִים לְמוּטָב", עס זענען דא מענטשן וואס זייערע מעשים זענען נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין, זיי טוען נישט גוטע זאכן, אבער זיי האבן גוטס אין זיך; א גוט הארץ, זיי טוען חסד פאר א צווייטן איד, דאס העלפט זיי צוריק צו קומען צום אייבערשטן און תשובה טון. ער טייטשט מיט דעם דער פסוק (תהלים כג, ו): "אַךְ טוֹב וָחֶסֶד יִרְדְּפוּנִי כָּל יְמֵי חַיָּי", 'אַךְ' איז א מיעוט, אז מען האט אין זיך 'אַךְ טוֹב' - אביסל גוטס, דאס וועט העלפן אז 'יִרְדְּפוּנִי כָּל יְמֵי חַיָּי, וְשַׁבְתִּי בְּבֵית ה' לְאֹרֶךְ יָמִים'; בפרט ווען ... נרו יאיר איז דאך אן ערליכער בחור, ער לערנט און דאווענט, וועט אים זיין גוטע הארץ זיכער אויפהייבן העכער און העכער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען נחת ביי אלע אייערע קינדער, זיי זאלן אלע טרעפן זייערע שידוכים.

#4 - שטארק דיך מיט תפלה און סבלנות
תפילה והתבודדות, נחת

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת לך לך, י' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער שוועסטער ... תחי'.


איך וויל דיר געבן א שטיקל גרוס פון דיין טייערער זון ... נרו יאיר; ער פירט זיך אויף זייער שיין. ער פאלגט אלעס וואס מען פארלאנגט, ער דאוונט אויף איין פלאץ מיט התלהבות, חשק און שמחה..


נאכן עסן קומט ער אין בית המדרש לערנען משניות; ער זאגט די ווערטער אויפ'ן קול, מיט זיינע זיסע קול; די ווערטער פון תורה וואס ער זאגט גייט ארויף צום אייבערשטן, דער אייבערשטער פריידט זיך זייער מיט דעם.


ער זיצט נעבן מיר א גאנצן טאג; איך געב זייער אכטונג אויף אים, אויך די בחורים זענען זייער פריינטליך צו אים.


שטארק זיך מיט די עצה פון תפלה והתבודדות, און שטארק זיך מיט סבלנות; מען קען נאר זיין שטארק מיט תפלה אויב מען האט סבלנות אויס צו ווארטן די ישועה.


פון דיין ברודער, דיין זונ'ס ראש ישיבה.

#3 - פרישע אינגעלייט אין כולל
כולל, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך בעט דיר זייער זאלסט מיר ווייטער העלפן מיט די כולל. וויסן זאלסטו אז דער כולל היכל הקודש איז פאר אונז א ספעציעלע מתנה פונעם אייבערשטן; עס זיצן יונגעלייט יראים ושלמים און לערנען גמרא והלכה בהתמדה רבה, אויף א פארנעם וואס מען זעט נישט דאס גלייכן.


יעצט זענען נתרבה געווארן ספסלי בית המדרש, עס זענען אריינגעקומען ברוך ה' פרישע אברכים, דארפן מיר יעצט האבן יעדע וואך קרוב צו פופצן הונדערט דאללער. בעט איך דיר זאלסט מיר ווייטער העלפן און אין דעם זכות וועסטו ארויס גיין פון אלע דיינע חובות און דו וועסט זוכה זיין צו גרויס שפע.


קוק די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר ביז אהער; אלע דיינע קינדער זיצן און לערנען, דאס איז דאך מער פון געלט. איינער האט געלט, א צווייטער האט הייזער, א דריטער האט געשעפטן און דו האסט קינדער וואס פירן זיך בדרכי התורה והיראה.


ברוך ה' דיין איידעם נרו יאיר איז א טייערער יונגערמאן, ער איז אויך אריין אין כולל און לערנט מיט א שטארקע התמדה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - באניי זיך יעדן טאג מיט די עצות פון רבי'ן
שמחה, חסידות ברסלב, התחדשות, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר, ט"ו אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


א גריס פון דיין טייערער זון הבחור ... נרו יאיר; ער לערנט בהתמדה רבה. ער האט היינט מסיים געווען מסכת שבת, אויך האט ער די וואך מסיים געווען די זיבעטע מאל ששה סדרי משנה. דאס איז דאך די גאנצע שטרעבן פון עלטערן, צו זען זייער קינד לערנט די הייליגע תורה.


געב איבער פאר דיין ווייב תחי' די גוטע גריס אויף דיין זון, זאל זי שעפן נחת.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און גיי אן מיט א פרישקייט און באניי זיך יעדן טאג מיט די עצות פון רבי'ן. ברענג אריין אין שטוב א פרייליכקייט; טאנץ מיט דיינע קינדער: "בך רבינו נגילה, בך רבינו ונשמחה", איז מיר ווייסן פון רבי'ן וואס געבט אונז לעבן, ער געבט אונז עצות ווי אזוי צו לעבן און ווי אזוי צו זיין אן ערליכער איד.


אלע צדיקים זאגן אונז אז מען דארף זיין א צדיק, אבער דער רבי געבט אונז "א וועג" ווי אזוי צו זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - דאנקט דעם אייבערשטן אויף די פילע חסדים און נחת
קינדער, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת טהרה, ד' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן וואס פאר א שיינע גארטן איר האט אויפגעשטעלט; וואס קען זיין א גרעסערע וואונטש פאר א אידישע מאמע ווי צו זען אלע קינדער יראים ושלמים און פירן זיך בדרך התורה.


געבט א קוק אויף אייערע קינדער; אנגעהויבן מיט ... נרו יאיר, א טייערער יונגערמאן א מלמד פאר תינוקות של בית רבן, ער לערנט מיט זיי די הייליגע אותיות התורה. אויך האלט ער דרשות אויף 'קול ברסלב', ער לערנט פאר שאלות ותשובות - בריוון פון "עצתו אמונה", הונדערטער אידן הערן אים אויס טעגליך, אזוי אויך לערנט ער ביי אונז אין כולל יעדע פארנאכטס הלכה.


נאכדעם אייער צווייטע זון ... נרו יאיר, ער זיצט אין כולל אינדערפרי און פארנאכטס, אויך העלפט ער אין חדר; ער לייגט אריין אין די קינדער יראת שמים, בשעת זיי עסן דערציילט ער זיי שיינע מעשיות. אויך האלט ער דרשות פאר הונדערטער אידן אויף 'קול ברסלב', ער לערנט פאר בריוו פונעם ראש ישיבה פון ספר "איש אמונות"; אזויפיל אידישע קינדער זענען זיך מחי' מיט דעם, מענטשן וואס ארבעטן א גאנצן טאג רופן אריין דעם טעלעפאון ליין 'קול ברסלב' און הערן זיך צו צו די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן.


אויך אייער איידעם ... נרו יאיר לערנט אין כולל אינדערפרי און פארנאכטס מיט אזא התמדה און מיט אזא פלייסיגקייט. יעצט האט אייער טאכטער ... תחי' אנגעהויבן פארלערנען בריוו וואס איז געשריבן ספעציעל פאר פרויען און מיידלעך אויף די פרויען טעלעפאון ליין.


דארפט איר טאנצן פאר שמחה, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די שיינע גארטן וואס דער אייבערשטער האט אייך געגעבן א מתנה.


יעצט גייען מיר פראווענען דעם 'ליל הסדר', זאלט איר זאגן נשמת מיט לויב און דאנק פאר אלע חסדים, וועט דער אייבערשטער טון מיט אייך נאך חסדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.