בעזרת ה' יתברך
יום ה' ויגש, ה' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
א גרויסן דאנק פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.
איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו האסט ארויסגענומען "קראון פלאזא האטעל" פאר קומענדיגן יאר אויף שבת פרשת ויגש ה'תש"פ הבא עלינו לטובה, וואו מיר וועלן פראווען א "שבת התוועדות" פאר אלע תלמידי הישיבה צוזאמען מיטן "סיום הש"ס", צו מחזק זיין אלע תלמידי היכל הקודש – בחורים און אינגעלייט זיך צו פרייען אז מיר האבן זוכה געווען צו מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן דורך מוהרא"ש וואס איז אונז מחזק צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא.
עס גייט מיר אין לעבן אריינצוברענגען אין אלע תלמידי הישיבה אז אלע זאלן וויסן אז מען דארף לערנען יעדן טאג לכל הפחות איין בלאט גמרא; ווייל א מענטש אן תורה איז א טויטער מענטש, אן תורה איז מען א גרויס רחמנות.
היינט אז מיר האבן דעם "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן דורך וואס יעדער איד קען לערנען אפילו מען פארשטייט נישט, איז דאך מעגליך פאר יעדן איינעם צו לערנען; נישט קיין חילוק צי מען האט א גוטע קאפ אדער א שוואכע, יונג אדער אלט, ארעם אדער רייך.
איך וויל אז אלע אינגעלייט און בחורים זאלן קומען צו דעם שבת, אזוי וועלן אלע אנהייבן א' ויחי ה'תש"פ צו לערנען אינאיינעם מסכת ברכות לויטן סדר פון ש"ס כסדרן.
זיי מודיע פון דעם שבת פאר אלע תלמידים – סיי וואס לערנען נאך אין ישיבה, פאר די וואס קומען נאך צו די שיעורים און פאר די וואס זענען שוין ארויס פון ישיבה; דו ביסט דאך געווען פון די עשרה ראשונים ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה ווייסטו דאך אלע נעמען וכו'.
איך וויל דיר בעטן דו זאלסט פרובירן זען ביי די עירליין אויב זיי געבן צוריק געלט פאר אלע פאסאנדזשירן וואס האבן געהאט די דילע"י און האבן טרעוועל אינשורענס; אזוי וועל איך קענען שנעלער באצאלן דעם חוב וואס איך קום דיר פאר די טיקעטס.
שטארק דיר טייערע ... נרו יאיר אין תפילה והתבודדות; וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן, ווייל תפילה איז שטערקער פון אלעס. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט אויפן מאמר חז"ל (ויקרא רבה י, ה): "תְּפִלָּה עוֹשֶׂה מֶחֱצָה" אז דער פשט איז אז "תפלה העלפט", ווייל 'מֶחֱצָה' אויף אידיש איז טייטש 'העלפט'.
פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.
...