בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#14 - די קינדער זאלן ליב האבן פסח
חינוך הילדים, הדרכות, פסח, סדר נאכט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיינע פראגעס וכו'.


דו פרעגסט ווי לאנג בערך זאל געדויערן א סדר; טייערער ברודער דאס איז נישט אויף וואס מען דארף קוקן, ביי יעדן איינעם גייט עס אנדערש, איינער איז מער א זריז - נעמט אלעס שנעלער, און ביי א צווייטן - נעמט אלעס לענגער; דאס איז נישט אויף וואס מען דארף קוקן, דער עיקר דארף מען זען עס זאל זיין געשמאק מיט א חיות און א טעם.


ווען מען ברענגט אריין די הייליגע יום טוב פסח - דארף מען דאס מאכן מיט ליבשאפט און געשמאק, אז די קינדער זאלן דאס ליב האבן; ווייל אויב די קינדער באקומען די מצוות מיט אנגעצויגנקייט און מיט נערוועזקייט - איז דאס גורם זיי צו דערווייטערן פון אידישקייט.


אלעס וואס דו טוסט; אלע מנהגים, אלעס אלעס - זאל געטון ווערן מיט געשמאק און מיט פרייד, די סדר נאכט, די הגדה, אפגערעדט דאס הכנה פאר פסח, דאס אויסרוימען די חמץ, דאס כשר'ן, דאס בודק חמץ זיין וכו' וכו'; אלעס זאל געטון ווערן מיט געשמאק און מיט טעם, אז די קינדער זאלן ווארטן אויף דעם, זיי זאלן ארויסקוקן און פרעגן: 'ווען קומט שוין פסח? ווען גייט מען שוין כשר'ן? ווען גייט זיין די סדר נאכט', אז נישט לויפן די קינדער אוועק, זיי ווילן נישט הערן פון אידישקייט רחמנא לצלן.


די נסיונות זענען זייער גרויס, די צד הטומאה לאקערט זייער אויף די יוגענט, זיי שטעלן א פנים ווי זיי האבן ליבשאפט, זיי קומען מיט א פנים אז ביי זיי איז דא ווארעמקייט און געפיל, און די יוגענט ווערט צו זיי צוגעשלעפט השם ירחם; דארפן מיר זיך זייער אנשטרענגען אז אין שטוב זאל זיין ווארעם, די קינדער זאלן זען א שיינע שטוב, די קינדער זאלן זען ווי טאטע מאמע לעבן בשלום; אזוי וועלן זיי קיינמאל נישט אוועקגיין פון שטוב, זיי וועלן גיין אין די וועג פון די עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#13 - דער טאטע רעדט פסח צו די קינדער פון אמונה
חינוך הילדים, פסח, סדר נאכט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, ירושלים


וואס מאכסטו? איך האב שוין אזוי לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האף אז דו שטארקסט זיך, איך האף אז דו באניצט זיך נאך מיטן רבינ'ס עצות, בעיקר מיטן גיין יעדן טאג א שפאציר, זיך מתבודד זיין, זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן אייבערשטן.


וואס מאכן דיינע קינדער? וואס מאכט דיין ... נרו יאיר? לייג אריין קאפ אין דיינע קינדער, נישט אלעס איז ביזנעס, פסח איז א צייט פון חינוך הילדים, אלעס פונעם ליל הסדר דרייט זיך ארום די קינדער, אלעס וואס מיר טוען אינעם סדר נאכט דרייט זיך ארום די קינדער; זיי זאלן פרעגן די קשיות און מען זאל זיי קענען דערציילן די סיפור יצאת מצרים.


פסח איז א צייט וואס דער טאטע רעדט צו די קינדער פון אמונה, אנגעהויבן ביים סדר נאכט דארף דער טאטע דערציילן פאר די קינדער אז עס איז דא א באשעפער וואס ער האט באשאפן די וועלט און ער פירט די וועלט, קיינער קען גארנישט טון; קיינער קען נישט שלעכטס טון און קיינער קען נישט גוטס טון, אלעס איז דער אייבערשטער, ער פירט אלעס, ער טוט אלעס און ער מאכט אלעס.


צדיקים זאגן, מען געבט פון הימל גרויסע כוחות פאר יעדן איינעם צו קענען רעדן צו זיינע קינדער פון אמונה, און אז מען ניצט אויס די סדר נאכט איבער צו געבן די אמונה - בלייבט מען נאכדעם א גאנץ יאר מיט די כח צו קענען איבערגעבן פאר די דורות די אמונה בשם.


מען דארף נישט קיין טיפע געדאנקען מיט דראמאטישע משלים, מען דארף נישט מער פון זאגן דעם ריינעם אמת, אז דער אייבערשטער איז אלעס, דומם צומח חי מדבר, אלעס אלעס איז ער, ער איז ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, נישטא קיין מציאות אויסער אים, ובכל תנועה ותנועה איז ער באהאלטן.


איך בעט דיר מיין טייערער הארציגער ברודער, ניץ אויס די סדר נאכט צו רעדן צו דיינע קינדער פון אמונה, לייג אריין אין זיי אז וואס זיי דארפן נאר האבן אין זייער לעבן זאלן זיי זיך ווענדן נאר צום אייבערשטן, און זיך נאר פארלאזן אויף אים. רעד צו דיינע קינדער פון דאס נארישקייט פון זיך פארלאזן אויף א בשר ודם, דער פסוק זאגט (ירמיהו יז, ה): "אָרוּר הַגֶּבֶר אֲשֶׁר יִבְטַח בָּאָדָם, וְשָׂם בָּשָׂר זְרֹעוֹ", א רחמנות אויף דער וואס פארלאזט זיך אויף א מענטש, "וּמִן ה' יָסוּר לִבּוֹ", און פונעם אייבערשטן קערט ער זיך אפ. "וְהָיָה כְּעַרְעָר בָּעֲרָבָה", ער וועט זיין צוגעגליכן צו אן איינצעלנעם בוים אין מדבר, "וְלֹא יִרְאֶה כִּי יָבוֹא טוֹב", און ער וועט נישט זען דאס גוטס. ווייל ווען מען פארלאזט זיך אויף מענטשן האט מען גארנישט, מען טרעפט זיך נאכדעם איינער אליין, "בָּרוּךְ הַגֶּבֶר אֲשֶׁר יִבְטַח בַּה'", וואויל איז דעם מענטש וואס פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן, "וְהָיָה ה' מִבְטַחוֹ", וועט אים דער אייבערשטער העלפן.


מעגסט מיך אמאל רופן, מעגסט מיך אמאל שיקן א בריוו, איך האב א בענקעניש צו דיר, און איך געדענק אלע גוטס וואס דו האסט מיר געטון.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#12 - שרייען ביי 'ונצעק'
התחזקות, פסח, סדר נאכט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ...


פסח ביינאכט ביים ליל הסדר זאלסטו זאגן די הגדה הויך אויפן קול מיט א חיות, שטעל זיך פאר ווי דיין גאנצע שטוב איז אנגעפילט מיט מלאכים, און דער אייבערשטער מיט זיי אלע הערן זיך צו ווי דו זאגסט די הגדה און ווי דערציילסט די ניסים פון יציאת מצרים. זאלסט נישט רעדן קיין איין ווארט ביים סדר טיש וואס איז נישט פון די הגדה און פון סיפור יציאת מצרים, עס איז זייער א הייליגע צייט, מען קען פועל'ן גרויסע ישועות, מען קען פועל'ן שידוכים און קינדער, און בעיקר זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד, האבן א ריינעם מח מיט הייליגע אויגן.


ביי די ווערטער: "ונצעק אל ה'" - זאלסטו שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער געב מיר מיין שידוך, הייליגער באשעפער מאך מיר א נס, איך וויל ארויסגיין פון מצרים, איך וויל חתונה האבן", און אזוי אויך קען מען פועל'ן קינדער, אז דער מאן און ווייב זאלן ביידע שרייען און וויינען צום אייבערשטן: "ונצעק אל ה'", שריי: "הייליגער באשעפער געב מיר קינדער, געב מיר געזונטע קינדער, ערליכע קינדער", ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט מען זאל שרייען ביי 'ונצעק' ביז מען ווערט געהאלפן.


אזוי אויך, אז מען האט קינדער וואס זענען אוועק פון די וועג, זיי זענען נעבעך פארקראכן - קען מען פסח ביינאכט ביים ליל הסדר פועל'ן זיי זאלן באקומען א הרהור תשובה און זיך צוריק קערן צו די תורה וועג; "ושאינו יודע לשאול, את פתח לו", טייטשן צדיקים, מען בעט דעם אייבערשטן אז די אלע וואס ווייסן נישט ווי אזוי צו בעטן און ווי אזוי זיך צוריק צו קערן – 'את פתח לו' דו הייליגער באשעפער ברענג זיי צוריק.


דער עיקר בעט איך דיר מיין ליבער טייערער ברודער, געב נישט אויף, זיי זיך נישט מייאש, די אידן ביים ים סוף זענען געווען אין א גרעסערע צרה פון דיר, עס איז נישט געווען פאר זיי קיין שום וועג, און בזכות די אמונה וואס זיי האבן געגלייבט אינעם אייבערשטן און בזכות וואס זיי האבן געגלייבט אין משה רבנו - האט דער אייבערשטער זיי געשפאלטן דעם ים, און אזוי וועט זיין אויך ביי דיר, עס וועט זיך שפאלטן דער ים און דו וועסט פלוצלונג געהאלפן ווערן, נאר געב נישט אויף; דערהאלט זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן און פארלאז זיך אינגאנצן אויף אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#11 - באוויליגט פאר'ן אייבערשטן
חינוך הילדים, פסח, סדר נאכט

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ו' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


ביי די הגדה זאגן מיר: "ועכשיו קרבנו המקום לעבודתו", אז מען ווייסט 'ועכשיו' מען קען שטענדיג אנהויבן פונדאסניי – 'קרבנו המקום לעבודתו', קען מען זוכה זיין צו דינען דעם אייבערשטן אן זיין נאנט צום אייבערשטן.


מיר פירן זיך אז אלע קינדער זאגן הויך די סימנים: "קדש ורחץ כרפס" און אזוי ווייטער, ביז מען קומט צו נרצה, און ביי נרצה זאגן די קינדער: "ווער עס טוט די אלע זאכן דער איז באוויליגט פארן אייבערשטן", מיר שמועסן מיט די קינדער ווי שטארק דער אייבערשטער האט אונז ליב, ווייל מיר האבן געטון די אלע זאכן, מיר האבן געגעסן די הייליגע מצה, מיר האבן געזאגט די הייליגע הגדה, דאס איז דאס וויכטיגסטע וואס מען דארף אריינבאקן אין אונזערע הערצער, אז דער אייבערשטער האט אונז ליב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#10 - זאגן ביים סדר 'פִּקּוּדָא בָּתַר דָּא', און עס איבערטייטשן
פסח, סדר נאכט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקרא, ד' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, צפת


ביי אונז פירט מען זיך, ביי מגיד זאגן מיר די שטיקל זוהר פון פרשת בא, האסט מיר געבעטן אויב איך קען דיר עס טייטשן אין אידיש אז דו זאלסט פארשטיין וואס דו זאגסט, דא האסטו א שטיקל פון ספר 'חזית איש':


'פִּקּוּדָא בָּתַר דָּא' די קומענדיגע מצוה איז, 'לְסַפֵּר בִּשְׁבָחָא דִּיצִיאַת מִצְרַיִם' צו דערציילן די לויב פונעם אייבערשטן אז ער האט אונז ארויסגענומען פון מצרים, 'דְּאִיהוּ חִיּוּבָא עַל בַּר נָשׁ' ווייל עס ליגט אויף יעדן מענטש א פליכט, 'לְאִשְׁתָּעֵי' צו שמועסן, 'בְּהַאי שְׁבָחָא' פון די לויב, 'לְעָלְמִין' שטענדיג, 'הָכִי אוֹקִימְנָא' און אזוי האבן מיר געלערנט, 'כָּל בַּר נָשׁ' יעדער מענטש, 'דְּאִשְׁתָּעֵי' וואס דערציילט, 'בִּיצִיאַת מִצְרַיִם' פון די ניסים וואס דער אייבערשטער האט אונז ארויסגענומען פון מצרים, 'וּבְהַהוּא סִפּוּר חַדֵּי בְּחֶדְוָה' און ער פרייט זיך מיט די דערציילונג, 'זַמִּין אִיהוּ' איז דער מענטש אנגעגרייט, 'לְמֶחֱדֵי' זיך צו מיט פרייען, 'בִּשְׁכִינְתָּא' מיטן אייבערשטן, 'לְעָלְמָא דְּאָתֵי' אויף יענע וועלט, 'דְּהוּא חֵדוּ מִכֹּלָּא' וואס די פרייד אין עולם הבא איז די גרעסטע פרייד וואס איז נאר דא אויף דער וועלט, 'דְּהַאי אִיהוּ בַּר נָשׁ דְּחַדֵּי בְּמָרֵיהּ' ווייל דער מענטש וואס ער פרייט זיך מיטן אייבערשטן, 'וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא חַדֵּי בְּהַהוּא סִפּוּר' און דער אייבערשטער פרייט זיך ווען מען דערציילט פון די ניסים, 'בֵּיהּ שַׁעֲתָּא' אין פסח ביינאכט, ווען אידישע קינדער זאגן די הגדה, מען דערציילט די ניסים פון יציאת מצרים, 'כָּנִישׁ קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא' נעמט דער אייבערשטער צוזאמען – 'לְכָל פָּמַלְיָיא דִּילֵיהּ' אלע זיינע מלאכים, 'וְאָמַר לוֹן' און זאגט זיי, 'זִילוּ' גייט, 'וּשְׁמָעוּ' און הערט אויס, 'סִפּוּרָא' ווי מען פארציילט, 'דִּשְׁבָחָא דִּילִי' פון מיין לויב, 'דְּקָא מִשְׁתָּעוּ בָּנַי' ווי מיינע קינדער דערציילן די ניסים, 'וְחַדָּאן בְּפוּרְקָנִי' און זיי פרייען זיך מיט מיין גאולה, וואס פאסירט דאן? 'כְּדֵין כֻּלְּהוּ מִתְכַּנְּשִׁין' אלע מלאכים נעמען זיך צוזאמען, 'וְאַתְיָין' און זיי קומען, 'וּמִתְחַבְּרִין בַּהֲדַיְיהוּ דְּיִשְׂרָאֵל' און זיי באהעפטן זיך מיט אונז אידן, 'וּשְׁמָעוּ סִפּוּרָא דִּשְׁבָחָא' און זיי הערן ווי מיר לויבן דעם אייבערשטן, 'דְּקָא חַדָּאן בְּחֶדְוָא דְּפוּרְקָנָא דְמָרֵיהוֹן' און ווי מיר פרייען זיך מיט די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון, 'כְּדֵין אַתְיָין' דעמאלט קומען זיי אלע, 'וְאוֹדָן לֵיהּ לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא' און זיי לויבן דעם אייבערשטן, 'עַל כָּל אִינּוּן נִסִּין' אויף אלע וואונדער, 'וּגְבוּרָן' און אויף די שטארקקייט פונעם אייבערשטן, 'וְאוֹדָאן לֵיהּ' און זיי לויבן דעם אייבערשטן, 'עַל עַמָּא קַדִּישָׁא דְּאִית לֵיהּ בְּאַרְעָא' אויף די הייליגע פאלק, 'דְּחַדָּאן בְּחֶדְוָה דְּפוּרְקָנָא דְּמָארֵיהוֹן' וואס פרייען זיך מיט די ניסים, 'כְּדֵין' פסח ביינאכט ווען אידישע קינדער זאגן די הגדה, מען דערציילט דאס גרויסקייט פונעם אייבערשטן, 'אִתּוֹסָף לֵיהּ' ווערט פארמערט, 'חֵילָא וּגְבוּרְתָּא לְעֵילָּא' דאס שטארקקייט פונעם אייבערשטן, 'וְיִשְׂרָאֵל בְּהַהוּא סִפּוּרָא יַהֲבֵי חֵילָא לְמָארֵיהוֹן' און אידישע קינדער מאכן שטארק כביכול דעם אייבערשטן, 'כְּמַלְכָּא' א משל צו א קעניג, 'דְּאִתּוֹסָף חֵילָא וּגְבוּרְתָּא' וואס ווערט שטערקער, 'כַּד מְשַׁבְּחִין גְּבוּרְתֵּיהּ' ווען מען לויבט אים אויס ווי שטארק ער איז, 'וְאוֹדָן לֵיהּ' און ווען מען לויבט אים, 'וְכֻלְּהוּ דַּחֲלִין מִקָמֵיהּ' און אלע באקומען א שטארקע מורא פאר אים, 'וְאִסְתַּלָּק יְקָרֵיהּ עַל כֻּלְּהוּ' און זיין כבוד ווערט אויפגעהויבן אויף יעדן איינעם.


'וּבְגִין כָּךְ' און דערפאר, 'אִית לְשַׁבְּחָא וּלְאִשְׁתָּעֵי בְּסִפּוּר דָּא' דארף מען לויבן און דערציילן די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט, 'כְּמָה דְּאִתְּמַר' אזוי ווי עס שטייט אין די תורה, 'כְּגַוְונָא דָּא' און אזוי אויך, 'חוֹבָה אִיהוּ עַל בַּר נָשׁ' ליגט א פליכט אויף יעדע מענטש, 'לְאִשְׁתְּעֵי תָּדִיר' צו רעדן שטענדיג, 'קָמֵי קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא' פונעם אייבערשטן, 'וּלְפַרְסוּמֵי נִיסָא' און צו דערציילן די נס, 'בְּכָל אִינּוּן נִיסִּין דְּעָבַד' פון אלע ניסים וואס דער אייבערשטער טוט, 'וְאִי תֵּימָא' איי וועסטו פרעגן, 'אֲמַאי אִיהוּ חוֹבָתָא' פארוואס פעלט אויס דאס צו טון, 'וְהָא קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא יָדַע כֹּלָּא' דער אייבערשטער ווייסט דאך אלעס, 'כָּל מַה דְּהֲוָה' אלעס וואס איז געווען, 'וְיֶהֱוֵי לְבָתַר דְּנָא' און אלעס וואס וועט זיין, 'אֲמַאי פִּרְסוּמָא דָּא קָמֵיהּ' וואס פעלט אויס צו דערציילן דאס אלעס, 'עַל מַה דְּאִיהוּ עָבַד' וואס ער אליינס טוט, 'וְאִיהוּ יָדַע' און ער אליינס ווייסט? ענטפערט דער הייליגער זוהר: 'אֶלָּא וַדַּאי אִצְטְרִיךְ בַּר נָשׁ לְפַרְסוּמֵי נִיסָא' א מענטש דארף פארציילן און שמועסן פונעם אייבערשטן, 'וּלְאִשְׁתָּעֵי קָמֵיהּ בְּכָל מַה דְּאִיהוּ עָבַד' אויף אלע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון, 'בְּגִין דְּאִינּוּן מִלִּין סַלְּקִין' ווייל די אלע ווערטער וואס מען דערציילט גייען ארויף אויבן אין הימל, 'וְכָל פָּמַלְיָא דִּלְעֵילָּא מִתְכַּנְּשִׁין' און אלע מלאכים נעמען זיך צוזאם, 'וְחָמָאן לוֹן' און זיי זעען, 'וְאוֹדָאן כֻּלְּהוּ לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא' און אלע הויבן אן דעמאלט צו לויבן דעם אייבערשטן, 'וְאִסְתַּלָּק יְקָרֵיהּ עָלַיְיהוּ עֵילָּא וְתַתָּא' און דער אייבערשטער ווערט געגרויסט אויף אויבן און אויף אונטן.


ביז דא זאגן מיר פסח ביינאכט איידער מען הויבט אן זאגן "הא לחמא עניא".


דער מנהג איז, אז דער וואס פירט דעם סדר - זאגט דאס שטיקל ביי שטיקל הויך אויפן קול, און מען פארטייטשט דאס פאר די גאנצע משפחה.


די ווערטער פון זוהר געבן אביסל צו פארשטיין וואס טוט זיך יעצט ווען מען גייט דערציילן די הגדה, וואויל איז דער וואס זאגט דאס און לייגט צו זיין הארץ צו די הייליגקייט וואס פאסירט פסח ביינאכט ביים סדר.


אינטערעסאנט, דער זוהר זאגט ווייטער, אז א גאנץ יאר ווען א מענטש זינדיגט זאל ער דאס דערציילן דעם אייבערשטן; 'כְּגַוְונָא דָּא' אזוי אויך, 'מַאן דְּאִשְׁתָּעֵי וּמְפָרֵט חֶטְאוֹי עַל כָּל מַה דְּעָבַד' זאל מען דערציילן דעם אייבערשטן אלע עבירות וואס מען האט געטון און תשובה טון אויף דעם, 'אִי תֵּימָא' איי וועסטו פרעגן, 'לְמָאי אִצְטְרִיךְ' וואס פעלט אויס צו דערציילן פארן אייבערשטן וואס מען האט געטון, דער אייבערשטער ווייסט דאך אלצדינג? 'אֶלָּא' נאר וואס דען, 'מְקַטְרְגָא קָאִים תָּדִיר קָמֵי קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא' דער יצר הרע קומט שטענדיג צום אייבערשטן, 'בְּגִין לְאִשְׁתְּעֵי וּלְמִתְבַּע חוֹבֵי בְּנֵי נָשָׁא' ער פאר'מסר'ט די עבירות וואס א מענטש האט געטון, 'וּלְמִתְבַּע עֲלֵיהוֹן דִּינָא' און ער זוכט צו ברענגען א שטראף אויפן מענטש, 'כֵּיוָן דְּאַקְדִּים בַּר נָשׁ' און אז דער מענטש האט שכל, ער קומט ערשט צום אייבערשטן, 'וּמְפָרֵיט חֶטְאוֹי' און דערציילט אויס זיין הארץ, די עבירות אין וואס ער איז דורכגעפאלן, 'כָּל חַד וְחַד' ער דערציילט דעם אייבערשטן יעדן זינד, 'לָא אַשְׁאִיר פִּטְרָא דְּפוּמָא לְהַהוּא מְקַטְרְגָא' האט שוין דער יצר הרע נישט וואס צו פאר'מסר'ן, דער אייבערשטער זאגט אים: איך ווייס שוין אלעס, דער מענטש איז שוין דא געווען, ער האט שוין דערציילט, ער האט שוין תשובה געטון, 'וְלָא יָכִיל לְמִתְבַּע עָלֵיהּ דִּינָא' און ער קען מער נישט בעטן מען זאל ברענגען א שטראף אויפן מענטש, 'דְּהָא תָּדִיר תָּבַע דִּינָא בְּקַדְמִיתָא' ווייל שטענדיג זוכט ער וואו מען קען ברענגען א שטראף, 'וּלְבָתַר מִשְׁתָּעֵי וּמְקַטְרֵג פְּלוֹנִי עָבֵד כַּךְ' און נאכדעם רעדט ער אן אויפן מענטש אז ער האט געטון שלעכטס, 'וְעַל דָּא' דערפאר, 'אִצְטְרִיךְ לֵיהּ לְבַר נָשׁ לְאַקְדְּמָא' דארף דער מענטש אים פעדערן, זיך שטענדיג מתבודד זיין, זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, אים דערציילן אלעס וואס מען האט געטון, 'וּלְפָרֵט חֶטְאוֹי' און אויסשמועסן יעדע עבירה, אזוי ווערט ער געראטעוועט, 'כֵּיוָן דִּמְקַטְרְגָא חָמֵי דָּא' און ווען דער יצר הרע זעט אז דער מענטש מאכט התבודדות, 'לֵית לֵיהּ פִּטְרָא דְּפוּמָא עָלֵיהּ' קען ער זיך נישט עפענען דאס מויל, ער האט נישט וואס צו דערציילן פון אים, 'וּכְדֵין' און דורכדעם, 'אִתְפְּרַשׁ מִנֵיהּ מִכֹּל וָכֹל' ווערט מען געראטעוועט פונעם יצר הרע, ער גייט אינגאנצן אוועק פון דעם מענטש; קוק נאך די שטיקל זוהר.


וואויל איז דעם וואס נעמט אריין די ווערטער פון הייליגן זוהר און דאנקט שטענדיג דעם אייבערשטן, מיט וועם מען רעדט דערציילט מען מעשיות פון השגחה, מעשיות פון תפילה, מעשיות פון ניסים, און מען רעדט שטענדיג פונעם אייבערשטן, און מען איז זיך מתבודד, מען דערציילט אלעס דעם אייבערשטן, וועט אים גוט זיין בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#9 - די ערשטע זאך טוט מען אן די ווייסע קיטל
הלכה, פסח, סדר נאכט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת צו, י"א ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מארגן נאכט איז בדיקת חמץ, על פי הלכה ווען עס ווערט נאכט טאר מען גארנישט טון, אויך נישט לערנען, מען דארף בודק חמץ זיין. מען איז בודק חמץ די יאר אזוי ווי אלע יארן, מען מאכט די ברכה, און נאכן ענדיגן בודק חמץ זיין זאגט מען כל חמירא וכו'. פרייטאג אינדערפרי פירט מען זיך אזוי ווי אלע יארן ערב פסח, מען פארברענט די חמץ, מען לאזט נישט איבער קיין חמץ, נאר לחם משנה פאר די שבת'דיגע סעודות, מען דארף אכטונג געבן דאס צו לייגן אין אן אפגעהיטענע פלאץ.


מארגן איז תענית בכורים, אויב דו ביסט א בכור, אדער דו האסט א קינד אונטער די בר מצוה א בכור - דארף מען מארגן מסיים זיין, אדער הערן א סיום, אז נישט - דארף מען פאסטן.


פסח ביינאכט הויבן מיר אן די סדר מיט: "קדש, ווען דער טאטע קומט אהיים פון שול טוט ער זיך אן די ווייסע קיטל", שטייט פון צדיקים, אז פסח ביינאכט רופט מען 'די סדר נאכט', ווייל דאס איז א סדר פאר די גאנצע יאר, אפשר לומר, דער רבי לערנט אונז (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נד): "תֵּכֶף בַּבֹּקֶר בַּהֲקִיצוֹ", די ערשטע זאך אינדערפרי, "מִיָּד כְּשֶׁיִּפְתַּח אֶת עֵינָיו", גלייך ווען מען עפנט די אויגן, "קֹדֶם שֶׁיַּעֲשֶׂה שׁוּם דָּבָר", איידער מען הויבט אן עפעס טון, "יַזְכִּיר אֶת עַצְמוֹ תֵּכֶף בְּעָלְמָא דְּאָתֵי", זאל מען טראכטן פון יענע וועלט; דאס איז די ווייסע קיטל וואס דערמאנט פון די תכריכים, דאס איז קדש, והבן למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#8 - פסח ביי "ונצעק אל ה'", זאלסטו שרייען צום אייבערשטן
שידוכים, התחזקות, פסח, סדר נאכט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער מיין ליבער ברודער, געב נישט אויף, דראפע זיך און דערהאלט זיך, און בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר שוין געבן דיין שידוך.


פסח ביינאכט ביים ליל הסדר, ביי די ווערטער "ונצעק אל ה'", זאלסטו שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער געב מיר מיין שידוך, הייליגער באשעפער מאך מיר א נס, איך וויל ארויסגיין פון מצרים", דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט צו שרייען ביי 'ונצעק' ביז מען ווערט געהאלפן.


געב נישט אויף, די אידן ביים ים סוף זענען געווען אין א גרעסערע צרה, עס איז נישט געווען פאר זיי קיין שום וועג, און דער אייבערשטער האט זיי געשפאלטן דעם ים, אזוי וועט זיין ביי דיר, עס וועט זיך שפאלטן דער ים און דו וועסט טרעפן דיין שידוך.


א פרייליכן כשר'ן יום טוב.

#7 - פסח ביים סדר זאלן ענק ביידע בעטן פאר קינדער
קינדער, פסח, סדר נאכט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, וזוגתו תחי'


היינט איז אליהו הנביא געווען אין ישיבה ביי א ברית, איך בין געווען סנדק, איך האב געוויינט צו אליהו הנביא פאר ענק, ענק זאלן שוין זוכה זיין צו זרע של קיימא.


פסח ביים סדר זאלן ענק ביידע בעטן פאר קינדער. דער זוהר הקדוש זאגט (בא, דף מ:) דער אייבערשטער רופט צוזאם אלע מלאכים און זאגט זיי זאלן זיך צוהערן צו די אידישע סדר נאכט, "כְּדֵין כֻּלְּהוּ מִתְכַּנְּשִׁין, וְאַתְיָין וּמִתְחַבְּרִין בַּהֲדַיְיהוּ דְּיִשְׂרָאֵל", און די מלאכים קומען מיטן באשעפער הערן די סדר נאכט.


ליל הסדר איז א פאסיגע צייט צו פועל'ן ישועות, פארמאך זיך די אויגן און זאג: "אייבערשטער מאך מיר א מתנת חנם, געב מיר אן אומזיסטיגער געשאנק, ליכטיגע געזונטע קינדער, צדיקים, וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט".


אזוי זאלסטו טון כמה פעמים, זיך פארמאכן די אויגן און שטילערהייט מיט די ליפן בעטן פאר קינדער.


א פרייליכן יום טוב, איך ווארט צו הערן די גוטע נייעס.

#6 - 'עבדים היינו לפרעה במצרים', א תירוץ אויף אלע קשיות
אמונה, פסח, סדר נאכט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


פסח איז א צייט וואס מען גייט ארויס פון מצרים. דאס גייט אן אין יעדן דור ודור; אויב מען כאפט זיך אן אינעם צדיק, מען טוט די עצות, מען גייט יעדן טאג אין א ווינקל זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, מען בעט אים: "רבונו של עולם, זיי מיך מקרב צו דיר, באשעפער איך וויל זיך צוריק קערן צו דיר, איך וויל זיין א צדיק"; מען בעט און מען בעט, אזוי איז מען זוכה ארויסצוגיין פון אלע סארט מְצָרִים.


טייערער ברודער, פסח ביים סדר ווען מען הויבט אן די תירוץ נאך 'מה נשתנה' – הויבט מען אן מיט די ווערטער 'עבדים היינו לפרעה במצרים', מיר זענען געווען קנעכט צו פרעה; זאגט מוהרא"ש, דאס איז א תירוץ אויף אלע קשיות, ווייל ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען פארגעסט אז מיר זענען קנעכט נאר פארן אייבערשטן, 'עבדי הם, ולא עבדים לעבדים', ווי נאר מען פארגעסט פונעם אייבערשטן – הויבט מען אן ליידן, 'וכל המרבה לספר ביציאת מצרים, הרי זה משובח', ווי מער מען חזר'ט די חסדים פונעם אייבערשטן, מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן – גייט מען ארויס פון מוחין דקטנות צו גדלות המוחין און מען האט א זיסע לעבן, מען שפירט שוין דא טעם גן עדן, טעם עולם הבא.


א פרייליכן ליכטיגן יום טוב.

#5 - וואס האט די כזית מרור מיט פרנסה?
פרנסה, פסח, קשיות, סדר נאכט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פסח ווען מען עסט די כזית מרור זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האבן פרנסה", ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות ממון, סימן לה): "כַּזַּיִת מָרוֹר שֶׁאוֹכְלִין בְּפֶסַח, מְסֻגָּל לְפַרְנָסָה", די כזית מרור וואס מען עסט פסח – איז מסוגל פאר פרנסה.


מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין, וואס האט די כזית מרור מיט פרנסה? אז א מענטש נעמט זיך פאר, וואס עס וועט נאר אריבערגיין אויף אים, זאל זיין וואס זאל זיין, אפילו אלע מרור, אלע ביטערקייט פון דער וועלט – 'וועל איך נישט אפלאזן דעם אייבערשטן, איך וועל קיינמאל נישט אוועקגיין פון אייבערשטן', דורכדעם וועט ער האבן פרנסה. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נח), ווען מען ווערט בכעס – פארלירט מען די פרנסה, און אז מען איז מקבל אויף זיך 'אפילו עס וועט זיין מרירות דמרירות וועל איך נישט ווערן בכעס, און נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן, און נישט האבן קיין שום טענות אויף אים' - דורכדעם ווערט נמתק אלע דינים.


זאלסט האבן א פרייליכע יום טוב.

#4 - דרך ארץ ביים סדר, און די ליפן שאקלען זיך צום אייבערשטן
תפילות אויף אידיש, דרך ארץ, פסח, סדר נאכט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פסח ביים סדר זאלסטו זיצן מיט גרויס 'דרך ארץ', רעד נישט מיט קיינעם קיין נארישקייטן, ווייל דער אייבערשטער מיט די גאנצע פמליא של מעלה קומען אראפ אין אידישע שטיבער.


זאלסטו זיצן מיט דרך ארץ און דיינע ליפן זאלן נישט אויפהערן בעטן: "הייליגער באשעפער געב מיר מיין שידוך", און ווען דו עסט די הייליגע מצה זאלסטו בעטן: "הייליגער באשעפער געב מיר מיין שידוך".


דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט: "אז מען האלט די מצה אין האנט – האלט מען גאט אין די האנט"; ביסטו דאך אזוי נאנט צום אייבערשטן, זאלסטו נישט אויפהערן וויינען צו אים, אויסבעטן דיין שידוך.


בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין אויף וואס דו האסט פוגם געווען, זאג: "באשעפער זיי מיר מוחל אויף אלע פגמי הברית, איך וויל נישט זיין שלעכט, איך וויל נישט טון נארישקייטן, וואס קען איך טון אז איך פאל און איך פאל אן אויפהער, געב מיר מיין שידוך איך זאל קענען האבן א ריינעם מח, א ריינע הארץ".


זאלסט האבן א כשר'ע פרייליכע יום טוב.

#3 - ביי שלחן עורך זאל מען טראכטן נאר פרייליכע זאכן
שמחה, פסח, חומרות, מצות, סדר נאכט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פסח ביינאכט ביים ליל הסדר ביי שלחן עורך זאלסטו זיין זייער פרייליך, און נאר מקפיד זיין אויף די איין זאך, אויף זיין זייער פרייליך. ווייל ביי שלחן עורך איז מען מתקן אלעס וואס מען דארף מתקן זיין, בעיקר פגם הברית; מוהרא"ש זאגט, ביי שלחן עורך זאל מען טראכטן נאר פרייליכע זאכן, אזוי איז מען זוכה צו קומען צו די העכסטע מדריגות.


מענטשן זוכן אלע סארט חומרות און ענינים ווי מען קען מאכן בעסער, ווי מען קען זיין א בעסערער איד, אבער מען כאפט נישט אז די גרעסטע און וויכטיגסטע זאך איז – מען זאל זיך פרייען אז דער אייבערשטער האט געטון מיט אונז אזעלכע גרויסע ניסים, אונז ארויסגענומען פון מצרים, מען האט חתונה געהאט, מען האט דורות, מען זיצט ביים טיש ווי א קעניג וכו' וכו'.


ביים עסן די הייליגע מצות זאלסטו זיך פרייען מיט די הייליגע מצוה און טראכטן 'א מחי' איך בין א איד', 'א מחי' איך האב אידישע דורות'; נאר טראכטן פון גוטע זאכן, אזוי איז מען מתקן פגם טיפי המוחין, ביז מען קומט צו די העכסטע דרגות.


א כשר'ע פרייליכע יום טוב.

#2 - זיי נישט קארג, געב נאך און נאך גוטע ווערטער פאר די קינדער
קאמפלימענטס, חינוך הילדים, פסח, סדר נאכט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


הגם מיר האבן שוין גערעדט, איז וויכטיג נאכאמאל צו דערמאנען זאלסט באזונדער געבן גוטע ווערטער פאר דיין קינד ..., זי איז א טייער קינד, זי ווארט אזוי פאר א גוט ווארט, עס איז אזוי וויכטיג צו געבן גוטע ווערטער.


זיי נישט קארג, געב גוטע ווערטער נאך און נאך, ווארט נישט אז א פרעמדער זאל קומען און געבן א שמייכל און א גוט ווארט; דעמאלט איז שוין צו שפעט...


פסח איז א צייט וואס אלעס דרייט זיך ארום די קינדער; די גאנצע ליל הסדר, די הייליגע נאכט – אלעס דרייט זיך ארום די קינדער, דארפן מיר זיך אויפוועקן פון אונזערע דמיונות און זען וואס איז חשוב; רעדן צו די קינדער, שמייכלען צו די קינדער.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.

#1 - ווי אזוי פירט מען א סדר נאכט?
חינוך הילדים, פסח, סדר נאכט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע דעם סדר נאכט וכו'; זאג די הגדה אן קיין תורות און אן קיין מעשיות מיט משלים, זאג די הגדה הויך אויפן קול בזריזות, און ביי שלחן עורך ווען די קינדער עסן - דעמאלט קענסטו רעדן צו זיי, אויך נישט קיין פשעטלעך, משלים מיט לאנגע מעשיות; רעד צו זיי פשוט'ע ווערטער פון אמונה. אז דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער פירט די וועלט, דער אייבערשטער מאכט אלעס און טוט אלעס.


די בעסטע הגדה פארן סדר נאכט איז די הגדה מיט גרויסע אותיות, אן קיין תורות, סוגיות וכו' וכו'.


א סדר נאכט דארף נישט נעמען לאנג, די אלע וואס פראווען לאנגע סדרים ביז אינדערפרי - די מאכן נישט שענערע סדרים, די זענען בדרך כלל פארשלעפט, די קענען זיך נישט צאמנעמען, די קומען אהיים פסח ביינאכט און אנשטאט זאגן קדש און גלייך מאכן קידוש, הויבט מען אן טראכטן וואו ליגט דאס און וואו ליגט יענץ, און מען גייט רייבן די מרור וכו' וכו', ביז מען קראצט זיך אויס ווערט שוין פארטאגס.


זיץ ביים סדר און טראכט: 'איך בין דער עם הארץ פון די מעשה ביכלעך וואס צדיקים שטופן זיך אריינצוקוקן ביי מיר אין פענסטער און זענען אזוי איבערגענומען וואס פאר א שיינע סדר איך פראווע יעצט'.


דעם רבינ'ס נאמען באטרעפט אזוי ווי פסח, הונדערט אכט און פערציג; דער רבי געבט אונז די מתנה פון פה - סח, דער רבי איז אונז מחזק מיר זאלן רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.