בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#10 - סיום מסכת ברכות
סדר דרך הלימוד, סיום

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט מסיים געווען מסכת ברכות; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע צייט פונעם לעבן איז די יונגע יארן; עס איז א מחי' צו הערן אז א קינד פון כתה ו' לערנט גמרא אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו וואקסן א גרויסער צדיק.


יישר כח פאר'ן מיר מודיע זיין די פרייליכע נייעס, איך האף אז דו וועסט מיר ווייטער מודיע זיין דיינע סיומים.

#9 - צוואנציג יאר נאך די חתונה מסיים געווען צום ערשטן מאל א גאנצע מסכתא
חובות, הפצה, סיום, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז יעצט צוואנציג יאר נאך דיין חתונה האסטו מסיים געווען די ערשטע מאל א גאנצע מסכתא; במשך די פארלאפענע צוואנציג יאר האסטו פרובירט אלע וועגן און דו האסט נישט מצליח געווען צו לערנען און ענדיגן, נאר יעצט ווען דו האסט אנגעהויבן דעם דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) האסטו מצליח געווען צו ענדיגן מסכת נדה.


יעצט זאלסטו אנהייבן ש"ס כסדרן; לערן יעדן טאג א בלאט, קוק נישט אויף דעם וואס דו פארשטייסט יא אדער נישט, גיי כסדרן יעדן טאג א בלאט.


חוץ מזה זאלסטו האבן נאך א שיעור אין ש"ס צו לערנען אסאך בלעטער גמרא, דאס וועט דיר ברענגען נאנט צום אייבערשטן. ווען דו וועסט האבן אביסל צייט זאלסטו לערנען בלעטער גמרא וועסטו ביז א קורצע צייט ענדיגן ש"ס, במשך דיין לעבן קענסטו נאך לערנען און ענדיגן זייער אסאך מאל ש"ס דאס איז נישט קיין סתירה מיט'ן דף גמרא; מען דארף האבן ביידע, סיי דעם בלאט גמרא און סיי א באזונדערע שיעור.


בנוגע וכו'; זיי מיר מוחל, איך בין זייער פארנומען און איך קום נישט אן צו ענטפערן גלייך, איך וועל פרובירן דאס בעסטע דיר צו ענטפערן ווי שנעלער.


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן, וועסטו זען גרויסע ניסים.


בנוגע דיינע חובות וכו'; זיי מפיץ דעם רבינ'ס עצות, נעם קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן און זיי דאס מפיץ וועסטו האבן גרויס שפע. גיי צווישן אחינו בני ישראל מעדות המזרח, די ספרד'ישע אידן וואס מען האט זיי אוועק געריסן פונעם דרך התורה; זיי נעמען די ספרים זייער שיין און זיי געבן צדקה.


אז דו וועסט עוסק זיין אין הפצה וועסטו האבן שפע, עס וועט דיר קיינמאל נישט פעלן קיין געלט, דו וועסט האבן גרויס שפע.

#8 - מסיים געווען מסכת נדרים
סיום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער תלמיד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך זיץ יעצט אויפן פליגער פארנדיג קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ראש השנה, איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר אז דו האסט מסיים געווען "מסכת נדרים", דו לערנסט ש"ס כסדרן.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט טרעפן בקרוב דיין שידוך און אויפשטעלן שיינע דורות.


..., איך האב דיר זייער ליב, דו ביסט מיר איינגעקריצט אין מיין הארץ.


א כתיבה וחתימה טובה.


בעט פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל.

#7 - ששה סדרי משנה די זעכצנסטע מאל
לימוד התורה, משניות, יבנאל, סיום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט מסיים געווען ששה סדרי משנה די זעכצנסטע מאל, דו האסט געמאכט דעם סיום אין יבניאל ביים ציון פון מוהרא"ש.


זיי נישט ברוגז אויף מיר אז איך קום נישט אן דיר צוריק צו שרייבן, ווייל איך בין זייער פארנומען אין די טעג, אבער יעדע מאל דו שרייבסט מיר ליין איך יעדעס ווארט און איך פריי זיך זייער.


שטארק זיך ווייטער מיט לערנען די הייליגע תורה; געב א קוק וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין די צוואה (אות יג): "וּכְשֶׁתַּגִיעוּ לְעוֹלָם הָאֱמֶת אָז תִּיוָכְחוּ צִדְקַת "סֵדֶר דֶּרֶך הַלִימוּד" שֶׁל רַבֵּינוּ זַ"ל", ווען איר וועט ארויף קומען אויף יענע וועלט וועט איר זיך איבערצייגן די ווארהייט פונעם הייליגן רבינ'ס "סדר דרך הלימוד"; "וְעַל כֵּן מַה וְלָמָּה לָכֶם לְהִתְוַכֵּחַ?! טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב הַשֵּׁם, הַרְגִילוּ עַצְמְכֶם לָזֶה וְאָז תִּרְאוּ וְתִּרְגְשׁוּ כָּל מִינֵי טַעֲמִים בְּחַיֵּיכֶם", דעריבער זאלט איר זיך נישט טענה'ן מיט קיינעם, נאר געוואוינט אייך צו צו לערנען לויט דעם סדר דרך הלימוד, דעמאלט וועט איר זען און שפירן אלע טעמים אויף די וועלט, "כִּי הַתּוֹרָה הִיא חִיוּתֵנוּ בָּעוֹלָם הַזֶה וּבָעוֹלָם הַבָּא, חִיוּת גַּשְׁמִי וְחִיוּת רוּחְנִי", ווייל די תורה איז אונזער לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, די תורה געבט אונז לעבן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁאֵינוֹ מַטְעֶה עַצְמוֹ בָּזֶה הָעוֹלָם כְּלָל, וְיוֹדֵעַ אַשֶׁר עִיקָר הַלִימוּד הוּא רַק לַעֲשׂוֹת רְצוֹנוֹ יִתְבָּרַך וְלוֹמֵד עַל מְנָת לְקַיֵים מִצְווֹתָיו יִתְבָּרַך וְלַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לוֹ יִתְבָּרַך", וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ווייסט אז דער עיקר לימוד התורה איז צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, עיין שם.


געב איבער א ווארימע גריס פאר האברך היקר לי ... נרו יאיר, איך ווארט צו הערן פון אים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#6 - שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט אין עבודת החינוך
אומאן, חינוך הילדים, סיום, שטעטל, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער שטארק געוואלט ארויסקומען צום סיום מסכת כריתות צו ענק אין שטעטל, ווייל עס איז מיר א גרויסע שמחה אז מיר האבן אזא פלאץ וואו די גאנצע שטאט לערנט און איז מסיים נאך א מסכתא, איך בין פשוט געווען זייער אויסגעמוטשעט, איך וועל נאך קומען צו אייך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט אין עבודת החינוך; דיין גאנצע קאפ און מח זאל זיין ווי אזוי מען קען אויפבויען די קינדער לתורה ויראת שמים ומידות טובות. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיך גֶעטוּן", וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא, דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער; אז מיר זאלן צואוויסן טון פאר אונזערע קינדער אז עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס האט עצות פאר יעדן איד ווי אזוי זיך דערנענטערן צום אייבערשטן.


איך האף אז אין אומאן וועסטו מיר העלפן ביים דאווענען; דו וועסט שטיין נעבן דעם בעל תפילה מיט די קינדער און בחורים ארויס העלפן מיט די ניגונים און נוסח, עס זאל זיין בא'טעמ'ט און געשמאק. אזוי ווי מיר האבן געדאוונט בחיים חיותו פון מוהרא"ש זכרונו לברכה. גרייט אן א פראגראם מיט די מלמדים ווי אזוי אנצורייצן די קינדער זיי זאלן דאווענען דעם גאנצן דאווענען און זיי זאלן נישט וועלן ארויסגיין שפילן ביים דאווענען; גרייט אן מתנות, טיקעטס וכו'.


זאג פאר דיין ווייב תחי' אז איך האב גערעדט צו משפחת ... זיי זאלן נישט שיקן זיייער טאכטער ווילאנג זי איז אנגעגרייט צו גיין אין ביה"כ. איך האב זיי מסביר געווען אז דאס איז נישט קיין חכמה; סיי אלץ די טיטשערס, זיי זענען נישט מחיוב יעדן צווייטן טאג צו אזא פאסירונג, חוץ מזה איז דאס נישט גוט פאר'ן קינד אליינס, זי ווערט פארשעמט פון דעם און עס קען איר שאטן פאר אלע אירע יארן, זי וועט באקומען א נאמען צווישן די קינדער אז זי האט א גערוך וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#5 - דיינע סיומים געבן מיר כח צו רעדן ווייטער
סדר דרך הלימוד, סיום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו מאכסט מיר זייער פרייליך יעדעס מאל דו שרייבסט מיר וויפיל דו לערנסט און פון דיינע סיומים; דאס געבט מיר כח ווייטער אנצוגיין, ווייטער אריין לייגן אין די בחורים דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


איך בעט פאר דיר יעדן טאג; היינט ביי פתיחת הארון הקודש האב איך זייער אסאך געבעטן פאר דיר דו זאלסט שוין זוכה זיין צו טרעפן דיין זיווג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - ביסט געווארן א נייער מענטש זייט דו ביסט אריינגעקומען אין ישיבה
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, ישיבה, סיום

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וויש מיר מיינע אויגן צו זען אויב איך זע גוט... די פילע סיומים וואס דו האסט געמאכט, וואס דו האסט אלץ געלערנט במשך די האלבע יאר זייט דו האסט אנגעהויבן לערנען אויפן סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); הונדערטער פרקים משניות, הונדערטער דפים גמרא און אלע ספרים פון רבי'ן.


וואס זאל איך דיר זאגן, מיר האבן זיך נישט מיט וואס צו שעמען פון קיין שום אנדערע חסידות און פון קיין שום אנדערע פלאץ ווען מיר קוקן זיך אן און זעען וואס דער רבי האט אונז אלץ געגעבן און וואס ער געבט אונז ווייטער; אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו 'אשר בנחל' שם חלקינו וגורלינו, אז מיר געפונען זיך אין אזא הייליגע פלאץ "היכל הקודש קודש קדשים", א פלאץ וואס מען ווערט אנגעפולט מיט תורה, מיט אמונה און מיט מידות טובות.


דיין ברודער האט מיר דערציילט אז דיין טאטע האט אים געזאגט אויף דיר אז ער שעפט פון דיר פיל נחת; אלע זאגן פה אחד אז זייט דו ביסט אריין געקומען אין ישיבה ביסטו געווארן א נייער מענטש, פול מיט דרך ארץ וכו' וכו'. ביי דיר איז ממש מקיום געווארן וואס שלמה המלך זאגט (משלי טז, ז): "בִּרְצוֹת ה' דַּרְכֵי אִישׁ, גַּם אוֹיְבָיו יַשְׁלִם אִתּוֹ", ווען דער אייבערשטער איז מרוצה פון א מענטש מאכט דער אייבערשטער אז אפילו די פיינט פונעם מענטש זאלן אים העלפן; די אלע וואס האבן דיר מונע געווען פון מקורב ווערן צום רבי'ן אלע זאגן אויף דיר און זענען מודה אז דו ביסט אויף א גוט פלאץ.


זארג נישט פאר דיין שידוך; אז דו וועסט זיך פירן מיט יראת שמים וועסטו טרעפן א גוטע שידוך. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן פאר אנשי שלומינו ווען זיי האבן געהאלטן ביי א שידוך טון מיט א טאכטער און זיי האבן געוואלט וויסן אויף א בחור צי ער איז אן ערליכער בחור צי נישט, אז זיי זאלן גיין קוקן ווי אזוי דער בחור דאוונט; אויב דער בחור דאוונט אזוי ווי עס דארף צו זיין, ער דאוונט אין א סידור, ער שטייט אויף איין פלאץ פון אנהייב דאווענען ביזן סוף דאווענען, ער דריידט זיך נישט ארום און ער שמועסט נישט קיין איין ווארט ביים דאווענען, דאס ווייזט אז דער בחור האט יראת שמים, אבער אויב דריידט ער זיך א גאנצן דאווענען אהער און אהין איז א סימן אז ער איז אינו מן הישוב.


נעם זיך פאר נישט צו רעדן ביים דאווענען; דאוון מיט'ן בעל תפילה פון אדון עולם ביז אדון עולם וועסטו זיך מאכן א גוטע נאמען און זוכה זיין צו א גוטע שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - מזל טוב פאר'ן ענדיגן מסכת מגילה לכבוד פורים
סיום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, תענית אסתר, י"ג אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער צו זען ווי פלייסיג דו לערנסט; דו האסט זוכה געווען צו ענדיגן לכבוד פורים 'מסכתא מגילה'. אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט זאגן אז מען זאל לערנען לכבוד יום טוב די מסכתא פונעם יום טוב; פאר פורים – מסכתא מגילה, לכבוד פסח - מסכתא פסחים און אזוי ווייטער. מוהרא"ש פלעגט דאס רופן די 'באנוס שיעור'; דאס הייסט, אז חוץ פון די שיעורים הקביעום וואס יעדער איינער האט זאל מען לכבוד יום טוב צו לייגן א באנוס; אזוי פירן זיך אלע תלמידי היכל הקודש, זיי זענען משתדל צו לערנען און מסיים זיין יעדע יום טוב די מסכתא פונעם יום טוב.


שטארק זיך - טייערער ... - ווייטער בלימוד התורה; דו געבסט מיר צו כח צו מיין לעבן, אויך מאמי תחי' שעפט פון דיר נחת. מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז דו לערנסט תורה און דו דינסט דעם אייבערשטן.


א פרייליכן פורים.

#2 - מזל טוב צו די 30'סטע סיום ששה סדרי משנה
שידוכים, משניות, סיום

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון החתן ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר אז דו האסט מסיים געווען דעם ערב ראש חודש אדר ב' די דרייסיגסטע מאל 'ששה סדרי משנה'; זה חלקי מכל עמלי, מיין גאנצע חיות איז צו זען ווי דו לערנסט און ווי דו פירסט זיך מיט יראת שמים. יעדעס מאל איך דערצייל פאר מאמי תחי' ווי פלייסיג דו לערנסט, זאגט זי מיר אויך דאס זעלבע, אז דאס איז איר גאנצע לעבן.


געב א קוק די גרויסע נס וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, דו האסט זוכה געווען צו טרעפן א כלה פון א חשוב'ע שטוב, א איידעלע צניעות'דיגע כלה מיט גוטע מידות; זאלסטו נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט ווייטער ממשיך זיין מיט דיין תורה תפילה און עבודת השם.

#1 - א "שבת התוועדות" מיט א "סיום הש"ס"
לימוד התורה, סיום, גמרא, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' ויגש, ה' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן דאנק פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו האסט ארויסגענומען "קראון פלאזא האטעל" פאר קומענדיגן יאר אויף שבת פרשת ויגש ה'תש"פ הבא עלינו לטובה, וואו מיר וועלן פראווען א "שבת התוועדות" פאר אלע תלמידי הישיבה צוזאמען מיטן "סיום הש"ס", צו מחזק זיין אלע תלמידי היכל הקודש – בחורים און אינגעלייט זיך צו פרייען אז מיר האבן זוכה געווען צו מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן דורך מוהרא"ש וואס איז אונז מחזק צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא.


עס גייט מיר אין לעבן אריינצוברענגען אין אלע תלמידי הישיבה אז אלע זאלן וויסן אז מען דארף לערנען יעדן טאג לכל הפחות איין בלאט גמרא; ווייל א מענטש אן תורה איז א טויטער מענטש, אן תורה איז מען א גרויס רחמנות.


היינט אז מיר האבן דעם "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן דורך וואס יעדער איד קען לערנען אפילו מען פארשטייט נישט, איז דאך מעגליך פאר יעדן איינעם צו לערנען; נישט קיין חילוק צי מען האט א גוטע קאפ אדער א שוואכע, יונג אדער אלט, ארעם אדער רייך.


איך וויל אז אלע אינגעלייט און בחורים זאלן קומען צו דעם שבת, אזוי וועלן אלע אנהייבן א' ויחי ה'תש"פ צו לערנען אינאיינעם מסכת ברכות לויטן סדר פון ש"ס כסדרן.


זיי מודיע פון דעם שבת פאר אלע תלמידים – סיי וואס לערנען נאך אין ישיבה, פאר די וואס קומען נאך צו די שיעורים און פאר די וואס זענען שוין ארויס פון ישיבה; דו ביסט דאך געווען פון די עשרה ראשונים ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה ווייסטו דאך אלע נעמען וכו'.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט פרובירן זען ביי די עירליין אויב זיי געבן צוריק געלט פאר אלע פאסאנדזשירן וואס האבן געהאט די דילע"י און האבן טרעוועל אינשורענס; אזוי וועל איך קענען שנעלער באצאלן דעם חוב וואס איך קום דיר פאר די טיקעטס.


שטארק דיר טייערע ... נרו יאיר אין תפילה והתבודדות; וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן, ווייל תפילה איז שטערקער פון אלעס. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט אויפן מאמר חז"ל (ויקרא רבה י, ה): "תְּפִלָּה עוֹשֶׂה מֶחֱצָה" אז דער פשט איז אז "תפלה העלפט", ווייל 'מֶחֱצָה' אויף אידיש איז טייטש 'העלפט'.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.


...